Yiddish Songbook List View

The Zemiros Collection

Seudenyu Songbook

Tap the play button on any song to listen along

Table of Contents

More Songs

אביש בראדט, יונתן שווארץ

אברהם חיים גרין

אברהם מרדכי שווארץ

אברהם מרדכי שווארץ, דובי מייזעלס

אברהם פריד

אברהם פריד, הערשי וויינבערגער

אברהם פריעד

אהר'לע סאמעט

אידיש נחת

אידיש קלאסיקס

אייזיק האניג

אלימלך ברוינשטיין

ארי היל

ארי היל - חיים ישראל - בנצי שטיין

ארי היל חיים ישראל

ארי היל משה דוד ווייסמאנדל

ארי היל, בערי וועבער

ארי היל, מאטי וויזל

ארי היל, משה דוד ווייסמאנדל

ארי סאמעט

באבוב

בנצי שטיין, שמוליק סוכות, חיים ישראל

בעלזא

בערי וועבער

בערי וועבער, יודי ראזענבערג

גרשי אורי

גרשי אורי, שרולי קלצקין

דוב האפמאן

דובי מייזעלס

דובי מייזעלס, זאנוויל וויינבערגער

דובי מייזעלס, מרדכי קאהן

דוד פעדער

דודי קאליש

דודי קאליש, ארי היל

דודי קאליש, שלומי גערטנער

דודי קנאפפלער

הערשי וויינבערגער

הערשי וויינבערגער, ליפא שמעלצער, דובי מייזעלס

הערשי וויינבערגער, שמואלי אונגאר

הערשי וויינבערגער, שמילי אונגאר, יואלי קליין

הערשי ראטענבערג

הרב יואל ראטה

הרמוניקה

וויזניץ

זאנוויל וויינבערגער

חב"ד

חזן לייבעלע וואלדמאן

חיים חזקל

חיים יצחק האכהייזער

חנה חייטין

טאהש

יאסעלע ראזענבלאט

יהודה גרין

יואל ברוין

יואלי ברוין

יואלי גרינפעלד

יואלי דווידוביץ

יואלי ווייס

יואלי קליין

יואלי קליין ישעי גראס

יואלי קליין ישעי גראס ארי היל

יואלי קליין ישעי' גראס ארי היל

יואלי קליין לוי פאלקאוויטש שלוימי דאסקל

יואלי קליין, ישעי' גראס

יואלי קליין, ישעי' גראס, הערשי וויינבערגער

יואלי ראטה

יודי ביאלוסטוצקי

יודי ביאלוסטוצקי, מושי שווארץ

יודל ווערדיגער

יום טוב עהרליך

יומי לאווי

יונגערליך

יונגערלעך

יונתן שווארץ

יוסף זאב בראווער

יוסף משה כהנא

יושע בערקוי, גרשי אורי

ימי לעווי

יענקי אויש

יענקי דאסקאל

יענקי ושלומי דאסקאל

יעקב שוואקי

ישראל אדלער

ישראל ווערדיגער

ישראל ורדיגער

ישראל ורדיגר

לוי פאלקאוויטש

לוי פאלקאוויטש, הערשי ראטענבערג

לייבי מאשקאוויטש

ליפא שמעלצער

מאטי אילאוויטש

מאטי אילאוויטש, יודי ביאליסטוצקי

מאטי וויזל

מאטי וויזל, שרולי גרין, ישעי' גראס

מאטי וויזעל, מיכאל שניצלער

מאטי שטיינמעטץ

מאיר דוד פארקאש

מונה ראזנבלום

מושי שווארץ, דובי מייזעלס

מיילך ברוינשטיין

מיילך קאהן

מיילעך ברוינשטיין, מאטי אילאוויטש

מיכאל שניצלער

מנחם מאשקאוויטש

מענדי ווייס, יודי ביאלוסטוצקי

מקהלת מלכות, יואלי דווידאוויטש

מקהלת מלכות,שלומי גערטנער,דודי קאליש,אהר'לע סאמעט

מרדכי ווערדיגער

משה אושר

משה גאלדמאן

משה דוד ווייסמאנדל

משולם גרינבערגער

ניגוני ווערצבערגער

סקולען

עתיק

פינחס מרדכי וועבער

פיני איינהארן

פיני איינהארן, מענדי גולדברג

צאלי גאלד

קאלוב

קינדער קלאנגען

ר' יוסף בנימין וועבער

ר' שלמה טויסיג

שבת'דיג

שימי ענגעל

שלום לעממער

שלומי גערטנער

שלומי דאסקאל

שלמה יעקב וועבער

שלמה קארליבאך

שמואלי אונגאר

שמילי אונגאר

שמעי ענגעל

שמשון ניימאן

שרגי געשטעטנער

שרולי גרין

א איד

s0467 א איד לחן: הרה"ח ר' ישראל בריעף ז"ל | אין חדר אריין - דוד ווערדיגער א איד לחן: הרה"ח ר' ישראל בריעף ז"ל | אין חדר אריין - דוד ווערדיגער א איד צו זיין איז טייער א איד צו זיין איז גוט לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכע איד

א איד דארף פרייליך זיין

s0514 א איד דארף פרייליך זיין לחן: עתיק | כינורו של משיח א איד דארף פרייליך זיין לחן: עתיק | כינורו של משיח א איד דארף פרייליך זיין שמחה איז א הויכע שיין למעלה מן הזמן מוחין דגדלות א איד דארף פרייליך זיין שטן אוועק אוועק צרות אן עק אן עק שמחה ביז אן א ברעג א איד דארף פרייליך זיין אידן געט א טאנץ וועט זיין די שמחה גאנץ דאס איז דעם אידנ'ס גלאנץ א איד דארף פרייליך זיין

א באל אין הימל

s0197 א באל אין הימל נהגו לזמר אצל הרה"ק החקל יצחק זצ"ל בפורים אחרון של פסח ושמחת תורה א באל אין הימל נהגו לזמר אצל הרה"ק החקל יצחק זצ"ל בפורים אחרון של פסח ושמחת תורה א באל אין הימל איז פאר אונז אנגעגרייט מיר זענען אלע געלאדנט צום חתן א זאל מיט קרודענצן איז פאר אונז בערייט אינמיטן ליגט דער לויתן מלאכים אלס משרתים שטייען און גאט איז דער סארווער אליין ער טיילט דאך א יעדן וויפיל ער איז ווערד דער סארווער גייט א קרוין און טיילט א יעדן נאך זיין לוין אלעס איז ביי אים ריכטיג אויפגעקלערט אבער דער וואס איז נישט געלאדנט אויף דער באל דעם לאזט מען נישט אריין אין דעם זאל מעג ער דער גרעסטער מיוחס זיין קיין שקר קיין חנופה איז דארט נישט פארהאן צדיקים זיצן פרייליך און אויבן זיצט דער מלך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין אז א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד מיט אלע גאטונג פרוכטן איז דער זאל אויסגעהאנגען די זון מיט איר שיינהייט אויף זיי לייכט אין גוטן וועג ווער עס איז געגאנגען דער ווערט אהין מיט פאראד געבראכט דער וואס האט די הייליגע תורה געלערנט און דעם בורא נישט דערצערנט ער האט אלעס ריכטיג געצילט זיין וואונטש האט ער ערפילט דער ווערט אהין מיט כבוד געפירט און מיט בריליאנטן אויסגעצירט אבער ווער עס האט אלעס געטון פונקט פארקערט און דעם בורא נישט צוגעהערט דער מוז אינדרויסן שטיין אין זאל אויפן באל טאר ער נישט אריינגיין צדיקים זיצן פרייליך און אויבן זיצט דער מלך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין אז א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד א יעדער צדיק זיצט זיך אויף זיין שטול און די ביימער שטייען אינמיטן זאל חיות און עופות זענען דארט פיל און פון אונטן גייט א שטארקע קוואל די כלה מיטן חתן דעם שור הבור מיטן לוויתן זיי האבן אויך א שמחה מיט די חשוב'ע געסט זיי בעטן זיך אליין צו אונז זאלט איר קומען צו גיין ביי אונז וועט איר האבן גאר די גוטע קעסט דוד המלך זיצט זיך איינגעהילט ער האלט דעם פידל און ער שפילט דער סארווער קומט אלץ אריין און געט פאר א יעדן א בעכער מיט וויין מ'עסט און מ'טרינקט מ'זינגט און מ'שפילט די שמחה איז גאר אויף דעם העכסטן גראד מלאכים אלע ערליי שטייען נעבן זיי זיי פירן אריין די געסט מיט כבוד און פאראד צדיקים זיצן פרייליך און אויבן זיצט דער מלך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין אז א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד ביי דער זייט פון טויער שטייט א וואך דאס איז דאך אברהם אבינו אליין צו אים קומען מענטשן גאר אסאך אבער נישט א יעדן לאזט מען אריינגיין ווי ער שטייט אזוי ביי די טיר קומט איינער צו צו איר ער שרייט ער איז א יחסן ער האט אלעס געטון בהיתר אוי א גוטן איד האב איך געהאט פון די מאמע'ס צד א זיידן א מגיד א רב א פעטער אבער דער וועכטער קוקט אים אן און לאכט יונגערמאנטשיק!אבער וואס האסטו אליין אהערגעבראכט ווייז נאר דיין בילעט געשווינד איך האב נישט זאגט ער גראדע ביי מיר אצינד לאזט נאר מיך אריין איך וויל ביי מיין זיידן זיין ער האט אסאך בילעטן און מיינעם אויך ביי זיך דער וועכטער ענטפערט דא איז קיין סיקרעטן דא מוז מען האבן בילעטן גיי אוועק פון דאנען דא ביסטו קיין בטוח צדיקים זיצן פרייליך און אויבן זיצט דער מלך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין אז א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד דער וועכטער איז שטענדיג גרייט צו רעווידירן די געסט וואס קומען אהן צו די טיר מיטאמאל קומט זיך אן א גרעפין ברייט זי וויל אויך אנקוקן דאס אידישע קווארטיר זי שרייט זי איז רייך זי וועט געבן געלט אסאך לאזט מיר נאר אריין אויף אן אויגנבליק איך וועל ענק געבן געלט וויפיל איר ווילט ווייל ביי מיר געלט קיין ראלע שפילט איך וועל מיך נישט פארזוימען איך גיי שוין באלד צוריק דער וועכטער לאכט זיך אויס פון איר ער זאגט די טיר איז צו שמאל פאר דיר אויף אזעלכע געסט ווי דו ביסט קוקן מיר נישט ארויס גיי פון דא געשיקט צו דעם וואס אויף דיר קוקט גיי שוין גיכער ווייל מ'ווארט אויף דיר דארט אהין זאלסטו גייען דארט וועט מען דיך דערפרייען דארט זאלסטו וואוינען ווייל דארט איז דיין ארט צדיקים זיצן פרייליך און אויבן זיצט דער מלך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין אז א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד די געשמאקן פון די ביימער זענען צוקער זיס אן אנגענעמער גערוך שפירט מען דארטן א יעדער איינער וואלט זיך געוואונטשןצו האבן דעם זכות צו שפאצירן אין דעם גארטן מ'קומט צו פארן פון ווייטע לענדער הערן מיט הויכע צילינדער אריינצוגיין אין גארטן דאס איז זייער פלאן ער שרייט ער איז א שררה צען טויזנט דאלער איז ביי אים א כפרה ער האט אסאך גיטער ער איז א רייכער מאן אבער דער וועכטער שטייט אויך דארט און ער רעווידירט אים אויפן ארט ער געפינט אין אים א פלעק האסט נישט געגעבן קיין צדקה גיי'זשע פון דאנעט אוועק האסט דיך צופיל ערלויבט ארעמעלייט האסטו בארויבט צו וואס טויג מיר דיין עשירות מיט דיין פיל געלט ער געט אים איבער צו יענעם צום שר פון גיהנם דארט זאלסטו וואוינען ווייל דארט איז דיין וועלט צדיקים זיצן פרייליך און אויבן זיצט דער מלך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין אז א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד מיט דעם קאפ איינגעבויגן קומט זיך אן ארעמאן און דעם בילעט האט ער ביי זיך אין טאש דא אויף דער סעודה וויל איך אויך זיין ער שטעלט זיך אנידער ברייט מיט קוראזש איך האב פיל צרות געליטן דעפאר וויל איך דא זיין א מחותן ווייל אויף דער סעודה האב איך שוין לאנג געווארט מיין בילעט נאר גיט א באטראכט וואס איך האב אהער געבראכט איך גיי נישט פון דאנעט ער איז איינגעשפארט דער וועכטער געט אים באלד די האנט און זאגט אים דו ביסט מיר שוין לאנג באקאנט ער געט אים באלד אן ארט אלע אינאיינעם זיצן פרייליך דארט דארטן זיצן אלע גלייך סיי ארעם סיי רייך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין ווען א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד צדיקים זיצן פרייליך און אויבן זיצט דער מלך די משרתים די מלאכים באדינען אקוראט דער סארווער זעט אליין אז א צדיק קומט צו גיין פירט ער אים אריין מיט כבוד און פאראד

א בריוול דער מאמע

s0609 א בריוול דער מאמע א בריוול דער מאמע מיין קינד מיין טרייסט דו פארסט אוועק זע זיי א זון א גוטער דיך בעט מיט טרערן און מיט שרעק דיין טרייער דיין ליבע מוטער דו פארסט מיין קינד מיין איין איינציג קינד אריבער ווייטע ימ'ען אנקום אהין נאר פריש געזונט און נישט פארגעסן דיין מאמען יא פאר געזונט און קום מיט גליק זע יעדע וואך א בריוול שיק דיין מאמע'ס הארץ מיין קינד דערקוויק א בריוועלע דער מאמען זאלסטו נישט פארזוימען שרייב געשווינד ליבער קינד שענק איר נחמה די מאמע וועט דיין בריוועלע לעזן און זי וועט גענעזן היילסט איר שמארץ איר ביטער הארץ דערקוויקסט איר די נשמה

א דודעלע

s0273 א דודעלע מחבר: הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל א דודעלע מחבר: הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל רבונו של עולם איך וועל דיר א דודע’לע זינגען דו איה אמצאך ואיה לא אמצאך אוואו טו איך דיך געפינען און אוואו טו איך דיך ניט געפינען אוואו איך גיי דו און אוואו איך שטיי דו נאר דו אבער דו ווידער דו דו אז ס’איז מיר גוט דו חלילה פארקערט ווייטער דו דו מזרח דו מערב דו צפון דו דרום דו דו שמים דו ארץ דו מעלה דו מטה דו דו אוואו איך קער מיך און אוואו איך ווענד מיך נאר דו

א ווינקעלע

s0211 א ווינקעלע לחן: ר' מנחם דאווידאוויטש | לחיים זיץ א ווינקעלע לחן: ר' מנחם דאווידאוויטש | לחיים זיץ אין א ווינקעלע שטייט א איד און וויינט ווייל זיין קינד אין מלחמה גייט און די טרערן ווי וואסער גיסן ער שטייט און ער בעט ביי זיין טאטן אין הימל אוי טאטע טאטע טאטע טאטע מיר האבן שוין גענוג דורכגעמאכט מיר האבן שוין גענוג דורכגעמאכט אוי טאטע טאטע טאטע טאטע נא אל תשכחנו נא אל תשכחנו

א פייער

s0356 א פייער לחן: הבחור מתתיהו הי"ד תלמיד ישיבת חכמי לובלין | די גרויסע חתונה - מונה א פייער לחן: הבחור מתתיהו הי"ד תלמיד ישיבת חכמי לובלין | די גרויסע חתונה - מונה א פייער זאל ברענען און א רויך זאל נישט גיין דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין פאר דעם פאר דעם אליין איז כדאי א חסיד צו זיין פאר דעם פאר דעם אליין איז כדאי א חסיד צו זיין

אדיר הוא בעליונים

s0596 אדיר הוא בעליונים אדיר הוא בעליונים אדיר הוא בעליונים בחור הוא בתחתונים ובעליונים ובתחתונים הכל מודים ומאמינים כי הוי"ה אחד ושמו אחד א שטארקער ביסטו פון אויבן אן אויסדערוועלטער ביסטו פון אונטן און פון אונטן און פון אויבן אלע לויבן אלע גלויבן אז דו ביסט איינער און נישט מער קיינער

אודה לקל

s0001 אודה לקל מחבר: ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד הי"ד שו"ב בטשעבין | זמירות ישראל באידיש אודה לקל מחבר: ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד הי"ד שו"ב בטשעבין | זמירות ישראל באידיש געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן נעם דיר נאר גוט אין אכט אז די נשמה די שיינע פראכט זי זאל נישט קומען צו קיין שאנד ווייל זי איז דיאמאנט און בריליאנט דו מוזט דאך וויסן דערפון אז זי שיינט ווי די זון זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן איר שטאם איז לויטער און ריין פון כסא הכבוד אליין און מיט איר גרויסן ווערד פלאנטערט זי אויף דער ערד דארף מען היטן זי ווי פון א פייער און ווי פון א ברי זי זאל שיינען און לייכטן יעדן מארגן-פרי געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן וואך פון שלאף אויף און נעם דיר נאר גוט אין באטראכט אז די נשמה גייט ארויף אין הימל יעדע נאכט דין וחשבון יעדן טאג מוז זי געבן מיט איר זאג פאר דעם יוצר וואס האט באשאפן נאכט און טאג געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן אוי איז דאס נישט גוט ווי שלעכט איז די מינוט ווען זי ווערט פארגעפירט באדעקט מיט זינד און פארשמירט א פנים האט זי רעכט ווי א שפחה און ווי א קנעכט ווען און וואו יעדן אינדערפרי געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן דער מענטש שפירט דעמאלטס דאס גליק ווען ער טוט דעם באשעפער'ס ווילן קומט די נשמה צוריק באקרוינט מיט טלית און תפילין באצירט און באשיינט איז זי ווי א כלה כמות שהיא שטענדיג אלעמאל אינדערפרי געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן באגלייבט איז דער באשעפער און קראנט מיט דעם משכון אין דער האנט זי צוריקצושטעלן ריין ווי דער מענטש וויל אליין ער שטייט אויף פריש און געזונט ער שטארבט נישט פון זיינע זינד ווידער א נאכט ווידער א טאג אויך אצינד געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן טוטס זיך טראכטן און קלערן וויאזוי די נשמה צו ערנערן די נשמה די איינע די שיינע די ריינע ווייל דער וואס געבט זיך נישט די מי וויאזוי צו שוינען און צו היטן זי ווי וועט ער זוכה זיין צו דער ליכט פון דער פרי געלויבט ביסטו קודשא בריך הוא דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן איך לויב און דאנק מיט מיין געזאנג צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן

אוי ווי גוט

s0377 אוי ווי גוט לחן: עתיק אוי ווי גוט לחן: עתיק אוי ווי גוט און אוי ווי וואויל איז צו זיין א איד לערנען און דאווענען און קיינמאל נישט מיד אוי ווי ביטער און אוי ווי פינסטער איז צו זיין א גוי אוי לו וויי לו בזה ובבא

אוי ווי גוט צו זיין א איד

s0693 אוי ווי גוט צו זיין א איד אוי ווי גוט צו זיין א איד אמאל בין איך געגאנגען אין גאס האט מיר געטראפן א גוי האט ער מיר געגעבן א פאטש האב איך געשריגן אוי אוי ווי גוט צו זיין א איד אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע

אוי חנוכה

s0468 אוי חנוכה לחן ומילים: עממי אוי חנוכה לחן ומילים: עממי אוי חנוכה אוי חנוכה א יום טוב א שיינע א לוסטיגע א פרייליכע נישט דא נאך אזיינע אלע נאכט מיט דריידעלעך שפילן מיר הייסע פרישע לאטקעס עסן מיר אן א שיעור קומטס קינדער געשווינדער די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן זאגט על הנסים און דאנקען פאר די נסים און לאמיר אלע טאנצן אין ראד יהודה האט פארטריבן דעם רשע דעם רוצח און האט אין בית המקדש געזונגען למנצח די שטאט ירושלים האט ווידער אויפגעלעבט און צו א נייע לעבן האט יעדער איד געשטרעבט

אויפן וועג שטייט א בוים

s0610 אויפן וועג שטייט א בוים אויפן וועג שטייט א בוים אויפן וועג שטייט א בוים שטייט ער איינגעבויגן אלע פויגלן פונעם בוים זענען זיך צעפלויגן דריי קיין מזרח דריי קיין מערב און דער רעשט קיין דרום און דעם בוים געלאזט אליין הפקר פארן שטורעם זאג איך צו דער מאמע הער זאלסט מיר נאר נישט שטערן וועל איך מאמע איינס און צוויי באלד א פויגל ווערן איך וועל זיצן אויפן בוים און וועל אים פארוויגן א0יבערן ווינטער מיט א טרייסט מיט א שיינעם ניגון זאגט די מאמע ליבע קינד און זי וויינט מיט טרערן קענסט חלילה אויפן בוים מיר פארפרוירן ווערן זאג איך מאמע ס'איז א שאד דיינע שיינע אויגן און איידער וואס און איידער ווען בין איך מיר א פויגל וויינט זי מאמע איציק קרוין נעם אום גאטעס ווילן נעם כאטש מיט א שאליקל זאלסט זיך נישט פארקילן די קאלאשן נעם דיר מיט ס'גייט א שארפער ווינטער און די קוטשמע טו דיר אן וויי איז מיר און ווינד און דאס ווינטער-לייבל נעם טו עס אן דו שוטה אויב דו ווילסט נישט זיין קיין גאסט צווישן אלע טויטע כ'הויב די פליגל ס'איז מיר שווער זאג איך צופיל זאכן האט די מאמע אנגעטאן דעם פייגעלע דעם שוואכן קוק איך טרויעריק מיר אריין אין דער מאמעס אויגן ס'האט איר ליבשאפט נישט געלאזט ווערן מיך א פויגל אויפן וועג שטייט א בוים שטייט ער איינגעבויגן אלע פייגל פונעם בוים זענען זיך צעפלויגן

אויפן פריפעטשיק

s0533 אויפן פריפעטשיק לחן ומילים: מ ווארשאווסקי אויפן פריפעטשיק לחן ומילים: מ ווארשאווסקי אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל און אין שטוב איז הייס און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך דעם אלף בית זאגט'זשע קינדערלעך געדענקט'זשע טייערע וואס איר לערנט דא זאגט'זשע נאכאמאל און טאקע נאכאמאל קמץ אלף - א לערנט קינדער מיט גרויס חשק אזוי זאג איך אייך אן ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי דער באקומט א פאן לערנט קינדער האט נישט מורא יעדער אנהייב איז שווער גליקליך דער וואס האט געלערנט תורה צי דארף א מענטש נאך מער אז איר וועט קינדער עלטער ווערן וועט איר אליין פארשטיין וויפיל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפיל געוויין אז איר וועט קינדער דעם גלות שלעפן אויסגעמוטשעט זיין זאלט איר פון די אותיות כח שעפן קוקט אין זיי אריין

אזון להוריך

s0594 אזון להוריך מקור: יוצר ליום א' של חג השבועות אזון להוריך מקור: יוצר ליום א' של חג השבועות אזון להוריך פארנעם צו דיינע עלטערן בחבור אמונים וואס זיי האבן חתונה געהאטמיט חופה און קידושין בעתירות מיט בעטונגען צו השם יתברך אותך קונים האבן זיי דיך געקויפט גררוך זיי האבן דיך אריינגעברענגט בברית איתנים אין בונד פון די שטארקע די חלב שדים מיט גענוג פעטע מילך לך מדשנים האבן זיי דיך פעט געמאכט המלבישוך וואס זיי האבן דיך אנגעקליידט לבוש עדנים שיינע קליידער ומאכלים און עסנווארג בפיך נותנים אין דיין מויל געבן זיי זועקים בעדך זיי שרייען וועגן דיר תחנונים בעטונגען חיתך וועגן דיין לעבן בעטן זיי למו צו אים צום אייבערשטן דר עליונים וואס וואוינט אויבן טועניך זיי האבן דיך געטראגן על שכמם אויף זייער אקסלען כאומנים אזוי ווי אויפציערס יגיעי בך זיי פלאגן זיך מיט דיר שבעי אונים זיי זענען זאט מיט צרות כאב א ווייטאג אם יקראך אויב עס וועט דיך טרעפן הם מתענים פאסטן זיי ליראת שקי צו די פארכט פון אלמעכטיגן גאט אתך מפנים טוען זיי דיך קערן מצוות ודתות מצוות און געזעצן פון די תורה לך מבוננים געבן זיי דיר צו פארשטיין נחלת הון אן ארבטייל פארמעגן ובית און א הויז לך מקנים צו דיר קויפן זיי סומכים לך זיי לעהנען אונטער צו דיר עזר א הילף ומתחתנים און זיי מאכן דיר חתונה עשה חפצם מאך זייער ווילן ולא תעוז פנים און דו זאלסט נישט זיין קיין עזות פנים

אייגעלעך

s0469 אייגעלעך לחן ומילים: קינדערוועלט אייגעלעך לחן ומילים: קינדערוועלט ווען איך עפן אויף די אייגעלעך די אייגעלעך איעדן אינדערפרי הער איך זינגען פייגעלעך פייגעלעך זיי זינגען מודה אני בין איך מקנא די פייגעלעך איך שטיי אויף שנעל נישט פויל וואש אפ הענט און אייגעלעך מאך א ברכה און נעם אין מויל אפגעגעסן אויפגעטרונקען אנגעטון צניעות'דיג און שיין מיין צדקה נישט פארגעסן לויף איך שנעל אין חדר אריין

אילן אילן

s0547 אילן אילן לחן: ר' יהושע מענדלאוויטש | מילים: ר' יקיר ברוין | להגדיל אילן אילן לחן: ר' יהושע מענדלאוויטש | מילים: ר' יקיר ברוין | להגדיל אין פעלד שפאצירן גיי מיר זעענדיג ביימער צו ביימער זענען געגליכן די מענטשן פונקט ווי דער אילן אזוי אויך אידן ווילן מ'זאל זיי דערמיט בענטשן און אויף די ביימער דארטן שפראצן אלע סארטן געשמאקע פירות ממש א וואונדער דאס זעלבע בעטן אידן כסדר תמידין אזוי אויך אונזערע קינדער זיי זאלן זיין געראטן און גיין אין אונזער שאטן אלע מגדול ועד קטן אפגעהיטן ווערן פון שטן יעדער טאטע און יעדע מאמע בעט יהא רעוא קמיה צו דערלעבן דאס גרויסע גליק למען לא ניגע לריק אוי יהא רעוא אז זייער אהבה זאל זיין צו דיר טאטע אלע פון זיי זאלן בלייבן געטריי יעדעס קינד זאל האבן א בונד צו דיר בכל שעתא ושעתא אוי ברוב רחמיך רחם בחסדיך האב רחמנות אויף אונז למטה אויף די קינדערלעך אויף זיי אוי הלואי יעדעס קינד זאל זיין געזונט אלעמאל בכל שעתא ושעתא זיי זאלן זיין געראטן און גיין אין אונזער שאטן אלע מגדול ועד קטן אפגעהיטן ווערן פון שטן

אין כאלקינו

s0384 אין כאלקינו לחן: עתיק | א מחיה - אברהם פריד אין כאלקינו לחן: עתיק | א מחיה - אברהם פריד נישטא אזא גאט ווי אונזער גאט אין כאלוקינו נישטא אזא הער ווי אונזער הער אין כאדונינו נישטא אזא מלך ווי אונזער מלך אין כמלכנו נישט דא אזא העלפער ווי אונזער העלפער אין כמושיענו ווער איז אזא גאט ווי אונזער גאט מי כאלוקינו ווער איז אזא הער ווי אונזער הער מי כאדונינו ווער איז אזא מלך ווי אונזער מלך מי כמלכנו ווער איז אזא העלפער ווי אונזער העלפער מי כמושיענו לאמיר לויבן צו אונזער גאט נודה לאלוקינו לאמיר לויבן צו אונזער הער נודה לאדונינו לאמיר לויבן צו אונזער מלך נודה למלכנו לאמיר לויבן צו אונזער העלפער נודה למושיענו געלויבט ביסטו אונזער גאט ברוך אלוקינו געלויבט ביסטו אונזער הער ברוך אדונינו געלויבט ביסטו אונזער מלך ברוך מלכנו געלויבט ביסטו אונזער העלפער ברוך מושיענו דו ביסט אונזער גאט אתה הוא אלוקינו דו ביסט אונזער הער אתה הוא אדונינו דו ביסט אונזער מלך אתה הוא מלכנו דו ביסט אונזער העלפער אתה הוא מושיענו

אלקא די לי'

s0603 אלקא די לי' אלקא די לי' אלקא די לי' מיר בעטן דיר ק-ל חי העלף אונז טאטע זיסע יקר ורבותא אלקא די לי' אידישע קינדער אזוי געטריי בעטן פאר כבוד מלכותו יקר ורבותא פרוק ית ענך פון דעם שווערן יאך אוי וכו'כי מחכים אנחנו לך אוי וכו'נעם אונז ארויס פון דעם לייבן גרוב און בוי שוין אויף דיין הייליג שטוב פרוק ית ענך פון דעם תפיסה אוי וכו'ואפיק ית עמך מגו גלותא אוי וכו'דיין הייליג פאלק די געטרייע עמך די בחרת מכל אמיא אוי למקדשך למקדשך תוב דעם בית המקדש דער נועם זיו ווען קומט שוין דער טאג ווען מיר וועלן זיין דערין רוחין ונפשין אוי ויזמרון ויזמרון לך מיר וועלן זינגען נאך און נאך בירושלים אין דעם שטאט די נייע קרתא דשפריא אוי ויזמרון ויזמרון לך מיר וועלן זינגען נאך און נאך בירושלים אין דעם שטאט די נייע קרתא דשפריא

אלקא דיליה

s0385 אלקא דיליה לחן: עתיק | זמירות שבת באידיש אלקא דיליה לחן: עתיק | זמירות שבת באידיש אלקא דיליה מיר בעטן דיר קל חי העלף אונז טאטע זיסע יקר ורבותא אלקא דיליה אידישע קינדער אזוי געטריי בעטן פאר כבוד מלכותו יקר ורבותא פרוק ית ענך פון דעם שווערן יאך אוי כי מחכים אנחנו לך אוי נעם אונז ארויס פון דעם לייבן גרוב און בוי שוין אויף דיין הייליג שטוב פרוק ית ענך פון דעם תפיסה אוי ואפיק ית עמך מגו גלותא אוי דיין הייליג פאלק די געטרייע עמך די בחרת מכל אומיא אוי למקדשך למקדשך תוב דעם בית המקדש דער נועם זיו ווען קומט שוין דער טאג ווען מיר וועלן זיין דערין רוחין ונפשין אוי ויזמרון ויזמרון לך מיר וועלן זינגען נאך און נאך בירושלים אין די שטאט די נייע קרתא דשופריא מאכט זיך אמאל א שווערע מינוט ס'גלוסט זיך צו טון עפעס נישט גוט א נסיון זייער שווער ס'איז אדער אהין אדער אהער טאטע האסט מיך באשאפן פריש און געזונט הענט וואס דערגרייכן אויגן וואס זעען געשווינד אויערן וואס הערן פיס וואס לויפט און גייט א מויל וואס רעדט א מח וואס פארשטייט ווי קען איך האלטן קאפ אן ווערן צעמישט ווען צו רעדן און ווען חלילה נישט וואו צו קוקן און וואו צו לויפן אהין וואס צו הערן און וואס נישט נאכטון די "נסיונות" איז די גאנצע כוונה די "מלחמה" איז די גרעסטע מתנה האסט דעם כח זיך צו וועלן ביסט מחליט אליין אז דו ווילסט זאגסטו "יא" אז דו ווילסט זאגסטו "ניין" יעדער האט פונקט וויפיל ער קען ביישטיין וויפיל בעט א מענטש ער זאל נישט האבן נסיונות לא הן ולא שכרן מוותר אויף אלע חשבונות אבער מ'קען דאך פון א נסיון נישט אנטלויפן ביז נאך וואס ער שטארקט זיך אויפן בעסטן אופן פאר קיין שום פרייז וועט ער עס נישט פארקויפן קה רבון עלם ועלמיא געב מיר כח סייעתא דשמיא ראטעווע לאז מיך נישט אליין מיט מיין אייגענעם כח וועט עס נישט גיין העלף מיר צו וועל איך יא ביישטיין

ביימעלע

s0601 ביימעלע ביימעלע אילן במה אברכך פרותיך מתוקים צלך נאה אמת המים עוברת תחתיך אלא יהי רצון שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך ביימעלע ביימעלע ביימעלע ביימעלע מיט וואס זאל איך דיר בענטשן דיינע פרוכט זענען זיס דיין שאטן איז שיין א קוואל וואס אונטער דיר טוט גיין נאר דאס איינער נאר דאס איינער עס זאל זיין דער ווילן פון דעם בורא עס זאל זיין דער ווילן פון דעם בורא אז אלע פלאנצונגען וואס מ'וועט פון דיר פלאנצן אז אלע פלאנצונגען וואס מ'וועט פון דיר פלאנצן זאלן זיין ווי דיר אינגאנצן זאלן זיין ווי דיר אינגאנצן

ביסט דאך א איד

s0516 ביסט דאך א איד ביסט דאך א איד וואלסטו געוואלט פרעגן ביסט דאך א איד וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?וואלסטו געוואלט פרעגן ביסט דאך א איד וואס טוט זיך מיט דיין בטחון?וואלסטו געוואלט פרעגן ביסט דאך א איד וואס טוט זיך מיט דיין גאות?וואלסטו געוואלט פרעגן ביסט דאך א איד וואס טוט זיך מיט דיין דבקות? פונדעסטוועגן ביסטו דאך א איד פונדעסטוועגן ביסטו דאך א איד ווייל מרה שחורה איז קיין סחורה נישט ווייל מרה שחורה איז קיין סחורה נישט ווייל וואס מיט שמחה קען מען נישט קען מען מיט מרה שחורה אודאי אודאי אודאי אודאי נישט

גוט שבת

s0006 גוט שבת לחן: עתיק גוט שבת לחן: עתיק גוט שבת גוט שבת גוט שבת גוט שבת גוט שבת אוי וויי אוי וויי אוי וויי אוי וויי שרייט'זשע אידעלעך גוט שבת זאג'זשע אידעלעך גוט שבת הייליגער שבת לעכטיגער שבת שרייט'זשע אלע גוט שבת

גייט א איד

s0359 גייט א איד גייט א איד גייט א גוי אין שענקל אריין אין שענקל אריין אין שענקל אריין כאפט ער דארט א גלעזעלע וויין א גלעזעלע וויין א גלעזעלע וויין אהההה ווייל שיכור איז דער גוי שיכור איז ער טרינקען מוז ער ווייל ער איז א גוי גייט א גוי פון שענקל ארויס פון שענקל ארויס פון שענקל ארויס ברעכט ער דארט די שומר פחות די טישעלעך אויס די פענסטערלעך ארויס אהההה ווייל שיכור איז א גוי שיכור איז ער ברעכן מוז ער ווייל ער איז א גוי גייט א איד אין בית מדרש אריין אין בית מדרש אריין אין בית מדרש אריין כאפט ער דארט א מעריב׳ל אריין א מנחה׳לע אריין א בלאט גמרא אריין און ער געט א דריי מיטן גראבן פינגער אלו דברים שאין להם שיעור הפאה והביכורים והראיון וגמילת חסדים ותלמוד תורה אההה ווייל ניכטער איז דער איד ניכטער איז ער לערנען מוז ער ווייל ער איז איד

גלות גלות

s0428 גלות גלות מחבר: הרה"ק ר' אייזיקל מ'קאלוב זצ"ל גלות גלות מחבר: הרה"ק ר' אייזיקל מ'קאלוב זצ"ל גלות גלות ווי גרויס ביסטו שכינה הקדושה ווי ווייט ביסטו וואלט דער גלות קלענער געווען וואלט די שכינה נענטער געווען

געוואלד'זשע ברידער

s0390 געוואלד'זשע ברידער מחבר: הרה"ק ר' אייזיקל מ'קאלוב זצ"ל | אידישע קלאסיקס 1 געוואלד'זשע ברידער מחבר: הרה"ק ר' אייזיקל מ'קאלוב זצ"ל | אידישע קלאסיקס 1 געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו זאגן תהלים איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו זאגן תהלים איינס צוויי דריי פיר נישט קיין תהלים נאר געשלאפן צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו גיין דאווענען איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו גיין דאווענען איינס צוויי דריי פיר נישט קיין תהלים נישט קיין דאווענען נישט קיין דאווענען נאר געשלאפן צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו גיין לערנען איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו גיין לערנען איינס צוויי דריי פיר נישט קיין תהלים נישט קיין דאווענען נישט קיין דאווענען נישט קיין לערנען נישט קיין לערנען נאר געשלאפן צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו זיין אידן איינס צוויי דריי פיר ס’איז שוין צייט צו זיין אידן איינס צוויי דריי פיר הער זיך איין אידעלע אוי הער זיך איין מיין זיס אידעלע מיין טייער אידעלע נאר הער זיך איין מיט אסאך הארץ מיט אסאך נשמה אויב נישט קיין תהלים אויב נישט קיין לערנען אויב נישט קיין דאווענען ביסטו נישט קיין איד און אויב דו ביסט נישט קיין איד ביסט נאר געשלאפן צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט

געווען איז געווען

s0571 געווען איז געווען לחן: שלמה קארליבאך | מילים: הרב דן סגל שליט"א | לחיים טיש - פורים 3 געווען איז געווען לחן: שלמה קארליבאך | מילים: הרב דן סגל שליט"א | לחיים טיש - פורים 3 וואס איז געווען איז געווען וואס איז געשען איז געשען וואס ס’וועט זיין וועט זיין איצטער בין איך א איד טאטע באניי מיר אינגאנצן פלאקער מיר אן מיין הארץ

דאס אידישע ליד

s0360 דאס אידישע ליד דאס אידישע ליד דער איד מעג זיין ארעם דאך איז ער זייער רייך ווייל גייסטיגע אוצרות האט דער איד זייער אסאך דער איד איז געדולדיג זיין בטחון איז גרויס פון א ברענענדיגן אויוון איז ער לעבעדיג ארויס מען רופט אים בן מלך א יחסן א גביר און יעדעס לאנד פארשליסט פאר אים די טיר ער וויינט און ער קלאגט ער קען שוין נישט מער אפילו זיין געלעכטער איז געמישט מיט א טרער מאכט זיך אמאל ס'גייט אים שוין גוט דערמאנט מען אים באלד אז ער איז א איד און מען גיט אים ווידער דעם שטעקן אין דער האנט און ער זוכט א ניי לאנד און קומט א ניי יאר אלע פעלקער ביז גאר זינגען און טאנצן און ווערן נישט מיד און דער איד ראש השנה זיצט אין שול מיט כוונה און הערט פון זיין חזן אן אנדער מין ליד הנני העני ממעש… על עמך ישראל אשר שלחוני… דאן יום כיפור ביינאכט אז איר גייט אריין אין שול וועט איר הערן דעם חזן זינגען אהה… אהה…דארט מיט א גרויס געפיל מיום כיפורים זה… לטובה און אויב מאכט זיך אויך אמאל ווען אויב פרייליך איז ישראל און ער זינגט זיך פרייליך אן מורא ווען עס קומט אן שמחת תורה שישו ושמחו בשמחת תורה…

די זיידעס

s0554 די זיידעס לחן: ר' יגאל ור' יואל צאליק | אנעים זמירות די זיידעס לחן: ר' יגאל ור' יואל צאליק | אנעים זמירות די זיידעס האבן געדאוונט געבעטן און געוויינט די אייניקלעך זאלן וואקסן און גליקליך זאלן זיין די זיידעס האבן געבעטן מיט טרערן און מיט מי פרנסה און געזונט און תורה נאכדערצו און נאכדערצו חדות ימים ושנות עולמים עורה עורה כבודי ועל ראשי יהיו תמים נר מצוה ואור תורה

די מאמע האט געהייסן

s0072 די מאמע האט געהייסן מחבר: הרה"ק רבי אהרן מקארלין זצ"ל | כולנו מסובין די מאמע האט געהייסן מחבר: הרה"ק רבי אהרן מקארלין זצ"ל | כולנו מסובין די מאמע האט געהייסן געהייסן ניסעלעך אפרייסן ניסעלעך אפרייסן אוי ווי הויך זענען די צווייגעלעך אוי ווי נידריג זענען די קינדערלעך זיי קענען נישט דערגרייכן אל גינת אגוז ירדתי לראות באבי הנחל לראות הפרחה הגפן הנצו הרמונים

דער אויבערשטער איז גוט

s0801 דער אויבערשטער איז גוט דער אויבערשטער איז גוט דער אויבערשטער איז גוטדער אויבערשטער איז גוטטוב ה' לכל דער אויבערשטער איז גוטדער אויבערשטער איז גוטטוב ה' לכל

האט א איד עבירות

s0477 האט א איד עבירות האט א איד עבירות האט א איד עבירות איז ער פול מיט צרות כאפט ער אן א הינדעלע און שלאגט מיט עס כפרות ארום ארום ארום די קעפעלע זה חליפתי זה תמורתי זה כפרתי כפרתי

הבן יקיר (פארוואס וויינסטו)

s0096 הבן יקיר מחבר: הרה"ק ר' מאיר בן הקדושת לוי זצ"ל | לעילא ולעילא הבן יקיר מחבר: הרה"ק ר' מאיר בן הקדושת לוי זצ"ל | לעילא ולעילא האט דער טאטע מיר אמאל פארציילט האט מיין טאטע מיר אמאל פארציילט אז ס'איז געווען אמאל א אידענע א אידענע וואס האט זייער ביטערליך געוויינט האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע פארוואס'זשע וויינסטו פארוואס'זשע וויינסטו האט די מאמע געענטפערט ווייל מיין קאפ טוט מיר זייער וויי זייער וויי זייער וויי האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע פארוואס'זשע וויינסטו פארוואס'זשע וויינסטו אז דו וועסט וויינען וועט דיין קאפ נאך סאך מער וויי טון נאך מער וויי טון נאך מער וויי טון האט די מאמע געפרעגט פון טאטן וויאזוי זאל איך נישט וויינען וויאזוי זאל איך נישט וויינען אז איך ווייס אז עס קומט אזא פארכטיגע יום הדין א יום הדין א יום הדין און איך האב אזא טייער קינד מיין טייער קינד ווער ווייסט צי ער וועט זוכה בדין זיין האט דער טאטע געזאגט צו די מאמע נאר נישט וויינען נאר נישט וויינען ווייל דו ווייסט דאך אז דו האסט אזא טייער קינד אזא טייער קינד ער וועט זיכער זוכה בדין זיין שטייט הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים

הדלקת הנרות

s0346 הדלקת הנרות הדלקת הנרות די שטוב איז שוין ריין שבת'דיג שיין א גאנצע וואך אויף דעם ווארט איך מיין מאמע זי שטייט מיט איר שבת'דיגע קלייד און מיט איר ווייסע טיכל און ווייסע פארטוך זי צינדט די ליכט און פארדעקט איר געזיכט פונקט ווי איר מאמע און אירע באבעס אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של שבת דאס פנים איז פארדעקט מיט ביידע הענט אבער דורך די שפאלטן אוי גוט מען דערקענט טרערן פון אירע אויגן עס רינט זי בעט זיך ווי א קינד אוי הייליגער טאטע העלף אונז אלע טעג צו זען ערליכע קינדער אויפן ריכטיגן וועג מיט נחת געזונט און גליק און פרנסה ברווח גענוג אוי איך זע מיין מאמען ביי די לעכטעלעך פלאמען און איך שטיי אין די זייט ביי די וואנט די תחינות זי זאגט אפ און זי זעצט זיך אראפ און איך געב איר א קוש אין די האנט

הייבט זיך

s0608 הייבט זיך הייבט זיך הייבט זיך הייבט זיך מער לאזט א פרייליך טרער ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט עס שמייכלט אזוי זיס עס גייט פון קאפ ביז פוס אזוי באטעמט דאס הארץ פון שמחה פרייט זיך פון נחת עס צוגייט זיך דער בת יחידה חתונה געמאכט דאס גאנצע לעבן נאר געשטרעבט אויף דעם געווארט אויף דעם געלעבט אנגעקומען איז דער גרויסע נאכט! די טרערן קוים עס שטילט זיך ווי דערהויבן ער פילט זיך דעמאלס דארפן געבן א קלער טראכטן פון די מענטשן וואס וואלטן זיך געווינטשן אויך צו לאזן א פרייליכע טרער וואו זיי זוכן א שידוך בכל מקום אידך פון צער זייער הארץ עס צוגייט בעט פון הארץ א תפילה לאז א טרער אפילו זיי זאלן אויך זוכה זיין צו פרייד בת ציון ויהודה דעם באשעפערס בת יחידה עוד ישמע זינגט מער און מער ווען איך טוה די ווערטער הערן צווישן מיינע פרייליכע טרערן מישט זיך אריין נאך א טרער הייבט זיך הייבט זיך מער לאזט א פרייליך טרער ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט עס שמייכלט אזוי זיס עס גייט פון קאפ ביז פוס אזוי באטעמט דאס הארץ פון שמחה פרייט זיך פון נחת עס צוגייט זיך יארן לאנג אויף קינדער זי בעהט ווי נאר זי הערט זיין קול בלויז א אינגעלע אויפן שויס טרעריליך פון נחת זי זינגט ווי גליקלעך איז די מאמע שוין זי נעמט ארום איר טייער קרוין דעמאלס דארף מען געבן א קלער טראכטן פון די מענטשן וואס וואלטן זיך געווינטשן אויך צו לאזן א פרייליכע טרער שוין יארן דורכגעלאפן אויף קינדער זיי נאך האפן פון זייער הארץ עס צוגייט בעט פון הארץ א תפילה לאז א טרער אפילו זיי זאלן אויך זוכה זיין צו פרייד רחל אונזער מאמעניו מבכה על בניה ווען קומען זיי צוריק אהער ווען איך טוה דעם קול ברמה הערן צווישן מיינע פרייליכע טרערן מישט זיך אריין נאך א טרער הייבט זיך הייבט זיך מער לאזט א פרייליך טרער ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט עס שמייכלט אזוי זיס עס גייט פון קאפ ביז פוס אזוי באטעמט דאס הארץ פון שמחה פרייט זיך פון נחת עס צוגייט זיך יארן לאנג עבדים היינו צוויי טויזענט יאר געווען פארשפארט אויף דעם געבעטן און געווארט אז ימלא שחוק פינו ירושלים’ער געסלעך אנפילן גאנצע פעסעלעך פון טרערן נחת און פון פרייד מיט די אבות צוזאמן רחל אונזער מאמען מען וועט שוין מער נישט ווערן אפגעשיידט דאס הארץ וועט אבער בענקען די זיסע טעג געדענקען פון א מצווה וואס אנגעקומען שווער די געגעים וועלן זיך מערן צווישן מיינע פרייליכע טרערן מישט זיך אריין נאך א טרער הייבט זיך הייבט זיך מער לאזט א פרייליך טרער ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט עס שמייכלט אזוי זיס עס גייט פון קאפ ביז פוס אזוי באטעמט

ווי נעמט מען

s0575 ווי נעמט מען מחבר: הרה"ק ר' אהרן מקארלין זצ"ל | לחיים טיש - ימים נוראים 2 ווי נעמט מען מחבר: הרה"ק ר' אהרן מקארלין זצ"ל | לחיים טיש - ימים נוראים 2 ווי נעמט מען די הייליגע טעג זיי זענען אוועקגעגאנגען מיר דארפן זיי צוהאלטן מיט אייזערנע צוואנגען מיט אייזערנע צוואנגען צוהאלטן און תשובה צו טון אויף דעם אלטן די עבירות אוועק צו ווארפן און דעם בורא עולם צו הארכן די ערגסטע מדה איז גאות עס דערווייטערט פון אחוה וריעות און נאר אביסל ענוה דאס איז דאך א מדה טובה די כתר פון תורה איז אפן מ’קען דאס נישט קריגן מיט שלאפן נאר מיט יגיעה רבה קען מען קונה זיין עולם הבא מיט תורה ויראת שמים דאס איז דאך די אמת’ע חיים א לעבן פון נצח נצחים א חסד פון מלך מלכים

וויש וואש

s0481 וויש וואש וויש וואש וויש וואש וויש וואש די גאנצע הויז איז א מיש מאש איינער האלט אין איין וואשן דער צווייטער מאכט זויבער די טאשן דער דריטער טוט די לעדלעך פאקן אוי ווי שיין איז פסח צו מאכן

ווען א איד וואלט געוואוסט

s0116 ווען א איד וואלט געוואוסט לחן: ר' ישראל דגן | מילים: ר' יוסף משה כהנא ווען א איד וואלט געוואוסט לחן: ר' ישראל דגן | מילים: ר' יוסף משה כהנא ווען א איד וואלט געוואוסט וואס דאס מיינט פורים וואלט ער געטאנצן עד בלי די ווען א איד וואלט געוואוסט וואס דאס מיינט המן וואלט ער געקלאפט עד בלי די ווען א איד ווייסט נישט וואס איז די חילוק צווישן ארור המן און ברוך מרדכי האט ער געטרונקען עד בלי די

ווען איך וואלט געהאט כח

s0013 ווען איך וואלט געהאט כח מחבר: מיוחס להרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל ווען איך וואלט געהאט כח מחבר: מיוחס להרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן און איך וואלט געשריגן הויך שבת הייליגער שבת שבת שבת הייליגער שבת שבת שבת שבת קודש שבת היום לה' שבת היום לה'

וידע כל פעול

s0098 וידע כל פעול לחן: פיטסבורג | מילים: ר' מרדכי דוד עסטרייכער וידע כל פעול לחן: פיטסבורג | מילים: ר' מרדכי דוד עסטרייכער וידע כל פעול וויסן זאלן אלע אז דער בורא יתברך ויתעלה ער האט באשאפן יעדע בריאה ומחיה את כולם ער איז משפיע ויבין כל יציר אלע זאלן פארשטיין אז באשאפן האט דיר דער באשעפער אליין און ווער ער טוט נאר א נשמה פארמאגן זאל קענען אויסשרייען און זאגן אז השם אלוקי אלוקי ישראל ער איז אונזער מלך אלעמאל געוועלטיגט איבעראל אין דעם עולם מלא ומלכותו בכל משלה השם אלוקי אויף אידישע קינדער פערזענליך אלוקי ישראל מלך מלך בביאת משיח השתא בעגלא ומלכותו בכל משלה

זאל שוין זיין די גאולה

s0435 זאל שוין זיין די גאולה זאל שוין זיין די גאולה אוי רבונו של עולם העלף שוין אלע אידן אוי רבונו של עולם רו שוין צווישן זיי זאל שוין זיין די גאולה זאל שוין זיין די גאולה זאל שוין זיין די גאולה משיח זאל שוין קומען

זכרנו לחיים

s0099 זכרנו לחיים לחן: לייבעלע וואלדמאן זכרנו לחיים לחן: לייבעלע וואלדמאן ווען עס קומען אן די צען פארכטיגע טעג עשרת ימי תשובה האט יעדער איד בלויז איין זאך אין זיין מחשבה זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וכתבנו בספר החיים גאט זאל אונז געדענקען דעם לעבן צו שענקען צו דעם יאר דעם נייעם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא דאס ווייסט דער איד נישטא קיין מענטש אויף דער וועלט אפילו א צדיק וואס זינדיגט ניט און ער בעט ביים רבונו של עולם סלח לנו מחל לנו כפר לנו זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וכתבנו בספר החיים גאט זאל אונז געדענקען דעם לעבן צו שענקען צו דעם יאר דעם נייעם און אט איז ערב יום כיפור כאפט א האן שלאגט כפרות לאזט צו אים אויס אלע צרות יושבי חושך וצלמות לויפט אין שול און טיילט נדבות און ער בעט זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וכתבנו בספר החיים גאט זאל אונז געדענקען דעם לעבן צו שענקען צו דעם יאר דעם נייעם א גאנצן טאג געפאסט און געקלאגט און אלע תפילות געזאגט געבעטן סליחה מחילה עס האלט שוין ביי נעילה ווערט אויפן הארצן אביסעלע גרינגער און אלע אידן ווערן זינגער אוי אוי אוי… זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וכתבנו בספר החיים גאט זאל אונז געדענקען דעם לעבן צו שענקען צו דעם יאר דעם נייעם לשנה הבאה לשנה הבאה בירושלים

זרעא חיא וקימא

s0184 זרעא חיא וקימא מחבר: הג"ר מאיר שפירא זצ"ל | אידיש קלאסיקס 1 זרעא חיא וקימא מחבר: הג"ר מאיר שפירא זצ"ל | אידיש קלאסיקס 1 פונעם הימל אויבן דארט א ישועה פון אלעם סארט לחן ולחסד ולרחמים און אריכת ימים פרנסה בריוח געזונטערהייט א הימל שטיצע פון לעכטיגקייט בעטן מיר אצינד פון דיר הייליגער בורא עולמים זרעא חיא וקיימא זרעא די לא יפסוקודי לא יבטול מפתגמי אורייתא קינדער צום לעבן און צום געזונט בעטן מיר פון דיר אצינד קינדער גוטע קינדער פרומע וואס זאלן האבן פון דיר מורא קינדער וואס זאלן נישט ליידיג גיין קינדער וואס זאלן נישט אפשטיין פון צו לעבן און פון צו שטרעבן אין דיין הייליגע תורה זרעא חיא וקיימא זרעא די לא יפסוקודי לא יבטול מפתגמי אורייתא צו אלע גוטע פרומע לייט פונדערנאנט און פונדערווייט רבי'ס רבנים און חזנים און דער גאנצער כלל ישראל פון ארץ ישראל פון בבל לאנד מיטן ריש גלותא מיטאנאנד זייערע תלמידים און חסידים וואס לערנען תורה אלעמאל זרעא חיא וקיימא זרעא די לא יפסוקודי לא יבטול מפתגמי אורייתא דער גרויסער קעניג פון דער וועלט זאל יעדן בענטשן אין זיין געצעלט די יארן מערן אלעס גוטס באשערן עס זאל זיי תמיד אלע גוט גיין באהיט ווערן פון אלעם בייז סיי דער יונגער און סיי דער גרייז זייערע ווייבער און קינדער יעדער באזונדער אלע צוזאמען גרויס און קליין זרעא חיא וקיימא זרעא די לא יפסוקודי לא יבטול מפתגמי אורייתא נאך א תפילה א קליינע מי שברך אבותינו ער וועט בענטשן די אלע מענטשן וואס זענען פאר יענעם אלעמאל גרייט די וואס טוען די שולן מנדב זיין און די וואס קומען דאווענען דארט אריין און די וואס געבן צו עסן די ארעמעלייט און אלע עוסקי בצרכי הציבור מיט אמת'קייט הקדוש ברוך הוא ישלם שכר פאר אלעם און אלע חתנים וכלות זאלן האבן פון כל טוב אלעס דורות ישרים און אלעס פיין און זאג'זשע אלע ונאמר אמן

טאטאלע

s0436 טאטאלע לחן: הרה"ג ר' דן סגל שליט"א טאטאלע לחן: הרה"ג ר' דן סגל שליט"א חכה חכה חכה חכה חכה לו כי בוא יבוא פתאום יבוא אל היכלו האדון טאטאלע קום שוין אהיים אהיים אהיים אהיים אהיים לירושלים עירך אהיים אהיים ולבית מקדשך אהיים אהיים וקרב פזורינו מבין הגוים אהיים אהיים ונפוצותינו כנס מירכתי ארץ אהיים ממקומך מלכנו תופיע אהיים אהיים ותמלוך עלינו אהיים אהיים אוי טאטאלע אהיים אהיים אוי אהיים מלאכי מעלה שרייען אהיים אהיים כנסת ישראל בעט זיך אהיים אהיים אידישע קינדער שרייען אהיים אהיים קינדערלאך איך קום שוין באלד אהיים טאטאלע קום שוין אהיים אהיים אהיים אהיים אהיים יתגדל ויתקדש שמך בעולמך טייער טאטאלע חכה חכה חכה לו כי בוא יבוא

טאטע, איך לויב דיר

s0363 טאטע איך לויב דיר טאטע איך לויב דיר טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר טאטע איך האב דיר ליב טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר ווייל איך בין א איד אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתנו

טאטעניו געטרייער

s0437 טאטעניו געטרייער לחן: הבחור משה וויינבערגער מפאיע הי"ד | לחיים פורים טיש טאטעניו געטרייער לחן: הבחור משה וויינבערגער מפאיע הי"ד | לחיים פורים טיש רבונו של עולם טאטעניו געטרייער קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות

טעמפל שירה

s0076 טעמפל שירה מחבר: מיוחס להרה"ק השל"ה | כולנו מסובין טעמפל שירה מחבר: מיוחס להרה"ק השל"ה | כולנו מסובין אלמעכטיגער גאט בארעמהערציגער גאט גרויסער גאט דערמוטיגער גאט נון בוי דיין טעמפל שירה אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה יוי שירה נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה הויכער גאט וויינער גאט זיסער גאט חעניגער גאט נון בוי דיין טעמפל שירה אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה יוי שירה נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה טויגליכער גאט יודישער גאט כרעפטיגער גאט לעבעדיגער גאט נון בוי דיין טעמפל שירה אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה יוי שירה נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה מעכטיגער גאט נאמהאפטיגער גאט סענפטיגער גאט עייביגער גאט נון בוי דיין טעמפל שירה אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה יוי שירה נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה פארכטיגער גאט צימליכער גאט קעניגליכער גאט רייכער גאט שיינער גאט תרויטער גאט נון בוי דיין טעמפל שירה אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה יוי שירה נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה דו ביסט גאט און קיינער מער נון בוי דיין טעמפל שירה אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה יוי שירה נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה

ישמח משה

s0024 ישמח משה מילים: ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד הי"ד שו"ב בטשעבין | אידיש קלאסיקס 2 ישמח משה מילים: ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד הי"ד שו"ב בטשעבין | אידיש קלאסיקס 2 ישמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו דעם שבת האט דער בורא געגעבן נאר פאר אונז אידעלעך אליין אזוי ווי אין די תורה שטייט געשריבן אז שבת דארף מען פרייליך זיין עסן דאס שענסטע און דאס בעסטע לויט ווי איינער פארמאגט קליידער אנצוטון די שענסטע ווייל אזוי האט אונז די תורה אנגעזאגט ישמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו דאס אידעלע איז נעבעך אין גלות ליידן ליידט ער צרות אן א שיעור שבת פארגעסט ער אין אלעם ער לעבט זיך ווי א גביר אין שבת געפינט א נחמה זיין אויסגעמאטערטע נשמה נפש כי נאנחה בא שבת בא מנוחה ישמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו

כאיל תערוג

s0281 כאיל תערוג לחן: עתיק כאיל תערוג לחן: עתיק כאיל תערוג על אפיקי מים כן נפשי תערוג אליך אלוקים צמאה נפשי לאלקים לקל חי מתי אבוא ואראה פני אלוקים אזוי ווי אן אינד ביים ברונען וואס טוט נישט קיין וואסער געפינען שרייט זי באשעפער האב מיך אינזינען דאס זעלבע מיין זעל שרייט צו דיר ספעציעל אייביג צו טון דיין באפעל דו דארשט ביי מיר וואס איך שפיר הייליגער טאטע דאס איז נאר צו דיר און איך שריי אזוי אוי וויי אוי וויי אוי צום לעבעדיגן באשעפער לקל חי ווען ווען ווען ווען שוין ווען קומען צום באשעפער איך קען ווען ווען ווען ווען שוין ווען געזען ווערן ביים באשעפער איך קען

כד יתבון

s0088 כד יתבון מחבר: הרה"ג רבי מאיר שפירא זצ"ל כד יתבון מחבר: הרה"ג רבי מאיר שפירא זצ"ל כד יתבון ישראל ועסקין ועסקין ועסקין בשמחת התורה קודשא בריך הוא אומר אומר לפמליא דיליה חזו חזו בני בני בני חביבי דמשתכחין בצערא דילהון ועסקין בחדותא דילי ווען אידישע קינדער זיצן און לערנען די הייליגע תורה וואס זאגט דעמאלטס אויבן אין הימל דער הייליגער בורא ער רופט צוזאמען זיינע מלאכים און ער זאגט צו זיי זעט ווי מיינע ליבע קינדער זענען מיר אזוי געטריי אפילו זיי זענען אין א קלעם אפילו עס גייט זיי שלעכט טוען זיי דעם רצון השם ווי איבערגעגעבענע קנעכט אפילו זיי זענען אין א געפאר זיי לעבן מיט פחד און מורא פארגעסן זיי פון זייער צער און טוען דער רצון הבורא

לא לנו

s0077 לא לנו לחן: עתיק | לקרוא את ההלל - ליפא שמעלצער לא לנו לחן: עתיק | לקרוא את ההלל - ליפא שמעלצער למה יאמרו הגוים איה נא אלוקיהם ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער עצביהם געטשקעלעך האבן זיי מעשה ידי אדם דורך מענטשליכע הענט אוי וויי איז פאר זיי א יאצמעך באטשי האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער פה להם א מויל האבן זיי די לאציס באטשיס ולא ידברו קענען נישט רעדן אוי וויי איז פאר זיי 'א שטומער יאצמעך' האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער עינים להם אויגעלעך האבן זיי ולא יראו זיי קענען נישט זען אוי וויי איז פאר זיי א בלינדער יאצמעך האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער און וואס טייטש אזנים? אויערלעך האבן זיי ולא ישמעו זיי קענען נישט הערן טויב אוי וויי איז פאר זיי א טויבער יאצמעך האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער אף להם א נאזעלע האבן זיי א נאניע ולא יריחון זיי קענען נישט שמעקן אוי וויי איז פאר זיי א פארשמעקטער יאצמעך האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער ידיהם מאכן זיך אזעלכע הענטעלעך ולא ימישון קענען נישט טאפן אוי וויי איז פאר זיי א יאצמעך באטשי האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער רגליהם פיסעלעך האבן זיי ולא יהלכו קענען נישט גיין אוי וויי איז פאר זיי א הינקעדיגער יאצמעך האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער לא יהגו בגרונם דאס גערגל ארבעט נישט כמוהם יהיו עשיהם אזוי ווי זיי זאלן זיין די וואס האבן זיי געמאכט כל אשר בטח בהם און די אלע וואס פארזיכערן זיך אין זיי אוי וויי איז פאר זיי א יאצמעך באטשי האבן זיי ואלקינו בשמים אבער אונזער גאט אין הימל כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער וועמען ער וויל גיט ער ווייל ער איז א גוטער

לא תבושי

s0028 לא תבושי מחבר: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"ד | זמירות ישראל באידיש לא תבושי מחבר: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"ד | זמירות ישראל באידיש לא תבושי די עדה הקדושה וועט זיך מער נישט שעמען ולא תכלמי לעלם ולעלמי ישראל עבד נאמן מה תשתוחחי ס'וועלן ווערן גלייכע אלע איינגעבויגענע אידן ומה תהמי און גרייט אייך צו מיט פרייליכע געמיטן בך יחסו עניי ס'וועט קומען די ישועה ונבנתה עיר נאך שענער ווי פריער עיר על תלה לכה לכה דודי יחד כולם הודו לקראת כלה א ישועה פאר אלע פני שבת נקבלה והיו למשסה די רשעים די מיאוס'ע אלע שונאי ישראל למשסה שוסיך אלע גלייך צערייבן מיט אמאל ורחקו כל אוועק מיט'ן עול הגלות ועל השעבוד מבלעיך די וואס בייסן דיך וועלן אלע גיין לאיבוד ישיש עליך אלוקיך אלע אידן גלייך כמשוש חתן פון סעודת לויתן חתן על כלה לכה לכה דודי יחד כולם הודו לקראת כלה א ישועה פאר אלע פני שבת נקבלה ימין ושמאל ווי פיין און וואויל אז ימין ושמאל תפרצי א שטיקעלע פלאדן פון קל אדון איז אונזער גרעסטע מוציא ואת השם אין אונזער היים תעריצו וועלן מיר לויבן חכמה בינה אין די גרעסטע בחינה וועלן מיר אלע זיין דערהויבן על יד איש בן פרצי שחורה אני די שווארצע על יד איש א דערקוויקעניש ונשמחה ונגילה לכה לכה דודי יחד כולם הודו לקראת כלה א ישועה פאר אלע פני שבת נקבלה בואי בשלום ס'איז שוין נאך דעם חלום בשלום עטרת בעלה הייליגע שאף שטייט אויף פון שלאף וברננה נעלה גם ברינה מזיו השכינה וועלן מיר זיין נהנה אלע עתיד כביכול לעשות מחול בשמחה ובצהלה תוך אמוני עם מיר וועלן זיך פרייען אלע צוזאם בואי קום און דריי זיך אום צום בואי בשלום מיט דער שכינה וועלן מיר זיך פרייען צו מערב וועלן מיר זיך אויסדרייען ונזכה לגאולה ליום שכולו שבת ומנוחה לכה לכה דודי יחד כולם הודו לקראת כלה א ישועה פאר אלע פני שבת נקבלה

לאמיר אלע פרייליך זיין

s0523 לאמיר אלע פרייליך זיין לחן: עממי | לחיים פורים טיש לאמיר אלע פרייליך זיין לחן: עממי | לחיים פורים טיש לאמיר אלע פרייליך זיין לאמיר אלע לוסטיג זיין לאמיר טרינקען לחיים לאמיר טרינקען לחיים צרות זאל שוין מער נישט זיין לחיים פאר א לעבן א נייעם אוי ס'איז גוט עס ווארעמט דאך דאס בלוט טרינקען א כוסה טאקע א גרויסע איי ליי ליי אוי ס'איז פיין נאך א גלעזעלע וויין טרינקען אידן צופרידן איי ליי ליי

לאמיר דערציילן

s0365 לאמיר דערציילן מחבר: מיוחס להרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל לאמיר דערציילן מחבר: מיוחס להרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער איין מעלה איז אום אני חומה און נאך א מעלה איז ברה כחמה כאטש כאטש כאטש גולה וסורה דאך דאך דאך דמתה לתמר לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער נעבעך נעבעך נעבעך ההרוגה עליך נעבעך נעבעך נעבעך ונחשבת כצאן טבחה כאטש כאטש כאטש זרויה בין מכעיסיה דאך דאך דאך חבוקה ודבוקה בך לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער נאך א מעלה איז טוענת עלך און ווידער א מעלה איז יחידה ליחדך כאטש כאטש כאטש כבושה בגולה דאך דאך דאך לומדת יראתך לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער נעבעך נעבעך נעבעך מרוטת לחי נעבעך נעבעך נעבעך נתונה למכים כאטש כאטש כאטש נתונה למכים דאך דאך דאך סובלת סבלך לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער כאטש כאטש כאטש עניה סערה דאך דאך דאך פדוית טוביה לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער וויאזוי הייסן זיי צאן קדשים און וויאזוי פארזאמלען זיי זיך קהלות יעקב וויאזוי צייכענען זיי זיך רשומים בשמך וואס שרייען זיי שואגים הושע נא אויף וועמען פארלאזן זיי זיך תמוכים עליך און איבער דעם בעטן מיר טאקע הושע נא לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער

לאמיר מאכן א בייט

s0188 לאמיר מאכן א בייט מחבר: מיוחס להרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל לאמיר מאכן א בייט מחבר: מיוחס להרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט א בייט וויל איך מיט דיר מאכן איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים אוי וויי טאטע טאמער וועסטו פרעגן וואס וועסטו מיר געבן דערפאר זאג איך דיר דו וועסט מיר געבן מחילה סליחה וכפרה אוי וויי טאטע טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך ניין זאג איך דיר דו וועסט מיר נאך צוגעבן בני חיי ומזוני אוי וויי טאטע טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט זאג איך דיר בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות אוי וויי טאטע טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט זאג איך דיר חי חי יודוך וישבחוך אוי וויי טאטע טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט זאג איך דיר ואכלת ושבעת וברכת את השם אלוקיך אוי וויי טאטע די מצריים שרייען אז זייער גאט איז א גאט ניין זאג איך דיר די פרסיים שרייען אז זייער גאט איז א גאט ניין זאג איך דיר די מינים די אפיקורסים שרייעןאז ס'איז חלילה נישטא קיין גאט יא זאג איך דיר אבער איך לוי יצחק בן שרה סאשע זאג יתגדל ויתקדש שמה רבא!

לאמיר נישט זארגן

s0798 לאמיר נישט זארגן מקור: האדמו"ר האמצעי מווארקא זצ"ל לאמיר נישט זארגן מקור: האדמו"ר האמצעי מווארקא זצ"ל לאמיר נישט זארגן וואס וועט זיין מארגן לאמיר פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן

לעכטעלעך

s0113 לעכטעלעך מקור: צליל וזמר | א לעכטיגן חנוכה 2 - מושי קרויס לעכטעלעך מקור: צליל וזמר | א לעכטיגן חנוכה 2 - מושי קרויס הנרות הללו די הייליגע לעכט אנו מדליקין וואס מיר צינדן די נעכט על הניסים אויף די וואונדער פון אמאל שעשית לאבותינו צו דיין פאלק ישראל​ ברענט לעכטעלעך ברענט ברענט ווי לאנג איר קענט ווייל אייער פייער איז הייליג און טייער עס באלייכט די גאנצע וועלט

לשון הרע

s0482 לשון הרע לחן ומילים: קינדערוועלט לשון הרע לחן ומילים: קינדערוועלט שא שא שא שא נישט רעדן לשון הרע אוי וויי וויי וויי וואס פאר א צרה נישט רעדן לשון הרע אין קיין אידיש הויז די עבירה איז זייער זייער גרויס און אלע קינדערלעך פון גרויס ביז קליין דארפן דאס געדענקען אליין

לשנה טובה

s0483 לשנה טובה לשנה טובה מען טונקט די עפל אין די האניג מען מאכט א ברכה הויך און קלאר לשנה טובה ומתוקה האב א גוטע און זיסע יאר

מאיר'קע מיין זון

s0406 מאיר'קע מיין זון מחבר: מיוחס להרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל מאיר'קע מיין זון מחבר: מיוחס להרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל מאיר'קע מיין זון מאיר'קע מיין זון צי ווייסטו פאר וועמען דו שטייסט?לפני מלך מלכי המלכים טאטעניו מאיר'קע מיין זון צי ווייסטו אויף וואס מען בעט?בני חיי מזוני טאטעניו מאיר'קע מיין זון צי ווייסטו וואס בני מיינט?בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות טאטעניו מאיר'קע מיין זון צי ווייסטו וואס מזוני מיינט?ואכלת ושבעת וברכת את השם אלוקיך טאטעניו מאיר'קע מיין זון צי ווייסטו וואס חיי מיינט?ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום טאטעניו מאיר'קע מיין זון צי ווייסטו וויאזוי מען בענטשט?בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך טאטעניו

מה נספר ומה נדבר

s0079 מה נספר ומה נדבר מה נספר ומה נדבר מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן וואס איינס באדייט וואס איינס באדייט?איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן וואס צוויי באדייט וואס צוויי באדייט?צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן וואס דריי באדייט וואס דריי באדייט?דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן וואס פיר באדייט וואס פיר באדייט?פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן וואס פינף באדייט? וואס פינף באדייט?פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן זעקס באדייט? וואס זעקס באדייט?זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן זיבן באדייט? וואס זיבן באדייט?די זיבעטע טאג איז שבת זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן אכט באדייט? וואס אכט באדייט?די אכטע טאג איז מילה די זיבעטע טאג איז שבת זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן ניין באדייט? וואס ניין באדייט?ניין חדשים איז צום געוואונען די אכטע טאג איז מילה די זיבעטע טאג איז שבת זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן צען באדייט? וואס צען באדייט?צען זענען די געבאטן ניין חדשים איז צום געוואונען די אכטע טאג איז מילה די זיבעטע טאג איז שבת זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן עלף באדייט? וואס עלף באדייט?עלף זענען די שטערנס צען זענען די געבאטן ניין חדשים איז צום געוואונען די אכטע טאג איז מילה די זיבעטע טאג איז שבת זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן צוועלף באדייט? וואס צוועלף באדייט?צוועלף זענען די שבטים עלף זענען די שטערנס צען זענען די געבאטן ניין חדשים איז צום געוואונען די אכטע טאג איז מילה די זיבעטע טאג איז שבת זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער מה נספר ומה נדבר אוי וויי טאטע זיסער ווער קען רעדן און ווער קען ציילן דרייצן באדייט? וואס דרייצן באדייט?דרייצן זענען די מדות צוועלף זענען די שבטים עלף זענען די שטערנס צען זענען די געבאטן ניין חדשים איז צום געוואונען די אכטע טאג איז מילה די זיבעטע טאג איז שבת זעקס זענען די משניות פינף זענען די חומשים פיר זענען די אמהות דריי זענען די אבות צוויי זענען די לוחות און איינס איז דער באשעפער

מזמור שיר

s0035 מזמור שיר מחבר: הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל | לחיים טיש 2 מזמור שיר מחבר: הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל | לחיים טיש 2 מזמור שיר זינגט אלע מיט מיט מיר מיר זענען דא אזוי ווי אינדערהיים אלע צוזאמען בחבורה לאמיר זינגען שירה טוב להודות להשם להגיד צו פארציילן אויף אלע וועלט-טיילן ווי גרויס עס זענען כביכול'ס חסדים שבת איז א סימן אז מ'האט אונז ארויסגענומען ממצרים מבית עבדים זכר ליציאת מצרים איז שבת שבת לאמיר זינגען שיר ליום השבת שבת איז דאך הייליג ווי וואויל איז אונזער חלק מזמור שיר ליום השבת מזמור שיר ליום השבת שבת לאמיר זינגען שיר ליום השבת שבת שבת איז דאך הויך מ'דארף צו האלטן מח יום שבתון אין לשכח כי הנה איביך יאבדו וועט זיין א גרויסע פריידע כמה שנאמר באבד רשעים רינה ויתפרדו כל פועלי ואנחנו עלה נעלה נהנה זיין מזיו השכינה ותבט עיני בשורי מ'האט אונז אנגעזאגט א בשורה עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים וועלן מיר טרינקען לחיים און לעבעדיג מאכן א רקידה ווייל דעמאלטס וועט דאך זיין א יום שכולו שבת שבת מזמור שיר ליום השבת שבת איז דאך הייליג ווי וואויל איז אונזער חלק מזמור שיר ליום השבת מזמור שיר ליום השבת שבת לאמיר זינגען שיר ליום השבת שבת איז דאך הויך מ'דארף צו האלטן מח יום שבתון אין לשכח עוד ינובון בשיבה דשנים אלע אידן אינאיינעם דשנים ורעננים יהיו לקדושה ולמנוחה וחסידיך יברכוכה וועט דאך זיין א גרויסע זכיה להגיד כי ישר דאס איז קראנט און כשר אז אלעס וועט מקויים ווערן אזוי והשם שוכן בציון וועט אונז נישט קיין עוולה טוען ווייל צורי ולא עולתה בו ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין ליום שכולו שבת שבת לאמיר זינגען שיר ליום השבת שבת איז דאך הייליג ווי וואויל איז אונזער חלק מזמור שיר ליום השבת מזמור שיר ליום השבת שבת לאמיר זינגען שיר ליום השבת שבת שבת איז דאך הויך מ'דארף צו האלטן מח יום שבתון אין לשכח

מחה תמחה

s0119 מחה תמחה לחן: עתיק מחה תמחה לחן: עתיק מחה תמחה נאר מיט שמחה נאר מיט א קאך לא תשכח תמחה את זכר די הארץ זאל ווערן ווייכער מתחת השמים לא תשכח מחה תמחה את זכר עמלק כאפטס דעם אלטן גנב און געטס אים א צולייג מחה תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח

מיר אידן אינאיינעם

s0141 מיר אידן אינאיינעם לחן: הרב יאסל טאלנער | מילים: חסידי ברסלבאין חדר אריין - דוד ווערדיגער מיר אידן אינאיינעם לחן: הרב יאסל טאלנער | מילים: חסידי ברסלבאין חדר אריין - דוד ווערדיגער מיר אידן אינאיינעם מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם נאר פארן בורא עולם דער איינעם מיר אידן אינאיינעם מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם נאר פארן בורא עולם דער איינעם לאמיר אלע לוסטיג זיין פרייליך זיין פרייליך זיין לאמיר אלע דינען דעם באשעפער אליין לאמיר אלע לוסטיג זיין פרייליך זיין פרייליך זיין לאמיר אלע טאנצן ביז אין טאג אריין

מען דארף באהאלטן

s0410 מען דארף באהאלטן מען דארף באהאלטן מען דארף באהאלטן א ספאדיק אן אלטן בחדרי חדרים זייער גוט עס זאל זיין א וואונדער פאר אונזערע קינדער אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכער איד מען דארף געדענקען און שטארק נאך בענקען די דורות וואס זענען פון אונז אוועק ווי זיי זענען געווען וואס מיט אונז איז געשען עס כאפט דאך א מורא און א שרעק שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך והשיב לב אבות לב אבות על בנים מיט א ספאדיק אנטקעגן משיח צו גיין

משיח'ס צייטן

s0205 משיח'ס צייטן מחבר: הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זצ"ל משיח'ס צייטן מחבר: הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זצ"ל אין א שיינעם העלן טאג דער סוחר ביי דער וואג און דער שניידער אינמיטן נייען דער טרעגער מיטן פאק דער לויפער מיטן זאק און דער גערטנער אינמיטן זייען פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי אז די צייט איז שוין געקומען אז מיר וועלן שוין ווערן פריי פון גלות ארויסגענומען על כן אידעלעך טייערע ברידערלעך מאכט אייך גרייט גרויס און קליין באלד און גיך קומט משיח קיין ירושלים וועלן מיר גיין די זיצערן אין די גאס דער שענקער ביי דעם פאס און דער שמיד ביי דעם האמער דער מילנער אינמיטן מאלן דער בארבער אינמיטן גאלן און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד אליהו הנביא איז מבשר א בשורה אט קומט שוין משיח באלד ער פירט אונז אין די אלטע דירה על כן אידעלעך טייערע ברידערלעך מאכט אייך גרייט גרויס און קליין באלד און גיך קומט משיח קיין ירושלים וועלן מיר גיין דער מלמד מיטן טייטש דער בעל עגלה מיטן בייטש און דער בלעכער אויפן דאך דער שלייפער ביי דעם ראד דער בעדער אין באד און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך פלוצלינג וועט מען הערן א קלאנג אז די צייט איז שוין געקומען עטס מעגט שוין זינגען א ניי געזאנג עטס ווערט שוין פון גלות ארויסגענומען על כן אידעלעך טייערע ברידערלעך מאכט אייך גרייט גרויס און קליין באלד און גיך קומט משיח קיין ירושלים וועלן מיר גיין דער פויער מאנט פאר אייער דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער און דער סעליסטער ברענגט א קלאגע די קעשענע איז לער דאס געמיט איז נעבעך שווער און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע פלוצלינג וועט מען הערן א קול פון דעם שופר דעם גרויסן הארן דו ביסט שוין פטור געווארן דיין עול דו ביסט שוין געהאלפן געווארן על כן אידעלעך טייערע ברידערלעך מאכט אייך גרייט גרויס און קליין באלד און גיך קומט משיח קיין ירושלים וועלן מיר גיין

נאר אמונה

s0142 נאר אמונה לחן ומילים: כ"ק האדמו"ר מקאלוב ארה"ק זצ"ל נאר אמונה לחן ומילים: כ"ק האדמו"ר מקאלוב ארה"ק זצ"ל נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל עולמים נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל העולמים טייערע אידן הייליגע אידן האטס אמונה האטס אמונה אין בורא כל עולמים האטס אמונה האטס אמונה אין בורא כל עולמים עס וועט אייך גוט זיין עס וועט אייך וואויל זיין היינט היינט און אלעמאל אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט

נאר מיט אמונה

s0143 נאר מיט אמונה לחן ומילים: ר' יעקב יודא דאסקאל | נאר מיט אמונה נאר מיט אמונה לחן ומילים: ר' יעקב יודא דאסקאל | נאר מיט אמונה בטח בה' ועשה טוב שכן ארץ ורעה אמונה טייערע אידן פאשעטס אמונה נאר מיט אמונה און נאכאמאל אמונה אמונה אין בורא עולמים נאר נאר נאר מיט אמונה און נאכאמאל און נאכאמאל אמונה אמונה האט א איד אויף יעדע טריט און שריט אין בורא כל העולמים

נחמה'לע

s0411 נחמה'לע נחמה'לע גיטס אריין גיטס אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה'לע גיטס אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה'לע גיטס אריין א חיות אין א איד

סָאל אָה קָאקָאש מַאר

s0445 סאל אה קאקאש מאר מחבר: הרה"ק ר' אייזיקל מ'קאלוב זצ"ל | אידיש קלאסיקס 3 סאל אה קאקאש מאר מחבר: הרה"ק ר' אייזיקל מ'קאלוב זצ"ל | אידיש קלאסיקס 3 סאל אה קאקאש מאר מויד מעגוויראד מאר זעלד ערדעבען שיק מעזעבען שיטאל עג מאדאר דע מיטשאדא מאדאר?דע מיטשאדא מאדאר?שארגא לאבא גענגי אה סארניא אנגעם אהדה וואר וואר מאדאר וואר וואר מאדאר וואר הא אז אישטען נעקעד רענדעל אה טיעד לעסעק מאר דע מיקאר לעס אז מאר?דע מיקאר לעס אז מאר?יבנה המקדש עיר ציון תמלא אהקאר לעס אז מאר קרייען טוט שוין דער האן דער טאג טאגט שוין אן אין א גרינעם וועלדל נעבן א פוסטן פעלדל א פייגעלע שפאצירט ארום וואספארא פויגל איז דאס?וואספארא פויגל איז דאס?געלע פיסל פערל פיסקל קיין ירושלים וויל זי גיין ווארט פייגעלע ווארט ווארט פייגעלע ווארט אז גאט וועט דיר באשערן וועסטו קיין ירושלים אומקערן ווען וועט דאס זיין?ווען וועט דאס זיין?יבנה המקדש עיר ציון תמלא דעמאלטס וועט דאס זיין

סוכה'לע

s0109 סוכה'לע סוכה'לע א סוכה'לע א קליינע מיט ברעטעלעך געמיינע האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט באדעקט דעם דאך מיט אביסעלע סכך זיץ איך מיר אין סוכה'לע ביינאכט א ווינט א קאלטן בלאזט דורך די שפאלטן און די לעכטעלעך זיי לעשן זיך פיל עס איז מיר א חידוש ווי איך מאך מיר קידוש און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל זיי נישט קיין נאר האב נישט קיין צער זאל דיר די סוכה נישט זיין באנג עס איז שוין גאר באלד צוויי טויזנט יאר און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת

סידור, סידור

s0485 סידור סידור סידור סידור סידור סידור סידור מיין הייליגער סידור דו ביסט דאך א טייל פון מיינע גלידער אין פריידן אין ליידן וועל איך זיך פון דיר נישט שיידן סידור סידור סידור מיין הייליגער סידור פארמאגסט אין זיך די שענסטע לידער תפילות און בקשות שירות און לויבן צום טאטן אין הימל אויבן סידור סידור סידור מיין הייליגער סידור דו ביסט דאך א טייל פון מיינע גלידער אין פריידן אין ליידן וועל איך זיך פון דיר נישט שיידן סידור סידור סידור ביים ערגסטע חלילה האט מיך געראטעוועט דיין תפילה סידור סידור סידור מיט דיין תפילה וועלן מיר ברענגען די שנעלע גאולה סידור סידור סידור מיין הייליגער סידור דו ביסט דאך א טייל פון מיינע גלידער אין פריידן אין ליידן וועל איך זיך פון דיר נישט שיידן

עולם הבא

s0486 עולם הבא עולם הבא עולם הבא איז א גוטע זאך לערנען תורה איז א בעסערע זאך ווארף אוועק יעדע יאך לערנען תורה נאך און נאך עולם הבא איז א גוטע זאך

פליאה דעת ממני

s0270 פליאה דעת ממני מחבר: הרה"ק בעל צמח צדק זצ"ל פליאה דעת ממני מחבר: הרה"ק בעל צמח צדק זצ"ל פליאה דעת ממני נשגבה לא אוכל לה אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך מלאכים שרפים ואופנים פרעגן זיי אוי וויי אוי וויי וואו איז דער בורא?ענטפערט מען זיי לית אתר פנוי מיניה מלאכים שרפים ואופנים פרעגן זיי אוי וויי אוי וויי וואס איז דער בורא?ענטפערט מען זיי לית מחשבה תפיסא ביה כלל

פסח

s0488 פסח לחן: ר' יוסל טאלנער פסח לחן: ר' יוסל טאלנער פסח צייט יום טוב צייט דער סדר טיש איז צוגעגרייט מיט מצות פיין און גוטע וויין גיסן מיר אין די כוס'לעך אריין די שטוב גלאנצט יום טוב'דיג און שיין קיין ברעקעלע חמץ טאר נישט זיין ווייל אין א מזל'דיגע שעה דער יום טוב פסח איז שוין דא

צווישן קאסוב און קיטוב

s0463 צווישן קאסוב און קיטוב לחן: עתיק | לעילא ולעילא - ליפא שמעלצער צווישן קאסוב און קיטוב לחן: עתיק | לעילא ולעילא - ליפא שמעלצער צווישן קאסוב און קיטוב איז א בריקעלע פארהאנען איז א בריקעלע פארהאנען וואו דער בעל שם וואו דער הייליגער בעל שם איז שפאצירן געגאנגען צווישן קאסוב און קיטוב איז א וועלדעלע פארהאנען איז א וועלדעלע פארהאנען וואו דער בעל שם וואו דער הייליגער בעל שם איז זיך מתבודד זיין געגאנגען צווישן קאסוב און קיטוב איז א וואסערל פארהאנען איז א וואסערל פארהאנען וואו דער בעל שם וואו דער הייליגער בעל שם איז זיך טובל'ען געגאנגען צווישן קאסוב און קיטוב איז א מערה'לע פארהאנען איז א מערה'לע פארהאנען וואו דער בעל שם וואו דער הייליגער בעל שם איז מייחד יחודים זיין געגאנגען

צמאה לך נפשי

s0147 צמאה לך נפשי צמאה לך נפשי צמאה צמאה צמאה לך נפשי כמה לך בשרי כן בקודש חזיתיך לראות עוזך וכבודך עס מעג זיין חושך פינסטער איבעראל די גאנצע וועלט פול מיט שנאה בין איך מיך נישט מייאש קיינמאל קיינמאל איך פארליר נישט מיין הייליגע אמונה עס מעג זיין ווי פינסטער עס מעג זיין ווי ביטער איך בין זיכער אין ישראל'ס נצחון דער סוף וועט זיכער זיין א גוטער טאטעניו איך פארליר נישט מיין בטחון צמאה צמאה צמאה לך נפשי כמה לך בשרי כן בקודש חזיתיך לראות עוזך וכבודך עס זענען געווען מלכים ושרים וואס האבן אונז פאריאגט און פארטריבן זיי זענען געווארן חורבות און פגרים און מיר זענען דאך איבערגעבליבן אפילו מיר לעבן אין חרפה און בושה דערלעבן מיר טראץ די אלע צרות מיר וועלן נאך דערלעבן אז די מלכות הרשעה וועט ווערן א פולע בית הקברות צמאה צמאה צמאה לך נפשי כמה לך בשרי כן בקודש חזיתיך לראות עוזך וכבודך איך וויל נישט פארלירן מיין הייליגן גלייבן עס איז נישט דא פון וואס צו זארגן עס וועט נישט אייביג אזוי בלייבן עס קומט נאך א ליכטיגע מארגן עס קומט א וועלט א רואיגע א שטילע א וועלט פון שלום און מנוחה עס איז נאנט די צייט פון ישראליקל'ס גאולה והיתה לה' המלוכה צמאה צמאה צמאה לך נפשי כמה לך בשרי כן בקודש חזיתיך לראות עוזך וכבודך אוישוויץ בירקענוי וועט נישט עקזיסטירן עסטרייך אונגארן און דייטשלאנד קיין אוקראינע און קיין טראנס-דניעסטער וועט מען מער נישט פירן מיט קיין שטערן און מיט קיין געלע באנד מען וועט ענדע צוזאמנעמען אלע אידן אויפאמאל מיט גרויס פאראד מיט גרויס מנוחה צו פירן מיט וואלקנס קיין ארץ ישראל והיתה לה' המלוכה צמאה צמאה צמאה לך נפשי כמה לך בשרי כן בקודש חזיתיך לראות עוזך וכבודך

קבלת התורה

s0091 קבלת התורה מחבר: מיוחס להרה"ק ר' ארון לייב מפרעמישלאן | זמירות ישראל באידיש קבלת התורה מחבר: מיוחס להרה"ק ר' ארון לייב מפרעמישלאן | זמירות ישראל באידיש אמאל און אמאל און אמאל איז איין מלך געוועזן דער מלך דער מלך האט געהאט א טאכטער ארויסצוגעבן עס איז געקומען די צייט זי זאל איין מאן ערקענען און קיינער האט זי נישט געוואלט נעמען דער מלך דער מלך איז מיט זיין טאכטער ארומגעלאפן אזוי לאנג אזוי לאנג ביז ער האט א פויער אנגעטראפן פויער פויער נעם מיין טאכטער זי וועט דיר זיין צו איין קרוין ניין מלך ניין מיט א מלך'ס א טאכטער ווייס איך נישט וויאזוי אומצוגיין דער מלך דער מלך איז מיט זיין טאכטער ווייטער ארומגעלאפן אזוי לאנג אזוי לאנג ביז ער האט א פריץ אנגעטראפן פריץ פריץ נעם מיין טאכטער זי וועט דיר זיין צו איין קרוין ניין מלך ניין מיט א מלך'ס א טאכטער ווייס איך אויך נישט וויאזוי אומצוגיין דער מלך דער מלך האט זיך נישט פיל מיישב געוועזן און ער האט און ער האט זיין טאכטער אין דער משפחה אריינגעגעבן ער האט פאר איר געטראכט ער האט זי חתונה געמאכט און מכבד געווען די מחותנים מיט אונטער-פירערשאפט אזוי לאנג אזוי לאנג מאן און ווייב האבן געהאט א גוט לעבן האט ער זיי האט ער זיי קעסט ביי זיין טיש געגעבן אלע סודות פארטרויט אין זיין הויז אריינגענומען און אויך א שיינעם פאלאץ פאר זיי אויפגעבויט אבער אזוי באלד אזוי באלד מאן און ווייב האבן אנגעהויבן שלעכט צו לעבן האט ער זיי האט ער זיי מער קיין קאסט ביי זיין טיש געגעבן מער קיין סודות פארטרויט פון זיין הויז פארטריבן און אויך זייער שיינעם פאלאץ אויפגעריבן דאס משל דאס משל איז דאך דומה לנמשל דער מלך דער מלך דאס מיינט מען דעם הייליגן בורא די טאכטער די טאכטער דאס מיינט מען די הייליגע תורה ס'איז געקומען די צייט מען זאל זי מקבל זיין און קיינער האט זי נישט געוואלט נעמען השם יתברך השם יתברך איז מיט דער תורה ארומגעלאפן אזוי לאנג אזוי לאנג ביז ער האט עשו'ן אנגעטראפן עשיו עשיו נעם מיין תורה זי וועט דיר זיין צו איין קרוין ניין השם יתברך ניין אין דיין תורה שטייט לא תרצח ולא תגנוב און אן די צוויי זאכן קען איך נישט באגיין השם יתברך השם יתברך איז מיט די תורה ווייטער ארומגעלאפן אזוי לאנג אזוי לאנג ביז ער האט ישמעאל'ן אנגעטראפן ישמעאל ישמעאל נעם מיין תורה זי וועט דיר זיין צו איין קרוין ניין השם יתברך ניין אין דיין תורה שטייט לא תנאף ולא תגנוב און אן די צוויי זאכן קען איך נישט באגיין השם יתברך השם יתברך האט זיך נישט פיל מיישב געווען און ער האט און ער האט די תורה די אידעלעך געגעבן ער האט פאר איר געטראכט ער האט זיי חתונה געמאכט און מכבד געווען משה ואהרן דוד ושלמה מיט אונטער-פירערשאפט אזוי לאנג אזוי לאנג די אידן מיט דער תורה האבן געהאט א גוט לעבן האט ער זיי האט ער זיי מן אין דער מדבר געגעבן אלע סודות פארטרויט אין זיין לאנד אריינגענומען און אויך דאס הייליגע בית המקדש פאר זיי אויפגעבויט אבער אזוי באלד אזוי באלד די אידן מיט דער תורה האבן אנגעהויבן שלעכט צו לעבן האט ער זיי האט ער זיי מער קיין קאסט פון זיין טיש געגעבן מער קיין סודות פארטרויט אין גלות אוועקגעטריבן און אויך דאס הייליגע בית המקדש אויפגעריבן אבער אזוי באלד אזוי באלד די אידן מיט די תורה וועלן ווייטער אנהויבן גוט צו לעבן וועט ער זיי וועט ער זיי ווייטער קאסט פון זיין טיש געבן אלע סודות פארטרויען אין זיין לאנד צוריק ארייננעמען און אויך דאס הייליגע בית המקדש במהרה בימינו אויפבויען אמן

קה רבון עלם

s0604 קה רבון עלם קה רבון עלם מאכט זיך אמאל א שווערע מינוט ס'גלוסט זיך צו טון עפעס נישט גוט א נסיון זייער שווער ס'איז אדער אהין אדער אהער טאטע טאטע איך פרוביר איך וויל מיך שטארקן גלייב מיר ס'ברענט א פייער אן אויפהער איך שפיר דאס מאל אז איך קען נישט מער טאטע האסט מיך באשאפן פריש און געזינט הענט וואס דערגרייכן און אויגן וואס זעען געשווינד אויערן וואס הערן פיס וואס לויפט און גייט א מויל וואס רעדט א מח וואס פארשטייט ווי קען איך האלטן קאפ אן ווערן צומישט ווען צו רעדן און ווען חלילה נישט וואו צו קוקן און וואו צו לויפן אהין וואס צו הערן און וואס נישט נאכטוהן קה רבון עלם ועלמיאגעב מיר כח סייעתא דשמיא ראטעווע לאז מיר נישט אליין מיט מיין אייגענעם כח וועט עס נישט גיין העלף מיר צו וועל איך יא ביישטיין שטארק דיך ברודער די "נסיונות" איז די גאנצע כוונה די "מלחמה" איז די גרעסטע מתנה האסט דעם כח זיך צו וועהלן - ביסט מחליט אליין אז דו ווילסט זאגסטו 'יא' - אז דו ווילסט זאגסטו 'ניין' יעדער האט פונקט וויפיל ער קען ביישטיין וויפיל בעט א מענטש ער זאל נישט האבן נסיונות לא הן ולא שכרן מוותר אויף אלע חשבונות אבער מ'קען דאך פון א נסיון - נישט אנטלויפן ביז נאך וואס ער שטארקט זיך - אויפן בעסטן אופן פאר קיין שום פרייז וועט ער עס נישט פארקויפן קה רבון עלם ועלמיאגעב מיר כח סייעתא דשמיא ראטעווע לאז מיר נישט אליין מיט מיין אייגענעם כח וועט עס נישט גיין העלף מיר צו וועל איך יא ביישטיין שטארק דיך ברודער

קול ביער

s0244 קול ביער מחבר: הרה"ק דער שפאלער זיידע זצ"ל קול ביער מחבר: הרה"ק דער שפאלער זיידע זצ"ל קול ביער אנכי שומע אב לבנים קורא א געשריי א געוואלד א געפילדער דער פאטער אין וואלד זוכט זיינע קינדער בני בני איפה ישבתם מדוע אותי כה שכחתם קינדער קינדער וואו זענט איר געזעסן וואס איר האט מיר אזוי פארגעסן בני בני לכו לביתי כי אני יחידי בביתי קינדער קינדער קומט אהיים ס’איז מיר אומעטיג צו זיין אליין אבינו אבינו איך נלך אליך כי שומרים עומדים על שעריך טאטע טאטע וויאזוי קענען מיר גיין צו דיר אז היטערס שטייען ביי די טיר

קול דודי

s0286 קול דודי מחבר: הרה"ק רבי מנחם מענדל וויטעבסקער קול דודי מחבר: הרה"ק רבי מנחם מענדל וויטעבסקער וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער וואלט איך צו דיר געפארן וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער וואלט איך צו דיר געפארן קול דודי דופק פתחי לי אחותי רעיתי יונתי תמתי וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען וואלט איך צו דיר געפלויגן וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען וואלט איך צו דיר געפלויגן קול דודי דופק פתחי לי אחותי רעיתי יונתי תמתי וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער וואלט איך צו דיר געשריבן וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער וואלט איך צו דיר געשריבן קול דודי דופק פתחי לי אחותי רעיתי יונתי תמתי וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל וואלט איך צו דיר געגעבן וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל וואלט איך צו דיר געגעבן קול דודי דופק פתחי לי אחותי רעיתי יונתי תמתי

קרב יום

s0081 קרב יום לחן ומילים: האדמו"ר ר' מיכל טווערסקי ממילוואקי | קרב יום קרב יום לחן ומילים: האדמו"ר ר' מיכל טווערסקי ממילוואקי | קרב יום קרב יום אשר הוא לא יום אשר הוא לא יום ולא לילה שוין צוויי טויזנט יאר געווארט א ביטערן גלות מיטגעמאכט אוי ווי לאנג קענען מיר דאס אויסהאלטן ווי לאנג מוז געדויערן די נאכט אוי דערנענטער דעם טאג פון משיח’ן ברענג עס נאנט ווי גיך און געשווינד דאס איז פסח נאכט אונזער תפילה און דאס בעטן מיר אצינד קרב יום אשר הוא לא יום אשר הוא לא יום ולא לילה די פעלקער זיי זאגן פארפאלן זיי מאכן אונז צו שאנד און צו שפאט פארקויפט זענט איר חלילה אויף אייביג אט דער נאכט קען נישט ענדיגן אויך אייער ג-ט אוי באשעפער דו וועסט זיי דאך אבער באווייזן אז דו הערשט איבער אלע גרויס און קליין וועסט זיי צייגן בני בכורי ישראל כי לך היום אף הלילה גם כן רם הודע כי לך היום אף לך הלילה שוין צוויי מאל דאס שטעטל געפאלן שוין צוויי מאל א חורבן געזען אוי ווי עס בענקט זיך צוריק קיין ירושלים אוי ווי עס בענקט זיך צוריק אינדערהיים אוי גאטעניו שטעל אן די שומרים זאלן היטן בכל רגע ובכל שעה ובכל עת און אינעם שטעטל קער אונז אום אויף אייביג דיין בית שלישי בית של אש שומרים הפקד הפקד לעירך כל היום וכל הלילה בראשית ברא צום אנפאנג האסטו באשאפן א ליכט גאר אן אויסנאם און פיין נישט געוואלט אז די רשעים זאלן עס נוצן פון ערליכע אידן אויך צוגענומען דאס שיין אוי קוק זיך צו צו דעם טיף פינסטער גלות נאכט און מיט יענעם ליכט דעם אידן דערקוויק און פארטרייב אויף אייביג דאס פינסטערניש אוי באשעפער דאס ליכט קער אונז צוריק תאיר תאיר תאיר כאור יום חשכת לילה קרב יום אשר הוא לא יום אשר הוא לא יום ולא לילה רם הודע כי לך היום אף לך הלילה שומרים הפקד הפקד לעירך כל היום וכל הלילה תאיר תאיר תאיר כאור יום חשכת לילה

ראש השנה

s0491 ראש השנה ראש השנה ראש השנה איז געקומען און מען הערט דעם שופר בלאזן טו תשובה טו תשובה טא טא טא טא

ריכטיג איז

s0415 ריכטיג איז לחן: עתיק | אידיש קלאסיקס ריכטיג איז לחן: עתיק | אידיש קלאסיקס ריכטיג איז א שבת קודש א גוטע וואך און א גוטן חודש ריכטיג איז א גלאטע סברא ריכטיג איז א בלאט גמרא וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט מ'טאר נישט ווערן צעמישט וואס איז שיין וואס איז מיאוס וואס איז ביטער און וואס איז זיס שיין איז א יונגל מיט לאנגע פיאות מיאוס איז א רשע מיט פאלשע דיעות ביטער איז א קרומע סברא און זיס איז א כזית מרור ריכטיג איז א שבת קודש א גוטע וואך און א גוטן חודש ריכטיג איז א גלאטע סברא ריכטיג איז א בלאט גמרא וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט מ'טאר נישט ווערן צעמישט וויכטיג זענען סיפורי צדיקים א ווארט אויף די סדרה רמזים עמוקים וויכטיג איז אן אתרוג א שיינע ריכטיג איז א הארץ א ריינע וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט מ'טאר נישט ווערן צעמישט געשמאק איז א ווארעם אידיש ליד ריכטיג איז לויפן א טובה טון א איד ריכטיג איז א זאך וואס בלייבט נאריש איז א זאך וואס די צייט פארטרייבט וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט מ'טאר נישט ווערן צעמישט ריכטיג איז א שבת קודש א גוטע וואך און א גוטן חודש ריכטיג איז א גלאטע סברא ריכטיג איז א בלאט גמרא וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט מ'טאר נישט ווערן צעמישט

שבת איז טייער

s0047 שבת איז טייער לחן: עתיק | עתיקא קדישא 1 שבת איז טייער לחן: עתיק | עתיקא קדישא 1 דעם שבת ווער עס הייליגט דער ווערט גערייניגט פון א יעדע עבירה ווער עס פארשטייט די כוונה דעם איז עס א מתנה דער באקומט א נשמה יתירה שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא אין אלע הייליגע ספרים געפינען מיר שטיין דעם טעם פארוואס שבת הייסט אות געבן זיי צו פארשטיין ווייל פון שבת זעט איעדער לויטער און ריין אז דער עם סגולה איז היינט אויך נאר דאס אידעלע אליין ווייל כאטש דאס אידעלע איז שויןצוויי טויזנט יאר אין גלות פארשפרייט און א גאנצע וואך פון דאגות און פון צרות פארדרייט עס קומט אבער פרייטאג צונאכט נישט גערישט און נישט געגרייט ווערט ער פול מיט נחת און מיט פרייד דאס קענען דאך אנדערע גארנישט משיג זיין וויאזוי די שמחה איז געווארן אזוי גרויסאון די דאגה אזוי קליין נאר אז דאס איז דער אור פון שבתוואס לייכט אין אידישן הארץ אריין מן השמים פון באשעפער אליין דער שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא ווען דאס אידעלע קומט פרייטאג צונאכט פונעם שול אהיים באגלייטן אים צוויי מלאכים ביז אין שטוב אריין דער מלאך טוב ווינטשט אים אן לשבת הבא כן און דער מלאך רע מוז בעל כרחו זאגן אמן דאס אידעלע נעמט זיך זאגן אזוי ווי מ’ברויך פייערדיג מיט גרויס כוונה שבת שלום ומבורך דערנאך באגריסט ער זיינע געסט די מלאכי מרום שלום עליכם מלאכי השלום ער פארגעסט פון אלע זאכן פון א גאנצע וואך פון געשעפטן שמועסט ער גארנישט ער דענקט נאך זיי נישט נאך אזוי ווי די חכמים דרש’ענען וביום השביעי יהא בעיניך כאלו כל מלאכתך עשויה דער שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא ווי שיין איז דאס צוצוקוקןווי דאס אידעלע זאגט זיך פרום פייערדיג מיט גרויס כוונה רבון כל העולמים דאס בני בית זיצט מיט דרך ארץ און הערט צו שטיל זינגען דעם זמר אשת חיל קידוש צו מאכן מיט גרויס כוונה נעמט ער זיך דערצו און זאגט ויהי ערב ויהי בוקר יום הששי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם הוא יצרם והוא בראם די קדושה הערשט אין שטיבעלע עס לייכטן זיך די לעכט אויפ’ן טיש ליגט לחם משנה מיט א שיין געפלעכט די צוויי מלאכים בענטשן אים און זאגן דעם פסוק פאר וסר עונך וחטאתך תכפר דער שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא מ’וואשט זיך צום לחם משנהאון מ’זעצט זיך צום טיש מ’דערלאנגט אים באלד א פארציע מיט פיש ער זינגט אתקינו סעודתא און ויהא רעוא דערנאך מ’דערלאנגט אים באלד א פרישן טעלער יויך פלייש און צושפייז פעלט אויך נישט עס איז פון אלעם דא אפילו פירות ברענגט מען אויך צו דער שבת סעודה ביים ארעמאן איז אויך אנגעגרייט בכל מכל כל אזוי ווי אין פסוק שטייט לא נכר שוע לפני דל דאס אידעלע איז גוט געלוינטאון זינגט זיך פרייליך אזוי כל מקדש שביעי כראוי לו לעכטיגקייט און פרייליכקייטאיז ביים אידעלע אומעטום ווען ער זינגט מנוחה ושמחה אור ליהודים דער שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא ווי שיין איז דאס צוצוקוקן און ווי זיס ווי דאס אידעלע פאר’מח’ט זיך ביי מה ידידות עס איז דאך גארנישט צו שילדערןוויאזוי דאס איז בא’טעמ’ט ווען ער זינגט מה יפית ומה נעמת און אויך אזוי ביי דעם זמר צור משלו אשרי העם שככה לו מ’שטעלט זיך אויף אוןמ’מאכט א רעדל ארום און ארום מ’זינגט דעם זמר רננו צדיקים רבונו של עולם קוק שוין אראפ פון הימל אויף אונז אמאל און זע שוין אז מי כעמך ישראל דו מעגסט דיך מיט זיי אלע בארימען אפלו ריקנים שבהם מלאים מצוות כרמון דער שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא איי ס’איז דא נעבעך אידעלעךוואס היטן דעם שבת נישט איז אויך נאר ווייל אונז זעמירפארטריבן פון דיין הייליגן טיש ווייל אונז זעמיר שוין צוויי טויזנט יאר נתונים בצרה פארגעסן זיי פון שבת קודש הנתונה במרה טו אונז נאר פון דעם גלות ארויסציען וועסטו זען אז זיי אלע וועלן אויך רוען בינד שוין אויף פון אונזערע הענטדי שטריק די גרויסע וועסטו זען שוין אז כל עדת ישראל יעשו אתו רבונו של עולם ווי לאנג וועלן מיר נאך אין גלות שרייען לשנה הבאה בירושלים העלף אונז שוין און לייז אונזשוין אויס בזכות די תפילה וואס דאס אידעלע בעט זיך שבת קודש אויף די גאולה דער שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא ער שרייט מיט א יאמערליך קול ‘טאטע זיסע’ אלקא דיליה יקר ורבותא פרוק ית ענך מפום־אריותא ואפיק עמך מגו גלותא שומע צעקת דל ומאזין תחנה דו ווייסט דאך אז די גאנצע כוונהאיז נאר וועגן גלות השכינה ס’זאל שוין מקודש ווערן שמך המחלל בגוים על אלה אני בוכיה עיני ירדה מים רבונו של עולם נעם דיך שוין אן פאר דיין כבוד און שיק אונז גיך און באלד משיח בן דוד ס’זאל מקוים ווערן דער פסוק והיתה לה' המלוכה תנחילנו ליום שכולו שבת ומנוחה דער שבת איז טייער ער ברענט ווי א פייער ממש מעין עולם הבא נאר דער קען דאס שפירן ווער עס טוט זיך אידיש פירן וואויל איז אים בזה ובבא

שבת, ווי הייליג ביסטו

s0800 שבת ווי הייליג ביסטו שבת ווי הייליג ביסטו שבת ווי הייליג ביסטו שבת ווי לעכטיג ביסטו שבת ווי זיס ביסטו שבת אוי שבח יקר וגדולה וכבוד יתנו לקל מלך יוצר כל המנחיל מנוחה לעמו ישראל בקדושתו

שובו בנים שובבים

s0104 שובו בנים שובבים לחן ומילים: ר' בנימין יוסף וועבער שובו בנים שובבים לחן ומילים: ר' בנימין יוסף וועבער מ'בלאזט שוין שופר געוואלד געוואלד עס איז דאך שוין ראש השנה באלד שובו בנים שובבים אין חודש אלול כאפט יעדן אן א ציטער און אויב איינער שפירט נישט איז נעבעך זייער ביטער שובו בנים שובבים ראש השנה עפנט מען אויף ספרים דריי און אויב איינער טוט נישט קיין תשובה איז אך און וויי שובו בנים שובבים עס פאלט אויף א יעדן איד א פחד און א מורא מ'דארף דאך דין וחשבון געבן פארן הייליגן בורא שובו בנים שובבים מ'דארף דאך מתקן זיין די מעשים מיט די מחשבות מ'דארף דאך מעורר זיין די זכותים פון די הייליגע אבות שובו בנים שובבים לאמיר פארגיסן אמת'דיגע טרערן וועט דער בורא כל עולמיםאונזערע תפילות ברחמים צוהערן שובו בנים שובבים דאס יאר זאל זיך שוין ענדיגן כל צרותינו שנה טובה ומתוקה תחדש עלינו שובו בנים שובבים מיר זאלן שוין זוכה זיין צו הערןדעם שופר פון משיח צדקינו יהי רצון שיבוא במהרה בימינו שובו בנים שובבים

שטייטס אויף צו סליחות

s0106 שטייטס אויף צו סליחות שטייטס אויף צו סליחות שטייטס אויף צו סליחות שטייטס אויף צו סליחות שטייטס אויף צו עבודת הבורא דער שמש אדורך די געסל שפאנט פרי פארטאגס מיטן לעמפל אין האנט דער שמש אדורך די געסלעך שפאנט קלאפט ער קלאפט צו סליחות דערמאנט שטייטס אויף צו עבודת הבורא שטייטס אויף צו עבודת הבורא שטייטס אויף צו סליחות שטייטס אויף צו סליחות שטייטס אויף צו עבודת הבורא טייערע ברידערלעך שטייטס אויף!

תורה מיין געליבטע טאכטער

s0093 תורה מיין געליבטע טאכטער זמירות ישראל באידיש 2 תורה מיין געליבטע טאכטער זמירות ישראל באידיש 2 אורייתא ברתיא למאן בעית למהויא למאן בעית למהויא אנא בעיא אנא בעיא למיהב לך לאדם קדמיא לא בעיא לא בעיא בגין דאכל מן אעיא תורה מיין געליבטע טאכטער מיט וועמען ווילסטו חתונה האבן זאגזשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט אדם הראשון איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט אדם הראשון דער שידוך איז טאקע גוט נאר מיר געפעלט ער ניט ווייל ער האט פון דיין געבאט פארגעסן דער שידוך איז טאקע גוט נאר אים וויל איך ניט ווייל ער האט פון דעם עץ הדעת געגעסן אורייתא ברתיא למאן בעית למהויא למאן בעית למהויא אנא בעיא אנא בעיא למיהב לך לנח צדיקיא לא בעיא לא בעיא בגין דשתה מן חמריא תורה מיין געליבטע טאכטער מיט וועמען ווילסטו חתונה האבן זאגזשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט נח הצדיק איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט נח הצדיק דער שידוך איז טאקע גוט נאר מיר געפעלט ער ניט איך וועל קיינמאל זיין כלה נישט זיין דער שידוך איז טאקע גוט נאר אים וויל איך ניט ווייל ער האט געטרונקען מער אביסעלע וויין אורייתא ברתיא למאן בעית למהויא למאן בעית למהויא אנא בעיא אנא בעיא למיהב לך לאברהם רחימיא לא בעיא לא בעיא בגין דשאל במה אדעיא תורה מיין געליבטע טאכטער מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן זאג'זשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט אברהם מיין געליבטער איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’האב געוואלט חתונה מאכן דיך מיט אברהם מיין געליבטער דער שידוך איז טאקע גוט נאר מיר געפעלט ער ניט איך וועל קיינמאל נישט זיין זיין כלה דער שידוך איז טאקע גוט נאר אים וויל איך ניט ווייל ער האט געפרעגט א שאלה אורייתא ברתיא למאן בעית למהויא למאן בעית למהויא אנא בעיא אנא בעיא למיהב לך ליצחק עקידתיא לא בעיא לא בעיא בגין דרחים משנאיא תורה מיין געליבטע טאכטער מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן זאג'זשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט יצחק בעל עקידה איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט יצחק בעל עקידה דער שידוך איז טאקע גוט נאר מיר געפעלט ער ניט ווייל ער האט ליב געהאט דיין שונא דער שידוך איז טאקע גוט נאר אים וויל איך ניט ווייל ער האט ליב געהאט עשו’ניו אורייתא ברתיא למאן בעית למהויא למאן בעית למהויא אנא בעיא אנא בעיא למיהב לך ליעקב תמימיא לא בעיא לא בעיא בגין דנסיב אחתיא תורה מיין געליבטע טאכטער מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן זאגז'שע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט יעקב איש תם איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט יעקב איש תם דער שידוך איז טאקע גוט נאר מיר געפעלט ער ניט ער איז ביי מיר נאכנישט דער בעסטער דער שידוך איז טאקע גוט נאר איך וויל אים ניט ווייל ער האט גענומען צוויי שוועסטער אורייתא ברתיא למאן בעית למהויא למאן בעית למהויא אנא בעיא אנא בעיא למיהב לךלמשה רעיא מהימנא הן בעיא הן בעיא בגין דלא ינק מנכריא תורה מיין געליבטע טאכטער מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן זאג'זשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט משה רעיא מהימנא איך וועל דיר זאגן באלד מיט וועמען כ’וואלט געוואלט חתונה מאכן דיך מיט משה רעיא מהימנא דער שידוך געפעלט מיר טאקע און אים וויל איך טאקע ווייל ער האט קיינמאל קיין טעם מיתהנישט טועם געווען דער שידוך געפעלט מיר טאקע און אים וויל איך טאקע ווייל ער האט קיינמאל קיין טעם מיתה נישט טועם געווען

שבת איז שיין

אביש בראדט, יונתן שווארץ

s0048 שבת איז שיין אביש בראדט יונתן שווארץ לחן ומילים: הרה"ג ר' משה וואלפסאן | אן עונג שבת שבת איז שיין אביש בראדט יונתן שווארץ לחן ומילים: הרה"ג ר' משה וואלפסאן | אן עונג שבת שבת איז שיין שבת איז ריין שבת איז נאר פאר אידן אליין אידן זענען שיין אידן זענען ריין אידן זענען נאר פאר קודשא בריך הוא אליין די תורה איז שיין די תורה איז ריין די תורה איז נאר פאר אידן אליין

עד מתי

אברהם חיים גרין

s0446 עד מתי אברהם חיים גרין לחן: עמרם אדר | מילים: מאטי אילאוויטש | סינגל עד מתי אברהם חיים גרין לחן: עמרם אדר | מילים: מאטי אילאוויטש | סינגל וואו איך שטיי און גיי צו דיר איך שריי איך בעט און וויין צו דיר אגאנצן טאג טרער נאך טרער אוי טאטע הער איך שריי און וויין צו דיר פון גרויס פלאג טאטעניו מיין ס'שווער צו פארשטיין אוי אוי אוי עד מתי טאטעניו מיין ס'שווער אנצוגיין איך שריי און וויין צו דיר עד מתי עד מתי עד מתי אוי וויי אוי וויי אוי וויי עד מתי עד מתי עד מתי טאטעניו מיין עס זאל שוין גוט זיין מען זאל מער נישט דארפן שרייען עד מתי וואו איך שטיי און גיי צו דיר איך שריי איך בעט און וויין צו דיר א גאנצן טאג טרער נאך טרער אוי טאטע הער איך שריי און וויין צו דיר פון גרויס פלאג טאטעניו מיין ס'שווער אנצוגיין איך שריי און וויין צו דיר עד מתי עד מתי עד מתי אוי וויי אוי וויי אוי וויי עד מתי עד מתי עד מתי טאטעניו מיין עס זאל שוין גוט זיין מען זאל מער נישט דארפן שרייען עד מתי באשעפער איך שריי צו דיר וויפיל איז דער שיעור עד מתי באשעפער איך שריי צו דיר וויפיל איז דער שיעור עד מתי עד מתי אזא שווערן וועג שוין יארן און טעג וואס מען שרייט און מען פרעגט עד מתי

א געשריי

אברהם מרדכי שווארץ

s0778 א געשריי אברהם מרדכי שווארץ א געשריי אברהם מרדכי שווארץ א געשריי און א געוואלד און א געפילדערווען א פאטער אין וואלד זיכט זיינע קינדער קינדער קינדער ווי זענט איר געוועןאיך בענק מיך שוין אזוי שטארק נאך ענק קינדער קינדער עס איז אפן מיין טירקומסט שוין צוריק צו מיר קינדער קינדער קומטס צו מיר אהייםווייל איך וויל נישט זיין אליין

אזכרה

אברהם מרדכי שווארץ

s0567 אזכרה אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל אזכרה אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל אזכרה נגינתי בלילה עם לבבי אשיחה ויחפש רוחי מיין הארץ מיין הארץ איך שמועס מיך אויס מיט דיר איך זינג איך זינג ניגונים אן א שיעור איך טרעף איך טרעף מיין נשמה וואס ליגט אין מיר איך קום איך קום צוריק טאטע צו דיר

איך בין א איד

אברהם מרדכי שווארץ

s0776 איך בין א איד אברהם מרדכי שווארץ איך בין א איד אברהם מרדכי שווארץ וירגיל לומר בפיו ובלבו בשמחה גדולה ברוך אלקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים איי איך בין א איד

אתה יודע

אברהם מרדכי שווארץ

s0126 אתה יודע אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון אתה יודע אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון אתה יודע רזי עולם ותעלומות סתרי כל חי אין דבר נעלם ממך ואין נסתר מנגד עיניך איך ווייס איך ווייס איך ווייס אז דו ווייסט אלעס וואס איז געווען איך ווייס איך ווייס איך ווייס אז דו ווייסט אלעס וואס וועט געשען איך ווייס איך ווייס איך ווייס אז דו ווייסט די טיפעניש פון מיין הארץ איך ווייס איך ווייס אז אלעס דו ווייסט

בראשית

אברהם מרדכי שווארץ

s0019 בראשית אברהם מרדכי שווארץ בראשית אברהם מרדכי שווארץ בראשית ברא אלהים את השמים ואת הארץ והארץ הייתה תהו ובהו וחשך על פני תהום ורוח אלהים מרחפת על פני המים ויאמר אלהים יהי אור ויהי אור עס איז א ליכטיגע וועלט

גוט שבת

אברהם מרדכי שווארץ

s0732 גוט שבת אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: אנטשי פריעדמאן \ אלבום: אפריון גוט שבת אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: אנטשי פריעדמאן \ אלבום: אפריון גוט שבת הייליגער שבת שרייט'זשע יודעלע גוט שבת א מנוחה א שמחה טיף טיף אין הארץ שפירט דאס יודעלע אין שבת דעם בראך פון די גאנצע וואך פון אלע צרות ביטער און שווארץ פארגעסט דאס אידעלע אין שבת די מוח גאר הויך צופלאקערט זיך מיט התלהבות בענקעניש צום יום שכלו שבת מיט דיבורים פון שיר השירים מים רבים לא יוכלו לכבות ווארעמט זיך דאס אידעלע אין שבת

דער הייליגער באשעפער וועט העלפן

אברהם מרדכי שווארץ

s0305 דער הייליגער באשעפער וועט העלפן אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | סינגל דער הייליגער באשעפער וועט העלפן אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | סינגל דער הייליגער באשעפער וועט העלפן עס וועט זיין גוט עס קומט בעסערע טעג מיטן באשעפער'ס הילף מלך עוזר ומושיע ומגן מיין העלפער ביסטו טאטע אליין מער פון דיר דארף איך קיינעם ניין און נאר אויף דיר וועל איך מיך סומך זיין די גרויסע ישועה קומט שוין צו גיין הנה ימים באים נאם השם מער נישט צער מער נישט קיין געוויין בהתגלות עלינו כבוד שמים

האב ליב א אידן

אברהם מרדכי שווארץ

s0165 האב ליב א אידן אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון האב ליב א אידן אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון האב ליב א אידן וועט דער באשעפער דיר ליב האבן טו א טובה פאר א אידן וועט דער באשעפער דיר א טובה טאן זיי מקרב א אידן וועט דער באשעפער דיר מקרב זיין מקרב זיין מקרב זיין צו זיך האב ליב א איד באמת באהבת נפש אזוי ווי דו האסט ליב דיר אליין יא יא כמוך אזוי ווי דו טוסט זיך אייביג פארשטיין טו א טובה פאר א איד קום אים שנעל אקעגן מיט הילף וואס ער דארף ווען ער דארף קום ברודער איך בין דא פאר דיר דיין הארץ איך שפיר אן אפענע טיר האסטו ביי מיר זיי מקרב א אידן מיט א גוטע חיזוק ווארט ברענג אים נענטער צו די ערליכע תורה'דיג מסורה'דיג זיסע אידישע וועג וועט דער באשעפער דיר אויך מקרב זיין אוי מקרב זיין צו זיך האב ליב א אידן וועט דער באשעפער דיר ליב האבן טוה א טובה פאר א אידן וועט דער באשעפער דיר א טובה טאן זיי מקרב א אידן וועט דער באשעפער דיר מקרב זיין מקרב זיין מקרב זיין צו זיך

האט זיך מיר געלוינט

אברהם מרדכי שווארץ

s0306 האט זיך מיר געלוינט אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון האט זיך מיר געלוינט אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון זיץ איך מיר אליין און זינג אין א צייט וואס גייט נישט גרינג פון מיין הארץ די אמת שווימט ארויף עלמא דאתי קומט דיך דאך אוועקגיין וועט דער גלות יאך דאס פינטעלע אמונה וועק איך אויף ואמר ביום ההוא הנה הנה הנה הוא אלוקינו זה קוינו לו ווען די ישועה וועט געשען התגלות כבוד שמים זען וועל איך דעמאלטס זינגען אזוי אוי האט זיך מיר געלוינט אוי האב איך פארדינט

הייליגע שעפעלעך

אברהם מרדכי שווארץ

s0767 הייליגע שעפעלעך אברהם מרדכי שווארץ הייליגע שעפעלעך אברהם מרדכי שווארץ אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל פיהםשל תינוקות של בית רבן צאן קדשים הייליגע שעפעלעך מיר דינען נאר דעם באשעפער אליין צאן קדשים הייליגע שעפעלעך די גאנצע וועלט טוט אויף אונז שטיין עשה למען דיינע שעפעלעך נעם שוין צאם בהר הקודש בירושלים די גאנצע וועלט וועט הערן שיין דעם זיסן קול הייליג ריין פון דיינע צאן קדשים

המלאך

אברהם מרדכי שווארץ

s0772 המלאך אברהם מרדכי שווארץ המלאך אברהם מרדכי שווארץ המלאך הגואל אותי מכל רע יברך את הנערים ויקרא בהם שמי ושם אבותי אברהם ויצחק וידגו לרוב בקרב הארץ וויפיל נעגל אויפן דאך אזויפיל מלאכים אויפן וואך

והריקותי לכם ברכה

אברהם מרדכי שווארץ

s0765 והריקותי לכם ברכה אברהם מרדכי שווארץ והריקותי לכם ברכה אברהם מרדכי שווארץ והריקותי לכם ברכה עד בלי די די ס'איז גוט מער ווי גענוג די די דיעד שיבלו שפתותיכם מלומר די

ווארקע

אברהם מרדכי שווארץ

s0166 ווארקע אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | מילים: אנטשי פריעדמאן אברהם מרדכי שווארץ | אפריון ווארקע אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | מילים: אנטשי פריעדמאן אברהם מרדכי שווארץ | אפריון ביים הייליגן ווארקער קומט א חסיד אריין רבי מיין קינד איז אין א שווערע מצב פארהאן דאקטוירים האבן שוין אינגאנצן אויפגעגעבן רבי בעט פון הימל ער זאל בלייבן לעבן דער רבי פארמאכט זיך די הייליגע אויגן און זאגט אז ס'איז ליידער פארמאכט אלע טויערן איך קען דיר נישט העלפן מיט דיין זון אבער איין זאך קען איך טון איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר איך קען פילן דיין צער און דיין מי איך קען דיר נישט לאזן אליין איך וויל מיטהאלטן דיין געוויין איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר איך קען פילן דיין צער און דיין מי איך קען דיך נישט לאזן אליין איך וויל מיטהאלטן דיין געוויין צעבראכן פארקלעמט גייט דער חסיד ארויס וואס וועט דא זיין איך האלט עס מער נישט אויס אבער דער רבי אין ווינקל דארט פארטרערט א גוטע בשורה פון הימל ער הערט די פערדן לויפן שנעל ארויס אויף די וועגן דער רבי לויפט נאך קומט דעם חסיד אנטקעגן טייערער איד הער וואס כ'האב געזען א שינוי לטובה אט גייט דא געשען אין דעם זכות וואס איך האב געשפירט דיין צער האט זיך אין הימל געעפנט דעם שער א רפואה וועט קומען פאר דיין קינד ער וועט בקרוב זיין געזונט ווייל געוויינט האב איך צוזאמען מיט דיר און מיטגעפילט דיין צער און דיין מי איך האב דיר נישט געלאזט אליין ביזן אייבערשטן איז ארויף אונזער געוויין

חושב מחשבות

אברהם מרדכי שווארץ

s0576 חושב מחשבות אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון חושב מחשבות אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון הקדוש ברוך הוא חושב מחשבות לבל ידח ממנו נדח פאל נישט אוועק ווייל איך וויל דיר לויף נישט אוועק לויף נאר צו מיר איך ווארט איך ווארט איך בענק איך בענק נאר צו דיר אליין מיין טייער קינד קום צו מיר אהיים

כאילו

אברהם מרדכי שווארץ

s0696 כאילו אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן \ אלבום: אפריון כאילו אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן \ אלבום: אפריון כאילו קיימתיה בכל פרטיה ודקדוקיה כאילו קיימתיה בכל כוונותיה כאילו קיימתיה בכל פרטיה ודקדוקיה כאילו קיימתיה בכל כוונותיה איך ווייס איך ווייס אז די תורה איז אזוי טיף און ברייט איך ווייס איך ווייס מיין עבודה איז נאר כטפה מן הים איך ווייס איך ווייס אז די תורה איז אזוי טיף און ברייט איך ווייס איך ווייס מיין עבודה איז נאר כטפה מן הים אבער די געגועים זענען אזוי גרויס כאילו כאילו קיימתיה הלוואי הלוואי כוונתי בכל כוונותיה אבער די געגועים כאילו כאילו כאילו קיימתיה הלוואי הלוואי כוונתי בכל כוונותיה זאל דאס גערעכנט ווערן כאילו קיימתיה בכל פרטיה בכל פרטיה ודקדוקיה וכוונותיה

כי לא תעזוב

אברהם מרדכי שווארץ

s0577 כי לא תעזוב אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל כי לא תעזוב אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל איך לייג דיר באשעפער אלעמאל פאר מיר ווייל צו מיין רעכטע האנט טוסטו אייביג שטיין פארדעם לכן שמח לבי מיין הארץ איז פול מיט פרייד מיין גאנצע זעל קען רוען אין א רואיגקייט דו וועסט מיר קיינמאל לאזן פארפאלן גיין מיט מיר באשעפער וועסטו אייביג זיין פון מיינע אויגן גיסן טרערן אוי איך וויין כי לא תעזוב נפשי לשאול לא תתן חסידך לראות שחת איך ווייס און גלייב אז די וועלט איז נאר א דורכגאנג צו מיין אייביגע לעבן צו עולם הבא אבער היט מיך אפ שמרני קל ביז ווילאנג מיין נשמה געפינט זיך אויך דעם עולם דא וויסן ווי גרויס איז יעדע מצוה וואס איך טו ווייל באמת קוועלסטו פון מיין קלייניגקייט נישט צו פאלן פארן בלאף פונעם יצר בעט איך דיר צו גלייבן אין מיין אינערליכע הייליגקייט כי לא תעזוב נפשי לשאול לא תתן חסידך לראות שחת

כל מה דעביד

אברהם מרדכי שווארץ

s0764 כל מה דעביד אברהם מרדכי שווארץ כל מה דעביד אברהם מרדכי שווארץ כל מה דעביד רחמנא לטב עביד כל מה דעבידוואס נאר ער טוט איז אלעס גוט כל מה דעבידווייל וואס ער טוט איז גוט

כרובים עליונים

אברהם מרדכי שווארץ

s0405 כרובים עליונים אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' אנשיל פרידמאן | מילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | כרובים עליונים כרובים עליונים אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' אנשיל פרידמאן | מילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | כרובים עליונים מעשה חושב יעשה אותה כרובים רמז לאדם שמעשה חושב ומחשבתו הקדושה יעשה אותו ככרובים עליונים מלאכי עליון ככרובים עליונים מלאכי עליון ככרובים עליונים מלאכי עליון פארוואס זאגט אונז די הייליגע תורה אז די כרובים זאלן ווערן געמאכט מיט אסאך מחשבה ווייל די כרובים זיי זענען דאך מרמז ווי די מלאכי מעלה כאש להבה דער חתם סופר געט צו פארשטיין אז א מענטש דארף הויך גיין ווען דיין מח טראכט און טראכט צום באשעפער דיין דביקות דערגרייכט ככרובים עליונים מלאכי עליון ככרובים עליונים מלאכי עליון ככרובים עליונים מלאכי עליון

לאמיר מאכן קידוש

אברהם מרדכי שווארץ

s0027 לאמיר מאכן קידוש אברהם מרדכי שווארץ לחן: שרולי ליפשיץ | מילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל לאמיר מאכן קידוש אברהם מרדכי שווארץ לחן: שרולי ליפשיץ | מילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל ויתי לנא ולכל נפשתנא חנא וחסדא אוי ורחמי וחיי אריכי ומזוני רויחי ורחמי מן קדמיה לאמיר מאכן קידוש אויף דער גאנצער וועלט כי בו שבת קל מכל מלאכתו א ברכה פון מלאכים זאל קומען אויף מיין געצעלט שבת קודש הייליגער שבת

לית אתר

אברהם מרדכי שווארץ

s0269 לית אתר אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' אנשיל פרידמאן | כרובים עליונים לית אתר אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' אנשיל פרידמאן | כרובים עליונים דער הייליגער צאנזער רב האטאלעמאל געזאגט מרגלא בפומיה:לית אתר פנוי מיניה לית מחשבה תפיסא ביה כלל

למען תזכור

אברהם מרדכי שווארץ

s0773 למען תזכור אברהם מרדכי שווארץ למען תזכור אברהם מרדכי שווארץ למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך א יעדער יוד דארף וויסן וואו ער זאל נאר זיין אין איין מינוט קען ער שטייגן די העכסטע וואס קען זיין תחילה למקראי קודש זכר ליציאת מצרים

מי זאת

אברהם מרדכי שווארץ

s0770 מי זאת אברהם מרדכי שווארץ מי זאת אברהם מרדכי שווארץ מי זאת עולה מן המדבר כתימרות עשן מקטרת מור ולבונה מכל אבקת רוכל הנה מטתו שלשלמה ששים גבורים סביב לה מגבורי ישראל מיר בענקען זיך צוריק אזוי שטארק אויפן הייליגן בית המקדש

מי כשם

אברהם מרדכי שווארץ

s0774 מי כשם אברהם מרדכי שווארץ מי כשם אברהם מרדכי שווארץ מי כשם אלקינו בכל קראנו אליו איך שטיי פאר דיר איך בין נאנט צו דיר מיין הארץ איז אפן ביי דיין טיר איך בעט דיר טאטע זיי מיר מזכה און זיי ממלא מיין בקשה

מן המיצר

אברהם מרדכי שווארץ

s0731 מן המיצר אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' אנשיל פרידמאן | אפריון מן המיצר אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' אנשיל פרידמאן | אפריון מן המצר קראתי קה ענני במרחב קה פון טיפסטע נקודה אין מיין נשמה שריי איך אויס צו דיר אין יעדן מצב אין מיין לעבן בעט איך נאר פון דיר די גאנצע תהילים פון דוד המלך רעדט ער צו השם פערזענליך בצר לי אקרא פון דעם פראבלעם פון די טיפעניש איז ער זיך מקשר צו אונזער ליבע טאטע געפילן עפן איך אויף נאר פאר אים יא דייקא פון די צרות ווייען געב איך ארויס מיין געשרייען א לב נשבר צעבראכן פארטרערט איך שטויס נישט אוועק מיין חושך ניין פון דעם פלאץ קום איך צו גיין איך בין מקבל ס'איז מיר באשערט

מנן ומאן

אברהם מרדכי שווארץ

s0089 מנן ומאן אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל מנן ומאן אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל תמהין ושיילין ליה די פעלקער פון די וועלט אלע פון זיי פרעגן די אידעלע צי דען איז דיר כדאי איז דען דיר ווערד צו בלייבן געטריי מען וואונדערט זיך אויף דיר איד פארגאפטערהייט ווי לאנג איז ענקער גלות וואס איז דער באדייט ווען גייט מען ענק אויסלייזן ווען ווערט עטס באפרייט שוין יארן זאגט עטס אט-אט מ'גייט מנן ומאן הוא רחימך ווער איז דיין ליבהאבער ווער ארום ארום בגינה ספית צו ליידן ביטער און שווער ווער איז דער וואס האט דיך ליב דו שיינער זיסער איד וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען מדור אריותא אין לייבן-גרוב בחכמתא מתיבתא להון מיט קלוגשאפט ענטפערט מען צוריקדעם נארישן גוי דיין גרויסקייט קעגן מיינע וואס איז עס דען שוין עס ווארט עס ווארט מיר אפ א באלוין ירושלים איר גרויסקייט אנטדעקט וועט ווערן אנגעפילט מיט אידן פון יעדן עק אויף ענק גייט אנפאלן א פחד און א שרעק יקרה כד אתגלי וועט דאן ווערן אנטפלעקט במיתי לי נהורא א לעכטיגקייט די כלים פון בית המקדש צוריקזען מיט פרייד א שיינקייט מ'קען נישט מסביר זיין וואס ס'גייט דעמאלטס געשען עפעס וואס קיין איין נביא האט נישט פאראויסגעזען מנן ומאן הוא רחימך ווער איז דיין ליבהאבער ווער ארום ארום בגינה ספית צו ליידן ביטער און שווער ווער איז דער וואס האט דיך ליב דו שיינער זיסער איד וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען מדור אריותא אין לייבן-גרוב לפומיה דעבידתא עבידן מטללתא לויט דיינע מעשים כי אתה פעלתו ווי שווערער ס'איז דיר אנגעקומען אייביג אויף די וועלט דא וועט דיין חופה זיין שענער בעולם הבא עלה רמזי דין הוא דין הוא דאס איז אונזער אונזער גאט שברנא ליה בשבין אין גלות אין געפענגעניש פאר דיר געהאפט נאר מיט אמונה קלאר און שטארק זיך געהאלטן פעלזן-פעסט און יעצט באצאלן טוסטו אונז א גרויסער שכר פאר דעם דו געסט

מעזשיבוזש

אברהם מרדכי שווארץ

s0461 מעזשיבוזש אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' חיים איצקאוויטש ר' אברהם מרדכי שווארץמילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל מעזשיבוזש אברהם מרדכי שווארץ לחן: ר' חיים איצקאוויטש ר' אברהם מרדכי שווארץמילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל מעזשיבוזש מיר זענען דא מעזשיבוזש מיר זענען דא מעזשיבוזש מיר זענען דא מעזשיבוזש מיר זענען דא ביים הייליגן בעל שם ביים הייליגן בעל שם דער רבי פון אלע חסידים ביים הייליגן בעל שם ביים הייליגן בעל שם דער רבי פון אלע רבי'ס א מנחה א הודו א קבלת שבת אויפן העכסטן פארנעם אין מעזשיבוזש מ'טאנצט לכה דודי מיט אזויפיל התלהבות ביים הייליגן בעל שם אין מעזשיבוזש געזונגען אלע צוזאם בצפרא דשבתא ביים הייליגן בעל שם אין מעזשיבוזש ביים ציון מ'רייסט איין אוי הייליגער טאטע מער קיין צער און קלעם אין מעזשיבוזש מעזשיבוזש מיר זענען דא מעזשיבוזש מיר זענען דא מעזשיבוזש מיר זענען דא מעזשיבוזש מיר זענען דא ביים הייליגן בעל שם ביים הייליגן בעל שם דער רבי פון אלע חסידים ביים הייליגן בעל שם ביים הייליגן בעל שם דער רבי פון אלע רבי'ס

משנכנס אדר מרבין בשמחה

אברהם מרדכי שווארץ

s0766 משנכנס אדר מרבין בשמחה אברהם מרדכי שווארץ משנכנס אדר מרבין בשמחה אברהם מרדכי שווארץ משנכנס אדר מרבין בשמחה השם יתברך דינט מען מיט שמחה שוועריגקייטן פארטרייבט מען מיט שמחה א איד דארף זיין אייביג בשמחה מצוה גדולה להיות בשמחה

נאר אמונה

אברהם מרדכי שווארץ

s0775 נאר אמונה אברהם מרדכי שווארץ נאר אמונה אברהם מרדכי שווארץ נאר אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין פון היינט און אלעמאל אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט

פארבינדן

אברהם מרדכי שווארץ

s0777 פארבינדן אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: אנטשי פריעדמאן \ אלבום: כרובים עליונים פארבינדן אברהם מרדכי שווארץ לחן ומילים: אנטשי פריעדמאן \ אלבום: כרובים עליונים ר' מאיר'ל פרעמישלאנער איז געגאנגען אין מקוה יעדן טאג די וועג איז געווען א טיפן שווערן בארג אראפ רעגן און שניי סאיז נישט קיין חילוק געגאנגן איז ער אפילו ס'איז גליטשיג און פאלט קיינמאל נישט אראפ און אזוי האט ער געזאגט אז מ'איז:פארבינדן פון אויבן פאלט מען נישט פון אינטן כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו

קדש

אברהם מרדכי שווארץ

s0771 קדש אברהם מרדכי שווארץ קדש אברהם מרדכי שווארץ די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען די סודות פון דעם קדש קדש טאטע קום שנעל אהיים זיי אונז מקדש בקדושה כדי די קליינע קינדערלעך כדי דיינע הייליגע אידעלעך זאלן נישט איינשלאפן טאטע מיר בעטן דיר קדש מיר ווילן נישט איינשלאפן מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף קדש נעם אונז שוין צוריק אהיים

קודש קדשים הוא

אברהם מרדכי שווארץ

s0369 קודש קדשים הוא אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון קודש קדשים הוא אברהם מרדכי שווארץ לחן: אנטשי פריעדמאן | אפריון יעדער איד איז הייליג יעדער איד איז יעדער איד איז הייליג יעדער איד איז קודש קדשים קודש קדשים קודש קדשים קודש קדשים

רבי

אברהם מרדכי שווארץ

s0768 רבי אברהם מרדכי שווארץ רבי אברהם מרדכי שווארץ רבי איך וויל מיך שטארק מקשר זיין צו דיר ווייז מיר דעם וועג צו דינען דעם באשעפער ווייז מיר דעם וועג צו טון דעם רצון השם

שטיי אויף

אברהם מרדכי שווארץ

s0769 שטיי אויף אברהם מרדכי שווארץ שטיי אויף אברהם מרדכי שווארץ שבע יפול צדיק וקם זיבן מאל פאלט א צדיק און שטייט אויף שבע יפול צדיק וקם זיבן מאל פאלט א צדיק און שטייט אויף א צדיק איז נישט דער וואס פאלט נישט א צדיק איז דער וואס שטייט אויף א צדיק איז נישט דער וואס פאלט נישט א צדיק איז דער וואס שטייט אויף שטיי אויף שטיי אויף שטיי אויף שטיי אויף און זעה דעם אור שטיי אויף שטיי אויף שטיי אויף שטיי אויף און זעה דעם אור

קול דודי דופק

אברהם מרדכי שווארץ, דובי מייזעלס

s0246 קול דודי דופק אברהם מרדכי שווארץ דובי מייזעלס לחן: ר' ברוך ווייצמאן | הגאון רבי ברוך בער מקאמעניץ ז"למילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל קול דודי דופק אברהם מרדכי שווארץ דובי מייזעלס לחן: ר' ברוך ווייצמאן | הגאון רבי ברוך בער מקאמעניץ ז"למילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל איך בין אינגאנצן קאלט און פארמאכט איך קען זיך נישט אויפוועקן ווי אינמיטן נאכט איך בין פארשלאפן אין גלות טיף אבער מיין הארץ איז אויף און הערט דעם רוף א קול פון מיין פריינט רופט צו מיר בעט און בעט עפן מיר דיין טיר קום קום נשמה איך וויל נאר דיר עפן דיין הערצעלע מיין נאנטקייט שפיר קול דודי דופק פתחי לי בני ישראל וועק דיך אויף לויב און דאנק צו מיר קוק ארויף פון דיינע טרערן איך בין אנגעפילט פון דיין עבודה איך בין איינגעהילט אני ישנה ולבי ער קול דודי דופק פתחי לי דער קול אין מיר איז פון גאט אליין געב מיר דיין הייליג הארץ ליבער קינד מיין איך ווארט שוין קוים צו דיר זיך מגלה זיין אט אט גייען מיר צוריק אהיים קול דודי דופק פתחי לי

א איד

אברהם פריד

s0687 א איד אברהם פריד לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: עולם א איד אברהם פריד לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: עולם אוי ווי גוט צו זיין א איד אוי ווי גוט אוי ווי שיין אוי ווי זיס אוי ווי פיין צו זיין א איד

א גוטע וואך

אברהם פריד

s0061 א גוטע וואך אברהם פריד לחן: ר׳ אשר׳ל רימנובער בן האמרי נועם זי"עמילים: ר' יום טוב עהרליך אברהם פריד | מלוה מלכה א גוטע וואך אברהם פריד לחן: ר׳ אשר׳ל רימנובער בן האמרי נועם זי"עמילים: ר' יום טוב עהרליך אברהם פריד | מלוה מלכה א גוטע וואך מיט ברכה הצלחה ישועות רפואות און נחת און חן פרייליך לאמיר דעם שבת באגלייטן אנגרייטן א סעודה גאר שיין מען זיצט מיט די מלכה ס'איז גאר א פראכט ביז שפעט אינדערנאכט א לחיים מען מאכט מיט א ניגון גאר צופרידן עס ווערט דארט די נאכט פארבראכט פרייטאג צונאכטס גייענדיג אהיים פון שול זענען מלאכים געקומען אונז זען שבת מיט תורה ותפילה אביסעלע נענטער צום בורא געווען יעצט קומט די וואך א נייעם יאך צוריק צו די געלט צוריק צו דער וועלט מען דארף האבן כח בייקומען אלץ וואס אויף געטליכקייט פארשטעלט אל תירא עבדי יעקב מיר וועלן אלע האבן א שבוע טוב די וואך איז דערפאר געבן אונז שכר אויף מאכן הייליג אלץ וואס איז ליידיג צו מאכן פון דעם קליינעם וועלט א דירה לו יתברך א הייליג געצעלט דער שבת זי גייט נאר מיר שטייען גרייט טאן וואס מען דארף און פרייליכערהייט ווען דער שבת קומט צו גיין א נייע לעבן אלע פוצן זיך אויס שיין סיי גרויס און סיי קליין די קאפ עס ווערט ביי יעדן ריין א נייע שטרעבן א נייע נשמה עס קומט צו גיין די וואך איז דאך פול מיט פארדרוס קומט שבת קודש ביסטו בעל-הבית ווי א מלך אזוי און א מלכה די פרוי מיט הויכע געפילן קאן מען דאן פילן דעם חילוק פון איד מיטן גוי מען האט צייט אצינד זען יעדן קינד די שיינקייט פון דעם די חכמה פון אים אויך דער באשעפער פרייט זיך מיט דעם דערפאר ווען דער שבת גייט אוועק לאזט מען נישט אפ מען פארשטעלט איר די וועג מען בעט זיי נאך דא עטליכע שעה מען מאכט איר א סעודה מאכלים גאר גוטע אין זכות פון דער מלוה מלכה וועט קומען צו גיין דוד משיחא קול צהלה עס קומט שוין די שעה אליהו וועט אונז זאגן משיח איז דא און טאקע ווען משיח וועט זיין וועט די גאנצע וואך זיין שבת'דיג פיין גיסט מיר אריין אביסעלע וויין לחיים א גוטע וואך זאל אונז זיין

א פרייליכן תשעה באב

אברהם פריד

s0199 א פרייליכן תשעה באב אברהם פריד לחן ומילים: הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי | א מחיה א פרייליכן תשעה באב אברהם פריד לחן ומילים: הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי | א מחיה תשעה באב ביינאכט אז מ'האט אפגעזאגט די קינות האט מען עס אין שמות באהאלטן לשנה הבאה בעזרת השם דעם תענית וועט מען מער נישט דארפן האלטן אנשטאט צו לערנען קמצא ובר קמצא וועט מען לערנען מילתא דבדיחא אנשטאט צו לערנען הלכות אבילות וועט מען לערנען הלכתא למשיחא עס וועט זיין א בית המקדש במהרה בימינו נאך שענער ווי דער ערשטער און דער צווייטער וואס וועט מן השמים אראפקומען אינגאנצן א פערטיגער א גרייטער ס׳וועט מער נישט זיין קיין צרות יגון ואנחה און צום גלות וועט שוין זיין א סוף און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן א פרייליכן תשעה באב צהלה ושמחה וועט זיין מגילת איכה און ס׳וועט טאקע זיין א מחיה שבת חזון וועט עולה זיין צו מפטיר דער נביא ישעיה חזון ישעיהו וועט ער זינגען מיט א שמחת-תורה׳דיגע תנועה בנים גדלתי ורוממתי כ׳האב זיי שוין געבראכט די ישועה משיח וועט פראווען א סעודת יום הולדת און מען וועט זינגען מזל טוב און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן א פרייליכן תשעה באב עס וועלן מקוים ווערן אלע ברכות און ס'וועט זיין א שפע לרוב און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן א פרייליכן תשעה באב תשעה באב צופרי וועט מען גיין אין מקוה גיין צו מעמדות ביי קרבנות צו שחרית וועט מען אנטון טלית און תפילין טרינקען א לחיים אין דעם תענית משה רבינו וועט ארויף אויף דער בימה דרש׳ענען פאר אונז חידושי תורה אהרן הכהן וועט טון די עבודה אנצינדן די הייליגע מנורה דערנאך וועט מען גיין צו שיעורים און פלפולים אין די פארשידענע ישיבות פון הלל און שמאי רמב"ם און ראב"ד קצות החושן און נתיבות משיח וועט פראווען א סעודת יום הולדת און מען וועט זינגען מזל טוב און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן א פרייליכן תשעה באב עס וועלן מקוים ווערן אלע ברכות און ס'וועט זיין א שפע לרוב און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן אידאלאך א פרייליכן תשעה באב

אויב נישט קיין אמונה

אברהם פריד

s0376 אויב נישט קיין אמונה אברהם פריד לחן: חב"ד | א מחיה אויב נישט קיין אמונה אברהם פריד לחן: חב"ד | א מחיה אויב נישט קיין אמונה צוזאמען מיטן געלט וואסזשע ארבעטסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין בטחון צוזאמען מיטן געלט וואסזשע ברויכסטו די גאנצע וועלט אויב נישט קיין גמילות חסדים צוזאמען מיטן געלט וואסזשע גייסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין דביקות צוזאמען מיטן געלט וואסזשע דארפסטו די גאנצע וועלט אויב נישט קיין התלהבות צוזאמען מיטן געלט וואסזשע הארעוועסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין ווארעמקייט צוזאמען מיטן געלט וואסזשע ווילסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין זכותים צוזאמען מיטן געלט וואסזשע זוכסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין חסידות צוזאמען מיטן געלט וואסזשע כאפסטו די גאנצע וועלט אויב נישט קיין טהרה צוזאמען מיטן געלט וואסזשע טויגסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין יראת שמים צוזאמען מיטן געלט וואסזשע יאגסטו זיך אויף דער וועלט אויב נישט קיין כיבוד אב ואם צוזאמען מיטן געלט וואס איז דער כבוד אויף דער וועלט אויב נישט קיין לימוד התורה צוזאמען מיטן געלט וואסזשע לויפסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין מצוות צוזאמען מיטן געלט וואסזשע מאטערסטו זיך אויף דער וועלט אויב נישט קיין נדבות צוזאמען מיטן געלט וואסזשע נארסטו די גאנצע וועלט אויב נישט קיין סדר פסח צוזאמען מיטן געלט וואסזשע סאפעסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין עניוות צוזאמען מיטן געלט וואס וועסטו ענטפערן אויף יענער וועלט אויב נישט קיין פדיון שבויים צוזאמען מיטן געלט וואסזשע פלאגסטו זיך אויף דער וועלט אויב נישט קיין צדקה צוזאמען מיטן געלט וואסזשע צערייסטו די גאנצע וועלט אויב נישט קיין קדושה צוזאמען מיטן געלט וואסזשע קויפסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין רחמנות צוזאמען מיטן געלט וואסזשע רעש'טו די גאנצע וועלט אויב נישט קיין שבת קודש צוזאמען מיטן געלט וואסזשע שרייסטו אויף דער וועלט אויב נישט קיין תורה תשובה תפילהצוזאמען מיטן געלט וואס איז דער תכלית אויף דער וועלט

איך בין איך

אברהם פריד

s0382 איך בין איך אברהם פריד לחן: איצי וואלדנער אברהם פריד | מילים: אברהם פריד | א מחיה איך בין איך אברהם פריד לחן: איצי וואלדנער אברהם פריד | מילים: אברהם פריד | א מחיה אויב איך בין איך ווייל דו ביסט דו און דו ביסט דו ווייל איך בין איך דעמאלטס בין איך נישט איך און דו ביסט נישט דו אבער אויב איך בין איך ווייל איך בין איך און דו ביסט דו ווייל דו ביסט דו דעמאלטס בין איך איך און דו ביסט דו שעם דיך נישט מיט ווער דו ביסט דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז זיי זיך אליין

ארויס

אברהם פריד

s0425 ארויס אברהם פריד לחן: ר' אליעזר קאליש | מילים: אברהם פריד | א מחיה ארויס אברהם פריד לחן: ר' אליעזר קאליש | מילים: אברהם פריד | א מחיה ושמור צאתנו ובואנו לחיים טובים ולשלום מעתה ועד עולם ארויס ארויס פון גלות ארויס אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס קליין און גרויס ארויס ארויס ובואנו דו זאלסט אונז ברענגען לחיים טובים ולשלום ובואנו דו זאלסט אונז ברענגען לחיים טובים ולשלום ארויס ארויס פון גלות ארויס אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס קליין און גרויס ארויס ארויס

וזכני - אידיש

אברהם פריד

s0787 וזכני - אידיש אברהם פריד וזכני - אידיש אברהם פריד ווען איך שטיי ביים שבת ליכט מיין הארץ איך עפן אויף מיט מיין הענט אויף מיין געזיכט א טרערל רינט א מאמע’ס טרער האט כח ס'דערגרייכט גאר הויך מ’טוט אויסהערן אירע טרערן ווען זי בעט פאר איר קינד אוי וזכני וזכני יעדער איינער וויל דאס זען בעטן מיר ביי דיר אצינד נחת פון א אידיש קינד זרעא חיה וקיימא און מ’לאזט א טרער דערצו יעדע משפחה מיט די ברכה וזכני

זיי א גוטער איד

אברהם פריד

s0395 זיי א גוטער איד אברהם פריד א מחיה זיי א גוטער איד אברהם פריד א מחיה געדענקען זאלסטו מיין קינד דיין טאטנ’ס ליד געדענקען זאלסטו מיין קינד זיי א גוטער איד וואו דו וועסט גיין וואו דו וועסט שטיין סיי בייטאג און סיי ביי נאכט וואס דו וועסט זיין גרויס צי קליין שטענדיג נעם דאס גוט אין אכט געדענק נאר גוט דיין טאטנ’ס ליד זיי א גוטער איד

טאטעניו

אברהם פריד

s0234 טאטעניו אברהם פריד לחן: חב"ד | מילים: אברהם פריד | forever one טאטעניו אברהם פריד לחן: חב"ד | מילים: אברהם פריד | forever one א טאטע ביסטו גאר א געטרייער דיין ליבשאפט צו אונז איז דאך אין לשער און נאך מער פון דעם זאגט דער הייליגער בעל שם אז יעדער איד איז ביי דיר א בן יחיד געזעסן זענען מיר אינאיינעם ביי דיין טיש פארשיקט זענען מיר אין גלות אין א וויסטעניש קומען מיר דיינע קינדערלעך בעטן ביי דיר אבינו אב הרחמן רחם עלינו דיין בן יחיד בענקט נאך דיר געוואלד טאטעניו אוי ווי ליכטיג אוי ווי הייליג עס איז דאן געווען ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיך זען ותחזינה עינינו בשובך לציון ווען וועט שוין אונזער גואל אנטון זיין קרוין בכל יום אחכה לו מיר ווערן גארנישט מיד ברענג אונז משיח בן דוד און טאקע באלד וועלן אידן קומען אין בית מקדשך יעדן שבת און ראש חודש להשתחוות לפניך ס'וועט זיין ונגלה כבוד השם אלע וועלן דינען אים אבינו אב הרחמן רחם עלינו דיין בן יחיד בענקט נאך דיר געוואלד טאטעניו אוי ווי ליכטיג אוי ווי הייליג עס איז דאן געווען ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיך זען ותחזינה עינינו בשובך לציון ווען וועט שוין אונזער גואל אנטון זיין קרוין בכל יום אחכה לו מיר ווערן גארנישט מיד ברענג אונז משיח בן דוד מיט ליבשאפט וועסטו נעמען יעדן אידן פארן האנט מיט ניסים אים צוריקפירן אין אונזער הייליג לאנד א גאנצע פאלק גרויס און קליין קיינער וועט פארלוירן גיין צוזאמענקומען וועלן מיר זיך ברידער לאנג צעשיידט מיט אהבת אחים אין ירושלים מיט שמחה און מיט פרייד און וויסן וועט די וועלט גענוי אז אין עוד מלבדו

יחיד ורבים

אברהם פריד

s0438 יחיד ורבים אברהם פריד לחן ומילים: יוסי גרין | יחיד ורבים יחיד ורבים אברהם פריד לחן ומילים: יוסי גרין | יחיד ורבים משעה שגלו ישראל מארץ ישראל מתקיים ויכוח בין כנסת ישראל והקדוש ברוך הוא כנסת ישראל אומרת השיבנו השם אליך און דערנאך ונשובה והקדוש ברוך הוא משיב שובו אלי און דערנאך ואשובה אליכם שטעלט זיך די שאלה ווי וועמען איז די הלכה?גרויסער באשעפער לאמיר זען וואס אין דיין תורה שטייט יחיד ורבים הלכה כרבים דו ביסט דאך טאקע דער יחידו של עולם אבער מיר זיינען דאך דער רבים השיבנו השם אליך און דערנאך ונשובה

כח

אברהם פריד

s0135 כח אברהם פריד לחן: משה לויפער | חזק כח אברהם פריד לחן: משה לויפער | חזק וזכרת את ה' אלקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל זאלסט געדענקען דעם אייבערשטן דער גרויסער באשעפער דארט ווייל ער ער איז דער דער וואס גיט דיר כח

כי המצוה

אברהם פריד

s0404 כי המצוה אברהם פריד לחן ומילים: יוסי גרין | אדרבה כי המצוה אברהם פריד לחן ומילים: יוסי גרין | אדרבה וידבר משה משה האט אונז אזוי געזאגט בן מאה ועשרים אנכי היום איך גיי באלד ארויף אין עולם העליון הערט וואס איך זאג אייך אצינד דאס זאג איך פאר יעדן אידיש קינד כי המצוה הזאת אשר אנכי מצוך היום לא נפלאת היא ממך ולא רחוקה היא לא בשמים היא לאמר מי יעלה לנו השמימה ויקחה לנו וישמיענו אותה ונעשנה ולא מעבר לים היא לאמר מי יעבר לנו אל עבר הים ויקחה לנו וישמיענו אותה ונעשנה לא נפלאת היא ממך ולא רחוקה היא כי קרוב אליך הדבר מאוד אליך הדבר מאוד כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו לא נפלאת היא ממך ולא רחוקה היא

מה אשיב

אברהם פריד

s0257 מה אשיב אברהם פריד לחן: ר' יהודה גילדן ז"ל | הרי יהודה מה אשיב אברהם פריד לחן: ר' יהודה גילדן ז"ל | הרי יהודה מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי ווי זאל איך וואס קען איך אפצאלן גאט פאר זיינע גוטנס צו מיר ווי זאל איך וואס קען איך אפצאלן גאט פאר זיינע גוטנס צו מיר

מיין טאטנ'ס קינד

אברהם פריד

s0586 מיין טאטנ'ס קינד אברהם פריד לחן ומילים: אברהם פריד | א מחיה מיין טאטנ'ס קינד אברהם פריד לחן ומילים: אברהם פריד | א מחיה איי דו יצר הרע איי ביסטו א פאכמאן פון דער ערשטער קלאס דו קענסט פארדרייען דעם קאפ און דעם שכל אפילו פון א בר דעת מען רופט דיר טאקע מלך ביסט אבער א נאר אן אלטער כסיל לאמיר דיר זאגן יצר הרע דעם אמת דעם אמת דעם אמת וואס איך פיל איך בין נישט דיינער ניין ניין ניין כ׳וויל אין דיינע דרכים אפילו נישט גיין אפילו ווען איך פאל און אויך בשעת׳ן זינד בין איך אלעמאל אלעמאל אלעמאל מיין טאטנ׳ס א קינד איך בין זיינער זיינער און נישט דיינער איין באשעפער אין הימל איז דא איך בין זיינער יא יא יא איי דו יצר הרע וואו איך גיי וואו איך שטיי האב איך פון דיר צרות תאוות נסיונות רכילות און מחשבות זרות דו כאפסט מיר אין דיין פוסטן קלעם זאגט טאקע די תורה א סברא מה יעשה הבן וויל איך דיר זאגן יצר׳ל הויך אויפן קול נאכאמאל און נאכאמאל איך בין נישט דיינער ניין ניין ניין כ׳וויל אין דיינע דרכים אפילו נישט גיין אפילו ווען איך פאל און אויך בשעת׳ן זינד בין איך אלעמאל אלעמאל אלעמאל מיין טאטנ׳ס א קינד איך בין זיינער זיינער און נישט דיינער איין באשעפער אין הימל איז דא איך בין זיינער יא יא יא איי דו יצר הרע גלייך ביי התחלת הבריאה ווען די וועלט איז געווען נאך יונג האסטו שוין געמאכט א חורבן מיט דיין שארפן צונג אדם און חוה זיי ביידן פארטריבן פון גן עדן און אזוי ציט זיך עס שוין טויזנטער יאר דו נעמסט גארנישט קיין וואקעישן דו ווערסט שטערקער גאר אבער באלד באלד באלד באלד יצר׳ל וועט מקוים ווערן וואס עס שטייט אין דעם ספר׳ל עתיד הקדוש ברוך הוא ער וועט נעמען דעם מעסער דעם שארפן ער וועט דיר שוין מער נישט דארפן ואת רוח הטומאה אעביר ס׳וועט נישט בלייבן קיין זכר פון דיר פאר דו גייסט יא פאר דו גייסט וויל איך יצר׳ל זען און מאכן קלאר אז דו פארשטייסט איך בין קיינמאל נישט געווען דיינער ניין ניין ניין כ׳האב אין דיינע דרכים קיינמאל נישט געוואלט גיין אפילו ווען איך בין געפאלן און אויך בשעת׳ן זינד בין איך אלעמאל אלעמאל אלעמאל געווען מיין טאטנ׳ס א קינד איך בין זיינער זיינער און נישט דיינער איין באשעפער אין הימל איז דא איך בין זיינער יא יא יא

מיינע תפילין

אברהם פריד

s0367 מיינע תפילין אברהם פריד לחן: ליפא שמעלצער | מילים: ליפא שמעלצער אברהם פריד | א מחיה מיינע תפילין אברהם פריד לחן: ליפא שמעלצער | מילים: ליפא שמעלצער אברהם פריד | א מחיה קומט מיט מיר ליבע פריינט לאמיר קיין בארדיטשוב גיין די תורה וואו די זון דארט שיינט דורכגעווייקט מיט חסידות איז אויך יעדער שטיין די געסעלעך ווי ברעקעלעך מיט אידן פול אוי די נשמה ציט פון יעדן איד צום הייליגן בארדיטשובער שול דער שוסטער דער וועקער דער שניידער דער בעקער יעדער מיט זיינע כוונות מיט א שמייכל אויפן פנים י"א סממנים זאגט זיך ר' זאנוויל קרבנות ר' מענדל א מקוה'לע ר' הענדל א משנה'לע דער דיין ער טרינקט זיך א קאווע ר' איסר איז נזהר ער דאוונט נישט ביז ער גיט צדקה מיט התלהבות אין א ווינקל שטילערהייט דארט גרייט זיך ר' יהושע'לע צו מאכן די ברכה להניח תפילין מיט פרייד ער דרייט אויפן האנט די רצועה'לע און מאכט די ברכה מיט הייליגע געפילן ער לייגט שוין דעם של ראש אויפן קאפ אוי וויי ווען פלוצלינג אויף דער ערד עס פאלט אראפ גיט ער א געשריי מיינע תפילין! מיינע תפילין!אויף דער ערד איז נישט דיין ארט ער קען זיין געוויין נישט איינשטילן ער קען נישט רעדן קיין ווארט מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין זאגט ער תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן דו וועסט מער נישט פאלן ניין איך זאג דיר צו דער הייליגער בארדיטשובער דער מליץ יושר צום ארון הקודש שנעל מארשירט ס'האט זיך געמאכט א שעת הכושר דער איד מיט זיינע תחנונים האט אים שטארק גערירט מיט אלע כוחות כאפט ער אן דעם פרוכת און די הימלען אזוי ער שפאלט טאטע אין הימל האב נישט קיין פאראיבל וואס איך מאך אזא געוואלד געוואלד געוואלד מיר ווייסן דאך טאטע אז דו האסט אויך תפילין און דאס זענען דיינע אידישע קינדערלעך דערבארעמדיגער פאטער ווי קענסטו זיין שטיל אוי ווי קענסטו זיין שטיל בשעת אז דיינע תפילין נעבעך כסדר פאלט דו האסט געזען ביי דעם איד ווי שטארק עס טוט אים וויי מיט הארץ עס גיסט זיך פון אים הייסע טרערן פון דיינע תפילין הער שוין אויך דעם געשריי אוי דיין בריליאנט זאל שוין דערהויבן ווערן דיינע תפילין זאל מער נישט זיין צו שפאס ווייל טאטע ס'איז גאר א שאלה פון היסח הדעת גערעכט!מיינע תפילין מיינע תפילין ווי טייער ביסטו ביי מיר באלד וועט די גאנצע וועלט פילן דער קשר פון מיר צו דיר מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין איך האב דיר ליב תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן דו וועסט מער נישט פאלן מיין קינד איך זאג דיר צו מיינע תפילין מיינע תפילין איי ווי טייער ביסטו ביי מיר באלד וועט די גאנצע וועלט פילן דער קשר פון מיר צו דיר מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין זאגט ער תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן דו וועסט מער נישט פאלן מיין קינד איך זאג דיר צו מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין זאגט ער תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן מער נישט פאלן מיין קינד איך זאג דיר צו

נישט גע'דאגה'ט

אברהם פריד

s0206 נישט גע'דאגה'ט אברהם פריד לחן ומילים: יוסי גרין אברהם פריד | אדרבה נישט גע'דאגה'ט אברהם פריד לחן ומילים: יוסי גרין אברהם פריד | אדרבה א שיינעם חלום האב איך געזען אין בית המקדש בין איך געווען כהנים זענען מקריב קרבנות לויים זינגען שיר המעלות משה רבינו לערנט מיט די אבות די סנהדרין זיצט און הערט א דין תורה אהרן הכהן צינדט אן די מנורה און אט זע איך א הערליכן געזיכט עס שיינט זיין פנים מיט א געטליכן ליכט אויף זיין קאפ א גאלדענעם קרוין איך דערקען אים שוין דאס איז דער מלך המשיח ער אליין דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא ער איז מגלה סודות התורה און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט נישט גע'דאגה'ט אידן עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין א מינוט'קעלע געבליבן משיח'ן מקבל פנים זיין שיכור מיט פרייד געזונטערהייט גייען מיר אלע אהיים צוריק אין חדר גיין מיט משה'ן אליין אמן ואמן א שיינעם חלום האב איך געזען אין ירושלים אנגעקומען זי זאגט מיט פרייד ברוכים הבאים דערלעבט צו זען דיין ליכטיגן פנים איך האב געהאט אזויפיל צער גידול בנים כאטש דו האסט געוואנדערט טויזנטער יארן היינט ביסטו מיין טייער קינד נאך שענער געווארן און אט זע איך מלאכים גיין זיי פירן מיט א ניגון דעם באשעפער אליין געקומען אויף דער וועלט א חופה אויפגעשטעלט זיין ליבע כלה אידן אלע מקדש זיין צדיקים טאנצן מיטן חתן עס איז שוין גרייט דער סעודת לויתן און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט איי נישט גע’דאגה’ט אידן עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין א מינוט’קעלע געבליבן משיח’ן מקבל פנים זיין שיכור מיט פרייד געזונטערהייט גייען מיר אלע אהיים צוריק אין חדר גיין מיט משה’ן אליין אמן ואמן

קח את שלי

אברהם פריד

s0448 קח את שלי אברהם פריד לחן: יובל סטופל | מילים: אברהם פריד | רצוננו לראות את מלכנו קח את שלי אברהם פריד לחן: יובל סטופל | מילים: אברהם פריד | רצוננו לראות את מלכנו רבונו של עולם אני יודע שבית המקדש השלישי אינו בנוי מאבנים הוא בנוי מדמעות ואם כל מה שאתה צריך רק עוד דמעה אחת בבקשה קח את שלי רבונו של עולם קח את שלי און אויב באשעפער דו דארפסט נישט מער ווי נאך איין טרער און אויב באשעפער דו דארפסט נישט מער נישט מער ווי נאך איין טרער טאטע די גלות איז שווער באשעפער מיין תפילה הער רבונו של עולם נעם שוין מיין טרער

תנו רבנן

אברהם פריד, הערשי וויינבערגער

s0546 תנו רבנן אברהם פריד הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל תנו רבנן אברהם פריד הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל מיין קינד מיין קינד צי ווילסטו הערן די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט טאטעניו מיין יא איך וויל הערן די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט מיין קינד מיין טייער קינד איך וויל דיר יעצט זינגען די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט טאטעניו מיין זינג׳זשע פאר מיר די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט זינג מיט מיר תנו רבנן האבן די רבנן געלערנט יא-מא-מא-מא מיי-מיי יא-מא-מא-מא מיי-מיי און די געזאנג האט מיין טאטע געהערט פון מיין זיידן א יעדן טאג ווי ער האט געלערנט מיט די תנועה גאר שיין מיט א מתיקות זיך צעזונגען און געזאגט תנו רבנן מיין קינד מיין ליבער קינד צי ווילסטו הערן די הייליגסטע ניגון אויף דער וועלט ליבער טאטעניו מיין זינג׳זשע פאר מיר די הייליגסטע ניגון אויף דער וועלט זינג מיט מיר תנו רבנן מיט דעם געזאנג מיין טאטע לערנט פלייסיג און איך טו עס הערן יעדן פארטאגס און איך זע שוין ווי ווען איך וועל עלטער ווערן לערן איך מיט מיינע קינדערלעך און איך זאג תנו רבנן טייערע זיידע און ליבער טאטע קומטס לאמיר זינגען דעם ניגון פון די גמרא יא מיין טייער קינד לאמיר לערנען ווייטער און ווייטער תנו רבנן

תורה די בעסטע סחורה

אברהם פריעד

s0605 תורה די בעסטע סחורה אברהם פריעד לחן ומילים: עתיק / אלבום: א מחי' תורה די בעסטע סחורה אברהם פריעד לחן ומילים: עתיק / אלבום: א מחי' וואס דארף א איד נאר קענען?א איד דארף קענען תורה מיר האבן זיך געלאזט פארברענען פאר אונזער הייליגער תורה מען האט אונז געפלאגט און געמאטערט מען האט אונז אלץ נישט גע'פטר'טווייל מיר היטן די הייליגע תורה!יא אונזער תורה תורה די בעסטע סחורה זי היט דעם איד אין גלות פונקט ווי א מנורה תורה די בעסטע סחורה היט אפ היט די מתנה פון דעם בורא לערנען טייערע קינדער אין חדר מען לערנט זיי די תורה און גיבן אפ כבוד כסדר אונזער הייליגער תורה מיר וועלן אין וואסער און פלאמען ווי העלדן שטיין צוזאמען פאר אונזער הייליגער תורה יא אונזער תורה תורה תורה תורה די בעסטע סחורה זי היט דעם איד אין גלות פונקט ווי א מנורה תורה די בעסטע סחורה היט אפ היט די מתנה פון דעם בורא קום אהער אינגעלע נענטער צו מיר גיב א קוק אין די גאלדענע אותיות’לעך אין די הייליקע אותיות’לעך גיכער גיכער קום אהער אט אזוי אינגעלע זעץ זיך אוועק הער זיך צו מיט קאפאון זאג מיט מיר: "קמץ אלף א" ”קמץ בית ב" ”קמץ גימל ג" ”קמץ דלת ד" אט אזוי דארף מען לערנען אינגעלע טייער אינגעלע זאג נאכאמאל מיט מיר: "קמץ אלף א" ”קמץ בית ב" ”קמץ גימל ג" ”קמץ דלת ד" אט אזוי דארף מען לערנען אינגעלע געדענק תורה!תורה איז די בעסטע סחורה געדענק אינגעלע תורה! תורה די בעסטע סחורה זי היט דעם איד אין גלות פונקט ווי א מנורה תורה די בעסטע סחורה היט אפ היט די מתנה פון דעם בורא

א גוטע וואך

אהר'לע סאמעט

s0062 א גוטע וואך אהר'לע סאמעט לחן: משולם גרינבערגער | אהר'לע א גוטע וואך אהר'לע סאמעט לחן: משולם גרינבערגער | אהר'לע אז די וואך און דער חודשאון דער יאר זאל אונז צוקומען צו געזונט און צו מזל און צו ברכה והצלחה און צו חסד און צו בני חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא לנו ולכל ישראל ונאמר אמן אוי א גוטע וואך אוי א גוטע וואך און א מזל׳דיגע וואך חזק ימלא משאלותינו אמיץ יעשה בקשתינו והוא ישלח במעשה ידינו ברכה והצלחה במוצאי יום גילה שמך נורא עלילה שלח תשבי לעם סגולה רוח ששון ואנחה

אור בית השואבה

אהר'לע סאמעט

s0633 אור בית השואבה אהר'לע סאמעט לחן: משה חזקי' ווייס \ אלבום: אלבום לב אל הנשמה אור בית השואבה אהר'לע סאמעט לחן: משה חזקי' ווייס \ אלבום: אלבום לב אל הנשמה לא היה חצר בירושלים שאינה מאירה מאור בית השואבה לא היה חצר בירושלים שאינה מאירה מאור בית השואבה אור אור אור אור בית השואבה אור אור אור אור בית השואבה לא היה חצר בירושלים שאינה מאירה מאור בית השואבה די אור אור אור פון שטאט ירושלים אור אור אור עד לב השמים ס׳קיינמאל נישט געווען ווער ס׳האט געזען נאך אזא אור ווי די בית השואבה אור אור אור אור בית השואבה אור אור אור אור בית השואבה לא היה חצר בירושלים שאינה מאירה מאור בית השואבה

עתידין

אהר'לע סאמעט

s0447 עתידין אהר'לע סאמעט לחן: ליפא שמעלצער | אהר'לע עתידין אהר'לע סאמעט לחן: ליפא שמעלצער | אהר'לע עתידין ישראל לומר שירה לעתיד לבוא כאטש די ישועה איז נאכנישט דא זינגען מיר שירה מיר זינגען שירה פאר וואס וועט זיין כאטש די ישועה איז נאכנישט דא זינגען מיר שירה מיר זינגען שירה פאר אלע ישועות וואס גייט בקרוב זיין אוי אוי אוי ווען אוי אוי אוי ווען אוי אוי אוי טאטע ווען אויב נישט יעצט ענטפער אונז ווען דען

פונעם בורא אליין

אהר'לע סאמעט

s0259 פונעם בורא אליין אהר'לע סאמעט לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | פונעם בורא אליין פונעם בורא אליין אהר'לע סאמעט לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | פונעם בורא אליין ער שטייט אויסגעדרייט ביים וואנט מיט זיין פנים באדעקט מיט זיין האנט ער וויינט און וויינט איך פראביר צו פארשטיין וואס דאס מיינט מיט קולות וברקים ער שרייט מיין הארץ פאר אים אויסגייט וואס איז זיין ווייטאג זיין שטער איך גיי צו אים אידעלע הער איך זע ווי צובראכן איר זענט אפשר העלפן וואלט איך אייך געקענט זאגט מיר נאר וואס אייך פעלט צו איז עס געזונט אדער געלט? איך ווארט נישט אויף גארנישט אצינד איך האב פרנסה קינדער געזונט איך בין געקומען דא דאנקען געשווינד נאך די חופה פון מיין יונגסטן קינד ניין אוי אוי ניין איר קענט נישט פארשטיין מיין געוויין אז באקומען פונעם בורא אליין האב איך חסד חיים וחן יא אוי אוי יא איך וויין פשוט הללוי-ה!אוי פאטער אתה יצרתה מיין תפילה איז שבח לשמה אין הארצן אמאל איז יא שווער עס רינט דאך פון ווייטאג א טרער יעדער זיין תפילה אזוי ושועתי אליך תבוא דאס הארץ ממש אויסגייט פון טיפע קלעמען מען שרייט אבער דאס אידל פארשטייט ס'איז חסדים באהאלטענערהייט שטעלט זיך אפ א מינוט און באטראכט וואס גייט דיר יא גוט דער בורא אזויפיל דיר מאכט חסד בייטאג און ביינאכט כי חסדך גדול עלי איך וויין אויך אויף דעם פונקט אזוי מיט קולות און טרערן איך שריי טאטע נשמת כל חי ניין אוי אוי ניין איר קענט נישט פארשטיין מיין געוויין אז באקומען פונעם בורא אליין האב איך חסד חיים וחן יא אוי אוי יא איך וויין פשוט הללוי-ה!אוי פאטער אתה יצרתה מיין תפילה איז שבח לשמה הללו בכל לבב הללוהו במינים ועוגב הללוהו בגבורתיו הללו ווייל אלעס איז טוב הללו קל בקדשו הללוהו כרב גדלו הללוהו ברקיע עזו הללו כי לעולם חסדו

צרכי עמך

אהר'לע סאמעט

s0192 צרכי עמך אהר'לע סאמעט לחן: ר' מאיר אדלער | אהר'לע צרכי עמך אהר'לע סאמעט לחן: ר' מאיר אדלער | אהר'לע צרכי עמך ישראל מרובים באשעפער שענק אונז צרכי עמך ישראל מרובים באשעפער שענק אונז שענק אונז בני שענק אונז חיי שענק אונז בני חיי מזוני רויחי שענק אונז בני בנים עוסקים בתורה ובמצוות שענק אונז חיי חי יודוך יודוך וישבחוך שענק מזוני ואכלת ושבעת וברכת שענק אונז בני חיי מזוני רויחי

דאס איז מיין רבי

אידיש נחת

s0453 דאס איז מיין רבי אידיש נחת לחן: יוסי גרין | מילים: הערשי וויינבערגער | אידיש נחת 4 דאס איז מיין רבי אידיש נחת לחן: יוסי גרין | מילים: הערשי וויינבערגער | אידיש נחת 4 מיין יונגעלע איך גיי צום רבי'ן איך קלאפ אויף זיין טיר איך וויל פאר אים א קוויטל געבן איך שרייב וועגן דיר טאטע זאג וואס איז א רבי פארשטיין איז מיר שווער איז ער א ברודער א פעטער וואס איז ער יונגעלע דער הייליגער רבי איז אלץ פאר אונז גרייט יעדער מצב יעדע פראגע א צדיק פארשטייט טאטע זאג ווער איז א רבי איך וויל הערן מער איז ער א ברודער א פעטער ווער איז ער דער צדיק גאר הייליג א טאטע צו מיר אין אונזער לעבן א חלק האט ער אויף יעדע ריר טאטע כ'טו הערן איך זע דיין הארץ ציט ווען איך וועל עלטער ווערן וויל איך אויך זען דעם איד הער צו מיין יונגעלע דו האסט אים שוין געזען דער גרויסער גוטער אידעלע ביי דיין ברית געווען דיין נאמען געגעבן אויך פיאות געמאכט דיין גאנצע לעבן פון דיר אלץ ער טראכט לאמיר גיין צוזאמען זען זיין פנים לייכט רבי הייליגער רבי אזא גרויסער אור רבי הייליגער רבי דער צדיק הדור טאטע כ'האב געזען זיין צורה לויטער און ריין הימליש איז די גאנצע דירה א פארצייטישער חן יא מיין קינד דאס איז דיין רבי מיט אים זענען מיר איין ביז משיח וועט קומען צו גיין אין גלות איז טונקל ווארעמקייט מען זוכט פון צדיק'ס הויף זיין ווינקל שיינט זיין הייליג ליכט מ'טרעפט דארט אן ענטפער אויף יעדן פראבלעם די קינדערליך דיינע זאלסטו אויך נעמען צו אים יא די קינדערלעך מיינע וועל איך נעמען צו אים רבי הייליגער רבי אזא גרויסער אור רבי הייליגער רבי דער צדיק הדור דאס איז מיין רבי הייליגער רבי

ולמדתם אותם

אידיש נחת

s0711 ולמדתם אותם אידיש נחת לחן: יוסי גרין \ אלבום: אידיש נחת 4 ולמדתם אותם אידיש נחת לחן: יוסי גרין \ אלבום: אידיש נחת 4 ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם זאגט די הייליגע רש"י ווען א קינד הייבט נאר אן ווערטער צו פארשטייןזאגט אים זיין טאטע "קינד מיינס לאמיר גייןדי ערשטע זאך איז דאך תורהלאמיר לערנען תורה " מאימתי קורין את שמע בערבית

שלום עליכם

אידיש נחת

s0783 פרייטאג אויפדערנאכט ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול פון שול באגלייטן אים צוויי מלאכים און קידוש ער מאכט מיט א הייליגע געפיל געפיל די שכינה אליין מיט די גאנצע פמליא קומען צו גיין די אידעלע הייבט אן צו זינגען הערליך און שיין ער זאגט שלום עליכם מלאכי השלום מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא

כל מקדש שביעי

אידיש קלאסיקס

s0026 כל מקדש שביעי אידיש קלאסיקס מילים: ליפא שמעלצער | שבת קלאסיקס 2 כל מקדש שביעי אידיש קלאסיקס מילים: ליפא שמעלצער | שבת קלאסיקס 2 דער בורא האט אלעס צוגעשטעלט אין זעקס טעג באשאפן זיין וועלט די זיבעטע טאג גערוט און דעם יום מנוחה געגעבן פארן איד וואויל איז דער וואס שבת ער היט ששת ימים תעשה מלאכתך אבער נישט ביום השביעי ווייל יום השביעי לאלקיך א מתנה פון קודשא בריך הוא נאך א גאנצע וואך פון ארבעטן שווער איז שבת ממש א תענוג דעם שבת קודש זיך אפרוען באפוילן האט ער דורך משה רבינו אונזער מנהיג יעדער איינער כל מקדש שביעי דער גאנצע שטוב מ'גרייט זיך צוזאמען עס הייבט זיך שוין אן דארטן פרייטאג אינדערפרי פון קליינע קינדער ביז טאטע-מאמען אין געשעפטן לויפן פאר שבת איינצוקויפן שבת כדת מחללו גארנישט פארגעסן נישט קארגן אויף עסן ווייל שכרו הרבה על פי פעלו שבת קודש פרייען זיך אלע מיטן שבת מלכתא לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה יום שבתון אין לשכח יעדער איינער פועל'ט וואס ער וויל ווען א איד בעט זיך אויס מיטן גאנצן כח געט אים דער בורא בלי גבול אוי שבת ווערט א איד מחוזק א תפילה צום בורא בעט מען אזוי שבת קודש היא מלזעוק ורפואה שלמה קרובה לבוא יום שבת אם תשמרו אויב דעם שבת ערליך מ'היט פון קיין שום שלעכטס דארף מען האבן מורא ווייל נאר גוט וועט זיין פאר דעם איד דער זון גייט אונטער די נאכט טוט פאלן מען הערט פייפן די סיגנאלן אין גאסן מען רופט אויס אזוי ס'קומט שוין דער שבת יום חמדתו איש על מחנהו ואיש על דגלו די מאמע ביי די ליכטעלעך איבערגעבויגן געצונדן ליכט מיטן שיינעם צינדער זי וויינט ביי די תחינה טרערן גיסט פון די אויגן איך זאל האבן ערליכע קינדער די קינדער אין א זייט זיי שטייען מיט מורא און קוקן אויף דעם מאמענ'ס פנים און זאגן צו מאמע מיר וועלן שטייגן אין תורה דו וועסט זוכה זיין צו בנים ובני בנים אוי שבת קודש בא מנוחה ממש א טעם מעין עולם הבא דער טאטע ווי א מלך ער פירט די מלוכה במשנה לחם וקידוש רבה די שבת'דיגע סעודה ווי שיין די חבורה איז ברב מטעמים ורוח נדיבה יזכו לרב טוב בעט מען ביי די זמירות לחיי העולם הבא

א אידעלע

אייזיק האניג

s0288 א אידעלע אייזיק האניג לחן: ר' אייזיק האניג שלום עזרי | מילים: ר' אייזיק האניג | בהר המוריה א אידעלע אייזיק האניג לחן: ר' אייזיק האניג שלום עזרי | מילים: ר' אייזיק האניג | בהר המוריה דרייט זיך א אידעלע אינמיטן וועג אינגאנצן פאר'צער'ט אינגאנצן פארטראכט וואו זענען מיינע טעג וואו האב איך זיי פארבראכט אוי וויי געוואלד אוי אוי וואו איך האלט רבונו של עולם הער צו מיין געשריי איי אידעלע איי אידעלע שטארק דיך שטארק דיך אידעלע איי אידעלע איי אידעלע שטארק דיך שטארק דיך אידעלע מה רבו מעשיך השם דיינע וואונדער ווער קען פארשטיין פיל וועלטן האסטו באשאפן דו פירסט און שפייזט דאך אלעס אליין וואס עס פאסירט אויף הימל און ערד ווערט נאר דורך דיר באשערט ווער קען דען באשרייבן דיין גרויסן כח פון דיין מיליטער וואס דו האסט אין דער הויך טויזנטער מלאכים אן א צאל וואס זענען אן א מאס גרויס שטייען גרייט אויף דיין באפעל ווי א פייל פליט פון בויגן ארויס זיי לויבן מיט שירה דעם הייליגן בורא דערהייבן זיין כבוד מיט ציטער און מורא אבער א ברכה פון א איד מיטן הארץ צו אים דער גרעסטער נחת האט ער פון דעם געדענק געדענק דיינע מצוות אזוי שיין דיין תורה מלא חן ער ווארט אויף דיין געבעט דיין גוטע מחשבה ער זעט אידעלע זיי פרייליך שטארק דיך שטארק דיך אצינד ווייל דו ביסט דאך א בן מלך ער רופט דיך אן מיין קינד אידעלע אידעלע וועק דיך פון שלאף אויף א קרעכץ גייט ארויף ווי טייער איז יעדעס מאל ווען דו זאגסט שמע ישראל אידעלע טו דאנקען און לויבן שטארק דיך שטארק דיך שוין ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן מכל עם ולשון איי אידעלע אוי אידעלע שטארק דיך שטארק דיך אידעלע איי אידעלע איי אידעלע שטארק דיך שטארק דיך אידעלע באלד ווען משיח וועט קומען מיר וועלן דערלעבן דעם גרויסן טאגוואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר ווי בא'חנ'ט ווי באליבט דיין עבודה איז געווען וועסטו זען דאן אפן און קלאר לאמיר זיך פרייען מיטן גרויסן בורא לאמיר זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה אים דינען יעדע רגע און איעדע מינוט מיר גייען שוין אקעגן משיח בן דוד געדענק געדענק דיינע מצוות אזוי שיין דיין תורה מלא חן ער ווארט אויף דיין געבעט דיין גוטע מחשבה ער זעט אידעלע זיי פרייליך שטארק דיך שטארק דיך אצינד ווייל דו ביסט דאך א בן מלך ער רופט דיך אן מיין קינד אידעלע אידעלע וועק דיך פון שלאף אויף א קרעכץ גייט ארויף ווי טייער איז יעדעס מאל ווען דו זאגסט שמע ישראל אידעלע טו דאנקען און לויבן שטארק דיך שטארק דיך שוין ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן מכל עם ולשון איי אידעלע אוי אידעלע שטארק דיך שטארק דיך אידעלע אוי אידעלע איי אידעלע שטארק דיך שטארק דיך אידעלע דרייט זיך א אידעלע אינמיטן וועג אזוי פרייליך זיין פנים לייכט אוי ווי שיין זענען מיינע טעג פול מיט מצוות טאג און נאכט אוי וויי אוי וויי געוואלד משיח קומט דאך באלד רבונו של עולם איך וועל בלייבן פאר דיר געטריי

משה'לע

אייזיק האניג

s0239 משה'לע אייזיק האניג לחן: מאדזשיץ | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | אדון הכל משה'לע אייזיק האניג לחן: מאדזשיץ | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | אדון הכל אינדרויסן קאלט ס'בלאזט א ווינט שטייט משה'לע א קינד אין געטא ביינאכט שטייט ער און טראכט ער קוקט מיט גרויס שרעק זיינע עלטערן מען פירט אוועק ער געט אויף זיי דעם לעצטן בליק זיי קוקן מיט ליבשאפט צוריק מיין קינד די תורה היט פארגעס נישט אז דו ביסט א איד מיר קומען צוריק נאך דיר גלייך צוזאמען מיט משיח ניין מאמע ניין לאז מיך נישט אליין איך בין דאך אזוי קליין וואו וועל איך גיין ער קוקט און קוקט און זעט נישט מער עס פאלט א טרער נאך א טרער אוי וויי טאטע אוי וויי מאמע קומט צוריק צו מיר גייט א אידעלע אין וועג משה'לע געט ער א פרעג טייער קינד זאגזשע מיר וואס ענגט דיר עס זענען געקומען סאלדאטן גענומען מיין מאמען און טאטן וואס זענען צו מיר אזוי געטריי זיי האבן געזאגט זיי קומען גלייך מיט איינעם וואס הייסט משיח איך ווארט און ווארט אזוי לאנג אויף זיי ניין מאמע ניין לאז מיך נישט אליין איך בין דאך אזוי קליין וואו וועל איך גיין ער קומט מיט דיין טאטן און מאמען מיט אלע קדושים צוזאמען טייער נשמה'לע אט קומט שוין די נחמה'לע באשעפער הער די תפילה פון דיין עם סגולה מיר ווארטן דאך אזוי דערפאר אימתי קאתי מר טאטע אין הימל ניין לאז אונז נישט אליין ווען קומט ער צו גיין לירושלים מבשר אתן דערמאן דיך דיין צוזאג מיר ווארטן דערויף יעדן טאג דעם שופר של משיח שוין צו הערן שומר ישראל קוק אויף יעדן בארג און טאל יעדעס שטיינדעלע אנגעזאפט מיט אידישע טרערן אבער די אמונה אין די הייליגע שכינה אפצורייסן האט קיינער נישט געקענט אין וואסער אין ימ'ען אין פייער אין פלאמען דאס אידיש ליכטעלע ווערט קיינמאל אויסגעברענט אידן מאכטס ענק גרייט עס קומט א נייע ליכטיגקייט די זון שיינט שוין אויף קיין ארץ ישראל ארויף טייערע ברידערלעך ניין מיר וועלן מער נישט זיין אליין אט קומט ער צו גיין במהרה בימינו אמן

קינדערלעך

אייזיק האניג

s0370 קינדערלעך אייזיק האניג לחן ומילים: ר' אייזיק האניג | על ההרים קינדערלעך אייזיק האניג לחן ומילים: ר' אייזיק האניג | על ההרים אזויפיל כח אזויפיל פלאג לייגט מען אריין א יעדן טאג מיט אזויפיל הארץ און ליבשאפט אלעמאל מיט א תפילה באגלייט און טרערן אן א צאל היט אויף מיין פארמעגן אין אלע זייערע וועגן פיל פרייד און גוטס זאלסטו זיי געבן רבונו של עולם מיין הארציגע תפילה פארנעם איך וויל זיי לערנען דעם דרך השם לשמור ולעשות ולקיים צו דינען דעם בורא מיט יראת שמים איך וועל מיך אפגעבן און היטן אויף אים אזא מתנה איך דאנק דיך פאר דעם העלף אלע אידן זאלן דאס דערלעבן איי איי איי קינדערלעך איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין מיין ליבשאפט ווי קענט איר פארשטיין איך קען אייך נישט פארגעסן וואו איר זאלט נאר זיין פון מיר קענט איר קיינמאל אוועקגיין ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך איי איי איי קינדערלעך ווי שיין איז דיין אידישע חן דיין נשמה איז הייליג און ריין די גאנצע וועלט די הימלען די שטערן אלע ווילן די תורה הערן פון אידישע קינדערלעך ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד עפן דיין הארץ געשווינד די תורה לערן אין הימל וויל מען הערן פון דיר וועט נאך א צדיק ווערן ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד טאנץ און פריי דיך אצינד ווייל ס'איז קיינמאל נישט שפעט דער באשעפער זעט דיינע תפילות דיין געבעט רבונו של עולם מיר בעטן דיך אצינד האב רחמנות ווי א טאטע אויף זיין קינד דערמאן דיך שוין די צייטן פון אמאל כי כרם השם צבאות בית ישראל טאטע טאטע ענטפער דיין זון מיר בענקען אזוי אן א שיעור מיר ווילן שוין צוריקגיין צו דיר איי איי איי קינדערלעך איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין מיין ליבשאפט ווי קענט איר פארשטיין איך קען אייך נישט פארגעסן וואו איר זאלט נאר זיין פון מיר קענט איר קיינמאל אוועקגיין ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך איי איי איי קינדערלעך ווי שיין איז דיין אידישע חן דיין נשמה איז הייליג און ריין די גאנצע וועלט די הימלען די שטערן אלע ווילן די תורה הערן פון אידישע קינדערלעך ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד עפן דיין הארץ געשווינד שובו אלי דו ביסט ווערד און כדאי שוין אזויפיל יארן און דאך געבליבן געטריי ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד טאנץ און פריי דיך אצינד ווי וואויל איז דיין טייל כי בך בחר קל בני בני בכורי ישראל

רחם נא

אייזיק האניג

s0247 רחם נא אייזיק האניג לחן: שלום עזרי | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | בהר המוריה רחם נא אייזיק האניג לחן: שלום עזרי | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | בהר המוריה רחם נא השם אלוקינו רחם נא על ישראל עמך גענוג שוין צרות געליטן מ'שרייט רחם נא באווייז שוין דיין רחמנות דעם גוטן מ'שרייט רחם נא רחם נא השם אלוקינו רחם נא השם אלוקינו רחם נא אוי נא נא נא על עמך ישראל

שהחיינו

אייזיק האניג

s0262 שהחיינו אייזיק האניג לחן: ר' שלמה קאליש | בהר המוריה שהחיינו אייזיק האניג לחן: ר' שלמה קאליש | בהר המוריה שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה מיר דאנקען דיר טאטע מיר בעטן נאך און נאך טאטע כגפן פורחת אסאך אידיש נחת בשעה טובה ומוצלחת

עבודת ישראל

אלימלך ברוינשטיין

s0172 עבודת ישראל אלימלך ברוינשטיין לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | סינגל עבודת ישראל אלימלך ברוינשטיין לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | סינגל אין קאזשניץ זאגט דער עבודת ישראל עבודת עבודת ישראל אין קאזשניץ זאגט דער עבודת ישראל אז עבודת ישראל עמך עמך עמך אידעלעך ווען עטס זענטס איין עמך עמך ישועות קומט צו גיין עמך עמך אידעלעך ווען עטס זענטס איין ישועות ישועות קומט צו גיין און זאג ישראל בן פערל ישועות און רפואות אוי אוי אוי

בעט ניסים

ארי היל

s0111 בעט ניסים ארי היל לחן: בנצי שטיין | סינגל בעט ניסים ארי היל לחן: בנצי שטיין | סינגל מיר זאגן ש'כוח פאר די ניסים מיר בעטן ווייטער ניסים ניסים - אוי אוי אוי ניסים מיר זאגן ש'כוח פאר די ניסים מיר בעטן ווייטער ניסים ניסים - אויך בזמן הזה הנרות הללו קודש הם הם הנרות הללו קודש הם הם הנרות הללו קודש הם הם עס ברענגט דאך ניסים - קודש קודש הם

קל מסתתר

ארי היל

s0334 קל מסתתר ארי היל לחן: משה חזקי' ווייס | סינגל קל מסתתר ארי היל לחן: משה חזקי' ווייס | סינגל איך ווייס דו ביסט באהאלטן וואו וואו וואו וואו ביסטו באהאלטן זאג מיר וואו וואו ביסטו באהאלטן וואו וואו וואו איך ווייס אז פון די שפאלטן קוקסט דיך צו נישט יעדע זאך פארשטיי אפילו ס'טוט וויי אכן אתה קל מסתתר אפילו ווען איך מיין אז איך בין דא אליין אכן אתה קל מסתתר אכן אתה קל מסתתר אכן אכן אתה

אבא איתי

ארי היל - חיים ישראל - בנצי שטיין

s0665 אבא איתי ארי היל - חיים ישראל - בנצי שטיין סינגל 2020 אבא איתי ארי היל - חיים ישראל - בנצי שטיין סינגל 2020 כל העולם העולם גשר צר כל העולם גשר צר והעיקרלא לפחד כלל דע לך בני בני בני שבכל מצב שהוא אבא אתי דע לך בני בני בני שבכל מצב שהוא אבא אתי אפילו ווען ס'איז שווער און דו וויינסט דיין טאטע שטייט מיט דיר וואו נאר דו גייסט אפילו ווען ס'איז שווער און דו וויינסט דיין טאטע שטייט מיט דיר ווי נאר דו גייסט אל תפול אני אתך כל העולם רק בשבילך אוי אוי בני אהובי אל תפול אני אתך כל העולם רק בשבילך מיין קינד מיין ליבער קינד איך בין מיט דיר

מבטל כל הגזירות

ארי היל חיים ישראל

s0706 מבטל כל הגזירות ארי היל חיים ישראל לחן: בנצי שטיין \ אלבום: סינגל מבטל כל הגזירות ארי היל חיים ישראל לחן: בנצי שטיין \ אלבום: סינגל אב הרחמן שמע שמע קולנובהלולא הלולא דבר יוחאיאב הרחמן שמע שמע קולנובהלולא הלולא דבר יוחאי רבי שמעון רבי שמעוןמבטל כל הגזרות מאך א העק נעם אוועקאלע צרות אלע הסתרות פתח לי שער זעה מיין צעררבי שמעון הייליגער רבי שמעון מיין תפילה הער איך קען נישט מערווייל איך בין צו דיר געקומען אוי אוי אוי בזכות רבי שמעון בר יוחאיאוי אוי אוי רבי שמעון מיר ווילן ווייטער קומען צו דיראוי אוי אוי הייליגער תנאאוי רבי שמעון צדיקאי אב הרחמן שמע שמע קולנובהלולא הלולא דבר יוחאי אב הרחמן שמע שמע קולנובהלולא הלולא דבר יוחאי רבי שמעון רבי שמעוןכל הדרכים הולכות אליך הלב צועק ומשתוקקרצוננו לראות פניך זכור אותי שמור אותירבי שמעון בר יוחאי כי אתה יכול לפטור הכלאמור לצרותינו די! אב הרחמן שמע קולנובהלולא דבר יוחאי בזכות התנאטאטע זאגט שוין די! רבי שמעון רבי שמעוןמבטל כל הגזרות מאך א העק נעם אוועקאלע צרות אלע הסתרות טאטע זיסער פסח לי שערזע מיין צער זעה מיין צער כי אתה יכול לפטור הכלאמור לצרותינו די! אוי אוי אוי הייליגער רבי שמעוןאוי אוי אוי לעכטיגער רבי שמעוןאוי אוי אוי אוי אוי אוי רבי שמעוןאחים יקרים כבר מתראיםמיט רבי שמעון אינאיינעם בקרוב בתחיית המתים אמן! לכבוד התנא הלוקאי רבי שמעון בר יוחאי אב הרחמן שמע קולנו בהלולא דבר יוחאיאתה הוא מושיענו בזכות אדוננו בר יוחאי קרע רוע גזר דיננו בהלולא דבר יוחאירצוננו לראות מלכנו בזכות אדוננו בר יוחאי אשרינו מה טוב חלקנו בהלולא דבר יוחאיומה נעים גורלנו בזכות אדוננו בר יוחאי מבטל כל הגזירות מבטל כל הגזירותמבטל כל הגזירות הייליגער רבי שמעון זיימבטל אלע הגזירות מבטל כל הגזירותיבטל כל הגזירות אדוננו בר יוחאי לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי

יבוא המלך

ארי היל משה דוד ווייסמאנדל

s0117 יבוא המלך ארי היל משה דוד ווייסמאנדל לחן: בנצי שטיין | סינגל יבוא המלך ארי היל משה דוד ווייסמאנדל לחן: בנצי שטיין | סינגל אם על המלך טוב תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי אם על המלך טוב טאטע פרעגן מיר אם על המלך טוב טאטע בעטן מיר יבוא המלך יבוא המלך טאטעניו קום שוין אהיים טאטע טאטעניו מלך מלכיא אם על המלך טוב טאטע טאטעניו טאטע טאטעניו מלך מלכיא אם על המלך טוב טאטע טאטעניו אם על המלך טוב טאטע פרעגן מיר אם על המלך טוב טאטע בעטן מיר יבוא המלך דו ביסט דאך דער מלך טאטעניו קום שוין אהיים

הושע נא

ארי היל, בערי וועבער

s0307 הושע נא ארי היל בערי וועבער לחן: חיים אלעזר ווייס | סינגל הושע נא ארי היל בערי וועבער לחן: חיים אלעזר ווייס | סינגל אויף וועמען אויף וועמען פארלאזן זיי זיך?תמוכים עליך און וואס שרייען זיי?שואגים הושענא אויף וועמען אויף וועמען פארלאזן זיי זיך?תמוכים עליך און וואס שרייען זיי?שואגים הושענא אוי אוי אוי הושענא הושענא הייליגער באשעפער הושענא הושענא הושענא הער שוין דיינע קינדערלעך הושענא הושענא הושענא בניך שואגים הושענא הושענא הושענא און דיינע קינדער שרייען דאך הושענא הושענא הושענא הושענא הושענא הושענא קליינע פיצלעך קינדערלעך הושענא הושענא הושענא טאטעס מאמעס וויינען מיט הושענא הושענא הושענא בניך שואגים הושענא הושענא הושענא דיינע קינדער שרייען דאך הושענא אוי אוי אוי הושענא הושענא פרנסה דיינע אידעלעך געב'זשע טאטעניו הושענא הושענא דיינע קינדער שרייען דאך הושענא

ויאמר סלחתי

ארי היל, מאטי וויזל

s0638 ויאמר סלחתי ארי היל מאטי וויזל לחן: איציק פילמר \ אלבום: סינגל ויאמר סלחתי ארי היל מאטי וויזל לחן: איציק פילמר \ אלבום: סינגל קהליך עומדים לבקש מחילתך רחמיך יכמרו לרחמם בחמלתך אידישע קינדער שטייען מיט א געוויין אוי טאטע מיין טאטע איך בעט דיר זאג נישט ניין ווייל רחמיך יכמרו לרחמם ויאמר סלחתי ווייל נאר דו קענסט פארשטיין

מ'גייט מאכן קידוש

ארי היל, משה דוד ווייסמאנדל

s0033 מ'גייט מאכן קידוש ארי היל משה דוד ווייסמאנדל לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: בנצי שטיין | סינגל מ'גייט מאכן קידוש ארי היל משה דוד ווייסמאנדל לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: בנצי שטיין | סינגל ויתי לנא ולכל נפשתנא חנא וחסדא אוי ורחמי וחיי אריכי ומזוני רויחי אוי ורחמי מן קדמיה מ'גייט מאכן קידוש מ'גייט מאכן קידוש מ'גייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט א שבת אויף דער וועלט א שבת אויף דער וועלט פרייליך אידן זיין צופרידן שבת אויף דער וועלט

אהבה

ארי סאמעט

s0758 אהבה ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן אהבה ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן אהבה אהבה אהבהשחולת אהבה אני אהבה אהבה אהבה שחולת אהבה אני אהבה אהבה אהבה שחולת אהבה אני אהבה אהבה אהבה שחולת אהבה אני שחולת אהבה אני מה תגידו לו וואס זאל איך זאגן אז איך האב דיראזוי שטארק ליב מה תגידו לו וויאזוי קען איך דיר זאגן שחולת אהבה אני מה תגידו לו וואס זאל איך זאגן אז איך האב דיראזוי שטארק ליב מה תגידו לו וויאזוי קעןאיך דיר זאגן

באור החיים

ארי סאמעט

s0757 באור החיים ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן באור החיים ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן ומשם ישפע שפע ליומשם ישפע שפע לי לאור באור החיים לאור באור החיים כי אתה ה' תאיר נריה' אלקי יגיה חשכי כי אתה ה' תאיר נריה' אלקי יגיה חשכי צינד אן דאס פינטעלע יוד באלייכט מיין הייליגע נשמה ווייל ביי מיר איז אזוי שווארץ ס׳ליגט מיר שווער אויפן הארץ טאטע באלייכט מיין היייליגע נשמה וועק אויף דאס פינטעלע יוד ווייל איך בין שוין אזוי מיד ווייל נאר דיין הייליגע אור ברענגט מיר נענטער צום מקור טאטע באלייכט מיין היייליגע נשמה כי נר מצוה ותורה אור די לעכט איז די מצווה די תורה איז די אור כי נר מצוה ותורה אור אוי אוי אוי ותורה איז די אור

בעטן

ארי סאמעט

s0753 בעטן ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן בעטן ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן הער מיין פרוי וואס איך גיי דיר זאגן קיין געלט אין שטוב טו-מער נישט פארמאגן אונז גיימער שנעל פארן צום רבין א ברכה פאר פרנסה וועט ער געבן דער רבי ווינטשט אן זייער הארצן גערן גייטס אהיים רואיג אן קיין שטערן זיי פארן אהיים איבער גענומען אן וויסן פון וואו די געלט וועט קומען עליונים ששו עליונים ששו פרייען זיי זיך מיטן רבין׳ס ברכה ס׳גייט אריבער אפאר טעג מ׳דארף צאלן זיי הייבן אן טראכטן און ספק'ענען איי איי כסף מנלן אונזער צדיק׳ס ברכה חס ושלום לייקענען אן קיין שינוי לטובה ווערט נישט בעסער זאגן זיי צום גרויסן באשעפער זיי פלאצן אויס אין א יאמערליכע געוויין און זיי בעטן פון באשעפער אליין שיק מיר געלט איך בעט דיך שיק מיך געלט פליז שיק אונז געלט בני חיי ומזוני רוויחישיק אריין אפאר טאלער אפאר טעג שפעטער זענען זיי געווארן זייער רייך ווייל געבעטן האבן זייפונעם אייבערשטן אלייןדאווענען איז די שטערקסטע זאך

האי

ארי סאמעט

s0754 האי ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן האי ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן האי עלמא כבי הילולא דמיא האי עלמא כבי הילולא דמיא האי עלמא כבי הילולא דמיא האי עלמא כבי הילולא דמיא אלעס טאנצט א פאר׳ל פלאנצטיעדער גלאנצט כבי הילולא דמיא חדשים מער געארבעט שווער דערגרייכט דעם ציל אבער ליידיג איך פיל היינט ביסטו highוויסן כדאי האי עלמא כבי באלד פארביילעבן אזוי פשוט רוי די יעצטיגע דזשוי כבי הילולא דמיא האי עלמא כבי הילולא דמיא האי עלמא כבי הילולא דמיא האי עלמא כבי הילולא דמיא האי עלמא כבי הילולא דמיא אוועק פון שטוב פון יעדן כ'האב ליב איך דארף פליען געשעפטן טוען געשלאסן מקח געקויפט דעם שטח איך זיך שוין ווייטער איך ווער נישט זאטער היינט ביסטו highוויסן כדאי האי עלמא כבי באלד פארביי לעבן אזוי פשוט רוי די יעצטיגע דזשוי כבי הילולא דמיא

וויקטעם

ארי סאמעט

s0755 וויקטעם ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן וויקטעם ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן אוי ער איז א וויקטעםיוי צרות מ'שיקט אים אין הכי נמי טראומא טאטע מאמע אוי יו יו אוי ער איז א וויקטעם יוי צרות מ'שיקט אים אין הכי נמי טראומא טאטע מאמע אוי יו יו דו האסט א צרה צרורהבצרור צרורה בצרור החיים שטעל דיך אין ריי על כרחך אתה חי מלאזט דיך נישט גיין פריי סיי ווי סיי דו האסט א צרה צרורהבצרור צרורה בצרור החיים שטעל דיך אין ריי על כרחך אתה חי מלאזט דיך נישט גיין פריי סיי ווי סיי אוי ער איז א וויקטעם יוי צרות מ'שיקט אים אין הכי נמי טראומא טאטע מאמע אוי יו יו ס׳ביטער ווי א גאל שווארץ איך זע אמאל אן אינערליכע באל געמאכט פון מיר א טאל דו האסט א צרה צרורהבצרור צרורה בצרור החיים שטעל דיך אין ריי על כרחך אתה חי מלאזט דיך נישט גיין פריי סיי ווי סיי דו האסט א צרה צרורהבצרור צרורה בצרור החיים שטעל דיך אין ריי על כרחך אתה חי מלאזט דיך נישט גיין פריי סיי ווי סיי

וידם אהרן

ארי סאמעט

s0752 וידם אהרן ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן וידם אהרן ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן וידם אהרן וידם אהרןוידם אהרן כהן גדול כהן גדול כהן גדול וידם אהרן כהן גדול איך האב נישט קיין טענות אויף די שכינה ווייל איך ווייס און גלייב באמונה אויף אלעס וואס דו טוסט דאנק איך ברינה דערפאר אהרן מיט דיר נתייחד שכינה איך האב נישט קיין טענות אויף די שכינהווייל איך ווייס און גלייב באמונה אויף אלעס וואס איך האב דאנק איך דיר ברינה דערפאר אהרן מיט דיר נתייחד שכינה אינמיטן ס׳הייבט זיך אן א נייע לעבןא גוף מ׳טוט די נשמה געבן א ווילדע וועלט געטראפן וועגן פון יאוש און האפן און איך שטיי אינדערמיטן און איך שטיי אינדערמיטן ביידע ווילן ביידע שטרעבן אין הויכע הימלען וויל ער שוועבן די נשמה וויל זיין ריין אבער די גוף זאגט ניין און איך שטיי אינדערמיטן און איך שטיי אינדערמיטן ארי דו שטייסט אינמיטן שמעו נא רבותי דיינים מומחים די גוף שטייט און שרייט אלעס קום איך עם די הייליגע נשמה שפייט צא טמא וואס איז די פלאן איך בין קרח מכאן ומכאן און איך שטיי אינדערמיטן און דו שטייסט אינדערמיטן יעצט בין איך שטארק ובחרת בחיים פלוצלינג א חולשהשלעפט מיך קיין מצרים מבולבל בין איךמיט די גאנצע מהפכה מיך געלאזט אונטן אין די חשיכה איך וויל מער נישט זיין אינדערמיטן איך וויל מער נישט זיין אינדערמיטן

קרעכצן

ארי סאמעט

s0756 קרעכצן ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן קרעכצן ארי סאמעט לחן ומילים: ??? | וידם אהרן דו ביסט דאך א סומך נופליםדו ביסט דאך רופא חולים ומתיר אסורים ומקיים אמונתו לישני עפר מרובים צרכי עמך כלל ישראל ווארט א ישועה זיי שוין מקיים די אמונה ומקיים אמונתו לישני עפר

הן בבקעה

באבוב

s0229 הן בבקעה באבוב מחבר: הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל | היימישע אידישע געזאנגען הן בבקעה באבוב מחבר: הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל | היימישע אידישע געזאנגען הן בבקעה והן בהר הן בשדה והן ביער הן בעיר והן בכפר תצילנו מכל צער ותוציאנו מגלות המר למה פניך תסתיר תשכח ענינו ולחצנו אוי וויי געוואלד לאמיר שרייען אין אלע גאסן געוואלד רבונו של עולם דו זעסט דאך אליין כי שחה לעפר נפשנו דבקה לארץ בטננו בעטן מיר דיר קומה עזרתה לנו ופדנו למען חסדך

ואפיק

באבוב

s0231 ואפיק באבוב מחבר: כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב זצ"ל ואפיק באבוב מחבר: כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב זצ"ל ואפיק ואפיק וועמען וועמען ית עמך פון וואנעט פון וואנעט מגו גלותא עמך די בחרת מכל אומיא עמך די בחרת מכל אומיא

אלו ואלו

בנצי שטיין, שמוליק סוכות, חיים ישראל

s0644 אלו ואלו בנצי שטיין שמוליק סוכות חיים ישראל לחן: בנצי שטיין \ אלבום: סינגל אלו ואלו בנצי שטיין שמוליק סוכות חיים ישראל לחן: בנצי שטיין \ אלבום: סינגל אלו ואלו אומרים אלו ואלו אומרים אשרי מי שלא חטא מי שחטא ישוב גם אם נפלת שוב כי מי שחטא ושב עוד יכול לחזור אליו מיין קינד געב מיר דיין האנט איך זע ווי דיין פנים שיינט קום שוין צוריק צו מיר איך ווארט און ווארט פאר דיר

קול ברמה נשמע

בעלזא

s0499 קול ברמה נשמע בעלזא לחן ומילים: ר' שלמה קאליש | תהא השעה הזאת קול ברמה נשמע בעלזא לחן ומילים: ר' שלמה קאליש | תהא השעה הזאת ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן די אידן אין גלות אריין און זיי וועלן אדורך גיין ביי רחל'ס קבר און זיי וועלן שרייען און וויינען און בעטן פאר'ן אייבערשטן וועט די מאמע רחל ארויסגיין פון איר קבר און זי וועט וויינען און בעטן פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי אין פסוק שטייט:כה אמר ה' קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים רחל מבכה על בניה מאנה להנחם על בניה כי איננו:כה אמר ה' מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה כי יש שכר לפעלתך נאם ה' ושבו מארץ אויב:ויש תקוה לאחריתך נאם ה׳ ושבו בנים לגבולם:

אהיים קיין ירושלים

בערי וועבער

s0423 אהיים קיין ירושלים בערי וועבער לחן ומילים: בערי וועבער | בעזרת השם אהיים קיין ירושלים בערי וועבער לחן ומילים: בערי וועבער | בעזרת השם ניין מער נישט קיין געוויין צרות פון אונז אוועקגיין אהיים וועלן מיר גיין ירושלים אויפבויען א היים ניין מער נישט קיין געוויין מיט א שמייכעלע וועסטו ארומגיין אהיים וועלן מיר גיין ירושלים אויפבויען א היים

אם אשכחך

בערי וועבער

s0336 אם אשכחך בערי וועבער לחן: שלמה קארליבאך | מילים: בערי וועבער | פארברענג אם אשכחך בערי וועבער לחן: שלמה קארליבאך | מילים: בערי וועבער | פארברענג ס'איז נישטא קיין צער אויף דער וועלט וואס מאכט אונז פארגעסן פון ירושלים ס'איז נישטא קיין שמחה אויף דער וועלט וואס קען אונז מאכן פארגעסן פון ירושלים פאר צוויי טויזנט יאר ווען אימער מיר דאווענען און מיר דאווענען אייביג שטעלן מיר אויס אונזער מהלך און אונזערע מחשבות און אונזערע פיס קיין ירושלים ווען דו וואלסט ווען אפגעשטעלט א אידעלע אויפן וועג צו די גאז קאמערן און דו וואלסט אים געפרעגט טייערע אידעלע זאגז'שע מיר פון וואס טראכט איר יעצט וואלט ער געענטפערט איך טראכט פון ירושלים איך בין אויף מיין וועג איך בין אויף מיין וועג איך בין אויף מיין וועג קיין ירושלים ווען דו וואלסט ווען אפגעשטעלטא אידעלע אויפן וועג קיין סיביר און דו וואלסט אים געפרעגט זאג'זשע טייערע ברודער פון וואס טראכט איר יעצט וואלט ער געענטפערט איך טראכט פון ירושלים איך בין אויף מיין וועג איך בין אויף מיין וועג איך בין אויף מיין וועג קיין ירושלים אם אשכחך ירושלים תשכח ימיני אם לא אעלה את ירושלים על ראש שמחתי

דוד המלך

בערי וועבער

s0454 דוד המלך בערי וועבער לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה דוד המלך בערי וועבער לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה לאמיר צינדן א לעכטעלע פארן מלך דוד לאמיר צינדן א לעכטעלע פארן מלך דוד לאמיר גיין צו זיין קבר מיט א תהלימ׳ל און זאגן לאמיר גיין צו זיין קבר מיט א תהלימ׳ל און זאגן א קאפיטל וואס דוד המלך דו אליין האסט געשריבן ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס איז אונז געבליבן לאמיר צינדן א לעכטעלע פארן מלך דוד לאמיר צינדן א לעכטעלע פארן מלך דוד מזמור לדוד שגיון לדוד אשר שר לה' למנצח לדוד מכתם לדוד אין א יעדע קלעם תפילה לדוד תהילה לדוד תהילה ווייל דאס הייליגע תהליםאיז אונזער גרעסטע סגולה

הייליגער באשעפער

בערי וועבער

s0394 הייליגער באשעפער בערי וועבער לחן ומילים: ר' חיים בלומענפעלד בערי וועבער | בן מלך הייליגער באשעפער בערי וועבער לחן ומילים: ר' חיים בלומענפעלד בערי וועבער | בן מלך הייליגער באשעפער מיר האבן דיר אזוי ליב ואהבתך אל תסיר ממנו לעולמים

וטהר לבנו

בערי וועבער

s0182 וטהר לבנו בערי וועבער לחן ומילים: ר' שמשון ניימאן | סינגל וטהר לבנו בערי וועבער לחן ומילים: ר' שמשון ניימאן | סינגל וטהר לבנו לעבדך באמת טאטע רייניג אויס מיין הארץ אז איך זאל דיר קענען דינען

ועתה

בערי וועבער

s0679 ועתה בערי וועבער לחן ומילים: ר' דוד קויפמאן | בן מלך ועתה בערי וועבער לחן ומילים: ר' דוד קויפמאן | בן מלך ועתה ישראל אל תירא כי אתך אני סיי וואו דו וועסט זיין ביסטו קיינמאל נישט אליין ווייל איך בין מיט דיר

טאטע

בערי וועבער

s0397 טאטע בערי וועבער לחן: ר' דוד קויפמאן בערי וועבער | thank you hashem טאטע בערי וועבער לחן: ר' דוד קויפמאן בערי וועבער | thank you hashem אוי טאטע העלף אונז שוין העלף אונז שוין העלף אונז שוין

טאטע

בערי וועבער

s0691 טאטע בערי וועבער לחן: ר' אהרן יעקב לאנדא \ מילים: מנשה מארקאוויטש \ אלבום: שובבים תשפ"ה טאטע בערי וועבער לחן: ר' אהרן יעקב לאנדא \ מילים: מנשה מארקאוויטש \ אלבום: שובבים תשפ"ה טאטע איך וויל זיך אויסשמועסן דאס הערצעלע מיינע אויסגיסן דער יצר טוט מיך נאכיאגן אליין טו איך מיך שלאגן עליות און ירידות טאג נאך טאג בתמידות איך שריי פון מיין נשמה העלף מיר געווינען די מלחמה נשמה'לע ניין דו ביסט נישט אליין איך זע דיינע טרערעלעך דיין געוויין דאס איז דאך דער תכלית הבריאה זיך פלאגן זיך שלאגן פיל מיט יגיעה איך כאפ אן דיין האנט און איך גיי מיט דיר ווען ס'איז דיר שווער קום און וויין צו מירדאס אז דו האלטסט אן די קריג איז הייליג א חלק פונעם זיג אין די גאסן הערשט א טרוקעניש יעדן טאג א נייע אנשיקעניש אליין איך פלאג מיך ארום זיך צו האלטן ערליך און פרום נסיונות טוט זיך פארשפרייטן איינס גרעסער פונעם צווייטן עס ווערט נאר שווערער טאג-טעגליך שטייגן זעט אויס אוממעגליך נשמה'לע ניין ביסט נישט אליין איך זע דיינע טרערעלעך דיין געוויין דאס איז דאך דער תכלית הבריאה זיך פלאגן זיך שלאגן פיל מיט יגיעה איך כאפ אן דיין האנט איך גיי מיט מיט דירווען ס'איז דיר שווער וויין צו מיר דאס אז דו האלטסט אן די קריג איז הייליג א חלק פונעם זיג

לב נשבר

בערי וועבער

s0559 לב נשבר בערי וועבער לחן: ר' שלמה האפמאן | סינגל לב נשבר בערי וועבער לחן: ר' שלמה האפמאן | סינגל לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה נישט דא נאך אזא גאנצע זאך ווי א צעבראכן הארץ נישט דא נאך אזא גאנצע זאך ווי א לב נשבר

להתוודע

בערי וועבער

s0136 להתוודע בערי וועבער לחן: הערשי וויינבערגער ישעי' גראס | סינגל להתוודע בערי וועבער לחן: הערשי וויינבערגער ישעי' גראס | סינגל להתודע ולהגלות אז דו ביסט דער מלך מלך מלך ומלכותו בכל משלה להתודע ולהגלות איי איי איי כי הוא מלך על כל הארץ איי איי איי להתודע ולהגלות איי איי איי כי הוא מלך אז דו ביסט קעניג איי איי איי

לישועתך

בערי וועבער

s0137 לישועתך בערי וועבער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער בערי וועבער | לב אחד לישועתך בערי וועבער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער בערי וועבער | לב אחד לישועתך קויתי השם איך בעט צו דיר איך האף צו דיר איך זינג פאר דיר איך רעד צו דיר נאר צו דיר טאטעניו השם

מלאכים

בערי וועבער

s0238 מלאכים בערי וועבער לחן: חיים ישראל | פארברענג 2 - בערי וועבער מלאכים בערי וועבער לחן: חיים ישראל | פארברענג 2 - בערי וועבער מלאכים הקדושים אויבן דארט במרומים איך פרעג פון אייך א שאלה וואס האט נישט קיין ענטפער דער באשעפער האט מיר געגעבן וואס צו עסן און וואו צו וואוינען און פאר זיין אייגן הויז איז ער נישט קיין קעמפער מלאכים הקדושים אויבן דארט במרומים איין פראגעלע מיט א פארווייטאגט הארץ השם האט אונז געגעבן א וועלט וואס שמייכלט צו אונז און לייכט אבער פאר זיך דארט אויבן ער זיצט אין טונקל-שווארץ מלאכים הקדושים אויף אונז אונז אידן קוקט אייך אום אונזער תפילה ברענגט אים נאנטער קינדער גבוהים ורמים אוהבי השם אהבת תמים מיר האבן איין פאטער מלאכים הקדושים בעטס פאר אונז במרומים עפן די טיר מיט דעם שליסל מלאכים במרומים נעמטס ארויף אונזער תחנונים ווייל פון טרערן פול איז דער שיסל מלאכים הקדושים אויף אונז אידן קוקט אייך אום אונזער תפילה ברענגט אים נאנטער קינדער גבוהים ורמים אוהבי השם אהבת תמים מיר האבן איין פאטער מלאכים הקדושים בעט פאר אונז במרומים עפן די טיר מיט דעם שליסל מלאכים במרומים נעמטס ארויף אונזער תחנונים ווייל פון טרערן פול איז דער שיסל מלאכים הקדושים

עוד יוסף חי

בערי וועבער

s0328 עוד יוסף חי בערי וועבער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | קרבן עוד יוסף חי בערי וועבער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | קרבן איך בין יוסף דער עלפטער קינד פון פאטער יעקב מיין לעבנס געשיכטע מ’געפינט אין ספר בראשית צום סוף איך האב געהאט פאר מיך ברידערלעך צען אינדערהיים איז מיר נישט גרינג געווען שנאה און קנאה האב איך יעדן טאג געזען מיין מאמע האט מיך איבערגעלאזט איך בין געווען קוים אכט יאר אלט שוין יונגערהייט האב איך געקאסט ממש ווי מיין לעבן צעפאלט א יתום אן א מאמע’ס האנט יעדער קוקט מיך אן אינטערעסאנט איך האב געדענקט און געבענקט וואס מיין טאטע האט מיך אייביג דערמאנט “דו ביסט יוסף דו ביסט יוסף״ נישט קיין חילוק וואס דו גייסט אריבער ביסטו א צדיק א גיבור דו ביסט יוסף מיין ליבליך קינד זאל זיין וואס זאל זיין בלייבסטו אייביג מייןזיסער יוסף מיין ליבליך קינד פון גרויסע חלומות האב איך געטראכט העכער און העכער צו גיין יעדער האט פון מיר חוזק געמאכט איך בין געשטאנען איינער אליין מיך פארקויפט קיין מצרים אלס קנעכט מיין לעבן איז מיר ביטער און שלעכט אין פוטיפר’ס הויז איך דריי מיך ארויס פון באגיין אומרעכט נישט גענוג מיינע צרות פון בעפאר האט מען מיך אין תפיסה פארשפארט געבינדן אין קייטן אויף צוועלף יאר אבער דאך אויף מלכות איך ווארט פאר פרעה מיך איינמאל געשטעלט עס האט זיך איבערגעדרייט מיין וועלט פון ווייטאג בין איך איין טאג געווארן א פירער א העלד ”אני יוסף ברודערס אני יוסף ״ נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער געטס פארן טאטן איבער עס לעבט נאך יוסף ער איז ריין פון זינד נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער דאך בין איך א מלך א גיבור איך בין יוסף מיין טאטנ’ס א קינד הער מיך צו איך זע ווי דוגייסט דורך שווערע צייטן מ’טשעפעט מ’שפייט איך זע ווי ס’גייטדיך שלעכט פון אלע זייטן דא רעדט צו דיר יוסף אליין ווער נאך ווי איך קען דיר פארשטיין דיין געוויין דיין פיין נסיונות ביישטיין קומסט פון א שווערע שטוב אדער דו ליגסט אין גרוב דיין חלום קען קיינער צושטערן ביסט שטערקער ווי דו מיינסט וועסטו זען אליינס ווי דאס וועט נאך פארווירקליכט ווערן הער עס פון יוסף פון אים’ן וואס איז דורך די אלע פראבלעמען דאך א צדיק א גיבור ביז היינט האט ער די שענסטע נעמען זאג פאר דיר אליין:“איך בין יוסף פונקט ווי יוסף״ נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער קען איך זיין א צדיק א גיבור פונקט ווי יוסף מיט טרערעלעך איך שריי נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער געטס פארן טאטן איבער עס לעבט נאך יוסף עוד יוסף חי

קרבן

בערי וועבער

s0413 קרבן בערי וועבער לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | קרבן קרבן בערי וועבער לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | קרבן אדם כי יקריב מכם קרבן לה' רבונו של עולם רבונו של עולם יעדע קליינע ריר רבונו של עולם רבונו של עולם בין איך מקריב פון מיר מיין קרבן שוין נעם אדם כי יקריב מכם מכם קרבן לה' מיין הארץ צו דיר געבויגן איך היט מיינע טייערע אויגן איך פיר מיך כראוי כהוגן לה' קרבן חינוך הילדים שלום בית הדרכה פרנסה שידוכים יראת שמים הלכה ישיבות מסורה געזונט תלמוד תורה לה' קרבן

רקידה'לע

בערי וועבער

s0530 רקידה'לע בערי וועבער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | בעזרת השם יתברך רקידה'לע בערי וועבער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | בעזרת השם יתברך כשבן אדם מרקד מגביה למעלה משפיע למטה עונג ושמחה א אידעלע א רקידה'לע מיט א טענצל געב זיך אויס אין אזא לעכטיג זמן זאל נאר שמחה זיין דער כח איז גאר גרויס מיט יעדן טאנץ יעדן שפרונג נחת און השפעות ברענג פועל'ן קען מען זייער גרינג ביז גאר ס'זאל זיין א גוטן טאג זיין א גוטע חודש א גוט יאר

שבת היא

בערי וועבער

s0051 שבת היא בערי וועבער לחן: ר' אהרן יוסף שפילמאן | מילים: מאטי אילאוויטש | בעזרת השם יתברך שבת היא בערי וועבער לחן: ר' אהרן יוסף שפילמאן | מילים: מאטי אילאוויטש | בעזרת השם יתברך די זון פארגייט עס פאלט די נאכט ביים קראנקן בעט פון קינד איך שטיי פארטראכט דער שבת שיקט אירע שטראלן הייסע טרערעלעך עס פאלן מיין צער עס איז אומדערטרעגליך איך האלט נישט אויס ס׳איז אוממעגליך איך וויין פאר א ישועה ווען האב איך שוין מיין רפואה וויין נישט טייער קינד דו וועסט אם ירצה השם זיין געזונט ווייל שבת היא מלזעוק זיי נישט צעבראכן מער שטארק זיך שעפעלע כאטש ס׳איז שווער ורפואה קרובה לבא ווייל שבת - שבת היא שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא שבת - שבת היא שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא טאטעניו געטרייער דיין קינד מוטשעט זיך זייער כלל ישראל אזוי פאר׳צער׳ט אויף ישועות מ׳שטייט מ׳ווארט נאך יארן פול מיט ווייטאג ווארטן מיר אויף דעם איין טאג דעם יום שכולו שבת דעם באלוין און דיינע קינדער בארואיג שוין וויין נישט טייער קינד דו וועסט אי״ה זיין געזונט ווייל דער שבת קומט און ישועות מיט זיך ברענגט שריי נישט קלאג נישט מער מאך צו דעם שוין אן אויפהער פארגעס פון דעם ווייטאג וואס קרענקט ווייל שבת - שבת היא שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא שבת - שבת היא שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא

והשיב

בערי וועבער, יודי ראזענבערג

s0574 והשיב בערי וועבער יודי ראזענבערג לחן: הערשל ראזענבערג | תתחדש והשיב בערי וועבער יודי ראזענבערג לחן: הערשל ראזענבערג | תתחדש והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם טאטע ליבע טאטע הער צו וואס איך בעט פון דיר איך וויל אזוי נאנט זיין צו דיר טאטע זיסע טאטע ווען קומסטו צוריק צו מיר ולב בנים על אבותם טאטע ליבע טאטע הער צו וואס איך בעט פון דיר איך וויל אזוי נאנט זיין צו דיר טאטע זיסע טאטע ווען קום איך צוריק צו דיר לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם

איזהו

גרשי אורי

s0421 איזהו גרשי אורי לחן: נפתלי משה שניצלער | זמן איזהו גרשי אורי לחן: נפתלי משה שניצלער | זמן יעדן אינדערפרי מיר זאגן איזהו איזהו מקומן של זבחים באשעפער אויב מעגן מיר פרעגן די זעלבע פון דיר גרויסער מלך מלכי המלכים איזהו איזהו קוק אראפ אויף דיינע קינדער צי זעסטו נישט ווי מיר זענען געווארן די שאף און רינדער גרויסער גאט וויפיל איז דער גבול פרעגן צוזאמען מיט דיר אוי מען וויל פרעג שוין איזהו ענטפער איזהו ווייל אז דו פרעגסט וועט קומען אן ענטפער דערצו דער מזבח ווערט שוין גרייט אט אט דארט מען שטייט מקריב זיין א תודה פאר דיר

גיב נישט אויף

גרשי אורי

s0613 גיב נישט אויף גרשי אורי לחן: נפתלי משה שניצלער \ אלבום: זמן גיב נישט אויף גרשי אורי לחן: נפתלי משה שניצלער \ אלבום: זמן אמאל כ'בין פארכאפט אין די נעכט די טונקלקייט כ'זוך מיט א לעכט ס'טונקל ס'שווארץ דיין אויגן דיין הארץ דו שפירסט ווי דו קענסט שוין נישט מער אמאל זעט עס אויס אזוי שלעכט אלעס ארום טונקל געדעכט מיך נישט פארשטייסט מיין נשמה מיין גייסט איך שפיר ווי איך קען שוין נישט מער און איך ווייס אז אלעס עס קומט נאר פון דיר און איך ווייס אז ס'איז זיכער דאס בעסטע פאר מיר כ'געב נישט אויף כ'געב נישט אויף כ'געב נישט אויף כ'געב נישט אויף כ'געב נישט אויף מיינע אויגן ארויף ווייל איך ווייס האסט א פלאן און איך בין נאר דיין פונדרויסן ס'קוקט אויס גאר שלעכט אבער דעם אמת איך ווייס עכט אפילו טונקל שווארץ אויך מיין אויגן מיין הארץ דאך טיפער איך קלער יא יא עס קומט גוטע טעג איך זאג דיר דו ביסט אויפן וועג כאפ דיר אן שטארק ווייל דו ביסט אויפן בארג שוין שטייסט אויבן אט אט ביים עק און דו ווייסט אז אלעס עס קומט נאר פון דיר און דו ווייסט אז ס'איז זיכער דאס בעסטע פאר מיר געב נישט אויף געב נישט אויף געב נישט אויף געב נישט אויף געב נישט אויף דיינע אויגן ארויף ווייל ער האט א פלאן און דו ביסט נאר זיין

זמן

גרשי אורי

s0614 זמן גרשי אורי לחן: יונה ליפשיץ נפתלי משה שניצלער \ אלבום: זמן זמן גרשי אורי לחן: יונה ליפשיץ נפתלי משה שניצלער \ אלבום: זמן ובאו כולם כאחד כאיש אחד בלב אחד ויחן שם כל העם ווי איין ביום ההוא יהיה ה' אחד ה' אחד ושמו אחד די גאנצע וועלט אפגעשטעלט ווי איין ובאותו הזמן לא יהיה שם לא לא מלחמה אלא אלא לדעת את ה' בלבד ס'קומט שוין דער זמן ס'קומט שוין דער זמן פארשפרייט דיין שיין לעכטיג וועט זיין מהר אהוב כי בא מועד הנה זה בא דער וועלט איז גרייט ס'קומט שוין דער זמן זאל ווערן דער זמן פארשפרייט דיין שיין לעכטיג וועט זיין מהר אהוב כי בא מועד הנה זה בא דער וועלט איז גרייט אתה הראת לדעת יעדער וועט וויסן אז כי השם נישטא ווי אים נאר איין אין עוד מלבדו אפס זולתו מיט דיין פאלק ישראל אלעמאל איז איין ובאותו הזמן לא יהיה שם לא לא מלחמה אלא אלא לדעת את ה' בלבד ס'קומט שוין דער זמן ס'ווערט שוין דער זמן זען דיין שיין לעכטיג וועט זיין מהר אהוב כי בא מועד הנה זה בא דער וועלט איז גרייט ס'קומט שוין דער זמן זאל ווערן דער זמן ויהי אור פארשפרייט דיין שיין מהר אהוב כי בא מועד הנה זה בא מיר זענען גרייט

קלי

גרשי אורי

s0697 קלי גרשי אורי לחן: נפתלי משה שניצלער \ מילים: יצחק לונגער \ אלבום: זמן קלי גרשי אורי לחן: נפתלי משה שניצלער \ מילים: יצחק לונגער \ אלבום: זמן אן ארעמאן מיט קוים א רענדל רענדל ווי אין די ביכער פון מנחם מענדל שפאנט די פערד און אויפן קלאמקע ער קלאפט אוי רבי איך בין אין צרות פארכאפט איך וועל אייך זאגן רבי אפן אפן צו אלע סגולות שוין ארומגעלאפן דער רבי זאגט צו אים מיין קינד הערט קלאר עס העלפט אויפן האר א סגולה פון טויזענטער יאר גוטער-טאטע הער צו מיר קלי קלי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי הוי אוי אוי אוי אוי יאם מען דארף נאר בעטן פונעם קלי קלי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי הוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי יאם איי אין אמעריטשקע איז שווערליך שווערליך ווי אין די לידער פון ר' יום טוב ערליך מ'פארט פון רעכטס צו לינקס די וועג איז פארקרימט פארגעסט זיך אמאל פון ווי אלעס קומט איך וועל דיר זאגן ברודער אפן אפן נאך אלע סגולות וואס מ'האט אויסגעטראפן הער מיך צו מיין קינד ביי יעדע פראבלעם נישט קיין חילוק ביי וועם ארבעט די סגולה ביי אים גוטער-טאטע הער צו מיר קלי קלי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי הוי אוי אוי אוי אוי יאם מיטן תהילים'ל קלי קלי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי הוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי יאם נאך עמוקה אין קברים אין צפון און אין דרום פון א מקובל א קמיע א געבענטשטע מטבע פראבירט אפצושפרעכן עין הרע און גיסן בליי געמיינט איך וועל א חתן שוין ווערן איינס צוויי אדר אין ליזענסק און אייר אין קערעסטיר פאר גאראנטירטע צדקות געלט ווי א גביר פון דרייסיג צדיקים כוס של ברכה אין א פלאש קטורת פון קלף געטראגן אזוב אין מיין טאש ביז איך האב געשריגן צו אים קלי קלי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי אוי אוי אוי מיטן תהילים'ל קלי קלי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי אוי אוי אוי

תורה פארשטאנד

גרשי אורי, שרולי קלצקין

s0643 תורה פארשטאנד גרשי אורי שרולי קלצקין לחן: יוסי פריד \ אלבום: סינגל תורה פארשטאנד גרשי אורי שרולי קלצקין לחן: יוסי פריד \ אלבום: סינגל טאטע גיב מיר תורה פארשטאנד איך וויל פון דיר בורא פארשטיין דיין תורה שיין אויף מיר שיין אויף מיר אן אורה אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו ותן בליבנו בינה להבין ולהשכיל איך בעט דיר נאכאנאנד טאטע גיב מיר תורה פארשטאנד איך וויל פון דיר בורא פארשטיין דיין תורה שיין אויף מיר שיין אויף מיר אן אורה

שבת שלום

דוב האפמאן

s0055 שבת שלום דוב האפמאן לחן: יוסי גרין | די אידישע קרוין שבת שלום דוב האפמאן לחן: יוסי גרין | די אידישע קרוין אוי שבת שבת קודש אוי אוי אוי אוי אוי אוי או שבת שבת קודש שלום ומבורך פרייליך אידן זייט צופרידן דער שבת קומט צו גיין וואו אידן זענען ליכטעלעך ברענען ס’איז דאך אזוי שיין אלס איז גרייט צו די צייט די שבת מאכלים פרישע חלות וויין און אלעס לכבוד שבת שלום יעדער איד וואס שבת היט באקומט עפעס דערפאר בני חיי סייעתא דשמיא אוי ווי גרויס איז דער שכר לאמיר לויבן דעם פון אויבן אשר שבת ברא מזמור שיר ליום השבת שבת יקרא פרייליך אידן זייט צופרידן בא שבת בא מנוחה אויסגערוט איז יעדער איד מעין עולם הבא זינגט מיט הויך מיטן גאנצן כח בואי בשלום בואי כלה בואי כלה לכבוד שבת שלום א ליכטיגקייט א פרייליכקייט ביי יעדן לויט זיין בחינה ווי ער גרייט זיך ווי ער פרייט זיך רוט אויף אים די שכינה לאמיר לויבן דעם פון אויבן אשר שבת ברא מזמור שיר ליום השבת שבת יקרא

ביזן קרעטשמע

דובי מייזעלס

s0217 ביזן קרעטשמע דובי מייזעלס לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | סינגל ביזן קרעטשמע דובי מייזעלס לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | סינגל דער הייליגער רבי מאיר פרעמישלאנערהאט אמאל געזאגט רבונו של עולם של עולם כאטש די זמן הגאולה איז נאכנישט דא אבער רבונו של עולם של עולם ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק ווייל די גרויסע גלות איז דאך גארנישט גרינג אוי רבונו של עולם של עולם לא עת האסף המקנה כאטש די צייט איז נאכנישט דא הארציגער טאטע דו געב אונז שוין ווייל ווער נאך ווי א טאטע אליין ווייסט וואס איז פאר זיין קינד די איינציגסטע טרייסט השקו הצאן

זעקעלע

דובי מייזעלס

s0396 זעקעלע דובי מייזעלס לחן: פינקי וועבער | אן אמת'ע קרעכץ זעקעלע דובי מייזעלס לחן: פינקי וועבער | אן אמת'ע קרעכץ פון די ארמייען זיך ארויסדרייען אין אמעריקע האט קיינער געקאנט טרעפט זיך אונזער שמואל אויפן פראנט מיט א שווערן אטעם זיין טאטן בעט-אים נאך איין זאך לייג אין זאק אריין א שמירה אויפן וועג מיין קינד פאק אריין דיינע הייליגע תפילין בעט ער פון שמואל'ן ווי קענסטו גיין אן אים ענטפערט ער טאטע נישטא קיין פלאץ פאר דעם אבער די הייליגע תפילין וויינט ער צו שמואל'ן אויב נעמסטו דאס מיט דיין זעקעלע ווען דו וועסט לייגן די תפילין באקומסטו פון מיר א פעקעלע אריבער די צייט דארטן ווייט שמואל זיין טאטן רופט איך לייג דאך די תפילין טאטע כ'האב דיך אויסגעפרואווט וואו איז דיין צוזאג דיין פעקעלע איך בעט דיך ערנסט נעם-עס מיין קינד וואס זאל איך טאןאיך שפיר דו זאגסט מיך נישט דעם אמת אוי טאטע וואס הייסט צו דען דו ווייסט זען ביז אהער קענסטו דיין צוגעזאגטע פעקעלע שיקן ווען-העסטו פארוואס גלייבסטו מיר נישט איך פאפ דיר נישט כ'האב געלייגט א יעדן טאגגעבט דער טאטע מיט הארץ צו אים א זאג אוי מיין טייער קינד טאטע'לע זיסער טאטע'לע ווען דו וואלסט געפענט דיין תפילין בייטעלע וואלסטו געווען אין מיינע ווערטער איבערגעצייגט וואלסטו געטראפן דאס פעקעלע געלט וואס איך האב דארט אריינגעלייגט א נשמה'לע צו א מלחמה'לעפון כסא הכבוד קומט ער צו זיין א סאלדאט אין באשעפער'ס מיליטער אויף דער וועלט ער דרייט זיך און ער גרייט זיך די רוקזאק זאל זיין וואס פולער ווייל טון דעם רצון פון זיין טאטן וויל ער נשמה'לע ביסט נצח צו דיר עס בעט זיך דער הייליגער בורא נעם מיט מיין הייליגע תורה זי וועט היטן דיינע טריטן און דיר ברענגען גליקן שיינע פעקעלעך וועל איך דיר נאכשיקן אויף דער וועלט ער קומט זיינע וועגן פארקרומט זוכט און זוכט פארגעניגן שפירט נישט קיין סיפוק ער קען זיך נישט בארואיגן אלע תאוות פראבירט ער א פארלוירנקייט שפירט ער סאיז גארנישט אזוי טאנצעדיג און זינגעריג די נשמה'לע שרייט איך בין נאך הונגעריג ביי זיך אין געפענגעניש מיט צער אין ענגעניש פון טיפן הארץ שרייט ער שרעקליך טאטע וואו זענען דיינע פעקעלעך שכינה מה אומרת דיין טענה איך הער עס דו זוכסט א לעבן א רואיגן א ליכטיגן אוי מיין קינד דו זוכסט נישט אויפן פלאץ דעם ריכטיגן אוי מיין טייער קינד פאר דיר אצינד דעם סוד אויפוויקל איך אויב זוכסטו שמחה נישט קיין צייטווייליגע סאיז נישט דא קיין סאך נאר איין זאך וואס מאכט גליקלעך נאר מיין תורה די לעכטיגע די הייליגע פון איר פארגעס נישט קרעכצן דו וועסט נישט ס'איז א סגולה א נוצפולע נאך א בלאט גמרא נאך א מצוה'לע שמחה ברענגט זי מנוחה שענקט זי נאר דערינען וועסטו מיינע פעקעלעך געפונען מיט די תורה וועסטו נאך לעבן די בעסטע פארשטיין די תכלית אין די באזע זיין צופרידן דא אין עולם הזה געדענק יעדע צייט דו ביזט א סאלדאט א חלק אלוקי ממעל אז דו וועסט זיגן וועסטו קריגן אויף יענע וועלט אויך א מעדאל א שיינע מעדאל

מנוחה

דובי מייזעלס

s0038 מנוחה דובי מייזעלס לחן: פינקי וועבער | אן אמת'ע קרעכץ מנוחה דובי מייזעלס לחן: פינקי וועבער | אן אמת'ע קרעכץ מנוחה איי ווי רואיג ושמחה איי ווי פריילעך אור ווי לעכטיג און שיין ווען דער שבת קומט צו גיין אוי שבת קודש אוי הייליגע שבת איך האב דיך אזוי ליב הייליגער שבת אוי זיסער שבת אוי קום אריין אין מיין שטוב מנוחה ושמחה ושמחה אור אור אור ליהודים ווי רואיג ווי פריילעך ווי לעכטיג איז מיט דיר א רואיגקייט מנוחה א פרייליכקייט בשמחה א לעכטיגקייט אור אור ליהודים

משיח

דובי מייזעלס

s0204 משיח דובי מייזעלס לחן ומילים: ר' שמעון יואל וועבער | אן אמת'ע קרעכץ משיח דובי מייזעלס לחן ומילים: ר' שמעון יואל וועבער | אן אמת'ע קרעכץ מיין טייערער טאטע איך וויל דיך פרעגן וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען מיין טייערער קינד איך וועל דיר פארציילן אצינד ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זיין דערהויבן ווען משיח וועט קומען וועלן אלע פעלקער אונז לויבן עס וועט זיין דאן א פיינע שיינעהייליגע ריינע וועלט ס'וועט מער נישט זייןקיין הסתר אויף דער וועלט ווען משיח וועט קומען וועט זיין דער רצון הבורא ווען משיח וועט קומען וועט שיינען און לייכטן די תורה עס וועט זיין דאן א שיינע פיינעהייליגע ריינע וועלט דיין הייליגע מלוכה ווערט אוועקגעשטעלט אלע קראנקע וועט ער היילן די צרות אין פריידן דערציילן אוי ווי שיין וועט זיין אין ירושלים עס וועט שיינען דער אור הגנוז מ'וועט מקריב זיין קרבנות אינאיינעם דעם בית המקדש דעם נייעם אבער טייערער טאטע ווען ווען ווען ווען ווען ווען ווילאנג נעמט דער וועג איך ווארט שוין אויף די טעג אוי מתי מיין קינד מיין קינד פתאום פתאום פתאום פתאום פתאום יבוא יעדער וועט זיין פארנומען פלוצלונג וועט ער קומען און געבן א געשריי אידעלעך אידעלעך אידעלעך צוריק מיט מיר אינאיינעם ברודערלעך ברודערלעך ברודערלעך אויף דעם וועג דעם שיינעם יונג רייך און ארעם על כנפי נשרים צוריק ווי מיר האבן אמאל געוואוינט אידעלעך אידעלעך אידעלעך געהאפט און געשטרעבט אידעלעך אידעלעך אידעלעך אט האט מען דערלעבט איז לאמיר זיך יעצט פרייען אינאיינעם שרייען די פלאג און מיה פאריבער ס'האט זיך אלעס געלוינט אויפן גלות קוקן מיר צוריק מיר זאגן און זינגען מיט גליק גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער מיר קומען מער קיינמאל צוריק אויפן גלות קוקן מיר צוריק מיר זאגן און זינגען מיט גליק גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער מיר קוקן צו דיר נישט צוריק אידעלעך אידעלעך אידעלעך געהאפט און געשטרעבט אידעלעך אידעלעך אידעלעך אט האט מען דערלעבט איז לאמיר זיך יעצט פרייען אינאיינעם שרייען די פלאג און מי פאריבער ס'האט זיך אלעס געלוינט אויפן גלות קוקן מיר צוריק מיר זאגן און זינגען מיט גליק גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער מיר קומען מער קיינמאל צוריק אויפן גלות קוקן מיר צוריק מיר שפרינגען און זינגען מיט גליק גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער מיר קומען מער קיינמאל צוריק מיר קוקן צו דיר נישט צוריק

ס'קומט שבת

דובי מייזעלס

s0043 ס'קומט שבת דובי מייזעלס לחן: האדמו"ר רבי מרדכי יונגרייז מניקלשבורג | סינגל ס'קומט שבת דובי מייזעלס לחן: האדמו"ר רבי מרדכי יונגרייז מניקלשבורג | סינגל ס'קומט שבת הייליגער שבת ס'קומט שבת הייליגער שבת ס'קומט שבת פארגעסן פון אלעס ס'קומט שבת פארגעסן פון אלעס

פאר דיר

דובי מייזעלס

s0044 פאר דיר דובי מייזעלס לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה פאר דיר דובי מייזעלס לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה קה רבון עלם ועלמיא רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא מלך מלכיא פאר דיר פאר דיר נאר פאר דיר אנת הוא מלכא מלך מלכיא לאמיר זינגען שבחים פארן מלך מלכי המלכים קה רבון עלם ועלמיא פאר דיר פאר דיר נאר פאר דיר אנת הוא מלכא מלך מלכיא

קרעכץ

דובי מייזעלס

s0449 קרעכץ דובי מייזעלס לחן: פינקי וועבער | אן אמת'ע קרעכץ קרעכץ דובי מייזעלס לחן: פינקי וועבער | אן אמת'ע קרעכץ טאטע לעבן איך וויל דיר א קשיא פרעגן ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך אפשר דאך אפשר דאך אפשר דאך והסר ממנו יגון ואנחה אוי דאס הארץ אוי דאס הארץ בענקט און לעכצט פארוואזשע ווארטסטו נאך טאטע טאטע'ניו מיין קינד איך ווארט נאך אויף איין אמת‘ע קרעכץ נאך איין קרעכץ נאך איין קרעכץ בעט איך פון דיר עפן דיין הארץ און געב עס מיר אוי אוי אוי א אמת‘ע קרעכץ איין אמת‘ע קרעכץ

שבת שלום

דובי מייזעלס

s0056 שבת שלום דובי מייזעלס לחן: משה חזקי' ווייס | לב אל הנשמה שבת שלום דובי מייזעלס לחן: משה חזקי' ווייס | לב אל הנשמה שבת שלום ומבורך שלום ומבורך ומבורך שבת שלום ומבורך שלום עליכם הייליגע מלאכים לשבת הבא יהיה כן שלום עליכם הייליגע מלאכים די קומענדיגע שבת זאל אויך זיין אזוי שיין שבת שלום ומבורך שלום ומבורך ומבורך שבת שלום ומבורך

בנה ביתך

דובי מייזעלס, זאנוויל וויינבערגער

s0670 בנה ביתך דובי מייזעלס זאנוויל וויינבערגער לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ אלבום: עולם בנה ביתך דובי מייזעלס זאנוויל וויינבערגער לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ אלבום: עולם בנה ביתך כבתחילה וכונן מקדשך על מכונו בוי שוין אויף דיין הייליג הויז בנה ביתך פון דעם גלות נעם אונז ארויס בנה כבתחילה וכונן מקדשך על מכונו וכונן מקדשך על מכונו

והסר

דובי מייזעלס, מרדכי קאהן

s0014 והסר דובי מייזעלס מרדכי קאהן לחן: הרב יואליש טייטלבוים | סינגל והסר דובי מייזעלס מרדכי קאהן לחן: הרב יואליש טייטלבוים | סינגל והסר ממני ומכל בני ביתי ומכל עמך בית ישראלכל מיני חולי וכל מיני מדוה וכל מיני דלות עניות ואביונות הייסע טרערן רינט ווען איך בעט פאר דיר מיין קינד והסר ממני כל חולי וכל מדוה הייסע טרערן רינט ווען איך בעט פאר דיר מיין קינד והסר ממני עניות ואביונות ומכל עמך ישראל

ימים באים

דוד פעדער

s0319 ימים באים דוד פעדער לחן: דוד פעדער | סינגל ימים באים דוד פעדער לחן: דוד פעדער | סינגל הנה ימים באים נאם ה' ס'קומט גוטע טעג ס'קומט לעכטיגע טעג אידעלע כאפ דיך מיט ווייל ס'קומט גוטע טעג ס'קומט גוטע טעג ס'קומט לעכטיגע טעג אידעלע כאפ דיך אויף ווייל ס'קומט גוטע טעג ס’איז גוטע טעג ס’קומט נאך בעסערע טעג אידעלע כאפ דיך אויף ווייל ס’קומט גוטע טעג

א פארגעניגן

דודי קאליש

s0779 א פארגעניגן דודי קאליש א פארגעניגן דודי קאליש א פארגעניגן צו זינגען א ניגון ער ציהט דיר אוועק פון דעם פלאץ –פון דעם צייט ער נעמט דיר מיט אים זייער הויך – זייער ווייט ער טוהט דיר אנפילן מיט כוח –מיט פרייד א פארגעניגן מיט אים קען מען דאנקעןא פארגעניגן מיט אים קען מען לויבןא פארגעניגן מיט אים קען מען בעטן מיט אים קען מען גלויבן מיט אים קען מען זיך צום באשעפער דערהויבן א פארגעניגן ווייל דאס איז דער ניגון אין אים טוט דאך ליגן אן עקסטערע כח - דעם שלעכט צו באזיגן ווייל דאס איז דער ניגוןאין אים טוט דאך ליגןדעם בעסטן געשמאק - דעם גרעסטן פארגעניגן מיט אים קען מען דאנקעןא פארגעניגן מיט אים קען מען לויבןא פארגעניגן מיט אים קען מען בעטן מיט אים קען מען גלויבן מיט אים קען מען זיך צום באשעפער דערהויבן א פארגעניגן א פארגעניגן צו זינגען א ניגון

אשת חיל

דודי קאליש

s0344 אשת חיל דודי קאליש לחן: דודי קאליש | מילים: מאטי אילאוויטש | זאג שוין ווען אשת חיל דודי קאליש לחן: דודי קאליש | מילים: מאטי אילאוויטש | זאג שוין ווען אשת חיל מי ימצא ורחוק מפנינים מכרה בטח בה לב בעלה ושלל לא יחסר די אוצר פון א שטוב דאס ווייסן אלע אן אשה כשרה העושה רצון בעלה טאג און נאכט אזויפיל פלאג און מי א ברכה אין א שטוב איז א מאמע נאר זי נאך א גאנצע וואך וואס זי איז אזוי געטריי דער טאטע מיט די קינדער אינאיינעם זינגען זיי דעם אשת חיל מי ימצא ורחוק ורחוק מפנינים מכרה בטח בה בטח בה לב בעלה ושלל ושלל לא יחסר קומט אהיים דער תנא רבי עקיבא מיט טויזנטער תלמידים געבויט אין זיין ישיבה אויף זיין אשת חיל זאגט ער גלייך שלי שלי ושלכם שלה הוא די שכר של תורה אלעס איז איר זכות איר מסירות נפש יעדער זעט זי איז אן אשת חיל מי ימצא ורחוק ורחוק מפנינים מכרה בטח בה בטח בה לב בעלה ושלל ושלל לא יחסר גמלתהו טוב ולא ולא רע כל ימי ימי ימי חייה דרשה צמר ופשתים ותעש בחפץ בחפץ כפיה כלל ישראל איז דאך אונז ידוע כנסת ישראל כלה קרואה מיר ווארטן יארן לאנג לעת הזאת ישיש עליך אלוקיך כמשוש זיך טרעפן דארט בירושלים של מעלה דער באשעפער אליין זינגט דארט פאר זיין כלה אשת חיל מי ימצא ורחוק ורחוק מפנינים מכרה בטח בה בטח בה לב בעלה ושלל ושלל לא יחסר

בואו

דודי קאליש

s0005 בואו דודי קאליש לחן: אליעזר קאליש | דודי קאליש מיט ידידים בואו דודי קאליש לחן: אליעזר קאליש | דודי קאליש מיט ידידים בואו ונצא לקראת כלה לקראת שבת מלכתא לאמיר ארויסגיין לקראת שבת דער שבת קודש קומט שוין אן צו גיין א ברכה אין אונזער שטוב אריין לאמיר ארויסגיין לקראת שבת אויפנעמען דעם שבת כהלכה כי הוא מקור הברכה

הטוב

דודי קאליש

s0255 הטוב דודי קאליש לחן: דודי קאליש | דודי קאליש מיט ידידים 2 הטוב דודי קאליש לחן: דודי קאליש | דודי קאליש מיט ידידים 2 הטוב שמך ולך נאה להודות טאטע זיסער יא מיר טוען דאנקען אויף אלע דיינע הערליכע געשאנקען הטוב שמך לך נאה להודות

זאג שוין ווען

דודי קאליש

s0433 זאג שוין ווען דודי קאליש לחן: ר' אליעזר קאליש | זאג שוין ווען זאג שוין ווען דודי קאליש לחן: ר' אליעזר קאליש | זאג שוין ווען רבונו של עולם מתי תמלוך בציון בקרוב בימינו זאג שוין ווען זאג שוין ווען אוי טאטע ווען בקרוב בימינו בקרוב בימינו לעולם ועד תשכון שוין שוין שוין לעולם תשכון

כח

דודי קאליש

s0403 כח דודי קאליש לחן ומילים: דודי קאליש | סינגל כח דודי קאליש לחן ומילים: דודי קאליש | סינגל כי השם הוא הנותן לך כח כח כח כח לעשות חיל רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח רבונו רבונו של עולם - רבונו רבונו רבונו של עולם רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח

לאמיר מאכן אן ארקעסטרע

דודי קאליש

s0780 לאמיר מאכן אן ארקעסטרע דודי קאליש לאמיר מאכן אן ארקעסטרע דודי קאליש לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל דו פינחס וועסט זיין די קאנטראבאס איך וועל זיין די קאנטראבאס?יא יא די קאנטראבאס דו שפיל מיט פום פום פום פום פום פום זייער שיין דו נחמן וועסט זיין די טראמבאןאיך טראמבאן? וואס טראמבאן? דאס שפילט מען דורכן בלאזן שפיל מיט פא אה אה פא אה אה צוזאמען פום פום פום פא אה אה אזא שיינע ארקעסטרע לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל שטייטס נישט ווי א נאר שפילסט מיט די גיטאר באם באם באם די גיטאר האט א שיינע ברום מאך עס נאר מיט דיין שטים ברום ברום ברום אזוי הערט זיך א ליד און דו שלמה נעם די פיקאלא פיקאלא?נא פארוואס נישט געבט ארויס א טיפע קוויטש פיקאלע פיקאלע פיקאלע פי פיקאלע פיקאלע פיקאלע פים ברום ברום ברום פום פום פום פא אה אה אזא שיינע ארקעסטרע לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל אבער אלס איז א דזשאוק אן א גוטע פויק פום פום פום מיט די ליפן מיט די צינג א פויקעריי מיט יעדן קלינג פום פום פום פום פום פום פיקאלע פיקאלע פיקאלע פים ברום ברום ברום פום פום פום פא אה אה אזא שיינע ארקעסטרע לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל לאמיר מאכן אן ארקעסטרע א שיינע בענד אן קיין אינסטרומענט לאמיר מאכן אן ארקעסטרע נאר מיט די קול דאס שפילן מען זאל

שמע ישראל

דודי קאליש

s0592 שמע ישראל דודי קאליש לחן: דודי קאליש | מילים: ר' חיים אלתר פאנעט | דודי קאליש מיט ידידים שמע ישראל דודי קאליש לחן: דודי קאליש | מילים: ר' חיים אלתר פאנעט | דודי קאליש מיט ידידים יעדער איד פארמאגט א פלאם וואס האלט אונז אלעמאל צוזאם עס מאכט נישט אויס ווי מען זעט אויס פון וואו מען שטאמט די וואס מיינען אז ביי זיי איז די פונק שוין לאנג פארביי עס קומט א צייט ווי דאס פינטעלע איד אויפשטייט און געט א געשריי שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד השם אחד אין די הארץ פון יעדע איד איז דא די פונק די נשמה פילט איך האב איין גאט און אים איך דין מיט מיין געמיט אפילו ווען ס'זעט נישט אויס ווען מען דערמאנט שריי איך ארויס פאר דעם איך לעב דאס איז די וועג צו וואס איך שטרעב און גרייט צו גיין אויס שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד השם אחד שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד דו ביסט מיין גאט

לב טהור

דודי קאליש, ארי היל

s0283 לב טהור דודי קאליש ארי היל לחן: דודי קאליש | סינגל לב טהור דודי קאליש ארי היל לחן: דודי קאליש | סינגל לב טהור ברא לי אלוקים ורוח נכון חדש בקרבי שובו אלי ואשובה אליכם טאטע איך וויל צוריקקומען צו דיר השיבנו ונשובה אליך טאטע איך וויל צוריקקומען צו דיר השיבנו ונשובה אליך

בענקעניש

דודי קאליש, שלומי גערטנער

s0656 בענקעניש דודי קאליש שלומי גערטנער לחן ומילים: דודי קאליש | דוד ושלמה בענקעניש דודי קאליש שלומי גערטנער לחן ומילים: דודי קאליש | דוד ושלמה וואו טוט די זון שטראלן וואו הערשט ווארעמקייט אין יעדע ווינקל הערשט אן ענגשאפט און א טונקלקייט ווי לאנג וועל איך בלייבן דא אזוי אליין איך האלט שוין נישט אויס מיין הארץ עס קלעמט אונטער א שווערע שטיין טאטע וואו ביסטו עפן דעם טיר נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר נעם מיר ארום דיר וויש מיינע טרערן ווען ביסט מיט מיר מיין הארץ רוט וואו טוט די זון שטראלן וואו הערשט ווארעמקייט אין יעדע ווינקל הערשט אן ענגשאפט און א טונקלקייט ווער וועט מיר אויפלייכטן שטילן מיין געוויין טאטע טאטע נאר דו קענסט איז ווען קומסטו אהיים טאטע וואו ביסטו עפן דעם טיר נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר נעם מיר ארום דיר וויש מיינע טרערן ווען ביסט מיט מיר מיין הארץ רוט וואו טוט די זון שטראלן וואו הערשט ווארעמקייט אין יעדע ווינקל הערשטאן ענגשאפט און א טונקלקייט טרערן אין די אויגן שטערן מיר דעם זען איך קוק זיך ארום ווי טונקל ס'איז פיל בעסער געווען טאטע וואו ביסטו עפן דעם טיר נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר נעם מיר ארום דיר וויש מיינע טרערן ווען ביסט מיט מיר מיין הארץ רוט

מאמע

דודי קאליש, שלומי גערטנער

s0349 מאמע דודי קאליש שלומי גערטנער מילים: דודי קאליש | דוד ושלמה מאמע דודי קאליש שלומי גערטנער מילים: דודי קאליש | דוד ושלמה א אידישע שטוב געבויט פול מיט מוט א הערליכע בלום נאר אזוי בליט א שטוב גוט געפירט איינער דאס טוט א אידישע מאמע שטייט אינדערמיט אין יעדע מינוט און אויף יעדע טריט איר גארטן באפוצט פון שאדן באשיצט די קינדער באצירט ווי פרינצן זיי פירט א אידישע מאמע א קעניגן זי שפירט מאמע מאמע שיינע טייערע קרוין פון גאלד אויסנוצן די מינוטן ביי דיר איך האב געזאלט איך וואלט געצאלט אלע געלט זאלסט מיר ווידער וויגן און אין דיינע ליבע הענט אמאל טראגן מאמע מאמע שיינע טייערע קרוין פון גאלד איך האף איך בין געוואקסן פונקט ווי דו האסט געוואלט דיינע גלעטל נאך איך פיל און דיין מוסר איך היט ס’איז נישט געווען א שאד אויף דיין מי צווישן דערנער פיל איז א רויז איינגעהילט די אידישע פאלק גאר אזוי פילט דאך זי שיינט און בליט איינער אונז היט די שכינה הקדושה זיצט אינדערמיט ווי א מאמע רואיגט דאס קינד מיט א ליד די שכינה זי רוט אין יעדן איד די קינדער באקרוינט מיט אלעם גוט באלוינט די שכינה הקדושה מען זעט צווישן אונז וואוינט שכינה קדושה שיינע טייערע קרוין פון גאלד טון דיין ווילן שטענדיג איך האב ווען געזאלט איך וואלט געצאלט אלע געלט אין בית המקדש גיין אין דיינע הייליגע הענט לויפן אריין שכינה קדושה שיינע טייערע קרוין פון גאלד פון היינט וועל איך זיך פירן פונקט ווי דו האסט געוואלט דיינע ניסים איך געדענק און דיין מוסר איך היט איך בעט נאר עס זאל נישט זיין א שאד דיין מי

אין עוד מלבדו

דודי קנאפפלער

s0123 אין עוד מלבדו דודי קנאפפלער לחן: עממי | סינגל אין עוד מלבדו דודי קנאפפלער לחן: עממי | סינגל געזען האב איך די שטערן וואס באלייכטן אונזער וועלט און מיט די צייט פארשוואונדן ווערט געקלעטערט האב איך אויף די הויכע בערג מיין פוס געשטעלט און אויך פון קלוגע האב איך געהערט מיט אן אמת טיף אריינבליקט אדורך יעדע זאך און געקומען צו אן אויספיר ניין צו אים איז קיינער גלייך זינג איך זיך צו מיר א לידל א לידעלע פון הארץ אין עוד מלבדו מלא כל הארץ כבודו הקדוש ברוך הוא הוא מלך ואני עבדו אין די מלחמות קעגן יצר ווי א מדבר דארשט צו וואסער א מענטש אונטערברעכט שרייט א אידל מן המיצר אויגן ווערט פון טרערן נאסער אין די גלות נעכט ווען איך זע די וועלט עס רעש’ט און רודערט מער ווי אלעמאל און וועמען צילט מען דען מיט דעם ווידער כלל ישראל זינג איך זיך צו מיר דאס לידל דאס לידעלע פון הארץ אין עוד מלבדו מלא כל הארץ כבודו הקדוש ברוך הוא הוא מלך ואני עבדו

מיין חלום

דודי קנאפפלער

s0339 מיין חלום דודי קנאפפלער לחן: ישי לפידות | מילים: ר' שלמה נחמיה ראזענבערג | מיין חלום מיין חלום דודי קנאפפלער לחן: ישי לפידות | מילים: ר' שלמה נחמיה ראזענבערג | מיין חלום פון די גאנצע גארער וועלט פאר איך צו דיר אין א ווייטן קליין געצעלט עס חלומ’ט זיך דיר דאס הארץ ביי מיר א קלאפ פארפעלט פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט דו ביסט אזוי ווייט אבער נאנט צו מיר ס׳גיסן טרערן הונדערטער יארן אויף דיר דאס בין איך דיין פארלוירן קינד ס’בענקט זיך מיר דאס הארץ ביי מיר א קלאפ פארפעלט פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט דו ביסט אזוי ווייט אבער נאנט צו מיר מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים אין דיין הייליג לאנד דיין תורה זיין מקיים א הימל לויטער ריין הארץ אין יעדע שטיין מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים פון די גאנצע גארער וועלט פאר איך צו דיר אין א ווייטן קליין געצעלט עס חלומ’ט זיך דיר דאס הארץ ביי מיר א קלאפ פארפעלט פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט אזוי ווייט און ווייט און ווייט אבער נאנט צו מיר מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים אין דיין הייליג לאנד דיין תורה זיין מקיים א הימל לויטער ריין אזויפיל הארץ אין יעדע שטיין מיין חלום איז צו לעבן ירושלים מיין חלום דאס ביסטו ירושלים

אינגעלע

הערשי וויינבערגער

s0606 אינגעלע הערשי וויינבערגער לחן ומילים: הערשי וויינבערגער אינגעלע הערשי וויינבערגער לחן ומילים: הערשי וויינבערגער ותיהב לי ותיהב לי בנין דכרין א יונגעלע ותיהב לי ותיהב לי דעבדין רעותך א יונגעלע א יונגעלע - וואס זאל נאר נחת געבן א יונגעלע - וואס זאל תורה מצוות שטרעבן א יונגעלע - מיט׳ן אידישער חן ער זאל וואקסן גוט און וואויל ערליך און פיין

באלייכט אלע וועלטן

הערשי וויינבערגער

s0110 באלייכט אלע וועלטן הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל באלייכט אלע וועלטן הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל אין די שטאט לובלין וואוינט א איד וואס מאכט פאר זיינע אידישע ברידער ענג אין די שטאט לובלין די אידן ווייסן נישט וואס צו טון זיי גייען צום הייליגן חוזה און אים מען פרעגט דער חוזה פון לובלין אין קוויטל ער קוקט אהין ער זאגט איך זע א אור אויף אט דעם איד אויף זיין געזיכט די אידן פארשטייען נישט פשט ביז זיי הערן אז אין די צייט האט ער געצונדן די הייליגע חנוכה ליכט ווען א איד צינדט חנוכה לעכט באלייכט ער אלע וועלטן באלייכט ער אלע וועלטן ער שיינט און ער שיינט צום פענסטער איך קוק אהין אין די זייט א טאכטער א זון איך הייב אן ברוך אתה השם נישט קיין סאך כוונות אינזין מיט א פשטות מתפלל איך בין די לעכטעלע זאל אויפשיינען מיין היים אין הימל א רעש עס ווערט גזירות ווערן צושטערט וואס דיין לעכטעלע האט אלץ אויפגעטון די גאנצע היכל באלייכט אזויפיל טויערן אויפגעמאכט ווי עס האט אונז געזאגט דער הייליגער חוזה פון לובלין ווען א איד צינדט חנוכה לעכט באלייכט ער אלע וועלטן באלייכט ער אלע וועלטן ער שיינט און ער שיינט נישט קיין חילוק ווער דו ביסט וואס דו ביסט וואו דו ביסט דו נעמסט דיין לעכטעלע אין האנט און דו מאכסט דעם ברוך אתה ה׳ אלוקינו מלך העולם להדליק נר של חנוכה אויבן אין הימל גייט עס ארויף און ס׳מאכט א רושם ווען א איד צינדט חנוכה לעכט באלייכט ער אלע וועלטן באלייכט ער אלע וועלטן ער שיינט און ער שיינט

דברי ה'

הערשי וויינבערגער

s0277 דברי ה' הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | לכתחילה דברי ה' הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | לכתחילה ימים באים לא רעב ללחם ימים באים לא צמא למים כי אם לשמוע לשמוע את דברי ה׳ כי אם לשמוע את דברי ה׳ וואס איז די הונגער?זיי הונגערן צו הערן פון דיר און וואס איז די דארשט?זיי דארשטן נאר צו וויסן פון דיר כי אם לשמוע אוי אוי לשמוע את דברי ה׳ לשמוע את דברי ה׳ וואס איז די הונגער?מיר הונגערן צו הערן פון דיר און וואס איז די דארשט?מיר דארשטן אזוי שטארק צו וויסן פון דיר כי אם לשמוע אוי אוי לשמוע את דברי ה׳ הונגעריג און דארשטיג לדברי ה׳

לכתחילה אריבער

הערשי וויינבערגער

s0622 לכתחילה אריבער הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער \ אלבום: לכתחילה לכתחילה אריבער הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער \ אלבום: לכתחילה פול - פול מיט פראגעס דרייט זיך א חסיד וואס - וואס וועט דא זיין וואס איז דער עתיד צומישט - צומישט בין איך ביי א יעדע קלייניגקייט איך - איך בין פול מיט גרויסע שאיפות ווי - ווי פטר'ט מען דעם מח'ס רדיפות אזוי - אזויפיל צו אויפטון אבער אלעס שטייט איך האב דאך פאר די אויגן קלאר מיין ציל קען אויך אפילו זיין אז איך ווייס וואס איך וויל רעכטס אדער לינקס יעצט אדער באלד יא צו ניין די וועלט זאגט יעדן אונטער-טיר'ל גראבן און זוכן און אויב מ'טרעפט נישט זאל מען איבערהיפן און קריכן דער רבי זאגט אז לכתחילה אריבער איז דער וועג צו גיין לכתחילה אריבער מענטשעלע ליבער טראכט עס נישט איבער איבער און איבער לעב ווי א גיבור לכתחילה אריבער לכתחילה אריבער מענטשעלע ליבער טראכט עס נישט איבער איבער און איבער גראב נישט קיין גריבער לכתחילה אריבער ברענגט - ברענגט אן צייט און פלאגט זיך אוועק פון - פון סוקסעס ס'כאפט אים א שרעק דארט - דארט בלייבט ער שטיין געפרוירן לאנגע טעג איך - איך האב פאר יעדן גרייט א פתרון ביי - ביי מיר אליין ס'שלעפט זיך שוין יארן קען - קען נישט פאר זיך טרעפן דעם ריכטיגן וועג האלטסט דער ניגון איז גענוג לעבעדיג אפשר איז עס צי בדיעבד'דיג נע גיי דערמיט איך זאג דיר ס'איז גוט רוק זיך ווייטער טראכט נישט אפילו דיין בדיעבד איז דער גרעסטער לכתחילה לכתחילה אריבער - וועסט נאך זען ס'איז א היט לכתחילה אריבער מענטשעלע ליבער טראכט עס נישט איבער איבער און איבער לעב ווי א גיבור לכתחילה אריבער לכתחילה אריבער מענטשעלע ליבער טראכט עס נישט איבער איבער און איבער גראב נישט קיין גריבער לכתחילה אריבער לכתחילה אריבער טאטע'ניו ליבער עס ווארט דאך דיין ציבור לאז אונז נישט איבער רעכט אויף דיין שטיבער לכתחילה אריבער לכתחילה אריבער טאטע'ניו ליבער זאג שוין דעם דיבור שיק שוין דיין גיבור דעם גלות פאריבער לכתחילה אריבער

מלך עליון

הערשי וויינבערגער

s0190 מלך עליון הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | לכתחילה מלך עליון הערשי וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | לכתחילה דער הייליגער דברי חיים האט אזוי געזאגט מלך העולם מלך העולם ס'פאסט נישט דו זאלסט זיין א מלך אביון א מלך אביון פאר ארעמעלייט בעסער זאלסטו זיין א מלך עליון א מלך עליון פאר קינדער זייער רייך אבל מלך אביון תקפו לעד אבל מלך עליון תפארתו עדי עד

אידן אין אמעריקע

הערשי וויינבערגער, ליפא שמעלצער, דובי מייזעלס

s0003 אידן אין אמעריקע הערשי וויינבערגער ליפא שמעלצער דובי מייזעלס לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל אידן אין אמעריקע הערשי וויינבערגער ליפא שמעלצער דובי מייזעלס לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל טייערע אידן אין אמעריקע טייערע אידן אין אמעריקע היט שבת וועט אייך גוט זיין היט שבת וועט אייך גוט זיין השומר שבת שבת היט שבת היט שבת היט שבת השומר שבת שבת היט שבת וועט אייך גוט זיין טייערע אידן אין אמעריקע היט שבת וועט אייך גוט זיין טייערע אידן אין אמעריקע היט שבת וועט אייך גוט זיין

הלילה הזה

הערשי וויינבערגער, שמואלי אונגאר

s0073 הלילה הזה הערשי וויינבערגער שמואלי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל הלילה הזה הערשי וויינבערגער שמואלי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער | סינגל מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות פארוואס פרעגן מיר פארוואס מאכן מיר מיט דאס די נאכט ווערט נאר אלץ שווערער און ענגער פארוואס פרעגן מיר פון דיר וויפיל איז די שיעור פארוואס נעמט אונזער גלות לענגער פארוואס פארוואס פארוואס טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט די שווערע קשיא זיי’זשע מוחל און ענטפער מיר א תירוץ

דצ"ך

הערשי וויינבערגער, שמילי אונגאר, יואלי קליין

s0686 דצ"ך הערשי וויינבערגער שמילי אונגאר יואלי קליין לחן: הערשי וויינבערגער יואלי קליין \ סינגל 2022 דצ"ך הערשי וויינבערגער שמילי אונגאר יואלי קליין לחן: הערשי וויינבערגער יואלי קליין \ סינגל 2022 ווען וועט משיח קומען טאטע'ניו געב אונז שוין א סימן רבי יהודה היה נותן בהם רבי יהודה היה נותן בהם סימנים דצ"ך דצ"ך דצ"ך בעטן מיר איין זאך עד"ש עד"ש עד"ש פול שוין אן דעם פלאש דצ"ך עד"ש באח"ב געב פאר דיינע קינדערלעך אלעס וואס מ'דארף

א אידיש הארץ

הערשי ראטענבערג

s0152 א אידיש הארץ הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | סינגל א אידיש הארץ הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | סינגל איך בין א קליין מענטשעלע פלייש און ביין מיט געפילן געמישטע אבער הער דיך איין איך האב א הארץ א אידישע הארץ איך האב א הארץ א אידישע הארץ איך האב א הארץ וואס פילט ווען ס’גייט דיר שווער איך האב א הארץ וואס וויינט ווען דו קענסט נישט מער איך האב א הארץ וואס בעט און בעט פאר דיר איך האב א הארץ א אידישע הארץ איך האב א הארץ א אידישע הארץ

איך בין א איד

הערשי ראטענבערג

s0635 איך בין א איד הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל איך בין א איד הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל איך בין א איד דער באשעפער האט מיר ליב און גארנישט קען אפהאלטן אונזער קשר זיצט א איד מחשבות קלערט ער געפאלן בין איך אין טיפע ערטער איי איי איי צובראכן ווערט ער איי איי איי צובראכן ווערט ער ער הייבט זיך אויף א בת קול הערט ער מיין ליבע גאט מיין חרטה זעט ער איי איי איי בשמחה ווערט ער איי איי איי בשמחה ווערט ער איי איי איי איך בין א איד דער באשעפער האט מיר ליב און גארנישט קען אפהאלטן אונזער קשר איי איי איך בין א איד דער באשעפער האט מיר ליב און גארנישט קען אפהאלטן אונזער קשר און אפילו איך בין שוואך אבער כי לא ידח ממנו נדח א אידיש קינד איז קיינמאל נישט פארפאלן ווייל איי איי איי איך בין א איד דער באשעפער האט מיר ליב און גארנישט קען אפהאלטן אונזער קשר איי איי איך בין א איד דער באשעפער האט מיר ליב און גארנישט קען אפהאלטן אונזער קשר

אמונה

הערשי ראטענבערג

s0645 אמונה הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל אמונה הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל מיין רבי האט געלערנט מיט מיר אמונה מיין טאטע גערעדט מיט מיר אמונה מיין מאמע איי מיין ליבע מאמע געזינגען געוויגט געוויגט און געזינגען געזינגען אמונה מיט מיר הערשעלע ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט נאר צו אים דארפסטו רעדן ווען עפעס דיר פעלט הערשעלע ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און ווען דו ווילסט דיין הארץ אויסגיסן אלעמאל מיט אים קענסט שמועסן

בן תורה

הערשי ראטענבערג

s0536 בן תורה הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | סינגל בן תורה הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | סינגל איך ארבעט אזוי שווער אגאנצן טאג אבער נישט דאס איז מיין שטרעבן די שעות תורה וואס איך פארמאג דאס איז די שענסטע צייט אין מיין לעבן איך בין נישט קיין שוסטער ניין ניין איך בין נישט קיין שניידער ניין ניין איך בין נישט קיין סטאלער ניין ניין איך בין א בן תורה יא יא איך בין נישט קיין קעכער ניין ניין און אויך נישט קיין בעקער ניין ניין איך בין נישט קיין בלעכער ניין ניין איך בין א בן תורה תורה דו פארנעמסט ביי מיר די גרעסטע פלאץ תורה איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ תורה תורה הקדושה תורה דו פארנעמסט ביי מיר די גרעסטע פלאץ תורה איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ תורה תורה הקדושה איך בין נישט קיין האלץ-האקער ניין ניין נישט א וואסער-טרעגער ניין ניין איך בין נישט סתם א קנאקער ניין ניין נאר איך בין א בן תורה דאס יא איך בין נישט קיין עלעקטריקער ניין ניין און נישט קיין קאמפאזיטער ניין ניין איך בין נישט קיין טעכניקער ניין ניין נאר איך בין א בן תורה תורה דו פארנעמסט ביי מיר די גרעסטע פלאץ תורה איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ תורה תורה הקדושה הייליגע תורה דו פארנעמסט ביי מירדי גרעסטע פלאץ איי תורה איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ תורה תורה הקדושה איך ארבעט אזוי שווער אגאנצן טאג אבער נישט דאס איז מיין שטרעבן די שעות תורה וואס איך פארמאג דאס איז די שענסטע צייט אין מיין לעבן איך ארבעט אזוי שווער אגאנצן טאג אבער נישט דאס איז מיין שטרעבן די שעות תורה וואס איך פארמאג דאס איז די שענסטע צייט אין מיין לעבן כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה איך בין טאקע א שוסטער יא איך ווייס איך בין א שניידער אבער א וואוילער יונגערמאן איך בין א בן תורה!

וואס וויל א איד

הערשי ראטענבערג

s0636 וואס וויל א איד הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל וואס וויל א איד הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל וואס דארף א איד וואס בעט א איד לעשות נאר לעשות רצונך וואס טראכט א איד וואס וויל א איד לעשות נאר לעשות רצונך בעט ער אביסעלע מזל ווען בעט ער אביסעלע גליק ס'איז דאך לעשות נאר לעשות רצונך בלבב בלבב שלם בעט ער אביסעלע נחת ווען בעט ער אביסעלע געלט ס'איז דאך לעשות נאר לעשות רצונך בלבב בלבב שלם

ווארימקייט

הערשי ראטענבערג

s0637 ווארימקייט הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל ווארימקייט הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל קום אהער יונגעלע עפן דיין גמרא'לע האסט דאך א נשמה אזוי הייליג אז דו וועסט אויסהערן שיין לערנען תורה און פארשטיין וועסטו האבן אויך אין דעם א חלק תורה מיט ווארעמקייט תפילה מיט ווארעמקייט מצות מיט ווארעמקייט אידישע דורות מיט ווארעמקייט

מיין לעכטעלע

הערשי ראטענבערג

s0114 מיין לעכטעלע הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג | סינגל מיין לעכטעלע הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג | סינגל ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של חנוכה איין לעכטעלע איינס צוויי לעכטעלעך צוויי הנרות הללו אנו מדליקים צוויי לעכטעלעך צוויי און דריי לעכטעלעך דריי הנרות הללו קודש הם קודש הם מיין לעכטעלע ברענט ער ברענט און ברענט עס ווארעמט מיין נשמה ער ברענט און ער ברענט

קדש ורחץ

הערשי ראטענבערג

s0080 קדש ורחץ הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | סינגל קדש ורחץ הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | סינגל פסח אויפדערנאכט ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט זיך אן דעם קיטל און קידוש ער מאכט מיט א הייליגע געפיל די שכינה אליין מיט די גאנצע פמליא קומען צו גיין די אידעלע הייבט אן דעם סדר הערליך און שיין ער זאגט קדש ורחץ כרפס יחץ מגיד רחצה מוציא מצה מרור כורך שולחן עורך צפון ברך הלל נרצה

שאלת חלום

הערשי ראטענבערג

s0082 שאלת חלום הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | סינגל שאלת חלום הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | סינגל איך גיס אן דעם פערטן כוס כוס רביעי ווען פלוצלינג איך זע אים דארט ביים אפענע טיר שלום עליכם אליהו שלום שלום ענטפערט ער מיר מורי ורבי אויב א שאלה מעג איך פרעגן פאר דיר מתי ווען זאג מיר נאר ווען יבוא הגואל לגאלינו און טרערן פון מיין אויגן גיסט ווען מיט אליהו איך שמועס איך וועק זיך אויף אוי ער איז שוין נישט דא ס’שפעט ס’לאנג נאך חצות ס'גיסט זיך שוין איבער מיין כוס צי וועל איך שוין דארפן ווארטן לשנה הבאה

שהנשמה שבמוחי

הערשי ראטענבערג

s0417 שהנשמה שבמוחי הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג | סינגל שהנשמה שבמוחי הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג | סינגל שהנשמה שבמוחי עם שאר חושי וכוחותי כולם יהיו משועבדים לעבודתו יתברך שמו טאטע נאר די איין זאך בעטן איך וויל אז אלע מיינע כוחות און אלעס וואס איך פיל און מיין גאנצע נשמה וואס האסט געגעבן פאר מיר זאלן זיין משועבד נאר צו דיר

שלום עליכם

הערשי ראטענבערג

s0057 שלום עליכם הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג | שבת נחת שלום עליכם הערשי ראטענבערג לחן: הערשי ראטענבערג | שבת נחת פרייטאג אויפדערנאכט ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול פון שול באגלייטן אים צוויי מלאכים און קידוש ער מאכט מיט א הייליגע געפיל געפיל די שכינה אליין מיט די גאנצע פמליא קומען צו גיין די אידעלע הייבט אן צו זינגען הערליך און שיין ער זאגט שלום עליכם מלאכי השלום מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא

איך וויל לערנען

הרב יואל ראטה

s0383 איך וויל לערנען הרב יואל ראטה לחן: הרב יואל ראטה | פארברענג - בערי וועבער איך וויל לערנען הרב יואל ראטה לחן: הרב יואל ראטה | פארברענג - בערי וועבער איך וויל נאר לערנען און דאווענען און מורא האבן פונעם אויבערשטן איך וויל נאר לערנען און דאווענען און מורא האבן פונעם אויבערשטן רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר העלף מיר כ'זאל זיין אן ערליכע איד טון דיין ווילן מיין גאנץ לעבן העלף מיר כ'זאל נאר צו דיר שטרעבן

זאל זיין אזוי

הרב יואל ראטה

s0799 זאל זיין אזוי הרב יואל ראטה זאל זיין אזוי הרב יואל ראטה אפילו איך פארשטיי נישט אלעס דאך ווייס איך אז דו ביזט אלעס און איך האב דיר זייער שטארק ליב אפילו איך פארשטיי נישט אלעס דאך ווייס איך אז דו ביזט אלעס און איך האב דיר זייער שטארק ליב זאל זיין אזוי זאל זיין אזויזאל זיין אזוי ווי דער אויבערשטער וויל זאל זיין אזוי זאל זיין אזויזאל זיין אזוי ווי דער אויבערשטער וויל

אחריך

הרמוניקה

s0789 אחריך הרמוניקה אחריך הרמוניקה שוין נישט די ערשטע מאל וואס שלאף קומט נישט גרינג אן צו מיר מ’זאגט אז דו ביסט קעניג אפשר צום פאלק באווייזטו זיך געדענקסט די נעכט אליין מיט מיין גיטאר און די גראז?איך פלעג מיין הארץ צו דיר אויסזינגען און יעצט וואס? איך האב שוין נישט קיין קול צו שרייען “וואו ביסטו?”איך וואלט געשטארבן יעצט צו גיין נאך דיר אין וויסטע מדבר אן דיר נישטא קיין טעם נישט דא קיין גוסטע איך געדענק שוין נישט ווען איך האב פארלוירן דיינע פוסטריט און געבליבן איך אליין אומערפולטע זיכעניש לאזט דאס ארץ אזוי צומישט גאר דער בן המלך האט נישט געפונען זיין פלאץ ביים טיש דאך האף איך אז וואס נאר ס’וועט מיט מיר פאסירן וועסטו מיר היילן אויך ווען איך טו שוין נישט פרובירן איך האב שוין נישט קיין קול צו שרייען “וואו ביסטו?”איך וואלט געשטארבן יעצט צו גיין נאך דיר אין וויסטע מדבר אן דיר נישטא קיין טעם נישט דא קיין גוסטע איך געדענק שוין נישט ווען איך האב פארלוירן דיינע פוסטריט און געבליבן איך אליין איך האב שוין נישט קיין קול צו שרייען “איכה?” אבער איך ווייס אז דו ביסט באמת שטענדיג מיט מיר ואציעה שאול הנך אפילו דארט קען איך דיר טרעפן אינעווייניג אין מיר אפילו אן א קול שריי איך “איכה?” העלף מיר זען אויך דא דו ביסט באמת שטענדיג מיט מיר ואציעה שאול הנך אפילו דא קען איך דיר טרעפן אינעווייניג דארטן טיף אין מיר אליין

בעסער

הרמוניקה

s0792 בעסער הרמוניקה בעסער הרמוניקה איך בין געקומען צו פארעכטן און מיין הארץ פאר דיר אויסשמועסן כאטש די ווערטער דערצו האב איך נישט דאסמאל דאס ביטערן טעם פון נעכטן שוין לאנג ערזעצט דעם זיסן וויאזוי הייבט מען אן פון פריש נאכאמאל אינערליכע געפעכטן נאך הונדערט און איין התחלות נאך דעם שטראל און גלאנץ פון זון אונטערגאנג בלייבט שווארץ אבער צו פארעכטן דארף מען נישט קיין גרויס קבלות נאר זיך אנכאפן אין דעם האנט זאגט מיין הארץ טאטע אוי אוי טאטע איך וויל זיין בעסער פון נעכטן טאטע אוי אוי טאטע איך וויל זיין בעסער פון נעכטן אוי אוי בעסער פון נעכטן אוי אוי איך וויל שוין פארעכטן אוי אוי בעסער פון נעכטן אוי אוי איך וועל פארעכטן איך טראכט נישט פונעם נעכטן און איך קלער נישט פונעם מארגן בלויז מיט וואס קען איך זיין בעסער היינט איך טראכט מיט א התחלה דאסמאל אן עכטן קליינע טריט זענען היינט מיינע זארגן נאך די שוואכע שטראל פון זון אויפגאנג עס לייכט טאטע אוי אוי טאטע איך וויל זיין בעסער פון נעכטן טאטע אוי אוי טאטע איך וויל זיין עפעס בעסער פון נעכטן אוי אוי בעסער פון נעכטן אוי אוי אוי איך וויל שוין פארעכטן אוי אוי בעסער פון נעכטן אוי אוי אוי

דע בני אהובי

הרמוניקה

s0790 דע בני אהובי הרמוניקה דע בני אהובי הרמוניקה זיי וועלן דיר דערציילן אז איך טו דיר מער נישט ליב האבן און פון מיין טיש ביסטו פארטריבן פון היינט זיי וועלן ארויפברענגען זכרונות וואס האסט באגראבן ביז דיין פנים וועט קאלירט ווערן מיט שאנד זיי וועלן דיר פארהאלטן אויף די טעותים פון דיינע וועגן דיין נארישקייט דיין ליבשאפט צו שלעכטס זיי וועלן דערמאנען אין דיינע הענט איז דאס געלעגן יעצט איז קיין וועג פאראן עס צוריק צו מאכן רעכט און דו וועסט זיי צוהערן און דו וועסט זיי גלייבן זיי וועלן דיר זאגן אז מיין רחמנות האט א גבול וואס אין א שוואכע מינוט דו האסט איבערגעטראטן און יעצט צוריקקומען אפילו אויב מ’וויל העלפט שוין נישט קיין שום געוויין און קיין געבעטן זיי וועלן דערציילן וועגן א בת קול וואס טוט אפקלינגען “שובו בנים שובבים” - יעדער חוץ דיר זיי וועלן פארשלאגן איינמאל ביסטו אין נעץ געפאנגען דעם זיסן טעם פון וויילן אינעם זינד כאטש שפיר טו זיי נישט צוהערן טו זיי נישט גלייבן ווייסט מיין געליבט קינד אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן אויף אייביג מיט מיר געבינדט אזוי זאגט דאך איין מיין בן שעשועים און זייערע ווערטער איז דא טאקע אמת ליגן יא דו האסט אויף וואס צו קלאפן על חטא אין שווערקייט נישט אנערקענט וואס ס’האסט באקריגן און אויף חרטה נישט געטראפן די דרייסטקייט אבער מיין קינד טו זיך נישט אין גרוב אויפהאלטן זוך די גוטס וואס דו האסט זיכער יא ווייל אונטער יעדע אמת ליגט טיף באהאלטן דער אמת לאמיתה איז טו זיי נישט צו הערן טו זיי נישט גלייבן ווייס מיין געליבט קינד אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן אויף אייביג מיט מיר געבינדט אזוי זיס בא'חנ'ט מיין בן שעשועים נכון שאני אוהב את הצדק אבל למעלה מזאת אני אוהב את הרחמים דע בני אהובי כי מלבי לא נעקרת לעולם אתה לי ילד חמד בן שעשועים נכון שאני אוהב את הצדק אבל למעלה מזאת אני אוהב את הרחמים את הרחמים

וואו לויפסטו?

הרמוניקה

s0786 וואו לויפסטו? הרמוניקה וואו לויפסטו? הרמוניקה געזעצן בין איך דארט אויפ'ן בארג דעם שיינעם פון קינדערישע דאגות ווער דען טראכט ווען אונטער א לויטער הימל פליסט א קוואל א ריינעם גרינע בלעטער איבער'ן קאפ וואכט שטיל זי דרימלט איין מיין מאמע לעבן שאדט נישט אויב איך גיי פאר איין מינוט כ'האב אלץ געוואלט זען וואס טוט זיך אפ אינעם טאל דערנעבן שנעל איך ווענד אהער מיינע טריט איך קלער צו זיך אליין שוין פארבלייבן דארט צו גראבן און געפינען מיינע גליקן אין דעם טאל פארגעסנדיג די קוואל מיט מיין היימארט מיין מאמענ'ס קול איך הער מיטאמאל וואו וואו לויפסטו?די גוטס פארלאזטו אין דיין געלויף געלאפן בין איך אין וועלדל דעם געדעכטן און געוויסע זאגן אז איך לויף נאך היינט צו וואס איך פלאן אויף מארגן און פון וואס ס'איז געשען נעכטן און פונעם קול וואס מיין היים מיר דערמאנט צומאל אין וועג איך באגעגן טעג און יארן קומען צו לויפן קעגן איבער מיר און אין אן אויגנבליק זיי האבן אבער באלד אוועקגעפארן ווי גלייך זיי וואלטן קיינמאל געווען פריער מחשבות שווימען אויףמיין הארץ אויס עס ארט אפשר בארואיגן דעם געיעג טרעפן דעם תפקיד פון אמאל אינדערהיים מיין טאטע זיכער אויף מיר ווארט טיף אין מיר א קול איך הער מיטאמאל וואו וואו לויפסטו?די גוטס פארלאזטו אין דיין געלויף וואו וואו לויפסטו?די גאלד ליגט ביי דיר אליין אין הויף פרעג איך דיר וואו וואו לויפסטו?מיין ליבשאפט צו דיר איז אזוי גרויס אויב שוין לויפסטו אנטלויף צוריק צו מיר אין שויס שובו בנים שובבים שובו בנים שובבים שובו בנים שובבים שובי שובי

חוץ דיר

הרמוניקה

s0791 חוץ דיר הרמוניקה חוץ דיר הרמוניקה ווען דאס הארץ פארטראגט נישט מער די וואג פון פיין פאר איר צו שווער און ווערט נישט גרינגער מיט צייט ווען פון ליבשאפט שפירסטו לער קוקסט שוין לאנג נישט צו זעהן ווער ווער איז נאך אויף דיין זייט שטיי איך אין וואלד אליין מיין מחשבה מיר ווייט אוועק פירט איך לאז די וועלט צוגיין מיט אויגן פארמאכט יעצט עקזיסטירט גארנישט בכלל בכלל גארנישט חוץ דיר ווען עס שטעלט זיך אפ די געזאנג טרעפסט זיך צוריק דארט ביים אנפאנג אן קיין ענטפערס אין האנט ווען די וועלט שלימות פארלאנגט זעט נישט דיין הארץ צובראכן געפאנגען אין קייטן און ווארט אויף פארשטאנד שטיי איך אין וואלד אליין אין דיינע ארעמס מיין הארץ רואיג שפירט איך לאז די וועלט צוגיין מיט אויגן פארמאכט יעצט עקזיסטירטגארנישט בכלל בכלל גארנישט חוץ דיר יעצט די צייט עס לויפט שוין אויס און די וואסער שטראמט אריין דו ביסט מיין לעצטער אטעם פאר אלץ גייט דא אונטער די וואלן זענען גרויס און מיין פארשטאנד איז אזוי קליין איך ווייס די שטורעם און די פיין אויך שטייט דערינטער גארנישט חוץ דיר גארנישט חוץ דיר

טאטי

הרמוניקה

s0785 טאטי הרמוניקה טאטי הרמוניקה כי לישועתך קיווינו כל היום ומצפים לישועה טאטי ווען קומסטו ווען קומסטו שוין אהיים?טאטי ווען קומסטו ווען קומסטו שוין אהיים?טאטי ווען קומסטו ווען קומסטו שוין אהיים?טאטי ווען קומסטו ווען קומסטו שוין אהיים? אהיים אויף די ערד נאך אלץ איך זיץ איך זיץ און איך וויין מיין הארץ זוכט אנפילן דעם קריץ ווען קומסטו שוין אהיים? אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם מה לו לאב שהגלה את בניו טאטי ווען קומסטו ווען קומסטו שוין אהיים?

יש כאן יותר מזה

הרמוניקה

s0784 יש כאן יותר מזה הרמוניקה יש כאן יותר מזה הרמוניקה ס’איז דא עפעס מער ווי דעם בלויזן גוף דעם צייטווייליגן דער שכל העכער דעם מענטשליכן אויג-באגריף און אונטער דעם פונקטליך שמייכל ס’איז דא עפעס מער פון דעם ס’איז דא עפעס מער פון דעם יש כאן יותר מהצוף הזה המתוק הזה המזויף מתחת לכל האיפור הזה הייאוש הקנאה המרדף יש כאן יותר מזה יש כאן יותר מזה א מענטש צו לופט איז גלייך זיינע טעג ווי א שאטן גייט ביי ווי א חלום אינמיטן די נאכט א מענטש ער קומט פון ערד און דארט צוריק קערט אבער כ'האב אין מיר מער פון דעם כ'האב אין מיר מער פון דעם איך האב אין מיר מער ווי דעם דינעם קול גאר הייזעריג אפגעהאקט דער מח וואס וויל ער אלץ קלאר ארויסקומען זאל די פונקטליך וויסנשאפטליך פאקט ס’איז דא עפעס מער פון דעם ס’איז דא עפעס מער פון דעם אדם להבל דמה ימיו כצל עובר אדם להבל דמה אדם יסודו מעפר וסופו לעפר אבל יש בי יותר מזה יש בי יותר מזה ס’איז דא עפעס מער פון דעם ס’איז דא עפעס מער פון דעם יא ס’איז דא עפעס מער ווי דעם פרוזדור-וועלט נאך דעם שמאלן בריק גוטס אן א גבול און כאטש גאר באהאלטן אזוי איז די וועלט א ביסל קאסטן פון דעם דא איך וויל ס’איז דא עפעס מער פון דעם ס’איז דא עפעס מער פון דעם ס’איז דא עפעס מער פון דעם ער האט פאר אונז מער פון דעם

פשוט ליב

הרמוניקה

s0793 פשוט ליב הרמוניקה פשוט ליב הרמוניקה מיין הארץ זינגט די ליד פון אלע לידער אויפ’ן טאקט עס קלאפט מיט שנעל די נפש כאטש אביסעלע א מידער פון שטיין אזוי לאנג ביים שוועל דאך מיט ליבשאפט בעט שלעפ מיר נאך דיר און איך וועל איך וועל לויפן צו דיר אריין אין דיין שטוב ווי א רויז מיט דערנער פיל ארומגענומען ווארטן פאר דיר איז שווער דאך נישט פון פיין מיין טרערן רינען נאר פון בענקשאפט קומט מיין טרער אבער אין די פרילינג זון איך מאך צו מיינע אויגן און איך הער איך הער ווי דו טוסט קומען מיר ארויסנעמען פון דעם קריג אויף מיין געלעגער דארט שפעט ביינאכט מיין ליבשאפט צו דיר אויפגעוואכט איך בעט דיר זוך דיר און טראכט וואו אויך דיין שטוב וואסער לעשט נישט דעם שטראל טייכן פארשוועמען נישט בכלל די פייער אין מיין הארץ ווייל ווייל איך האב דיר פשוט ליב אין געפענגעניש איך האב איינגעדרימלט אבער מיין הארץ איז אויף צו דיר מיינע מחשבות ווידער צוטומעלט ביז איך הער דיין קלאפ אויפ’ן טיר איך שטרעב און לעב פאר דיר און דו ביסט דא פאר מיר פאטער אין הימל זינג איך פאר דיר דעם שיר איך זוך דיר אויף די גאסן אויך אין געדעכטן וואלד מיינע אויגן נאס די ווינטן קאלט וואו ביסטו? קער זיך אום באלד און מיר צו ליב וואסער לעשט נישט דעם שטראל טייכן פארשוועמען נישט בכלל די פייער אין מיין הארץ ווייל טאטע איך האב דיך פשוט ליב

לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל

וויזניץ

s0366 לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל וויזניץ לחן: עתיק מילים: תלמיד ישיבת ויזניץ מלפני השואה | כבודו מלא עולם לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל וויזניץ לחן: עתיק מילים: תלמיד ישיבת ויזניץ מלפני השואה | כבודו מלא עולם לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל תמיד ביסטו הייליג פאלק ישראל מיט דיינע שמערצען מיט דיין געוויין תמיד מוזטו פרייליך זיין כאטש מען יאגט כאטש מען פלאגט און מען שלאגט לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל תמיד ביסטו הייליג פאלק ישראל פייער צונגען שלינגען דיך טרערען אינזלען פלאצן דיך דיין נשמה הויכסטו אויס מיט פרייד כאטשי אין גלות וואנדערסטו שוין יארן דאך האסטו דיין גלויבן נישט פארלוירן ווייל טלית און תפילין איז דאך דיין לעבנ'ס פאנצער וואס קלאמערט דיך אין דיין ליבן גאט קיינמאל האסטו דיך נישט געבויגן אפילו מען האט דיך אויפ'ן מזבח אויסגעצויגן ווייל תמיד דו שרייסט נאר און תמיד דו זינגסט נאר "שמע ישראל ד' אחד"

מיר מיינען נישט קיין כבוד

וויזניץ

s0408 מיר מיינען נישט קיין כבוד וויזניץ סינגל יואלי קליין מיר מיינען נישט קיין כבוד וויזניץ סינגל יואלי קליין לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו מיר מיינען נישט קיין כבוד מיר מיינען נישט קיין געלט מיר מיינען דער באשעפער פון די גאנצע וועלט לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו

והנה נער בוכה

זאנוויל וויינבערגער

s0660 והנה נער בוכה זאנוויל וויינבערגער לחן ומילים: בענצי שטיין \ אלבום: סינגל והנה נער בוכה זאנוויל וויינבערגער לחן ומילים: בענצי שטיין \ אלבום: סינגל ביים וואסער'ל דארט ליגט משה אליין משה אליין משה אליין אין זיין קליינ'עם קעסטעלע וויינט הער א געוויין א געוויין א געוויין פרעה'ס טאכטער הער דאס אויס און איר הארץ גייט אויס ווייל די צדיקים זאגן אז ווען א אידיש קינד וויינט ער וויינט ער וויינט ער וויינט קען מען נישט שטיין פון דער ווייט! ​ והנה נער בכה; ותחמל עליו וויאזוי קעמען זאגן ניין ניין ניין ניין פאר א קינד'ס געוויין וויאזוי קעמען זאגן ניין ניין ניין ניין ווען א אידיש קינד וויינט וויאזוי קענסטו זאגן ניין ווען דיינע קינדערליך שטייען און שרייען און בעטן מיט געוויין וויאזוי קענסטו זאגן ניין פאר אזויפיל רפאנו'ס שמע קולנו'ס לויטער און ריין וויאזוי קענסטו זאגן ניין ווען טויזנטע יארן - פון גלות צו גלות - מיר גייען אט אזוי גיימער שוין אהיים ושובו בנים לגבולם ונאמר אמן ​

יתומים היינו

זאנוויל וויינבערגער

s0237 יתומים היינו זאנוויל וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: ליפא שמעלצער | מן השמים יתומים היינו זאנוויל וויינבערגער לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: ליפא שמעלצער | מן השמים איך קוק אויף די ליכט איך זע דיין געזיכט איך טו זיך דערמאנען דו ביסט דא געשטאנען אלץ האנט ביי האנט מער נישט צוזאם עס בלייבט נאר די פלאם פון ליכט בין איך דער צינדער מיר און אלע קינדער די נשמה דאן דא שיינט כאטש כ'האב דיר געשעצט זע איך ערשט יעצט וואס באדייט א יתום נישט דא די נכסים פילן דיין פלאץ די וואונדן טיף שניידט מען בענקט וואס געהאט אויף די ווענט אין דירה זוכט מען נאך דיין צורה כאטש נאך איין מאל קום פון ווייט יתומים היינו ואין ואין ואין אב אבינו אבינו טאטי ווען וועקסטו זיך אויף ביי תחיית המתים נאכאמאל אין אונזער וואוין ווען זעט מען זיך שוין אזוי אויך איז כלל ישראל פון איין טאטע יעדער שטאמט דער מצב איז זייער שמאל דאס קינד ווערט כסדר פארדאמט ס'איז טונקל דאך פון ווייט איך שפיר דו האלטסט מיך מיט א ווארעם האנט איך בענק צו דיר שכינה שכינה די כתר כהונה ליגט אליין פאר'יתומ'ט נישט עולות נישט כבשים אן א מנורה די לחם הפנים חושן אבנים די גאלדענע מזבח וויינט אויך אין דער הייעך וואו זענען די קטורת יתומים היינו ואין ואין ואין אב אבינו אבינו טאטע ווען וועקסטו אונז אויף אויף תחיית המתים נאכאמאל אין אונזער וואוין ווען זעט מען זיך שוין פארווארפן איז כלל ישראל פון איין טאטע יעדער שטאמט דער מצב איז זייער שמאל דער איד ווערט כסדר פארדאמט סאיז טונקל דאך פון ווייט איך שפיר דו האלטסט מיך מיט א ווארעם האנט איך בענק צו דיר יתומים היינו ואין ואין ואין אב אבינו אבינו ווען וועקסטו זיך אויף אויף תחיית המתים נאכאמאל אין אונזער וואוין ווען זעט מען זיך שוין דו האלטסט מיך מיט א ווארעם האנט איך בענק צו דיר טאטע ווען קומסטו צוריק

א קאראהאד

חב"ד

s0515 א קאראהאד חב"ד לחן: עתיק | אבינו מלכינו - אברהם פריד א קאראהאד חב"ד לחן: עתיק | אבינו מלכינו - אברהם פריד שלום עליכם א איד עליכם שלום פון וואנעט קומט א איד?פון פאהאציק וואס טוט מען אין פאהאציק?וואס טוט מען אין פאהאציק? מען זאגט לחיים און מ’איז פרייליך און מען דינט השם אחד און מען דאוונט מיט התלהבות און מען גייט א קאראהאד מען זאגט לחיים און מ’איז פרייליך און מען גייט א קאראהאד

אוי צמאה

חב"ד

s0378 אוי צמאה חב"ד לחן: עתיק | אברהם פריד ניגון הבעש"ט אוי צמאה חב"ד לחן: עתיק | אברהם פריד ניגון הבעש"ט אוי צמאה לך נפשי כמה לך בשרי עך טי דורין מארקא שטא טי יעדיש נא יערמארקא ניע קופליש ניע פראדאיעש טאלקא ראביש סווארקא

אום אני חומה

חב"ד

s0355 אום אני חומה חב"ד לחן: עתיק אום אני חומה חב"ד לחן: עתיק אבער א מעלה ווידער א מעלה אום אני חומה אבער א מעלה ווידער א מעלה ברה כחמה כאטש כאטש כאטש גולה וסורה דאך דאך דאך דמתה לתמר

אחד יחיד ומיוחד

חב"ד

s0597 אחד יחיד ומיוחד חב"ד אחד יחיד ומיוחד חב"ד ניעט ניעט ניקאווא קראמי באגא אדנאווא עס איז נישטא קיינער אויסער גאט דער איינער

דו ביסט אונזער גאט

חב"ד

s0600 דו ביסט אונזער גאט חב"ד מקובל שהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע זימר זמר זה דו ביסט אונזער גאט חב"ד מקובל שהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע זימר זמר זה רבונו של עולם רבונו של עולם דו ביסט אונזער גאט אוי מיר זענען דיינע אידן דו ביסט אונזער פאטער און מיר זענען דיינע קינדער

דער רבי איז געזונט

חב"ד

s0457 דער רבי איז געזונט חב"ד דער רבי איז געזונט חב"ד דער רבי איז געזונט דער רבי איז געזונט דער רבי איז געזונט און שטארק דער רבי זאל געזונט זיין און אלע חסידים זאלן טאנצן ברוך המקום ברוך הוא ברוך המקום ברוך הוא

דער רבי האט געהייסן

חב"ד

s0518 דער רבי האט געהייסן חב"ד דער רבי האט געהייסן חב"ד דער רבי האט געהייסן פרייליך זיין פרייליך זיין פרייליך זאל מען זיין

הרנינו גוים

חב"ד

s0432 הרנינו גוים חב"ד הרנינו גוים חב"ד וואס זאל מען זארגן וואס וועט זיין מארגן אז דער שענקער וויל אונז בארגן עס מעג דאך זיין בראנפן אדער וויין נעמען מיר א קעלישיק אריין הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו וכיפר אדמתו עמו

טייערע ברידער

חב"ד

s0167 טייערע ברידער חב"ד טייערע ברידער חב"ד טייערע ברידער טייערע ברידער מיר וועלן זיך ווייטער זען מיר וועלן זיך ווייטער זען דער אויבערשטער וועט געבן געזונט און לעבן וועלן מיר פארן צום רבי'ן מיר וועלן זיך ווייטער זען

כאפט אריין א וואדקע

חב"ד

s0402 כאפט אריין א וואדקע חב"ד לחן: עתיק כאפט אריין א וואדקע חב"ד לחן: עתיק כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן ווייל אויף יענע וועלט וועט מען אייך נישט געבן

עסן עסט זיך

חב"ד

s0412 עסן עסט זיך חב"ד עסן עסט זיך חב"ד עסן עסט זיך טרינקען טרינקט זיך וואס זאל מען טון אז עס דאוונט זיך נישט עסן עסט זיך שלאפן שלאפט זיך וואס זאל מען טון אז עס לערנט זיך נישט

פארט א אידעלע

חב"ד

s0145 פארט א אידעלע חב"ד אלבום: יענקל יענקל - אברהם פריד פארט א אידעלע חב"ד אלבום: יענקל יענקל - אברהם פריד פארט א אידעלע אין א שיפעלע צעברעכט זיך די שיפעלע און עס דערטרינקט זיך שרייט ער טאטעניו ראטעווע ראטעווע ראטעווע איך קען דיר נישט העלפן איך קען דיר נישט העלפן פארט א אידעלע אין א שיפעלע צעברעכט זיך די שיפעלע און עס דערטרינקט זיך שרייט ער מאמעניו ראטעווע ראטעווע ראטעווע איך קען דיר נישט העלפן איך קען דיר נישט העלפן פארט א אידעלע אין א שיפעלע צעברעכט זיך די שיפעלע און עס דערטרינקט זיך שרייט ער רבי'ניו ראטעווע ראטעווע ראטעווע דו וועסט זיך נישט דערטרינקען דו וועסט זיך נישט דערטרינקען

פרייליך זיין

חב"ד

s0529 פרייליך זיין חב"ד פרייליך זיין חב"ד דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין פריילאך זיין פריילאך זאל מען זיין

דער חזן אין שוהל

חזן לייבעלע וואלדמאן

s0504 דער חזן אין שוהל חזן לייבעלע וואלדמאן אלבום: מיין פאלקס ליד דער חזן אין שוהל חזן לייבעלע וואלדמאן אלבום: מיין פאלקס ליד שבת פרי אין שול ביי דעם עמוד פלעגט אונזער שטאט חזן תמיד אנפאנגען דאווענען שחרית אט אזוי שוכן עד מרום וקדוש שמו און די משוררים גרויסע און קליינע האבן געענטפערט ברינה יתפאר שמך מלכנו מ'האט געדאוונט מיט התלהבות ס'איז געווען אן אמת'ער עונג שבת אין הויז אויף דער גאס און אין שול אט אזוי איז געוועזן אמאל און די נשמה יתירה האט פארטריבן די וואכעדיגע מרה שחורה ביים שוסטער ביים שניידער ביים שמיד און ביים בעדער איז געווען אין הויז א פארגעניגן יעדערער באזונדער ביים טיש מיט זיינע קינדער האבן אלע איבערגעזונגען דעם חזנ'ס ניגון ישמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו אבער היינט שטייט דער עמוד פאר'יתומ'ט אליין ווייל דער איד האט קיין צייט ניט אין שול אריינגיין די שול וואס איז געווען אמאל די פרייד פון גאנצן פאלק ישראל איז געבליבן היינט אן ארט בלויז צו זאגן קדיש דארט ניטא קיין חזן ניטא קיין כאר די שול איז ליידיג א גאנץ יאר דער שמש זוכט ארום א איד א כהן א לוי געפינט מען ניט איינמאל א יאר באשליסט גאנץ קהל מען דארף אויפנעמען א חזן אין דער שול דעם בעסטן גרעסטן קונצלער אויף דער וועלט ווייל מ'דארף צאלן דעם מארטגעטש און עס איז ניטא קיין געלט ווען דער איד וואלט אלעמאלגעגאנגען אין א שול שבת יום טוב יעדן טאג אין יאר געווען וואלט ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

אברהם אבינו

חיים חזקל

s0760 אברהם אבינו חיים חזקל דרוקעניש אברהם אבינו חיים חזקל דרוקעניש צי ווייסטו וואס עס גייט פאר וואס גייט פאר מיט אברהם אבינו לאמיר מיטהאלטן דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו זאל ארויפלייגן אויפ'ן מזבח יצחק אבינו ער זאל אים שחט'ן אברהם אבינו וואס פון דעם וועט ארויסקומען יעקב און ער נעמט אים אברהם אבינו צום גרויסן בארג יצחק אבינו ער לייגט די מזבח אברהם אבינו און ער נעמט שוין יצחק אבינו און ער גייט שוין אברהם אבינו וואס פון אים וועט ארויסקומען יעקב אבינו און ער נעמט יצחק אבינו און ער לייגט אים ארויף אברהם אבינו ער גייט אים שחט'ן יצחק אבינו וואס פון אים וועט ארויסקומען יעקב אבינו קומט א מלאך צו אברהם אבינו און ער זאגט זאלסט נישט שחט'ן יצחק אבינו ווייל פון אים וועט ארויסקומען יעקב אבינו סאו דאונט דו איט אברהם אבינו דאונט דו איט טו יצחק אבינו וואס פון אים וועט ארויסקומען יעקב אלע צוועלף שבטים

גלעזער

חיים חזקל

s0762 גלעזער חיים חזקל דרוקעניש גלעזער חיים חזקל דרוקעניש פונקט ווי א מענטשוואס קען נישט זעןטוט ער זיך אן גלעזערפונקט ווי א מענטשוואס קען נישט זעןטוט ער זיך אן גלעזער אזוי אויך דיךוואס דו זעסט אלעס שווארץטו דיך אן ווייסע גלעזעראזוי אויך דיךוואס דו זעסט אלעס שווארץטו דיך אן ווייסע גלעזער

גנב'ענען

חיים חזקל

s0761 גנב'ענען חיים חזקל דרוקעניש גנב'ענען חיים חזקל דרוקעניש שטירן אקסן לייבן בערן קעמלעך מייזן פליגן הערשן אלעס איז געווען אויף נמרוד'ס קאוטשטירן אקסן לייבן בערן קעמלעך מייזן פליגן הערשן אלעס איז געווען אויף נמרוד'ס קאוט אבער עשו האט אלעס צוגע'גנב'עטאבער עשו האט אלעס צוגע'גנב'עט ניין ניין ניין מ'טאר נישט גנב'ענעןניין ניין ניין מ'טאר נישט גנב'ענעןניין ניין ניין מ'טאר נישט גנב'ענעןניין ניין ניין מ'טאר נישט גנב'ענען

דריקעניש

חיים חזקל

s0759 דריקעניש חיים חזקל דרוקעניש דריקעניש חיים חזקל דרוקעניש דריקעניש דריקעניש איך האלט נישט אויס דעי דריקעניש דריקעניש דריקעניש איך האלט נישט אויס דעי דריקעניש שרייט בלעם'ס אייזל שטייט א מלאך מיט א שווערד און זאגט דו קענסט נישט ווייטער גיין שטייט א מלאך מיט א שווערד און זאגט דו קענסט נישט ווייטער גיין

סדום

חיים חזקל

s0763 סדום חיים חזקל דרוקעניש סדום חיים חזקל דרוקעניש קוק נישט צוריק לוט'ס ווייבקוק נישט צוריק לוט'ס ווייבא שטיק זאלץ ווערט זי שויןא שטיק זאלץ ווערט זי שוין סדום איז איבערגעדרייטסדום איז איבערגעדרייטסדום איז איבערגעדרייטסדום איז איבערגעדרייט

אמר רבי עקיבא

חיים יצחק האכהייזער

s0084 אמר רבי עקיבא חיים יצחק האכהייזער לחן: עתיק | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | האטס גע'פועל'ט אמר רבי עקיבא חיים יצחק האכהייזער לחן: עתיק | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | האטס גע'פועל'ט רבי עקיבא האט געזאגט שטאלץ איר טראגט וואויל איז אייך אידעלעך באחדות צוזאם מלא טעם וואויל איז אייך ברידערלעך איר דינט דעם בורא איר פאלגט די תורה וואויל איז אייך אידעלעך נאר אמונה נישט מיט קנאה וואויל איז אייך ברידערלעך וואויל איז אייך אידעלעך וואויל איז אייך ברידערלעך צו וועמען ריין דארף מען זיין און ווער טוט אייך רייניגן צו וועמען ריין דארף מען זיין און ווער טוט אייך הייליגן אביכם טאטעניו אונזער מלך מלכיא זאגט רבי עקיבא ווען מיר טוען תשובה לעכטיג טוען מיר גלאנצן מיר נעמען זיך פאר אפן און קלאר אוועק פון עבירות אינגאנצן אזוי ווי וואסער טוט רייניגן א טמא רייניגט דער באשעפער א אידישע נשמה אזוי ווי וואסער טוט רייניגן א טמא רייניגט דער באשעפער א אידישע נשמה

בר יוחאי - אידיש

חיים יצחק האכהייזער

s0086 בר יוחאי - אידיש חיים יצחק האכהייזער לחן: עתיק | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | האטס גע'פועל'ט בר יוחאי - אידיש חיים יצחק האכהייזער לחן: עתיק | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | האטס גע'פועל'ט בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי געשמירט מיט הייליג שמן ווער ס’האט דיך געזען נישט קיין חילוק וועמען א הרהור תשובה אויפן פלאץ באקומען אזויווי ווען די ציץ איז געווען ארומגענומען בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי פון די רומאים ביסטו אנטלאפן צווישן פעלזן און שטיינער א הייל אנגעטראפן געלערנט דארט סודות התורה און געדינט דעם הייליגן בורא בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי דו האסט אויפגעשטעלט תלמידים זיי זענען אויסגעוואקסן גרויסע מתמידים געלערנט מיט געשמאק ווי א ברענעדיגע פייער ס’האט זיך דערקענט אז תורה ביי זיי איז טייער בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי האט אין הימל געלערנט תורה אלע סודות מיט די ריכטיגע מסורה אזוי געשמאק ווי א גערוך פון בשמים מיט אלע מעלות ביסטו געווען א תמים בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי אין די גאסן האסטו געשריגן די הייליגע תורה דארף אין יעדנ’ס הארץ ליגן פאלגן אלעס וואס די תורה הייסט מיט דעם זכות ווערן מיר אויסגעלייזט בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי גרויסע סודות האסטו דערגרייכט נישט פאר יעדער איז נסתר אזוי לייכט דו האסט דאך מיט דעם אויפגעשיינט די וועלט מיט די זוהר הקדוש וואס דו האסט צוגעשטעלט בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי דאס איז דאך זיין פראכט ביז דו ביסט געקומען זענען די סודות געווען פארמאכט אזוי ווי די תפילין אויף דעם מענטש טוט מען קניפן איז געווען געבינדן די סודות אויף דיין ליפן בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי ביסט באשאנקען מיט קלוגשאפט האסט אריינגעלייגט אין חכמה א שטארקן קראפט צוויי און דרייסיג וועגן פון חכמה געוואוסט נאר הייליגע זאכן האט דיין הארץ געגלוסט בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי חלילה זיך נישט גרויס געהאלטן יעדע מינוט געגלייבט אין השם ידע ער האט געוואוסט אז ער זעט אין אלע שפאלטן מורא שמים מיט די גרעסטע פארנעם בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען בר יוחאי יעדער לויבט דיינע עלטערן צו דעם באשעפער האסטו געטון דערנענטערן חכמים ונבונים וואס לערנען פון דיר קדושה ביי זיי עס הערשט אן א שיעור בר יוחאי הייליגער רבי שמעון א טייערע נשמה אראפגעקומען די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען וואויל איז דער מענטש וואס האט דיך נאר געזען

קה אכסוף

חיים יצחק האכהייזער

s0020 קה אכסוף חיים יצחק האכהייזער מחבר: הרה"ק רבי אהרן מקארלין זצ"ל | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | סינגל קה אכסוף חיים יצחק האכהייזער מחבר: הרה"ק רבי אהרן מקארלין זצ"ל | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | סינגל קה אכסוף נועם שבת גלוסט איך מיר אזוי מיר זענען פאראייניגט מיט די שבת דער איד און נישט דער גוי צו א זיסקייט פון דיין מורא פאר דיין הייליג פאלק וואס זוכן צו טון דעם רצון הבורא אלעס מיט ערפאלג הייליג זיי בהתלהבות מיט קדושת השבת וואס זי איז פאראייניגט צוזאמען די שבת מיט די תורה פון וואו זיי שטאמען עפן פאר זיי זיסקייט מיט ווילן עס זאל זיך עפענען די טויערן אין די הימלען אוי באשעפער גרויס דו ביסט ווי שטארק איך גלוסט א שבת צו פירן און זיסקייט שפירן אינאיינעם מיט די שבת טו איך מיר שטאלצירן היה הוה דו ביסט פון אלץ דא געווען און דו ביסט דא יעצט שמור באהיט און שוץ פאר די וואס ווארטן אויף שבת קודש א גאנצע צייט ווי אן אינד גלוסט פאר וואסער און שרייט אזוי אויך די נפש ישראל גלוסט אן א צאל די זיסקייט פון שבת אנצונעמען וואס זי איז פאראייניגט מיט דיין הייליגן נאמען טו באשיצן און ראטעווען ווער עס פארלענגערט רעוא דרעוין ס’זאל נישט זיין פארשפארט זייער אפווארט פון די השפעות פונעם שבת באקומען די זעקס טעג פון וואך זאלן ווערן מיט דעם ארומגענומען מיט אן אמת’דיגע הארץ און ריינקייט דיך קענען דינען מיט א באגלייבטקייט אוי באשעפער גרויס דו ביסט ווי שטארק איך גלוסט א שבת צו פירן און זיסקייט שפירן אינאיינעם מיט די שבת טו איך מיר שטאלצירן ויהיו רחמיך מתגוללים אויף דיין פאלק וואס איז הייליג און א רפואה שלימה אויף אלע חולים ענטפער אונז נישט ליידיג ס’זאל זיך ארויפדרייען דיין רחמנות מיט פילע מתנות פאר אלע וואס דארשטן אנצוטרינקען אין דיין חסד זיך טונקען פון גן עדנ’ס טייך וואס קומט ארויס גלייך צו באקרוינען די אידן מיט שיינקייט וואס זיי טוען דיך בארימען דורכן שבת דיין הייליגקייט אויף אלע זעקס טעג השפעות טו גיסן פונעם נחלת יעקב אן קיין גרעניץ געניסן אוי באשעפער גרויס דו ביסט ווי שטארק איך גלוסט א שבת צו פירן און זיסקייט שפירן אינאיינעם מיט די שבת טו איך מיר שטאלצירן השבת נועם הנשמות זי לייכט דאך אזוי אין אלע עולמות און די זיבעטע טאג פארגעניגן צום רוח עס טראגט און א זיסקייט פאר די זעלן טוט אריינגיין דאס ברענגט אונז נענטער צו דיר אריין צו אהבת השם מיט א יראה פארנעם אוי הייליגער שבת מיין זעל גייט אויס פאר דיר מער פון אלע אהבות שבת קודש אלע אידן אונטער דיינע פליגלעך באשיצן און פון דיינע אוצרות זעטיגן צופרידן אוי באשעפער גרויס דו ביסט ווי שטארק איך גלוסט א שבת צו פירן און זיסקייט שפירן אינאיינעם מיט די שבת טו איך מיר שטאלצירן

א אידיש קינד

חנה חייטין

s0795 א אידיש קינד חנה חייטין א אידיש קינד חנה חייטין אין א ליטוויש דערפל ווייט שטייט א שטיבל אין א זייט דורך א פענסטער ניט קיין גרויסקוקן קינדערלעך ארויס יונגעלעך מיט פלאקסן קעפ מיידעלעך מיט בלאנדע צעפ און צוזאמען דארט מיט זייקוקן אויגן שווארצע צוויי שווארצע אויגן פול מיט חןהאט א נעזעלע א קליין ליפעלעך – צום קושן נאר שטארק געלאקטע שווארצע האר ס'האט די מאמע אים געבראכט איינגעוויקלט אין דער נאכט שטארק געקושט אים און געקלאגט שטילערהייט צו אים געזאגט: דא מיין קינד וועט זיין דיין ארט הער'זשע צו דיין מאמעס ווארט:איך באהאלט דיך דא דערפאר ווייל דיין לעבן דראעט געפאר מיט די קינדער שפיל זיך פיין שטיל געהארכזאם זאלסטו זיין מער קיין אידיש ווארט קיין ליד ווייל דו ביסט ניט מער קיין איד בעט זיך שטארק דאס קינד ביי איר:– מאמע כ'וויל נאר זיין מיט דיר לאז ניט איבער מיך אליין!ס'קינד פארגייט זיך מיט געוויין לאזט זי קושן אים א סךאבער ס'העלפט איר ניט קיין זאך ס'קינד נאר טענה'ט: ניין און ניין כ'וויל ניט בלייבן דא אליין! אין די ארעמס נעמט זי אים און מיט ווייכקייט אין איר שטים זינגט זי יונגעלע דו מיין!און זי וויגט אים אזוי איין נאך דעם וויינט זי פריי זיך אויס און זי טרעט פון שטוב ארויס אנגעפילט מיט זארג און שרעק און זי גייט אין נאכט אוועק קאלט אינדרויסן און א ווינט הערט א קול זיך אוי מיין קינד דיך געלאזט אויף פרעמדע הענטאנדערש האב איך ניט געקענט גייט א מאמע מיט זיך רעדט און אינדרויסן – קאלט און שפעט ס'וויינט אין פנים איר דער ווינט:גאט באשיץ מיין איינציג קינד! פרעמדע שטוב מיט מענטשן פיל ס'יונגעלע איז שטום און שטיל רעדט ניט בעט ניט וויל קיין זאך זעלטן ווען ער טוט א לאך ניט קיין טאג און ניט קיין נאכט ניט ער שלאפט און ניט ער וואכט;וואסילקא – א נאמען פרעמד אויף זיין הערצל דריקט און קלעמט מאמע וואגלט וואו ארום ווי איר יאסעלע אויך שטום;קיינער ווייסט ניט קיינעם ארט און זי ווארט און ווארט און ווארט צו יוכבד איז זי גלייך ווייל ווי משה אויפן טייך עלנד איינזאם אויפן ווינטאיז פארלאזט איר איינציג קינד

שעה שועת עמך

טאהש

s0196 שעה שועת עמך טאהש נפשי לה' שעה שועת עמך טאהש נפשי לה' שעה שועת עמך בית יעקב אש תשכלל היכל קדשך מהרה ואל תתיאש תמימך ימליכוך כמלאכי רוח משרתי אש באשעפער עס בעט דיר זייער בית יעקב אש דיין פאלק וואס געגליכן צו פייער בית יעקב אש שעה שועת עמך די קרעכצן און טרערן ימ'ען שעה שועת עמך פון צרות ווי פייער פלאמען תשכלל היכל קדשך בוי שוין א היכל א נייער תשכלל היכל קדשך דער בית השלישי פון פייער און נעם אונז אלע דארט צוזאמען מהרה ואל תתיאש ארויס פון די גלות פלאמען מהרה ואל תתיאש מיר וועלן דיר דינען פיל געטרייער כמלאכי רוח משרתי אש פונקט ווי די מלאכים שטיקער פייער כמלאכי רוח משרתי אש תמימך ימליכוך יעדער וועט שרייען דעם אני מאמין תמימך ימליכוך פונקט ווי די קדושים אין פייער פלאמען

א אידישע מאמע

יאסעלע ראזענבלאט

s0340 א אידישע מאמע יאסעלע ראזענבלאט לחן: י יעלן | א אידישע מאמע - יוסף משה כהנא | לחן: ר' אנשיל פרידמאן | כרובים עליונים - אברהם מרדכי שווארץ א אידישע מאמע יאסעלע ראזענבלאט לחן: י יעלן | א אידישע מאמע - יוסף משה כהנא לחן: ר' אנשיל פרידמאן | כרובים עליונים - אברהם מרדכי שווארץ איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן זאגט מיר ווער עס קען מיט וועלכע טייערע פארמעגן בענטשט גאט אלעמען מען קויפט דאס נישט פאר קיינע געלט דאס געט מען נאר אומזיסט און דאך אז מען פארלירט דאס אוי ווי טרערן מען פארגיסט א צווייטע געט מען קיינעם נישט עס העלפט נישט קיין געוויין ווער עס האט פארלוירן דער ווייסט שוין וואס איך מיין א אידישע מאמע עס גיבט נישט בעסער אויף דער וועלט א אידישע מאמע אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט ווי שיין און ליכטיג איז אין הארץ ווען די מאמע איז דא ווי טרויעריג פינסטער ווערט ווען גאט נעמט איר אויף עולם הבא אין וואסער אין פייער וואלט זי געלאפן פאר איר קינד נישט האלטן איר טייער דאס איז געוויס די גרעסטע זינד ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט נאר איין אלטיטשקע אידישע מאמע מאמע מיין

איי לי לו לו לו

יאסעלע ראזענבלאט

s0470 איי לי לו לו לו יאסעלע ראזענבלאט לחן: עתיק איי לי לו לו לו יאסעלע ראזענבלאט לחן: עתיק איי לי לו לי לו איי לי לו לי לו איי לי לו לי לו לי לו לי איי לי לו לי לו שלאף שוין מיין טייער פייגעלע מאך שוין צו דיין כשר אייגעלע שלאף שוין שלאף אין זיסער רו איי לו לו לו לו לו לו שלאף דורך די גאנצע נאכט איבער דיין קעפעלע א מלאך וואכט מאך שוין דיינע אייגעלעך צו איי לי לו לי לו טייבעלעך הינדעלעך פייגעלאך ציגעלעך קעלבעלעך שאף און רינדער שלאפן און רוען יעצט אלע ביינאכט ווי די קליינע קינדער שלאף שוין מיין פייגעלע מאך שוין צו דיין אייגעלע איך בין שוין מיד אצינד שלאף לו לו שלאף שלאף שוין שלאף אט גיי איך רופן דאס בערעלע איי לי לי לי לו לו איי לי לי לי לו לו לו איי לו שלאף מיין קינד לו לו

לאמיר זיך איבערבעטן

יאסעלע ראזענבלאט

s0582 לאמיר זיך איבערבעטן יאסעלע ראזענבלאט לחן ומילים: יאסעלע ראזענבלאט | עוד יוסף חי 4 לאמיר זיך איבערבעטן יאסעלע ראזענבלאט לחן ומילים: יאסעלע ראזענבלאט | עוד יוסף חי 4 לאמיר זיך לאמיר זיך איבערבעטן איבערבעטן אבינו אבינו אבינו שבשמים לאמיר זיך איבערבעטן זיי דיינע ווערטער מקיים לאמיר זיך איבערבעטן אבינו שבשמים לאמיר זיך איבערבעטן זיי דיינע ווערטער מקיים לאמיר זיך איבערבעטן לאמיר זיך איבערבעטן זיי שוין דיינע ווערטער מקיים ווייל ניסים ונפלאות האסטו דאך צוגעזאגט צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל גענוג שוין גענוג שוין געפלאגט און געיאגט באפריי דיין פאלק ישראל לאמיר זיך לאמיר זיך איבערבעטן איבערבעטן דערמאן זיך דערמאן זיך אין אונזער יחוס לאמיר זיך איבערבעטן לאז שוין אויף אונז נישט מער קיין רציחות לאמיר זיך איבערבעטן דערמאן זיך אין אונזער יחוס לאמיר זיך איבערבעטן לאז נישט אויף אונז קיין רציחות לאמיר זיך איבערבעטן לאמיר זיך איבערבעטן לאז נישט מער אויף אונז קיין רציחות ווייל ניסים ונפלאות האסטו דאך צוגעזאגט צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל גענוג שוין גענוג שוין געפלאגט און געיאגט באפריי דיין פאלק ישראל לאמיר זיך לאמיר זיך איבערבעטן איבערבעטן זאל שוין אויף אונז רוען דיין שכינה לאמיר זיך איבערבעטן זאלן די שונאים אויסגיין פאר קנאה לאמיר זיך איבערבעטן אבינו שבשמים לאמיר זיך איבערבעטן זיי דיינע ווערטער מקיים לאמיר זיך איבערבעטן לאמיר זיך איבערבעטן זיי שוין דיינע ווערטער מקיים לשנה הבאה בירושלים

סעודה'ניו

יאסעלע ראזענבלאט

s0208 סעודה'ניו יאסעלע ראזענבלאט לחן: יאסעלע ראזענבלאט | אידישע לידער - יוסף משה כהנא סעודה'ניו יאסעלע ראזענבלאט לחן: יאסעלע ראזענבלאט | אידישע לידער - יוסף משה כהנא זאגזשע רבי'ניו וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?ווען משיח וועט קומען וועלן מיר מאכן א סעודה'ניו וואס וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו?דעם שור הבור מיטן לויתן דעם שור הבור מיטן לויתן דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו וואס וועלן מיר טרינקען אויף דעם סעודה'ניו?דעם יין המשומר דעם יין המשומר דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו ווער וועט אונז תורה זאגן אויף דעם סעודה'ניו?משה רבינו משה רבינו משה רבינו וועט אונז תורה זאגן דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו ווער וועט אונז בענטשן אויף דעם סעודה'ניו?אהרן הכהן אהרן הכהן אהרן הכהן וועט אונז בענטשן משה רבינו וועט אונז תורה זאגן דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען דער שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו ווער וועט אונז נבואה זאגן אויף דעם סעודה'ניו?מרים הנביאה מרים הנביאה מרים הנביאה וועט נבואה זאגן אהרן הכהן וועט אונז בענטשן משה רבינו וועט אונז תורה זאגן דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו ווער וועט אונז שפילן אויף דעם סעודה'ניו?דוד המלך דוד המלך דוד המלך וועט אונז שפילן מרים הנביאה וועט נבואה זאגן אהרן הכהן וועט אונז בענטשן משה רבינו וועט אונז תורה זאגן דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו ווער וועט אונז חכמה זאגן אויף דעם סעודה'ניו?שלמה המלך שלמה המלך שלמה המלך וועט אונז חכמה זאגן דוד המלך וועט אונז שפילן מרים הנביאה וועט נבואה זאגן אהרן הכהן וועט אונז בענטשן משה רבינו וועט אונז תורה זאגן דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו

שופר של משיח

יאסעלע ראזענבלאט

s0465 שופר של משיח יאסעלע ראזענבלאט לחן: עתיק | אידישע לידער - יוסף משה כהנא שופר של משיח יאסעלע ראזענבלאט לחן: עתיק | אידישע לידער - יוסף משה כהנא נישט ווייט צו גיין קען איעדער זען ווי אונטער א שטיין אין א טיפער הייל ליגט דארט דער קרוין לאנגע יארן שוין פון אונזער דוד מלך ישראל אוי דוד דוד שטיי אויף פון דיין שלאף געטרייער פאסטוך זאג וואס איז צו טאן זע ווי מען שלאכטעט אויס דיינע שאף און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן אבער אז מען וועט הערן דעם שופר של משיח יא וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך יא און וועט זיך זעצן אויף זיין שטול ער וועט געבן אויף זיין פידעלע א שפיל און אויף דער מינוט וועט זיך געבן א רוק פילע מוזיקאנטן און איעדער איד וועט זינגען דאס ליד פון תהלים דעם באקאנטן און אלע קראנקע קומען אלע אויפשטיין פון די בעטלעך די גרינע וואלד וועט קומען באלד און קלאפן מיט די בלעטלעך און דוד המלך מיט זיין פידעלע וועט אונז זינגען א שיינע לידעלע און דוד המלך מיט די פידעלע וועט אונז זינגען א שיינע לידעלע קומט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט קומט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט

געגועים

יהודה גרין

s0276 געגועים יהודה גרין לחן: ר' יהודה גרין ליפא שמעלצער | מילים: ליפא שמעלצער | געגועים געגועים יהודה גרין לחן: ר' יהודה גרין ליפא שמעלצער | מילים: ליפא שמעלצער | געגועים ווען איך בין געווען א אינגעלע איך דערמאן זיך מיר גאר אפט מיין הארץ ציט צוריק אהין אויף דעם איך האב אלץ געהאפט אין ירושלים דארט אין מאה שערים דאס חן פון די פנימ׳לעך זקנים ונערים דער שמש׳ל שפאצירט ארום ביי די פענסטערלעך שטייט אויף אלע גיין אין שול צום בורא טאן א שבח דער אלטער איד קומט צו צו מיר א צוקערל האסטו אויב דו זאגסט א קאפיטל תהלים יענך ביום צרה איך בענק זיך מיט געגועים דעם גלות זיי מסיים מה טוב ומה נעים די שיינקייט פון ירושלים איך בענק זיך שטילערהייט איך קלאג אוי טאטע דיין קינד דערפריי אים מחשבות פון דארט מיט מיר איך טראג פון די שיינקייט פון ירושלים יום הששי פרייטאג נאכט מען הערט ארויס אזוי פון אלע שטיבער כל מקדש שביעי כראוי לו די גאסן ווי אינדערפרי קוקט אויס אידן פון אלע סארט מען גייט הערן ביים רבינ'ס טיש א לידל א שיין ווארט הייליגע בעלי תשובות אין די גאסן מען שפאצירט די ביטניקעס פארלוירענע זיי גלייכן דעם רבינ'ס טיש מיינע טייערע זיסע ברידערלעך גלייבט מיר אויפן וואונק איך דערמאן זיך פון ירושלים ציט מיר עס אן א שיעור צום ליל ששי בענק איך מיר צוריק נאך זיידי צו מקומות הקדושים גיין דוד המלך און שמעון הצדיק און ביי קבר רחל מיט אזא געוויין השם מיינע תפילות דו האסט דערהערט כ׳האב אינזינען געהאט אויך כלל ישראל און צער השכינה מיט די טרערן וואס איך האב דארט געלאזט איך האב געבעטן ובאו לציון ברינה ובנה ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו מיינע טייערע זיסע ברידערלעך ובנה ירושלים עיר הקודש נלך בנערינו ובזקננו אהיימגיין נאך די וואך און נאך דער חודש במהרה בימינו

דער רבי איז דא

יהודה גרין

s0458 דער רבי איז דא יהודה גרין לחן ומילים: ר' יהודה גרין | סינגל דער רבי איז דא יהודה גרין לחן ומילים: ר' יהודה גרין | סינגל דער רבי איז דא דער רבי איז דא דער רבי איז דא דער רבי איז דא דער רבי איז דא דער רבי איז דא ווייל יעדער קיבוץ פון די חסידים איז דער רבי דא ווייל יעדער קיבוץ פון די חסידים איז דער רבי דא אז דער תלמיד האט געזאגט אז דער רבי איז דא איז דער רבי דא אז דער תלמיד האט געזאגט אז דער רבי איז דא איז דער רבי דא ובכן צדיקים יראו וישמחו יראו וישמחו דער רבי איז שוין דא וחסידים ברינה ברינה יגילו דער רבי איז שוין דא דער רבי איז שוין דא

נשמה'לע

יהודה גרין

s0589 נשמה'לע יהודה גרין לחן ומילים: יהודה גרין | נשמה'לע נשמה'לע יהודה גרין לחן ומילים: יהודה גרין | נשמה'לע נשמה’לע קום אהיים נשמה’לע קום אהיים נשמה קדושה נשמה קדושה זכרי נא מי את ומאין את באת הלא את היא בת המלך הגדול והנורא נשמה’לע קום אהיים נשמה’לע קום אהיים בעזרת השם יתברך נאר מיט גוטע מלאכים קום אהיים קום אהיים בעזרת השם יתברך נאר מיט גוטע מחשבות קום אהיים קום אהיים קום אהיים קום אהיים

סיבת הסיבות

יואל ברוין

s0593 סיבת הסיבות יואל ברוין סיבת הסיבות יואל ברוין מיין גייסט טו צוריקקערן די גשמיות אוועק נעמען געהאט א ים מיט צייט צו קלערן איך בין געוואוינט שוין צו די קלעמען און אויף די אפענע וועגן מען זעט די זון טוט זיך פארמערן יעצט איז מיר קלאר אן פרעגן אז צום סוף וועט ליכטיג ווערן נאר עפן אליין די טויערן דיין די טיר צו פארשטיין אז אונז האבן נישט קיינעם נאר נאר דו סיבות הסיבות עלת העלות ביזט פארכטיג און גרויס און נאר צו דיר איך לויב און איך דאנק אויף יעדע געשאנק ביז אהער פון אנפאנג נאר נאר דו סיבות הסיבות עלת העלות ביזט פארכטיג און גרויס און נאר צו דיר איך לויב און איך דאנק אויף יעדע געשאנק ביז אהער פון אנפאנג מ'איז ארויס פון תיבת נח מיט נייע בליקן אין די אויגן צו העלפן די אן א כח די געפאנגענע בארויאיגן אקצעפטירן יעדן שווארץ און ווייס יעדע קאליר פון רעגנבויגן ווי די משנה זאגט שוין קלאר אז יעדער איד ווערט באשאפן כהוגן נאר עפן אליין די טויערן דיין די טיר צו פארשטיין אז אונז האבן נישט קיינעם נאר נאר דו סיבות הסיבות עלת העלות ביזט פארכטיג און גרויס און נאר צו דיר איך לויב און איך דאנק אויף יעדע געשאנק ביז אהער פון אנפאנג נאר נאר דו סיבות הסיבות עלת העלות ביזט פארכטיג און גרויס און נאר צו דיר איך לויב און איך דאנק אויף יעדע געשאנק ביז אהער פון אנפאנג נאר נאר דו זורע צדקות מצמיח ישועות בורא רפואות טראגסט אונז אויף דיין שויס נורא תהילות און נאר צו דיר איך לויב און איך דאנק איך זינג מיט געזאנג אויף יעדע געשאנק דעם גאנצן גאנג ביז אהער פון אנפאנג נאר נאר דו סיבות הסיבות עלת העלות ביזט פארכטיג און גרויס און נאר צו דיר איך לויב און איך דאנק אויף יעדע געשאנק ביז אהער פון אנפאנג

טאטעניו

יואלי ברוין

s0595 טאטעניו יואלי ברוין לחן : אבי ראטענבערג / מילים: יואלי ברוין / אלבום: סינגל טאטעניו יואלי ברוין לחן : אבי ראטענבערג / מילים: יואלי ברוין / אלבום: סינגל טאטעניו טאטע מיין איז אמת וואס איך הער אז אין הימל איז דא א גלעזל פארהאן וואס פילט זיך אן מער און מער און איך האב געהערט נאך מער פון דעם אז די שכינה האלט עס גלייך נעבן אים און גיסט אריין דארט א טרער ווען פאר א איד דא גייט שווער זיידי האט מיר געזאגט גלייך האט ער דיר געזאגט די זעלבע זאך אז ווען א איד איז בצער פילט עס מיט דער גרויסער האר זיי מיר מסביר זיין געשריי דארט ווייט אין הימל בשמי' מיין קשיא ווערט נאר פארמערט פארוואס איז דיינע אויגן יעצט פארטרערט מיין טייער קינד איך הער וואס דיר פלאגט יא ס'איז אמת קלאר און קראנט נישט אצינד האט מיר זיידי געזאגט שוין יארן א מסורה האנט ביי האנט א טאטע וויינט פאר זיין קינד פון די שכינה אויך א טרער ס'רינט ווען א איד האט צער ס'טוט אים וויי וויינט מיט דער קל חי נאר מיטוויינען דארטן וויל ער און זיין גלעזל ווערט פילער ביז איין טאג ס'וועט פול ווערן און אלע פלאג וועלן זיך אויפהערן מ'וועט זיך פרייען ווי פרייע פויגלעך צום הימל אויסשרייען אויפהייבן די אויגעלעך און איך וויין כאטש דו ביזט נאך קליין פרעגסטו אזוי גוט און שיין טאטע לעבן איך וויל דיר פרעגן נאך א קשיא ענטפער מיר אוי ווי גרויס איז די גלאז וויפיל איז די שיעור אפשר דאך די צייט איז שוין די זון זאל אויף אייביג שיינען ווילאנג נאך טאטע קרוין וועלן מיר וויינען און זיך טענה'ן מיין טייער קינד ס'איז צייט אצינד און איך פרעג די זעלבע זאך טאקע דערוועגן לאמיר פרעגן איך און דו צוגלייך טאטעניו צי טוסטו הערן אונזער ווייטאג אונזערע שטערן ווען וועסטו דיין געוויין אפשטילן ווען וועט זיך דיין גלעזעלע אנפולן

אבינו

יואלי גרינפעלד

s0688 אבינו יואלי גרינפעלד לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ אלבום: עולם אבינו יואלי גרינפעלד לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ אלבום: עולם אין על מי לסמוך נישטא אויף וועם זיך צו פארלאזן אין על מי לסמוך אלא על אבינו שבשמים אלא על אבינו שבשמים שבשמים טאטע זיסער נאר צו דיר איך קוק און איך האף אין על מי לסמוך אלא על אבינו שבשמים

נר שבת

יואלי גרינפעלד

s0040 נר שבת יואלי גרינפעלד לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | זה נר שבת יואלי גרינפעלד לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | זה אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של שבת אנא שמע תחנתי בעת הזאת בזכות שרה רבקה רחל ולאה אונזערע הייליגע מאמעס אמותינו באשעפער מיר זענען זיך מתחנן די קינדער ווי די לעכט זאלן שיינען שלא יכבה לעולם ועד

הייליגער באשעפער רחמים

יואלי דווידוביץ

s0652 הייליגער באשעפער רחמים יואלי דווידוביץ לחן: עתיק \ אלבום: סינגל הייליגער באשעפער רחמים יואלי דווידוביץ לחן: עתיק \ אלבום: סינגל אוי הייליגער באשעפער רחמים אוי הייליגער באשעפער רחמים שתהא השעה הזאת שעת רחמים שתהא זאל שוין זיין השעה הזאת די זמן שעת רחמים ועת רצון

מיין גאנצע הארץ

יואלי ווייס

s0407 מיין גאנצע הארץ יואלי ווייס לחן ומילים: יואלי ווייס | סינגל מיין גאנצע הארץ יואלי ווייס לחן ומילים: יואלי ווייס | סינגל ונפשי שפכי כמים לבך נוכח נוכח פני השם טאטע איך געב פאר דיר מיין גאנצע הארץ טאטע איך געב פאר דיר מיין גאנצע הארץ ונפשי שפכי כמים לבך ונפשי שפכי כמים לבך טאטע איך געב פאר דיר מיין גאנצע הארץ

שבת

יואלי ווייס

s0705 שבת יואלי ווייס לחן: יואלי ווייס \ אלבום: סינגל שבת יואלי ווייס לחן: יואלי ווייס \ אלבום: סינגל בא שבת בא מנוחהשבת שבת קודשהייליגע שבת לעכטיגע שבת

די פרשיסחא ניגון

יואלי קליין

s0430 די פרשיסחא ניגון יואלי קליין לחן ומילים: הערשי וויינבערגער ר' ישעי' גראס | סינגל די פרשיסחא ניגון יואלי קליין לחן ומילים: הערשי וויינבערגער ר' ישעי' גראס | סינגל מ'זאגט נאך א נוסחא פון רבי בונם פון פרשיסחא ווי ער טענה'ט זיך מיטן נורא עלילה זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה לייז אונז אויס לייז אונז אויס טאטע לייז אונז אויס זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ס'דא א נוסחא פון פרשיסחא נורא ואיום כלל ישראל אין גלות דא צווישן די גוים לייז אונז אויס לייז אונז אויס טאטע לייז אונז אויס זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן אוי אוי טאטע לייז אונז אויס אוי אוי פון גלות שוין ארויס

דע לך בני

יואלי קליין

s0304 דע לך בני יואלי קליין לחן: ישעי' גראס | סינגל דע לך בני יואלי קליין לחן: ישעי' גראס | סינגל דע לך בני ודע לך בני שבכל מצב שהוא הקדוש ברוך הוא אתי כי אנו בניך ואתה אבינו אנו בניך ואתה אבינו כי אנו בניך ואתה אבינו אנו בניך ואתה אבינו דע לך בני ודע לך בני שבכל מצב שהוא הקדוש ברוך הוא אתי ווייל מיר זענען דיינע קינדער דו ביסט אונזער טאטע מיר זענען דיינע קינדער דו ביסט אונזער טאטע

לבוא אל המלך

יואלי קליין

s0118 לבוא אל המלך יואלי קליין לחן: ישעי' גראס הערשי וויינבערגער | סינגל לבוא אל המלך יואלי קליין לחן: ישעי' גראס הערשי וויינבערגער | סינגל ואני לא נקראתי לבוא אל המלך זה שלושים יום טאטע טאטע דו ווייסט אין הארצן טיפן טאטע טאטע אז איך ווארט דו זאלסט מיר רופן אבער אני לא נקראתי זה שלושים יום זה שלושים יום

משכני

יואלי קליין

s0628 משכני יואלי קליין לחן ומילים: ישעי' גראס הערשי וויינבערגער \ אלבום: סינגל משכני יואלי קליין לחן ומילים: ישעי' גראס הערשי וויינבערגער \ אלבום: סינגל ברודער זיסער זאלסטו וויסן און געדענקען אז מה דאך א בהמה קען מען קונה זיין מיט משיכה על אחת כמה וכמה א אידיש קינד א בן מלך וועט דער אייבערשטער קונה זיין מיט משיכה משכינו משכינו אחריך נרוצה משכינו אחריך נרוצה משכינו משכינו אחריך נרוצה משכינו אחריך נרוצה משכינו משכינו נאך אזעלכע קלעפ הייליגער באשעפער גיב אונז נאר א שלעפ און פון אלע הויפן וועט מער דיר נאכלויפן נגילה ונשמחה בך הייליגער באשעפער עפן אונזערע הערצער הייליגער באשעפער שיין אריין אין דיינע קינדערלעך דעם אור הגנוז מ'זאל שוין קענען זען דיינע גרויסע חסדים הייליגע באשעפער שיין אריין אין מיין הארץ הייליגע באשעפער מאך לעכטיג מיינע אויגן הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך איז הייליגע באשעפער שיין אריין אין מיין הארץ הייליגע באשעפער מאך לעכטיג מיינע אויגן הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך

אידישע מעלות

יואלי קליין ישעי גראס

s0640 אידישע מעלות יואלי קליין ישעי גראס לחן: דוד קויפמאן / אלבום: סינגל אידישע מעלות יואלי קליין ישעי גראס לחן: דוד קויפמאן / אלבום: סינגל הושענה למענך אלוקינו הושענה למענך בוראינו הושענה הושענה למענך גואלינו הושענה למענך דורשינו הושענה איין מעלה האמיר אום אני חומה ווידער א מעלה האמיר ברה כחמה כאטש כאטש מיר זענען גולה וסורה דאך דאך מיר זענען דמתה לתמר

לך אל המלך

יואלי קליין ישעי גראס ארי היל

s0690 לך אל המלך יואלי קליין ישעי גראס ארי היל לחן: ישעי' גראס ארי היל ויואלי קליין לך אל המלך יואלי קליין ישעי גראס ארי היל לחן: ישעי' גראס ארי היל ויואלי קליין ומרדכי יושב בשער המלך המלך המלך גיי ארויף אין הימל געוואלד שריי און מאך א טומל געוואלד לך אל המלך לך לך אל המלך לך

א חידוש

יואלי קליין ישעי' גראס ארי היל

s0708 א חידוש יואלי קליין ישעי' גראס ארי היל לחן: אלי לויפער ישעי' גראס הערשי וויינבערגער / אלבום: סינגל א חידוש יואלי קליין ישעי' גראס ארי היל לחן: אלי לויפער ישעי' גראס הערשי וויינבערגער / אלבום: סינגל בר יוחאי בקודש קדשיםבר יוחאי מחדש חידושים רבי שמעון איז א חידושרבי שמעון איז א חידושבר יוחאי מחדש חידושים

האט מיר אייביג ליב

יואלי קליין לוי פאלקאוויטש שלוימי דאסקל

s0649 האט מיר אייביג ליב יואלי קליין לוי פאלקאוויטש שלוימי דאסקל לחן: אלייצור הרב ארוש הרב אורן לוי \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: סינגל האט מיר אייביג ליב יואלי קליין לוי פאלקאוויטש שלוימי דאסקל לחן: אלייצור הרב ארוש הרב אורן לוי \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: סינגל דער אייבערשטער איז גוט און ער באגלייט אויף יעדן טריט און אלעס אויף די וועלט ער הערט און ער זעט ער זעט איך וויל זיין גוט אפילו אין א שוואך מינוט ער זעט מיין הארץ וואס שרייט צום טאטן און בעט און ער איז שטאלץ מיט מיר מיט יעדעס מאל וואס איך פראביר זיך אויפצוהייבן און אנהייבן פונדאסניי ער זעט די טרער וואס רינט און ווי א טאטע צו זיין קינד ער זאגט מיר שעפעלע זארג נישט איך פארשטיי ה' יתברך האט מיך אייביג ליב און אייביג וועט מיר זיין נאר גוט עס וועט זיין נאך און נאך גוט נאך און נאך גוט אייביג וועט מיר זיין נאר גוט דער אייבערשטער ער האט רחמנות און ער גיט מיר די מתנות און באגלייט מיר אין יעדע זמן און דאס איז מיין נחמה אז ער קוקט אויף מיין נשמה און ער זעט ווי ערליך איך וויל אלס זיין איך בעט נאר גרויסע בורא נעם אוועק א יעדע מורא און נאר מאך דאס לעבן העכער און גרינג די גאנצע וועלט זאל זען אז אן דיר קען גארנישט געשען און פארדעם א יעדן טאג צו דיר איך זינג ה' יתברך האט מיך אייביג ליב און אייביג וועט מיר זיין נאר גוט עס וועט זיין נאך און נאך גוט נאך און נאך גוט אייביג וועט מיר זיין נאר גוט

בארדיטשוב'ער תקיעות

יואלי קליין, ישעי' גראס

s0653 בארדיטשוב'ער תקיעות יואלי קליין ישעי' גראס לחן: ישעי' גראס הערשי וויינבערגער \ אלבום: סינגל בארדיטשוב'ער תקיעות יואלי קליין ישעי' גראס לחן: ישעי' גראס הערשי וויינבערגער \ אלבום: סינגל בעט זיך דער הייליגער רבי לוי יצחק בן שרה סאשע פאר הויה ברוך הוא אז טויזנטער תקיעות בלאזן כלל ישראל אזויפיל יארן טויזנטער תקיעות בלאזן כלל ישראל אזויפיל יארן פארוואס?ווייל רחמנא אמר תקעו פארוואס?ווייל רחמנא אמר תקעו אוי אוי אוי און וואס בעטן מיר?איין תקיעה און וואס בעטן מיר?איין תקיעה תקע בשופר גדול לחרותינו אוי תקע אוי וואס בעטן מיר?איין תקיעה אוי וואס בעטן מיר?איין תקיעה

נדדה

יואלי קליין, ישעי' גראס, הערשי וויינבערגער

s0668 נדדה יואלי קליין ישעי' גראס הערשי וויינבערגער לחן: ר' משה יחזקי' ווייס | סינגל נדדה יואלי קליין ישעי' גראס הערשי וויינבערגער לחן: ר' משה יחזקי' ווייס | סינגל בלילה ההוא נדדה נדדה שנת המלך א טאטע קען נישט שלאפןווען זיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא וויאזוי קענסטו שלאפןווען דיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא א טאטע קען נישט שלאפןווען זיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא וויאזוי קענסטו שלאפןווען דיינע קינדער שלאפן נישט בלילה טאטע קוק זיך צו יעדע מאל מ'זאגט המלך אין די מגילה איז עס א מימרא אדער א תפילה צו בעטן און געבן פאר דיין עם סגולה אם מצאתי חן בעיניך המלך המלך בעט מען הייליגער באשעפער קעניג פון דער וועלט געב אונז געזונט פרנסה נחת שפע און געלט גענוג שוין אין דעם גלות גענוג שוין אין דעם גלות וויאזוי קענסטו שלאפן א טאטע קען נישט שלאפןווען זיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא איז וויאזוי קענסטו שלאפןווען דיינע קינדער שלאפן נישט דער באשעפער טוט נישט שלאפןווען זיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא אונזער טאטע קען נישט שלאפןווען זיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא מיין טאטע קען נישט שלאפןווען מיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא וויאזוי קענסטו שלאפןווען דיינע קינדער שלאפן נישט בלילה טאטע קוק דיך צו א טאטע קען נישט שלאפןווען זיינע קינדער שלאפן נישט בלילה בלילה ההוא וויאזוי קענסטו שלאפןווען דיינע קינדער שלאפן נישט בלילה טאטע קוק דיך צו

נאך א בעבי

יואלי ראטה

s0709 נאך א בעבי יואלי ראטה נאך א בעבי יואלי ראטה ש'כוח אייבערשטער אז איך בין א אידאויסגערוהט און קיינמאל נישט מידש'כוח פאר מיינע וואוילע קינדערממש דעם באשעפער'ס וואונדער דער באשעפער האט אויסדערוועלט נאר מיך אלייןאידישע נשמות מאכן רייןאפווישן אפבאדן און מאכן לאנדריווי גליקליך ווער ס'נעמט זיך די מיה אהוי נאך א בעבי נאך א בעבינאך א בעבי נאך א בעביאוי ווי גוט צו זיין א אידעלע אהוי נאך א בעבי נאך א בעבינאך א בעבי נאך א בעבינאך א יונגעל נאך א מיידעלע דער גרויסער באשעפער מיר געטראסטצו ווארטן אויף מיינע קינדער אויפן באסא גוטן טאג שעפעלע איך פריי מיך צו דירדו ברענגסט מיר נחת אן א שיעור שלאפן האט נישט מיט וויפיל קינדערשלאפן ווענדט זיך אחם באשעפערבעט דעם אויבערשטן ער זאל דיר העלפןטאטע כ'וויל אביסל שלאפן אהוי נאך א בעבי נאך א בעבינאך א בעבי נאך א בעביאוי ווי גוט צו זיין א אידעלע אהוי נאך א בעבי נאך א בעבינאך א בעבי נאך א בעבינאך א יונגעל נאך א מיידעלע א מחי' צו לייגן די קינדער אין בעטאיך געב זיי א גוט ווארט און א גלעטא מחי' צו זינגען קריאת שמע מיט זייזיי זאלן וואקסן הייליג און געטריי א גוטע נאכט צדיק'ל אמאל איז געוועןא צדיק וואס האט אלעס געזעןדער רבי ר' זושא מיט דער רבי ר' אלימלךטראכט פון זיי וועסטו זיין ערליך אהוי נאך א בעבי נאך א בעבינאך א בעבי נאך א בעביאוי ווי גוט צו זיין א אידעלע אהוי נאך א בעבי נאך א בעבינאך א בעבי נאך א בעבינאך א יונגעל נאך א מיידעלע

קרבת אלוקים

יודי ביאלוסטוצקי

s0698 קרבת אלוקים יודי ביאלוסטוצקי לחן: יודי ביאלוסטוצקי / אלבום: שישי קרבת אלוקים יודי ביאלוסטוצקי לחן: יודי ביאלוסטוצקי / אלבום: שישי למה למה למה למה השם למה למה למה למה למה השם פארוואס פארוואס תעמוד מרחוק קרבת אלוקים בעט דיך כלל ישראל קרבת אלוקים מער ווי אלעמאל בניך צועקים איך תשתוק למה למה תעמוד מרחוק

שבת היא

יודי ביאלוסטוצקי

s0050 שבת היא יודי ביאלוסטוצקי לחן ומילים: יודי ביאלוסטוצקי | סינגל שבת היא יודי ביאלוסטוצקי לחן ומילים: יודי ביאלוסטוצקי | סינגל שבת קודש קומט צו גיין מענטשן בלייבן אינדערהיים די גאסן פון שטאט זענען שטיל די מאמע צינדט אן לעכט אין הויז א לעכטיגקייט עס שיינט ארויס דער טאטע גייט נישט דאווענען אין שול אונז פארשטיי מיר נישט דער אייבערשטער'ס פלאן מ'ווייסט נישט וואס נעקסטע וואך וועט זיין אבער יעצט אז דער שבת קודש רוט ווייס איך ס'וועט זיין גוט ווייל איין זאך האט דער איד דער שבת קודש אויף אים היט מיט דעם בין איך אנדערש ווי דער גוי ווייל שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא מי שברך אבותינו הוא יברך וירפא את כל חולי ישראל הקדוש ברוך הוא ימלא רחמים רחמים עליהם וישלח רפואה שלימה רפואה שלימה מן השמים שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא

שישי

יודי ביאלוסטוצקי

s0615 שישי יודי ביאלוסטוצקי לחן: יודי ביאלוסטוצקי / אלבום: שישי שישי יודי ביאלוסטוצקי לחן: יודי ביאלוסטוצקי / אלבום: שישי אין ביאליסטוק איז יום טוב אין די גאסן מקבל פנים זיין דעם רבי'ן אין די מאסן יעדער ארבעט שווער צו צופאסן די וואגן פארט אריין אין שטאט געלאסן דער רבי קומט אריין מיט זיין חסידים עס נעמען אים אויף די שטאט'ס גרעסטע נגידים ביי יעדער איז דאך ששון ליהודים די גבאי טראכט שוין פון די כיבודים אין אזוי גייט די שקלא וטריא קבלת קהל אין שטוב פון ר' שמרי' די אכסניה וועט זיין ביי ר' זכרי' מלוה מלכה? פיין ביי מיר ביי יהודה ארי' די הכנות אויף אן אופן א ברייטן דער שמש טוט די בית מדרש אנגרייטן דער עולם קומט פון אלע זייטן דעם רבי'ן צום בית מדרש באגלייטן שבת אינדערפרי ר' זרח די חזן גייט צו ער האט די זכיה צו צוגיין צום ברעטל מיט די קאפעליע ארום ער ציהט מיט זיין הויעכן שטומער ער איז דאך די בעסטע בעל תפילה אין די גאנצע שטעטל ר' אנשיל איז אנגעצויגן ער מוז דאך אייביג טויגן ער מוז קויפן שישי פאר דעם גרויסן גאסט ער ווינקט דער גבאי מיט די אויגן ער ווארנט אים אן כהוגן ער מוז מכבד זיין דעם גרויסן רבי'ן ווי עס פאסט ר' אשר ווייסט שוין וואס וועט דא ווערן יעדער וועט פון אים נאך הערן ער איז גרייט די גאנצע שטאט איבערקערן ווייל שישי טוט צו אים געהערן ר אנשיל זעט שוין די גאנצע בראך ער וועט האבן אין טאש א גרויסע לאך ער וועט צוזאגן געלטער נאך און נאך ווייל ער קויפט שישי יעדע וואך דער גבאי קלאפט אויפן בימה אין שוהל א רעש א מהומה ער גייט פארקויפן שישי ער קוקט זיך ארום ר' אנשיל טוט דאס זען ער גיבט א זאג צען צען רובל שישי א מכובד'דיגן סכום דער גבאי שטייט און וואונדערט ר' ברוך זאגט א הונדערט הונדערט רובל שישי נאכאמאל געהייבט ר' אשר שטייט אויף מיט א חיות ער ווייזט מיטן האנט פינף מאות פינף הונדערט שישי ווער וואלט נאר געגלייבט ר' אשר אטעמט שווער א טויזנטער זאגט ר' בער ר' אשר הייבט אויף הענט נע נע ס'צו סאך געלט ר' אנשיל שטעלט זיך אויף ער ציהט די פרייז ארויף צוויי טויזנט שישי אבער ר' הענדל האט זיך געשטעלט דריי טויזנט זאגט ר' הענדל א שותפות מיט ר' מענדל מ'וועט מאכן א מי שברך פארן רבי'ן אזא זכי' דער ראש הקהל ר' גדלי' שרייט איבער די גאנצע פמלי' פינף טויזנט שישי צום ערשטן מאל צום צווייטן מאל צום דריטן מאל זכה לו דעם רבי'נס עליה אין שטעטל גייען ארום שוין די שמועות אין עזרת נשים קומט אן די ידיעות מ'האט נאך נישט געהערט אזא מציאות אזויפיל געלט באצאלן פאר עליות דער ראש הקהל ער גיבט זיך א לאכל ער פילט זיך גוט ער קלאפט זיך אויפן ער קוקט צוריק אויף די גאנצער היכל אויפן פנים א ברייטע שמייכל די חזן זאגט אתה הראת בקול אדיר ונורא מקמיה דיקר אורייתיה מ'נעמט ארויס די ספר תורה כהן לוי און שלישי די ראש הקהל'ס פנים שיינט רביעי און חמישי אלע קוקן אויף די מזרח וואנט די גבאי מיט א קול א טיפע און מיט א תנועה'לע א שיינע הייבט אן אויפצורופן יעמוד מורינו ורבינו ער גייט אראפ פונעם בימה שוין צום רבי'ן טוט ער צוגיין דער רבי זאגט אים איך בין א כהן איך קען נישט עולה זיין

שמייכל

יודי ביאלוסטוצקי

s0699 שמייכל יודי ביאלוסטוצקי לחן: יודי ביאלוסטוצקי / אלבום: שישי שמייכל יודי ביאלוסטוצקי לחן: יודי ביאלוסטוצקי / אלבום: שישי הוי מקבל את כל האדם אוי את כל האדם בסבר פנים יפות מיט א שמייכל הוי מקבל את כל האדם אוי את כל האדם בסבר פנים יפות מיט א שמייכל אם אתה משמח את שלי משמח את שלי גיב א שמייכל פאר א צווייטן איד אני אני משמח את שלך גיב איך דיר א שמייכל כל ימי חייך

לעכטיג

יודי ביאלוסטוצקי, מושי שווארץ

s0654 לעכטיג יודי ביאלוסטוצקי מושי שווארץ לחן: יודי ביאלוסטוצקי \ אלבום: סינגל לעכטיג יודי ביאלוסטוצקי מושי שווארץ לחן: יודי ביאלוסטוצקי \ אלבום: סינגל מעט אור דוחה הרבה חושך וואס בעטן אונז פון דיר אביסל לעכטיגקייט ווייל מעט אור דוחה הרבה חושך

א געהויבן זמן

יודל ווערדיגער

s0251 א געהויבן זמן יודל ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | יודל iv א געהויבן זמן יודל ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | יודל iv גילה רינה דיצה וחדוה אהבה ואחוה אהבה ואחוה ושלום ורעות מהרה ישמע בערי יהודה חתן כלה אידן אלע ס'איז דאך א געהויבן זמן מחותנים ובני בנים לאמיר טאנצן פרייליך זיין שמח תשמח צום טאטן געט א שבח יעצט קען א אידל בעטן אלעס וואס ער דארף שמח תשמח צום טאטן געט א שבח ועל ידי זה יושפע שפע רב

יום שכולו ארוך

יודל ווערדיגער

s0203 יום שכולו ארוך יודל ווערדיגער לחן: אהרן רזאל | מילים: ליפא שמעלצער | הוא ולא אחר יום שכולו ארוך יודל ווערדיגער לחן: אהרן רזאל | מילים: ליפא שמעלצער | הוא ולא אחר איך מאך מיר צו די אויגן איך פלי אוועק אויב איר וואלט מיט מיר געפלויגן וואלט איר אויך באמערקט דארט אויבן אויף די בארג קאלירן נישט באקאנטע נייע דאך נישט פרעמד נייע טענער שטארק מיט פידלן אין די הענט מלאכים שמייכלען מיר א רביש טיש ווי מעשה חושב מייסטערווערק א יום שכולו ארוך א יום שכולו טוב שצדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם לעבן וועלן מיר דאן מיט א העכערע בחינה ונהנים מזיו השכינה מאך צו דיינע אויגן און לייג אוועק פראבלעמען וואס דען טויגן טראכטן אן אן עק עס ווארט מינה וביה פרישע גוטע צייטן פארגיין וועט אלעס אלט פארגעסט וואס מיינט א וויי יסורים וועט מען בייטן פאר שפע א געהאלט פון בורא קריגן אורות א מחי' יום שכולו ארוך יום שכולו טוב שצדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם לעבן וועלן מיר דאן אויף א העכערע בחינה ונהנים מזיו השכינה יום שכולו ארוך יום שכולו טוב שצדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה ונהנים מזיו השכינה יום שכולו ארוך יום שכולו טוב הייליגע באשעפער דו בלייבסטאודאי נישט א בעל חוב מיר האפן נאך אלע צו דערלעבן בעקבתא דמשיחא ווען דו וועסט פירן דיין גלענצנדע מלוכה א יום שכולו טוב שצדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה ונהנים מזיו השכינה

כשושנה

יודל ווערדיגער

s0581 כשושנה יודל ווערדיגער לחן: ר' אלי לויפער ר' יודל ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לב אחד כשושנה יודל ווערדיגער לחן: ר' אלי לויפער ר' יודל ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לב אחד א בלומעלע האלב פארטרוקנט און גאר בלאס א בלומעלע פון ווינטן קאלט פון רעגן נאס די בלומעלע זי איז אליין און דערנער פיל די בלומעלע אלץ מיט פרישע דאגה׳לעך די בלומעלע צווישן ווילדע צווייגעלעך די בלומעלע אויפבליען שיין שטארק זי וויל נעם מיר אריין אין א גארטן ווי עס דארף צו זיין אז איך זאל וואקסן מיט מיין פולן פראכט פון די דערנער ארויס איך שפיר ווי אט איך רייס מיר אויס פון די געדעכטע וואלד און פינסטערע נאכט כשושנה בין החוחים כשושנה בין החוחים כשה אחד בין זאבים כשה אחד בין שבעים זאבים א שעפעלע טוט זיך ארומדרייען א שעפעלע ווער הערט די געשרייען פון דעם שעפעלע וואס איז אליין און טרערן רינט אוי שעפעלע דיין פאסטוך זוכט דיך שטארק ארום מיין שעפעלע כ’וויל דיר צוריקנעמען קום מיין שעפעלע קום שוין צו גיין צו מיר געשווינד ווייל די חיות פון די וואלד ווילן דיר נישט לאזן גיין זיי ווילן דיר פארצוקן גאנצערהייט איך בעט דיר זוך מיר אויף באלד איך קען מער נישט דא זיין אליין איך מוז דיר טרעפן שוין געזונטערהייט כשושנה בין החוחים כשושנה בין החוחים כשה אחד בין זאבים כשה אחד בין שבעים זאבים מיין אידעלע זיי’זשע נישט פארלוירן מער בלומעלע ס’וועט נישט לאנג געדויערן מער מיין שעפעלע האלט דיך גאר שטארק אויף אלעמאל אידעלע לאז זיך נישט פון זיי פארפירן בלומעלע מ’עפנט באלד פאר דיר די טירן שעפעלע מיין טייער קינד כלל ישראל

שערי דמעות

יודל ווערדיגער

s0563 שערי דמעות יודל ווערדיגער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | א ווערדיגער איד שערי דמעות יודל ווערדיגער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | א ווערדיגער איד מיום שנחרב בית המקדש ננעלו שערי תפילה שערי דמעות לא ננעלו דיין טרערעלע איך שפיר עס עפנט אויף מיין טיר און איך האלט עס אייביג נעבן מיר ווייל שערי דמעות לא ננעלו

א ברית אין מאסקווע

יום טוב עהרליך

s0352 א ברית אין מאסקווע יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יו"ט עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד א ברית אין מאסקווע יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יו"ט עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד די נאכט איז געקומען דער טאג איז אוועק די גאסן פון מאסקווע אין פחד און שרעק די טויערן זענען פארשטעלט מיט סאלדאטן מען לאזט נישט אריין נישט ארויס מען זוכט דארט א גרויסן פארברעכער אין ווינקאלאך פון יעדן הויז ר' בצלאל דער מוהל ער זיצט און ער ווארט די ליכט איז פארלאשן די טיר איז פארשפארט די קינדערלעך שווייגן זיי ווייסן שוין אז די סאלדאטן ברענגען נישט קיין גליק נאר כאפן צו טאטעס פון קינדער וואס קומען קיינמאל נישט צוריק פלוצלינג דערהערט מען א טומל אין הויף מען הערט ווי סאלדאטן מארשירן ארויף מען קלאפט און ער לאזט זיי אריין און זיי הייבן אן זוכן ביי אים אזוי לאנג ביז זיי געפינען א קליינינקע שאכטעלע אונטערן שאנק מיר האבן געפונען זאגט דער קאמאנדיר די הענט אין דער הויך זיך נישט געבן קיין ריר די שאכטל ליגט אפן פריי פאר די סאלדאטן און זיי באטראכטן מיט פרייד א שטיקעלע וואטע א שערל א קליינינקן חלף אין שייד א געפאנצערטע קאר פליט אין די גאסן געשווינד ר' בצלאל זאגט ווידוי ער וויינט ווי א קינד די הענט מיט א קייט פעסט אויף הינטן געבונדן א שווערע זאך איבערן קאפ און די קאר לויפט אן אן אויפהער און שרייט און זי שטעלט זיך נישט אפ און פלוצלינג מען שטעלט זיך מען נעמט אים ארויס מען פירט אים ארויף ערגעץ הויך אין א הויז מען בינדט אפ די הענט און מען דעקט אויף זיין פנים און עס באווייזט זיך פאר אים רעכטס א מזוזה א גרויסע אנטקעגן די בילד פון בעל שם אויפן טיש א מנורה עס ברענען פיל ליכט א איד מיט א בארד מיט א שיינעם געזיכט שלום עליכם זאגט ער דעם איד און ער שמייכלט צו אים מיט א פרייד האט נישט קיין מורא בארואיגט אייך זעצט אייך און הערט וואס איך רייד איך בין געוועזן אין שטאט דא א רב פאר דעם האט געקומט מיר א ביטערער סוף האט דער באשעפער געהאלפן מיין זון איז געווארן א פירער אין לאנד און האט מיר באהאלטן ביי אים דא אין וואוינונג פארשטעלט פאר א וואנט און ווען מיין שנור האט געבוירן א זון האב איך געזאגט איך וויל נישט וויסן דערפון איך וויל עס נישט האלטן נישט גלעטן נישט דרוקן אפילו נישט אנקוקן ביז מען וועט מיר ברענגען אן ערליכן מוהל און מאכן א ברית ווען איר קומט אליין וואלט מען חושד געווען מען האט געמוזט מאכן מען זאל אייך נישט זען נאט אייך די שאכטל נעמט אייך די כלים זאל זיין אין א מזל'דיגע שעה איך וועל זיין סנדק טאטע-מאמע די קוואטער דאס קינד ברענגט ברוך הבא! דער מוהל דאס קינד האט גע'מל'עט מיט גליק דער זיידע האט ליב עס צום הארצן געדרוקט און שרייט אויס רבונו של עולם די מצוה פון פדיון שבויים איז גרויס ס'איז א תינוק שנשבה מיר קאנען נישט אויסלייזן דו לייז אים אויס א געפאנצערטע קאר פליט אין גאסן צוריק ר' בצלאל ער זיצט דארט פאר'שיכור'ט פון גליק ארום אים עס ליגן פיל פעקלעך מתנות אהיים די משפחה געפירט די קאר האט געטריבן א מענטש מיט א גוט פארמאסקירטן געזיכט ער האט אים אריינגעפירט שטיל אין זיין הויף געהאלפן די פעקלאך צו טראגן ארויף און דאנקט אים און בעט זיך מיר האבן אייך וויי געטון האט קיין פאראיבל ניט אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד איך האב מיין לעבן געשטעלט אין געפאר און איך האב געטון עס מער נישט דערפאר ווייל איך האב ביינאכט היינט געזען אז ס'איז דא א באשעפער וואס פירט אן און היט אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד

איך

יום טוב עהרליך

s0381 איך יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד איך יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד ר' אהרן הגדול האט זיך אויפגעכאפט פון ליכטיגן דביקות ארויס עמיצער האט פלוצלינג שטיל אנגעקלאפט אין פענסטער ביי אים אין זיין הויז ער הויבט אויף זיין קאפ פון דעם ספר און רעדט שטילערהייט פונקט ווי צו זיך ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט?ענטפערט אים עמיצער 'איך' ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ ווארפט אויפן ספר די אויגן אראפ און שווימט זיך אוועקאין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטן אין-סוף א לעבן וואס עס איז נישט וואךאון עס איז נישט אין שלאף ווידער האט עמיצער שטיל אנגעקלאפט אין פענסטער ביי אים אין זיין הויז ווידער האט ער זיך געשווינד אויפגעכאפט פון ליכטיגן דביקות ארויס ווידער ער הויבט אויף זיין קאפ און ער רעדט שטילערהייט פונקט ווי צו זיך ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט ענטפערט אים עמיצער 'איך' ר’ אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ די הייליגע אויגן לאזט ער ווידער אראפ און שווימט זיך אוועקאין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטן אין-סוף א לעבן וואס עס איז נישט וואךאון עס איז נישט אין שלאף ליגט אינדרויסן א פינסטערע נאכט פון איין פענסטער זעט זיך א שיין עמיצער שטייט ביי דעם פענסטער און ווארט ר’ אהרן לאזט אים נישט אריין ער קלאפט און ער קלאפט און ר’ אהרן פרעגט ווער און מען ענטפערט שטענדיג אים 'איך' ר’ אהרן גיט זיך נישט אפילו קיין קער און ווערט גלייך פארנומען מיט זיך שווער איז פארשטיין וואס דער צדיק ער טראכט וואס ארבעט אויף חסד בייטאג און ביינאכט און האט שוין פיל צענדליגער טויזנטערגרויסע בעלי תשובה געמאכט זאל לאזן א איד שטיין אלייןאין דער פינסטערער נאכט פלוצלינג עס גיט זיך ר’ אהרן א וועק צום פענסטער גייט ער צו גיך ווער קלאפט עס דארטן גיט ער א פרעג ענטפערט אים עמיצער 'איך' ווער איז דער 'איך' פרעגט ר’ אהרן ביי אים זאגט אים אויס יענער זיין שם מיר זענען ביים מגיד געזעסן נישט לאנג חברים געווען אויף איין באנק איך פאר שוין אהיים פון דעם מגיד צוריק און וויל נאר אריינגיין צו דיר אויף א בליק איך וויל אז דו זאלסט מיר היינט בענטשןאון ווינטשן הצלחה און גליק איידער איך קער זיך באלד אום אין מיין שטעטל צוריק זאגט אים ר’ אהרן אזוי שטילערהייט עס איז מיר באמת א פרייד דו פארסט שוין אהיים הער איך פון דיינע רייד איך מיין אבער דו ביסט נישט גרייט איך פרעג דיר ווער קלאפט און דו ענטפערסט מיר 'איך' זאג צי דו ביסט געווען גערעכט ווי קען עס א מענטש אזוי זאגן אויף זיך צי האסט עס ביים מגיד געהערט מיר האבן געלערנט קיין 'איך' איז נישטא נאר איין 'אנכי' אין הימל איז דא און דער וואס האלט זיך אז ער איז א 'איך'און איז ווערד עפעס פארט קאן דער באשעפער נישט וואוינען מיט אים אויף איין ארט א קרעכץ האט זיך אונטערן פענסטער דערהערט יע זאגט דער איד דארטן אהרן ביסט גערעכט איך האב ביי דעם מגיד נאך גארנישטגעלערנט און נאך גארנישט געהערט און ער האט זיך תיכף צום מגיד צוריק אומגעקערט

איך האב געווארט

יום טוב עהרליך

s0274 איך האב געווארט יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער איך האב געווארט יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער איך האב געווארט און געווארט אין בית המדרש אין א ווינקל דאס לעכטל אויפן עמוד האט געטאנצט דעם לעצטן טאנץ אט האט זיך עס פארלאשן ס'איז געווארן טונקל אט האט זיך עס צעפלאקערט מיט גאר א נייעם גלאנץ איך האב געווארט און געווארט געמיינט אז דו וועסט קומען איך האב אזוי געוואלט דיך זען אזוי געוואלט געפינען איך האב געווארט און געווארט אזוי א גאנצע נאכט און געווארט און געווארט און גארנישט זיך דערווארט איך האב געזוכט און געזוכט אין שטורעם און אין רעגן אין גאלדענעם פארנאכט אין זילבערנעם פארטאג איך האב געפרעגט און געפרעגט די היטערס אויף די וועגן זיי האבן זיך צעלאכט און גארנישט מיר געזאגט איך האב געזוכט און געזוכט און טרערן פלעגן רינען איך האב אזוי געוואלט דיך זען אזוי געוואלט געפינען איך האב געזוכט און געזוכט אזוי א גאנצע נאכט און געזוכט און געווארט און גארנישט זיך דערווארט ווען האב איך דיך דערזען ווען האב איך דיך געפונען ווען איך האב שוין נישט געזוכט נישט געווארט שוין מער ווען טרערן פון מיינע אויגן האבן שוין נישט גערונען פון בענקשאפט איז מיין הארץ געווארן ווי א שטיין דערזען האב איך דיין געשטאלט אזוי ווי אין א חלום ווי א הערש אנטלויפט אין וואלד כעופר האילים אזוי אנטלויפסטו מיר און קערסט זיך אום צוריק מיט ליבשאפט אן א שיעור פון דיין פאטערליכן בליק

איך פאָר אהיים

יום טוב עהרליך

s0212 איך פאר אהיים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | ערליכע ניגונים - ירמי' דמן איך פאר אהיים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | ערליכע ניגונים - ירמי' דמן פוילן פוילן פוילן פוילן פוילן פוילן ברוך השם געקומען שוין קיין פוילן איך נעם די פעק און וויל פון טרעין אראפ שטייט א פאלאק און ער טוט באפוילן אידן זאלן היטן זיך די קאפ פוילן איז א לאנד נאר נישט פאר אידן אידן וועלן דא נישט קאנען זיין פול איז זי מיט שונאים און באנדיטן עס איז א לאנד פון צרות און פון פיין די פריינט געטויט ס'איז נישט געבליבן קיינער די הויז פארברענט געבליבן מער נישט שטיינער איך בינד די פעק איך שלעפ די זעק און פאר אוועק צוריק אין וועג איך פאר אן זין אהער אהין ווער ווייסט וואו אהין איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אוועק איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אוועק איבער שטעט און שטעטלאך אן אן עק דערפעלאך גאר אן א שיעור קוקן אזוי בייז אויף מיר בריקעלאך אייזערנע פלויטן יאגן איינער נאך דעם צווייטן שטעטאלאך פעלדאלאך דערפאלאך וועלדאלאך און אינמיטן שטייט א בוים איך פאר אהיים טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן דער טשעך האט אונז באגעגנט מיט א צארן און גע'עצה'ט ווייטער גיין אין וועג אין דייטשלאנד איז דאך אנדערש נישט געווארן באראקן פול מיט הונגער און מיט שרעק דער אונגאר פאר'סמ'ט פון זיינע שכנים ער האט זייער ליב אידישע געלט דער פראנצויז ער לאכט צו יעדן איינעם און א מעסער האלט ער זיך פארשטעלט אין אמעריקע האט מען משפחה אפשר וועט זיין דארטן מיט הצלחה איך צייל די טעג איך פאר אוועק צוריק אין וועג איך פאק די פעק איך פאר אוועק איך פאר אוועק צום צווייטן ברעג איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אוועק איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אוועק איבער ברייטן וואסער אן אן עק עס פארט די שיף ארויף אראפ עס נאגט די הארץ עס ברעכט די קאפ עס ווארפט אהער עס ווארפט אהין ווער ווייסט וואו אהין ווער ווייסט וואו אהין עס קאכט די וואסער מיט א שוים איך קוק אין רוים און וועב א טרוים איך ליי און בארג און זארג און זארג און הער ניו יארק ביזנעס ביזנעס ביזנעס ביזנעס הארי-אפ הארי-אפ א געטומל שטענדיג א געפילדער שטענדיג לויפט מען ווי עס וואלט געברענט איך קוק אויס אינגאנצן ווי א ווילדער די שיך צעעפנט ארויסגערוקט די העמד און דער היפי ווארפט א מרה שחורה און די פריצות מאכט אייך צו שאנד און די נאציס וואקסן גאר אן מורא און די שחורים הייבן אויך א האנט אין ארץ ישראל וועט מען פארן מען דערציילט אז דארט איז גוט געווארן איך פאר אהין אין דערפל דארט מען וועט זיך מאכן דארט אן ארט א שטיקל ברויט מיט מילך א קווארט מען פארט מען פארט איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אוועק איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אוועק אנטקעגן קומען אידן אויפן וועג איך גיב אויף זיי א מאדנעם בליק זאגט פארוואס פארט איר צוריק ענטפערט מען מיר טרויעריג נישט דא קיין גליק נישט דא קיין גליק פראבלעמען שווערע אן א צאל און אז מען ווערט קראנק אמאל שרעקט מען זיך אריינצוגיין אין א שפיטאל גלות גלות גלות גלות גלות גלות גלות גלות אינמיטן וועג איך שטיי מיר איינגעבויגן און איך ווייס נישט וואו אהין צו גיין און מיט הייסע טרערן אין די אויגן בעט איך ביי דעם אייבערשטן אליין זעסט דאך אז ס'איז אומעטום א מורא דער איד ער האט קיין ארט נישט אויף דער וועלט און דו האסט באשעפער נישט קיין ברירה נאר גיב אים אפ זיין לאנד און זיין געצעלט

אך ווי שיין

יום טוב עהרליך

s0198 אך ווי שיין יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד אך ווי שיין יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד אין א טאג א הייסן אויף א מארק א גרויסן ערגעץ אין א ווינקל פון יריד וועט א טומל ווערן קולות וועט מען הערן און פון וואנען וויסן וועט מען נישט און ארום די הייזער אן אייזעלע א ווייסער וועט זיך נעמען שפאנען שפאן נאך שפאן און אויף אים וועט רייטן אן אורח גאר פון ווייטן געקליידעט פשוט ווי אן ארעמאן אין זיינע הענט וועט ער האלטן א גרויסן שופר גאר אן אלטן נאך פון בראשית אן באהאלטן אויף דער גוטער צייט האלבע נאכט וועט נעמען טאגן און דער שופר וועט נעמען זאגן און זיין שטימע וועט זיך טראגן אויף די ימ׳ען ווייט מענטשן וועלן זיך אויפכאפן און די זייגערס נעמען טאפן אפשר טוען זיי נישט קלאפן אדער שטייען קרום מען וועט רופן אינפארמעישאן די פאליס און ראדיא סטעישאן פייערלעשער עמיגרעישאן ס׳איז ביזי אומעטום און דער ראדיא וועט ערקלערן אז דער קול וואס מען טוט הערן עס דערנענטערט זיך א שטערן ס׳קומט אן א פלאנעט און די רוסן וועלן בלאפן אז דער קול וואס לאזט נישט שלאפן ווייל עס איז אדורכגעלאפן א רוסישער ראקעט אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין עס וועט אוועק די מורא הזורעים בדמעה ברינה יקצורו אוועק די שלעכטע צייטן אלעס טוט זיך בייטן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן אוועק די שלעכטע יארן אלץ איז ניי געווארן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן און דער קול וועט רעדן צו יעדערן פארשיידן לשון קודש אלע וועלן פארשטיין יעדער איד וועט הערן מיט אויגן פול מיט טרערן און וועט תשובה טאן מיט גרויס געוויין אליהו הנביא וועט אנזאגן מיט זיך גארנישט טראגן יעדער זאל זיך גיין צו זיך און שול אידן וועלן טאנצן אפלאזן אינגאנצן און די שולן וועלן ווערן פול און די שולן נישט צום גלויבן וועלן פלוצלינג זיך אויפהויבן נעמען פליען ווי די טויבן אויפן הויכן בריק קליינע קינדערלעך פון אויבן וועלן ווייזן דורך די שויבן זע נאר זע דער וואלקנקראצער קלענער ווי א פליג און דער אלטער שמש סנדר וועט א קלאפ טאן אין דעם סטענדער עס נעמט טאגן אלע דארפן דאווענען גרויס און קליין אלע וועלן שטיין און תפילה קינדער ברעקעלעך אפילו און די שטערן וועלן הערן און ענטפערן אמן אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין עס וועט אוועק די מורא הזורעים בדמעה ברינה יקצורו אוועק די שלעכטע צייטן אלעס טוט זיך בייטן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן אוועק די שלעכטע יארן אלץ איז ניי געווארן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן און די אינזשינערן וועלן שטיין און קלערן הייזער פליען אן ענערגיע קראפט עס איז דארט מסתמא באהאלטן א דינאמא א נייער אויפטו פון דער וויסנשאפט און אונזערע שכנים וועלן שטיין אינאיינעם קוקן אויפן הימל פול מיט שרעק פנימ'ער פארשעמטע הערצעלעך פארקלעמטע וואס דער איד עס פליט פון זיי אוועק פאלאקן וועלן זיי באגלייטן און צווישן זיך ט'מען רעדן ווידזיש אנטעק נאש אבראשא באהאטערעם סטאל און די רוסן וועלן שטייען און מען וועט די וואנצעס דרייען העי איוואן סמאטרי נאש יאנקעל צעלי גענעראל די דייטשן וועלן זיך באהאלטן ווי די ראטן אין די שפאלטן שרייען הייל דער יודע גייט רעגירן אויף דער וועלט די אמעריקאנער גוטע ברידער וואס לאזן רשעים וואקסן ווידער וועלן זיך פילן זייער ביטער מיט זייערע געלט אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין עס וועט אוועק די מורא הזורעים בדמעה ברינה יקצורו אוועק די שלעכטע צייטן אלעס טוט זיך בייטן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן אוועק די שלעכטע יארן אלץ איז ניי געווארן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן אויף יעדן בארג און יעדן טאל וועט מען פלוצלינג מיטאמאל איינהערן דעם קול דעם שופר׳ס גרויסן קול אוי ס׳וועט זיין פרייליך פרייליך מיר וועלן האבן אן אייגענעם מלך אז משיח קומען וועט צו גיין און די אידן פליען וועלן צום בארג ציון ירושלים קומט פון הימל ניי ביז גאר גאסן פון דיאמאנטן הייזער פון בריליאנטן יעדער איינער זיבן טויזנט פלאר און פון הר הזיתים וועלן גיין די מתים אנגעטאן די אלטע שבת קלייד דער אייניקל וועט ריידן מיטן עלטער זיידן און די מאמע וויינען וועט פון פרייד און מען וועט דאן רואיג לעבן מען וועט האבן נאר איין שטרעבן דער באשעפער זאל נאר געבן שכל אן א שיעור ווייל מען וועט נאר לערנען תורה און די סודות פון דעם בורא און ביינאכט וועט מען זיך פליען יעדער צו זיין טיר און אויף אלע בוימער דארטן וואקסן שפייזן אלע סארטן טייכן האניג פול דער גארטן וויין וויפיל מען וויל דער לייב וועט זיך פאר קינדער בוקן און זיי נעמען אויפן רוקן און זיי פירן צו באקוקן ווי ס׳לעבט דער קראקאדיל און ווי הינדעלעך אצינדער וועט דאן גארנישט זיין קיין וואונדער יעדע מאמע וועט האבן קינדער יעדן טאג פון יאר א קליין אינגל וועט מען פרעגן וויפיל יאר איז דיין פארמעגן וועט ער זאגן כ׳בין נאך יונג אינגאנצן הונדערט יאר ירושלים וועט זיך אויפהויבן אויף דער גאנצער וועלט פון אויבן און איבער אלץ דוד׳ס פאלאץ און דער הייליגער געצעלט פון אלע זייטן ט'מען מארשירן טויזנטער מתנות פירן העכער העכער צו די טירן פון פירער פון דער וועלט אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין עס וועט אוועק די מורא הזורעים בדמעה ברינה יקצורו אוועק די שלעכטע צייטן אלעס טוט זיך בייטן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן אוועק די שלעכטע יארן אלץ איז ניי געווארן משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן לאמיר אידעלעך זיין גרייט אויפנעמען די גרויסע פרייד תשובה טאן געשווינד מער נישט טאן קיין זינד דער פנים זאל נישט זיין פארשעמט און די הערצעלע פארקלעמט לאמיר ווערן שיין לאמיר ווערן ריין איי האבן מיר א גרויסן בורא א שיינער פאלק און א זיסער תורה משיח מעג שוין קומען באלד צו גיין

גלות

יום טוב עהרליך

s0220 גלות יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש גלות יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש און ווען משה איז געקומען און מצרים איינגענומען האבן אידן אנגעפאנגען גוטע צייטן זען אלע פולע מיט עשירות און מיט שיינע רייכע דירות און די מצרים זענען ביי זיי שכנים געווען און אידן נישט צופרידן געליטן געוואלט ווי שנעל ארויס גלות אוי גלות אזוי פלעגן זיי רעדן מוחל דיינע גליקן און לאמיר זיך צעשיידן גענוג זיין אינאיינעם מיט די שלעכטע שכנים מיט האסן מיט שפאסן מיט וויי טאן יעדן איינעם יעדן פאלק מען האט געגעבן א באזונדער לאנד צום לעבן און א הויז האט יעדן גלויבן זיין גאט צו לויבן נאר אליין דעם פאלק פון אידן זיצט אין גלות אומצופרידן און זיין גלויבן זיינע זיטן קען ער נישט היטן גלות גלות מ'קען שוין מער ביי דיר נישט לעבן גלות גלות עס איז גענוג דיין גליק דער באשעפער האט זיי גלייך א הילף געגעבן און געבראכט זיי אין זייער לאנד צוריק עטליכע טויזנט יאר זענען פאראיבער פון יענע צייט ווידער איז דער איד היינט אין גלות מיט אט די שווארצע לייט אויך היינט לעבט מען ברוך השם מיט וואוילטאג און עשירות שיינע געשעפטן מיט שיינע דירות און מען טוט זיך קוויקן ווי א ווארעם עסט זיך איין אין כריין און קוועלט ער מיינט קיין זיסערע זאך איז נישטא אויף דער וועלט מען וויל גאר נישט טראכטן פון אונזער הייליגע לאנד וועלכער ליגט שוין יארן לאנג ביי חופשים אין האנט צו שפאט און צו שאנד און ווערט דערשטיקט און דערדריקט פון ווייטאג און פארדרוס זי בענקט נאך די ערליכע אידן אן א ברעג אן א מאס און זי בעט מען זאל מתפלל זיין פאר איר אזוי שנעל ווי איר קענט דער באשעפער זאל איר אויסלייזן פון די פרייע הענט אויפן הימל איז גרויסארטיג אלעס שטייט שוין גרייט און פארטיג משיח וויל שוין קומען און עס פעלט נאר א האר נאר איין שאלה טוט ער שטעלן ווי קען ער דען קומען וועלן אז דער גלות טוט דעם איד געפעלן ביז גאר ער בעט נישט ער רעדט נישט ער מאנט נישט אזוי גלות אוי גלות ווי לאנג וועט מען נאך ליידן ווי לאנג וועלן זיך ציען די שלעכטע וויסטע צייטן גלות אוי גלות ווי לאנג וועט מען נאך שמאכטן מ'קען שוין מער נישט דולדן מ'קען שוין מער נישט ווארטן און די צרות ווערן שווערער איין טאג פון דעם צווייטן מערער און דער הימל ווערט נישט קלארער גלות אוי גלות און פאר אונזערע עקשנות צאלסטו אונז גאר אן רחמנות אלע טאג מיט מער סכנות און מער קרבנות גלות גלות האסט אונז פרייהייט פיל געגעבן יעדער איינער קען טאן וואס ער וויל גלות גלות פאר דיין גוטן זיסן לעבן האבן אידן באצאלט דיר זייער פיל גלות אוי גלות מיר וועלן דיר געדענקען די שענסטע זון און טעכטער געטון האסטו אומברענגען גלות אוי גלות דו האסט גענומען טרייבן יעדער איינער זעט שוין מ'קען ביי דיר נישט בלייבן אבער גיי פארהויב די פאלעס און זיי זוכן די הצלות אוואו דו גייסט און וואו דו קומסט איז גלות אוי גלות מ'קען פון גלות נישט אנטלויפן מער נישט נאר מיט אט דעם אופן צום באשעפער דארף מען לויפן זאגן און קלאגן באשעפער גרויסער דער גלות טוט אונז ארויסטרייבן לאזט נישט רוען די צרות זענען גרויס באשעפער גרויסער מיר קענען דא שוין מער נישט בלייבן האב רחמנות טאטע טאטע האב רחמנות נעם אונז שוין ארויס פון גלות משיח זאל שוין קומען און לייז אונז תיכף אויס

גמילת חסדים

יום טוב עהרליך

s0161 גמילת חסדים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש גמילת חסדים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש דער בעל שם טוב איז אמאל געגאנגען איבער בארג און טאל און געקומען אין א שטאט וואס מען רופט איר בראד איינמאל אין א גאס גייט ער און ער קוקט זיך הין און הער זעט ער גייט א איד אין וועג און טראגט שווערע פעק איינגעבויגן אראפגעלאזט די אויגן לויפן קינדער און זיי שרייען ציג יעדער טוט אים זאגן געזונט זאלט איר טראגן געזונט זאלט איר זיין ענטפערט ער צוריק דער בעל שם טוב זעט זיין פנים פול מיט הייליגע סימנים פון זיין שטערן שיינען ווי צוויי ליכט ער קען זייער גוט די בליקן פון די ל"ו צדיקים ער האט נישט געזען אט דעם געזיכט ער נעמט פרעגן דעם און יענעם יעדער איינער טוט אים קענען דאס איז הערשל ווייסן קליין און גרויס ער האלט אויס אין הויז פיר ציגן פרישע מילך פון זיי טוט קריגן און פארקויפט און האלט די ציגן אויס דעם בעל שם טוב טוט פארדריסן וואס פון איד ער טוט נישט וויסן און ער פאסט און ביים באשעפער בעט ליבער טאטע טו מיר זאגן וואס דער איד ער טוט פארמאגן וואס פון שטערן שטראלן צוויי מען זעט לערנען זאגט מען קען ער גארנישט דאווענען אפשר אויך א האר נישט און פון שטערן שיינט ארויס א שיין דער באשעפער טוט אים הערן און ער טוט אים העלפן גערן זיין בקשה טוט ממלא זיין דורכגעלאפן א צוויי טעג דער בעל שם טוב גייט אין וועג פלוצלינג זעט ער איין מיט פרייד אט ר׳ הערשל גייט הערשל זאגט ער הער מיך אויס איך בין אפגעשוואכט דורכאויס מילך אביסל פון א ציג כוחות ברענגט צוריק הערשל הייבט די אויגן א שמייכל אויסגעצויגן קום זאגט ער ר' איד צו מיר אין הויז איר וועט דארטן קריגן מילך פון מיינע ציגן און ווער עס טרינקט עס ער היילט זיך תיכף אויס ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל ליגט א ברעטל אויף א ברעטל שטייט דארטן א חורבה אין א זייט ארום בלאטע בערג מיט שטיינער פוילע קלעצער אלטע ביינער הערשל דארטן וואוינט די גאנצע צייט אין הויז א קנאפע פארגעניגן שפרינגען אויף אים אלע ציגן לעקן אים און קושן אים מיט פרייד הערשל נעמט זיך גלייך א קריגל און ער מעלקט זיך אויס א ציגל גיט און זאגט אויך טרינקט געזונטערהייט דער בעל שם טוב קען נישט רעדן ס'האט די מילך טעם גן עדן הערשל זאגט ער איך בעט דיר הער מיך אויס עס מעג אפילו דיר פארדריסן נאר דעם סוד מוז איך היינט וויסן וואס ביי דיר פון פנים שיינט ארויס הערשל שמייכלט מיינע שונאים וואס מען זעט שוין אין מיין פנים איך האב מיין פנים קיינמאל נישט געזען נאר אז איר האט גרויסע אויגן וועל איך קיין זאך נישט פארבויגן און אייך זאגן וואס עס איז געשען איך האב אמאל געהאט א פרוי אן ערליכע געווען אזוי אירע יארן טאג און נאכט פון זיך נישט געטראכט שטענדיג נאר געטראכט זי האט פון די קראנקע פון די שטאט און פאר די ארעמעלייט געשענקט איר גאנצע צייט געטראגן זיי עסן קיינמאל נישט פארגעסן געזען עס זאל נישט פעלן זיי קיין זאך מען פלעגט דערזען איר גייען פלעגן זיך זיי פרייען און ברכות פלעגט זי אנקלייבן אסאך איינמאל איז דער טאג געקומען און מען האט איר צוגענומען אוועק איז איר נשמה אין דער הויך און איך בין געבליבן איינער טרייסטן נישט געקומען קיינער און איך האב געוואלט גיין מיט איר אויך איך האב נישט געקענט פארגעסן נישט געטרונקען נישט געגעסן אויסגעדארט געווארן הויט און ביין און אין ערגעץ נישט געגאנגען און צוביסלעך אויסגעגאנגען איך האב נישט געוואלט מער זיין אליין און ביינאכט האט עס געטראפן האלב געדרימלט האלב געשלאפן און אפשר איז געווען עס אויפ׳ן וואר איז מיין פרוי צו מיר געקומען און האט רעדן שטיל גענומען און איך זע און הער איר אזוי קלאר הערשל זאגט זי דארפסט נישט קלאגן הער אויס וואס איך וועל דיר זאגן עס איז דארטן בעסער פיל ווי דא נאר מען דארף איין זאך געדענקען מען דארף מיט זיך עפעס ברענגען דאס געפינט זיך אויף דער וועלט נאר דא ווען דו ביסט אין פעלד אוועק איז באפאלן מיר א שרעק קומט א מלאך און זאגט מיר מען רופט צום בית דין דיר און מיין הארץ איז פול מיט קלעם ווייל איך האב געהערט פון דעם אז מען פייניגט דארט אסאך פאר יעדע קליינע זאך איך בין אריין געקומען זיך אומקוקן גענומען עס קומען פנימ׳ער באקאנט צו מיר די ארעמע פון שטעטל די קראנקע מיט׳ן בעטל וואס איך פלעג זיי העלפן אן א שיעור און מען האט גענומען ריידן פירט איר תיכף אין גן עדן און דער שענסטער ארט באלאנגט צו איר זי האט קיינמאל נישט פארגעסן ברענגען טרונקען ברענגען עסן און געזארגט זיך פאר אונז אן א שיעור עס האט געדונערט עס האט גערעגנט האט מען שטענדיג איר באגעגנט מיט א פעקל גיין פון הויז צו הויז פרייען זיך אלע דיינים אלע שמייכלען מיר אין פנים און מיין כבוד איז געוועזן גרויס מלאכים פיל זענען געקומען מען האט פירן מיר גענומען אין גן עדן פירט מען מיר אריין איך קען דיר גארנישט איבערגעבן ווי געשמאק דא איז דער לעבן און איך וויל אויך דיר זאל אזוי זיין מארגן זאלסטו גיין און קריגן ברענג אין הויז עטליכע ציגן און אליין די מילך מעלק פון זיי אויס און געפין ביי מיר א צעטל אלע קראנקע פון דעם שטעטל פרישע מילך זאלסט ברענגען זיי אין הויז און אזוי האב איך געטאן און די מעשה גייט שוין אן פון דער פטירה פון מיין פרוי יארן לאנג אזוי שטענדיג בין איך אויפן וועג און איך טראג די שווערע פעק און די מילך איך טייל מיר אויס וואו מען דארף דורכאויס אידן טוען לאכן איך טו זיך גארנישט מאכן מען גריסט זיך און איך ענטפער זיי צוריק עס פרייען זיך די אידן בין איך אויך צופרידן און מיר ארט נישט אז מען רופט מיר ציג און נעכטן הערשל זאגט מיט ציטער איז מיין פרוי געקומען ווידער און זאגט מיר הערשל הער מיר אויס מארגן קומט דיר ווער אנטקעגן ציגן מילך וועט ער דיר פרעגן זאלסט אים פירן תיכף אין דיין הויז געב אים מילך עס זאל אים היילן און דעם סוד זאלסט אים דערציילן און ער וועט דיר ברענגען זייער הויך דו וועסט האבן פארגעניגן צו די ל"ו צדיקים וועט ער דיר אריין נעמען דאן אויך דער בעש"ט פרעגט פון אויבן דער באשעפער טוט ערלויבן הערשל ווערט אויך פון די ל"ו טאג און נאכט קומט צו אים איינער און עס ווייסט נישט פון דעם קיינער און ער לערנט מיט אים אן א סוף הערשל האט א ברען באקומען און האט לערנען פיל גענומען נגלה נסתר אלץ איז פאר אים קלאר די ארבעט אבער מילך צו טראגן האט ער נישט געוואלט אפזאגן און געטראגן אלע זיינע יאר

די בלעטעלע

יום טוב עהרליך

s0264 די בלעטעלע יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד די בלעטעלע יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד שטייט א בוים אינמיטן וועג מיט די צווייגן אראפגעשטעקט און א בלעטעלע רייסט זיך אפ און עס פאלט אראפ גייט א צדיק אויפן וועג און די בלעטעלע גיט א פרעג פארוואס ביסטו פון דעם בוים אוועק און ליגסט אינמיטן וועג זאגט די בלעטעלע איך ווייס נישט וואס איך בין נישט דער באלעבאס מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צעוויגט און מיר אראפגעפליקט צווייגל צווייגעלע באלעבאס אפשר זאגסטו מיר פארוואס דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט און די בלעטל אראפגעפליקט זאגט די צווייגל איך ווייס נישט וואס איך בין נישט דער באלעבאס די ווינט האט פלוצלינג זיך צעבלאזט און די בלעטל אראפגעלאזט ווינטעלע ווינטעלע באלעבאס אפשר זאגסטו מיר פארוואס דו האסט פלוצלינג זיך צעבלאזט און די בלעטל אראפגעלאזט זאגט די ווינט איך ווייס נישט וואס איך בין נישט דער באלעבאס מיין מלאך האט מיר ארויסגעלאזט און איך האב געבלאזט מלאך מלאך'ל באלעבאס אפשר זאגסטו מיר פארוואס דו האסט דעם ווינט ארויסגעלאזט און ער האט געבלאזט זאגט דער מלאך איך ווייס נישט וואס איך בין נישט דער באלעבאס דער באשעפער פון דער וועלט האט מיר אזוי באפעלט באשעפער גרויסער באלעבאס אפשר זאגסטו מיר פארוואס א קליינע בלעטעלע רייסט זיך אפ און עס פאלט אראפ דער באשעפער ער אליין גיט דעם צדיק צו פארשטיין הייב די בלעטעלע אויף פון ארט און א קוק געב דארט דארט ליגט א ווערימל דאר און קליין האט נישט קיינעם גאנץ אליין ער איז געוועזן אויפן בוים און געאטעמט קוים ווייל די זון האט שטארק געברענט האט ער שלאפן נישט געקענט האט ער געבעטן באשעפער באשיץ איך האלט נישט אויס די היץ האב איך דעם מלאך גלייך געזאגט האט ער דעם ווינט ארויסגעיאגט האט ער די צווייגעלע צעבלאזט און די בלעטל אראפגעלאזט מיטן ווערעמל אויפן פעלד און פאר אים די זון פארשטעלט און דער קליינער ווערימל איז איינגעשלאפן זיס

די נאטור

יום טוב עהרליך

s0265 די נאטור יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד די נאטור יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד קום מיין פריינד אין גארטן לאמיר ארויס אויפן פעלד און באטראכטן דארטן די גרויסקייט פון באשעפער פון דער וועלט קריכט א מוראשקע צו זיך אין שטעטל און עס טראגט אויף זיך א שווערע בלעטל דער זומער גייט אוועק עס קומען קאלטע טעג מען דארף זיין ווארעם צוגעדעקט זע די שיינע בלומען די בלעטעלעך פונקטליך אין צאל זומער ווינטער קומען אלע יאר פונקט אין צייט אלעמאל פונקטליך קומט די נאכט און טאג נעמט ווערן און פונקטליך דרייען זיך ארום די שטערן און וואו די וועלט איז ווייס אויף די בערג פון אייז דער ווייסער בער קריגט אויך זיין שפייז א מענטש פון פלייש און ביינער האט אונזער גרויסער באשעפער געמאכט און פארשטיין קען קיינער וויאזוי ער זעט און ער רעדט און ער טראכט מיליאנען שרייפעלעך צונויפגעפלאכטן רערן פול מיט שטאפן אלע סארטן און ווער נאר שכל האט קען פארשטיין דעם סוד אז אלעס איין באשעפער האט אני מאמין איך טו גלויבן אז דער באשעפער דארט פון אויבן באשאפן האט געקענט נאר איינער אזא גרויסע וועלט א שיינער געווען און איז און וועט זיין איינער און אים דארף נישט העלפן קיינער ווייל קיינער קען אים נישט פארשטיין וויאזוי ער מאכט עס אלץ אליין ווען טינט וואלט ווערן אלע ימ'ען און א פען פון יעדן גראז און אלע הימלען זיי צוזאמען א שטיק פארמעט אן א מאס און שרייבן דארט מיליאנען יארן וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן פון די שבחים פון דעם העלד דער באשעפער פון דער וועלט עס ווייסט דאך יעדער איינער אז מען קען נישט רירן קיין הענט און קיין פיס דער עסן ביי די ציינער און מען קען נאכנישט געבן קיין ביס ביז מען קריגט נישט קיין רשות פון אויבן דער באשעפער זאל אליין ערלויבן הייסט ער גיין איז גיין הייסט ער שטיין איז שטיין מען קען דאך גארנישט טון אליין וואו א איד טוט וואוינען מיט וועמען א שידוך ער טוט נישט ווייל אים טוט לוינען און ער מיינט אז דאס איז פאר אים גוט אלעס שטייט פון אויבן אנגעשריבן די הוט די שיך וואס ער האט אויסגעקליבן און אלעס וואס מען טוט קען נאר ווערן גוט נאר ווען עס קומט אן די מינוט א שטרוי עס פאלט פון וואגן א בלעטל פון בוים אויף דער ערד דער ווינט טוט עס פארטראגן און לייגט אוועק דארט וואו עס איז באשערט און פונקט אין דער מינוט וואס עס דארף טויגן און פונקט אויף וועלכן זייט עס דארף זיך לייגן און קיין זאך איז נישט סתם א צופאל מן הסתם נאר יעדער זאך עס האט א טעם אני מאמין איך טו גלויבן אז דער באשעפער קוקט פון אויבן און ער אליין טוט עס אנפירן מיט אלעס וואס עס טוט פאסירן און אכטונג גיט אויף יעדן איינעם און פארזעט נישט קיינמאל קיינעם און מען דארף גלויבן שטארק אין דעם און זיך פארלאזן נאר אויף אים צום הימל וואלט איך מיר געפלויגן ווען איך וואלט פליגלען נאר פארמאגט און פון שפיץ פון רעגנבויגן וואלט איך פאר דער וועלט געזאגט ווער עס טוט באמת גלויבן און אז ער דארף א הילף פון אויבן דארף ער גארנישט טאן צו דעם און דער באשעפער העלפט גלייך אים

דער גענעראל

יום טוב עהרליך

s0572 דער גענעראל יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד דער גענעראל יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד א גליקליכע נאכט זיך געענדיגט די לעצטע שלאכט בערלין איז באפרייט צעקלאפט איז דער שונא אין שטאט איז א נייע מאכט ראקעטן מוזיק פארן טאנקען אהין און צוריק און גאר פרעמדע מענטשן דריקן די הענט זיך און וויינען אזש פון גליק אין דעם קעניגליכן זאל קומט יעצט פאר א גרויסער באל עס פארברענגען דארט צוזאמען גרויסע פירער פון איבעראל אמעריקאנער גענעראל מיט א רוסישן מארשאל א פראנצויזישער מיניסטער מיט אן ענגלישן אדמיראל און הויך אויפן זאל אונטער בליקן פון איבעראל אין שענסטן באלקאן עס זיצט דארטן איינזאם א רוסישער גענעראל דער העלד פון בערלין דער באפרייער פון פראג און וויען ער הערט פון דעם זאל געשרייען פון כבוד און גיט נישט קיין בליק אהין א סטאטוע קוקט ער אן פון דעם גרויסן נאפאליאן א שטיק שטיין מיט קאלטע אויגן קען נישט רעדן און קען גארנישט טאן ער איז אמאל געווען א העלד האט מיט אים גע'רעש'ט די וועלט פון דעם העלד וואס איז געבליבן א שטיק שטיין ערגעץ אינמיטן פעלד דער גענעראל גיט א קלער אויך פון מיר וועט נישט בלייבן מער ס'וועט שפילן מוזיק מען וועט טראגן בלומען מארשירן וועט מיליטער רעדן וועט ווער עס וועט פאלן א פריינד'ס א טרער און עס וועט דורכגיין א צוויי דריי יארן מ'וועט נישט געדענקען מער וואס טויג בלומען מיט מוזיק ווען פארלאשן איז דער בליק נאריש איז דער גאנצער לעבן און נישטא דא קיין אמת'ער גליק וואס איז דען דער כבוד ווערד אז נישט מען זעט און נישט מען הערט זיין האנט רייסן די מעדאלן און זיי פאלן אראפ אויף דער ערד און מיטאמאל זעט ער הייזאלאך טיף אין טאל און אט דערקענט ער דעם טאטנ'ס הייזל און הערט די מאמע'ס קול ס'איז פרייטאג צונאכט אינדרויסן איז פינסטער שווארץ אין הויז איז דאך ליכטיג א פארגעניגן פול איז מיט פרייד די הארץ ביי די ברענענדיגע ליכט די מאמע'ס גליקליכע געזיכט ווען דער טאטע פאר א הענטל האט אין שול'כן אים אוועקגעפירט ווי געשמאק איז דאן געווען יענער דאווענען מיט א ברען די שענסטע צייט וואס אין זיין לעבן האט ער אין קליינינקן שול'כן געזען ער זיצט און ער טראכט ער דערמאנט זיך א שיינע נאכט צום הייליגן רבי'ן האט אים דער טאטע אין צימער אריינגעבראכט אונטערן ברעם האט דער רבי געקוקט אויף אים דעם טאטן געזאגט דיין זון וועט אויסוואקסן א צדיק אם ירצה השם און די מאמע גייט און קוועלט ווער דארף כבוד ווער דארף געלט אז מען וואקסט שוין אויס א צדיק האט מען די וועלט און סיי יענע וועלט ער האט כבוד דער האט געלט און האט קיין גליק נישט אויף דער וועלט ער וואלט זיין לעבן אפגעגעבן ער זאל וויסן וואס מיינט יענע וועלט און פלוצלינג ער זעט ווי ער שטייט ביי זיין מאמע'ס בעט און איידער אויף אייביג זי איז איינגעשלאפן האט זי צו אים גערעדט האב נישט קיין שרעק וואס איך גיי פון דיר קינד אוועק איך וועל צו דיר קומען איך וועל דיר היטן גיין מיט דיר אין דיין וועג און נישט איינמאל ביי דער נאכט איז זי געווען מיט אים אין שלאכט און נישט איינמאל אים געמונטערט און צום לעבן צוריקגעבראכט נישט געווען ווען טון א קלער ווי די מאמע קומט אהער אז ער ווייסט עס דאך אויף זיכער אז שוין יארן אז זי לעבט נישט מער א וואלץ פאנגט זיך אן שפילט א סאלא דער באריטאן עס וועט שוין מער נישט זיין קיין מלחמה א נייע צייט קומט אן און דער קאנטריבאס ברומט זיך אונטער א שפאס א שפאס אלע זיי רעדן שיין וועגן שלום אין הארצן איז פול מיט האס גענערעלער פון דעם זאל שפאנען צו דעם גענעראל מען וועט טרינקען פאר זיין כבוד מען וועט אנטון אים א מעדאל דער באלקאן איז אבער לער קיינער ווייסט נישט וואו איז ער אויף דער ערד ליגן צעווארפן די מעדאלן זיינע נישט מער אדורך איז א צייט איבער ימ'ען דארט ערגעץ ווייט אין אידישן צענטער אין קליינעם שול'כן אין ווינקל פון מערב זייט א פרוש זיצט דארט הויך דער שטערן און לאנג די בארד ער דריקט צו צום הארצן דעם קליינעם תהלים און מורמלט שטיל פון דארט קיינער ווייסט נישט ווער איז ער ווען מען פרעגט אים שמייכלט ער און פון זיינע אויגן פאלן הייסע טרערן א טרער נאך א טרער און ער זאגט אז אך און וויי זיין א גענעראל ביי זיי בעסער זיין א פשוט'ער זעלנער אין דעם אויבערשטנ'ס ארמיי

דער גרויסער באשעפער

יום טוב עהרליך

s0393 דער גרויסער באשעפער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש דער גרויסער באשעפער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפן די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס אויף איר פאר אלע זיי צוגעשיקט אלץ וואס זיי דארפן באדערפענישן גאר אן א שיעור די ערד מינעראלן די טייכן די קוואלן די טאלן די בערג באדעקט מיט שניי די בהמות די פעלדער די חיות די וועלדער די מענטשן וואס פירן אן מיט זיי דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפן דעם הימל מיט אלעם וואס אויף אים ער גיט יעדן כח פיל יעדער טוט דארפן צו טאן אין עבודת השם די חיות די שרפים די גרויסע מלאכים וואס ווערן פון יראה אזש פארברענט שירות און זמירות די הייליגע ספירות אלעס ליגט ביים באשעפער אין די הענט דו גרויסער גאט ביסט געווען און וועסט אייביג זיין איך בין דיינער און דו ביסט מיין דו ביסט שטארק דו ביסט גרויס דו ביסט הייליג דורכאויס דו ביסט גוט דו ביסט פיין דו אונזער גרויסער גאט קיינער פאר דיר איז נישט געווען קיינעם נאך דיר וועט מען נישט זען ווייל נאר דו נאר אליין פירסט די וועלט אזוי שיין אלע גלייך גרויס און קליין דו אונזער ליבער גרויסער גאט מען קען נישט זען מען קען נישט פילן נאר מיט איידעלע געפילן קען מען עפעס וואס פארשטיין דו ביסט א גייסט נישט קיין גוף און מ'קען עס נישט ערקלערן קלאר מ'קען נישט זען מ'קען נישט הערן גאר און כאטש מיר ווייסן דאס אז אומעטום ביסטו דאך דא ביסטו אבער פונקט ווי גארנישט דא דער גרויסער גאט אנטקעגן אים האט קיין זאך קיין ווערד נישט דא קיין פייער און נישט דא קיין שווערד און דערפאר איז נישט שווער צו פארשטיין דעם דערהער דאס וואס אייביג איז ער דו אונזער גרויסער גאט אייביג וועסטו זיין און ביסט געווען מען קען נישט ציילן נישט דא פון ווען ס'איז נישט נאנט נישט ווייט און עס האט נישט קיין צייט ווייל דאס איז אייביגקייט דו אונזער ליבער גרויסער גאט דו האסט געשאפן אלע זאכן און וואס זיי טוען און וואס זיי מאכן אלעס טוסטו דאך אליין די אלע זאכן קומט פון דיר מיין יעדע תנועה און מיין יעדע ריר אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר די געפילן וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר אלעס עס נעמט זיך נאר פון דיר דו גרויסער גאט דו האסט געגעבן די בחירה מיר און אויך אויף דעם דארף מען אן א שיעור בעטן שכל און מוט יעדע זאך וואס מען טוט זאל זיין ריכטיג און גוט איין זאך באלאנגט צו מיר דאס איז מיין רצון מיין וועלן זיין גוט און ערליך און פרום און פיין און אפילו אויף דעם דארף מען בעטן ביי השם ווייל דאס איז אויך פון אים דו גרויסער גאט

דער צדיק וואו איז

יום טוב עהרליך

s0456 דער צדיק וואו איז יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד דער צדיק וואו איז יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד איי ליי לו לו לו לו איי ליי לו לו לו לו זיצט זיך דער סאסובער ביים קינד'ס וויגעלע איי ליי לו לו לו איך האב געטון דא פארביי גיין און דערהערט כ'האב א געוויין איך קום אריין איך קוק זיך איין ליגט א קינד אליין עס האט די אויגעלעך פארמאכט און די מאמע האט געטראכט איינס און צוויי טון א גיי הערן כל נדרי אין שול איז פול און שפעט איז שוין די שעה און דארט אויף זיין ארט דער צדיק איז נישטא דער טאג איז אוועק אן אומעט א פחד א שרעק די אויגן ביי אלע מיט טרערעלעך פול די ערטער שוין אלע פארנומען אין שול עס פעלט נישט קיין איד אין דער שפעטיגער שעה נאר דער צדיק דער צדיק נישטא איי ליי לו לו לו לו שטייט זיך דער סאסובער ביים קינד'ס וויגעלע איי ליי לו לו לו ווישט דער צדיק אפ א טרער וויגט די וויג אהין אהער שא מיין קינד שלאף געשווינד האב קיין מורא ניט אין שול דיין מאמע אויסגעצירט שטייט און בעט ביי דעם וואס היט זאל היטן דיר זאל היטן מיר זאל היטן יעדן איד אין שול איז פול אין פענסטער איז שוין שווארץ ווער ווייסט ווער ווייסט עס קלאפט אזוי די הארץ וואס איז געשען נאך קיינמאל אזוינס נישט געזען קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק דער צדיק דער צדיק וואו איז ער אוועק שווימט אויפן הימל א ווייסינקער רויך אפשר איז ער אין דער הויך איי ליי לו לו לו לו שטייט זיך דער סאסובער ביים קינד'ס וויגעלע איי ליי לו לו לו קוק מיין קינד א ווייסער רויך ברענגט מלאכים פון דער הויך און מען זינגט און מען ווינקט און מען קוועלט אזוי זע ווי שפעט איז שוין די נאכט און דער גאנצער הימל ווארט דו זאלסט זיין שיין און איך זאל גיין זאגן כל נדרי דער צדיק וויל גיין מאכט דאס קינד א געוויין נישט וויין נישט וויין איך וועל דיר נישט לאזן אליין גיט זיך דער צדיק א דריי און צום הימל ער גיט א געשריי ווי קאן מען א קינד לאזן וויינען אליין באשעפער הער אויס דיינע קינדער'ס געוויין געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט מען טאר נישט פארלאזן זיי גאט

דער שבת גייט אוועק

יום טוב עהרליך

s0068 דער שבת גייט אוועק יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | שבת דער שבת גייט אוועק יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | שבת די זון פאנגט צוביסלעך אן צו פארגיין די וועלט לאזט זי איבער אליין דער הייליגער שבת געזעגנט זיך אפ און אלעס גייט צוריק אויף אראפ דאס הארץ איז פארווייטאגט די קאפ פול מיט שרעק דער שבת ער גייט שוין אוועק און מיר בלייבן איבער צוריק מיט דער וואך מיט פרעמדקייט פון גלות און יאך שבת שבת קודש גייט פון אונז אוועק שבת שבת קודש לאזט אונז אפ מיט שרעק שבת שבת קודש איז שוין באלד נישטא אבער דער באשעפער בלייבט דאך מיט אונז דא און ער וועט אונז געבן נאכאמאל דאס גליק און דער ליבער שבת קודש וועט קומען באלד צוריק שבת שבת קודש גייט פון אונז אוועק אבער מיר דערמאנען שטענדיג און מען ציילט די טעג

הלל

יום טוב עהרליך

s0537 הלל יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | ערליכע ניגונים - ר' ירמי' דמן הלל יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | ערליכע ניגונים - ר' ירמי' דמן אין טבת א קעלט שניידט די ביינער געווען איז עס פרייטאג פארנאכט אינדרויסן עס גייט שוין נישט קיינער אלץ אין די הייזער פארשפארט אין איינער א גאס אין דער טונקל גייען דארט אידן אסאך שטייט דארט א שול אין א ווינקל מיט א גלעזערנעם ליכטיגן דאך אין שול איז אצינד א גן עדן ס'איז ווארעם און ליכטיג און שיין אין תורה היינט וועלן דארט רעדן שמעיה און אבטליון אליין ביים טיר שטייט א שמש א היטער און לאזט נישט איעדן אריין אריינגיין וואלט וועלן איעדער פאר יעדן קיין ארט וועט נישט זיין דער שמש ער לאזט דורך די רייע די גרעסטע חכמים פון לאנד אריינגיין עס קאסט א מטבע און יעדער ער געט אים אין האנט אינדרויסן עס זענען געבליבן נאר היימלאזע ארעמע לייט דער שמש ער האט זיי צעטריבן און מוסר'ט און לערנט און שרייט איר ווילט דאך די תורה נישט הערן איר ווילט זיך אנווארעמען בלויז איר וועט נאך אנטשלאפן דא ווערן און דא איז א הייליגע הויז פלוצלינג גייט צו צו אים איינער צעריסן די קליידער דורכאויס עס קלאפן פון קעלט זיינע ציינער דער פנים פארביטערט דורכאויס ער בעט זיך האט אויף מיר רחמנות לאזט מיר אין בית המדרש אריין גלויבן מעגט איר אויף נאמנות איך וועל אייך באצאלן נאך פיין וואס איך פארדין אויף מיין לעבן העלפט גיב איך אפ אין מיין הויז די צווייטע העלפט טו איך אייך געבן און איר העלפט מיר שטענדיג ארויס איצט האב איך ביי זיך נישט קיין גראשן איך האב נאך היינט גארנישט פארדינט הונגעריג האב איך געלאזן אין הויז דארט מיין פרוי און מיין קינד עס פאלן פון אויגן טרערן דער שמש גיט זיך נישט קיין ריר עס איז שפעט שוין ער וויל מער נישט הערן ער שליסט צו די אייזערנע טיר עס האבן זיך אלע צעגאנגען דער איד איז געבליבן אליין ער שטייט ביי דער טיר ווי געפאנגען און קען פון איר נישט אוועקגיין די ווענט פון שטיינער געמויערט די טירן געפאנצערט פון שטאל אומזיסט לייגט ער צו דארט זיין אויער ער הערט נישט פון דארטן קיין קול און פלוצלינג ער הייבט אן צו לויפן ער לויפט שנעל ארויף אויפן הויף עס ציען זיך שטיגן אויף אויבן און ער הייבט אן קריכן ארויף און ער קריכט ארויף באלד פון אויבן און זעט אז ער איז אויפן דאך און אונטער די פיס זעט ער שויבן מיט גלעזערנע פענסטער אסאך ער דריקט צו די שויבן זיין פנים און זעט דעם בית המדרש פאר אים אט זעט ער די גרויסע רבנים אט הערט ער די הייליגע שטים די אויגן זיי הייבן אן גלאנצן ער פילט שוין נישט דעם גרויסן פראסט ער ציט אויס זיין קערפער אינגאנצן און דריקט צו דעם פנים צום גלאז ער פארשטייט אלץ וואס זיי רעדן ער ווערט אזש באגאסן מיט שווייס ער מיינט אז ער איז אין גן עדן און ווארעם און ליכטיג און הייס א שנייעלע הייבט אן צו פאלן און נעמט אים פארשיטן אזוי ער וועט נישט אוועקגיין פארפאלן עס מעג אים פארשיטן דער שניי אין בית המדרש די ליכט אויסגעגאנגען די פינסטערע נאכט איז אוועק דער עולם שוין לאנג זיך צעגאנגען יעדער צו זיך אין זיין וועג עס זענען געבליבן יחידים שמעיה און אבטליון אליין מיט זיי נאך אביסל תלמידים וואס ווילן אהיים גארנישט גיין מען שפארט זיך מען קריגט זיך אין תורה עס איז א הלכה זיי שווער די איינציגע ליכט אין מנורה וויל שוין נישט ברענען אויך מער און פינסטער אין שול איז געווארן עס קען איינער דעם צווייטן נישט זען מען לערנט אין שול שוין פיל יארן נאך קיינמאל אזוינס נישט געווען זאגט שמעיה צו אבטליון מיין ברודער פארוואס איז עס טונקל אין הויז דער האן האט געקרייט שוין איצט ווידער די זון האט געמוזט שוין ארויס זיי הייבן אן קוקן פון אויבן און זיי דערזעען דארט באלד ביים קוימען אריבער די שויבן ליגט דארט א מענטשליך געשטאלט גע'פסק'נט עס ווערט די הלכה אויפן דאך גייט מען הערט א באפעל פיקוח נפש דעם שבת איז דוחה מען שארט אפ דעם שניי פון אים שנעל מען טראגט אים אראפ שנעל פון אויבן מען ווארעמט מען מונטערט אים גיך מען זעצט אים אוועק נעבן אויוון און ער קומט צוביסלעך צו זיך און ווי זיי האבן דערזען זיין פנים און זיי האבן דערהערט זיינע רייד האבן זיך די גרויסע רבנים אזוי שטארק מיט אים זיך דערפרייט זיי האבן צוזאמען געזעסן און האבן זיין גרויסקייט געזען כדאי זאגט מען איז דאן געוועזן וואס מען האט מחלל שבת געווען און שפעטער אדורך איז פיל יארן דער לעבן געביטן ביז גאר דער ארעמער איד איז געווארן דער חשוב'סטער תנא פון דור אויפן הימל האט מען דאן באשלאסן די הלכה זאל בלייבן ווי ער אז תורה צו קענען און וויסן דארף אנקומען זייער שווער

העלא, דא רעדט ירושלים

יום טוב עהרליך

s0337 העלא דא רעדט ירושלים יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער העלא דא רעדט ירושלים יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער קיין ירושלים ווען איר קומט און געט א בליק און זעט די וואונדער וואס מיט יארן טויזנטער צוריק איר זעט ירושלים מיט איר וואונדערליכן חן וואס ליגט אויף יעדן זאמדעלע וואס ליגט אויף יעדן שטיין שטיין וועט איר דאן בלייבן נישט פארשטייענדיג דעם סוד די גרויסע וואונדערליכע קראפט עס האט די שיינע שטאט וואס די אלע אידן גלוסטן ממש אן א שיעור און פון אלע ווינקעלעך זיי לויפן צוריק צו איר דערזען האבן די אראבער אז די אידן שרייען געוואלד מיר בענקען און מיר ווילן קיין ירושלים באלד האבן זיי זיך גענומען שרייען די אראבער הויך ס'איז דאך אזא גוטע זאך מיר וועלן עס אויך און די גאנצע וועלט האט זיך דערוואוסטפון אט דעם סוד אז אידן און אראבער קריגן זיך אויף דער שטאט האט פארגלוסט פאר יעדן זיך אריינשטעקן די נאז דער גריק דער קאטאליק און דער כינעזער מיטן רוס העלא עס רעדט ירושלים איר וועט אוועקגיין מיט פארדראס איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם איך האב מיין אלטן בעל הבית העלא עס רעדט ירושלים ס'נאריש אלעס וואס איר טראכט דעם פרומער אידן דעם געטרייען אים געב איך איבער די מאכט העלא עס רעדט ירושלים ליבער פרומער איד דו מיין איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם אייביג וועל איך דיינע זיין איך בין די שטאט פון קעניג דוד די שטאט פון אויבערשטן אליין איך בין נישט מוחל אויף מיין כבוד איך וועל נישט לאזן אזוי גיין מ'קומט היינט קיין ירושלים און מ'געט א בליק ווי אנדערש איז זי היינט געווארן ווי יארן צוריק אויסגעבויט מיט שיינע הייזער פון א יעדן זייט און פון זיי א קול פון תורה הערט זיך זייער ווייט ערליכע שיכונים אזוי הערליך אזוי שיין פול מיט ערליכע משפחות קינדער מלא חן מ'דינט דארט דעם באשעפער און מ'לערנט אן אן עק און פאר קיינעם אין דער וועלט זיי האבן נישט קיין שרעק אבער מ'זעט נאך אידן דארט אויך פון אן אנדער מין יעדער איינער קוקט און פרעגט וואו קומען זיי אהין?נישט קיין תורה נישט קיין יראה זעט מען אויס אזוי שווער זיי צו דערקענען צי א איד אדער א גוי זיי מיינען זיי זענען בעלי בתים אויפן קעניג'ס שטאט און ווילן איר פארבויען מיט א חרפה און א שפאט די אידעלעך די ערליכע מ'קעמפט אויף יעדן ארט און די שטאט אליין האט שוין ארויסגעזאגט איר ווארט העלא עס רעדט ירושלים אפשר קען מיר זאגן ווער אט דעם בעל הבית דעם נייעם ווער האט אים געשיקט אהער הא וואס איז אים שלעכט געוועזן אין מאסקווע אדער אין בערלין ס'איז דא דארט עסן פאר א יעדן זאל ער זיך גיין צוריק אהין ווייל די איינוואוינער מיינע דארפן זיין פיינע און שרעקן זיך פון בורא און אפהיטן זיין תורה מיט ציצית און תפילין מיט הייליגע געפילן און שבת אז מ'היט הערשט דאן איז מען א איד א ישיבה א חדר דארף דארט זיין כסדר און אנטון מוז איעדער צניעות'דיגע קליידער מיט פריינטשאפט און פרידן צווישן ברידער אידן ווייל דאס איז דער געבאט פון דעם קעניג'ס שטאט העלא עס רעדט ירושלים אידן טייערע זייט גרייט אויף א לעבן גאר א נייעם פול מיט תורה פול מיט פרייד העלא עס רעדט ירושלים ווער ס'וויל בלייבן דא ביי מיר פארלאזט דאס לעבן אט דעם פרייען און אפן איז פאר אייך מיין טיר

וויליאמסבורג

יום טוב עהרליך

s0506 וויליאמסבורג יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש וויליאמסבורג יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש אין וויליאמסבורגער גאסן ווען איר גייט ארויס ווי עס הייבט אן טאגן און איר נעמט באטראכטן איר פון ווייטן זעט איר אידן גיין אין שטריימלעך ציצית בערד מיט ווייסע זאקן און די פיאות הענגען ביי די זייטן גייען פרויען טראגן סחורות פיש מיט מילך און ברויט מיט פירות אלע אין די שייטלען און פארוקן זיי לויפן דורך די גאס באשיידן מיט קיינעם ווילן זיי נישט ריידן און אויף קיינעם ווילן זיי נישט קוקן אין יעדער גאס א תלמוד תורה זיצן קינדער לערנען תורה און ישיבות פיל פארהאן איז דארטן פון איינעם הערט מען 'המניח' און דער צווייטער 'השולח' און דער דריטער שרייט מען 'הכל שוחטין' און די טאטעס פון בעגינען לויפן מענטשן געלט פארדינען אלע אפגעדאוונט א מחיה פארקויפט מען פלייש פארריכט מען טישן און פון צייט צו צייט צווישן כאפט מען זיך א קוק אין א משניות פארהאן אין וויליאמסבורג א דאקטער וואס א טלית קטן טראגט ער און א לויערקע א אשה כשרה פארט א טעקסי מחותנים ראשי ישיבות מיט רבנים און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה צו וועלכער איד איר וועט אריינגיין וועט ער עסן אייך דערלאנגען און וועט מיט אייך מאכן א לחיים ווילט איר האבן עולם הבא פאלגט דעם איד און בלייבט אויף שבת וועט איר מיינען עס איז ירושלים איי וויליאמסבורג א מחיה גאר זיי וואוינען דארטן פיינע אידן אויף מיר אזא יאר אוי וויליאמסבורג ס’איז גאר א נייע וועלט מען לערנט תורה מען דאנקט דעם בורא אין יעדן געצעלט אוי אוי אוי אוי אוי פון דעם רבינ'ס הויז א טומל גייט ארויס עס טאנצן חסידים א ליהודים הויבן זיך דורכאויס אוי אוי אוי אוי אוי ארום לאנגן טיש הויבן זיך די פיס אויסגעצויגן אויסגעבויגן לעבעדיג און פריש איי וויליאמסבורג זי האט קיין גלייכן נישט ס’איז מים חיים ירושלים פון דעם גלות איד וויליאמסבורג א מזוזה אויפן טיר ס’איז פול מיט שירה פול מיט יראה א געזונט אויף איר פרייטאג באלד נאכמיטאג ווערט אין וויליאמסבורג פארמאכט די געשעפטן שנעל עס לויפן אין די הייזער אלע מען פוצט זיך אויס מען וואשט זיך אויס מען נעמט זיך אן מיט נייע קרעפטן אויפן טיש עס שטייט שוין וויין מיט חלה דער מאן ער גייט אוועק אין שול די פרוי זי נעמט דעם קרבן מנחה זאגט צום ערשט די שבת’דיגע תחינה דער מאן ער קומט צו גיין פון שול די פרוי באגעגנט אים מיט שמחה און אויף זייער קאפ עס רוט די שכינה אין דער מקוה פון בעגינען קען מען אידן שוין געפינען עס דאכט זיך אז זיי זיצן דארט כסדר איינער האלט זיך אין איין וואשן איינער האלט זיך אין איין ווישן און איינער שטענדיג זוכט ארום די קליידער און פון דער מקוה נעמט מען לויפן דורך די גאסן דורך די הויפן פון די מאנטלען שטעקן די טליתים און יעדער איינער לויפט צום רבי'ן און טוט אויף אים אכטונג געבן און ער פירט זיך ווי דער רבי הייסט אים יעדער רבי איז א וואונדער יעדער האט זיין וועג באזונדער ווי מען דינט דעם טאטן בשמים און ווען איינער מאכט שוין קידוש זאגט דער צווייטער א חידוש זינגט דער דריטער שוין א מארש א נייעם ביים קלויזנבורגער פאלן טרערן און טיפע קרעכצן ביי דעם סקווערן און די סטאלינער חסידים שרייען ביים סאטמארן נישט אנגעפאנגען מען איז אין מקוה ערשט געגאנגען ביי די וויזשניצער טרינקט מען שוין לחיים איי וויליאמסבורג אין תורה ודעת אויבן לערנען קליינע קינדער אונטן חברה ש”ס אוי וויליאמסבורג ווינער יונגעלייט גייען רואיג דאווענען מנחה קומען פונקט אין צייט אוי אוי אוי אוי אוי ביי מיר און בעלז און גער פאפא צעהלימער און תלמידות פון בית יעקב וואו מען גיט א קער אוי אוי אוי אוי אוי באסעס פארן שווער פירן מיליטער קינדערלעך אין די ישיבות פירן הין און הער איי וויליאמסבורג זי איז נישט אליין פאראן ביי אונז נאך ווינקעלעך וואס זענען אזוי שיין וויליאמסבורג דער עיקר נאר איין זאך מען זאל האבן אידיש נחת פון די קינדערלאך

ויכולו השמים

יום טוב עהרליך

s0015 ויכולו השמים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער ויכולו השמים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער ויכולו ס’האבן זיך געענדיגט דער הימל און די ערד און אלץ וואס צו זיי געהערט ויכל ער האט באשאפן אלץ וואס ער האט געטראכט דעם זיבעטן טאג א רו טאג געמאכט ס’איז פלוצלינג געווארן שטיל מיטאמאל אין וואלד אויפן בארג און אין טאל דער ברומען פון חיות דער פויגל געשריי דער דונער דער שטורעם דער שניי אלע באשעפענישן קליין און גרויס ציען צום הימל זיך אויס מ’עפנט די אויגן די קאפ הייבט מען אויף און קוקן צום הימל ארויף אדם הראשון שטייט איינער אליין ער קוקט און ער קען נישט פארשטיין א הייליגע לעכטיגקייט האט ער דערזען ער ווייסט נישט וואס דא איז געשען ער זעט די נשמות זיי פליען ארויף די וועלטן זיי הייבן זיך אויף ער פילט ווי די וועלט אונטער אים הייבט זיך אויך און טראגט אים ביז אויבן ארויף און די גאנצע בריאה פארט מיט אים מיט אלעס צום הימל געציט די וועלדער די פעלדער די בערג אינדערמיט אלע הייבן זיך אויף און מ’פליט די ריזיגע פיש ווי די בערג אזוי גרויס קוקן פון וואסער ארויס די בהמות זיי שטייען אויף אלע פיר פיס און קוקן צום הימל זיך זיס פלוצלינג דערהערט ער א הערליכן קלאנג אזא זיסער מלאכים געזאנג מ’געט דעם באשעפער א לויב און א דאנק פארן שבת דעם ליבן געשאנק און אדם הראשון דערהערט אין געדאנק ער ווייסט שוין די שמחה פארוואס ער הייבט אויך אן זינגען דעם ערשטן געזאנג מזמור שיר ליום השבת

י"ג אני מאמין

יום טוב עהרליך

s0134 י"ג אני מאמין יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד י"ג אני מאמין יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד אני מאמין איך גלויב אין דעם אז דער בורא געבענטשט זאל זיין זיין שם ער האט באשאפן אלע זאכן און וואס עס געשעט טוט ער דאס מאכן און ער אליין ער פירט עס אזוי פיין ער איז געווען און ער איז און אונזער האר וועט ער אייביג זיין אזויווי ער איז נישט דא איינער פאר אים און נאך אים איז נישט דא קיינער און נאר צו אים דארף מען דאווענען און אז מען הערט אט די זיסע רייד און מען דערהערט און מען פארשטייט פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט מיר דאנקען און לויבן פאר אונזער גלויבן דער באשעפער פון אויבן וואס גייט מיט אונז און היט און האט אונז געגעבן א גליקליכן לעבן און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד אני מאמין איך גלויב וואס עס שטייט אז אמת זענען די נביאים’ס רייד און משה רבינו איז די גרעסטע פון אלע און ער האט אונז געברענגט די תורה און קיינמאל אנדערש וועט נישט זיין די תורה ער זעט און הערט וואס יעדער איינער טוט און קלערט די וואס טוען מצוות וועט ער באלוינען וואס טוען נישט וועט ער נישט שוינען און זיין משפט איז דאך שטענדיג גערעכט אני מאמין איך גלויב אין גליק וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג אז משיח וועט שוין קומען צו גיין און וועט אונז פירן אין ארץ ישראל אריין און גרויסע ניסים וועלן דעמאלס זיין און מען וועט זען מיט גרויס פרייד ווי דער עלטער-זיידע גייט ארויסגעקומען פון גן עדן און מיר וועלן מיט אים רעדן און טרערן וועלן רינען אזש פון פרייד און אז מען הערט אט די זיסע רייד און מען דערהערט און מען פארשטייט פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט מיר דאנקען און לויבן פאר אונזער גלויבן דער באשעפער פון אויבן וואס גייט מיט אונז און היט און האט אונז געגעבן א גליקליכן לעבן און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד און כאטש ער באהאלט זיך און כאטש ער פארשטעלט זיך זעט מען אים אויף יעדן שריט און טריט

יאקאב

יום טוב עהרליך

s0398 יאקאב יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד יאקאב יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד אין אוזבעקיסטאן אויף די בערג פון דידזשאן ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן א דארף איז פארהאן וואס זעט נישט קיין באן מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן די נאכט אזוי שטיל מען הערט נישט קיין טריל עס שלאפט שוין דער דערפל די בערג און די מיל און ווייט פון דער וועלט מיט וועלדער פארשטעלט פארט זיך א טראקטאר א קליינער אין פעלד זיצט אויפן טראקטאר א בחור א העלד און פירט ווי א שיפל זיין טראקטאר אין פעלד 'יאקאב דער זינגער' געהייסן האט ער און קיינער עס ווייסט נישט פון וואנען און ווער פאררויכערט דער פנים פארבוימלט די הענט קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט פירן דעם טראקטאר פארריכטן אים פלינק פון זומפן ארויסשלעפן אים אזוי גרינג און קיינער אין דארף עס האט נישט געוואוסט פון זיין סוד ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן און מיטן טראקטאר פארשיקט דא אהער צו ארבעטן ביטער און שווער און זינגען פלעגט ער לידער געשמאק אין די נעכט ס'האבן די לידער געקלונגען און ווייט זיך געהערט ס'פלעגן פיל שאטנס שטיל קומען צו גיין שטיין און נישט קענען פארשטיין ווער איז ער אטא דער מאדנער טאדזשיק ער גיט אויף זיי גארנישט קיין בליק ווייל נישט פון די בערג און די פעלדערהאט יאקאב געדענקט און נישט נאך די ווילדע טאדזשיקןהאט יאקאב געבענקט ער בענקט צו זיין טאטן און מאמען אהיים צום הייזל צום הויפל צום בוים ער בענקט אין ישיבה וואו ער האט פארבראכט אין לערנען בייטאג און ביינאכט אמר רבא אמר רב פפא האט עס אביי גאר אנדערש באטראכט א קשיא א נייע האט ער געמאכט און האט א ראיה צו דעם געבראכט און מהרש"א רשב"א ריטב"א עס לויפן אדורך גיך א שעה נאך א שעה רמב"ם רמב"ן רבינו תם נישט דא אין דער וועלט נאך קיין בעסערער טעם אמר רב הונא סבא הממונא האט אויף דעם שמאי אמאל נאכגעקלאגט געקומען איז הלל און אנדערש געזאגט ביז אינדרויסן האט שוין געטאגט שבת אין דעם טיי-הויזביי דעם טשייניק טיי איז ער געזעסן - יאקאב מיט טאדזשיקן אלע אויף דער ערד פון זיין בענקשאפט פון זיין ווייטאג האט ער נישט געקענט פארגעסן - יאקאב און ס'האט קיינמאל גארנישט אויפגעהערט רופט זיך אן צו אים דער בעל הבית דער פירער פון זיי אלע - יאקאב איך וויל מיט דיר ריידן צו דער זאך איך האב א טאכטער יונג און שיין איך וועל דיר געבן פאר א כלה - יאקאב און אויך נדן קריגסטו גאר אסאך דרייסיג בהמות פופצן אקסן צוואנציג קליידער פאר דיין כלה - יאקאב און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט און עס הערן די טאדזשיקן און זיי הייבן אן צו שרייען - יאקאב דו קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלט! יאקאב זיצט די קאפ געבויגןאון רעדט נישט קיין ווארט ער איז יעצט אוועקגעפלויגן אין א ווייטן ווייטן ארט ער זעט זיין מאמען בענטשן ליכטאון זאגט א תחינה מיט אוי היט מיין יאנקעלען באשעפער ער זאל בלייבן דארט א איד יאקאב הייבט זיך אויף און רופט זיך הויך אן איך בין א איד און איך קען עס נישט טאן מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמען א פרוי וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי עס האבן טאדזשיקן א פלאן זיך געמאכט צו מאכן א סעודה אויף מארגן ביינאכט און יאקאב'ן וועט מען אויך ברענגען און באלד חתונה מאכן אפילו מיט געוואלד שטיל דער פארנאכט ביים טראקטאר זיצט יאקאב אליין ער זיצט און ער טראכטאון הייבט שוין אן אלעס פארשטיין אז זיי וועלן קומען צו אים אהער באלד און נעמען אפילו מיט געוואלד מען וועט אים אנטרינקען מיט אפיום מיט וויין דאן וועט ער זייערער זיין און שיין דער פארנאכט די זון פאר די בערג זי פארגייט ער זיצט און ער ווארט און וידוי ער זאגט שטילערהייט עס שטייען די בערג מיט די ווייסע קעפ און עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק און זאגן נישט דא דא קיין וועג און פלוצלינג פון ווייטן גענומען האט שפילן מוזיק ער הערט די געשרייען מען פירט שוין די כלה מיט גליק און פונקט ווי פון שלאף כאפט זיך יאקאב שנעל אויף און הייבט אן צו גיין צו דעם הויף ער וועט נאר אריינגיין צו זיך אין געצעלט צו נעמען זיין רענצל מיט געלט ער גייט ער גייט פונקט ווי צום טויט ער שטייט שוין ביים טויער ער עפנט זיי ברייט ער קוקט אריין און זעט דעם שיין ער שמעקט די וויין ער וויל שוין אריין אמר רבא אמר רב פפא זעט ער איין אותיות פלוצלינג אין וועג זיי ווינקען זיי רופן און ריידן מיט שרעק וואס טוט איר ר' יעקב שנעל לויפט אוועק! קלאפן פויקן שפילן דזשומבלעס אויבנאן עס זיצט די כלה - יאקאב און בריליאנטן פינקלען ארום איר און איר פאטער מיט איר מוטער און די מחותנים אלע - יאקאב זענען שוין געגאנגען ברענגען דיר און ווייט אויף די הויכע בערג אין דער פינסטערער נאכט קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגן מיט די אויגן צוגעמאכט ביי די זייטן טיפער אפגרונט אויפן קרבן גרייט יאקאב האט פאר זיי נישט מורא און זיין הארץ איז פול מיט פרייד נאר איין וועג עס האט די תורה און דאס איז דער וועג בעסער דא צעשמעטערט ווערן און פון תורה נישט אוועק נישטא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד אז ער גייט נאר אין גאט'ס וועגן גייט גאט מיט אים און ער היט

יוסף מוקיר שבת

יום טוב עהרליך

s0022 יוסף מוקיר שבת יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד יוסף מוקיר שבת יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד הערט א מעשה ליבע אידן אין גמרא שטייט געשריבן און געוויס איר אלע אידן פון דעם ווייסן געווען א איד וואס האט געליטן א אידענע מיט קינדער זיבן יוסף מוקיר שבת האט ער געהייסן א גרויסער ארעמאן די הייזל ווי א שפאן הארט ביי דעם ים צוליב ארעמקייט מן הסתם א גאנצע וואך אין יאך כסדר א פארשמירטער און א נאסער און נישט אויסגעגעבן קיין איין גראשן געטראגן האט ער אלטע קליידער און געגעסן ברויט מיט וואסער און די געלט האט ער איבערגעלאזן די קינדערלעך די פרוי צופרידן געווען אזוי אין הויז איז טאקע פוסט אבער אלע האבן שוין געוואוסט אז דאנערשטאג פארטאג פלעגט ער געבן צו די אידענע א זאג שנעלער בעל הבית'טע קרוין נעם דעם קוישל שוין נאדיר די גאנצע געלט קויף אלץ וואס דיר געפעלט די בעסטע פיש זאל זיין גרויס און פעט און פריש די בעסטע פלייש און וויין ווי טייער ס'זאל נישט זיין און פרוכטן זייער פיל זאל זיין אלץ וואס מען וויל און די אידענע איז אוועק גענומען ברענגען גאנצע פעק א גאנצע נאכט קיין אויג נישט צוגעמאכט און געבאקט און געקאכט א גרויסן לעקעך א גרויסן טארט און געקאכט און געבאקט ס'האט אין אויוון אזש געקנאקט און פרייטאג פארנאכט דריי אורחים האט ר' יוסף געבראכט אין הויז איז ליכטיג און שיין ווי אין גן עדן אליין און פון אויבנאן ווי א קעניג אויף זיין טראן זיצט ר' יוסף אליין און זינגט זיך זמירות מלא חן אשת חיל מי ימצא אזוינס ווי דער שבת איז נישט דא און אביסל ווייטער דארטן פונקט אקעגן יוספ'ס הייזל געשטאנען איז א פאלאץ א פארמאכטער און ארום א שיינער גארטן און א צוים פון שטאל און אייזן און א טויער שטענדיג א פארשפארטער געוואוינט האט דארט א הער א גרויסער מיליאנער א גרויסער באנדיט האט פיינט געהאט א איד פיל געלט ער האט געטון פארמאגן האט ער אויך פארמאגט פיל יארן אפשר שוין די אכציג און אריבער די פרוי די קינדער פלעגט ער זאגן זענען וואו אוועקגעפארן און אליינס געלאזט האט מען אים איבער און קארג איז ער געווען קיין ארעמאן נישט געוואלט זען געלעבט אלץ אליין פונקט אזוי ווי א שטיין געדויערט נישט לאנג און דער גוי ווערט זייער קראנק און אינמיטן די נאכט א דאקטער האט מען געבראכט וואס אויף די שטערן זעט און ווייסט אלץ וואס זיין וועט און ער האט אים געזאגט אז אלץ וואס ער פארמאגט וועט ירש'ענען אט דער איד וואס דעם שבת היט דער גוי האט עס דערהערט איז אים געווארן זייער שלעכט ער האט א קונה געבראכט און אלץ פארקויפט אינמיטן נאכט און געקויפט פאר די געלט א בריליאנט פון די גרעסטע אין דער וועלט זיין הוט איבערגעדרייט און דעם בריליאנט אריינגענייט האט דער גוי אזוי געשפאנט אויף בערג און טאל ארויף אראפ און ער איז פון מענטשן אנטלאפן ער האט זיין הוט מיט דעם בריליאנט קיינמאל נישט אויסגעטון פון קאפ און איז מיט דעם אפילו געשלאפן איינמאל איז ער אוועק געקומען צו א פרעמדן ברעג אן אייזערנע בריק מען קען שוין נישט גיין צוריק און ווי ער איז ארויפגעגאנגען אויפן בריק ארויפגעקראכן גענומען האט א רעגן צו גיסן עס האט פלוצלינג אנגעפאנגען און א שטורעם אויסגעבראכן די הוט פון קאפ אראפגעריסן געכאפט האט עס דער ווינט אין ים אריינגעשמיצט געשווינד און דער גוי איז פון קלעם אריינגעשפרונגען כאפן אים געקומען איז א פיש געגעבן דעם וואסער א מיש פארשלונגען דעם הוט אין בויך און ארויפגעשוואומען אין דער הויך פישער האבן איר דערטאפט און אין נעץ אריינגעכאפט און פרייטאג פארנאכט האט מען דעם פיש אויפן ברעג געבראכט מען זוכט ארום דארט און דא קיין קונה איז נישטא הייסט מען זיי צו גיין צו יוסף מוקיר שבת אליין זאגט ר' יוסף א שאד מיין אידענע קיין כח שוין נישט האט זאגט די אידענע זאג נישט אפ איך האב נאך א ליידיגן טאפ ער האט צעשניטן די בויך און זי האט גענומען שרייען הויך א בריליאנט א בריליאנט עס גייט נישט אריין אין האנט א בריליאנט א בריליאנט ר' יוסף גיט א בליק א בריליאנט א בריליאנט אבער צום שבת קומט עס נישט האט געזאגט א איד אז די גאנצע מעשה איז קיין חידוש ניט וואס אויף שבת מען פארווענט קריגט מען צוריק מיט פראצענט

כל נדרי

יום טוב עהרליך

s0100 כל נדרי יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד כל נדרי יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד די זון איז פארגאנגען אראפ אין א פלאם אויף כוואליעס די שטראלן צעגאסן עס פארט א געפאנצערטע שיף אויפן ים מיט רוסישע קריגס מאטראזן דער שיפ'ס קאפיטאן שטייט ביים שפיץ אויפן דעק און האלט א לארנעטע א קליינע און פלוצלינג דערזעט ער א הערליכן ברעג און אויף אים א שטאט גאר א שיינע אדעס הייסט די שטאט אירע לאמפן ביים פארט גלאנצן ווי דיימאנטס פון ווייטן און פלוצלינג דערהערט ער א ניגון פון דארט פון אלטע פארגעסענע צייטן עס דערמאנט אים דער ניגון זכרונות אסאך פון יארן מיט פיל פארגעניגן נישט 'בעטהאווען' 'מאצארט' נישט 'וואגנער' נישט 'באך' ס'איז עפעס אן אנדער מין ניגון עס ציט אים דער ניגון אין שטאט אריין דארט ער קען זיך קיין ארט נישט געפינען ער בינדט אפ א שיפל און פארט צו צום פארט און ער לויפט אויפן ברעג ווי אן זינען ער לויפט אין די גאסן אריין און ארויס דער ניגון ווערט שטארקער און קלערער און וואס מער ער הערט עס זיין הארץ גייט אים אויס די בענקשאפט ווערט שטארקער און שווערער עס ציט אים דער ניגון ארויס פון דער שטאט ביי פינסטערע הויכע פאבריקן און אין א קליינינקער געסל עס האט זיך אויפגעהערט הערן דער ניגון און פלוצלינג דערזעט ער עס גייט ביי א וואנט אן אלטיטשקע פרוי איינגעבויגן א קליינינקע פעקעלע אונטערן האנט א טיכל אריבער די אויגן מוטערל זאגט ער א ניגון איך הער און איך קען מיר קיין ארט נישט געפינען עס ציט מיר די הארץ און עס בענקט זיך אהער איך פיל אז איך ריר זיך פון זינען זאגט אים די אלטע דיין פנים זאגט אויס אז דו ביסט א איד און דעריבער איז ביי דיר היינט דאס די בענקעניש גרויס ווייל היינט איז די נאכט פון יום כיפור די נאכט פון יום כיפור גיט ער א געשריי איך זע מיינע קינדערשע יארן און דאס איז דער ניגון דאך פון כל נדרי עס לעבט ביי מיר אלץ אין זכרון א דאנק זאגט די אלטע דער וואס האט דיר געשיקט פונקט אין דער צייט העלפט ער תמיד מען האט ביי אונז אלע בעלי תפילות פארשיקט נישט דא ווער זאל צוגיין צום עמוד ער קומט אין א הויפל פארשטעקט אין פיר ווענט נאס דורכגעווייקטע פון טרערן עס שטייען פיל מענטשן ער קוקט און דערקענט פיל הויכע ארמיי אפיצערן אין קליינינקן שול'כן עס ברענען פיל ליכט א טלית האט מען אים צוגעטראגן ער דריקט צו צום סידור זיין בלאסן געזיכט און הייבט אן פאמעלאך צו זאגן 'בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה אנו מתירים להתפלל עם העבריינים' און פון זיינע אויגן א טרער נאך א טרער עס פאלן אריבער זיין פנים אינדרויסן צעשפרייט ליגט א פינסטערע נאכט א רעגנדל הייבט אן צו פאלן אומזיסט שטייט די שיף דארט אין ים און זי וואכט אומזיסט שיקט זי אירע סיגנאלן דער שיין פון פראדזשעקטערס עס זוכט אויפן ברעג עס זוכט אויך צווישן די שטערן דער שיפ'ס קאפיטאן איז פיל העכער אוועק און וועט זיך קיינמאל נישט אומקערן ער שטייט ביי דעם עמוד געבויגן די קאפ און קען נישט איינהאלטן די טרערן ביים זייט שטייט דער טאטע פון הימל אראפ געקומען כל נדרי צו הערן נאר ווער קען דען זאגן אז די הארץ איז פול און שיער וואס עס פלאצט נישט דער מח ער גיט זיך א דריי אויס פון עמוד צום שול און הייבט אן צו שרייען מיט כח מענטשן! צי ווייסט איר וואס איז געשען דא שרעקליכע הייליגע זאכן צו נעמען א מענטשן אין איין האלבע שעה און אזוי גליקלאך צו מאכן אידן איך האב היינט געפונען מיין גליק מען האט מיך פון זומפ אויפגעהויבן א ניגון געזוכט און געפונען צוריק מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן א ניגון געזוכט און געפונען צוריק מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן

לאמיר זיך אומקערן

יום טוב עהרליך

s0583 לאמיר זיך אומקערן יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש לאמיר זיך אומקערן יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש בעזרת השם דא נישט ווייט אויף די וועגן א טרעין פול מיט מענטשן עס פארט איין טרעין פארט גלייך און דער צווייטער אנטקעגן יעדער צו זיך אויף זיין ארט פארן זיך אידן פאררוקט אין א ווינקל יעדער אהיים צו זיך פארט ס'איז צייט דאווענען מנחה עס איז שוין באלד טונקל און פרעמד אומבאקאנט איז דער ארט איינער גייט צו צום קאנדוקטאר אים פרעגן און קומט גלייך צוריק מיט א געוואלד מיר האבן פארבלאנדזשעט אויף אנדערע וועגן מיר מוזן זיך אומקערן באלד אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך צוריק אויפ'ן ריכטיגן וועג אוי לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך איידער דער טאג גייט אוועק ווייל א מענטש איז נישט מיין פון פלייש און פון ביין און ער קען מאכן א פעלער און ווער עס האלט קאפ שטעלט זיך גלייך אפ און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער ביי דעם בארג סיני האט מען אונז געגעבן א גלייכן און זיכערן וועג וואס פירט בשלום אדורך אונזער לעבן און פירט נאך אונז ווייטער אוועק עס האט זיך געטראפן עס האבן פיל אידן אביסל אין זייט זיך אוועק און האבן פארזען די סימנים צו היטן און זענען אראפ פון דעם וועג מען טראגט פרעמדע נעמען מען עסט פרעמדע עסן מען האט נישט קיין אידישן בליק זיי האבן שוין נעבעך אינגאנצן פארגעסן אז ס'איז דא א וועג אויף צוריק אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג אוי לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך צוריק צו אמאליגע טעג א מענטש איז נישט מיין פון פלייש און פון ביין און ער קען מאכן א פעלער און ווער עס האלט קאפ שטעלט זיך גלייך אפ און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך כל זמן די זון נאך זי שיינט לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך וואס גיכער וואס שנעלער נאך היינט אקעגן טוט שטיין א ליידיגע טרעין אהיים באלד צוריק וועט ער פירן וואס געווען איז געווען וואס געשען איז געשען אזוינס טאר שוין מער נישט פאסירן עס איז היינט געווארן די וועלט פארגעשריטן מען לעבט אין א צייט פון אטאם אבער פארדארבן מען איז היינט אין זיטן פונקט ווי אין צייטן פון סדום מען וויל שוין היינט פליען אויך צו דער לבנה זיי ווילן נאך העכער שוין גיין און אלע ווייסן מיר דאך די כוונה צו קאנען פארניכטן וואס מיין מיר האבן די וואונדער געזען וואס זיי קאנען וואס די לעצטע טעכניק האט געמאכט אזוי שנעל און פונקטליך פארברענען מיליאנען וואס האבן עס גארנישט ערווארט עס האט די קולטור פאר די מענטשן געגעבן נאר צער מיט פארדרוס מיט געוויין מען זאגט צו א שענערן בעסערן לעבן און ס'קראכן א פלעין נאך א פלעין אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך אנטלויפן פון זיי ווי געשווינד לאמיר זיך אומקערן ברידערלעךווייל זיי סמ'ען אפ אונזער קינד ווייל די גאנצע וועלט איר כבוד איר געלט די גאנצע הנאות פון לעבן זענען נישט גערעכט און זענען נישט ווערד אפילו א קרעכץ פאר זיי געבן אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך צום טאטן אין הימל צוריק לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך פארזיכערט אייך אייביגן גליק לאמיר נאר זען ווי שיין איז געווען די צורה פון אלטיטשקן זיידן געלעבט אויף דער וועלט ס'האט גארנישט געפעלט אצינד פרייט ער זיך אין גן עדן דער רבונו של עולם אים בענטשן און לויבן האלט אפן די טויערן פון גליק און אלע טאג שרייט א בת קול פון אויבן קערט זיך אום קינדער צוריק און אט דער בת קול פארשטעלט זיך פארשיידן ווי ס'איז ביים בארג סיני געווען וכל העם רואים את הקולות די קולות דעם ריידן האט מען אפילו געזען דער בת קול טוט זיך אין דעם הארץ אריינקריגן און עס ווערט א בענקעניש דארט אמאל ווי א בילד און אמאל ווי א ניגון און אמאל ווי א פשוט'ע ווארט

מאמע'ס הארץ

יום טוב עהרליך

s0102 מאמע'ס הארץ יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד מאמע'ס הארץ יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד ערב יום כיפור פארנאכט דער עולם עס ווארט ביים טיר פון בארדיטשוב'ער רבי'ן יעדער עס שטייט און געלט האלט ער גרייט א פדיון נפש צו געבן דער רבי האט קלאר געזאגט אז דעם יאר דורכלאזן וועט ער נישט קיינעם ער לאזט נישט אראפ א רובל א קאפ מוז ער נעמען היינט ביי יעדן איינעם א זקן גאר אלט אפילו א קינד א רובל מוז יעדערער געבן דער רבי וועט באלד אפווישן די זינד פארשרייבן אין ספר פון לעבן א פחד א שרעק די היינטיגע טעג די גרויסע הוצאות אצינדער אוי וויאזוי קען אזא זאך צו טאן משפחה פון צען צוועלף קינדער נאר יעדער עס ווייסט אז דער רבי הייסט קיינער וועט אים נישט אפזאגן מען קרעכצט און מען זארגט מען לייט און מען בארגט מען ברענגט צו דעם רבי'ן צו טראגן ביים טיש אויף זיין ארט דער רבי זיצט דארט און נעמט אויף דעם עולם צופרידן א שיסל געשטעלט איז פול שוין מיט געלט א רשימה ליגט פון אלע אידן עס עפנט זיך די טיר א פרוי שטייט אין איר ארעם אזוי אפגעריסן געקומען אצינד מיט איר פיצעלע קינד און וויל אז דער רבי זאל וויסן אן אלמנה אליין און דאס קינד איז נאך קליין שטענדיג מוז זיין מיט דער מאמען דער לעבן איז שווער זי האט דאך נישט מער ווי א רובל פאר ביידן צוזאמען א פחד א שרעק די פרוי פאלט אוועק דער רבי וויל פון גארנישט וויסן נאך א רובל מען דארף גיי זאגט ער שארף ווייל די טיר וועל איך באלד דא פארשליסן זי לויפט און זי שרייט גיט אדער לייט דער עולם עס העלפט איר ארויס גערן פון גראשנס נישט מער איז דאך אבער שווער א רובל עס זאל פון דעם ווערן די גאסן שוין פול מען גייט שוין אין שול אלעס האט זי אפגעלאזן זי לויפט מיט איר קינד צום רבי'ן געשווינד די טיר זאל נאכנישט זיין פארשלאסן עס איז שוין באלד נאכט דער רבי ער ווארט פונקט ווי אינגאנצן פארגעסן די רביצין שרייט געוואלד דאס עסן ווערט קאלט מען וועט באלד נישט טארן שוין עסן עס עפנט זיך די טיר עס בלייבט שטיין אין איר די פרוי מיט צעשראקענע בליקן רבי גלויבט מיר כ'האב געזוכט אן א שיעור קיין רובל האב איך נישט געקריגן דער רבי זאגט ניין אזוי קען נישט גיין נאר דיר אליין וועל איך פארשרייבן דיין קליינטשיגן קינד האט נישט קיין זינד ניש'קשה עס מעג איבערבלייבן א פחד א שרעק די פרוי פאלט אוועק נישט זיין מיט איר ברעקל צוזאמען זי שרייט רבי ניין מיט א גרויסן געוויין איר פילט נישט די הארץ פון א מאמען איר ווייסט רבי הערט וואס איך האב באקלערט דעם רובל וועל איך אייך דא געבן און נעמט גלייך געשווינד שרייבט אריין מיין קינד פאר מיר איז שוין אלץ איינס מיין לעבן דער רבי שפרינגט אויף די קאפ אויף ארויף פאר די רייד געטון האט ער ווארטן באשעפער נאר הער מען דארף שוין נישט מער עס איז שוין נישט דא וואס צו טראכטן האסט געזען אצינד ווי א מאמע פאר איר קינד האט איר לעבן געגעבן אצינדער דיין פאלק איז דיין קינד בעט איך דיר אצינד האב רחמנות ווי אן אלמנה אויף אירע קינדער

משיח קומט צו פארן

יום טוב עהרליך

s0630 משיח קומט צו פארן יום טוב עהרליך מילים: יום טוב עהרליך \ אלבום: איך האב געווארט און געווארט משיח קומט צו פארן יום טוב עהרליך מילים: יום טוב עהרליך \ אלבום: איך האב געווארט און געווארט ווער קלאפט עס אין די שויבן צוויי שיינע ווייסע טויבן זיי קומען הערשט פון אויבן און גוטע נייעס מ’האט ס’אוועק די שלעכטע יארן ס’איז אראפ דער צארן משיח קומט צו פארן ער איז דא אונטערן שטאט דער שוסטער מיט זיין שיכל דער בעקער מיט זיין קיכל וועט רואיג זיצן ווען דאס וועט געשען דער טרעגער מיט זיין פעקל דער סטאלער מיט זיין העקל דער סוחר האנדלט ווי גארנישט געווען אוי אוי אוי אוי אוי עפעס טוט זיך הערן מ’קען עס נישט ערקלערן און פארציטערט ווערן אלע מיטאמאל א קול שרייט אהן א אויפהער מענדעלע דער סופר זאגט דאס איז דער שופר ער דערקענט דאס קול ובא לציון גואל יעדער ווערט נתפעל דער רבי הייסט זיך גרייטן באלד אין וועג אבער זיך נישט יאגן וואס מ’טוט פארמאגן וואס ס’איז נייטיג איינפאקן אין פעק די ערשטע זאך אצינדער וואס מ’דארף געשווינדער צאמקלויבן די קינדער אלע ביי די טיר און מ’פאקט כסדר אביסל וועש מיט קליידער אויך נעמט מיט א יעדער אביסעלע געשיר דער טאטע פאקט דעם טלית די מאמע פאקט די חלות די קינדער אלע שפילצייג מיט’ן בער ס’טיט אביסעל רעגן אזא גרויס פארמעגן לאזן פאר די גוים אוי ס’איז שווער אוי אוי אוי אוי אוי דער רבי לויפט אנטקעגן אין האנט האט ער דעם שטעקן און זיין גאנץ פארמעגן דעם טלית זעקל נאר עס ליגן דארט די תפילין דער סידור מיט’ן תהילים די טאבאק מיט די ברילן דאס איז אלעס גאר ובא לציון גואל קיין ארץ ישראל משיח קומט שוין לאמיר אלע גיין דאס הייליג לאנד באפרייען און דעם בונד באנייען א ניי לעבן אוי ווי פיין ווי שיין אוי כשנים קדמוניות אוי כשנים קדמוניות

נאך א שעה

יום טוב עהרליך

s0441 נאך א שעה יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד נאך א שעה יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר' לעזער טאג און נאכט א דיאמאנט האלט ער און ער מאכט א כתר פאר וועמען איז דער קרוין דער שיינער גאר אן א חסרון פארן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן נאך א יאר נאך א יאר און ער קומט צו פארן אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר' גד'ל טאג און נאכט א בגד האלט ער און ער דרייט א נאדל פאר וועמען איז דער שיינער בגד גאר אן א חסרון פארן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן נאך א וואך נאך א וואך און ער קומט צו פארן אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר' מיכל טאג און נאכט א טייגל האלט ער און ער באקט א קיכל פאר וועמען איז דער שיינער קיכל גאר אן א חסרון פארן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן נאך א טאג נאך א טאג און ער קומט צו פארן אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א בחור נטע טאג און נאכט א ספר האלט ער לערנט מיט התמדה יעדע רגע קומט משיח ער וועט פרעגן נעמען וועט מען וויסן וואס צו זאגן און זיך נישט פארשעמען אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארן נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארן

ניסים

יום טוב עהרליך

s0512 ניסים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש ניסים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש ניסים ניסים ניסים טוט געשען נאר קיינער טוט נישט וויסן און קיינער טוט נישט זען ניסים ניסים ניסים טוט געשען נאר קיינער טוט נישט וויסן און קיינער טוט נישט זען ניסים איז אלעס מען דארף עס מער נישט וויסן אז מען לעבט אדורך א טאג אז מען שלינגט אראפ א ביסן איר גייט צווישן שיכורים מען טוט אייך נישט קלאפן גייט דארטן א שיכור די הוט טוט נישט צוכאפן ניסים ניסים ניסים טוט געשען נאר קיינער טוט נישט וויסן און קיינער טוט נישט זען מיט א גאלדענע קייטל שפאצירן גייט זי איידל קומט אהיים בשלום צוזאמען מיט דער קייטל א באנקעט פון די מוסדות אנגעפילטע טישן אויבן אן עס זיצט נישט א גרויסער פאליטישן ניסים ניסים ניסים טוט געשען נאר קיינער טוט נישט וויסן און קיינער טוט נישט זען איינער האט געקריגן א שטעלע גאר א גדלות אינגאנצן אן פראטעקציע אינגאנצן אן השתדלות אין ישיבה פעלט א רבי א מגיד שיעור להלכה מען האט צוגענומען איינעם נישט פון דער משפחה ניסים ניסים ניסים טוט געשען נאר קיינער טוט נישט וויסן און קיינער טוט נישט זען איר זעצט זיך עפעס עסן דער עסן האט א מעלה נישט דא אויף דעם קיין טענה נישט דא אויף דעם קיין שאלה חסידים פון צוויי רבי’ס געשמועסט פול מיט דביקות צוויי שעה אפגעזעצן אינגאנצן אן מחלוקת א מיידל פון א אפיס דער טאטע האט די דעות זי זוכט דוקא א חתן מיט אראפגעלאזטע פיאות א בר מצוה בחור א ביבער הוט טוט טראגן ער האט גארנישט קיין מורא וואס די כלות וועלן זאגן דער אויטאבוס געקומען דער עולם א צושפארטער דער ערשטער איז צופרידן אז ער גייט אריין דער אכטער אין גראסערי מען שפארט זיך מען טוט זיך גארנישט שעמען דער ערשטער איז צופרידן דער לעצטער כאטש צו נעמען ניסים ניסים ניסים טוט געשען נאר קיינער טוט נישט וויסן און קיינער טוט נישט זען אין אמעריקע איז שווערלאך א גביר צו ווערן אין ארץ ישראל זענען אלע מיליאנערן וויאזוי מ’קויפט א דירה פארשטייט נישט יעדער איינער און מען טוט אויך שידוכים אינדרויסן שלאפט נישט קיינער די פרייזן שטייגן שרעקליך נאך קיינמאל נישט געוועזן און יעדער האט וואס אנטאן און יעדער האט וואס עסן א הפגנה פארגעקומען די משטרה טוט יאגן איינער איז געבליבן מען האט אים נישט געשלאגן די ווענט אין מאה שערים זיי זענען פול מיט שפאלטן מען קלאפט אויף דעם מודעותאון עס טוט זיך האלטן ווילד די אויטאבוסן לויפן אויף די מענטשן אז מען גייט אדורך בשלום דארף מען גומל בענטשן אין אפיס פון מדינה נישט געווען קיין זארגן מען האט אייך גלייך ערלעדיגט נישט געהייסן קומען מארגן אן אסיפה אין די כנסת פון אלע פארטייען דורכגעגאנגען מענטשליך אן ווילדע געשרייען נאר אזאנע ניסים ניסים ניסים

עקיבא

יום טוב עהרליך

s0544 עקיבא יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד עקיבא יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד אויפן פעלד דארט אויפן גרינעם מיט די שאף אונטערן שטאט שטייט עקיבא דער שיינער פאסטאך און א תפילה זאגט צו גאט ער איז ארעם אפגעריסן און ער ווייסט נישט קיין איין אות און פון ווייטן גייט די טאכטער פון זיין רייכן בעל הבית דער בעל הבית איז א מיליאנער וויל נישט זיין דעם פאסטאכ'ס קיין שווער און די מיידל פיין און איידל אויפן הארצן אזוי שווער און דער באשעפער הערט זיין געוויין ער געפינט ביים מיידל חן זי ווערט זיין כלה ס'ווייסן אלע דער טאטע וויל נישט וויסן ניין אינדרויסן אינמיטן ווינטער עס איז גרויס די קעלט אזוי אין א שטאל אונטערן שטאט דארט וואוינט די פארל אויפן שטרוי נישט דא וואס אנטאן נישט דא וואס עסן אפגעפרוירן פיס און הענט און ביים טאטן אין דער פאלאץ גאלד און זילבער אויף די ווענט ווערט געבוירן אויך א קינד בלאזט אויף אים דער קאלטער ווינט און עקיבא אין דער סביבה ארבעט שווער און שוואך פארדינט שרייט זיין פרוי צו אים מיט שרעק עקיבא ווארף עס אלץ אוועק טו מיך הערן תורה לערן אין ישיבה פאר אוועק ליגט א שטיין דארט נעבן ברונעם טוט דאס וואסער אויף אים גיין טראפט דאס וואסער טראפ נאך טראפנס און עס מאכט א לאך אין שטיין ווייכע וואסער קען זיך מאכן לעכער אין א הארטן שטיין קוקט עקיבא און נעמט טראכטן אז דאס מיינט מען מיר אליין ווייכע וואסער שניידט דעם שטיין און מיין הארץ איז פלייש נישט מיין וועלן הארטע רייד פון תורה קענען מאכן מיר פארשטיין און עקיבא פארט אוועק אין א ווייטער ווייטער וועג אין ישיבה א פרעמדע סביבה נעמט ער לערנען נעכט און טעג ס'גייען יארן און עקיבאזיצט און לערנט נאכאנאנד און זיין נאמען רבי עקיבא הערט זיך שוין אין גאנצן לאנד און אדורך איז צוועלף יארן דורכגעלאפן אזוי שנעל און תלמידים צוועלף טויזנט שטייען גרייט צו זיין באפעל רבי עקיבא האט זיך באקלערט און אהיים צוריק זיך געקערט קומט אין שטעטל קוקט אין פענסטער און זיין הארץ צעבראכן ווערט זעט ער ארעמקייט גאר אן א ברעג קינדער נאקעטע א שרעק און זיין ווייבל ווי א טייבל פרעמדע וועש וואשט נעכט און טעג רבי עקיבא וויל אריינגיין זעט ער ס'שטייט אן אלטער איד און ער רעדט זיך צו זיין ווייבל אז עס איז קיין לעבן נישט ס'איז דיין מאן אן עם הארץ וואס ער לאזט דיר דא אליין צוועלף יארן שוין געווארן און ער קומט אלץ נישט צו גיין זאגט די פרוי מיר ארט נישט גאר אבי ער זיצט און לערנט נאר ער זאל מיר הערן זיך נישט אומקערן און לערנען דארטן נאך צוועלף יאר רבי עקיבא האט עס דערהערט און געזען זיין פרוי איז גערעכט אין ישיבה אין זיין סביבה האט ער זיך צוריקגעקערט און אדורך איז צוועלף יארן און רבי עקיבא דאן א ראש ישיבה איז געווארן פון פיר און צוואנציג טויזנט מאן און ער קומט צוריק אין שטעטל דער פאראד איז זייער גרויס ס'לויפט די גאנצע שטאט אנטקעגן פוסט געלאזן וואו א הויז און ביי אים פון יעדן זייט די שענסטע אידן פון דער צייט די תנאים און עילויים אנגעטאן אין פלוש און זייד און מען פירט אים מיט א ליד ווי א קעניג אינדערמיט פון די זייטן שמשים רייטן צוגיין נאנט לאזט מען ניט און פון הינטן פון די לעצטע גייט דארט רבי עקיבא'ס פרוי אפגעלאזן אפגעריסן אויסגעדארט איז זי אזוי רופט זיך אן צו איר א שכנה אז עס פאסט אזוי נישט גיין זאגט די פרוי איר ביי צדיקים ווי מען גייט אזוי איז שיין און זי האט באקלערט זיך דאן אז עס וואלט געווען א פלאן גיין אנטקעגן און זיך פרעגן וואו געפינט מען דא איר מאן זי האט זיך א ריס געטאן און ארויס פון אויבן-אן פארן רבי'ן שטיין געבליבן און עס קלאפט א צאן אן צאן און ווי זי האט דערזען זיין פנים ווי ער שמייכלט צו איר זיס איבערראשט איז זי געפאלן אויף דער ערד פאר זיינע פיס לויפן צו גלייך די שמשים און מען טרייבט איר און מען יאגט האט דער תנא זיי בארואיגט און האט הויך אזוי געזאגט עס איז אמת און גענוי ווי דער הימל קלאר און בלוי אז פאר מיין תורה פאר אייער תורה דארף מען דאנקען אט די פרוי זי האט געהונגערט און געשמאכט פיר און צוואנציג יאר געווארט איך דאנק דיר פאטער וואס דו האסט מיר צו איר אהיים צוריקגעבראכט און ווי איר פאטער האט דערוואוסט זיך אז א תנא איז נישט ווייט איז ער געקומען און דערציילט אים פון זיין איידעם ווי ער ליידט און עס האט אים רבי עקיבא דאן דערציילט אז דאס איז ער און געשענקט זיך אלע עוולות און צעקושט זיך מיט זיין שווער און עס האט דער רייכער שווער דאן געלאזט א טרער נאך א טרער האלב פארמעגן פאר זייערט וועגן אפגעשריבן גלייך האט ער און אויפן קאפ א קרוין פון גאלד מיט ירושלים אויסגעמאלט האט רבי עקיבא זיין פרוי דער ליבער אנגעטאן און אפגעצאלט

פרונזער עשאלאן

יום טוב עהרליך

s0242 פרונזער עשאלאן יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד פרונזער עשאלאן יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד ערגעץ אויף די וועגן שטיין בלייבט מיין וואגאן פארט מיר אן אנטקעגן א פרונזער עשאלאן פנימ'ער צופרידן קוקן ליב צו מיר אידענעס מיט אידן אן א שיעור פון קעלץ פון טורנע פון בענדין פון לאדזש פון קראקע ראדזימין פון פינסק פון גראדנע פון נאוואראדאק פון גאליציע פון וואלין פון פשעמישל און לובלין און פון לאמזשע און פון ביאליסטאק א מיידעלע א קליינע געבליבן מער נישט איינע שטעלט זיך פלוצלינג אפ ביי א וואגאן זי האט דערזען אינמיטן זיצנדיג א אידן און זיין פנים איז איר שטארק באקאנט "אנטשולדיגט" - "ביטע" "פון וואנען?" - "פון ליטע" "אייער נאמען?" - "נטע" "טאטע!" און עס קומען זיך צוזאמען ברידער שוועסטער טאטע מאמען אלע צו דעם פרונזער עשאלאן הערט א מעשה וואס געטראפן הערט א פאל וואס האט פארלאפן א טאכטער האט איר טאטן איצט דערקאנט עס קריכט זיך יעדער איינער פון וואגאן ארויס מען ציט זיך אויס די ביינער מען גלייכט די פלייצע אויס מען הייבט אן צו לויפן צום צווייטן עשאלאן מען גייט פון טיר צו טיר און מען פרעגט זיך אן "אפשר איז ווער פון בענדין פון לאדזש פון קעלץ פון ראדזימין און אפשר איינער פון נאוואראדאק אפשר ווער פון קאטאוויץ פון ריישע פון סאסנאוויץ און פון ראוונער געגנט פון ביאליסטאק א פרוי די האנט פארבונדן דער פנים פול מיט וואונדן שטעלט זיך אפ ביי איינעם א וואגאן א מאן קומט אן אנטקעגן וויגט זיך אויף א שטעקן ביידע שטייען און מען קוקט זיך אן "פשעפראשאם" - "פראשע" "פון וואנען" - "פון פאמאזשע" "יענקל" - "דוואשע" "באזשע" ! און עס לויפן זיך צוזאמען קינדער גרויסע טאטע מאמען אלע צו דעם פרונזער עשאלאן הערט א מעשה וואס פארלאפן הערט א פאל וואס האט געטראפן מאן און פרוי איצט האבן זיך דערקאנט און איך שטיי מיר אינמיטן און קוק מיר הין און הער אסאך באקאנטע אידן נאר איך קען נישט זאגן ווער פיל פון זיי איך טו קאנען איך האב זיי ווען געזען נאר איך קען זיך נישט דערמאנען וואו און ווען אפשר נאך פון יארן לאנג ליגן זיי מיר אין געדאנק נאך פון יענע צייטן פארן קריג אדער זיך באקענט אין וועג אין די ברענענדיגע טעג און אפשר דא שוין פארנדיג צוריק איך קען גארנישט געדענקען דאס הארץ האלט אין איין בענקען זי בעט זיך זי וויל אויך אביסל פרייד איך כאפ דעם ערשטן אידן ער קוקט מיר אן צופרידן און איך גיב א פרעג אים שטילערהייט "פון וואנען זיינט איר?" - "א לידע" "אייער נאמען?" - "ווידער" "ברודער!" צום הארצן טו איך אים צודריקן און ער קוקט מיט קאלטע בליקן "איך האב קיין ברודער ווער האט אייך געזאגט" זאג איך "מאכט נישט קיין גערודער אלע אידן זיינען ברידער ווייל איין טאטן האבן מיר פארמאגט" ווייל איין טאטן האבן מיר פארמאגט

צוויי ברידער

יום טוב עהרליך

s0173 צוויי ברידער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | טוב לי - לוי פאלקאוויטש צוויי ברידער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | טוב לי - לוי פאלקאוויטש אין ארץ ישראל מיט יארן טויזנטער צוריק דער בית המקדש איז נאכנישט געווען אידן האבן געלעבט צופרידן פול מיט גליק און קיין צרות האט מען נישט געזען אין א פעלד פון פרוכט און תבואה גאר אסאך געוואוינט האבן צוויי אידן דארטן שיין אין איין זייט א ברודער א פרוי מיט פילע קינדערלעך אין צווייטן זייט א ברודער גאנץ אליין דער פעלד באלאנגט צו זיי צו די ברידער צוויי און ער איז צעטיילט אויף טיילן גלייכע דער ברודער וואס אליין די הוצאות זייער קליין איז ער זיך געווארן גאר א רייכער אין צווייטן ברודער'ס הויז די משפחה זייער גרויס און וויפיל ער באקומט איז קוים צום לעבן ער איז אבער געהיט ביי קיינעם נעמט ער ניט כאטש זיין ברודער וויל אים שטענדיג געבן די וועלט מען קען איר נישט אויסגלייכן איינער האט דאך ווייניג איינער פיל דער ארעמער דארף נעמען ביי דעם רייכן און דער רייכער דארף אים געבן וואס ער וויל א איד דארף זיין פול מיט געפילן רחמנות האבן אויפן ארעמאן און דער באשעפער וועט עס אויך דערפילן און אויך אויף אונז רחמנות האבן דאן אויף די בערג פון יהודה די זון ארויסגעקומען און באלויכטן האט די גאנצע וועלט אידן האבן זיך צונויפגעקומען אראפנעמען תבואה פון דעם פעלד דער רייכער ברודער קען נישט ארבעטן צו גיך שווער צו טרעפן ווער זאל פאר אים טאן ביים צווייטן ברודער ווי מען ענדיגט נאר ביי זיך צום רייכן קומט מען העלפן וויפיל מען קאן גייען זיי אזוי א רייע נאך א רייע מיט די מעסערס שניידן זיי די זאנגען און צוזאמען אויך אלע זינגען הויך צום באשעפער ערליכע געזאנגען פון אונטן אין א זייט די ארעמעלייט קלייבן אויף דאס וואס מען האט פארגעסן א זאנג פאלט אויף דער ערד צום ארעמאן געהערט ער זאל אויכעט האבן וואס צו עסן די וועלט מען קען איר נישט אויסגלייכן איינער האט דאך ווייניג איינער פיל דער ארעמער דארף נעמען ביי דעם רייכן און דער רייכער דארף אים געבן וואס ער וויל א איד דארף זיין פול מיט געפילן רחמנות האבן אויפן ארעמאן און דער באשעפער וועט עס אויך דערפילן און אויך אויף אונז רחמנות האבן דאן די זון איז פארגאנגען דער טאג איז שוין אנטלאפן דער רייכער ברודער ליגט ביי זיך אין בעט ער איז שטארק פארמאטערט און ער קען נישט שלאפן און שטילערהייט צו זיך אליין ער רעדט אזויפיל תבואה היינט אראפגענומען און ביי מיין ברודער וועט נישט זיין אויף לאנג ער איז נאך העלפן היינט צו מיר געקומען און עס פאלט אריין אים א געדאנק עס איז שוין זייער שפעט ער לויפט ארויס פון בעט צו זיינע פעלדער לויפט ער אן גערודער א סנאפ נאך א סנאפ ער לייגט עס אויף זיין קאפ און טראגט עס אויפן חלק פון זיין ברודער ער גייט און ער גייט די הארץ איז פול מיט פרייד ער בעט נאר ס'זאל זיין מיט הצלחה דער ברודער וועט עס זען נישט וויסן וואס געשען און מיינען אז עס איז אריין די ברכה דער ארעמער ברודער קיין אויג קען נישט צומאכן פון זיין רייכן ברודער אלץ ער קלערט אזויפיל תבואה אזויפיל גוטע זאכן און דאס אלעס איז דאך גארנישט ווערד איינער אליין און אלץ טוט איבערבלייבן ער האט נישט קיין הנאה אויף דער וועלט וואס א יאר טוט ער אלץ מער אנקלייבן און פארקויפט און לייגט אוועק דאס געלט זיין גאנצער געדאנק איז וואס מער געלט אין שאנק קיין אנדער גליק טוט ער דאך נישט פארמאגן עס פאלט איין אין קאפ פון זיין פעלד א סנאפ צו זיין ברודער'ס פעלד אוועקצוטראגן די נאכט איז אזוי שפעט ער לויפט ארויס פון בעט ער נעמט א סנאפ און הייבט עס אן צו טראגן ער וועט עס לייגן ווייט ערגעץ אין א זייט זיין ברודער ווייסט נישט וויפיל ער טוט פארמאגן דער רייכער ברודער האלט אלץ אינאיין טראגן און ער איז צופרידן שטארק פון דעם פלוצלינג ווערט ער שטארק איבערגעשראקן ער זעט עס קומט אן ווער אנטקעגן אים א מענטש צי א חיה ער ווייסט נישט וואס צו קלערן ער שטייט און קוקט זיך איין אזוי אויף דעם און ווי ער פאנגט אן נענטער צו ווערן דערזען האט ער זיין ברודער נעבן אים זיי האבן זיך באטראכט די אויגן צוגעמאכט די סנאפעס שנעל געטון אנידערלייגן און זיי האבן גיך ארומגענומען זיך און קוואלן טרערן פאלן פון די אויגן מלאכים אין דער הויך וויינען מיט זיי אויך און פון באשעפער פאלן אויך צוויי טרערן און ער גיט זיין ווארט אז טאקע אויף דעם ארט דער בית המקדש וועט געבויט דארט ווערן אין בית המקדש פלעגט מען קומען אויפגענומען האט מען יעדן גלייך קרבנות פלעגן ווערן אנגענומען דאס זעלבע צי מ'איז ארעם צי מ'איז רייך דער עיקר ווי מען מעסט פון אויבן און ווייסט צו וועלכע מאס עס גייט דארט אן וויפיל דער מענטש טוט אין באשעפער גלויבן און מעשים טובים וויפיל ער האט געטאן

שבת אין פעלד

יום טוב עהרליך

s0049 שבת אין פעלד יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער שבת אין פעלד יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער הערט אויס ליבע אידן וואס איך וועל אייך דערציילן און איר וועט זיין צופרידן זייער שטארק פון דעם די מעשה האט געטראפן איך וועל אייך זאגן אפן מען זאגט אז ביים אריז"ל מען זאגט אז ביים בעל שם זכרונם לברכה מיר ווייסן להלכה אז אט די מלאכה האבן ביידע גוט געקענט שטיינער מאכן זינגען וואסער מאכן קלינגען ביימער זאלן שפרינגען און פאטשן מיט די הענט פרייליך אידן מיר דארפן זיין צופרידן פון אונזער בורא מיט זיין תורה גליקליך זיין אסאך און מיר גלויבן אז דער פון אויבן האט געגעבן כח אט פאר די צדיקימ'לאך אוי אוי דער צדיק איז אמאל געגאנגען בארג און טאל מיט חסידים מיט תלמידים א באשטימטע צאל אוי אוי עס קומט שבת אויף דער וועלט און אינמיטן פעלד מקבל זיין דעם ליבן שבת האט ער זיך געשטעלט בואי כלה דער שבת איז פאר אלע נישט דא קיין שול נישט דא קיין עמוד קיין זאך איז נישט דא קום קום כלה עס ווארטן אויף דיר אלע שעפסעלעך מיט בהמה'לעך פני שבת נקבלה דער צדיק זינגט א ניגון עס איז א פארגעניגן עס קומען צו די ציגן זיי האבן נישט קיין רו די קעלבעלעך די קליינע די שעפסעלעך די שיינע איינע גלייך נאך איינע רוקן זיי זיך צו געקומען זענען אלע מען הערט עפעס א כלה מען זעט דעם צדיק טאנצן מען הערט אויס זיין געזאנג עפעס נעמט זיי ציען עפעס נעמט זיי בריען עפעס נעמט זיי גליען אין קעפל א געדאנק בואי כלה דער שבת איז פאר אלע די שעפסעלעך די ציגעלעך מען קומט פון אומעטום און זיי בליקן און זיי קוקן און פון גרויסן פארגעניגן רינגלט מען ארום אוי אוי עפעס האט דערשפירט דער ווערעמל וואס קריכט די פייגעלעך די הייזעלעך די הערצעלעך גערירט אוי אוי א טומל א געלויף די קעפלעך אויף ארויף און צוביסלעך אויף די פיסלעך הייבן זיי זיך אויף טאנצט טאנצט ציגן א פארגעניגן אויף די פיס די הינטערשטע אזוי שיין עס איז צו זען שאף און רינדער ווי די קינדער אלע זינגען אלע שפרינגען יעדער ווי ער קען אוי אוי קוק נאר אין דער הויך די שטערן קומען אויך און זיי גלאנצן און זיי טאנצן אויף א ווייסן רויך אוי אוי זעט נאר ווער עס פליט די פליגלען אויסגעציט מלאכים קומען צו דעם צדיק טאנצן מיט אים מיט קום קום כלה דער שבת איז פאר אלע ווער עס גלייבט אין שבת איז דער שבת פאר אים דא קום קום כלה מיר ווארטן אויף דיר אלע בואי כלה בואי נא פני שבת נקבלה

שבת קודש

יום טוב עהרליך

s0053 שבת קודש יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד שבת קודש יום טוב עהרליך מילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד שבת קודש שבת קודש גרייטן זיך אידן צום שבת קודש שטארק צופרידן מיט שבת קודש יעדער איינער וויל זיין הייליג אין דעם שבת קודש יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש די תנאים די אמוראים הנה מה טוב ומה נעים עפעס טאן פארן שבת קודש וואס מען קאן פארן שבת קודש דער גאנצער כח דער גאנצער מח שבת שבת רב הונא צינדט ליכט לכבוד שבת רבא זאלצט פיש לכבוד שבת רב חסדא באקט קרויט רבי זירא מאכט פייער רב נחמן טראגט וואסער לכבוד שבת רב ספרא מאכט ריין א קאפ פון א בהמה אלץ לכבוד שבת און מיט אהבה און מיט אימה אלץ לכבוד שבת שבת קודש שבת קודש גרייטן זיך אידן צום שבת קודש שטארק צופרידן מיט שבת קודש יעדער איינער וויל זיין הייליג אין דעם שבת קודש יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש א גרויסע זכיה אן עליה יעדער איד מיט זיין יגיעה עפעס טאן פארן שבת קודש וואס מען קאן פארן שבת קודש וואס מער לויפן וואס מער קויפן שבת שבת ליכט אנגרייטן לכבוד שבת פוצן קנויטן לכבוד שבת אוי אלץ באדארפן די שפינוועבס ווארפן די מעסערס שארפן לכבוד שבת נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן אלץ לכבוד שבת נישט שטיין די באלעבאסטע פאר די אויגן אלץ לכבוד שבת א גרויסע זכיה אן עליה יעדע באלעבאסטע מיט איר יגיעה עפעס טאן פארן שבת קודש וואס מען קאן פארן שבת קודש וואס מער מיען וואס מער ציען שבת שבת באקן חלות לכבוד שבת עסן אלעס לכבוד שבת אליין געבראטן אליין געקנאטן איז פיל מער געראטן לכבוד שבת יעדער איינער וויל זיין הייליג אין דעם שבת קודש יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש

שבת שבת קודש

יום טוב עהרליך

s0054 שבת שבת קודש יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער שבת שבת קודש יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער שבת שבת קודש קומט דאך אויף דער וועלט שבת שבת קודש אלץ ווערט אפגעשטעלט שבת אויפן וואסער שבת אויפן פעלד שבת אינדרויסן שבת אין געצעלט שבת שבת קודש באלד זעקס טויזנט יאר קומט דער ליבער שבת קודש פונקט גענוי און קלאר שבת שבת קודש דער ליבלינג פון דעם איד ער ליבט דעם שבת און ער שעצט אים ווי דאס אויג ער היט שבת קודש גייט מיט אונז צוזאמען אויף אלע וועגן אויף אלע שטעגן איבער אלע ימים אין דעם גרויסן גלות קלעם אין פחד און אין שרעק גייט מען אויף קידוש השם פון שבת נישט אוועק געשעפטן גרויסע מיט פארדינסט לאזט מען אפ מיט שרעק ווי דער שבת קומט צו גיין ווארפט מען אלץ אוועק

שלא עשני גוי

יום טוב עהרליך

s0371 שלא עשני גוי יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יו"ט עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש שלא עשני גוי יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יו"ט עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש שלא עשני גוי שלא עשני גוי אט די ברכה טוט מען מאכן אלע טאג אזוי שלא עשני גוי שלא עשני גוי יעדן טאג דארף מען זיך פרייען זייער פיל אזוי טאטע געטרייער דו ביסט דאך ביי אונז טייער שווער צו געפינען וויאזוי דיר אפצודינען נישט דא קיין געדאנקען כדי דיר צו דאנקען וואס צום פאלק פון אידן טוען מיר באלאנגען אוי אוי אוי אוי אוי אבינו בשמים דיין פאלק אט דעם געטרייעם דארפסטו שוין אויסלייזן און משיח’ן קומען הייסן אוי אוי אוי אוי אוי שוין צוויי טויזנט יארן א תל פון אונז געווארן און דיר נישט פארראטן די טייערע סאלדאטן מען האלט אין איין יאגן מען האלט אין איין שלאגן און מיר טוען רואיג אלע צרות איבערטראגן אפילו וועסט יאגן אפילו וועסט טרייבן מיר וועלן נישט אוועקגיין מיר וועלן ביי דיר בלייבן שלא עשני גוי שלא עשני גוי נאר מיט דעם אליין צופרידן זענען מיר אזוי שלא עשני גוי שלא עשני גוי אפילו וועסט קיין שכר נישט געבן איז אויך גוט אזוי דער טלית די תפילין די זיסע געפילן דער חומש דער סידור דאס זיין צווישן גוטע ברידער די הייליגע תורה די שול די מנורה די מידות די חסידות דאס לערנען זיי בתמידות אוי אוי אוי אוי אוי מיט’ן טלית קטן איז דאך אלץ געראטן די יארמולקע פון אויבן קען מען קיינמאל נישט צורויבן אוי אוי אוי אוי די צניעות’דיגע קליידער באשיצן דאך כסדר דעם צוגרייטן און פירן די קינדערלעך אין חדר די מזוזה ווידער איז דער בעסטער היטער דערמאנען זיך וואס שטייט דארט מוז מען טאן א שטארקן ציטער דאס אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם נאר ביי דעם אידן דעם ערליכן און ריינעם שלא עשני גוי שלא עשני גוי מיר דארפן נישט האבן מער דאס איז גענוג אזוי שלא עשני גוי שלא עשני גוי דאס אליין עס טוט אונז טרייסטן און עס שטארקט אזוי עס קומט ראש חודש און דער שבת קודש מנורות מיט תורות און מאכלים גוטע פירות דער טעם פון עולם הבא ליגט אויף יעדן חלק מען זאגט לכבוד שבת ווערט עס תיכף הייליג אוי אוי אוי איי איי די ימים נוראים מחילת חטאים די תשובה קען נאך מאכן צדיקים גרויסע פון רשעים אוי אוי אוי אוי אוי אוי די סוכה’לע די קליינע די מינים פיר די שיינע מען פרייט זיך מיט’ן בורא מען פרייט זיך מיט זיין תורה א יאר פון הרוגות א יאר פון היזקות מיר נעמען עס מיט ליבשאפטאון מיר בעטן זיי נישט ברוגז מיר זענען שולדיג נישט קיין גערעכטע דו ביסט דער גוטער מיר זענען די שלעכטע שלא עשני גוי שלא עשני גוי עס איז אבער שווער זיך האלטן יארן לאנג אזוי עס איז אלץ איינס פאר מיר עס איז אלץ איינס פאר אייך אויב דער באשעפער וויל א פאלק מוז ער אויסלייזן גלייך שלא עשני גוי שלא עשני גוי

שלאף מיין קינד

יום טוב עהרליך

s0350 שלאף מיין קינד יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | חבלי משיח 1 שלאף מיין קינד יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | חבלי משיח 1 שלאף מיין קינד מיין נשמה מאך די אויגן צו עס האלט דיר רואיג די הענט א מאמע איי ליי לו לו לו זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט קומען וועט א נייער מארגן פול מיט גליק און פרייד האסט מיין קינד געהאט א מאמען האסט איר קוים געקענט אין די אוישוויצינער פלאמען האט מען איר פארברענט א בייזער ווינט האט דאן געבלאזן א רעגן נאס און קאלט ווען זי האט דיר איבערגעלאזן אין א ווינקל וואלד עס האט פון מיר מיין בלוט גערונען פון א דייטש א שאס ווען איך האב דיר קינד געפונען אין דעם קאלטן גראז און איך האב מיט דיר געלאפן זוכן זיך אן ארט פארטיזאנער אנגעטראפן און געבליבן דארט דער באשעפער האט אונז ביידןאפגעהיטן גוט נישט געלאזט זיך צעשיידן אפילו איין מינוט און איך וועל דיר נישט פארראטן אפילו איין מינוט ווייל ביידע האבן מיר איין טאטן און די זעלבע בלוט אויך מיר האט מען געטאן צעברעכן איך האב מער קיינעם ניט דו פון פוילן איך פון טשעכן ס'איז דער זעלבער איד ביידע זענען מיר צוזאמעןצונויפגעפארט אצינד דיר מיין גאלד עס פעלט דיין מאמען מיר עס פעלט מיין קינד שלאף מיין קינד כאפ א דרימל האב קיין דאגות ניט האסט א טאטן דארט אין הימל זעט ער דיר און היט און אז דו וועסט עלטער ווערן און דערזען די וועלט אט דעם טאטן זאלסט הערן טאן וואס אים געפעלט גיין זאלסטו אין זיינע דרכים מוטיג ווי א העלד און אויסוואקסן א תלמיד חכם רעש'ן זאל די וועלט דערהויבן וועסטו דיינע נשמה וואס דער באשעפער רוט און בעטן אים נעמען נקמה פאר דיין מאמע'ס בלוט

שלמה המלך'ס טאכטער

יום טוב עהרליך

s0662 שלמה המלך'ס טאכטער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך שלמה המלך'ס טאכטער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך ביי שלמה המלך איז א טאכטער געווען אזא שיינהייט האט די וועלט נישט געזען און די שטערן-זעהר האבן געזען אז איר מאן וועט זיין דער גרעסטער ארימאן שלמה המלך האט זיך באטראכט און אין מדבר א הויכן טורעם געמאכט און זיין טאכטער האט ער אין טורעם געבראכט און קיין ארויפגאנג צו איר נישט געמאכט ביז די וואלקענס איז דער טורעם הויך געוועזן און אויבן איז זיין טאכטער געזעסן און אנגעגרייט האט ער פיל עסן און באקוועמליכקייטן גאר אן א שיעור און שלמה המלך האט געוואלט זען דעם וואונדער ווי דער באשעפער איז מזווג זיינע קינדער וויאזוי וועט ער איר העלפן אצינדער אז ס’איז ניטא קיין ארויפגאנג צו איר די טאכטער פלעגט זיך זארגן אין אלע פרימארגן אויפן דאך פון דעם טורעם ארויפגיין און בעטן דעם באשעפער מיט געוויין טאטע געטרייער דו ביזט מיר אזוי טייער קיין זאך איז נישט שווער פאר דיר ברענג מיין באשערטן צו מיר ווייט איבער ים’ן אן א ברעג איז ביינאכט אויף א פינסטערן וועג איר באשערטער געגאנגען געטריבן פון נויט זוכן א שטיקעלע ברויט און קאלט איז אינדרויסן געווען קיין באהעלטעניש האט ער נישט געזען איז געלעגן א פעל פון א בהמה אין וועג און ער האט זיך מיט דעם צוגעדעקט זיך ארומגעוויקלט און זיך אויסגעצויגן זיך דערווארעמט און צוגעמאכט די אויגן און פון הימל איז אראפגעפלויגן א פויגל גרויס און שווארץ ווי די נאכט דעם ריח פון פעל גענומען שמעקן און אנגענומען פאר אלע פיר עקן און אוועק אין די הימלישע וועגן אויפן דאך פון דעם טורעם געבראכט האבן גענומען קלינגען די גלאקן די פויגל האט זיך דערשראקן געלאזט אויפן טורעם די פעל און איז אוועקגעפלויגן שנעל די טאכטער איז געקומען און ריידן מיט אים גענומען געזען ווי ער איז איידל פיין דאס מוז איר באשערטער זיין די שומרים האבן דערהערט די גלאקן זיי האבן זיך זייער שטארק דעשראקן געלאפן שלמה המלך אנצוזאגן און ער האט זיך געפרייט דאן ביז גאר מען האט דאן געבראכט צו אים ביידן און ער האט גענומען מיט זיי ריידן און געזאגט אז מען טאר זיי נישט שיידן ווייל דאס איז די ריכטיגע פאר געפרייט האבן זיך אלע מיט’ן חתן מיט דער כלה און א חתונה איז דאן געווען וואס די וועלט האט עס נאכנישט געזען און שלמה המלך איז געוועזן זייער פריילאך און געמאכט האט ער א ברכה ביים טיש ברוך הנותן אישה לאיש

שמע בני

יום טוב עהרליך

s0374 שמע בני יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | שמע בני שמע בני יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | שמע בני די מאמע זאגט גיין איז גיין די מאמע זאגט נישט שטיין איז נישט שטיין די מאמע זאגט ס’איז שיין איז שיין די מאמע זאגט ניין איז ניין די מאמע זאגט אין הויז איז אין הויז די מאמע זאגט ארויס איז ארויס די מאמע זאגט הערט איז הערט די מאמע איז דאך שטענדיג גערעכט די מאמע זאגט צום טיש איז צום טיש די מאמע זאגט דיר פיש איז פיש די מאמע זאגט דיר יויך איז יויך די מאמע זאגט פלייש אויך איז פלייש אויך די מאמע זאגט פלינק איז פלינק די מאמע זאגט צום סינק איז צום סינק די מאמע זאגט ס’איז שפעט איז שפעט די מאמע זאגט אין בעט איז אין בעט שמע בני אוי שמע בני שמע בני מוסר אביך ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש תורת אמיך דער טאטע זאגט פרעג איז פרעג דער טאטע זאגט מ’מעג איז מ’מעג דער טאטע זאגט נישטא איז נישטא דער טאטע זאגט ס’איז דא איז דא דער טאטע זאגט נישט יאג איז נישט יאג דער טאטע זאגט נישט שלאג איז נישט שלאג דער טאטע זאגט נישט שפיל איז נישט שפיל דער טאטע זאגט נישט וויל איז נישט וויל דער טאטע נעמט א chair איז א chair דער טאטע זאגט אהער איז אהער דער טאטע נעמט א סטראפ איז א סטראפ דער טאטע גיט א קלאפ איז א קלאפ דער טאטע זאגט ליג איז ליג דער טאטע זאגט קריג איז קריג דער טאטע זאגט נישט שווער איז נישט שווער דער טאטע איז דאך שטענדיג גערעכט שמע בני אוי שמע בני שמע בני מוסר אביך ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש תורת אמיך דו זאלסט דעם טאטנ’ס מוסר שטענדיג הערן און פון דעם זיך נישט אפקערן און דער מאמע’ס תורה הערן און חלילה נישט צעשטערן שמע בני אוי שמע בני שמע בני שמע בני די מאמע זאגט די מיידעלעך אן - אן צניעות’דיג צו גיין אנגעטאן - אנגעטאן די וועג פון צניעות דאס איז - איז צוגעדעקט די הענט מיט די פיס די קליידעלע קורץ זאל נישט זיין - נישט זיין די העלזעלע צוגעדעקט פיין - פיין איעדער זאל ווייזן מיט פרייד - פרייד א אידישע מיידעלע גייט דער טאטע זאגט די יונגעלעך אן - אן ערליך צו גיין אנגעטאן - אנגעטאן די יארמולקע ברייט אויפן קאפ - אויפן קאפ די ציצית’לעך הענגען אויף אראפ - אויף אראפ די פאות אויף א זייט - אויף א זייט אז יעדער זאל זען פונדערווייט - פונדערווייט און יעדער זאל ווייזן מיט פרייד - פרייד א אידישער יונגעלע גייט שמע בני אוי שמע בני שמע בני מוסר אביך ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש ואל תטוש תורת אימך דו זאלסט דעם טאטנ’ס מוסר שטענדיג הערן און פון דעם זיך נישט אפקערן און די מאמע’ס תורות הערן און חלילה נישט צעשטערן שמע בני אוי שמע בני שמע בני שמע בני

תורה

יום טוב עהרליך

s0545 תורה יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש תורה יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש שוין באלד פיר טויזנט יארן אז די תורה איז ביי אידן נישט דא קיין שום חסרון יעדער איז צופרידן טייכן בלוט מיט ימ’ען טרערן פארגאסן האט דער איד און ער האט פאר גארנישט מורא זיין געטרייער ליבער תורה פארגעסן וועט ער ניט אין אלע צייטן אין אלע ערטער וואו עס גייט דער איד נעמט ער מיט זיך זיין באשערטער און פארלאזט איר נישט ווייל וואו מען איז און ווען מען איז דארף מען לערנען תורה תורה מאכט דעם לעבן זיס און פאריאגט די מורא איך האב ליב צו לערנען תורה נאך און נאך צו לערנען תורה תורה איז זיס תורה איז גוט ס’איז די בעסטע זאך און צו לערנען תורה זענען אלע גלייכע בעלי בתים און בני תורה ארעמע און רייכע וואו מען קען און וויאזוי מען קען אלץ איז וואויל און פיין הלל זאגט אפילו מען האט נישט רבי עקיבא זאגט אפילו מען קען נישט וואו מען זאל נישט זיין גמרא מדרש און משניות מוסר תהלים אויך אלץ איז חשוב אלץ איז טייער און הייליג אין דער הויך וואו מען איז און ווען מען איז האבן מיר נישט מורא דעם לעבן שטעלט מען איין געוויס פאר דער ליבער תורה איך האב ליב צו לערנען תורה נאך און נאך צו לערנען תורה תורה איז זיס תורה איז שיין תורה איז די בעסטע זאך ווייל וואו מען איז און ווען מען איז דארף מען לערנען תורה תורה מאכט די לעבן זיס און פאריאגט די מורא ווייל וואו מען איז און ווען מען איז דארף מען לערנען תורה תורה מאכט דעם לעבן זיס נאר דער ליבער תורה

תורה מיט די פעלקער

יום טוב עהרליך

s0092 תורה מיט די פעלקער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד תורה מיט די פעלקער יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד מיטן הילף פון באשעפער ווילן מיר דא ריידן און דערציילן פון יענע פריידן פרייט זיך אלע טאנצט און קוועלט עס קומט די תורה אויף דער וועלט דער באשעפער פון דער וועלט דער גרויסע בורא זוכט א חתן פאר זיין טאכטער די הייליגע תורה פרייט זיך אלע טאנצט און קוועלט אלע פעלקער פון דער וועלט דער באשעפער פרעגט ביי די פעלקער אלע ווער וויל די תורה פאר א כלה די פעלקער פרעגן וואס און ווען מען וויל נישט הערן מען וויל נישט זען און פארוואס און פאר ווען לאמיר זען וואס איז געשען איז א מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ גענומען פליען קיין יוראפ און קיין רוסלאנד געקומען איז ער און פרעגט צו א בעלן איז ווער זאגט מען צו אים כאראשא זאגט אונז וואס פאזשאלאסטא זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט אנכי איך בין אייער גאט זאגן זיי ניין האלט עס אליין איר ווייסט נישט 'כאווער' וואו אהין צו גיין מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין אזוי ווי ביי אונז איז שיין ניין ניין האלט עס אליין מיר האבן אן אנדער מיין אפשר פרואווט קיין דייטשלאנד גיין אפשר וועט מען אייך פארשטיין איז דער מלאך געפלויגן גלייך אהין און איז געקומען קיין בערלין און די דייטשן די תורה ווייזט ער און פרעגט צו א בעלן איז ווער זאגן זיי מיר זענען גרייט זאגן זיי די ווארהייט וואס דארט שטייט זאגט זיי דער מלאך לא תרצח טויטן איז נישט קיין שיינע זאך זאגן זיי ניין האלט עס אליין איר ווייסט נישט מיין הער וואו אהין צו גיין מיר האבן געלערנט ביים פאטער אליין אז טויטן דארף מען וואס מיין ניין ניין האלט עס אליין מיר האבן אן אנדער מיין פילייכט פראבירן זי קיין פראנקרייך גיין פילייכט וועלן זיי עס פארשטיין איז דער מלאך געפלויגן ווייטער ביז ער איז געקומען קיין פאריז די פראנצויזן די תורה ווייזט ער און פרעגט צו א בעלן איז ווער זאגן זיי סיל ווי פלעי זאגט אונז וואס און וויאזוי גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין זאגן זיי ניין האלט עס אליין איר ווייסט נישט מיסיור וואו אהין צו גיין מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין אזוי ווי ביי אונז איז שיין ניין ניין האלט עס אליין מיר האבן אן אנדער מיין אפשר פרואווט קיין ענגלאנד גיין אפשר וועט מען אייך פארשטיין איז דער מלאך געפלויגן ווייטער אין וועג קומט קיין לאנדאן אויפן ברעג און די ענגלאנדער די תורה ווייזט ער און פרעגט צו א בעלן איז ווער זאגן זיי טענק יו סיר ווייזט נאר איין געזעץ אהער זאגט זיי דער מלאך לא תחמוד איר זאלט נישט גלוסטן וואס יענער האט זאגן זיי ניין האלט עס אליין איר ווייסט נישט מיסטער וואו אהין צו גיין מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין אז גלוסטן דארף מען וואס מיין ניין ניין האלט עס אליין מיר האבן אן אנדער מיין אפשר פרואווט קיין אמעריקע גיין אפשר וועט מען אייך פארשטיין איז דער מלאך געפלויגן ווייטער מיט זארג און איז געקומען קיין ניו יארק די אמעריקאנער די תורה ווייזט ער און פרעגט צו א בעלן איז ווער זאגן זיי טענק יו פיין וואספארא ביזנעס וואספארא ליין זאגט זיי דער מלאך הערט מיט קאפ כבוד טאטע מאמע גיט אפ זאגן זיי ניין האלט עס אליין מיר גיבן אפ כבוד נאר דער יוגנט אליין פאר די עלטערע גענוג איז פאר זיי דער יום טוב "מאדער'ס דעי" ניין ניין האלט עס אליין מיר האבן אן אנדער מיין אפשר פרואווט צו די אראבער גיין אפשר וועט מען אייך פארשטיין איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין אין אזיע אין עבר הירדן די אראבער די תורה ווייזט ער און פרעגט צו א בעלן איז ווער זאגן זיי גיט מאפסוט ווייזט נאר פריער וואס מען טוט זאגט זיי דער מלאך לא תגנוב נישט גנב'ע און נישט בלאף זאגן זיי ניין האלט עס אליין איר ווייסט נישט כאוואדזשא וואו אהין צו גיין מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין אז גנב'ענען דארף מען וואס מיין ניין ניין האלט עס אליין מיר האבן אן אנדער מיין אפשר פרואווט צו די אידן גיין אפשר וועט מען אייך פארשטיין אינמיטן וועג דער מלאך שטייט זעט ער א איד א משולח גייט דער טלית קטן לאנג און ברייט האט ער זיך דערפרייט די תורה האט ער אים דערלאנגט און דער משולח האט באדאנקט ווארט נאר זאגט ער איילט זיך ניט איך גיב אייך א רעסיט קיין גלייכער פארל האט איר ניט ווי די תורה מיט דעם איד ביידע זענען די בעסטע פריינט ווייל מען האט זיי ביידן פיינט אין איין בורא גלויבט דער איד און קיין שלעכטס טון קען ער ניט און כבוד טאטע-מאמע ער גיט און דער הייליגן שבת היט ווי דער מלאך האט עס דערהערט האט ער זיך צוריקגעקערט און געזאגט אויפן הימל דארט אז די תורה איז אויפן בעסטן ארט

תחיית המתים

יום טוב עהרליך

s0151 תחיית המתים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד תחיית המתים יום טוב עהרליך לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד אני מאמין איך טו אין דעם אלעס גלויבן אמת אז דער באשעפער פון אויבן אמת ער וועט טאן אונזער שטרעבן און די מתים כוחות געבן און זיי וועלן נעמען לעבן אמת און פארשטיין עס וועט נישט קיינער ווי די נפטרים יעדער איינער וועט באקומען הויט מיט ביינער אמת און עס וועלן דאן פון הר הזיתים אמת אנפאנגען צו גיין די מתים אמת יעדער איינער מיט זיין פנים און מיט אלע זיינע סימנים פונקט אזוי ווי יעדער קאן אים אמת יעדער איינער מיט זיין חסרון וואס מיט דעם איז ער נפטר געווארן און פונקט אויך אין די זעלבע יארן אמת די מאמע וועט די קינדער יעדן אנווייזן דער באבען מיטן זיידן און דער זיידע דעם עלטער זיידן אמת אבער די באבע מיטן זיידן געזען די קינדער אלע פון גן עדן און זיי רופן ביים נאמען יעדן אמת דאס איז חיים דאס איז ניסן יעדן איינעם טוט מען וויסן מען איז געווען אויף אלע ברית'ן אמת דאס איז מלכה דאס איז חנה דאס איז זלמן און שושנה ביי די חופות איז מען געשטאנען אמת און דער אויבערשטער וועט מאכן היילן אמת אונטער דייטשלאנד און פוילן אמת און פון דער ערד אויסוויילן פון די קדושים אלע טיילן און ער וועט זיי אויסהיילן אמת עס וועלן אויפשטיין די מיליאנען און זיי וועלן זיך דערמאנען און זיי וועלן זיך דערקאנען אמת און פון פרייד וועט פאלן טרערן און א גרויסער טומל וועט דאן ווערן און געשרייען וועט זיך הערן אמת דאס איז דער טאטע דאס איז די מאמע דאס איז יצחק און נחמה אומגעקומען האט מען צוזאמען אמת מען וועט זיך טרעפן מיט די נביאים די תנאים און אמוראים די ראשונים און אחרונים אמת אלע גאונים און צדיקים דער בעל שם טוב מיט די תלמידים אנשי מעשה און חסידים אמת

אהבת השם

יומי לאווי

s0354 אהבת השם יומי לאווי לחן: יוסי גרין | אהבת השם אהבת השם יומי לאווי לחן: יוסי גרין | אהבת השם דער הייליגער משה רבינו האט אונז געגעבן צו פארשטיין פארוואס דער אויבערשטער האט אונז אויסגעוועלט צו זיין פאר אים אן עם סגולה פון אלע פעלקער פון די וועלט נאר ווייל ער האט אונז ליב מיט די שטערקסטע ליבשאפט כי עם קדוש אתה לה' אלהיך בך בחר השם אלוקיך להיות לו לעם סגולה מכל העמים אשר על פני האדמה לא מרובכם מכל העמים חשק השם בכם ויבחר בכם כי אתם המעט מכל העמים כי מאהבת השם אתכם

איך גלייב

יונגערליך

s0121 איך גלייב יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | יונגערליך איך גלייב יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | יונגערליך איך גלייב איך גלייב איך גלייב א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט זינגט מיט מיר צוזאמען די דרייצן אני מאמין איך גלייב איך גלייב איך גלייב איך גלייב אז דער בורא אלעס ער פירט אלעס וואס געשעט און האט אמאל פאסירט ער טוט באשאפן אלעס וואס מיר דארפן די גאנצע וועלט באצירט איך גלייב אז נאר ער איז דער איינציג גאט נישט דא נאך אזא איינער ווי דער בורא וואס מ’האט און ער איז געווען און וואס ס’וועט געשען איז נאר פון השם אחד איך גלייב איך גלייב איך גלייב א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט זינגט מיט מיר צוזאמען די דרייצן אני מאמין איך גלייב איך גלייב איך גלייב איך גלייב אז דער בורא קען מען נישט פארשטיין נישט ווי א מענטש פון פלייש און ביין די ערשטע און לעצט הייליג און געשעצט און נאר צו אים מתפלל זיין איך גלייב אז די נביאים און זייערע רייד איז נאר מיט אן אמת און א העכערקייט און משה געטריי איז דער רבי פון זיי אן קיין ענליכקייט איך גלייב איך גלייב איך גלייב א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט זינגט מיט מיר צוזאמען די דרייצן אני מאמין איך גלייב איך גלייב איך גלייב איך גלייב אז די תורה אונזער לעבן האט דער בורא פאר משה אים געגעבן דאס טוט אונז באגלייטן ס’וועט זיך נישט בייטן אזוי ווי אונזער שטרעבן איך גלייב אז דער בורא ווייסט וואס יעדער טוט וואס א מענטש טראכט א יעדע מינוט און טאקע דערפאר באצאלט ער מיט שכר פאר ווער ס’גייט אין זיינע טריט איך גלייב אז משיח איז שוין דא כמעט כאטש מיר ווארטן שוין אזויפיל צייט און תחיית המתים וועלן אלע אויפשטיין ווען דעם אויבערשטער’ס ווילן וועט זיין איך גלייב איך גלייב איך גלייב א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט זינגט מיט מיר צוזאמען די דרייצן אני מאמין איך גלייב איך גלייב איך גלייב

באלד באלד

יונגערליך

s0426 באלד באלד יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: הערשי וויינבערגער ר' וועלוול שמעלצעריונגערליך 2 באלד באלד יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: הערשי וויינבערגער ר' וועלוול שמעלצעריונגערליך 2 פון אלע זייטן מען לויפט זיך מען באהאלט אויף די גאס א מלחמה שווערע באמבעס פאלט אליין איך ווארט אויף מיין מאמע מאמע ליב געדארפט פארלאזן אונזער שטוב פון די צרות וואס גייט פאר אין באהעלטעניש די ערד איז קאלט און פראסט אזויפיל אידן זייער היים איבערגעלאזט שטיל איך פרעג וואו איז מיין מאמע ליב איך וויל שוין אהיים אין שטוב איך בענק מיך אזוי ביז גאר כ׳בין הונגעריג און קאלט אויף די פיס שטעל איך זיך אויף מיט אויגן נאס פון טרערן קוק איך ארויף אוי מאמע דו האסט מיר צוגעזאגט אז באלד טאקע באלד נעמסטו מיר אהיים ארויס פון די פינסטערניש דא אן עלטערער איד ער זאגט מיר דו דארפסט זיך נישט זארגן זי וועט זיכער קומען דיר נעמען היינט אדער מארגן ווייל ווען א מאמע זאגט אז באלד באלד באלד טאקע באלד וועט קומען די מינוט זי ווייסט וואס דיר איז גוט ס'דארף קומען די ריכטיגע שעה באלד באלד זי קומט שוין באלד באלד זי איז שוין באלד באלד דא נאך שנעלער ווי דו מיינסט באלד באלד איך קום שוין באלד באלד איך בין שוין באלד באלד דא און מיר גלייבן אז נאך היינט מער קיין ווייען קיין געשרייען ניין פארווישט די טרערן צרות הערן ניין יא מ'ווייסט אז ווי א מאמע מאמע ליב בויסטו באלד אויף דיין שטוב וואס וועט לייכטן און שיינען מיט פראכט אין גלות ביי אונז אזא קעלט און אזא פראסט אבער אונזער מאמע האט אונז קיינמאל איבערגעלאזט אהבתי אתכם אהבתי ולא אעזוב את עמי אפילו אין די טונקלסטע נאכט אונזערע זיידעס זענען אריבער א וועלט מלחמה און וואס איז געווען זייער איינציגסטע נחמה אז משיח ער קומט שוין באלד באלד באלד טאקע באלד יעדע צער און פראבלעם ער פאררעכט כאטש מיר זענען באהאלטן שוין טויזנטער יארן רבונו של עולם וואס איז מיט דיין הבטחה געווארן דו האסט אונז צוגעזאגטאז באלד באלד באלד טאקע באלד קינד מיינס איך בענק איך קום שוין צו ענק יעצט געשעט עס עכט באלד באלד איך קום שוין באלד באלד איך בין שוין באלד באלד דא נאך שנעלער ווי איר מיינט באלד באלד איך קום שוין באלד באלד איך בין שוין באלד באלד דא און מיר גלייבן אז נאך היינט

בצאת ישראל

יונגערליך

s0200 בצאת ישראל יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | יונגערליך 2 בצאת ישראל יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | יונגערליך 2 בצאת ישראל ממצרים בית יעקב מעם לעז פון גלות שוין באפרייט ארויס ארויס מ'גייט בצאת ישראל בצאת דו האסט אונז אויסגעלייזט איין מאל דו האסט אונז אויסגעלייזט א צווייטע מאל און א דריטע מאל דו וועסט אונז אויסלייזן איינס צוויי דריי מיר גייען שוין אהיים אויף אלעמאל

דאווענען

יונגערליך

s0553 דאווענען יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | יונגערליך דאווענען יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | יונגערליך מי מי אנכי שאזכה להתפלל לפני הקדוש ברוך הוא שהוא קל גדול ונורא אוי הייליגער באשעפער דו האסט געבעטן דאווענען אוי אוי אוי דאווענען פאר דיר גרויסער באשעפער וועל איך יעצט דאווענען אוי אוי אוי דאווענען פאר דיר

המלך

יונגערליך

s0097 המלך יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 המלך יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 והיה ה׳ למלך איי איי למלך מלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ה׳ אחד ושמו אחד אלעס טוט זיך פרייען דיין מלכות באנייען יעדער וועט שרייען אז דו ביסט –א מלך המלך המלך אויף דער גאנצער וועלט המלך המלך המלך אויף דער גאנצער וועלט

לעשות רצונך

יונגערליך

s0781 לעשות רצונך יונגערליך לעשות רצונך יונגערליך לעשות רצונך אלקי חפצתי ווייל וואס דער אייבערשטער הייסט ווייל וואס דער אייבערשטער זאגט אזוי נאר אזוי וויל איך טון

מיין זיידע

יונגערליך

s0510 מיין זיידע יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: ר' וועלוול שמעלצער | יונגערליך 2 מיין זיידע יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: ר' וועלוול שמעלצער | יונגערליך 2 מיין זיידע האט מיר פארציילט זכרונות מיטגעטיילט וואס ער איז אלץ אדורך אין לעבן זיץ איך דארט שטילערהייט מיט דארשט איך שלינג זיינע רייד וואס ער טוט פאר מיר זיין אייניקל איבערגעבן ער פארציילט מיר פון זיין אייגענע זיידע אוועק איז ער ביים קריג ליידער און ווען איך דערמאן זיך פון אים גייט מיר א טרער זיין וועזן זיין צורה זיין חן זיין ווארעמקייט מיט תמימות גאר ריין וואס איז אמאל געווען וועט שוין נישט זיין מער זיידעניו מיין זיידע געווען פאר מיר אן אבידה געהאט אזא קשר אן אייביגע בונד מיט מיר איך האב נאכנישט געטראכט דאן אז איין טאג א זיידע וועל איך זיין און האבן אזא לעכטיגן אייניקל ווי דיר זיידעניו מיין זיידע איך און דו ביידע געהאט א קשר וואס מ'קען נישט אפטיילן ווי גליקליך בין איך אז איך זיץ מיט מיין אייניקל דיך און קען זיסע זכרונות דערציילן למען ידעו דור אחרון דור דור אחרון למען ידעו דור אחרון דו ביסט מיין זיידע מיין קרוין ווי איבערגענומען איך בין ווען מיין זיידע דערציילט מיר דערפון ווי שטאלץ צו זיין פון דעם שורש איך שפיר ליבער זיידעניו ווען איך פארברענג מיט דיר דא דעם גאנצן לעכטיגן אמאל זע איך אין דיר דיין האנט לאמיך אנכאפן דיין הדרכה גוט איינזאפן די טייערקייט פון דיינע ריידקען מען נישט באשרייבן בא'חנ'טע זיסע אויסדרוקן מיט דיינע ווערטלעך זיך דערקוויקן הלוואי קען איך מיט דיר אויף אייביג פארבלייבן זיידעניו מיין זיידע איך און דו ביידע פארמאגן א קשר אן אייביגע בונד און דאס איז אויך מיין רצון מיין וועלן אייגענע דורות אויפשטעלן שטאלצירן אז זיי זענען מיין זיידע'ס א קינד זיידעניו מיין זיידע איך און דו אונז ביידע מיר פארמאגן א קשר וואס מ'קען נישט אפטיילן און איך האף אז איין טאג הלואי מיינע אייניקלעך זיי וועל איך אויך קענען זכרונות דערציילן למען ידעו דור אחרון דור דור אחרון למען ידעו דור אחרון דו ביסט מיין זיידע מיין קרוין

מיר זענען סאלדאטן

יונגערליך

s0480 מיר זענען סאלדאטן יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 מיר זענען סאלדאטן יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 מיר זענען סאלדאטן פארן מלך מלכי המלכים אין אונזער זכות יא אין אונזער זכות אין אונזער זכות שטייט היינט די וועלט מיר לערנען שיין מיר דאווענען ריין מיט מידות טובות גאר פיין מיר גלייבן אין באשעפער אליין מלא חן פון גרויס ביז קליין אנטקעגן משיח וועלן מיר גיין במהרה בימינו אמן אין העולם מתקיים אלאאלא בזכות הבל פיהםשל תינוקות של בית רבןתינוקות של בית רבן

מלוך

יונגערליך

s0103 מלוך יונגערליך לחן: ר' משולם גרינבערגער | יונגערליך מלוך יונגערליך לחן: ר' משולם גרינבערגער | יונגערליך מלך על כל העולם כולו בכבודך והנשא על כל הארץ ביקרך והופע בהדר גאון עזך על כל יושבי תבל ארצך זאל שוין זיין זאל שוין זיין זאל שוין זיין דער באשעפער וועט געוועלטיגן אליין אך ווי שיין אך ווי שיין אך ווי שיין ווען משיח וועט קומען צו גיין זאל שוין זיין זאל שוין זיין זאל שוין זיין דער באשעפער וועט געוועלטיגן אליין אך ווי שיין אך ווי שיין אך ווי שיין במהרה בימינו אמן

ס'איז דא א באשעפער

יונגערליך

s0144 ס'איז דא א באשעפער יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 ס'איז דא א באשעפער יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 טויזנטער יארן צוריק האט געלעבט אונזער טאטע אברהם ער פרעגט מיט וואונדער און קען נישט פארשטיין וויאזוי געשעט א וועלט פון זיך אליין? אברהם געב נאר א קוק אנטפלעקט זיך צו אים דער בורא עולם איך בין דער וואס האט אלעס אויפגעשטעלט ס'איז דא איין באשעפער אויף דער וועלט ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און אלעס טוט ער פירן ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און אן אים גארנישט טוט זיך רירן

קדיש

יונגערליך

s0148 קדיש יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 קדיש יונגערליך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ | יונגערלעך 4 ווען איך וואלט מיך נישט געשעמט פון מיינע חברים קרובים און שכנים פון מיין סביבה די השפעה פון די גאס און איך וואלט מיך נישט געשעמט פון די גאנצע וועלט נישט געקוקט אויף קיין כבוד קיין געלט געפילן מורא און שפאס וואלט איך געלאפן אין די גאסן און געשריגן יתגדל ויתקדש שמיה רבא כי ה׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו

קל מלך נאמן

יונגערליך

s0490 קל מלך נאמן יונגערליך לחן: ר׳ שמעון יואל וועבער | יונגערליך 3 קל מלך נאמן יונגערליך לחן: ר׳ שמעון יואל וועבער | יונגערליך 3 די רעכטע הענט אויף די צוגעמאכטע אויגן צו געדענקען און צו וויסן אז ס'איז נאר דא איין איינציגער באשעפער אויף די גאנצע וועלט קל מלך נאמן שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד

שויתי

יונגערליך

s0418 שויתי יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | יונגערליך 3 שויתי יונגערליך לחן: הערשי וויינבערגער | יונגערליך 3 שויתי השם לנגדי תמיד דו שטייסט אקעגן מיר פאר מיינע אויגן טוסטו זיין איך ווייס דו ביסט מיט מיר אין א יעדע איינציגסטע זמן שויתי השם לנגדי תמיד

שלום עליכם משיח

יונגערליך

s0210 שלום עליכם משיח יונגערליך לחן: ר' יונה ליפשיץ | מילים: מאטי אילאוויטש | יונגערלעך 4 שלום עליכם משיח יונגערליך לחן: ר' יונה ליפשיץ | מילים: מאטי אילאוויטש | יונגערלעך 4 אליין אויפן וועג אין די לאנגע גלות טעג משיח ער שטייט און ווארט ביז גאר כמעט שוין צוויי טויזנט יאר זיין שופר איז גרייט מיטן אייזל ער שטייט ער קוקט שוין ארויס ווען לייז איך זיי אויס ס'זאל שוין זיין יהא שמיה רבא ווען פלוצלינג פון דער ווייט משיח אליין ער רייט ער וועט אויפבינדן די גלות קייט מיר אלע ווערן באפרייט צום אדלער א געלויף מיר פליען צום באשעפער'ס הויף מ'טאנצט מ'שפרינגט מ'שרייט מ'זינגט משיח ברוך הבא שלום עליכם משיח מיר האבן זיך געבענקט עליכם השלום אידעלעך עטס האטס מיר געברענגט קומטס נאר כלל ישראל אהיים פונקט ווי אמאל אין אונזער היים ירושלים יא יא יא איך בין שוין דא שלום עליכם משיח מיר האבן זיך געבענקט עליכם השלום אידעלעך עטס האטס מיר געברענגט מארבע כנפות אויפן טאטנ'ס שויס אין אונזער היים ירושלים יא יא יא ברוך הבא ס'איז יו"ט אויף דער וועלט אויך די חיות אויפן פעלד די פייגל פון אויבן די פיש פון ים זיי טאנצן מיט די בערג צוזאם אלעס שפראצט פון בוים און די זון כחום היום און די הימל בלייבט שטיין באגלייט אונז אריין אין ירושלים הבנויה מ'שעכט דעם שור הבר און פון יין המשומר משיח אליין פאר יעדן טיילט דער פשט פונעם גלות ער דערציילט די ניסים יעדער זעט תחיית המתים געשעט א קרבן תודה עס ברענט מ'פאטשט מיט די הענט אשירה לה' כי גאה גאה

הלל הזקן

יונגערלעך

s0659 הלל הזקן יונגערלעך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ \ אלבום: יונגערלעך 4 הלל הזקן יונגערלעך לחן ומילים: ר' יונה ליפשיץ \ אלבום: יונגערלעך 4 שמעיה ואבטליון זייער גרויסקייט איז באקאנט אין בית מדרש דארט הערשט א ליכטיגקייט גייט הלל הזקן אויף די זעלבע וועג געשפאנט ער שלינגט מיט דארשט די תורה'דיגע רייד איך וויל גיין לערנען אין שול לערנען די הייליגע תורה גיין לערנען אין שול הלל שטייט ביים טיר מיט שרעק און מורא א שומר ביים טיר איז פארהאן איך בעט דיך לאמיך אריין ניין דו קענסט נישט דא זיין באצאל באצאל די פרייז וואס עס קאסט אן באצאלן - הערסט - קיינעם מען לאזט באצאל באצאל קיין ברירה דו האסט הילל וויינט וואס דאס מיינט גוט ווייסט-ער מיך פארשיקט ווייל גארנישט ליגט אין טייסטער האלב וואס איך פארדין ברענג איך דא טאג טעגליך אויך היינט איך בין אין מארק מיט מיינע וועגעלעך איך ווייס דעם כלל אם אין תורה אין קמח און איך דערווייל אן ביידע איך דערזע-מיך תנו רבנן – האבן די רבנן געלערנט די לעכטיגקייט פון די בני עליה תנו רבנן – האבן די רבנן געלערנט א פרישע פשט א קשיה און א פליאה איך וויל אויכעט האבן די זכיה הלל זוכט דעם לייטער - שנעל גייט-ער דארט ארויף ארויף ארויף ארויף די טרעפ דארטן אויבן ער קוועלט דורכן גלאז אין די תורה וועלט ער קען נישט גענוג – זיך זעטיגן פון גליק מיט מסירות נפש הערט ער יעדע ווארט מיט מסירות נפש לערנט ער דארט א טבת נאכט א פראסט אוי ס'קאלט שנייעלעך ס'פאלט און ס'פאלט די ברעקעלעך באדעקן דארט באלד הלל'ס געשטאלט שמעיה און אבטליון שפאנען צומארגענס צו זייער ווינקל זיי קומען אריין אין שול און ס'איז טונקל קיינער פארשטייט נישט וויאזוי געשעט אזא זאך זיי קוקן ארויף צום איינעם פענסטער אויפן דאך ס'איז פארשטעלט די תלמידים לויפן ארויף פארשנעלט וואס גייט דארט פאר?זיי גלייבן נישט וואס זיי ווערן געוואויר הלל הזקן מיט א פארפרוירענעם געזיכט זיין גאנצע קערפער אונטער א דיקן שיכט ווי גרויס איז דיין חשק צו תורה זיי פרעגן אז דו ביזט אגאנצע נאכט דא אויבן ביים פענסטער געלעגן גארנישט וועט מיך נישט אוועקצווינגען צו קענען אינאיינעם מיט די שענסטע קלאנגען מיטזינגען תנו רבנן – האבן די רבנן געלערנט די לעכטיגקייט פון די בני עליה תנו רבנן – האבן די רבנן געלערנט א פרישע פשט א קשיה און א פליאה און איך קען אויכעט האבן די זכיה שמעיה ואבטליון זיי באשליסן תיכף דארט הילל צו די תורה אזוי גליסט און זיי לאזן פאר שומר'ל זאפארט פון היינט מאל אן ער קומט אריין אומזיסט דו וועסט שוין לערנען אין שול לערנען די הייליגע תורה

א גוטע וואך

יונתן שווארץ

s0063 א גוטע וואך יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך א גוטע וואך יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך א גוטע וואך אידן מיר דארפן זיין צופרידן עס קומט א פרישע וואך און א גוטע וואך ממש א מחיה אז די וואך די נייע וועט ברענגען צו הצלחה און מזל נאך און נאך ביי יעדן איז באשטימט ווען מוצאי שבת קומט טוט דאך יעדער איינער פארשידענע פעולות מ'בעט אויף הצלחה פאר די משפחה און ס'איז פארהאן דערצו גאר אסאך סגולות א גוטע וואך אידן מיר דארפן זיין צופרידן מיר האפן אלע נאך און נאך אז ס'קומט א גוטע וואך די וואך וועט מען הערן שמחות וועט זיך מערן מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה מה טוב ומה נעים גאט פון אברהם טאטעס מאמעס קליינע קינדער אלע אידן זאגן פון בארדיטשובער א סגולה אויף הצלחה פילעאז דער וואס זאגט עס וועט דאך אלעס גוטס פארמאגן א גוטע וואך אידן מיר דארפן זיין צופרידן מיר האפן אלע נאך און נאך אז ס'קומט א גוטע וואך די וואך וועט מען הערן שמחות וועט זיך מערן מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה מ'גיסט אביסל וויין ס'זאל א ברכה זיין לנו ולכל ישראל אמן די אויגן אפוואשן און אנפילן די טאשן געזונט פרנסה נחת זאל קומען צו גיין ס'איז זייער גוט ידוע א סגולה פאר א רפואה חמין במוצאי שבת ווארעמע זאכן נישט פארגעסן איבער אלעס צוזאמלייגן די טלית די אלע שלעכטע קליפות טוט עס דאך אפשוואכן א גוטע וואך אידן מיר דארפן זיין צופרידן מיר האפן אלע נאך און נאך אז ס'קומט א גוטע וואך די וואך וועט מען הערן שמחות וועט זיך מערן מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה נאך א סגולה איז פארהאנען מוצאי שבת צו דערמאנען אליהו הנביא זכור לטוב ער איז דאך דער שליח צו ברענגען משיח אויפבויען דעם בית המקדש דעם הייליג הויז א גוטע וואך אידן מיר דארפן זיין צופרידן מיר האפן אלע נאך און נאך אז עס קומט א גוטע וואך די וואך וועט מען הערן שמחות וועט זיך מערן מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה אויך זאגט מען דא ויתן לך מ'בעט ער זאל אונז געבן פון אלעם גוטן זיך קענען פירן גביר'יש רוב דגים ותירוש סייעתא דשמיא אין אלע טריטן מלוה מלכה גרייטן דעם שבת צו באגלייטן א סעודה כהלכה מיט אלע דקדוקים פון בעל שם מיט די תלמידים און זיינע חסידים טוט מען דערציילן סיפורי צדיקים א גוטע וואך אידן מיר דארפן זיין צופרידן מיר האפן אלע נאך און נאך אז ס'קומט א גוטע וואך די וואך וועט מען הערן שמחות וועט זיך מערן מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה אז איינער פארט ארויס ווייט פון זיין הויז א חזקת סכנה זענען דאך אלע דרכים צו א הצלחה'דיגע וועג אין די קומענדיגע טעג זאגט ער וישלח יעקב מלאכים א גוטע וואך אידן מיר דארפן זיין צופרידן מיר האפן אלע נאך און נאך אז ס'קומט א גוטע וואך די וואך וועט מען הערן שמחות וועט זיך מערן מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה

א גוטע ניגון

יונתן שווארץ

s0501 א גוטע ניגון יונתן שווארץ לחן: ר' הלל פלאי | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון א גוטע ניגון יונתן שווארץ לחן: ר' הלל פלאי | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון זיצט זיך א אידעלע און ער זינגט זיך א ליד צי ווייסט ער וואס עס קען אויפטון א ניגון פון א איד ווען א איד זינגט א ניגון קען עס דערגרייכן זייער הויך א אידישע ניגון האט א געוואלדיגן כח א ניגון קען ברענגען שמחה גילה און רינה א ניגון קען ברענגען בטחון און אמונה א ניגון קען ברענגען דביקות לבורא יתברך שמו איז שירו לו זמרו לו יעקב אבינו זיצט זיך פאר'צער'ט אינדערהיים ער וויל זיך נישט טרייסטן וימאן להתנחם ביז סרח בת אשר האט גענומען איר פידעלע פאר יעקב אבינו געזונגען א לידעלע עוד יוסף חי טוט זי אונטערברימען זיין רוח הקודש האט ער צוריקבאקומען און ווייל זי האט געזונגען פאר יעקב אבינו אונזער זיידן זינגט זי ווייטער אויבן אין גן עדן און בקרוב אין בית המקדש דארטן ושם נשיר מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויפאמאל אז ישיר משה ובני ישראל משה רבינו נעמט אלע אידעלעך צוזאם זיי זעען די ניסים ווען מ'שפאלט פאר זיי דעם ים זיי זעען דעם אויבערשטנ'ס האנטאיז אזוי שטארק און אזוי גרויס זיי זינגען את השירה הזאת און אלע פרויען גייען מיט מרים הנביאה זיי זעען דעם יד חזקה דעם זרוע הנטויה זיי זעען די מצריים זינקען אריין טיף אין תהום זיי זינגען שירה על שפת הים און בזמן שבית המקדש היה קיים ווען א איד האט געברענגט א קרבן קיין ירושלים די לויים האבן זיך מיט זייערע טענערגענומען צו ברימען זיי האבן דעם מענטש דאס הארץ צענומען ביי די טיר פון די עזרהזענען זיי געשטאנען ווי שומרים יעדן טאג א ניגון שיר שהלויים היו אומרים ווען משיח וועט קומען וועלן זיי ווייטער זינגען אזוי מזמור שיר לעתיד לבא און בקרוב אין בית המקדש דארטן ושם נשיר מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויפאמאל אז ישיר משה ובני ישראל אין קעניג'ס פאלאץ אינמיטן די נאכט פונקט זיצט זיך דער קעניג דוד המלך און ער זינגט דער געטרייער פאסטוכער זינגט ניגונים פארן בורא'ס כבוד למנצח מזמור לדוד די זעלבע ניגונים זינגען מיר דור אחר דור די קאפיטלעך תהלים באגלייט אונז אין גלות המר פון דעם הייליגן תהלימ'לוועלן מיר זיך קיינמאל נישט שיידן סיי אין צרות סיי אין פריידן דער הייליגער חתם סופרפלעגט צו זאגן אין זיין לעבן העלפט פון זיין תורה וואלט ער אוועקגעגעבן ווער ס'וואלט אים געגעבן פון כח הנגינה אפילו א חלק געט ער העלפט פון זיין תורה וואס איז אזוי הייליג פון צדיקים זאגט מען נאך אזוי שיין און וואונדערליך זינגען זמירות איז א סגולה אויף ערליכע קינדערלעך צו זינגען זמירות פאר דעם מלך חי וקים איז א סגולה אויף קינדער יראי שמים מיליאנען אידן זענען געפארן אויף די באנען זיי ווייסן אז מען פירט זיי נעבעך אין די פלאמען דאך האבן זיי געזונגען אלע אידן צוזאמען איך גלייב אין בורא אני מאמין אז בקרוב אין בית המקדש דארטן ושם נשיר מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויפאמאל אז ישיר משה ובני ישראל

א גוטער איד

יונתן שווארץ

s0375 א גוטער איד יונתן שווארץ לחן: ר' ירמי' דמן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה א גוטער איד יונתן שווארץ לחן: ר' ירמי' דמן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה א איד שטייט אויף צופרי און צו זיך זאגט ער צו פון היינט און ווייטער בין איך וואויל און גוט איך ווארף אוועק אלע שלעכט איך גיי מיך פירן נאר מיט רעכט אזוי ווי ס'פאסט פאר א גוטער איד די גאנצע וועלט האב איך געזען ס'איז מיר שוין גענוג געווען פון די וועגן די נארישע אוי וויי איז מיר אוי וויי ליידיג יארן איז פארביי איך גיי יעצט אנפאנגען א נייע פרשה ער טראכט אבער צו אים איך האב דאך נאר איין פראבלעם וואס וועלן מענטשן זאגן אויף דעם איך בין אראפ פון זינען איך קען קיין פלאץ געפינען וועגן דעם נעם איך זיך דעם בורא דינען אזעלכע מחשבות איז מעשה יצר בלויז דער יצר הרע איז זייער זייער גרויס שרעק זיך נישט פון קיינעם ווארף אוועק תענוגים ואל יבוש מפני המלעיגים אידעלע טראכט נישט וואס יענעם וועט געפעלן וועסט סייווי נישט די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן טו צו דער זאך וואס איז יושר און גלייך וועסטו דעמאלטס אניאגן גאר גאר אסאך ס'געווען אמאל א דארפסמאן אין די אלטע צייט איין שיינע טאג האט ער חתונה געהאט איין טאג זאגט ער צו איר הער זיך גוט צו צו מיר לאמיר ארויסגיין אויף א שפאציר אומר ועושה ער האט נישט קיין סאך געקלערט ויחבוש את אתונו ער שפאנט איין זיין פערד ער שפאצירט זיך אין די גאס אזוי געשמאק און זיס און זי שלעפט זיך נאך אים צופוס א קבוצה מענטשן איז אין די גאס געשטאנען הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן קוקטס אן דעם דארפסמאן אזא רשעות איז פון אים זי שלעפט זיך צופוס און ער זיצט זיך באקוועם זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט ער גייט אראפ פון פערד און זי גייט ארויף יעצט צו די טענות וועט שוין נעמען א סוף מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן זיי שפאצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן קוקטס אן דעם דארפסמאן ער טוט דאך אזא טעות ער לאזט איר זיצן אויבן ער לאזט איר זיין בעל-בית זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט ער שיקט איר אראפ פון פערד צופוס גייען ביידע יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין קפידא מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן זיי שפאצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן קוקטס אן די דארפסלייט זיי טוען אזא גרויסע שטות זיי האבן דאך א פערד פארוואס גייען זיי צופוס זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט ביידע גייען אויפן פערד ארויף צוזאמען שפאצירן יעצט וועט שוין קיין איינער נישט קענען קריטיקירן מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן זיי שפאצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן צער בעלי חיים דער פערד איז אזוי דאר ווען צוויי מענטשן זיצן אויף אים האט ער דאך צער זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט ביידע גייען אראפ פון פערד ס'פאלט זיי איין א נייע שטות זיי הייבן אויף דעם פערד אויף זייערע פלייצעס מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן זיי שפאצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות א גאנצע חוזק אין די גאס עס ווערט יעדער איינער שרייט דא האט עטס דריי פערד ווייל ער האט געטראכט וואס יענער וועט זאגן א פנים ווי א פערד טוט ער טראגן אידעלע טראכט נישט וואס יענעם וועט געפעלן וועסט סייווי נישט די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן טו צו דער זאך וואס איז יושר און גלייך וועסטו דעמאלטס אניאגן גאר גאר אסאך אידעלע טראכט נישט וואס יענעם וועט געפעלן וועסט סייווי נישט די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן אויף יעדן טריט און שריט טו נאר וואס איז וואויל און גוט אזוי וועסטו אויסוואקסן א גוטע איד א גוטע איד

א דארפסמאן

יונתן שווארץ

s0291 א דארפסמאן יונתן שווארץ לחן: עממי ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון א דארפסמאן יונתן שווארץ לחן: עממי ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון א דארפסמאן פון די אלטע צייט פארט זיך א נסיעה זייער ווייט אין א בית המדרש איז ער קיינמאל נישט געווען ווי זעט אויס א שול וויל ער זען אין שטאטישן בית המדרש איז ער אריין ער זוכט א פלאץ אויף שבת וואו צו זיין מ'האט אים אויפגענומען אזוי ווי עס פאסט שלום עליכם א חשוב'ער גאסט פרייטאג ביינאכט געפעלט אים אלעס ער כאפט אזויפיל התפעלות געזונגען צוזאמען האבן אלע לכה דודי לקראת כלה ס'קומט אבער שבת צופרי א בעל תפילה צו הודו שיקט מען צו מען פארשיקט אים ביי שוכן עד ער פארשטייט נישט פון דעם די פשט ער איז געוועזן א שיינע בעל תפילה מען האט אים פארשעמט פאר די גאנצע קהילה ער האט געדאוונט געשמאק און הויך מ'האט אים פארשיקט אן א יישר כח ביים ליינען א נייע מציאות שטייט א גבאי און ער טיילט עליות די ערשטע עליה א בחור'ל באקומט ער קוקט עס אן אינגאנצן פארקרימט א יונגערמאן האט באקומען שלישי און אן אלטער איד האט באקומען שישי וואס טוט זיך מיט דעם גבאי'ן פארשטייט ער נישט אלט און יונג האט ער אויסגעמישט צום גבאי'ן איז ער צוגעגאנגען אן ענטפער טוט ער פארלאנגען דו האסט אזא מאדנע התנהגות ביטע פארענטפער מיינע פראגעס עס טוט מיר וויי ליידער ליידער פארוואס טיילסטו נישט עליות מיט קיין סדר ווען דו גייסט מיט א סדר איז אסאך מער גרינג פארוואס מישטו אויס אלט און יונג דער גבאי זאגט אים דו רעדסט זייער נאריש איך גיי דיר נישט אלעס זיין מפרש ביסט קוים דא געקומען צו גיין און שוין ווילסטו אלעס פארשטיין דער משל זאגט אונז דער הייליגער חפץ חיים איז דאך גלייך צו דעם מענטש און דעם מלך חי וקים דער מענטש איז דער גאסטוואס קומט אויף די וועלט דא אהער און דער גבאי מיינט מען נאר אים דעם הייליגן באשעפער דער מענטש איז קוים געקומען אויף די וועלט דא צו גיין און גלייך האט ער שאלותאון ער וויל אלעס פארשטיין פארוואס איינעם גייט גרינג און איינעם שווער פארוואס איינער האט ווייניג און דער צווייטער האט מער איינער האט רחבות אלעמאל דער צווייטער מוטשעט זיך אן א צאל פארוואס יענער אזוי גרינג ער פארדינט און איך מוטשע זיך יעדן טאג מיט אזויפיל צער מיט אזויפיל פלאג איך האב קוים לחם לאכול צו געבן פאר מיין קינד איינער א משפחה ערליך און שיין קינדער איינס ביי איינס מלא חן א צווייטער האט צער גידול בנים אן א שיעור איינער טוט שידוכים זייער גרינג מ'צעכאפט זיינע קינדער ווען זיי זענען יונג ביי א צווייטן גייט אזוי שווער ער פרעגט באשעפער פארוואס פונקט ביי מיר מענטשעלע מענטשעלע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג איך פיר שוין די וועלט טויזנטער יארן און יעדע זאך האט א חשבון א קלארן און דו ביסט קוים געקומען דא צו גיין יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר צי דו זעסט אז ס'איז גוט צי דו מיינסט אז ס'איז חלילה צער ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר ואין לך רשות להרהר מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין א טומל אין שטאט א פחד א שרעק ס'פאלט יעדער איינער שרייט באשעפער אוי אוי אוי געוואלד א ביטערע צרה פאסירט האט אין א משפחה יעדער פרעגט פארוואס על מה עשה השם ככה הייליגער באשעפער ס'טוט דאך אזוי וויי ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס עפעס פונקט ביי זיי האט אנגעטראפן אזא צער און אזא קלעם יעדער איינער פרעגט למה למה השם קינדער שטעם חטא לא טעמו פרעגן וואו איז מיין טאטע און מאמע זיי דרייען זיך ארום מיט שווערע פראגעלעך טרערן טוט מען פארגיסן פארוואס ווערן אוועקגעריסן אזעלכע יונגע ביימער און יונגע צווייגעלעך ביי איינעם געבוירן געווארן א קינד לא עלינו נישט געזונט די טאטע און מאמע פרעגן מיט וואונדער זיי שטייען אומגעדולדיג א ריינע נשמה אומשולדיג הייליגער באשעפער פארוואס פונקט ביי מיינע קינדער מענטשעלע מענטשעלע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג איך פיר שוין די וועלט טויזנטער יארן יעדע זאך האט א חשבון א קלארן און דו ביסט קוים געקומען דא צו גיין יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר צי דו זעסט אז ס'איז גוט צי דו מיינסט אז ס'איז חלילה צער ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר ואין לך רשות להרהר מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין

א מאמע'ס געבעט

יונתן שווארץ

s0548 א מאמע'ס געבעט יונתן שווארץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון א מאמע'ס געבעט יונתן שווארץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון אין די הייליגע נאכט פון יום כיפור א מורא'דיגן סיפור ביים בארדיטשוב'ער רב זכותו עלינו יגן מען ווארט א שעה צוויי אנצופאנגען כל נדרי און דער הייליגער רבי וויל עס נאכנישט זאגן ער זאגט פארן גאנצן קהל א שווערע גזירה איז אויף כלל ישראל יעדער זאל פארגיסן הייסע טרערן צו בעטן אבינו מלכנו קרע רוע גזר דיננו אז די גזירה זאל בטל ווערן ער בעט חננו השם יהי רצון מלפני השם כלל ישראל זאל געהאלפן ווערן במהרה יעדער אן אנדערע סגולה צו תשובה צו צדקה צו תפילה מעבירין את רוע הגזירה חננו השם כלל ישראל איז אין א קלעם יעדער בעט תחנונים ובקשות מ'בעט אבינו מלכנו בטל מעלינו אלע שלעכטע גזירות כל גזירות קשות מ'האט כל נדרי אנגעפאנגען די גזירה איז דורכגעגאנגען דער רבי דערציילט אין וועמענ'ס זכות ס'איז געשען א תפילה מיט פשוט'ע כוונות דורך אן אשה צדקנית וואס אין ווייבער שול האט מתפלל געווען אן אלמנה אליין מיט א קינד נאך גאנץ קליין זיי האבן נעבעך געהאט א ביטער לעבן דאס קינד שרייט מיט זיין נויט מאמע א שטיקל ברויט און די מאמע האט נישט פון וואו צו געבן זי בעט חננו השם חננו השם הייליגער באשעפער נאר דו קענסט מיר פארשטיין ווען מיין קינד טוט טרערן פארגיסן ווערט מיין הארץ צעריסן איך קען נישט צוקוקן צו זיין ביטער געוויין זי בעט חננו השם חננו השם דיינע קינדער בעטן פתח לנו שער איך הער איין קינד אויפאמאל צו דיר וויינט גאנץ כלל ישראל איז וויאזוי קענסטו צוקוקן זייער צער דער הייליגער רבי פירט אויס א תפילה פון הארץ ארויס האט געמאכט א גרויסער טומל די פרוי האט רעכט באקומען איר טענה האט מען אנגענומען ס'האט געמאכט א רעש אין הימל ווייל א תפילה מיט א קרעכץ איז מבטל אלע שלעכטס ווייל לב נשבר ונדכה ביים רבונו דעלמא כולא האט א חשיבות אזא תפילה אלקים לא תבזה איז חננו השם ווייל קרוב השםלנשברי לב צו צעבראכענע אידישע הערצער מיר שרייען פון הארץ ארויס אוי לייז אונז שוין אויס דעם ביטערן גלות מאך שוין קורצער חננו השם דיין בן יחיד צו דיר נעם טאטע זיסער קח נא את בנך בוי אויף דיין הייליג שטוב פאר דיין קינד וואס דו האסט אזוי ליב את בנך את יחידך אשר אהבת חננו השם רחם נא השם על ישראל עמך ועל ירושלים עירך האב רחמנות אויף דיין קינד און לייז אים אויס געשווינד און וחוסה נא על בן אהובך

א נעסט

יונתן שווארץ

s0215 א נעסט יונתן שווארץ לחן: ר' הלל פלאי | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד א נעסט יונתן שווארץ לחן: ר' הלל פלאי | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד גייסט אמאל אין די גאס און זעסט אויף א הויכע בוים שטייט א נעסט די מאמע איז דאך אין א שרעקליכן געפאר זי האט אזויפיל צער זי דרייט זיך ארום אזוי ווייעדיג איר נעסט איז דאך נעבעך ליידיג אירע קינדער זענען קוים קוים געבוירן זיי זענען שוין פון איר פארלוירן און פלוצלינג פארציטערט זי ווערט א ביטער געוויין זי הערט זי דערקענט דעם קול זייער גוט און מיט זיי וויינט זי מיט פול מיט חיות זענען זיי ארומגענומען זיי ווילן שוין צוריק אהיימקומען זיי קענען נאכנישט פליען נאר וויינען צוריק אין נעסט צו ערשיינען מיין קינד מיין קינד ביסט טאקע אין געפאנג איך זאג דיר צו ס'וועט נישט נעמען לאנג און איך וועל דיך אויפהייבן אויף מיין פליגל צוריק אהיים צו דיין וויגל די מאמע איז דער שוכן מעונה כנסת ישראל נמשלו ליונה די נעסט איז דער בית המקדש פון אמאל די קינדער זענען כלל ישראל געזעסן אינאיינעם מיט די שכינה כנשר יעיר קינו ומפני חטאינו צוליב אונזער זינד ווי ווייט איז היינט די מאמע פון איר קינד ווי הערליך שיין איז געווען צוזאמען ווען קינדער זיצן מיט די מאמען און ווי ביטערליך א קינד שפירט ווען א מאמען מ'פארלירט אין דיין תורה שטייט דאך קלאר די עניינים לא תקח האם על הבנים ווייל נאר א מאמע קען דאס גוט פארשטיין ווי שווער ס'איז פאר א קינד צו זיין אליין איז חוסה נא על בן אהובך מאמע נאך ווי לאנג ווי לאנג נאך וכנה אשר נטעה ימינך ועל בן אמצת לך מיט שבעים אומות זענען מיר ארומגענומען מיר ווילן שוין צוריק אהיימקומען און מיר קענען נאכנישט פליען נאר וויינען צוריק אין נעסט צו ערשיינען אן הבטחה פון דעם יושב מרום מיין קינד איך האב געהערט דיין געשריי ואשא אתכם על כנפי נשרים ואביא אתכם אלי מיין קינד מיין קינד ביסט טאקע אין געפאנג איך זאג דיר צו ס'וועט נישט נעמען לאנג און איך וועל דיך אויפהייבן אויף מיין פליגל צוריק אהיים צו דיין וויגל

א קלוגער פאלק

יונתן שווארץ

s0353 א קלוגער פאלק יונתן שווארץ מילים: יונתן שווארץ | א גוטער איד א קלוגער פאלק יונתן שווארץ מילים: יונתן שווארץ | א גוטער איד רק אין נבון וחכם אזוי ווי דיין פאלק ישראל מ'זעט עס אויף אלע מיני דרכים די חכמה פון די אידן אלעמאל אין די צייטן פון די אבות הקדושים זייער חכמה האט געמאכט א גרויסע רושם אנשים חכמים וידועים האט מען אויך געזען ביי די הייליגע נבואים אהוי אז מ'קוקט נאר אריין אין תנ"ך אידן זענען אלס געוועזן שוואך על חרבך תחיה א גוי מיט זיין כח א אידיש קינד נוצט זיין מח אהוי אין קעניגליכע גוי'אישע פאלאצן ווער זענען געוועזן די יועצים?מלכים האבן געוואסט זייער גוט זיך פארלאזן אויפן חכמה פונעם איד אין די צייטן פון די הייליגע תנאים און אויך פון די הייליגע אמוראים אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים אין די צייטן פון אמאליגע גאונים אפילו אין די שווערסטע תקופות האבן אידן גע'שמ'ט מיט די חריפות אפילו די פשוטי עם געהאט א חכמה מיט א תורה'דיגע טעם ביי די גוי'אישע מלכים האט פאסירט וויכוחים מיט די אידן געפירט צי דער רמב"ם צי דער הייליגער מהר"ל צי דער הייליגער רבי יונתן אייבעשיץ זצ"ל אין מצרים א וויכוח איז געווען צי א בלינדער וואס האט קיינמאל נישט געזען דער רמב"ם זאגט ס'איז נישטא קיין רפואה דער דאקטער דער גוי זאגט ס'איז יא דא א ישועה דער גוי דער דאקטער האט געברענגט א קינד מיט א ליגנט אז ער איז געבוירן בלינד אים געגעבן א רפואה און אזוי איז געשען דאס קינד האט אנגעהויבן צו זען! דער רמב"ם זאגט דעם קינד קוק אויף מיין האנט צי איז דיר די קאליר באקאנט?וועלכע קאליר איז די שמאטע וואס איך האלט?"ס'איז גרין!" ענטפערט ער באלד דער רמב"ם זאגט דעם שונא ישראל ס'איז א סימן אז ער האט געזען אמאל ווייל א בלינדער קען נישט שפירן וויאזוי עס זעט אויס קאלירן אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים אין די צייטן פון אמאליגע גאונים אפילו אויך די פשוטי עם געהאט א חכמה מיט א תורה'דיגע טעם ביי ר' יונתן אייבעשיץ פאסירט אלס קינד אין די גאס שפאצירט א גוי טוט אים נאכיאגן און אן קיין שום סיבה האט ער אים געשלאגן ר' יונתן זאגט אים הויך "ס'קומט זיך דער א גרויסער יישר כח" ער נעמט פון טאש אפאר פרוטות און פאר דעם גוי דער רשע ער גיבט עס אהוי ר' יונתן זאגט אים מיין פריינט א גרויסע יום טוב איז ביי אידן היינט אז וועלכע גוי פאר א אידן שלאגט מוז געבן דאס געלט וואס ער פארמאגט דער גוי איז פרייליך און צופרידן ער לויפט זוכן נאך אפאר אידן ער טרעפט דעם ראש הקהלאון ער געבט אים א פראסק ס'איז געווארן דארט גאר א גרויסע טראסק מ'האט אים גוט אנגעהאקט די זייטן ר' יונתן לאכט זיך פונדערווייטן דער גוי זאגט צו פון היינט אן אלעמאל ער וועט נישט מער טשעפן כלל ישראל אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים אין די צייטן פון אמאליגע גאונים אפילו אויך די פשוטי עם געהאט א חכמה מיט א תורה'דיגע טעם א סוחר פארט זיך אין די וועגן ער טראגט מיט זיך גאר א גרויסע פארמעגן א רויבער קומט דאס געלט זאלסטו מיר געבן ווייל טאמער נישט פארלירסטו דיין לעבן דער סוחר טראכט ריכטיג ער געבט דאס געלט דאס לעבן איז מער וויכטיג ער זאגט דעם רויבער איין זאך בעט איך דיר צו די געלט אפאר שותפים האב איך מיט מיר און צו זיי:"מ'האט מיך בארויבט" וועל איך מיך באקלאגן "דו ביסט דער גנב!" וועלן זיי זאגן "איך וועל אויפהענגען מיין רעקלאון שיס אין דעם אריין און דאס וועט פאר זיי א סימן זיין" ער קען באשטיין דער רויבער שיסט אין רעקל אפאר שטיק דער איד שרייט ס'איז נישט גענוג "איך בעט דיך א טובה זיי אזוי גוט שיס אויך אריין אין מיין הוט!" דער גוי זאגט ס'איז ליידיג מיין געווער איך האב נישט קיין קוילן גארנישט מער דער איד האט דעם גוי גוט באקלאפט און די גאנצע פארמאגן צוריקגעכאפט אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים אין די צייטן פון אמאליגע גאונים אפילו אויך די פשוטי עם געהאט א חכמה מיט א תורה טעם

אברהם מיט תרח

יונתן שווארץ

s0500 אברהם מיט תרח יונתן שווארץ לחן: ר' משה לויפער | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה אברהם מיט תרח יונתן שווארץ לחן: ר' משה לויפער | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע ס'איז דא נאר איין גאט שמע ישראל השם אלוקינו אלוקינו השם אחד אברהם אבינו דער ערשטער פון די אבות האט אויפגעטון דברים נשגבות ווען ער איז אלט געוועזן דריי יאר איז ער שוין געווען א קדוש וטהור מיט זיין שכל פארשטאנען ער האט אויף די וועלט איז דא נאר איין גאט ער האט געזען מיט אויגן קלארע זיין טאטע דינט דאך נאר עבודה זרה זיין טאטע תרח האט א ביזנעס געמאכט פאבריצירט געטשיקעס בייטאג און ביינאכט גוים פלעגן קומען צו לויפן נאך און נאך געטשיקעס צו קויפן אברהם זאגט טאטע צו וועמען טוסט דיך בוקן א געטשיק וואס האט אויגן און קען נישט קוקן טאטע טאטע פאר וועמען טוסטו שטיין ער האט פיס און ער קען נישט גיין טאטע טאטע וואס טויג דיר דיין לויב צו א געטשיק וואס האט אויערן און ער איז טויב טאטע טאטע ער קען גארנישט אנכאפן ער האט הענט און ער קען נישט טאפן טאטע טאטע וואס דינסטו צו א גולם אנשטאט דעם באשעפער דעם בורא עולם ס'איז דא איין באשעפער און ער איז אומעטום השם הוא האלוקים דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע ס'איז דא נאר איין גאט שמע ישראל השם אלוקינו אלוקינו השם אחד עס האט אמאל אזוי פאסירט תרח האט פון הויז ארויסשפאצירט אזוי ווי תרח איז ארויס איז אברהם אריין אין די הויז ער האט געכאפט א גרויסן האק אלע געטשיקעס געגעבן א צעקנאק פארן גרעסטן געטשיק פאר דעם גרעסטן העלד האט ער דאס האק אוועקגעשטעלט ווי זיין טאטע תרח האט דאס דערזען ער פרעגט אברהם וואס איז דא געשען זאג מיר נאר מיין טייערער זון ווער האט עס געטון אברהם זאגט טאטע דו מוזט פארשטיין דאס האט געטון דער גרויסער געטשיק אליין דיינע געטשיקעס וואס זענען אזוי טייער געוועזן זענען הונגעריג זייער צו העלפן בין איך זיי געוועזן מסוגל איך האב זיי געברענגט פלייש מיט קוגל ס'איז גלייך געווארן גאר א גרויסע קריג דער גרויסער געטשיק שרייט ס'איז נישט גענוג דער גרויסער געטשיק פרעגט נישט קיין שאלות ער וויל דאך אליין אויפעסן אלעס האט ער געכאפט דעם האק און געהאקט די קליינע געטשיקעס צעקנאקט תרח זאגט וואס רעדסטו מיר איין וויאזוי איז מעגליך ס'זאל אזוינס זיין אזא זאך קען דאך קיינמאל נישט פאסירן די געטשיקעס קענען זיך נישט רירן אברהם זאגט טאטע דו זעסט זיי זענען קלעצער פארלאזט מען דען דעם בורא שמים וארץ ס'איז דא איין באשעפער און ער איז אומעטום השם הוא האלוקים דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע ס'איז דא נאר איין גאט שמע ישראל השם אלוקינו אלוקינו השם אחד תרח האלט נישט אויס מער מיט אברהם ווערט די ביזנעס שווער תרח האט זיך שנעל צוגעאיילט צו נמרוד'ן געלאפן און דערציילט תרח איז נמרוד'ן מגלה אברהם מאכט מיר די ביזנעס קאליע מיינע קונים זאגט ער ס'איז דא איין גאט די ביזנעס ווערט אינגאנצן באנקראט נמרוד זאגט אז דער באשעפער איז טייער זאל ער קומען אים ארויסנעמען פון פייער נמרוד האט נישט קיין סאך געטראכט א קאלעך אויוון האט ער געמאכט נמרוד מיט זיין רשעות האט גלייך אזוי געטון ער האט אברהם אריינגעווארפן דערין ער האט געטראכט אז אין יענעם מאמענט אברהם אבינו ווערט גלייך פארברענט אברהם שפאצירט אלע קענען זען ער ווערט נישט אפגעבריט ס'איז גארנישט געשען ער בלייבט גאנץ מיט די זעלבע חיות ס'בלייבט גאנץ די בארד און פיאות אלע פעלקער האבן דעמאלטס געזאגט אזוי אין כאלוקינו אין עוד מלבדו יעדער האט אנערקענט אומעטום אז השם הוא האלוקים דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע ס'איז דא נאר איין גאט שמע ישראל השם אלוקינו אלוקינו השם אחד

אהבת ישראל

יונתן שווארץ

s0155 אהבת ישראל יונתן שווארץ לחן: מונה | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה אהבת ישראל יונתן שווארץ לחן: מונה | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה גערוישן אין הימל עס טוט זיך א טומל ווייל אידן האבן זיך פיינט ס'איז געקומען א צארן ס'איז חרוב געווארן דאס הייליג לאנד ווען וועט אונז דער אויבערשטער פארטרויען דעם בית המקדש צוריק אויפבויען דענסט מאל ווען ס'וועט זיין ביי אידן אהבת ישראל באשעפער דיין פאלק איז דאך ממש רחוק מפנינים מען זעט ביי זיי אזויפיל אהבת חנם בוי שוין אויף דיין הייליג שטוב קוק ווי אידן האבן זיך ליב אזויפיל חסד אן א צאל אהבת ישראל ווען א איד האט נאר ביי זיך א שטיקל פראבלעם און א צווייטער איד ווערט קוים געוואויר פון דעם אפילו ער קען אים נישט צו גוט נאר בלויז ווייל ער איז א איד איז ער מקיים גלייך אזוי עזוב תעזב עמו מיין ברודער אויב ס'איז שווער עס פאלט דיר א טרער מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם איך וועל דיר געבן פון אלעם מבשרך אל תתעלם כולנו בני איש אחד בני השם קום נענטער צו מיר ס'איז אפן מיין טיר דיין צער איך שטיי און איך זע איך וועל דיר העלפן אצינד ווייל דו ביסט א אידיש קינד כל ישראל ערבים ערבים זה לזה א איד מאכט חתונה א קינד און ער ווארט אויף וואונדער ער האט ביי זיך אין שטוב נאך צען קינדער ער פילט אז ער טאפט די ווענט געלט פון וואנעט מען נעמט מען טוט זיך פאר אים באמיען מיט עזר נישואין יד עזרה מפעל הלבשה געט אים אלע זאכן גאליציאנע אונגארישע כולל אלע מיני גמ"ח'ן ווער איז ער פרעגט מען נישט קיין שאלה נאר מקיים זיין הכנסת כלה צום חתונה קומט ער ווי א מלך לוסטיג און פרייליך מיין ברודער אויב ס'איז שווער עס פאלט דיר א טרער מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם איך וועל דיר געבן פון אלעם מבשרך אל תתעלם כולנו בני איש אחד בני השם קום נענטער צו מיר ס'איז אפן מיין טיר דיין צער איך שטיי און איך זע איך וועל דיר העלפן אצינד ווייל דו ביסט א אידיש קינד כל ישראל ערבים ערבים זה לזה א איד פאלט צאם ער איז לא עלינו נישט געזונט חברת הצלה לויפט צו אים גלייך געשווינד צו העלפן ווערן זיי נישט אפגעשוואכט שפעט אינמיטן די נאכט שבת יום טוב און יום כיפור לא יאומן כי יסופר חברת ביקור חולים לויפט ארום אין די שפיטעלער ארויסצוהעלפן יעדן קראנקן מיט זיין פעלער זיך זארגן פאר זייערע אינטערעסן צו ברענגען צו טרינקען און צו עסן מען ווינטשט אים א רפואה שלמה בקרוב במהרה מיין ברודער אויב ס'איז שווער עס פאלט דיר א טרער מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם איך וועל דיר געבן פון אלעם מבשרך אל תתעלם כולנו בני איש אחד בני השם קום נענטער צו מיר ס'איז אפן מיין טיר דיין צער איך שטיי און איך זע איך וועל דיר העלפן אצינד ווייל דו ביסט א אידיש קינד כל ישראל ערבים ערבים זה לזה א קינד ווערט פארלוירן זייער טיף אין וואלד טויזנטער מענטשן לויפן גלייך אהין באלד אין די בלאטעס און אויף די וועג מען קריכט דאס פארלוירן קינד יעדער זוכט מען טראגט אהין חבילות רבות מען גרייט אן דארט א שבת דער באשעפער קוקט זיך צו אויבן מן שמיא און ער זאגט קול ביער אנכי שומע ער זעט ווי קינדער טוען קלאגן זיידעס באבעס תהלים טוען זאגן די שערי שמים ווערן אפן דאס קינד ווערט געטראפן מיין ברודער אויב ס'איז שווער עס פאלט דיר א טרער מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם איך וועל דיר געבן פון אלעם מבשרך אל תתעלם כולנו בני איש אחד בני השם קום נענטער צו מיר ס'איז אפן מיין טיר דיין צער איך שטיי און איך זע איך וועל דיר העלפן אצינד ווייל דו ביסט א אידיש קינד כל ישראל ערבים ערבים זה לזה

אונטערן בריק

יונתן שווארץ

s0064 אונטערן בריק יונתן שווארץ לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך אונטערן בריק יונתן שווארץ לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך צו דערציילן די מעשה איז כדאי ביי מלוה מלכה יעדע וואך אפילו מ'קען עס סיי-ווי-סיי אידן דערציילט עס דאך ר' שלום קאמינקער זכרונו לברכה פלעגט צו זאגן ס'איז א סגולה אויף אלעס בפרט אויף פרנסה און הצלחה ווער ס'זאגט עס פארן בענטשן פאר שיר המעלות זיצט זיך ר' מענדל אין שטוב מיט א צעבראכענע גוף און נשמה ער פילט אז ער ליגט אין א גרוב ער זעט נישט קיין טרייסט קיין נחמה נאך פרנסה האלט ער אינאיין קריכן און קינדערלעך איינער נאכן צווייטן מען דארף שוין באלד שידוכים צו זוכן עס ווערן שווערער און שווערער די צייטן די פרוי זאגט אים ס'איז דאך א שרעק צו אונזער פלאג און קלעם איך בעט דיך פאר שוין אוועק צום רבי'ן צום הייליגן בעל שם קיין מעזשיבוזש פארט ער גלייך אהין דעם רבי'ן דערציילט ער די זארגן רבי קוים א פרוטה איך פארדין איך קען שוין מער נישט לייען און בארגן דער בעל שם הקדוש ענטפערט אים גראד מיינע ווערטער האב גוט אינזינען פאר אונטערן בריק אין יענעם שטאט דו וועסט דארט אן אוצר געפינען ר' מענדל פארט גלייך דארט ער דרייט זיך ארום און ארום ער טרעפט עס נישט אין קיין שום ארט ער האט שוין געזוכט אומעטום פלוצלינג עס קומט פון דער ווייט דער שניידער ר' יעקב אנטקעגן וואס זוכסטו דא אזא לאנגע צייט אפשר דארפסטו הילף טוט ער אים פרעגן ר' מענדל דערציילט אים די צרה ביים בעל שם הקדוש בין איך געווען ער האט מיר געזאגט מיט ווערטער קלארע אז אן אוצר וועל איך דא דערזען דער שניידער ער הייבט אן צו לאכן ער זאגט דאס איז שטותים והבלים גלייב נישט אזעלכע זאכן איך האב אויך געהאט א חלום אין חלום א וואך צוריק אן אלטער איד איז געקומען צו מיר ער זאגט ס'איז מיר באשערט א גליק איך וועל וואקסן א גרויסער גביר אן אוצר וועל איך האבן כ'וועל עס נאר קענען באקומען קיין מעזריטש זאל איך פארן און גראבן אונטערן אויוון פון מענדל בן שמעון ערשטוינט איז ער געבליבן שטיין דאס איז מיין נאמען דאס איז מיין שטאט ער נעמט זיך שנעל אהיימגיין אויף יעדע מינוט איז א שאד זייער שטיל אינמיטן די נאכט אונטערן אויוון גראבט ער א לאך פלוצלינג עס שיינט און לייכט בריליאנטן און שטיינער נאך און נאך ער נעמט זיך טראכטן אין יענעם מאמענט ס'איז נישט מער ווי יושר און גלייך דעם שניידער צו געבן פופציג פראצענט ער האט דאך מיר דערציילט די גאנצע זאך צום שניידער הייבט ער אן צו גיין ער לאזט זיך ארויס אויף די וועגן ווי גליקליך וועט דער שניידער זיין צו באקומען העלפט פונעם פארמעגן אינמיטן וועג שטיין טוט ער בלייבן זיך אפצורוען ס'איז דאך שוין שפעט פלוצלינג שפרינגט ער אויף ער קען עס נישט גלייבן ר' יעקב דעם שניידער ער זעט ר' מענדל זאגט אים גלייך שלום ער דערציילט אים איך פאר דאך צו דיר ס'איז מקויים געווארן דיין חלום און איך קום דיר געבן חצי שיעור דער שניידער זאגט אים זייער אפן ניין עס קומט נישט אין באטראכט ווען דו ביסט פון בריק אנטלאפן האב איך ביי מיר געטראכט אפשר קען עס יא זיין אז אן אוצר ליגט אונטערן בריק איך בין דאך אזא ארעמאן לאמיר פראבירן מיין גליק איך האב אנגעהויבן צו זוכן אויפן ארט זיך געדרייט אהער און אהין און געטראפן אן אוצר דארט און איך קום דיר געבן העלפט דערפון ר' מענדל זאגט ניין ניין איך בעט דיך נעם פון מיינע דער שניידער זאגט עס קען אזוי נישט גיין פון מיין פופציג פראצענט איז דיינע איינער שרייט צום צווייטן נעם זיי זענען געבליבן מיט ווערטער קלארע מען וועט פארן צום הייליגן בעל שם און ער וועט מאכן א פשרה צום בעל שם הקדוש פארן זיי אהין דער בעל שם הקדוש שפרינגט גלייך אויף ר' יעקב האסט א טאכטער;ר' מענדל האסט א זון זייטס ענק משדך מזל טוב דאס געלט זאלט עטס זיי אוועקגעבן און איך ווינטש ענק נחת לרוב שמחות און נחת צו דערלעבן מזל טוב! מזל טוב!

אונטערן חופה

יונתן שווארץ

s0292 אונטערן חופה יונתן שווארץ לחן: ר' גדעון לעווין שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה אונטערן חופה יונתן שווארץ לחן: ר' גדעון לעווין שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה שטייט א קינד נעבן טאטנ'ס בעט און דער קינד צום טאטן ער רעדט טאטע טאטע דו ליגסט דאך אזוי שוואך טאטע טאטע דו ליגסט דאך אזוי שוואך אבער זאג מיר צו נאר איין זאך טאטע קוק דיך גוט אום איך האב חתונה אין געציילטע וואכן ארום איך וויל אז דו זאלסט מיר צוזאגן איך וויל אז דו זאלסט מיר צוזאגן אז דו וועסט דיין קינד צום חופה טראגן אוי הער מיין קינד שמע בני איין זאך זאג איך דיר צו ווען ס'וועט קומען דער טאגאון דו וועסט צום חופה שפאצירן וועט דיך דיין טאטע דארט פירן אז דער אויבערשטער וועט מיר געבן דיין שמחה צו דערלעבן צו זען ווי דיין שיינע קייט טוט זיך וועבן לאמיר צוזאמען געבן א געשריי רפאנו השם ונרפא איך זאל דערלעבן מיט געזונט נחת פון מיין קינד ווען דו גייסט יעצט פלעכטן דעם נייעם בונד מיין קינד מיין קינד גיי בוי אויף דיין הייליג שטוב מיין קינד מיין קינד איך האב דיר אזוי ליב ס'איז דורכגעגאנגען אינגאנצן געציילטע טעג און דער טאטע איז אוועק אויף גאר א ווייטן וועג א וועג וואס פון דארט קומט מען נישט צוריק א וועג וואס פון דארט קומט מען נישט צוריק ער האט נישט דערלעבט זיין איינציגע גליק דאס קינד איז פון שבעה אויפגעשטאנען צום טאטנ'ס ציון מיט בכיות איז ער געגאנגען אבי אבי טאטע זכרונו לברכה וואס איז געשען מיט דיין הבטחה דו האסט מיר צוגעזאגט ווען איך וועל צום חופה שפאצירן וועסטו מיך נאך טאטע דארט פירן אבער טאטע טאטע איך בין געבליבן אליין מיט וועמען וועל איך צו די חופה גיין טאטע טאטע טו דיר אן דיין קרוין צום חתונה קום פון עולם העליון טאטע טאטע פון הארץ בעט איך ביי דיר ווייל אפילו פון אויבן ביסטו א טאטע פאר מיר טאטע טאטע איך גיי אויפבויען מיין הייליג שטוב טאטע טאטע איך האב דיך אזוי ליב דער חתן לייגט זיך שלאפן אויף דער נאכט און א שרעקליכע חלום האט זיך צו אים געמאכט דער טאטע האט זיך צו אים באוויזן ער זאגט מיין קינד איך וויל צו דיר שמועסן איך האב געזען די טרערן וואס דו האסט געטון פארגיסן מיין קינד מיין קינד דו מוזט פארשטיין דעם טאטן האב איך נישט געמיינט מיר אליין דעם טאטן האב איך געמיינט דעם הייליגן שוכן במרומים דער גרויסער טאטע דעם אבי יתומים ער איז דער גרויסער טאטע ער וועט דיך נישט לאזן אליין און ער וועט מיט דיר צו די חופה גיין מיין קינד כ'האב באקומען דיין הזמנה די תפילות וואס דו האסט געבעטן מיט כוונה איך וועל אראפקומען פון אויבן דיר געבן די מתנה חיי מזוני ובני מיין קינד בלייב געזונט דו ביסט אזוי לעכטיג און זיס און גיי צו די חופה מיט די רעכטע פוס מיין קינד מיין קינד גיי בוי אויף דיין הייליג שטוב מיין קינד מיין קינד איך האב דיר אזוי ליב הייליגער באשעפער ס'איז גוט ידוע כנסת ישראל כלה קרואה מיר ליידן דאך אזויפיל אן א סוף יתומים היינו ואין אב דיינע יתומים האלטן זיך אינאיין וואנדערן פון איין גלות צו דעם אנדערן ווילאנג וועלן מיר קענען נאך בלייבן אליין אונז וויל מיר שוין צו די חופה גיין אוי זיי שוין דיין הבטחה מקיים און פיר אונז שוין קיין ירושלים הייליגער באשעפער נעם די יתומה דיין כלה יבנה המקדש עיר ציון תמלא אין דיין תורה שטייט ווען א יתום גיט א שריי והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני איך וועל הערן זיין וויי דיין אייגענער יתום פארוואס איז נאכנישט פריי יעדער יתום וואס צום חופה גייט טאטע טאטע האסטו אים באגלייט דיין כנסת ישראל אין דיין האנט שוין נעם עטרת תפארת ביד השם טאטע בוי אויף דיין הייליג שטוב טאטע איך האב דיך אזוי ליב מיין קינד איך וועל אויפבויען מיין הייליג שטוב מיין קינד איך האב דיר אזוי ליב

אז א שידוך

יונתן שווארץ

s0263 אז א שידוך יונתן שווארץ לחן: ר' ירמי' דמן | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה אז א שידוך יונתן שווארץ לחן: ר' ירמי' דמן | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה כשם שנכנס לברית כן כן יכנס בעט איעדער איד מיט גרויס כוונות יעדער טאטע די תפילה טוט פארלאנגען צו זען זיינע קינדער אונטער חופה שטאנגען ס'קומט אן די יארן ס'לויפן מינוטן פארן קינד זוכן א פאסיגן שידוך יעדער וויל האבן די שענסטע און די בעסטע און יעדער וויל באקומען דעם נדן די גרעסטע א מענטש דארף געדענקען אין יעדע צייט ארבעים יום קודם יצירת הוולד אז פלוני לפלוני רופט מען שוין אויס מיט וועמען דו וועסט בויען דיין אידיש הויז א מענטש קען זאגן איך וועל זוכן וואס מער אדער א יחוס אדער א מיליאנער ער וועט נאר באקומען וואס איז באשערט וואס מ'האט אויסגערופן נאר דאס ווערט אז א שידוך איז באשערט וועט עס דעמאלטס ווערן און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן קענסט לויפן אהער קענסט לויפן אהין אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון ס'איז דא א איד ער האט א בחור ממש ערשט-קלאסיג ער זיצט אין ישיבה און ער לערנט זייער פלייסיג ער ווערט שוין נעבעך עלטער ער ווערט באלד דרייסיג ער טרעפט נאכנישט קיין שידוך וואס איז פאר אים פאסיג צו אלע שדכנים האט מען זיך שוין געוואנדן ער איז שוין געוועזן אין אנטווערפן און אין לאנדאן אין אלע מקומות איז ער שוין ארומגעלאפן וואס איז באשערט האט מען נאכנישט געטראפן ער האט נאר אביסל אמונה און בטחון צום סוף טוט ער א שידוך מיטן אייגענעם שכן ס'האט געדארפט אנקומען די ריכטיגע שעה זעסט אז די ישועה איז לעבן דיר דא אז א שידוך איז באשערט וועט עס דעמאלטס ווערן און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן קענסט לויפן אהער קענסט לויפן אהין אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון חז"ל דערציילן אונז א מעשה א באקאנטע אמאל איז געוועזן א גוי'טע א רשע'נטע זייער רייך אבער א גרויסע קלאפטע זי איז געקומען צו רבי יוסי בן חלפתא זי זאגט רבי לעבן א שאלה איך פרעג דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג וואס טוט ער נאכדעם די גאנצע צייט נאך ווען די גאנצע וועלט איז שוין גרייט ר' יוסי ענטפערט להתענג בתענוגים הקדוש ברוך הוא יושב ומזווג זיווגים אויף דעם איז נישטא קיין שום וויכוחים דער אויבערשטער זיצט און ער פירט אויס שידוכים אז א שידוך איז באשערט וועט עס דעמאלטס ווערן און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן קענסט לויפן אהער קענסט לויפן אהין אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון די גוי'טע האט גלייך אנגעהויבן צו לאכן אויספירן שידוכים איז די פשוט'סטע זאכן זי האט געמיינט זי איז הונדערט פראצענט גערעכט זי האט געהאט טויזנט דינסט און טויזנט קנעכט אזוי ווי זי איז נאר אהיימגעקומען צאמקלויבן די דינסטן און קנעכט האט זי זיך גענומען זי האט ביי זיך נישט גענוג טיף געטראכט וואס מיינט טויזנט חתונות אין איין נאכט ס'האט זיך דארט גענומען ברעכן שויבן און טויערן פאר איינעם האט געפעלט די נאז פאר איינעם די אויערן אזוי איז דארט געגאנגען שריט און טריט ס'האט זיך דארט פארגאסן בלוט צו ר' יוסי איז זי געלאפן כ'האב מיך געטון בלאפן כ'מוז מודה זיין ס'איז דא נאר איין באשעפער אומעטום איך בין אויף דעם גערישט וואס ער קען קען קיין איינער נישט כ'האב איינגעזען אז נאר השם הוא האלוקים אז א שידוך איז באשערט וועט עס דעמאלטס ווערן און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן קענסט לויפן אהער קענסט לויפן אהין אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון חתן כלה מזל טוב מחותנים מזל טוב אלע אידן מזל טוב און א מזל טוב

איש חסיד

יונתן שווארץ

s0066 איש חסיד יונתן שווארץ לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך איש חסיד יונתן שווארץ לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך די מעשה איז געשען א חסיד איז געווען א תלמיד חכם א למדן א גרויסער געלעבט אין א נויט נישט געהאט קיין שטיקל ברויט נאר געוועזן בעירום ובחוסר ער איז געווען א שניידער פארראכטן קליידער ס'איז אבער קיינמאל נישט געוועזן גענוג האט געהאט א אשה צנועה א חכמה ידועה און קליינע קינדער גאר פינף שטיק דברה לו זי זאגט אים אזוי אז יעדער איד און יעדער טאטע טוט זיך אנשטרענגען פרנסה צו ברענגען אבער אונז מה נאכל מעתה מיין עצה איז גראד גיי ארויס אין שטאט אפשר איז דיר באשערט א גליק רצון יראיו יעשה להעוסקים באורייתא הלא תצא לשוק דער חסיד בלית ברירה זאגט די אשה כשרה זייער קלוג יעצת בדעת אבער נישט יעדער דארף וויסן אז מיינע קליידער איז צעריסן איך וועל דאך בלייבן אויף שפאס דו זעסט דאך אליין וויאזוי קען איך ארויסגיין זוכן א פרנסה א גוטע איך וועל בלייבן צו שאנד ווייל איך האב נישט אין דער האנט אפילו שוה פרוטה זי טראכט נישט קיין מינוט מיט איין גרויסן טריט לויפט זי ארויס צו איינעם זי פארציילט אירע זארגן זי בעט מ'זאל איר בארגן מיהרה ושאלה משכנים מלבושים נאים מתוקנים ווי די שיינע מחותנים האט זי געברענגט אין שטוב מיט די קליידער פון שכן איז ער ארויס מיט בטחון אויפן אויבערשטן וואס האט אים אזוי ליב ער דרייט זיך ארום אויף די וועגן זוכנדיג די פרנסתו פלוצלינג עס קומט אים אנטקעגן אליהו הנביא לקראתו אליהו זאגט אים גלייך דו וועסט ווערן רייך אין דעם היינטיגן טאג געלט אן א שיעור ווי א גרויסער גביר עס איז שוין אן עק צו דיין פלאג איך געב דיר פיל רעכט זאג אז איך בין דיין קנעכט וועסט קריגן א מטבע א גרויסע זאל קומען צו לויפן ווער עס וויל קויפן עבד אין כמותו דער חסיד האט א טענה רחש איך ישנה צו פארקויפן א הער איז א טעות אליהו איז קלוג און ער ענטפערט אים צוריק דאסמאל ביסטו דער באלעבאס א סוחר קומט צו גיין אליהו איז נושא חן ער גיט שמונה מאות אלף זהובים באצאלט אויפן פלאץ דער גאנצער שאץ ער איז געווארן פון די גבירים חשובים ער זאגט איך וועל דיך פארטרויען א פאלאץ צו בויען ענדיג עס איינס צוויי איך גיב דיר א הבטחה ווען ס'פארטיג די מלאכה אתה בן חורין ווערסטו פריי דעם ערשטן טאג מיט גרויס פלאג אליהו ארבעט זייער שווער מיט ארבייטער אסאך וואס קענען די פאך אבער ער האלט שוין נישט אויס מער אינמיטן נאכט נעמט ער זיך שרייען ס'איז דאך אזא שווערע עבודה איך האב זיך פארקויפט נאר פאר כבוד שמים לכבודך ולא לכבודי באשעפער גרויסער העלד ווי דו האסט באשאפן די וועלט בורא עולם בקנין האב אויף מיר רחמנות איך מיין גוטע כוונות השלם זה הבנין מלאכים פליען זיי קענען נישט איינרוען נישט קיין פועלים עצלים א גרופ נאך א גרופ קומען אראפ מען העלפט אים מיט די ריכטיגע כלים זיי ארבעטן געטריי ווי מאשינען איינס צוויי ס'איז ממש צו מאכן א ברכה אלעס געמאלן געשניצט אלעס גלאנצט אויסגעפוצט ותשלם כל המלאכה ווי דער סוחר האט דערזען וואס איז געשען ער האט נישט געגלייבט וואס ער זעט פאר די אויגן ער האט מקיים געווען די רייד אליהו'ן באפרייט ופרח לו און ער איז אוועקגעפלויגן

אל תירא עבדי יעקב

יונתן שווארץ

s0067 אל תירא עבדי יעקב יונתן שווארץ לחן: ר׳ בעריש ווישעווער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך אל תירא עבדי יעקב יונתן שווארץ לחן: ר׳ בעריש ווישעווער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך לאמיר זינגען שירה לכבוד די בשורה אמר השם ליעקב געזאגט האט דער בורא האטס נישט קיין מורא אל תירא עבדי יעקב א הייליגע מתנה אתה בחרתנו בחר השם ביעקב דאס איז געשריבן מיר זענען אויסגעקליבן אל תירא עבדי יעקב ס'וועט ווערן מקוים מ'וועט מאכן פדיון שבויים גאל השם את יעקב פון גלות אוועק האטס נישט קיין שרעק אל תירא עבדי יעקב ס'קומט שוין אקעגן די מזל וועט שטייגן דרך כוכב מיעקב מיט ניסים אן א צאל וקם שבט מישראל אל תירא עבדי יעקב די שורש וועט בליען ס'וועט זיך ווייטער ציען הבאים ישרש יעקב פון אלע גזירות וועט וואקסן גוטע פירות אל תירא עבדי יעקב ס'קומט שוין צו גיין משיח אליין וירד מיעקב אויף די וועלט וועט זיין מנוחה כי להשם המלוכה אל תירא עבדי יעקב טו נאר געדענקען ברכות צו שענקען זכור זאת ליעקב וואו מ'וועט זיך געפינען האט ער אונז אינזינען אל תירא עבדי יעקב עס קומט שוין די פרייד ווי אין פסוק שטייט חדות ישועות יעקב נהנה זיין מזיו השכינה בא יבוא ברינה אל תירא עבדי יעקב ס'קלינגט אין אלע וועלטן די שטיבלעך און די געצעלטן מה טובו אהליך יעקב מה טובו מ'זיצט דורכדעם ווערט מען געשיצט אל תירא עבדי יעקב איבעראל רבנים מורי צדק און דיינים יורו משפטיך ליעקב די תורה לייכט און שיינט עס שטייט אונז צו די רעכטע האנט אל תירא עבדי יעקב אין קיין שום אידיש ישוב איז נישטא קיין כישוף כי לא נחש ביעקב פון אלע באנדיטן טוט ער אונז אפהיטן אל תירא עבדי יעקב ער פארגיבט די זינד פון יעדן אידיש קינד לא הביט און ביעקב די עבירות אויסמעקן ווערן ריין פון אלע פלעקן אל תירא עבדי יעקב אונז זענען פארמערט ווי שטויב פון די ערד מי מנה עפר יעקב עין הרע וועט נישט שאטן אין קיין שום צייטן אל תירא עבדי יעקב עס קלינגט דאך אין די אויערן וואס דו האסט אונז געשוואוירן נשבע השם ליעקב וואס עס וועט נאר פאסירן מוזן אידן עקזיסטירן אל תירא עבדי יעקב אונזערע עוונות איז שגגות ואונס סלח נא לעון יעקב ענטפער פון די הייך מלך מוחל וסולח אל תירא עבדי יעקב אז מ'געבט זיך א דערמאן אכתי עבדי אנן עתה השב שבות יעקב מ'וועט אונז קערן צוריק צום ריכטיגן בליק אל תירא עבדי יעקב מ'דארף אונז באפרייען זען ניסים ווי מצרים פדה השם את יעקב אזויווי יענע שעות אראנו נפלאות אל תירא עבדי יעקב באפעל פאר א שליח אונז אויסלייזן גיך צוה ישועות יעקב מ'וועט האבן די זכי' בקרוב א ישועה אל תירא עבדי יעקב העלף אונז געשווינדער אין זכות פון קליינע קינדער קול קול יעקב די זכותים וועלן בלייבן בזכות תינוקות של בית רבן אל תירא עבדי יעקב ימים טובים בישראל וואס איז געווען אמאל רני ושמחי ליעקב הייבטס אן צו טאנצן די ישועה קומט אינגאנצן אל תירא עבדי יעקב טו אונז צוריקקערן ווי דו האסט געלאזט הערן שב השם את שבות יעקב משפיע זיין קדושה לבנות בית השלישי אל תירא עבדי יעקב די הייליגע הויז וואו די אמת קומט ארויס תתן אמת ליעקב מיט משיח צדקינו במהרה בימינו אל תירא עבדי יעקב אמר השם ליעקב יא טאטע יא יא פאטער יא אל תירא עבדי יעקב ניין טאטע ניין ניין פאטער ניין מיר האבן פאר קיינעם מורא נישט נאר פאר דיר אליין

אמן יהא שמיה רבה

יונתן שווארץ

s0550 אמן יהא שמיה רבה יונתן שווארץ לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | חזק לימי הספירה אמן יהא שמיה רבה יונתן שווארץ לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | חזק לימי הספירה א יונגערמאן צום דאקטער קומט אריין דאקטער ס'איז שוין א לענגערע זמן וואכן לאנג וואס איך פיל נישט גוט שוואכקייט און ווייטאגן מאך איך מיט דער דאקטער איז בודק זיין מח און הארץ ער זאגט אים דיין מצב איז פינסטער און שווארץ ס'איז ליידער ליידער נישטא וואס צו טון אויף דיין מחלה איז ליידער נישט דא קיין שום מעדיצין דער יונגערמאן גייט פון דאקטער ארויס פון צער און טרויער גייט ער ממש אויס ער שטייט און טראכט מיט גרויס וואונדער וויאזוי דערצייל איך מיין ווייב און קינדער ער שטייט אינדרויסן פון דאקטער'ס אפיס ער פילט אט אט זיין סוף איז אקעגן דעם אפיס זעט ער א שול אפשר קען איך אריינגיין אין איר ער בעט רשות פון שומר ביים טיר ער זוכט א תהלים אזוי פאר'צער'ט די שאפעס זענען אלע פארשפארט די בימה די עמוד געט ער אן עפן נישט מעגליך קיין סידור קיין תהלים צו טרעפן די שטענדערס אלע אינגאנצן ליידיג דרייט זיך אין בית המדרש אזוי ווייעדיג פלוצלינג אויפן טיש זעט ער א צעטל ער לויפט גלייך צו יענעם ארט ער קוקט אריין וואס שטייט דארט טייערע טייערע אידן מענטשן זוכן עצות פארשידן מען טוט אלע מיני סגולות מען טוט פארשידענע פעולות מען קויפט זיך פארשידענע מטבעות גראזן כל מיני קמיעות ס'איז חשוב פאר קודשא בריך הוא אבער צו איין זאך קומט עס נישט צו אמן יהא שמיה רבא מברך לעלם ולעלמי עלמיא חלילה נישט רעדן ביי קדיש וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש ער ליינט ווייטער דעם צעטל אזוי מענטשן פארן צו רבי שמעון בר יוחאי מען פארגעסט וואס עס שטייט אין זיין זוהר דער וואס רעדט ביי קדיש פארשפארט מען אים דעם טויער ס'העלפט אים נישט קיין שום סגולות ס'ווערט נישט נתקבל זיינע תפילות ס'איז מבטל אלע גוטע השפעות ס'ברענגט אויף די וועלט גזירות רעות וועגן דעם בין איך דא אהערגעקומען דער צעטל איז פאר מיר א סימן נאר דאס וועט ברענגען מיין ישועה 'יהא שמיה רבא' וועט ברענגען מיין רפואה אמן יהא שמיה רבא מברך לעלם ולעלמי עלמיא חלילה נישט רעדן ביי קדיש וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש דער יונגערמאן איז עס מפרסם איבעראל בתי מדרשים בכל תפוצות ישראל שווערע געלטער משקיע דערין אפשר וועט דאס זיין מיין מעדיצין די זעלבע צייט צו די דאקטוירים לויפט ער ארום די בעסטע דאקטוירים אומעטום יעדער זאגט ס'איז נישטא וואס צו טון א שאד לויפן אהער און אהין אבער חז"ל זענען מסביר בהבנה דער וואס זאגט יהא שמיה רבא מיט כוונה קורעים לו גזר של שבעים שנה ער באקומט צוריק זיין לעבן א מתנה ס'גייט אריבער חדשים שפעטער דעם גרויסן דאקטער נאכאמאל זעט ער ער פארשטייט נישט וואס דא איז געשען קיין שום מחלה קען ער דא נישט זען דער דאקטער זאגט איך מוז מודה זיין דערצו אז אצבע אלקים היא אן אפענע נס זע איך דא היינט ס'מוז נאר זיין א געטליכער האנט אמן יהא שמיה רבא מברך לעלם ולעלמי עלמיא חלילה נישט רעדן ביי קדיש וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש

אני מאמין

יונתן שווארץ

s0124 אני מאמין יונתן שווארץ לחן: ר' פנחס וואף ר' יהודה גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע הארץ אני מאמין יונתן שווארץ לחן: ר' פנחס וואף ר' יהודה גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע הארץ אני מאמין אז אלץ וואס ווערט אויף די וועלט געטון אלעס פירט זיך אזוי מהבורא יתברך שמו דער באשעפער און אין זיינע הנהגות האבן מיר אונז גארנישט קיין השגות איך האב אבער א קלארע ידיעה אז ער פירט אן דער גאנצע בריאה אין היסטאריע פון גאנץ כלל ישראל מיט אמונה האט מען געלעבט אלעמאל דאס איז געוועזן אונזער נצחון זיך האלטן מיט אמונה און בטחון מיר זענען אריין אין די פלאמען געזונגען דעם אני מאמין א איד האט נישט קיין קשיותאון האט נישט קיין שאלות ער ווייסט אז פון באשעפער איז אלעס א איד זאגט דרייצן מאל 'אני מאמין' אפילו איין מאל אויך נישט 'אני מבין' ווייל א אידיש קינד ער דארף נישט פארשטיין ער דארף נאר גלייבן אין באשעפער אליין אז אלעס וואס דער באשעפער טוט אפילו מ’פארשטייט עס נישט אויף דער מינוט אלעס איז חסדים אלעס איז גוט מיט אמונה לעבט איעדער איד גיי אמאל צו צו א קליין קינד געב אים א פרעג געשווינד אינגעלע קענסטו מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי פארט אן עראפלאן ער וועט דיר ענטפערן אין איין מינוט פונקטליך וויאזוי א פליגער פליט ער איז אפילו אויך א מבין איך קען שוין א פליגער דרייוון פרעג אבער א מענטש א בר דעת פון דיין שאלה וועט ער מאכן חוזק שפאס פירן א פליגער האב איך נישט קיין אנונג אויפן פליגער דארטן אויבן זיצט א מנהיג איך קויף מיר א טיקעט און איך פאר איך פרעג נישט קיין קשיות וואס גייט פאר און טאמער עס גייט מיר שווער די וועגן וואס וועט מיר העלפן קשיות פרעגן א איד זאגט דרייצן מאל 'אני מאמין' אפילו איין מאל אויך נישט 'אני מבין' ווייל א אידיש קינד ער דארף נישט פארשטיין ער דארף נאר גלייבן אין באשעפער אליין אז אלעס וואס דער באשעפער טוט אפילו מען פארשטייט עס נישט אויף דער מינוט אלעס איז חסדים אלעס איז גוט מיט אמונה לעבט איעדער איד

אפאר מיליאן

יונתן שווארץ

s0125 אפאר מיליאן יונתן שווארץ לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון אפאר מיליאן יונתן שווארץ לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון א גרויסער טומל אין די גאסן קיינער וויל דאך נישט פארפאסן גאר א גרויס געלעגנהייט צו קויפן יאגט זיך יעדער צו א קליינע צעטל א לאטערי ווייל הונדערט מיליאן נישט צופוס עס גייט ווען איך וואלט דאס געלט געוואונען וואלט איך נאר דיר באשעפער געהאט אינזינען קודם אפאר מיליאן און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן גייט א אידל מיטן צעטל און ער מאכט א גאנצן פשעטל אוי ווי שיין עס וואלט נאר אויסגעזען ווען איך וואלט געווען א מיליאנער און קיינמאל נישט געארבעט שווער אוי ווי זיס און גוט ס'וואלט געווען ווען איך וואלט געוועזן רייך וואלט איך געקענט אויפטון גאר גאר אסאך אבער קודם אפאר מיליאן און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן תלמוד תורה'ס און ישיבות וואלט געהאט א גרויס חשיבות איך וואלט זיי געגעבן גאלד און געלט ראש ישיבות און רבנים משולחים און קבצנים וואלט איך אלע אויף די פיס געשטעלט איך וואלט געגעבן פאר אלע קמחא דפסחא און הכנסת כלה קיינמאל קיינעם זאגן ניין איך נעם אויף יעדן איינעם זייער שיין איך וואלט געטון צו די זאך און אויפגעשטעלט א גרויסן גמ"ח און איך וואלט געהאלטן און איין בארגן אפילו ווען איך בין פאריאגט קיינמאל קיינעם אפגעזאגט אז ער זאל צוריקקומען מארגן כל הפושט יד נותנים לו נישט נאר פורים זיך געפירט אזוי נאר א גאנץ יאר אן אפן טיר ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר ווען איך וואלט געוועזן רייך וואלט איך געטיילט צדקה גאר גאר אסאך אבער קודם אפאר מיליאן און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן שבת אויף מיין טיש אלע סארטן פלייש און פיש די בעסטע עסן כל מיני מטעמים גאר טייערע גאר אלטע וויינען געסט אן א שיעור טירן אויף זייטן פיר אן אפן שטוב אן אפענעם היכל כל דכפין ייתי וייכול נישט נאר פסח אליין אגאנץ יאר קען מען אויך קומען צו גיין געסט אלעמאל ביי מיר ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר ווען איך וואלט געוועזן רייך וואלט איך געהאט געסט גאר גאר אסאך אבער קודם אפאר מיליאן און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן איך וואלט זיך געפירט ריכטיג קיינמאל נישט געמאכט וויכטיג געלט וועט מיר נישט זאגן וואס צו טאן צייט האב איך צו יעדן איינעם גוטע פריינד און גוטע שכנים און איך דארף נישט דעם אויבנאן איך וועל זיך פירן א פשוט'ן לעבן נאר צו דיר באשעפער זיך אוועקצוגעבן באשעפער איך מיין נאר דיר ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר ווען איך וואלט געוועזן רייך וואלט איך געקענט אויפטון גאר גאר אסאך אבער קודם אפאר מיליאן און באשעפער וועסטו זען וואס איך קען יעדן אינדערפרי וועל איך זיין א מתגבר כארי איך וועל לערנען אפאר שעה גמרא רש"י תוספות און מהרש"א באשעפער איך מאך נישט קיין שפאס ביז איין יאר ענדיג איך ש"ס רוב טאג לערנען תורה און ווייניג האנדלען מיט סחורה שיעורים אין גאנצן שטאט פון סאטמאר קיין בעלזא און קיין לעיקוואוד קיין פאנאוויטש סלאבאדקע און מיר ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר ווען איך וואלט געוועזן רייך וואלט איך געלערנט תורה גאר גאר אסאך אבער קודם אפאר מיליאן און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן ס'קומט שוין אן די גרויסע נאכט ווען דער גורל ווערט פארבראכט די שמחה איז דאך ממש אין לשער צו זיין שאפע גייט ער צו אלקא דמאיר ענני בזכות פון דעם תנא ר' מאיר באשעפער מיר האבן א דיל מעות קדימה געבן איך וויל דו זעסט אז איך גיב שוין פון פריער ווייל באלד גיי איך זיין א גביר די תוצאות איז אנגעקומען די ערשטע צוויי נאמבערס שטימען די דריטע און די פערטע זענען גלייך אין איין מינוט גיי איך זיין רייך די פינפטע די זעקסטע קומט אריין ס'קען דאך גארנישט בעסער זיין איך בין דער גביר פון שטאט צו מאנען די געלט גייט ער גראד ער קומט אן מיט זיינע תוצאות זאגט מען אים ר' איד איר מאכט א גרויסן טעות אויף אייער צעטל גיבט נאר א קוק ס'איז פון צוויי וואכן צוריק ער גייט אהיים און ער קלערט מיין גאנצער פלאן איז גארנישט ווערט דער בורא דארף נישט צוקומען צו מיר דער באשעפער האט גענוג וועגן אויסצוטיילן זיין פארמעגן ער דארף נישט איך זאל זיין זיין באנקיר אפשר יעצט איז מיר בעסער דער נסיון פון דעם עושר איז אסאך מאל גרעסער ווער ווייסט וואס וואלט געשען מיט מיר ווען איך וואלט געוועזן א גביר ווען איך וואלט געוועזן רייך וואלט איך געהאט נסיונות גאר גאר אסאך איך דארף נישט קיין פאר מיליאן דאך באשעפער וועסטו זען וואס איך קען איין זאך איז מיר זיכער ער דארף נישט איך זאל פירן זיינע ביכער תורה איז דא אויף די גאנצע וועלט אן מיין עצות און אן מיין געלט מיט א גוטן רצון און ווילן קען איך אלע פלענער ערפילן מ'קען טון גמילת חסד אן א שיעור אפילו מ'איז נישט קיין גביר סיי ארעם סיי רייך מיט א גוטן רצון קען מען אויפטון גאר גאר אסאך איך דארף נישט קיין פאר מיליאן דאך באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן אפילו איך בין נישט רייך מיט א גוטן רצון קען מען אויפטון גאר גאר אסאך איך דארף נישט קיין פאר מיליאן דאך באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן

אשת חיל

יונתן שווארץ

s0712 אשת חיל יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת אשת חיל יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת א משל צו די תורה באקומען פון דעם בורא די תורה די אשת חיל וואס אידן לערנען יומם וליל די מאן וועט אויף תורה זיצן וועט אים די אשת חיל שטיצן ער וועט האבן גוטס נאר ושלל לא יחסר "אשת חיל מי ימצא" יעדער רימט זי אזוי זאגן אלע מבינים נישטא נאך אזא איינע ווי טייערע שטיינער זי איז ממש "ורחוק מפנינים" אן קיין שום שאלה "בטח בה לב בעלה" פארלאזט זיך אויף איר נאר גייט אויף דרכים גוטע גיט אכטונג יעדע פרוטה "ושלל לא יחסר" טוט אלעס מיט רעכט קיינמאל נישט שלעכט "גמלתהו טוב ולא רע" איר גאנצן לעבן איז דאס איר שטרעבן איר מאן זאל דינען דעם בורא "דרשה צמר ופשתים" מיט קליידער זי רישט אים אין יעדן מאמענט קיינמאל נישט פויל שטריקט לינען און וואל מיט די אייגענע הענט טוט זיך אנשטרענגען פרנסה צו ברענגען "היתה כאניות סוחר" ברענגט ברויט פון דער ווייט אין יעדן צייט זי איז זיך נישט צי סאך בוחר טוט זיך פלאגן שטייט אויף פארטאגן "ותקם בעוד לילה" גרייט אן עסן הייסע "טרף לביתה" לעילא ולעילא א משל צו די תורה באקומען פון דעם בורא די תורה די אשת חיל וואס אידן לערנען יומם וליל די מאן וועט אויף תורה זיצן וועט אים די אשת חיל שטיצן ער וועט האבן גוטס נאר ושלל לא יחסר א גארטן געפלאנצט ווי שיין עס גלאנצט "זממה שדה מפרי כפיה" צו ווערן דערקוויקט אזוי געשיקט "חגרה בעוז מתניה" ווערט נישט אפגעשוואכט זי ארבעט ביינאכט נוצט אויס די מינוטן טייערע די סחורה פארזוכט לעשט נישט אויס די ליכט "לא יכבה בלילה נרה" די הענט טוט זי שיקן צו מלאכה פון שטריקן "ידיה שלחה בכישור" זי טוט אים אונטערלאנען אין אלע זמנים ער זאל זיין מיט די תורה מקושר דאס איז איר חזקה זי טיילט צדקה "כפה פרשה לעני" וואס זי טוט פארדינען האט זי אויך אינזינען דעם ארימאן מיט כוונה ביי איר אין געצעלט וועט נישט זיין קיין קעלט "לא תירא לביתה משלג" "שש וארגמן לבושה" האט קליידער פרישע זי דארף נישט האבן קיין שרעק "נודע בשערים בעלה" איר מאן קענען אלע איבעראל אזוי געשעצט ווייל ער זיצט אינאיינעם מיט סנהדרין וזקנים "בשבתו עם זקני ארץ" א משל צו די תורה באקומען פון דעם בורא די תורה די אשת חיל וואס אידן לערנען יומם וליל די מאן וועט אויף תורה זיצן וועט אים די אשת חיל שטיצן ער וועט האבן גוטס נאר ושלל לא יחסר זי לויפט א מהלך צו פארקויפן א ליילעך "וחגור נתנה לכנעני" זי וועט באקומען איר לוין "ליום אחרון" מ'וועט איר דארט זיין מהנה אויבן וועט מען פרעגן איר וועג אין לעבן וועט זי ענטפערן "בחכמה" מצוות געווען קונה "תורת חסד על לשונה" קונה געווען עולם הבא געקוקט מיט יגיעות די שטוב זאל זיין בצניעות "צופיה הליכות ביתה" בעיקר די קינדער זאלן זעהן אירע וואונדער און אויך "בעלה ויהללה" ס'איז דא פרויען אסאך וואס פארמאגן א שבח "רבות בנות עשו חיל" אבער אן קיין שאלה "ואת עלית" איבער אלע מיט מעלות גאר פיל "שקר החן" פאלש איז נישט שיין דאס איז נישט קיין שבח והלל דער עיקר איז מורא פון הייליגן בורא "אשה יראת ה' היא תתהלל" אויף יענע וועלט וועט מען געבן שכר פאר איר לעבן "תנו לה מפרי ידיה" זיך געפירט אין גוטע דרכים מ'לויבט איר מיט שבחים "ויהללוה בשערים מעשיה" א משל צו די תורה באקומען פון דעם בורא די תורה די אשת חיל וואס אידן לערנען יומם וליל די מאן וועט אויף תורה זיצן וועט אים די אשת חיל שטיצן ער וועט האבן גוטס נאר ושלל לא יחסר

בחור אין ישיבה

יונתן שווארץ

s0535 בחור אין ישיבה יונתן שווארץ לחן: יוסי גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה בחור אין ישיבה יונתן שווארץ לחן: יוסי גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה זיצט זיך א בחור אין הייליגע ישיבה ער פילט זיך אינגאנצן אינדרויסן פון סביבה די גאנצע ישיבה מיינט דאך גארנישט מיר ער האלט נישט מיט קיין איין איינציגע שיעור אין די גאנצע ישיבה קלינגט א קול תורה א קשיא א תירוץ א ראיה לכאורה ללמוד לשמור לעשות ולקיים אויף אלע בחורים זעט מען אן אמת'ע שמחת החיים ס'איז די טעג פון שלושת ימי הגבלה יעדער זיצט און הארעוועט מיט גרויס עמלה פאר קבלת התורה גרייט מען זיך צו ביז שפעט ביינאכט פון פארטאגס זייער פרי הייליגער באשעפער איך וויל אויך זיין ערליך אבער ס'גייט מיר אזוי שווערליך הייליגער באשעפער איך בעט דיך געטריי פארוואס און ווי לאנג נאך וועל איך זיין אנדערש ווי זיי יעדער גייט שלאפן שפעט ביינאכט א גמרא אין בית המדרש האט ער אויפגעמאכט ער מישט און מישט בלאט נאך בלאט ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט פשט ער פאלט אויפן גמרא מיט גרויס געוויין מיין צער ווער קען דען פארשטיין נאר די תנאים אמוראים אליין איך בעט ענק הייליגע תנאים הייליגע אמוראים גייטס אין הימל און בעטס פאר מיר מיין צער איז גרויס אן א שיעור ס'גיסט זיך ווי א טייך א טרער נאך טרער ער וויינט ביטער אן א אויפהער ווי לאנג וועט מיר נאך גיין אזוי שווער איך בעט דיך הייליגער תנא רבי עקיבא דו פארשטייסט דאך מיין צער אין ישיבה דו האסט דאך געזען ווי ס'רינט וואסער אויף א שטיין האסטו איינגעזען ס'איז קיינמאל נישט שפעט ניין טייכן טרערן איך פארגיס אויף דיין גמרא איז בעט פאר מיר א תפילה קצרה אז ותן בליבי בינה להבין ס'זאל נתקיים ווערן והסירותי לב האבן איז אבינו אב הרחמן בעט איך מיט כוונות טאטע זיסער האב אויף מיר רחמנות המרחם רחם עלינו עפן מיינע אויגן והאר עינינו איז והאר עינינו בתורתיך ודבק ליבנו במצותיך באשעפער נעם מיך נענטער צו דיר דיין תורה איז דאך אויך געגעבן געווארן פאר מיר איך האב פראבירט און פראבירט אזויפיל מאל דורכגעפאלן אן א צאל יעדן זמן הייב איך אן פון פריש הייליגער באשעפער ס'גייט מיר נישט חז"ל זאגן אונז דאך צו אזוי אלמלא הקדוש ברוך הוא עוזרו אן דיר באשעפער אינו יכול לו איך בעט ענק הייליגע תנאים הייליגע אמוראים מיין צער איז גרויס אן א שיעור גייטס אין הימל און בעטס פאר מיר ס'גיסט זיך ווי א טייך א טרער נאך טרער ער וויינט אזוי ביטער אן א אויפהער ווי לאנג וועט מיר נאך גיין אזוי שווער ס'איז דורכגעגאנגען א תקופה ס'ווערט נתמלא זיין שאיפה ער הארעוועט און ער פארשטייט שוין פשט ער לערנט א בלאט נאך א בלאט ער פילט גאר א טעם א זיסע ער באקומט שוין די בעסטע חברותא ער הייבט אן פילן אין לעבן א טעם מיט א חיות און מיט א פלאם ער פילט א חיים א חיים ער לערנט די הייליגע תורה ער פילט א חיים א חיים ער איז צוגעבינדן צו דעם בורא א חיים א חיים זיין לעבן איז א נייער בילד ער פילט א חיים א חיים מיט שמחת החיים אנגעפילט ער ווערט דער בעסטער בחור אין ישיבה הוא הודה הוא הדרה הוא זיוה יעדער קוקט אויף אים ארויף א גאון וואקסט ער אויף פילט זיך אינדערהיים אין יעדע סוגיא צי דאס חצי שיעור צי דאס מיגו הלכות שבת וואקסט ער א בקי לערנט אן קיין הפסקה א שידוך געטון גאר א גוטן א חשוב'ע כלה און מחותן א חתונה אזוי דערהויבן און גוט די תורה טאנצט דארט מיט געגאנגען אין כולל להוראה כי לו נאה כי לו יאה ידין ידין יורה יורה געוואקסן א גדול בתורה ער פילט א חיים א חיים ער לערנט די הייליגע תורה ער פילט א חיים א חיים ער איז צוגעבינדן צו דעם בורא ער פילט א חיים א חיים זיין לעבן אזא שיינע בילד ער פילט א חיים א חיים מיט א שמחת החיים אנגעפילט ער איז א דוגמא וואס יעדער זעט ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט יעדער קען וואקסן און שטייגן מ'דארף נאר כוחות לייגן א תפילה צום בורא כל עולמים בבית השם לאורך ימים א שמחת החיים נאך און נאך יוסיפו לך

בני חיי מזוני

יונתן שווארץ

s0178 בני חיי מזוני יונתן שווארץ מילים: יונתן שווארץ | א גוטער איד בני חיי מזוני יונתן שווארץ מילים: יונתן שווארץ | א גוטער איד אבינו אב הרחמן הער אויס די תפילה רבונא דעלמא כולא אלקינו ואלוקי אבותינו המרחם רחם עלינו אפילו מיר זענען דערצו נישט כדאיבעטן מיר דיר קודשא בריך הואיעדער איד דארף אויך מתנות דרייבני חיי מזוני רויחי באווייז דיינע וואונדער אידן דארפן קינדער ווען וועלן זיי די שטימע הערן ווי א קינד רופט:טאטע אוי טאטע טאטע אוי טאטעמיט גוטע קינדער טו זיי באשערן המרחם זרע ברך ה' בנים ובני בנים עוסקים בתורה רחם עלינו אנחנו וצאצאנו זאלן קענען טון דעם רצון הבורא אבינו אב הרחמן אידן דארפן געזונט יעדן איד איז ביי דיר אן אייגן קינד קוק וויאזוי יעדע טאטע פירט זיך ווען זיין קינד חלילה שלעכט שפירט זיך מיר זענען דיינע קינדער און דו ביסט אונזער טאטע קל מלך רופא נאמן אתה דו ביסט דער כל יכול וואס אלעס קען וואו זעט מען רחם אב על הבן ווען ס'איז נישטא קיין ישועה דער חכמת רפואה ווערט א איד נאכאלץ נישט פארלוירן ער קען נאך שרייען:טאטע אוי טאטע טאטע אוי טאטע פאר אן אייגן קינד פארשפארט מען נישט די טויערן המרחם רפאנו ה' נעם אונז ארויס מאפילה לאורה רחם עלינו יאמר די לצרותינו מיר זאלן קענען טון דעם רצון הבורא אבינו אב הרחמן ווי קענסטו פארגעסן אזויפיל אידן האבן קוים צו עסן זיי ווילן בענטשן צו דיר הזן את הכל אבער המבלי לחם לאכול ס'קומט א יום טוב חגים וזמנים לששון אדער א שמחת כלה וחתן אן ארעמאן דעמאלטס א בעל חוב ער ווערט און זיין שמחה ווערט אינגאנצן צושטערט שועת עניים איז בוקע רקיעים ווען א איד הערט זיינע קינדער שרייען אוי אוי אוי טאטע אוי טאטע טאטע אוי טאטע ער האט זיי נישט מיט וואס צו דערפרייען המרחם יעדער ביי זיך אינדערהיים זאל האבן אלעס גוטס די מחסורו רחם עלינו זרענו וכספנו מ'זאל קענען טון דעם רצון הבורא

דאגה מנין

יונתן שווארץ

s0130 דאגה מנין יונתן שווארץ לחן: מיוחס להרה"ק ר' אשר מרימינאוו זי"ע | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד דאגה מנין יונתן שווארץ לחן: מיוחס להרה"ק ר' אשר מרימינאוו זי"ע | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד אין די גאסן גאר געלאסן שפאצירט זיך א איד מיט א פנים א בלאסן ער טוט זיך איבעררייסן שרעקליך שווערע פעקלעך יעדן טאג א פרישע זעקל נאך א פעקל און נאך א פעקל וואס טראגט ער וואס פארמאגט ער איך וועל אים גיין שוין אנטקעגן איך וועל אים פרעגן ר' איד פארוואס לויפט איר אנטשולדיגט וואס פארקויפט איר פון די פעקלעך די גרויסע וואס האנדלט זיך די נושא ער זאגט מיר אמת לאמתו מיין פעקל איז נישט ווערד קיין פרוטה האט ער מיר געטון ערקלערן אין די פעקלעך ליגן שווערע דאגות פול מיט זארגן פול מיט פראגעס איך פון קען זיי נישט פטור ווערן טאג און נאכט זומער און ווינטער קיין פרוטה אחת נישט פארדינט ער נאר מיט דאגות טוט ער איבערבלייבן ער לייגט ארויף א גאנצע וואך שווערע פעקלעך נאך און נאך ער טראגט זיי אויך שבת אין רשות הרבים דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן העבר אין והעתיד עדיין היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק דאגות זענען איבריג ההוה כהרף אין דאגה מנין ער קומט אהיים פון שול די פאסט נעמט ער ער בלייבט שטיין אינגאנצן א פארקלעמטער די ערשטע בריוו א בריוו גאר א שארפן געלט פאר אייער לעקטער מיר דארפן ביז איין וואך ווערט די וואסער אפגעשפארט מיר האבן שוין גענוג און נאך געווארט די שטאט העכערע שטייערן זיי ווילן און מיט זיי טאר מען זיך נישט ארומשפילן דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן העבר אין והעתיד עדיין היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק דאגות זענען איבריג ההוה כהרף אין דאגה מנין די גמ"ח'ן האבן צו אים א גרויסע טענה גענוג געוועזן מיט די תירוצים דיינע פון זארגן האט קיינער נישט באצאלט א חוב השלך על השם יהב א איד מיט א קינד טוט זיך פלאגן ער זוכט פאר אים א זיווג הגון פון זארגן קומט נישט ארויס קיין שום תענוגים הקדוש ברוך הוא מזווג זיווגים א איד איז נישט געזונט ליידער ליידער ער דרייט זיך ארום פארזארגט כסדר זארגן זארגן לייזט נישט קיין פראבלעמען נאר קל מלך רופא נאמן דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן העבר אין והעתיד עדיין היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק דאגות זענען איבריג ההוה כהרף אין דאגה מנין דאגות האבן מענטשן אסאך יעדער איינער זארגט זיך פאר זיין פאך דער בעל דרשן ער זאל האבן א גוטע שפראך און דער עולם ער זאל נישט רעדן צו סאך דער בדחן יעדער זאל געבן א לאך דער מוזיקאנט אז מען זאל טאנצן ביזן דאך דער עושר זארגט זיך ער זאל בלייבן רייך און דער שטארקער ער זאל נישט ווערן שוואך דער פישער צו כאפן גוטע פיש אין טייך דער ספרים סוחר מען זאל קויפן דעם נייעם תנ"ך דער בוכהאלטער דער חשבון זאל זיין גלייך דער שטריימל-מאכער דער שטריימל זאל נישט זיין פלאך דער שמש צו פארקויפן וואס מער סכך דער גבאי צדקה מ'זאל באצאלן באצייטנס דעם גמ"ח דער כולל יונגערמאן צו קענען דעם ט"ז מיטן ש"ך דער משגיח פונעם עירוב אויפן צורת הפתח דער בויער זארגט זיך צו האבן א שיינעם ציגל די באלעבאסטע ס'זאל נישט צוברענען די קוגל דער בעקער צו פלעכטן שיינע זיסע חלות דער מלמד די קינדער זאלן קענען אלעס דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן העבר אין והעתיד עדיין היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק דאגות זענען איבריג ההוה כהרף אין דאגה מנין מ'קען נישט דעם זייגער צוריקדרייען ישועת השם כהרף אין א גוטער איד האפט אז ס'וועט זיכער זיין גוט רעד דיך דורך מיט גוטע חברים דאגה לאיש ישיחנה לאחרים האף צום בורא זיי נישט פאר'דאגה'ט דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן העבר אין והעתיד עדיין היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק דאגות זענען איבריג ההוה כהרף אין דאגה מנין

די טלית

יונתן שווארץ

s0391 די טלית יונתן שווארץ לחן: ר' ישראל לאם | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה די טלית יונתן שווארץ לחן: ר' ישראל לאם | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה דער דובנער מגיד פון די גרויסע מגידים האט אמאל געזאגט דברי מוסר די תלמידים על דרך משל האט ער אנגעפאנגען איך בין אמאל אין די גאס געגאנגען אזויווי איך האלט אינמיטן גיין דערהער איך א קול פון א געוויין פון מינוט צו מינוט ווערט שטערקער דאס געשריי איינער שרייט אוי וויי! אוי וויי! דער מגיד זאגט איך האב ביי מיר מחליט געווען צו זען וואס מיט יענעם איז געשען איך וויל אים העלפן יהיה מה שיהיה איך וויל פארשטיין די פשט פון זיין בכיה איך בין נאכגעגאנגען דאס קול אזוי טיף אין מארק דאס קול ווערט מער און מער שטארק איך בין אנגעקומען צו א הערליכע שיינע הויז וואס פון דארט קומט דאס געוויין ארויס איך קלאפ אן אויפן טיר און איך שטיי אזוי פארטראכט איך קלאפ און עס ווערט נישט אויפגעמאכט בלית ברירה בין איך אליין אריינגעגאנגען דעם בעל בכי צו זוכן האב איך אנגעפאנגען איך דריי זיך אין הויז ארום און ארום איך זוך און זוך אומעטום איך דריי זיך מזרח מערב צפון און דרום איך האב שוין געזוכט בחדרי חדרים אין אלע ווינקלען לכאן ולכאן אני פונה אין קול ואין עונה דאס קול פון געוויין קומט דאך פון דא און קיין נפש חיה איז נישט דא דער מגיד זאגט איך בין נישט געווארן אפגעשוואכט במקרה האב איך א לעדל אויפגעמאכט עס ליגט דארט א טלית צאמגעלייגט אזוי שיין און דאס טלית וויינט מיט א ביטערע געוויין טלית'ל אוי טלית'ל! וואס וויינסטו אזוי ביטער עס כאפט דאך א פחד און א ציטער דער טלית זאגט איך וועל דיר געבן צו פארשטיין וואס איז פשט פון מיין געוויין דער טלית זאגט מיטן בעל הבית וואוין איך דא אזויפיל יארן נישט לאנג צוריק איז ער אוועקגעפארן ער האט מיטגענומען געלט קליידער און עסן אבער פון מיר האט ער אינגאנצן פארגעסן אומזיסט איז דיין געוויין אומזיסט איז דיין קלאג דער מגיד זאגט הער אויס מיין דיבור ער וועט באצאלן בכפל ווען ס'וועט קומען דער טאג און פון די געלט און קליידער בלייבט גארנישט איבער טלית'ל טלית'ל ס'זאל דיר נישט קלעמען דו דארפסט דיך בכלל נישט דערשרעקן ס'וועט קומען א טאג וואס נאר דיך וועט ער מיטנעמען נאר מיט דיר וועט ער זיך צודעקן מענטשעלע מענטשעלע קוק זיך גוט אום מען נעמט זיך גארנישט מיט דארט אויבן אין מלוין לו לאדם כלום אלא מצוות ומעשים טובים דאס גאלד און זילבערוואס א מענטש טראגט מיט זיך אין קעשענע גייט נישט מיט לאחר מאה ועשרים שנה איז דערפאר אל תאמר לכשאפנה אשנה שמא לא תפנה

די טרערן גלעזל

יונתן שווארץ

s0555 די טרערן גלעזל יונתן שווארץ לחן: ר' חיים באנעט | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה די טרערן גלעזל יונתן שווארץ לחן: ר' חיים באנעט | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה מכניסי רחמים אויף אידישע קינדער קוקטס ארום פאר כלל ישראל טוטס ענק אנשטרענגען מכניסי דמעה הערטס אויס אונזער תחינה צום כסא הכבוד טוטס עס צוברענגען מכניסי דמעה מיר ווייסן דאס אז אויבן אין הימל איז דא א גלאז וואס גייט אריין נאר א געוויסע מאס עס האלט זיך אין איין פארמערן פול מיט אידישע טרערן און ווען עס איז פול וועט מען אויסגעלייזט ווערן מיר זענען נאכנישט אויסגעלייזט פארוואס מכניסי דמעה ווי טיף איז דען דאס גלאז מרן דבשמיא לך מתחנינן האבן מיר דען נאכנישט גענוג געטון וויינען ס'האט זיך געגאסן טרערן אן א צאל ווען מיליאנען אידן האבן געשריגן שמע ישראל ביי די מלחמה יארן בימים ההם ומסרו נפשם על קדושת השם און טאמער ס'איז נישט גענוג די טרערן פון זיי וויפיל וויינען רפאנו ה' ונרפא ס'ווערט דאך אינגאנצן צעריסן די הרגשים ווען יונגע יתומים זאגן קדישים טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול וויאזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול נישט פאר אונזער כבוד טו עס שתשים דמעותינו בנאדך להיות ותוליכנו קוממיות הייליגער באשעפער בעטן איך וויל אויב דאס גלעזל איז נאכנישט פול בעטן מיר אן א קצבה דאס גלעזל זאל אנגעפילט ווערן אבער נאר מיט אזעלכע טרערן וואס קומט ביי א שמחה אדער ביי א מצוה זענט עטס דען אמאל דורכגעגאנגען ווען טאטע מאמע פירן קינדער אונטער חופה שטאנגען וויפיל טייכן טרערן עס האלט אין איין רינען פון חתן וכלה און אלע שושבינין און טאמער ס'איז נישט גענוג די טרערן פון זיי ווען א מאמע בעט יהי רצון לפני השם אלוקי יעדן פרייטאג צונאכטס בהעלאת נירותיה ווען אם הבנים מבכה על בניה השתדלו והרבו תחינה שטייטס און בעטס ביים הייליגן שכינה כי צאן רועה נאמן למשל ולשנינה לשמוע אל התפילה ואל הרינה הייליגער באשעפער וויפיל איז דער גבול וויאזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול נישט פאר אונזער כבוד טו עס שתשים דמעותינו בנאדך להיות ותוליכנו קוממיות

די מאמע רחל

יונתן שווארץ

s0493 די מאמע רחל יונתן שווארץ לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד די מאמע רחל יונתן שווארץ לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד יעקב אבינו על פי הדיבור האט געוואוסט אין בית לחם דיך צו לייגן דארט ווייל ווען א מאמע וויינט און טרערן זי פארגיסט קומט עס אן אויפן ריכטיגן ארט ס'וועט קומען א צייט וואס אידן וועלן דורכגיין ווען מ'וועט זיי אין גלות פארטרייבן וועלן זיי וויינען מיט א ביטערן געוויין ביים 'קבר רחל' שטיין בלייבן און בעטן קולי שמע וראה דמע זיי וועלן דארטן וויינען און שרייען ביז וועסט פון קבר אויפשטיין צום גרויסן טאטן גיין ביז מ'וועט זיי פון גלות באפרייען ווייל א מאמע'ס געוויין קען נישט פארלוירן גיין אזוי זאגט דאך צו דער רבונו של עולם ס'וועט קומען די נחמה ווייל קול ברמה ושבו בנים לגבולם דער סדר פון א שטיין ווען וואסער אויף דעם רינט צוביסלעך גייט די שטיינדעלע צוגרונד וואס מער וואסער גייט אויף דעם נאך און נאך ווערט אין דעם שטיין א גרעסערע לאך שוין אזויפיל יארן וואס טרערן מיר פארגיסן מיר קומען זיך מיט דיר מאמע דורכשמועסן טרערן ווי וואסער פארגיסט מען אן א שיעור און דיין שטיין געט זיך נאך אלץ נישט קיין ריר מיר בעטן קולי שמע וראה דמע ווילאנג וועלן מיר נאך וויינען און שרייען ביז וועסט פון קבר אויפשטיין און צום גרויסן טאטן גיין ביז מען וועט אונז פון גלות באפרייען ווייל א מאמע'ס געוויין קען נישט פארלוירן גיין אזוי זאגט דאך צו דער רבונו של עולם לפעולתך יש שכר מיין קינד איך זע דיין צער ושבו בנים לגבולם הייליגער באשעפער קוק ווי מיר ליגן מיר פאלן מדחי אל דחי איז פארוואס טוסטו אונזער מאמע בארואיגן און דו זאגסט איר מנעי קולך מבכי לאז די מאמע וויינען כרצוניה ווילאנג זי וויינט האבן מיר נאך א שטיקל טרייסט רחל מבכה על בניה ביז מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט זאל זי בעטן קולי שמע וראה דמע צוזאמען מיט אונז וויינען און שרייען ביז זי וועט פון קבר אויפשטיין און צום גרויסן טאטן גיין ביז מ'וועט אונז שוין פון גלות באפרייען ווייל א מאמע'ס געוויין קען נישט פארלוירן גיין אזוי זאגט דאך צו דער רבונו של עולם לפעולתך יש שכר מיין קינד איך וויין מיט דיין צער ושבו בנים לגבולם מיין קינד מיין קינד ס'איז נישט שפעט איך האב געהערט דיין געבעט איך זע דיינע יסורים נהי בכי תמרורים מיין נישט אז דו ביסט אליין ווען דו קומסט צו מיין שטיין צום גרויסן טאטן טו איך גיין מיט א ביטערן געוויין מיין קינד מיין קינד אזוי געטריי איך האב געהערט דיין געשריי אמת אוי אמת אוי אמת איך זע דיין ביטער פלאג איך וויין מיט דיר א יעדן טאג אמת אוי אמת אוי אמת איך שטיי ביי דיין וויגל לעבן מיר א קריגל אמת אוי אמת אוי אמת איך נעם צאם דיינע טרערן וועסט אויסגעלייזט ווערן אמת אוי אמת אוי אמת ושבו בנים לגבולם אמת

דער פאסטוכל

יונתן שווארץ

s0226 דער פאסטוכל יונתן שווארץ לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד דער פאסטוכל יונתן שווארץ לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד אין א ווינטער טאג גאנץ קאלט א פאסטוכל גאר אלט גייט ארויס אינדרויסן צו פאשען זיינע שאף די ווינט בלאזט גאנץ שטארק גייט ער אונטער א בארג ביי א בוימעלע כאפט ער א שלאף ווען ער געט זיך א דערוועק כאפט אים אן א שרעק איין שעפעלע האט איינער צוגענומען ער שרייט אזוי פאר'צער'ט ער האפט און ער ווארט אפשר וועט די שעפעלע צוריקקומען וואכן פארלאפן נאכאלץ נישט געטראפן ער האלט אינאיין ווארטן ער האלט אינאיין האפן ביים שכן אין שטאל געט ער א קוק זיין שעפעלע איז פארבינדן מיט שטריק ער לויפט און ער שרייט צו זיין שכן ווי טוט מען אזוינס היתכן אבער דער שכן ער האלט זיך ביי זיינס ער טענה'ט די שעפעלע איז מיינס דער פאסטוכל מיט אן עצה קומט ארויף כאפ אן דעם שטריק און בינד עס אויף לאמיר דעמאלטס זען צו וועמען ער וועט קומען און דאס וועט זיין פאר דיר דער בעסטער סימן דוד המלך מלך ישראל פלעגט צו בעטן די תפילה אלעמאל די אידן און די גויים ביידע מיט איין טענה ביידע טענה'ן באשעפער מיר זענען דיינע איז אנא השם אנא השם טאמער ווילסטו זען ווער ס'איז גערעכט נעם אראפ דעם שטריק פון דעם גלות קלעם וועסטו זען ווער ס'איז דיין קנעכט ירוץ עבדך כמו איל נאר דיין פאלק ישראל וועט לויפן צו דיר בורא כל הייליגער באשעפער באווייז דיינע חסדים וועסטו זען ווער זענען דיינע אמת'ע עבדים נעם אראפ דעם שטריק פון צאן מרעיתך וועסטו זען דעם חילוק פון דעם איד און דעם גוי אני עבדך בן אמתך פתחת למוסרי דער פאסטוכל מיט אן עצה קומט ארויף כאפ אן דעם שטריק און בינד עס אויף לאמיר דעמאלטס זען צו וועמען ער וועט קומען און דאס וועט זיין פאר דיר דער בעסטער סימן אנא השם כי אני עבדך

הבל הבלים

יונתן שווארץ

s0505 הבל הבלים יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה הבל הבלים יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה אין כל חדש הבל הבלים די גאנצע וועלט איז נאר א חלום דברים בטלים ומבוטלים די נייע וועלט אזוי מאדערן נאר דאגות צו פארמערן דעם ישוב הדעת צו צעשטערן אמאליגע צייטן מ'וויל ערגעץ פארן מ'דארף נישט קיין סאך געלט שפארן מ'זעצט זיך ארויף אויפן וואגן אן קיין הכנות גאנצע טעג איינס צוויי מ'איז אויפן וועג די פערד וועט דיך איבעראל טראגן אין די נייע מאדערנע וועלט אלע מאשינען צוגעשטעלט אבער דאך וואס קען מען טאן די צייט ווערט ענגער די וועגן נעמען לענגער און מ'קומט אין ערגעץ נישט אן א מאשין האט איעדער די גאנצע וועלט פארט אויף רעדער יעדן טאג פארצושטעלן נייע מאשינען נייע מאדעלן אין די לופט אין די ים אין די יבשה מ'גרייט זיך גרייט זיך אן א שיעור גאנצע וואכן שפעטער פריער אוי איז דאס א שווערע נסיעה מ'איז אויסגעמוטשעט מיט א יגיעה מקוצר רוח ועבודה קשה ווייל הבל הבלים אלעס איז א חלום דברים בטלים ומבוטלים די וועלט אזוי מאדערן נאר דאגות צו פארמערן דעם ישוב הדעת צו צעשטערן האסט עפעס געוואלט אמאל פון איינעם שרייבט מען אים א בריוו א שיינעם דער פאסט-טרעגער געט עס א שיק מענטשן פירן משא ומתן מ'האלט זיך נאנט פונדערווייטן מ'שרייבט זיך אהין און צוריק ווילסט איינעם כאפן היינט קענסטו ממש טאפן א וואנט עצות איז דא אין די מיליאנען מ'גייט אראפ פון זינען צענדליגער מאשינען יעדער האט זיך צען טעלעפאנען דו רופסט א מענטש אינדערהיים א מאשין ענטפערט שיין ער זאגט דיר דארט א גאנצן סיפור טאמער ס'איז זייער וויכטיג שרייב אראפ א נומער ריכטיג פון מיין קאר אדער פון מיין ביפער דו קלינגסט דעם נייעם נומער גלייך ס'חזר'ט זיך איבער די זעלבע זאך רעדן קענסטו נאר צו מאשינען קנעפלעך האלט מען אין איין דרוקן פעקסן האלט מען אין איין שיקן קיין נפש חיה קענסטו נישט געפינען ווייל הבל הבלים אלעס איז א חלום דברים בטלים ומבוטלים די וועלט אזוי מאדערן נאר דאגות צו פארמערן דעם ישוב הדעת צו צעשטערן א באלעבאסטע האט אמאל געקענט מיט אירע צוויי געשיקטע הענט קאכן באקן וואשן און ווישן זי האט זיך אויך געקענט אנשטרענגען גיין צום ברונעם וואסער ברענגען און אלעס שיין איינרישן מה יפית ומה נעמת אלעס היימיש און בא'טעמ'ט צו אלעמען האט מען געדולד געהאט אפצוגעבן מיט די קינדער מיט יעדן באזונדער צום תהלימ'ל איז אויך געוועזן צייט היינט א וועלט גאר א נייע ממש ממש א מחיה מ'קען שוין גארנישט האלטן מח א טעלעפאן קען דיר אלעס קויפן מ'דארף אין קיין געשעפט נישט לויפן פארוואס איז מער נישט דא קיין כח היינט א שטוב אזוי באלעבאטיש אלעס פירט זיך אויטאמאטיש ס'קוקט אויס פונקט ווי א פאבריק דאס ביסל ארבעט וואס בלייבט איבער קומט א גוי'טע אויף דעם אריבער און צו קינדער ווער האט צייט גענוג ווייל הבל הבלים אלעס איז א חלום דברים בטלים ומבוטלים די וועלט אזוי מאדערן נאר דאגות צו פארמערן דעם ישוב הדעת צו צעשטערן אין כל חדש טו געדענקען מן השמים טוט מען שענקען יעדן טאג א פרישע טעכנאלאגיע אבער דו האב אינזינען מצוות טו מיט די מאשינען נוץ עס אויס מיט א ריכטיגע אידיאלאגיע ביסט אין קאר אונטערוועגן א איד קומט אנטקעגן והתעלמת ממנו איז דאך אסור רעכן זיך מיט אן אנדערן פארוואס זאל יענער וואנדערן ס'איז זה נהנה וזה לא חסר מיטן טעלעפאן א מצוה גדולה רוף אמאל אן א חולה זיי דיך אויך פאר יענעם מטריח וואס דו ווילסט פאר דיר טון האב א צווייטן אויך אינזין טראכט נישט נאר פון זיך ווייל הבל הבלים אלעס איז א חלום דברים בטלים ומבוטלים די וועלט אזוי מאדערן נאר דאגות צו פארמערן דעם ישוב הדעת צו צעשטערן

זכות תינוקות של בית רבן

יונתן שווארץ

s0539 זכות תינוקות של בית רבן יונתן שווארץ לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד זכות תינוקות של בית רבן יונתן שווארץ לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד די וועלט וואס מען זעט אלע לענדער אלע שטעט די יבשה און די ימ'ען די באשעפענישן צוזאמען האלט זיך וואונדערליך אין זכות פון די קינדערלעך וואס גייען כסדר לערנען תורה אין חדר בכל מקומות מושבותיהם אין העולם מתקיים די וועלט קען נאר שטיין בלייבן בזכות תינוקות של בית רבן די גאנצע וועלט יארן לאנג האלט זיך נאר אדאנק אין די זכות פון די צאן קדשים אם אין גדיים אין תיישים יעקב אבינו פארשטייט ווען קיין מצרים ער גייט אז ס'וועט קומען שווערע צייטן הייסט ער פאראויסרייטן יהודה שלח להורות אויפצובויען תלמיד תורות אין זכות פון תורה און יראת שמים נאר אזוי זיך האלטן אין מצרים פרעה האט מורא פון די קינדער'ס תורה הייסט ער קינדער לייגן אין די ווענט חלילה צו ווערן פארלענדט דער אייבערשטער נעמט באלד די קינדערלעך אין וואלד זיי זאלן בלייבן לעבן וויל איך און געט זיי האניג און מילך און ביים שפאלטן די ים האבן אלע קינדערלעך צוזאם זה קלי געטון אנווייזן דו האסט אונז געטון שפייזן די גאנצע וועלט יארן לאנג האלט זיך נאר אדאנק אין די זכות פון די צאן קדשים אם אין גדיים אין תיישים אידן מוכן ומזומן די תורה צו באקומען און דער הייליגער בורא ער דארף ערבים פאר זיין תורה די ערבים די קליינע די נשמה'לעך די ריינע די יונגע קינדער אויף זיי איז געפאלן דעם גאנצן אחריות ווען מ'האט דעם משכן באקריגן אין דעם ארון לוחות ליגן מיט כרובים העכער דעם ארון פון קינדער א בילד א קלארן דאס איז דער גרעסטער יחוס קינדער נעבן לוחות די תורה זענען זיי משיג און לערנען זייער פלייסיג מרדכי הצדיק גייט גראד מיט אלע קינדערלעך פון שטאט זיי וויינען און פאסטן טאג און נאכט די טויערן זאלן ווערן אויפגעמאכט מאמעס קומען מיט געוויין קינדער עסן מוזט עטס גיין זיי ענטפערן פון גרויס ביז קליין ניין מאמע ניין דער באשעפער פרעגט שוין מה קול הצאן?געוויינען פון שעפעלעך איך הער ווער זענען זיי ווער? די מלאכים וויינען מיט אוי באשעפער דו ווייסט גוט דאס זענען קליינע קינדער אן א צאל וואס האבן נישט געזינדיגט קיינמאל אין זייער זכות העלפן אידעלעך מען מוז ליהודים היתה אורה אין זכות פון זייער תורה די גאנצע וועלט יארן לאנג האלט זיך נאר אדאנק אין די זכות פון די צאן קדשים אם אין גדיים אין תיישים ס'וועט בלייבן אין זכרון נאך די מלחמה יארן אידן איבעראל פארטריבן מ'איז קוים לעבן געבליבן די רשעים די געמיינע ווען מ'זעט א קינד א קליינע גלייך צו זיך געגעבן א נעם און געשיקט אויף קידוש השם ס'האט זיך געמאכט שמחת תורה ביינאכט די מלחמה איז געווארן שטיל אפאר אידן גייען אין שול די שול כמעט חרוב אינגאנצן הקפות ווילן זיי טאנצן די ארון קודש שטייט אויף איר ארט זיי לויפן גלייך אהין דארט עס פאלט א פחד א מורא ס'איז נישטא קיין ספר תורה די רשעים האבן אלעס פארברענט ס'איז נישטא וואס צו האלטן אין די הענט זיי שרייען געוואלד זיי זעען אבער באלד ביים טיר א לעכטיגן געשטאלט א קינד אפאר יאר אלט זיי לויפן געשווינד זיי הייבן אויף דאס קינד טרערן פון די אויגן רינען א לעבעדיגע ספר מ'האט געפונען די קליינע נשמה איז די איינציגסטע נחמה לאמיר טאנצן אלע אויפאמאל מיטן עתיד פון כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם אין העולם מתקיים די וועלט קען נאר שטיין בלייבן בזכות תינוקות של בית רבן די גאנצע וועלט יארן לאנג האלט זיך נאר אדאנק אין זכות פון די צאן קדשים אם אין גדיים אין תיישים

חד גדיא

יונתן שווארץ

s0075 חד גדיא יונתן שווארץ מחבר: מיוחס להרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זצ"למילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע שעה חד גדיא יונתן שווארץ מחבר: מיוחס להרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זצ"למילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע שעה א טאטע האט אמאל געזען א קליין ציגעלע לויפן גלייך פאר צוויי גילדן טוט ער עס אפקויפן דער טאטע מיינט מען אבינו מלכנו וואס היט אונז אפ אלעמאל און דאס שעפסעלע די קליינע מיינט מען כלל ישראל ס'איז נישט קיין סוד דער טאטע האט אמאל געטראפן ארומגעלאפן א ציג א קליינע גאר א שיינע חד גדיא עס שפרינגט און לויפט דער טאטע קויפט דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא פלוצלינג איז א קאץ געקומען אויפן ציג שפרינגט ארויף און דאס ציגעלע צוגענומען און זי עסט אים אויף די קאץ איז נבוכדנאצר הרשע אזוי שטייט געשריבן פון ירושלים ביד קשה אידעלעך פארטריבן אויפן פלאץ קומט א קאץ און מאכט א קריץ צערייסט דעם ציג דעם ציג די קליינע גאר א שיינע חד גדיא עס שפרינגט און לויפט דער טאטע קויפט דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא און אויפאמאל קומט צו גיין פון איינע פון די גאסן א גרויסער הונט מיט שארפע ציין ער טוט דעם קאץ צעבייסן ואתא כלבא און עס קומט כורש טוט צעברעכן בבל'ס מיליטער בלשאצר נבוכדנאצר'ס יורש גע'הרג'עט אן קיין קלער פלוצלינג קומט א גרויסער הונט די קאץ געביסן וואס האט צעריסן די ציג די קליינע גאר א שיינע חד גדיא עס שפרינגט און לויפט דער טאטע קויפט דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא דעם בעל בית טוט נישט שמעקן ווען ער זעט וואס דאס הינטל טוט ער כאפט אן א געזונטן שטעקן באקלאפט דעם הינטל גוט אלכסנדר מוקדון דער גרויסער העלד פרס ומדי האט ער אונטערדריקט איינגענומען די גאנצע וועלט און דריוש'ן באזיגט א שטעקן שמייסט דעם הינט וואס בייסט ווייל די קאץ געביסן ווייל צעריסן די ציג די קליינע גאר א שיינע חד גדיא עס שפרינגט און לויפט דער טאטע קויפט דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא פלוצלינג זעט מען פייער פלאמען כאפט זיך אן אויף אלע ווענט ס'טוט פארברענען אלץ צוזאמען דאס שטעקן ווערט פארברענט דער גרויסער פייער די גרויסע גבורה וואס ס'איז דאן געקומען מלכות רומי הארורה די יוונים איינגענומען פייער פלאמען פארברענען צוזאמען דעם שטעקן וואס שמייסט דעם הונט וואס בייסט ווייל דעם קאץ געביסן ווייל צעריסן חד גדיא עס שפרינגט און לויפט דער טאטע קויפט דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא עס פארפלייצט זיך דער גרויסער ים און טוט אלץ באדעקן עס לעשט אויס דעם פייער פלאם וואס האט פארברענט דעם שטעקן דער וואסער איז ישמעאל'ס מלוכה ותרא באר מים גענומען די וועלט מיט גרויס רציחה ביז ירושלים וואסער פון ים פארלעשט דעם פלאם ווייל דעם שטעקן פארכאפט ווייל דעם הינטל באקלאפט ווייל דעם קאץ געביסן ווייל צעריסן חד גדיא עס שפרינגט און לויפט דער טאטע קויפט דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא ס'קומט אן אקס אויפן ארט און ער גייט אריין אין הויז און דאס גאנצע וואסער דארט טרינקט ער תיכף אויס גוג ומגוג נעמט נקמה און ער טוט וואס אים געפעלט מיט ישמעאל האלט ער מלחמה און נעמט איין די וועלט א אקס געקומען א טרונק גענומען דעם וואסער פון ים ווייל פארלאשן דעם פלאם ווייל דעם שטעקן פארכאפט ווייל דעם הינטל באקלאפט חד גדיא ווייל דעם קאץ געביסן ווייל צעריסן דעם ציג די קליינע גאר א שיינע דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא דער שוחט כאפט דעם אקס ביים האלז און ער לייגט אים גלייך אראפ דעם גרויסן חלף נעמט ער באלד און ער שעכט אים אפ משיח בן יוסף אליין וועט קומען צו די רשעים אן רחמנות טבוח טבח והכן און מאכן ביי זיי חורבנות דער שוחט איז גערעכט דעם אקס ער שעכט ושתה למיא ווייל פארלאשן די פייער ווייל דעם שטעקן פארכאפט ווייל דעם הינטל באקלאפט חד גדיא ווייל דעם קאץ געביסן ווייל צעריסן דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא דער מלאך המות גיבט א פלי מיט זיין גרויסן שארפן שווערד און דעם שוחט נעמט ער צו ער לייגט אים אויף דער ערד אזוי שטייט אין חז"ל קלאר דער מלאך המות וועט געבן א נעם משיח בן יוסף דעם קדוש וטהור אויף קידוש השם דער מלאך דער שלעכטער דעם שוחט שעכט ער דשחט לתורא אן קיין מורא דשתא למיא ווייל פארלאשן די פייער חד גדיא ווייל דעם שטעקן פארכאפט ווייל דעם הינטל באקלאפט ווייל דעם קאץ געביסן ווייל צעריסן דעם ציג די קליינע גאר א שיינע חד גדיא אוי וויי ואתא הקדוש ברוך הוא דער רוכב בערבות לעתיד לבוא וועט ער שעכטן דעם מלאך המות די גאולה שלימה וועט קומען אוודאי ווי דערלעבט מען שוין דערצו ונשגב השם לבדו ביום ההוא דער רוכב בערבות שעכט דעם מלאך המות ווייל דער מלאך דער שלעכטער דעם שוחט שעכט ער ושחט לתורא אן קיין מורא חד גדיא דשתא למיא ווייל פארלאשן די פייער ווייל דעם שטעקן פארכאפט ווייל דעם הינטל באקלאפט ווייל דעם קאץ געביסן ווייל צעריסן חד גדיא ס'איז נישט קיין סוד דער טאטע האט אמאל געטראפן ארומגעלאפן א ציג א קליינע גאר א שיינע חד גדיא עס שפרינגט און לויפט דער טאטע קויפט דעם ציג דעם ווילדן פאר צוויי גילדן דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא

חזק טאטע מאמע

יונתן שווארץ

s0313 חזק טאטע מאמע יונתן שווארץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | חזק לימי הספירה חזק טאטע מאמע יונתן שווארץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | חזק לימי הספירה מיליאנען מענטשן אין די גאסן קיינער וויל נישט פארפאסן צו באקומען גאר א נאנטע און א גוטע פלאץ ס'ווערט גרעסער און גרעסער דער ציבור היינט גייט דער קעניג אריבער זיין הערליכן און זיין נייעם שיינעם פאלאץ די חשוב'סטע סאלדאטן און שרים טוען אדורכפארן זיי טראגן דעם קעניג'ס מעבל אזוי הערליך און שיין מארשירן מיט אזא שיינעם סדר דעם קעניג'ס כלים און קליידער אט אט זעט מען שוין דעם גרויסן קעניג אליין חזק חזק אונזער קעניג מיר זענען אלע צו דיר אונטערטעניג לאנג לעבן דיין מלוכה אין דיין לאנד זאל זיין מנוחה מיר וועלן דיר שטענדיג בלייבן געטריי חזק חזק אונזער מלך דו ביסט אונז געטריי אויסער ווי געווענליך אין דיין נייעם פאלאץ א ברכה אין דיין נייעם פאלאץ הצלחה דיין מלוכה זאל שטייגן עד בלי די אבער פלוצלינג א מחזה א שרעק ביים שיירא אינגאנצן ביים עק די שענסטע שרים פון קעניג זיי גייען די לעצטע שורה מיט וואגאנען צעבראכן שרעקליך אלטע צעריסענע פעקלעך א שרעקליכן עצבות דערקענט זיך אויף זייער צורה זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס פונקט זיי מוזן דורכגיין מיט א צעריסענע פעקל און א צעבראכענע וואגן זיי פארן זיך אויף די וועגן קשיות טאר מען נישט פרעגן אויף א ציווי המלך טאר מען זיך נישט באקלאגן זיי קומען אן אין פאלאץ פון וואגן גייען זיי אראפ דער קעניג אליין ביים טיר פון פאלאץ ווארט ער זיי אפ ער נעמט זיי אויף אזוי שיין כ'וועל ענק געבן צו פארשטיין פארוואס מיט צעריסענע פעקלעך האב איך ענק געהייסן גיין איך האב געזוכט א וועג צו באהאלטן מיינע טייערסטע בריליאנטן און דימאנטן ס'זאל נישט ווערן פארלוירן און נישט צוגענומען ענק האבן געטראגן מיינע קרוינען יעצט וועל איך ענק באלוינען דעם גרעסטן שכר וועט עטס יעצט פון מיר באקומען דער באשעפער בורא כל עולמות שיקט אראפ אויף די וועלט נשמות נשמות וואס זעען נעבעך אויס ווי צעבראכענע פעקלעך א קליין פיצל קינד בגוף אדער די נפש נישט געזונט ס'זעט דאך אויס א צרה אזוי שרעקליך אראפצוקומען דער באשעפער באפעלט א טאטע א מאמע אויסגעוועלט יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים לחנכו ולגדלו ולחכמו להחזיקו ולהחיותו און נאכדעם ליידער ארומפירן צו דאקטוירים חזק חזק טאטע מאמע עטס פרעגטס אודאי פארוואס מאי טעמא עטס באקומטס א בריליאנט וואס לייכט און שיינט א הייליגע נשמה פון כסא הכבוד אליין חזק חזק טאטע מאמע עטס פרעגטס אודאי פארוואס מאי טעמא פארוואס פונקט פאר אונז געגעבן אזא שווערע נסיון אין לעבן מיר נעמען אן באהבה מיר ווילן אבער פארשטיין מען וועט ענק געבן ענקער לוין פארן היטן דעם הייליגן קרוין א נשמה געוועזן באהאלטן הסתר בתוך הסתר ס'האט אויסגעזען א פעקל צעריסן אבער וויסן זאלט עטס וויסן אז דאס איז געווען דער אוצר גאר דער גרעסטער דער באשעפער וועט זיין מגלה פארענטפערן ענקער שאלה ווען ס'וועט זיין דער נייער פאלאץ יבנה המקדש עיר ציון תמלא ווען דער קעניג וועט ווערן נתגלה אויסגעהיילט ווערן וועלן אלע און ענקער שכר וועט מען דעמאלטס זיין ממלא יהי רצון מלפניך שיק שוין בן דוד עבדך אויפבויען דעם נייעם פאלאץ אזוי הערליך און שיין ווען יעדע אידיש קינד וועט זיין אינגאנצן געזונט בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן

יום שבת קודש

יונתן שווארץ

s0715 יום שבת קודש יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת יום שבת קודש יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת מ'האט זוכה געווען דערצו יום שבת קודש היא וואויל איז דעם וואס שבת היט שבת דארף מען זיך פרייען זכרהו על היין לכבוד שבת קויפן אלעס גוט ווער קויפן קען נישט גיין הכיס ריק ואין דער דארף זיך גארנישט זארגן שבת איז יעדער א בעל מאה לוו ואני פורע ער קען רואיג גיין בארגן ווער עס גרייט אן אלעס באקומט עפעס דערפאר אזוי ווי יוסף מוקיר שבת שכר ער האט דעם פיש צושניטן און א בריליאנט געטראפן אינמיטן דאס האט אים געברענגט פון אלעם גוטן אוי וויי שבת! פזמון: אוי וויי אוי וויי שבת שבת לאמיר זינגען לכבוד דעם שבת שבת שבת איז הייליג ווי וואויל איז אונזער חלק יום שבת קודש הוא אויב דער טיש איז שיין געגרייט דער מלאך ק-ל איז פיל מיט פרייד ער וואונטשט אן א ווארעמע ברכה און דער מלאך דער שלעכטער בלייבט דאך אויף געלעכטער בעל כרחו יספר שבחו די פרוי לעכט זי צינד זי בעט אויף יעדן קינד זיי האלטן איין אלע חוקים זיי באקן זיסע חלות און ווער עס האלט איין אלעס איז זוכה צו קינדער צדיקים מ'דארף לויבן דעם בורא ולנו בו נתן תורה אויך שבת דעם טאג באקומען פאר אידן ארויסגענומען מבית גנזיו איז עס מוכן ומזומן אוי וויי אוי וויי שבת שבת לאמיר זינגען יום שבת שבת שבת איז הייליג ווי וואויל איז אונזער חלק יום שבת קודש הוא א נפש וואס גיט א קרעכץ שבת פארגעסט ער שלעכטס בא שבת בא מנוחה אלע לבבות הנשברות פארגעסן פון די צרות ער זיצט ווי א מלך במלוכה די הלכות שבת די חוקים מיט אלע דקדוקים האט דער אייבערשטער באפוילן אין מרה יעדע הלכה קלאר איז תלוי אין א האר יעדע זאך איז כהררים בשערה אז אן אפיקורס פרעגט קשיות הויעך יוכיח בו מנוח סמבטיון הנהר דער טייך וואס שטיינער ווארפט אסאך ווען שבת קומט ווערט ער שטיל גלייך אוי שבת! אוי וויי אוי וויי שבת שבת לאמיר זינגען לכבוד דעם שבת שבת שבת איז הייליג ווי וואויל איז אונזער חלק יום שבת קודש הוא שבת איז הייליג ווי וואויל איז אונזער חלק יום שבת קודש הוא

כי אתה הוא מלך

יונתן שווארץ

s0557 כי אתה הוא מלך יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון כי אתה הוא מלך יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון מיין טייער קינד צום דאווענען גרייט זיך צו גיי דאווענען צום קודשא בריך הוא דיין תפילות איז דאך חשוב פארן בורא א קינד וואס לערנט די הייליגע תורה אבער טאטע דיינע תפילות איז דאך זיכער בעסער ווייל דיין כוונה איז דאך גרעסער דיינע תפילות ווערט דאך זיכער אנגענומען צו וואס דארף מען צו מיין דאווענען אנקומען מיין טייער קינד א משל הער זיך צו צו מיר א טאטע און א קינד גייען אויף א שפאציר זיי בלאנדזשען אין טיפן וואלד אליין זיי זוכן א הויז אוואו אריינצוגיין זיי קומען אן אויף א פלאץ שטייט אן אלטער פאלאץ ארומגענומען מיט א גדר פון שטיין זיי שטייען אזוי פארטראכט פון יעדע זייט פארמאכט זיי זוכן א וועג וויאזוי אריינצוגיין דרייענדיג ארום זיך נאך און נאך גאנץ אויבן באמערקט דאס קינד א קליין לאך ער שטייט פון דערווייטנס און ער האט אנטפלעקט א שליסל איז דארט אריינגעשטעקט טאטע אפשר איז עס די שליסל פון טיר גיי נעם עס אראפ און פרוביר ווייל טאמער ס'איז די ריכטיגע שליסל וועלן מיר אריינגיין זיך אפרוען אביסל דער טאטע הייבט אויף די האנט מיטן גאנצן כח דער שליסל איז אבער זייער הויך טאטע ס'פאלט מיר איין אן עצה הייב מיך אויף אויף דיין פלייצע דער טאטע הייבט דעם קינד אויף אויפן פלייצע גייט ער ארויף דער שליסל האט ער אראפגענומען זייער א גוטע פלאן אין פאלאץ זענען זיי אריין דער טאטע האט געמוזט צום קינד אנקומען קינדערלעך אייער תפילות טוען דערגרייכן אזוי זאגט דאך דער באשעפער אליין אלע טויערן קענען ענק אויפמאכן מיט ענקער תפילות מיט ענקער געוויין ווייל יעדע אידישע קינד איז דאך ריין פון זינד עשה למען תינוקות של בית רבן אלע תפילות פון כלל ישראל ווערט אנגענומען אויפאמאל בזכות תינוקות של בית רבן קינדערלעך אונזער תפילות טוען דערגרייכן אזוי זאגט דאך דער באשעפער אליין אלע טויערן קענען מיר אויפמאכן מיט אונזער תפילות מיט אונזער געוויין ווייל יעדע אידישע קינד איז דאך ריין פון זינד וועגן דעם בעטן מיר אלעמאל עשה למען תשב"ר פתח לנו שער נעם אן די תפילות פון גאנץ כלל ישראל

ל"ט מלאכות

יונתן שווארץ

s0714 ל"ט מלאכות יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת ל"ט מלאכות יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת זאג'זשע רעבעניו וואס טאר מען שבת נישט מאכן?ס'איז פארהאנען ניין און דרייסיג פאכן ל"ט מלאכות פון משכן לערנט מען די הלכות כ'האב געפרעגט א שאלה זיי מיר מגלה וואס זענען די מלאכות אלע?די פאכן טאר מען נישט מאכן זייען אקערן און שניידן מאכן פעקלעך תבואה דארף מען זיך פארמיידן דרעשן ווינדשאוולען בחוץ קלאבן ארויסנעמען די שמוץ מאלן זופן קנעטן און באקן א חלה אדער א ברויט א געשמאקן הזורע והחורש הקוצר והמעמר הדש הזורה והבורר הטוחן והמרקד הלש והאופה די פאכן טאר מען נישט מאכן אפשערן די וואהל די שמוץ ארויסנעמען פארבן די וואהל און עס קעמען שפינען און אויסציען טאר מען שבת נישט טוהן מאכן א בית פעדימער צו פירן וועבן און אויפטרענען טאר שבת נישט פאסירן הגוזז המלבן המנפץ הצובע הטווה והמיסך העושה שתי בתי נירין האורג והפוצע די פאכן טאר מען נישט מאכן בינדן און אויפקניפן א קשר וואס איז פארדרייט צונייען אדער צורייסן א קלייד פאנגען און שחט'ן ביים האלז שינדן די הויט און לייגן אין זאלץ אויסארבעטן די פעהל אדער עס אויסגלאטן אויך פאר רצועות טאר מען עס נישט צושניידן פזמון: הקושר והמתיר התופר והקורע הצד והשוחט והמפשיט המולח המעבד הממחק והמחתך די פאכן טאר מען נישט מאכן שרייבן און מעקן אותיות צוויי בויען און צוברעכן כדי צוריקצובויען אויף ניי אויך א איסור גרויס זייער צינדן און לעשן א פייער האקן מיט א האמער זאגט די תורה ניין פון איין רשות צום צווייטן מיט חפצים ארויסצוגיין פזמון: הכותב והמוחק הבונה והסותר המכבה והמבעיר המכה בפטיש והמוציא מרשות לרשות די פאכן טאר מען נישט מאכן

מי שטרח

יונתן שווארץ

s0037 מי שטרח יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטן שבת מי שטרח יונתן שווארץ מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטן שבת איי גוט שבת אלע אידן מנוחה ושמחה אור ליהודים מי שטרח בערב שבת יאכל יאכל בשבת צום שבת קודש גרייטן מיר זיך אלע לכה דודי לקראת כלה ערב שבת איז יעדער פארנומען א חשוב גאסט גייט קומען ערב שבת פרייטאג פאר חצות אויפן ביזנעס לייגט מען ארויף א גרויסן שלאס יעדער טוט זיך יאגן און לויפן לכבוד שבת איינצוקויפן און וואס מער קויפן דארף מען זיין מרבה יציאת השבת שתים שהם ארבע אז מ'געט אויס צוויי באקומט מען פיר דער אייבערשטער באצאלט א גרויסן שיעור איי גוט שבת אלע אידן מנוחה ושמחה אור ליהודים מי שטרח בערב שבת יאכל יאכל בשבת יעדער נוצט אויס ריכטיג דעם זמן ר' מיכל גייט מעביר סדרה זיין אידן קוקן אריין אין די ספרים שיינע תורה'ס אויף די סדרה מאמרים ר' וועלוול טוט אויף גאר גרויסע צוועקן ער גרייט אן די טאביק צו שמעקן אז ס'איז נישטא קיין עירוב לויפט מען אין די שולן עלטערע אידן טראגן דארט די ברילן יעדער איינער איז זיך מטריח מ'שניידט די נעגל און מ'פוצט די שיך מ'גרייט אן די שבת'דיגע קליידער מ'מאכט די שטוב א שיינע סדר איי גוט שבת אלע אידן מנוחה ושמחה אור ליהודים מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת א וואו מ'גייט אין אלע עקן אזא גוטן ריח טוט שמעקן ווייל די גמרא זאגט דאך אזוי תבלין יש ושבת שמו מ'זיצט ביים טיש די גאנצע משפחה מ'איז מקיים טועמיה חיים זכו מ'עסט מיט א מאס און מיט א מידה מ'איז אבער נישט קובע סעודה די מאמע די חלות זי פלעכט דער טאטע גרייט אן די שבת לעכט מ'לויפט אין בית המרחץ זיך וואשן מ'איז בודק פון מוקצה די טאשן איי גוט שבת אלע אידן מנוחה ושמחה אור ליהודים מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת ס'זעט שוין אלעס אויס גוט מ'דערמאנט זיך נאך די לעצטע מינוט אין יעדער שטוב איז אזוי די שטייגער מ'גרייט אן די שבת זייגער די באלעבאסטע לויפט אין די קעך ארויפלייגן די שבת בלעך מ'הערט שוין דעם פייף פון דעם זמן מ'צינדט די לעכט דעם שיינעם שיין און ווי שיין איז דער קלאנג דער טאטע זאגט שיר השירים מיט געזאנג ווי הערליך שיין איז די סצענע ווי די באלעבאסטע זאגט די צאינה וראינה איי גוט שבת אלע אידן מנוחה ושמחה אור ליהודים מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת

מנוחה ושמחה

יונתן שווארץ

s0713 מנוחה ושמחה יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת מנוחה ושמחה יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת "מנוחה ושמחה" רוה און פרייליכקייט "אור ליהודים" פאר אידן לעכטיגקייט שבת איז יעדער בשמחה וששון א "יום מחמדים" א "יום שבתון" "שומריו וזוכריו" מיר היטן און געדענקען דעם שבת טאג וואס דו האסט אונז געטון שענקען מיר זאגן עדות אז דו האסט באשאפן די וועלט "כי לששה" אלעס אויפגעשטעלט אוי "שמי שמים" די הימלען משמי מעל די ערד און די ימים און די וואסערן פון קוואל די פיש און די מענטשן די חיות און בהמות באשאפן די וועלט בשלימות אוי "הוא אשר דבר" צו זיין "עם סגולה" היטן דעם שבת און נישט טון קיין שום פעולה אוי שבת קודש א זיסער טאג דער אייבערשטער האט גערוהט פון יעדן פלאג דער וואס היט שבת זאגט דער אייבערשטער דעם שיץ איך "במצות שבת ק-ל יחליצך" "קום קרא אליו" שטיי אויף און שריי ביים דאווענען "בנשמת כל חי" אוי "וגם נעריצך" אויך זאג נקדישך נאכדעם עס "בשמחה" נאך און נאך אזוי פירט מען זיך אין יעדן שטוב וואס איז אידיש "במשנה לחם" און א גרויסן קידוש די שכר פון שבת צו פארשטיין ווער האט דען א באגריף ער וועט זוכה זיין צו אלעס גוטס "יזכו לרב טוב" ווען משיח וועט קומען אין יענע שעה "לחיי העולם הבא"

נר נשמה

יונתן שווארץ

s0443 נר נשמה יונתן שווארץ לחן: עתיק | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטן שבת נר נשמה יונתן שווארץ לחן: עתיק | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטן שבת דער הייליגער לעלובער זיצט ביים טיש פרייטאג צונאכט אזוי צעפלאמט און אזוי פארטראכט די פנים א פלאם פייער אזוי הייס און עס גיסט זיך פון אים די שווייס די חסידים וואס טוען זיך ארום אים מיטטיילן ער זאגט זיי א מעשה וועל איך ענק דערציילן וואס ביים ערשטן וועלטס מלחמה האט פאסירט ווען מ'האט אידן אין פייער אריינגעפירט די אידן זענען געשטאנען אין שורה מ'האט זיי געפירט אין מדורה עס איז געוועזן נשפך דמם כמים מ'האט זיי גענומען מיט געוואלד יונג און אלט ומסרו נפשם על קדושת השם אמאל פרייטאג נאכמיטאג איז געשען אזוי ס'איז אנגעקומען א פרוי זי נעמט זיך בעטן ביי דעם סאלדאט איידער איך פארליר מיין לעבן א שוועבל זאלסטו מיר געבן צו צינדן לעכט איז שוין געקומען די צייט צום באשעפער זיך געבויגן ס'איז דא צוויי מאל וואס מ'דעקט צו די אויגן ווען א מאמע צינדט לעכטאון ווען מ'זאגט שמע ישראל הייליגער באשעפער איך בין דיין קנעכט איך נעם ארויס מיינע צוויי לעכט איך דעק צו די אויגן און איך זאג ביידע אויפאמאל אויף די לעכט האט זי געצונדן א פייער געזאגט אשר קדשנו להדליק נר געוויינט שמע ישראל השם אחד איך בין זיך מוסר נפש פאר דיר גאט מיין לעצטע בקשה איז מיט רעכט צו ברענען מיט די קדושה פון שבת לעכט שנעלער זייער אריין אין דעם ברען געצונדן לעכט על קידוש השם דער הייליגער לעלובער איז ממשיך ביים טיש זיינע רבונו של עולם איך האב א טענה דו האסט צוגעזאגט דו וועסט בויען א בנין א נייע וואס וועט זיין געמאכט פון פייער רבונו של עולם ענטפער מיר צו בויען דעם בית המקדש וואס פעלט דיר טאמער וועסטו זאגן אז ס'פעלט דיר פייער באשעפער פייער נעם צוזאמען פון די פארברענטע מאמע עשה למען קדושים מושלכים באש אזוי טייער און נאך א שאלה א קליינער טאמער ס'פעלט דיר שטיינער וועלן מיר אויף דעם זיין מתרץ מאך שוין דעם גלות קורצער נעם אראפ די שטיינער פון די אידישע הערצער און אויך די שטיין וואס איז געליגן אויף די מאמע'ס הארץ און טאמער דו ביסט מחסר ס'פעלט דיר וואסער אז דער בית המקדש זאל געבויט ווערן ס'איז דא א הבטחה פאר אונז אלע שערי דמעות לא ננעלו נעם צאם די מאמע'ס הייסע טרערן כולא עלמא לא פלוג פון וואס צו בויען האסטו גענוג ווער שוין נתגלה עיר ציון תמלא משיח זאל שוין קומען צו גיין ירויון מדשן ביתך עשה למען באים על קידוש שמך בקרוב זיין זוכה ותשכון בתוכה במהרה בימינו אמן

נשמה

יונתן שווארץ

s0327 נשמה יונתן שווארץ לחן: ר' שמואל ברזיל | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה נשמה יונתן שווארץ לחן: ר' שמואל ברזיל | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה א נשמה אזוי הייליג אזוי ריין זיצט נעבן כסא הכבוד אזוי שיין דער מלאך קומט און זאגט דו מוזט פארשטיין נשמה נשמה ס'איז שוין צייט צו גיין נשמה נשמה איך וויל דיר דא ערקלערן אז א קינד דארף באלד געבוירן ווערן דו דארפסט דיך פאראייניגן מיטן קינד צוזאם דו ביסט איר נשמה דו ביסט איר פלאם אבער מלאך מלאך ניין איך וויל נישט גיין דא איז דאך אזוי הייליג לויטער ריין איך זיץ דא אויף אזא דערהויבענע בחינה ונהנה מזיו השכינה אזא גרויסן אור טוט דא לייכטן און אזא חשכות איז אויף דעם עולם התחתון שוועריגקייטן יעדן טאג-טעגליך אסאך מאל פילט מען ס'איז ממש נישט מעגליך יעדן טאג פרישע נסיונות בין ברצון ובין באונס היום אומר לו עשה ועשה כך ביז דער מענטש ווערט ביי זיך אינגאנצן שוואך און וויפיל אידן מאכן נעבעך מיט צרות יסורים אויף יעדן טריט און שריט מלאך מלאך לאז מיך בלייבן דא ווייל נוח לו שלא נברא מלאך מלאך ניין איך וויל נישט גיין דא איז דאך הייליג לויטער און ריין איך זיץ דא אויף אזא דערהויבענע בחינה ונהנה מזיו השכינה נשמה נשמה עס ווענדט זיך נישט אין מיר נשמה נשמה עס ווענדט זיך נישט אין דיר אז דער בורא הייסט דיר גיין איז דעמאלטס גיי בעל כרחך אתה נולד ואתה חי נשמה נשמה געדענק נאר גוט איין פרט דו גייסט דאך נאר אויף א שטיק צייט טאמער וועסטו הארעווען אן א שיעור וועסטו צוריקקומען נאך שענער פון פריער דער בורא וויל דאך קיינעם נישט בא'עולה'ן ער זאגט בראתי יצר בראתי תורה תבלין נשמה נשמה אין איעדע מאמענט די בחירה ליגט דאך נאר אין דיינע הענט ס'איז אמת אסאך מאל קומט עס אן שווער ס'איז טאקע דא נסיונות מער און מער לפום צערא וואס מער צער אגרא באקומט מען די שכר ס'איז אמת אז מען מאכט אסאך מאל מיט אין אונזערע אויגן זעט עס אויס נישט גוט נסתרים הם דרכי השם דעם באשעפער'ס וועגן קענסטו נישט פארשטיין ווי חשוב איז יסורים ממרקין ווי טייער איין מאל אז מ'טוט זיך שטארקן יפה שעה אחת אפילו נאר איין שעה מכל חיי העולם הבא מלאך מלאך יא איך וויל שוין גיין איך וועל צוריקקומען אסאך מער לויטער ריין איך וועל ארבעטן אויף גאר א גרויסע בחינה נאך נענטער ווערן צום הייליגן שכינה אתה בראתה אתה יצרתה אתה נפחתה בי ואתה משמרה בקרבי ואתה עתיד ליטלה ממני ולהחזירה בי לעתיד לבא מלאך מלאך יא איך וויל שוין גיין מלאך מלאך יא איך וויל שוין גיין

פייער פייערל

יונתן שווארץ

s0241 פייער פייערל יונתן שווארץ לחן: ר' יודל איינהארן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה פייער פייערל יונתן שווארץ לחן: ר' יודל איינהארן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה פייער פייערל דו קענסט זיין אזוי שיין פייער פייער דו קענסט דאך זיין אזוי געמיין פייער פייערל דו קענסט דיך פירן מיט רעכט אבער פייער דו קענסט דאך זיין אזוי שלעכט פייער פייערל ס'איז דיין תפקיד אז דו פארברענסט מיר האבן געזען אז עפעס אנדערש דו קענסט פייער פייערל פון זמן צו זמן קענסטו פון דיין תפקיד משנה זיין פייער פייערל ווי שיין ביסטו געווען ווען דעם זיידן אברהם אבינו האסטו געזען ווי דו האסט נאר דערקענט זיין לעכטיגע בילד פייער פייער האסט דיך אפגעקילט פייער פייער דו האסט אזא שיינע אורה ווען נתקשה משה במעשה המנורה ווען משה רבינו די מנורה מאכן ער האט געוואלט ווי שיין די מנורה איז ארויס פון איין שטיק גאלד כדי להודות להלל לשמו הגדול ווי שיין האסטו געברענט אכט טעג מיט ווייניג אויל ווען חנניה מישאל ועזריה האט מען אין דיר אריינגעלייגט צו ווערן קאלט האסט דיך דעמאלטס איבערגעצייגט איז פייער פייער וויאזוי האסטו דען געקענט אונז פארטרייבן אין גלות ווען דו האסט דעם בית המקדש פארברענט אינגאנצן פארברענט דעם היכל און דעם קודש הקדשים די הייליגע יריעות און די קרשים אוי פייער פייערל דו האסט א תקנה א גרויסע באש אתה עתיד לבנותה ווען ס'וועט געבויט ווערן דער בנין דער נייער וואס וועט זיין געמאכט נאר פון דיר פייער פייער פייערל ווי שיין דיין שיין לייכט ווען א מאמע צינדט דיך אן יעדן פרייטאג צונאכטס ווען זי מאכט די ברכה אשר קדשנו להדליק נר בעט זי זיך אויס אין זכות פון דיר פייער ווען ס'קומט אריין אין שטוב א נייע געבוירענעם קינד א נייע לעכטל פאר יעדע נשמה'לע מען צינדט און די מאמע שטייט און בעט רחמים וחסדים ווייל נר השם נשמת אדם אבער ווי שלעכט ביסטו געוועןביי די ביטערע וועלטס מלחמה האסט מקיים געווען לא תחיה כל נשמה מאמעס מיט פיצלעך קינדער קול דממה דקה ישמע צועקים אליך מן האדמה אזויפיל צדיקים גאונים מיט א לעכטיג געשטאלט פייער פייער פארוואס ביסטו נישט געווארן קאלט וויאזוי האסטו געקענט פארברענען די ספרי תורות און די שולן אזויפיל ישיבות גמרות אזויפיל פאר תפילין אוי פייער פייערל דו האסט א תקנה א גרויסע באש אתה עתיד לבנותהווען ס'וועט געבויט ווערן דער בנין דער נייער וואס וועט זיין געמאכט נאר פון דיר פייער פייער פייער צינד שוין אן א נייע מדורה אין ירושלים אין דעם עיר הבירה ווי לאנג וועט מען נאך ווארטן אויף א גוטע בשורה גענוג געווען מיט טירחא דציבורא בעטן מיר הושענא גולה וסורה גענוג אין דעם גלות הארורה מ'גייט שוין פטור ווערן פון יעדע צרה צרורה מ'נעמט שוין צאם די שה פזורה יעדער איד וועט אויפשטיין פון זיין קבורה מ'דערקענט אים אזוי ווי פאר זיין פטירה קיין ירושלים גייט יעדער כשורה מען קומט שוין אן אין דעם הייליג בירה יעדע תיקו יעדע סתירה יעדע אומפארענטפערטע חקירה אליהו זאגט מותרת אדער אסורה אליהו זאגט חייבת און פטורה שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות אברהם אבינו זיצט אין די ערשטע שורה שרה אמנו און די קינדער אירע יצחק אבינו מיט זיין מידת הגבורה יעקב און די שבטים די גאנצע חבורה משה רבינו לערנט תורה בשפה ברורה ער איז מגלה רזא יקירא ער לערנט אונז אויס עמיקא וטמירא להגדיל תורה ולהאדירה אהרן הכהן טוט די עבודה באימה וביראה אל מול פני המנורה יאירו דער זעלבער יוסף פון די מכירה וועט זיצן מיט זיין קעניגליכע צורה דוד המלך וועט אונז זאגן שירה בחצות הלילה בראש אשמורה אט גייט מען שוין ארויף צו דעם בית הבחירה מען גייט שוין הערן גאר א גוטע בשורה שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות

פרה שומרת שבת

יונתן שווארץ

s0716 פרה שומרת שבת יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת פרה שומרת שבת יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת א מעשה באקאנט איבעראל דערציילן אונז די הייליגע חז"ל די מעשה הערטס גוט צי מיט א איד און מיט א קוה געארבעט האבן זיי זעקס טאג אין די וואך מיום הראשון ועד יום שישי געארבעט מיט די כלי חרישה געטראגן אויף זיך דעם שווערן יאך און די קוה האט נישט געמאכט קיין טעות - שבת זיך געפירט ווי דער בעל הבית - שבת דער שבת קודש איז געקומען א טאג מנוחה האט ער גענומען ער האט נישט געארבעט בכלל נאר רואיג איז ער געזעסן געהאלטן אין איין טרינקען און עסן זיך נישט ארויסגערירט פונעם שטאל ס'האט אבער אמאל פאסירט א אופן ער האט געמוזט דעם קוה שנעל פארקויפן בלית ברירה געטוהן אזוי פארקויפט דעם קוה פאר א גוי דער גוי איז געוועזן זייער צופרידן דער קוה איז ממש ערשט קלאסיג ער ארבעט זייער פלייסיג ס'איז גוט צו מאכן ביזנעס מיט די אידן שבת איז דער גוי געווארן אין כעס ער שטייט אין שטאל ער איז שוין חסר דעת דער קוה גיט זיך נישט קיין ריר ער שטייט און שמייסט אן א שיעור פון דעם שטאל גייט ער נישט ארויס דער גוי זאגט נישט מיר וועט ער בלאפן גלייך צום איד איז ער געלאפן ער זיצט זיך אזוי במנוחה אין זיין הויז ער נעמט זיך שרייען הויעך מיט כוונה ר' איד פארוואס למה רמיתני דו האסט מיך ממש אפגענארט דער קוה זיצט אין שטאל פארשפארט דער איד הערט אויס זיין ביטערן געשריי ער זאגט צום גוי ס'איז נארמאל קום מיט מיר אראפ צום שטאל וועט ער ווייטער ארבעטן געטריי דער גוי האט אים צום שטאל שנעל געפירט דער קוה האט זיך פון פלאץ נאכנישט גערירט צום קוה זאגט ער אין אויער שטיל איין בקשה פון דיר איך וויל שטיי יעצט אויף אויף דיינע פיס שבת דארפסטו מער נישט רוען וואס די גוי הייסט זאלסטו טוען ווייל דו ביסט שוין נישט אין מיין רשות אומר ועושה געטון צו דער זאך דער קוה האט זיך אויפגעשטעלט גלייך געארבעט האט זי זייער גלאטיג פונקט ווי זונטאג פונקט ווי פרייטאג און דער גוי איז נאכאמאל צופרידן דער קוה איז טאקע ערשט קלאסיג זי ארבעט זייער פלייסיג ס'איז גוט צו מאכן ביזנעס מיט די אידן דער גוי זאגט דעם איד הער מיין בקשה איך האב געזעהן דו זאגסט דעם קוה א גאנצע דרשה דערצייל מיר איך וויל ווערן געוואויר וואס דו האסט איר געזאגט אין אויער זי האט זיך פלוצלונג אויפגעשטעלט דו מוזט מיר זאגן ווייל אויב נישט זאלסטו זיין אויף דעם גערישט נעם דעם קוה און גיב מיר צוריק די געלט דער איד דערציילט איך האב די קוה געזאגט אז כל זמן איך האב איר פארמאגט האט זי געדארפט זיך פירן כהלכה שבת נישט טוהן קיין מלאכה עבדך ואמתך ובהמתך אבער יעצט אז זי איז שוין נישט ביי מיר ווייל איך האב איר פארקויפט פאר דיר איז זי מחויב לשמוע בקולך דער גוי שטייט און ער הערט צי אלעס ער שטייט פארוואונדערט מלא התפעלות ער האט געטראכט ובלבו אומר פון די קוה א קל וחומר מה דאך זי טוט דעם אייבערשטן'ס ווילן א בהמה וואסערע ווערד האט עס דרייט זיך אין פעלד און אין בלאטעס און רצון ה' טוט זי דאך ערפילן איך על אחת כמה וכמה דארף דינען דעם אייבערשטן מסתמא ער האט ביי זיך געגעבן א קלער לאמיר שנעל ווערן א גר וועט דער אייבערשטער זיין זייער צופרידן ער איז געווארן א איד ערשט קלאסיג און געלערנט זייער פלייסיג אלס פון מאכן ביזנעס מיט די אידן ער איז געווארן א איד ערשט קלאסיג און געלערנט זייער פלייסיג אלס פון מאכן ביזנעס מיט די אידן און מיט זיין תורה איז ער געווען מהנה ער איז געווארן גאר א גרויסער תנא חז"ל דערציילן אונז אזוי ופסקו הלכה משמו ער האט געהייסן ר' יוחנן בן תורתא

צער גידול בנים

יונתן שווארץ

s0513 צער גידול בנים יונתן שווארץ לחן ומילים: עממי | אידישע בריליאנטן צער גידול בנים יונתן שווארץ לחן ומילים: עממי | אידישע בריליאנטן ס'איז באקאנט די כללים ווען מקדים שלום מ'דארף גריסן אלע מענטשן אין די היינטיגע וועלט ווער ס'איז בעסער פארשטעלט דעם טוט יעדער בענטשן מ'מוז יעדן באגריסן מיט א טיטל א זיסן צו אלע זאכן טויג דאס א שיין פנים צייגן פאר יענעם זיך בייגן אז נישט איז יענער ברוגז מיין ערשטע לעסאן וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן ווען איך האב געלערנט אין די ערשטע קלאס ווען מיין טאטע האט זיך געפלאגט ווען ער האט מיר געזאגט ווי א אידיש קינד דארף צו גיין אין גאס "סיי גרויסע סיי קליינע מיט א מורי רבינו מוזטן יעדן ענטפאנגען זאלסט זיך נישט זארגן א שיינעם גוט מארגן מוזטו יעדן דערלאנגען " ס'האט אמאל פאסירט אין די גאס האב איך שפאצירט א יעקישער ראבינער קומט מיר אנטקעגן "גוט מארגן פעטער וואס זאגסטו צום וועטער?"פרוביר איך אים צו פרעגן ער איז ווערט צובלאזן און ווייס פון גרויס כעס איך האב אים דער כבוד בארירט ווי איך האב דערקענט אז ער הייבט אויף די הענט האב איך שנעל צום טאטע'ן מארשירט "זאלסט מיר זיין געזונט דו נאריש קינד מען מוז וויסן וואס מען טוט זיי נישט זיין קיין גרינער מ'זעט א יעקישער ראבינער הייבט מען אויף דאס הוט" "עס איז נישט דא קיין היתר אים צו רופן פעטער עס איז אויך גאר נישט שיין זאלסט נאר געדענקען דאס היטל צו שענקען יעצט קענסטו ווייטער גיין" כ'פאלג דעם טאטע'ן כ'זע פון דערווייטנס גייט א רבי מיט א גבאי איך געדענק נאך גוט כ'לויף צו צום רבי'ן כ'געב א הייב אויף דאס הוט מיט א ברייטן ברוך הבא כ'האב באקומען מיין שכר "דו קליינער נאר!מחוצף צו טון אזוי וואס האט דיר באטראפן" איך פארשטיי אויפן וואונק איך הייב פיס פלינק צוריק צום טאטע'ן אנטלאפן "האסט באקומען דיין שטראף! צו באגריסן א רבי אדער א רב איז דא אינגאנצן אן אנדערע פאטענט מען גייט צו שטיל מ'גריסט אז מ'וויל און מ'געבט א קוש אויף בייידע הענט" "האסטו א סימן טאמער פון פוילן טוט ער קומען חלילה וחס נישט קושן נאר בעטן א ברכה איך טו דיר פארגרינגערן נאר טאמער קומט ער פון אונגארן יעצט גיי און האב הצלחה " יעצט וועל איך פארשטיין איך הייב ווייטער אן צו גייןא איד שלעפט אויפן פלייצע א זאק מיט פיש ס'איז ביי מיר נישט פארהוילן ער קומט נישט פון פוילן כ'האב אים אנגעכאפט די הענט פון אונטן און איך האב אים געגעבן א קיש די זאק איז געפאלן מיט די סחורה מיט אלעם אלעס איז געווארן א תל אין אן אויגן בליק האב איך מיך געדרייט צוריק אהיימגעלאפן שנעל "אוי דו לייטיג דו חכם עתיק דו מעגסט דאך האבן שכל דו דארפסט פארשטיין פון דיר אליין נישט יעדן העלפט א שמייכל " "אז מ'זעט שווערע פעקלעך צו טראגן דארף מען גארנישט צו זאגן מען דארף נאר צו טון אזוי די איינציגסטע עצה מ'לייגט אונטער א פלייצע עזוב תעזוב עמו " ביים קומענדיגן סיפור ס'איז ערב יום כיפור איך זע א איד שלעפט זיך אין די הענט מיט צען כפרות איך ווייס שוין די זאכן די מצוה פון עזוב תעזוב צו מאכן איך זוך נישט קיין אנדערע סברות איך בין צוגעגאנגען אלע כפרות געגעבן א שלעפ איך האב געכאפט געזונטע קלעפ איינע נאך דער צווייטע "דו קליינער באנדיט טשאווארגא לויף אהיים אין די מינוט!"און איך האב געמאכט א פליטה "אוי דו חכם מיט דיינע דרכים טו דיך אביסל אומקוקן שכל איז ביליג צו וויסן א חילוק פון א פעקל ביז א טשיקן " "אז מ'זעט א איד ערב יום כיפורוואונטשט מען דעם איד קלאר א גוט געבענטשע יאר און אסאך נחת זאל ער דערלעבן ער זאל האבן אלע ברכות בבת אחת געזונט פרנסה נחת זאל אים דער בורא כל עולמים געבן איך בין זיך נישט מייאש איך האב קוראזש עס קומען מענטשן א מחיה איך זע מענטשן פארן זיי טראגן אן ארון עס פירט זיך א לוויה איך שריי אריין אין ארון גוטע און געבענטשע יארן אסאך נחת זאלט עטס דערלעבן האט זיך יעדער איינער גענומען איבער מיינע ביינער מ'האט מיר געזונטע מכות געגעבן איך הייב אן קלערן וואס וועט ווערן ווען וועלן מענטשן פארשטיין איך בין גארנישט שולדיג מ'מוז זיין געדולדיג איך קום אהיים מיט א געוויין דו נאריש יונג מ'מוז היטן דאס פיסק מ'מוז היטן דאס צונג נישט אלעמאל זענען דא פריידן אז ס'טוט אזוינס פאסירן א בר מינן פירן וואונטשט מען דעם נפטר א לעכטיגער גן עדן יעצט וועל איך שוין פארשטיין איך הייב ווייטער אן צו גיין מען פירט א כלה מיט א חתן איך לויף צו צו ביידן איך וואונטש א לעכטיגן גן עדן אמן כן יהי רצון די ביטערע צרה וואס האט ענק באטראפן זאלט עטס בקרוב פטור ווערן און פון קיין שלעכטע בשורותזאל עטס מער נישט הערן מ'האט מיר גלייך געגעבן די זאכן די באקאנטע אויפן טיש אויסצושטרעקן מיט א געזונטן שטעקן דערלאנגט מימין ומשמאל א משכנתא זיי זענען גערעכט דו ביסט דאך שלעכט האסט געכאפט א גוטן סוף עס ווייסן דאך אלע אז מ'זעט א חתן און א כלה וואונטשט מען א הארציגע מזל טוב מען זאגט דאך דא אין א מזל'דיגע שעה צו האבן אסאך נחת א ברכה טוט מען דערמאנען דאס שיין וואס שיינט ביי זייזאל אויף אייביג לייכטן און שיינען און ס'זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת ווי איך נעם דאס אין מוח זע איך פון דערווייטנס א רויעך איך בין אינגאנצן ארויס פון מיינע ראמען עס טוט זיך א געטומל און רויט איז דער הימל א שריפה פייער און א הויז טון פלאמען איך שריי אריין הויך צו די מענטשן אין די רויעך מיט מזל אין א גוטע שעה א ברכה טו איך דערקענען דאס שיין וואס ברענט דא זאל אויף אייביג ברענען און קיינער פון ענק זאל נישט גיין אין גן עדן דא "צו מיינסטו להכעיס מ'זאל האבן פון דיר נחת ווי קען מען זיין אזוי פארדרייט וואס ער הערט טוט ער פארקערט וואו ער גייט און וואו ער שטייט " "אז מען זעט א פייער עס ברענט זיצט מען נישט מיט קיין ליידיגע הענט ס'איז נישטא קיין סאך וואס צו קלערן די איינציגסטע זאך מ'נעמט עמערס וואסער אסאך און מ'טוט עס דארט אויסלערן " איך וועל שוין וויסן מכאן ולהבא איך גיי מיר אריבער א שפאציר צו מיין באבע איך קום נאר אריין אין שטוב א טראפ די גאנצע קוטשען געגרוכט אויף די גאז געקאכט ס'געלעגן א גוטן טשולענט אין דעם טאפ איך האב געזען א פייער בין איך צו די באבע געטריי איך האב געברענגט עמערס וואסער צוויי און איך האב געמאכט א גאנצע קריעת ים סוף איך האב געברענגט נאך פיר איך האב אנגעגאסן דעם גאנצן שטובמיטן באבע'ן צוזאמען מיט איר מ'האט געמוזט ארויסגיין פון דעם שטוב מיט א שיף איך פארשפאר ענק צו זאגן כ'האב קיינמאל נישט געוואוסטאז באבעס קענען אזוי גוט שמייסן און שלאגן און ס'איז געווען זייער ביטער גוט צו באקלאפן און מכות צו כאפן ס'לוינט נישט צו זיין קיין גוטער עס קאסט רבי געלט צו קענען די וועלט יעדעם איינעם'ס דרכים וויאזוי דאס ווערט געפירט איז זייער קאמפליצירט דאס פארשטייט נאר א גרויסער חכם אוי דו פיקח וואו דיר שיק איך מוז עפעס געשען צו דיר דו זעסט דאך אליין אין די גאס קענסטו נישט גיין מוזטו זיצן אינדערהיים מיט מיר זאלסט זען וואס מ'טוט אויף אפאר מינוט וויל איך ארויסגיין אביסל אינדרויסן איינצוקויפן נעם דיר אריין דיין קעפל זאלסט קוקן אויפן טעפל די מילך זאל נישט אויסלויפן ווי דער טאטע דרייט נאר אויס די פלייצע פאלט מיר איין א ריזיגע עצה איך הייב אן שפעקולירן איך האב געטראפן אן אופן די מילך זאל נישט לויפן איך האב צוגעשפארט אלע פענסטערס און אלע טירן עס וועט נישט ווערן קיין געטומל כ'וועל כאפן א דרימל כ'שטרעק מיך אויס מיט חשק מיין עצה האט אבער נישט געטראפן די מילך איז אויסגעלאפן עס האט זיך אויסגעמישט מילכיג מיט פליישיג דער טאטע איז שוין דא אין א מזל'דיגע שעה עס ווערט מיר גוט פאר די אויגן געוואלד און געשריגן איך בין געשוויגן די פרעסק זענען אבער רעכטס און לינקס געפלויגן די חכם איינער אוצר שיינער אוי האב איך א פארמעגן טו זיך אן איינס צוויי זיי מוחל און גיי צום רב א שאלה פרעגן איך בין געגאנגען פרעגן טרעף איך מיר אנטקעגן דער זעלבן אלטער יעקישער ראבינער פון פריער איך האב געגעבן א הייב אויף דאס הוט ס'איז געלונגען גוט ער איז שוין מער נישט בייז אויף מיר איך האב זיך שנעל אומגעדרייט מיט א שמחה און מיט פרייד צום טאטע'ן דערציילן די בשורה "טאטע איך קען שוין גיין צווישן מענטשן עס וועט שוין גיין כשורה!"

קאנדאקטער

יונתן שווארץ

s0271 קאנדאקטער יונתן שווארץ לחן: גור | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה קאנדאקטער יונתן שווארץ לחן: גור | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה אידעלע געדענק זייער גוט דאס גאנצע לעבן פון א איד איז צוגעגלייכט שפאן נאך א שפאן פונקט ווי א נסיעה אויפן באן באקומסט א קארטל אין דיין האנט דיין פלאץ מאכט מען דיר באקאנט וואו צו זיצן זאלסטו גיין דו קענסט דיך גארנישט נעמען אליין קורץ צי לאנג אויף וועלכע באנק צי לעבן ארעמאן צי לעבן גביר ווען זיך צו לייגן ווען אפצושטייגן ביים לעצטן סטאנציע צי פריער דאס גלעקל קלינגט אויפן באן מ'שפרינגט באלד וועלן די טירן פארמאכט זיין קאנטראלירן וואו מען וועט דיך פירן דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן דער באשעפער אין הימל געט א שריי בעל כרחך אתה חי גיי אראפ נשמה טייערע דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה באקומסט א קארטע אין דיין האנט דאס גאנצע מזל איז דארט אויסגעפלאנט און מיט דעם אויף די וועלט מ'קומט אלץ פון דעם קאנדאקטער באשטימט ארעם רייך געזונט צי שוואך צי עס וועט דיר גיין שווער אדער גרינג וויפיל יארן דו וועסט פארן דו ווייסט נישט צי ביסט אלט צי ביסט יונג מי ינוח ווער איז מצליח אלעס גייט אויף א פלאן קאנטראלירן וואו מען וועט דיך פירן דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן דו כאפסט אויפן באן א שפאציר דארט זיצן מענטשן אן א שיעור איינער זיצט רואיג אויסגעשפרייט ווייל נאר אויף וואקאציע ער גייט דער סוחר איז אבער פארנומען ער וויל שוין צום תכלית אנקומען די נסיעה זעט אים אויס זייער לאנג די באן איז נאר א דורכגאנג איין זאך ביי ביידן גלייך יעדער טוט זיין פעקל פארמאגן אסאך צי ווייניג ביי קיינעם אייניג און קיינער קען דעם צווייטנס נישט טראגן אבער געדענק אסאך ברענג דו ווייסט נישט ווילאנג דו וועסט דא זיין קאנטראלירן וואו מען וועט דיך פירן דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן דו האסט אויפן באן א פראבלעם דיין זיץ איז דיר זייער אומבאקוועם צו וועמען קענסטו צוטרעטן נאר ביי דעם קאנדאקטער זיך בעטן ווי לאנג וועל איך אין פינסטער זיצן ס'איז שוין כלו כל הקיצין וועסט דיך בעטן מיטן גאנצן הארץ וועט ער דיר טוישן דיין פלאץ גדולה תפילה עס קען אפילו דעם אלטן קארט איבערבייטן מ'דארף נאר וויסן דאס הארץ אויסגיסן צום קאנדאקטער דעם גרויסן טאטן בעט ביים מנהיג שמחה תענוג נאר ער קען משנה זיין קאנטראלירן וואו מען וועט דיך פירן דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן

קדיש

יונתן שווארץ

s0272 קדיש יונתן שווארץ לחן: עתיק | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה קדיש יונתן שווארץ לחן: עתיק | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה אוי אבי אבי טאטע טאטע דו ביסט מיר אמאל געוועזן מגלה אין אדם נוקב אצבעו למטה עד שמכריזין עליו מלמעלה יעדע זאך וואס טוט פאסירן אלעס מיט א חשבון טוט זיך פירן קיין שום זאך פאסירט נישט סתם יעדע זאך האט זיך זיין טעם הער מיין קינד א מעשה גאר אינטערעסאנט עס האט פאסירט אין אמעריקע אין דעם שטאט קליוולאנד פארט זיך א פליגער אויבן אויפן לופט קאנטראלירן דעם פליגער פון שווערע ווינטן מ'פרואווט די פליגער ווארפט זיך מיט שרעקליכע ווינטן מען רופט שוין אויס אז מען מוז אראפפארן אונטן דער עולם צו לאנדן זאל מאכן אן הכנה ווייל אזוי צו פארן איז ממש א סכנה אויפן פליגער איז געזעסן פעלקער פארשידן ובתוכם א מנין ערליכע אידן זיי קומען אויפן לופטפעלד זיי טראכטן צום ענין הגיע זמן של שחרית לאמיר מאכן א מנין אדון עולם אשר מלך דער אייבערשטער איז דאך איבעראל גלייך בטרם כל יציר נברא אפילו אויפן לופטפעלד איז דער אייבערשטער אויך דא צו דאווענען מיט א ברען האבן זיי אנגעפאנגען פלוצלינג איז א פרייער איד לעבן זיי אריבערגעגאנגען ער זעט א מנין אידן בלייבט ער שטיין און הייבט אן צו וויינען מיט א ביטערע געוויין איך בעט ענק אידעלעך זייטס מיר מחדש געטס מיר א קאפל א סידור און ווייזט מיר ווי מען זאגט א קדיש ער הייבט אן מיט א ביטערע געוויין יתגדל ויתקדש שמיה רבא אמן אדון עולם אשר מלך דער עולם קוקט עס אן אזא פארוואונדערטע זאך בטרם כל יציר נברא וואס עפעס א קדיש זאגן האט ער זיך אפגעשטעלט פונקט דא דער מנין אידן וואס זענען דארט געווען פרעגט אים אידעלע דערצייל וואס איז מיט דיר געשען ער הייבט אן דערציילן זיין געוויין דעם פשט איך האב די נאכט א חלום געהאט מיין טאטע קומט צו מיר און ער געט מיר א זאג מיין קינד ס'איז מיין יארצייט היינטיגן טאג מיין טייער קינד איך פרעג ביי דיר פארוואס זאגסטו נישט קיין קדיש נאך מיר האב איך געענטפערט מיין טאטע כ'האב אים קלאר געמאכט דעם ענין וואו איך וואוין איז אפילו נישט דא קיין מנין מיין טאטע פרעגט מיך צי דען וועסטו מיך באגליקן טאמער איך וועל צו דיר א מנין שיקן טייערע אידן עטס האטס מיך דערקוויקט ווייל עטס זענטס די מניןוואס מיין טאטע האט מיר געשיקט נאר וועגן דעם האט דער פליגער געמוזט דא אראפגיין ווייל יתגדל ויתקדש שמיה רבא אמן

קה רבון עלם

יונתן שווארץ

s0717 קה רבון עלם יונתן שווארץ ניגון זה חיברו כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל - אלבום: א גוטן שבת קה רבון עלם יונתן שווארץ ניגון זה חיברו כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל - אלבום: א גוטן שבת קה רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא מלך מלכיא עובד גבורתך ותמהיא שפר קדמך להחויא "קה רבון עלם" אדון השלום דו ביסט דער קעניג איבער אלע מלכים דיין שטארקייט איז א וואונדער פאר יעדן באזונדער ווי שיין איז צו זינגען דיינע שבחים "שבחין אסדר" ביינאכט און צופרי "לך אלקא" צו דיר קודשא בריך הוא "די ברא" די בריאה טוט ער אויפפרישן נייע מלאכים "עירין קדישין" "ובני אנשא" א בריאה חדשה יעדע חיה "ועופי שמיא" אז מ'טראכט דערין "רברבין" ווי גרויס זענען די זאכן וואס דער בורא האט געטון "רברבין עובדך ותקיפין" יעדן איינציג בריה האט ער אינזין ער איז משפיל דעם בעל גאה און דעם ארימאן הייבט ער אויף פון טיפן "מכיך רמיא" "וזקיף כפיפין" "לו יחיה גבר" קען ער זיך נישט זיין משער אפילו ער זאל לעבן טויזנט יאר וועט ער קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס גייט פאר "לו יחיה גבר שנין אלפין" וועט ער נישט האבן קיין השגה וואס דו האסט געטון אפילו א מענטש זאל זיין דער גרעסטער בעל דעה לא יעול גבורתך לא יעול גבורתך בחושבניא קה רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא מלך מלכיא עובד גבורתך ותמהיא שפר קדמך להחויא גבורן עלמין ליה ולא סיפק פרישותא "אלקא דיליה" "יקר ורבותא" באשעפער מאך שוין פריי דיינע שאף די זיסע הער אונזער געשריי "מפום אריותא" און מאך אונז שוין פריי "מגו גלותא" נעם אונז ארויס "מפום אריותא" לייז אונז שוין אויס "מגו גלותא" פרוק פרוק ית ענך מפום אריותא אריותא פרוק פרוק ית ענך מפום אריותא "פרוק ית ענך" לייז אונז אויס פון דעם שווערן יאך "מפום" פון דעם מויל פון לייבן טוה אונז שוין אויפהייבן אוי "פרוק" לייז אויס דיינע שאף ווי לאנג וועלן מיר נאך ליידן דעם גלות שטראף "מפום אריותא" פון דעם לייבן גרוב און בוי שוין אויף דיין הייליג שטוב פרוק פרוק ית ענך מפום אריותא אריותא פרוק פרוק ית ענך מפום ארויותא ואפק ואפק ית עמך מגו גלותא מגו גלותא ואפק ואפק ית עמך מגו גלותא "עמך" אלע אידן גלייך זאלסטו זיין מחיה גענוג שוין געווארט "עמך די בחרת" "מכל אומיא" למקדשך טוב למקדשך טוב למקדשך טוב ולקודש קודשין איך בעט פון הארצן טיף "למקדשך טוב" ווייל נאך ווי לאנג וועלן מיר זיך מוטשען "למקדשך טוב ולקודש קודשין" "אתר אתר אתר" די היכל מיטן שער מען זאל אונז שוין באפרייען דעם הייליגן בנין באנייען אתר אתר אתר אתר די ביה יחדון די ביה יחדון רוחין ונפשין ויזמרון לך שירין ורחשין "ויזמרון לך שירין" ווען מ'וועט אונז אהין פירן מיט זינגען שירה וועט מען דיך באצירן "בירושלם" אין דעם אלטן היים וועסטו בויען די בנין די נייע ונבנתה עיר נאך שענער ווי פריער "קרתא דשופריא" קרתא אוי אוי אוי אוי קרתא קרתא דשופריא קה רבון עלם ועלמיא רבון עלם רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא מלך מלכיא אוי מלך מלכיא

קיינמאל נישט אליין

יונתן שווארץ

s0332 קיינמאל נישט אליין יונתן שווארץ לחן: יוסי גרין ר' משה ווערצבערגער ר' שמואל ברזילמילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה קיינמאל נישט אליין יונתן שווארץ לחן: יוסי גרין ר' משה ווערצבערגער ר' שמואל ברזילמילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה א שיינער חלום האט א איד געזען ביים ברעג פון ים איז ער געווען די זון לייכט אזוי הערליך און שיין א ווינטעלע בלאזט אזוי געשמאק און אזוי ריין ער שפאצירט זיך ביים ים איינער אליין שפאצירנדיג אפאר שעה אזוי בא'טעמ'ט זעט ער אז דארט ווי ער גייט ווערט א סימן פון זיינע טריט אין דער זאמד שפאצירנדיג אפאר שעה באמערקט זיך דער איד חוץ פון זיינע טריט איז דא א סימן פון נאך אפאר טריט וואס טוט זיך דא קען ער נישט פארשטיין איך בין דאך דא איינער אליין ווער נאך טוט דא מיט מיר מיטגיין קיינער איז דאך דא נישט פארהאן ס'איז נישט מעגליך ס'זאל עפעס אנדערש זיין ווי דער באשעפער גייט מיט מיר שפאן נאך שפאן ער גייט ווייטער און ער געט א קוק אויפן גאנצן לאנגן וועג אויף צוריק איבעראל זעט ער פון טריט צוויי פארן ער מאכט זיך א חשבון א קלארן ער משל'ט אויס די טריט לויט זיינע יארן זעט ער אז אין די יארןווען ס'איז אים נישט געגאנגען אזוי גוט פונקט דעמאלטס איז דא א סימן נאר פון איין פאר טריט און אין חלום שרייט ער צום גרויסן טאטן באשעפער פארוואס פונקט אין די שווערע צייטן ווען ס'איז מיר געגאנגען אזוי שווער איך האב זיך געפלאגט מער און מער קלי קלי למה עזבתני למה עזבתני הייליגער באשעפער איך פרעג ביי דיר צי ווען איך האב זיך געמוטשט אן א שיעור צו דען ביסטו דעמאלטס מיטגעגאנגען נעבן מיר אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים ויזכר ברית איתנים און א תשובה באקומט ער צוריק מיין קינד געב נאר גוט א קוק אין די יארן וואס דו האסט דיך געטון פלאגן האב איך דיך אויף מיינע הענט געטראגן ווען דו האסט דיך געמוטשעט אן א שיעור ביסטו נאך געוועזן נענטער צו מיר ווייל א איד מוז פארשטיין ער איז קיינמאל נישט אליין עס גייט מיט אים דער אב הרחמים אין יעדע מצב וואו א איד איז גלייבן א איד אייביג מוז אז עס גייט מיט אים דער אב הרחמים צי א איד האט יסורים צי פארשפארט אין בית האסורים גייט מיט אים דער אב הרחמים צי א איד פלאגט זיך מיט א קינד וואס איז לא עלינו נישט געזונט גייט מיט אים דער אב הרחמים דער הייליגער בעל שם זאגט ווען א איד איז אין א קלעם אויף א דינעם שטריק קען ער דורכגיין דעם טיפן ים מיט אמונה און בטחון אן קיין שום פגם אבער אן אמונה קען מען זיך נישט געבן קיין ריר מ'קען אפילו נישט דורכגיין די שוועל פון טיר דער וואס האט אמונה און בטחון דער פרעגט נישט קיין שאלות ער ווייסט פון באשעפער קומט אלעס דער וואס האט נישט אמונה און בטחון דעם העלפט נישט קיין שום תשובות עס האט נישט ביי אים קיין שום חשיבות ווען ס'זעט אויס איום ונורא ווערט מען נענטער צו דעם בורא דער באשעפער לאזט דיך קיינמאל נישט אליין ס'באקאנט גוט די הגדרה עמו אנכי בצרה ער ליידט מיט מיט דיין געוויין קוה אל השם אפילו א איד איז אין א קלעם דארף אבער געדענקען יעדער איד אז דער בורא גייט מיט אים אייביג מיט א אידיש קינד מוז פארשטיין אז א איד איז קיינמאל נישט אליין דער באשעפער גייט מיט אים מיט אויף יעדן טריט און אויף יעדן שריט חזק ויאמץ לבך וקוה אל השם

רפאנו

יונתן שווארץ

s0562 רפאנו יונתן שווארץ לחן: אבי ראטענבערג | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה רפאנו יונתן שווארץ לחן: אבי ראטענבערג | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה די הייליגע חז"ל די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען א תפילה פאר א חולה צו בעטן שמע קולנו ביי די תפילה פון רפאנו והעלה רפואה שלימה לכל מכותינו אחינו כל בית ישראל אזויפיל פון זיי ליגן נעבעך אין שפיטאל הנתונים בצרה אזוי פאר'צער'ט אויף א גאנצע רפואה מ'שטייט און ווארט די שערי שמים זאל שוין פאר זיי ווערן אויפגעשפארט מ'קען דאס אויסהאלטן קוים בין ביבשה ובין בים מ'דארף זיך פון די קינדער פון די משפחה טיילן מ'בענקט זיך צום מאמען מ'בענקט זיך צום טאטן זיי זענען געפארן אינדערווייטן מעבר לים אין די שפיטעלער זיך אויסהיילן המקום ירחם ברענג זיי שוין צוריק אהיים הער שוין זייער תפילה הער שוין זייער געוויין דו ביסט דאך דער גרעסטער דאקטער טאטע קל מלך רופא נאמן אתה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן גייסט אריין צו א חולה געב אים אביסל חיזוק ווינטש א רפואה שלימה אדער שבת היא מלזעוק געדענק ווען דו גייסט צו א חולה אהין א גוט ווארט קען אמאל אויפטון אסאך מאל איז עס בעסער פון דעם דאקטער'ס מעדעצין דערמאנען די הייליגע חז"ל די הייליגע גמרא אפילו חרב חדה מונחת על צוארו מיט אזעלכע רייד דערפריש-אים און נעם אוועק אחד משישים ביז ס'וועט אויסגעהיילט ווערן זיינע חושים ווען דער דאקטער זאגט ס'איז חלילה דער סוף א איד געט אבער קיינמאל נישט אויף ער איז מתפלל צו דעם מלך מלכי המלכים מ'בעט א קאפיטל און נאך א קאפיטל מ'לויפט צו דעם צדיק מ'געט א קוויטל ער איז מקיים די גמרא ילך אצל חכם המקום ירחם באשעפער ברענג זיי צוריק אהיים הער שוין זייער תפילה הער שוין זייער געוויין דו ביסט דאך דער גרעסטער דאקטער טאטע קל מלך רופא נאמן אתה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן אפאר יאר אלט גאנץ א קליין קינד און ער ליגט שוין נעבעך זייער נישט געזונט די מאמע זי שטייט נעבן בעט מיט ליבשאפט דעם קינד זי גלעט דברי חיזוק דברי אמונה פאר דעם קינד זי געט הייליגער באשעפער דאס קינד איז נישט נאר מיינע אבינו אב הרחמן דאס קינד איז דאך דיינע למען תינוקות של בית רבן עשה קוק אויף מיין קינד הבט וראה ער שרייט דאך צו דיר רפאנו השם ונרפא איך קום פון חדר מיין טייער קינד די חברימ'ס אויגן מיט טרערן רינט ביים ספר תהלים זענען זיי מתפלל פאר דיר תמיד זיי בעטן ביי דעם הייליגן בורא זאלסט ארויסגיין מאפילה לאורה דיין נאמען איז געשטאנען געשריבן ביי דעם עמוד המקום ירחם זיי בעטן זאלסט שוין קומען אהיים און בקרוב מיט זיי צוזאמען זאלסטו קענען אין חדר גיין זיי בעטן ביי דעם גרויסן טאטע קל מלך רופא נאמן אתה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן מאמע איך בין זיך נישט מייאש די תפילות מאכט אוודאי א רעש און בקרוב מיט זיי צוזאמען וועל איך אין חדר צוריק גיין און אונזערע הערצער וועט מער נישט קלעמען מאמע ס'וועט שוין לאנג נישט נעמען השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן המקום ירחם באשעפער טראג מיך צוריק אהיים הער שוין מיינע תפילות הער שוין מיין געוויין דו ביסט דאך דער גרעסטער דאקטער טאטע קל מלך רופא נאמן אתה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן המקום ירחם ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן

רצה השם

יונתן שווארץ

s0195 רצה השם יונתן שווארץ לחן: יוסי גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה רצה השם יונתן שווארץ לחן: יוסי גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה רצה השם אלוקינו ותערב לפניך עתירתינו באשעפער הער אויס די ביטערע געשריי וואס אידן שרייען אוי וויי ולתפילתם שעה אזוי ווי אין בית המקדש פארן חורבן האסטו אנגענומען אן עולה און א קרבן אזוי זאל אויך אונזערע תפילות ארויפגיין אין דער הייך פונקט ווי א קרבן אויפן מזבח באשעפער רבונא דעלמא כולא איזהו עבודה שבלב זו תפילה איז והשב את העבודה אונזערע תפילות טו צו דיר קערן אונזערע תפילות טו שוין צוהערן ואשי ישראל און די תפילות נעם אן במהרה און זיי שוין מבטל זיי מבטל יעדע שלעכטע גזירה ותהי לרצון און די תפילות זאלן ווערן מרוצה ס'זאל נישט מבדיל זיין קיין שום מחיצה ואישי ישראל און די תפילות נעם אן בשמים וואס אידישע קינדער זענען שופכים לב כמים ותהי לרצון כקרבן על מזבחך עבודת ישראל עמך אוי על אלה אני בוכיה אויפן שטאט וואס איז מושפלת עד שאול תחתיה אבער בקרוב וועט משיח זיין מודיע עס קומט שוין אן די גאנצע ישועה אליהו הנביא וועט בקרוב זיין משמיע בשופר גדול א גרויסע תקיעה אוי אידן וועקט זיך אונטער אן קיין שום מניעה צו ווערן פריי האט עטס שוין די זכיה דער באשעפער וועט בוקע זיין חלוני רקיע פאר די אידן השפעות זיין משפיע אלע קראנקע באקומען א רפואה אלע מתים שטייען אויף לתחיה שלוש פעמים בשנה וועט מען פארן א נסיעה קיין ירושלים ארויפגיין בעליה צו זען דעם זיו השכינה פון דעם אור זרוע אלע אידן ברענגען א עולת ראיה מעורו של לויתן וועט מען מאכן א יריעה פון דעם יין המשומר וועט מען טרינקען א שתיה אברהם יצחק יעקב זיצן אויבנאן כידוע בגלל אבות בנים תושיע אוי ממקומך מלכנו תופיע זיי שוין מקיים דיין שבועה ויגאלנו שנית דעם גלות זיי מבליע כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי גוט ס'וועט דעמאלטס זיין ביום ההוא יהיה מיט אלע רשעים וועט מען רייסן קריעה ביד חזקה ובזרוע נטויה אונטער דיין האנט זיי זיין מכניע כהנים לעבודתם יעדן טאג ביגיעה מוספים איז מען מקריב כל שבוע ושבוע לויים מארשן מיט פידלען פותחין בו בזיע זיי זינגען און שפילן בצלצלי תרועה און נאך איין זאך מילתא דעבידא לגלויי די זון וועט שיינען ווי ביי ימי הבריאה איש תחת גפנו יעדער האט א גפן פוריה די מחסורו לכל גויה וגויה הרם קרן עמך תרום ותגביה לאמיר זינגען מזמור מזמור לתודה נריעה משיח איז שוין דא אין א גוטע שעה לשנה הבאה בירושלים הבנויה משיח איז דא אין א גוטע שעה

שבח

יונתן שווארץ

s0261 שבח יונתן שווארץ מילים: יונתן שווארץ | א גוטער איד שבח יונתן שווארץ מילים: יונתן שווארץ | א גוטער איד הכל יודיך והכל ישבחוך והכל יאמרו אין קדוש כשם דומם צומח חי מדבר יעדער לויבט דעם מלך כביר יעדע באשעפעניש זאגט אויף זיין פארנעם אז אין קדוש כשם השמים מספרים כבודו אלע הימלען זענען מודה די שטערן די זון און די לבנה לויבן מיט כוונה הערט נאר ווי די ימ'ען זינגען לידער די כוואליעס רוישן מיט גערודער די שטורעמדיגע ווינטן זיי פייפן און שרייען אז דו האסט באשאפן יש מאין די ברענעדיגע שרפים און מלאכיםדערציילן דעם בורא'ס שבחים זיי זאגן קדוש קדוש יעדן צופרי צו דער בורא קודשא בריך הוא די ערד אלע טאלן און בערג מיט אזויפיל וואונדערליכע ווערק די ביימער מיט די בלעטעלעך ווילן נישט שווייגן שאקלן זיך אינאיינעם מיט די צווייגן די גראזן מיט אלע בלומען טוהן לויבן און רומען די פירות און ירקות צוזאמען מיט די תבואה אינאיינעם מיט די גאנצע בריאה הכל יודיך והכל ישבחוך והכל יאמרו אין קדוש כשם נשמת כל חי אלע חיות אזוי געטריי מיט לויב זאגן זיי מודה אני השם אלוקי די לייב מיט זיין גבורה צוברומט זיך און זינגט שירה דער אדלער זיך הויך און לויבט מיטן גאנצע כח דער פוקס לויבט קה רבון עלם מיט זיינע חכמות און משלים די הערשעלעך מיט זייער שנעלע געלויף זאגן הודו לה' כי טוב פון די ביימער די פייגעלעך די קליינע אשר שם ציפרים יקננו צעפליען זיך מיט אחדות און מיט אחוה אוי בואו נשתחוה און אונטערן וואסער דארט מ'הערט נישט קיין הויך ווארט די פישן אינאיינעם כאפן א שויםאון טאנצן ארום און ארום די הינדעלע קרייט און שרייט און זינגט צום באשעפער מיט פרייד יעדע צופרי מיט א קול רנה הנותן לשכוי בינה הכל יודיך והכל ישבחוך והכל יאמרו אין קדוש כשם דער מענטש בלייבט שטיין פארגאפט ער זעט א מרחק רב צו לויבן געבט ער זיך א נעם מה רבו מעשיך ה' יעדע הער יעדע פריץ שרים וכל שופטי ארץ יעדע קעניג געבט אפ שבחים פארן מלך מלכי המלכים ועל הכל און איבער אלעס זינגען מיר אידן שיר המעלות אז דו האסט אונז טאטע אזוי דערהויבן מיר קענען דיר שטענדיג לויבן כל עצמותי מיט אלע ביינער זינגט צו דיר יעדער איינער אויף יעדע זאך וואס מ'האט הנאה געבט מען שבח והודאה יעדן טאג לכל הפחות מאכן מיר מאה ברכות כל הנשמה תהלל אויף אלע פרטים על כל נשימה אויף יעדע אטעם שבת נעמט מען א כוס וויין אן עדות ווילן מיר זיין אז דו האסט באשאפן די גאנצע בריאה ויכל אלוקים ביום השביעי פון אלע אידישע דירות זינגט זיך ארויס זמירות מיט א פרייליך געמיט נאך די סעודה לאזט מען זיך ארויס מיט א רקידה הכל יודיך והכל ישבחוך והכל יאמרו אין קדוש כשם

שבת אחים

יונתן שווארץ

s0718 שבת אחים יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת שבת אחים יונתן שווארץ אלבום: א גוטן שבת ס'איז זייער גוט באקאנט אין ספרים ווערט דערמאנט אז שבת איז א צייט פון אחדות ביי אידן יעדן קהל און קהל שבת יעדעס מאל קומט מען זיך צוזאם אין זמנים פארשידן פרייטאג צונאכטס לעבעדיג און פריש אידן גייען צום רבי'ן צום טיש מ'שטייט אויף די פארענטשעס אויף די הויכע שורות מ'זינגט תשבחות וזמירות מ'כאפט שיריים מ'טרינקט לחיים מ'שעפט זיך אן מיט יראת שמים ס'שיינט דאך דארט אזא שיינע אורה ווען די רבי זאגט די דברי תורה קומטס ענק צוזאם אידעלעך טייערע ברודערלעך מה טוב ומה נעים שבת אחים גם ס'איז אזוי געשמאק חזק חזק אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם אויך קומט מען בחבורה מ'זינגט שבח ושירה מ'מאכט א באטע א שבת אחים ס'קומען אלע ידידים תהלתו בקהל חסידים מ'לויבט דעם באשעפער דעם חנון ורחום ביי איינעם איז געבוירן געווארן א בחור מ'קומט זיך צוזאם אויפן שלום זכר מ'וואונטש אים נחת אן א שיעור אויף אביסל ארבעס און א גלעזל ביר און מיט א ברכה איז מען אים מהנה די ברית זאל זיין בעתו ובזמנו דאס קינד זאל וואקסן א תלמיד חכם זעהן דורות ישרים ומבורכים קומטס ענק צוזאם אידעלעך טייערע ברודערלעך מה טוב ומה נעים שבת אחים גם ס'איז אזוי געשמאק חזק חזק אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם ס'קומט שבת צופרי נעמט מען זיך די מיה ביי א איד אין שטוב איז שמחה וששון יעדער טוט זיך גרייטן אין ביהמ"ד צו באגלייטן צו דעם אויפרוף דעם חשוב'ן חתן און ווען דער חתן איז עולה לתורה עס פליען די פעקלעך משמי קורה א סימן די דורות זאלן זיך מערן און בשורות טובות שטענדיג צו הערן און ביי איינעם אין שטוב מאכט מען א קידוש ס'איז געבוירן א טאכטער פיין און אידיש לגדלה וואונטשן ידידים און קרובים לתורה לחופה ולמעשים טובים קומטס ענק צוזאם אידעלעך טייערע ברודערלעך מה טוב ומה נעים שבת אחים גם ס'איז אזוי געשמאק חזק חזק אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם ס'איז ממש א וואונדער אפילו ביי די קינדער קומט מען צוזאם ביי די חברת תהלים ס'איז דברים נשגבות אביסל פרקי אבות זייער תורה ותפלה איז עולה על כולם ביי שלש סעודות בעת רעוין דרעוין בצוותא חדא טוט מען פראווען מ'שעפט קדושה נאך און נאך ס'איז משפיע אויף א גאנצע וואך און אפילו במוצאי יום מנוחה ביים סעודת דוד מלכא משיחא קומט מען צוזאם בנבל וכינור ביי א מלוה מלכה אדער ביי א דינער קומטס ענק צוזאם אידעלעך טייערע ברודערלעך מה טוב ומה נעים שבת אחים גם ס'איז אזוי געשמאק חזק חזק אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם

שלום עליכם

יונתן שווארץ

s0058 שלום עליכם יונתן שווארץ לחן: ר' שמואל ברזיל | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטן שבת שלום עליכם יונתן שווארץ לחן: ר' שמואל ברזיל | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטן שבת שלום עליכם מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא ווען א איד קומט פרייטאג צונאכטס פון שול צו גיין באגלייטן אים צוויי מלאכים ביז אין שטוב אריין ער נעמט זיך זינגען ווארעם מיט א ניגון א זיסן שלום עליכם די מלאכים צו באגריסן שלום עליכם הייליגע מלאכים די שלוחים פון מלך מלכי המלכים בואכם לשלום מלאכי השלום מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא מה טוב ומה נעים ברוכים הבאים בשם השם מלאכי אלקים קוקטס ארום ווי שיין איז א אידיש היים בואכם לשלום אין די אידישע אוהלים די קדושה איז אויף יעדן דערקענט א יעדער זיצט ביים טיש מיטן שבת לבוש ס'איז גרייט די וויין און חלות און די לעכט עס ברענט ברכוני לשלום מלאכי השלום מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא עס זיצן ביים טיש די גאנצע משפחה און מיר בעטן די מלאכים זאלן אונז געבן א ברכה דער מלאך טוב ווינטשט אן ס'זאל ווייטער זיין אזוי שיין יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן און דער מלאך רע צי ער וויל יא צי ניין בעל כרחו יענה אמן צאתכם לשלום מלאכי השלום מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא ברוך אתה בבואך ברוך אתה בצאתך כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך מיר ווינטשן בהאי שעתא צאתכם לשלום מעתה מעתה ועד עולם אמן סלה

כי לא ידח

יוסף זאב בראווער

s0322 כי לא ידח יוסף זאב בראווער לחן: יענקי כהן | לב אל הנשמה כי לא ידח יוסף זאב בראווער לחן: יענקי כהן | לב אל הנשמה כי לא ידח ממנו נידח ווייל ווען א איד פאלט אוועק פאלט ער אראפ אראפ אראפ צום אייבישטער'ס הענט! ממך - פון דיר אליך - צו דיר אברח

אחדות

יוסף משה כהנא

s0157 אחדות יוסף משה כהנא לחן: אלי לויפער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ אחדות יוסף משה כהנא לחן: אלי לויפער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ לאמיר זיך האלטן צוזאמען אידעלעך צוזאמען לאמיר זיך האלטן צוזאמען ברידערלעך צוזאמען ס'איז דאך פשוט ס'איז נישט שווער על רגל אחת גארנישט מער מה דעלך סני לחברך לא תעביד וואס דו גלוסט דיך גלוסט ער זיך וואס דו ווינטשט דיך ווינטשט ער זיך טשעפען יענעם איז נישט כדאי עס טוט אים אויכעט וויי אין ביזנעס מיט שכנים מיט יעדן איינעם במדת הרחמים אין חדר כסדר אין סקול אלעמאל במדת הרחמים ברידער און שוועסטער דער קלענסטער און גרעסטער במדת הרחמים חברים ידידים פארשידענע חסידים במדת הרחמים געוועזן צוויי חברים אזוי נאנט אזוי געטריי א ליבשאפט אן הסברים געוועזן צווישן זיי איינער פון זיי אמאל איז ער אין קעניג'ס כבוד נישט געווען נזהר אלס מורד במלכות גע'משפט אים שטרענג אויפן בוים אים הענג ווי זיין חבר האט דאס געהערט לויפט ער און שרייט ס'איז פארקערט אדוני המלך איך בין עס געווען א טעות איז דא געשען אדוני המלך זיי געדולדיג מיין חבר איז באמת נישט שולדיג מיר דארף מען הענגען פאר דעם נעם מיך אנשטאט אים דער קעניג ער זעט עס ווי יענער בעט עס במידת הרחמים איך וועל ענק נישט שיידן איך באפריי ענק ביידן במידת הרחמים זייט נישט מסרב צו ענק מיך מצרף צו זיין א חבר מיט ענק צוזאם אלס חבר א גוטער זיין דער דריטער שבת אחים גם מיר זענען אלע גלייכע מ'טאר קיינעם נישט זיין דוחה ואהבת לרעך כמוך לאמיר זיך האלטן צוזאמען אידעלעך צוזאמען לאמיר זיך האלטן צוזאמען ברידערלעך צוזאמען ס'איז דאך פשוט ס'איז נישט שווער על רגל אחת גארנישט מער מה דעלך סני לחברך לא תעביד וואס דו גלוסט דיך גלוסט ער זיך וואס דו ווינטשט דיך ווינטשט ער זיך טשעפען יענעם איז נישט כדאי עס טוט אים אויכעט וויי דער באשעפער ער זעט עס ווי ער בעט עס במידת הרחמים איך וועל מיך נישט שיידן פון ענק ביידן במידת הרחמים איך בין נישט מסרב צו ענק זיך מצרף אני אני אני השם ואהבת לרעך כמוך אני אני השם לאמיר זיך האלטן צוזאמען אידעלעך צוזאמען לאמיר זיך האלטן צוזאמען ברודערלעך צוזאמען

אידישע מאמע

יוסף משה כהנא

s0342 אידישע מאמע יוסף משה כהנא מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן אידישע מאמע יוסף משה כהנא מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן באשעפער איך בעט דיר אצינד המלאך הגואל אותי מכל רע היט און בענטש מיין טייער קינד יעדע מינוט און יעדע שעה ער זאל גיין בדרך ישרים צום טאטן אין הימל בעט זי:יברך את הנערים ויקרא בהם שמי נאך פון קליינעם וויגל ווער איז מסוגל צו שאצן וואס א מאמע פאר איר קינד זי מאכט בייטאג און ביינאכט פון אים זי טראכט און ווערט קיינמאל נישט אפגעשוואכט יעדן אינדערפרי מיטן קינד זאגט זי מודה אני מ'דארף דאנקען כסדר צום קינד זי רעדט שטיי אויף פון בעט מ'דארף שוין גיין לערנען אין חדר מיט איין שאיפה א תפלה א טיפע הזורעים בדמעה מיט טרערן הייסע די לא יפסוק ודי לא יבטול מפתגמי אורייתא אין ישיבה לערנען טוט זי דיר שיקן ווארעמע בריוון טוט זי דיר שרייבן זי ווינטשט זיך דו זאלסט איר הארץ באגליקן זאלסט א ערליכער בחור בלייבן צום באשעפער זי בעט און זאגט גוטע מלאכים פון הימל שיק מיט צו איינזייען א בוים האב איך זיך געפלאגט האלט אויף אים א בליק און היט מיין קינד הער זיך איין יעצט ביסטו נאך קליין אבער פאר דיר האט מען געבעטן גאר אסאך מיט איכות מיט כמות דורות פון מאמעס היטן דיר און שטייען אויפן וואך זיי ווארטן צו זען וואס מיט דיר וועט געשען ווי דער בוים וועט אויסוואקסן הויך און שיין געפלאנצט מיט הייליגע דמעות פון אבות ואמהות ויקרא בהם שמי ושם ושם אבותי אברהם ויצחק וידגו לרוב בקרב הארץ מאמע איך הער און איך זע יעדע טרער מיט מיין גאנצע הארץ זאג איך צו מיין ווארט געב איך דיר דו וועסט נאך זען ביי מיר דעם "ויקרא בהם שמי" ושם אבותי אברהם ויצחק וידגו לרוב בקרב הארץ

אידעלע

יוסף משה כהנא

s0534 אידעלע יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן אידעלע יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן אידעלע האב קיין מורא ווייל דו ביסט נישט אליינס דער איד מיט די תורה מיט'ן באשעפער זענען איינס וואו א איד גייט דער באשעפער אים באגלייט ווען נאר ער שרייט דער בורא אים פארשטייט אונזער טאטע איז ער מיר דארפן גארנישט מער א קינד אפילו נאר קלערט דער טאטע אלעס הערט טאטע איך בין דיינס אני לדודי כביכול דו ביסט דאך מיינס ודודי לי איך האב קיינמאל נישט קיין שרעק אפילו איך פאל אין טיפן גרוב א טאטע ווארפט קיינעם נישט אוועק ער האט יעדעס קינד די זעלבע ליב אורייתא וישראל וקודשא בריך הוא חד געקניפט און געבינדן אויפאמאל לעולמי עד אידעלע האב קיין מורא ווייל דו ביסט נישט אליינס דער איד מיט די תורה מיט'ן באשעפער זענען איינס דער באשעפער א חתן אויסגעקליבן און א כתובה געשריבן די תורה מלמעלה אונז געשענקט איר פאר א כלה די תורה צו זיין משיג הארעווען זיי זייער פלייסיג האסט א פאלק ערשטקלאסיג פאר דיין טאכטער זייער פאסיג אפילו מען יאגט און מען טרייבט אין דעם גלות ארויף און אראפ מיט די תורה צוזאמען ער בלייבט ער לאזט זיין כלה נישט אפ דער זיסער גמרא ניגון האט אונז אלעמאל באגלייט נישטא קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א שווערע תוספות מען פארשטייט די שונאים האבן פארגאסן בלוט אויף די תורה צו לייגן א יד איינער אויפ'ן צווייטן היט אורייתא וישראל חד אידעלע האב קיין מורא ווייל דו ביסט נישט אליינס דער איד מיט די תורה מיט'ן באשעפער זענען איינס וואו מען האט דעם איד געפירט פון זיין אמונה זיך נישט גערירט אין דעם גרעסטן און ערגסטן בראך חבוקה ודבוקה בך אזא וועג א לאנגן מיט צרות אן א שיעור אזויפיל יאר דורכגעגאנגען און זיי זיצן און ווארטן נאר אויף דיר האסט דאך צוגעזאגט און געשוואוירן ואל יאבד - קיינמאל ס'וועט נישט ווערן פארלוירן האומרים שמע ישראל מען מעג יאגן מען מעג טרייבן אין דעם גלות הנורא וועלן מיר צוזאמען בלייבן מיט דיר און מיט די תורה אפילו ס'איז ביטער און שלעכט בידך אפקיד רוחי בלייב איך דיין אייביגער קנעכט עבדא דקודשא בריך הוא מיר ווערן נישט נתפעל שלא אחד בלבד ווייל אורייתא וישראל וקודשא בריך הוא חד אידעלע האב קיין מורא ווייל דו ביסט נישט אליינס דער איד מיט די תורה מיט'ן באשעפער זענען איינס

אייזיק פיש כאפער

יוסף משה כהנא

s0120 אייזיק פיש כאפער יוסף משה כהנא לחן: פרחי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער אייזיק פיש כאפער יוסף משה כהנא לחן: פרחי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער אין א שיינעם זומער טאג די זון עס שיינט שפאצירט זיך א גביר זייער עלעגאנט נעבן וואסער זעט ער ווי עס זיצט זיך אנגעלאנט דער פיש-כאפער ר' אייזיק מיט א ספר אין די האנט שלום עליכם ר' אייזיק וואס הערט זיך עפעס נייעס עליכם השלום פארקנייטשט די משניות געווען א פיינע טאג ברוך השם זעצט אייך אוועק א בענקל נעם דער גביר טוט זיך אראפזעצן באטראכט די פיש אין די נעצן אזוי קוקנדיג באמערקט ער די פאס פון די פיש איז האלב לער זאגט ער איך וויל מיך נישט מישן נאר פארוואס כאפט איר נישט נאך פישן ווען איר ארבעט נאך אביסל צייט וואלט איר דאך מער געלט געהאט איי איי איי אייזיק וואס ארבעטסטו נישט פלייסיג ר' אייזיק צעשמייכלט זיך א טראפ און שאקלט אים צו מיטן קאפ גיבט אים דער גביר דאס ענין צו פארשטיין איך וועל דיר ערקלערן וואס איך מיין וועסט האבן מער געלט קויפן נאך פעסער די פרנסה וועט ווערן גרעסער און גרעסער זיך אנזאמלען א גרויס רכוש עפענען א געשעפט פון פיש דינגען העלפערס דארט צו שטיין נישט דארפן ארבעטן אליין וועסט אסאך מער געלט פארדינען קויפן בעסערע נעצן און מאשינען ר' אייזיק צעשמייכלט זיך א טראפ און שאקלט אים צו מיטן קאפ רעגט זיך דער גביר מיט אייך עס גייט נישט וואס זענט איר אזא בטלן און איר פארשטייט נישט מיט די געלט וועט איר קויפן שיפעלעך אסאך פארקויפן מער פיש און ווערן רייך אין גאנצן געגנט זיך פארשפרייטן איין געשעפט נאכן צווייטן ביז די פיש פונעם גאנצן לאנד וועט דורכגיין אייער האנט די טייך וואו די פיש שווימען אפדינגען אלע רעכטן באקומען הכנסות אן ארבעטן שווער איי איי וועסט ווערן א מיליאנער איי איי איי אייזיק אזא פלאן ערשטקלאסיג ר' אייזיק צעשמייכלט זיך א טראפ און שאקלט אים צו מיטן קאפ פון כעס ער צעלאכט-זיך איר זענט ערנסט אדער איר מאכט-זיך איך רעד דא צו א וואנט אדער מיר עס דאכט-זיך אז מ'ווערט א מיליאנער הייבט מען אן אינוועסטן די געלט איז מען משקיע אין שענסטן און אין בעסטן מ'קויפט הייזער גאנצע בנינים דיאמאנטן פארשידענע ענינים שטחים איינס נאך איינס די רווחים קומען אליינס אינדערפרי נאר א בליק כאפן צי אלעס טוט פיין קלאפן די איבריגע צייט זיך נישט באמיען נעבן וואסער זיך אפרוען וועסט זיך צו דעם צוגעוויינען וועסטו זען דיין טובה טו איך מיינען לייג צו שכל א טראפ און שאקל נישט אזויפיל מיטן קאפ זאגט אים ר' אייזיק איך הער וואס דו רעדסט נאר טאקע פונקט דאס טו איך יעצט אפאר שעה געארבעט און זיך נישט געפלאגט אינגאנצן אייער פלאן וואס איר האט געזאגט איך טו מיך נישט באמיען איך האב צייט זיך אפצורוען נעבן וואסער אנגעלאנט מיט א ספר אין די האנט איך רו מיך נאך אפ אסאך בעסער אן שיפעלעך און אן פעסער אונז זיצן מיר דא ביידע גלייך אן אפדינגען די טייך איך זיץ דא רואיג אויפן גראז בנאות דשא ירביצני מיין געטרייער פאסטוך און באלעבאס על מי מנוחות ינהלני לחיים ברידער לאמיר זינגען ווידער השם רועי לא אחסר לחיים אידן לאמיר זיין צופרידן לחיים לחיים לחיים ברידער לאמיר זינגען ווידער השם רועי לא אחסר

אשריכם

יוסף משה כהנא

s0085 אשריכם יוסף משה כהנא לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ אשריכם יוסף משה כהנא לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ מירון מירון דער פלאץ וואו אלע קומען מירון מירון דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען טויזנטער תפילות ווערן דארטן אנגענומען אין מירון ביים תנא רבי שמעון מירון מירון דא אהער בין איך געקומען מירון מירון מיין תפילה זאל ווערן אנגענומען הייליגער תנא איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען אז ויקרא שמו שמעון אזויפיל יארן זיך געמוטשעט און דורכגעלאפן אזויפיל בקשות שוין פראבירט און געטון האפן אזויפיל וועגן און א ישועה נאכאלץ נישט געטראפן נישט געטראפן נישט געטראפן בליקן פון רחמנות פון יעדע פעטער און קרוב תמימות'דיגע עצות וואס מאכט דאס הארץ חרוב ביי יעדע שמחה מען ווינטשט מיר אם ירצה השם ביי דיר בקרוב בקרוב בקרוב בקרוב רבי שמעון רבי שמעון דער פלאץ וואו אלע קומען רבי שמעון רבי שמעון דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען טויזנטער תפילות ווערן דארטן אנגענומען אין מירון ביים תנא רבי שמעון רבי שמעון רבי שמעון דא אהער בין איך געקומען רבי שמעון רבי שמעון מיין תפילה זאל ווערן אנגענומען הייליגער תנא איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען אז ויקרא שמו שמעון פיר יאר שפעטער מען פארט קיין מירון מיט פרייד ארומגענומען טאטע מאמע און אויף זייער אקסל דאס שעפעלע שמעון צו מאכן א חאלאקע אים אפשערן דארט צוריקגעקומען צום תנא רבי שמעון צווישן אלע געהאלפענע ער טאנצט און דאנקט און אין זיין הארץ א שטילע תפילה ער בעט און פארלאנגט פאר די אלע וואס שטייען און בעטן ביים ציון און ווארטן אזוי לאנג אז בקרוב אויך ביי זיי בקרוב רבי שמעון רבי שמעון דער פלאץ וואו אלע קומען רבי שמעון רבי שמעון דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען טויזנטער תפילות ווערן דארטן אנגענומען אין מירון ביים תנא רבי שמעון רבי שמעון רבי שמעון דא אהער בין איך געקומען רבי שמעון רבי שמעון מיין תפילה זאל ווערן אנגענומען הייליגער תנא איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען אז ויקרא שמו שמעון אשריכם אשריכם אשריכם ישראל אשריכם אשריכם אשריכם ישראל

בטחון

יוסף משה כהנא

s0127 בטחון יוסף משה כהנא לחן: פרחי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער בטחון יוסף משה כהנא לחן: פרחי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער זיצט א אידל מיט זיין פידל זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל ווייל ס'איז אים אזוי גוט אן קיין דאגות אן קיין פראגעס א צופרידן התנהגות אלעס ארום זינגט מיט וואספארא ליד זינגט א איד וואספארא ליד זינגט ער זיך אונטער סיי זומער און סיי ווינטער א ליד פול מיט אמונה און בטחון דאס איז זיין אייביגער נצחון ער ווערט נישט נתפעל פון די וועלט ער פארקויפט זיך נישט פאר קיין געלט ער מאכט פון גארנישט קיין פראבלעם ווייל דער באשעפער איז מיט אים וואו איך גיי אין יעדן ארט איז ער אלעמאל דארט הערט וואס איך זאג זעט מיין פלאג ביינאכט און בייטאג ווען איך פריי מיך ווען איך קלאג אפילו ס'איז חלילה שלעכט שונאים פון לינקס און רעכט מען טרייבט מען שעכט מען יאגט מען שטעכט איז ער גערעכט און איך בלייב זיין קנעכט זיצט א אידל מיט זיין פידל זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל ווייל ס'איז אים אזוי גוט אן קיין דאגות אן קיין פראגעס א צופרידן התנהגות אלעס ארום זינגט מיט זינגט דער איד און ווערט נישט מיד ווייל וואס דער הייליגער באשעפער טוט איז אים אלעמאל זיס און גוט ער ווייסט נישט וואס עס מיינט א צרה האט בטחון אן קיין פשרה א מענטש וואס האט בטחון קוקט נישט ביים שכן האט נישט קיין טענה פארוואס איז עס זיינע ער איז נישט מקנא פארוואס ס'איז נישט מיינע ער זינגט זיך רואיג און באקוועם וואס ער דארף וועט קומען צו אים ער טראכט נישט פון וואו ס'איז נישט קיין נפקא מינה ער פרעגט נישט וויאזוי נאר ער האט אמונה זיצט א גביר אין א פור א ראש הקהל א באנקיר אין א ווארעמע וואגן ער פארט א בעל צדקה אן הפסקה פארט פון לעמבערג קיין קראקא חשבונ'ט און גלעט זיך דאס בארד אויפן וועג עס שנייט און רעגנט אן ארעמאן ער באגעגנט וואס גייט צופוס מיט א שווערן פעקל אנגעטאן א צעריסן רעקל ער שטעלט זיך אפ און טוט אים זאגן ר' איד קומט ארויף אויפן וואגן דער איד איז שוין אינגאנצן פארפרוירן שפירט זיך ממש ניי געבוירן דער ראש הקהל ר' ישראל פארט ווייטער בערג און טאל מיטאמאל ווערט נתפעל ער האט עס נישט געזען קיינמאל ער זעט דעם איד האלטן פעקלעך אויפן פלייצע ווי ער מוטשעט זיך גיבט זיך נישט קיין עצה פארוואס האלט איר די פעקלעך פרעגט ער ר' איד פארוואס מאכט איר זיך שווער זאגט דער איד צו דעם גביר אייך אויסצוניצן האט א שיעור גענוג איך דארף נישט צופוס גיין כאטש די פעקלעך שלעפ איך אליין לאכט דער גביר און ער זאגט ס'דאכט זיך אייך אז איר טראגט די זעלבע וואגן וואס טוט אייך טראגן שלעפט מילא די פעקלעך איר טוט זיך סתם פלאגן פון וואו נעמט מען די השגות צו זאגן אז איך טראג-עס דער באשעפער פירט דאך אלעס ווען און וואס דו ביסט דאך גארנישט קיין בעל-הבית זיצט א אידל מיט זיין פידל זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל ווייל ס'איז אים אזוי גוט אן קיין דאגות אן קיין פראגעס א צופרידן התנהגות אלעס ארום זינגט מיט

ביימעלע

יוסף משה כהנא

s0219 ביימעלע יוסף משה כהנא לחן: מאדזיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער ביימעלע יוסף משה כהנא לחן: מאדזיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער א מלך האט אמאל א ביימעלע געהאט געדארפט צו פארן אויף א שטיק צייט זיין טייער קינד געבעטן זייער זיי אויפן בוים א שומר א געטרייער היט מיין אוצר איך פארלאז מיך אויף דיר נישטא חשוב'ער פון איר די יארן לויפן ער טוט זיך אומקוקן באגיסט דאס ביימעלע נישט ווערן פארטריקנט מיט טייערע רויזן ארומגענומען פון אלע זייטן שמעקעדיגע בלומען בלעטעלעך צווייגעלעך אזוי געראטן אזא שיינע שאטן ווינטן בלאזן ווילדע גראזן ווילן דאס ביימעלע פאר'מיאוס'ן בלעטער ארויסגעריסן בייזע ווינטן האבן געשטראמט ארום און ארום גוט פארצוימט ויהי היום ער זיצט ביים בוים געקומען שווערע צייטן גזלנים פון אלע זייטן מ'האקט מ'טרעט ער שרייט און בעט לאז אפ דעם בוים פון מיין טאטן האבן זיי געלאכט חוזק געמאכט מיט קייטן די הענט אים פארבינדן איינער צווייגן געריסן א צווייטער געשמיסן א דריטער א פייער אנגעצונדן די בלעטעלעך די שיינע די רויזן די פיינע פארברענט צוזאמען מיט די צווייגן זיין פלאג זיין כח פארגייט אין רויך און ער מוז נעבעך שווייגן טאטע טאטע קום שוין צוריק למען לא ניגע לריק איידער עס גייט חלילה צוגרונד האב רחמנות אויף דיין קינד זיך געטרייסט מיט די קערעלעך וואס איז געבליבן פון אונטער די אש צאמגעקליבן מיט טרערן באגאסן מיט בלוט איינגעזייט פארגרעסערט און פארשפרייט דער טאטע איז אבינו בשמים דאס ביימל די תורה עץ החיים דער בוים וואס געט א טעם אין לעבן פארן בעסטן שומר געגעבן טויזנטער יאר ווי ער שטייט אויפן וואך קיינמאל נישט געווארן שוואך אין וועלדער פארשטעקט אין סיביר פאררוקט געטראפן א בלעטל מיט דעם זיך דערקוויקט אין פינסטערן קעלער אויפן ערד דעם קאלטן נאר מיט די תורה זיך געהאלטן וויפיל מסירות נפש עס האט געקאסט קיינמאל נישט פארלאזט אין אלע זמנים אויף שרעקליכע אופנים גוים אונז פארבינדן די הענט וויפיל גמרות זענען פארברענט שולן אנגעצונדן ישיבות פארמאכט פון אונזערע צרות אויסגעלאכט אין פייער געשפרונגען און ווייטער געזונגען דעם זיסן קול התורה די ביסל וואס איז געבליבן זיך צאמגעקליבן היטן די אידישע מסורה אין תפיסה אויסגעצויגן א פעדער מיט א בויגן געשריבן חידושים און פארראכטן אין פארפרוירענע לענדער הונדערטער בענדער דעם גאנצן גלות באלאכטן טאטע טאטע קום שוין צוריק למען לא ניגע לריק איידער עס גייט חלילה צוגרונד האב רחמנות אויף דיין קינד בהאי שעתא דער הייליגער טאטע אונז נעמען בצילא דמהימנותא פרייען מיט די בלעטלעך חידושים און פשעטלעך לערנען צוזאמען בחברותא חזו חזו מלאכים קוקט צו צי האט איר נאך אויף זיי א טענה נאך אזויפיל גזירות אזעלכע שיינע פירות עטס מעגטס זיי זיין מקנא מיין קינד עס געהיטן בעסער ווי גאלד פירות פונקט ווי איך האב געוואלט איך האב געוואוסט איך קען זיך פארלאזן אויף דיר איך האב א תענוג אן א שיעור טאטע טאטע קום שוין צוריק למען לא ניגע לריק איידער עס גייט חלילה צוגרונד האב רחמנות אויף דיין קינד

ברוך הוא אלוקינו

יוסף משה כהנא

s0253 ברוך הוא אלוקינו יוסף משה כהנא לחן: ר' שלמה קאליש | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער ברוך הוא אלוקינו יוסף משה כהנא לחן: ר' שלמה קאליש | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער באשעפער אזוי ווי ביז היינט האסטו מיין לעבן באשיינט מיר באגלייט יעדע טריט געווען צו מיר אזוי גוט אפילו אמאל א פראבלעם ליגט גאר א טובה אין דעם איך זאל מיך דערמאנען און זען פארוואס איז עס מיר געשען אוי טאטע צו דיר טו איך האפן באהאלט נישט דיין פנים פון מיר דיין גוטס זאל שטענדיג קומען אפן מיט ליבשאפט זיך דערנענטערן צו דיר טאטע צו דיר איך בעט דיין גוטס האט דאך נישט קיין שיעור מען זאל זען מיט די אויגן אז אלעס וואס געשעט איז נאר א חסד פון דיר איך זאג דיר צו טאטע זיסער דיין חסד איז די בעסטע מוסר ווען איך זע ווי גוט דו ביסט צו מיר שעם איך זיך פון דיר עס פאדערט פון מיר אסאך ס'לאזט מיך נישט ווערן שוואך ווי גרעסערע חסדים עס איז אלץ בעסער זיין איך מוז כרחמיו וכרוב חסדיו אזוי ווי ביז אהער אלה וכאלה העלף מיר מער און מער כרחמיו וכרוב חסדיו אלעמאל צוגעהערט צו מיר אלה וכאלה לאז אפן דיין טיר דער באשעפער זאגט: איך ווארט מיין טיר ווערט קיינמאל נישט פארשפארט איך האב תענוג ווען דיר איז גוט איך פריי מיך מיט דיר מיט געדענק מיין קינד געדענק אז אלעס וואס איך שענק זאלסט שטיין בלייבן און געבן א קלער זיך דערנענטערן מער און מער א מלך האט אמאל געשיקט זיין זון אין א ווייטע מדינה אהין אויפבויען א מלוכה אין דעם ארט מען זאל וויסן פון זיין נאמען דארט וויאזוי צו בויען דו פארשטייסט בן-מלך ביי יעדן דו הייסט אים מיטגעגעבן אוצרות אן א גבול גאלד און זילבער זייער פיל דאס קינד בויט ס'איז זייער שווער אלץ שרייבט ער צום טאטן דאך אוי טאטע! געב מיר מער איך דארף האבן נאך און נאך ס'איז וויסט און פוסט פול מיט שטיינער מ'דארף אקערן און גראבן העלפן העלפט מיר נישט קיינער נאר יעדער וויל פון מיר האבן דער טאטע האט רחמנות געט אים נאך מיט מער אוצרות באגליקט איך געב דיר אלעס אבער איין זאך דאך פארגעס נישט פארוואס איך האב דיר געשיקט להגדיל שמו הגדול הגיבור והנורא שנקרא עלינו געדענק מיין קינד געדענק געדענק אז אלעס וואס איך שענק זאלסט שטיין בלייבן און געבן א קלער זיך צו דערנענטערן מער און מער להגדיל שמו הגדול הגיבור והנורא שנקרא עלינו

בשמחה

יוסף משה כהנא

s0517 בשמחה יוסף משה כהנא לחן: ר' מאיר ווייס | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן בשמחה יוסף משה כהנא לחן: ר' מאיר ווייס | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן בשמחה דארף מען צו זיין פרייליך אין יעדן זמן פאר א איד וואס דען פעלט פון אלע פעלקער אויסגעוועלט די הייליגע תורה נשמה טהורה דאס האט נאר א איד מצוות רבות א יו"ט א שבת צו זיין פרייליך ווערט ער נישט מיד אז ער פארקריכט דעם וועג ער זוכט תשובה טון קען נאר דער באשעפער'ס קינד ס'קומט יום כיפור אלעס מכופר ריין פון יעדן זינד פרייליך אידן זייטס צופרידן בשמחה זיין מען מוז פון אלעם וואוילן קען מען פועל'ן פרייליך ווען מען איז עצבות ורוגז צו וואס און צו ווען טויג עס אין השכינה שורה אלא מתוך שמחה ואורה דער הייליגער אר"י געזאגט פון וואו האב איך געווען זוכה צו אלע זאכן געטון דערגרייכן נאר דורך שמחה פרייליך אידן זייטס צופרידן בשמחה זיין מען מוז פון אלעם וואוילן קען מען פועל'ן פרייליך ווען מען איז אמאל מוצאי יום כיפור דערציילט מען נאך א סיפור ביים בעל שם איז דאס געשען קיין לבנה נישט געזען דער בעל שם האט געווארט זיך פארשפארט געווען אינגאנצן צעשטערט געבעטן בכוונה לקדש הלבנה פארוואס מ'איז נישט ווערד אבער די חסידים די גרויסע תלמידים ארויס מיט א ריקוד אזעלכעס און אזיינס מיט פרייליכע געזאנגען ארויסגעגאנגען מיטן בעל שם אין א טאנץ מיט די גאנצע כח די גאנצע מח מיט שמחה דערהויבן דער בעל שם געט א קוק די לבנה איז צוריק דעם באשעפער געטון לויבן צו זיי ער זאגט איך האב מיך געפלאגט געווען א גזירה זייער שווער אבער מיט שמחה איז יעדער א מומחה ענקער שמחה האט אויפגעטון מער פרייליך אידן זייטס צופרידן בשמחה זיין מען מוז פון אלעם וואוילן קען מען פועל'ן פרייליך ווען מען איז

גלות

יוסף משה כהנא

s0221 גלות יוסף משה כהנא לחן: מאדזשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן גלות יוסף משה כהנא לחן: מאדזשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן אין א וואלד א גרויסן פארווארפן און פארשטויסן פינסטער אן א עק עס פאלט דאך א פחד און א שרעק ס'רעגנט ס'איז קאלט בלאנדזשעט אין וואלד א קינד אליין דאס קליין קינד זוכט אצינד וואו אהין צו גיין זי קוקט זיך אום חיות ארום און ארום אליין זי קריכט איר מאמען זי זוכט אין דער זייט גארנישט אזוי ווייט די מאמע זי ליידט ווייל זי זעט ווי דאס קינד צו איר בעט די חיות זיי בייסן שטיקער זיי רייסן דאס קינד האלט נישט אויס זי וויינט מאמע איך וויל ארויס מאמע מאמע ווי לאנג וועל איך ליידן מיט שרעק פארוואס לאזטו מיך דא אליין וואו ביסטו אזוי לאנג אוועק מאמע ליבע מאמע דיין איינציג קינד שרייט דא צו דיר מאמע הער צו מיין געוויין צי האסטו דען פארגעסן פון מיר די מאמע טוט דאס קינד הערן און זאגט וויש אפ דיינע הייסע טרערן צום קינד זי זאגט איך זע ווי דיר מ'שלאגט ביסט דאך שוין כמעט דורך דעם וואלד קומסט שוין אן צו מיר באלד ס'וועט קומען די ריכטיגע מינוט ס'וועט שוין זיין אלעמאל גוט מ'דערמאנט זיך אמאל אין ארץ ישראל אוי ווי גוט איז געווען אין אונזער היים מיט די שכינה הקדושה די מאמע אינדערהיים ומפני חטאנו גלינו אין א ביטערן גלות עבדים היינו שם ישבנו גם בכינו גלות ווי גרויס ביסטו שכינה הקדושה ווי ווייט ביסטו וואלט די גלות קלענער געווען וואלט די שכינה הקדושה נענטער געווען די מאמע זאגט הער צו מיין קינד איך בין אויך אין וואלד צוליב דיינע זינד זאגט די קינד צו דער מאמען לאמיר וויינען ביידע צוזאמען די מאמע דעם קינד טרייסט באלד ווערסטו אויסגעלייזט צוזאמען מיט מיר אויפאמאל איך טו דיר צוזאגן דיך מער נישט פאריאגן פון דיין היים ארץ ישראל בקרוב וועט קומען די ריכטיגע שעה קול דודי הנה זה בא מיר וועלן שוין האבן אלעמאל מנוחה כי לה' המלוכה אידעלעך אידעלעך נעמט די פידעלעך זינגט’זשע פרייליכע לידעלעך די ישועה קומט שוין שנעל מ’הערט שוין די טריט ס’קומט די מינוט משיח שטייט שוין ביים שוועל גענוג געיאגט גענוג געפלאגט א וואלקן אלע אידן טראגט לקריתא דירושלים אוי ווי גוט ס’קומט די מינוט מ’קומט שוין אן אהיים אלע אויפגעראכטן און באלאכטן דעם יצר הרע מיט זיין חברה געשאכטן והיתה המלוכה להשם אוי ווי גוט ס’קומט די מינוט מ’קומט שוין אן אהיים די עשרת השבטים מלוקטים קומען צו לויפן מיט איין אטעם צוזאמען מיט די שבעה רועים כי להשם א מלוכה אינדערהיים ומושל בגוים כי לה’ המלוכה ומושל בגוים ומושל בגוים אוי ווי גוט ס’קומט די מינוט מ’קומט שוין אן אהיים זאל שוין זיין די גאולה בעט דער עם סגולה נאך א קליינע תפילה משיח זאל שוין קומען לך השם הגדולה ביתך כבתחילה נאך שענער אפילו משיח זאל שוין קומען

די גאלדענע רענדל

יוסף משה כהנא

s0162 די גאלדענע רענדל יוסף משה כהנא לחן: ר' בנציון שענקער עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע די גאלדענע רענדל יוסף משה כהנא לחן: ר' בנציון שענקער עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע אין א שווערע תקופה הונגער און נויט נישטא פרנסה קוים א שטיקל ברויט זיצט ר' מענדל מיט דאגה קרעכצט אויף זיין לאגע מה נאכל? פרעגט ער איר א פראגע זאגט זיין פרוי מיר האבן א מטבע געשפארט גענוג צו לעבן אויף א גאנצע יאר דאגה נישט מענדל בארואיגט אים גענענדל אין שאפע ליגט א גאלדענע רענדל איין טאג דער מצב ווערט ערגער און ערגער מענדל קריכט ביים שאפע זוכט דעם גאלדענעם רענדל מיואש ער ווערט פלוצלונג טריט ער הערט זיין יאסעלע מיט צוקערלעך צוריקגעקערט פארוואונדערט טאטע מאמע פרעגן צוזאמען יאסעלע פון וואו טוען די צוקערלעך שטאמען ער דערציילט אפן אין שאפע א מטבע געטראפן מיט דעם צום געשעפט קויפן צוקערלעך געלאפן די מאמע לויפט צום געשעפטסמאן שטויבעראון שרייט צעקות פון איבעראל מ'קומט זיך צאם מ'מיינט ס'גייט מכות זי שרייט ביסט א שרעקליכער רויבער און יעדער קוקט אויף שטויבער אז ער איז א גנב זייער פסק איז עס אבא שטויבער שרייט הערט מיין סיפור באקומען האב איך א מטבע'לע פון קופער ס'איז אפשר ווערד אפאר סענט איך זאג ענק צו הונדערט פראצענט אז דאס האט געהאלטן יאסעלע אין זיין הענט מ'לויפט צום בית דין ביידע צדדים אויסהערן בית דין פסק'נט אז שטויבער דארף צו שווערן שטויבער זאגט איך שווער באלד ר' מנדל ציטערט ס'איז פאלש געוואלד!מוותר די שבועה די רענדל ביי דיר האלט א רעש אין שטאט דער גנב האט כמעט פאלש געשוואוירן זיין גוטע נאמען האט מר שטויבער ביי יעדן פארלוירן א שמועה גייט ארום קרעמלעך אומעטום שוין לאנג געוואוסט אז ער איז קרום קיינער גייט נישט צו זיין געשעפט מ'קויפט גארנישט ס'איז דא אפילו אזעלכע וואס שרייען מ'טאר נישט ער ליידט צרות ליידער מ'רודף'ט אים כסדר מ'טשעפעט זיינע קינדער אין חדר וואו ער גייט ווייזט מען אן אויף אים מיט די פינגער שווערע צייטן ביי אים אין שטוב ס'ווערט א הונגער ס'האט נישט געדויערט לאנג ער איז געווארן קראנק און נעבעך אוועק פון צער און פון שרעק יארן שפעטער קומט א בריוול אויף פאסט פון א יונגערמאן וואס האט די שטאט פארלאזט ר' מענדל הייבט אן ליינען ס'קומט אים צו וויינען ס'טרייסלט אים דערמאנט זיך זכרונות שרייבט דער יונגערמאן אלה הדברים איך בין געווען זייער זייער ארעם א שטוב פון קינדער זעכצן כ'האב נאר געקענט קרעכצן גלייב מיר איך בין געווען א אונס איך זע א אינגל מיט א גאלדן מטבע מסתם ביי זיי א רחבות א מחיה בי מיר אזא שעת הדחק ביי זיי א לוקסוס א געשמאק ס'וועט זיין א הלוואה פסק'ן איך דעם פסק איך גיי צו אינמיטן גאס ווען עס טוט זיך רוישן איך פארשפיל אים איך טו די מטבעות טוישן די גאלדענע גענומען א קופערנע האט ער באקומען ביי א קינד ביידע מטבעות שטימען יעצט עס איז אריבער די אלע יארן איך האב צוביסלעך מצליח געווען געלט אפשפארן זיי מיר מוחל מענדל אינעווייניג פארקניפט אין בענדל שיק איך דיר צוריק די גאלדענע רענדל געזאגט א צדיק אז די אלע קומען פארן בית דין של מעלה ר' אבא שטויבער א צדיק מ'שרייט הוא זכאי אין גן עדן בצל שק"י ביי ר' מענדל האט אויסגעזען פשוט אז ר' אבא איז אין גניבה חשוד מוותר די שבועה ער זאל נישט ווערן נכשל ולפני עור לא תתן מכשל אפילו דער ארעמער יונגערמאן קען מען אויף אים מליץ יושר זיין האט א יולדת מיט הונגעריגע זעכצן נפשות ווי מעג מען פרעגן קשיות אבער די מענטשן ארום געוואלט זיין פרום מיט מחלוקת זיך סתם אריינגעמישט אוי א איד נעבעך געפייניגט נאך געהאט פון דעם תענוג קיין שום תירוץ האבן זיי נישט אוי ווער איז דער גערעכטער ווער איז דער שלעכטער ווער ווייסט וואס דער אמת איז לאז רבנים זיין עוסק דו זיי נישט קיין פוסק הוי דן לכף זכות הוי דן את כל האדם לכף זכות

די יונגע יארן

יוסף משה כהנא

s0392 די יונגע יארן יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | יברך די יונגע יארן יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | יברך וואו נעמט מען די יונגע יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן וואס מען האט זיך דעמאלטס איינגעזאפט דאס האט מען אריינגעכאפט געווען אמאל א מלך א גרויסער געהאט אוצרות די והותר האט ער ביי זיך אמאל געטראכט א פלאן פארן פאלק געמאכט א צייט געטון באשטימען וואס יעדער איינער קען דעמאלטס קומען אוצרות זיך אויסוועלן ס'איז דא גענוג ס'וועט קיינעם נישט פעלן דער פשוט'ער פראסטער פויער שטייט גרייט דער ערשטער ביים טיר ווי נאר מען עפנט די טויער ער לויפט שנעל ער ווערט א גביר און ווי ער איז אריינגעגאנגען עס שפילן פידלען און חצוצרות ער הערט די געשמאקע געזאנגען פארגעסט שוין פון אלע אוצרות אבער דער חכם וואס איז קלוג פארשטייט אז מוזיק איז דא גענוג אנגעפאקט אוצרות פילע זעק איידער די צייט גייט אוועק בריליאנטן מיט זילבער און גאלד אלעס וואס ער האט נאר געוואלט קיין איין מינוט צייט נישט פארברענגט ווייל די צייט איז זייער געענגט פלוצלינג ס'קלינגט שוין די גלעקלעך מען טרייבט דעם עולם צוריק דער חכם גייט מיט זיינע פעקלעך דער פויער שטייט נאך ביי די מוזיק און ווי ער דערהערט די גלעקלעך ער זעט דעם חכם מיט אוצרות א גליק ער כאפט אז זיין מצב איז שרעקליך יעצט וויל ער שוין גיין אויף צוריק אבער די טויערן פון היכל ווערן שוין דעמאלטס פארשפארט אז מ'האט נישט געהאט קיין שכל פון די זיסע מוזיק געווארן אפגענארט וואס ער האט פארלוירן דאס זעט ער גרויס צער ער פילט ער האט נישט געטראכט אויף שפעטער די זיסע מוזיק האט אים פארשפילט וואו נעמט מען די יונגע יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן אשרי ילדותינו שלא ביישה את זקנותינו

דער כח פון אחדות

יוסף משה כהנא

s0163 דער כח פון אחדות יוסף משה כהנא לחן: ר' יוסף צבי ברייער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע געזאנג 2 דער כח פון אחדות יוסף משה כהנא לחן: ר' יוסף צבי ברייער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע געזאנג 2 ווען אידישע קינדער זיצן צוזאמען ביי די שיינע לעכטעלעך דאס הארץ זיך אנווארעמען יעדע נשמה וועקט זיך אויף הבל פיהם זייער שירה גייט צוזאמען ארויף מלאכים ושרפים קוקן מיט קנאה זייערע פנימ'ער לייכטן מזיו השכינה בני היכלא דכסיפין וואס גלוסטן זיי צו דינען צו לויבן לקל חי מ'קען זיך נישט געזעגענען מ'וויל נאך און נאך מ'דארף האבן כח אויף א גאנצע וואך כח צו לערנען נישט ווערן מיד כח צו דאווענען א טובה טון א איד אוי הייליגער באשעפער מיין הארץ מאך ריין די שוועריגקייטן העלף מיר אריבערצוגיין ווען מען שטייט ביים ארבעט אדער אין גאס מען גייט דער ניגון פון שבת דעם איד באגלייט ווען אידן טאנצן א רקידה'לע צוזאמען מ'הייבט זיך א טפח פון ערד די פנימ'ער עס פלאמען די הענט אינאיינעם די מח איז פארקלערט ביזן כסא הכבוד איין האנט עס ווערט יעדער איינער טראכט פון זיינע בקשות ס'איז דא צווישן עולם צעבראכענע נפשות איינער פרנסה און איינער געזונט דער וויל זען נחת פון זיין קינד מיטן כח פון אחדות פועל'ט מען אויס מ'ווייסט נישט אין וועמענס זכות מ'גייט ארויס שווערע גזירות ווערן איבערגעקערט אפילו חלילה אויב איינער איז נישט ווערט דער באשעפער זייער תפילה נישט מסרב אז מען האלט זיך אינאיינעם איז ער זיך מצרף פון איין שורש מיר אלע שטאמען מ'דארף זיך נאר האלטן צוזאמען

הבט משמים וראה

יוסף משה כהנא

s0227 הבט משמים וראה יוסף משה כהנא לחן: ר' שלמה קאליש | די אידישע קרוין הבט משמים וראה יוסף משה כהנא לחן: ר' שלמה קאליש | די אידישע קרוין הבט משמים וראה כי היינו לעג וקלס בגוים קוק אראפ פון הימל און זע ווי ס'איז אונז נעבעך אך און וויי צו שאנד און שפאט וואו מ'שטייט און גייט נחשבנו כצאן לטבח יובל להרג לאבד ולמכה ולמכה ולחרפה צי איז דען שוין נישט איינמאל דאס מיט אונז געשען אוי באשעפער העלף אונז שוין ס'איז גענוג געווען ובכל זאת שמך לא שכחנו אוי אוי אוי הבט אוי אוי אוי משמים וראה און נעם דיך אן פאר אונזער צער מ'איז דאך קוים צו זיך געקומען מ'האט זיך שוין ווידער צו אונז גענומען רבונו של עולם פתח לנו שער נחשבנו כצאן לטבח יובל להרג לאבד ולמכה ולמכה ולחרפה ובכל זאת שמך לא שכחנו

הלואי

יוסף משה כהנא

s0521 הלואי יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע הלואי יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע דער פעלזן האקער ער איז א גיבור שטארק שווערע שטיינער האקט ער ארויס פון בארג וויי טוט די הענט אים די זון ברענט אים - אהא שווייס עס רינט אים די מידקייט געווינט אים - אהא הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי אין חלום ער זעט זיך ווי ער בעט זיך - הלואי הלואי בין איך א מלך וואס איך וויל באפעל איך - הלואי אלע אונטערטעניג ווייל איך בין קעניג - אהא אין מלכות'דיגע בגדים מיט שרים ועבדים - אהא מיטן קרוין באצירט האט זיך דער קייזער שפאצירט אין פעלד אן קיין שאטן די זון טוט בראטן - אהא ס'הייס פחדים טוט אויס די בגדים - אהא הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי די זון בין איך יעדן געווין איך - הלואי שטארק און מעכטיג גרויס און לעכטיג - הלואי השמש בגבורתו אין נסתר מחמתו - אהא דער זון צעהיצט זיך אין ים מ'שיצט זיך באלד מ'אנטלויפט פון די היימער צווישן די ביימער אין וואלד דער זון דרייט זיך און פרייט זיך אונטער אים גרייט זיך - אהא דער וואלקן באפאלט איר אינגאנצן באהאלט איר - אהא הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי בין איך א וואלקן אויף מיר אין חולקין - הלואי די זון ליגט באהאלטן קוים אפאר שפאלטן - אהא איך עפן נאר א ווינקל ס'זאל נישט זיין טונקל - אהא דער וואלקן עס געפעלט אים קיינער פארשטעלט אים - אהא אראפ מיטן נאז ביז ער באקומט א בלאז דער ווינט דער גיבור ער גייט אים אריבער - אהא דעם וואלקן דעם דיקן מיט א בלאז פאררוקן - אהא הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי א ווינט ווער איך יעדן איבערקער איך - הלואי בלעטלעך פון ביימער דעכער פון היימער - אהא פייער פארשפרייט איך פליגערס באגלייט איך - אהא דער ווינט דער בייזער בוזשעוועט ארום מיט שרעק דעם קרוין פון קייזער א בלאז ס'פליט אוועק פלוצלינג פארשטייט נישט בלאזט און ס'גייט נישט - אהא א בארג פון שטיינער עס רירן קען קיינער - אהא הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי בין איך א בארג מעכטיג און שטארק - הלואי קיינער אים רירט נישט דער ווינט ער שפירט נישט - הלואי ער האט דעם כח שפיציג און הויך - הלואי דער בארג פון אויבן קוקט אויף יעדן אראפ שטארק און דערהויבן אפילו דער ווינט לאזט אים אפ פלוצלינג מ'קנאקט אים דער פעלז-האקער האקט אים - אהא דעם בארג איך צעשמעטער מיין גבורה זען וועט ער - אהא הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי הלואי בין איך א קנאקער א פעלזן-האקער - הלואי פון אלעמען פעסטער דער שטערקסטער און דער גרעסטער - אהא פון שמחה ער באלעקט זיך פון חלום ער דערוועקט זיך הלואי

הם עמלים

יוסף משה כהנא

s0362 הם עמלים יוסף משה כהנא מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן הם עמלים יוסף משה כהנא מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן א וועלט עס דרייט זיך יעדער פרייט זיך יעדע שמחה איז גאר אנדערש מודה אני איך זאג יעדן טאג און טאג ששמת חלקי מיושבי בית המדרש א וועלט עס דרייט זיך יעדער פרייט זיך יעדער איז גליקליך לויט זיין בליק ס'איז דא אלערליי פריידן נישט גלייך ביי ביידן וואס ביי איינעם איז נאריש איז ביים צווייטן גליק דער סוחר פרייט זיך ווען ער מאכט געלט דער בויער ווען די בנין איז אויפגעשטעלט מיט א גלעזל בראנפן פרייט זיך א שיכור דער פויער ווען ער אקערט די פעלד דער סאלדאט ווען ער איז א העלד און א קליין קינד מיט א שטיקל צוקער אהוי אלעס איז דמיון ס'איז גארנישט ווערד פון ערד גענומען און דארט צוריקגעקערט א פאלשע וועלט הבל הבלים מ'וועקט זיך אויף ס'איז נאר א חלום הם משכימים לדברים בטלים אהוי א תלמיד חכם א בעל דעה מיט די הייליגע תורה איז ער זיך מחיה מיט א בלעטל גמרא א טיפע סברא א סוגיא א קלארע א נייע הגדרה הם עמלים ואנו עמלים א וועלט עס דרייט זיך יעדער פרייט זיך יעדער איז גליקליך לויט זיין בליק ס'איז דא אלערליי פריידן נישט גלייך ביי ביידן וואס ביי איינעם איז נאריש איז ביים צווייטן גליק דער שרייבער פרייט זיך מיט זיין פעדער דער שוסטער ווען ער ארבעט אויס די לעדער דער פאליטיקער ווען זיין נאמען אין בלאט זעט יעדער ערב שבת פרייט זיך דער בעדער דער בעל עגלה ווען ער שמירט די רעדער און דער גנב פרייט זיך ביים צושלאסענעם גדר אהוי וואס זאמלט איר געלט אן א שיעור נעכטן ביי מיר היינט איז עס ביי דיר מארגן איז עס ביי אים אין לעדל דאס געלט דרייט זיך ווי א רעדל הם רצים ס'איז אלעס חיי שעה אהוי א איד וואס צדקה וחסד האט ליב א אפן הארץ א אפענע שטוב ער קארגט דא אלע יארן אויף יענע וועלט טוט ער שפארן ואנו רצים לחיי עולם הבא א וועלט עס דרייט זיך יעדער פרייט זיך יעדער איז גליקליך לויט זיין בליק ס'איז דא אלערליי פריידן נישט גלייך ביי ביידן וואס ביי איינעם איז נאריש איז ביים צווייטן גליק א זון א גרויסן אינזשעניר א טאכטער שטודירט אן א שיעור א שמחה זיינע קינדער זענען דאקטוירים איינער א זינגער א מוזיקאנט דער צווייטער א פראפעסאר זייער באקאנט כולם אהובים כולם גבורים אהוי! ס'דאכט זיך אים אז ער וועט האבן נחת אבער די קינדער ווי צו להכעיס די עלטערן זאגן: טו עס! מאך עס!די קינדער זענען זיך נישט מתייחס מ'קען שוין דעמאלטס נישט צוריקדרייען אהוי אבער א שמחה ביי א אידישע משפחה ווען דער קינד מאכט די ערשטע ברכה א שמחה א חיות מ'מאכט אים פיאות ער לערנט שוין משניות ער ברענגט שוין ראיות דעם קאפעליטש טוט ער שוין באנייען ער איז צו די תורה עולה ער גייט אין ישיבה גדולה א געדאנק פון ר' עקיבא אייגער א ווארט פון רבי ר' שמעלקא מיט א פולע סטענדער גרויסע טיפע בענדער מיושבי בית המדרש שמת חלקי א וועלט עס דרייט זיך יעדער פרייט זיך יעדע שמחה איז גאר אנדערש מודה אני איך זאג יעדן טאג און טאג ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו כולנו יושבי בית המדרש

השגחה פרטית

יוסף משה כהנא

s0268 השגחה פרטית יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן השגחה פרטית יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן מיין טייער קינד טו אנערקענען ווי וואונדערליך די זאכן פון די וועלט זענען עפן דיינע אויגן וועסטו זען ס'איז אויסגערעכנט פונקטליך וואס עס דארף געשען וואס א מענטש האט און וואס ער טוט אלעס איז פון גאט יעדע מינוט דיין צייט און טירחה א שאד איז אלעס גייט מיט השגחה פרטית יעדע זאך וואס דו טוסט ארעם רייך וויאזוי דו ביסט ווייניג צו אסאך וויפיל דו גלוסט אלעס פארשריבן גלייך ס'איז נישט אומזיסט אהיי! יעדע תנועה און יעדן ריר יעדע געפיל און יעדע שפיר גרויס אדער קליין מיאוס אדער שיין אלעס איז אויסגע'חשבונ'ט פון פריער אהיי! יעדע זאך וואס דעם מענטש געשעט א יעדע קלאפ און יעדע טרעט א חשבון א טיפן אויבן אויסגערופן פון דעם באשעפער וואס אלעס זעט יעדן שפאן און יעדן גאנג יעדן געוויין און יעדן געזאנג פון ווען ס'זאל זיין ביז ווי לאנג מיט א קלארן פלאן פון אנפאנג דער מענטש איז נישט רואיג ס'איז אים נישט גענוג ער מיינט ער פארשטייט ער איז אליין קלוג ער טראכט ביי זיך אז אלעס ער ווייסט אין אמת'ן האט ער וואס אין הימל מען הייסט וויפיל יארן אים צו שוינען וואו ער זאל פארן וואו ער זאל וואוינען צי מיט א חסרון צי אים באלוינען מיט א חשבון א קלארן פונעם אתה חונן אהיי! איבריגע דאגות אויף דיר דו טראגסט זיי גליקליך און צופרידן מיט וואס דו פארמאגסט וואס איז דען ווערד צו טראכטן פארקערט א מענטש האט וואס איז אים באשערט וויפיל פאר אברהמ'ען און וויפיל פאר ברוך אזויפיל פאר בנימין גאר אנדערש פאר זרח וואס פאר ראובן און דאס זאל זיין נטע'ס אלעס מכוון מיט השגחה פרטית צו ר' מאיר פרעמישלאנער באקלאגט האט זיך א חסיד זיינער זיך אויסגערעדט זיין צעבראכן הארץ אז זיין מצב איז ממש שווארץ איך האב א געשעפט עס איז גוט געגאנגען קיינמאל פון קיינעם געטון פארלאנגען יעצט דערנעבן האט זיך געעפנט א געשעפט מיינע קונים דארטן מען טרעפט מיין געשעפט ווערט קלענער און קלענער פרנסה האט נאר יענער מיינע קונים גייען צו אים אריבער און פאר מיר בלייבט גארנישט איבער אהיי! דער צדיק קוקט אים אן מיט לעכטיגע אויגן דיינע דאגות וואס טוט דיר טויגן צי האסטו געזען וואס עס טוט געשען ווען א פערד פון טייך וואסער ער טרינקט אהיי! די וואסער איז ריין ס'שפיגלט פון דער ערד דער פערד קוקט אין וואסער ער זעט דארט נאך א פערד ער שטויסט גאר היציג ער מאכט דעם וואסער שמוציג ביז דער צווייטער פערד ער פארזינקט ער שטויסט אזוי לאנג ביז אים געלינגט אבער שמוציגע וואסער דערנאך ער טרינקט מיט זיין קנאה וואס עס האט זיך אים געדאכט האט ער זיך אליין קאליע געמאכט עס איז דא וואסער פאר אלע אין טייך דעם גרויסן דארפסט נישט זארגן און שטויסן מיין נישט אז א צווייטער דיין וואסער טרינקט וואס דיר איז פארשריבן באקומסטו פונקט יעדע זאך וואס דו טוסט ארעם רייך וויאזוי דו ביסט ווייניג צי אסאך וויפיל דו גלוסט אלעס פארשריבן גלייך ס'איז נישט אומזיסט יעדע זאך וואס דו טוסט ארעם רייך וויאזוי דו ביסט ווייניג צי אסאך וויפיל דו גלוסט אלעס גייט מיט השגחה פרטית

ווייט ווייט

יוסף משה כהנא

s0279 ווייט ווייט יוסף משה כהנא לחן: ר' ירחמיאל ביגון | מילים: מ טויב | דאס אידישע טרער ווייט ווייט יוסף משה כהנא לחן: ר' ירחמיאל ביגון | מילים: מ טויב | דאס אידישע טרער ווייט ווייט אין די לופט הערט זיך א שטים לויפט דער איל ארום און ארום מקור מים חיים ער זוכט ער פארשט צו לעשן און אפצושטילן זיין דארשט זייער ווייט איז דער וועג נעמט שעות און טעג וואו זעט מען א צייכן אהין צו דערגרייכן דער וועג צו גיין איז שווער מער און מער וואסער וואסער אפשר קומסטו אהער כאיל תערוג על אפיקי מים כן נפשי תערוג אליך אלוקים צמאה נפשי לאלקים צמאה נפשי לקל חי אזוי ווי דאס איל וואס בעט און שרייט נפשי חמדה אליך צו יעדע צייט באשעפער קום נענטער הער אונזער קול עבדך כמו איל אונז זוכן א וועג אונז זוכן א טיר דערגרייכן און לויפן טאטע צו דיר אב הרחמן אל רצוניך כמו איל ירוץ עבדיך מיר זענען אזוי ווייט און דו אזוי הויך דו ביסט דאך א נותן ליעף כח מצפון ומים ברענג אונז צום שטאם מנופת צוף וכל טעם כאיל תערוג על אפיקי מים כן נפשי תערוג אליך אלוקים צמאה נפשי לאלקים צמאה נפשי לקל חי אזוי ווי דאס איל וואס בעט און שרייט נפשי חמדה אליך צו יעדע צייט באשעפער קום נענטער הער אונזער קול עבדך כמו איל

חיזוק

יוסף משה כהנא

s0314 חיזוק יוסף משה כהנא מילים: יוסף משה כהנא | לחיים טאטע חיזוק יוסף משה כהנא מילים: יוסף משה כהנא | לחיים טאטע לאמיר זיך אידעלעך מחזק זייןזיך האלטן שטארק אין יעדן זמן וויאזוי און ווען דאס רעדל עס דרייט זיך זיך נישט מייאש נאר תמיד מ'פריידט זיך א תפילה מ'בעט מיט אמונה מ'זעט רפואות ישועות עד בלי די לערנען איז כדאי פון די אבות די דריי די וועג וואס האט געהאלפן ביי זיי אברהם אבינו אויף א בשורה ווארט הונדערט יאר דער טויער איז פארשפארט בדרך הטבע שוין נישט געקענט געשען דעמאלס פונקט די ישועה געזען גאנץ כלל ישראל זאל וויסן אלעמאלאז קיינמאל קיינמאל איז נישט פארפאלןא חשבון איז דא א טאג א שעה מ'קען עס נישט צואיילן קלאג נישט מיין קינד וויין נישט זאג נישט איך פארשטיי נישט דער באשעפער מיט זיינע וועגן דארף ביי קיינעם נישט צו פרעגן פון יעדע צרה אלע קלעמען וועט ער דיך ארויסנעמען דאגה מנין דער באשעפער זאגט קיינעם פארפעל-איך כלום חסר מבית המלך אין אמונה אלעס ווענדט זיךדי ישועה דערקענט זיך וויפיל א איד טוט גלייבןאמונה איז די המשכה ס'ברענגט אראפ יעדע ברכה מיט דעם טוט זיך אלעס אנהייבן לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין זיך האלטן שטארק אין יעדן זמן וויאזוי און ווען דאס רעדל עס דרייט זיך זיך נישט מייאש נאר תמיד מ'פריידט זיך א תפילה מ'בעהט מיט א תפילה מ'זעט רפואות ישועות עד בלי די לערנען איז כדאי פון די אבות די דריי די וועג וואס האט געהאלפן ביי זיי יצחק און רבקה אין ווינקל פארטראכט כי עקרה היא דער טויער איז פארמאכט טאטע וויינט ער מיט טרערן געב מיר א קינד טו מיר באשערן די מאמע רבקה בכה תבכה בעט צום אדון הנפלאות פרעגט זיך פארוואס אבות ואמהות דארפן פארגיסן דמעות דער באשעפער זאגט איך פארשפאר די טירווייל איך ווארט זאלסט בעטן פון מיר ווען א איד בעט די ישועה איך שיק-אים מתאווה לתפילתם של צדיקים גאנץ כלל ישראל זאל וויסן אלעמאל אין יעדן מצב בעטן מ'זאל מ'ווארט נישט אומזיסט נאר ווייל איך גלוסט צו הערן ענקער קול וואס איין קרעכץ קען זיין גורם קענען נישט צען דאקטורים די כוכבים די מזלות די סאלדאטן די ממשלות גרויסע פראפעסארן האבן תקלות שטייט א מנין בעלי-עגלות זאגן תהילים צוקייט צומאל-עס ברעכן איין די היכלות א קינד פארשטייט נאך נישט פירוש המילות זיין קרעכץ איז מער פון טויזנט סגולות פון השגות און פעולות פון קמיעות וש"י טבילות נישט דאס דארף איך נישט איך וויל עס זאגט דער עלת כל העלות זוך נישט קונצן קיין תחבולות נאר מתאווה לתפילות מפני מה היו אבותינו עקורים מפני שהקדוש ברוך הואמתאווה לתפילתם של צדיקים איי איי אידעלעך איי טייערע ברודערלעך לאמיר זיך אלע מחזק זיין לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין זיך האלטן שטארק אין יעדן זמן וויאזוי און ווען דאס רעדל עס דרייט זיך זיך נישט מייאש נאר תמיד מ'פריידט זיך א תפילה מ'בעט מיט חסד מ'זעט רפואות ישועות עד בלי די לערנען איז כדאי פון די אבות די דריי די וועג וואס האט געהאלפן ביי זיי רחל אמנו איר צער ווער פארשטייט הבה לי בנים צו יעקב זי שרייט וואס קען איך טון? זאגט יעקב צו רחל בין איך דען שטאט'ס כביכול ס'טוט מיר וויי דיין געשריי גלייב מיר איך האב דיך גוט אינזין זעט אויס פאר דיר פארשפארט איז די טיר אליין בעט פראביר אויפטון ויזכור אלקים דער באשעפער געדענקט אז רחל האט לאה'ן די סימנים געשענקט ווען לבן דער בלאפער דער גרעסטער האט איר פארטוישט מיט לאה איר שוועסטער רחל האט באקומען פון יעקב א סימן ווייל לבן הארמי איז נישט קיין נאמן רחל זיך געאיילט לאה'ן עס פארציילט זי זאל זיך נישט פארשעמען אזא חתן אוועקצוגעבן איר חלום איר קרוין פון לעבןדורי דורות כל הקהל שבטי קה כלל ישראל אלע אידן קומען ארויס פון אים איר הייליג חתן צו פארפירן אלעס כדאי צו פארלירן א איד זאל נישט ווערן פארשעמט אזא מדרגה נישט זיין מקנא אזוי מוותר אפילו ס'איז דיינע אזא חסד האט א כח אזא ויתור איז גאר הויך אפילו די טבע איבערדרייען נישטא קיין זאך פון דעם גרעסער עס עפנט אלע שווערע שלעסער ישועות כהרף עין קלאג נישט מיין קינד וויין נישט זאג נישט איך פארשטיי נישט דער באשעפער מיט זיינע וועגןדארף ביי קיינעם נישט צו פרעגן אין איין רגע קען ער אלעס איבערדרייען פון יעדע צרה אלע קלעמען וועט ער דיך ארויסנעמען דאגה מנין לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין!

יצר הרע

יוסף משה כהנא

s0400 יצר הרע יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער יצר הרע יוסף משה כהנא לחן: עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער מלך זקן כסיל קומט מיט א שפיל איך בין אן אלטער סוחר יעדער קען מיך פון מיר אלע קויפן יעדער אן אנדער אופן זיין ביזנעס קארטל פון אים נעם איך קומט גלייך א צווייטער אין סחורה וואס פארשטייט ער ס'ווערט שנעל קאליע ס'האלט זיך גארנישט ער איז א פארדרייטער אנטלויף שרייט ער ביז איך ווער אינגאנצן צעמישט די מלחמה איז זייער שווער מ'שלעפט אהין מ'שלעפט אהער דער אלטער און דער וואס איז יונג ווער איז גוט און ווער איז שלעכט ווער איז פאלש ווער איז גערעכט די מלחמה איז נישט אזוי גרינג אהא אהא קוק איך זע איך דער אלטער דערקוטשעט ווי א בייזע פליג ער מוטשעט נישטא אין די וועלט אזא פגע ער לאזט נישט אפ קיין איין רגע איך הער א ווארט איז ער דארט אויפן ארט אזויפיל סארט קויף כאטש עפעס איך בין געקומען פארט הייבט אן מיט זיין זיסן צינגל וואס פארשטייסטו ביסט א יונגל לייגט אראפ מתוק מדבש ס'איז אויסגעהאלטן אן קיין חשש ווען און וואס אן קיין מאס אזוי איז דאס פירט מיך ביים נאז ביז איך פארגעס ווער איז באלעבאס און ווי איך האב נאר עפעס געקויפט פארציילן אויבן גלייך ער לויפט שרייבט מיך אריין אין זיין בוך דער באנדיט דער געמיינער קומט צוריק מיט א פנים א שיינער איך האב נייע סחורה עפעס פארזוך אהא אהא טייערער סוחר האק נישט קיין טשייניק איז דען נעכטן געווען צו ווייניג ענטפערט מיר דער גרויסער לץ ביסט שוין מילא אין מיין נעץ א גאנצע ליסטע פשעטלעך פוסטע פארפאלן ביסטו פאלגן מוזטו אז נישט ביידע וועלטן פארשפילסטו אוי א קרעכץ מיין הארץ עס געט הער איך גלייך ווי דער אנדערער רעדט ער וויל דיר נאר צעברעכן צעקלאפן לאז דיך נישט אין יאוש אריינכאפן ענטפער טרוקן ווילסט מיר פארצוקן דיינע גליקן זענען מסוכן איך וויל דיין סחורה מער נישט אנקוקן פאר א צווייטן נאר פארקויף דיין סחורה עס ברענגט נאר עצבות מרה שחורה נעכטן איז מיר געווען גענוג לאמיר תשובה טון צוריקקערן פון די נעכטיגע וועט אויך א מצוה ווערן דא האסטו דיין קארטל צוריק איזהו גיבור ווי גייט מען עס אריבער א מענטש פון בלויז בלוט און פלייש זיין אזוי שטארק אייננעמען דעם בארג זיך מתגבר זיין אויף א מלאך של אש דער באשעפער טוט קיינעם נישט בא'עוול'ען בראתי יצר בראתי תבלין לבית המדרש משכהו דיין מלחמה אין בית המדרש נעם עס ביי די גמרא זען דעם אמת בכל דרכיך דעהו ווען א איד קוקט נאר ארויף הייבט אים דער באשעפער אויף פתחו לי פתח א קליינע שפאלט העלפט דער אייבערשטער אים באלד כהרף עין אים באפרייען צו אים טו שרייען דאגה מנין הבא לטהר מסייעין און אז דער יצר לאזט נישט אפ לאזט זיך דער באשעפער אראפ יעדע נשמה טייער איז דאך כי לא ידח ממנו נדח מיט זיינע שטראלן אים צואיילן לאזט נישט פאלן מיד נגאלין ס'קיינמאל קיינמאל נישט פארפאלן יצר יצר דו אלטער נאר ס'ווארט אויף דיר א גוטע שכר וועסט דיך גארנישט רעכטן הקדוש ברוך הוא וועט דיך שעכטן מזל טוב צו דיר א סוף גענוג דיין בלאף די הבלי שוא בלייבן וועט נאר דער יצר טוב מ'וועט זען דעמאלטס יעדנ'ס מעלות נאר דער יצר איז שולדיג אלעס ווי ער פלעגט א עבירה א הארבן אויף א מצוה אפפארבן די מאמענט וועט מען הייבן די הענט ווי האט מען געקענט נישט ווערן פארבלענדט ווען איבעראל א פייער האט געברענט אוי ווי וואויל ווי געשעצט ווער ס'שטארקט זיך שוין יעצט און ער טוט זיך אלעמאל האלטן ווייל ווען א מענטש באמת וויל איז ער קלוגער פון דעם כסיל שטערקער פון דעם אלטן איזהו גיבור איזהו גיבור הכובש את יצרו אלמלא הקדוש ברוך הוא עוזרו אינו יכול לו

כל זמן ס'ברענט די לעכט

יוסף משה כהנא

s0579 כל זמן ס'ברענט די לעכט יוסף משה כהנא לחן: עתיק | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן כל זמן ס'ברענט די לעכט יוסף משה כהנא לחן: עתיק | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן כל זמן שהנשמה ווילאנג די נשמה איז ביי מיר מודה אני לפניך באשעפער טייערער דאנק איך דיר הערט א מעשה אן אינטערסאנטער וואס מיט יארן צוריק האט פאסירט דער גרויסער מגיד ר' ישראל סאלאנטער האט אמאל שפעט ביינאכט שפאצירט פונדערווייטן זעט ער א לעכטעלע ברענט געטראכט מסתמא וואוינט דארט א צדיק נסתר ווי ער גייט צו האט ער דערקענט אז דאס איז יענקל דער פשוט'ער שוסטער יענקל! יענקל! ס'איז שפעט אין די נאכט דאס ליכטל גייט זיך שוין באלד אויסברענען מארגן א זון שיינט און לייכט פאררעכטן די שיך וועסטו קענען זאגט ער: כל זמן ס'ברענט די לעכט פאררעכטן די שיך איז דא דער זמן די טענה פון רבי'ן איז נישט גערעכט ווער ווייסט וואס וועט מארגן זיין ר' ישראל סאלאנטער הייבט אויף די הענט אוי נר נשמת אדם כל זמן דאס לעכטעלע ברענט די ווערטער זענען ממש פחדים מענטש! מענטש! גיט ער צו פארשטיין דער טאג וועט אמאל קומען צו גיין אויף וואס ווארטסטו וועמען נארסטו נאר זיך זיך אליין דער יצר הרע זאגט פארן מענטש תשובה טון איך לאז דיר אויף מארגן א צייט טו באשטעטיגן דער מענטש פארגעסטאז די וועלט איז נאר א פרוזדור מארגן קען ער אלעס פארשפעטיגן ווילאנג א מענטש לעבט אויף די וועלט פאררעכטן קען ער ביז די לעצטע מינוט אבער ווען ער ווערט פארן בית-דין געשטעלט וואס ער האט זיך צוגעגרייט דאס נעמט ער מיט זאגט ער: כל זמן ס'ברענט די לעכט פאררעכטן אלעס איז נאך דא זמן יענקל שוסטער איז גערעכט ווער ווייסט וואס וועט מארגן זיין

לא ימושו

יוסף משה כהנא

s0558 לא ימושו יוסף משה כהנא לחן: ר' שלמה קאליש | יברך לא ימושו יוסף משה כהנא לחן: ר' שלמה קאליש | יברך לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר השם מעתה ועד עולם די הייליגע זיידעס זאלן זיך מיען ביים בורא עולם די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם

להתוודע

יוסף משה כהנא

s0101 להתוודע יוסף משה כהנא מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן להתוודע יוסף משה כהנא מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן להתוודע ולהגלות כי הוא מלך על כל הארץ להתוודע אין יעדן געצעלט אן קיין הסתר נישט פארשטעלט ולהגלות אויף דער וועלט אין שטאט אין דארף אין פעלד כי הוא מלך על כל הארץ כי הוא מלך על כל הארץ אראפ פון הארצן אלע שטיינער נאר מיט א הארץ א ריינער כל עצמותי מיט אלע ביינער שרייען וועט איעדער איינער כי הוא מלך על כל הארץ כי הוא מלך על כל הארץ

לחיים

יוסף משה כהנא

s0338 לחיים יוסף משה כהנא לחן: מאדזשיץ | לחיים אידן לחיים יוסף משה כהנא לחן: מאדזשיץ | לחיים אידן לחיים לחיים קיין ירושלים בשובך לציון אוי ווי פרייליך בית השם נלך ווי דערלעבט מען עס שוין התעוררי התעוררי א בשורה מ'הערט געהאלפן מ'ווערט אלע אינאיינעם פון יעדן ארט אליהו קומט און זאגט גענוג שוין געקלאגט ס'איז שוין די צייט מ'האלט שוין דארט אידן וועקט אייך אויף מיט די קאפ ארויף דער גלות איז שוין אויס שופר וועט ער בלאזן אידן בחפזון לאזן זיך אין וועג ארויס דער אפגעשוואכטער איד פון דעם גלות איז ער מיד צו לויפן איז ער נישט מסוגל נישט צו גלייבן כנשר אונז דערהייבן אויף זיינע פליגל קיינער וועט נישט וועלן א רגע זיך אפשטעלן מיט דעם גלות זיך באגעגענען אויף צוריק נישט געבן קיין בליק אפילו זיך געזעגענען לחיים לחיים קיין ירושלים בשובך לציון אוי ווי פרייליך בית השם נלך ווי דערלעבט מען עס שוין די עשירים די גבירים ער קומט מיט א פלאן א גענויען ער האט דאך געלט אין די גאנצע וועלט נאר פאר אים קען מען טרויען א פלאן קורץ און שארף וויאזוי מ'דארף דעם בית המקדש צו בויען מ'וועט אים באטאנען זיינע מיליאנען קען ער לאזן אין באנק זיינע פאלאצן האט נישט קיין שאצן מ'זאגט אים א גרויסן דאנק פלוצלונג אן טראכטן א פייער טוט לייכטן יעדער לאזט אלעס אפ א בנין א נייער א בית המקדש פון פייער פון אויבן לאזט זיך אראפ מצוות ס'שפיגלען אין די שטיינער און ציגלען יעדע מצוה זיין הארעוואניע ווער ס'האט שכל צו בויען דעם היכל דעם באשעפער'ס אכסניא תעודות נישט טיילן די ווענט דערציילן מ'רופט נישט אויס קיין נעמען לומדי תורה ונדבנים זענען די מחותנים זיי טוען זיך נישט שעמען לחיים לחיים קיין ירושלים בשובך לציון אוי ווי פרייליך בית השם נלך ווי דערלעבט מען עס שוין

לחיים חסידים

יוסף משה כהנא

s0524 לחיים חסידים יוסף משה כהנא לחן: הערשי וויינבערגער | לחיים חסידים לחיים חסידים יוסף משה כהנא לחן: הערשי וויינבערגער | לחיים חסידים שירו לה' שיר חדש תהילתו בקהל חסידים יעלזו חסידים בכבוד ווייל ווען חסידים טאנצן פארגעסן זיי אינגאנצן פון אלע דאגות אויף דער וועלט עס ברענגט השפעות נחת און געלט

לחיים טאטע

יוסף משה כהנא

s0584 לחיים טאטע יוסף משה כהנא לחן: יאסעלע ראזענבלאט | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע לחיים טאטע יוסף משה כהנא לחן: יאסעלע ראזענבלאט | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע אין הייליגן שול שא שטיל חסידים פיל מען ווארט אויפן רבי'ן די לעכט שוין אנגעצונדן געוועקט יעדן האט דער שמש ס'איז דאך א פחד ממש אז פאר סליחות איז דער רבי פארשווינדן דער רבי שר שלום צום עק שטאט געגאנגען גראד צום הייזקע דארט ביים פענסטערל פון דראט זעט ווי מר העשיל שניידער וואס מצוות איז נישט מהדר אויפן טיש איז צוויי כוסות מסדר און פון שענקל נעמט א פלעשל גיסט אריין אין די כוסות אויפן בענקל זעצט זיך העשיל און זיין שמחה גרויס איז מאכט א ברכה טרינקט אויס איינע רעדט אפאר ווערטער ביני לביני נעמט די צווייטע און געט א שלינג א פיינע נאך ווי ער טרינקט מיט די הענט ער ווינקט ווי ער ווינטשט לחיים קוקט אויס פונקט טאנצט און זינגט פרייט זיך שפרינגט זיינע אויגן פון שמחה בלינקט אפאר שעה שפעטער דער שניידער זעט ער העשיל העשיל דער שמש רופט קלאר זיין מוז ער ווער איז ער קען זיין א למד-וואו'ניק וויסן ער פרואווט לאמיך דיר דערציילן זאגט העשיל געווען גוטע צייטן גוטע צייטן פריצים קונים פון אלע זייטן ווען איינער געוואלט עפעס ספעשל געקומען צום שניידער העשיל די מזל טוט זיך דרייען איבערדרייען איבערדרייען ווערט שוואכער און שוואכער ולחם אין בין איך ברוגז געווארן נעבעך צום באשעפער א זאג געב איך פרנסה געבן ביסטו מסרב גיי איך נישט צו מנחה מעריב פארטרייבסט אוועק מיינע מענטשן הער איך אויף צו בענטשן פול מיט קנאה ותחרות פארוואס יענער פון מיר רייכער איז אויפגעהערט צו גיין צו שחרית עבירה גוררת זייער שווער איז מען ווערט פארשלעפט מער און מער אראפ ווי לייכט איז ביזן שאול תחתית ארויף צוריק איז זייער שווער אבער סיי וואו מען איז די נקודה הפנימית דער פינטל איד שלעפט אויף צוריק באשעפער אצינדער מוחל איך בין דיר זיי מיר אויך מוחל געווען גענוג א כוסה נאך א כוסה אומר ועושה איינס פארן באשעפער און איינס פאר מיר לחיים אים געוואונקען ער טוט דאך נישט טרינקען טרינק איך טאטע אויך פאר דיר און איך האב געזאגט לאמיר זיך לאמיר זיך איבערבעטן איבערבעטן אבינו אבינו אבינו שבשמים לאמיר זיך איבערבעטן עס קומט דאך א יאר א נייעם לאמיר זיך איבערבעטן אבינו שבשמים א נייע וועג וועל איך אויסטרעטן לחיים טאטע לחיים אויך דיין כוסה טרינק איך צו דיר טאטע לחיים ווינק איך איך וועל שוין דיינע ווערטער זיין מקיים וועסט געבן פרנסה א גוטע הכנסה געזונטע קינדער געבן פאר מיר איך וועל דאווענען גוט פראווענען לערנען פלייסיג ביים שיעור שיינע דורות לעכטיגע אורות זכרנו לחיים גרויס און קליין איך וועל לויפן מצוות קויפן מיט שמחה דינען דיר אליין לחיים אידן לחיים ברידער מיר בעטן זיך איבער אידן איבעראל לחיים טאטע זאג לחיים פאר דיינע קינדער כלל ישראל

ליכט בענטשן

יוסף משה כהנא

s0348 ליכט בענטשן יוסף משה כהנא לחן: עתיק ראדאשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע געזאנג 1 ליכט בענטשן יוסף משה כהנא לחן: עתיק ראדאשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע געזאנג 1 ווער ווייסט און פארשטייט דאס געוואלדיגע דערהויבנקייט וואס דאס מיינט און באדייט א אידישע מאמע ליכט בענטשן זי גייט אלעס שיין צוגעגרייט די קינדער שטייען ארום מיט פרייד איידער די ליכט זי צינד צום פושקע גייט זי געשווינד צדקה געבן פאר דאס הויזגעזינד די מאמע שטייט געבויגן מיט פארמאכטע אויגן מיט בגדי שבת א פראכט מיט הייליגע מחשבות איז זי פארטראכט צום באשעפער אין יענע מאמענט הייבט זי אויף ביידע הענט ארום די ליכטעלעך וואס ברענט דאס ערנסטקייט איז אויף יעדן דערקענט הייליגער באשעפער טו צו מיר הערן מיט גוטע קינדער מיר באשערן זי שטייט און וויינט מיט טרערן אירע תפילות זאלן נתקבל ווערן די קינדער ערליך זאלן זיך האלטן אלע טויערן אין הימל טוט זי שפאלטן יהי רצון מלפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי כי הדלקתי נרותי יהי רצון באשעפער טו מיר באלוינען אותי ואת בני שתחונן וזכני לגדל בנים ובני בנים זרע קודש מיט א לעכטיג פנים בזכות שרה ורבקה רחל ולאה אמותינו באלייכט אונז טאטע והאר נרינו יעדעס קינד א ליכטעלע וויינט זי מיט טרערן זאל דינען דעם באשעפער און נישט פארלאשן ווערן די צוויי מלאכים וואס קומען אהיים מיטן טאטן זיי זעען די ליכטעלעך פונדערווייטן זיי בענטשן דעם טאטן און די מאמען אירע טרערן נעמען זיי צוזאמען דאס איז די מאמע'ס כח דאס איז איר געווער ווער קען אפשאצן א אידישע מאמע'ס טרער ויהי רצון שיתקבלו תפילותי כי הדלקתי נרותי שיין און וואונדערליך די טייערע קינדערלעך צום טאטן זיי קומען ווי א טאטע געטריי בענטשט ער זיי דאס הארץ ווערט צענומען דער באשעפער זאל זיי געבן א געבענטשט לעכטיג לעבן אין די וועגן פון אונזערע זיידעס און באבעס די קינדער צוזאמען גייען צו צו די מאמען מיט א קוש אויף די האנט זאגן זיי גוט שבת

מלאכי רחמים

יוסף משה כהנא

s0189 מלאכי רחמים יוסף משה כהנא לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | נודה לך מלאכי רחמים יוסף משה כהנא לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | נודה לך מלאכי רחמים משרתי עליון חלו נא פני קל במיטב הגיון אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם טאטע טאטע זיסער האב שוין רחמנות אולי ירחם טאטע באלייכט אונז דעם אור הגנוז און נעם אונז שוין צוריק אהיים

משהלע'ס גמרא

יוסף משה כהנא

s0541 משהלע'ס גמרא יוסף משה כהנא לחן: עתיק | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ משהלע'ס גמרא יוסף משה כהנא לחן: עתיק | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ א גרויסער טאג איז היינט ביי משה'לע ער פרייט זיך ער גרייט זיך צום מארגנדיגן טאג צו קויפן א גמרא און לייגן אין קוישעלע מיט חשק מיט שמחה ווי דער רבי האט געזאגט משה'לע געדענק א גמרא'לע ברענג בבא מציעא א גרויסע זכיה די הייליגע גמרא וועל איך לערנען מיט ענק משה'לע דערציילט זיינע עלטערן טאטי מאמי איך פאנג אן גמרא דער טאטע ער הערט מיט שמחה ער-קוועלט-ער-און לויפט נאר צום ספרים סטאר פון ר' יהושע צוויי דריי שענק א לעמפעלע הענגט דער מוכר געדענקט אלע ספרים וואס ער ברענגט אזא קליינע ארט וואס פון יעדע סארט נאר איינס איז דא דארט דער טאטע ער פרעגט ר' יהושע צי האט איר א גמרא בבא מציעא מיין משה'לע גרייט גמרא לערנען גייט און די הארץ איז פול מיט פרייד ס'איז מיר א גרויסע זכיה ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא מ'האפט און מ'וויל מ'בעט שטיל משה'לע זאל שטייגן פיל דער מוכר געט א בליק ענטפערט צוריק מיין געשעפט איז א קליינס פון יעדע זאך איינס געלעגן דא לאנג א גמרא אין שאנק געווארט אויף א קונה ביז נישט לאנג קוים אפאר מינוט הער איך דא טריט געקומען א פרוי געוואלט אויך גענוי נישט געטראכט קיין סאך פארקויפט איר גלייך אינטערעסאנט איך מיין זי איז דיר באקאנט און זי האט געפרעגט ר' יהושע צי האט איר א גמרא בבא מציעא מיין משה'לע גרייט גמרא לערנען גייט און די הארץ איז פול מיט פרייד ס'איז מיר א גרויסע זכיה ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא מ'האפט און מ'וויל מ'בעט שטיל משה'לע זאל שטייגן פיל גלייך אין גאס זעט איר אויפן בארג זי איילט זיך זי האלט זיך די גמרא שטארק שנעל ער יאגט זיך נאכנישט מדמה ווער זענט איר ער דערקענט איר זי איז משה'לע'ס מאמע זיין אשת חיל א שאלה געשטעלט וואס האסטו פארקויפט פון וואו האסטו געלט מיט שמחה ענטפערט זי און מיט הנאה קוועלט מיין גאלדענע קייט ביי מיר אזא זכות א מתנה פון דיר ביי משה'לע'ס ברית משה'לע זאל לערנען גמרא איז וויכטיג איז ריכטיג די גרעסטע מטרה זאג מיר נאר דו פארקויפט וואס האסטו דו האסט דאך געזאגט אז דו האסט נישט קיין געלט מיט שמחה ענטפערט ער און מיט הנאה קוועלט מיין חתן-זייגער וואס פון דיר באקומען האב איך עס פון האנט אראפגענומען משה'לע גרייט גמרא לערנען גייט און די הארץ איז פול מיט פרייד טאטע-מאמע האבן די זכיה ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא מ'האפט און מ'וויל מ'בעט שטיל משה'לע זאל שטייגן פיל באצאלן איך וויל דער מאן געט א זאג ושננתם לבניך מ'זאגט יעדן טאג ניין זאגט זי ניין די מצוה איז מיין נשים במה קא זכיין אין גמרא טוט שטיין פלוצלינג זאגן זיי ביידע געטריי זיך טיילן איז כדאי די מצוה אין צוויי די פנים עס שיינט די גמרא אין האנט זיי האלטן עס ביידע ווי א בריליאנט מיט טרערן פון שמחה אן א שיעור קומען זיי ביידע אריין ביים טיר משה'לע פריש געט די גמרא א קוש און ער נעמט זיך טאנצן מיט שמחה אינגאנצן טאטע-מאמע ביידע די זכיה ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא מ'האפט און מ'וויל מ'בעט שטיל משה'לע זאל שטייגן פיל

סימן טוב

יוסף משה כהנא

s0207 סימן טוב יוסף משה כהנא לחן: ר' יהושע מענדעלאוויטש ר' ירמי' דמןמילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן סימן טוב יוסף משה כהנא לחן: ר' יהושע מענדעלאוויטש ר' ירמי' דמןמילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן סימן טוב ומזל טוב אוי ווי הערליך אוי ווי שיין משיח צדקנו קומט שוין צו גיין אידן גרייט זיך דער בורא פרייט זיך מיט די אידן אלע כמשוש חתן על כלה שנעל און גיך לויפט א שליח אין אלע לענדער און שטעט יאגט זיך צו עס איז שוין שפעט פארן ציבור געט ער איבער אז נאר אויף זיי מ'ווארט יעדן אן הזמנה א חתונה קארט ער ווייסט ווי יעדער הייסט ער האט אלע אדרעסן פון קיין איין איד נישט פארגעסן פון אלע תפוצות גאנצע קבוצות ער האט אפילו פרטים ווי ס'וואוינען די עשרת השבטים א חתונה א גרויסע לעכטיג און שיין יהא לנו ולכל ישראל דער הייליגער חתן דער באשעפער אליין די חשוב'ע כלה כנסת ישראל סימן טוב ומזל טוב א חתונה זאל מ'בויט מעורו של לויתן פון זיין הויט א סעודה אנרעכטן שור הבור שעכטן און יין המשומר וועט זיך גיסן ווי מער שהחיינו וקיימנו א חתונה מלא טעם אלע דורות קומען זיך צאם בערי יהודה א רקידה די הייליגע אבות צוזאמען מיט די שבטים משולבות משה רבינו אהרן הכהן וועלן אונטערפירן די לווים וועלן מארשירן מוזיקאנטן מיט טאלאנטן מיט א פרייליך לידל און דוד המלך מיט זיין פידל א חתונה א גרויסע לעכטיג און שיין יהא לנו ולכל ישראל דער הייליגער חתן דער באשעפער אליין די חשוב'ע כלה כנסת ישראל סימן טוב ומזל טוב עתיד כביכול מיט די כלה "לעשות מחול" א מצוה טאנץ מיט א גלאנץ א לאנגע גארטל א גאלדענע קייט דער כלל ישראל וועט טאנצן מיט פרייד טאנץ און זינג לויב און שפרינג אין א קיילעכדיגן רינג נערים וזקנים אלט און יונג אן קיין שנאה אן קיין קנאה אויף די העכסטע בחינה נהנה צו זיין מזיו השכינה די תנאים אמוראים וועלן זיין מגלה "כיצד מרקדין לפני הכלה" רבי יהודה בר עלאי מיט א בד של הדס רב שמואל בר יצחק מרקד אתלת מיט טיפע כוונות דברי בדחנות דער ראפשיצער וועט זאגן מיט זיין השקפה אויף די חסדים לויבן גאר געהויבן דער זיווג איז טאקע עולה יפה א חתונה א גרויסע לעכטיג און שיין יהא לנו ולכל ישראל דער הייליגער חתן דער באשעפער אליין די חשוב'ע כלה כנסת ישראל

פאסטוך

יוסף משה כהנא

s0590 פאסטוך יוסף משה כהנא לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יוסף משה כהנא | יברך פאסטוך יוסף משה כהנא לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יוסף משה כהנא | יברך א שעפעלע א קליינטשיק א ביימעלע א שיינטשיק געזען בליטשקען פונדערווייט אהינגעלאפן עפעלעך געטראפן געגעסן און הנאה געהאט ווי זי האט זיך דערווייטערט געווארן פארמאטערט געכאפט א דרימל א טיפע שלאף זי טוט זיך דערוועקן זייער דערשרעקן זי זעט נישט קיין פאסטוך זי זעט נישט קיין שאף ווי ווייט פארקראכן אזוי שטארק צעבראכן אלע שעפעלעך צוזאם און איך בין אליין אין וואלד דעם טיפן זי טוט שרייען און רופן קיינער הערט נישט איר געוויין אזוי פארביטערט פון קעלט דערציטערט זי טרעפט נישט די וועג צוריק עס גיסט א רעגן נישט דא וועם צו פרעגן אויפן שווארצן הימל געט זי א קוק ווען וועט דער פאסטוך אין מיר זיך דערמאנען און זען מיין צער איז גרויס אן א שיעור עפעס א וועג איז נאך זיכער פארהאנען טרעפן די וועג צו קומען צוריק צו מיר דער פאסטוך אזוי געטריי טראכט נאר פון זיי לאזט נישט די שעפעלעך אליין כסדר ער היילט זיי יעדע נאכט ער ציילט זיי קיין איין שעפעלע זאל נישט פארלוירן גיין ווי ער האט געזען וואס דא איז געשען אז די שעפעלע איז נישט דא אינדרויסן שוין טונקל מ'זוכט יעדן ווינקל ס'גייט אדורך א שעה נאך א שעה ווען וועט די שעפעלע אין מיר זיך דערמאנען און זען מיין צער איז גרויס אן א שיעור עפעס א וועג איז נאך זיכער פארהאנען צו טרעפן די וועג צו קומען צוריק צו מיר איך האב מיך געלאזט פארפירן מיין נשמה פארשמירן ווער ווייסט צי ס'איז נאך אפן די טיר איך וויין מיט טרערן וויל צוריקקערן צי איז נאך געבליבן ליבשאפט פאר מיר מיין הארץ עס רייסט מיך איך שריי צום פאסטוך קוק און זע ווי ס'איז מיר שווער אויפן מצב קלאג איך פון גרויס צער זאג איך אפשר דארף מיך דער פאסטוך נישט מער שעפעלע ליבער איך לאז קיינעם נישט איבער יעדע נשמה איז א חלק אלוקי ווי ווייט זאלסט נאר פארקריכן וועל איך אייביג דיך זוכן ווייל עס טוט מיר אזוי וויי זאלסט נישט מיינען אז נאר דו טוסט וויינען איך באהאלט זיך און וויין אין מיין שטוב פול מיט געגועים צום ילד שעשועים ווייל איך האב דיך אזוי ליב מיין קינד איך בעט דיך זיי נישט צעבראכן הייב אן צוביסלעך צו גיין טאטע טאטע איך בין אזוי ווייט פארקראכן מיך אהיימנעמען מוזטו קומען אליין שעפעלע ליבע שובו אלי ואשובה טייערער פאסטוך השיבנו השם ונשובה ווען וועט דער פאסטוך אין מיר זיך דערמאנען און זען מיין צער איז גרויס אן א שיעור מתי אבוא ואראה ואראה פני אלוקים

קדיש

יוסף משה כהנא

s0243 קדיש יוסף משה כהנא לחנים: כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל ר' משה גאלדמאן מאדזשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער קדיש יוסף משה כהנא לחנים: כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל ר' משה גאלדמאן מאדזשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער אין א קליין הייזקע אינמיטן די נאכט די פענסטער פארקלאפט אלע טירן פארמאכט זיצט א איד נעבן וויגל פון זיין קינד הייסע טרערן פון אויגן עס רינט אינדרויסן איז קיינער נישט זעכער ס'פאלן באמבעס אויף אלע דעכער ס'רעגנט אין גאס די שטאט איז ארומגענומען דער דייטש דער רשע איז נעכטן אריינגעקומען יעדנ'ס הארץ איז אזוי פארקלעמט קיינער ווייסט נישט ווען זיי מ'נעמט וואו אהין איז אויכעט נישט קלאר דאס גאנצע לעבן הענגט אויף א האר ער נעמט א פעדער מיט א שטיקל פאפיר א בריוועלע גיי איך שרייבן צו דיר גלייך אינדערפרי דיך באהאלטן ביי די שכנים איידער מ'פירט אונז אוועק אלע אינאיינעם כ'האב אסאך געטראכט ווען דו זאלסט וויסן ווי מיין הארץ איז שוין אינגאנצן צעריסן אפשר אמאל ווען דו וועסט דעם בריוו ליינען וועסטו זען אז דיין טובה האב איך געטון מיינען מיין קינד מיין קינד מיין קינד בלייב'זשע מיר געזונט א פחד א שרעק מ'נעמט אונז אוועק מ'טוט אלע אידן פארטרייבן בני בני בני צו דיין טאטן הער זיך צו ניין מיין זון איך נעם דיך נישט אהין כאטש איינער פון אונז זאל בלייבן איך ווייס נישט וואס וועט געשען ווער ווייסט צי מיר וועלן זיך נאך זען איין בקשה האב איך אצינד פארגעס נישט אז ביסט א אידיש קינד ס'וועט נאך קומען שווערע צייטן דו קענסט מיינען אז דו האסט נישט קיין טאטן וויסן זאלסטו פון דעם שומר ישראל דער טאטע וואס לעבט אלעמאל אוי רבונו רבונו של עולם דאס בריוועלע אין העמד פון קינד פארנייט צום באשעפער זיין הארץ אוי אוי עס שרייט דו ביסט דאך דער טאטע דער שומר ישראל שמור שארית ישראל יארן זענען אדורכגעלאפן קיין זכר פון אמאל האט דאס קינד נישט געטראפן ער קומט אין שול נישט דא דארט קיינער אויפן פלאץ פון ארון הקדש געבליבן אפאר שטיינער טאטע איך וועל נקמה נעמען פאר דיר טאטע איך וועל צוריק אויפבויען ווי פריער מיטן גאנצן הארץ זאג איך צו איך וועל מיך נישט בייגן א שטיין נאך א שטיין וועל איך צוריקלייגן ומלכות הרשעה מהרה תעקר אבער נצח ישראל לא ישקר קהילות הקודש חרוב געמאכט און פארברענט אבער פארלעשן דאס פונק האבן זיי נישט געקענט ווי שיין און וואונדערליך די קליינע קינדערלעך נאך אלע צרות וואס זיי איז געשען מיטן אויבערשטנ’ס חסדים געשטארקט אויף די פחדים זייער הבטחה מקיים געווען ווי קענען מיר דאס פארשטיין אן עלטערן אליין צוריק אויפגעבויט אויף אזא פארנעם אין אוישוויץ געזעסן פון באשעפער נישט פארגעסן איז דען דא א גרעסערע קידוש השם צוריק געשטעלט אין יעדע סביבה א ישיבה א נייע וועלט פון תלמידים פון חסידים נישט געהאט אויף ברויט נאר אויף תפילין בויען שולן אין גרעסטן נויט תלמוד תורות נייע דורות פונקען פלאמען פון טאטן מאמען מיטגענומען איבער די ימ’ען און געשריגן אני מאמין איך טו גלייבן צוריק אנהייבן זיד געשטארקט ווי די לייבן נקמה אין דעם דייטש מיט די העלפער צוזאמען אזא פאלק געטריי פרעג איך דיר זאג מיר אוי “לקבל פני” איז דא פון וועמען זיך צו שעמען בזכות פון זיי פון אלע וועגן גיין אקעגן עד מתי פאר דיינעט וועגן טו איך פרעגן בקול רמה נעם נקמה פאר יעדע אידישע נשמה וועגן דיין נאמען אם לא למעננו פון יעדן משחית אין דעם חשכות באשעפער ואל תשחית את זכר שאריתנו זאג שוין יתגדל זאג שוין יתקדש שמיה רבא

קידוש השם

יוסף משה כהנא

s0260 קידוש השם יוסף משה כהנא לחן: ר' אליהו אייזענבאך | מילים: ש ק לאווען | דאס אידישע טרער יא אוי אוי יא איך וויין פשוט הללוי-ה!אוי פאטער אתה יצרתה מיין תפילה איז שבח לשמה קידוש השם יוסף משה כהנא לחן: ר' אליהו אייזענבאך | מילים: ש ק לאווען | דאס אידישע טרער אוי טאטע ווי קען מען דאנקען דיר פאר דיין חסד אן קיין סוף און שיעור אין א יעדע פון מיינע שוועריגקייט דורכאויס מיינע אלע צער און לייד האב איך געזען דיין ליבשאפט און גוטסקייט איך ווייס און גלייב אז וואס דו טוסט איז אויסגערעכנט גארנישט איז אומזיסט ס׳איז דאך אלעס פאר מיין טובה און דיין שכינה ליידט דאך אויך מיט מיר דו קענסט עס טוישן גארנישט איז שווער פאר דיר אודך כי עניתני ותהי לי לישועה און ווען דו לאזט מיר בלייבן אין קלעם כאטש דיין שכינה האט פיל צער פון דעם ווייס איך אז ס׳מוז מיר ברענגען פיל גוטס און דו באשעפער דערהאלטסט מיר כסדר אין דיין שאטן פיל איך אזוי באשיצט אויף קידוש השם זענען פיל אומגעקומען אבער א שווערער תפקיד האבן מיר באקומען צו לעבן אויף קידוש השם און קיינמאל אויפגעבן אז דו און נאר דו פירסט אונזער לעבן טאטע זיסע ס׳איז אונזער שטרעבן העלף אונז טאטע נאר מיט אמונה אין דיר צו לעבן און נאר אין דיר זאלן מיר זיך בוטח זיין אין יעדע מצב און אין יעדע זמן ס׳איז נישט גרינג און ווער ווייסט נאך ווי דו יסורים לאזן פיל מאל נישט צורו אבער טאטע זיסע מיר קלאמערן זיך נאר אין דיר ישועת השם כהרף עין גלייבן מיר געב מיר די זכיה ווי ביז יעצט געווען מיט מיינע פליישיגע אויגן זאל איך ווייטער זען די גוטס אין דעם וואס איז צו מיר געשען איך זאל קענען שטייגן פון נסיונות אויסגעלייטערט ווערן פון בזיונות און טאקע ווערן בעסער דורך דעם מכניע זיין זיך צו טון רצון השם שענק מיר טאטע אן אמת׳ע שטארקייט מקבל צו זיין א יעדע שוועריגקייט און זוכה זיין צו דינען דיך מיט פרייד אויף קידוש השם זענען פיל אומגעקומען אבער א שווערער תפקיד האבן מיר באקומען צו לעבן אויף קידוש השם און קיינמאל אויפגעבן אז דו און נאר דו פירסט אונזער לעבן טאטע זיסע ס׳איז אונזער שטרעבן העלף אונז טאטע נאר מיט אמונה אין דיר צו לעבן און נאר אין דיר זאלן מיר זיך בוטח זיין אין יעדע מצב און אין יעדע זמן אוי טאטע ווי קען מען דאנקען דיר פאר דיין חסד אן קיין סוף און שיעור אין א יעדע פון מיינע שוועריגקייט דורכאויס מיינע אלע צער און לייד האב איך געזען דיין ליבשאפט און גוטסקייט אין א יעדע פון מיינע שוועריגקייט דורכאויס מיינע אלע צער און לייד וועל איך נאך זען דיין ליבשאפט און גוטסקייט אודך כי עניתני ותהי לי לישועה

רצון

יוסף משה כהנא

s0416 רצון יוסף משה כהנא לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ש ק לאווען | דאס אידישע געזאנג 2 רצון יוסף משה כהנא לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ש ק לאווען | דאס אידישע געזאנג 2 הערצעלע מיין דו האסט א וואונדער-קראפט אין דיר א שליסעלע א קליין וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך איר רצון אויב ס'פעלט קען איך נישט געבן זיך א קער און ווען דו גיבסט עס מיר דארף איך גאר קיין זאך מער ווייל אויב דיין רצון איז פעסט וועט זי אפילו ברעכן אייזן און דאס שווערסטע וועל איך מיט איר באווייזן און אויב דיין רצון איז פעסט קען איך אלעס דורכשווימען און קיין זאך איז מעגליך נאכצוקומען זאל זיין אויף סיי וועלכע שווערע וועג און נאך שלאפלאזע נעכט און טעג נישט קיין חילוק ווען מיט דיין רצון מ'קען גאר פארגעסן אלע אינטערעסן און דיין ווילן געט כח אויך מקבל זיין אלץ ווי מ'ברויך מיט סבלנות שטיל רחמנות האבן פיל און פון זיך געבן אן א גבול ווייל אויב דיין ווילן איז שטארק מעג עס דונערן און בליצן און קיין זאך וועט קענען שטערן מיר און אויב דיין ווילן איז שטארק וועלן קיין תירוצים נוצן פון מיין באשלוס צו געבן זיך א ריר געדענקען זאלסט אבער גוט א שוואכע ווילן גארנישט טוט א רצון וואס איז פויל עס בלייבט נאר רייד אין מויל און קיין מעשים קומען נישט דערמיט אויב עס איז נישט באמת פעסט גארנישט אויספירן דו וועסט זי וואקלט און פארשוואונדט צעבלאזט פון יעדן ווינט און צום סוף אין איר מען פארגעסט עשה רצונו כרצונך כדי שיעשה רצונך כרצונו בטל רצונך מפני רצונו כדי שיבטל רצון אחרים מפני רצונך אוי טאטע זיסער אין מיין הארץ געגעבן האסטו דאך רצונות פיל ערליי און איך וויל און טו באמת שטרעבן אויספירן א יעדן איינס פון זיי איך וויל אלעמאל געזונט זיין פריש און מונטער מיט מוט און שמחה קענען דינען דיר פארשטיין און האנדלען גוט ביי וואס קומט אונטער און איך בעט באשעפער העלף מיר איך וויל די קינדער מיינע קענען גרינג ערציען מיט שיין פרנסה רואיג נערן זיי אין תורה וואקסן און מיט מידות בליען די זכיה שענק מיר טאטעניו געטריי אלמעכטיגער גוטער האר איך ווער אנטוישט און פול מיט צער ווען איך האב נישט דערגרייכט מיין שטרעבן נישט עררייכט ווייל די מיטלען כ'האב נישט געהאט דערפאר איך וויל טאטע טון פאר דיר וואס דיין רצון פארלאנגט פון מיר שענק מיך ביטע דו די מעגליכקייט דערצו צו קענען שאפן דיר נחת רוח אוי אידעלע מיין טייער איך פארשטיי דיר אין העכסטן שטייגער ווילסטו דינען מיר איך בעט דיר אבער ווייס אז מיין באגער איז טאקע זאלסט מיר דינען מיט דיין שטער ס'שווער דאס וויל אבער דער באשעפער דיינער דאס איז ריכטיגע רצון השם מקבל זיין זאלסט די הנהגה זיינער און מיט דעם וואס ער געט דיר דינען אים נאך מער געשטעלט האט ער דיר דווקא מיט השגחה מיט דיינע כשרונות מידות און נאטור באשערט דיין וואוינארט און אויך דיין משפחה און דאס איז דיין עבודה טאקע גאר דיין גרעסטע און בעסטע ציל וויאזוי קענסט קונה זיין זכותים פיל איז אונטערבייגן זיך שאפן נחת רוח מיטן דינען אים פון דארט וואו ער לייגט דיך זיי מחזק זיך אלע טאג אז אויפן וואג נעמט מען יעדע פלאג מיט חשק און געטריי זאלסט שטענדיג סיי-ווי-סיי טון דעם ווילן פון קל חי הערצעלע מיין דו האסט א וואונדער-קראפט אין דיר א שליסעלע א קליין וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך איר טאטעניו באגליק סייעתא דשמיא פאר מיר שיק איך זאל נאר וועלן דיין ווילן צופרידנשטעלן

שעפעלע

יוסף משה כהנא

s0250 שעפעלע יוסף משה כהנא לחן: יאסעלע ראזענבלאט | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער שעפעלע יוסף משה כהנא לחן: יאסעלע ראזענבלאט | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער אין וואלד א טרויער שוין עטליכע וואכן א שרעקליכע מגיפה דארט אויסגעבראכן יעדן טאג א לויה א חיה נאך א חיה יעדער האט שנעל זיין משפחה פארשפראכן אלע חיות זאגן דעות לאנגע הספדים מיט גאנצע ראיות א סימן א קלארע מען דארף א כפרה זאגט דער פוקס א סברא דער קעניג דער לייב אלע צאמגערופן און זיך געטון פארטיפן דער פוקס איז גערעכט לאמיר קלאר מאכן די בילד זען טאקע וועמענס איז די שולד יעדער מתודה זיין דא עס וועט דערציילן יעדע חטא כדי ס'זאל נישט ווערן גלייך א געשלעג וועל איך זיין דער ערשטער ווייזן די וועג געפארן אין וואלד א פערד און וואגן פיל קעלבעלעך אין שטאט אריינגעטראגן צעריסן מיט די ציינער א סעודה א פיינער זיך באלעקט מיט אלע ביינער נישט גע'בטל'ט אפילו א רגע לבטלה דערנאך איינגעשלונגען אויך דעם בעל עגלה לא נדע מה נעשה נישט קיין פשוט'ע מעשה א חשש פון אכילה גסה אוי ניין ר' לייב ניין מיר קענען דאס נישט באשטיין דו ביסט דער קעניג און אונטערטעניג דארפן אלע פאר דיר זיין לאמיר הערן צוזאמען קלערן אריינטראכטן מיט געדולד אויף וועם עס וועט פאלן דער פסק אויפן קאפ א האק אראפנעמען פון אונז די שולד דער צווייטער שטעלט זיך אויף דער בער צו רעדן איז מיר זייער שווער די טאג וואס איך האב געזינדיגט גלייך דערנאך איז געקומען די מגיפה די בראך געפארן חתן-כלה צו א חופה ווייט געשפילט מוזיקאנטן פון יעדע זייט צעביסן געשעדיגט אלעמען ערלעדיגט אזא חטא ס'איז נישט גלאט אוי ניין בער ניין מיר קענען דאס נישט באשטיין אנן סהדי ביסט געווען גראדע אויסגעהונגערט אוודאי לאמיר הערן צוזאמען קלערן אריינטראכטן מיט געדולד אויף וועם עס וועט פאלן דער פסק אויפן קאפ א האק אראפנעמען פון אונז די שולד דער וואלף שטעלט זיך דארט אוועק אלע ביינער ווארפן זיך מיט שרעק איך פארשטיי שוין האט ער געוויינט אוודאי מיר האט מען געמיינט א קינד קוים א וואך מיט א שמייכל א זיסן פון קליינעם וויגל ארויסגעריסן אזוי בא'חנ'ט אזוי שטארק געוויינט אזא חטא אזא מיאוס'ן אוי ניין וועלוול ניין מיר קענען דאס נישט באשטיין א קליינטשיג חטא פון דעם ווער רעדט דארפסט דאך עסן צו זיין גרויס און פעט לאמיר הערן צוזאמען קלערן אריינטראכטן מיט געדולד אויף וועם עס וועט פאלן דער פסק אויפן קאפ א האק אראפנעמען פון אונז די שולד פון די זייט הערט זיך א געוויין א שעפעלע מאגער און קליין איך האב אויך עפעס אן עבירה גלייבטס מיר איך האב נישט געהאט א ברירה א קאלטע נאכט געווען אין יענע צייט מיין באלעבאס אויף מיר רחמנות געהאט אינדערהיים אריינגענומען מיר פארגרינגערט אוי בין איך געווען אויסגעהונגערט א שטיקעלע שטרוי האב איך דארט דערזען אין זיין שטיוול איז עס געווען איך האב מיט דעם זיך מחיה געווען מיין לעבן געטראכט איך וועל עס אמאל אפגעבן אלע חיות די שעפעלע באפאלן דעם משפט געטון צואיילן מיט א געשמאק מקיים געווען די פסק אלע צוזאמען איר אנגעכאפט צעביסן און צעקלאפט די גאנצע ערד מיט איר בלוט איינגעזאפט אלע צוזאמען איר אנגעכאפט צעביסן און צעקלאפט די גאנצע ערד מיט איר בלוט איינגעזאפט ס'איז דאך פשוט אזוי אויף רציחה לעבט א גוי שולדיג איז די אידישע שעפעלע וועגן איין שטרוי נחשבנו כצאן לטבח יובל להרוג ולאבד ולמכה ולחרפה אזעלכע רציחות אזויפיל רשעות זיי מאכן זיך שיין אן קיין בושות אלעס זיי מעגן קיינעם נישט פרעגן קיינער שטעלט זיך זיי נישט אקעגן נאר די שעפעלע גייט שולדיג ארויס אלע פעלקער מ'פייניגט איר אויס עפעס זי טוט אויף דער מינוט פארגיסן זיי אירע בלוט שעפעלע שעפעלע מ'וועט דיך ראטעווען די חיות וועלן נישט אייביג באלעבאטעווען קומען וועט דער פאסטוך מיט זיין שטעקן און זיי אלע אפמעקן וויינען שעפעלעך וויפיל קען מען קיינער וויל זיי נישט ארייננעמען אפילו א שטיקל שטרוי איז אויך נישט דא הושענא צאן קדשים הושענא

תהלימ'ל

יוסף משה כהנא

s0564 תהלימ'ל יוסף משה כהנא לחן: ר' בנימין הערשקאוויטש ז"ל | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער תהלימ'ל יוסף משה כהנא לחן: ר' בנימין הערשקאוויטש ז"ל | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער אין פאלאץ פון קעניג אלעס שא שטיל בלאזט א ווינטל אינמיטן נאכט פונקט שאקלט דאס פידעלע העכער דעם קעניג'ס שטול דער קעניג דערוועקט זיך מיט איר ער זינגט שטיין געבליבן איז די גאנצע יצירה הערן געזאנגען פון קעניג אליין ווי דוד המלך זינגט שירה וואס אפילו מלאכים קענען נישט פארשטיין תהלימ'ל תהלימ'ל אזוי הארציג און טייער פון פאסטוך געטרייער אויף אייביג געוועלט פאר אונז אויסגעטרעטן געוואוסט וואס צו בעטן פאר זיינע שעפעלעך זיי וואס פעלט תהלימ'ל תהלימ'ל דאס טוט אונז באגלייטן פון איין לאנד אין צווייטן וואו מיר גיין א איד ווערט מיד האט ער דעם ליד זיין ליבער פריינד וואס טוט אים פארשטיין א איד דארף פרנסה טוט דאס הארץ אויסגיסן ער זוכט א שידוך ס'גייט אים שווער א זון אין ישיבה ווארט בעסערע גרוסן קאפיטל קאפיטל א טרער נאך א טרער נעבעך א צרה מ'ווארט א ישועה וואס טוט מען דאס הארץ גייט אויס א חולה אין משפחה מ'דארף א רפואה מ'לויפט אין בית המדרש מ'נעמט די תהלימ'ל ארויס תהלימ'ל תהלימ'ל ווי טוט דיר נישט שטערן אזויפיל טרערן אין דיר איינגעזאפט אונזערע ווייען ביטערע געשרייען ווי קענסטו אויסהאלטן אויף דיין טיר מ'קלאפט די אלע בקשות פון צעבראכענע נפשות זייער געוויין בלייבט נישט שטיין אן עת רצון טוט ווערן אין הימל טוט מען הערן דאס קול פון דוד המלך אליין א גוטע בשורה ווארט מען צו הערן מ'שטייט מיטן תהלימ'ל און מ'בעט צום ריכטיגן וועג וויל א איד צוריקקערן די תהלימ'ל ווייזט אים אז ס'איז קיינמאל נישט שפעט אידיש בלוט גיסט זיך אין אלע גאסן אומשולדיגע נשמות אוי עד מתי תינוקות של בית רבן טוען וועלטן איינרייסן אפילו די תהלימ'ל וויינט מיט זיי תהלימ'ל תהלימ'ל ווי טוט דיר נישט שטערן אזויפיל טרערן אין דיר איינגעזאפט אונזערע ווייען ביטערע געשרייען ווי קענסטו אויסהאלטן אויף דיין טיר מ'קלאפט די אלע בקשות פון צעבראכענע נפשות זייער געוויין בלייבט נישט שטיין אן עת רצון טוט ווערן ווען אין הימל טוט מען הערן דאס קול פון דוד המלך אליין דוד דוד בעט ביים כסא הכבוד נעם דיינע שעפעלעך ארויס פון גלות אויפן שטול גיי ארויף דיין פאלאץ בוי אויף את סוכת דוד הנופלת

תנחום און שעפסל

יוסף משה כהנא

s0419 תנחום און שעפסל יוסף משה כהנא לחן: חב"ד | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע תנחום און שעפסל יוסף משה כהנא לחן: חב"ד | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע מזל טוב שוין דריי יאר אפגעשוירן תנחומ’ס האר אין א טלית ארומגענומען אין חדר קומען שיינע פאות איינגעקרייזלט אלע ווינטשן זיין מיט מזל די א’ ב’ א לעקעלע יעדן א פעקעלע נעבן זיין טישעלע זיצט א יונגל שעפסעלע א פרייליכער טויגעליך מיט קלוגע אויגעלעך קמץ א’ קמץ ב’ שעפסל זאגט איך ווייס פתח ח’ פתח כ’ שעפסל כאפט א שלאף תנחום וויל פארשטיין דעם חיריק און וואס איז די שורוק תנחום פאלגט וואס מ’הייסט שעפסל אלעס ווייסט דער רבי זאגט שעפסל זאג עס אבער ער האט השגות איך בין דאך אזוי קלוג מ’לערנט נישט גענוג קלוגער פון די מחנכים קוקט און לאכט פון תנחום דו ביסט שוואך חזר איבער איך בין א גבור תנחום האלט אין איין שטייגן קיין איין רגע נישט דערלייגן נאך א פסוק נאך א בלאט פארברענגט נישט קיין צייט שעפסל האט א קאפ א שארפן פשעטלעך קען ער גוט ווארפן יעדן טאג א צווייטן פלאן וואס ער וויל זיין אין ישיבה פינעווע קלינגען גלעקער תנחום תנחום זאגט דער וועקער דיין חברותא גייט ארויף שטיי שטיי אויף תנחום שנעל מיט א זריזות די תורה ווי זיס איז עס מיטן בעסטן בחור שותפות רשב”א’ס און ריטב”א’ס שעפסל קוועטשט אראפ דעם קנעפל דרייט אויס זיין שארפן קעפל האט נאכנישט קיין קלארן פלאן וואס ער וויל זיין עיון בקיאות קצות נתיבות וועלכע לימוד האט חשיבות פון טראכטן בעיון וויל ער זיך אפרוען תנחום טוט זיך אנשטרענגען ביים שיעור פארשטיין דעם קצות קיין איין רגע נישט פארברענגען הערט צו יעדן אות ביי בקיאות איז חזרה רירט זיך נישט פון גמרא יעדע בחינה ביים פארהער הונדערט האט ער שעפסל בטל’ט מיט ליצנות אלע שטותים האט רעיונות נעבעך א רחמנות אויף זיינע כשרונות תנחום האלט אין איין שטייגן קיין איין רגע נישט דערלייגן נאך א פסוק נאך א בלאט פארברענגט נישט קיין צייט שעפסל האט א קאפ א שארפן פון ישיבה אים טוט מען ווארפן יעדן טאג א צווייטן פלאן וואס ער וויל זיין מזל טוב מ’ברעכט א טעלער אויסגעכאפט וואס שנעלער בקול שמחה וקול ששון תנחום איז א חתן א חתונה א שבע ברכות פון די שענסטע משפחות גלייך אין כולל תנחום גייט מיט גרויס פרייד פינף יאר אנגעלאדן יורה יורה ידין ידין שמחות ביי אים כסדר פירט זיין זון אין חדר שעפסל פסל’ט אלע שידוכים ביי דריי און צוואנציג מיט וויכוחים גארנישט פאר אים פאסיג נאר ערשטקלאסיג תנחום לערנט שעות לאנג האט אין מסחר אויך א גאנג ערליך פשוט האנדלט פיין מצליח זייער שיין שעפסל דמיונ’ט מיט חלומות יעלו שמים ירדו תהומות רעדט איין מענטשן צו אינוועסטן מיט אים ווער קען זיך מעסטן הונדערט מיליאן אנגעבלאפן אנגעזעצט און אנטלאפן אויבן אויפן עראפלאן טראכט דעם נעקסטן פלאן תנחום האלט אין איין שטייגן קיין איין רגע נישט דערלייגן נאך א פסוק נאך א בלאט פארברענגט נישט קיין צייט שעפסל האט א קאפ א שארפן נע ונד טוט זיך ווארפן יעדן טאג א צווייטן פלאן וואס ער וויל זיין צוויי אידן אין מושב זקנים אין איין צימער דארטן שכנים ביידע זענען העכער תשעים מיט קלארע חושים איינער גלייך אינדערפרי הערט זיך דארט צום שיעור צו גליקליך איז ער מיט זיין לעבן וויל נישט אויפגעבן מיט אייניקלעך ארומגענומען האבן ליב צו אים צו קומען דערציילט זיי פון אמאל אויף גדולי ישראל האט זיין סדר האט א וועג אנגעפילט זיינע טעג זיינע קינדער שטאלץ מיט אים אלץ איז אים באקוועם תנחום האלט זיך קלאר ביים דעת מאכט דארט אויך א סיום הש”ס ברוך השם די צענטע מאל מיט גאנץ כלל ישראל זיין שכן שעפסל קרעכצט אין בעט יעדער העלפער האט א חטא די עסן האט נישט קיין טעם די פיל איז נאר סם שפאצירט אהער שפאצירט אהין זוכט ביים פענסטער וואס צו טון שעפסל האט רעיונות שרייבן זיינע זכרונות ביז דער טאג איז אנגעקומען די חברה קדישא אים גענומען ר’ שעפסל זכרונו לברכה געוואלט לאזן אן הנצחה טויזנט בלעטער ליידיג געבליבן טרעפט מען נעבעך אונטער זיין קישל אויף די שער איז אויפגעשריבן 'אלה זכרונות שעפסל' תנחום האלט אין איין שטייגן קיין איין רגע נישט דערלייגן נאך א פסוק נאך א בלאט פארברענגט נישט קיין צייט

הודו לה'

יושע בערקוי, גרשי אורי

s0254 הודו לה' יושע בערקוי גרשי אורי לחן: ר' יצחק האניג | סינגל הודו לה' יושע בערקוי גרשי אורי לחן: ר' יצחק האניג | סינגל הודו לשם כי טוב כי לעולם לעולם חסדו טאטע מיר לויבן דיר טאטע מיר דאנקען דיר לויבן דיר דאנקען דיר כי לעולם חסדו

משה קבל

ימי לעווי

s0611 משה קבל ימי לעווי לחן: מאטי אילאוויטש / אלבום: אהבת ה' משה קבל ימי לעווי לחן: מאטי אילאוויטש / אלבום: אהבת ה' משה קבל תורה מסיני באקומען אויף אן אופן א שיינעם מסרן ליהושע ויהושע לזקנים און אזוי ווייטער פאר יעדעם איינעם אפילו פאר אונז דעם דור דעם קליינעם באקומען מה' אלקי און מיר האלטן זיך גאר געטריי יעדן דור מקבל פונדאסניי תורה מסיני

אתה בחרתנו

יענקי אויש

s0667 אתה בחרתנו יענקי אויש לחן: ר' יצחק האניג \ מילים באידיש: הערשי וויינבערגער \ אלבום: מתנה אתה בחרתנו יענקי אויש לחן: ר' יצחק האניג \ מילים באידיש: הערשי וויינבערגער \ אלבום: מתנה אתה בחרתנו מכל העמים אהבת אותנו ורצית בנו אתה בחרתנו דו האסט אונז אויסדערוועלט אהבת אותנו ס’איז יום טוב אויף דער וועלט א גוט יום טוב א גוט יום טוב א גוט יום טוב ס‘איז יום טוב אויף דער וועלט כי חג ה' לנו אתה בחרתנו

להודות

יענקי דאסקאל

s0256 להודות יענקי דאסקאל לחן: יענקי דאסקאל | סינגל להודות יענקי דאסקאל לחן: יענקי דאסקאל | סינגל להודות להלל טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך להודות להלל טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך להודות להלל על חיינו המסורים בידיך מודים אנחנו לך ועל נשמותינו הפקודות לך מודים אנחנו לך ועל נסיך שבכל יום עמנו מודים אנחנו לך ועל נפלאותיך וטובותיך מודים אנחנו לך

ביד היוצר

יענקי ושלומי דאסקאל

s0128 ביד היוצר יענקי ושלומי דאסקאל לחן: ר' יעקב יודא דאסקאל | סינגל ביד היוצר יענקי ושלומי דאסקאל לחן: ר' יעקב יודא דאסקאל | סינגל אידעלע מיין קינד טאמער מיינסטו אז דו ביסט אליין ניין ניין געב נאר א קוק וועסטו זען אז דו ביסט אין מיינע הענט כי הנה כחמר ביד היוצר כן אנחנו בידך חסד נוצר אוי רבונו של עולם איך בין אין דיינע הענט וואו איך גיי וואו איך שטיי איך שריי איך בין אין דיינע הענט דאס איז די ישועה עס ברענגט מיר מנוחה ווייל איך בין אין דיינע הענט

א איד

יעקב שוואקי

s0602 א איד יעקב שוואקי - composed by yitzy waldner lyrics by yitzy waldner & hershy weinberger- lechaim/a toast to life א איד יעקב שוואקי - composed by yitzy waldner lyrics by yitzy waldner & hershy weinberger- lechaim/a toast to life די הייליגע תורהדי לעכטיגע בוראאיי ס’איז גוט צו זיין א אידא מצוה – א תפילהזיין עם סגולהאוי ס’איז גוט צו זיין א איד די הייליגע שבתהבן עם הבתאיי ס’איז גוט צו זיין א אידדי יום טוב מיט טעמיןאלע צוזאמעןאיי ס’איז גוט צו זיין א איד איי ס’איז גוט צו זיין א אידאוי ווי וואויל צו זיין א אידווי געשמאק צו זיין א אידיא ס’איז גוט צו זיין א איד ווי לעכטיג ווי פייןווי הייליג ווי טייער ווי שייןואתם הדבקים בה’ אלוקיכם חיים חייםווי לעכטיג ווי פייןווי הייליג ווי טייער ווי שייןואתם הדבקים בה’ אלוקיכם חייםכולכם היום אוי אוי מי כעמך ישראלאוי אוי אשריך ישראל ווארעם געפילןלייגן תפיליןאיי ס’איז גוט צו זיין א אידנשמה טהורהמזוזה – מנורהאיי ס’איז גוט צו זיין א איד די ווארעמע סוכהאזוי זיס ווי צוקעראיי ס’איז גוט צו זיין א אידראש ישיבה – שיעוריםטייערע דיבוריםוויאזוי צו זיין א איד קינדער אין חדרא פסח – א סדראיי ס’איז גוט צו זיין א אידא ציצית – א טליתשבת’דיגע חלותאיי ס’איז גוט צו זיין א איד טאטע מיר לויבןדו האסט אונז דערהויבןאיי ס’איז גוט צו זיין א אידאשרינו שזכינואתה אבינומיר זענען דיין איד איי ס’איז גוט צו זיין א אידאוי ווי וואויל צו זיין א אידווי געשמאק צו זיין א אידיא ס’איז גוט צו זיין א איד ווי לעכטיג ווי פייןווי הייליג ווי טייער ווי שייןואתם הדבקים בה’ אלוקיכם חיים חייםווי לעכטיג ווי פייןווי הייליג ווי טייער ווי שייןואתם הדבקים בה’ אלוקיכם חייםכולכם היום אוי אוי מי כעמך ישראלאוי אוי אשריך ישראל

אלף בית גימל

יעקב שוואקי

s0683 אלף בית גימל יעקב שוואקי לחן ומילים: איצי וואלדנער | מוזיקה אלף בית גימל יעקב שוואקי לחן ומילים: איצי וואלדנער | מוזיקה אלף בית גימל אמונה און בטחון ברענגט אלף בית גימל אמונה און בטחון ברענגט גענוג געווארט שוין לאנג געווארט אידן אלע שרייט ברענגט ברענגט ברענגט די גאולה גיי'מיר שוין אהיים ברענגט ברענגט ברענגט די גאולה גיי'מיר שוין אהיים אלף בית גימל ברענגט ברענגט די גאולה איי איי איי

אמת

יעקב שוואקי

s0386 אמת יעקב שוואקי לחן: פינקי וועבער | לשם שמים אמת יעקב שוואקי לחן: פינקי וועבער | לשם שמים טאטע דיך צו דינען נאר מיט אמת כי אתה אלקים אמת טאטע דיך צו דינען נאר מיט אמת כי אתה אלקים אמת ודברך אמת וקים לעד לעבדך באמת כי אתה אלקים אמת ודברך אמת וקים לעד

ויאמר הנני

ישראל אדלער

s0788 ויאמר הנני ישראל אדלער ויאמר הנני ישראל אדלער ויהי אחר הדברים האלה והאלקים נסה את אברהם ויאמר אליו אברהם אברהם ויאמר הנני הנני ויאמר הנני הנני איך בין גרייט איך בין גרייט ויאמר הנני הנני ויאמר הנני הנני איך בין גרייט טאטע איך בין גרייט אוי אידעלע ווען דו ווערסט געפרואווט מ'נעמט זיך גארנישט אליין דער בעל הרחמים מיט דיר איז ער וויינט מיט דיין געוויין אוי אידעלע אפילו דו ווערסט געפרואווט געדענק דו ביסט נישט אליין דער בעל הרחמים צו דיר איז ער וועט דיר העלפן ביישטיין ויאמר הנני הנני ויאמר הנני הנני איך בין גרייט איך בין גרייט ויאמר הנני הנני ויאמר הנני הנני איך בין גרייט טאטע איך בין גרייט ויאמר הנני הנני ויאמר הנני הנני איך בין גרייט איך בין גרייט ויאמר הנני הנני ויאמר הנני הנני איך בין גרייט טאטע איך בין גרייט

לעכטיג

ישראל אדלער

s0440 לעכטיג ישראל אדלער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' ישראל אדלער | סינגל לעכטיג ישראל אדלער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' ישראל אדלער | סינגל ובכן ויהי בחצי הלילה בעטן מיר תאיר כאור יום חשכת לילה ווען וועט שוין זיין לעכטיג קרב יום נאר דו קענסט מאכן לעכטיג כי לך היום אף לך הלילה

מיין קינד

ישראל אדלער

s0587 מיין קינד ישראל אדלער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' ישראל אדלער | אורות מיין קינד ישראל אדלער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' ישראל אדלער | אורות איך האב געווארט אזא לאנגע צייט געווארט געהאלטן אפן פאר דיר מיין טיר און איך ווארט נאכאלץ פאר דיר ווען וועסטו צוריקקומען צו מיר איך ווארט און ווארט מיין טיר איז קיינמאל נישט פארשפארט איך ווארט און איך ווארט עד מתי ווען וועסטו שוין הערן מיין געשריי מיט פיל געגועים פאר מיין ילד שעשועים אוי מיין קינד אוי מיין קינד איך בענק דיר איך בענק דיר אצינד מיין קינד אוי מיין קינד קום נענטער קום נענטער צו מיר אוי מיין קינד אוי מיין קינד צווישן אונז איז אן אייביגע בונד שובו שובו אלי ואשובה אליכם איך האב געווארט אזא לאנגע צייט געווארט געהאלטן אפן פאר דיר מיין טיר און איך ווארט נאכאלץ פאר דיר ווען וועסטו צוריקקומען צו מיר אוי מיין קינד אוי מיין קינד איך בענק דיר איך בענק דיר אצינד מיין קינד אוי מיין קינד קום נענטער קום נענטער צו מיר אוי מיין קינד אוי מיין קינד צווישן אונז איז אן אייביגע בונד שובו שובו אלי ואשובה אליכם כל זמן דיין לעכטעלע ברענט מיין קינד ישראל איך וואנדער און איך וואונדער ווען וועט שוין קומען דאס מאל קול דודי דופק דודי דופק פתחי לי מיין טיר איז אייביג אפן פאר דיר אוי מיין קינד אוי מיין קינד איך בענק דיר איך בענק דיר אצינד מיין קינד אוי מיין קינד קום נענטער קום נענטער צו מיר אוי מיין קינד אוי מיין קינד צווישן אונז איז אן אייביגע בונד שובו שובו אלי ואשובה אליכם עד יום מותו תחכה לו אם ישוב מיד תקבלו

דא וואוינט א איד

ישראל ווערדיגער

s0071 דא וואוינט א איד ישראל ווערדיגער לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | דא וואוינט א איד דא וואוינט א איד ישראל ווערדיגער לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | דא וואוינט א איד ויהי בחצי הלילה דער באשעפער גייט אויסלייזן זיינע קינדער ויהי בחצי הלילה אט דער נאכט גייט ער ווייזן זיינע וואונדער און אויף יעדער אידיש הויז מיט א טענצל גייט ארויס און מיט ליבשאפט שרייט ער אויס איי דא וואוינט א איד איי ס'איז א אידישע שטוב א בית מלא אורה א בית מלא תורה א בית מלא קדושה ס'איז א אידישע שטוב

זרעא חיא וקימא

ישראל ווערדיגער

s0183 זרעא חיא וקימא ישראל ווערדיגער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | אודה לקל זרעא חיא וקימא ישראל ווערדיגער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | אודה לקל זרעא חיא וקיימא זרעא קינדערלעך בעטן מיר מיט טרערעלעך זרעא קינדערלעך געזונט און ערליך די לא יפסוק ודי לא יבטול מפתגמי אורייתא זרעא זרעא חיא וקיימא זרעא קינדערלעך וואס האבן פאר דיר מורא זרעא קינדערלעך וואס האבן ליב דיין תורה די לא יפסוק ודי לא יבטול מפתגמי אורייתא זרעא זרעא חיא וקיימא

כאפ א טענצל

ישראל ורדיגער

s0797 כאפ א טענצל ישראל ורדיגער לחן: מאיר אדלער - דא וואוינט א איד כאפ א טענצל ישראל ורדיגער לחן: מאיר אדלער - דא וואוינט א איד הריני מוכן ומזומן לקיים מצות בוראי לשמח חתן וכלה זאג נישט אז ס’פאסט נישט זאג נישט אז דו קענסט נישט הייב א פיסל כאפ א טענצללקראת חתן כלה זאג נישט אז ס’פאסט נישט זאג נישט אז דו קענסט נישט הייב א פיסל כאפ א טענצל לקראת חתן כלה

ואהבתך

ישראל ורדיגר

s0703 ואהבתך ישראל ורדיגר לחן: ??? \ אלבום: אשירה ואזמרה ואהבתך ישראל ורדיגר לחן: ??? \ אלבום: אשירה ואזמרה כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילהואהבתך אל תסיר ממנו לעולמים ואהבתך דיין ליבשאפט דיין בונד אל תסיר פון דיין באליבטער קינד קוק זיך אויף אונז אום אין גלות אומעטום ואהבתך אל תסיר ממנו לעולמים

אחד המרבה

לוי פאלקאוויטש

s0379 אחד המרבה לוי פאלקאוויטש לחן: וואלווי ליכטנשטיין | מילים: וואלווי ליכטנשטיין אברהם מרדכי שווארץ | טוב לי אחד המרבה לוי פאלקאוויטש לחן: וואלווי ליכטנשטיין | מילים: וואלווי ליכטנשטיין אברהם מרדכי שווארץ | טוב לי אז א איד טוט באמת כראוי ער נוצט אויס יעדע מינוט רחמנא ליבא בעי פאר'ן באשעפער איז אלעס גוט איינער איז שטארק איינער איז שוואך איינער קען מער און איינער ווייניג מ’פארלאנגט נישט פון יעדן גלייך די עיקר איז דאס הארץ אינעווייניג אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד יכון לבו לשמים אויב מיט אן אמת איז דאס וואס דו טוסט יא מיין קינד צו דיר איך גלוסט אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד יכון לבו לשמים מיין קינד פון דיר איך האב הנאה ווייל רחמנא ליבא בעי כל נדרי נאכט א יתומ’ל אין שול אינגאנצן צעבראכן עס טוט אים וויי ער קען נישט קיין ווארט ער וויל געבן געפיל א פייף מיטן מויל געט ער א געשריי אין בית מדרש עס ווערט א רעש א טומל דער בעל שם מאכט שטיל און רופט אויס ס’האט מבטל געווען א גזירה אין הימל אזוי ריין געקומען פון הארץ ארויס אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד יכון לבו לשמים אויב מיט אן אמת איז דאס וואס דו טוסט יא מיין קינד צו דיר איך גלוסט אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד יכון לבו לשמים מיין קינד פון דיר איך האב הנאה ווייל רחמנא ליבא בעי איינער צופרי אין די האנט א גמרא צו לערנען אפאר שעה ברצופין אין א שווערע סוגיא פארטיפט מיט א סברא דער באשעפער גלוסט בכסופין איינער צופרי אין ארבעט יאגט זיך צו ברענגען פרנסה פאר זיין שטוב מיטהאלטן דעם שיעור ביינאכט ער פלאגט זיך דער באשעפער האט דיך אזוי ליב אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד יכון לבו לשמים אויב מיט אן אמת איז דאס וואס דו טוסט יא מיין קינד צו דיר איך גלוסט אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד יכון לבו לשמים מיין קינד פון דיר איך האב הנאה ווייל רחמנא ליבא בעי

בייגעלע

לוי פאלקאוויטש

s0218 בייגעלע לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | אחכה לו בייגעלע לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | אחכה לו אין שטוב אינעם הייליגן הויף ביים צדיק ר' הערשעלע זידיטשוב ס'איז טונקל אין זיין ווינקל דאס לעכטעלע ברענט און צאנקט ער לערנט תורה אויף זיין קול מיט א געזאנג מ'שפירט אין הויז דאס דחקות און קלעם נאר פארנומען מיט עבודת השם קיין ברויט עפעס עסן אויפן טיש געפינט מען נישט ווען פלוצלינג דער צדיק הערט א געוויין וואס נאר העכער ווערט זיין טאכטערל בעט אירע אויגן ער זעט פארטרערט פון הונגער איך גיי שוין אויס ברענג עפעס עסן אין הויז א בייגעלע קויף פאר מיר אין מארק גיי ארויס מיין קינד נעם אין אכט יעצט איז טונקל אינמיטן די נאכט ס'איז ביי מיר נישט קיין שאלה די געשעפטן זענען אלע פארמאכט ווען לעכטיג וועט ווערן צופרי נשמה'לע זאג איך דיר צו איך וועל לויפן דיר קויפן מחיה זיין נאך ווי טאטע אפילו אינדרויסן איז פינסטער און שווארץ דווקא יעצט דערקוויק מיר מיין הארץ איך ווייס דערפון ווען שיינען די זון מיין הונגער שטילן וועסטו אבער טאטע יעצט איז די קונץ נישט מארגן צופרי דער צדיק ווענדט זיינע הייליגע אויגן צום הימל גלייך באשעפער דיינע קינדערלעך בעטן דאך די זעלבע זאך מיר ווייסן אזוי לעתיד לבא וועט זיין א שפע אן א צאל אבער ביז אהין אזויפיל ישועות דארף כלל ישראל פול מיט פלאג פול מיט צער מאכט מען מיט אין דעם גלות המר הבט וראה טאטע געטריי אין אונזער געפאר באשעפער דיין פאלק זי שטייט אין חשכות אין טונקלקייט דאס הארץ צעבראכן פארקלעמט ס'בעט און ס'שרייט טאטע אבינו אב הרחמן המרחם באלייכט שוין אויף דאס אידישע היים יעדע איד דארף א שפע רב פרנסה נחת און געזונט עפן די טויערן און געב השפעות פאר דיין קינד טאטע מיר זענען דאך ביי דיר אזוי געשעצט באווייז דיינע וואונדער פאר אונז די קונץ איז דאך יעצט שתרחמני עוד בגלותי לגאלני אין גלות אין אונזערע טעג בימינו

המלאך

לוי פאלקאוויטש

s0181 המלאך לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | טוב לי המלאך לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | טוב לי המלאך הגואל אותי מכל רע יברך את הנערים גאט זאל דיר שיקן א מלאכ'ל א מלאכ'ל וואס היט דיר אייביג אפ דו ביסט נאך קליין געסט א געוויין קומט ער צו גיין פון גאט אליין דער מלאכ'ל וואס היט דיר אייביג אפ

הנסתרות

לוי פאלקאוויטש

s0230 הנסתרות לוי פאלקאוויטש לחן: ר' מרדכי אלעזר הירש | אחכה לו הנסתרות לוי פאלקאוויטש לחן: ר' מרדכי אלעזר הירש | אחכה לו הנסתרות לה' אלקינו והנגלות לנו ולבנינו עד עולם לעשות את כל דברי התורה הזאת מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים ווייל מאתו לא תצא הרעות אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן מיר ווילן זען מיט די אייגענע אויגן דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס מיר בעטן אבינו מלכנו בטל מעלינו כל גזרות קשות ורעות הראנו השם חסדך וישעך תתן לנו קומה עזרתה לנו ופדנו למען חסדך

טוב לי

לוי פאלקאוויטש

s0540 טוב לי לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | טוב לי טוב לי לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | טוב לי כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזבו טוב לי תורת פיך ס'איז גוט טוב לי תורת פיך ס'איז זיס מאלפי זהב וכסף מער פון אלע געלט טוב לי תורת פיך ס'איז גוט טוב לי תורת פיך ס'איז זיס די בעסטע שענסטע זאך אויף דער וועלט

ימות המשיח

לוי פאלקאוויטש

s0634 ימות המשיח לוי פאלקאוויטש לחן: פיני אסטרייכער \ מילים: אברהם מרדכי שווארץ \ אלבום: טוב לי ימות המשיח לוי פאלקאוויטש לחן: פיני אסטרייכער \ מילים: אברהם מרדכי שווארץ \ אלבום: טוב לי געקומען פון די גאנצע וועלט א בית המקדש אויפגעשטעלט אידן פארשידן אלעס ווי איין מ'דינט דעם באשעפער אליין ווי הערליך איז דאס בילד די גאסן זענען איבערגעפילט די פעלקער מיט מורא א ציטער מ'האט יעדע שטיינדעלע צוגייט פאר גאט דער אלטער מיט'ן טעם זקנים דערציילט זכרונות פאר יעדן איינעם קינדער אומעטים שפילן זיך רואיג שיין ארום קיינמאל נאכט קיינמאל טינקל די זון זי שיינט אין יעדן ווינקל פון דאגות ווער דען ווייסט אלעס לעבט מיט א העכערן גייסט א פרישע קדושה א שמייכל פון שמחה ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט גאנץ כלל ישראל טוט דעם רצון השם מיט אחדות און הייליקייט א גלעזל גיסט מען אן פון פלאש ארץ זבת חלב ודבש אינטערן ביימעלע אנגעלאנט מיט א ספר'ל אין די האנט שמחתי איך בין גאר פרייליך באומרים לי בית השם נלך עסן פלייש און וויין קומען עולה רגל זיין לווים זינגען שיר המעלות די שכינה הקדושה מ'זעט התגלות א ניגון הארציג שיין וואס באנעמט די נשמה אליין א פרישע קדושה א שמייכל פון שמחה ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט גאנץ כלל ישראל טוט דעם רצון השם מיט אחדות און הייליקייט הרחמן הוא יזכנו לימות המשיח דעם הייליג שיין זאלן מיר שוין זוכה זיין ותחזינה ותחזינה עינינו בשובך לציון טאטע קער דיך צוריק ברענג אונז שוין די טעג פון גליק

סוד של משקה

לוי פאלקאוויטש

s0528 סוד של משקה לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | טוב לי סוד של משקה לוי פאלקאוויטש לחן ומילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | טוב לי ביים צמח צדק האט דער סיפור פאסירט ווען מיט חסידים א פארברענגען געפירט די חסידים מיט דארשט געטרונקען אין טיפע מחשבות פון חסידות פארזינקען מ'גיסט אן גלעזלעך משקה איינס נאכן צווייטן די שמחה טוט זיך גאר שנעל פארשפרייטן מיט הארציגע ניגונים געזאנגען אבער פלוצלינג די משקה איז אויסגעגאנגען מ'קוקט און מ'זוכט און עצות מ'קלערט יעדן פלאש אויפן טיש שוין איבערגעקערט באשעפער מ'וויל זיך פרייען למען שמך נישט דא מיט וואס להשקות צמאי חסידיך דער צמח צדק בעט פון א חסיד גאר געטריי זלמ'לע טו א טובה ברענגען משקה גיי גלייך נאכן רבינ'ס באפעל געשווינד ער לויפט אין די גאסן זוכן בראנפן אצינד ס׳שפעט אין די נאכט נישט אפן קיין געשעפט פון די גוטע שארפע סחורה וואו מ'טרעפט ער זעט פונדערווייטן ס'איז ניכר עס קומט אים אנטקעגן איוואן דער שיכור ער גייט דארט אזוי מיט וואקלדיגע טריט אין די הענט א באטל וואדקע מיט א גוטן אפעטיט אזא אוצר ער טוט פארמאגן הלואי הלואי פארן רבי'ן צו טראגן לאמיך נאר מיט אים דעם געשעפט שליסן און ביים פארברענגען וועט זיך ווייטער די משקה גיסן צום שיכור לויפט ער צו די מקח צו מאכן אבער דער גוי טוט אים אין פנים לאכן ניין ניין ניין שרייט ער בשום אופן דאס פלעשעלע וועל איך דיר נישט פארקויפן ער כאפט עס אן לאזט עס נישט ארויס פון האנט זלמ'לע שטייט און העכערט דעם פרייז נאכאנאנד ביז פופצן רובל טבין ותקילין אזא געלעגנהייט וויל ער נישט פארשפילן מער פון דעם האט ער שוין נישט אין זיין טאש אבער איוואן דער שיכור איז נישט מוותר אויפן פלאש זאגט אים זלמן א קשיא מיר עס פלאגט פארוואס האסטו פופצן רובל אפגעזאגט זיך באנארישט אויף אזא פרייז וואלסט געקענט דערמיט קויפן די האלבע גאס איוואן ביסט נישט קיין נאר דיין קאפ ארבעט גוט וואלסט געקענט ווערן אן עושר אין איין מינוט קוק ארום די אלע הייזקעלעך קליינע זיי וואלטן יעצט געקענט גאר ווערן דיינע איוואן קוקט צוריק מיט א בליק פון רחמנות און ענטפערט אים מיט שפאס און ליצנות אוי זלמ'לע אוי זלמ'לע דו נאר איינער מיט דעם פלעשעלע ווערט גאנץ פעטערבורג מיינער איך טרינק מיט א געשמאק און איך ווער גאר הויך איך קען דערזען וואס איך וויל אין מיין מח איך קען גאר שפירן ווי דער צאר ווי א גביר דעמאלטס בין איך בעל הבית און ס'האט נישט קיין שיעור ר' זלמן לויפט צוריק צום רבי'ן מיט זריזות דער עולם באטראכט אים די משקה וואו איז עס?רבי קיין בראנפן האב איך נישט א שאד אבער איך האב מיטגעברענגט אן אנדערע אוצר אנשטאט דער סוד פון משקה טו איך שוין פארשטיין איך האב עס מקבל געווען פונעם שיכור אליין ווען מ'איז בשמחה אויפגעלייגט דעמאלטס גאר הויך דער מענטש ער שטייגט גארנישט איז צו גרויס גארנישט איז צו שווער מיט שמחה קען מען דערגרייכן מער און מער די כוח פון שמחה ווערט קיינמאל אפגעשטעלט און דעמאלטס קען מען האבן די גאנצע וועלט

קול דודי

לוי פאלקאוויטש

s0591 קול דודי לוי פאלקאוויטש לחן: ר' ישעי' גראס | אחכה לו קול דודי לוי פאלקאוויטש לחן: ר' ישעי' גראס | אחכה לו אני ישנה אוי ולבי ער קול דודי דופק דופק פתחי לי יעצט פאר מיר עפן אויף דיין טיר פתחי לי פתחי לי קלאפ קלאפ קלאפ ביי מיר קלאפ קלאפ איך עפן דיר קלאפ קלאפ אידעלע איך ווארט שוין לאנג אויף דיר קול דודי דופק דופק פתחי לי יעצט פאר מיר עפן אויף דיין טיר פתחי לי פתחי לי

בני חיי מזוני

לוי פאלקאוויטש, הערשי ראטענבערג

s0650 בני חיי מזוני לוי פאלקאוויטש הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל בני חיי מזוני לוי פאלקאוויטש הערשי ראטענבערג לחן ומילים: הערשי ראטענבערג \ אלבום: סינגל בני חיי מזוני וסייעתא דשמיא ובריות בריות גופא ונהורא מעליא ווען א חבר מאכט א שמחה זינגט מען ווען א חבר מאכט א שמחה טרינקט מען ווען א חבר מאכט א שמחה וואונטשט מען אוי לחיים אוי לחיים לאמיר וואונטשן בני זינגט׳ס אמן אמן לאמיר וואונטשן חיי זינגט׳ס אמן אמן לאמיר וואונטשן מזוני זינגט׳ס אמן אמן

יש תקוה - אידיש

לייבי מאשקאוויטש

s0320 יש תקוה - אידיש לייבי מאשקאוויטש לחן: ארי גולדוואג | מילים באידיש: לייבי מאשקאוויטש יש תקוה - אידיש לייבי מאשקאוויטש לחן: ארי גולדוואג | מילים באידיש: לייבי מאשקאוויטש וואו מ'קוקט - וואו מ'בליקט די וועלט אזוי געדריקט ס׳דא צרות - ס׳דא דאגות איעדער מיט זיין פראגעס וואו מ'גייט זעט מען שווארץ ס׳טוט וויי ס׳ציפט דאס הארץ געדענק אבער אז ניין ס׳וועט שנעל אריבערגיין יש תקוה - אין די לופטן זיך אויפהייבן יש אמונה - מיר אלע טוען גלייבן מער נישט געפאלן - ס׳וועט שטראלן ווייל יעדער גלייבט אין ג-ט יש לנו ה׳ אחד! ברודער לעבן קום אהער שטיי אויף וויש אפ דיין טרער דארפסט נישט זארגן - געדענק אז מארגן גארנישט וועט זיין מער הקדוש ברוך הוא וואס איז דער איינציגער ג-ט וועט אונז היטן טריט און שריט ווייל ליב אונז ער האט יש תקוה - אין די לופטן זיך אויפהייבן יש אמונה - מיר אלע טוען גלייבן מער נישט געפאלן - ס׳וועט שטראלן ווייל יעדער גלייבט אין ג-ט יש לנו ה׳ אחד!

א כפרה

ליפא שמעלצער

s0094 א כפרה ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בדרך א כפרה ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בדרך קומט א אידל צו דער רבי און ער זאגט איך וויל אייך באדינען אלס משרת אזוי וועל איך לערנען וויאזוי מ’שלאגט וויאזוי דער רבי שלאגט כפרות רבי כ’האב איין איינציגע מטרה אויך פאר מיר צו האבן א כפרה א כפרה א כפרה א כפרה א כפרה מיין חסיד לאז צורו זאגט דער רבי אזוי איידל איך האב פאר דיר אן עצה א קלארע לויף אין דערפל צו אין קרעטשמע פון ר’ זיידל און זע וויאזוי ער שלאגט זיך זיין כפרה דער חסיד גייט פארטראכט אז דער רבי הייסט אים לויפן איז נישט דא א ספק די קלענסטע און פונקט אינמיטן די נאכט קומט ער בראנפן קויפן באהאלט זיך אין א זייט נעבן פענסטער צו זען דעם זה חליפתי זה תמורתי זה כפרתי זה חליפתי זה תמורתי זה כפרתי זה חליפתי אוי אוי אוי זה כפרתי ער זעט ווי ר’ זיידעלע ער נעמט ארויס צוויי ביכער פון אויגן עס גיסט אים א גאס איך דארף שוין שלאגן יעצט כפרות וואס גיכער שוין ערב יום כיפורים נאך עלות באשעפער כ’האב איין איינציגע מטרה איך זאל שוין האבן א כפרה א כפרה א כפרה א כפרה א כפרה צוויי ביכער האט עבירות יסורים די פיל עבירות הייבט אים אן צו שרעקן דו ביסט דער איינציג גאט זע מיינע חיבורים נאר דו קענסט ביידע אפמעקן איך האב געזינדיגט ניסן אייר סיון תמוז אב אלול מעק אויך אויס מחה מ’האט דאך מיך געשמיסן פון צאפן בלוט א ים איז דאס שטייט דאך אין די ביכל נומער צוויי פאר אלע מיינע זינדן און מיינע עוונות’לעך תשובה טון צו דיר אזוי-איכ'על פיל צרות מיר געשינדן מוחל זיין דיר שוין-וועל-איך טאטע זיי מיר אויך מוחל זה חליפתי אוי אוי אוי זה תמורתי אוי אוי אוי זה כפרתי אוי אוי אוי זה חליפתי אוי אוי אוי זה תמורתי אוי אוי אוי זה כפרתי אוי אוי אוי זה חליפתי אוי אוי אוי זה כפרתי מיר לעבן היינט אין א דור אזוי פינסטער בעיקבתא דמשיחא מער ווי דו פארלאנגסט פון אים ער ארבעט אן אומזינסטער דער יצר הרע לאזט אונז נישט מנוחה באשעפער נאר איין איינציגע מטרה דער יצר זאל שוין זיין אונזער כפרה דער כפרה דער כפרה א כפרה אלס כפרה צו זיך אליין ער ברומט איך שרייב מיינע חיבורים פיר און צוואנציג שעה אן א פריי טאג און ער אליין באשטימט יעדעם זיין יסורים ער ברענגט פיל צער און ווייטאג ביי אים וואס הייסט געווינען צעברעכן ווי א שארבן דער זינד זאל ברענגען פיל שרעק מ’קען אבער געווינען אויך נאך זיך פארדארבן אז מ’איז נישט צעבראכן לויפט ער אוועק אין איין בוך ער שרייבט די קליענטן ווער זיי זענען אין צווייטן בוך פארשרייבט ער זיי צום שלעכטן באשעפער ס’איז שוין צייט ביידע ביכלעך צו פארברענען און אים אלס א כפרה זאל מען שעכטן א יעדער אידיש פונק וועט פלאמען אין עזרה ואתא הקדוש ברוך הוא ושחט צו טון א מצוה איז גרינג איך תאוה צום גמרא מ’וועט זינגען שבת אחים גם יחד זה חליפתנו אוי אוי אוי זה תמורתנו אוי אוי אוי זה כפרתנו אוי אוי אוי זה חליפתנו אוי אוי אוי זה היצר הרע ילך למיתה ואנחנו נכנס ונלך לחיים טובים ארוכים ולשלום

א פשוט'ער איד

ליפא שמעלצער

s0388 א פשוט'ער איד ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | א פשוט'ער איד א פשוט'ער איד ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | א פשוט'ער איד איך גיי אויף דעם דרך זייט איך בין געבוירן די זעלבע וועג בערך אבער צעמישט און פארלוירן אין וועלט אריין גיי איך פון די נייע דורות ס’איז היינט אן אנדערע ריח דאך די זעלבע תורה כ’וועל נישט זיין געפאלן כ’וועל בלייבן א העלד פון באשעפער'ס גענעראלן כאטש ס’איז א שווערע וועלט א צדיק בין איך נאך נישט אבער איך ווער נישט מיד אויפגעגעבן האב איך דאך נישט איך בין א פשוט’ער איד און אפילו א תפילה איך פארשטיי נישט צעבראכן ווערן פון דעם איך גיי נישט ווייל איך רעד צו טאטי אויף מיין פשוט'ע שפראך פונקט ווי א בעבי וואס האט נישט קיין ציין און קען נישט רעדן נאר מיט געוויין וואס דאס קינד וויל פארשטייט דאך מאמי גלייך ווען איינער טוט השתדלות ווער קען שאצן די ווערד וואס איז באמת א גדלות אפשר אויבן קוקט מען פארקערט א צדיק איז מען נאך נישט טאר מען נישט ווערן מיד אויפגעבן טאר מען דאך נישט איר זענט א פשוט’ער איד כ’וויל אויפהערן פרעגן און וועלן אלעס פארשטיין אויף פשוט'ע וועגן וויל איך ענדערש גיין כ’וועל מיך נישט אפשוואכן כ’קען גיין קליינע טרעפ און אויפטון גרויסע זאכן סטעפ ביי סטעפ כ’בין אפשר נישט דער גרעסטע דאך בין איך א העלד איך פרוביר מיין בעסטע כאטש נישט יעדן אלעס געפעלט כ’פיר שווערע מלחמות אוי מיט שונאים געפערליכע אז די יונגע נשמות זאלן וואקסן ערליכע ס’איז גארנישט ווערד דער שיפס-קאפיטאן אן די מאנשאפט אויסצופירן דעם פלאן ווייל יעדער האט א חלק אין דעם קריג אפילו אויב מ’איז נאר דער קעכער פון די ארמיי דאך בין איך זיכער אז ס’איז כדאי יעדער נעמט אנטייל אין דעם גרויסן זיג מען טאר נישט זיין געפאלן מ’דארף בלייבן א העלד פון באשעפער'ס גענעראלן כאטש ס’איז א שווערע וועלט א צדיק בין איך נאך נישט דאך ווער איך נישט מיד אויפגעבן טאר איך דאך נישט כ’בין א פשוט’ער איד זייט איך גיי אויף דעם דרך האט זיך געעפנט נייע טויערן ס’איז מער נישט בערך ס’איז מער נישט צעמישט און פארלוירן יא איר טוט השתדלות יא ס’איז זיכער ווערד ס’איז א גרויסע גדלות און אויבן ווערט עס דערהערט אויב א צדיק זענט איר נאך נישט טאר מען נישט ווערן מיד אויפגעבן טאר מען דאך נישט מ’איז כאטש א פשוט'ע איד רבי ר’ זושא פלעגט אלץ זאגן פרייליך מ’וועט מיר נישט שמייסן פאר’ן נישט זיין ווי מיילעך דאס בעסטע וואס איך קען זיין דאס וויל מען פון מיר איך בין ליפא איך בין נישט די גרעסטע אבער איך וויל פרובירן מיין בעסטע איך בעט דיך טאטי העלף מיר ווען איך פרוביר איך וועל נישט זיין געפאלן כ’וועל בלייבן א העלד פון דיינע גענעראלן כאטש ס’איז א שווערע וועלט א צדיק בין איך נאך נישט זע איך זאל נישט ווערן מיד אויפגעבן טאר מען דאך נישט איך בין א פשוט’ער איד

אביי ורבא

ליפא שמעלצער

s0532 אביי ורבא ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בבליפא️ אביי ורבא ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בבליפא️ אדם אומר דבר שמועה מפיו שפתותיו דובבות בקבר א מענטש דא אין א קורצע צייט גרייכט א באגריף וואס אייביג בלייבט מעל ומעבר א מענטש אויף דער וועלט לערנט מאכט א גרויסע טויש דער ניגון קען א הארץ אין מארס נאך ציפן טויזנט יאר ארום א דור פון יואל צו "מויש" דיין אייניקל מיט דיין ליפן פון רב ושמואל ביז ריבניץ אדער כפר חב"ד פון דער הייליגער וואלאזשינער צו חסידישע יונגעלייט גייט נאך אן די זעלבע דף מיט געשמאק וואס געלערנט אין קראלי צפת איראק אזוי האב איך געהערט פון דער גבאי פון דער הייליגער ריבניצער אז רבי חיים זאנוויל פלעגט זינגען תורה תורה תורה תורה תורה הקדושה אביי ורבא אביי ורבא אביי ורבא קדישא מיר וואוינען דא נישט לאנג דאך עס שפירט נישט וואר ווייל ישיבות און שולן שטייט אויף יעדע געסל אין איראק געוואוינט דער אידצוויי טויזנט זעקס הונדערט יאר ישיבות לענגער ווי דא און אין יוראפ די אכט הונדערט יאר גמראוואס מ'האט דארט אין ישיבה שטודירט אויך די זאמד ארום האט שוין פארגעסן מחלוקת אמוראים וואס מ'האט דארט געפירט בלייבט און וועט אריינגיין אין קאפ ווייל די ווענט און הייזער וואס מ'האט פארברענט קען נישט לעשן די ווערטער פון יארן טרערן און בלוט לערנט א איד א נייע קוועטש א דריי די הענט קומט דער זיידע די ליפן שעפשעט מיט תורה תורה תורה תורה תורה הקדושה אביי ורבא אביי ורבא אביי ורבא קדישא

אהיים

ליפא שמעלצער

s0631 אהיים ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער \ אלבום: בדרך אהיים ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער \ אלבום: בדרך אהיים אוי אהיים עס בויעט זיך אויף א היים א בית נאמן בישראל עס בויעט זיך אויף א הערליך היים עס בויעט זיך אויף א שיינע היים א בית נאמן בישראל אהיים אוי אהיים עס בויעט זיך אונזער היים עס קומט שוין אהן די גאולה די בית המקדש אונזער היים באלד מיר גייען שוין אהיים אהיים אוי ברודערלעך אהיים מזמור שיר חנוכת הבית מזמור מזמור שיר חנוכת הבית חנוכת הבית מזמור מזמור שיר אהיים אהיים מ׳גייט שוין באלד אהיים עס קומט שוין אהן די ישועה אהיים אהיים מ׳גייט שוין באלד אהיים שנת גאולה וישועה

אחרון אחרון חביב

ליפא שמעלצער

s0424 אחרון אחרון חביב ליפא שמעלצער לחן: שלום עזרי | מילים: ליפא שמעלצער שלום עזרי | מעומקא דליפא אחרון אחרון חביב ליפא שמעלצער לחן: שלום עזרי | מילים: ליפא שמעלצער שלום עזרי | מעומקא דליפא אחרון אחרון חביב אחרון אחרון חביב משיח איז נישט געקומען אין צייטן פון ראשונים אונז נישט אהיימגענומען אין צייטן פון אחרונים דאך האבן מיר א טרייסט צו ווערן אויסגעלייזט ווייל אחרון אחרון חביב משיח איז נישט געקומען אין צייטן פון קדמונים אונז נישט אהיימגענומען בזמן צדיקים וגאונים דאך האבן מיר א טרייסט צו ווערן אויסגעלייזט ווייל אחרון אחרון חביב

אל תדון

ליפא שמעלצער

s0158 אל תדון ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בלי עין הרע אל תדון ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בלי עין הרע ס׳איז מאדנע די מענטשנ׳ס אויפפירונגען וויאזוי קען א מענטש אזוינס טון כ׳פארשטיי ס׳איז פארהאן פיל מענטשן פון יעדן מין אבער די שרעקליכע פאסירונגען וואס איך האב געהערט יעצט אויף אים ווי פירט ער זיך וואו האט ער געלערנט ביי וועם אל תדין חברך אל תדין חברך עד שתגיע למקומו אל תדין חברך אל תדין חברך עד שתגיע למקומו צי האסטו געהאט זיינע יונגע יארן צי האסטו בכלל די זעלבע נאטורן אין יענעמ'ס מצב שטענדיג לייג זיך אריין דו אין זיין שוך וואו וואלסטו פארפארן מ׳דארף נישט געדענקען פון יענעמ׳ס חסרון מ׳קען דאך קיינעם קיינעם נישט דן זיין מענטשן קוקן ביי יענעם און אזוי מ׳פארגעסט שוין פון זיך וואס טוט זיך ביים צווייטן מ׳קען באלד שרייבן א בוך דער צווייטער מאכט מיט א גיהנום און פונדרויסן עס איז נישט באקאנט ס׳גארנישט אומזיסט ער פירט זיך אויף אינטערעסאנט אל תדין חברך אל תדין חברך עד שתגיע למקומו אל תדין חברך אל תדין חברך עד שתגיע למקומו צי האסטו געהאט זיינע יונגע יארן צי האסטו בכלל די זעלבע נאטורן אין יענעמ'ס מצב שטענדיג לייג זיך אריין דו אין זיין שיך וואו וואלסטו פארפארן מ׳דארף נישט געדענקען פון יענעמ׳ס חסרון מ׳קען דאך קיינעם קיינעם נישט דן זיין פון נישט זען קיין שלעכטס האט קיינער נישט שאדן וואויל איז פאר דער וואס געדענקט אל תדין א איד קוקט נאר גוט סיי וויאזוי מ׳איז לאמיר נאר יענעם דערהייבן און לויבן דאן וועט אונז דער גרויסער באשעפער פון אויבן דן זיין לכף זכות

אנא השם

ליפא שמעלצער

s0177 אנא השם ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | הלל אנא השם ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | הלל אנא השם הושיעה נא אנא השם הצליחה נא העלף שוין טאטע איך בעט דיך העלף דיינע קינדער העלף שוין טאטע מיר בעטן העלף דיינע קינדער

אני מאמין

ליפא שמעלצער

s0214 אני מאמין ליפא שמעלצער לחן: ר' עזריאל דוד פאסטוג הי"ד | מילים: ליפא שמעלצער | לטובה אני מאמין ליפא שמעלצער לחן: ר' עזריאל דוד פאסטוג הי"ד | מילים: ליפא שמעלצער | לטובה דער באן זיי עס פירט א טויט שרעק מ'שפירט שוין נישט געגעסן עטליכע טעג מ'פירט זיי יעצט קיין אוישוויץ אויפן וועג זינגט זיך א איד ווען דער רשע אויף אים האסט א ניגונ'דל וואס ער אליין האט דאן פארפאסט דער גאנצער באן זינגט מיט ער וויינט גארנישט אליין עס וויינען מיט די ווענט די ערד און יעדע שטיין נישטא וואס צו שלינגען קוים קוים כח צו זינגען עס וויינט מיט דער גאנצער ציבור א ניגון לאזן מיר דא איבער די לידעלע וואס האלט און הימלען עס שפאלט לאמיר זינגען אני מאמין אין פייער און פלאמען געבלוטיגט האט ימ'ען פון ברידער שוועסטער טאטע מאמען און דאך געשריגן אני מאמין טאטע קוק זיך דא אים אין מיינע שווערסטע רגעים עם כל זה אני מאמין תחיית המתים שטייט דאך שוין ביים ברעג זיך טרעפן מיט די הייליגע אפשטאמען ואף על פי מען זעט נאכנישט קיין עק עם כל זה אני מאמין עס ציטערט יעדע נשמה ס'איז היינט א פרישע מלחמה שרעקליכע נייעס הערט מען איבעראל אין חוץ לארץ אין ארץ ישראל די שוידערליכע טראגעדיעס די באמבעס וואס שיסן טייכן טרערן טייכן בלוט זיי גיסן נישט קיין שמירה נישט קיין פאליטיק זעט יעדער איין אזוי נאר דער בורא אין עוד מלבדו די חתונה זאלן אויף פיצלעך געפאלן אן העליקאפטער אין פייער עס פאלט א יונגערמאן ער גייט אויס אין וואלד בנינים פון גרעסטן כח אפילו הונדערט צען שטאק הויך אין סעקונדעס צעפיצלט פארברענט מיט עראפלאנען אין פייער און פלאמען געבלוטיגט האט ימ'ען פון ברידער שוועסטער טאטע מאמען און דאך געשריגן אני מאמין בביאת המשיח בביאת המשיח אני מאמין טאטע טאטע הער אונז שוין צו בעטן מיר ביראה ובאימה ואף על פי נישט זוכה געווען דערצו ווארטן מיר אויף די גאולה שלימה אידאלעך גרייט אייך ברידערלאך פרייט אייך צו תחיית המתים וועט מען זוכה זיין יתומים מיט אלמנות מער נישט קיין רחמנות דער יתום טרעפט דער טאטע די אלמנה טרעפט איר מאן און אלע יתומים און אלע אפשטאמען וועלן זיך טרעפן נאכאמאל צוזאמען טרערן פון שמחה וועט מען גיסן ימ'ען בתחיית המתים אני מאמין בתחיית המתים אני אני מאמין אני אני מאמין באמונה שלימה בתחיית המתים אני אני מאמין אני אני מאמין באמונה שלימה אליהו הנביא קומט דאך שוין צו רייטן אט אט מען זעט שוין משיח פונדערווייטן מיר וועלן אהיימגיין ברידערלעך צוזאמען בביאת המשיח אני מאמין

ארפא

ליפא שמעלצער

s0357 ארפא ליפא שמעלצער לחן: ר׳ ישעי' אונגער ע״ה | למרנן ארפא ליפא שמעלצער לחן: ר׳ ישעי' אונגער ע״ה | למרנן ארפא משובתם אוהבם נדבה דער אייבערשטער האט אונז דאך ליב און יענער צד פארנעמט דאס ניט פארענטפערט אונז גאט באיזה אופן ער האט אידן זענען זייער גוט און טאמער נישט דא קיין תירוץ אן ענטפער מיט א פירוש איך דארף נישט קיין תירוצים ווייל אן שום פירושים איך האב מיינע קינדערלעך ליב ארפא משובתם אוהבם נדבה דו האסט דאך אונז באמת ליב פארוואס זענען מיר אזוי באטריבט א ישועה וועט זיין פאר אונז ביידע צוזאם ווען דו נעמסט אונז צוריק אהיים האלז אונז ארום געשווינד ווי א מאמע איר טייערע קינד מיר וועלן שוין זיין וואויל און פיין מיר זאגן דיר צו אצינד

בך בטחו

ליפא שמעלצער

s0129 בך בטחו ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | געוואלדיג בך בטחו ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | געוואלדיג בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו באשעפער איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא די אמונה און בטחון וואס האט געהאט מיין טאטע געבליבן א יתום איז ער פארשווימען אין זיין אייגענע טרער און דאך בך בטחו אבותינו באשעפער איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא ווי קען איך צוקומען צו אמונה פון מיין טאטע אמונה און בטחון נאך מער ווייל דאס איז מיין איינציגע געווער אביסעלע בך בטחו אבותינו בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו באשעפער איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא די אמונה און בטחון וואס האט געהאט מיין טאטע געבליבן א יתום איז ער פארשווימען אין זיין אייגענע טרער און דאך בך בטחו אבותינו באשעפער איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא ווי קען איך קומען צו די אמונה פון מיין טאטע אמונה ובטחון נאך מער ווייל דאס איז מיין איינציגע געווער כאטש אביסעלע בך בטחו אבותינו אליין אין בערגן-בעלזן שטארק שטערקער ווי פעלזן עייל נפיק עייל שייף מיט סאטמארער רב און ר’ יונתן שטייף אמונה ובטחון זיך געשטארקט מיט אידישקייט איך וויל אביסעלע אמונה און בטחון טאטי טאטי טאטי טאטי מיין הארץ און קאפ אויסוואשט עס לעבן מיט א פשטות פון אמונה פשוטה יא טאטי טאטי טאטי מה-דאך אז די אידן האבן זיך געשטארקט ווען מ’האט זיי אנגעכאפט ביים קארג קל וחומר מיר קענען זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון

געקניפט און געבינדן

ליפא שמעלצער

s0704 געקניפט און געבינדן ליפא שמעלצער לחן: ליפא שמעלצער \ אלבום: 4 רצועות געקניפט און געבינדן ליפא שמעלצער לחן: ליפא שמעלצער \ אלבום: 4 רצועות איך בינד און בינד און בינד ארום מיין הענטאיך לייג "של ראש" אויף מיין קעפעלעפיר אינטערשפילן קומען דורך די ווענטיעדע צופרי איך שטייג נאך א טרעפעלע איך דריי א שין און נאך א שין גלייךדי רצועה׳לע אויף מיין פינגערלא שטילע שעפשע לעכערט אויף דעם דאךעס ברענגט אונז נענטערס׳שטילט מיין הונגערל דער תפילין ברענגט אונז ביידע ליבשאפטווייל עס ברענגט פיל נענטער דער איד מיט דער שכינהעס שטארקט מיין זעל און געבט מיר וואס איך דארףווען איך הייב אן מיין טאג מיט א ווארעמע תחינה געקניפט און געבינדןעס ווערט נישט פארשווינדןדער קשר צו דיר שכינה לאמיר רעדן אפןס׳איז דא ביי ווערלייגן תפילין אינדערפרי קומט זיי אן שווערעס איז צום האפן אז דייקא ערוועט וויסן וואס עס טוט אויף וועט ער לייגן מער נישטא נאך א באהעפערוואס קען דיר באהעפטןצו ברענגען ליבשאפט צווישן דיר און גאטזיך בינדן צום באשעפער מיט נייע קרעפטןדי הייליגע תפילין דאס איז אונזער סוד געקניפט און געבינדןעס ווערט נישט פארשווינדןדער קשר צו דיר שכינה עס ווערט נישט פארשווינדןגעקניפט און געבינדןס’וואשט מיינע זינדן

דאס פינטעלע איד

ליפא שמעלצער

s0692 דאס פינטעלע איד ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | מעומקא דליפא דאס פינטעלע איד ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | מעומקא דליפא ווען ס’איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן געדענק אז ס’איז דא איין פינטל וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן און וועט אייביג ברענען דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן וויאזוי מיר זענען אוי אוי אוי דאס פינטעלע איד אוי אוי אוי דאס פינטעלע איד ווען א מענטש זאגט איך בין נישט גלויביג זאלסטו אים גארנישט גלייבן זיין פענסטער איז אביסל שטויביג און נאר דו קענסט אים אויפהייבן ווייל דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן און וועט אייביג ברענען דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן וויאזוי מיר זענען אוי אוי אוי דאס פינטעלע איד אוי אוי אוי דאס פינטעלע איד פארשטענדעניש האב פאר יעדן כאטש ס’איז נישט וואס דו ווילסט דערקענען אלע קריגן היינט גן עדן שוין פארלאשן איז דאס גיהנום ווייל אז דאס פינטעלע איד טוט אייביג בלייבן און וועט אייביג ברענען וועט דער בורא זיכער יעדן נאר גוטס פארשרייבן וויאזוי וויאזוי מיר זענען אוי אוי אוי דאס פינטעלע איד אוי אוי אוי דאס פינטעלע איד ווען ס’איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן געדענק אז ס’איז דא איין פינטל וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן און דאס איז דאס פינטעלע איד

דמיונות

ליפא שמעלצער

s0678 דמיונות ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בדרך דמיונות ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בדרך ווען איך קום אן האקט איבער די שמועס וואו מ'קען שטעלט אונטער א פוס כ’ווייס נישט פארוואס מיר קען קיינער פארליידן ברוגז אויף מיר איך ווייס נישט פארוואס כ’זע ווי ער רעדט ער דרייט מיט די נאז אלץ פון די קופקע מיר וועט מען אויסמיידן פונדרויסן א גוטער אינעווייניג איז ביטער פיל שלעכטס פאר מיר טוט ער פארוואס א שמחה בגילופין איינלאדענונגס בריוון נאר מיר נישט גערופן פארוואס מיט יעדן פארברענגען צוהעלפן אנשטרענגען נאר מיך לאזט ער הענגען פארוואס שקרים ערפינדט ער ער העצט יעדן אונטער די הויט פון מיר שינדט ער פארוואס טראכט נישט און מיין נישט און דאכט נישט און וויין נישט ווייל יעדע מינוט שפעקולירן קען דעם מענטש פארפירן עס לוינט זיך נישט פאנטאזירן איינער טוט קלערן א מעשה טוט ווערן פאר יענעם קאסט עס טרערן לא דובים ולא יער נישט קיין וואלד נישט קיין בערן אין גארטן שפאצירט ארום דער בעל הבית אין האנט א מאשין ער שניידט זיך די גראז זיין שכן פון פענסטער א גראז שניידער זעט ער ליי עס מיר בארג עס מיר איך בעט דיר ער קוקט זיך און טראכט ס’פאלט איין א בליץ איך בארג עס פון אים עס קומט דאך צוניץ ער באקט שוין א מעשה א דמיון שוין קנעט ער מיין גראז וואקסט ער זעט דאך זיין גראז שניידער בעט איך ער העלפט דאך א רעטעך פאר מיר אלץ אנגעשטרענגט פאר אים געטון טובות ווארעם יעצט בעט איך אים דערבארעם דיר ער איז שטענדיג מיין לוה באצאלט נישט זיין חובה אזא כפוי טובה איז ער מיר נישט פארזארגן כ’קען ווארטן ביז מארגן ער וועט עס נישט בארגן איך קלער ער גייט דארט אהין דעם שכן טרעפן דער שכן די טיר ער גיבט אן עפן דער חבר ער שרייט דארט בקולות וברקים דער שכן ער קוקט צי חלומ’ט ער גאר ער וויל אים נאר פרעגן זאג וואס גייט פאר דער חבר שרייט ווייטער א דרשה מיט פסקים זאל מיין גראז וואקסן ביזן הימל דארף איך אויך נישט דיין גראז שניידער אקעי!? דער שכן ער קוקט אינגאנצן צעמישט וואס וויל ער פון מיר פארשטיי איך נאכנישט ער פרעגט פון דעם חבר אזוי מיט א קשיא פאנטאזיעס דו האסט און גארנישט געפרעגט גארנישט דו בעטסט נאר זיך גערעגט איך בארג דיר עס גערן איז וואס איז דיין סטראשע אנטשולדיגט איך מיין נישט כ’בעט דיר יעצט וויין נישט גערעגט כ’ווייס אליין נישט - פארוואס פון צייט ליידיג פוסטיג פאנטאזיעס אומזיסטיג כ’וועל זיין רעאליסטיק - פארוואס פוסטע דמיונות האט נישט קיין פתרונות דיין קלוגע מח פארשוין עס פאנטאזיעס פאלשע רעיונות ברענגט דיר נאר צער און בזיונות ווען מענטשן עס דאכט זיך מחלוקת מ’בראכט זיך און שונאים מ’מאכט זיך - אזוי דעם שכל דעם גלייכן דמיונות נישט מאכן וועסטו אלץ עררייכן - אזוי טראכט מיט גאונות אן פאלשע חשבונות ס’איז אלעס פוסטע חזיונות לאז שוין אפ אלע חלומות און זע אז ס’איז אלעס דמיונות

האט בטחון

ליפא שמעלצער

s0131 האט בטחון ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בלי עין הרע האט בטחון ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בלי עין הרע והבוטח בה' חסד יסובבנו א איד געדענקט דאס אויף טריט און שריט און וואו מען גייט נעמט מען דאס אלץ מיט האט בטחון וועט אלעס זיין גוט והבוטח בה' א איד געדענקט דאס אויף טריט און שריט און וואו מען גייט נעמט מען דאס אלץ מיט האט בטחון וועט אלעס זיין גוט חסד יסובבנו

הן קל כביר

ליפא שמעלצער

s0669 הן קל כביר ליפא שמעלצער לחן: משה יחזקי' ווייס | מילים: ליפא שמעלצער | געוואלדיג הן קל כביר ליפא שמעלצער לחן: משה יחזקי' ווייס | מילים: ליפא שמעלצער | געוואלדיג א בא'טעמ’טער איד א גרויסער איד א דערהויבענער איד א העפליכער איד לא ימאס תפילת רבים א ווארעמער איד א זיכערער איד א חסידישער איד א טייערער איד לא ימאס תפילת רבים הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים א כעלעמער איד א לומד'ישער איד א מלכות’דיגער איד א נארישער אוי לא ימאס תפילת רבים א סאטמארער סקווירער פאפא’נער באבוב’ער אן ערליכער איד א פשוט'ער איד א צדיק פון א איד לא ימאס תפילת רבים הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים לא ימאס תפילת רבים איינער שוין דא צוויי שוין דא דריי שוין דא פיר שוין דא פינף אויך זעקס זיבן אכט ניין צען לאמיר זיך שטעלן והוא רחום קריאת שמע תורה תפילה מיט א מנין איז נישט נאר א ענין נאר ס’נעמט ארויף די גאנצע בנין אלע אונזערע תפילות ממש ביז צום כסא הכבוד הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים הייליגער באשעפער זיי מיר מזכה צו דאווענען מיט תפילת רבים לא ימאס תפילת רבים

הנעלבין

ליפא שמעלצער

s0642 הנעלבין ליפא שמעלצער לחן: ליפא שמעלצער \ אלבום: תתחדש הנעלבין ליפא שמעלצער לחן: ליפא שמעלצער \ אלבום: תתחדש עושין מאהבה ושמחין שומעין חרפתן ואין משיבין עליהן הכתוב אומר ואוהביו כצאת השּמש בגבורתו הנעלבין ואינן עולבים הנעלבין ואינן עולבים שומעין חרפתן ואין משיבין די גרויסע לבנה שיינט איר ווייסע שיין די קליינע זון זי שטעלט איר שטראל אריין קומט די לבנה און קלאגט צום בורא דאן אין שני מלכים מולכים צוויי ליכט קען נישט זיין זאגט דער בורא אה איך נעם ארויס דערפון דו ווער קליין און גרויס מאך איך די זון קומט דער הייליגער מאירי און טייטשט אריין דערין אויב איר ווערט אמאל פארשעמט שווייג און מאך זיך שטום איך בין מיט מענטשן דא צוזאמען פונקט איינער מוז מיר פארדאמען מיין פנים הייבט אן פלאמען סאיז שווער זיך האלטן אין די ראמען אבער דער באשעפער וועט שוין דאגה'ן ענטפערן יעדנס פראגן פון א שכן שותף צו א מנגן איך ענטפער גארנישט מער ווי שווייגן א באקעלע א רויטע ווייסע א האקעלע אויג א נאסע א מכה'לע האסט מיך וויי געטון א גאנצע מעשה פרעג בעסער נישט אוי געוואלד ווייל איך וויל שווייגן א שווייגעניש גרינג איז עס מיר גראדע נישט אבער נאר דאס היילט די ביטערע ליידעניש ווי עס שטייט וידום אהרן אהרן האט געשוויגן און באקומען שכר הנעלבין ואינן עולבים הנעלבין ואינן עולבים הנעלבין ואינן עולבים

השיבנו

ליפא שמעלצער

s0573 השיבנו ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בלי עין הרע השיבנו ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בלי עין הרע דער סבא קדישא דער רבי ר' זושא האט יעדע נאכט זיך זייער פארטראכט ביים ספר זכרונות מיט טיפע חשבונות זיך איבערגעקלערט זיינע אויגן פארטרערט איך וועל זיין ערליך אלעס שוין פאררעכטן בעט איך באשעפער השיבנו איי איך האב שוין געזאגט פאר דירדי זעלבע ווערטער נעכטן יעצט מיין איך עס אמת'דיג הער מיך צו השיבנו אבינו לתורתיך וקרבינו מלכנו לעבודתיך והחזירנו בתשובה שלימה לפניך

והיא שעמדה

ליפא שמעלצער

s0074 והיא שעמדה ליפא שמעלצער מחבר: הרה״ק הקדושת ציון מבאבוב זצ״ל | מילים: ליפא שמעלצער | שמע והיא שעמדה ליפא שמעלצער מחבר: הרה״ק הקדושת ציון מבאבוב זצ״ל | מילים: ליפא שמעלצער | שמע אידן דערמאנט אייך פון די קרייצן-צוג אין צייטן פון רש"י געפרואווט זייער זיג דער גלח הייסט הרג'ענען שיקט א שליחות די קריסטן איבער אידן מיט רציחות אין שפאניע א גירוש די אידן פארטריבן אזויפיל אנוסים באהאלטן געבליבן מיט שרעק און געפילן אין קעלער לייגן תפילין דברי תורה דארט געשריבן די פעלקער מיט בלוט געוואשן זייער הענט אנוסים זיי האבן אין פייער געברענט באשעפער די נשמות נאנט צו דיר נעם ביזן לעצטן מינוט מיטן גאנצן כח פאר דיין נאמען ארויף אין רויך מ'האט זיי גע'הרג'עט אויף קידוש השם הקדוש ברוך הוא העלפט אלעמאל א שארית הפליטה בלייבט פון כלל ישראל מ'שטעלט אויף דורות מיט זיינע חסדים מצילנו מידם אידישע שטיבער אזוי צעהאקן גזירות ת"ח ות"ת די קאזאקן אויסגע'הרג'עט אידן לאנד נאך לאנד אזעלכע גזירות פארגעסט מען נישט ביז היינט פאר קאנטאניסטן נעמען אידן דינען מיליטער און קאמוניסטן לאזן נישט רעליגיע פירן מער דערמאנט אייך נאר די באלשעוויקן וואו מ'קען א איד דערשטיקן אזויפיל צרות געוועזן אזוי שווער אין דייטשלאנד דער רשע געשטאנען ביי זיין אמט גע'הרג'עט יעדן איינעם אויב פון איד ער שטאמט קהלות הקודש שמסרו נפשם צו לאגער און געטא געפירט מיט וואגאנען פון אונז אוועקגענומען אידן זעקס מיליאנען געדענק די נשמות לזכרון עולם הקדוש ברוך הוא העלפט אלעמאל א שארית הפליטה בלייבט פון כלל ישראל מ'שטעלט אויף דורות מיט זיינע חסדים מצילנו מידם תמחה את זכר עמלק אין יעדן דור שטייט אן אנדערער אין וועג מיר ווארטן שוין קוים אויף ביאת משיחא ווייל מיר האבן נישט קיין מנוחה אין יעדן דור א רשע וואס געבט ארויס א פסק אמאל אין איראן און אמאל אין איראק זיי האבן קיינמאל איינגערוט פון עמלק נאך עס ציט וואו מ'קען א איד אריינכאפן אין זאק ס'וועט קומען א צייט פון רוח והצלה רשעים וועלן האבן א מיאוס'ע מפלה קאזאקן רוסן קריסטן אך און וויי דער דייטש אראבער וועלן צאלן א פרייז אזוי טייער אין שפאניע די רשעים וועלן טאנצן אין פייער זיי וועלן זיך שלאגן מיטן אייגענעם בייטש הקדוש ברוך הוא העלפט אלעמאל א שארית הפליטה בלייבט פון כלל ישראל מ'שטעלט אויף דורות מיט זיינע חסדים מצילנו מידם והיא שעמדה לאבותינו א שבח והודאה לאלוקינו דו האסט אונז געהאלפן אראפגעשיקט אן אור ווען מ'האט געליטן שבכל דור ודור שלא אחד אחד בלבד עמד עלינו דו האסט אונז געראטעוועט מכל צרותינו אלץ געפייניגט אונז מ'האט שלא אחד אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו אלא שבכל דוד ודור עומדים עלינו לכלותינו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם

חפץ חיים

ליפא שמעלצער

s0556 חפץ חיים ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בדרך חפץ חיים ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | בדרך רפאל בן עטל ביים עמוד א צעטל ביים דאווענען צו האבן אינזין דער חפץ חיים ביים בעטל לערנט זיין פשעטל א רפואה וועט קומען דערפון די מחלה נאך היילט נישט און דאך מ’פארציילט נישט מ’וויל נישט די מאמע זאל ליידן נישט מאכן איר ביטער נאר זאגן די מוטער ווען ס’איז שוין א רפואה אין פריידן אוי אנא אוי אנא שמע את תחינתי אוי אנא אוי אנא שמע את תחינתי שיר המעלות אשא עיני אל ההרים מאין יבא עזרי דער צדיק גייט שפעטער ביי די מאמע זיך בעט ער מאמעניו איר דארפט מיר פארשטיין כ’האב געהאפט יעדע רגע אז די מחלה די נגע זאל פון אים גיך אראפגיין רבי די תפילות און אייערע פעולות אויך די סגולות צוזאמען די דאווענען פון ציבור שטייגט מיר נישט איבער ווי רופט מען נישט אן א מאמען ווייל א מאמע זי בעט זיך אויס ישועות רפואות געזונט דער טאטע ער הערט אויס די מאמע וואס בעט פאר איר קינד אוי אידישע ברידער עס פאלט שוין א מידער וואס האט שוין מיט אונז אלץ פאסירט קהילות די תפילות פעולות און סגולות מיר האבן שוין אלעס פרובירט כאטש מ’איז פארשפארט נאך די מאמע זי ווארט נאך צו ברענגען פאר אונז פיל השפעות ער זאל אוועקנעמען פראבלעמען וואס קלעמען בעטן מיר בזכות די אמהות אנא אוי אנא אנא אוי אנא שמע את תחינתי אנא אוי אנא אנא אוי אנא שמע את תחינתי בזכות שרה שרה ורבקה רחל ולאה בזכות שרה שרה ורבקה רחל ולאה שרה ורבקה רחל ולאה אמותינו

טרערעלע

ליפא שמעלצער

s0316 טרערעלע ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | שמע אין תפיסה טיף אין קעלער דער רוזשינער'ס געטליכע געשטאלט א פענסטער גאר א שמעלער קוים וואס דער זון דארטן שטראלט געווען איז דעמאלטס פורים ער בעט ביים שוכן מעונים איך לייד דאך דא יסורים איך וויל שיקן מתנות לאביונים איך האב נישט קיינער שיק מיר כאטש איינער הער ווי א איד בעט און שוין אים צו ווינטשן לחיים און אויך זיין מקיים די מצוה מתנות לאביונים די פורים לויפט דורך אים ס'קומט נישט קיין אורחים די זון שוין ביים אונטערגאנג שטייט זי צו גאט שרייט דער צדיק דו ביסט דאך גענאדיג נעם כאטשיג אן מיין עצה באשעפער איך בעט דיך העלף מיך צו איין עצה קען איך נאר קלערן משלוח מנות צום קודשא בריך הוא צוויי הייסע טרערן טרערעלע טרערעלע איך שיק דיר ארויף טאטע די טרערעלעך קוק משלוח מנות פון מיך נעם אויף און שיק מיך ישועות צוריק אין גלות דא אין טונקעלן גרוב פאר דיר באשעפער קלאר איז וואס טוט זיך אין יעדע אידישע שטוב שטייט א וועלטעלע מיט צרות געזונט שידוכים פרנסות חולים יתומים אלמנות יעדער בעט בקשות נעבעך אזויפיל חורבנות ס'איז אומדערטרעגליך פאר אונז נישט מעגליך זיך האלטן אין מצב דעם שווערן מיר בעטן דעריבער ס'גיסט זיך שוין איבער דיין וועלטעלע פול מיט טרערן די צרות ווערט שווערער יעדן טאג מערער די נייערע שלינגען איין אלעס פון אויגן עס פליסן ווען מאמעס פארגיסן און טאטעס וויינען אונטערן טלית טרערעלע טרערעלע מיר שיקן דיר ארויף טאטע די טרערעלעך קוק משלוח מנות פון אונז נעם אויף און שיק אונז ישועות צוריק דער טאטע ער זעט ווי יעדער בעט ער נעמט אן פון אונז די טרערן ער וועט שיקן צוריק ישועות גענוג השפעות פאר אונז שוין מערן

ימים

ליפא שמעלצער

s0460 ימים ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | לעילא ולעילא ימים ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | לעילא ולעילא די ליכט פון די צדיקים באגלייטן צום דרך הישר א איד תורה און עבודה פארשפרייטן פון בעל שם טוב דאס קייטעלע מ'ציט אין פרייד אדער ווען ס'איז א צרה אין שורה מ'שטייט ביז גאר שפעט א קוויטל מ'שרייבט אן הזכרה און דער רבי ביים בורא זיכער בעט און ווען מ'זאגט אויף א צדיק זכרונו לברכה טאר מען זיך אינגאנצן נישט פארלירן ווייל זיי לאזן נאך איבער אן המשכה אין ערליכע וועג זאל אונז פירן לאורם לאורם נסע ונלך וועלן מיר בקרוב שוין מארשירן באגלייטן יעדן צדיק ווי א מלך אנטקעגן משיח אונז פירן ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור יחי אדוננו מורינו ורבינו בעטן מיר באשעפער א תפילה לקבל משיח צדקנו און ברענגען אונז די גאולה

יענער

ליפא שמעלצער

s0169 יענער ליפא שמעלצער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | א פשוט'ער איד יענער ליפא שמעלצער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | א פשוט'ער איד אינדערהיים און ביי שמחות און וואו נאר עטס קענטס מאכט מען נאך יענעם כאטש עס מאכט נישט קיין סענס צו לעבן פאר זיך ווער וויל היינט נעמען א טשענס ווי טו איך אזוי ווען יעדער איינער טוט יענס שכנים און פריינט פאמיליע געוויס און פאר זיי אלע זיך געפעלן מ’מוז עמך אידן שיינע אידן מיט די פראבלעם פארטייען און מוסדות ליידער ליידט איעדער פון דעם וואס איז שענער אוי וואס זאגט יענער דו הער אויף הייב אן לעבן פאר זיך יענעמ’ס דעה לאז גיין פרעג דיר אליין ווער בין איך ווער בין איך ווער בין איך וואס איז שענער אוי וואס זאגט יענער דו הער אויף הייב אן לעבן פאר זיך יענעמ’ס דעה לאז גיין פרעג דיר אליין ווער בין איך ווער בין איך ווער בין איך?ווער בין איך? וואס זאל איך קויפן? וועלכע סטייל?אז יעדער זאל מיר שענקען א סמייל היט גלעזער שיך מ’זאגט אז ס’איז זיס ס’איז שווער פאר די אויגן ס’וועגט די קאפ ס’דריקט אויף די פיס ווער איז דער יענער איך זוך אים שוין לאנג וואס יעדער איינער לויפט אים נאך אין א גאנג פון וואו קומט דער סיסטעם ס’גייט אן א גבול פירן דאס לעבן פינקטליך וויאזוי יענער וויל ווער איז יענער ביי פרויען מענער וואס איז קובע אלץ וואס טוט זיך ביי מיר יענעמ’ס דעה לאז גיין פרעג דיר אליין וואס קען איך וואס טו איך וואס וויל איך וואו איז יענער וואס אויפטון קען ער אז יעדער זאל לעבן פאר זיך און זאל יעדער פארשטיין פאר זיך אליין ווער בין איך ווער בין איך ווער בין איך פאר יענעם טוט מען נאר דאס נאכלויפן די מאדעס און פארדעם איך האב עס געשריבן אין מעלאדעס זיך אפלערנען איך לאז דאס אויסזינגען פארדעם איך טו עס יעצט ענדיג איך די שיחה הייבט אן א מלוכה מאכט א נייע פתיחה א לעבן במנוחה שאל שאל אביך טראכט נישט מער מה יאמרו הבריות וואס איז שענער איי וואס זאגט יענער הער שוין אויף הייב אן לעבן פאר זיך לעב שוין אליין פאר זיך אליין ווער ביסטו? ווער בין איך? ווער ביסטו? יא ס’איז שענער ווען אויכעט יענער הייבט אן ענדליך צו לעבן פאר זיך יענעמ’ס דעה לאז גיין פרעג דיר אליין ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?ווער ביסטו?

כח הניגון

ליפא שמעלצער

s0507 כח הניגון ליפא שמעלצער לחן: ר' יגאל צליק | מילים: ליפא שמעלצער | לטובה כח הניגון ליפא שמעלצער לחן: ר' יגאל צליק | מילים: ליפא שמעלצער | לטובה אידעלעך איר קענט גלייבן ס'דא א זאך וואס קען הייבן יעדן אויף דער וועלט א געזאנג א לעבעדיגן יעדן נפש באגעניגן פועל'ן וואס עס פעלט צרות פארמיידן קליפות צו פארשניידן זאגן צדיקים אויף דעם א ניגון האט א כח אין הימל אזוי הויך אוועקצונעמען יעדן פראבלעם אן ערליכע ליד הייליגקייט עס ציט פועל'ן קען מען גרינגער א ווארעמקייט עס בריט אין נשמה פון א איד ווען מ'הערט א אידישע זינגער אידן לאמיר זינגען טאנצן און שפרינגען פרייליך צו ווערן מער און מער עס וועט אונז געלינגען אין הימל וועט עס קלינגען א ניגון איז אין הימל א דערהער מקטריגים זיגן קען מען מיט א ניגון ששון ושמחה פון הימל צו באקריגן זינגט מיט פארגעניגן תודה וקול זמרה יעדער זעט דאך קלאר אדורך דעם יאר מ'פועל'ט דאך אויס מיט געזאנג א טאטע ביי די סדר עס לעבט די גאנצע חדר ניסים צו נעמען אין געדאנק ל"ג בעומר אזוי ואמרתם כה לחי ער נעמט מיט זיך פיל ישועות א זכיה מ'האט ווען אמרו כאחד נעשה ונשמע זינגט מען שבועות יום כיפור ראש השנה ער בעט זיך מיט כוונה ווי שיין עס דאוונט דער משורר דער אידל אין די סוכה'לע חזנות'ט זיך א שטיקעלע און מיט א ספר טאנצט ער שמחת תורה חנוכה אכט נעכט זינגט ער ביי די לעכט מזמור שיר חנוכת הבית פורים גייט נאך געלט אין יעדן געצעלט ער טרינקט און זינגט מיט חיות אידן לאמיר זינגען טאנצן און שפרינגען פרייליך צו ווערן מער און מער עס וועט אונז געלינגען אין הימל וועט עס קלינגען א ניגון איז אין הימל א דערהער די שבת לעכטל ברענט עס זינגען מיט די ווענט יום שבתון אין לשכוח אין גאסן וויל איך גיין שבת שרייען ווען איך וואלט געהאט כח שבת שבת שבת שבת מ'הערט שוין מיט געגועים השיר של הלוים יעדן טאג אן אנדער שיר למנצח על השמינית די פידלעך די סטרונעס אן אכטע תנועה קומט אפיר בנים ובני בנים יעדער ווי חזנים אין בית המקדש אונזער הויף משיח איז געקומען די אידן שוין גענומען אט אט בקרוב אינאיינעם ווי ברידער וועט מען זינגען לידער משיח משיח משיח א העכערע בחינה אין כח הנגינה ווען דערלעבט מען משיח אידן לאמיר זינגען טאנצן און שפרינגען פרייליך צו ווערן מער און מער עס וועט אונז געלינגען אין הימל וועט עס קלינגען א ניגון איז אין הימל א דערהער מקטריגים זיגן קען מען מיט א ניגון ששון ושמחה פון הימל צו באקריגן זינגט מיט פארגעניגן תודה וקול זמרה לאמיר זינגען טאנצן שפרינגען עס וועט געלינגען הויך קלינגען אלעס וועט מען פועל'ן מיטן כח הניגון

לטובה

ליפא שמעלצער

s0323 לטובה ליפא שמעלצער מילים: ליפא שמעלצער | לטובה לטובה ליפא שמעלצער מילים: ליפא שמעלצער | לטובה געווען א איד האט מיטגעמאכט א לעבן פול מיט פיין געשפירט אז ער האלט דאס נישט אויס נישט קיין גוטן טאג ווער ווייסט וואס וועט זיין מען זעט נישט קיין וועג ארויס ער גייט צום אור החיים קלאפט אויפן טיר דער אור החיים לערנט זיינע משלים דער אידל זעצט זיך צו אויך צוהערן דעם שיעור שלאפט איין אין א טיפן חלום צום בית דין של מעלה קומט ער שוין ארויף מלאכים מען שלעפט אים בארג און טאל מצוות און עבירות נעמט מען צונויף ארויפלייגן אויף דעם וואגשאל דער ספר פון מצוות א גאנצע חיבור דער מלאך ברענגט דאס אפיר ליידער זעט דער איד עס וועגט נישט איבער אין גן עדן מען עפנט נישט די טיר דער בית דין זאגט מלאך אוועק פון דא פירן נישט גענוג זכותים געבראכט דער איד הייבט אן צו וויינען וואו זענען מיינע יסורים כ'האב אזויפיל אזויפיל מיטגעמאכט דער בית דין זאגט צום מלאך דער אידל איז גערעכט ברענג זיינע יסורים אהער געמוטשעט א לעבן ס'איז אים געגאנגען אזוי שלעכט די פעקלעך עס וועגט דאך זייער שווער נישט קיין נחת נישט געזונט מיט פראבלעמען געט זיך אפ ער קוקט איבער מאי דהוה זיך געמוטשעט אויף פרנסה עס וועגט נאכנישט אראפ דו האסט עס נישט מקבל געווען באהבה דער איד ער וויינט ס'איז נישט מיין שולד פארוואס האט מען מיר נישט דערמאנט ווען איך וואלט געוואוסט וואלט איך פארשטאנען דאס בילד וואלט איך אנדערש געקוקט ביז היינט גייענדיג אהיים צום רבי'ן דארף איך שוין נישט גיין ס'איז א חלום א חלום ברוך השם גם זו לטובה וועל איך אייביג שרייען די יסורים באהבה איך נעם אלעס בין איך שוין מקבל באהבה גם זו לטובה

לכבוד שבת קודש

ליפא שמעלצער

s0030 לכבוד שבת קודש ליפא שמעלצער לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ליפא שמעלצער | שמע לכבוד שבת קודש ליפא שמעלצער לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ליפא שמעלצער | שמע א גביר א בעל עבירה האט געהערט חסידים רעדן זיי האבן געהאט די ברירה פארברענגט ביי זייער רבי'ן ער קוקט זיך צו און טראכט זיך כ'האב נישט געהאט די געפיל הלואי פאר מיר עס מאכט זיך א וועג צום צדיק'ס שול אידעלעך איך פרעג צו אייער רבי'ן וויל איך קומען אויב איך צאל דעם וועג צי וואלט איר מיר גענומען אויך זאגט דער גביר אויב אייער רבי מיר נישט געפעלט ווארן איך אייך פון פריער איך דארף צוריק מיין געלט ער איז מיט זיי געפארן ביים צדיק א זכיה דער צדיק וועט נישט שפארן אויף אים צו זיין משפיע שבת קודש איז אין דעם רבינ'ס געצעלט פאר זיי א גרויסער זכות ס'איז העכערס פון די וועלט ס'איז פרייטאג ביינאכט ביי רבי אהרן טשערנאבלער זייער מנהיג דער בעל עבירה לאכט אויך מיר א תענוג איך וויל פון דא אפטראגן איך זע נישט דא די גרויסע גליק אידן איך מוז אייך זאגן איך דארף מיין געלט צוריק זונטאג אינדערפרי דער שבת שוין פארגאנגען מיט געלט זיי גייען צו צום גביר זיין געלט דערלאנגען זאגט דער גביר צו זיי איך בלייב דא א גאנצע וואך פון געלט זענט איר שוין פריי און איך געב אייך צו נאך די אידעלעך זיי פרעגן איין חסיד פון דער צווייטן זעסטו דעם רבינ'ס וועגן שטענדיג אונז באגלייטן צום רבי'ן זיי גייען רבי מיר ווילן פשט הערן דער רבי זאל אונז דערפרייען פשט פון דעם ערקלערן הערט מיך אויס טייערע אידן הייליגע ברידערלעך ווען איר זענט געקומען און מיטגעברענגט דעם איד אהער האב איך געזען אויף זיין נשמה מצוות און מעשים טובים גארנישט האט ער ביז איך האב געפונען איין קלייניגקייט מער דארף איך נישט יעצט וועט ער ווערן א בעל תשובה הערט נאר דעם זכות אויף דעם האט איר זיך קיינמאל גערישט דער איד איז אמאל געזעסן איבער א הייסע טעלער יויך א געשמאקע טשאלנט האט ער געגעסן און צו דעם א שטיקל קוגל אויך געווענליך אינמיטן עסן האט ער אינזין נאר תאוות דאסמאל צו זאגן האט ער נישט פארגעסן אזא טשאלנט אה! לכבוד שבת לכבוד שבת לכבוד שבת אידעלעך געדענקט און זאגט אלץ לכבוד שבת נאר גוטס דאס ברענגט ווען מען זאגט לכבוד שבת

מיין שעפעלע

ליפא שמעלצער

s0373 מיין שעפעלע ליפא שמעלצער לחן: עממי | מילים: ליפא שמעלצער | שמע מיין שעפעלע ליפא שמעלצער לחן: עממי | מילים: ליפא שמעלצער | שמע טייער שעפעלע קינד מיינע הער זיך צו די שיינע ליד אויסצוניצן די טעג דיינע דארפסטו זיין אויסגערוט טייער קינד זאלסט דיר נישט זארגן לייג אראפ שוין דיין קעפעלע דו דארפסט דאך שטייגן אויך מארגן יעדן טאג נאך איין טרעפעלע דארפסט דאך כח ווי א אידעלע און נאר אזוי מען קען נאך א מצוה’לע נאך א מידה’לע מיט חשק און מיט ברען נאר אויף תורה נוץ דיין מוח ווי אן ערליכע איד צו דעם דארף מען אסאך כח דאס קען מען נישט ווען מ’איז מיד שלאף מיין קינד רו דיך אויס מיין טייער נחמה’לע ברענג א לעכטיגקייט אין הויז מיין שעפעלע נשמה’לע שלאף מיין קינד רו דיך אויס מיין טייער נחמה’לע ברענג א לעכטיגקייט אין הויז מיין שעפעלע נשמה’לע טייער זיסקייט ס’איז שווער צו גלייבן איך בין אויכעט געווען קליין מיר פלעגט מען אויך אויפהייבן און אויסהערן מיין געוויין די אלע ספרים וואס איז מסוגל איז געלעגן ביים בעטל און מיין מאמע זינגט ביים וויגל די ווערטער די פשעטל תורה צוה לנו משה מורשה קהילת יעקב לערן נאר די תורה הקדושה ווייל דאס איז אונזער חוב איך בין קליין דער פנים בלאס א ניגון טו איך הערן אירע אויגן מאכט מיר נאס מיט אירע הייסע טרערן שלאף מיין קינד רו דיך אויס מיין טייער נחמה’לע ברענג א לעכטיגקייט אין הויז מיין שעפעלע נשמה’לע די יארן לויפן אוועק זיי שפרינגען ס’קומען דורות נאכאנאנד זאלסטו געדענקען אויך צו זינגען די ווערטער וואס איך זינג היינט דיינע קינדער זאלסטו דערמאנען די געבעט אויך די געדאנק ווי איך בין ביים בעט געשטאנען זינג זיי אויך דעם געזאנג תורה צוה לנו משה מורשה קהילת יעקב לערן נאר די תורה הקדושה ווייל דאס איז אונזער חוב זאלסט מיר פאלגן בני בני זע מיינע טרערן דיין טאטע מאמע הער גוט צו וועסטו א צדיק ווערן שלאף מיין קינד רו דיך אויס מיין טייער נחמה’לע ברענג א לעכטיגקייט אין הויז מיין שעפעלע נשמה’לע שלאף מיין קינד רו דיך אויס מיין טייער נחמה’לע ברענג א לעכטיגקייט אין הויז מיין טייער זיסע שעפעלע

מקווה

ליפא שמעלצער

s0625 מקווה ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער \ אלבום: בבליפא מקווה ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער \ אלבום: בבליפא מקוה ישראל ה׳ מושיעו בעת צרה מקוה ישראל ה׳ מושיעו בעת צרה א טובל אריין א טובל ארויס ברענגט ישועות ביי מיר אין הויז ברענגט ישועות ביי מיר אין הויז איך האב נאר איין עפענונג איך טובל זיך אין האפענונג מקוה אל השם דאס איז מיין מקוה וואו איך גיי איך האב נאר איין עפענונג איך טובל זיך אין האפענונג מקוה אל השם געהאלפן ווערן איינס צוויי דריי מקוה ישראל ה׳ מושיעו בעת צרה מקוה ישראל ה׳ מושיעו בעת צרה א טובל אריין א טובל ארויס ברענגט ישועות ביי מיר אין הויז ברענגט ישועות ביי מיר אין הויז אסאך יארן ווי וואסער אסאך אסאך נחת ווי וואסער אסאך ברענגט ישועות ביי מיר אין הויז

משה רבינו

ליפא שמעלצער

s0462 משה רבינו ליפא שמעלצער לחן: מונה ראזנבלום | מילים: ליפא שמעלצער | מונה 5 משה רבינו ליפא שמעלצער לחן: מונה ראזנבלום | מילים: ליפא שמעלצער | מונה 5 אינמיטן פילע עבודה קשה האט זיך באקלערט דער פרעה רשע מ'דארף די אידן זינקען און דערטרינקען אין דעם טייך אריין ווייל א נבואות פון די שטערן ס'דארף א קינד געבוירן ווערן ער וועט אונז פירן ווייזן און אויסלייזן אידן פון דעם פיין געווען א קינד אן אויפגעפאסטן מ'האט אים באהאלטן אין א קאסטן מיט פעך און ליים פארשמירן זיך נישט פרירן און נאס ווערן פון קעלט ווען פרעה'ס בתיה וויל גיין שווימען האט זי גאר לאנגע הענט באקומען זיך נישט געדארפט אנשטרענגען אים צוריק ברענגען לייכטן אויף דער וועלט און פון דעם קליינעם קאסטן האט געשיינט אן אורה מורא סחורה תורה וואס נאכנישט געזען קיינמאל זאגן די שטערנזעער נאכאנאנד דער קליינער פיינער שיינער ריינער וועט באלייכטן כלל ישראל די מצרים מיט די וואפן די אידן נאכגעלאפן ביז מ'האט געטראפן משה רבינו ער טוט די אידן וועקן מ'טאר זיך נישט דערשרעקן פון שלענגען ווערט א שטעקן ווייזט משה רבינו ויאמינו בה' ובמשה עבדו פרעה אידן שאדט ער ער ווערט אבער נישט פטור מיר האבן דאך א פאטער שיקט משה רבינו אזעלכע צעקות פרעה מיט די מכות אידן ווי געשמאק איז דורך משה רבינו ויאמינו בה' ובמשה עבדו רבינו אונזער פאסטוך שוין צוריקקומען דו דארפסט דאך דער רועה צאן וואו ביסטו שוין אט אט הנה זה בא דו וועסט אונז מיט אמונה האלטן פונקט ווי געווען ביים ים סוף שפאלטן געזען דיין צורה געזונגען שירה כי גאה גאה זה קלי ואנוהו שטייען רייען און זיי שרייען פונקט ווי דאן אויך היינט ווי ניי אלוקי אבי וארוממנהו א מורא אורה סחורה תורה פונקט ווי דאן ביים בארג סיני ס'איז יעדער ביכולת רואים את הקולות אידעלעך ווי וואויל איז מיט משה רבינו אן ערליכע הכנה א העכערע כוונה די תורה די מתנה דורך משה רבינו ויאמינו בה' ובמשה עבדו מיר ווארטן דאך כסדר טויזנט יארן ליידער וואו איז שוין די חדר פון משה רבינו מער נישטא קיין קלעמען אלעס אוועקנעמען משה עבד נאמן וואו איז משה רבינו ויאמינו בה' ובמשה עבדו בקרוב וועט מען שוין דערלעבן אן אורה תורה מער נישט מורא פון דעם עול הגלות דא און משה וועט א שיעור אונז געבן תורה סחורה אויך דער בורא לערנט אויך די שיעור שעה נאך שעה ס'איז קיינער נישט מגושם לעכטיגע פירושים דערהויבענע חידושים זאגט משה רבינו און יעדער מי שטרח גמרא שולחן ערוך יבוא ויתברך בענטשט משה רבינו ויאמינו בה' ובמשה עבדו אזוי הערליך ווי איז דאס אונזערע עתידות אלעס איין חסידות איין רבי רבינו פירן טיש ברינה אויבן אן די שכינה יעדער מיט אמונה גלייבט משה רבינו ויאמינו בה' ובמשה עבדו

נאך איין שבת

ליפא שמעלצער

s0039 נאך איין שבת ליפא שמעלצער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לטובה נאך איין שבת ליפא שמעלצער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לטובה דער שבת אלץ איז גרייט אין שטוב שוין אלעס קלאפט דער טאטע לויפט אין שול א מקוה’לע געכאפט דער חזן איז שוין דא לכו נרננה ביים דאווענען יעדער ביי זיין טיש באלד נאכן דאווענען אהיים זיך יעדער גייט זאגט נאך א תורה’לע פון מלאכים ווערט באגלייט ווי שיין עס לייכט די גאס זאקן שווארץ און ווייס שטיוולעך ספאדיקס שטריימלעך יעדער זיין לבוש נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין נאך איין שבת און מיר גייען אהיים ווייל די גמרא באשטימט אז משיח שוין קומט ווען מ’היט נאר אפ איין שבת קודש ערליך ווי עס דארף צו זיין נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין נאך איין שבת און מיר גייען אהיים ווייל די גמרא באשטימט אז משיח שוין קומט אילו ישראל משמרין שבת אחת כהלכתה א סעודה עסן מיר יעדער זייערע מנהגים לכבוד שבת פיל ברבורים ושלו ודגים נאכן סעודה א געלויף אין שול אין רבינ'ס הויף איינער לערנט איינער זינגט קה אכסוף נועם ביים שחרית דאווענען קל אדון זינגט דער קהל נאך מוסף שרייט דער שמש א קידוש ביי מיכאל נאכן סעודה א שפאציר דערנאך ער לויפט אין שול צום שיעור און ביי שלש סעודות פון תענוג רוחני טועם נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין נאך איין שבת און מיר גייען אהיים ווייל די גמרא באשטימט אז משיח שוין קומט ווען מ’היט נאר אפ איין שבת קודש ערליך ווי עס דארף צו זיין נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין נאך איין שבת און מיר גייען אהיים ווייל די גמרא באשטימט אז משיח שוין קומט אילו ישראל משמרין שבת אחת כהלכתה דער שבת גייט פארביי צוריק די ימי חול ער מאכט הבדלה שוין צוריק צום שווערן עול די ביזנעס אין די שטאט דער אידל זאגט א שאד א שיינעם שבת האב איך דאך געהאט זארג זיך נישט אידעלע בעט מיט התלהבות זאל קומען שוין דער טאג ליום שכולו שבת אזויפיל אפגעליטן דאך יעדע שבת געהיטן אט אט דערלעבט מען שוין משיח’ס צייט נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין נאך איין שבת און מיר גייען אהיים ווייל די גמרא באשטימט אז משיח שוין קומט ווען מ’היט נאר אפ איין שבת קודש ערליך ווי עס דארף צו זיין נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין נאך איין שבת און מיר גייען אהיים ווייל די גמרא באשטימט אז משיח שוין קומט אילו ישראל משמרין שבת אחת כהלכתה שבת שבת קודש נאך איין שבת מיד נגאלין

נאר בשמחה

ליפא שמעלצער

s0527 נאר בשמחה ליפא שמעלצער לחן: ר' יושע ברויער | מילים: ליפא שמעלצער | נאר בשמחה נאר בשמחה ליפא שמעלצער לחן: ר' יושע ברויער | מילים: ליפא שמעלצער | נאר בשמחה דער צדיק ר' בונם ביים וואסער שפאצירט א מוסר שמועס מיט די חסידים ער פירט פלוצלינג הערט זיך א קול פון געוויין א איד קען פון וואסער נישט ארויסגיין די חסידים זענען גלייך אהינגעלאפן דעם איד טיף אין וואסער האבן זיי געטראפן צו ר' בונם מפרשיסחא האבן זיי געזאגט אפן רבי ס'איז שוין ליידער נישט דא וואס צו האפן דעם צדיק'ס מחשבות איז פארזינקען ער זעט ווי דער איד גייט זיך שוין דערטרינקען אויף א ישועה ער בעט זיך און ער ווארט און די שערי שמים איז פארשפארט זאגט דער צדיק ווען דו גייסט אראפאין דער טיפעניש וועסטו זען דארט גאר א גרויסע פיש דו פאלסט אריין אין וואסער בעט איך פון דיר פארן לויתן פיש שיק א גרוס פון מיר דעם צדיק'ס ווערטל האט זיך באלד דערקענט דער עולם האט אזוי געלאכט אין יענע מאמענט באלד דערנאך טוט דער איד ארויסשווימען א סוף צו זיין סכנה איז שוין געקומען זאגט דער רבי צו זיי איך וועל אייך זאגן פשט דער איד האט שוין נעבעך קיין שום זכות נישט געהאט האב איך אויף זיין חשבון א ווערטל געמאכט דער עולם האט אזוי שטארק בשמחה געלאכט אז א איד בעט זיך אויס מיט א שמייכל קען ער אריינגיין אין גרעסטן היכל אפילו עס איז שוין נישט דא קיין שום לימוד זכות די שערי שמחה אייביג אפן איז אז א איד בעט זיך אויס ביים שוכן מרומים שתהא שעה זו שעת רחמים לאמיר זינגען צום באשעפער נודה לשמך אידן נאר בשמחה אידן זענען דא היינט אין גלות מיר שרייען און בעטן מיט יללות די שונאים זאלן האבן זייערע מפלות בוי שוין אויף דעם סוכת דוד הנופלת שוין באלד צוויי טויזנט יאר עס איז שוין גענוג מיר בעטן דיר טאטע קער זיך שוין צוריק משיח צדקנו פאר דיינע קינדער שיקן מיט דעם בית המקדש אונז באגליקן אז א איד בעט זיך אויס מיט א שמייכל קען ער אריינגיין אין גרעסטן היכל אפילו ס'איז שוין נישט דא קיין שום לימוד זכות די שערי שמחה אייביג אפן איז אז א איד בעט זיך אויס ביים שוכן מרומים שתהא שעה זו שעת רחמים לאמיר זינגען צום באשעפער נודה לשמך פועל'ן קען מען נאר בשמחה מיר אידן בעטן דיר אבינו מלכנו נקראך ותעננו עס גיסן זיך פון אידן אזויפיל דמעות מ'בעט ס'זאל אראפקומען פאר אונז השפעות אידעלעך גענוג געגאסן טרערן טרויעריג לאמיר בעסער גיסן טרערן פון שמחה און פון גליק זינגען צום באשעפער נודה לשמך מ'קען אזויפיל פועל'ן מיט שמחה אז א איד בעט זיך אויס מיט א שמייכל קען ער אריינגיין אין גרעסטן היכל אפילו ס'איז שוין נישט דא קיין שום לימוד זכות די שערי שמחה אייביג אפן איז אז א איד בעט זיך אויס ביים שוכן מרומים שתהא שעה זו שעת רחמים לאמיר זינגען צום באשעפער נודה לשמך אידן נאר בשמחה מען וויל ס'זאל אראפקומען פאר אונז השפעות לאמיר אלע זינגען ברכות והודאות ברכות והודאות לשמך אידן נאר בשמחה

ניגון משיח

ליפא שמעלצער

s0439 ניגון משיח ליפא שמעלצער לחן: הרה״ק הדברי שלום מסטראפקוב זצ״למילים: ליפא שמעלצער | לעילא ולעילא ניגון משיח ליפא שמעלצער לחן: הרה״ק הדברי שלום מסטראפקוב זצ״למילים: ליפא שמעלצער | לעילא ולעילא אין סטראפקוב דער רבי זינגט זיך א לידעלע קענען דאס תנועה'לע עס דארף יעדע אידעלע אויף ביאת הגואל גרייטן א סעודה'לע לא יום ולא לילה פאר משיח זינגען א שירה'לע שעפן נחת וועלן מיר פון זיין צורה'לע אין בית המקדש דאס הייליגע דירה'לע לעילא ולעילא אליהו זאגט אונז יום שמחתכם גרייטס אייך צו משיח'ן באלד איז ער שוין דא הנה הגיע זמן גאולתכם ברוך ברוך הבא ברוך הבא בשם השם ברכנוכם מבית השם אהוי! ווי שווער איז אונז די וואג פון דאגות וואס מען טראגט דאס אידיש הארץ צו דיר אזוי עס שרייט אהוי! יעדן טאג און טאג געבן מיר א זאג אני מאמין ער איז שוין נישט ווייט לכו נרננה לה' נריעה דיר באזינגען זאל מען האבן די זכיה מיר ווארטן יארן שוין אויף די שעה צו זינגען ברוך הבא ברוך הבא בשם השם ברכנוכם מבית השם זען תנאים ואמוראים אבות ואמהות ברוכים הבאים ווערן ריין פון אלע חטאים ארויסגיין מאפילה ס'קומען אידן מכל המינים און פון הארצן גיסן פילע תחנונים יעדער צדיק מיט זיינע ניגונים לעילא ולעילא צדיקים יושבים בעטרותיהם נהנים מזיו השכינה בירושלים אידן הערט מען דארט בקול דממה ברוך ברוך הבא ברוך הבא בשם השם ברכנוכם מבית השם אהוי! פאטער ווי לאנג נאך מיט דעם שווערן יאך פון דעם גלות מיר ווילן שוין אהיים אהוי! ס'גייט דורך וואך נאך וואך מ'בעט ויזמרון לך שירין ורחשין בירושלים ויהי בישורון מלך צוזאמען מיט משיח'ן גיי מיר פאמעלעך ווען בקרוב הנה זה בא לעילא ולעילא ברוך הבא בשם השם ברכנוכם מבית השם

נשיאת כפים

ליפא שמעלצער

s0285 נשיאת כפים ליפא שמעלצער לחן: עתיק | מילים: ליפא שמעלצער | שמע נשיאת כפים ליפא שמעלצער לחן: עתיק | מילים: ליפא שמעלצער | שמע מיר בעטן דיר א תפילה מפורשת ברכנו בברכה המשולשת האמורה מפי אהרן ובניו כהנים אין בית המקדש אין יענע זמנים השם יתברך וועט בענטשן צום גוטן וישמרך דיר אפהיטן דער גאנצער קהל וואס שטייט אינדערמיטן זאל געבענטשט ווערן יאר השם פניו אליך לייכטן דיין פנים ויחנך דערהייבן דיר ארוממך חן פארמערן געבענטשט זאלסטו זיין באקומען די כללים פרידן אויף דיר אין דיינע אוהלים וישם לך שלום נאר פרידן בזכות אברהם דערמאנען מ'מוז יצחק און יעקב זכור ברית ווען וועלן מיר שוין האבן דעם זכות מ'וועט בענטשן אידן יברכך השם וישמרך יאר השם פניו אליך ויחנך ישא השם פניו אליך וישם לך שלום ווען די בית המקדש איז געווען אין איר פראכט איידער מען האט דעם בית חרוב געמאכט מ'פלעגט עולה רגל זיין שלש פעמים מקריב געוועזן עולות ושלמים אלע אידן פון איבעראל זענען געקומען קיין ארץ ישראל כהנים האבן געבענטשט אויפאמאל ווי שיין איז עס געווען שלש רגלים א הערליכע זאך מ'בעט שערי שמים פתח אלע אידן בענטשט מען דאך גלייך ווען וועט מען דאס שוין זען אלע כהנים נעמט מען צונויף אויפן דוכן זיי גייען ארויף זייערע הענט הייבן זיי אויף אוי א הייליגע שעה יראת שמים דאס הארץ עס שרעקט ווען מיטן טלית מ'איז איבערגעדעקט דער כהן רחמי שמים ערוועקט יברכך משחרב בית המקדש מ'איז נישט געווען ווערד די הייליגע עבודה האט דאן זיך אויפגעהערט דערמאנט מען נאר א זכר פון אונזער הייליג וואוין אין יעדע בית מדרש'ל בענטשט דאך אונז דער כהן כהנים ביים ארון הקודש זיי שטייען יעדע ווארט נאכן חזן זיי שרייען אלע אידן געבענטשט ווערן גייען יעדנ'ס בקשה זיינעם מ'פועל'ט דאך אויס איז נישט קיין שאלות יעדער וויינט אונטערן טלית צוזאמען קען מען זיך אויסבעטן אלעס ווינטשן כהנים באשעפער מיר בעטן אויף תחיית המתים יעדער וועט קומען מיט זיינע טליתים דער כהן גדול בענטשן אונז הייסן בבית מקדשך ושם נשיר שיר חדש כהנים און כהן גדול בראש וועלן אונז בענטשן אין בית המקדש יברכך יברכך השם וישמרך יאר השם פניו אליך ויחנך ישא השם פניו אליך וישם לך שלום

ציקערעל

ליפא שמעלצער

s0701 ציקערעל ליפא שמעלצער שירה: ליפא שמעלצער \ לחן: ליפא שמעלצער \ אלבום: געוואלדיג ציקערעל ליפא שמעלצער שירה: ליפא שמעלצער \ לחן: ליפא שמעלצער \ אלבום: געוואלדיג טאטע טאטע געב’זשע מיר א ציקער’לטאטע טאטע געב’זשע מיר א ציקער’לדו האסט גאר פיל איך בעט נאר איין מאך שוין זיס פאר דיין ציקער’ל טאטע טאטע געב’זשע מיר א ציקער’לטאטע טאטע געב’זשע מיר א ציקער’לדו האסט גאר פיל איך בעט נאר איין מאך שוין זיס פאר דיין ציקער’ל אוי מאמע מאמע געב מיר א ציקער’למאמע מאמע געב מיר א ציקער’לאם הבנים שמחהמאך שוין זיס פאר דיין ציקער’ל

קאווע

ליפא שמעלצער

s0331 קאווע ליפא שמעלצער לחן: יוסי גרין | מילים: ליפא שמעלצער | בדרך קאווע ליפא שמעלצער לחן: יוסי גרין | מילים: ליפא שמעלצער | בדרך ביטער און זיס שווארץ און ווייס טרוקן און נאס קאלטס און ווארעם ער ווייסט נאכנישט וואס ער דארף א שטארקן א שוואכן ער ווייסט נאכנישט זויער שארף צום וויינען צום לאכן ס'האט אבער יא א טעם כאטש מ'פארשטייט נישט מ'דארף האבן אלץ צוזאם אן דעם עס גייט נישט ביטער און זיס שווארץ און ווייס טרוקן און נאס ווארעם און קאלט נאר אזוי קומט ארויס א פיינע קאווע טרויער און פרייד גרינג און שווער רואיג נערוועז טונקל ליכטיג איין טאג עס גייט אים גוט א ליכטיגס א זיסן מיטאמאל מאכט ער מיט טרערן גיסן ס'האט אבער יא א טעם כאטש מ'פארשטייט נישט מ'דארף האבן אלץ צוזאם אן דעם עס גייט נישט טרויער און פרייד גרינג און שווער רואיג נערוועז טונקל און ליכט האט א מענטש אויף דער וועלט דאס איז דאס לעבן

רבי ר׳ אלימלך

ליפא שמעלצער

s0464 רבי ר׳ אלימלך ליפא שמעלצער לחן: עממי | מילים: ליפא שמעלצער | ועינינו תראינה רבי ר׳ אלימלך ליפא שמעלצער לחן: עממי | מילים: ליפא שמעלצער | ועינינו תראינה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן רבי ר׳ אלימלך בעט אצינד רפואות און ישועות מיט געזונט בזכות פון ר׳ אלימלך פון ליזענסק זכר צדיק לברכה פועל׳טס אויס אלעס גוטס און בעטס אויס אלעס גוטס בזכות פון דעם הייליגן צדיק הייליגער צדיק רבי ר׳ אלימלך געב א שאקל אין די עולמות העליונים מיט אלע צדיקים די גרויסע גאונים און געב א געשריי ביים כסא הכבוד געוואלד ווען קומט שוין משיח בן דוד פועל אויס א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל גענוג מיט די צרות לייז אונז אלע אויס פון דעם גלות צוזאמען מיט דיר שוין גיכער און שנעל בזכות פון ר׳ אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן רבי ר׳ אלימלך בעט אצינד רפואות און ישועות מיט געזונט בזכות פון ר׳ אלימלך פון ליזענסק זכר צדיק לברכה פועל׳טס אויס אלעס גוטס און בעטס אויס אלעס גוטס בזכות פון דעם הייליגן צדיק מכאן ואילך נאר זיין פרייליך ווייל דער צדיק רבי ר׳ אלימלך וועט פאר אידן זיכער פועל׳ן אלעס גוטס

שועלים

ליפא שמעלצער

s0450 שועלים ליפא שמעלצער לחן: שרולי גרין | מילים: ליפא שמעלצער | בבליפא שועלים ליפא שמעלצער לחן: שרולי גרין | מילים: ליפא שמעלצער | בבליפא בני עליה רבי יהושע און רבן גמליאל אויך רבי אלעזר גייט צופוס אהיים פון שול אין די שפאצירל א פאסירל הערן זיי דארט פיל געשרייען הונדערט צוואנציג מייל אין לענג שרעקן קראכן הערן לאכן פאר דעם תנא וויינען זיי קייכן פרעגט עקיבא וואס וויינען ענק? רבי רבי גיב א קוק אויף די גוים וואס דינען פאלשע געטער משתחוים לעצבים ומקטרים לכוכבים דאך דער בורא אלעס גוטס זיי געט ער זאלן מיר נישט וויינען פארקערט דערפאר געב איך א לאך א קל וחומר איך מאך אז יענע מענטשן קריגן שכר וואס גייט איר באקומען דערפאר וואס גייען אונז באקומען דערפאר רשעים קריגן גוטס און עס שטעכט ווי א דארן פארשטיי איך שוין פארוואס איר וויינט דאך שפיר איך אז כמעט איז שוין מקוים געווארן אייער שכר מיין שמייכעלע מיינט מיט רבי עקיבא תלמידי ישיבה זיי גייען אהיים א שמועס אויף די וועגן ביז א באגעגן ביי דעם בארג א פאקסל א פאקסל א שאקל דעם אקסל דער גרויסער תנא איז זיך מהנה שמייכלט שיין פון באק צו באק רבי דיין שמייכל וואס איז דער שכל קוק אן דער ריח'ל גייט נאך פון היכל אונזער מקדש חרוב צעהאקט אוי מיינע שעפעלעך מיינע תלמידים מיר האבן אזא נבואות מיר האפן און מיר גלייבן אז אט וועט זיך שוין אנהייבן אלץ כשנים קדמוניות נו וואס זאגט די נבואות אז פאר דער גאולה אויסלייז וועט זיך געבן א ווייז ס'וועלן זיך דרייען דא פוקס נאך פוקס נו זע דא פיל שועלים עס וואקסט ס'מיינט אט די רענצעלעך פאקטס דער חורבן הבית שטעכט ווי א דארן כ'פארשטיי תלמידים אז איר וויינט דאך די ערשטע האלב נבואה איז שוין מקוים געווארן דאס האט מיין שמייכעלע געמיינט שועלים הלכו בו די חיות לויפן אזוי און די שענסטע לענדער ליגט ביים גוי יעצט ווארט מען אויף די אידישע 'דזשוי' רבי עקיבא כה לחי רבי עקיבא ניחמתנו מיר גלייבן רבי אז דו וויינסט בקרוב וועט מען זאגן דעם שהחיינו עקיבא דו האסט אונז געטרייסט נו אז מ'זעט שוין די פוקסלעך פאקטס איין אייער באקסלעך שועלים הלכו בו שועלים הלכו בו די ערשטע האלב נבואה קלאפט שוין גענוי באלד קומט די האלב פון משיחישע 'דזשוי' עקיבא ניחמתנו עקיבא ניחמתנו עקיבא ניחמתנו עקיבא ניחמתנו

שמע

ליפא שמעלצער

s0150 שמע ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | שמע שמע ליפא שמעלצער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | שמע שמע הער צו ביינאכט אינדערפרי פעמים באהבה די העכסטע תפילה יום כיפור ביי נעילה מ’שרייט די לעצטע שעה די נאכט פון ברית פאר דעם קינד א זכות מ’געבט דאס קיינמאל אויף דעם פסוק באנייען ווייל דאס וועט ער שרייען ביז ער גייט אין גן עדן ארויף שמע ישראל השם אלוקינו השם איין גאט אחד שמע ישראל השם אלוקינו השם איין גאט אחד איין גאט הער שוין צו שמע אין אייזערנע שטאנגען אין לייבן גרוב געפאנגען ער גייט אויף קידוש השם ער געבט א געשריי איך בלייב צו דיר געטריי מיין הייליג נשמה נעם געבויגן צום ערד ביים האלז מיט א שווערד אויף קידוש השם ער גייט אין קייטלען געבונדן אין פייער אנגעצונדן זיינע לעצטע ווערטער ער שרייט שמע ישראל השם אלוקינו השם איין גאט אחד איין גאט הער שוין צו שמע שמע ישראל השם אלקינו השם אלקינו השם אחד אידעלע געדענק אין גלות ווען ס’איז ענג צו שרייען צו גאט אחד שמע ישראל השם אלוקינו השם איין גאט אחד איין גאט אחד איין גאט הער שוין צו שמע

א שטיקעלע תוספות

מאטי אילאוויטש

s0294 א שטיקעלע תוספות מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל א שטיקעלע תוספות מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל מיין טייער ליבער איד ניין ניין נישט אלעס קען מען משיג זיין אליין רבי איך קען שוין נישט מער שרייט דארט דער איד מיט א טרער איך גיי אריבער אזויפיל שווערע טעג איך ווייס נישט פארוואס און פאר ווען הלוואי פארשטיין איך קען פונקטליך וויאזוי דער אויבערשטער פירט זיין וועג דעם אידל’ס געוויין הערט ער אויס און נעמט א גמרא ארויס ווייזט אים א תוספות קאמפליצירט ביז גאר איך פלאג מיך ארום מיטן פשט איך פרעג שוין א לאנגע צייט איך פארשטיי נישט דעם תוספות אבער איין זאך איז מיר קלאר מיין טייער ליבער איד ניין ניין איך קוק מיך ארום און טראכט צו מיר אליין קוים א שטיקעלע תוספות פארשטיי איך וויאזוי איז אפילו שייך דעם גרויסן טיפן וועלט יא צו פארשטיין מיין טייער ליבער איד ניין ניין די תירוץ איז נישט געמאכט פאר פלייש און ביין קוים א שטיקעלע תוספות פארשטיי איך וויאזוי גאר מאנען גיי איך אן הסבר וואס איז מיר אוממעגליך צו קענען פארשטיין אידן מאכן פיל מיט מיר באדן אין טרערן און בלוט א שטראם פון קשיות עס פליסט מיט ביטער געוויין נפשי לך צמאה מיר קייכן צו דיר למה אזויפיל בעטן באשעפער איך וויל דיך פארשטיין אומשולדיגע אין שפיטאל מיטמאכענישן אן א צאל פארצווייפלט ווארט אויף אן ענטפער א סימן א האנט אידעלע הער מיך איין פארשטיי אז דו קענסט נישט פארשטיין און גלייב ס’האט א חשבון פיל העכער פון דיין פארשטאנד מיין טייער ליבער איד ניין ניין נישט אלעס קען מען משיג זיין אליין קוים א שטיקעלע תוספות פארשטייסטו און גאר פרעגן דעם אויבערשטן גייסטו אז דעם גרויסן טיפן וועלט ווילסטו פארשטיין מיין טייער ליבער איד ניין ניין די תירוץ איז נישט געמאכט פאר פלייש און ביין קוים א שטיקעלע תוספות פארשטייסטו וואס טראכסטו וואס מיינסטו אז זיין גרויסן טיפן וועלט קענסטו יא פארשטיין מיין טייער ליבער איד ניין ניין סוף כל סוף קומט דאך דער טאג צו גיין דעם שטיקעלע תוספות פארשטייט מען די זעלבע דעמאלטס גייט מעןאלע תירוצים אויף אלע קשיות פארשטיין

א' ב'

מאטי אילאוויטש

s0724 א' ב' מאטי אילאוויטש אלבום: תשע"ח א' ב' מאטי אילאוויטש אלבום: תשע"ח איך ווייס איך בין שוואך בעט איך איין זאך גענאדיג מיין געבעט וואס איך דאווען אויף מיין פשוטע שפראך האפענונג איך שפיר וועסט עס נעמען פון מיר זען אז עס ליגט דערין מיין חשק וואס ציט צו דיר טויזענטער יארן דאך קיינמאל פארלארן דעם א' ב' אידישע קינדער די ערשטע זאך וואס מ'לערנט מיט זיי כבוד געבן מיין גאנצן לעבן וועל איך דעם א' ב'א' ב' ג' ד' ה' "א ב ג ד ה ו ז ח ט י כ ל מ נ ס ע פ צ ק ר ש ת " ליבט און געדענקט מיט געפילן ער בענקט נעמט ארויס און מישט אויף זיין סידור און א טרער עס ברענגט עברי איז שווער פארגעסן האט ער צעוויינט זיך דארט ווי א קליין קינד און שרייט מיט טרער רבון העולמים איך ווי א תמים קען נאר א' ב'שטעל צוזאם די אותיות און מאך ווערטער פון זיי תפילות ריינע דורך מיינע פשוטע א' ב'ל מ נ ס ע פ "א ב ג ד ה ו ז ח ט י כ ל מ נ ס ע פ צ ק ר ש ת " אונטער בלוטיגע גלות'ן דורךהעסליכע וואנדאליזם זעליגע חרבנותטינקלען אידן'ס כאראקטער לערנען מלמדים נקודות סופריםערצייגן פארמעט צייכענעןקדושה'דיגע ריין שפראכיגע תוכן א'ותיות ב'דחנות ג'מרות ד'רשות ה'לכות ו'ידוי'ס ז'מירות ח'ומשים ט'ייטשן י'וצרות כ'תבים ל'וחות'לעך מ'שניות נ'יגונים ס'ידורים ע'יסקאות פ'ירושים צ'וואות ק'ול קורא'ס ר'עיונות ש'אלות ת'שובות קמץ פתח צירה סגול חולם שווא חירוק שורוק און מלאפום

אידישע תאוות

מאטי אילאוויטש

s0372 אידישע תאוות מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות אידישע תאוות מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות אזוי צי אזוי וואס פארשטייט א גוי ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו די צאמשטעל פון א קאווע מיט א קאצקע צוקער נאכן מקוה מיט די נאסע פאות די תאוה מוצאי שבת פון צאמלייגן דעם טלית און טון עפעס פאר שלום בית די זיסקייט פון א דרימל אינמיטן לכה דודי ס'איז בעסער ווי אין בעט אינמיטן נאכט און פון צוגיין צום עמוד און זיך גארגלען ביים ברעטל בשעת דער עולם קראכט עולה זיין שישי זיצן אויף מזרח שווענדן מפטיר יונה אן אוצר אויסלאזן תחנון אדער איבערהיפן דעם לאנגן שטיקעלע יוצר שרייען די ערשטע 'יעלה ויבוא' ס'איז א שמחה ממש אז מ'קען וויינען גיי זיי מסביר פאר א גוי דעם טעם פון מאכן קידוש אינמיטן ליינען זיך קענען אראפזעצן נאך א לאנגע 'ממקומך' אראפציען דעם טלית פונעם קאפ די חיות פון שרייען אויפן בעל קורא ווען ער מאכט א טעות מיטן טראפ שרייען 'חזק' שטויסן עמלק מיט א צארן א שארפן און ווארפן אויפן חתן א צוקערל נאכדעם וואס יעדער האט געענדיגט שוין ווארפן מיטברומען 'וטהר לבנו' אדער שרייען 'שבח' אזוי קרעכציג אויסצופאסטן נאך א לאנגן תענית כאפנדיג א מעריב ביי די זעכציג א שמעק טאביק א קוגל ליל שישי א אידישע הבנה די דילעמע פון קלויבן וועמען צו פרעגן 'שלום עליכם' ביי קידוש לבנה אזוי צי אזוי וואס פארשטייט א גוי ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו די תאוה פון נאך דארפן ערלעדיגן אויף שבת נישט קיין חילוק ווי שפעט ס'איז די זמן די תאוה פון נעמען צוויי האנטוכער אין מקוה אן עקסטערע דערקוויקונג איז פארהאן זארגן און שוויצן שוין פרייטאג ביי קידוש צי גרעיפ דזשוס אויף הבדלה וועט נאך זיין די תאוה פון האלטן שוין די כוס אין די האנט אין א זאפטיג שמועס לאזט זיך אריין די תאוה פונעם טאטן צו פרעגן ביי יחץ נו קינדער וועלכע חלק איז גרעסער צו דרייען מיט א בעזעם ביי שריפת חמץ אז די פייער זאל ברענען בעסער מאכן זיכער יעדער ווייסט אז איך פאר אוועק אויף יום טוב אין קאנטרי אדער לעבר הים די פילינג פון פארזוכן דעם האלאפטשע פון באבן כאטשיג עס איז חק בלי טעם די געשמאק פון קענען בראקן אחרון של פסח נאך זיבן טעג האבנדיג געווארט חול המועד באזוכן דעם טיר-גארטן ווייל אגאנץ יאר איז דאך עס פארשפארט דאס וועלן קלאפן נאך איינמאל די הושענא און זען ווי די בלעטלעך צעפליט טרעפן א בלאט-פלעק אויפן חבר'ס אתרוג די שמחה פארשטייט נאר א איד בענטשן גומל ביים גרעסטן מנין זאל יעדער פרעגן וואו ביסטו געווען און ווען אין שפיטאל פירט מען איינעם אריין ארומגיין פרעגן וואס איז געשען קוקן צי די פעינט איז טאקע טרוקן מיט די פינגער געבן א טייטל די כיטערישקייט פון דערווישן יענעמ'ס נאמען מיטן קוקן אויף זיין טלית בייטל אויפצואוועקן יעדן איד אויפן פליגער און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען שטופט אפ דעם סיום פון חודש חשון דוקא אין די ניין טעג דאס צו פראווענען געבן 'מזל טוב' פארן חתן פונקט ווען צום חופה ער גייט שוין וועלן א מצוה טאנץ וואס זאל זיך ענדיגן ווען יעדער איינער אויפשטייט שוין אזוי צי אזוי וואס פארשטייט א גוי ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו די תאוה פונעם חולה וואס וויל פאסטן כאטשיג וואס דער דאקטער שרייט געוואלד די תאוה פונעם רוסישן איד וואס לאזט זיך מל'ען ביי די פערציג יאר אלט די תאוה פון עלטערן צו טון פאר זייער קינד אסאך מער ווי פאר זיך אליין די תאוה פון א קינד וואס וויל ברענגען נחת און גייט אויס מ'זאל אים פארשטיין די תאוה וואס ברענט אין א פארלוירענע נשמה באמת וויל ער זיין גוט נישט דא נאך אזא תאוה ווי א אידיש קינד'ס תאוה וואס אוועקשטיין פון א תאוה ער טוט! איך דאנק דעם קל חי שלא עשני גוי כאטשיג תאוות ומחשבות לבנו ס'איז לעבודתו יתברך שמו

איך גלייב

מאטי אילאוויטש

s0122 איך גלייב מאטי אילאוויטש לחן: הערשל ראזענבערג | תתחדש איך גלייב מאטי אילאוויטש לחן: הערשל ראזענבערג | תתחדש ואני בחסדך בטחתי יגל לבי בישועתך איך גלייב און גלייב נאר דו קענסט מיר העלפן איך דאנק און לויב אז דו טוסט מיר העלפן איך בעט און בעט אז דו זאלסט מיר ווייטער אלעמאל העלפן נאר דו קענסט העלפן ואני ואני ואני בחסדך בטחתי איך גלייב און גלייב איך בעט און בעט ווייל בחסדך בטחתי

איני יודע

מאטי אילאוויטש

s0176 איני יודע מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות איני יודע מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות בורא כל עולמים אני איני יודע מה שחסר לי ומה שטוב לי ואיני יודע על מה לבקש אתה הרי יודע מה שחסר לי ומה שטוב לי רבונו של עולם מלא משאלות לבי איך אליין ווייס נישט וואס ס'פעלט פאר מיר און וואס איז די בעסטע פאר מיר און איך ווייס נישט אויף וואס צו בעטן אבער דו דו ווייסט דאך יא וואס ס'פעלט פאר מיר און וואס איז די בעסטע פאר מיר רבונו של עולם איך לאז עס פאר דיר

אנדערש

מאטי אילאוויטש

s0159 אנדערש מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | השגות אנדערש מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | השגות איך ווייס אז איך בין אנדערש איך זע ווי דו קוקסט מיך אן איך ווייס איך בין באגרעניצט און איך קען נישט אלעס טאן מיר זענען אבער די זעלבע נאך סאך מער ווי דו מיינסט קוק אריין אין מיינע אויגן און זאג מיר וואס דו ליינסט איך האב פונקט ווי דיר א נשמה אריינגעשטעלט אין פלייש און הויט נאטורן מיט געפילן און מיין בלוט-קאליר איז רויט איך האב חלומות איך האב רצונות איך שפיר ווייטאג און אויך גליק מיר זענען נישט צופיל אנדערש הער מיך אויס און קוק איך בין פרייליך ווען ס'איז גוט און איך וויין ווען ס'טוט וויי איך האב ליב א הייסן שאטן און אויך שפילן אין די שניי איך האב ליב צו הערן זינגען און איך גלייך א קאמפלימענט און איך שפיר זיך פארזיכערט ווען מ’כאפט אן מיינע הענט איך האב אזויפיל וואס צו זאגן און נאך א לאנגן וועג צו גיין איך זוך שוץ און רואיגקייט איך וויל נישט זיין אליין עס קלאפט אין מיר א הארצעלע וואס גייט אויס מען זאל עס פארשטיין צי זענען מיר צופיל אנדערש?איך מיין אז ניין נעקסטע מאל דו זעסט מיך מיטן חסרון וואס איך בין געבענטשט קוק מיך אן די זעלבע ווי דו קוקסט אן יעדע מענטש הער מיך אויס און רעד צו מיר כאטש ס'איז שווער צו פארשטיין מיין שפראך און לערן אויס דיינע קינדער צו טון די זעלבע זאך נאך פריינדשאפט און אייניגקייט מיר לעכצן אלע נאך דעם רוף מיך ביי מיין נאמען און נישט ביי מיין פראבלעם ווייל קיין חילוק מיינע מניעות מיין פארשטאנד און מיין אויסדרוק מיר זענען נישט צופיל אנדערש הער מיך אויס און קוק מיר אלע שמייכלען ווען ס'איז גוט און מיר וויינען ווען ס'טוט וויי מיר האבן ליב א הייסן שאטן און אויך שפילן אין די שניי מיר האבן ליב צו הערן זינגען און מיר גלייכן א קאמפלימענט און מיר שפירן פארזיכערט ווען מ’כאפט אונז אן די הענט מיר האבן אזויפיל וואס צו זאגן און נאך א לאנגן וועג צו גיין מיר זוכן שוץ און רואיגקייט קיינער וויל נישט זיין אליין עס קלאפט אין אונז א הארצעלע מיר גייען אויס מען זאל עס פארשטיין צי זענען מיר צופיל אנדערש?איך מיין אז ניין צי זענען מיר דען צופיל אנדערש?איך ווייס אז ניין

בכל צער

מאטי אילאוויטש

s0295 בכל צער מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות בכל צער מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות אל אל תירא כי עמך אני מיין טייער קינד וואו דו ביסט נאר וואו אמר הקדוש ברוך הוא אל אל תירא כי עמך אני מיין טייער קינד וואו דו ביסט נאר וואו אמר הקדוש ברוך הוא בכל צער וצער אוי אוי שיש לישראל אני אני אני עמהם בכל צער וצער אוי אוי שיש לישראל אני אני עמהם אני עמהם בכל צער וצער אויפן הארץ אזויפיל ווייען מיין קינד איך הער דיך שרייען ווייל איך שטיי נעבן דיר און איך וויין דו זאלסט קיינמאל נישט מיינען אז נאר דו טוסט וויינען ניין מיין קינד ביסט קיינמאל נישט אליין

בערל

מאטי אילאוויטש

s0502 בערל מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח בערל מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח ער וויל זיין א גוטער מאן ער זאגט דעם ווייב איך האב א פלאן איך ווייס ס'איז ערב שבת און דו האסט נאך אזויפיל וואס צו טון ארויסהעלפן דיר איך גיי איך וועל גיין אין גראסעריי און איך וועל אויכעט מיטנעמען אונזער פינף יעריג זון ווי נאר ער זעצט זיך אריין אין קאר הייבט זיך אן די פיין און צער דאס קינד שרייט איך וויל נישט גיין נאר אויב מאמי קומט ער זעצט זיך אראפ ער שטעלט זיך אויף די פענסטער אראפ די פענסטער ארויף איך דארף צו עסן צינד אן מוזיק דורכאויס דעם גאנצן וועג ער ברומט דער טאטע טוט די ליפן קייען דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען מיין טייער קינד וואס געסטו אזא איבערקערל צום קינד ער געט זיך א דריי ארום און שטילערהייט געט ער א ברום איך בעט דיך האלט דיך רואיג בערל ענדליך אין געשעפט מען שטייט ס'איז ערב שבת איבערגעדרייט שעפעלע כאפ אן מיין האנט דו זאלסט זיך נישט פארלירן דאס יונגל אבער ווי א קעגנער נעמט זיך לויפן צו די וועגענער טאטי לאמיר נעמען א וואגן און איך וויל עס פירן נאך איידער דער טאטע א ווארט ער געבט דאס קינד א וואגן ער שטופט און שלעפט זעצט אריין אין קונים יעדער שרייט קוק וואו דו גייסט עס הייבן אן פליען זאכן זעקלעך טראסקען פלעשלעך קראכן און דער טאטע קען קוים ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דער טאטע טוט די ליפן קייען דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען מיין טייער קינד וואס מאכסטו מיר דאס לעבן אזוי שווערל צום קינד ער געט זיך א דריי ארום און שטילערהייט געט ער א ברום אוי איך בעט דיך האלט דיך רואיג בערל ביים באצאלן אט מען האלט פלוצלינג עודך א געוואלד דאס קינד ער באמערקט די אפטיילונג פון די ממתקים מיט קולות געט ער א שריי מ'דארף נאך קויפן נאשעריי דער טאטע פרובירט אים בארואיגן מיט דברים רכים דאס קינד ווארפט זיך אויף דער ערד דאס געשעפט ווערט איבערגעקערט אפילו דער בעל הבית אליין קומט אהין צו לויפן דער טאטע געט זיך א קוק ארום צענדליגע אויגן פון אומעטום און טראכט צו זיך איך מיין אז איך קען שוין נישט מער דא קומען קויפן דער טאטע טוט די ליפן קייען דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען מיין טייער קינד איך בעט דיך מיט א טרערל צום קינד ער געט זיך א דריי ארום און אונטער די ציין געט ער א ברום נו איך בעט דיך האלט דיך רואיג בערל ער האלט שוין אויפן וועג ארויס שפירט א קלאפ ער דרייט זיך אויס א פרעמדער מענטש זאגט אים ר' איד איך שטוין מיט וואונדער איך האב מיטגעהאלטן און געזען אלעס וואס דא איז געשען זאגטס מיר וואו נעמט מען אזא געדולד צו די קינדער דעם קלארן אמת איך זאג דיר באלד איך וואלט מיך נישט איינגעהאלט בלויז אייך באטראכטן ביי מיר אין קאפ ארויף די בלוט איז איר בייגט זיך צו אזוי כנהוג בערל האלט דיך רואיג ר' איד איך מוז אייך זאגן איך ווייס נישט וויאזוי איר טוט עס דער טאטע טוט די ליפן קייען און א שמייכעלע טוט זיך באנייען ניין מיין פריינט לאמיר דיך געבן אן ערקלערל צום קינד ער געט זיך א דריי ארום און שטילערהייט געט ער א ברום מיין קינד הייסט חיים 'איך' הייס בערל

געמיינט

מאטי אילאוויטש

s0503 געמיינט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות געמיינט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות איך האב אמאל געמיינט אז ווער ס'איז רייך איז קלוג און פארלוירן מיינט בלאנדזשענען אין וואלד ווער ס'האט דאס לעצטע ווארט דער האט געזיגט און ווער ס'האט ווייסע האר איז אלט איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען און ווער ס'שרייט די העכסטע הערט מען אויס אלוועלטליכע מגיפות קען שוין נישט היינט געשען און אז א ווארעמע היים מיינט א געהייצטע הויז ווי מער איך עלטער מיך פארשטיי איך אנדערש און מער אז אפילו אן וואג קענען זאכן זיין זייער שווער נישט דוקא מיט שוועבעלעך מיינט זיך שפילן מיט פייער און אפילו אן געלט קען מען באצאלן טייער איך האב אמאל געמיינט אז דער וואס שמייכלט לאכט און זיין ביי זיך שטארק מיינט בויען א שטארקן גוף און חלומ'ען א חלום קען מען נאר אין א בעט ביינאכט און דערטראנקען ווערט מען נאר אין א ים מיט א שיף איך האב אמאל געמיינט אז מיינע עלטערן זענען צו שטרענג און מיינע חברים זיי זענען עכטע פריינט אן ערליכער איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג און אז איך קען טון מארגן דאס וואס איך טו נישט היינט ווי מער איך עלטער מיך פארשטיי איך אנדערש און מער אז וויינען קען מען אויך אן א טרער שרייען קען מען אויך אין דער שטיל און אז מיט איין ווארט איז אסאך מאל געזאגט שוין צופיל איך האב אמאל געמיינט אז ווער ס'האט שכל טראכט און פארבארגטע געלט צוריק נאך זען וועל איך אז ס'איז לעכטיג נאר בייטאגאון ס'איז טונקל נאר ביינאכט און אז יענע מעשה ליינט מען אין א בוך ווי מער איך עלטער מיך פארשטיי איך אנדערש און פיל מער זוכן הילף איז נישט קיין שוואכקייט נאר פונקט פארקערט זאט איז דער וואס טיילט נישט דער וואס פארמאגט און אז א יאר לויפט שנעלער ווי א טאג איך האב אמאל געמיינט אז משיח וועט שוין זיין דא לאנג אויב נישט וועלן אידן פרובירן כאטש צו לעבן אין פרידן ס'וועט זיין סאך מער מעדיצינען וועלן מענטשן זיין ווייניגער קראנק און די וועלט וועט שוין איינזען ס'איז נאריש פיינט צו האבן אידן איך האב אמאל געמיינט אז איך האב אמאל געמיינט און יעצט מיין איך אז איך מיין נאך אלץ אבער איך מיין אז וואס איך מיין היינט קומט נישט צו צו וואס איך גיי נאך מיינען און וואס איך מיין היינט גיי איך אמאל נאך באוויינען איך האב געמיינט איך האב אמאל געמיינט

דורכגאנג

מאטי אילאוויטש

s0301 דורכגאנג מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל דורכגאנג מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל איך ווייס אז מ’זאגט דיך אז דו זאלסט נישט זיין צעבראכן איך ווייס אז מ’זאגט דיך לייג אייז אויפן שניט וואס האט דיך צעשטאכן איך ווייס אז מ’זאגט דיך אז ס’וועט ווערן בעסער ביז אפאר וואכן איך זע דיינע אויגן נאס און איך זע ווי דיין בלוט טוט קאכן איך קום נישט איבערזאגן די זעלבע זאכן ס’נארמאל אז ס’זאל פלאגן אין א מצב א שוואכן נישט דא קיין מענטש וואס וויינט נישט דאגות איז דא שטענדיג דאס אלעס אבער מיינט נישט אז די וועלט האט זיך געענדיגט זיין צעבראכן איז נישט קיין סתירה פון אנקומען צו די העכסטע מדריגות אין גבורה א דורכפאל פירט נישט קיין מלחמה מיט הצלחה און צער איז גאר די שטערקסטע הקדמה צום ברכה נצחון קען מען סאך מער ענדזשויען נאר נאך ווייטאג און בזיון ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון שפייט בלוט און שווייס פון אנפאנג וואס האט מען פון א סורפרייז אן קיין שפאנונג וואס האט מען פון נאך א טשענס אן קיין דערמאנונג וואס האט מען פון הצלחה אויב מ’האט נישט קיין אנונג ווי ביטער שווער ס'איז די דורכגאנג איך גיי דיר נישט זאגן אז דו זאלסט נישט זיין צעבראכן איך גיי דיר נישט זאגן לייג אייז אויפן שניט וואס האט דיך צעשטאכן איך גיי דיר נישט זאגן אז ס’וועט ווערן בעסער ביז אפאר וואכן איך זע דיינע אויגן נאס איך זע ווי דיין בלוט טוט קאכן לאז די טרערן רינען אבער הער נישט אויף צו גלייבן דו וועסט גאר אויסגעפינען ווי סאך דו קענסט דערהייבן זיך שטארקן קומט צוניץ דיר אויפן גאנצן לעבן לאז יעדעם איינעם חוץ דיר אויפגעבן זיין צעבראכן איז נישט קיין סתירה פון אנקומען צו די העכסטע מדריגות אין גבורה א דורכפאל פירט נישט קיין מלחמה מיט הצלחה און צער איז גאר די שטערקסטע הקדמה צום ברכה ווייל נצחון קען מען סאך מער ענדזשויען נאר נאך ווייטאג און בזיון ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון שפייט בלוט און שווייס פון אנפאנג וואס האט מען פון א סורפרייז אן קיין שפאנונג וואס האט מען פון נאך א טשענס אן קיין דערמאנונג וואס האט מען פון הצלחה אויב מ’האט נישט קיין אנונג ווי ביטער שווער עס איז די דורכגאנג ירידות און עליות מנוחה און יגיעות דאס איז דעם לעבנ’ס מציאות ארויף און אראפ א חלק פונעם חיות איבערשפרינגען די מניעות געדענקען אייביג טו עס ווען זאכן שטעלט זיך אפ אז נצחון קען מען סאך מער ענדשויען נאר נאך ווייטאג און בזיון ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון ווייסט ווי ביטער שווער עס איז די דורכגאנג

די מאמע'ס אויגן

מאטי אילאוויטש

s0345 די מאמע'ס אויגן מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות די מאמע'ס אויגן מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות א טיף באהאלטענע שרעק אן אומבא’טעמ’טע שפיר איז צווישן די מאמע מיט איר קינד פאר’ן טאכטער איז אומבאקוועם און פרובירט שטיין ווייט פון איר זי שעמט זיך אז איר מאמע איז בלינד זי קען נישט וואשן נישט קאכן פירן די ווערטשאפט אין הויז מיט א שטעקן גייט זי אין גאס אז די בלינדע פרוי איז מיין מאמע איך האף אז קיינער געפינט נישט אויס איך וויל נישט זיין די נעבעך פון קלאס קיין חבר’טע צו זיך אינדערהיים האט זי קיינמאל אריינגענומען ביי פי-טי-עי אוי האט זי געוויינט איר מאמע זאל נישט קומען זיך ארויסגעדרייט איר קיינמאל באגלייט די באציאונגען ווערן נאר קעלטער אזוי לויפן די יארן זי ווערט נאר אלץ גרעסער און עלטער ענדליך שוין א כלה און צו די חתונה זי גרייט זיך האבן מיין אייגענעם לעבן אוי ווי די כלה פרייט זיך זי פאקט זיך פעק ציט זיך אוועק ווייט ווייט ווייט פארגעסן פון די שווערע יארן וואס זי האט אינדערהיים געהאט די מאמע ביטער פארקלעמט אין הארץ עס ברענט א ברענעניש זי קען נישט איינשלאפן לא יכבה בלילה נרה אירע צוויי בלינדע אויגן זען טאקע זיי קענען נישט אבער וויינען קענען זיי נאך יא ווייטאגליכע קרעכצן נאך אזויפיל יארן פון דרוק עס גיסט זיך א גאס פון געוויין עס שטייט איר פאר די אויגן מחשבות פון יארן צוריק וואס קיינער ווייסט נישט נאר זי אליין מיין קינד כ’האב דיר קיינמאל פארציילטדורכאויס די אלע יארן אז דו ביסט געבוירן געווארן מיט א חסרון איך האב נישט געוואלט אז דו זאלסט פילן ווי ביסט אנדערש ווי יעדן איינעם דערפאר האב איך באשלאסן אז איך דערצייל עס נישט פאר קיינעם אבער איך מיין ס’איז שוין צייט אזוי טוט מיין געפיל טרייבן די מאמע נעמט א פעדער אין האנט און הייבט אן צו שרייבן בסייעתא דשמיא מיין טייער קינד לאה וויאזוי גייט דיין לעבן אלס ווייבל איך וויל דיר עפעס בעטן דערפאר גיב איך דיר יעצט א שרייבל זאלסטו וויסן מיין קינד דו ביסט געבוירן נישט געזונט דו ביסט געווען בלינד אויף ביידע אויגן אבער וואס טוט נישט א מאמע פאר איר קינד מען האט די הויט פון מיר געשינדט איך האב דיר געשאנקען מיינע אז דיר זאל אלעס טויגן זייט דעמאלטס מיין קינד בין איך געווארן בלינד אוי ווי שווער האב איך דיר אויפגעצויגן איך שרייב דא צו דיר מיין קינד מיט בלוט אנשטאט מיט טינט איך בעט דיך איין זאך היט אויף מיינע אויגן אוי איך בעט דיך היט אויף דיין מאמע’ס אויגן!

די רייע

מאטי אילאוויטש

s0303 די רייע מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח די רייע מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח זיין הארץ איז פול מיט זארג גייענדיג נאך געלט געקלאפט שוין איבער גאנץ ניו יארק און כמעט נאך גארנישט צאמגעשטעלט דאס הארץ פלאגט אים זיין חבר זאגט אים פאר צום טאהשער רבינ'ס הויז בעטן ער זאל-פון-אים ווייל א געהאלפענעם גייט פון דארט איעדער ארויס דער משולח אלט בראשו חש געהאלפן ווערן אבער ער וויל ער כאפט א וועג און קומט אן קיין טאהש אין רבינ'ס צימער איז שא שטיל יעצט איז נאך שטיל דא באלד ווערט פול דא א פשוט'ער פלאן אים באהערשט איך גיי מיך נישט רירן מיין פלאץ נישט פארלירן אזוי אריינגיין וועל איך דער ערשט עס לויפט די צייט אין שטוב ווערט פול ענדליך דער רבי זיין טיר מאכט אויף דער איד אין צימער אריינגיין ער וויל דער רבי באטראכט אים אראפ און ארויף דאס הארץ רייסט אים ווען דער רבי ווייזט אים אונטער דיר שטייט א יונגערמאן זיי מוחל ווארט נאר צו און לאז אים ערשט אריין ער דרייט זיך אויס מיט שעם א יונגערמאנטשיג רייך געשטעלט פארוואס דארף איך מיך רוקן פאר אים ווייל איך בין ארעם און ער האט געלט ער קען עס נישט גלייבן ער קען עס נישט דערהייבן נישט גענוג בושות אין ניו יארק אליין זעט אויס אז אויכעט אין קאנאדע דארף איך דורכגיין אפאר מינוט אדורך גייט דער טיר ווערט צוריק אן אפענעם דעם יונגן נגיד דער רבי באגלייט און רופט אריין דעם משולח דעם געטראפענעם ער וויל אים ערקלערן ער זאל הערן די סיבה דערפאר דער איד אבער ווייעדיג פארשעמט און באליידיגט נעמט זיך שרייען פון גרויס צער איך ווארט אזוי לאנג צו קומען אריין דער ערשטער אין רייע האב איך זיך געשטעלט איך בין אן עלטערער איד און ער א יונגערמאן איך האב געמיינט אז אין טאהש ווערט מען נישט פארלוירן פאר געלט דער רבי שטיל בלייבט ער א ריזן סכום שרייבט ער אין א טשעקל וואס ליגט דארטן ליידיגערהייט און שטרעקט עס אהין פאר דעם איד וואס שרייט איך האב פארשטאנען פארוואס דו ביסט געקומען גלייך ווען איך האב דיר געזען ביים טיר און דיר צו קענען געבן לייטישע סכומים האב איך געמוזט אריינלאזן קודם דעם גביר א ליידיגן טשעק ער געט מיר אוועק ר' איד דיין ישועה דא דו האסט גאר מיט דעם וואס איך האב אים קודם אריינגעלאזט שטייט דער בחור און קלעמט וואס איז דער חשבון גענוי דעם יונגן בחור'ל מען נעמט און מיך לאזט מען אויס צו ווערן גרוי א צווייטער א באשטראפטער פון חובות קוים שלאפט ער מיין שכן אבער לעבט באקוועם ווען ברך עלינו ונא אל תצריכנו איך בעט עס שוין צוואנציג יאר מער פון אים א מאמע זי וויינט ביי אירע לעכט באשעפער גענוג נשמות דו האסט דו טיילסט פאר יעדן פרעגט זי מיט רעכט פארוואס האסטו אונז אויסגעלאזט ביי א צווייטן זיין קינד אזוי נישט געזונט באשעפער איך ווארט שוין א לאנגע צייט אנדערע היילסטו פאר יעדן טיילסטו פארוואס מיך הייסטו גיין אין א זייט מיין קינד איך זע דיין פיין איך וויין מיט דיר בכל צער וצער און גלייב מיר איך לאז נישט קיינעם אריין ערשט קודם אדער בעפאר מיין קינד דו פארשטייסט נישט ביסט אינדרויסן דו ווייסט נישט וויאזוי עס פירט זיך דא ביי מיר אז אלעס איז אויסגערעכנט נאר פאר דיר איך ווייס דו ווילסט פארשטיין דעם פשט דער אידעלע מיט טרערן מאנט ער הלואי מיין קינד קענסטו זען ווי ווייט די שטופ אוועק ברענגט דיך נאנטער ס'קען זיין אז איינמאל און אפשר גאר קיינמאל וועסטו דאס איינזען אליין אז פונקטליך אזוי האט עס געמוזט זיין און אלעס איז נאר פאר די טובה דיין

דער גראם

מאטי אילאוויטש

s0722 דער גראם מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות דער גראם מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות א גאנצער נאכט שוין פארבראכט שוין געטראכט שוין פון לאנג אהיימגיין פון זאל געטאנצן יעדע ליד שוין ער איז מיד שוין און מען ציעט שוין אסאך מער ווי נארמאל ביים טיר שוין ער גייט דארט ער שטייט דארט פארביי דארט עס גייט א אינגערמאן מיט א שאל דער בדחן?! ער כאפט שוין ער סטאפט שוין און בלייבט שוין ער וויל נישט אהיים גיין בכלל מען קען זיין א מידער פון לידער און גערודער דאך גראמען האט א פאטענט יעדן אינטערסירט עס מען שפירט עס בארירט איז דאס הארץ פון דעי מאמענט ביי יעדע מסיבה די חיבה און ליבע וואס ביי אלע מענטשן עס ברענט וועט זיצן אין זאל ער אן א דאלער נאר ווייל ער וויל הערן די גראמען ביים ענד זעה נאר דעם פלאם דעם טעם אויסנאם וואס עס ליגט אונטער דעם גראם אפאר שורות ברענגט עס צוזאם – ווי איין שורה'לעך צוויי און דריי זענען זיי באהעפטן זיי אלע איך גיי עס הערט זיך דאס הערליך געשריי – גאר שיין מחזורים און סידור בריוולעך פון ברידער געדיכטער און לידער געפאסט און מסודר עס וועקט אויף דעם מידער און ווארעמט די גלידער מיט חן א שיינע באעהרונג - ערקלערונג – איינשווערונג תנאים בלומען און נוסח המציבות אן עד אין די דזשורנאלן – פארפאלן – ס'מוז שטראלן מיט גראמעלעך און ראשי תיבות גראמען ארויסגיט זיך - ס'זעץ זיך – ס'רעדט זיך די ניגון דאס בריוו'ל אדער סיי וואס וואס סתם ווערטער זאגט נישט – פארמאגט נישט – און טראגט נישט די זעלבע געפיל און התחייבות גראמען קען מאכן – לאכן – אויפוואכן דעם טייל פון שמחה און גליק עס קען וויינען און קלאגן – און זאגן – די פלאגן וואס אונטערן הארץ עס דריקט עס קען שפייען - און שרייען – פארצייען – באנייען א פריינדשאפט פון יארן צוריק דעם שרייבער'ס געפילן – טוט שפילן – קענסט פילן ווען אויף די גראמען מען קוקט זעה נאר דעם פלאם דעם טעם אויסנאם וואס עס ליגט אונטער דעם גראם אפאר שורות ברענגט עס צוזאם – ווי איין שורה'לעך צוויי און דריי זענען זיי באהעפטן זיי אלע איך גיי עס הערט זיך דאס הערליך געשריי – גאר שיין "דער רבי ר' בונם זאגט מען נאך פון אים אז טיף אינעם גראם ליגט סודות נוראות אז ר' אליעזר הקליר מיט זיינע איינפאלער געגראמט האט ער ווייל ער געוואלט ברענגן פילע השפעות דער בעלזא רב ר' ישכר דוב זאגט ער דערויף דער גראמער האט האף פארשפארן דעם גיהנם אויף שעות אין באבוב גאר גרויס זי איז די רב זאגט נישט בלויז זי איז גר"ם איז די אותיות מ'בטלין ג'זירות ר'עות" מ'זעט יוצרות און זמירות דעי שורות פון פריער איז געשריבן מיט גראמען און ליד צדיקים אלס שרייבער מחבר מסתבר א טיפע חכמה עס ציעט רבי'ס מיט חן זיי אליין זיי שטייען זיי גראמען פאר א צווייטן איד באטראכטן דו דארפסט עס צו פאסט עס דאך ווייזט עס א העכערע ענין דא רועט

דריי יאר אלט

מאטי אילאוויטש

s0658 דריי יאר אלט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל דריי יאר אלט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל ווען דו ביסט געווארן איין ביסטו נאך קליין צו פארשטיין רעדן גיין א שמייכל קוים טוסטו געבן דו האסט שכל קוים צו פארשטיין לעבן קענסט נאך גארנישט אליין דו ביסט נאר איין ווען דו ביסט געווארן צוויי דו געסט א שריי איך שטיי און גיי און איבערדריי מיין קינד ביסט שוין אזוי גרויס אבער נאך אזוי קליין דו דארפסט נאך מיין הילף מיין שויס דו קענסט נאך גארנישט אליין דו ביסט דאך נאר צוויי; אפשר ביי דריי און יעצט מיין קינד שוין דא מ’האלט איך קוק מיך צו ווי דו ווערסט שוין דריי יאר אלט און איך שטיי און וואונדער מיך וואס האט פאסירט היי יאר וויאזוי וואקסט מען אזוי שנעל צווישן צוויי און דריי יאר פון קענען גארנישט דו שטייסט ביים שוועל ווערסט מיר א גאנצער מענטש מיין קינד דו וואקסט צו שנעל איך באטראכט ווי דו האלטסט יעצט ביים דורכגאנג פון קליין צו גרויס א וואונדערליכער צאמשטעל און איך טראכט צו מיר בלויז הלואי בלייבסטו דריי און נישט אויפהערן בעטן פון אונז ווען דו קענסט נישט אליינס הלואי בלייבסטו דריי אז אפילו אן ווערטער זאל איך פארשטיין פארוואס דו וויינסט הלואי בלייבסטו דריי מיטן שפירן אז די בעסטע פלאץ איז ביי אונז אין שטוב הלואי בלייבסטו דריי און מיר גלייבן יעדעס מאל וואס איך זאג דיר ‘איך האב דיר ליב’ דריי יאר ביז אצינד נאאיוו און בלינד פון שרעק און זינד ביסטו מיין קינד איך ווייס אז דו ווילסט שוין זיין אין די יארגאנג מיינע איך זאג דיר אבער שעפעלע גלייב מיר איך בין דיר מקנא הלואי ווען איך גיי צוריק צו דריי וואס דו טוסט נאר האט חן וואס דו זאגסט נאר איז שיין און וואס דו טראכסט איז ריין אבער אויף אייביג בלייבן נישט די זמנים אפשר וועט דיין דור גאר וואקסן שנעלער ווי מיינעם גייסט נישט נאר ווערן פיר נאר אפשר גאר עלטער פון מיר איך ווייס אז דו פארשטייסט נישטוואס איך זאג יעצט צו דיר ס’וועט דויערן אפאר יארביז דו וועסט פארשטיין וואס כ’האב גערעדט צו דיר איז יעצט ווען דו הערסט עס ווייס אז דו ביסט ביי מיר טייער די זעלבע זיס און לעכטיג ווי ביי די דריי-יאר דו וועסט שוין נישט דארפןאיך זאל דיר אנכאפן און טראגן בינדן דיינע שיך אדער פון חלום בארואיגן איך שנייד יעצט דיינע האר אויף די יארן פון אנטלאפענונג עס פאלט מיר א טרער און איך קוועטש מיין הארץ מיט האפענונג אז הלואי בלייבסטו דריי און וואס דו פארשטייסט נישט הער נישט אויף צו פרעגן הלואי בלייבסטו דריי און ווען איך שפרייט אויס מיינע הענט זאלסטו מיר לויפן אנטקעגן הלואי בלייבסטו דריי און מיר ווייטער דערציילן אלץ וואס אויף דיין הערצעלע ליגט הלואי בלייבסטו דריי און זיך נישט שעמען צו וויינען אפילו ווען יעדער קוקט

האדרת והאמונה

מאטי אילאוויטש

s0720 האדרת והאמונה מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות האדרת והאמונה מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות האדרת והאמונה צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים הבינה והברכה צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים הגאוה והגדולה צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים הדעה והדיבור צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים מי הוא זה ואיזה הוא זה קלי ואנוהו המלוכה והממשלה צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים הנוי והנצח צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים השיר והשבח צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים התהלה והתפארת צו וועמען און צו וועמען? - לחי עולמים

הר המוריה

מאטי אילאוויטש

s0431 הר המוריה מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות הר המוריה מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות אויבן אויף א בארג די אמונה איז שטארק מיט שמחה שטייען דארט ביידע געבונדן פיס און הענט גרייט צו ווערן פארברענט ליגט יצחק אויף די עקידה פון דעמאלטס אן טראגט דאס ארט א פאן פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן די פלאץ וואס גאט וועלט אויס וואו צו בויען זיין הויז דעם הר המוריה אויסגעקליבן כאטש עס איז פארהאן פיל פלעצער וואס קען זיין שענערס ווי די הר המוריה פיל רייכערע ערד נו פארוואס פונקט דא ווערט דאס פלאץ וואו על תילה בנויה ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט וואו מ’האט דאס האלז אויסגעשטרעקט אין פייער פארן בורא צו גיין חשוב איז ביי אים דאס ארט דער באשעפער וויל אז דוקא דארט זאל דער בית המקדש שטיין לויטן חשבון פון פריער אז חשוב איז ביי דיר די פלאץ וואו מען שטארבט פאר דיינע באפעלן באשעפער דו זעסט וואו צו בויען דיין נעסט האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצואוועלן אויפן אטא-דא-פעי פארן הנה אלקינו זה חלילה די אמונה נישט טויפן צי וועסטו בויען דיין אכסניא דארטן אין שפאניע אויפן זעלבן פלאץ ווי פונעם שייטער הויפן אין רוסלאנד הינגעריכטעט געשאכטן און פארניכטעט געגאנגען אין פייער פאר דיר צי וועסטו טאטע קרוין בויען דיין וואוין אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר אין אייראפע וואו דו קוקסט נאר אלץ דעם טויט מעסער אויפן האלז מיליאנען אויסשעכטן און אויסהונגערן אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב וועסטו בויען דיין שטוב ליטע גאליציע פוילן אדער אין אונגערן אין אינדיע מומביי פארן זיין א חלק אלקי געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד די הויז פון בלוט און טרערן צי קען עס נאך איין טאג ווערן א בית המקדש אנשטאט א בית חב”ד ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט וואו מ’האט דאס האלז אויסגעשטרעקט אין פייער פארן בורא צו גיין חשוב איז ביי אים דאס ארט דער באשעפער וויל אז דוקא דארט זאל דער בית המקדש שטיין אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל אויף יעדן בארג און טאל איז פארצייכנט מיט אידישע עקידות אויף וועלכע גאס אויף וועלכע אויפרייס ווילסטו בויען דיינע געביידעס דארט וואו בחורים פארכאפט מען וואו מתפללים אנקלאפט מען אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסער אוי טאטע ס’שוין גענוג משיח שוין שיק און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער חשוב איז ביי אים דאס ארט דער באשעפער וויל אז דוקא דארט זאל דער בית המקדש שטיין

ובידו הגדולה

מאטי אילאוויטש

s0729 ובידו הגדולה מאטי אילאוויטש ובידו הגדולה מאטי אילאוויטש רעות שבעה נפשי ביגון כחי כלה חיי מררו בקשי בשעבוד מלכות עגלה ובידו הגדולה הוציא את הסגלה האסט צוגעהערט מיין תפילה – ווען ביגון כחי כלה ובידו הגדולה הוציא את הסגלה

והאיש משה

מאטי אילאוויטש

s0723 והאיש משה מאטי אילאוויטש אלבום: תשע"ח והאיש משה מאטי אילאוויטש אלבום: תשע"ח והאיש משה עניו מאוד דער עמוד התורה דער עמוד משה אליין קלענער ווי מכל האדם כאטש די תורה ער איז דער וואס גיט מיטן בורא ער איז דער וואס רעדט דאך משה אליין - האלט זיך קליין קלענער ווי מכל האדם משה ווייסט גאנץ גוט זיין חשיבות נו וואס איז פשט פון אזא עניוות נאר משה באטראכט זיך א חשבון ער מאכט זיך ס'נישט קיין קונץ אלע מיינע ראמען איך זעה דעם בורא פנים אל פנים קוק אבער אויף מיינע בני בנים די דורות העתידות - פארלוירן יעדע איד-איז אוי ווי שווער ס'וועט זיין צו זיין א מאמין "איך זעה דעם דור דעם לעצט צובראכן און צוזעצט א טונקלקייט ממש ס'איז געפערליך תאוות און צרות קשיות און הסתרות ס'קאסט זיי בלוט זיך צו האלטן ערליך תשע”ח איך שטוין מיט אינטערעס דער אידעלע בלייבט אזוי געטריי דערפאר זאגט משה נאר איך גדול הדור איך שפיר מיך קלענער קעגן זיי" מ'איז צוגעוואוינט אונז אוועקצומאכן אז מיר לעבן יעצט אין א דור א שוואכן היינט כלל ישראל איז שוין נישט ווי אמאל אונזער דור איז ממש דאס ערגסטע איך טראכט צו מיר אויב איז דאס אמת גאר אלס קאמפלימענט איך נעם-עס ווייל ווי שוואכער און שווער פאדערט כוחות סאך מער קומט אויס אז אונזער דור איז גאר די שטערקסטע! משה קוקט אונז אן און קען נישט גלייבן ווי נעמען ענק די כוחות צו דערהייבן איך זע ווי דו צופאלסט-דאך איך שטוין ווי שטארק דו האלטסט בעיקבתא דמשיח הפקרות ברענט און שלעפט פון יעדן זייט מכל צד סוחפת אזאנס וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט די מסירות נפש דיינע קומט נישט צו צו מיינע איך שפיר זיך בשפלות קעגן דיך "איך זעה דעם דור דעם לעצט צובראכן און צוזעצט א חשכות אן הסתר אזא קאלטן תאוות און צרות קשיות און הסתרות איך פארשטיי נישט ווי איז מעגליך זיך צו האלטן תשע"ח פון בורא נישט פארגעס גם כי אלך בגיא דערפאר זאגט משה נאר איך גדול הדור איך שפיר מיך קלענער קעגן זיי" יעדע מאל ביסט דיך מתגבר און דו האלסט דיך ערליך - האלט זיך משה קליין יעדעס מאל דו לויפסט אין שול א תפילה טאן מיט טרערלעך האלט זיך משה קליין פארלירסט נישט דיין אמונה כאטש ס'איז אזוי שווערליך האלט זיך משה קליין יעדעס מאל דו קאנטראלירסט די טעכנעלאגישע שטער'עלעך האלט זיך משה קליין יעדע קליינטשיגע מצוה איז א דבר חשובה און האלט זיך משה קליין יעדעס מאל מ'איז מחנך נאך א בחור אין ישיבה האלט זיך משה קליין פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה האלט זיך משה קליין יעדעס מאל עס צושפרייט זיך נאך א אידישע סביבה האלט זיך משה קליין "תשע"ח" יא ס'איז א נס כאטש אונז זע'מיר קלענער פון די קלענסטע נסיונות און צרות קשיות און הסתרות שיינען מיר ארויס אלס די שענסטע און כאטש עס איז אונז שווער שטארקן מיר זיך מער לעשות רצונך אלקי דערפאר זאגט משה נאר איך גדול הדור עניו מאוד מכל האדם אשר על פני"

ווייטאג

מאטי אילאוויטש

s0309 ווייטאג מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות ווייטאג מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות צי געדענקסטו ווען געשריגן דו האסט און טרערן פון די אויגן געלאזט צו זיך אליין גערעדט שטילערהייט אין בעט און געמיינט אז ס'איז עק וועלט צי גלייבסטו אז די שווערסטע נעכט ווען דו האסט געפילט פארלוירן און שלעכט דיין הארץ איז דיר צעשטורעמט דאס האט דיך געפארעמט און דיך אויף דיינע פיס געשטעלט ווייל יעדע גריבעלע צער ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר עס היילט און עס טיילט כוחות ווי נאך קיינמאל בעפאר ווי גליקליך ביסטו אז דו שפירסט ווייטאג עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג איין טאג איין טאג איין טאג וועסטו זען אז נאר דורך דעם וואס ס'איז דיר געווען שווער ביסטו געוואקסן מער יעדער וואס האט ערגעץ דערגרייכט האט א וועג אדורכגעמאכט א טעות מאכט אונז בעסער נסיונות מאכט אונז גרעסער הארץ-וויי איז א הארציגע שפראך וואויל איז דער וואס שפירן טוט אבער גלייבט אז ס'וועט נאך ווערן גוט דיין הצלחה פון מארגן זענען נעכטיגע זארגן ווען דו האסט געמיינט אז דו ביסט שוואך ווייל יעדע גריבעלע צער ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר עס היילט און עס טיילט כוחות ווי נאך קיינמאל בעפאר ווי גליקליך ביסטו אז דו שפירסט ווייטאג עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג איין טאג איין טאג איין טאג וועסטו זען אז נאר דורך דעם וואס ס'איז דיר געווען שווער ביסטו געוואקסן מער די טאג וואס דו קומסט אן ווייט וועסטו שטיין אין די זייט ס'איז געווען א שווערע צייט אבער אן דעם וואלט איך גארנישט געהאט ווי גליקליך ביסטו אז דו שפירסט ווייטאג עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג איין טאג איין טאג איין טאג וועסטו זען אז נאר דורך דעם וואס ס'איז דיר געווען שווער ביסטו געוואקסן מער

ונצעק

מאטי אילאוויטש

s0727 ונצעק מאטי אילאוויטש ונצעק מאטי אילאוויטש וירא את ענינו - זו פרישות דרך ארץ די מצב לא עלינו – די וועלט ציטערט פון דעם שרץ די דרך פון ארץ - די וועלט אלעס איז אפגעשטעלט וירא את ענינו - זו פרישות דרך ארץ נישטא ווי צו לויפן מ'קען קיין ערגעץ נישט פארן דעם מענטשליכן קשר ממש אינגאנצן פארלארן קוים וואס מ'מעג גיין אין גאס ס'איז ליידער חלילה וחס וירא את ענינו - זו פרישות דרך ארץ ונצעק – אידעלע שריי ונצעק - אל ה' אלהי אלהי אבתינו וישמע קלנו וירא את ענינו ואת עמלנו ואת לחצנו - זו הדחק ונצעק ואת עמלנו - אלו הבנים בנינו ובנותינו – אוי וואספארא פנים אנשטאטס צו לערנען גיין זיצן אין שטוב אליין ואת עמלנו - אלו הבנים נישט נאר חדרים נישט נאר די מיידל שולעס בתי מדרשים פארשפארט איבעראל-איז קיין תפילות קיין מנינים וואס שהיו ישראל מצינים ואת עמלנו - אלו הבנים ונצעק – אידעלע שריי ונצעק - אל ה' אלהי אלהי אבתינו וישמע קלנו וירא את ענינו ואת עמלנו ואת לחצנו - זו הדחק ונצעק ואת לחצנו - זו הדחק אלקי אבתינו – ונצעק פרנסות הכנסות פארשליסן הערצער בדחקות צוריסן ואת לחצנו - זו הדחק יתומים אלמנות אזויפיל אין איין וואך די לחץ די דרוק און ווער ווייסט וויפיל נאך והסר ממנו רק והיה כי יצעק ואת לחצנו - זו הדחק ונצעק – אידעלע שריי ונצעק - אל ה' אלהי אלהי אבתינו וישמע קלנו וירא את ענינו ואת עמלנו ואת לחצנו - זו הדחק ונצעק

ושבו בנים

מאטי אילאוויטש

s0495 ושבו בנים מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל ושבו בנים מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | סינגל ושבו בנים בנים בנים ושבו בנים בנים בנים ושבו בנים אוי לגבולם קול ברמה נשמע מאמע מאמע רחל מבכה על בניה מאנה להינחם להינחם על בניה כי איננו מאמעניו מיין וויין מאמע וויין כה אמר השם מנעי קולך מבכי אבער מאמעניו מיין וויין מאמע וויין מאנה להינחם ביז מיר וועלן שוין צוריקגיין אהיים ושבו בנים בנים בנים ושבו בנים בנים בנים ושבו בנים אוי לגבולם איך שטיי דא אליין נעבן מיין מאמע’ס שטיין מיט ציטער טרעט איך מאמע איך בעט דיך הער צו מיין געוויין אינמיטן וועג דו ליגסט פון דיין קבר דו קוקסט ווי דיינע קינדער שטייען וויינען און שרייען אוי א נחמה פאר זיי דו שיקסט מאמע וואס גייט דא פאר מיר שרייען שוין טויזנטער יאר ווי קענסטו שטיין אין א זייט און צוקוקן און זען ווי דיין קינד ליידט מאנה להינחם קום צוריק שוין אהיים ושבו בנים אין ירושלים יש תקוה לאחריתך נאום השם ושבו בנים בנים בנים ושבו בנים בנים בנים ושבו בנים אוי לגבולם

יעדער קיינער

מאטי אילאוויטש

s0168 יעדער קיינער מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות יעדער קיינער מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות צוויי מענטשן דרייען זיך ארום באקאנט פאר יעדן אומעטום זייער נאמען ווייסט יעדער איינער זיי הייסן 'יעדער' און 'קיינער' מ'רעדט פון זיי אויף איעדן טריט יעדער קוקט נאר וואס יעדער טוט און פרובירן חלילה קיין מינוט נישט צו טון עפעס וואס קיינער טוט נישט ווער איז דער יעדער וואס פירט די וועלט אויף רעדער כ'האב שוין יעדן געפרעגט ווער איז דער קיינער וואס זאגט פאר יעדער איינער וויאזוי זיך פירן אלע זיינע טעג יעדער טוט אזוי און קיינער טוט אזי איך וואונדער מיך ווער זענען זיי יעדער זאגט אהער און קיינער גייט אהין זאג מיר ווער זענען די צוויי פאר איך טו נאר עפעס ווייס איך אבער באלד קודם מוז איך הערן וואס ר' יעדער האלט פון זיין חוות דעת איך ריר מיך נישט קיין טראפ נאר אויב יעדער שאקלט מיטן קאפ א מלבוש א שמחה וואס אימער מ'קלערט קודם אינטערעסיר איך מיךאויב קיינער האלט פארקערט קיינער זאל אויף מיר נישט קיין טענה האבן פארוואס האסט'עך אליינס באגראבן ווער איז דער יעדער וואס פירט די וועלט אויף רעדער איך האב שוין יעדן געפרעגט ווער איז דער קיינער וואס זאגט פאר יעדער איינער וויאזוי זיך פירן אלע זיינע טעג יעדער קוקט אויס ווי א וואוילער מאן וואס העלפט פשוט קענען מחליט זיין באגלייט אונז אין גאס און אין הויז און שפעטער לאכט אונז יעדער אויס קיינער איז א שטרענגערע מהות כאטש קיינער ווייסט נישט ווער דער קיינער איז פארקערט ווי קיינער וויל קיינער מאכן ס'נישט דא קיינער וואס זאל לאכן ווער איז דער יעדער וואס פירט די וועלט אויף רעדער איך האב שוין יעדן געפרעגט ווער איז דער קיינער וואס זאגט פאר יעדער איינער וויאזוי זיך פירן אלע זיינע טעג קיינער טוט נישט דאס און יעדער טוט נאר יענץ איך וויל וויסן ווער זענען זיי קיינער וועט נישט קומען און וואס וועט יעדער זאגן זאג מיר ווער זענען די צוויי אן הערליכע בר מצוה האט אן ארעמאן געמאכט ער האט זיך פארענטפערט פאר מיר א גאנצע נאכט קיינער טוט נישט אנדערש ווייז איך אים זאפארט הע קיינער איז ניטאמאל דארט דער יעדער האט קיין כח עס איז אים שוין נישט גרינג דער קיינער איז שוין נמאס ער איז שוין אויך נישט יונג קיינער וועט נישט שטערן אז מ'לאזט אים גיין יעדער וועט זיך גאר מחיה זיין לאז אפ דעם יעדער רואיגער איך זע דיר שלעפ נישט יעדער מיט דיר לאז אפ דעם קיינער וועסטו זען אליין ערהאט ניטאמאל דיך נאכגעקוקט פריער מסכים איז יע-דערקעגן איז נישט - קיינערשטייט נישט אין וועג יעדער מיט קיינער הייסן יעדער איינער אזוי זיך פירן אלע דיינע טעג

יעקל מלמד

מאטי אילאוויטש

s0399 יעקל מלמד מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | השגות יעקל מלמד מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | השגות ר' יעקל סאמעט – א מלמד מחנך תלמידים אין קלאס חזר'ן און טייטלען נישט בטל'עןא רגע חלילה וחס דערפאר איז א וואונדער – ביי די קינדער אז דער רבי גייט ארויס אין האל בלייבט שטיין ביים שוועל ער הייבט אויף זיין סעל און מאכט גאר א טעלעפאן קאל דער מנהל ער זעט אים – און בעט אים דו ביסט שוין דא דרייסיג יאר און לויט ווי איך קען דיר -– ס'ברענט דיר ביטול תורה אפילו א האר פרעגן איך מו'-דיך – א שידוך?צי חלילה איז איינער אוועק?וואס איז דער באדייט צי איז אלעס אלרייט ווייל דו קוקסט אויס בלאס פון שרעק מיט א רואיגע שמייכלער מאכט עס אוועק מיט דער האנט ס'איז מאנטאג פאר פסח און איך האב מיך פלוצלינג דערמאנט אז אין שטוב אנגעזאגט האט מען מיר צוריק מיט אפאר טעג פריער אז מאנטאג פאר פסח ווארפט מען די אלטע שטאפיר שוין דרייסיג יאר איך שפאר אפ געלט אין דער זייט שווערע אלפים עס ליגט אין אן אלטן כאלאט און קיינער פון דעם האט געוואוסט אהיימקלינגען האב איך געמוזט כאטש ביטול תורה האט מיר בכלל נישט געגלוסט כ'האב געבעטן אז מ'זאל דעם כאלאטל נישט ווארפן אין מיסט אהא! זאגט דער מנהל ס'איז א יוצא מן הכלל ביטול תורה איז נישט חל ווייל איר ראטעוועט דעם פאל א פארמעגן אבנארמאל ר' יעקל מיט א שטראל ענטפערט מיט מאראל איך ראטעווע נישט ווייל די כאלאט מיט די מאטעריאל ליגט שוין לאנג אין אפפאל אין א טרעקל ווייטע מייל איך האב גערופן צו שפעט פערצופאל אבער זייט מיר מוחל מנהל יעצט איז שוין טאקע ביטול תורה איך דארף צוריקגיין אין קלאס “אמר אביי קינדערלעך” דער מנהל דערהייבט נישט און גלייבט נישט עפעס איז דא קאפויער האסט פארלוירן ר' יעקל – יעדן שקל און גייסט ווייטער כאילו לא היה ר' יעקל אפוואשט-עס מיט פשטות איך בין בכלל נישט קיין העלד ס'איז א פראבלעם - אבער פאר דעם קומט מען אראפ אויף דער וועלט זיינע אויגן גלאנצן – און טאנצן דערציילנדיג זיין סוד'ל דערמאנען זיך טו איך – מיין משגיח דער באקאנטער ר' גד'ל ער פלעגט איינזייען – און שרייען אז אין לעבן דאס הארץ אמאל קרענקט דער בורא וועט געבן – א נסיון אין לעבן קינדערלעך מיינע געדענקט די גאנצע תכלית פארוואס מ’קומט אויף דער וועלט איז פאר איין שווערע נסיון צו ווערן געשטעלט אין די איין רגע איין וועט עטס דארפן מחליט זיין אויב מען וויל זיך פארלירן אדער דאס בייצושטיין היינט האט מען מיר אויסגעקליבן פון הימל צו זען לאמיר אויסזעקלען יעקל'ען און וואס וועט געשען? א ריזן פארלוסט האב איך אבער איך האב באשלאסן ביי מיך פארלירן געלט אבער נישט פארלירן… זיך!נסיון נסיון נסיון איך בין שטערקער ווי דיך! אהא! זאגט דער מנהל איר זענט א יוצא מן הכלל דעם פולסטן הסכמה איך געב-עס די טיר ווערט פארקלאפט שטיין דארט ער בלייבט זיינע אויגן ער רייבט מיט רגש וואס טרייבט מיט ערע געזאפט יעצט האט ער זיך געכאפט פארוואס מלמדים הייסן רבי'ס

כשה אובד

מאטי אילאוויטש

s0580 כשה אובד מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח כשה אובד מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח תעיתי כשה אובד בקש עבדך בנוהג שבעולם כבש שהוא אובד מן הצאן מי מבקש את מי הכבש את הרועה? לא הרועה מבקש את הכבש כך רבונו של עולם בקש אותנו ככבש הזה איך בלאנדזשע ווי א פארלוירענע שעפעלע זוך מיך אויף וויאזוי פירט זיך די וועלט א שעפעלע וואס ווערט פארלוירן ווער זוכט וועמען? צי דען דאס שעפעלע זוכט זיין פאסטוך ניין דער פאסטוכל זוכט זיין שעפעלע די זעלבע זאך רבונו של עולם זוך אונז אויף ווי די פארלוירענע שעפעלע

לא איש דברים אנכי

מאטי אילאוויטש

s0719 לא איש דברים אנכי מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות לא איש דברים אנכי מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות לא איש דברים אנכי גם מתמול גם משלשום גיי און ווארן פרעה זאגט דער בורא משה זאגט איך קען נישט איך האב מורא לא איש דברים אנכי באשעפער איך בין נישט געמאכט פאר דעם מענטשן שרעקן פון געבן זיך אן עפן ער האט די כשרון ער דארף עס נאר טרעפן ער זאגט – לא איש דברים אנכי אבער באמת ליגט עס טיף פארשטעקט אין אים "דו האסט דו האסט א טאלאנט מאך עס נישט אוועק מיט דיין האנט האלט דיך נישט איין קוק טיף אריין וועסטו טרעפן כשרונות דארט פארשטעלט ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערסאנט זוך עס נאר אויף און ברענג עס ארויף ווייל דאס קען נאר פארהערליכן די וועלט זאג נישט דו שעמסט דיך דו קענסט נישט ס'פאסט נישט פראביר נאר וועסטו זען אז ס'בייסט נישט זאג נישט - לא איש דברים אנכי ווייל קען זיין אז דו ביסט גאר געמאכט פאר דעם לא איש דברים אנכי גם מתמול גם משלשום איך שטארק מיך אבער בכל כוחי גם היום גם מחר ווייל אלה הדברים אשר דיבר משה גאר די תורה געט אונז איבער ער זאגט – לא איש דברים אנכי און קוק נאר אן ווי שיין האט ער גערעדט דער באשעפער האט 'דיך' אויסגעקליבן ספעציעלע כוחות דיר געגיבן זאג נישט - לא איש דברים אנכי ווייל ס'איז א תירוץ וואס דער יצר הרע געט "נאר נוץ אויס נוץ אויס דיין טאלאנט א שאד עס זאל בלייבן אומבאקאנט האלט דיך נישט איין קוק טיף אריין וועסטו טרעפן כשרונות דארט פארשטעלט ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערסאנט זוך עס נאר אויף און ברענג עס ארויף ווייל דאס וועט נאר פארהערליכן די וועלט זאג נישט איך קען נישט איך דארף נישט דיינע טאלאנטן פארבלייבן א פארשטילעניש זאג נישט - לא איש דברים אנכי ווייל קען זיין אז דו ביסט גאר געמאכט פאר דעם דער רב מיט זיין קהילה דער שדכן און דער עילוי דער גראמער דער בעל תפילה זיי קענען בלייבן שטיל דער סופר ביים מגילה דער פוסק מיט זיין קולא דער סוחר מיט פעולה הערט אויף אויב ער וויל כאטש פחדים פילע דורכפעלער אפילו בלייב נישט פון די שטילע דיין תפקיד ערפיל ס'איז פלאים פלאי עס שיינט ארויס בגילוי מ'איז עולה לגדולה עד בלי גבול זאג נישט איך קען נישט איך דארף נישט איך וויל נישט דיינע טאלאנטן פארבלייבן א פארשטילעניש זאג - איש דברים אנכי מיט נשמה שבמוחי איך שטארק מיך בכל כוחי איך האף אז איך בין זוכה כי השם גמל עליכי איך ווייס אז איך בין גאר געמאכט פאר דעם

לכך

מאטי אילאוויטש

s0617 לכך מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות לכך מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות ויאמר משה אל אהרן קרב אל המזבח קום צו גיין אהרן שעמט זיך כבוד נישט איך דארף איך בין דאך איינפאך פשוט קליין מיין יעדע פעולה איז אויף א וועג א שטילע איך זוך נישט קיין גדולה קיין כבוד קיין רכוש דאס ליבט דער קל שקי און דיר איז ער מזכה דו ביסט דער גרעסטער טאקע ווייל דו זוכסט עס נישט! לכך לכך לכך דיין פשוט'ע שפראך לכך לכך לכך דו זוכסט נישט קיין שבח לכך נאר לכך ביסט איידל און איינפאך לכך לכך לכך – נבחרת לכך לכך לכך דו רעדסט נישט קיין סאך לכך לכך לכך דו מיינסט אז דו ביסט שוואך לכך נאר לכך דיר איז וועם איך גלייך לכך לכך לכך – נבחרת” ויאמר משה אל אהרן קרב למה אתה בוש קום צו גיין די נענטסטע מענטשן וואס דער בורא דארף מאכן קיין גערויש נאר זענען קליין! די פאזיציע אנטראג-עס פאר אידן מיט הנהגות מיט גרויסע השגות וואס קיינער ווייסט פון דעם די מענטשעלעך די קליינע מיט הערצער מוחות ריינע די גרעסטע שעצונג מיינע האב איך דייקא פאר אים לכך לכך לכך דיין פשוטע שפראך לכך לכך לכך דו זוכסט נישט קיין שבח לכך נאר לכך ביסט איידל און איינפאך לכך לכך לכך – נבחרת לכך לכך לכך מיין טיר איך אויפמאך לכך לכך לכך דו ביסט הייליג און רייך לכך נאר לכך דאס איז די אורזאך לכך לכך לכך – נבחרת דער הייליגער דגל זאגט נאך פונעם בעל שם זיין סבא קדישא לכך נבחרת מפני שיש לך יראה ובושה דער הייליגער שפת אמת זאגט אט די זעלבע המצאה דו קוקסט אויס אין דיינע אויגן כמי שאינו ראוי געדענק לפיכך נבחרת טאקע לכך הקב”ה אוהב את הענוים והשפלים ברוח לכך לכך לכך געדענק איין זאך לכך לכך לכך דו האסט קיין פארגלייך לכך לכך לכך ביסט ראוי צו דעם פאך לכך לכך לכך – נבחרת לכך לכך לכך קום ארויף צום אויבערפלאך לכך לכך לכך ביסט הויך ביזן דאך לכך לכך לכך גיי אן און דערגרייך לכך לכך לכך – נבחרת”

לעצטע טאג

מאטי אילאוויטש

s0721 לעצטע טאג מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות לעצטע טאג מאטי אילאוויטש אלבום: מחשבות וואס וואלסטו געטון ווען דו וואלסט ווען געוואוסט אז היינט איז דיין לעצטע טאג און מארגן פארן בי"ד זיך שטעלן דו מוזט וואס וואלסטו געטראכט און געזאגט דו וואלסט אויפגעשטאנען גלייך אינדערפרי מודה אני גרויסער בורא ארויסגעטראגן נעגל וואסער אליינס וואלסטו און געזאגט א ברכת התורה געלאפן אין מקוה און פון דארטן צום שיעור געלערנט אן אביי א רבי חייא אראפגעלייגט א שחרית ווי קיינמאל פריער און אפילו געש'נדר'ט אן עליה געגעבן א נדבה פאר יעדן וואס פישקע'ט און ביז עלינו תפילין אנגעטאן און אויף דעם מענטש וואס שמועסט געשריגן און געשישקעט אפילו יעדער איינער קוקט דיך אן דאס איז דאך די כלל וואס זאגן אונז חז"ל שוב יום אחד לפני קען זיין מארגן איז אלעס פארביי כאפ אריין היינט אלעס וואס מ'פלאנט פיר זיך טו און זאג ווי כאילו ס'איז דיין לעצטע טאג נישט מבטל קיין רגע לשון הרע נישט געפרעדיגט ווייל יעדע מינוט איז גאלד אין איין טאג געקויפט באשלאסן און ערלעדיגט אלעס וואס דו האסט שוין לאנג געזאלט מיט יעדן זיך פאררעכענט און אפגעצאלט די חובות אנטשולדיגט פאר דעם אפצאל דעם שפעטן זיך באדאנקט פאר אלע וואס טוען דיך טובות און אלע שונאים איבערגעבעטן גערופן טאטע מאמע מיט זיי צו שמועסן זיכער מאכן אלעס גוט עס גייט זי קאמפלימענט'ס פליסן יעדן וועסטו גריסן מחזק זיין און צולייגן א פלייצע גערופן די מלמדים 'וואס מאכן מיינע קינדער' ס'דערקענט זיך אייער יראת השם און צום משולח ביים טיר געלאפן געשווינדער אנשטאט זאגן 'איך בין נישט אינדערהיים' דאס איז דאך די כלל וואס זאגן אונז חז"ל שוב יום אחד לפני קען זיין מארגן איז אלעס פארביי כאפ אריין היינט אלעס וואס מ'פלאנט פיר זיך טו און זאג ווי כאילו ס'איז דיין לעצטע טאג אהיימגעקומען מיט א שמייכל צו די קינדער די טעלעפאן געלייגט אין די זייט מיט געדולד אויסגעהערט יעדן באזונדער איבער די טאג וואס זיי האבן געהאט שפילצייג היים-ארבעט צו יעדן זיך געקערט אז דאס ווייב זאל קענען רואיג קאכן גערופן די יונגלעך און שנעל זיי פארהערט אלעס פון די לעצטע פאר וואכן א מעריב א שיעור היטשעס יעדן געבן ביים טיי-אווענט דאס בערזל אויסגעלערט א קרי"ש שעל המיטה ס'לעצטע אין לעבן ביים מזוזה'לע שטייט ער פארקלערט גייט אריין צו די קינדער און קושט זיי אין שטערן געדענקסט אז טאטי האט ענק ליב באדאנקט דעם אשת חיל פאר איר ארבעט דעם שווערן וואס זי טוט פאר די גאנצע שטוב דאס איז דאך די כלל וואס זאגן אונז חז"ל שוב יום אחד לפני קען זיין מארגן איז אלעס פארביי כאפ אריין היינט אלעס וואס מ'פלאנט פיר זיך טו און זאג ווי כאילו ס'איז דיין לעצטע טאג

מוחל

מאטי אילאוויטש

s0620 מוחל מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות מוחל מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות ער האט זיך געיאגט זיין טאכטער ער טראגט צום דאקטאר ער זאל איר כימא געבן זי זיצט נעבן אים און טאקע פארדעם דרייווט ער שנעל צו שיצן איר לעבן באמערקט נישט אז פארנט פון אים א באס שטעלט זיך אפ און קליינע קינדער קומען פון חדר אראפ ער פארט אריין מיט שנעלקייט זיך נישט געכאפט און א קליינע אינגעלע אראפגעקלאפט א צער א טאטאלע די געוויין פון אלע וואס טוען די מיטה באגלייטן א פאליציי אפיציר קלאפט אויפ'ן טיר פון דרייווער און בינדט אים אין קייטן ער ווערט ארעסטירט אויף מערדעריי די גאנצע גאס פון פענסטער קוקן זיי די טאכטער זיינע קען נישט קומען צו זיך מיין טאטע איז שולדיג וועגן מיך! עס קומט אן די זמן מען ברענגט אים אריין אין געריכט-הויז מיט די תפיסה קליידער זיצט דארט יעדער צוזאמען אויך די טאטן און מאמען וואס האבן פארלוירן זייער קינד נאך חדר זייערע אויגן רויט פון שלאפלאזע נעכט יעצט קומט א פסק געאורטיילט מיט רעכט דער שופט גייט דעם מערדער אט אנקלאגן אבער דער טאטע פונעם אינגעלע וויל עפעס זאגן די ווענט וויינען מיט דער טאטע ער טוט אויסשרייען זיין טיפע קלעמעניש וואס האסטו געטון צוגענומען מיין זון צו א פלאץ פון וואו צוריקברענגען קען-מען-נישט ער שרייט מיט טרערן: ‘שופט הער מיך אויס איך בעט דיך ‘לאז אים ארויס ' וואספארא טובה וועט זיין פאר מיין קינד'ס נשמה אז איך שיק א מענטש אין תפיסה בלויז פאר נקמה עס ברענגט נישט צוריק מיין קינד פונדערווייטן פונקט ווי איך דארף מיין קינד דארף א קינד איר טאטן גענוג אז איין שטוב איז צובראכן וואס דארף מען צוויי?איך בעט דיך שופט לאז אים פריי'! נאס זענען אלע געזיכטער אפילו דער ריכטער פארווישט א טרער וואס פאלט אומגעבעטן די טאטעס גיבן זיך די הענט עס וויינען די ווענט דער נאסער שופט טוט אויפטרעטן איך בין א איד און איך וועל זיך צום וועג אומקערן ווייל איך האב נאך אזא ותרנות קיינמאל געזען זיי מיר אויך מוחל טאטע בעט ער מיט טרערן אזויווי דער טאטע האט מוחל געווען

מיין הארץ

מאטי אילאוויטש

s0180 מיין הארץ מאטי אילאוויטש לחן: ישי ריבו | מילים: מאטי אילאוויטש | סינגל מיין הארץ מאטי אילאוויטש לחן: ישי ריבו | מילים: מאטי אילאוויטש | סינגל מיין הארץ איז האלב צעטיילט אין צווייען עס שרייט ארויס דעם שפכי כמים ווי די ברעג פון א ים וואס ווארפט ווי די קול פונעם פויק וואס שארפט ס’זוכט און ס’דארף מיין הארץ הייבט אויף די שתי ידים מיינע פיס קוים קוים וואס זיי שטייען א צעבראכענע כלי איך דעם הימלישן טיר איך זוך איך פרעג איך שריי איך ווארט איך קריך און קריך ורק נאר דו דו קענסט איבערקערן מספדי למחול בין קודש לחול לעכטיג און וואויל ורק נאר דו דו ווייסט ווי אנצוקומען ללב שלי אויסהיילן מיין פלאג און מי טאטע נאר דו מיין הארץ איז האלב צעטיילט אין צווייען האלב פאר מיר און האלב לשם שמים ווי די ברעג פון א ים וואס ווארפט ווי די קול פונעם פויק וואס שארפט ס’זוכט און ס’דארף ורק נאר דו דו קענסט איבערקערן מספדי למחול בין קודש לחול לעכטיג און וואויל ורק נאר דו דו ווייסט ווי אנצוקומען ללב שלי אויסהיילן מיין פלאג און מי טאטע נאר דו איך שפיר ווי איך האלט שוין בייםשוועל ווי איך אט פאל צאם איך בענק און שווענק דערטרענק זיך טיף אין ים ורק נאר דו דו קענסט איבערקערן מיין קלאג צו פרייד ווי אלע פראבלעמען צעגייט לעכטיגערהייט ורק נאר דו דו ווייסט ווי אנצוקומען ללב שלי אויסהיילן מיין פלאג און מי טאטע נאר דו

על לבבך

מאטי אילאוויטש

s0542 על לבבך מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח על לבבך מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | תשע"ח והיו הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך לייג מיין תורה אויף דיין הארץ ארויף ס'זאל אריינפאלן ווען דיין הארץ מאכט זיך אויף לייג מיין תורה אויף דיין הארץ ארויף ס'וועט אריינפאלן ווען דיין הארץ מאכט זיך אויף

פארשטיין

מאטי אילאוויטש

s0146 פארשטיין מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות פארשטיין מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מחשבות פסח ביינאכט דארטן אין הויף ער זיצט ביים טאטן ביים חתם סופר דער כתב סופר אלס קינד נאך קליין די הגדה ער וויל פארשטיין טאטעניו דיר פרעגן עפעס איך וויל דער חתם סופר שיינט אזוי נחת’דיג ער הערט אים אויס אבער ענטפערט גארנישט צוריק דער כתב סופר פרעגט נאכאמאל דער טאטע ווערט אבער נישט נתפעל ער הערט אים אויס און בלייבט ווייטער שטיל דער כתב סופר פארשטייט נישט וואס איז פשט פארוואס באקום איך נישט קיין ענטפער תיכף ומיד ער ווארט מיט קלעם ביז מען האלט שוין נאכן סדר מיין קינד ענטפערן יעצט איך גיי דיר דער חתם סופר נעמט זיין קינד אויפן שויס פארענטפערט זיין קשיא אין איין רגע בלויז דער כתב סופר שמייכלט אבער פלאצט אויס אין א געוויין יעצט האב איך שוין נאך עפעס וואס איך וויל פארשטיין טאטע טאטע אויב האסטו דעם תירוץ געוואוסט פארוואס ווען איך האב עס פריער געפרעגט שטיל געבליבן דו ביסט האסט געזען איך בין פאר’צער’ט דו זעסט איך שטיי און ווארט פארוואס לאזטו מיך ווארטן אזוי לאנג מיין טייער קינד דו ביסט נאך זייער קליין א לימוד פאר דיין לעבן וויל איך דו זאלסט פארשטיין דו וועסט דיך באלד א דריי טון קשיות וועלן באדערן און וויי טון וויל איך דו זאלסט געדענקען דעם געדאנק אסאך מאל אין לעבן איז פארשידנס שווער קשיות און ספיקות מ’ווארט אויף אן ערקלער איך וויל זאלסט געדענקען ס’איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט ביז ס’ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ’האט געהאט געב נישט אויף ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן ברודערל מיינס דו ווייסט שוין אצינד טויזנטער זאכן וואס דו האסט נישט פארשטאנען אלס קינד דו קענסט ענטפערן באלד דעם קינד פון צען יאר אלט וואס פארשטייט נאכנישט דאס וואס דו האסט אמאל נישט פארשטאנען אסאך מאל דארפן יארן דורכגיין ביז מ’קען פארשידענע זאכן פארשטיין מען מעג פרעגן און וויינען אבער זאלסט נישט מיינען אז קיין תירוצים איז נישט פארהאנען והיה כי ישאלך מה זאת די בוך פון קשיות איז דאך אזוי גרויס מיר לעבן אין א וועלט פול מיט פראבלעמען צווייפלען און דאגות יעדער דרייט זיך ארום מיט פראגעס ס’איז נארמאל צו וויינען און שרייען פון קלעם ס’איז נארמאל צו מאנען און פרעגן למה השם דער באשעפער ענטפערט אלעמאל צוריק אפילו דו הערסט עס דאך נישט אסאך מאל ענטפערט ער איך קען דיר נאכנישט ענטפערן נאכנישט מיין טייער קינד דיר אויסהערן איך טו איך זע וואס טוט דיך שטערן אבער ס’נאך צו פרי אז דו זאלסט קענען זען פארוואס דאס מוז געשען פארוואס פונקט ביי דיר און פארוואס פונקט היינט די תירוצים זענען דא אויבן אזוי קלאר און שיין אסאך מאל קינד מיינס ביסטו נאך צו קליין צו פארשטיין דיין הארץ איז פאר’צער’ט נאךאביסעלע ווארט נאך און אט וועסטו שמייכלען מיט פארשטאנד אסאך מאל אין לעבן איז פארשידנס שווער קשיות און ספיקות מ’ווארט אויף אן ערקלער איך וויל זאלסט געדענקען ס’איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט ביז ס’ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ’האט געהאט געב נישט אויף ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן

פועל ישועות

מאטי אילאוויטש

s0619 פועל ישועות מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות פועל ישועות מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות איך פאר דארט אינדערווייטן צו די פופציג שטאטן שאפן געלט לשמחת בני געווען איין קורצן פרייטאג דער שבת איז פריצייטיג מיין קאר געבליבן שטעקן ערגעצוואו א פרעמדע געגנט איז-עס איך זוך עפעס מזוזות א אידיש הויז וואו איינשטיין דארטן קען-מען מיט מיין רענצל מיינע זאכענעס טרעף איך דארט א מכניס אורח וואס ער טוט מיך שיין אויפנעמען ער ווייזט מיר אבער ‘שנעל' געקלינגען שוין דעם בעל ‘איך גיי שוין אין שול ' איז זיין קלאגע איך צינד מיין שבת פלאמעל איך טו שנעל אן מיין שטריימעל מיטן גאנצן ירושלמי'דיגן טראגע מיטן זאקן קאפל ווייס מיטן קאפטן איך גיי אין גאס יעדער גיבט מיר שלום מיט די האנט אין שול איך זיץ ביים עק און מען שיקט מיך גלייך אוועק א צדיק דארף דאך זיצן אויבן ביי דעם מזרח וואנט מנוחה ושמחה – א גרויסע גאסט מיר האבן דא אור ליהודים – ליכטיג איבעראל שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב המה מעידים – ישועות אן א צאל ס'איז א טעות בעלמא כ'בין א פשוט'ער ירושלמי וואס זאמלען אפאר טאלער דא איך פרואוו-עס אבער ווי מער איך טו זיי ראטן אז ‘אנכי הקטן' ווערן זיי מער קראנק פאר מיין עניוות איך וועל מודה זיין און שטימען איך האב גראדע ליב באקומען דעם כבוד וואס פאר מיר דא אין שטאט-איז כדי זיך נישט צו שפירן שלעכט האב איך געטראכט מיט רעכט אז אפשר איז דאס גאר השגחה פרטית דא געבליבן שטעקן ווי א צדיק זיך אנטפלעקן מקיים בין איך לחשוב חשבונות זיך לאזן פון די טיטלען דערנאך וועט קומען קוויטלען וואס דאס קומט דאך אינאיינעם מיט פדיונות איי איך צעפלאם זיך ווי א פייער מיט א מלאכ'דיגן שלייער ביז פארטאג'ס א קה אכסוף נועם איך האב גע'דרש'נט און גע'חידוש'ט געפראוועט און גע'קידוש'ט געפירט א שלש סעודות ביזן זמן רבינו תם מנוחה ושמחה – א גרויסע גאסט מיר האבן דא אור ליהודים – ליכטיג איבעראל שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב המה מעידים – ישועות אן א צאל אינדרויסן א בהלה תיכף נאך הבדלה אין גאנצן געגנט טוט מיין נאמען שמ'ן קומען אידן מיט משפחות נאך עצות און הדרכות פריוואטע אודיענצן זיי אויפנעמען א מלוה מלכה א וואש נאר פאר דעי מיט א טאש איך זינג און טאנץ און גיב אויך כוס של ברכה ביז אינמיטן די נאכט דארטן פארבראכט און איך באדאנק זיך פאר די העפליכע משפחה איך שטיי שוין ביי די טיר דער בעל אכסניא קומט צו מיר מיטן אשת חיל און א קינד זי פלאצט אין א געוויין אונזער קינד איז זייער קליין און איז לעצטנס זייער נישט געזונט פאר א יעדן ברכות טיילסט דו בעטסט בענטשט און היילסט און דא איר פאקט זיך שוין די פעק וואו גייט איר ארויס רבי היילטס אים אויס און מיין הארץ פאלט צוזאם פון שרעק צעלאזט ווערט מיין רחמנות א קינד מיט שווערע סכנות ווי קען איך היילן מיט מיין פורים-שטיק?ווען איך ווייס דאך אזויפיל איך האב בלויז געשפילט א שפיל איך האב איבערגעצויגן שוין דעם שטריק איך מאך צו מיינע אויגן איבערן קינד געבויגן אוי באשעפער וואס האב איך געטון?איך בעט דיך טאטע טייערע צערייס זיי די גזירה אויב נישט פאר מיר טו עס פאר מיין זון איך האב עס אמת'דיג געמיינט איך האב באמת מיטגעוויינט "א גאנצע רפואה כ'זאג אייך צו" און ווי נאר די נאכט פאלט אונטער א שטערקערער געזונטער קינד וועקט זיך אויף אינדערפרי אן אמת'ע געוויין א תפילה עכט און ריין קיין חילוק וויאזוי ווער און ווען איז העכער אלע וויצן אויסהיילן און באשיצן זיך אליין און יענעם עס קען מנוחה ושמחה – א ישועה מיר האבן דא אור ליהודים – ליכטיג איבעראל שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב המה מעידים – ישועות אן א צאל

קדשנו

מאטי אילאוויטש

s0193 קדשנו מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש | מחשבות קדשנו מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש | מחשבות אלוקינו ואלוקי אבותינו רצה נא במנוחתנו קדשנו וויאזוי? – במצותיך ותן חלקנו וואו? – בתורתך שבענו מיט וואס? – מטובך ושמח נפשנו – בישועתך וטהר וטהר וטהר לבנו וטהר וטהר וטהר לבנו טאטעניו וטהר לבנו לעבדך באמת

קעלט

מאטי אילאוויטש

s0680 קעלט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש / אלבום: תשע"ח קעלט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש / אלבום: תשע"ח א שווערע פראסט קיין אייז צעלאזט אין סיביר די קעלטסטע פלאץ אויף דער ערד פארטריבן דארט א נייע טראנספארט א אידישע גרופע פארפרוירן דארט מען ווערט קוים זיך רירן די אברים פרירן שוואך און קראנק א ביטערן צושטאנד בגדים דינע א מיתה משונה יעדע שעה שטארבט נאך אן ארעסטאנט א גאון אן אלטער א שוואכער א קאלטער מיט ציטער האלט ער א בבא בתרא אין זיין האנט ער שרייט חי וקיים הכל בידי שמים אלעס איז בלויז אינעם בורא געווענדט חוץ מצנים דאס ווענדט זיך נישט אין אים זיך שיצן פון קעלט ליגט אין דעם מענטשנ'ס הענט ער שרייט און וויינט די גמרא וואס מיינט צי דען גייט אויך אן דעם כלל דא אין די ליידן קיין פייער קיין היצן בגדים זיך צו שיצן א פראסט וואס טוט שטיקער מענטשן שניידן אזעלכע קעלט באשעפער פון די וועלט איז בידי שמים נאר דו קענסט דאס פארמיידן באשעפער איך קען נישט ס'איז מער ווי גדר אנוש אין די גאנצע וועלט איז דא דער כלל פון פריער אבער נישט דא אין סיביר ס'איז אומדערטרעגליך זיך שיצן אוממעגליך ס'איז בידי שמים ס'ווענדט זיך נאר אין דיר ווייל דא איז סיביר דורי דורות לעכטיגע אורות האבן מיר כלל ישראל פארמאגט צדיקים און פירער אויפהייצן דעם פרירער אזש אפילו אינמיטן נאכט האט געטאגט געשיינט און געברענט אוי אין אונזערע הענט האבן מיר די ברירה געהאט ווערן נענטער צו גאט אבער היינט מען האט א נייע עפאכע אן אנדערע צייט די קעלט טוט מוטשען אזויפיל גליטשן אויף די אייז וואס שטיקער נפשות ס'שניידט וויפיל ימ'ען טרערן פון מענטשן וואס הערן דעם דאקטער'ס באריכט מיט זיין קאלטן פנים וויפיל פרנסות פרירן וויפיל טוען שפירןא קאלטקייט און בעטן והשיב לב אבות על בנים ס'הערשט א קעלט אין גאס מיר ברעכן אייז צו טרעפן די מים קרים על נפש עייפה א שניידנדער דין נישט דא קיין זון די ווינטער איז צו לאנג און אזא שטייפע אזעלכע קעלט באשעפער פון די וועלט איז בידי שמים ראטעווע די מגיפה באשעפער איך קען נישט ס'איז מער ווי גדר אנוש ס'איז נישט אין אונזערע הענט ווען אזא קרירות אזוי ווי אין סיביר איז ס'איז שוין די תש"ע'ס אור חדש באניי אונז ס'איז בידי שמים ס'ווענדט זיך נאר אין דיר ווייל דא איז סיביר

ר' זונדל

מאטי אילאוויטש

s0618 ר' זונדל מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות ר' זונדל מאטי אילאוויטש לחן: מאטי אילאוויטש \ אלבום: השגות מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט זיצט ביים אלטן מאשינדל אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט פון אונזער סוחר ר' זונדל קוים פרנסה פון דעם ער טרעפט עס קלעקט אויף ברויט און רינדל מיט חובות גרויס איז פול די העפט פון אונזער סוחר ר' זונדל א שטילער איד פון זיך גארנישט מאכט קליינווארדיין איז זיין שורש פון טאטע מאמע ברידערלעך אכט געבליבן דער איינציגער יורש מענגעלע זעט א בחור'ל עכט פיפיג ארויס פון חדר "איך קאן דיך בענוצן" געשיקט אויף רעכט נייען נאצישע קליידער אריבער דעם ים צו דעם גאלדענעם לאנד א לעבן וואו אלעס איז גוט קלייבט אויס אן ארבעט וואס אים איז באקאנט די פאך פון קלייד און שניט ער פלאגט זיך גאר שווער דאך ער זעט נעבעך שאדנס פארט ביים דאווענען פארגעסט פון די שטאפן ער שלעפט ערב שבת אראפ זיינע לאדנס כאטש יעדער האלט עס אפן מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט זיצט ביים אלטן מאשינדל אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט פון אונזער סוחר ר' זונדל א שמייכל א רואיגקייט ביי אים מען טרעפט און אזוי איז ער מגדל זיין געזונדל מיט תמימות גרויס איז פול די העפט פון אונזער סוחר ר' זונדל איין גרינעם דינסטאג ביי מנחה ער דאווענט אין זיין סידור דעם אלטן דעם געלער אין שול ערשיינט א רעגירונגס מאן און זוכט אויף ‘זונדל דער טעילאר ' לויף צום געשעפט עפן אויף דיין טיר מיין אויבערהאר וויל מיט אייך שמועסן דרינגענד וויל ער א מקח מיט דיר אויף מיליטערישע בגדים שליסן ר' זונדל ער ווייזט אים “אהא נא נא” דו זעסט נישט איך האלט אינמיטן דאווענען איך וועל זיין אין געשעפט ביז א האלבע שעה געשעפטן דאן וועל איך פראווענען צעמישט און געפלעפט גיבט דער מאן צו פארשטיין' אן אפפער איינמאל אין הונדערט דורות איר קענט שליסן א מקח מיט אמעריקע אליין ר' זונדל ענטפערט אים “נא נא פיטום הקטורת” ר' איד דאס איז נישט קיין קינדערשפיל איר קענט אלע חובות אפווישן איך פרעג אייך נאך איינמאל צי ווילט איר דעם דיעל?אדער גיי איך צו א קאמפאטישן ס'אן אוצר פון געלט צי פארשטייט איר דעם פאקט טוט דער מאן נאך איינמאל באטאנען איר ווארפט אוועק א רעגירונג'ס קאנטראקט מ'רעדט דא פון שווערע מיליאנען ר' זונדל ער ווייזט אים 'אהא נא נא' אין בין אין מיינע תפילות מכוון-יעצט אשרי יושבי ביתך אין געשעפט גיי איך באלד איך דאוון-יעצט! שמונה עשרה ער טרעט ער ענדיגט זיין געבעט און רואיג אין געשעפט ער גייט צוריק! מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט נאכאלץ ביים אלטן מאשינדל א שיינענדער גלאנץ אין די אויגן מען טרעפט פון אונזער סוחר ר' זונדל

שבורי לב - אידיש

מאטי אילאוויטש

s0728 שבורי לב - אידיש מאטי אילאוויטש שבורי לב - אידיש מאטי אילאוויטש ווער פארשטייט א יעדנ'ס פלאג ווער היילט אויס דאס הארץ וואס קלאגט באשאפט טרערן און אויך פרייד געמאכט פינסטער און ליכטיגקייט ווער זיצט אויפן כסא דין באדעקט אבער מיט רחמים ער הערט מיינע שאלות ער זעט און ווייסט אלעס אוי ווער ווער היילט אויס מיין הארץ ווען ס'איז מיר שווארץ און ער זאגט מיר איך גיי מיט דיר מיט זאג מיר נאר ווער וויינט מיט מיט מיין טרער און בארואיגט מיר אז צום סוף וועט אלעס זיין גוט ער איז דער וואס היילט מיין דריק ער נעמט אוועק און ברענגט צוריק זיינע פליגלען אויסשפרייט ער ער איז מיין באגלייטער אוי ער ער היילט אויס מיין הארץ ווען ס'איז מיר שווארץ און ער זאגט מיר איך גיי מיט דיר מיט איך זאג דיר נאר אז ער וויינט מיט מיט מיין טרער און בארואיגט מיר אז צום סוף וועט אלעס זיין גוט איך זאג דיר ער היילט אויס מיין הארץ און ער זאגט מיר איך גיי מיט דיר מיט איך זאג דיר אז ער וויינט מיט מיט יעדנ'ס טרער און ער זאגט דיר אז צום סוף וועט אלעס זיין גוט אז צום סוף וועט אלעס זיין גוט

שופר

מאטי אילאוויטש

s0105 שופר מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות שופר מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | רעיונות ס'איז ערב ראש השנה מ'שפירט דעם הייליגקייט דער מנחת אלעזר זיצט אין צימער פארטראכט זיין מחזור זיין שופר אויפן טיש שוין גרייט די לעצטע ראש השנה אויף די וועלט פארבראכט זיין קליין אייניקל הערשעלע אריין צום זיידן טרעט זיין בליק פאלט צום שופר אויפן טיש זיידע איך וויל דאס הערן; בלאז פאר מיר ער בעט אבער דער צדיק ענטפערט היינט בלאזט מען נישט שעפעלע ניין ער גיט צו פארשטיין לייג דעם שופר'ל אראפ מען בלאזט טאקע אגאנצן חודש אבער היינט מען שטעלט זיך אפ ער איז מסביר דעם תינוק אזוי איז דער מנהג ערב ראש השנה איז מען שטיל ווייל צעמישן דעם שלעכטן שטן מען וויל אבער הערשעלע וויינט פארשטייט נישט וואס ס'מיינט איין תקיעה'לע בלאז איך וויל נישט ווארטן ביז מארגן זיידע פארוואס ווילסטו נישט יעצט פארוואס מיט רחמנות פארשוועמט דער צדיק נעמט דעם שופר לייגט ער צום מויל וכל העם רואים את הקול תקיעה תרועה אוי שברים די קולות ברעכן אויף אלע שערים די שברים צעבראכן צעהאקט איז די תרועה אן אמת'ע קול פון בכיה ער שטייט דארט מיטן שופר ער בלאזט און בלאזט און בלאזט די טרערן פון זיינע אויגן קען אנפילן א גלאז דאס קינד ווערט בארואיגט פון צימער גייט ארויס דער צדיק זיינע הענט שפרייט ער אויס טאטע זיסער דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג זיי מיר מוחל איך בעט-דיך איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר כ'האב עס באמת נישט געמיינט אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט פרעג איך דיר איך ווייס וועסט זאגן אז ס'איז נאכנישט די צייט דיינע קינדער וויינען וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט תקע בשופר גדול די וועלט זאל שוין ווערן באשיינט ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט אבינו אב הרחמן המרחם רחם וויאזוי האלטסטו אויס דעם געשריי קיין איין טאטע קען נישט זען ביי זיך אינדערהיים ווי זיין קינד וויינט און עפעס טוט וויי קוק ווי הויך מ'וויינט ביי דיר זיך אוועקדרייען דו טארסט-נישט טאטעניו דיין טיר פארמאך נישט יעדן איינציג טאג וואס מיטן שופר דו בלאזט-נישט דער שטן ווערט רואיג מיר ווערן צעמישט צעבראכן און ארעם פונקט ווי שברים מיט אונזער אטעם דעם לעצט לבבות נשברות פון אזויפיל צרות צעבראכן און צעזעצט מחלות פראבלעמען כל מיני נעמען עס גיסט א ים פון טרערן וויפיל מעג מען דען דעם קול פון שברים הערן מען זוכט רפואות מען שרייט תרועות צעהאקט אויף פיצלעך צעשניטן חולי ישראל תרועות אין שפיטאל קליינע קינדער וואס בלוטן דער פלאגט זיך מיט קינדער דער בעט פון-דיר לשובע ולא לרזון וויפיל שברים און תרועות איז דער שיעור צו בלאזן אוי תקיעה תרועה אוי שברים די קולות ברעכן אויף אלע שערים מיר ווארטן צו הערן די איינע תקיעה דעם אמת'ן קול פון ישועה שטיי דארט מיטן שופר און בלאז און בלאז און בלאז טו עס פאר דיינע קינדער און פרעג שוין נישט פארוואס די שטערקסטע תקיעה פון אלע תקיעות גדולות וכל העם רואים את הקולות טאטע זיסער דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג זיי מיר מוחל איך בעט-דיך איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר כ'האב עס באמת נישט געמיינט אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט פרעג איך דיר איך ווייס וועסט זאגן אז ס'איז נאכנישט די צייט דיינע קינדער וויינען וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט תקע בשופר גדול די וועלט זאל שוין ווערט באשיינט ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט

שטילקייט

מאטי אילאוויטש

s0248 שטילקייט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | השגות שטילקייט מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | השגות וואו איך טרעט און טרעט – וואו איך גיי און גיי הער איך דעם געבעט – אזש מיינע אויערן טוען וויי פון קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר קליינע מענטשן – ווי איך און דיר איך זע דעם טאטן מען שלעפט אוועק איך זע דער בחור'ל וואס ווערט פארברענט איך זע די שוועסטער וואס כאפט שלעק איך זע די מאמע מיט די בעיבי אין די הענט קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר קליינע מענטשן – ווי איך און דיר קליינע מענטשן וועם קיינער וועט שויןקיינמאל מער נישט קענען קליינע מענטשן וועם קיינער ווייסט נישטווער און וואו זיי זענען נשמות אומשולדיג ריין אונטער אן אנדענק-שטיין קיין נאמען קיין בילד קיין זכר פון ענקער חן און איך וויין: ארץ ארץ אל תכסי דמם טו נישט פארדעקן לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן אונזער פארגאנגענהייט עס וויינט עס בענקט און שרייט טויב קען מען ווערן פון די וועלטס העכסטע שטילקייט איך ווייס נישט וויאזוי דו הייסט און איך ווייס נישט פון וואנען דו קומסט איך ווייס נאר וואו דו גייסט און איך הער ווי ביטערליך דו ברומסט קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר קליינע מענטשן – ווי איך און דיר ס'איז נישט זיי ס'איז מיך ס'איז יעצט נישט אמאל ס'איז נישט ברילן ציין און שיך נאר ס'איז כלל ישראל קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר קליינע מענטשן – ווי איך און דיר קליינע מענטשן וועם קיינער וועט שויןקיינמאל מער נישט קענען קליינע מענטשן וועם קיינער ווייסט נישטווער און וואו זיי זענען נשמות אומשולדיג ריין אונטער אן אנדענק-שטיין קיין נאמען קיין בילד קיין זכר פון ענקער חן און איך וויין: ארץ ארץ אל תכסי דמם טו נישט פארדעקן לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן אונזער פארגאנגענהייט עס וויינט עס בענקט און שרייט טויב קען מען ווערן פון די וועלטס העכסטע שטילקייט ביינער ציינער אנדענק-שטיינער פון מיליאנען אן קיין נעמען פרעגן דערוועגן אזוי ווי מיר פלעגן שוין כמעט נישטא היינט פון וועמען די שלעכטן אומרעכטן וואס פאסירט האט נעכטן געוואלט זיי אויך פארברענען די לעצטע געשעצטע אלט-געזעצטע אוי אוי וואס געדענקען דעם גיהנום די קליינע מענטשן וועם קיינער וועט שוין מער קיינמאל מער נישט קענען

שכר לימוד

מאטי אילאוויטש

s0675 שכר לימוד מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש / אלבום: תשע"ח שכר לימוד מאטי אילאוויטש לחן ומילים: מאטי אילאוויטש / אלבום: תשע"ח א שווערע תקופה מ'מאכט אן אסיפה די הנהלה קומט זיך צוזאם געווען איז א שווערע יאר חובות נישט סתם דעם יאר איז מען גומר מ'קען נישט אזוי מעראנגיין ס'האט נישט קיין טעם מען דארף עפעס טון איידער די חדר פאלט צאם אויף הויכע טענער יעדער האט פלענער א דינער א ראפעל אן אפיעל דער מנהל געט א זעץ אויפן טיש און מאכט יעדן שטיל מודה זיין זאלט-עטס אז קיינמאל וואלט-עטס חובות געהאט אזויפיל ווען יעדע טאטע באצאלט ווען זיין שכר לימוד ביל דא שטעקט די גאנצע פראבלעם איך ווייס אז ס'נישט אנגענעם גיין שטרענג מיט די עלטערןאון זיין מיט זיי אפן און שארף גענוג געווען ביז אהער ס'גייט אונז נישט אן וואס און ווער פון היינט און ווייטער ערליך באצאלן מען דארף און ביז די ענדע פון יאר מוז יעדנ'ס באלאנס זיין קלאר אלץ וואס מען איז שולדיג פון פריער באצאלטס ביזן לעצטן דיים און אויב בלייבט א חשבון אין בוך זיי מוחל און זוךאן אנדערן מוסד אדער לאז דיין קינד אינדערהיים מיט א קרעכץ זאגט דער מנהל איך ווייס ס'דא עלטערן וואס קענען נישט מצבים גאר שווער און ביכולת זיי זענען נישט אבער מיר זענען אין דעם צוזאמען מען קען נישט מאכן אויסנאמען ווייל אויב יא צעפאלט די גאנצע תקנה לכאורה ס'רייסט ביים הארץ הלואי איז דא א גרינגערע גזירה אבער לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס די איינציגע ברירה יעדער מוז זיך צושטעלן און נאר אזוי מיר וועלן שיצן דעם עתיד פון אונזער תלמוד תורה הערצער ערוועקט זיך דער עולם דערשרעקט זיך די סכומים פליסן אריין אן פאר די קינדער א מוסד ווער וויל דען זיין א יאר א פרישערע מען האלט שוין נאך תשרי דעם ערשטן טאג פונעם זמן דער מוסד צוריק אויף די פיס ס'פארט ווי א באן דער מנהל קוקט די ביכער ער וויל מאכן זיכער די תקנה פירט מען אויס יעדנ'ס חוב איז באצאלט חוץ יצחק'ל גרויז דער מנהל ווערט דערביטערט דאס הארץ ווערט פארפוטערט נישטא דארט קיין טאטע אין הויז אוי ווי נעם איך א יתום און ווארף אים ארויס ער דרייט זיך אהער און אהין געוואלד וואס זאל איך טון וואס איז דאס קינד נעבעך שולדיג ארחמנו רחם און מיט די מאמע מיטלייד איך האב זי האט נעבעך גענוג אויפן קאפ און יעצט דארף זי הערן זיי מוחל נעם אים אהיים אוי אוי אוי מיט א קרעכץ זאגט דער מנהל איך ווייס ס'דא עלטערן וואס קענען נישט מצבים גאר שווער און ביכולות זיי זענען נישט אבער מיר זענען אין דעם צוזאמען איך קען נישט אויסלאזן דעם מאמען ווייל אויב יא צעפאלט די גאנצע תקנה לכאורה ס'רייסט ביים הארץ מיין געוויסן אזוי פארקלעמט איז איך מוז אבער ווייזן אז זייער ערנסט מען נעמט עס יעדער מוז זיך צושטעלן און נאר אזוי מיר וועלן שיצן דעם עתיד פון אונזער תלמוד תורה קוים א שעה שפעטער ער גלייבט נישט וואס זעט ער יצחק'ל שטייט דארט ביים טיר דער מנהל וואונדערט און פרעגט אים ביסטו נישט אהיימגעגאנגען פריער ער שטייט מיט זיין מאנטל מיט א צעטל אין האנטל דאס האב איך פון מיין מאמע פון איר זי האט געהייסן איך זאל צוריקגיין אין חדר און דאס ווייזן פאר דיר ער הייבט אן צו ליינען ס'קומט אים צו וויינען געפילן שטראמט ווי א קוואל דא שרייבט יצחקל'ס מאמע לכבוד דעם מנהל חשבונות באקוקט איר מיין קינד אהיים שיקט איר כ'האב נאכנישט באצאלט דערווייל איך פארשטיי גלייבטס מיר איך האב נישט קיין טענות בכלל איך ווייס אז איך האב נישט קיין געלט אבער וואס האב איך פון די וועלט אויב מיין קינד גייט נישט אין חדר געוואלד איך קען דאס נישט צוזען איך האב נישט אין שטוב קיין סאך נאר איין ווערדפולע זאך די קידושין רינגל וואס מיין מאן האט מיר מקדש געווען ס'איז די איינציגע זאך נאך פארהאן צו געדענקען מיין טייערער מאן איך גליטש עס אראפ פון מיין פינגער מיט מיינע טרערעלעך נאס עס ליגט דארטן אין א באגאזש אין זיין מאנטל אין די רעכטע טאש ביטע נעמטס עס און שיקטס אים צוריק אין זיין קלאס ווייל ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה מער אוי מער פון אלע זילבער און גאלד וואס האב איך פון מיין רינגעלע אויב קען נישט מיין יונגעלע זיצן און לערנען די הייליגע תורה טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף וואס האב איך פון מיין רינגעלע אויב קען נישט מיין יונגעלע זיצן און לערנען די הייליגע תורה

שמחת חינם

מאטי אילאוויטש

s0726 שמחת חינם מאטי אילאוויטש אלבום: רעיונות שמחת חינם מאטי אילאוויטש אלבום: רעיונות לאחר שחזרו המרגלים מן הארץ והוציאו דיבתה אוי וויי האמין להם העם הם ישבו ובכו באהליהם ויבכו העם בלילה ההוא אמר להם הקב”ה:אתם בכיתם בכיה של חנם ואני קובע לכם בכיה לדורות בכיה של חינם וויינען אן א סיבהקובע לכם בכיה לדורות שמחה של חינם שמחה אן א סיבהקובע לכם שמחה לדורות אידעלע דו וויינסטבחינם דו מיינסטא תשעה באב ווערט פון דעם ביי כלל ישראל שטעלט דיך פאר דו לאכסטבחינם דו טראכסטאן אייביג שמחה ווערט פון דעם אויף אלעמאל אוי וויי האמין להם העםס’איז שוין לאנג נישט קיין בכיה של חנם הם ישבו ובכו באהליהםשוין אזויפיל יארן צו דיר מיר שרייען ויבכו העם בלילה ההואצו אונזער שמחה של חינם ברענג שוין א סיבה דערצו

שנשמע

מאטי אילאוויטש

s0725 שנשמע מאטי אילאוויטש אלבום: תשע"ח שנשמע מאטי אילאוויטש אלבום: תשע"ח שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות מארבע כנפות טאטע אין הימל מען זאל שוין הערן גוטע בשורות בשורות טובות ישועות ונחמות אין אידישע דירות טאטע אין הימל מען זאל שוין זען אז דיין חסד איז גרויס בשורות טובות ישועות ונחמות מארבע כנפות

אחד מי יודע

מאטי אילאוויטש, יודי ביאליסטוצקי

s0070 אחד מי יודע מאטי אילאוויטש יודי ביאליסטוצקי לחן: מאטי אילאוויטש | סינגל אחד מי יודע מאטי אילאוויטש יודי ביאליסטוצקי לחן: מאטי אילאוויטש | סינגל אחד מי יודע אחד אני יודע אחד אלהינו שבשמים ובארץ איינס איז דער באשעפער פון הימל און ערד שנים מי יודע שנים אני יודע צוויי הייליגע לוחות איינס איז דער באשעפער פון הימל און ערד שלשה מי יודע שלשה אני יודע דריי הייליגע טאטעס צוויי הייליגע לוחות איינס איז דער באשעפער פון הימל און ערד ארבע מי יודע ארבע אני יודע פיר הייליגע מאמעס דריי הייליגע טאטעס צוויי הייליגע לוחות איינס איז דער באשעפער פון הימל און ערד חמשה מי יודע חמשה אני יודע פינף הייליגע חומשים פיר הייליגע מאמעס דריי הייליגע טאטעס צוויי הייליגע לוחות איינס איז דער באשעפער פון הימל און ערד ששה מי יודע ששה אני יודע זעקס הייליגע משניות פינף הייליגע חומשים פיר הייליגע מאמעס דריי הייליגע טאטעס צוויי הייליגע לוחות איינס איז דער באשעפער פון הימל און ערד שבעה מי יודע שבעה אני יודע זיבן איז די הייליגע שבת זעקס הייליגע משניות פינף הייליגע חומשים פיר הייליגע מאמעס דריי הייליגע טאטעס צוויי הייליגע לוחות און איינס איז דער באשעפער ברענג דעם יום שכולו שבת ווען די גאנצע וועלט הערט אז איינס איז דער באשעפער פון הימל און ערד

מנורה

מאטי וויזל

s0115 מנורה מאטי וויזל לחן: בנצי שטיין | סינגל מנורה מאטי וויזל לחן: בנצי שטיין | סינגל ווען איך שטיי קעגן דיר קעגן דיר קעגן דיר הייליגע מנורה לעכטיגע מנורה בעט איך יעצט א תפילה הייליגער גאט מיר ווילן שוין זען דיין מנורה אין בית המקדש דארט חשוף זרוע קדשיך קום שוין ארויס וקרב קץ הישועה און לייז אונז שוין אויס הייליג קודש הם לעכטיג קודש הם הנרות הללו קודש הם הייליג קודש הם לעכטיג קודש הם מיר ווילן שוין זען די לעכטעלעך אין דיין היים הייליג קודש הם לעכטיג קודש הם לעכטעלעך אזוי שיין הייליג קודש הם לעכטיג קודש הם מיר ווילן שוין זען די לעכטעלעך אין דיין היים

שנה טובה

מאטי וויזל

s0639 שנה טובה מאטי וויזל לחן הערשי וויינבערגער \ אלבום: סינגל שנה טובה מאטי וויזל לחן הערשי וויינבערגער \ אלבום: סינגל לשנה טובה תיכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום א גוט געבענטשטע יאר א גוט געבענטשטע יאר א גוט געבענטשטע יאר אלע אידן

וואו ביסטו

מאטי וויזל, שרולי גרין, ישעי' גראס

s0647 וואו ביסטו מאטי וויזל שרולי גרין ישעי' גראס לחן ומילים: ישראל גרין \ אלבום: סינגל וואו ביסטו מאטי וויזל שרולי גרין ישעי' גראס לחן ומילים: ישראל גרין \ אלבום: סינגל ווער ביסטו וואס ביסטו וואו ביסטו ביסטו נאך ווייט ווילאנג וועל איך זינגען אז דו ביסט שוין דא כמעט ווער ביסטו וואס ביסטו וואו ביסטו משיח זאל שוין קומען איך בעט און דאווען ער זאל קומען משיח זאל שוין קומען מיר אלע ווארטן ער זאל קומען משיח זאל שוין קומען אוי אני מאמין ער גייט קומען ווען וועט ער שוין קומען ער זאל שוין קומען ווילאנג נאך וועט נעמען וויפיל הערצער נאך צונעמען ביז ער וועט קומען משיח שיבא אוי אוי אוי משיח שיבא קום שוין קום קום שוין משיח איי איי משיח אחכה לו בכל יום שיבא

אדני המלך

מאטי וויזעל, מיכאל שניצלער

s0646 אדני המלך מאטי וויזעל מיכאל שניצלער לחן ומילים: בנצי שטיין \ אלבום: סינגל אדני המלך מאטי וויזעל מיכאל שניצלער לחן ומילים: בנצי שטיין \ אלבום: סינגל קלי למה עזבתני רחוק מישעותי דברי שאגתי ותוסף אסתר צו דיר איך וויין אדוני המלך אם מצאתי חן למה למה טאטע למה א פחד א שרעק עס נעמט נישט קיין עק פון די גאנצע וועלט מ'זעט דאך וואונדער נעם שוין אוועק די פילע זעק פון צער און וויי ביי דיינע קינדער אויף יתומים און אלמנות אביסעלע רחמנות און משיח שיק אונז שוין טאטע פאר משלוח מנות

בריוועלע

מאטי שטיינמעטץ

s0551 בריוועלע מאטי שטיינמעטץ לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | הנשמה בקרבי בריוועלע מאטי שטיינמעטץ לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | הנשמה בקרבי אינגאנצן צעבראכן פארביטערט און פארקלעמט ער קען זיך נישט בארואיגן קיין נחמה פון קיינעם נעמט אוועק פון די וועלט איז דער שרייבער זיין פערזענליכע דער מלך בענקט נאך אים אויף זיין טאלאנט די אויסערגעווענליכע אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו יעדע נאכט פאר מיר געשריבן ארויס פון הארצן טיף די בריוון אין זכרון וועלן מיר אייביג פארבלייבן די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן וועט שוין קיינער נישט קענען שרייבן א באדינער אין פאלאץ אן איינפאל עס פאלט אים ער ווייסט די אלע בריוון וואו זיי זענען באהאלטן ער נעמט פון די ארכיוון די אלע אלטע בריוון און לויפט צום מלך צו קוק וואס כ'האב געפינען הט אזנך לי ער שטעלט זיך אראפאון נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען דער מלך דערמאנט זיך צוריק און ער נעמט זיך וויינען די בריוון איז זכרונות שפע און נסיונות וואס ער איז פארביי די הארץ די נשמה אין דעם וואס נאר איך פארשטיי ליין מיך די הארציגע בריוועלעך ליין עס דערמאנט מיך צוריקדי שטימע פונעם שרייבערל אליין די שורה'לעך די זמירה'לעך עס נעמט מיך ארום און יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים ליין מיך די הארציגע בריוועלעך ליין דיין הארץ דיין געבעט דורכדעם וועל איך פארשטיין די צעטעלעך נאסע בלעטעלעך עס עפנט יעדע טיר ווייל יעדע מאל דו ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר בריוועלע בריוועלע כאילו אמרם הוא בעצמו בריוועלע אין יעדן מצב און סביבה'לע אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי א שרייבער האט דער מלך געהאט אמאל דוד בן ישי דער נעים זמירות ישראל ווי ער האט געשריבן האט קיינער נישט געקענט מיט געגועים און אהבה מיט די פידעלע אין די הענט אין די שווערסטע מצבים געשריבן צום קל חי השם מה רבו צרי רבים קמים עלי איך לויב און דאנק פאר השם אלוקי מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי דוד איז מער נישט דא אבער כאטש איז אונז פארבליבן די הארציגע בריוון וואס ער האט צום מלך געשריבן אונז נעמיר די כתבים אין אונזערע מצבים און מיר ליינען דאס איבער די אלע צרות וואס דוד איז אריבער כאטש ס'איז פריוואטע עניינים וואס דוד איז משורר די בריוועלעך זענען אבער דעם אויבערשטן מעורר דער בורא טוט לעכצן הערן ווי מיר קרעכצן תפילה לדוד דאס איז זיין גרעסטע תשוקה זיין גרעסטע כבוד ליין מיך די הארציגע בריוועלעך ליין עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פון דוד'ל אליין די שורה'לעך די זמירה'לעך עס נעמט מיך ארום ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים ליין מיך די הייליגע בריוועלעך ליין דיין הארץ דיין געבעט דורכדעם וועל איך פארשטיין די צעטעלעך נאסע בלעטעלעך עס עפנט יעדע טיר ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר תהלימ'ל תהלימ'ל כאילו אמרם דוד בעצמו תהלימ'ל ווען א איד פועל'ן וויל אמאל אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי

ואני

מאטי שטיינמעטץ

s0278 ואני מאטי שטיינמעטץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | הנשמה בקרבי ואני מאטי שטיינמעטץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | הנשמה בקרבי ואני קרבת אלקים לי טוב זיין נאנט צו דיר און דו צו מיר אויף יעדע ריר אן א שיעור ווייל קרבת אלקים לי טוב

יהיו לרצון

מאטי שטיינמעטץ

s0186 יהיו לרצון מאטי שטיינמעטץ לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה יהיו לרצון מאטי שטיינמעטץ לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך קוק אריין קוק אריין אין מיין הארץ זע וואס ליגט זע וואס דריקט אויף מיין הארץ טאטע אין מיין הארץ קוק אריין וואס אוי אוי וואס וועט דא זיין קוק אריין קוק אריין אין מיין הארץ זע וואס ליגט זע וואס דריקט אויף מיין הארץ טאטע אין מיין הארץ קוק אריין זאג'זשע טאטע וואס וועט דא זיין קוק אריין קוק אריין אין מיין הארץ זע וואס ליגט זע וואס דריקט אויף מיין הארץ טאטע אין מיין הארץ קוק אריין בקרוב ממש וועט דאך גוט זיין

כה אמר

מאטי שטיינמעטץ

s0321 כה אמר מאטי שטיינמעטץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | הנשמה בקרבי כה אמר מאטי שטיינמעטץ לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | הנשמה בקרבי כה אמר השם זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה לכתך לכתך אין אלע שווערע זמנים ביסטו מיין קינד ביסטו מיין קינד מיך נאכגעגאנגען לכתך לכתך אין אלע שווערע זמנים בין איך מיין קינד פאר דיר פארהאנען

ממלא כל עלמין

מאיר דוד פארקאש

s0409 ממלא כל עלמין מאיר דוד פארקאש לחן: מוהרא"ש זצ"ל ר' מאיר דוד פארקאש שלמה קארליבאךמילים באידיש: ליפא שמעלצער | צדיקים ממלא כל עלמין מאיר דוד פארקאש לחן: מוהרא"ש זצ"ל ר' מאיר דוד פארקאש שלמה קארליבאךמילים באידיש: ליפא שמעלצער | צדיקים ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל וכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם ממלא כל עלמין אידיש גערעדט דו ביסט פארמישט אין אלעמעןוואס איז געווען און וועט אין יעדע תנועה יעדע בייג ווער איך מער איבערגעצייגט אז נאר דו ביסט דער וואס געט דו פילסט דאך אן די גאנצע וועלט כאטש דיין שאטן איז אמאל פארשטעלט אוי געוואלד אבער וויאזוי פלעגט מיין הייליגער רבי זאגן און זינגען שיין: ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל וכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם

וויין מאמע וויין

מונה ראזנבלום

s0494 וויין מאמע וויין מונה ראזנבלום פילהרמונה 2 וויין מאמע וויין מונה ראזנבלום פילהרמונה 2 ואני בבואי מפדן אינמיטן וועג דארט נעבן בית לחם רוט א טייערע הייליגע ארט א קליין געצעלט וואו עס גיסן זיך טרערן בשעת צער בשעת מחול נישט ווייט פון ירושלים עיר הקודש יעדן י"א מרחשון ערב יום טוב און ראש חודש קומען אידן זיך אויסוויינען ביי די מאמע רחל מיט יארן צוריק אין א טאג א שיינעם איז ר' חיים שמואלעוויטש דער מירער ראש ישיבה מיט תלמידים אינאיינעם אריין דארט אהין זיך גענומען בעטן וקולו גובר והולך ר' חיים ברעכט אויס אין א ביטער געוויין געטרייע טייערע מאמע האסט דאך זיכער געהערטדי בקשה פון רבונו דעלמא ווי ער בעט דיר רחל רחל מנעי קולך מבכי אבער איך חיים דיין ליב קינד זאג דיר וויין מאמע וויין בעד עמך רחמים שאלי לפני מלך בורא נפש כל חי אוי וויין מאמע וויין שערי דמעות לא ננעלו שיאמר לצרותינו די טייערע מאמע רבות בנות עשו חיל ואת עלית ווילאנג וועלן אידישע קינדערנאך וואנדערן מגלות לגלות פון מצרים בבל ביז ווארשע הבירה שאו עיניך וראו שה פזורה זאל מער נישט וויסן פון קיין צער פון פצע וחבורה אידישע קינדער ווילן דאך קומעןבעטן ביי די מאמע בתחנונים נאך ביי יוסף הצדיק ביים בן זקונים אבער אנקומען אהין איז נישט יעדער זוכה און אויף די גאנצע וועלט אין פוצה פה ומוחה און דער גאון רבי חיים איז מצעק ובוכה וויין מאמע וויין בעד עמך רחמים שאלי לפני מלך בורא נפש כל חי אוי וויין מאמע וויין שערי דמעות לא ננעלו שיאמר לצרותינו די ס'איז דאך זיכער אמת און וואר ווי אין פסיקתא שטייט געשריבן קלאר אז רחל אמנו ליגט באערדיגט אין בית לחם על פי הדיבור יעקב אבינו האט גע'טענה'טמיינע קינדער וועלן ארויסגיין צום גולהאון וועלן מתפלל זיין אין צייט פון שמחהאדער חלילה אויף א חולה און רחל וועט שטיין פארן אויבערשטן ווי א שליח ציבור פאר א מאמע דערציילט מען גוטע בשירותמיט געזאנגען געפיל פאר א מאמען אנטפלעקט מען יעדע צעראין אויער אריין שטיל און די מאמע בעט זיך מיט טרערן מיט ווארעמקייט מיט הארץ רחל אמנו האט דאך געבעטן רחמים פון באשעפער געשריגן א געוואלד און זיין רחמנות האט זיך ערוועקט באלד און געזאגט פאר דיינעט וועגן רחל ברענג איך זיי צוריק צו זייער פלאץ אוי טייערע מאמע ס'איז דאך אודאי א גוטע סברה ווער נאך ווי דיר פארשטייט וואס מיינט אן אשה עקרה וועסט דאך זיכער אויסבעטן פאר די וואס זיצן בצער אבינו מלכינו פתח לנו שער ווען וועלן מיר שוין א הערן א קינד'ס געוויין והנה בוכה הנער אוי טייערע מאמע ס'איז שוין פונלאנג נישט קיין חידוש אז א מאמע שטייט עלנד אלייןביי הבדלה און קידוש און די קינדער פרעגן העוד אבינו חי יתגדל ויתקדש שמיה טאטע אין הימל הבט משמים וראה טייערע מאמע קורא לך מצפה זאלסט וויינען און בעטן ביים מלך מרפא זאל שוין רחמיך על עמך מתגוללים?סומך נופלים ורופא חולים בפרט די מחלה הנוראה ביי קטנים עם הגדולים מיר וועלן נישט פארגעסן צו בעטן חלילה וחס אויפ'ן צער השכינה גלות הדעת רחל איז א סימבאל פון צניעות שטייט אין מסכת מגילה לאמיר בלייבן בד' אמות של הלכה זיך פירן בתוך אמונה עם סגולה זיך נישט בייגן פאר די מאדערנעזאציע נאר גיין בדרך הסלולה מאמע על פרשת דרכים ווען ארובות השמים נפתחים פאר אידישע קינדער פרנסה נאר מיט רווחים פרנסה וכלכלה בלי מכשול ותקלהישועות ונחמות על כוס יין מלא בקרוב בימינו מיט משיח צדקנו נישט צער ויגון ניין ניין אוי ניין מיטן בעסטן פארגעניגן ששון ושמחה ישיגון ואמר כל העם אמן ואמן

זכות אבות

מושי שווארץ, דובי מייזעלס

s0648 זכות אבות מושי שווארץ דובי מייזעלס לחן ומילים: מושי שווארץ \ אלבום: סינגל זכות אבות מושי שווארץ דובי מייזעלס לחן ומילים: מושי שווארץ \ אלבום: סינגל קה זכות אבות יגן עלינו זכות אבות יגן עלינו אין זכות פון די הייליגע זיידע'ס יגן עלינו אין זייער זכות וועט מען פועל'ן אלעס גוטס אוי קה זכות אבות יגן עלינו

יודע תעלומות

מיילך ברוינשטיין

s0187 יודע תעלומות מיילך ברוינשטיין לחן: משה יחזקי' ווייס | סינגל יודע תעלומות מיילך ברוינשטיין לחן: משה יחזקי' ווייס | סינגל שועתנו קבל ושמע צעקתנו יודע תעלומות ווייל דו ווייסט ווייל דו ווייסט וואס עס ליגט באהאלטן טאטע דו ביסט גרויס יודע תעלומות ווייל נאר גאט דו ווייסט דעם סוד וואס ליגט אין מיר באהאלטן טאטע דו ביסט גרויס יודע תעלומות

ומי יודע

מיילך קאהן

s0672 ומי יודע מיילך קאהן לחן: מיילך קאהן ומי יודע מיילך קאהן לחן: מיילך קאהן ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות אפשר איז דאס וואס דו גייסט יעצט אריבער די סיבה וואס דו ביסט דא איך בין זיכער אז דעס וואס איך גיי יעצט אריבער איז די סיבה וואס איך בין דא

ניגון חופה

מיילעך ברוינשטיין, מאטי אילאוויטש

s0689 ניגון חופה מיילעך ברוינשטיין מאטי אילאוויטש לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: עולם ניגון חופה מיילעך ברוינשטיין מאטי אילאוויטש לחן: ר' יואל ישראל זופניק \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: עולם אנא מלך מלכי המלכים ואדוני האדונים תזכנו להקים בית נאמן בישראל חתן און כלה די טויערן זענען היינט אפן ברייט שוינטס נישט קיין תפילות קיין טרערן צום טאטן אין הימל מען שרייט לעכטיגע דורות אונז באשערן מיט אלע ברכות באגלייט

א ברודערל'ס הארץ

מיכאל שניצלער

s0153 א ברודערל'ס הארץ מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | יא דו קענסט א ברודערל'ס הארץ מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | יא דו קענסט אין שפיטאל ליגט ער נעבעך א קליין שעפעלע ווער ווייסט צי איך וועל דורכמאכןדעם היינטיגן טאג די אפילו אזויפיל יאר פאר'צער'ט אויף א נייע ניר איך ווארט ישעי'לע מיין חבר דו ביסט דאך מיין איינציגסטע פאר מיין טייערער חבר איך געב דיר אוועק מיין ניר איך האב דאך צוויי איינס וועל איך געבן פאר דיר טאקע דערפאר ווייל איך קען שוין נישט צוקוקן דיין צער ווי דו פעלסט שוין פון חדר אזויפיל יאר מארגן מחר יהיה האות הזה איך קען שוין קוים ווארטן אויף מארגן דעם גליקליכן טאג די פלוצלינג מארגן קומט ער מיט לויפעניש איך קען דיר נישט געבן קיין ניר בשום אופן נישט מיין טאטע לאזט נישט איך בעט דיר זיי מיר מוחל דער טאטע לויפט צו ישעי'לעס שטוב דעם אטעם קוים ער כאפט ער קלאפט מען עפנט מיט כעס ווערט די טיר שנעל פארקלאפט אזוי פאסירט א צווייטע מאל א דריטע מאל ער קלאפט קיינער עפנט שוין ניטאמאל א צעבראכענער טאטע שרייט ער מיט זיין לעצטן כוח'ל האב רחמנות אויף מיר פארקלאפ נישט אויף מיר דיין טיר מיין איינציגסטע האף פאר מיין קינד איז דיין ישעי'לעס ניר מיין שעפעלע וויינט אן א שיעור מיין צעבראכן הארץ שפיר איך וויל נאך לעבן ער בעט זיך ביי דיר די טיר עפנט זיך אויף באלד דו מיינסט איך דערקען נישט דיין געמיינעם געשטאלט נתן פון ווארשע דער קאפא דער רשע ביסטו געווען אוועקגעריסן מיין קינד מיט געוויין ווען דער דייטש האט געזאגט אלע קינדער צו 'בלאק נאמבער איין' איך האב מיך געבעטן צו דיר לאז מיך אים באהאלטן זייט דעמאלטס האב איך אים נישט געזען אוי וואו האסטו געטראגן מיין אברהמ'לע מיין טייערע נשמה'לע מיין איינציגסטע נחמה'לע ווילסט נאך מיין קינד זאל ראטעווען דיין ניין ניין איך אסר אוי וואו איז מיין אברהמ'לע מיין טייערע נשמה'לע מיין איינציגסטע נחמה'לע אוי געוואלד נתן הערט ער חלש'ט ער ענטפערט א דערשראקענער א בלאסער ער הייבט אן צו רעדן מיט הארץ קלאפעניש איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפא נישט הער מיך אויס וואס האט דארט פאסירט איך האב דיין אברהמ'לע נישט אוועקגעפירט איך האב רחמנות געהאט איך בין דאך אויך א איד שטילערהייט בלא יודעים באהאלטן האב איך אים אויפן בוידעם געטראגן יעדן טאג מיין שטיקעלע ברויט איינגעשטעלט מיין לעבן געראטעוועט פון א זיכערן טויט ווי אן אייגן קינד האב איך אויף אים געהיט פאראיבער די מלחמה אים געראטעוועט געזוכט אפשר צוריקקומען זיין טאטע וועט געזוכט און געזוכט קיינער קומט נישט אהיים זיכער געגאנגען אויף קידוש השם פאר דעם מ'זוכט און גארנישט מען געפינט ווי אן אייגן קינד אים ערצויגן ווי דאס פינטעלע פון מיינע אויגן יעצט פארשטייסטו שוין אחר הדברים האלה פארוואס די איינציגסטע ניר וואס פארט איז פון דיין ישעי'לע ווייל ער איז דאך זיין ברודער דאס איז דאך דיין פארלוירן קינד געוואלד! דאס איז דאך גאר מיין אברהמ'לע מיין פארלוירענע נשמה'לע דורכגעלעבט די מלחמה'לע איך וויל דיך שוין זען קען דען זיין דו ביסט געבליבן לעבן ישעי'לע דיין ברודער אברהמ'לע אזא טייערע נשמה'לע ער ווארט אויף דיין נחמה'לע קום נאר מיין קינד דיין ברודערל א ניר געבן ברודערלעך פון איין טאטן זענען מיר קיין גלייכן קיין פאר נישט טרעפן קענען מיר אין גלות פון טאטן פארלוירן מיר קלאפן אויף דיינע טויערן מאך אויף די טיר שוין אזויפיל הייסע טרערן לאזט מען מיין קינד מיין איינציגסטע פאר ביסטו איך זע דיין חסד יעדן טאג טוסטו פאר א צווייטן איד וועסטו אויסגיין מיט חסד פון גלות וועסטו ארויסגיין אין זכות פון אברהם אבינו בך חותמין אידעלע נאר שפעקוליר דיין ברודערל'ס הארץ שפיר פארמאך נישט קיינמאל אויף קיינעם דיין טיר געב און געב אן א שיעור ווייל ווען דו מיינסט דו געסט פאר מיר געדענק אז וואס דו טוסט טוסטו נאר פאר דיר אפילו עס זעט נישט אויס אזוי פיין עס טוט פון דיר א טרערעלע גיין ס'איז זיכער לטובה ברודערל וויין נישט וויין דו קענסט נישט אלעס פארשטיין עס וועט נאך זיין אזוי שיין מיט דיינע אויגן וועסטו נאך זען אליין אין זכות פון אונזער טאטן אברהם הנה ימים באים מה טוב ומה נעים בשבת אחים דערלעבן די הייליגע רגעים אין זכות פון אונזער טאטן אברהם הנה ימים באים מה טוב ומה נעים ברוך אתה השם מגן אברהם

א בריוו

מיכאל שניצלער

s0290 א בריוו מיכאל שניצלער לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | סינגל א בריוו מיכאל שניצלער לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | סינגל איך וויל א בריוול פאר ענק יעצט שרייבן פון אויבן במרומים איך קען מער נישט פארבלייבן איך שרייב שוין פון עולם הבא ביים בית דין של מעלה בין איך שוין געשטאנען אבער יעצט פון מיינע עלטערן איך טו מיך דערמאנען נישט מיט מיינע הענט נאר מיין נשמה שרייבט דא ס'קומט מיר צוריק אין זכרון פון ווען איך בין געבארן האט עטס מיר געגעבן בלויז ליבשאפט און ווארעמקייט וויאזוי א איד דארף זיך פירן א צווייטן מאכן גוט שפירן נישט געווען קיין צייט צו געזעגענען יעצט זע'מיר שוין געשיידט טאטע - מאמע עטס פרעגטס מסתמא על מה עשה השם ככה בלייבטס ווייטער גלייבן מיט אמונה זיך אויפהייבן און האלטס ענק שטארק מיט די גאנצע משפחה טאטע - מאמע עטס ווייסטס מסתמא עטס האטס דאך געגעבן דאס גאנצע לעבן פאר מיר כ'קען ענק נישט דאנקען פאר די אלע געשאנקען כ'וועל געדענקען און בעטן פאר ענק אן א שיעור ווען איך בין דא אין הימל ארויפגעקומען זענען מיר די אבות אקעגנגעקומען אקעגנגעקומען מיט א לעכטיג שמייכל מלאכים מיט שרפים מיט פרייד יעדער טוט שטיין א גרויסע הייליגע נשמה איז געקומען פון די וועלט צו גיין טאטי מאמי איך געפין מיך דא אינעם שענסטן היכל הלוואי וואלט עטס געוואוסט וואס עס טוט מיינען ווען איך קוק צו ווי עטס טוטס וויינען כ'וואלט געוואלט מיט ענק זיין נאך איינמאל באקומען א קוש כאטש כ'בין יעצט אין די העכסטע היכלות מיין פלאם ביי ענק אין שטוב אלעמאל איז גייטס ווייטער אן און ענקערע טרערעלעך אפווישט טאטע טאטע עטס בלייבט מיט מיר ווייטער ווען דו האסט מיט מיר געלערנטאון געשאנקען דיין גאנצע צייט טאטי טאטע די לעכטיגע זכרונות קענסט זיין זיכער אז מיין תיקון האב איך שוין אויף די וועלט געהאט מאמי מאמע מיר זענען פארבינדן צוזאמען ביי דיינע שבת'דיגע סעודות וועל איך אלעמאל זיין כ׳בעט דיך וויין נישט וויין נישט מאמי דו ווייסט אליין נישט איך בלייב מיט ענק אין א יעדן זמן איך בלייב ענקער קינד פאר מיין נשמה א לעכטעלע צינדט האטס מיר אייביג אינזין שרייב איך אונטער אצינד ענקער טייער ליבער קינד

א דאנק

מיכאל שניצלער

s0673 א דאנק מיכאל שניצלער לחן: ר' יונה דייטש | מילים: ר' הערשל דייטש | מימיני מיכאל א דאנק מיכאל שניצלער לחן: ר' יונה דייטש | מילים: ר' הערשל דייטש | מימיני מיכאל מיט א העכערקייט בלויז איז דער רבי מדבק אין דעם רוזשינער קלויז נאך א שמעק אינעם טאביק פלוצלינג ער הערט א מאדנע געפעכט זיין טאכטער האט געגעבן א קרעכץ גלייך ער רופט צו זיין טאכטער פארהאלט ער פארוואס עפעס זיפצסטו ווי א איד אן אלטער אין יעדע מצב אונטערברעכטס נישט געדענק מיין קינד נאר קרעכץ נישט ווייל א קרעכץ ברענגט א קרעכץ און א דאנק ברענגט א דאנק צי ס’איז לינקס צי ס’איז רעכטס ס’איז פון הימל א געשאנק לאמיך דיר פארציילן א מעשה געווען אן עושר מיט א פולע קאסע איין טאג שפירט ער די רעדל איז דרייעדיג געלט פארלירט ער זיין קאסע ווערט ליידיג הייבט אן צו קלאגן און לעכצן פון הימל מ’ווייזט אים וואס דאס מיינט קרעכצן פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ ווען ס’קוקט אויס א שווערע דורכגאנג געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק קוים ער כאפט וואו איז זיין מצב נאך נדבות ער קלאפט מיט א ביטערן עצבות וואס איז מיט מיר לעצטנס געווארן איך דארף גיין אגאנצן טאג שנארן פון הימל מ’קוקט צו ער קרעכצט אזוי העציג נאך א ווייטאג מ’שיקט צו ווערט אינגאנצן קרעציג אלע שטייען ווייט פון זיין ד' אמות ער פילט ווי ביטער די סם איז יעצט מער ער קרעכצט די ווייטאג ס’רייסט אים יסורים עטס שטעכטס און פון הימל מ’ווייזט אים דו כאפסט נישט דעם ווינק דו קרעכצט נאך אלץ מ’שיקט אים נאך א ווייטאג אין האלז יעצט קען ער נישט שלינגען ער שפירט אויטאמאטיש פון דא איז געדרונגען איך בין אזוי פאנאטיש גענוג שוין אגאנצן טאג אזוי קרעכץ איך פון זיך אליין ער פאררעכט זיך ער הייבט אן צו דאנקען אומאויפהערליך מיין בעט דעם קראנקן איז נישט אזוי געפערליך געלויבט מיין קאפ איז הונדערט פראצענטיג רעדן און טראכטן א שמייכל איז קענטיג נישט דא וואס צו דערלייגן מ’קען זיך נישט פארהאנקען פון הימל וועט מען צייגן זאלסט האבן וואס צו דאנקען קוים קוים אדורך איז דריי טאג אינעם האלז נישט דא מער קיין ווייטאג פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ ווען עס קוקט אויס א שווערע דורכגאנג געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק וזרח השמש ער שפירט אזוי גוט כ’קען שוין עסן דעם קרעמיש מיט אן אפעטיט פון הימל מ’זעט ווי ער דאנקט און ער דאנקט נאך סאך מער האט מען אים דערלאנגט אוועק מיט די קרעץ ער קען שוין גיין נאך געלט שוין מער נישט קיין זעץ ער באדאנקט ווי א העלד ברוך השם כ’קען מיך געבן א ריר כ'קען שוין קלאפן אויף יענעמ’ס טיר צוביסעלעך צוביסעלעך פריש אנגעהויבן זיך שטעלן אויף די פיסעלעך דאנקען און לויבן די רעדל האט זיך איבערגעקערט א געזונטן עושר פון הימל באשערט מיין טייערע טאכטער א איד דארף עס מיטנעמען אפילו א בראך האט ער מיט ווייטאגליכע קלעמען האט דער רוזשינער שיין ערקלערט געדענק עס גוט וואס דו האסט געהערט פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ ווען עס קוקט אויס א שווערע דורכגאנג געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק

א הארץ וויי

מיכאל שניצלער

s0154 א הארץ וויי מיכאל שניצלער לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | דער טאטע הערט א הארץ וויי מיכאל שניצלער לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | דער טאטע הערט פארט זיך א אידישע מאמע דאס הארץ פול מיט גליק איז ארויף קיין ארץ ישראל צו זיין דעם יום טוב סוכות קיין ירושלים דאס הייליג לאנד האט זי זיך פלוצלינג דערמאנט זי האט דאך דא גאר אן אלטן פריינט דאס הארץ טוט זיך ערוועקן און זכרונות מ’געדענקט אינאיינעם געלערנט אינאיינעם פארברענגט שוין נישט געזען איר חבר'טארן העכער צוואנציג יארן זי האט דאך נעבעך קיין קינדער נישט געבארן זי האט געטון ווי געטראכט חול המועד די ערשטע נאכט איז זי ארויף צו איר אין שטוב די פריינט באזוכן מ’טרעפט זיך די שמחה איז גאר גרויס זי האלט א קינד אויף איר שויס און נאך א קליינטשיגס טוט נעבן איר ארומקריכן מיין טייערע פריינד אויב איך מעג דיר פאר נייגעריגקייט איין פראגע מוזן איך פרעג דיר שוין אזוי א לאנגע צייט נישט געזען איז אבער א שמועה געווען אז דו האסט קיין קינדערלעך געהאט די אלע יאר יעצט שטיי איך און איך שטוין נישט נאר איינס נאר צוויי שוין עס קוקט עפעס אויס ווי דו האסט א צווילינג גאר צי היטסטו פרעמדע קינדערלעך און זיי זענען גארנישט דיינע אדער קענסטו בעזרת השם שוין זאגן יא דאס איז מיינע מיין טייערע פריינט ביסט נישט די ערשטע וואס פרעגט די פראגע די נאר בני הם אשר נתן לי אלוקים בזה דאס זענען מיינע קינדערלעך און איך בין זייער מאמען אט הער נאר וויאזוי איך האב זיי געהאט א צווילינג צוזאמען באלד פערציג יאר צוריק געב דיך נאר א דערמאנעלע געשפילט האט זיך א קינד מיט אונז געהייסן האט זי חנה’לע געלערנט אין איין קלאס אינאיינעם אזעלכע פריינטליכע שכנים כ’האב איר געטון אן עוולה א קליינעם איך האב איר איינמאל וויי געטון איך האב עס גארנישט געמיינט חנה’לע איז אהיימגעגאנגען און האט זיך זייער צעוויינט כ’האב איר נישט איבערגעבעטן צוריק געווען נאך א קינד אזוי נישט קלוג אבער דער אויבערשטער ער האט דאך צייט גענוג יארן זענען געלאפן ווי זכרונות כ’האב מיטגעמאכט עשר נסיונות צו זען א לעכטיג שעפעלע בין איך נישט געווען ראוי א גרויס פארמעגן אויסגעגעבן געווען שוין ביי יעדן רבי’ן געגאנגען צו אלע קברי צדיקים אפילו צו רבי שמעון בר יוחאי מיינע טרערן און מיינע תפילות האבן נישט געמאכט קיין רעש איך האב מיך פון אן אייגן קינד אינגאנצן געווען מייאש כ’האב לעצטנס געטראפן אונזער’ס א פריינט זי האט מיך פון חנה’לען דערמאנט אפשר ווייל דו האסט איר וויי געטון מיט אסאך יארן פריער איך בין צו חנה’לען אין שטוב ארויף חנה’לע די טיר מאך מיר אויף איך בין אראפגעפאלן מיט געוויין אויף דער ערד נעבן די טיר חנה’לע זיי מיר מוחל איך ווייס ווי שווער די זאך איז איך וויל אבער א לעכטיג קינד צו זען אביסל אידיש נחת איך האב אזוי געוויינט טרערן גערונען פון מיינע אויגן חנה’לע האט זיך אראפגעבויגן און האט מיך אויפגעהויבן זארג נישט איך בין דיר מוחל פון מיין הארצן גערן אויב ווענדט זיך דאס אין מיר ביז א יאר וועסטו געהאלפן ווערן א יאר דערויף צו דער צייט האב איך א צווילינג געהאט דאס זענען די קינדערלעך דאס איז מיין אידיש נחת פאר יעדן דערצייל איך די מעשה מיט מוסר מ’זאל וויסן ווי הארב ס’איז דער איסור וויי צו טון א איד אפילו מ’מיינט עס נישט להכעיס חלילה מ’טוט א אידיש הארץ מיט א ווארט וויי דער עונש אויף דעם איז אזוי גרויס עס איז דאך גארנישט כדאי שנדבר כל אחד את חברו בדרך הישר והרצוי לפניך נאר ארויפקוקן אויף יענעם צו זען די מידות די טייערע וועט זיין ימלא השם כל משאלותיך

א ווינקעלע אין קיעוו

מיכאל שניצלער

s0566 א ווינקעלע אין קיעוו מיכאל שניצלער לחן: שלום עזרי | מילים: מעכי שיין | דער טאטע הערט א ווינקעלע אין קיעוו מיכאל שניצלער לחן: שלום עזרי | מילים: מעכי שיין | דער טאטע הערט הייסע טרערעלעך גיסן זיך אן אויפהער פון די נאסע אויגן זיי פאלן א טרער נאך א טרער פון א ווינקעלע אין קיעוו נעמט מען משה’לען אין מלחמה אצינד די לעצטע ווערטער פון טאטן צו זיין קינד מיין גאנצן לעבן האב איך זיך געמאטערט און געפלאגט מיט דיר געלערנט מתוך הדחק גארנישט פארמאגט אויף טריט און שריט נעם מיט דיר מיט דאס געווער וואס א איד האט שמע ישראל השם אחד פון טאטן זיך געזעגנט פון די ווארעמע סביבה זיך געשיידט א נייע וועלט באגעגנט פארגעסן פון תורה און אידישקייט דער טאטע ליגט קראנק עס נעמט נישט לאנג דאס קינד פון גארנישט ער ווייסט נישט פון א געוויין און אויך נישט פון א טרייסט ס’לויפן דורך די יארן ס’ברענט א היץ ס’ציטערט א פראסט פארגעסן פון זכרון דעם טאטן וואס האט אים שוין פארלאזט דורך די בלאטע אין פעלד הויכע שניי און קעלט אזא לאנגע פינסטערע נאכט מיט בלוט און טרערן אזויפיל דורכגעמאכט אין א קאלטן צופרי דער קאמאנדיר משה’לען ער וועקט די קלעפ די צער די פיין ס’נעמט נישט קיין עק תעשה ואל שב היינט צו קיעוו אין בית הקברות אריין אלע אידישע מצבות אינגאנצן מחריב זיין מיט שווערע געפילן באטראכט ער קבר נאך קבר קיעוו מיין אייגענער שטאט באנעמט אים יעדן אבר פלוצלינג זעט ער ער טרעט צו נענטער די האק פאלט ארויס פון זיינע הענט א פחד א שרעק ס’איז זיין טאטנ’ס נאמען ער דערקענט אויפן טאטנ’ס ציון מיט טרערן ליגט ער אויסגעשפרייט טאטע דאס איז משה’לע טאטע ענטפער מיר ער שרייט אונטערן שטיין דעם הארטן אזוי לאנג טוסטו ווארטן איך זאל מיך דערמאנען אין גאט שמע ישראל השם אחד אין די שווערסטע צייטן זיי וועלן פארגיסן מיין בלוט טאטע איך וועל זיין שטארק ביז די לעצטע מינוט דיין נשמה טהורה מיטן לערנען תורה וועל איך אנקליידן ס’זאל זיין א נחת רוח פאר דיר אין גן עדן

א טאנץ אין מירון

מיכאל שניצלער

s0083 א טאנץ אין מירון מיכאל שניצלער לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: ר' שרגא פייוול קליין | דער טאטע הערט א טאנץ אין מירון מיכאל שניצלער לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: ר' שרגא פייוול קליין | דער טאטע הערט מיט שמחה און מיט געפיל באימה ובחיל אין די שטאט צפת ביים אר”י הקדוש’ס שול הלואי ווען די ווענט דערציילן וואלטן געקענט פון די גרויסע הייליגע אידן פון יענעם מאמענט וישבחו ויפארו דער הייליגער אר”י געוואוסט יעדער אז ער איז דער וועג-ווייזער געשטעלט נייע יסודות די הייליגע עבודות לשבח ולהודות מיט זייער טיפע סודות דער בית יוסף איז געוועזן דער רב פון שול און אב-בית-דין דער אלשיך הקדוש דער מגיד הקהילה דאווענען וואס עטס פראוועטס מיט רבי שלמה אלקבץ דער צדיק’ל ר’ שלמה’לע איז דארט געווען בעל תפילה לקראת שבת לכו ונלכה מיט געמיטער פרייליכע אין פעלד ארויסגיין זיי פלעגן דעם שבת גיין אקעגן עס האט געהאט אן עליה די גאנצע בריאה הימל און ערד בלעטלעך און גראזן ווען דער שבת האט אריינגעבלאזן די ביימער זענען מיטגעשפרונגען פייגעלעך האבן מיטגעזונגען לכה דודי לקראת כלה בואי בשלום עטרת בעלה טרערן גיסט זיך ביים שיינעם נוסח א הייסע תפילה אויף די גאולה בוי שוין אויף עיר על תילה ונשמחה ונגילה בואי בשלום עטרת בעלה גם ברינה בשמחה ובצהלה תוך אמוני עם סגולה בואי כלה בואי כלה בואי כלה שבת מלכתא דער געטרייער שמש אלעזר אין שול אייביג דא איז ער ער רוימט די שול און ער וואשט עס ער פירט זיך גאר בפשטות זיינע מדריגות זענען באהאלטן וועמען אין חלום פאלט איין אז א צדיק נסתר ממש איז ר’ אלעזר דער משמש א מנהג האבן זיי ערליך קיין מירון צו פארן יערליך פראווענען ל”ג בעומר מיט שמחה און מתיקות די חבריא די צפת’ע חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין לפניהם אין די האנט די אבוקות מיט גאר הייסע געפילן איז מען שטארק אדורכגענומען ווען די הייליגע צדיקים טאנצן זיי קומען שיינע ברכות טוט מען שטימען א גוטן מזל א גוטן סימן זינגען ואמרתם כה לחי רבי שמעון אינמיטן טאנצן אינדערמיט האט זיך באוויזן אן אלטער איד יעדער שטייט און באטראכט אים ווי דאס פנים לייכט אים א הדרת פנים אן אויסטערלישע די אויגן שיינען פון קדושה עס כאפט א פחד ויראה בלויז צו זען זיין צורה צו ר’ אלעזר דעם שמש צוגעגאנגען טאנצן מיט אים אנגעפאנגען זינגען הייליגע געזאנגען ישבעו ויתענגו מ’קוקט נאר ווי אינטערעסאנט דער אר”י הקדוש האט צוגעשפאנט ער כאפט זיי אן ביי די האנט און טאנצט מיט זיי ווי א גוטער פריינט אוי הייליגער רבי אויב מיר מעגן א קשיא ווילן מיר אייך פרעגן ווי פאסט דאס מיט דעם שמש פונקט דער רבי טאנצט און זינגט איך וועל ענק ענטפערן אויף די שאלה צי ווייסט עטס ווער איז געווען דאהי דער תנא אלוקי אור מופלא רבי שמעון בר יוחאי אויב פאר דעם גרויסן גאסט מיטן שמש טאנצן האט געפאסט איז אויך לפי כבודי כולי עלמא מודה זיין נאמען פון א צדיק נסתר געווארן גאר א באוואוסטער דער בעל חרדים געווארן באקאנט מיט זיין נאמען ביז היינט בר יוחאי נמשחת אשריך שמן ששון מחבריך

א מענטש טראכט

מיכאל שניצלער

s0682 א מענטש טראכט מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | מיין קינד טרעף מיך א מענטש טראכט מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | מיין קינד טרעף מיך רבות מחשבות בלב איש ועצת השם היא תקום א מענטש טראכט און גאט לאכט א מענטש טראכט און גאט לאכט ווייל נאר ער ער איז דער וואס ווייסט וואס וועט זיין און ער מאכט וואס ער טראכט און ער מאכט וואס ער טראכט און נאר ער מאכט אפ ווער קען אויספירן דעם פלאן מען נעמט א סכום דעם גרעסטן מ'הייבט עס אן אינוועסטן מען פראבירט דאס בעסטן מ'ווערט א מיליאנער דערנאך וואס קען מען מאכן אוי עס טוט אפשוואכן די גאנצע סטאקס גייט קראכן אוי ס'איז ביטער שווער א מענטש טראכט און גאט לאכט א מענטש טראכט און גאט לאכט ווייל נאר ער ער איז דער וואס ווייסט וואס וועט זיין און ער מאכט וואס ער טראכט און ער מאכט וואס ער טראכט און נאר ער מאכט אפ ווער קען אויספירן דעם פלאן דער באס פארט אים אנטקעגן פארשפעטיגט יעצט די וועגן פלוצלונג קומט א רעגן ס'געווען אן עקסידענט עס גיבט אים טיף א קיצל ער איז געווארן ניצל מיט זיין ווייב און פיצל צום הימל הייבט די הענט א מענטש טראכט און גאט לאכט א מענטש טראכט און גאט לאכט ווייל נאר ער ער איז דער וואס ווייסט וואס וועט זיין און ער מאכט וואס ער טראכט און ער מאכט וואס ער טראכט און נאר ער מאכט אפ ווער קען אויספירן דעם פלאן

א מצה אין אויוון

מיכאל שניצלער

s0568 א מצה אין אויוון מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מימיני מיכאל א מצה אין אויוון מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מימיני מיכאל ערב פסח שטייט מען שוין נאך חצות מיטן רבי'ן גייט מען שוין באקן מצות אנגעטון מיטן ווייסן שירצעלע מען בעט ס'זאל זיין באוויליגט נרצה'לע אויף אזא מחזה הוד אין אין להקשות שוין אנגעגרייט די ברעטער דער שיסל שוין ביים קנעטער מ'קנעט שוין איין די מיירע אין הימל איז מען מתפלל מען ווארט שוין אויפן הלל אויף די טרערן די טייערע מ'הייבט אן זאגן דעם הלל לעילא ולעילא צווישן זיי איז אויך אונזער ר' ישעי'לע וואס הערט נישט אויף צו וויינען און זאגט דעם הלל מיט התרגשות גאר אן אלטער איד ר' ישעי' ביים אויוון שטייט ער מיטן לעצטן כח'ל אזוי מיד לשם מצות מצוה שרייט ער ר' ישעי' ליבער איר זענט דאך נישט דער איינציגסטער שיבער אפשר לאזט איר צו אן אנדערן אין די רייע ס'איז געווען אן אנלויפעניש מ'האט מיט אים גע'טענה'ט איך גיי בשום אין אופן נישט אוועק פון דאנעט אז איר וועט הערן דעם סיפור וועל איך אייך פארשטיין גיבן פארוואס איך וויל דוקא יא שיבן הערט א מעשה אשר חזה ישעיה אוי ביים הארץ רייסט מיליאנען נעבעך פארגאזט אין אוישוויצער גיהנום אינעם ביטערן זמן יענעם דעם בורא פארשטיין ווער קען אים דאס קען אפילו נישט דער גרעסטער מלאך אויבן געווען בין איך קוים ניינצן דערשראקן אינגאנצן ווי עס פלאקערן און שפרינגען די פייער צונגען האבן זיי מיר ארויפגעצוואונגען אריינלייגן די הייליגע גופים אין קאלך אויוון אויף מיין שאוועלע מיין חבר דוב'לע מיטן שאוול אין די הענט צום פייער וואס ברענט וויפיל פנימ'ער האב איך ליידער דערקענט מיינע חברים מיר וועלן זיך זען מיט משיח ארויסגענומען פון א וועגעלע גאר שמאל נאך א כהן נאך א לוי א ישראל צום פייער זיי געיאגט דאס געוויסן האט געפלאגט איך האב די גאנצע נאכט געוויינט און געקלאגט און געזאגט טאטע פארוואס פונקט איך א אידעלע אין אויוון אריין אוי נקום נקמת דם נאך א אידעלע אין אויוון אריין א מאמע מיט איר קינד צוזאם וויי און ווינד צו אזעלכע אויגן וואס האבן געזען וואס איך האב געזען צי וועט די וועלט נאך זיין באוואויגן און גלייבן דאס איז אמאל געשען אוי מי יודע א אידעלע אין אויוון אריין אוי נקום נקמת דם נאך א אידעלע אין אויוון אריין אוועק מיטן פלאם וויי און ביטער אזא שאנד צו אזעלכע הענט וואס האבן דאס געקענט טון וויאזוי האסטו נישט מורא געהאט מיין האנט וואס וועסטו ענטפערן ביים יום הדין אוי שרייט זיך דארט ר' ישעי' כהן לוי כהן לוי ישראל אוי געוואלד אוי געוואלד טאטע זיי מיר מוחל אוי געוואלד אוי געוואלד אידעלעך זייט מיר מוחל מיין הארץ טוט מיר פאר ענק אלע וויי איך וואלט זיך געטוישט מיט ענק הלואי איך וויל כאטש מיט ענק מיטגיין די הויכע עולמות כהן לוי כהן לוי ישראל אוי געוואלד אוי געוואלד טאטע זיי מיר מוחל אוי געוואלד אוי געוואלד אידעלעך זייט מיר מוחל דם עבדיך השפוך מיט די זכרונות גיי איך און שלאף איך איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן פון ענק הייליגע נשמות יעצט פארשטייט איר שוין אליין פארוואס ביים אויוון וויל איך דווקא שטיין יעדער האט זיין תיקון ביזן טאג דעם היינטיגן טראכט איך וואס קען זיין מיין תיקון איך קוק ארויף צום קל טוב וסלח אויבן ווען איך שטיי נאכאמאל ביים הייסן אויוון באקן מצות פאר די הייליגע ימים טובים איר האט אלע געזען אין מיר וויפיל טרערן איז געווען אין מיר ווייל איך זע נישט מצות נאר פנימ'ער זאלן די טרערן מכפר זיין אויפן קאלך אויוון א מצה אין אויוון אריין לשם מצות מצוה נאך א מצה אין אויוון אריין לשם מצות מצוה מתרצה ברחמים אוי מתרצה ומתפייס בתחנונים זאל זיין א כפרה פאר מיר יעדע מצה כ'האב געמוזט אויספירן אזעלכע דינים אוי מיט טרערן איך קלאג א מצה אין אויוון אריין לשם מצות מצוה נאך א מצה אין אויוון אריין לשם מצות מצוה הייליגער טאטע פאר מיר פארציי ווען איך שטיי ביים אויוון די הייסע און איך בעט מיך איבער מיט זיי ונקיתי דמם לא נקיתי אוי מיט א קרעכץ איך זאג מיין כהן מיין לוי מיין כהן לוי מיין ישראל אוי געוואלד אוי געוואלד טאטע זיי מיר מוחל אוי געוואלד אוי געוואלד אידעלעך זייט מיר מוחל כהן פאר די אלע כהנים וואס זענען געווארן שרפים ואופנים זאלן זיין לזכותם די אלע הייליגע כזיתים נאכאמאל כהן לוי כהן לוי ישראל אוי געוואלד אוי געוואלד טאטע זיי מיר מוחל געוואלד געוואלד געוואלד אידעלעך זייטס מיר מוחל לוי אנשטאט די אלע לויים זאל מקוים ווערן די רייד פון די נביאים און זיך טרעפן מיט די קדושים ביי תחיית המתים כהן לוי כהן לוי ישראל אוי געוואלד אוי געוואלד טאטע זיי מיר מוחל אוי געוואלד אוי געוואלד אידעלעך זייט מיר מוחל והשב כהנים לעבודתם קרבנות נעמען נאר פון עזים און כבשים שוין גענוג אידישע קרבנות עד אין קצבה ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים דארט וועלן מיר אלע שרייען לשם מצות מצוה

א נשמה בלייבט ריין

מיכאל שניצלער

s0570 א נשמה בלייבט ריין מיכאל שניצלער לחן: הרב מטשאבע | מילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן א נשמה בלייבט ריין מיכאל שניצלער לחן: הרב מטשאבע | מילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן ס’איז באקאנט דער כלל וואס שטייט אין חז”ל ישראל אף על פי שחטא א אידישע נשמה ווערט קיינמאל נישט טמא ווייל סוף כל סוף האט מען חרטה הער מיין קינד א מעשה וואס איך דערצייל געוועזן א איד וואס פלעגט פארן צום הייליגן רוזשינער דעם קדוש ישראל אין זיינע יונגע יארן אסאך צרות נורא ואיום האט דער איד נעבעך געהאט אוועקגעפארן וואוינען צווישן גוים פארגעסן אז ער איז א איד כמעט קיין שבת קיין יום טוב האט ער נישט געוואוסט טריפות געגעסן און געטרונקען א לעבן נעבעך ליידיג און פוסט אזוי איז ער אלץ מער געזונקען איין טאג זעט ער א מורא’דיגן בילד עס פארט א גאנצער וואגן מיט חסידים אנגעפילט טייערע אידן זייט מיר מודיע וואו פארט מען יעצט צו די נסיעה ענטפערן זיי בהאי לישנא עס קומט פאר א חתונה ביים הייליגן רוזשינער א חתונה איז דאך נישט קיין מילתא דשכיחא פארט מען יעצט צום רבינ'ס מלוכה אוי וויי געט ער א געשריי קוק וואו איך האלט שוין קוק וואו איך שטיי עס פלאמט אויף זיין נשמה זיין חלק אלוקי שפרינגט ארויף און פארט מיט מיט זיי גייענדיג אין וועג כאפט אים אן פחדים דאס הארץ טוט אים קלעמען ווי פאר איך צום רבי'ן מיט גוי'אישע בגדים וויאזוי וועט מיך דער צדיק אויפנעמען ענדליך ענדליך נאך די ווייטע וועגן קיין רוזשין צו די חתונה אנגעקומען דער הייליגער רוזשינער לויפט אים אקעגן און מיט גרויס אהבה ארומגענומען אוי וויי האב איך נאך דיר געבענקט אזוי געוואלט דיין נשמה אויסהיילן וואויל איז דעם וואס האט דיך אהערגעברענגט א מעשה לאמיך דיר דערציילן ס’איז געווען אמאל צוויי ברידער פון איין טאטן און מאמען געלעבט אינאיינעם געוואקסן צונאזאמען איינער אנעם צווייטן זיך גארנישט גערירט אזויפיל אהבה האבן זיי געשפירט זיי האבן חתונה געהאט די ברידער די טייערע דערנאך האט זיך געטוישט דאס מזל זייערע איינער איז געבליבן ארעם פונקט ווי פריער און דער צווייטער איז געווארן א גביר דער ארעמער ברודער האט דאס צוגעקוקט מיט קנאה וואס יענער איז אזוי מצליח עד כדי כך אז זיי האבן זיך צעקריגט אפילו נישט גערעדט צווישן זיך אזוי איז אדורך יארן לאנג ביז איין טאג הערט מען א שמחה א געזאנג דער רייכער ברודער האט א שידוך געטון ער גייט מאכן חתונה א זון ס’איז געקומען פאר די חתונה טראכט ביי זיך דער עושר ווי מאך איך א שמחה אן דעם ברודער אפשר יעצט איז א שעת הכושר ער גייט און ער שרייבט אים א בריוול ווידער מיין ברודער געדענק זכור אהבת קדומים איך בעט דיך קום זיך מיט מיר פרייען איך שיק דיר דא געלט גרויסע סכומים זאלסט שיינע בגדים אויפנייען אינגאנצן צעבראכן און פארוויינט האט דער ארעמער ברודער דעם בריוול געליינט דאס הארץ בענקט אים אזוי און עס רייסט אבער ס’האט אים דאך נישט געפאסט ער נעמט דאס געלט און שיקט עס צוריק איך גיי נישט צו די חתונה בשום אופן ניין אבער ווי נענטער ס’איז געקומען דער טאג פון גליק אלץ מער האט אים געצויגן צו גיין אויף דער נאכט פון די חתונה שלאפן ער לייגט זיך אבער זיינע אויגן מיט טרערן ווייקט זיך ער שפירט אז ער האלט עס שוין נישט אויס בכלל ער הייבט זיך אויף און ער לויפט אין זאל ווי דער ברודער האט אים דערזען הייבט ער אן צו וויינען פארוואס האסטו געמוזט מיט דיינע שלאף קליידער ערשיינען ווען דו וואלסט גענומען דאס געלט פון מיר וואלסטו געהאט קליידער ווי א גביר דאס האט דער רוזשינער דעמאלטס אויסגעפירט ר’ איד די זעלבע האט מיט דיר פאסירט דיין נשמה טהורה זיך צוריקגעבענקט צום הייליגן בורא אבער איין זאך טוט מיר וויי ביסט געקומען צו די חתונה סייווי סיי פארוואס האט עס געדארפט זיין אזוי ליידער קומען אין די גוי'אישע קליידער דער איד האט דעם צדיק’ס ווערטער דערהערט צום הייליגן באשעפער זיך צוריקגעקערט געבליבן וואוינען ביים צדיק אלעמאל זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

אבינו אב הרחמן

מיכאל שניצלער

s0420 אבינו אב הרחמן מיכאל שניצלער לחן: ר' ליפא פעלדמאן | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | יום שמחתינו אבינו אב הרחמן מיכאל שניצלער לחן: ר' ליפא פעלדמאן | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | יום שמחתינו פארט אהיים א טאטע מיט זיין קינד אויפן וואסער אין א שיף אבער צוליב דעם גרויסן שטורעם ווינט זענען זיי פארווארפן אין וואסער טיף ווייט ווייט אוועק פון זייער הויז וויינט דאס קינד אינעם קליינעם שיפל טאטע איך בין הונגעריג כ'האלט עס מער נישט אויס וויפיל וועל איך נאך ליידן וויפיל אוי טאטע אוי טאטע המרחם רחם ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג מיין קינד דו זעסט דאך די שרעקליכע וואלן דארפן מיר ווארטן עס זאל ארויס די זון שטראלן דעמאלטס וועט דער שיף בלאזן זיינע סיגנאלן אז מ'קען זיך שוין אהיים איילן אבער טאטע ווען וועט דער שיף שוין געבן דעם בלאז מיין קינד איך אליין פרעג אויך דאס פרעג דעם משנה עיתים ומחליף את הזמנים בעט עס אים און דערמאן אים אבינו אב הרחמן המרחם רחם ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג דער אייבערשטער איז צוגעגליכן שטייט אין מדרש קלאר צו א קעניג וואס פירט זיינע קינדער אויפן ים אויף דעם שיף קיין ירושלים שוין באלד צוויי טויזנט יאר פארט די שכינה אהיים מיט אונז צוזאם טאטע מיר טוען אהיים בענקען אויף דעם ספינה המטורפתווילאנג וועט מען זיין דערין אזויפיל פעלקער האבן פרובירטדעם שיף דערטרענקען און מיר טוען נאכאלץ וואנדערן אבינו אב הרחמן המרחם רחם ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג מיין קינד איך האב אויך ליידער צער דערפון אבער עס וועט נאכאמאל אויפשיינען די זון ווען משיח וועט בלאזן מיטן שופר דעם שיינעם וועלן מיר ביידע אהיימגיין אינאיינעם ווען וועט דאס זיין טאטע אונזער קעמפער דו דארפסט דאך ביי קיינעםנישט פרעגן דעם ענטפער ווען וועסטו שוין געבן רשות משמי מעל אז משיח זאל שוין בלאזן דעם סיגנאל אבינו אב הרחמן המרחם רחם ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג מיין קינד עס איז שוין זייער נאנט דערצו קרב יום אשר הוא אט אט קום איך לקבץ עם מפוזרי קוממיות לארצינו

אין בית המקדש

מיכאל שניצלער

s0107 אין בית המקדש מיכאל שניצלער לחן: ר' ליפא פעלדמאן | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שמחת בית השואבה אין בית המקדש מיכאל שניצלער לחן: ר' ליפא פעלדמאן | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שמחת בית השואבה די גמרא פארציילט אונז ווי שיין ס'האט אויסגעזען די הייליגע שטאט ירושלים שמחת בית השואבה וויאזוי איז געווען בזמן שבית המקדש היה קיים אוי באשעפער אוי טאטע דאס הארץ בענקט אשרי עין ראתה טאטעס אויך זייערע קינדער געברענגט און חסידים ואנשי מעשה צוויי מנורות די הויך פופציג אמות געבויט אויף די שענסטע אופנים די קנויטעלעך געווען געפלאכטן צונאזאם איז פון די גארטלען פון די כהנים כהנים זענען ארויפגעלאפן אויפן לייטער מיט אויל קריגלעך דרייסיג לוג יעדע קנויט האט געצונדן א צווייטער מיט קדושה מיט שמחה און גליק די מנורה האט אנגעהויבן ברענען אויף ארויף אלע הערצער געווארן אויפגעראכטן אין גאנץ ירושלים איז נישט געוועזן קיין הויף וואס איז נישט געווארן באלאכטן חסידים ואנשי מעשה היו מרקדים לפניהם ווי גרויס ס'איז געווען דער כבוד שמים ואבוקות של אור שבידיהם האט באלאכטן גאנץ ירושלים אוי באשעפער אוי טאטע דאס הארץ בענקט אשרי עין ראתה טאטעס אויך זייערע קינדערלעך געברענגט און חסידים ואנשי מעשה די לויים זענען געשטאנען אויף פופצן שטיגן להודות להלל ולקלס מיט זייערע פידלעך מיט א שיינעם ניגון געזונגען די פופצן שיר המעלות צדיקים האבן געטאנצט מיט די שכינה מיט געפיל אלע אידן כולם מסתכלים דער הייליגער תנא רבי שמעון בן גמליאל האט געטאנצט מיט אכט ברענעדיגע פאקלען הלל האט געזאגט אם אני כאן הכל כאן ווען אידן טוען תשובה מיט אמונה זאגט דער באשעפער איך וויל מיט זיי זיין עס פרייט זיך מיט זיי די שכינה חסידים ואנשי מעשה היו מרקדים לפניהם ווי גרויס ס'איז געווען דער כבוד שמים ואבוקות של אור שבידיהם האט באלאכטן גאנץ ירושלים טאטע טאטע מיר ווארטן שוין אזוי לאנג דאס צו זען נאכאמאל חסידים ואנשי מעשה וועלן טאנצן מיט געזאנג ותפארת בית ישראל בעטן מיר אלקינו ואלקי אבותינו יכונן את בית חיינו והשיב את שכינתו בתוכנו במהרה בימינו

אן ערליכע ברכה

מיכאל שניצלער

s0569 אן ערליכע ברכה מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | אידן דערציילן אן ערליכע ברכה מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | אידן דערציילן אינעם קרעטשמע אויפן באנק שלאפט א שיכור דארט אן אנדערער מיט א געטראנק זויפט פון יעדן סארט איוואן אלעקס וולאדימיר דער באלעבאס זאגט נאדיר דיר נעמט אריין א גלעזעלע וויין און ביים טיר זעט זיך אן א אידעלע פלוצלינג איך בין זייער דארשטעריג און איך דארף א טרונק וויין בראנפן אדער ביר אפשר ליקער געב'זשע מיר אין מויל עפעס צו נעמען אריין דער באלעבאס זאגט איין מינוט איך ברענג דיר שוין מאך נאר גרייט דאס געלט פאר מיר אפצאלן דעם לוין ער לייגט אראפ זיין טאשקע ער גייט יעצט טרינקען משקה ער זעצט זיך און ער גרייט זיך אן א שטרוי דער באלעבאס ברענגט די ביר ער איז גארנישט פויל דער איד מאכט נישט קיין ברכה נעמט עס גלייך אין מויל איינער גיט אים א דערמאן מיט א ברכה וואס וועט זיין ער כיפערט שנעל שהכל נהיה בדברו און פון דער ווייט דער צדיק אין א זייט ער זעט וואס דא איז געשען ער גייט דארט אהין און פרעגט וואס האסטו געטון צי ווייסטו וואס יעצט איז געווען דו האסט גענומען א אידישע נשמה וואס בעט זיין תיקון און ווארט אויף זיין נחמה דו האסט זיין תיקון פאר אים יעצט פארשטעלט מוז נאכאמאל קומען אויף דער וועלט דער אור המאיר דער הייליגער רבי’ן זאגט צום איד איך וויל מיט דיר רעדן דו האסט דאך אזוי געדארשט נעבעך א מוסר שמועס דיר געב איך די נשמה ליידט דא אפ ווען ער קומט אראפ מגולגל ווערט ער אויף דער וועלט מיט פיל מורא אין א שעורה א גערשטעלע פארווארפן אין פעלד ער בעט אז גוים זאלן אים נישט נעמען ער וויל נישט נאכאמאל האבן די פראבלעמען ווייל אויב מ’מאכט נישט אויף אים א ברכה ערליך מוז ער דאך ליידן געפערליך ער ווארט צו קומען אין א אידישע משפחה וואו מ’וועט מאכן דארט אן ערליכע ברכה ער וועט זיין תיקון געפינען דא אין פריידן דערנאך ארויפגיין אין גן עדן ווען פלוצלינג קומט א אידעלע און נעמט אים אין זיין האנט צוזאמען מיט נאך גערשטעלעך בינדט ער צאם א באנד די נשמה פרייט זיך צו זיך אליין ער שרייט זיך אין גן עדן גיי איך שוין אהיים מ’נעמט אים אינעם קרעטשמע ער זעט שיכורים זיצן ער וויינט און שרייט און בעט זיי זאלן אים נישט ניצן ער זוכט דארט אויף א ברודערלע וואו זעט מען דא א אידעלע זאל זאגן ברוך אתה השם מ’עפנט אויף דעם גערשטעלע מ’נעמט אים דאן אפיר מ’לייגט אים יעצט אריין אין פיינע פרישע ביר ער ווארט דארט אומגעדולדיג וואס בין איך דען שולדיג אויב די ברכה מ’זאגט נישט ערליך ווען דו ביסט אנגעקומען בעטן א געטראנק די נשמה פרייט זיך ס’וועט נישט דויערן לאנג פון דער וועלט געזעגנט זיך נאכדעם ער באגעגנט דיך מאכסטו אים אזוי שווערליך א ברכה אפגעכאפט אים אזוי צעקלאפט ער מוז יעצט אלעס איבערגיין יסורים געהאט געווען פארווארפן ווייט צי הערסטו נישט זיין געוויין מיט דיין ברכה אויפטון האסטו געקענט דו האסט געהאט א נשמה’לע אין דיינע הענט ער האט געוואנדערט אזא וועג א לאנגן זיין תיקון איז יעצט פארגאנגען דו האסט נישט מורא פון זיין קפידה עס קען גאר זיין דיין טאטע אדער זיידע עס קען אויך זיין גאר א נאנטער קרוב וועם דו האסט יעצט געמאכט חרוב דער איד שרייט ארויס איך האלט עס מער נישט אויס איך מיין ס’איז מיין טאטע אליין אוי אוי ווי ביטער איז אים יעצט געווען ווען מיין טאטע האט מיך אזוי געזען עס איז דאך היינט מיין טאטנ’ס יארצייט צי האב איך יעצט חלילה אים געשאט אוי הייליגער רבי איך געב אייך מיין הבטחה נאר צו מאכן א הויך ערליך ברכה יעדעס ווארט קלאר ארויסדרוקן איך האף ס’וועט זיין מיין טאטנ’ס תיקון יא עס וועט זיין דיין טאטע’ס תיקון איך האף ס’וועט זיין מיין טאטנ’ס תיקון יא עס וועט זיין דיין טאטע’ס תיקון

אשת חיל

מיכאל שניצלער

s0343 אשת חיל מיכאל שניצלער לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: ר' ישעי' בצלאל פוקס | ברכת הבנים אשת חיל מיכאל שניצלער לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: ר' ישעי' בצלאל פוקס | ברכת הבנים אשת חיל מי ימצא א אידישע מאמע נאך אזאנס ווי איז דא בטח בה לב בעלה זי געט זיך אפ פאר די קינדערלעך די יארן אלע נאך פארדעם וואס דאס קינד ווערט געבארן ביז עס ווערט עלטער אין די שפעטערע יארן איר קינד זי וויגט וויפיל הארץ דארט ליגט מיט טרערן געשטיקט און נחת זי באקריגט פיה פתחה בחכמה ווען דאס קינד גייט שוין לערנעןאין א מזל'דיגע שעה צופיה הליכות ביתה באגלייט זי איר קינד מיט טרערן הייסע מיין קינד דו זאלסט אויפוואקסן ערליך און פיין נאר אויף דעם שיינעם וועג זאלסטו גיין דאס קינד זי גלעט ווען מוסר זי רעדט איר הארץ און איר שמייכל אינגאנצן זי געט קמו בניה ויאשרוה ווען זי דערלעבט איר נחת ווען דער אויבערשטער געט א מאמע די זכיה צו זען דאס קינד צו די חופה בשעה טובה ומוצלחת מאמע אוי מאמע ווער קען דאס פארשטיין נאר די מאמע אליין אויף דעם האט זי געווארט דאס איז אירע געגועים וואס זי האט געוואונטשן איז געווארן מקוים אשת חיל מי ימצא דאס איז דער שבת מעין עולם הבא בטח בה לב בעלה כנסת ישראל איז די כלה נאך פאר כלל ישראל איז שבת שוין געווען דעם זיבעטן טאג האט די וועלט שוין געזען פון די ערשטע מצוות נאך אין מרה איז ביז היינט הרבה מאוד שכרו פיה פתחה דער שבת זי זאגט איך ווארט אויף דיר יעדן איינציגן טאג זאלסט מיך מכבד זיין מיט א זאך א נייע לוו עלי ואני פורע כנסת ישראל עטס אידישע קינדער איך מיט דיר איז איינס מיר זענען נישט באזונדער אז איר האלט מיך שבת מיט כבוד און פרייד אגאנצע וואך וועל איך מיט אייך זיין וואו איר גייט און וואו איר שטייט קמו בניה ויאשרוה אזוי ווי איר גרייט זיך דערפאר איז דער שבת צוריק פאר אייך משפיע ווי שיין און ווי הייליג איז דער שכר לכה דודי לקראת כלה בואי כלה שבת מלכתא

אתה הראת

מיכאל שניצלער

s0216 אתה הראת מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספרי תורה אתה הראת מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספרי תורה עס פליען ארום די טויבן צעבראכענע שויבן מיט ברעטער פארנאגלט פארוויסט און פארוואגלט אן אויסגעשפילענע שטייט זי אין ווילנע די שול זי ווארט אויף מלחמה איבערלעבער זי וויל שוין זיין דער גאסטגעבער אבער קוים א מנין פארבליבן זיך צוזאמענגעקליבן שמחת תורה ביינאכט נאכן קריג אפגעשוואכט אין שול מען הייבט שוין אן אתה הראת לדעת איעדנס אויגן פון טרערן איז נאס דער גבאי ער גייט שוין צום ארון הקודש ארויף די דריי שטיגן טראכט שוין וואס וועט זיין דער ערשטער ניגון ער עפנט פון ארון הקודש די צוויי טירעלעך ער הייבט אן וויינען עס רינען טרערן צוויי שנירעלעך א ווידערקול קלאפט אים צוריק אין פנים כאילו עס זאגט אים שרייעדיג קוק נישט אריין אין מיר ווייל איך בין ליידיג דער גאנצער עולם פארגליווערט שאקירט און פאר'מח'ט ס'איז שא שטיל און מען הערט ווי יעדער בוכה'ט אוי רבונו של עולם שטייען מיר פארלוירן צעבראכן אינגאנצן נישטא קיין ספר תורה מיט וואס גייען מיר טאנצן פלוצלינג באמערקט מעןדריי קליינטשיגע קינדערלעך פון די גאנצע שטאט נאר זיי איבערגעלעבט אזוי וואונדערליך זייער פנים פארציילט נעבעך אזויפיל מיר זענען כשר'ע ספרי תורות אן קיין פסול שרייען זיי מיט הייסע טרערעלעך מיר וועלן זיין ענקערע ספרי תורות מיט אונז וועט מען צוריקבויען די קומענדיגע דורות אנשטאט די ספרי תורות הייבט אונז אויף טאנצט מיט אונז ביזן הימל ארויף רייסט איין אז די קומענדיגע דורות זאלן בלייבן ערליך הייליגע קינדערלעך קומטס מיר וועלן אייך אויפהייבן און ווייזן פארן בורא אז מיר טוען נאך אין אים גלייבן כאטש מיר זענען דורך דעם גיהנום התחתון טאטע טוען מיר פון דיר נאך טראכטן און טאנצן פאר דיר אפילו עס קומט אן שווערליך אין דעם טונקעלן קאלטן שול דעם עולם השפל'ע זענען זיי שוין גרייט צו טאנצן די ערשטע הקפה'לע עס ווארטן שוין די עלטערן די קדושים דארט אין די הויכע עולמות ווען מיר טאנצן מיט זייערע קינדערלעך די הייליגע נשמות ווער קען דען שאצן די שמחה אין שול ווי ווייט ס'איז מיר גייען טאנצן א נקמה אין די פינסטערע נאציס דער בעל תפילה ר' נחום דרייט זיך אויס און זאגט רבותי מיט טרערן הייסע לכבוד די הייליגע ספר תורה'לעך הייבן מיר נאכאמאל אן אתה הראת אתה הראת לדעת כי השם הוא האלקים אין עוד מלבדו אתה בחרתנו אהבת אותנו אין צער און אין ליידן אין גליק און אין פריידן די אהבה צווישן אונז ביידן קען קיינער נישט שיידן קיינמאל טאטע אונזער אויסלייזער קוק ווי דיין קינד נאך געטריי איז ער אזויפיל טרערן געזען האט ער געווארן גאר נענטער זאג דו טאטעניו מי כעמך ישראל פאטער אין הימל צייגן פאר דיר איצט וועל איך דערמאן דיך אין ווילנע די צעבראכענע קינדער גאר פיצעלעך זיי האבן צוריקגעבויט דיין חלום נאך שענער ווי אמאל קוק וויפיל טויזנטער קינדערלעך שרייען שמע ישראל צי וואלסטו זיי דען אויפגעטוישטפארן בעסטן פאלק אפילו קוק דעם שיינקייט פון דיין עם סגולה ישיבות חדרים כוללים טוען לייכטן אין דעם גלות דעם טונקעלן מען הערט דעם קול תורה אין אלע ווינקעלען הייליגער באשעפער הקל הגבור שוין אזויפיל שמחת תורה'ס זינט דאן זענען פאראיבער מיר האבן דיך קיינמאל נישט פארלאזט קוק וויפיל ספר תורה'לעך היינט דו האסט א אידישן חן מה נעים גורלינו ומה יפה א שאלה פון דיר פרעגן לכאורה וועל איך ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיינע ספרי תורה'לעך זעקס טויזנט יאר איז דען נישט צופיל וויפיל איז דער שיעור טאטע וויפיל אוי ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיין קינד די זיבעטע הקפה מיין טייער קינד איך הייב דיך שוין אויף אט ווידער ווי שיין וועט דאס זייןווען איך וועל נאכאמאל טאנצן מיט דיר דיין ישועה איז דא ס'הענגט נאר אויף א פאדעם א דינעם נאך אביסעלע אחדות נאך אביסעלע אהבת חינם אין גן עדן דעם טיר פון ארון הקודש איך עפן מיט אלע קדושים וועסטו מיין קינד זיך נאכאמאל טרעפן מיט זיי אינאיינעם קיין ירושלים גיין און יעדער וועט זינגען אזוי אתה הראת לדעת כי השם הוא האלקים אין עוד מלבדו

בעלי תשובה

מיכאל שניצלער

s0296 בעלי תשובה מיכאל שניצלער לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן בעלי תשובה מיכאל שניצלער לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן א קליין לעכטיג קינד אזוי בא’חנ’ט קומט אהיים פון חדר און וויינט והנה נער בוכה א טרער נאך א טרער מאמע מאמע איך קען שוין נישט מער א טאג וואס איך האב אין חדר היינט געהאט געלערנט גמרא גאר א שווערן בלאט אזויפיל געמוטשעט און געפלאגט מאמע איך פארשטיי נאכאלץ נישט פשט איך האב נישט קיין טאטע וואס זאל לערנען מיט מיר פריוואט די מאמע א צעבראכענע אלמנה אליין זי הערט אויס איר קינד'ס געוויין זעצט זיך אוועק איינגעבויגן צום הימל ארויף געט זי א קוק הייבט זיך אן צו דערמאנען צוריק איר לעבן קומט איר פאר די אויגן לאנגע יארן זענען פארביי זייט איר מאן איז נאך געווען מיט זיי דעמאלטס געלעבט א לעבן אינגאנצן פריי ממש ווי תינוקות שנשבו ביז יענעם שבת צופרי איר מאן איז מיטן באן ארויסגעפארן די הייליגע השגחה האט אזוי געפירט אינמיטן וועג האט אן אומגליק פאסירט מ'האט אים אהיימגעברענגט אין אן ארון אבער טאטע נאך דעם גרויסן צארן זענען מיר בעלי תשובה געווארן געטוישט די סביבה געטוישט די קליידער און מיין קינד גייט שוין אין אן ערליכן חדר א גאנצן טאג אויף אים איך ווארט דא קומט ער אהיים אזוי פאר’צער’ט א לעכטיג קינד שלא טעם טעם חטא דארף גיין אזוי פארוויינטערהייט אין בעט אוי טאטע פארוואס דען וויינט ער נאר דיין תורה מיינט ער ווער דען וועט אים דען העלפן ווער טאטע דו ביסט דאך דער שוכן במרומים דו ביסט דאך אויך דער אבי היתומים זע עס זאל אים שוין נישט זיין אזוי שווער דערנאך וואס איז אדורך די גאנצע נאכט דאס קינד שטייט אויף צופרי זיין פנים לייכט בערב ילין בכי ולבוקר רינה דאס קינד איז פול מיט שמחה מיט אמונה מאמע איך האב געהאט א חלום איך האב געזען דעם טאטן עליו השלום זיך באוויזן צו מיר און געזאגט מיין קינד זאלסטו וויסן דיינע טרערעלעך האבן די הימלען געריסן מיין קינד ווען איך בין אוועק פון די וועלט פארן גרויסן בית דין האט מען מיך געשטעלט אזוי געציטערט וואס וועט זיין מיין גורל אבער גלייך ווען דו האסט תשובה געטון איז בטל געווארן מיין גזר דין און אין גן עדן געעפנט פאר מיר דעם טויערל און דארט אין די ישיבה של מעלה זיץ איך מיט די צדיקים אלע מ’לערנט תורה אלע סודות מגלה און די זעלבע גמרא וואס דו לערנסט דא לערן איך אויבן אין עולם הבא מיין קינד איך האלט מיט דיר מיט בלאט נאך בלאט אגאנצע נאכט איז ער געזעסן געטריי נישט געוואלט אוועקגיין ביז איך פארשטיי מאמע ווי גליקליך בין איך יעצט פארשטיי איך שוין פשט די מאמע אירע אויגן רינט ס’איז אמת מיין טייער קינד א טאטע פון א קינד קען זיך נישט שיידן מ’בלייבט אויך א טאטע פון גן עדן סיי ווען דעם קינד גייט גוט און סיי אין א שווערע מינוט דער טאטע באגלייט יעדן טריט און שריט אפילו וואס דאס קינד לערנט לערנט ער מיט איין זאך ביסטו מרוויח מיר האבן א גוטן שליח וואס ער בעט דארט עס זאל דיר זיין אלעס בסדר דאס קינד די מאמע’ס ווערטער ער הערט זיין הארץ פול מיט פרייד ווערט און גליקליכערהייט גייט ער אין חדר

ברכת הבנים

מיכאל שניצלער

s0297 ברכת הבנים מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | ברכת הבנים ברכת הבנים מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | ברכת הבנים אין א קליין געסעלע זייטיג אין א קאלטן קורצן פרייטאג שפאצירט אין לאס אנדזשעלעס א איד ר’ צבי גלאנצשטיין געקומען זיך טרעפן מיט נאך פראפעסארן אין א פרעמדע שטאט פארכאפט געווארן שוין באלד שבת געוואלד וואו קען מען איינשטיין אין שול אין זיין נאנטן שכינות נאכן דאווענען געבליבן דארט אליין איז די זייגערל גייט זיין וועג אלץ שפעטער ער ווייזט פלוצלינג קומט א אידעלע צו צו אים’ן שלום עליכם ביי וועם עסט איר ביי וועמען קום נאר מיט מיר איר וועט זיין מיין שבת גאסט ווער זענט איר פרעגט אים ווען מיט אים וואקט ער צבי גלאנצשטיין א מח דאקטער געקומען פון ניו יארק זיך טרעפן מיט נאך דאקטוירים אזעלכע זאגט אים דער איד איך האב קיין עין הרע קינדער אכט איין נישט געזונט פאר קיין שום איד געדאכט ס’איז שווער צו דערקענען לאמיר זען אויב איר וועט יא דערקענען וועלכע שבת שלום ומבורך זינגט דער טאטע מיט די קינדערלעך מיטן אורח בואכם לשלום מלאכי השלום איי איי איי מלאכי השרת דער אורח קוקט ער דערקענט נישט עס איז אים א חידוש דער טאטע גיסט שוין אן דעם כוס מ’גרייט זיך צו קידוש די קינדערלעך די געטרייע שטעלן זיך אין א רייע דער טאטע בענטשט יעדעס קינד מיט א טרער גאר הייס ישימך אלוקים כאפרים בייג אראפ דיין קעפעלע מיין קינד שמואל חיים דער באשעפער פון דער הויך וואס געט געזונט און כוח זאל דיך בענטשן מיט א ווארעמע ברכה’לע ישימך אלוקים כמנשה קום נאר מיין שלמה’לע מיין יאסעלע און דו אויך שרה דוואשע דער באשעפער זאל ענק היטן און בענטשן מיט אלעם גוטן יעצט קום נאר אהער מיין יונגסטע קינד רחל’ע ישימך אלוקים מיין טייער ליב קינד כשרה כרבקה כרחל ולאה דער באשעפער זאל דיר געבן געזונט און לעבן איך זאל דיך אויך קענען אונטער די חופה פירן ישימך אלוקים מיין טייער ליב קינד כשרה כרבקה כרחל ולאה דער באשעפער זאל אפשפארן פאר דיר געזונטע יארן דער טאטע שטייט געבויגן א שטילקייט טוט מען שפירן דער אורח גייט צו שטייט און רופט דעם בעל אכסניא אין א זייט רחל’ע דיין רחל’ע איך ווייס שוין זי איז דאס דער ווען איר האט זיך צו די קינדער געבויגן האב איך באטראכט אייערע אויגן ביי רחל’ען האב איך געזען אן עקסטערן טרער מה נאמר לפניך יושב מרום שוין אזוי לאנג דרייען מיר זיך דא ארום מה נספר לפניך שוכן שחקים אינעם קורצן פרייטיג צעבראכן יעדעס גוף און לייב איז מיר ווארטן שוין אויף דעם יום שכולו שבת דיינע קינדערלעך וואלגערן זיך פון איין צום אנדערן מקום קל מלך רופא נאמן אזויפיל קינדערלעך האסטו מיט פראבלעמען דו דארפסט שוין נישט דערקענען דו ווייסט דאך אלעס אליין שוין וועלכעס קינד ס’גייט אזוי שווער פאר וועמען מ’דארף אן עקסטערן טרער בענטש דיינע קינדערלעך ובכן יהי רצון ישימך אלוקים כאפרים די קליינע יתומימ’לעך קוק דיך שוין אויף זיי אום טאטע זכרונו לברכה זאגן ער קען שוין וועלכע טאטע וועט אים נאך בענטשן טאטע אין הימל בענטש זיי דו דאסמאל ישימך אלוקים כמנשה ווען קומט מאמי אהיים פון שפיטאל ענטפער דו די קשיא ווייל נאר דו קענסט היילן און רפואות פאר זיי טיילן רופא חולי עמו ישראל ישימך אלוקים בענטש יעדעס אידיש קינד כשרה כרבקה כרחל ולאה א מאמע מיט א טרער טוט שטרעבן איר קינד זאל עס אדורכלעבן לאלתר לחיים ולשלום פארשרייב אים ישימך אלוקים מיר זאלן זיך טרעפן אין ירושלים מיט שרה מיט רבקה און רחל ולאה דער באשעפער זאל אונז געבן אונז זאל מיר שוין דערלעבן צו זינגען מזמור שיר ליום השבת

גוט מארגן שעפעלע

מיכאל שניצלער

s0298 גוט מארגן שעפעלע מיכאל שניצלער מיין קינד טרעף מיך גוט מארגן שעפעלע מיכאל שניצלער מיין קינד טרעף מיך גוט מארגן שעפעלע מיינע צו דעם ערשטן טאג אין דיין לעבן דיין נשמה א ציכטיגע א ריינע דער באשעפער האט דיר היינט געגעבן פון פענסטער קוק ארויס דאס איז וואס מען רופט וועלט כ’ווייס ס’זעט נישט גוט אויס ס’שטייט ס’דרייט זיך אויף געלט קוק נאר דעם גארטן ווי ס’לעבט אויף די ביימעלעך ווערן נאר גרעסער אינדרויסן ס’דא נאך זאכן אויך ווען דו קוקסט נאר אביסעלע בעסער ס’איז דא א צווייטע חלק שפיטאל דאס לעבן ווי א וואגשאל דארט הענגט מחלות און פיין אן א צאל וואס זיי האבן אליין זיך געברענגט אבער מיין קינד גיי נישט אוועק צייטן עס קומט ס’וועט זיך נאך טוישן יא ס’וועט זיין גוט נחת געזונט הער צו מיין קינד יא ס’איז דא ארבעט אסאך ביסט גערעכט טוישן די וועלט צו גוטן פון שלעכט אבער זאג מיר ווער וועט עס טון אויב נישט דו ס’וועט נאך קומען טעג גאר שיינע ווען די וועלט וועט זיך בעסער פירן מיר וועלן אלע זיצן אינאיינעם אויף די קלארע לופט זיך שפילן דו זעסט ס’איז דא דער פלאן ס’זאל קומען די צייטן פון שלום און אויב דו וועסט דא נישט זיין ווער וועט אויספירן דעם חלום איך בעט דיך מיין קינד גיי נישט אוועק צייטן עס קומט ס'וועט זיך נאך טוישן יא ס’וועט זיין גוט נחת געזונט הער צו מיין קינד יא ס’איז דא ארבעט אסאך ביסט גערעכט טוישן די וועלט צו גוטן פון שלעכט אבער זאג מיר ווער וועט עס טון אויב נישט דו נישטא קיין בעסערע צייט ס’איז קלאר כ’ווייס וואס איך זאג אנצופאנגען דו האסט הונדערט צוואנציג יאר שוין ווייניגער איין טאג ווייניגער מיט איין טאג

גוטסקייט פון צדיקים

מיכאל שניצלער

s0452 גוטסקייט פון צדיקים מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | אידן דערציילן גוטסקייט פון צדיקים מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | אידן דערציילן געדענקט זייערע וועגן וואס צדיקים פלעגן העלפן מיט ישועות מיט פרנסה אפילו דברי חול גענומען דעם עול חבורתא קדישתא חסד ווען אימער דערמאנען דאס טוען מיר חסד בעידן חדותא עס האבן געטון די מרנן ורבנן חבורתא קדישתא אין רבי’שן הויף גרייט מען זיך צונויף צום דברי חיים אן הכנה יעדער מיט די קוויטלעך פארציילט זיינע קאפיטלעך צווישן זיי אויך אן אלמנה איר קוויטל ער ליינט און הויך זי וויינט מיט ביידע הענט אויפן קעפל ביים יריד א טיש פארקויף איך פירות פריש און קיינער וויל נישט פון מיין עפל רבי’ניו מיר העלפן איר זאלט מיינע עפעלעך האט קיינער נישט געוואלט מען שרייט ס’איז פארפוילט הלואי ווען איך וואלט פארקויפט מיינע עפעלעך פרישערהייט דער צאנזער רב לויפט ארויס ווער וויל קויפן שרייט ער אויס מען לויפט פון אלע הויפן פון רבי’ן וויל מען קויפן זי האט געמאכט איר געלט גרינגערהייט געדענקט זייערע וועגן וואס צדיקים פלעגן העלפן מיט ישועות מיט פרנסה אפילו דברי חול גענומען דעם עול חבורתא קדישתא חסד ווען אימער דערמאנען דאס טוען מיר חסד בעידן חדותא עס האבן געטון די מרנן ורבנן חבורתא קדישתא נאך א מעשה’לע מ’טרעפט געוועזן א געשעפט וואס די רביצין פון לעלוב האט פארמאגט דער צדיק פלעגט שמועסן דעם געשעפט צו פארשליסן ווען מ’האט פארדינט גענוג געלט אויפן טאג נישט פארקויפן פאר קיינעם ס’זאל בלייבן פאר די שכנים מענטשן זאלן קויפן אויך ביי זיי דער לעלובער אליין הייסט פארשפארן גיין פאר א צווייטן דארף מען זיין געטריי נאך א סיפור פון א גרויסן פירער געקומען צו רבי ישעי’לע קערעסטירער דער פריץ און פארלאנגט מיין זון איז ביטער קראנק בעט פאר א רפואה וועל איך זיין גוט צו אייך דער צדיק זאגט צום בורא אויב אזוי לוינט זיך ס’זאל לעבן נאך א גוי ס’דא גויים געמיינע מעג נאך זיין איינע ווייל חסד פאר אידן וועט ער טון אסאך געדענקט זייערע וועגן וואס צדיקים פלעגן העלפן מיט ישועות מיט פרנסה אפילו דברי חול גענומען דעם עול חבורתא קדישתא חסד ווען אימער דערמאנען דאס טוען מיר חסד בעידן חדותא עס האבן געטון די מרנן ורבנן חבורתא קדישתא פאר אידן א פארגינער רבי אהר’לע קארלינער פון די מעשה ווייסן אלע געלט האט ער געשאפט ווייל ער האט געדארפט פאר זיין קינד הכנסת כלה ער לויפט נעבעך ארום נעמט צוזאם א סכום זיינע כוחות ווערן אפגעשוואכט שוין געענדיגט ענדליך געשאפט אסאך רענדלעך צו די שמחה זיך גרייט געמאכט פלוצלינג האט ער זיך דערוואוסט דער מאור עינים אין תפיסה זיצט די ידיעה איז צעשפרייט אז מארגן באפרייט אויף מארגן עפנט מען אים אויף די טיר ר’ אהר’לע אריין טוט זיך איילן פאר פדיון שבויים צו טיילן ער געט אוועק דאס גאנצע געלט וואס ער האט צאמגעשטעלט אז דער צדיק זאל ארויסגיין מיט איין טאג פריער געדענקט זייערע וועגן וואס צדיקים פלעגן העלפן מיט ישועות מיט פרנסה אפילו דברי חול גענומען דעם עול חבורתא קדישתא חסד ווען אימער דערמאנען דאס טוען מיר חסד בעידן חדותא עס האבן געטון די מרנן ורבנן חבורתא קדישתא א מעשה א באקאנטע פאסירט אין גאלאנטע די מלחמה אויסגעבראכן חסידים לאזן הערן מען מוז עפעס קלערן דער שונא קומט ביז אפאר וואכן א שרעק איז אין די גאס יעדער זוכט א פאס מיט וואס מ’קען זיך ארויסכאפן ס’איז שווער צו באקומען אלעס שוין פארנומען די הערצער מיט פחד קלאפן די חסידים ווי געטרייע שאף ערלעדיגט א פאס פארן רב ער שרייט בשום אופן איך וועל נישט אוועקלויפן חסידים איך האלט אייך זייער טייער דער פאסטוכל זיין סטאדע לאזט נישט איבער וועל איך אויך נישט דא לאזן מיין ציבור ער איז מיט זיי געבליבן ביז מ’האט זיי פארטריבן אויף קידוש השם אריין אין פייער געדענקט זייערע וועגן וואס צדיקים פלעגן העלפן מיט ישועות מיט פרנסה אפילו דברי חול גענומען דעם עול חבורתא קדישתא חסד ווען אימער דערמאנען דאס טוען מיר חסד בעידן חדותא עס האבן געטון די מרנן ורבנן חבורתא קדישתא

געלעכערטער אמפער

מיכאל שניצלער

s0300 געלעכערטער אמפער מיכאל שניצלער לחן: יוסי גרין | מילים: שימי בלומענבערג | יא דו קענסט געלעכערטער אמפער מיכאל שניצלער לחן: יוסי גרין | מילים: שימי בלומענבערג | יא דו קענסט א וואסער טרעגער גאר אן אלטער קוואל וואסער טוט ער שעפן די עמערס אויף די פלייצע האלט ער אין שטאט עס אריינשלעפן איין עמער האט אבער א שפאלט וואסער טוט ארויסרינען די אנדערע עמער עס האלט פול מיט וואסער דערינען אפאר יאר טוט ער אזוי טראגן איין עמער טוט נאר האלב פארמאגן זיין חבר קומט אן פול ווי אים אויך זיין ער וויל ער קען עס שוין נישט איבערטראגן איין טאג ער וויינט צום באלעבאס פארוואס קומט מיר זיך דאס פאררעכט מיינע שפאלטן איך וויל אויך אלעס האלטן ענטפערט ער אים פארוואס פון דיין שפאלטן איך ווייס דו דארפסט נישט זיין בייז דארפסט זיך נאר מיט דעם גאר רימען טו נאר באמערקן און זע דיינע ווערקן אויף דיין זייט וואקסט שיינע בלומען יארן איך פלעג אויף דיין זייט פון וועג איינזייען קערעלעך געהאט אינזינען פון דיר וועט רינען וועסט עס באוואסערן ערליך מיט צרות באטראפן פארליר נישט דיין האפן אפילו דו טראגסט עס נישט איבער קוק נאר אויף דיין זייט פארשטייט מען פשט אז אלץ האט א סיבה דיינע געוויינען ווייל דו טוסט מיינען אז צרות האסטו געליטן קוק נאר אויף דיין זייט אלץ האט א פשט אלעס איז נאר צום גוטן גארנישט איז נישט אומזיסט די שפאלטענעס האבן דו מוזט א חשבון א קלארן האט דיין חסרון זיי פרייליך די וועג וואס דו ביסט דיין צער דיין ביטערניש דעקט שיין דיין שבת טיש מיט אלע קאלירן טוסטו עס באצירן בלומעלעך שיין און פריש מ’מוטשעט זיך מ’טוט זיך פלאגן דער מצב זעט אויס אזוי שווארץ מ’טוט וויינען און קלאגן מיט א צעבראכענע הארץ מ’גייט דורך א ביטערן גיהנם צרות נאר ביי מיר פארהאן איז פארוואס גייט נאר אזוי גוט ביי יענעם צום הימל האט מען טענות מ’איז אינגאנצן פאר'צער’ט אויף א ישועה מ’ווארט אזוי אנגיין טעגליך איז ממש אוממעגליך אבער אליין זיך מ’נארט מ’געט עס אביסעלע צייט זעט וואס מ’האט געהאט ס’איז דא אלע מיני די גראז איז נישט גרינער אויף די אנדערע זייט פון דיין צרות איך ווייס דו דארפסט נישט זיין בייז דארפסט דיך נאר מיט דעם גאר רימען טו נאר באמערקן און זע דיינע ווערקן אויף דיין זייט וואקסט אויך שיינע בלומען זיי נישט געפאלן ווייל די זון שטראלן אויך אויף דיר עס שיינט קוק נישט אויף דיין שכן האב נאר בטחון אלעס איז גוט אויסגעפלאנט מיט צרות באטראפן פארליר נישט קיין האפן אפילו דו טראגסט עס נישט איבער קוק נאר אויף דיין זייט פארשטייט מען פשט אז אלץ האט דאך א סיבה דיינע געוויינען ווייל דו טוסט מיינען אז צרות האסטו געליטן קוק נאר אויף דיין זייט אלץ האט א פשט אלעס איז גאר צום גוטן דו וועסט דיך נאר איבערצייגן א תפקיד האט יעדער אן אייגן וואס דו מיינסט איז חסרונות איז גאר כשרונות דו דארפסט נאר פון דעם שטייגן אפילו דו ביסט עס נישט משיג דיין לעבן איז נאר פאר דיר פאסיג לטובה טו קלערן וויש אפ דיינע טרערן אידעלע זיי דיך מחזק!

דאס לעצטע דוכנ'ען

מיכאל שניצלער

s0223 דאס לעצטע דוכנ'ען מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | יא דו קענסט דאס לעצטע דוכנ'ען מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | יא דו קענסט געקומען איז ער אויף יום טוב צו זיין זון דער רב צייגט אים א פלאץ ער זעצט זיך אהין איינגעבויגן מיט זיין מחזור'ל דעם קליינעם א איד ער איז שוין פון די זקנים א שטילער אן איידעלער אינעם דאווענען אריינגעטון ביי מוסף ותערב דער עולם זאגט מיט געפיל דער כהן מאכט די ברכה אלעס ארום איז שטיל אבער ווי נאר ער הייבט אן דעם דוכן דער אלטער איד הייבט זיך אויף אינגיכן מיט א צעבראכן געוויין ער לויפט ארויס פון שול ביים קידוש דער רב קומט צו איך וויל אייך פרעגן אפן פארוואס זענט איר ביים דוכנ'עןפון שול ארויסגעלאפן זאגט מיר וואס דאס מיינט פארוואס האט איר געוויינט רבי כ'וועל אייך מסביר זיין געווען איז דאס אין בערגן-בעלזן איך בין געווען נאך קליין אין בונקער געפראוועט א סדר דער רשע האט געהערט דערפון דער עלטסטער פון אונז גענומען ליידן שטארק וועט ער דערפון באצאלן וועסטו מארגן אינדערפרי וועט מען יעדן צאמנעמען דא און דיר וועט מען הענגען חייך תלויים לך דאס בילד פון יענעם טאג וועט קיינמאל נישט ווערן פארשוואונדן דעם אלטן איד מ'שלעפט און איבערן האלז דעם שטריק ארומגעבונדן געקייטלט הענט און פיס מיט אויגן אדורכגענעצטע ער בעט ביים דייטש גיב מיר כאטש די וואונטש מיין לעצטע א כהן בין איך און דוכנ'ען וועל איך שוין מער קיינמאל ס'איז יום טוב אינדערפרי איך בעט דיך לאמיך נאך די איינמאל איך געב דיר צוויי מינוט זאגט אים דער רשע מיט גאוה און עס קלינגט אפ א 'לברך את עמו ישראל באהבה' יברכך השם וישמרך יאר השם פניו אליך ויחונך ישא השם פניו אליך וישם לך שלום אפילו חרב חדה מונחת על צוארו נישט פארגעסן פונעם מחיה מתים במאמרו זיין תפקיד אלוקי תברכו את בני בענטשן כלל ישראל אזא הייליגע דוכנ'ען וועט די וועלט שוין נישט הערן נאכאמאל שטענדיג ווען מען האלט אין שול ביי ברכת כהנים כדי זיך צו דערמאנען דאס בילד די תנועה זיינעם לויף איך אין א זייט איך זינג צו מיר פריוואט די תנועות ווי ער האט עס געזאגט ווייל איך וויל עס נישט פארגעסן ביז מיין לעצטן טאג יארן פארוואגלט פארווארפן איבעראל די וועלט פארשמירט מיט בלוט פון כלל ישראל כי היינו לעג וקלס והעיר האלוקים מושפלת אבער אויפגעגעבן האבן מיר קיינמאל געבליבן זענען מיר קליינע הייפעלעך די גבורה די אמונה איז אומבאגרייפלעך מיטן שטריק ארום דעם האלז שטרעבן מיר נאכאלץ צו דיר אלקינו ווייל אונז זעמיר דיין פאלק ואתה מלכנו די חכמי העולם דעם איד באטראכטן זיי טוען אים צעשטויסן צעבלוטיגט אבער דאך פעסטע מאמינים מיטן לעצטן טראפן בלוט בעטן דיך מ'טוט לברך את עמו ישראל ווייז אונז שוין דיין אהבה איינמאל פאר אלעמאל יברכך השם טאטע טו אונז שוין בענטשן מיר זענען דיינע שאף דיינע קינדער דיינע מענטשן יאר השם טו שוין דיין פנים אויפלייכטן גענוג שוין מיט די מלחמות די שווערע שלאכטן ישא השם הייב שוין אויף דיין כבוד הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד ישועות נחמות היום ובכל יום וישם לך שלום מיין קינד דיין געוויין איך הער און איך שפיר קוק אריין טיף וועסטו זען איך בין אין דיר הער צו וואס איך זאג בקרוב קומט דער טאג וואס זען אליין וועסטו שוין ותחזינה עינינו בשובך לציון

די וועלט איז גאר אין מיר

מיכאל שניצלער

s0302 די וועלט איז גאר אין מיר מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מיין קינד טרעף מיך די וועלט איז גאר אין מיר מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מיין קינד טרעף מיך אין א ריזן פעלד ווייטע מיילן קליינטשיג האלב איינגעפאלן שטייט דארט א גראזעלע א דארער און א בלאסן פול מיט ביימער ארום גרויסע בלעטער אומעטום צי וועט עפעס זיין אויב וועט זיך דאס גרעזעלע אפרייסן ביים בויען א בנין איז ניכר שווערע ציגל גרויסע שטיקער אז א קליין נאגעלע פארלירט זיך נו וואס וועט שוין פאסירן אפאר קליינטשיגע מטבע'לעך אין א הויפן פול מיט מאה'לעך וואס וועט שוין זיין אויב וועט זיך א רענדעלע פארלירן א ריזיג מעכטיג וועלטלאון איך מענטשעלע דערין איך בוי מיך מיין געצעלטל מ'קען מיינען ווער איך בין ווי א גראזל אין פעלד א מטבע אין געלט קעגן אזא וועלט ניין דו ביסט גארנישט קליין ניין ביסט א וועלט אליין נישט דו ביסט אין איר די וועלט איז גאר אין דיר אן א שיעור אויף יעדן ריר משפיע ביסטו ניין דו ביסט גארנישט קליין ניין ביסט א וועלט אליין די גאנצע וועלט איז אויפגעשטעלט דאהי העולם לא נברא אלא בשבילי אלא בשבילי א וועלט פון ימים ויבשות פילע ביליאנען נפשות טויזנטער פארשידענע געשעפטן שפראכן און געפיל באשאפן אלעס נאר פאר מיר אז אויף יעדן ריר זאל איך קענען שנעל באקומען וואס איך וויל אויף דער וועלט א קינד א פרישן פונקט ווי אדם הראשון די גאנצע בריאה איז זיינע גארנישט אים פארשטעלט א איד פון די וועלט שיידט זיך פון טיפן הארץ עס שרייט זיך מ'דריקט זיך אויס חבל פארלוירן א וועלט! א ריזיג מעכטיג וועלטל מיט מיר מענטשעלע דערין איך בוי מיר מיין געצעלטל ווייל גאר גרויס איך בין יא א גראזל אין פעלד א מטבע אין געלט אבער א וועלט ניין איך בין גארנישט קליין ניין איך בין א וועלט אליין נישט איך בין אין איר די וועלט איז גאר אין מיר אן א שיעור אויף יעדן ריר משפיע בין איך ניין איך בין גארנישט קליין ניין איך בין א וועלט אליין די גאנצע וועלט איז אויפגעשטעלט דאהי העולם לא נברא אלא בשבילי אלא בשבילי

די נשמה פלאם (לעכטעלע)

מיכאל שניצלער

s0224 די נשמה פלאם מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | אידן דערציילן די נשמה פלאם מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | אידן דערציילן א בלאסע א הונגעריגע אן איינזאמע שטייט א צעבראכענע אידישע מאמע אין געטא מיטן געלן שטערנדל קאלט איינגעפרוירן די גאנצע משפחה פארלוירן אין פעלד נישט געבליבן אפילו איין קערנדל מיין דוד’ל מיין קינד אזא יונג דער רשע מיטן פינגער אים געוויזן אויף לינק אוועקגעפירט מיט אסאך קינדער אויפאמאל דוד’ל מיין קינד מיין טרייסט וואו דו ביסט ווער ווייסט צי דו וועסט נאך קומען לקבר ישראל איך פארמאג שוין גארנישט מאכט זי א רעש פלוצלינג לייגט זי די האנט אין טאש א לעכטעלע האב איך געטראפן אוי א זכיה דאס לעכטעלע דוד’ל צינד איך פאר דיר אן איין זאך וואס איך קען נאך פאר דיר טאן דיין נשמה זאל כאטש האבן אן עליה לעכטעלע לעכטעלע דו שיינסט און דו ברענסט בעטן פאר מיר אין הימל דו קענסט ווייל דו ביסט די איינציגסטע זאך וואס איך פארמאג דוד’ל איך האב מער גארנישט ביי מיר הלואי וואלט איך געקענט נאך עפעס טון פאר דיר איך פארגעס נישט פון דיר אפילו אויף איין טאג מיט טרערן אירע אויגן צום הימל זי הייבט אויף א טרערעלע פאלט אויפן לעכטעלע ארויף דאס לעכטעלע פארלעשט זיך ס’ברענט שוין נישט מער באשעפער אפשר פרעגן איך ברויך נישט פארוואס דאס לעכטעלע דאס אויך נישט און אויפן לעכטעלע פאלט א טרער נאך א טרער אוי אוי אוי אן אלטער איד מיט א ווייס געשטאלט באווייזט זיך צו איר באלד וויין נישט אויף די לעכטעלע וואס ברענט שוין גארנישט אין הימל אוועק דער פלאם איז פון הימל איז מען עפעס מרמז פאר א קינד וואס לעבט נאך א לעכטעלע צינדט מען נישט זי גייט צו דעם איד אקעגן וואו איז מיין קינד וויל זי פרעגן פון וואו ווייסט איר אז מ’דארף נישט פאר אים א לעכטעלע אנצינדן זי פרעגט און אירע טרערן זי ווישט דער איד ענטפערט גארנישט דער איד איז אינגאנצן פון דארט פארשווינדן די מלחמה איז שוין פארלאפן זי טוט נאך אבער אלץ האפן יארן לאנג נאך די מפלה פונעם קעמפער זוכט זי דודל'ען זי ווערט נישט מיד זי זאל כאטש טרעפן דעם אלטן איד אפשר האט ער שוין פאר איר אן ענטפער יארן שפעטער זי גייט אריין אין א געשעפט ערב שבת פארן זמן זעט זי א יונגערמאן אן ארץ ישראל’דיגן אפשר האט איר לעכט איר קענט מיר גיבן ניין איך האב נאר איין לעכטעלע פארבליבן דאס דארף איך פאר מיר איר מוזט מיר אנטשולדיגן זי קוקט און קוקט ווי זי פארשטייט נישט אירע אויגן פון אים אראפ גייט נישט זי געט א געשריי דוד’ל מיין קינד מיין לעבן נישט געגלייבט מיר וועלן זיך נאך טרעפן צונאזאמען דאס לעצטע לעכטעלע גיב צוריק דיין מאמען מיין לעצטע לעכטעלע האב איך אויך פאר דיר געגעבן מאמע מאמע דו ביסט דאס אליין ברעכט ער אויס אין א יאמערליך געוויין אזויפיל יארן האב איך דיך געזוכט דאס לעכטעלע וואס האט אונז יעצט צוזאמענגעברענגט פון הימל האט מען דאס אונז געשענקט און מיר וועלן צוזאמען אנצינדן דעם ליכט

די שיך פארציילן

מיכאל שניצלער

s0225 די שיך פארציילן מיכאל שניצלער לחן: ר' נפתלי משה שניצלער | מילים: ר' הערשל דייטש | מיין קינד טרעף מיך די שיך פארציילן מיכאל שניצלער לחן: ר' נפתלי משה שניצלער | מילים: ר' הערשל דייטש | מיין קינד טרעף מיך מענדל דער שוסטער אסאך פון אונז געניסט ער פון איינעם א גראשן א רענדל א פיאסטער פון דערפעלעך און שטעט פון די בעסטע קוואליטעט אונז שיך פאר גרויסע און קליינע ווייזט ער א קינד צוויי יאר אלט קוים ער גייט און פאלט העלפן גיין אוודאי דיר וועל איך צום חדר אלע טעג געטראגן דעם לאנגן וועג מיט די צוויי קליינע שיכעלעך א בחור צו די ישיבה מיט א גמרא אין די האנט אויף די שמאלע געסעלעך געגאנגען נאכאנאנד דער טאטע צום מארק אויף מיר זיך געהאלטן שטארק אויפן גארטן און פעלד און אויף יעדן שווערן בארג געוואנדערט צום רבי'ן דעם וועג דעם לאנגן מיט אונז געטאנצן מיט געזאנגען מיט אפגעריבענע זוילן געגאנגען צום רבין פועל'ן פון אלעם גוטן פון אלעם וואוילן מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס פון פראג פאריז און אמסטערדאם און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאף פון לעדער און נישט פון בלוט און פלייש דערפאר האט יעדער געמיטן דעם גיהנום פלאם אין יעדן שווערן ווינקל די וועגן אזוי טונקל האבן מיר געוואנדערט צונאזאם מיט שיך מיט שטיוועלעך פארטריבן פון ישיבה'לעך עס איז אונז פארבליבן דעם ביטערן טעם געגאנגען לאנגע שטרעקעס אן א סוף די שרעק איז אין געטאס האט מען אונז אריינגעזעצט אין באראקן גענעכטיגט אלע זענען פארדעכטיגט ווער ווייסט אויב מיר האבן זיך שוין דא געזען צום לעצט געווארט אין די רייע גאנצעטע מחנות געוויזן מיט זיין שטעקן די ביטערע זאכענעס נאך א וועג א קליינעם וועלן מיר גיין אינאיינעם ווילאנג נאך איז נישט באוואוסט פאר קיינעם זייער זייער שווער איז געווען די מינוט ווען מ'האט מיך אראפגעריסן פון דיינע טריט אין מוזעאום מיך פארשיקט אויף אונז יעדער שטייט און קוקט טויזנטער שיך אין א בערגל צוזאמען געדרוקט מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס פון פראג פאריז און אמסטערדאם און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאף פון לעדער און נישט פון בלוט און פלייש דערפאר האט יעדער געמיטן דעם גיהנום פלאם

דעם שטיבל'ס בעל עגלה

מיכאל שניצלער

s0266 דעם שטיבל'ס בעל עגלה מיכאל שניצלער לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | אידן דערציילן דעם שטיבל'ס בעל עגלה מיכאל שניצלער לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | אידן דערציילן די טעג פאר פסח נענטער זיי קומען אהיימגיין פון די ישיבה יעדער מ'טראכט גרייט זיך א בחור שמעלקא און ער איז פארנומען אהיימגיין צו די עלטערן אויפן סדר נאכט גלייך צופרי געפאקט זיינע מלבושים פלייסיג געלערנט געווארן א תלמיד חכם נישט פארגעסן צו נעמען דאס בינטל מיט זיינע חידושים מיטן זאק אויף די פלייצע ער גייט צום פרשת דרכים אינדרויסן עס גייט א רעגן בלאטעס אין אלע וועגן קיינער פארט נישט דורך אין אזא צייט שמעלקא שטייט אינגאנצן נאס איבעראל איז זומפיג פול מיט מאראסט די אויגן צום הימל הייבט ער אויף ווייט פלוצלינג א קול פון א וואגן ער הערט ער זעט פונדערווייטנס שלעפט זיך א פערד א צעבראכענער וואגן א פחד א בהלה בחור קום ארויף איך גיי דיין וועג ווער זענט איר געט אים שמעלקא א פרעג זארג נישט איך בין דעם שטיבל'ס בעל עגלה שמעלקא פארט אויפן וואגן אינגאנצן פארטראכט און צעמישט עס איז זייער מאדנע דער גאנצער ענין דער בעל עגלה געט אים א פרעג האסט שוין געדאוונט מעריב צי נישט איך נעם דיך אין שטיבל דארט וועסטו טרעפן א מנין שמעלקא שטייגט אראפאון אין שטיבל גייט ער אריין דער רב געט אים שלום ווער האט דיך געברענגט אהער מיר האבן געווארט נאר אויף א צענטן מיר זענען געווען נאר ניין דעם שטיבל'ס בעל עגלה געברענגט מיך ענטפערט ער נאך מעריב דער רב רופט שמעלקא'ן צום ברעטל זיי פירן א שמועס גאר א טיפן הערט ס'האט געוואוינט א איד דא ביי אונז אין שטעטל חייקל בעל עגלה האט מען אים גערופן די קינדער צופרי אין חדר געטראגן דאס ערליך געטון קיינמאל גענומען געלט ביינאכט זיי אויך אהיימגעפירט מיט זיין וואגן דאס איז געווען זיין מצוה אויף דער וועלט איינמאל אין א שלאקס רעגן מיטן וואגן קומט חייקל אקעגן דער וואגן גליטשט זיך ממש א פחד א שרעק קוים קוים די קינדער פארמיטן און אין בוים אריינגעריטן דער וואגן צעברעכט זיך און חייקל איז נעבעך אוועק די גאנצע שטאט ר' חייקל'ען באגלייט א שווארצער וואלקן ווערט אויסגעשפרייט ס'רעגנט ס'גיסט עס וויל נישט אויפהערן דעם טרויער קען יעדער ליינען אפילו די הימלען וויינען ס'נישט קיין רעגן ס'פון הימל הייסע טרערן שמעלקא'לע מיין קינד פירט דער רב אויס ביז היינט צוטאג ווען מיר זענען אין א מנין געענגט עס רעגנט עס שנייט ס'גייט קיינער נישט ארויס דעם צענטן ר' חייקל יעדעס מאל ער ברענגט דער צעבראכענער וואגן וואס דו האסט היינט געזען מיט דעם וואגן איז ר' חייקל אריין אינעם בוים דער שטיבל'ס בעל עגלה דאס איז ר' חייקל געווען דיך געברענגט און צוריק אין הימל כי פנה יום יארן שפעטער שמעלקא ער פלעגט זיך שטעלן ווייטער אויפן זעלבן וועג דארט וואו ער האט ר' חייקל'ען באגעגנט געווארט און געווארט אפשר דאך ער וועט אים טרעפן איין מאל נאך עס האט אבער מער אזוי נישט גערעגנט אין מלוין לו לאדם עס באגלייט נישט קיינער אלא מעשים טובים בלבד נישט קיין זילבער נישט קיין גאלד נישט קיין טייערע שטיינער א מצוה מ'טוט נאר דאס מ'האט ר' חייקל פלעגט פירן די קינדער אין שטיבל און צוריק כאטש ס'איז געווען שווער גארנישט בניקל צו ברענגען מנין האט מען איםווייטער פון הימל אראפגעשיקט דער זכות איז אלץ געבליבן ביי ר' חייקל

דער הייליגער בארדיטשובער

מיכאל שניצלער

s0361 דער הייליגער בארדיטשובער מיכאל שניצלער לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | דער טאטע הערט דער הייליגער בארדיטשובער מיכאל שניצלער לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | דער טאטע הערט דער הייליגער בארדיטשובער זכותו יגן פלעג נאר ארומגיין אלעמאל אויף אידישע קינדערלעך א מליצה זאגן געווען דער סניגורן של ישראל מלא דביקות ווי אלץ אויף זיין שטייגער הייליגער באשעפער צו די זאך טו הס קטיגור וקח סניגור ענטפער אונז שוין סלחתי איינמאל פארטאגס גאר פרי דער צדיק אין בית המדרש ער לויפט פול מיט זריזות מתגבר כארי קומט ער דארט אן פארנט אויפן הויף ער זעט מיכל בעל עגלה ס’קען אים יעדער מיט טלית און תפילין אנגעטון איינגעבויגן ביי זיין וואגן איבער די רעדער און שמירט דעם אויל אהער און אהין דער צדיק ער קוקט כלפי שמיא און זאגט רבונו של עולם א מחיה זע נאר דיינע קינדער דיין עם סגולה מ’דאוונט אינמיטן די ארבעט אפילו איינמאל ערב פסח נאכן חמץ ברענען דער צדיק ער לויפט פון טיר צו טיר זיינע הייליגע מחשבות גאר הויך זענען ווער האט אביסל חמץ פאר מיר פון יעדן שטוב און פון איעדן געשעפט "עה" די זעלבע זאך הערט ער קיין ברעקעלע חמץ פאר קיין געלט ער טרעפט היינט איז נישט זיין טאג דער באשערטער דער צדיק זיין פנים מלא אורה ער גייט צום גוי דעם שכן איוואן אפשר האסטו בראנפן די אומלעגאלע סחורה איך געב דיר געלט וויפיל ס’זאל נישט זיין דער גוי זעט א דאלער א גרינער זאגט ער איך האב שוין איינמאל און נאך פון וואנעט ער שלעפט ארויס די סחורה דא האט איר ראבינער באצאלט מיר און גייט אייך פון דאנעט דער צדיק ער קוקט כלפי שמיא און זאגט רבונו של עולם א מחיה זע נאר יעדער גוי האט באהאלטן א פעקל און ביים איד נישטא קיין חמץ א ברעקל איין טאג דער צדיק ער קוקט זיך אום ווידער א איד איז אין שול עס איז שטיל שא ער כאפט אפ דאס דאווענען קוים פון א סידור איינס צוויי און דריי בלא בלא בלא דער צדיק ער זעט דאס קען דאך נישט זיין פארוואס איז דער איד אזוי פאריאגט ער רוימט אים אין אויער בלא בלא בלא זאגט ער אריין רבי איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט דער צדיק ער רירט זיך נישט פון ארט דער באשעפער ביי די זעלבע קשיא בלייבט דאך רעב איד איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס יאגסטו זיך אזוי ווער טרייבט דיך רבי ביי א פרעמדן איז א וואונדער אבער א טאטע זיין קינד פארשטיין ער וועט דער באשעפער איז אונזער טאטע און מיר זענען זיינע קינדער ער האט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט דער צדיק ער קוקט כלפי שמיא און זאגט רבונו של עולם א מחיה דו ביסט דער גרויסער טאטע נאר דו קענסט אונז פארשטיין געב יעדן איד וואס ער דארף אליין דו ביסט דער גרויסער טאטע נאר דו קענסט אונז פארשטיין געב יעדן איד וואס ער דארף אליין

דער טאטע הערט

מיכאל שניצלער

s0095 דער טאטע הערט מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | דער טאטע הערט דער טאטע הערט מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | דער טאטע הערט די שול איז אנגעפילט ווייס איינגעהילט דער ציבור בעט זיך איבער מיטן קל שקי יעדער ביי זיין מחזור'ל מיטן תפילת זכאי אלע טליתים ווייס אלע אויגן נאס מיט א פרישע קדושה יעדער לייכט יום כיפור די הייליגסטע נאכט מען ווארט אויף יוסל'ען דעם חזן ער האט זיך נאכנישט געטון באווייזן מען הערט באלד עס ווערט באלד א רודעריי ווען קומט ער שוין זאגן כל נדרי פלוצלינג לויפט ער געאיילט אריין מיט א בלאסן געשטאלט פארן בלעמער ביי א זיץ דארט בלייבט ער שטייעדיג די איינציגסטע זיץ וואס איז ליידיג דער טויבער ר' סענדר דארט פלעג ער זיצן מיט זיין שטענדער דעם חזן האט ער אנגעקוקט ווי גלייך ער וואלט געהערט יעדעס ווארט און זיך דערקוויקט מיט א שמייכעלע א ברייטער געשאקלט מיטן קאפ ווי גלייך יעדעס ווארט פארשטייט ער ביים ענדע איז שוין באהאוונט פלעג ער צוגיין צו דעם חזן איר האט זייער שיין געדאוונט דער חזן שטייט דארט קוקט אויף דעם פלאץ און רעדט נישט קיין ווארט צוגעגאנגען גלייך איז ער און נעמט ארויס פון שטענדער ר' סענדרל'ס מחזור ער שטייט דארט איינגעבויגן טרערן גיסן פון זיינע אויגן עס ווערט שפעט די שעה'ן ענדליך דרייט ער זיך אויס און הייבט שוין אן על דעת המקום ועל דעת הקהל בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה אנו מתירין להתפלל און א טרער אויפן פנים ליגט אים ער זאגט ווייטער דאס קול ווערט אבער נקטם עס גייט נישט מער דאס הארץ דריקט אים די טרערן שטיקט אים אוי אוי דער רבי פרעגט אים דעם סיפור יאסל וואס איז אנדערש דעם יום כיפור אוי רבי געט ער א כליפע אויב איך מעג יעצט וויילן וועל איך יעצט אלעס פארציילן ר' סענדר'ל אין אויערל מיט זיין וואטע ער איז גאר געווען מיין טאטע געשמייכלט תמיד צו מיר צום עמוד מיט פריידעניש כאטש געהערט האט ער קיינמאל ליידער נישט ליידער היינט ממש נישט גלייביג האט ער פארמאכט זיינע אויגן אויף אייביג פונאנדערגעשיידן שוין אין גן עדן טוט ער פראווענען אוי דאס ערשטע מאל היינט וואס מיין טאטע הערט מיך דאווענען אוי טאטע טאטע דו האסט געקוועלט בישיבה של מטה כל שכן נישט קיין שאלה אז דו הערסט מיך דאווענען דארט בישיבה של מעלה מיין קינד מיין קינד איך הער דיך דאווענען יעצט אצינד דאוון ווייטער מלא חן ווייל יעצט ווייס איך שוין אליין אז דו דאוונסט זייער שיין יאסעלע אוי יאסעלע דו האסט געעפנט א טויערל א שלאסעלע ביים טאטן אין הימל וואס הערט אונז אויס אייביג נישט נאר די מאל דאוון ווייטער בהאי גוונין אלע מלאכים וועלן מיט דיר מיטדאווענען זיי ווארטן שוין מיט צמאון דריי דיך נאכאמאל אויס און מיט מיר צוזאם הייב אן על דעת המקום ועל דעת הקהל בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה אנו מתירין להתפלל אוי! כל נדרי ואסרי ושבועי דנדרנא ודאסרנא על נפשתנא מיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא הבא עלינו לטובה אוי טאטע אוי טאטע דו ווייסט דאך וואס טוט זיך דא בישיבה של מטה אוי רחמים שאלי נעם ארויף אונזערע טרערן דארט בישיבה של מעלה מיין קינד ישראל איך הער דיך דאווענען אלעמאל דאוון ווייטער מלא חן ווייל דו ווייסט דאך אליין אז דו דאוונסט אזוי שיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא אמן

דער שידוך

מיכאל שניצלער

s0164 דער שידוך מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | א נקודה'לע דער שידוך מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | א נקודה'לע אין די שטאט שרעב חידושים שרייבט דער הייליגער צדיק פון די גרעסטע נעמען זיין נאמען מאכט א רעש דער הייליגער רש”ש תורה וגדולה מיט טאשן פולע א שם דבר אין גאנץ יעמען א רבי מתוק מדבש מיט חכמה און מיטן טאש ווען די רייע צעגייט שטייט א איד א יעמענייט און בעט זיך ביים רבי’ן וואס בארגט און לייט רבי דער מצב איז געדריקט כ’האב קיינמאל נישט גענוג זאגט דער רבי איך פרעג נישט וואס און ווען קום איך וועל דיר בארגן אויב נישט איך ווער דען געב עס מיר נאר צוריק אין דריי מאנאטן דאנערשטיג אונטערן שלאק מיט א נייעם האק טאק טאק טאק אזוי געשמאק פול מיט שיך א גאנצע זאק שטייט דער שוסטער מיט א נייע פראק מער נישט א שלאך א העמד אן א לאך יעדע וואך ווערט שטערקער דאס גערוך פון פרישע לעדער נאך און נאך אויך מנדב אין שול די שמן זית זך ס’דורך א מאנאט און נאך א מאנאט דעם שוסטער'ס ווארט איז אקוראט שפירט זיך ווי א העלד ער האט דאס גאנצע געלט ער לאזט איבער דעם שוק ס’איז היינט דאנערשטיג לויפט צום טיר פון גרויסן מנהיג הייליגער רש”ש מיין חוב שוין אפוואש דער הייליגער איד שפירט דאך נישט קיין גליד זיין קאפ אין די גמרא וואו די שכינה רוט ווייזט מיט די האנט און דער שוסטער שנעל ער שפאנט דער צדיק אן א משרת נעמט אן די שטרות באהאלט עס שנעל צווישן די גמרות ש'כח ער אויסרופט און אין די גמרא זיך פארטיפט איין שיינעם טאג דער רש”ש זיך דערמאנט דער שוסטער איז מיר שולדיג געלט און שלעפט מיר ביז היינט גיך ער לויפט אליין צו דעם שוסטער אינדערהיים געב מיר מיין געלט באצאל דעם חוב רבי כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט ניין דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט רבי כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט ניין דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט רבי כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט ניין ניין דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט רבי כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט ניין ניין ניין דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט יא כ’האב שוין געגעבן דאס געלט ניין דו האסט נישט געגעבן דאס געלט געב צוריק דאס געלט דעם רבי’ן דער רבי זאגט נישט קיין ליגנט געב שוין אפ דאס געלט דעם רבי’ן דער רבי זאגט נישט קיין ליגנט געב צוריק דאס געלט! ס’איז גרויסע בושות עס שמעקט שוין נישט פון לעדער ערגעץ אנדערש גייט שוין יעדער ווייל דער רש”ש זאגט זיכער דעם אמת קינדער אין שידוכים אין דותן קען מען זוכן ווייל פארשמוצט נעבעך דער שם איז דער שוסטער וויל צאלן גערן אנשטאט די טרוקענע טרערן אבער א נאמען קען מען נישט צוריקקויפן ס’איז דערנאך די בושה שוין איך נעם עס אבער כאטש דעם אמת זאל איך קענען אויפווייזן אויף עפעס אן אופן באשעפער אין הימל האסטו אפשר אן אופן אוי באשעפער אין הימל האסטו אפשר אן אופן אוי באשעפער אין הימל האסטו אפשר אן אופן ויהי היום דער הייליגער רש”ש איז זיך מפלפל מיט די שיירא מען שלעפט אראפ א שולחן ערוך און מען ברענגט ארויס א גמרא מישנדיג די בלעטער בלאט נאך בלאט הייבט זיך אן ס’איז גרויסע צרות איך זע כ’האב א טעות געהאט דא ליגן אלע שטרות וואו וואו וואו איז דער שוסטער וואו וואו וואו איז דער שוסטער ביי זיך אין שטוב גאר בלאס ער גייט קוים אויף די גאס וואו וואו וואו איז דער שוסטער וואו וואו וואו איז דער שוסטער זעסט מיין אויגן איז נאס כ’על צאלן יעדע פרייז וואו וואו וואו איז דער שוסטער וואו וואו וואו איז דער שוסטער זיי מיר מוחל שוין איך געב דיר כל הון איך בעט דיך ליבליכער שוסטער איך בעט דיך טייערער שוסטער דעם שוסטער'ס אויגן איז נאס ס’העלפט נישט קיין פרייז איך קען נישט רבי כ’קען נישט כ’וועל מודיע זיין די גאנצע גאס אז דו ביסט ריין און ווייס רבי כ’קען נישט כ’בין פארשמוצט איבעראל כ’וועל האלטן א שיעור לכל עדת ס’איז א טעות געווען די גאנצע כעס רבי ס’איז דערנאך מיין נאמען איז אש שווערער ווי א יאך כ’האב נישט באצאלט דעם רש”ש ס’איז ביטער ווי א גאל מיין זון איז גארנישט יונג מ’זוכט שוין איבעראל שידוכים איז נישט גרינג אויב אזוי הער דו מיך אויס איך האב א טאכטער א טייערע רויז איך געב איר אהין דיין זון צו בויען א הויז צי ביסטו מיר מוחל בלב שלם אזוי? בין איך זיכער מוחל מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! אין די שטאט שרעב א נייע מאן און ווייב קיינער מער ליצנות טרייבט דער גדול פון שטאט מיטן שוסטער פשוט און גראד דער הייליגער רש”ש האט געמאכט א רעש און אזוי געוויזן לכל אנ”ש וויבאלד איך האב אים פארשעמט אלס א מחותן נעם איך אים

דער שידוך פון הימל

מיכאל שניצלער

s0267 דער שידוך פון הימל מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | דער טאטע הערט דער שידוך פון הימל מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | דער טאטע הערט סימן טוב ס'איז א גוטער שידוך ומזל טוב ס’איז א געלונגען שידוך יהא לנו ס’וועט זיין דער בעסטער שידוך ווייל נאר דאס איז פון הימל באשערט ביי מלוה מלכה זיצט דער צדיק ר’ ישראל גערופן האט מען אים דער בעל שם ער זאגט פאר ביידע מאן און ווייב צו נעמען דעם רפאל אלס איידעם פאר די טאכטער אים נעם ניין וואס עפעס שרייט דער טאטע און די מאמע ביידע ווי קענען מיר צוהערן צו אייך די טאכטער איז אזוי געראטן און ער איז נישט בסדר אזא איידעם פאר אונז איז נישט גלייך זאגט אים דער בעל שם דער גרינדער פון חסידות הערט וואס איך וועל אייך דערציילן איך בין געווען אין הימל די וואך שבת שלש סעודות דערפאר וויל איך דעם שידוך צואיילן איך האב געזען דעם מלאך וואס שידוכים פירט ער אויס ער גייט מיט א געבויגענע פלייצע איך דארף אויספירן שוין דעם שידוך ווי קריכט מען ארויס ווער קען מיר דא געבן אן עצה דער טאטע פון די טאכטער ער האלט זיך גרויס ביז גאר איך וויל נישט מיין טאכטער זאל ליידן דער בחור אבער עלטער ווערט א יאר און נאך א יאר ער האט דאך א נשמה פון זיידן פרעגט דער מלאך וויאזוי קען איך דעם שידוך שוין אויספירן דער טאטע וועט אזוי פארפירן און דא אין הימל ווייסט מען זיכער אן צו שפעקולירן אז דער שידוך מוז שוין פאסירן זאגט א מלאך ס’דא אן עצה ס'קוקט נישט אויס ווי יושר אבער ס’איז נישט דא קיין ברירה ער האלט זיך גרויס כסדר אז ער איז א גרויסער עושר לאמיר אויף אים ברענגען א גזירה אוועקנעמען פון אים די הייזער כבוד און פארמעגן זיין עניות וועט אנהייבן שמ’ען דאן די טאטע/מאמע וועלן מער נישט זיין דערקעגן דעם בחור אלס אן איידעם צו נעמען סימן טוב ס'איז א גוטער שידוך ומזל טוב ס’איז א געלונגען שידוך יהא לנו ס’וועט זיין דער בעסטער שידוך ווייל נאר דאס איז פון הימל באשערט רופט זיך אן א מלאך אויפגעברויזט ווי א צעקאכטער איר מיינט עס איז שוין אויס פראבלעם ערשט יעצט עס הייבט זיך אן דער חורבן ווען עס קומט די טאכטער איך בין סאך קלוגער פון אים זאגט א צווייטער מלאך ס’איז אויך דא אויף דעם אן עצה די קלוגשאפט פון איר שנעל פארטרייבן מענטשן וועלן איר רודפ’ן א נאר וואס פארשטייט זי וועט זי לויפן שנעל תנאים שרייבן זאגט דער בעל שם טוב די ווייטאג איך שפיר עס א מזל אז איך בין געווען אין היכל פארוואס דארף מען צונעמען אייער כבוד און עשירות און פון איר אויך צונעמען דעם שכל זאגט דער מלאך הער מיך אויס איך געב איר נאך איין טאג פירסטו אויס דעם שידוך איז גוטאויב נישט זאלסטו געדענקען וואס איך האב דיר געזאגט מיט בושות דעם שידוך מען טוט פרעגט דער צדיק מאן און ווייב וואס פעלט אייך אויס פראבלעמען דאס רעדל זאל זיך דרייען פארקערט נעם דעם בחור פאר אן איידעם דארפסט דיך גארנישט שעמען ווייל פון הימל איז אזוי באשערט זיי לויפן שנעלער ברעכן טעלער גילה רינה דיצה גרויסע טארטן הייבט מען אן שניידן אלעס גרייט זיך אלעס פרייט זיך יעדער טאנצט מיט מיט זיי און דער בחור קריגט א הערליכן נדן מענטשן מיינען דאס איז מיינס כ’ווייס דעם אמת קלאר אך ווי שיין און גוט וואלט געווען זיי ווייסן נישט וואס וואלט געווען אין נאך עטליכע יאר וואס וואלט אלץ געקענט געשען נישט דער שדכן און נישט קיינער טראגט אויף זיך דעם שולד אויך נישט די השפעה פון שכנים נאר דער בורא זעט פאר זיך דעם גאנצן קלארן בילד און ברענגט צאם דעם שידוך דעם פיינעם סימן טוב ס'איז א גוטער שידוך ומזל טוב ס’איז א געלונגען שידוך יהא לנו ס’וועט זיין דער בעסטער שידוך ווייל נאר דאס איז פון הימל באשערט

דער שפאלער זיידע

מיכאל שניצלער

s0519 דער שפאלער זיידע מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספר תורה דער שפאלער זיידע מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספר תורה דער שפאלער זיידע איז אמאל געגאנען אמאל געשטאנען אויף א בארג א שיפן פון א גרוב א טיפן איי דאס הארץ צעברעכט זיכ'ן ער הערט ארויס קרעכצן אוי רבי דער רשע עריץ דער מושל פונעם פריץ האט אזוי גע'פסק'עט דא מיך אריינגעטראסקעט אין דעם גרוב דעם שמאלן ווייל איך האב נישט צו באצאלן אין דעם קאלטן גריבעלע קוים א ברויט מיט א צוויבעלע פאר א נארישע סיבה'לע פארווארפן פון מיין שטיבעלע איך בענק נאך מיינע קינדער שלמה יאסעלע שרה ליבעלע ערגער נאך פון דעם איז דאס דעם פריץ יום הולדת א סעודה'ניו מיט וויין און ביר ווי א בער פארשטעלן וועט ער מיך און הייסן טאנצן וועט ער מיך דער מושל וועט דארט טאנצן קעגן מיר אלע מענטשן פון די גאס קענען מיטהאלטן און פסק'ענען ווער ס'געווינט זאגן זיי אזוי קענען און אויב טאקע באזיג איך אים אין מיינע הענט באקריג איך אים מעג איך דעם רשע גוט באבויקענען ווי ביטער וועט דאך זיין אויב דער מושל געווינט זיי וועלן מיך ווארפן פאר די שווארצע הינט זיי וועלן כעס'ן און מיך בייסן און פון מיר שטיקער רייסן אוי וויי אוי וויי אוי וויי אוי דער שפאלער זיידע זעט וואס דער מצב איז רבי איד נאר בשמחה נישט בעצבות דו וועסט פארגרינגען נאר מיט זינגען קודם לאמיר טאנצן שפרינגען איי ריי ריי ריי ריי אוי טאנץ איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאך איין מאל אראפ ארויף און געב נישט אויף ווייל מיט א ניגון וועסטו באזיגן און וועסט באקריגן ישועות אן א צאל דער שפאלער זיידע האט געטאן אנדייטן לאמיר זיך בייטן ארויס פון גרוב גיי דיר געב מיר דיינע קליידער איך טו איינגיין אין גרוב אנשטאט דיר אריינגיין - יא אוי לויף אהיים לגבולם שבו גאולה תביא איי אשמח בלבבי דער צדיק שרייט דארט אבי א ישועה וואו איז דא וואו פלוצלינג אליהו הנביא קומט - יא ער לערנט אויס גענצליך דעם צדיק אלע טענצעלעך אז מארגן דעם רשע געווינט ער אים צומארגנס הערט מען טריט דער מושל שרייט דארט זשיד פארשטעלט אים ווי א בער אין קייטן בינדט ער אים עס שפילט שוין די ארקעסטן מען הייבט זיך אן פארמעסטן האפ קאזאק שרייט דער רשע וולאדיק ווי שיין טאנצט דער זיידע בפני כל העדה ווייל פון הימל שרייט מען אראפ צו דעם צדיק טאנץ איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאך איין מאל אראפ ארויף און געב נישט אויף ווייל מיט א ניגון וועסטו באזיגן און וועסט באקריגן ישועות אן א צאל דער רשע שוין פאר'שיכור'ט אינגאנצן ער פאלט אראפ ער קען זיך נישט באלאנסן האסט נישט קיין שאנסן מען דארף דיך קנס'ן דער ראבינער קען סאך שענער טאנצן - יא יא יא דער מושל פאר רחמנות ער בעט זיך דער צדיק געט אים מכות רצח יעדער שרייט שוין באפרייט אראפ די קייט אהיים ער גייט געזונטערהייט - יא יא יא ורחובות העיר ימלאו צוריק צום איד לויפט דער צדיק פון שפאלע געטאנצן אנשטאט אייך דידן נצח קוקט וואס טוט'זאך לעבעדיג לעבעדיג - יא ר' איד געדענקט אין גרוב אפילו ס'איז שווער א הסתר פנים פארשטעלט עס זעט אויס ווי א בער דיך נישט פארליר נאר טאנץ בשיר יעצט קום נאך איין מאל טאנץ מיט מיר און איך מיט דיר אזוי ווי פריער - יא יא יא טאנץ איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאך איין מאל אראפ ארויף און געב נישט אויף ווייל מיט א ניגון וועסטו באזיגן און וועסט באקריגן ישועות אן א צאל

דריי מאל געטאנצן

מיכאל שניצלער

s0520 דריי מאל געטאנצן מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | אידן דערציילן דריי מאל געטאנצן מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | אידן דערציילן דער בעל שם טוב שבת נעמט אויף אלע אידן ביי זיין טיש די תלמידים די חסידים שטייען אלע ארום ביים טיש אזא הייליגער פרייטאג צונאכט דער בעל שם טוב זיצט דארט פארטראכט פלוצלינג נעמט איעדער אין אכט דער בעל שם טוב האט זיך צעלאכט נישט נאר איין מאל נישט נאר צוויי מאל נאר אויך דריי מאל לאכט ער מיט פרייד קיינער וואגט נישט איבערהאקן נישט פרעגן רבי וואס איז דער באדייט נאר מיט פחד שטייט דארט יעדער אידעלע ביי דעם זיסן שבת סעודה’לע דער בעל שם זינגט זיך א לידעלע און טאנצט דארט ארום א רקידה’לע ובכן צדיקים יראו וישמחו איי איי איי וישרים יעלוזו ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברינה יגילו יעדער פאטשט יעדער שפרינגט יעדער קלאטשט יעדער זינגט מיט גרויס התלהבות מיט א ברען וואס עס פלאמט זינגט מען דארט אזוי בא'טעמ’ט מזמור שיר ליום השבת דער שיינער שבת גייט פאראיבער מיטן רבי’ן מיטן ציבור ממש יום שבתון אין לשכוח יעדער חסיד מיט די קינדער שפירן זיך דערהויבן גאר הויך אן געדולד יעדער ווארט אין בית המדרש איינגעשפארט ווען וועט שוין דער רבי זאגן פשט פארוואס האט ער געלאכט דעם שבת ביי זיין הייליגן טיש און אזא הנאה געהאט מוצאי שבת נאך הבדלה הייסט ער אט דעם בעל עגלה אנצוגרייטן שנעלער דעם פיאקער קומט מיט מיר וועט איר פארשטיין דעם פשט גאר געשמאקער מיט חסידים מיט תלמידים פארט דער צדיק מיט א תפילה צום באשעפער בעט ער א געבעטעלע מיט קפיצת הדרך קומט מען אן שנעל דארט אהין אין א קליין שטעטעלע ובכן צדיקים יראו וישמחו איי איי איי וישרים יעלוזו ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברינה יגילו יעדער פאטשט יעדער שפרינגט יעדער קלאטשט יעדער זינגט מיט גרויס התלהבות מיט א ברען וואס עס פלאמט זינגט מען דארט אזוי בא'טעמ’ט מזמור שיר ליום השבת א קליינע הייזקע שווארץ און ווייסקע דער בעל שם גייט נענטער צו איר די טיר ער כאפט אן און ער קלאפט אן א אידעלע עפנט די טיר דער איד הייסט רבי שבתי’לע בינדער עלנד דאס הויז אן קינדער דער בעל שם זאגט שבתי אצינדער דערצייל אונז די מעשה געשווינדער פארציילט מיט וואונדער איך בין א בינדער אלעמאל געווען א רייכער אבער ליידער איז כסדר די פרנסה שוואכער און שוואכער דער שבת טיש זעט אויס אזוי שלעכט נישטא אויף חלות וויין קיין לעכט אפילו ס’איז אין שטוב א גיהנום מיר באשלאסן נישט צו נעמען פון יענעם די וואך שבת מיין ווייב איז בשמחה מיך מקבל פנים דער טיש געדעקט די חלות שמעקט פיש פלייש מבעוד יום מוכנים פארוואס האסטו געבארגט ביי שכנים?אה אה כ’האב נישט גענומען פון קיינעם די שטוב איך האב געמאכט א ריינעם און געטראפן א דיאמאנט א שיינעם דעם דיאמאנט פארקויפט פאר גוט געלט דעם שיינעם שבת צוגעשטעלט לעכט חלות פיינע וויין לאמיר אלע פרייליך זיין און פאר שמחה האבן מיר גענומען טאנצן מזמור שיר מזמור שיר ליום השבת נישט נאר איין מאל נישט נאר צוויי מאל נאר אויך דריי מאל אויף איינמאל ארומגעטאנצט לכבוד שבת ובכן צדיקים יראו וישמחו איי איי איי וישרים יעלוזו ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברינה יגילו יעצט פארשטייט איר פשט אינגאנצן אז ווען ר’ שבתי האט געטאנצן האב איך געלאכט ווייל ס’האט געמאכט א טומל ווייל די מלאכים האבן מיט אים מיטגעטאנצן אויבן אין הימל אוי שבתי’לע און דערפאר האט מען באשלאסן געבן שכר יעצט וואס דו בעטסט מבטיח איך בין דיר רבי רבי ווייסטו דען נישט ביי מיר איז ליידיג דאס הויז איך האב נאכנישט קיין קינדער שבתי’לע איך זאג דיר קלאר אז דו וועסט האבן ביז א יאר א קינד וואס וועט באלייכטן איבעראל דו זאלסט נאך מיר דאס קינד א נאמען געבן ויקרא שמו ישראל איי איי איי איי סימן טוב ומזל טוב א קינד געבוירן א יאר דערויף ר’ שבתי איז שוין פרייליך נישט פאר’דאגה’ט דאס קינד איז אויפגעוואקסן דער הייליגער צדיק דער קאזשניצער מגיד

השלך

מיכאל שניצלער

s0132 השלך מיכאל שניצלער מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מיין קינד טרעף מיר השלך מיכאל שניצלער מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מיין קינד טרעף מיר השלך על השם יהבך אידעלע פארלאז דיך אלא על אבינו שבשמים השלך על השם יהבך דיין שידוך איז שוין גרייט אט אט מיט פרייד וואונטשט מען לחיים אידעלע דו ביסט פארזארגט גאר אומזיסט טראג נישט דעם באשעפער'ס דאגות הער א מעשה א פארגאפטע ר' יוסי בר חלפתא די מטרונה פרעגט רבי איך האב פראגעס אין וויפיל טעג האט ער באשאפן זיין וועלטעלע ענטפערט ער אין זעקס טעג זיין גאנץ געצעלטעלע מאותה שעה מה הוא עושה פרעגט זי ר' יוסי וואס טוט ער פון דאן א קשיא א באמבע ער זיצט דאך מיט תענוגים און מזווג זיווגים א גרויסע חכמה דער בורא אנטפלעקט דערין זי לאכט אפ מיט עלבון איך קען דעם פאך דעם זעלבן איך זע נישט די חכמה וואס שטעקט דערין אין איין נאכט וועל איך ווייזן די קונצן צוזאמגעשטעלט טויזנט קנעכט און דינסטן אבער אוי וויי אוי וויי ס'איז געווען א בראך אויף קאלאמבוס ויהי ערב ויהי בוקר אויסגעלאזט א הויקער ביי קיינעם פון זיי איז געווען שלום בית איינעמ'ס קאפ צובלוטיגט איינער גאר קריטיק אן אויג א געשוואלענעם אויסלאכן אלע זאלן אים פיס און הענט צעהאקטע א שפיטאל געפאקטע זי שטייט דארט א געשאקטע שוין גארנישט קיין הסתפקתא זי רופט צוריק ר' יוסי'ן האט איר א באשעפער א גרויסן מזווג זיין ווער קען נאר נאר ער קען השלך על השם יהבך אידעלע פארלאז דיך אלא על אבינו שבשמים השלך על השם יהבך דיין שידוך איז שוין גרייט אט אט מיט פרייד וואונטשט מען לחיים אין ישיבה איינגעשפארט שוין אזוי לאנג איך ווארט די אויגן פון טרערן ווערן פייכטער איך טראכט אזוי ביי מיר איך האב א ברודער פאר מיר ווען די וועג פאר מיר אויף מאכט ער שוין חדשים לאנג קלינגט דער טעלעפאן נישט קיין שדכן קיין שום פערזאן נישט אוי וויי אוי וויי עזרי מאין יעדן טאג גם זו יעבור פאר א צווייטן חבר מזל טוב דארף איך אים וואונטשן ער זאגט ביי דיך אויף שמחות ווי א שטעך באקום איך עס כמעט מיואש איך בין שוין אבער מענטשעלע פערציג טעג בעפאר דו ביסט געבוירן האסטו שוין דיין פאר אוי אוי אומזיסט געטראכט דער פון אויבן לאכט דיין באשערטע שוין גרייט דאגה מנין ארבעים יום קודם יצירת אנגעגרייט פאר דיר איז בת פלוני לפלוני מיט וועם דו בויסט דיין הייזקל שוין ארויס א בת קול א שמחה אין הימל צהלה ורוני גרייט דיך אן שנעלער אט אט ברעכט מען טעלער גרייט דיך אן פשט'לעך גרייט אן ציגארעטלעך א שידוך גאר א גוטן מזל טוב מחותן מזל טוב קרובים לחיים טובים עוד עוד ישמע א קשר של קיימא וואונטש מען בכל לבב מזל טוב השלך על השם יהבך אידעלע פארלאז דיך אלא על אבינו שבשמים השלך על השם יהבך דיין שידוך איז שוין גרייט אט אט מיט פרייד וואונטשט מען לחיים

ווער ווארפט דאס

מיכאל שניצלער

s0311 ווער ווארפט דאס מיכאל שניצלער לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: מאטי אילאוויטש | מיין קינד טרעף מיך ווער ווארפט דאס מיכאל שניצלער לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: מאטי אילאוויטש | מיין קינד טרעף מיך עס שיינט ארויס א רייכער הויז א פאלאץ דער שענסטער מעכטיגקייט דער עושר שטייט און קוקט זיך ארויס פון זיין פענסטער די מענטשן שטייען זיי קומען זיי גייען קיינער קוקט נישט אויף מיר איך מוז עפעס טון אז דארטן אהין זאל מען וויסן אז איך עקזיסטיר ער נעמט אפאר דאלער און ווארפט עס אראפ וועט מען קוקן פון וואו עס פאלט איינער גייט דורך און שטעלט זיך אפ הייבט אויף און גייט ווייטער באלד אפשר זאל איך ווארפן א גרעסערן סכום ס’וועט מאכן א רעש פארשטייט זיך איינער גייט דורך און קוקט זיך נישט אום הייבט אויף און ווייטער ער גייט זיך ער ווארפט און ווארפט נאך מער מ'קוקט אבער נישט ווער דאס ווארפט ווער ער טראכט מיט געוויין ווער עס וועט דורכגיין וועט ער יעצט ווארפן א שטיין א רעש א טומל ווערט באלד אוי געוואלד שטיינער עס פאלט מער פון דעם האט ער נישט געדארפט אזוי האט מען געקוקט ווער ס’ווארפט כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרע דיינע מחשבות נעם נאר צונויף און זע איך בין אלעמאל דא דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן אלע טעג און נעכט די געלט איז אויכעט געוועזן מיין נישט נאר די שטיינער די שלעכטס אראפגעשטעלט א שיינע וועלט טראכט דער בורא דער גביר זיי טוען געניסן איך וויל זאלן וויסן און נישט פארגעסן פון מיר ער נעמט פיל השפעות און ווארפט עס אראפ ער איז אונז אזוי מהנה דער מענטשעלע נעמט עס און שטעלט זיך נישט אפ טראכטן אין די חסד זיינע א געוואלדיגע רחבות ווערט דא דערקענט די וועג טוט פאר אונז לייכטן אונז שטייען און כאפן מיט ביידע הענט פארנומען נישטא צייט צו טראכטן פלוצלינג א שרעקליך געוויין פון אויבן עס פאלט א שטיין די עקאנעמי קראכט נישט מער געדאכט אוי האט מען זיך אויפגעכאפט דער מצב פרנסה שטערט א רעש און א טומל עס ווערט שטיינער עס פאלט עס ווערט א געוואלד צום בורא לויפט מען באלד כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרע דיינע מחשבות נעם נאר צונויף און זע איך בין אלעמאל דא דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן אלע טעג און נעכט די געלט איז אויכעט געוועזן מיין נישט נאר די שטיינער די שלעכטס קינדער עס איז נישט גרינג פון הימל איז נאר א ווינק דער פאטש און גלעט הונגער און זעט ער איז דער וואס געט פארגעס נישט נאר אייביג געדענק ער איז דער איינער וואס שענקט אט קומט דער זמן ליכטיג וועט זיין צוריק זען דעם מארגן שיין כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרע דיינע מחשבות נעם נאר צונויף און זע איך בין אלעמאל דא דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן אלע טעג און נעכט די געלט איז אויכעט געוועזן מיין נישט נאר די שטיינער די שלעכטס

וזאת התורה

מיכאל שניצלער

s0312 וזאת התורה מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | לעבעדיגע ספרי תורה וזאת התורה מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | לעבעדיגע ספרי תורה ביי זיך אינדערהיים אין זיין בנין מאכט יעדן שבת א מנין פארלוירענע נשמות קומען זיך דארטן צאם זאלן זיי אויך שפירן א שבת’דיגן טעם אינאיינעם זמירות זינגט מען עד עלות השחר שפרינגט מען אבער שבת אינדערפרי קען מעןדארט נישט דאווענען לכאורה ער האט נישט פון וואו צו שאפן א ספר תורה א קלאפ אין זיין טיר איין טאג הערט ער איבערראשט אינגאנצן ווערט ער שטייט דארט א זקן מיט א ספר תורה אין זיין הענטעלע שטויביג און אלט מיט אן אפגעריסענעם מענטעלע נאס פון טרערן זיינע אויגן שוין יארן אדורכגעפלויגן געראטעוועט פון אוישוויץ האב איך דעם תורה’לע מיין שוין יארן עס ליגט באהאלטן אין מיין שטוב אליין געווען בין איך אין ווארשע דער בעל קורא איין שבת ביי קריאת התורה די נאצישע רשעים געשטורעמט די ביהמ”ד ווענט טאטעס מיט קינדער פאר א קרבן מוסף פארברענט איך בין ארויסגעלאפן מיט דעם ספר תורה אין מיין הענט געהיטן אין די שווערסטע צייטן האבן מיר זיך איינער דעם צווייטן נאכן באפרייאונג באהאלטן האב איך איר שטיל ס’האט דאך נעבעך געליטן אזויפיל איך שפיר אבער אז דא ביי דיר באלאנגען זי וויל וזאת וזאת התורה תורה’לע האב נישט קיין מורא די בעסטע פלאץ פאר דיר וועט דא זיין ליינען וועלן דיר נשמות וואס גייען אדורך מלחמות ענק וועלן זיך איינער דעם צווייטן גוט פארשטיין מיט דיר וועלן זיי טאנצן מיט דיר וועלן זיי וויינען זאג זיי מיין קינד איך פארשטיי דיין געוויין מ’האט מיך אויך פון מיין היים פארטריבן דאך קוק ווי שיין איך בין געבליבן און בלייבן וועל איך לעיני כל ישראל און אויב ס’שווער בראשית הייב אן נאכאמאל נאכן דאווענען מ’טאנצט א רקידה זיך וואשן גייט יעדער צום סעודה ער זעט ווי א קינד האט זיך אוועקגערוקט און גייט אריין אינעם צימער דארטן וואו די תורה’לע ליגט נעבן ארון קודש שטייט ער מיט שטילע קולות שרייט ער זיך איינצוהאלטן האט ער נישט די כוחות ער פלאצט אויס אין א געוויין דארט ביים פרוכת תורה דו פארשטייסט מיך מסתמא איך האב יונג פארלוירן מיין מאמע גאנצעטע נעכט געיאמערט און געוויינט קיינער האט מיך נישט געעפנט און מיך נישט געליינט צי זעסטו ווי באהאלטן איך בין פארשטייסט דאך וואס דאס מיינט צי וועט מיך נאך איינער געפינען היילן מיינע טרערן וואס רינען הייליגע תורה דיר מקנא איך בין ווי שיין מ’האט דיך צוריק אויפגעהויבןאון מ’האט דיך אינזין הלוואי וועל איך איין טאג שפירן דעם טעם דערפון וזאת וזאת התורה נשמה’לע האב נישט קיין מורא איך קוק אריין אין דיר מיין טייער קינד דיינע ווערטער טו איך ליינען דיינע פרשיות מאכט מיר וויינען ווער נאך ווי איך פארשטיי דיינע פארבלוטיגטע טינט אבער איך זאג דיר אז מיט דיר וועט מען נאך טאנצן דיינע אותיות גלאנצן יעדע אות פון דיר וועט מען פארשטיין קיין חילוק וואו דו ביסט פארטריבן מיט הייליגע טינט ביסטו פארשריבן און בלייבן וועסטו לעיני כל ישראל און אויב ס’שווער בראשית הייב אן נאכאמאל

חמשה קולות

מיכאל שניצלער

s0522 חמשה קולות מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | יא דו קענסט חמשה קולות מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | יא דו קענסט כל כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו משמח זיין נישט ביכולת עובר בחמשה קולות כל כל הנהנה מסעודת חתן ומשמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה אין די שפעטע נאכט שעה'ן קלאפט ער אן ביי סטייפלער גאון אוי רבי כ'האב א שאלה בענין חתן וכלה ילמדנו רבינו פון א חתונה יעצט קום איך אויסרעדן דאס הארץ איך מוז מיך ס'איז מיר אן אפקומעניש רבי אויב בשמחה איז מען נישט וואס טוט מען רבי ענני יעדער טאנצט ווער דען נישט ישמח לבב אנוש אבער איך גארנישט קען נישט נישט טאנצן זינגען עס מאכט מיר תמיד בייז מיינע מחשבות טוט גובר זיין איך זאל נישט גיין צו שמחות צייט קובר זיין איך וויל נישט מער עובר זיין אויף די גמרא ברכות ו' עמוד ב' כל כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו משמח זיין נישט ביכולת עובר בחמשה קולות כל כל הנהנה מסעודת חתן ומשמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה מיין ליבער איד הער אויס שיין נאר אויף שמחות זאלסטו גיין אפילו האסט קיין איין חוש נישט דיינע טרערן וויש נישט איך האב פאר דיר אן עצה א זיסע שטעל דיך אפ נעבן די מוזיק און אויפן פויקער געב א קוק ווען מען קוקט ווערט זיין חשק גרעסער און ער נעמט זיך פויקן בעסער ס'איז בדוק ומנוסה שטיי און קוק מיט כוונה בראיה בעלמא קני ווייל איינער שרייט איינער זינגט איינער טאנצט און איינער שפרינגט איינער אויף דעם מוזיק באטראכט ער מיט בדחנות איינער דערפרייט איינער שפילט אויף זיין טרומפייט ובלבד שלבו יכוין און מען טוט די שמחה פראווען און די חתן-כלה פרייליך מאכט ער שפיל נאר אויף דיין פידעלע - איי איי איי טאנץ נאך א רקידה'לע - איי איי איי וועסטו זוכה זיין אידעלע צו די הבטחות פון די הייליגע גמרא מיט חתן-כלה פריי דיך - אזוי אוי אוי אוי נגילה ונשמחה בו - אוי אוי אוי ואם ואם משמחו מה מה שכרו כל כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו משמח זיין נישט ביכולת עובר בחמשה קולות כל כל הנהנה מסעודת חתן ומשמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה מצהלות חתנים מחופתן באלד קומט שוין אן דער גרויסער חתן מיטן שור הבור און לויתן כנסת ישראל כלה קרואה די לויים מיט זייערע לידעלעך שטייען שוין מיט די פידעלעך גרייטס אייך גרייטס אייך אידעלעך די גרויסע שמחה איז שוין דא כל כל הנהנה מסעודת חתן אוי אוי משמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה כל כל הנהנה מסעודת חתן אוי אוי משמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה

חסידישע פיש

מיכאל שניצלער

s0018 חסידישע פיש מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | ברכת הבנים חסידישע פיש מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | ברכת הבנים ערב שבת בראשית פיינע פיש און פלייש איז אנגעגרייט אין הייליג געצעלט ביים צדיק דעם אנפירער ר’ יחזקאל’ע קאזמירער עס קומט דאך שבת אויף דער וועלט א מתנה פאר’ן מנהיג לשמח בו בתענוג אלע ברענגען אלע געבן איינער ברענגט א זעקעלע איינער מיט זיין בעקעלע א מתנה פאר’ן רבי’ן משמח זיין לכבוד שבת משבח זיין לכבוד שבת מיט א הינדל מיט א ציגעלע מיט א קינדל מיט א קוגעלע ר’ זונדל מיט זיין קריגעלע יעדער איינער גרייט זיך גוט שבת יעדער איינער פרייט זיך מיט שבת בואי בשלום עטרת בעלה פרייליך זענען דאך אלע בואי כלה בואי כלה לקראת שבת לכו לכו ונלכה כי היא כי היא מקור הברכה כי היא כי היא מקור הברכה נישט קיין יונגערמאנטשל דער אלטער ר’ אנשיל א הויכער מיט א שיך אן ענגן אוי המביא דורן ארעם און פארלוירן וואס קען איך שוין דעם רבי’ן ברענגען עפעס א גוט מאכל ער לויפט שנעל צום טייכל געכאפט האט ער א גרויסן פיש פון מחרוזת דגים צום רבי’ן גלייך איך טראג אים א לאנגער וועג ווי האלט מען דאס פריש א געדאנק גאר פאלט אים דעם פיש אין וואסער האלטן מיט מיין גארטל בינדן לאז מיר שלעפן וועל איך דארטן דעם גאנצן וועג ביים בארטן ארויסנעמען ערשט אין קאזמיר ווינטן מיט כוואליעס ביטער ווי א גאל איז אנשיל איז אינגאנצן א נאסער דער גארטל איבעררייסט זיך דער פיש שוין נישט באווייזט זיך פארשוואונדן ווי א פיש אין וואסער אוי געוואלד לכבוד שבת א טרער גייט לכבוד שבת ער טוט קלאגן קרעכצן ברומען פארן רבי’ן טראגן עפעס מוז מען וואס וועל איך זאגן מיט וואס וועל איך קומען אוי יעדער איינער גרייט זיך גוט שבת יעדער איינער פרייט זיך מיט שבת בואי בשלום עטרת בעלה פרייליך זענען דאך אלע בואי כלה בואי כלה לקראת שבת לכו לכו ונלכה כי היא כי היא מקור הברכה כי היא כי היא מקור הברכה אין שטוב א גרויסן טרעסקעלע דער צדיק ר’ יחזקאל’ע געבויגן מיט דביקות ביים טישל מיט אסאך מענטשן נאך ארום פלוצלינג קומען סוחרים מיט א גרויסן מאדנעם פישל רבי טרעפן טוען מיר א פיש מיטן גארטל ארום איר ארויסגעשפרונגען פונעם טייכל די חסידים קוקן מיט וואונדער א גארטל ווער איז די בינדער דעם רבי’ן קאסט דאס גאר א שמייכל עס ווערט שפעט דער פרייטאג ביי א טירל זייטיג ר’ אנשיל בעט ביים גבאי’ן ידידיה’ן אריין צום רבינ'ס הויז מיט געוויין ברעכט ער אויס לייגט אראפ דעם קוויטל דעם פדיון ער פארציילט די גאנצע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביים וואסער דער רבי שמייכלט ברוך הבא שוין לאנג דא אין מיין קווארטל דיין פדיון מיט דיין גארטל עס ווארט שוין אויף דיר דא אפאר שעה ווייל וואס א איד גרייט זיך צום שבת די שכינה היט און פרייט זיך מיט שבת מי שטרח מיט זיין כח’ל זיכער אז בשבת יאכל ווייל ביז צום הימל גייט א רויכ'ל אוי ליום שכולו שבת שבת זיך גרייטן מיט התלהבות שבת בואי בשלום עטרת בעלה די שכינה הקדושה מיט אונז אלע בואי כלה בואי כלה

טרייסט פון א מאמע

מיכאל שניצלער

s0236 טרייסט פון א מאמע מיכאל שניצלער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ליפא שמעלצער | א אידישע שמחה טרייסט פון א מאמע מיכאל שניצלער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ליפא שמעלצער | א אידישע שמחה זיצט דער צדיק דער רבי ר' איציקל פארשפארט א פארווייטאגטע מאמע זיצט אינדרויסן און ווארט ענדליך קומט זי צום גרויסן צדיק אריין הערט זיך באלד פון איר א יאמערליך געוויין רבי דאס הארץ איז מיר זייער פארקלעמט אזויפיל געטליכע כוחות פון וואו מען נעמט רבי הייבט אן די צעבראכענע מאמע זאגן איך קען אזא פעקל צרות מער נישט פארטראגן דער רבי זאגט איר קומט נאך מיר דער צדיק עפנט אויף א טיר אין א שטוב פון פעקלעך נעמט ער איר אריין דא זענען די צרות פון די וועלט נעם דיר דאס פעקל וואס דיר געפעלט ווייל איין פעקעלע מוז דאך זיין דיינס אוי הייליגער רבי עס כאפט א שרעק אזויפיל צרות גרויסע זעק פלוצלינג דערזעט זי א פעקעלע אונטער די טיר אוי הייליגער רבי איך קען נישט מער דאס קליין פעקעלע געב מיר אהער זאגט איר דער רבי דאס קליין פעקעלע דאס איז געווען ביי דיר הייליגער רבי איך בעט ביי דיר פון הארצן טיפן טו שוין יעצט צום באשעפער פאר מיר א תפילה רופן רבי בעט ס'זאל שוין נעמען אן עק די זעקעלעך צרות זאל ער נעמען אוועק דער באשעפער וועט אודאי הערן דעם צדיק'ס געוויין דער רבי זאל בעטן רבונו של עולם זע דיינע קינדערלעך'ס צער גענוג שוין געליטן אזויפיל יסורים פתח לנו שער טויזנטער יארן אין גלות געווען מיר ווילן שוין אלע די גאולה זען משיח צדקנו במהרה אמן דאס מזל ביי יעדן גלאנצט דאך פון טאג צו טאג נאר ביי מיר איז אלעס פארמוטשעט מיט גרויס פלאג אזעלכע קינדער האט יענער זוכה געווען הלואי וואלט איך אזא מין נחת געזען אזויפיל בעסער ביי יענעם דאס גאנצע לעבן פארוואס האט מען מיר נישט אפילו אביסעלע געגעבן די דאגות די צרות זיי קומען יעדן טאג ארויס אוי הייליגער באשעפער קוק שוין ווי האלטן מיר דאס אויס ר' איציקל נעשכיזער איז דאך גערעכט מען מיינט אז נאר ביי זיך איז שלעכט און ביי יעדן איינעם גייט עס גאר אזוי גוט מיר דארפן געדענקען די גאנצע צייט אז אין גלות פארטריבן זענען מיר ווייט ליידער ליידער מאכן אידן אזוי סאך צרות מיט טאטע אין הימל צו דיר מ'שרייט אזויפיל מחלות זענען פארשפרייט הייסע טרערן גיסט זיך ממש אן א שיעור שוין גאנצע טייכן פארגאסן די טויערן נאך אלץ פארשלאסן הער שוין דיינע שעפעלעך בעטן זיך ביי דיר טייערע אידן טוען אלע צום באשעפער רופן מיט א תפילה אלע אינאיינעם פון הארצן טיפן מיר בעטן ס'זאל שוין נעמען אן עק די זעקעלעך צרות זאל ער נעמען אוועק דער באשעפער וועט זיכער הערן צו אונזער געוויין מיר אידן בעטן רבונו של עולם זע דיינע קינדערלעך'ס צער גענוג שוין געליטן אזויפיל יסורים פתח לנו שער טויזנטער יארן אין גלות געווען מיר ווילן שוין אלע די גאולה זען משיח צדקנו במהרה אמן

יא, דו קענסט!

מיכאל שניצלער

s0317 יא דו קענסט! מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | יא דו קענסט יא דו קענסט! מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | יא דו קענסט דער מצב איז ביטער שווער און אויפגעבן נעבעך מוזטו דו האלטסט אז ס'איז נישט דא מער קיין שום טשענס נישט נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט אויסאדער אין וועלכע מצב ביסטו איז נישט דא אזא זאך אז דו קענסט נישט מען געט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען דו האסט די כוחות יא דו קענסט עס באווייזן איבערגיין דעם שווערן בארג טאמער וויל מען קען מען ווייל ווילן איז פיל שטערקער ווי אייזן נישטא קיין זאך אויף דער וועלטוואס קען דיך אפשטעלן אין לך דבר העומד בפני הרצון דו קענסט אלעס דורכברעכן דארפסט נאר וועלן הייב נאר אן וועסטו שפירן שטערקער שוין דו קענסט דו קענסט איך זאג דיר אז דו קענסט אפילו ס'איז שווער און דו וויינסט דו קענסט דו קענסט איך זאג דיר אז דו קענסט ווייל דו ביסט סאך שטערקער ווי דו מיינסט דו קענסט דו קענסט דו ווייסט אז דו קענסט פון יעדן שווערן קלעם זיך זען ארויס דו קענסט יא דו קענסט דו ווייסט אליין דו קענסט שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויך אויס איך ווייס אז איך קען מענטשן אן הענט און פיס פירן א לעבן א רייכן שוואכע קעפ זענען פוסקים היינט און עשירים מיט גאלד פיל סוקסעספולע מענטשן האט מען געמיינטאז זיי קענען נישט דערגרייכן זיי האבן טאקע נישט געקענט אבער געוואלט אפילו ס'איז א שווערער קאמף זיי דו א שווערער קעמפער קוק נישט אויף יענעם קיין עצות פון קיינעם פרעג לאז דיך נישט פון גארנישט נעם נישט ניין פאר אן ענטפער ווייל וואו ס'איז דא א ווילן איז דא א וועג נישט דא קיין זאך אויף דער וועלטוואס קען דיך מאכן שטייטער אין לך דבר העומד בפני הרצון קענסט אנקומען העכער ווי יעדן אסאך אסאך ווייטער הייב נאר אן וועסט דיך שפירן שטערקער שוין דו קענסט דו קענסט איך זאג דיר אז דו קענסט אפילו ס'איז שווער און דו וויינסט דו קענסט דו קענסט איך זאג דיר אז דו קענסט ווייל דו ביסט אסאך שטערקער ווי דו מיינסט דו קענסט דו קענסט דו ווייסט אז דו קענסט פון יעדן שווערן קלעם זיך זען ארויס דו קענסט דו קענסט דו ווייסט אליין דו קענסט שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויך אויס איך ווייס אז איך קען יא דו קענסט!דארפסט נאר וועלן און דו קענסט!וויל נאר וועסטו קענען!וויל נאר שטארק און דו קענסט!איך זאג דיר יא דו קענסט!

יום השישי

מיכאל שניצלער

s0318 יום השישי מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שבתון יום השישי מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שבתון דער טאטע מיט'ן בעכערל דארט שטייט ער קידוש מאכן שוין גייט ער ארום דעם טיש לייבעלע שרה'לע גענענדעלע אבער איין קינד ליידער פעלט וואו איז מענדעלע שוין אזויפיל לאנגע יארן מיט שלעכטע חברים פארפארן נעבעך אזא צרה רבה איז ווער ווייסט וואו ער איז צי האלט ער נאך בכלל שבת פרייטאג צו נאכטס דער טאטע א פארצווייפלטער אלע בעכערלעך מיט וויין אן זיי פילט ער אויך מענדעלע'ס בעכער מיט טרערן טייכן אפשר וועט ער דאך אהיימקומען קידוש מאכן ער קוקט פון פענסטער צי א געשטאלט קומט צווישן די הייזעלעך אבער אויפ'ן זייגער רוקן זיך די צוויי ווייזערלעך מענדעלע איז נאך אלץ נישט דאדער זייגער קלאפט חצות בלית ברירה הייבט ער אויף זיין בעכער און אויך מענדעלע'ס כוס און זאגט מענדעלע אוי מענדעלע מיין טייער קינד מענדעלע פארוואס קומסטו נישט צוריק צו דיין ווארעמע לעכטיגע שטוב געדענק טאטע מאמע האבן דיך דאך אזוי שטארק ליב אוי מענדעלע אוי מענדעלע מיר בענקען אזוי שטארק נאך דיר מענדעלע דיינע געשוויסטער האבן אזוי שייןאויפגערוימט דיין פריוואטן צימער אבער ביז דערווייל זאג מיט מיר מיט וואו דו ביסט נאר אימער זאג יום השישי ויכולו השמים מיר האבן אלע איין טאטן א געטרייען מ'קען פון אים נישט אנטלויפן דיין פרואוו מענדעלע איז אומזיסט דער טאטע ווייסט אייביג אויך יעצט וואו דו ביסט ער רעדט צו דיין נשמה יתירה און שרייט צו דיר מענדעלע טייערע גוט שבת גוט שבת גוט שבת פארדעם זאג מיט יום השישי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם ויכל אלוקים ביום השביעי מלאכתו אשר עשה ויברך אלוקים את יום השביעי ויקדש אותו יעצט ענטפער צוריק מענדעלע גוט שבת גוט שבת גוט שבת יארן זענען פארלאפן די ביטערע מחלה האט מענדעלע'ן געטראפן צום טאטן רעדט ער מיט א קול א פאר'צער'טן זיי מיר מוחל כ'האב דיר מצער געווען ספעציעל ביי קידוש געלאזט דיך ווארטן ווער ווייסט צי כ'וועל דעם שבתאיבערלעבן דעם קרענק גיס נאך איין מאל אן מיין כוס איך וויל קידוש זאגן מיט ענק צום שבת טיש מיינע חברים רוף זיי אלע איך וויל מיטזאגן קידוש פון דא אדער שוין פון בית דין של מעלה ליל ששי ביי חצות הלך לעולמו מענדעלע געט צוריק זיין טייערע נשמה פרייטאג צונאכטס מיט טרערן אלע חברים מיט אנגעגאסענע בעכערלעך דארט שטייען זיי ארום דער טאטע הייבט אויף מענדעלע'ס כוסמיט פחד ואימה ער שלאפט איין ויפל השם אלוקים תרדימה ער חלומ'ט נשמה טהורה אתה עתיד ליטלה ער זעט א געשטאלט געקליידעט מיט א ווייסע קיטעלע געט ער א געשריי אוי געוואלד מענדעלע מיין מענדעלע דאס איז מיין הייליגע נשמה'לע מיין מענדעלע מיט'ן זיידן ר' מענדל נאך וועם ער הייסט אין גן עדן צוזאמען ער שפאנט דער זיידע גיסט אן דעם בעכער און לייגט עס אריין אין מענדעלע'ס האנט טאטע מיין טאטע דא רעדט צו דיר דיין מענדעלע זאג מיינע חברים כ'בין גרייט אויף קידוש ה' אורי וישעי זאלן זיי מיטזאגן מיט מיר דעם יום השישי קינדערלעך טייערע מיר זענען זיך צוזאמענגעקומען דא לעילוי נשמת טייערן מענדעלע די מלאכים מיט די הייליגע נשמות ווארטן שוין אויף ענקער קידוש דער הייליגער באשעפער די שכינה הקדושה ווארט שוין אזוי לאנג אויף ענקער קידוש יעצט לאמיר אלע צוזאמען מיט אונזער מענדעלע די פמליא של מעלה גלוסט שויןצוהערן צו ענקער הייליגן קידוש לאמיר אויפהייבן דעם כוס צוזאמען מיט מענדעלע לאמיר מאכן קידוש זאגטס אלע יום השישי ויכולו השמים מיר האבן אלע איין טאטן א געטרייען ער קוקט אראפ צו אונז יעצט דא קינדערלעך ווי הייליג זענט עטס דא ענקער קידוש ווי גרויס אין הימל איך שעץ דא ער רעדט צו ענקער נשמה יתירה און שרייט קינדעלעך טייערע גוט שבת גוט שבת איי א גוט שבת פאר דעם זאגטס מיט קינדערלעך יום השישי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם ויכל אלוקים ביום השביעי מלאכתו אשר עשה ויברך אלוקים את יום השביעי ויקדש אותו לאמיר ענטפערן קינדערלעך גוט שבת גוט שבת איי איי גוט שבת אוי אידעלעך אוי אידעלעך טייערע ברידערלעך אט זענען מיר זוכה ליום שכולו שבת ומנוחה ווי שיין וועט זיין והיתה לה' המלוכה אוי אידעלעך אוי אידעלעך מיינע לעכטיגע ברידערלעך כוס ישועות אשא וועלן מיר זען עין בעין ווען די גאנצע בריאה וועט פון זיך אליינס שרייען יום השישי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם ויכל אלוקים ביום השביעי מלאכתו אשר עשה ויברך אלוקים את יום השביעי ויקדש אותו די גאנצע וועלט וועט שרייען גוט שבת גוט שבת אוי גוט שבת ליום שכולו שבת גוט שבת

כל ברכאן

מיכאל שניצלער

s0025 כל ברכאן מיכאל שניצלער לחן: וואלווי ליכטענשטיין | מילים: ליפא שמעלצער | ברכת הבנים כל ברכאן מיכאל שניצלער לחן: וואלווי ליכטענשטיין | מילים: ליפא שמעלצער | ברכת הבנים כל ברכאין דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין אידן זייט יעצט פרייליך וויילדער שבת קומט שוין באלד און א גאנצע וואך אויף אונז דער שבת הערליך שטראלט שבת קודש פאר אונז אלע ברענגט עס דאך א גוטע זיסע א לעכטיגע וואך

ליכט שמועסן

מיכאל שניצלער

s0661 ליכט שמועסן מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: שבתון ליכט שמועסן מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: שבתון די שטוב איז ציכטיג ריין דער שבת קומט צו גיין איך זע ווי דו טוסט שטיין נעבן מיר דיין ליכט דיינע געדאנקען נעמסטו צונויף דיינע הענט העכער מיר הייבסטו אויף און אויף דיין פנים לייגסטו זיי ארויף צו באדעקן דיין געזיכט קיינער הערט נישט קיינער זעט די טרערן איך לעכטל בייג זיך צו זיך אונטערהערן איך שאקל מיט מיט יעדע טרער'ל דיינע און מיט יעדן טרער פון דיר טראפט אויך מיינע איך בין דער וואס טוט דיין הארץ אפליינען איך פארשטיי גאנץ גוט מאמע פארוואס דו טוסט וויינען דו שטייסט געבויגן איבער מיינע פלאמען א הייסע תפילה בעט איך מיט דיר צוזאמען יהי רצון אלקינו אוי ותזכרנו לגדל בנים וזכנו והאר נירנו בזכות אמותינו אוי אוי אוי ביום קדשנו יהי רצון - זיין דיין ווילן א מאמע'ס הארץ ערפילן מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און געזונט אין זכות פון א אידישע מאמען זאלן זיי אייביג שיינען די לעכטעלעך וואס די מאמע צינדט ברוך אתה אשר קדשנו קדשנו במצותיו וצונו איבער מיר טו דיין האנט אויסשפרייטן אויף א גאנצע וואך מיין פלאם אין שטוב באגלייטן אלעס וואס געשען אין די וואך דו פארציילסט מיר דעם שמייכל דעם שטאך איך שפיר אפילו האסט נאך אנדערע דאנקען און וויי פאר איינעם אין די משפחה איז שווער דערמאנסט אויך א חולה מיט א טרער דו בעטס פון מיר לעכטעלע הער באלייכט די טונקלקייט ביי זיי איך שאקל מיט די פונקען דיר צו זאגן ווער נאך ווי איך פארשטיי וואס דיר טוט פלאגן איך שיין ארויף צום הימל זיך אויס'טענה'ן אז קומען זאל א וואך וואס זאל לייכטן און שיינען נעם אראפ די הענט פון דיינע טרערן גיב פאר יעדן קינד א קוש אין שטערן די צוויי מלאכים קומען באלד צוטרעטן איך וועל זיי איבערזאגן מאמע וואס דו האסט געבעטן יהי רצון אלקינו אוי ותזכרנו לגדל בנים וזכנו והאר נירנו בזכות אמותינו אוי אוי אוי ביום קדשנו יהי רצון - זיין דיין ווילן א מאמע'ס הארץ ערפילן מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און געזונט אין זכות פון א אידישע מאמען זאלן זיי אייביג שיינען די לעכטעלעך וואס די מאמע צינדט גוט שבת מאמע ווינטשן דיינע שטראלן איך גיי אויסברענען אבער זיי נישט געפאלן זיך אויסגעבעטן ביי מיר אזוי ווי יעדע וואך אמאל איך וועל דיר זען די קומענדיגע וואך נאכאמאל ברוך אתה אשר קדשנו קדשנו במצותיו וצונו איבער מיר טו דיין האנט אויסשפרייטן אויף א גאנצע וואך מיין פלאם אין שטוב באגלייטן

לכבוד שבת

מיכאל שניצלער

s0031 לכבוד שבת מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | ברכת הבנים לכבוד שבת מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | ברכת הבנים ערב שבת שוין צופרי איי איי איי דער שבת קודש גרייט מען צו איי איי איי מיט נייע קרעפטן לויפט אין געשעפטן מען יאגט אן קוים צום זמן קינדער לאמיר שיין אנגרייטן איי איי איי פאר שבת אלע דריי מאלצייטן איי איי איי ווי שיין איך בעט דיך קום שניידט די רעטעך קומט שבת וועט מען פרייליך זיין שבת איי איי איי שבת עס שיינט א פייער אין נשמה אריין אין וואכן פון דעם שבת טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם די טאטע מאכט א יושקע די מאמע מאכט א קושקע גרייט א בשמים פושקע – שבת שבתון אין לשכוח אין קאך עס גייט א רויעך מען לייגט צו קאפ און מוח די שבת ברענגט אונז הויעך – שבת איינער ביים שבת זייגער איינער ביים טאפ מיט נייגער א קוגל ווי דער שטייגער – שבת מען טוט אן שבת שליסלעך מען שיילט אפ די ניסלעך מען וואשט אויס אלע שיסלעך און אלץ ווערט גרייט צוביסלעך – שבת שבת איי איי איי שבת עס שיינט א פייער אין נשמה אריין אין וואכן פון דעם שבת טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם א לעכטיג דירה פרייטאג נאכט איי איי איי מלאכים אורחים מיטגעבראכט איי איי איי מען ברענט די זמירות מען זינגט די שירות קידוש יעדער מאכט און זיך וואשן טוען אלע איי איי איי מען טונקט חריף מיט חלה איי איי איי די זכר באנדלעך געפרעגלט האנדלעך יעדנ'ס פנים לייכט שבת איי איי איי שבת עס שיינט א פייער אין נשמה אריין אין וואכן פון דעם שבת טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם דער עולם שוין איז מידע דאך אזא שיינע סעודה אויך צייט פאר א רקידה – שבת עס האט דאך אלע טעמים מען האלט זיך אין די ראמען פארברענגט מיט זיי צוזאמען די קינדער טאטע מאמען – שבת נאך אזא וואך באמיען די סעודה לאנג נישט ציען מען דארף זיך גוט אויסרוען – שבת דער קליינער וועט נישט שטערן דער ברודער ביים פארהערן מען טוט אים גוט אויסהערן די נחת וועט זיך מערן – שבת שבת איי איי שבת עס שיינט א פייער אין נשמה אריין אין וואכן פון דעם שבת טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם אין שול מען זיצט ווי ברידערס און מען פארשפרייט חסידות א שיינע שלש סעודות – שבת עס שיינט א לעכטיג אורה דער עולם קוקט מיט מורא דער רב גייט זאגן תורה די קשיא איז שווער לכאורה א תירוץ א מסורה – שבת דער גבאי פון דעם שטיבל ער שניידט די הערינג צוויבל פונקט ווי עס איז מקובל – שבת דער שבת שוין פאראיבער פאר מוצאי לאזט מען איבער עס קומט דער גאנצער ציבור מען הערט א מגיד'ס דיבור פארציילט א גאנצע חיבור – שבת שבת איי איי איי שבת עס שיינט א פייער אין נשמה אריין אין וואכן פון דעם שבת טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם

מאמע

מיכאל שניצלער

s0496 מאמע מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | א נקודה'לע מאמע מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | א נקודה'לע אין 1943 דער טאטע שוין אוועקגעפירטאין מונקא-טאבער יעצט נעבעך איז געקומען די רייעאויף די קינדער און די ווייבער א דערשראקענע מאמע אויף די גאסאין קראקע שפאצירט זי דעם קליינעם משה’לע צום גרויסן בארטן פירט זי מיט די לעצטע שיף אפצושיקןקיין ארץ ישראל זיין עולה רגל אפצוראטעווען איר קליינעם קינד דעם לעצט-פארבליבענעם שעפעלע פון די נאצישע נעגל אויף דעם קליינעם שיפעלע דעם האלצערנעם גייט משה’לע ארויף מיט שרעק נאך איינמאל מיט ליבשאפט ארומגענומען וואלט זי’נ’אים פאר די שיף פארט אויף אייביג אוועק פון די דייטשן שנעל ער גייט שוין איר הארץ שיקט זי מיט טייער קינד בלייב מיר געזונט געדענק דו ביסט א איד אבער ווער וועט זיין מיין מאמע וויינט ער מיט דראמא אז דו לאזט מיך דא איבער אליין ביים בארטן אוי משה’לע מיין שעפעלע א נייע מאמע וועסטו האבן אין ארץ ישראל דארטן א מאמע א מאמע וואס וועט דיר זארגן און בעטן ביים כל יכול זוך איר ווען אנקומען דו גייסט פארגעס נישט ווי דיין נייע מאמע הייסט זי הייסט מאמע רחל מיט זכרונות פון זיין יוגנט א גאנצע בינטעלע פארט משה’לע א פארקלערטער די שיף אויפן ים ווי א קליינע שווארצע פינטעלע אלץ קלענער און ווייטער ווערט ער אוי די מאמע ביים הארץ רייסט זי מיט א האנט צו דעם שיפעלע ווייזט זי א שטילקייט די כוואליעס מאכן א קליין גערוישעלע די לעצטע מאל וואס די מאמע האט געזען איר משה’לע די קליינע שיפעלע פארט און פארט אן פארהאנקערן נאך דריי א האלב וואכן טוט זיביים בארטן פון ארץ ישראל אנקערן משה’לע טרעפט דעם ערשטן אידמיט א הדרת פנים וזקן חתימות און פרעגט אים מיט תמימות אפשר ווייסט איר וואו איז מיין מאמע רחל יא מיין קינד ענטפערט דער איד דארט ווייט קוק צו אינמיטן וועג אין בית לחם די מאמע רחל ליגט זי משה’לע מיט שנעלע טריט מיט א צעבראכן הארץ ווייעדיג גייט אריין אין קבר רחל קיינער איז נישט דארט ס’איז שטיל ס’איז ליידיג ער קוקט אהין ער קוקט אהער און מיט א טרער איינער איינער אליין אזוי יונג און קליין ביי מאמע רחל שטיין איינער עלנד אליין אומשולדיג ריין שרייט ער מיט געוויין אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע וואו ביסטו מיין מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע וואו ביסטו מיין מאמע וויינ'זשע מאמע וויינ'זשע מאמע מאמע רחל שטייט פאר דיר משה’לע דיין טייער קינד וויינ'זשע מאמע וויינ'זשע מאמע מאמע רחל קוק ווי מיין הייסע טרערעלעך רינט זאג'זשע מיר מאמע זאג'זשע מאמע מאמע רחל וואו געפינט זיך מיין עכטע מאמע אויף וועלכן ארט דאסמאל זאג'זשע מאמע זאג'שע מאמע מאמע רחל צי האט זי פארגעסן פון משה’לע איר יתומ’ל אוי מיין קינד דיין מאמע יעצט נעבן מיר דא ביים כסא הכבוד שטייט זי זי וויינט און איך וויין מיט מיט איר דא פאר דיינעטוועגן שרייט זי אוי משה’לע מיין קינד איך בענק נאך אים און איך באוויין אים בקרוב אינגיכן וועל איך דיר טרעפן מיט משיח’ן מיט מאמע רחל אינאיינעם ואני בבואי מפדן פארטריבן פון נבוזראדן מיט ווייטאג און מיט ליידן קיין בית לחם וועלן זיי גיין מיט זייערע ווייען און פאר דיר שרייען אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי מאמע וואס שלאפסטו אונזער מאמע וויינ'זשע מאמע וויינ'זשע מאמע מאמע רחל רחל מבכה על בניה וויינ'זשע מאמע וויינ'זשע מאמע מאמע רחל מאנה להנחם ווי קען א מאמע צוקוקן דעם גרויסן צער פון אירע קינדערלעך אירע שאף קום ארויס פון דיין באהעלטעניש דערפאר שטיי אויף פון דיין לאנגע שלאף אוי מאמע וויין מאמע דער באשעפער טוט דיין קול צוהערן מנעי קולך אין דעם זכות טאקע אזוי וועל איך מיינע קינדערלעך צוריקקערן אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אט אט טרעפן מיר דיך יא יא אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אם הבנים שמחה הללוקה הללוקה

מאן יימר

מיכאל שניצלער

s0139 מאן יימר מיכאל שניצלער לחן: עממי | מילים: ליפא שמעלצער | דער טאטע הערט מאן יימר מיכאל שניצלער לחן: עממי | מילים: ליפא שמעלצער | דער טאטע הערט ברוך השם מ’האט א שידוך שוין געטון דאס גאנצע שטעטל פונעם שידוך האט הנאה ר’ שלמה’לע’ס א טאכטערל מיט מיין עלטסטן זון ענבי הגפן דבר נאה געווען שוין ווארט אויך געווען טעלער ברעכן ס’פלעכט זיך ווייטער דער גאלדענער שיינער פאדעם א הערליכע חתונה מוז מען דאך פארשפרעכן די הוצאות זענען ממש פחדים א שמחה מ’מאכט אויף אן אופן באשיידן און פאר עס קומט די גרויסע נאכט א יעדן אויסצוקליידן די זאל די מוזיק זינגער בדחן אלעס מאכן גרייט יעצט האלט איך ביים בכור און איך בעט א תפילה נאר אויך מיין יונגסטן קינד צו פירן צו די חופה געזונטערהייט ס’קומען געסט פון ארץ ישראל שווייץ און פון אונגארן פרישטאג מיטאג נאכטמאל נישט צו לאזן זיי הונגערן די שמחה וועט אונז אויסברענגען הון תועפות די צירונג די מתנות די בלומען ומשלוח מנות אזויפיל געלט צו די שמחה פון וואו נעם איך עס דאס ווייבעלע זאגט אים אן עצה שלאג איך פאר איך האב א רייכן פעטער די בושה לייג אוועק גיי בעט אים געלט צום רייכן פעטער פאר נישט דא קיין ברירה איך פאק דיר שוין די פעק ער גייט מיט שווערע טריט אזוי בזוי ומבוזה אלע נאסע פנימ’ער באגלייטן אים ארויס ער שטייט שוין ביי זיין טויערל קושט די הייליגע מזוזה ער בלייבט דארט שטיין פארטראכט און ער גייט נישט אוועק פון הויז דאס ווייבעלע פארזויערט גיבט זי אים א פרעג פארוואס ווילסטו נישט גיין אהין פארוואס ביסטו פארטראכט אפשר ווייל עס דויערט זייער לאנג דער וועג ער זאגט איר ניין הער דעם חשבון וואס איך האב געמאכט ווער זאגט אז ער וואוינט נאך דארט מאן יימר ער זאל לעבן און אויב נאך זיין פאלאץ ער האט מאן יימר ער וועט געבן ווער זאגט אז ער איז נאך רייך מאן יימר צדקה געט ער אפשר געדענקט ער ניטאמאל אז ער איז גאר מיין פעטער וואס האב איך דאן אהין צו פארן אין א ווייטן לאנד איך פרעג דיר יעצט מיין ווייב אויף אהיימצוקומען ארעם קען איך ענדערש בלייבן אינדערהיים איינגעשפאנט מיר האבן דאך א טאטן מיינע כוחות קען איך שפארן איך דארף אים נישט צו זוכן ווייל ער איז דא מיט מיר ער האט מער פון פעטער נא וואס פעלט מיר אויס צו פארן לאמיר גיין אנקלאפן אויפן טאטנ'ס טיר איך זאג דיר אז ער וואוינט אלץ דארט לאמר ער וועט לעבן איך זאג דיר זיין פאלאץ ער האט לאמר ער וועט געבן איך זאג דיר אז ער איז גאר רייך לאמר צדקה געט ער איך זאג דיר אז ער האט אסאך לאמר טיילן וועט ער לי הכסף ולי הזהב פאר אים געהערט דאך דאס גאנצע געלט כבודו מלא עולם אויף די גאנצע וועלט נאר דער באשעפער מיינע הוצאות ער ציילט ער וועט מיר ארויסהעלפן פון מיין פראבלעם ער לעבט און ער האט ער געדענקט מיך און ער טיילט און ווען ער טיילט געט ער גענוג איך פארלאז מיך נאר אויף אים ישועת השם כהרף עין ער קושט שיין די מזוזה און מיט א ניגון גייט צוריק מיר דארפן בעטן דעם טאטן דעם געטרייען הוצאות החתונה וועט זיין איבער גענוג לאמיר באשטימען ווען די חתונה זאל זיין א שפע פון הימל וועט אונז קומען ביז דאן לחיים! לחיים! א גלעזעלע וויין בשעה טובה ומוצלחת צום ריכטיגן זמן

מודה אני

מיכאל שניצלער

s0034 מודה אני מיכאל שניצלער לחן: ר' משה וויינטרויב | מילים: ר' מנחם הארטמאן | מיין קינד טרעף מיך מודה אני מיכאל שניצלער לחן: ר' משה וויינטרויב | מילים: ר' מנחם הארטמאן | מיין קינד טרעף מיך אין הייליגן פרייטאג צונאכטס טאטי קומט פון בית המדרש אהיים פון דרויסן ער קוקט זיין שטוב ער באטראכט מיט די מלאכים וברוכים הם די טיש אזוי הערליך באפוצט מיט שיינע לעכט חלות און וויין די מאמע ווי א מלכה מיט נחת זי זיצט מיט ליבשאפט איר געזיכט פול מיט שיין די שמחה פון שבת אויף יעדנס פנים איז א שמייכל א זיסער ביי די בנים ובנות די שבת לעכט גלאנצן און צאנקען אוי מנוחה ושמחה די הארץ אזוי בארירט א ווארימקייט מ'שפירט ס'עפנט זיך זיינע געדאנקען באשעפער דיין גוטסקייט זע איך קלאר און איך ווייס על נפלאותיך שבכל עת נשמת כל חי תברך ס'פעלט מיר גארנישט פון אלעם איך האב מכל טוב וטיב זיס מנופת צוף משפחה און שלחן הערוך אוי הייליג באשעפער וויפיל חסדים טוסטו מיט אונז ס'איז אריבער א וואך מיט נחת און מיט סיעתא דשמיא לאמיר זינגען אלע צוזאמען מודה אני לפניך השם אלקי ואלקי אבותי אוי על כל החסד אשר עשית עמדי ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי

מיין ברודער

מיכאל שניצלער

s0509 מיין ברודער מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספרי תורה מיין ברודער מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספרי תורה מיין טייערע ברודער מיין לעכטיגע ברודער וואו ביסטו טייערע ברודער הייליגע ברודער וואס טוסטו מיין טייערע ברודער מיר האבן זיך געשיידט אזוי פרי מיין טייערע ברודער דו ביסט שוין געגאנגען צו דיין אייביגע רו אזוי געטריי ביסטו געווען אוי צו מיר אזוי נאנט בין איך געווען אוי צו דיר דאס הארץ בענקט און בענקט אן א שיעור ברענג דיין זעקעלע איך וויל אריינווארפן נאך איין מאל אין איר אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני רבי מאיר האט דיך באגלייט מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט און דיך מקבל געווען אויף זיין יארצייט אזויפיל מיטגעמאכט האסטו אין דיין לעבן אבער קיינמאל האסטו נישט אויפגעגעבן אזויפיל חסד מיט דיינע שוועריגקייטן א גוט ווארט א שמייכעלע פאר א צווייטן ווי שיין איז געווען דיין כיבוד אב ואם שבת פעקלעך געטראגן פאר אידן אהיים צי וועט דיין חלום אמאל ערפילט ווערן ברודערל איך שריי צו דיר צי קענסטו מיך הערן אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני רבי מאיר האט דיך באגלייט מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט און דיך מקבל געווען אויף זיין יארצייט מיין טייערע ברודער מ'האט מיך דא אויבן שיין אויפגענומען דער רבונו של עולם מיט די פמליא של מעלה איז מיר קעגנגעקומען מיין הייליגער טאטע ר' משולם זושא זאגט מיר מיט א שמייכל קום נאר מיין קינד וועל איך דיר ווייזן דיין שיינעם היכל ווייל אזוי געטריי צו די משפחה ווי א רעכטע האנט אזויפיל צעבראכענע הערצער האסטו אויפגעשיינט יתומים אלמנות ארעמעלייט אונטערגעלאנט א יעדער האט געשפירט ווי ער האט פארלוירן זיין בעסטן פריינט אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני רבי מאיר האט דיך באגלייט מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט און דיך מקבל געווען אויף זיין יארצייט טייערע קינדערלעך איך בין נאך געבליבן געטריי מיט מיין זעקעלע פארן כסא הכבוד איך שריי טאטע פאר א יעדן אידיש קינד שיק שוין נחת פרנסה שידוכים און געזונט ביי יעדן היכל מיט מיין זעקעלע אין מיין הענט שריי איך הייליגע אבות ווארפטס אריין וויפיל איר קענט איך שטיי און וויין ביי משיח בן דוד און אלע צדיקים וויינען מיט מיר אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני רבי מאיר האט מיך באגלייט און צוזאמען מיט מיר ער שרייט טאטע טאטע מיר זענען שוין גרייט רבי מאיר האט מיך באגלייט און צוזאמען מיט מיר ער שרייט קינדערלעך קינדערלעך אט אט ווערן מיר באפרייט אט אט אט אט ווערן מיר באפרייט אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני רבי מאיר האט מיך באגלייט און צוזאמען מיט מיר ער שרייט קינדערלעך קינדערלעך אט אט ווערן מיר באפרייט רבי מאיר האט מיך באגלייט און צוזאמען מיט מיר ער שרייט קינדערלעך אט אט זענען מיר באפרייט

מיין הארץ

מיכאל שניצלער

s0140 מיין הארץ מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מימיני מיכאל מיין הארץ מיכאל שניצלער לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מימיני מיכאל קינדערלעך טייערע איך פיל מיך זייער גוט דאס זענען געווען מיינע ווערטער יעדע מינוט כאטש וואס מיין פוס איז מיר געשוואלן מיין אטעמען איז מיר נישט געפאלן דאך קינדערלעך טייערע איך פיל מיך זייער גוט טאטי ניין דו פילסט דיך נישט גוט גיי אונטערזוך דיך דיין צוקער דיין מח דיין בלוט אן הצלה-מאן סוכות ער טרעפט מיך מיט א גרויסן דאקטער ער באהעפט מיך ער זאגט מיר מיכאל גלייב מיר דו פילסט דיך נישט גוט דער דאקטער קוקט מיך אן און אונטערזוכן מיך פראבירט ער ער ווערט בלאס ווי דער וואנט און שרייט אויס א שאקירטער דיין הארץ איז דיר פארשטאפט ווי קען זיין אז דו לעבסט נאך דו רעדסט דו שטייסט און גארדו זינגסט און דו טעיפסט נאך מיט א שמייכל זאג איך דאקטער הער וויאזוי איך טו-עס איך לאז נישט קיין פראבלעמען פארלעשן מיין חיות איך בין מיטן באשעפער איך האב באמת קיין מורא נישט ווייל שלעכטס קומט ארויס פונעם בורא נישט איך בין א חלק אלוקי ממעל אוי ממעל איך בין הייליג גארנישט טוט נישט וויי בכלל איך בין א חלק אלוקי ממעל אוי ממעל איך בין הייליג גארנישט טוט נישט וויי בכלל דער באשעפער טוט נישט שלעכטס פאר זיך אליין ער ווייסט דאס בעסטע וויאזוי עס דארף צו זיין קינדערלעך טייערע איך פיל מיך זייער גוט צום אפעראציע איך גיי שוין אריין אין אפאר מינוט אונז זיץ מיר דארטן אלע אין פארצימער ארומשמועסן ווי געהעריג אונז טו מיר דער דאקטער פארשטייט נישט ווי קען זיין איך פיל מיך אזוי גוט אט עפן איך דיין הארץ יפתח לבנו וויפיל מאכן עס נישט דורך לא עלינו איך זאג אים איך האב קיין שום פחדים פון דאקטוירים מיט גרינע בגדים איך בין מיטן בורא ס'קען דאך נאר זיין גוט דער דאקטער שטוינט איך טו דאס שוין איבער שלושים שנים איך האב נאך קיינמאל איינגעשלעפט א פאציענט מיט אזא שמייכל אויף זיין פנים די אפעראציע פיין געלונגען ברוך השם-איז כאטש עס פארט ארום אז ברוך דיין האמת צוריקבאקומען מיין געזונט פון הימל א מתנה איך ווייס קלאר אז לטב איז כל מה דעביד רחמנא קיין שרעק קיין זארג אידעלע לאז דיך נישט פארפירן ס'איז דאך נישט מעגליך אז שלעכטס זאל דיר פאסירן ווייל דו ביסט א חלק אלוקי ממעל אוי ממעל דו ביסט הייליג גארנישט טוט נישט וויי בכלל דו ביסט א חלק אלוקי ממעל אוי ממעל דו ביסט הייליג גארנישט טוט נישט וויי בכלל דער באשעפער טוט נישט שלעכטס פאר זיך אליין ער ווייסט דאס בעסטע וויאזוי עס דארף צו זיין אידעלע גערעכט נישט אלעמאל איז גוט ליידער מאכן אידן אזויפיל מיט צרות נסיונות געפערליך אויפן הארץ איז דאך אזוי שווערליך דיין באשעפער טוט דאס מוז זיין אז ס'איז גוט נעם דאס אריין אין קאפ הער וואס מיר פארציילן דיר דו ביסט נישט נעבן דעם באשעפער ניין ער איז גאר א טייל אין דיר ביסט א איד א חלק אלוקי געבינדן און געקניפטע ער איז אין דיר אין זמנים גוטע און געציפטע ער ווייסט דאך דאס בעסטע וויאזוי זיין וועלט צו פירן השלך על השם און לאז דיך נישט פארלירן גיי ארום מיט שטארקייט וויש אוועק דעם געוויין געדענק אז אונז מיטן באשעפער זענען איין איך בין א חלק אלוק ממעל אוי ממעל איך בין הייליג גארנישט טוט נישט וויי בכלל איך בין א חלק אלקי ממעל אוי ממעל איך בין הייליג גארנישט טוט נישט וויי בכלל דער באשעפער טוט נישט שלעכטס פאר זיך אליין ער ווייסט דאס בעסטע וויאזוי ס'דארף צו זיין

מיין טייער קינד

מיכאל שניצלער

s0324 מיין טייער קינד מיכאל שניצלער שמחה חסידית מיין טייער קינד מיכאל שניצלער שמחה חסידית טאטע ווען עטס זיצט דא ביי מיין זייט מאמע איך דערמאן זיך און איך בענק ווי גוט איז געווען צוריק מיט א קורצע צייט ווען איך בין געווען אין שטוב צוזאמען מיט ענק געגאנגען בין איך יעדן טאג אין חדר מיט מיינע חברים האב איך זיך אזוי שיין געשפילט אבער יעצט מאך איך מיט אזויפיל ליידער ווי קענט עטס שטיין און צוקוקן דאס בילד טאטע ליבער טאטע עס טוט מיר אלעס אזוי שטארק וויי מאמע ליבע מאמע איך וויל שוין צוריקגיין אין חדר לערנען מיט זיי טאטע מיין ליבער טאטע וויפיל יסורים וועל איך מיטמאכן איך בין דאך אזוי קליין מאמע מיין ליבע מאמע איך וויל מיט ענק יעצט צוריק אהיימגיין האב נישט קיין מורא טייער קינד מיר שטייען דא און זארגן אן א שיעור ביז דער באשעפער וועט דיר שענקען כח און געזונט מיר וועלן בקרוב אהיימגיין מיט דיר האב בטחון ימין השם רוממה ער וועט דיך נישט פארלאזן קיינמאל ער וועט דיר שיקן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל טייער קינד דיין געוויין איך הער איך זע דיין רעש דיין טומל איעדעס מאל ווען א אידיש קינד לאזט א טרער פאלן צוויי טרערן פון הימל אפילו דו פארשטייסט נישט מיינע וועגן ס׳איז אמאל זייער שווער צו פארשטיין זאלסטו חלילה קיין קשיות נישט פרעגן די תירוץ ווייסט קיינער נאר איינער אליין מיין קינד מיין קינד מיין טייער קינד ישראל אפילו דו מאכסט מיט שווערע צייטן אמאל אמאל מיין קינד מיין קינד זאלסטו וויסן מיין קינד ישראל איך האב דיך ליב אן א שיעור אן א צאל מיין קינד מיין קינד איך האב צו דיר א בונד איך וועל דיך אייביג געדענקען מיין קינד מיין קינד שטארק זיך אצינד איך וועל דיר גוטע צייטן נאך שענקען האב נישט קיין מורא טייער קינד ווייל איך זארג פאר דיר אן א שיעור איך וועל דיר שענקען כח און געזונט ביז איך וועל אהיימגיין מיט דיר האב בטחון ימין השם רוממה איך וועל דיך נישט פארלאזן קיינמאל איך וועל שיקן א ישועה שלימה פאר מיין קינד כלל ישראל הוא יגאל אותנו הוא יגאל אותנו הוא יגאל אותנו בקרוב

מיין קינד טרעף מיך

מיכאל שניצלער

s0325 מיין קינד טרעף מיך מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מיין קינד טרעף מיך מיין קינד טרעף מיך מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מיין קינד טרעף מיך אוי א פחד ער זעט אויס שרעקליך דער טאטע ביי די טיר די מאמע ברענגט די פעקלעך ער פארט צום ערשטן מאל ארויס פון ארץ ישראל ווייל דאקטוירים דא האבן שוין אויפגעגעבן קיין אמעריקע זיך היילן אולי ירחם ער קוקט אויף זיינע קינדערלעך ווער ווייסט צי ער קומט נאך אהיים צווישן דעם גרויסן טומעלע שטייט דער קליינער שימעלע אוי ווער ווייסט צי איך וועל נאך דיין בר מצוה דערלעבן אדורך יסורים יגעתי שימעלע וויינט אנכי לא ידעתי וואו איז מיין טאטי איך בענק אזוי נאך דיר יעדע נאכט און איך וויין שיק מיר כאטש אפאר בריוועלעך ווייל אויסהאלטן אן דיר ווי וועל איך שיקן יעצט א בריוו פאר דיר וועל איך אוי טאטע עפן מיין בריוו מיט א טרערעלע ליין אוי טאטע אוי טאטע צו מיין געטרייע טאטע איך זוך דיך ארום וואו ביסטו אצינד קום שנעל צוריק איך ווארט אויף דיר אין שטוב ווייל איך האב דיך טאטי אזוי שטארק ליב מיט בענקשאפט פון שימעלע דיין געטרייע קינד אוי שימעלע אוי שימעלע מיין טייערע שימעלע וואו זוכסטו איך ליג דאך אין שפיטאל זוך מיך אין דיין סידור'ל ביי רפאינו זוך מיך אין דיין תהילימ'ל ביי אל תעזבנו דאן אפשר וועל איך דיך זען נאכאמאל זוך נאך אביסעלע מער לייג צו נאך א טרער כסדר פון דיר איך קלער שיק דיין בריוועלע צום טאטן אין הימעלע זוכטס מיך אלע צוזאמען געב א גרוס דיין מאמען איך שרייב דיר פון איבער וואסער און ימ'ען פון דיין געטרייע טאטע צו דיר מיין שימעלע פון הימל עס טראפט אראפ נאך א טרער דו האסט געוואלט מיר זאלן דיך זוכן מער אויב דער גלות געפעלט דיר נישט קום ארויס פון דיין באהעלטעניש לאמיר שוין זען א שטראל פון האף פון ליכט למה יאמרו הגוים איה פארוואס דארפן מיר פארשעמט ווערן פאר זיי רצונינו לראות את מלכינו אוי שתרחמינו צי האבן מיר דען דיך נישט גענוג געזוכט דרשו את השם בהמצאו געפירט אין אוישוויץ מ'האט זיי א פלאם הבערה יצאו די שענסטע קהילות אוועק מיטן רויכ'ל טרעזינשטאט און טרעבלינקע'ן ס'האבן געשפריצט די פונקען זיי האבן צום הימל געוואונקען מיין קינד זוך מיך מיט א שטערקערן כוח'ל טאטע אוי טאטע אוי הייליגער טאטע וואו ביסטו באהאלטן וואו א קליין קינד זוכט דיך ביי רפאינו א מאמע זוכט דיך ביי שמע קולינו אוי אלוקינו איכה אוי טאטע מיין טאטע געטרייער טאטע וואו האסטו דיך באהאלטן וואו א יונגערמאן זוכט דיך ביי והכן פרנסתנו א זיידע און באבע ביי ואל תשליכנו ותחזינה עינינו קום שוין ארויס טאטעניו מיין קינד מיין קינד מיין טייער לעכטיג קינד איך קען דיך שוין זען מיט דיין טרער מיט דיינע שוועריגקייטן קום נאך א טריט און דיינע אויגעלעך עפן וועסטו מיך שוין זען און באלד טרעפן מיר שטייען אזוי נאנט איינער צום צווייטן אוי יגעתי ומצאתי תאמין ווי שיין וועט עס זיין צוזאמען זינגען אני מאמין און דאן וועט איר אלעס גוט פארשטיין יחד הרים ירננו מיט משיח צדקנו במהרה בימינו קינדערלעך זיסע ענטפערטס אמן

משמח חתן כלה

מיכאל שניצלער

s0526 משמח חתן כלה מיכאל שניצלער לחן: הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זצ"למילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן משמח חתן כלה מיכאל שניצלער לחן: הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זצ"למילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן די הייליגע גמרא איז זייער משבח דעם ווער ס’איז א חתן וכלה משמח עד כדי כך מען איז ביכולת זוכה צו זיין לחמשה קולות פאסירט אמאל ביים הייליגן רבי’ן פון לובלין ער פארט אוועק אין א שטאט זייער זייער ווייט אינמיטן די נאכט קומט ער אן אהין דארט צו זיין אכסניא וואס ער האט געהאט דער צדיק געט איין קוק בלויז ס’איז שוין צייט אויף תיקון חצות ער נעמט ארויס דעם קליינעם סידור’ל מיט יללות אויף דער ערד זיצט ער איינגעבויגן טרערן רינען פון די הייליגע אויגן אז די שכינה הקדושה איז נאכאלץ אין גלות אינמיטן פלוצלינג טוט ער שטיין בלייבן ער שטעלט זיך אויף און בעט דעם גבאי’ן גיי ארויס אין גאס קוק דיך אום קלאר דאכט זיך מיר אז עפעס גייט דא אין שטאט פאר דער גבאי גייט ארויס און קומט צוריקצולויפן רבי ס’איז דא א חתונה אין איינע פון די הויפן דער הייליגער ראפשיצער שטייט דארט אין די הייך ער זאגט דארט בדחנות און איז משמח ער זאגט דארט ווערטלעך ווי א מומחה דער גאנצער עולם איז מלא שמחה זיי אלע פרייען זיך מיט חתן-כלה דער חוזה הערט מיט התפעלות אויב אזוי פארשטיי איך אלעס וואס דא האט פאסירט וועל איך דיר זיין מגלה געווענליך יעדע נאכטווען איך זעץ מיך אויף דער ערד איך זאג תיקון חצות מיט געוויין אן א שיעור אויבן אין הימל א טומל עס ווערט אלע מלאכים וויינען מיט מיט מיר ווען איך זאג תיקון לאה איך זאג תיקון רחל וועקן זיך אויף די הייליגע אמהות זיי גייען דארט ארויף פארן כל יכול זיי רייסן דארט איין מיט בכיות נוראות אבער היינט דא ווען איך האב געזאגט קיינער אויבן האט נישט געקלאגט איך האב געזען ווי די מלאכים טאנצן צונאזאם אפילו די אבות ואמהות איך האב נישט פארשטאנען פשט פארוואס אבער יעצט פארשטיי איך שוין וואס איז געווען דער טעם ווען א חתן-כלה פרייען זיך דא איז אויבן אין הימל אין עולם הבא פארגעסט מען דארט אויך פון יעדן מין צער וואויל איז דעם צו זיין מקנא ווער ס’איז א חתן-כלה מהנה ווי גרויס איז די מצוה ווי גרויס איז דער שכר

ס'איז געווען גוט

מיכאל שניצלער

s0368 ס'איז געווען גוט מיכאל שניצלער לחן: ר' איציק שווארץ ר' זאב בעכערמילים: ר' נפתלי הירצקא ראזענבערג | יא דו קענסט ס'איז געווען גוט מיכאל שניצלער לחן: ר' איציק שווארץ ר' זאב בעכערמילים: ר' נפתלי הירצקא ראזענבערג | יא דו קענסט אויף אלע שטעגעלעך פיל פערד און וועגעלעך פארן אויף שבת קודש צום רבינ'ס אכסניא ארעם און פארמעגליך קומען אן טעגליך צום הייליגן רבי'ן דער בעל התניא א זמן א צוגעפאסענע דער רבי מאכט חתונה יעדער טוט זיך מיט א לעכטיג אור רישן דער מחותן נישט אבי ווער דער הייליגער בארדיטשובער א חתונה א זעלטענע א היסטארישן פון זונטאג ביז פרייטיג עולם הזה מ'באזייטיגט מען פארט צום צדיק צום רבי'ן אין הויף שנעל דעם פערדל טרייב עס פארשטייט זיך אז מ'בלייבט ביז דעם הייליגן שבת יום שכולו טוב א ריקוד א טענצעלע א גלעזעלע לחיים יעדער דאס רענצעלע שלעפט זיך מיט ביי אים מ'זינגט בשיר ורננים קיינער אויסגעשלאסן א שמחה אויפן פנים אויף יעדן אויסגעגאסן פון קראקא פון ווארשא ס'קומט א קבוצה'לע ר' מענדל ר' הארשע ר' שמואל און ר' איצעלע א תורה אויף די פרשה א מליצה'לע א חסידישע שמועסעלע לקראת שבת לכו ונלכה יעדער איינער מיט געפילן פרייליכע בואו ונצא לקראת כלה שבת מלכתא אין רבינ'ס הויז מ'טוט גלאנצן און ביגעלן אויך אינעם קלויז טוט שיינען און שפיגעלן פון אויוון ארויס צוויי קוגעלן געשעפט וואסער אין די קריגעלן די רביצין ווייסט געדענקט נאך פון פריער די משרתת זי הייסט פארשפארן די טיר די געסט וואס קומען פון אלע עקן פיר נישט נעמען קיין מאכלים פון איר פרייטאג צונאכט די חתונה קומט פאר וצדיקים ישמחו יעלצו מ'ווערט נישט אפגעשוואכט ס'איז לילה כיום יאיר צו שלאפן גיין קיינער נישט זיך איילט צו צדיקים יראו א לעכטיגע צורה אויף די פיסעלעך קוים שוין מ'שטייט שוין פארטאגס פירע די גאנצע חבורה צום רבינ'ס דאווענען מ'מאכט זיך גרייט א חבריא קדישא מיט כוחות פרישע זיי קלערן לאמיר דאווענען אות ביי אות אין מקוה א טבילה כאפן זמן תפילה און מ'וועט דאווענען ביים עלות נאכן דאווענען זיי ווילן דעם הונגער אפצושטילן פראווענען א קידוש זאגן א דבר חידוש א הערינג א מאטיאש א לעקעך צי א קוכן זיי זענען נישט מייאש זיי טוען ווייטער זוכן דער חסיד ר' שמואל מונקעס אריינגעקראכן פלינק איז דורכן פענסטער ער טרעפט א גרויסן קוגל די פרייליכע יונגעלייט הנאה געהאט ווען חסידים פרייען זיך צו פרנסה מסוגל די רביצין שפעטער קומט אריין איך קאך אויפן ארט זעט איר געפערליכע בראך מיט טרערן זי לויפט אריין צום רבינ'ס שטיבל ר' שמואל צו דין תורה מוז קומען רבי זי שרייט געפלאגט אנגעגרייט געוואשן געזייט ס'קיין קלייניגקייט מיט כוונות געשניטן די קארטאפל די צוויבל די חסידים האבן אלעס צוגענומען דער רבי לאזט רופן דעם חסיד דעם טיפן ר' שמואל וואס איז שטענדיג פרייליך בגילופין הער מיך צו ער זאגט איר איך פארשטיי וואס פלאגט דיר נאר שבת ווייסט לכאורה מ'פירט נישט קיין דין תורה נישט פארגעסן האט זי צוריקגעקומען מוצאי ר' שמואל קומט אויך צוריק צום רבינ'ס דירה זיין שמייכעלע ער האלט אן און ער רופט זיך באלד אן די רביצין זאל אנהייבן מיט די טענות אירע מיט געוויין זי קלאגט איך האב מיך געפלאגט געארבעט אזוי שווער לכבוד שבת שלום און איידער ס'האט געטאגט אלץ וואס כ'האב פארמאגט די חסידים צוגענומען די מאכלים ר' שמואל ער זיצט דארט אין די זייט שטיל דער רבי פרעגט אים צי זאגן עפעס ער וויל שמואל דאס ווארט יעצט אינגאנצן דיין איז לייג מיר פאר דיינע טענות ער זאגט אויפן מינוט איך האב קיין טענה ניט ס'איז געווען גוט געהאט אפעטיט רבי איך האב קיין טיינע [טענה] נעין [ניין] די קוגל איז גוט געווען! דער רבי געט א שמייכל מיט זיין הייליגן בליק ר' שמואל האט דעם שכל א געדאנק גאר בליציג אין רבינ'ס היכל די שמחה איז צוריק געווארן פרייליך און לוסטיג דער הייליגער רבי זאגט אויף דעם תורה שטעלט זיך א גרויסע קשיא לכאורה שבת צופרי א איד נעמט זיך די מי מיט א ברען צום סידור'ל גייט צו ער געט א געשריי נשמת כל חי מיט ביידע הענט אין דער הייך ער פילט זיך געראטן פלוצלינג קומט דער שטן אין הימל פרעגט ער ווי איז דאס שייך ווי קען ער דאווענען נאך אזא וואך פראווענען ס'איז דאך נישט געווען אזוי צום גוטן יעצט שבת וואס מיינט ער ביים דאווענען וויינט ער ער שטעלט זיך אהער ווי א גאנצע מחותן ענטפערט אויף דעם דער הייליגער בורא שבת איז נישט קיין זמן פאר דין תורה דער באשעפער דעם שטן אין די זייט ער רוקט לאזט אים נישט זיין מקטרג זונטאג קומט ער ווידער מיט טענות נאך און נאך קוק וויאזוי ס'איז געווען די גאנצע וואך צו א דין תורה איך רוף אים צום בית דין דעם איד פרעגט מען וואס איז דיין טענה געוועזן דער איד טוט אויפשיינען צום באשעפער ער זאגט איך טו גארנישט טענה'ן ס'איז געווען "גוט"!דער נשמת איי ס'האט דאך אלע טעם'ן מ'איז מסכים מיט אים צוזאמען ווייל א איד סיי אין וועלכע מצב דער בורא האט אים ליב מתחילה ועד סוף ס'איז דאך נישט דא קיין שאץ אויף א קרעכץ וואס איז אמת ויציב אלע אינאיינעם ברידערלעך צוזאם נישט אויסלאזן קיינעם אן קיין אויסנאם מיט אזויפיל טעם די נשמה פלאם שבת אחים גם לקראת שבת לכו ונלכה מיר גרייטן זיך מיט געפילן פרייליכע ליום שכולו שבת שבת מלכתא בירושלים הבנויה

סענדי קענדי

מיכאל שניצלער

s0171 סענדי קענדי מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | יא דו קענסט סענדי קענדי מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | יא דו קענסט מענדי מענדי מענדי גע'מיר דיין בייק כ'וועל דיר קויפן א קענדי סענדי סענדי סענדי געב מיר א רייד כ'וועל דיר קויפן א קענדי יאנקל שרייט אויס צבי קויף מיר אויך בעט איך דיר אלע קינדער לויפן צו מיט יאנקל צום גראסערי ווייל די קינדער שפילן אויף די גאס איינער שמייכלט איינער האס איינעם גייט די שפיל גאר גוט דער דריטער יעדעס מאל ער איז 'איט' יאנקל'ס בייק ס'פעלט א רעדל ער האט אבער פון טאטנ'ס לעדל א שפילצייג א מטבע געטראפן ער קען פון דעם בעסער נישט האפן און דער געשעפטסמאן איז זיך מחיה גענומען האט ער די מטבע דערהערט די קינדער'ס געשרייען און געגעבן נאשערייען נאך צוגעלייגט פיל בחינם און געזען ווי די מיילער רינען אלעס מיט א שיינעם דאנקל פאר זייער חבר יאנקל מענדי מענדי מענדי נעם מיין בייק פאר די גוטע קענדי סענדי סענדי סענדי דא האסטו א רייד פאר די קענדי יאנקל שרייט אויס צבי כ'האב געקויפט פון אלעם פשי!מיט א ש'כח לייגט יעדער צו פארן אונז נעמען צום גראסערי יאנקל'ס טאטע צוויי טאג שפעטער קוקט ארום זיין שאדן זעט ער אז דער מטבע איז נישט דא ער ווערט רויט ווייס און בלוי און ווען דער יונגל הערט זיין שטימע ווי זיין טאטע קוקט מיט בייזע ברומען זאגט ער מיט א קול א דינעם איך האב עס בטעות גענומען טאטי ווייל מענדי מענדי מענדי האט פאר זיין בייק מיר געגעבן א קענדי סענדי סענדי סענדי האט מיר געגעבן א רייד פאר די קענדי דער טאטע זעט ס'איז צרות עס טויג מיר אויף כפרות מיינע קינדער וויסן איר זאלט דער מטבע איז געווען פון גאלד איך בין נישט קיין טאטע א רייכן דאך באלעבאטיש וויל איך חתונה מאכן האב איך געהאט בדעה נאר פון די איין מטבע יאנקל וויינט גאר ביטער טאטע בעטן טוט ער קום מיט מיר צום גראסערי לויפן די מטבע צוריק אפקויפן אה יחזקאל וואס מאכסטו ווייסט דיין זון איז געווען דא היינט ביי מיר ער איז געווען ביי מיר מיט אלע קינדער ער האט נאר געהאט צוויי קאפיקעס איך האב אים געגעבן נאך מער קענדיס כ'האב רחמנות געהאט אויף אים כ'האב געוואוסט אויפן גנב ברענט דאס היטל געב מיר שוין צוריק מיין גאלדענע רענדל! ווייל אז נישט ביסטו שופך דם! איך? שופך דם? רענדל? וואס?דו קענסט איבערדרייען די רעכענער דא האסטו די שליסל פון מיין אפיס איך בין קיינעם נישט שולדיג אפילו קיין פרוטה די שטאט דרייט זיך איבער די מעשה פארט ארום ביים ציבור יעדער האט א גאנצן חיבור מ'הערט די געשיכטע מיט צויבער דער געשעפטסמאן איז א רויבער יעדער לייגט צו פעפער און אלעס מיינט מען דעם באשעפער יעדע רגע קומט עפעס צו קיינער קויפט מער נישט אין דעם גראסערי מ'שטייט שוין ביי דין תורה דער געשעפטסמאן ווי א מצורע נאך פארשידענע ריידעס דאס קינד קומט זאגן עדות מ'דארף נישט נאך א ראיה איך האב אים געגעבן די מטבע בית דין טוט אפמאלן די גראסערי מוז אלעס באצאלן מ'האט פארמאכט דעם העפטל פארקויפט דעם גאנץ געשעפטל זיך געגעסן פארשעמט זיין נאמען דער געשעפטסמאן ר' אברהמ'ען וועם יעדער האט בארעדט ס'האט אים נעבעך אפגעקאסט א גט ער פאקט זיך זעק און פעק און פון די שטאט ער מופט אוועק אינמיטן וועג מיט די געפאק גייט אויס מיט א הארץ-אטאק קוים צען מענטשן א חבריא געווען ביי די לויה שטיל שבעה איז מען געזעסן און פון די מעשה האט מען פארגעסן אבער אויף יענער וועלט איז עס געבליבן ווייל דארט ווערט אלעס פארשריבן יארן שפעטער א בריוול זעט ער פון א איד פון ירושלים געמאכט א שלעכטן נאמען פאר דיר און אברהמ'ען וואס איז שוין אין שמים כ'בין ארום די וועלט געגאנגען נאך געלט געקליבן פרוטה נאך פרוטה ביז ביי דיין קינד א מטבע האט מיר געווען מחיה אזא ישועה א גוטע איך האב אים געזאגט קינד מיינס געב מיר די מטבע דיינס איך וועל דיר געבן פאר דעם צוויי שוין געט דאס קינד א געשריי און אזוי האט ער געטון דיין געטרייער זון יונגערהייט פון שרעק און וויי פארגעסן פון דעם איינס צוויי דריי שפעטער איך האב געהערט די וועלט האט זיך איבערגעקערט מיט די נייעס די פרישע פון אברהם מיט זיין בושה און איך האב מיר געשעמט אינעווייניג גאר שטארק פארקלעמט איך בין נישט געשטארבן אברהם איז געבליבן א קרבן געזאגט האט דאן א גאון נישט דא יעצט מער וואס צו טאן דער ירושלמי דער ארעמאן איז נעבעך שווער אויך דן צו זיין און אוודאי אויך נישט דער טאטע געווען צעריסן ווי א שמאטע געהערט די עדות פונעם קינד אבער א קליין קינד איז ריין פון זינד און זיכער נישט דער גראסערי מאן וואס איז אין פעקעלע בחינם אריין וואס דער דין תורה האט געטון אלעס גע'פסק'נט נאר לויטן דין איז ווער איז יא שולדיג? ווער? אלע העלפערס גאר העפליך געקומען ווי גרויסע קאך-לעפלעך קאכן העלפן און מישן אויף בענק און אויף טישן מענדי סענדי הענדי פון היינט מאל אן ווען דו הערסט א מעשה פארנעם דיר זיי שטיל כאטש עס ברענט דיר וועסטו אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט אויך קריגן א קענדי

עפשטיינ'ס בעקעריי

מיכאל שניצלער

s0543 עפשטיינ'ס בעקעריי מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | דער טאטע הערט עפשטיינ'ס בעקעריי מיכאל שניצלער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | דער טאטע הערט בייגעלעך בייגעלעך פון עפשטיינ’ס בעקעריי בייגעלעך בייגעלעך פון עפשטיינ’ס בעקעריי ווער וויל קויפן הייסע פרישע בייגעלעך? ווער וויל קויפן בייגעלעך אפאר פיאסטער בייגעלעך פריש געבאקן האט מיין טאטע ברויט איך בעט אייך קויפט די בייגעלעך הייסע פרישע בייגעלעך נעמט ארויס מיין טאטן פון זיין נויט אז נישט בלייבט דאס פאר די פייגעלעך א שאד די גוטע בייגעלעך איך בעט אייך הערט שוין צו מיין געשריי איך געב פאר ביליג שוין נעם עס קויפט פון קלמן קלונימס איך קום פון טאטן עפשטיינ’ס בעקעריי מיין טאטע איז דאך עפשטיינ’ס בעקעריי אינדרויסן דער יונגעלע שטייט בייגעלעך בייגעלעך שרייען קיינער הערט נישט ווי ער שרייט ווייל אינדרויסן גיסט רעגן און שנייען דאס קינד אויף א שטיין האט זיך געזעצט און הייבט אן צו וויינען צו זיך די בייגלעך איז אדורכגענעצט וויאזוי אהיימגיין קען איך וואס צו ווארטן איז נישט דא טראכט ער פארצווייפלט מ’האט זיך איבער מיר נישט דערבארעמט און זעענדיג די שול האט ער זיך שנעל אריינגעאיילט כאטש צו ווערן אביסל אנגעווארעמט די שול איז געפאקט און איעדער איז שטיל דער רב זאגט א פשט אין גמרא ער ענדיגט שוין צו און אהיימגיין איעדער וויל אט הערט זיך א קול’כל א קלארע דער עולם עס לויפט צאם מ’פרעגט ווער איז ער יעדערער קוקט אויף דעם יונגל זאגטס נאר ווער קען אים ווי קומט ער אהער מ’הערט צו די רייד פון זיין צינגל ער איז מסביר די דרשה גאר א טיפן פשט דער עולם איז אין א פרייליכע גוסטע אן עלטערער איד רופט אים גלייך אין א זייט זאג נאר זאג נאר וועמענס ביסטו? מיין טאטע איז פון די בייגעלעך ר’ אהרן מיט די טייגעלעך איר קענט מיין טאטן עפשטיינ'ס בעקעריי? מיט קיכעלעך און פערפעלעך גיי איך אין די דערפעלעך סחורה ברענגען דארף איך דאך פאר זיי מיט פארוויינטע אייגעלעך דורכגעווייקטע בייגעלעך שטיי איך אין דעם מארק אזוי פארשעמט און עטס מיט ספרים ביכעלעך אן די ברויט און קיכעלעך לערנטס דא אין שול אזוי באקוועם הער צו יונגעלע מיין פלאן דו האסט דאך א מח א שארפן איך זאג דיר ס’זאל זיין וואס ס’זאל זיין כ’בין גרייט צאלן אלע באדארפן פאר דיין טאטן און דיין מאמען צאל איך אלץ וואס מ’ברויך גרויסע זכותים’לעך האסטו מלמדים צו דינגען אויף דעם באצאל איך אויך אלעס וועט זיין אויף מיין קאסטע זיי ביידע זיי גייען צו די עלטערן אריין זיין איינפאל וויל ער זיי פארשלאגן אוודאי בין איך מסכים א תלמיד חכם ער זאל זיין ווי קען מען אזא זאך אפזאגן דער טאטע מיט די מאמע זיי ווינטשן אים אן א פאדעם פון תורה צו שפינען מ’קען נישט באצאלן וואס איר האט געטאן איר וועט נאך פון דעם פיל פארדינען מלמדים געדונגען דער קליינער מאנט מער אינגאנצן א יונגל בן חמש יארן דורכגעלאפן אויפגעוואקסן איז ער דער הייליגער מאור ושמש דער מאור ושמש דער הייליגער מאור ושמש

קול ששון

מיכאל שניצלער

s0671 קול ששון מיכאל שניצלער לחן: ר' דוד קויפמאן / אלבום: א אידישע שמחה קול ששון מיכאל שניצלער לחן: ר' דוד קויפמאן / אלבום: א אידישע שמחה קול ששון קול שמחה אידן זייט בשמחה ס'איז א מצוה זיין בשמחה בשמחה תמיד

ר' יעקב'ס פאלאץ

מיכאל שניצלער

s0069 ר' יעקב'ס פאלאץ מיכאל שניצלער לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' אלי' שווייצער | אידן פארציילן ר' יעקב'ס פאלאץ מיכאל שניצלער לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' אלי' שווייצער | אידן פארציילן נעבן א דערפל א פראכטום הויז שטייט מ'קומט דארט צו פארן פון די גאנצע וועלט א סעודה א בעט פאר יעדן איז גרייט און אויך א פעקעלע מיט געלט ארעמע קראנקע אין מצבים גאר שווער יעדער איינער לייגט פאר פראבלעמען אויפן טיש מיט צדקה וחסד וועט העלפן וואס מער דער צדיק'ל ר' יענקעלע פיש ווען ס'קומט שבת קודש אין ר' יעקב'ס פאלאץ ר' יעקב'ס געזיכט טוט פלאמען יעדער גאסט ווערט סערווירט אויף א גאלדענעם טאץ ממש מ'שפירט אלע טעמים שבת פון בית המדרש נישט אהיימגעגאנגען ביז ער האט געטראפן אן אורח אנע געסט האט מען זמירות נישט אנגעפאנגען זינגען שבת שלום ומבורך איין ערב שבת אינדרויסן א פראסט א שניי האט זיך אראפגעלאזט עס בלאזט דארט א שרעקליכער שטורעם ווינט קיין נברא אין גאס מען געפינט מיטן מאנטל און שטיוול לויפט ר' יעקב ארויס א גאסט אינעם דערפל צו זוכן ענדליך נאך צוויי שעה דארט נעבן זיין הויז צוויי מענטשן אין די שנייען קריכן ביי מיר בלייבט אויף שבת האט ר' יעקב פארלאנגט טוט זיך אויף מיר דערבארעמען די צוויי פארשוינען געקומען און געדאנקט און באקומען א מאלצייט א ווארעמען געטרונקען און געהוליעט האבן די צוויי אבער א ברכה הערט מען נישט פון זיי די מאדנע פארשוינען זענען אים נישט געפאלן און געווארט אז אוועקגיין זיי זאלן מוצאי שבת קודש מאכט ר' יעקב הבדלה די מאדנע פארשוינען באפאלן אים ווילד מיט שווערדן און ביקסן ס'איז א גרויסער בהלה פאר אים ווערט א שרעקליכער בילד מיר זענען וואלד-רויבער גייט ארויס א געשריי דיין גאנצן פארמעגן שוין זאלסטו אונז געבן נאך איידער דו קענסט מעלדן די פאליציי וועסטו שוין מער נישט לעבן בעט זיי ר' יעקב און זיי האבן אים געלאזט סעודת מלוה מלכה צו פראווענען דו זשיד נאך איין האלבע שעה דו האסט אויב ווילסטו צו דיין גאט דאווענען פון די בעסטע מאכלים געטון צוגרייטן ער הייבט אן מלוה מלכה צו פירן דעם הייליגן שבת מיט כבוד באגלייטן בטחון אין באשעפער נישט פארלירן אדיר איום ונורא בעט ער זיך ביים הייליגן בורא מיד עשיו הצילני נא בצר לי לך אקרא אינדרויסן מוזיקאנטן מ'פויקט און מ'קלאפט הארציגע זמירות זיי זינגען פלוצלינג האט די רויבער א שרעק אנגעכאפט און פון די פענסטער ארויסגעשפרונגען ר' יעקב פארשטייט נישט וואס דא האט פאסירט אזוי א נס האט געמוזט דא געשען ער גייט צו צום פענסטער ווערט אינגאנצן שאקירט קיין שום מענטש איז דארט נישט געווען פדה בשלום פון די רשעים די בייזע צום רבי'ן מאכט ער א רייזע א שבח והודיה פארן בורא אפגעבן און דערציילן פארן רבי'ן זאל לעבן ווען דער צדיק ר' יעקב איז קיין קאליב אנגעקומען ר' אייזיק'ל שרייט אים ברוך הבא ער ווערט דארט ביים רבי'ן אזוי ווארעם אויפגענומען נאך יארן לאנג געווען דארט דער גבאי נאך איידער ר' יעקב האט ארויסגעזאגט א ווארט באקומט ער א תירוץ אויף זיין שאלה אז דוד המלך איז געווען ביי אים דארט מיט די גאנצע פמליא של מעלה בזכות סעודת דוד מלכא משיחא ביסטו זוכה לחיי אריכא א שבח פארן אויבערשטן דארפסטו אפגעבן דיך געראטעוועט צוריק צום לעבן

ר' שמחה

מיכאל שניצלער

s0531 ר' שמחה מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | דער טאטע הערט ר' שמחה מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | דער טאטע הערט זאנוועלע דער טרעגער א טיכטיגער א פעאיגער שעפן שלעפן וואסער פלעג ער אויפן רוקן מיט א ברעטעלע אין ביאליסטאק א קליינטשיג שטעטעלע געשריגן אין די אידישע גאסער ווער וויל קויפן פרישע וואסער געארבעט שווער און ביטער דעם רבי’ן פרעגן טוט ער איך זוך א שותף גאר א גוטער ווייל וואו איך גיי אזוי קרעכץ איך מיר איך קען שוין מער נישט קריכן די טרעפן ווייל מיין רוקן שוין ברעכט זיך מיר איינער דארף מיר העלפן שלעפן זאנוויל כ’האב א שותף פארלעסליך ער וועט דיר העלפן ווי א מומחה פון יעצט אן ווען דו שלעפסט די פעסלעך נעם מיט דיר מיט ר’ שמחה זאנוויל זוכט גראד לויפט ארום אין שטאט ווער הייסט דא ר’ שמחה ער ווערט געוואויר גלייך נישט דא אזא זאך ר’ שמחה נאר א איד אן אלטער ווען ער גייט פאלט ער עס קען דאך נישט זיין דער ר’ שמחה ער לויפט ארום און קריכט און זוכט ר’ שמחה געט מען אים א ווייזעלע אויף א קליין הייזעלע דארט געוואוינט אמאל ר’ שמחה אבער זוכן אנפאנג נישט ווייל ער לעבט שוין לאנג נישט ר’ שמחה צוריק צום רבי’ן גייט ער מיט געוויין שרייט ער איך קען נישט טרעפן דעם ר’ שמחה אוי רבי ערקלער עס ווער איז ר’ שמחה זאנוויל ס’שטימט באלד נישט מיין ר’ שמחה פאלט נישט ער הייבט נאר יעדן אויף ר’ שמחה א שמייכל א בא’חנ’טער פרייט זיך קיינמאל וויינט ער ר’ שמחה גאר גאר א הייליגער נישט קיין צייטווייליגער ער לעבט דאך אייביג מיין ר’ שמחה כ’האב געמיינט די נקודה די הייליגע מידה פון שמחה נעם עס אלעמאל אין יעדן בארג און טאל איבעראל נאר מיט ר’ שמחה וואס שמחה קען קען קיינער נאר איינער ר’ שמחה עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה קול חתן וקול כלה וקול קול קול שמחה מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה הוי מקבל את כל האדם בשמחה מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד אידעלע טראכט אריין גוט ס'וועט דאך נאך זיין גוט נאר מיט שמחה נישט גע’דאגה’ט דו ווייסט דו האסט נאר איין טרייסט מיט שמחה איז השם עמך וואו דו שטייסט און וואו דו גייסט נעם מיט דיר מיט ר’ שמחה וואס דו טראכסט און ווילסט וואס דו מאכסט און טוסט טו עס נאר מיט ר’ שמחה זיי פרייליך און נישט פאר’צרה’ט אין בית המדרש אין גאס אין שטוב אפילו ביסט פארפלאגט און טרוד געדענק ר’ שמחה האט דיך ליב עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה קול חתן וקול כלה וקול וקול שמחה מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה הוי מקבל את כל האדם בשמחה מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד אפילו עס גייט נישט גוט מאכסט חלילה מיט פארגעס נישט פון דיין חבר ר’ שמחה אויב עס גייט א טרער מאך זיכער אז ס’איז ער ר’ שמחה אידעלע געדענק גוט האסט דאך שוין געזען גוט גארנישט גייט נישט אן ר’ שמחה נישט דא נאך אזא פריינט וואס שיינט ווי ר’ שמחה אין דעם שווערן גלות מיט אונז אלעמאל איז מיטגעגאנגען דער ר’ שמחה וואו וואלטן מיר געווען וויאזוי אויסגעזען אן שמחה אידעלעך גרייט אייך אידעלעך פרייט אייך אט קומט שוין די אמת’ע שמחה אין ירושלים לחיים מיט שמחה שוין ביים שוועל שטיי-מיר אט אט שוין גיי-מיר מקבל זיין דעם גאסט מיט שמחה מלך המשיח’ן אינגיכן מיט ר’ שמחה עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה קול חתן וקול כלה וקול וקול שמחה מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד

ר' שמעונ'ס קלאמקע

מיכאל שניצלער

s0087 ר' שמעונ'ס קלאמקע מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לעבעדיגע ספרי תורה ר' שמעונ'ס קלאמקע מיכאל שניצלער לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לעבעדיגע ספרי תורה א נסיעה צו רבי שמעון נאך א ישועה זענען מיר געקומען דאס הארץ פאר דיר דאס הארץ פאר דיר אויסגיסן אויף די קלאמקע פון רבי שמעון פילע זאכן זיך אונטערגענומען א טרער ממעמקי טוט פליסן מיר וועלן א נאמען געבן שמעון מיט א בן זכר צוריקקומען א טויערל אין הימל דא אויפשליסן געהאלפן געווארן מיט א שמעון און דאס יאר אים אויך מיטגענומען אונזער שעפעלע אונזער שמעו’לע דעם זיסן כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק בערג פון אידישע תפילות רבי שמעון און די הייליגע סגולות וואו א איד גייט ווען עס טוט אים וויי מירון מירון וואו אידן וויינען מ’וויינט מ’טאנצט אלץ אינאיינעם מיט געגועים צום תנא אלוקי כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק א חאלאקע ביי ר’ שמעון אויף די אקסלען אים גענומען אין א טענצעלע אין מערה זיך אנשליסן אויבן זיצט דער קליינער שמעון אינגאנצן איבערגענומען מיט א מזל טוב טוט מען אים באגריסן כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק יכול לפטור העולם אדונינו בר יוחאי

ראקעפעלער

מיכאל שניצלער

s0149 ראקעפעלער מיכאל שניצלער לחן: ר' אברהם יוסף שטעסל | מילים: ר' הערשל דייטש | יא דו קענסט ראקעפעלער מיכאל שניצלער לחן: ר' אברהם יוסף שטעסל | מילים: ר' הערשל דייטש | יא דו קענסט שוין וואכן מאנאטן אזעלכע שווערע צייטן א שווערע וואלקן פול מיט דאגות יעדער קען דעם סוד אלעס איז באנקראט פון האבן געלט געווארן א שווייג איז ער טראכט נאר פון זיין ביזנעס אריין וויאזוי ער איז אין עס אזויפיל געלטער האב איך געשארט און יעצט קוים פארדינט ער אלעס פאלט שוין אונטער נישט קיין קעש נישט קיין קרעדיט קארד ער שפירט ער האלט עס מער נישט אויס פון זיין אפיס ער גייט ארויס אנגעזעצט מיט א גרויסן בארג ער זעצט זיך אוועק אין סענטראל פארק פון זיין ביזנעס ער קלערט אלעס ליגט טיף אין דער ערד אזוי ליידיג פון געלט מיין טאש איז מיט א גרויסע שטוב אזויפיל נפשות ס'בלאזט אין פנים א ווינט א קאלטער קומט צו גיין א גוי אן אלטער אנטשולדיג איך פרעג איך קען אייך נישט איך זע איר האט עפעס א מיטמאכעניש דער ביזנעסמאן פארציילט אים גלייך אמאל בין געווען גאר רייך אבער לעצטנס אלעס איך פארליר ס'גייט מיר גארנישט וואס איך פראביר דער גוי עפנט זיין זעקל ער געט אים גלייך א טשעקל נאר איין זאך פונעם סוחר ער בעט שוין קום צוריק נאך א יאר פארצייל מיר קלאר אויב הצלחה אין די ביזנעס דו זעסט שוין דער סוחר אפגעזונדערט בלייבט שטיין פארוואונדערט קוקן וויפיל געלט טאקע שנעלער א האלבע מיליאן ווער איז דער פערזאן דער גרעסטער עושר ראקעפעלער! די אויגן פאר שמחה גלייך אויפמאכט ער ער בלייבט שטיין קוקן ווי א פארטראכטער צום גרעסטן עושר פון ניו יארק האב איך גערעדט צו אן קיין זארג פון שמחה זיין מח רוישט אזא טשעק וואלט איך נישט געטוישט באקומען יעצט א כח א פעסטער צו ווערן נאכאמאל א גרויסער אינוועסטער געדרייט און געשפרונגען מיט גרויסע געלטער זיין שווערע ארבעט נישט אפשטעלט ער נאר געטראכט ווי ס'דרייט זיך דאס רעדל די גרויסע טשעקל ליגט דאך אין לעדל וואס דארף איך מיך זארגן מער איך בין דאך באלד א מיליאנער זיין הצלחה האט אויפגעשיינט נאך שענער ווי ער האט געפלאנט ס'איז דורך זומער ווינטער דער סוחר יאגט זיך אונטער דערציילן ראקעפעלער גאר שטארק מיט שמחה שטראלט ער דעם זעלבן טשעקל האלט ער ער זוכט אים אין סענטראל פארק ער טרעפט אים אויף די וועגן ער קומט אים אקעגן מיט זיין קינד ער כאפט א שפאציר דער סוחר זאגט אים גלייך איך בין דיר שולדיג אסאך וועגן דיר בין איך געווארן א גביר מיט א פנים א בלאסע פארציילט די גאנצע מעשה דו האסט מיך געהויבן פון מיין שרעק מיינע צרות פארטריבן נאר צו זען געשריבן דיין נאמען ראקעפעלער אויפן טשעק דער קינד הייבט אן צו לאכן אזאלכע מאדנע זאכן שוין נאכאמאל די נארישע קוועלער מיין טאטע מאכט שפאס ער איז שוין לאנג נישט ביים דעת ער רעדט איין מענטשן ער איז ראקעפעלער דער סוחר טראגט אפ גלייך פון שטח די גאנצע מעשה שוין ער זעט דאך נישט ראקעפעלער נישט קיין טשעקל האט אים געהאלפן אפילו א ברעקל אבער אלע פאנטאזיעס א גוטע באווייז זי איז קיין דאגות נישט געהאט ניין ניין ווייל ער האט א טשעקל א גוטן רוקנביין אידעלע וועק דיך אויף פון דרימל מיר האבן א גרויסע טאטן אין הימל דער שטערקסטער אנלאנער יעדע מינוט אזויפיל חסדים פאר אונז ער טוט אלע דאגות ווארף אוועק דו האסט דאך דעם בעסטן טשעק נאר מיט שמחה טאנץ אזוי ווייל אין עוד מלבדו

שטיינדעלעך

מיכאל שניצלער

s0681 שטיינדעלעך מיכאל שניצלער מילים: ר' ישעי' פוקס | לעבעדיגע ספרי תורה שטיינדעלעך מיכאל שניצלער מילים: ר' ישעי' פוקס | לעבעדיגע ספרי תורה אין א שטעטל אויף א דינסטאג א פרוי שפאצירט אין גאס אויף די אנדערע זייט זי באמערקט און זי אויפפאסט עס גייט דורך דארט א פרוי א היימישע זי דערקענט און שטופט א קינדער-וועגעלע מיט די הענט זי קוקט און זי גלייבט נישט וואס זי זעט מיט אירע אויגן יעדע פאר טריט האט זי זיך אראפגעבויגן שטיינדעלעך פון די גאס? עה ס’קען נישט זיין יא קוק זי לייגט אין וועגעלע אריין א שטיין נאך א שטיין זי טוט איר נאכגיין זי קוקט שטיל איר קאפ איז פול מיט פראגעס א שטיין נאך א שטיין און זי קען עס נישט פארשטיין וואס איז פשט אזא מאדנע התנהגות זי לויפט אהיים מיט איין אטעם מיט א בהלה וואס האט דארט פאסירט מיט איר איך מיין זי דארף הצלה זי רופט אן שנעל איר שוועסטער דו זיצט אדער דו שטייסט?וואס גייט פאר מיט דיין שוועסטער געוואלד איך ווייס נישט צי דו ווייסט זי גייט אין גאס מיט א וועגעלע און שטיינער זי הייבט אויף זי איז דאך א חשוב’ע פרוי יעדער קוקט אויף איר ארויף עס קוקט מיר אויס נעבעך ווי זי איז אראפ פון זינען איך בעט דיך רוף איר שנעל דו מוזט דאס אויסגעפינען זי רופט גלייך איר שוועסטער און געט איר א פרעגעלע ס’איז אמת אז דו קלויבסט צוזאם שטיינעראין א קינדער-וועגעלע?מענטשן רופן מיר באזארגט טוסט זאכן נישט נארמאלע וואס גייט פאר ענטפער מיר די שאלה צעשמייכלט זי זיך און זי ענטפערט איך וועל דיר פארשטיין געבן געדענקסטו ס’האט געוואוינט א רבגלייך ביי אונז דערנעבן א געהויבן חשוב'ער רב געלעבט שטיל און באשיידן א יאר צוריק נסתלק אין גן עדן אן איידעלע נשמה נישט געלאזט קיין זרע של קיימא נישט דא ווער ס’זאל זיך בענקען ווער ס’זאל וויינען זיין אלמנה אליין געבליבן עלנד ווי א שטיין נאר איר טובה טו איך דא מיינען מארגן איז זיין ערשטע יארצייט און די רביצין די אלמנה צעבראכן אויף זיין ציון וועט גייןזיך אויסבעטן מיט כוונה אויף די אנדערע רבי’ס מציבות וועט זי קוקן אזוי שטייעדיג אלע זענען אנגעפילט מיט שטיינדעלעך נאר איר מאנ’ס איז ליידיג בין איך היינט ארומגעגאנגעןאון פיל שטיינדעלעך צאמגענומען אויף זיין מציבה ארויפצולייגן אז מארגן ווען זי וועט קומען וועט זי זען די פילע שטיינדעלעך און נישט האבן חלישת הדעת פארדעם האב איך געקליבן די שטיינער היינט אין די גאס א שטיין נאך א שטיין חסד הייליג און ריין די נשמה פלאם עס שיינט מיט אהבת חינם א געדאנק א קלייניגקייט אן אלמנה דערפרייט עס טוט ביים קודשא בריך הוא חן געפינען טאטע זע ווי עלנד מיר זענען היתה כאלמנה אזויפיל טרערן שוין געבעטן יהי רצון שיבנה צרות און יסורים אזא הסתר פנים א שטיין נאך א שטיין א גל של אבנים אויב פעלט דיר שטיינער קוק וויפיל הערצער וויינען און קלעמען האסט גענוג צום בית המקדש בויען טו די שטיינדעלעך צאמנעמען אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה לייז אונז אויס בקרוב פדוים לציון ברינה נאך א שטיין און נאך א שטיין און מיר גייען שוין אהיים צום בית המקדש דעם נייעם א שטיין נאך א שטיין און מיר קומען שוין צו גיין מיט משיח’ן קיין ירושלים

שלום עליכם

מיכאל שניצלער

s0059 שלום עליכם מיכאל שניצלער לחן: ר' חיים דוד דעססער | א אידישע שמחה שלום עליכם מיכאל שניצלער לחן: ר' חיים דוד דעססער | א אידישע שמחה שלום עליכם מלאכי השלום מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא פרייטאג צונאכט ווען א איד׳ס פנים לייכט ער לויבט השם יתברך מודה אני מיט געזאנג מיט שבחים צום מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא בואכם לשלום מלאכי השלום מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא בואכם לשלום דער רבון עלם שיקט אראפ צו יעדן איד מלאכים צוויי צו באגלייטן אים צו באגליקן דעם שבת טיש צו קוקן כי הדלקתי נרותי ברכוני לשלום מלאכי השלום מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא ברכוני מיר טוען לויבן און מיר שפירן זיך דערהויבן שבת קודש דער הייליגער טאג פון מנוחה און פון רו און מיר בעטן די מלאכים ארום און ארום שיפקדוני ברחמים צום באשעפער דעם מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא צאתכם לשלום מלאכי השלום מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא די מלאכים אצינדער זאלן בענטשן אונזערע קינדער שתזכה אותי מיט די גאנצע משפחה כי מלאכיו יצוה לך פונעם שבת אויף א גאנצע וואך זאל ברענגען אונז אלע די ריכטיגע ברכה שבת שלום ומבורך

טאטע העלף

מנחם מאשקאוויטש

s0315 טאטע העלף מנחם מאשקאוויטש טאטע העלף מנחם מאשקאוויטש ברודער׳ל יא ס'זייער שווער באנק און לייד יסורים אן אויפהער טרערן גיסט די קלעמען שרייט און ברענט ווי ביטער די מאמענט מיט יאוש הייבט די הענט געדענק אז אין יעדן בייזן צער פארהאנען איז א לעזונג דערפאר אן עצה גאר א גרינגען דא דערביי א פשוטער געשריי באשטייט פון ווערטער צוויי אזוי זאגט אונז דער דברי ישראל אידן אלעמאל אין יעדן מצב שמאל מיט קלעם און וויי האבן זיי געשריגן אן א צאל די גלות אין מצרים שווער ארבעט אן אויפהער זיי קענען שוין נישט מער סוף כל סוף רחמנות אויפגעוואכט דעם טויער אויפגעמאכט די גאולה האט עס זיי געבראכט א רושם אין הימל עס ווערט ווען דער באשעפער ער הערט ווי מ׳שרייט "טאטע העלף "אין וועלכע מצב דו שטייסט זוכסט א ישועה א טרייסט געב א שריי "טאטע העלף " "טאטע העלף" און דו ביסט א געהאלפענער!"טאטע העלף" און דו ביסט א געהאלפענער! שטייט א איד פונעם אייבערשטן קלערט שווערע געדאנקען איהם צושטערט מבולבל ווערט ער דורך די ס"ם זאגט אונז דער בעל שם ווי גיט מען זיך א נעם זאגט דער צדיק זכותו יגן עלינו געב א שריי 'אבי הושיענו' אלע מקטריגים דו אפשטילסט בקשות דו ערפילסט קענסט פועל׳ן וואס דו ווילסט הלוואי ווען דו וואלסט ווען געוויסט ווי שטארק דער בורא גלוסט ווען שרייען דו טוסט ער בעט ביי דיר שריי צו מיר און העלפן וואלט איך געמוזט ווי ביים עקידה ויאמר אבי זאגט הקב"ה יא - ׳הנני בני ׳אין יעדן דור רחמנות אויפגעוואכט דעם טויער אויפגעמאכט די גאולה אט אט שוין עס בראכט א רושם אין הימל עס ווערט ווען דער באשעפער ער הערט ווי מ׳שרייט "טאטע העלף "אין וועלכע מצב דו שטייסט זוכסט א ישועה א טרייסט געב א שריי "טאטע העלף " "טאטע העלף" און דו ביסט א געהאלפענער!"טאטע העלף" און דו ביסט א געהאלפענער! אזויפיל צרות אומעטום מחלות אן א סכום קוק זיך אויף אונז אום טאטע העלף זיבעציג וועלף נעמט דיין שעפעלע ארום אור חדש על ציון תאיר נאך צוויי טויזנט יאר וועט זיך אנזען קלאר אז אין יעדן דור רחמנות אויפגעוואכט דעם טויער אויפגעמאכט און דאס האט די גאולה אונז בראכט יעצט ווען די עצה דו ווייסט די צוויי ווערטער וואס דאס הייסט ווערן פון שלעכטס אויסגעלייזט דאס מיטנעמען אייביג דו גייסט אין וועלכע מצב דו שטייסט זוכסט א ישועה א טרייסט געב א שריי "טאטע העלף "

מרחוק

מנחם מאשקאוויטש

s0284 מרחוק מנחם מאשקאוויטש לחן: ר' משולם גרינבערגער | מנחם מרחוק מנחם מאשקאוויטש לחן: ר' משולם גרינבערגער | מנחם מרחוק השם נראה לי ואהבת עולם אהבתיך על כן משכתיך חסד טאטע אפילו איך שפיר זיך ווייט פון דיר אוי אוי אוי ווייס איך אז דו ביסט נאנט צו מיר אזוי אוי אוי אוי מיט ליבשאפט ווי אן איינציג קינד פון בענקשאפט א טרערעלע רינט ואהבת עולם אהבת עולם אהבתיך

יבנה ביתו

מענדי ווייס, יודי ביאלוסטוצקי

s0676 יבנה ביתו מענדי ווייס יודי ביאלוסטוצקי לחן: מוטי כהן יבנה ביתו מענדי ווייס יודי ביאלוסטוצקי לחן: מוטי כהן אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב במהרה במהרה יבנה ביתו יבנה ביתו בקרוב דיין הייליג היים טאטע בוי שוין אויף במהרה בימינו בקרוב

ווען משיח וועט קומען

מקהלת מלכות, יואלי דווידאוויטש

s0201 ווען משיח וועט קומען מקהלת מלכות יואלי דווידאוויטש לחן: משולם גרינבערגער | סינגל ווען משיח וועט קומען מקהלת מלכות יואלי דווידאוויטש לחן: משולם גרינבערגער | סינגל לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר ה׳ מעתה ועד עולם ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער די זענען די קינדער די זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

מעשה

מקהלת מלכות,שלומי גערטנער,דודי קאליש,אהר'לע סאמעט

s0666 מעשה מקהלת מלכות שלומי גערטנער דודי קאליש אהר’לע סאמעט לחן: אליעזר קאליש מעשה מקהלת מלכות שלומי גערטנער דודי קאליש אהר’לע סאמעט לחן: אליעזר קאליש מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע ורבי אלעזר בן עזריה ורבי עקיבא ורבי טרפון שהיו מסובין בבני ברק והיו מספרים ביציאת מצרים כל אותו הלילה עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו הגיע זמן של שחרית שוין געקומען די צייט זאל ווערן ליכטיג הגיע זמן של שחרית תאיר כאור יום חשכת לילה הן גאלתי אתכם אחרית שובו אלי ואשובה אליכם קינדערליך טייערע הגיע זמן גאולתכם שוין געקומען די צייט זאל ווערן ליכטיג הגיע זמן של שחרית ושם נאכל מן הזבחים ומן הפסחים הן גאלתי אתכם אחרית השתא הכא לשנה הבאה פדויים לציון ברינה

א ישועה'לע

מרדכי ווערדיגער

s0213 א ישועה'לע מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: ר׳ יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער א ישועה'לע מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: ר׳ יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער שוין צוויי טויזנט יארן פון צער און פון צארן אין גלות צו שאנד און צו שפאט געבליבן אן כח געבליבן אן מח אלעס פארלוירן מ׳האט פון היימען פארטריבן עלנד געבליבן מען האט נישט קיין ביסעלע גליק האט מען זיך גענומען און מ׳איז געקומען אין לאנד פון די אבות צוריק ס׳קוקן די אבות מ׳הערט די מחשבות אידן מ׳קומט אן א צאל ס׳איז אנדערע אידן מיט אנדערע זיטן ס׳איז נישט דער איד פון אמאל מ׳ווייסט נישט פון בורא מ׳היט נישט זיין תורה מען מיינט אז ס'איז שוין די צייט אז דאס איז די רפואה אז דאס איז די ישועה עס איז אבער נאך זייער ווייט מען דארף נאך א ישועה׳לע טאקע די טעג מען דארף נאך א רפואה׳לע פאר די פארלוירענע אין וועג פון גלות פון דעם ביטערן מ׳איז פון אונז אוועק אז אלע גלידער ציטערן די הארץ איז פול מיט שרעק ווען וועט ער שוין קומען דער נביא וואס וועט פאר אונז זאגן א ווארט און ווער עס וועט עס נאר הערן וועט תשובה טון באלד אויפן ארט מען דארף נאך א ישועה׳לע דער פאלק איז נישט געזונט מען דארף נאך א רפואה׳לע פארהיילן אונזער וואונד ס׳איז אוועק פילע יארן ס׳איז אנדערש געווארן די לאנד האט אן אנדער מין בליק פון נאנט און פון ווייטן און פון אלע זייטן מען קומט צום באשעפער צוריק בעלי תשובות עס ווערן זיי טוען זיך מערן די גאנצע וועלט רעדט שוין פון דעם יעדן טוט פרייען מען הערט ריידען נייע פון תורה און יראת ה׳ די וועלט איז צעבראכן די וועלט איז צעקראכן איינער דעם צווייטן האט פיינט זיי קוקן מיט קנאה זיי קוקן מיט שנאה אידן מען וואקסט און מען שיינט און אידן אן מורא וואס היטן דעם תורה זיי ווערן אלס מער אלע יאר דאס הארץ טוט אונז זאגן עס הייבט שוין אן טאגן די ישועה איז נאנט ביז גאר עס קומט שוין די ישועה׳לע טאקע די טעג עס קומט שוין די רפואה׳לע פאר די פארלוירענע אין וועג מ׳דארף נישט קיין סאלדאטן מער און נישט קיין אפיצער ווייל אין שול די גאנצע מיליטער דער תהלים איז דער געווער ווען דער באשעפער וועט קומען און ווייזן א שטראל פון זיין ליכט און אלע אידן די פרייע וועלן פאלן אויף זייער געזיכט און טרערן וועלן גיסן זיך ווי קוואלן פון דעם מח ווען זיי וועלן דערוויסן זיך פון דעם באשעפער אין דער הויך

א שבת אין מעזשבוזש

מרדכי ווערדיגער

s0451 א שבת אין מעזשבוזש מרדכי ווערדיגער לחן: ר' אבי פישהאף | מילים: ליפא שמעלצער | א אידיש קאלעקשאן א שבת אין מעזשבוזש מרדכי ווערדיגער לחן: ר' אבי פישהאף | מילים: ליפא שמעלצער | א אידיש קאלעקשאן אין אדר תש"ס צוואנציג חברים פון ארום די גאנצע וועלט זענען געפארן אויף א נסיעה צום הייליגן בעל שם טוב הקדוש זי"ע אויף שבת פרשת זכור און דאס דערציילן זיי: די שקצים אין אוקראינע זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס קומט אזא גרויסער עולם צו גיין פון יענעם עק וועלט פון ארץ ישראל און אויך פון אמעריקע קיין שטעטעלע מעזשבוזש מיר גייען מיט פרייד גרויסע צדיקים זיך אלץ דא געדרייט א גאנץ שבת קודש דא וועלן מיר זיין אין מעזשבוזש צו זיין ביי דעם הייליגן בעל שם טוב'ס א טיש נאך צוויי הונדערט יאר מיר פארגעסן גארנישט די קדושה אויף יעדן צוריק אויפגעפרישט אין מעזשבוזש א שבת אין מעזשבוזש ביים הייליגן בעל שם די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא אין מעזשבוזש ס'פרייטאג צונאכטס און מ'בעט נאכאנאנד קיין לעקטער נישטא דעם פארצייטנס דערמאנט אבער די לעכטעלעך ביים ציון עס שטראלט נאך און שיינט ביים בעל שם טוב מ'גרייט זיך צום קידוש'ל פרייטאג צונאכטס די השגחה עליונה האט וויין אויך געבראכט עס הייבט זיך די פיס און א טענצל מען מאכט דאך אין מעזשבוזש מיט גרויס התלהבות מיר טאנצן ארום תהא שעה הזאת שעת רחמים א קרעכצל פון תשובה פון הארצן עס קומט דאך אין מעזשבוזש א שבת אין מעזשבוזש ביים הייליגן בעל שם די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא אין מעזשבוזש א טעם גן עדן גאנץ שבת געשפירט די שיינע זמירות האט מען אויך אנגעפירט אין הייליגן דערפל מיר האבן שפאצירט אין מעזשבוזש א חשוב'ער איד געט דאס אונז צו פארשטיין אז דער צדיק אין הימל איז גוזר אליין ווער צו זיין ציון זאל קומען צו גיין קיין מעזשבוזש אוי רבי אויף אידישע קינדערלעך קוק אוי אונזערע צרות שוין זיכער גענוג צעבראכענע אידעלעך בעטן אויף גליק דא אין מעזשבוזש א שבת אין מעזשבוזש ביים הייליגן בעל שם די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא אין מעזשבוזש די גרויסע צדיקים זיי קוקן אראפ בשעת סעודה שלישית וואס טוט זיך דא אפ שוין לאנג נישט געווען אזא פייער פון קדושה אין מעזשבוזש די תפילות געזאנגען אין הימל ארויף אלע גרויסע צדיקים זיי קומען זיך צונויף און זיי טאנצן דא נאכאמאל אין צדיק'ס הויף דא אין מעזשבוזש ס'איז שוין מוצאי שבת מען בעט מיט געוויין אוי גאט פון אברהם באגלייט אונז אהיים צוריק אין די בלאטע אין גלות מיר גייען פון מעזשבוזש מיר בעטן ישועות פאר אלע אויפאמאל און טראגן השפעות פאר פריינט איבעראל אהיים קיין אמעריקע און אויך קיין ארץ ישראל אוי רבי אמעריקע איז דאך נישט מעזשבוזש

אהבת ישראל

מרדכי ווערדיגער

s0156 אהבת ישראל מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | אפשר לתקן אהבת ישראל מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | אפשר לתקן דער מגיד’ל פון קאזשניץ האט אמאל געזאגט ווען ליבשאפט פאר א אידל מען פארמאגט ווען איינער האלט דעם צווייטנ'ס האנט ווערט א קייטל איינגעשפאנט ביזן הימל אונזער ליבשאפט עס דערטראגט דער הייליגער בעל שם טוב זאגט צו זיין חסיד הער ליב האבן א איד נישט קוקן ווער וויאזוי ער גייט וויאזוי ער איז ליב האבן א איד מ’מוז ווייל ברענגען די גאולה קען נאר דער ליב האבן א איד אין יעדן מצב דער ראש הקהל מוהל צי דער קצב וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער זיינע וואונדער באזונדער פאר יעדן האנט ביי האנט געזונט פרנסה נחת אן א צאל ווען ס’איז נאר דא אהבת ישראל און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען באקרוינען צו וואוינען צוריק אין אונזער לאנד ר’ איציקל פון ווארקע זאגט אונז אין א שמועס ווען צוקער ווערט צעלאזט דאן ווערט עס זיס אזוי א איד די זעלבע זאך מבטל זיין פאר איעדן גלייך מתיקות מיט אהבה זיך צעגיס דער רבי פון לובלין זאגט אז דער תנא אלוקי די סודות פון רבי שמעון בר יוחאי איז אלץ נאר ווייל די גרויסע לייט צו יעדן ביטול נאר געהאט דערפאר אזוי געשטיגן האבן זיי ליב האבן א איד אין יעדן מצב דער ראש הקהל מוהל צי דער קצב וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער זיינע וואונדער באזונדער פאר יעדן האנט ביי האנט געזונט פרנסה נחת אן א צאל ווען ס'איז דא אהבת ישראל און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען באקרוינען צו וואוינען צוריק אין אונזער לאנד

איזהו מקומן

מרדכי ווערדיגער

s0422 איזהו מקומן מרדכי ווערדיגער לחן: ר' יוסל מאנדלבוים ז"ל | מילים: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"דדי אידיש קאלעקשאן איזהו מקומן מרדכי ווערדיגער לחן: ר' יוסל מאנדלבוים ז"ל | מילים: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"דדי אידיש קאלעקשאן אידן דערמאנט אייך פארט וואס עס האט זיך געטון אויף דעם ארט אין ארץ ישראל אין ירושלים מ'האט מקריב געווען זבחים שלמים עולות ונסכים בזמן שבית המקדש היה קיים ס'איז עולה געווען לריח אויפן הייליגן מזבח אויף איין ארט אלע מיני קרבנות מכפר צו זיין עוונות על הרצון ועל האונס אבער היינט איז נעבעך א גרויס רחמנות אויף דעם וויינען מיר און קלאגן מיר בעטן און מיר זאגן אלע טאג מיר בני מלכים יעדן אינדערפרי ווערט געפרעגט איזהו מקומן של זבחים באלד אינדערפרי ווען מ'גייט אין שול אריין מ'גייט דאך דאווענען בכוונה דערמאנען זיך די אידן אז תפילה איז במקום תמידין אז דאס דאווענען איז דאך אנשטאט קרבנות דער קהל און דער ש"ץ דאס איז דאך א בלויזער זאץ אנשטאט א קרבן נאר א בלויזע תפילה ווייל אז מ'דערזעט דאך וואו מ'האלט מאכט מען דאך א געוואלד בנה ביתך אוי אוי אוי כבתחילה היינט בעט מען נאר דאס איינע ווארט ווי זעט מען שוין צוריק דאס ארט מקריב זיין תמידים ונסכים אוי ווילאנג נאך ווי וועלן מיר פרעגן איזהו מקומן של זבחים מיר פרעגן בשפה רפה די שאלה מה יפה מה יפו פעמיך בנעלים ווי שיין און ווי זיס זענען געווען די פיס ווען מיר זענען געגאנגען עולי רגלים צדיקים וחסידים ארעמעלייט און נגידים מיר זענען געגאנגען באהבה ורעות מיט אחדות געגרינדן בגוף ונשמה צוזאמען געבינדן א קשר בלב און מיט גלייכע דעות שרייט געוואלד קומי רוני בלילות על דרכי ציון האבילות ס'זאל אויסגעלייזט ווערן אלע ציונ'ס דרכים אוי באשעפער ענטפער דו די שאלה פון איזהו מקומן של זבחים בזכות די צדיקים זאלן לעבן זאל אונז השם יתברך געבן מ'זאל געהאלפן ווערן מיט א ישועה אצינד און אויף דעם בעטן מיר אויך ס'זאל נתעורר ווערן דיין כח מקרב צו זיין די גאולה שלימה געשווינד און פלוצלינג מיט דער צייט וועט מען זען דאס פלאץ שטייט דער בית המקדש דאס בית והעליה ס'וועט זיין כולם מודים ויחד כולם הודים שהשכינה הקדושה תהיה בינינו שרויה און תיכף באותו היום וועט באלד זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים ס'וועט יעדער וויסן וואו איזהו מקומן של זבחים

בלאז דעם שופר

מרדכי ווערדיגער

s0427 בלאז דעם שופר מרדכי ווערדיגער לחן: יוסי גרין | מילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן בלאז דעם שופר מרדכי ווערדיגער לחן: יוסי גרין | מילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן יעצט אין דעם לעצטן דור ווי עס מוטשעט זיך דער איד אין הארצן טוט ער האפן און ער זינגט זיך צו דאס ליד באשעפער אלמעכטיגער איך פארלאז זיך נאר אויף דיר ווייל אין שער הדמעות איז דאך אפן די טיר קום דערנענטער זיך צו אונז הער דעם ביטערן געוויין נעם שוין צוזאם די טרערן און פארגרינגער אונזער פיין בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס משיח מיר שפירן אז דו קומסט יעדע מינוט קיין ירושלים אונז פירן מיט די שכינה אינדערמיט עס ווארט דארט יעדע שטיינדעלע עס בענקט זיך די וואנט אז די גרויסע קדושה זאל שוין אויסמעקן די שאנד אוי ציון שטעל דיך גלייך דערהייב שוין דיין קרוין פאר די שומרי תורה באצאל שוין זייער באלוין בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס

ברוך השם

מרדכי ווערדיגער

s0358 ברוך השם מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לולא תורתך ברוך השם מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לולא תורתך בלי עין הרע שטארק מצליח ביזנעס גרויסע גוט מרויח ווייסט נישט פון קיין געפאר געלט און נחת גאר אסאך מ׳דאנקט און לויבט אויף יעדער זאך דעם בורא דער גרויסער האר ווייל ער האט דאך ביי זיך דעם שליסל געבן יעדן נאך אביסל העלפן יעדן איינעם פון זיין צער ברוך השם געט מען א זאג אויף יעדן טריט איעדן טאג און אויף להבא בעט מען אויך שתפתח לנו שער א חבר דרייט זיך שטארק פארזארגט אזויפיל חובות אנגעבארגט געשעפטן גייען נישט גוט פראבלעמען נעבעך מיט א קינד און ער אליין איז אויך נישט געזונט די מאמע זי וויינט דאך מיט דער צער ביי זיי איז אן א מאס זיי פרעגן אבער נישט פארוואס ווייל כל מה דעביד איז אלעס גוט מען גלייבט און זאגט ברוך השם באשעפער אוי די תפילות נעם זיי ווייסן דער באשעפער היט אויף יעדן שריט און טריט טאג און נאכט ברוך השם נאר מ׳טראכט ברוך השם וואו מ׳גייט וואו מ׳שטייט הערט מען ברוך השם מיט אמונה יעדן ריר מיט בטחון אן א שיעור לעבט א איד נאר בעזרת השם אויפן עראפלאן צוזאמען איבער וואסער איבער ימ׳ען קיינמאל זיך נישט געקענט מ׳זוכט ארום מ׳כאפט א בליק מ׳זעט א איד מ׳איז פול מיט גליק באשעפער מ׳הייבט די הענט שלום עליכם וואס מאכט א איד ברוך השם ס׳איז אלעס גוט די שמחה אויפן פנים מ׳דערקענט ווייל וואו א איד זאל נאר נישט גיין איז ער דאך קיינמאל נישט אליין השגחה פרטית היט אים אייביג איעדער מאמענט טאג און נאכט ברוך השם נאר מ׳טראכט ברוך השם וואו מ׳גייט וואו מ׳שטייט הערט מען ברוך השם מיט אמונה יעדן ריר מיט בטחון אן א שיעור לעבט א איד נאר בעזרת השם אידן ס'איז א פארגעניגן זינגען אייביג אט דעם ניגון פרייליך ברוך השם וועט דער בורא אונז געדענקען אלעס גוטס פאר אידן שענקען טאקע נאר וועגן דעם שטארקן זיך אגאנצן לעבן נישט קיין יאוש נישט אויפגעבן ס'קומען גוטע טעג בעזרת השם מיר וועלן זיך נאך אלע פרייען מזל טוב צוזאמען שרייען אלע אין ירושלים בעזרת השם טאג און נאכט ברוך השם נאר מ׳טראכט ברוך השם וואו מ׳גייט וואו מ׳שטייט הערט מען ברוך השם מיט אמונה יעדן ריר מיט בטחון אן א שיעור לעבט א איד נאר בעזרת השם

גלות מצרים

מרדכי ווערדיגער

s0222 גלות מצרים מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן גלות מצרים מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן ביי פרעה אין מצרים שווארצע קנעכט אין פינסטערניש געלעבט ביטער און שלעכט דיינע וואונדער און דיין שטארקייטהאבן מיר דאן אלע געזען די ניסים וואס זענען דארט געשען א ציטערניש געפאלן אויף דער וועלט דער רוישיג ים און טייכן האבן זיך געשטעלט די דונערן די בליצן פלאקערן פון בארג סיני נאר פאר תורה איז די וועלט כדאי א גאנצע וועלט באשאפן נאר פאר דיר און וואס דו דארפסט מיין קינד בעט עס נאר פון מיר פארן נדן א מתנה קריגסטו דאס הייליג לאנד היט עס נאר גוט אפ מיט דיין פארשטאנד די כלה אזוי איידל שיין און גוט וועט באלייכטן דיינע וועגן אלע דיינע טריט און חלילה אויב דו וועסט אמאל פארגעסן איר מיט בענקשאפט וועט זי ווארטן דארט אויף דיר דעם בית המקדש דארטן אויפגעשטעלט א פראכט א שיינקייט פאר די גאנצע וועלט אבער נארישע קינדער מיר האבן זיך פארזינדיגט פאר דיר געוואלד ווי מיר בענקען היינט נאך איר אזויפיל לאנגע יארן ביטער און שלעכט נישט ביי פרעה נאר ביי זיך אליין יעדער איז א קנעכט דעם אמת טיף אין הארצן ווייסן דאך מיר אליין רבונו של עולם וואס איז מיט אונז געשען השיבנו השם אליך קער אונז שוין צוריק אין א גוטע שעה דיינע גרויסע וואונדער באווייז די פעלקער נאכאמאל דאס ליבשאפט פאר דיין איינציג קינד ישראל

דעם רבינ'ס ניגון

מרדכי ווערדיגער

s0455 דעם רבינ'ס ניגון מרדכי ווערדיגער מחבר: הרה"ק מריבניץ זצ"ל משה מרדכי ראזנבלוםמילים: הרבנית מריבניץ | אין עוד מלבדו דעם רבינ'ס ניגון מרדכי ווערדיגער מחבר: הרה"ק מריבניץ זצ"ל משה מרדכי ראזנבלוםמילים: הרבנית מריבניץ | אין עוד מלבדו אוי רבי מיין הארץ עס צעגייט מיין נשמה עס בענקט אוי ס'שרייט צו זען נאכאמאל דאס לעכטיגקייט דאס שמייכל דער חן איך דערמאן זיך פיל זכרונת און איך וויין א פלא הדור א חידוש גאר געווען פון איין עק וועלט ביזן צווייטן אלעס געזען אזא טהרה מיט תעניתים אזא עבודה ביי חצות א יעדעס ריר פארן באשעפער איעדער אות רבי אוי דער צער דאס בענקשאפט ממש אין לשער פאר'יתומ'ט און אליין וואס נאר דער רבי קען פארשטיין ס'איז א נחמה פאר מיין נשמה דעם רבינ'ס ניגון זינג איך היינט מיט דביקות צום באשעפער האט ער זיך שטארק צעוויינט אוי אוי אוי דארט אין רוסלאנד פאר א יעדע מצוה דאס לעבן איינגעשטעלט א בעל מופת גע'פועל'ט ישועות פאר דער גאנצער וועלט דער צדיק האט נאר ארויסגעזאגט ער האט גוזר געווען יעדעס ווארט אט אזוי איז טאקע געשען רבי זיצט מען אויך דארט אין הימל מיט אש און זאק רבי ברעכט מען דארט אויך אייז מיט א גרויסן האק אדער אפשר גאר נאך אזויפיל יאר טייכן טרערן געוויין האט מען שוין גע'פועל'ט פאר די שכינה אליין צדיקים שטייען גרייט עס איז דאך שוין די העכסטע צייט זיי בעטן למענך עשה געוואלד געשריגן עד מתי ביים כסא הכבוד מיטן מלך דוד אט קומט שוין די בשורה מיט די אבות הקדושים גייט דער רבי זינגען שירה אוי אוי אוי עס איז אמת און קלאר נאך שנעלער ווי אן אויגנבליק מיט משיח געשווינד קומט דער רבי שוין צוריק אויפן הר הזיתים תחיית המתים מיט גאנץ כלל ישראל וועלן מיר זיך טרעפן הייליגער צדיק נאכאמאל

הבט משמים

מרדכי ווערדיגער

s0228 הבט משמים מרדכי ווערדיגער לחן: ר' יוסף מאנדלבוים ז"ל | מילים: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"ד | וכל מאמינים הבט משמים מרדכי ווערדיגער לחן: ר' יוסף מאנדלבוים ז"ל | מילים: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"ד | וכל מאמינים הבט משמים וראה קוק אראפ פון הימל און זע כי היינו לעג וקלס לעג וקלס בגוים מיר זענען דאך ווי א געלעכטער ביי זיי נחשבנו כצאן לטבח וויאזוי גאטעניו קענסטו צוקוקן צו דער זאך מיר זענען דאך קיינמאל קיין בארואיגטע נאר תמיד צו דער שחיטה אוי הבט משמים וראה דעריבער בעטן מיר ביי דיר אלעמאל ענטפער אונז שוין שומר ישראל פארנעם שוין אונזערע טרערן ווייל קיינער וויל אונז נישט אויסהערן מיר שרייען דאך שמע ישראל פארגעס אונז נישט שומר גוי אחד באווייז די פעלקער אז דו ביסט אונזער גאט ווייל מיר האבן דאך נישט קיינער נאר דו איינער דיין נאמען איז השם אחד זרים אומרים אין תוחלת ותקוה די פעלקער זאגן אז קיין האפענונג איז נישט דא מ'מעג אונז טרייבן און יאגן מיר וועלן זיך נישט באקלאגן מיר ווייסן אז אין הימל ביסטו דא אויף דיר איז א פסוק פארהאן הנה לא ינום ולא יישן דו היטסט דאך דיינע קינדער מיט מופתים און מיט וואונדער פארווא'זשע לאזטו מיט אונז אזוי טון דעריבער בעטן מיר ביי דיר אלעמאל ענטפער אונז שוין שומר ישראל פארנעם שוין אונזערע טרערן קיינער וויל אונז נישט אויסהערן מיר שרייען דאך שמע ישראל פארגעס אונז נישט שומר גוי אחד באווייז די פעלקער אז דו ביסט אונזער גאט ווייל מיר האבן דאך נישט קיינער נאר דו איינער און דיין נאמען איז השם אחד ווייל מיר האבן דאך נישט קיינער נאר דו איינער הבט משמים וראה

השפעות

מרדכי ווערדיגער

s0012 השפעות מרדכי ווערדיגער לחן: ר' משה יחזקי' ווייס | השפעות השפעות מרדכי ווערדיגער לחן: ר' משה יחזקי' ווייס | השפעות כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין אלע השפעות פון דעם שבת איז דאך ברכות אויף א גאנצע וואך גרויסע הנאות דרגות רבות ברענגט אונז העכער א יעדן שבת נאך

חשוף

מרדכי ווערדיגער

s0233 חשוף מרדכי ווערדיגער לחן: אלי לויפער | מילים: ליפא שמעלצער | מאמינים חשוף מרדכי ווערדיגער לחן: אלי לויפער | מילים: ליפא שמעלצער | מאמינים חשוף זרוע קדשיך וקרב קץ הישועה וקרב וקרב וקרב וקרב קץ הישועה באווייז דיין כח דיין וואונדער און טרייסט שוין דיינע טייערע קינדער מ'יאגט אונז מ'פלאגט אונז מ'שלאגט אונז אין גלות וקרב קץ הישועה נקום נקמת דם עבדיך מאומה הרשעה נקום נקמת דם עבדיך מאומה הרשעה כי ארכה לנו הישועה ואין קץ לימי הרעה דחה אדמון בצל צלמון הקם לנו רועה שבעה יתומים און אלמנות געוואלד טאטע האב רחמנות ואין קץ לימי הרעה נקום נעם נקמה שיק שוין דיין נחמה ה' גיבור איש מלחמה די וועלט ברענט מיט שווערע נסיונות דער יצר פארפירט אן א שיעור האלט אים נאר אפ וועט נישט זיין מער עוונות וועסט זען ווי מיר לויפן נאך דיר חשוף זרוע קדשיך וקרב קץ הישועה חורבנות קרבנות פאלן אן רחמנות ענטפער אונז שוין טאטעניו מיין קינד איך וויין כסדר איך זע דו וואנדערסט ליידער די שכינה זי שרייט דאך געוואלד אליהו דער געטרייער שליח ברענגט אייך שוין משיח דער תיקון השלם קומט באלד יעצט קומט שוין דער צייט פון התגלות א סוף שוין צום מלכות הרשעה די וועלט וועט יעצט זען מיינע קינדערלעכ'ס מעלות אהיים מיט די רועה שבעה

טאטע

מרדכי ווערדיגער

s0185 טאטע מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן טאטע מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן וקרבתנו מלכנו לשמך הגדול לשמך הגדול סלה באמת באהבה טאטע מיר דאנקען מיר לויבן דיר ווי גליקליך ווי פרייליך איך בין א איד דו ביסט דאך אזוי גוט איך האב דיך אזוי ליב און אייביג וועל איך לויבן דיר באשעפער

טייערע פאטער

מרדכי ווערדיגער

s0235 טייערע פאטער מרדכי ווערדיגער לחן: יוסי גרין | מילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן טייערע פאטער מרדכי ווערדיגער לחן: יוסי גרין | מילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן טייערער פאטער גרויסער קעניג וויפיל מיר לויבן דיר איז אלעס ווייניג דיין גרויסע ליבשאפט ווער קען פארשטיין דו טוסט דיך פון אונז באהאלטן אין אלע ווינקעלעך אין אלע שפאלטן נאר ווער עס זוכט דיך דער קען דיך זען ארץ ישראל האסטו אונז געגעבן מיר זאלן וואוינען דארט א הייליג לעבן פון אלע שונאים האסטו עס באפרייט געהייסן אונז די תורה היטן וועט מען האבן דארט פון אלעם גוטן מיר האבן געשוואוירן ביים בארג סיני אבער היינט זענען מיר פארטריבן יתומים פיצעלעך געבליבן יא מיר זענען שולדיג געבראכן אונזער תנאי אבער דו האסט דאך אליין געשריבן אפילו ווען מיר וועלן זיין פארטריבן דו וועסט אונז היטן נישט לאזן פארלוירן גיין מיר בעטן דיך קל חי וקים דיינע הייליגע ווערטער זיי מקיים ס'איז דאך דיינע קינדער ווי ביטער איז דער צער לאמיר שוין גיין אהיים אינאיינעם און מער נישט שרעקן זיך פאר קיינעם גענוג שוין גלות גענוג שוין דער געפאר

כיסופים

מרדכי ווערדיגער

s0282 כיסופים מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | כיסופים כיסופים מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | כיסופים די זון די שטערן זאגן עדות די וועלדער און די פעלדער גלייך די ערד וואס האט געזען די זיידעס יעדער אויף זיין אייגענע שפראך אב הרחמן שמע קולינו זע וואס אויף דער וועלט קומט פאר רצונך איז דאך רצוננו כשמש בצהרים קלאר השתוקקות טוט צו דיר שלעפן א העכערקייט ביי אונז עס מאנט אבער פארט איז דא וואס זיי ווילן טשעפען נישט לאזן ווערן צו דיר נאנט געגועים שרייען צו דיר רופן פון אלע עקן פון דער וועלט די הערצער בענקען מיט כיסופים ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט די מעגליכקייט פון די וועלט'ס תענוגים די טיר צום גאס איז אפן ברייט פון אלע זייטן מקטריגים אבער קוק ווי שיין דיין פאלק היינט שטייט אזויפיל תורה אזויפיל שיעורים חסד און צדקה אן א גבול א יעדע מצוה מיט הידורים מיט אמונה איז די וועלט היינט פול כמים פנים לפנים צי פילסטו נישט דאס ענגשאפט גרויס איך בעט דיך רחם אב על בנים איך ווייס נישט וויאזוי דו האלטסט עס אויס געגועים שרייען צו דיר רופן מ'בעט פון אלע עקן וועלט עס בענקט דאס הארץ פול מיט כיסופים ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט געגועים פון אייער הארצן טיפן איך זע עס שאקלט דאך די וועלט איך פיל יא אייער בענקשאפט אייערע כיסופים איך האב קיינמאל נישט אזוי געקוועלט

ליכטיגער שבת

מרדכי ווערדיגער

s0029 ליכטיגער שבת מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן ליכטיגער שבת מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן דער קאפ פול מיט זארגן פון נעכטן ביז מארגן די קינדערלעך וואקסן דאך גאר אזוי גיך די יארן אנטלויפן דאך דאס לעבן פארקויפט מען דאך קיינמאל קיין צייט נישט צו קוקן אויף זיך ווי גליקליך איז דער וואס דער שבת היט ער געגעבן פון הימל פאר מיר אידעלעך אליין ס’איז געווארן געשטעלט צו פארגעסן פון דער וועלט א רו און א ליכטיגקייט וואס נאר מיר פארשטיין די זון גייט שוין אונטער דער שבת ווערט נענטער די חלות די וויין אויפן טיש שוין געשטעלט די הערצער דערפרייען זיך נשמות באנייען זיך די ליכטעלעך ברענען באלייכטן די וועלט ווי גליקליך איז דער וואס דער שבת היט ער געגעבן פון הימל פאר מיר אידעלעך אליין ס’איז געווארן געשטעלט צו פארגעסן פון דער וועלט א רו און א ליכטיגקייט וואס נאר מיר פארשטיין א טעם עולם הבא פילט מען אין שבת מיט די מלאכים ביים הייליגן טיש מיר זינגען צוזאמען עס האט אלע טעמים דאס עסן און טרונקען עס שמעקט אזוי פריש ווי גליקליך איז דער וואס דער שבת היט ער געגעבן פון הימל פאר מיר אידעלעך אליין ס’איז געווארן געשטעלט צו פארגעסן פון דער וועלט א רו און א ליכטיגקייט וואס נאר מיר פארשטיין

מאמע רחל

מרדכי ווערדיגער

s0498 מאמע רחל מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידישע קאלעקשאן מאמע רחל מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: מרדכי ווערדיגער | די אידישע קאלעקשאן פארנדיג אהיים מיט א משפחה גרויס יעקב מיט די שבטים אויסגעשטעלט קוים לעבעדיג פון עשו און פון לבנ’ס הויז די שענסטע משפחה אויף דער וועלט א ביימל אויפן וועג אונטער א גרויסן שטיין באהאלטן מאמע רחל דארט אליין אירע קינדער פול מיט צרות קומען קליין און גרויס ביי א מאמען פועל’ט מען שנעלער אויס קינדערלעך אייערע תפילות טוען גרייכן זאגט צו אונז די מאמע אליין די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטן אייער אמונה און בטחון מלא חן און יעדע אידישע קינד וועט שיינען ווי די זון אין בית המקדש בשמחת עולם הערשט דאן וועט איר פארשטיין ס’איז לטובה אלץ געווען ושבו בנים לגבולם מאמע מאמע בעט פאר אונז רחמנות שוין מ’האט דאך דיר געשוואוירן אויף דעם יש שכר לפעלתך דאס איז דיין באלוין פארגעס נישט הר ציון ששמם א סוף שוין צו דעם גלות אוי דעם ביטערן משיח שטייט און וויינט דאך ביי די טיר פון צער פון גרויס בענקשאפט טוט ער ציטערן מאמע וויפיל איז דער שיעור קינדערלעך אייערע תפילות טוען גרייכן זאגט צו אונז די מאמע אליין די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטן אייער אמונה און בטחון מלא חן און יעדע אידישע קינד וועט שיינען ווי די זון מיט די שכינה הקדושה בשמחת עולם הערשט דאן וועט איר פארשטיין ס’איז לטובה אלץ געווען ושבו בנים לגבולם

מודים אנחנו לך

מרדכי ווערדיגער

s0525 מודים אנחנו לך מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | כולם אהובים מודים אנחנו לך מרדכי ווערדיגער לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | כולם אהובים אינדערפרי גייט ער צו נאכן דאווענען מיט א ברען צו זיין רבי'ן דער חפץ חיים אפשר ענטפערן ער קען יעדעס ווארט זאג איך פארט מיט כוונה און מיט געפיל אבער לאנג נאך מיין שמונה עשרה ס'ווארט נאכאלץ דער גאנצער שול איך באטראכט זיין פנים לייכט דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציט מסתם שוועבט ער דארט זייער הויך אין די הימלען ווייט ער פליט איך קלער אריין ס'מוז דאך זיין גרויסע שמות הויך אן א שיעור וואס עס פעלט מיר נאך אין כוונות בעט איך רבי לערנט מיר אוי מיין טייער ליבער קינד דו לעבסט אין א טעות איך טראכט נאר דעם פשוט'ן טייטש איעדע ברכה איז א גאנצע וועלט ווען איך קום אבער צו צום ברכה פון די הודאות זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט וויאזוי קען איך אים דאנקען גענוג אויף אלע חסדים וויפיל גוטס ער טוט און טוט מיט מיר איעדן טאג נאך און נאך אויף זיין חוט של חסד זיין גרויסער געטליכער פאדעם אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך אוי מען מאכט מיט ס'איז אבער אלעס גוט עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה און אפילו ווען ס'גייט אונז שווערליך אויך בצר הרחבת לי כל שכן דארף מען זען ווען דאס לעבן גייט יא כשורה צו באדאנקען דעם ליבן טאטן פון טיפן הארצן מודה אני אוי מיין ליבער פאטער יא דו געסט אונז השפעות יעדער איד איז א בן יחיד יעדע קינד איז א גאנצע וועלט מיט לויב און דאנק צו דיר דער קל ההודאות זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט ווייל ווי הייב איך אן זאגן א שבח פאר אלע חסדים וויפיל גוטס דו טוסט און טוסט מיט מיר איעדן טאג נאך און נאך אויף דיין חוט של חסד דיין גרויסער געטליכער פאדעם אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך

מזמור לדוד אבי

מרדכי ווערדיגער

s0674 מזמור לדוד אבי מרדכי ווערדיגער לחן: ר' יצחק פוקס | מילים: ליפא שמעלצער | צעקה מזמור לדוד אבי מרדכי ווערדיגער לחן: ר' יצחק פוקס | מילים: ליפא שמעלצער | צעקה דאס הארץ ווערט מיר ענג וואו איך גיי דיין זכרונות מיר ברענגט מאמענטן פון בענקשאפט עס קלינגט מיר אין די אויערן פון דאנסמאל אלס קינד דיינע לידער פארשפרייט ווי א ווינט געזונגען ביים שבת׳דיגן טיש אין פיל אידישע טויערן מיינע אויגן עס ציען צו דיר און די טרערן זיי פליסן פון מיר ווען איך הער ווי מען זינגט לא תבושיאון דיין אני מאמין דער אמרי אמת ער דרייט זיך ארום זען דאס קינד מיט דעם הערליכן שטים צום רבי׳ן באהאפטן פון דאן די הייליגע מסורה ווער קען דען באגרייפן דעם טייטש ווען דער טאטע האט געהערט פון דעם דייטש נא זינג יעצט דאס ליד וואס מען זינגט נאר אין בית החיים דערציטערט זיין שטימע דערשטיקט ווי מען שיסט דארט צוויי הונדערט זיבעציג הייליגע נשמות פארצוקט קל מלא שרייען דיין אמונה איז שווער צו פארשטיין און די פינסטערע נעכט דארט אליין געזונגען אין לאגער ביינאכט פאר אלע צוזאמען אוי טאטע אין עולם הבא ביסט נהנה מזיו השכינה זע ווי מיר גייען דיר נאך דיינע ערליכע דורות אין לאגער נאך פארן עלות מודה אני געזאגט קוים ארויס שרייט מען אויס 'לעבעדיג' צו זען ווער עס איז נאך בחיים אויך ביי שינדלער אויפן ליסט אין אכט לאגערן וויסט און פוסט נישט קיין קידוש קיין פיש נישט קיין ברויט דאך אלץ מיט א שמייכל תהלה לדוד אבי דאס לעכטעלע לייכט און העלפט צו אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זען בלב שבמוחי עם שאר צדיקי עולם דיינע קינדער וכל אשר בם זע איך דיך זינגען פאר אונזאון פאר קודשא ברוך הוא מזמור לדוד אבי דאס לעכטעלע שיינט און העלפט צו אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זען בלב שבמוחי עם שאר צדיקי עולם דיינע קינדער וכל אשר בם זע איך דיך זינגען פאר אונזאון פאר קודשא ברוך הוא טאטע אוי טאטע מיר בענקען נאך דיר מזמור לדוד אבי

מי כעמך ישראל

מרדכי ווערדיגער

s0170 מי כעמך ישראל מרדכי ווערדיגער לחן: מונה רוזנבלום | מילים: הרבנית מריבניץ | די אידיש קאלעקשאן מי כעמך ישראל מרדכי ווערדיגער לחן: מונה רוזנבלום | מילים: הרבנית מריבניץ | די אידיש קאלעקשאן גערוישן אין הימל עס טוט זיך א טומל מלאכים מיט קנאה זיי ווילן פארשטיין וויאזוי פלייש און ביין האט דערגרייכט אזא בחינה זיי פרעגן ביים בורא ווי קען דען דאס זיין אז אדם דער מענטש האט ביי דיר אזוי חן וואספארא זכותים פאר אזעלכע ניסים זאג אונז אליין קומטס און זעטס אליין די שבחים פון מיין ליבן קינד תינוקות של בית רבן הייליג לעכטיג אן א זינד און קוקטס א אידעלע דארט לויפט נאך א מצוה'לע ער קויפט יהא שמיה רבא הערטס ווי שיין זיי שרייען נאך אמן דורות שיינע אורות זיי באלייכטן דאך מיין וועלט שמחה קדושה מיט טהרה דאס וואס מיר געפעלט אני מאמין מיט א ברען זינגט מען אויף קידוש השם דער הסתר פנים אזוי גרויס ווי האלטן זיי דאס אויס מיין קינד אוי ס'איז שווער עס פאלט דיר א טרער מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע כ'האב דיך ליב אן א מאס אן א שיעור אן א צאל ווייל דו ביסט דאך מיין קינד מיין ליבער פאלק ישראל קום נענטער צו מיר ס'איז אפן מיין טיר איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט שוין טויזנטער יאר אויך ביי מיר בענקט זיך גאר אחותי רעיתי מיין אייביגע פאר אידן דעות פיל פארשידן יעדער זיין דערהער אינאיינעם דינען זיי מיך אך א שיינע מיליטער נו מלאכים זינגט ברינה גענוג שוין צער השכינה עס איז געקומען יעצט די צייט משיח איז שוין גרייט גערוישן אין הימל עס טוט זיך א טומל מלאכים זינגען שירה זיי טאקע פארשטיין ווי פלייש און ביין האט דערגרייכט דורך זיין בחירה גערעכט איז דער בורא זיי האבן ערליך פארדינט זיי היטן די תורה ריין אן א זינד אזא הייליג פאלק מיר זענען נתפעל מי כעמך ישראל

סוכה'לע

מרדכי ווערדיגער

s0108 סוכה'לע מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה סוכה'לע מרדכי ווערדיגער לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לב אל הנשמה איך זיץ מיר אין מיין סוכה׳לע פון ברעטעלעך און סכך ווי עס שטייט אין די תורה כל האזרח כל האזרח בישראל ישבו בסוכות ווען וועסטו בויען דיין סוכה'לע בוי שוין טאטע דיין הייליגע סוכה'לע הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת

קומט אהיים

מרדכי ווערדיגער

s0655 קומט אהיים מרדכי ווערדיגער מילים: מרדכי ווערדיגער | ירושלים לא למכירה קומט אהיים מרדכי ווערדיגער מילים: מרדכי ווערדיגער | ירושלים לא למכירה פלוצלינג הערט מען נייעס אלץ ווערט אפגעשטעלט מיטאמאל מ'לויפט פון אלע זייטן פון דער גאנצער וועלט אן א צאל ארום ירושלים א קול וואס ציט מיליאנען שופרות שרייען מ'ווערט נישט מיד ס'איז יום טוב אין די גאסן אלע פול אידן אידן קומט אהיים משיח וועט שרייען אין די גאסן פון ירושלים אידן אידן קומט צו גיין מיט ליבשאפט מיט שלום ס'איז אמת ס'איז נישט קיין חלום לחיים ליבע אידן זייט פרייליך און צופרידן השם אלוקינו השם אחד יעצט פונקט ווי מתן תורה יעדער אויסגעהיילט מיטאמאל די הערצער אלע פרייליך מיט פאראייניגטקייט כלל ישראל דאס גאנצע ליבשאפט געבן פאר יעדן איד נאר זען דאס גוטס ביי יעדן ווי וואויל ווי גוט ער קומט ער קומט נאך היינט אויב יעדער וויל אידן אידן קומט אהיים משיח וועט שרייען אין די גאסן פון ירושלים אידן אידן קומט צו גיין מיט ליבשאפט מיט שלום ס'איז אמת ס'איז נישט קיין חלום לחיים גוטע ברידער טאנצט און פרייט אייך ווידער השם אלוקינו השם אחד

דריי דריידל

משה אושר

s0629 דריי דריידל משה אושר דריי דריידל משה אושר ברענג מיר ברויט און ברענג מיר וויין וועלן מיר אלע פריילאך זיין איך האב שוין לאטקעס פלייש און פיש און א ווייס געדעקטע טיש כ’האב די ברכות שוין געמאכט די מנורה שיינט א פראכט טויזנט זינען יעדער פלאם שטאלץ בין איך מיט מיין שטאם דריי דריידל פון נון צום געראטן דריי דריידל צום געראטן קומט די וואך פון חנוכה איז אלץ ביי מיר געראטן יעדער ליכטל האט א זין עס דערמאנט מיר ווער איך בין די מנורה׳ס אויס פארשיינט אלע זענען מיינע פריינט אפיקורסים רוף אריין זאלן זיי נישט גערעכט זיין זאלן זיי טאקע זען אליין ס'איז א גרויסע נס געשען דריי דריידל פון נון צום געראטן דריי דריידל צום געראטן קומט די וואך פון חנוכה איז אלץ ביי מיר געראטן ווער האט זיך אויף דעם גערעכט אז א שטיקל ברעקל לעכט ברענען וועט אויף דורות לאנג און באלייכטן אונזער גאנג ברענג אפילו שונאים מיט שרעק זיי גאט נאר שטראף זיי נישט ברענג מיר ברויט און ברענג מיר וויין וועלן מיר אלע פריילאך זיין דריי דריידל פון נון צום געראטן דריי דריידל צום געראטן קומט די וואך פון חנוכה איז אלץ ביי מיר געראטן

האט א גוטן חנוכה

משה אושר

s0112 האט א גוטן חנוכה משה אושר האט א גוטן חנוכה משה אושר האט א גוטן חנוכה האט א גוטן חנוכה ועל הניסים ועל הפורקן האט א גוטן חנוכה האט א גוטן חנוכה נס גדול היה שם ועל הניסים ועל הפורקן נס גדול היה שם ועל הניסים ועל הפורקן ועל הגבורות ועל התשועות ועל המלחמות שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה

מיין שטעטעלע בעלז

משה אושר

s0511 מיין שטעטעלע בעלז משה אושר לחן: עממי מיין שטעטעלע בעלז משה אושר לחן: עממי דערצייל מיר אלטער דערצייל מיר געשווינד ווייל איך וויל וויסן אלעס אצינד ווי זעט אויס דאס שטיבעלע וואס האט אמאל געגלאנצט צי בליט נאך דאס ביימעלע וואס איך האב פארפלאנצט דאס שטיבל איז אלט פארוואקסן מיט מאָך און גראז דער אלטער דאך צעפאלט דער פענסטער אן א גלאז דער גאניק איז קרום צעבויגן די ווענט דו וואלסט דאס שוין מערגארניט דערקענט איי איי איי בעלז מיין שטעטעלע בעלז מיין היימעלע דארט וואו איך האבמיינע קינדערישע יארן פארבראכט זענט איר געווען אמאל געווען אין בעלז מיין שטעטעלע בעלז מיין היימעלע דארט וואו איך האבמיינע קינדערישע יארן פארבראכט יעדן שבת פלעג איך לויפן מיט אלע קינדערלעך גלייך צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע ווארפן שטיינדעלעך אין טייך איי איי בעלז מיין שטעטעלע בעלז מיין היימעלע דארט וואו איך האבמיינע קינדערישע יארן פארבראכט זענט איר געווען אמאל געווען אין בעלז מיין שטעטעלע בעלז מיין היימעלע דארט וואו איך האב מיינע קינדערישע יארן פארבראכט

א נשמה

משה גאלדמאן

s0293 א נשמה משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | כנשר א נשמה משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | כנשר א נשמה לויטער און ריין געקומען צום בית דין של מעלה צו גיין און געווארט פאר זיינע זכותים צו ווערן באלוינט אבער ניין פארשפארט דער גן עדן דער צדיק ער וועט נאך דארפן ליידן ער האט אמאל געשלאגן א איד און נישט געשוינט ביי די שטראף הערט ער באפעלן ער מוז זיך אליין פון די צוויי אויסוועלן גיהנום אדער א לעבן איבערשפילן אוי די וועלט זי איז אזוי שווער קיין גייסט קיין קדושה פוסט און לער ווער ווייסט צי ער וועט זיין תכלית ערפילן דער מלאך נעמט אים און הייבט אן דעם גאנג דער וועג צום גיהנום אזוי הייס און לאנג ער קען נישט מער ער בעט איך וויל שוין ארויס בעסער שוין ווידער צו לעבן און דערביי וויל איך א בקשה געבן כדי זכאי בלייבן הערט מיר נאר אויס אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן און בלויז ערליכע טאטע מאמע וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא איך וויל זיך דא אומקערן ריין האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין האט דער בית דין באשלאסן אזוי זאל זיין פרעגט די נשמה הער נאר דאס פאטער אין הימל ענטפער פארוואס ‘אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד כאטש עס איז שווער אויפן געמיט יא נשמה דו האסט א טרייסט דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט ביי די שבת לעכט וואך נאך וואך מיט טרערן געבעטן נאך און נאך האלזן א קינד ווי שטארק ווי פיל זי האט באגערט איר פיין איר לייד ביים הארץ געשניטן וויפיל אירע נאנטע האבן מיטגעליטן געווארט די תפילות זאלן שוין ענדליך ווערן דערהערט און אויך ער יארן לאנג אין שול מתפלל געווען געטון מעשים פיל א קדיש צו לאזן נאך זיך אויף די וועלט צוגעזאגט אויב וועט מען אים שענקען וועט ער דעם חסד אייביג געדענקען דאס קינד וועט בלויז צו תורה זיין אויסגעשטעלט געווארן דערהערט זייער געשריי אבער ווער קען פארנעמען זייער וויי א קינד געבוירן אוי געוואלד ס’נישט געזונט מ’הערט מיט טרויער עס האט קיין הענט אוי טאטע מאמע צעבראכן פארקלעמט איז דאס אונזער אויסגעבעטענע קינד פרעגן טאטע מאמע הער נאר דאס פאטער אין הימל ענטפער פארוואס ‘אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד כאטש עס איז שווער אויפן געמיט יא טאטע מאמע איר האט א טרייסט דערהייבט פון טרויער און צער אייער גייסט דער אב הרחמים האט אייך ליב ווי א בן יחיד ווייסט און גלייבט אז אזוי איז גוט אין חדר הויף א טאג א שיינע שפילן זיך לוסטיג יונגעלעך קליינע דאס גלאנץ פון לעבן אויף זייער געזיכט עס שיינט און שטראלט פריי פון זארגן לויפן די קינדער עס מאנט צו באטראכטן יעדן באזונדער און דער בליק אויף אן איינזאם קינד דארט עס פאלט ער זיצט אליין טיף איינגעבויגן זיין צער דערקענט זיך אין זיינע אויגן מיט גלוסטעניש זענען זיי צו זיינע פריינד געווענדט דאס קינד קען נישט לויפן און שפילן עס רייסט ביים הארץ באנעמט די געפילן דעם בא’חנ’טן יונגעלע פעלן נעבעך די הענט נסיונות קומען פאר יעדן אונטער נישט אייביג איז נאכט נישט אייביג איז ווינטער די זון זי וועט נאך פאר דיר אויך אויפגיין אידעלע נעם ליב אן דיין לאגע נעם אן ליב און פרעג נישט דיין פראגע קומען וועט א טאג מ’וועט אלעס פארשטיין אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן און בלויז ערליכע טאטע מאמע וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא איך וויל זיך דא אומקערן ריין האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין האט דער בית דין באשלאסן אזוי זאל זיין פרעגט דאס קינד הער נאר דאס פאטער אין הימל ענטפער פארוואס ‘אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד כאטש עס איז שווער אויפן געמיט יא ליב קינד דו האסט א טרייסט דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט

איש חסיד

משה גאלדמאן

s0065 איש חסיד משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: מאיר מ | מלוה מלכה איש חסיד משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: מאיר מ | מלוה מלכה ארעם און אפגעריסן איז א איד א פרומער געווען קיין קליידער און גאר קיין ביסן פינף קינדער ביי אים געט זיין אשת חיל אן עצה צייט איינצובייגן די פלייצע גיי אינעם מארק זוך דארטן שטארק אהיימצוברענגען א רעפטעלע ברויט בטחון נעם מיט ווייל דו ווייסט דאך גוט נאר דאס העלפט דעם מענטש אין זיין נויט זאגט ער דער עולם וועט שפאסן אן קליידער וואו קען מען גיין אויב וויל מען האנדלען אין די גאסן מוז מען צו לייטן זיין איז זי ארויס צו די שכנים פארשאפט אים אן אנצוג א שיינעם ער איז ארויס מיט א קרעכץ פון זיין הויז די גמרא פארמאכט מיט א קוש ווען אין טאש ער האט בטחון אין גאט אין בייטל אבער קיין געלט נישט און אלע קינדער צוזאמען מתפלל געווען מיט די מאמען געבעטן האבן זיי מיט געוויין הונגעריג און קאלט מער נישט צו זיין ביים שוועל האט געמוטיגט דער מוטער אין הימל איז א פאטער א גוטער מידארף דאך נישט מער ווי אן אמת’ע טרער ווען אויפ’ן הארצן איז ביטער וויבאלד נאר ער גייט אויף די וועגן אנטפאנגט אים אליהו פון אקעגן און זאגט אים שלום ליבער פריינט דו וועסט געהאלפן ווערן היינט איך האב דיר א שליחות פון אויבן דו וועסט מיר אלס א קנעכט פארקויפן איך קען יעדע פאך טויג צו יעדע זאך לויט מיין באזונדערן אופן דער חסיד האלט אין איין קלעמען ווי קען מען פארקויפן א רבי’ן איש חסיד טראגט אים דערפאר אונטער’ן ארעם ווי א האר שרייען האט ער זיך געשטעלט איך האב א קנעכט איינס אין דער וועלט וואס נאר איר וועט ווילן וועט ער אייך ערפילן אליהו התשבי שטייט און קוועלט א שר באטראכט אליהו מיט’ן ברייטן גארטל דארט א מבין געווען אויפ’ן נביא אן אוצר באצאלט אויפ’ן ארט דער הער ער פרעגט קיין שאלות איך ווייס אז דו קענסט אלעס בוי פאר מיר אויס א הערליכע הויז גלייך דערנאך ביסטו פריי אליהו זאגט פיין איך קען באשטיין איך וועל דיר דינען געטריי אליהו מיט ארבעטערס אינאיינעם געארבעט ביז זייער שפעט הגלעדי געבליבן איז אן קיינעם האט ער זיך געשטעלט מיט געבעט איך בין דא פאר דיין ערע געקומען דער שר האט מיר אלס קנעכט גענומען שיק דא אפיר מלאכים פאר מיר זיי זאלן מיר העלפן שוין צו ווערן באפרייט פון די מענטשהייט און צוריק אויבן דארט וואו איך וואוין געקומען אויף די ערדישע גאסן מלאכים פון הימל אין מאסן אינאיינעם האבן זיי געמאכט א פאלאץ א שיינקייט א פראכט צופרי איז דער האר אויפגעשטאנען געזען וואס ביי אים איז פארהאנען האט ער געגלייבט קוים געמיינט ס’איז א טרוים נישט געוואוסט דאס פאלאץ פון וואנען אליהו האט געבעטן מיט רעכט ער וויל מער נישט זיין קיין קנעכט און פאר אלע אין די אויגן איז ער ארויף געפלויגן און ווי א העל ווייסע רויך שוועבט דארט דער נביא אין דער הויך דער געטליכער מאן מיט דעם הימלישן פלאן אליהו הנביא ווען א נייע וואך האלט ביים קומען און די זארגן שרייען און ברומען עפן אויף א זמירות’ל א סידור צו זינגען איש חסיד ווידער די מלאכים וועלן קומען צו רייטן אויפ’ן מארק וועלן זיי דיר באגלייטן ווייל מ’דארף דאך נישט מער ווי בטחון מיט א טרער צו לעבן אין גליק און אין פריידן

אלקא דמאיר ענני

משה גאלדמאן

s0549 אלקא דמאיר ענני משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | שמחתי אלקא דמאיר ענני משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | שמחתי לאמיר אייך דא ערקלערן וויאזוי קען דאס זיין ווען עס פליסן טייכן טרערן פון צרות און פון פיין קענט איר באלד געהאלפן ווערן עס איז דאך אן עצה פארהאן אפאר ווערטער לאזט איר נאר הערן און געהאלפן זענט איר שוין דאן די סגולה האבן מיר שוין פון יארן איבערגעגעבן אונז פון דור צו דור היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר ווען דו ביסט חלילה אין א צרה א מטבע אין די האנט נעם און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא ארויסנעמען וועט דיר פון דיין קלעם און זאג אלקא דמאיר ענני יעדער איינער קען נאר די אדרעס אלקא דמאיר ענני אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס ווען דאס הארץ בענקט נאך אביסל פרייד די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק אפילו דער קאפ איז דיר פארדרייט דו ווילסט שוין הערן א פרייליכן געזאנג אין די געהויבענע מינוטן דעם באשעפער קיינמאל פארגעס געבן וועט ער דיר פון אלעם גוטן אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס די סגולה האבן מיר שוין פון יארן איבערגעגעבן אונז פון דור צו דור היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר ווען דו דאוונסט און בעטסט פאר א הצלחה פאר דיר דיין ברודער אדער פאר דיין פריינט אפילו ביי א שמחה אין די משפחה האב גרייט א מטבע אין דיין האנט און זאג אלקא דמאיר ענני יעדער איינער קען נאר די אדרעס אלקא דמאיר ענני אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס

בלעטעלע ליד

משה גאלדמאן

s0389 בלעטעלע ליד משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: מ האלבערשטאם | להודיע בלעטעלע ליד משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: מ האלבערשטאם | להודיע דאס איז וואר אין יעדן דור עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר דאס איז וואר אין יעדן דור מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר קום מיין קינד איך וועל דיר צייגן א בלעטל'ס געשיכטע קום זען צו א בוים מיט פעסטע צווייגן איז ער באהאפטן געווען די זון האט געגלעט מיט אירע שטראלן די צווייג האט באשיצט און ערנערט כאטש אנדערע בלעטעלעך פאלן האט אים קיין ווינט נישט געשטערט די בלעטעלע קוקט זיך ארום און זעט זיינע פריינט אומעטום זיי זענען פון בוים שוין באפרייט דערגרייכן מיט ווינטן אזוי ווייט זיי פליען אהין און אהער א רייזע וואס האט נישט קיין שטער פון פרייהייט זיי שפירן דעם טעם און נאר ער באהאפטן צום שטאם קוקטס נאר ווי ביטער איז מיר איך קען זיך נישט געבן קיין ריר איך בין צוגעבונדן מ'האלט מיר צוריק איך גלוסט צו א לעבן פון גליק צו טאנצן מיט זיי אלע גלייך פארזוכן די לופט פון די הייך צו זען איבעראל און צו שפירן זיך פריי רייס מיר אראפ הלואי דאס איז וואר אין יעדן דור עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר דאס איז וואר אין יעדן דור מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר פלוצלינג א ווינט אזוי מעכטיג בלאזט אים פון צווייגל אוועק די בלעטעלע ס'ווערט פאר אים לעכטיג עס קומט צו זיין ווייטאג אן עק ענדליך באפרייט פון די קייטן מ'האט זיין בקשה געהערט עס פאנגען זיך אן גוטע צייטן האט ער מיט שמחה געקלערט ס'איז דורך אביסעלע צייט קיין שפייז פון דעם בוים נישט געהאט טריקן און מאגער ער ווערט און פאלט אראפ מאכטלאז אויף דער ערד ער טרעפט דארטן אלע די פריינט וואס ליגן צעטראטן מיט שאנד אוי וויי א טייערן פרייז באצאלט פאר דעם ביטערן גרייז ביימעלע שרייט ער מיט פיין פארוואס האסטו מיר געלאזט גיין דו ביסט דאך מיין חיות מיין לעבן געווען ווי האב איך דאס נישט געזען דו האסט מיר פון אלעם באשיצט געהאלטן אין קעלט און אין היץ אוי ווי איך בענק מיר צוריק די צייט פארוואס האב איך זיך אפגעשיידט דאס איז וואר אין יעדן דור עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר דאס איז וואר אין יעדן דור מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר א אידעלע קען אמאל טראכטן די תורה זי האלט אים צוריק ער קוקט ארום עס טוט אים דאכטן אינדרויסן געפינט זיך דאס גליק עס זעט אויס א פרייליכע לעבן צו קענען טון אלץ וואס מ'וויל איעדע באגער זיך נאכגעבן ער פילט זיך געבינדן צופיל עס וואלט אים פיל גרינגער געווען צו מעגן אלץ הערן און זען קיין איסור קיין גרעניץ קיין שטער אן ערליכע לעבן איז אים שווער אוי אידעלע זעסטו נישט איין די תורה איז לעבן אליין זי פירט דיר און ווייזט דיר דעם וועג צו גליקליכע יארן און טעג אלץ וואס דו פילסט איז דיר שווער שפייזט דיין נשמה וואס מער גיי אין אירע וועגן און האלט זיך געטריי וועסטו באמת זיין פריי פריי פון די רוישיגע וועלט היט זי דיר אין איר געצעלט פריי פון די ווינטן וואס ווארפן אראפ אלע וואס רייסן זיך אפ דאס איז וואר אין יעדן דור עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר דאס איז וואר אין יעדן דור מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאושר

די שבת'דיגע לעכט

משה גאלדמאן

s0008 די שבת'דיגע לעכט משה גאלדמאן לחן: משה גאלדמאן | על ישראל שלום די שבת'דיגע לעכט משה גאלדמאן לחן: משה גאלדמאן | על ישראל שלום אוי די שבת’דיגע לעכט זכרונות טוען זיי דערמאנען די ווארעמע שבת לעכט וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען אט איז זי דא פאר מיינע אויגן מיט איר שיין לויטער געזיכט שטייענדיג אביסל איבערגעבויגן איבער די שבת קודש’דיגע ליכט אירע ריינע הענט אין די הייך נעמט ארום די לעכט עטליכע מאל די לייכטער אויף דעם טיש אויף דעם מזבח א דערהויבנקייט ווי ביי דעם ערשטן מאל וויינט און פארגיסט טייכן טרערן און יעדן איינעם האט זי אינזין ווער עס דארף נאר געהאלפן ווערן אין געבעט דערמאנט זי דערפון ווען זי מאכט אויף די אויגן ביי דעם לייכטער א יעדער שטייט ארום און זעט אויפן הארץ איז איר געווארן לייכטער ווייל אנגענומען איז איר געבעט אוי די שבת’דיגע לעכט זכרונות טוען זיי דערמאנען די ווארעמע שבת לעכט וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען באלד ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול די פנים שיינט אים ווי א מנורה שלום עליכם און מאכט קידוש מיט געפיל און ביי דעם טיש זאגט ער תורה שמועסט אדורך די סדרה פון די וואך מעשיות צדיקים טוט ער דערציילן ארום דעם טיש אסאך געסט עסן דאך פון אלעם גוטן מוז מען זיך טיילן אוי ווי דאס הארץ טוט בענקען ווי מיר האבן געזונגען אלע צוזאם אפילו די שכנים טוען נאך געדענקען אוי איז דאס געווען מלא טעם שבת קודש הייליגער שבת זמירות ביז שפעט אין די נאכט לעבעדיג און דערהויבן גיי באשרייב עס וואס דאס מיינט א שבת א פראכט אוי די שבת’דיגע לעכט זכרונות טוען זיי דערמאנען די ווארעמע שבת לעכט וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען

לוח ליד

משה גאלדמאן

s0508 לוח ליד משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: מ מאיר | להודיע לוח ליד משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: מ מאיר | להודיע לוח ביסט מיר ליב איך האלט דיר אין מיין שטוב דו דערמאנסט מיך קלאר וועלכער חודש וועלכע יאר לוח פון פאפיר וויבאלד איך עפן דיר דערמאנסטו מיר מיין פלאן און איך טו עס דאן ווען איך קוק צוריק אויפ'ן קעסטל נאר א בליק קען איך תיכף זען יענער טאג וואס איז געשען עס צייגט זיך דערויף צי איך האב ערפילט מיין חוב צי דו מיין לוח ביסט פאר מיר א גוטער זכות א חודש און א וואך דאס לעבן גייט אדורך יארן לויפן שנעלער ווי מ'כאפט אליין א בלאט און נאך א בלאט דו לוח ווערסט נישט זאט הלואי זאלסטו מיר נעמען אין דיין געיעג אריין און כאטש איך וועל נישט שרייבן וועט אין דיר פארבלייבן איינגעקריצט אויף לאנג יעדער טאט און אויך געדאנק אוי זאל מיר נאר נישט קלעמען ווען מ'וועט דיר נעמען זען וואו איך האב פארבראכט פון באגינען ביז ביינאכט מיינע גוטע פריינט ברענגט אייך נישט צו שאנד וויאזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט פרעגט אייך נאכאנאנד וואס ליגט ביי מיר אין האנט דער בעסטער מוסר ספראיז דער לוח אויף דער וואנט לוח ביסט געשעצט דו ווייזט מיר וואס איז יעצט אויסגערעכנט דער זמן די שקיעה ווען וועט זיין ווען דער שבת פייפט בלייב איך נישט פארגאפט איך ווייס שוין פון פאראויס די זון ווען קומט ארויס דער מולד שוין באשטימט ראש חודש ווען עס קומט פלג המנחה אויך געוויס ווען א חתונה א ברית דער לוח פאר דעם איד ווי א שומר וואס ער היט צו טון נאר וואס מ'מעג אלע נעכט און טעג ווען איך בארעכן זיך און קלער פאלט קיין זמן פאר מיר שווער ווייל דאן בין איך באגארטלט מיט הכנות ווי עס פאסט אויב באראט איך זיך פון פריער לוח'ל מיט דיר איז איעדער זמן ווי אן אנגעלייגטער גאסט וואו נעם איך נאר די זכיה מיט די ריכטיגע יגיעה אנגענומען פול מיט חן זאלן אלע זמנים זיין מיט דעם אינערליכן פייער האלטן זאל איך טייער יעדער מנהג יעדער דין מיט יעדער איינצלהייט דערפון מיינע גוטע פריינט ברענגט אייך נישט צו שאנד וויאזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט פרעגט אייך נאכאנאנד וואס ליגט ביי מיר אין האנט דער בעסטער מוסר ספר איז דער לוח אויף דער וואנט לוח האסט א סוד באהאלטן אין פארראט אין דיין הארץ פארשפארט ווי עס גלוסט און עס גארט ווען ווערט שוין אנטפלעקט דיינע בלעטער אויפגעדעקט שטיל אין אויער זאג מיר דעם אויסגעבענקטער טאג דו ווייסט ביסט מיר געשעצט דערצייל'זשע מיר דעם קץ טאג נאך טאג פארביי דער גלות טוט נאך וויי דו ווייסט דו ביסט מיר ליב איך זיץ דא מיד און טריב איך ווייס נישט טייער לוח ווען עס קומט משיח דאס ווארטן איז נישט גרינג דאך דארף איך נישט קיין וואונק איך ווייס און איך גלייב אז קומען וועט עס וואר פלוצלינג אומגערישט כאטש ווען ווייס איך נישט אני מאמין איבערצייגט אודאי נאך דאס יאר און דאן וועל איך אויסמעקן ערגעץ וואו פארשטעקן אלע שווערע טעג פון פיין און פון געיעג אין דיינע קעסטלעך אריינגעבן נייע לידער א נייע לעבן וועסטו לוח מיין מיט מיר אין טענצל גיין מיינע גוטע פריינט ברענגט אייך נישט צו שאנד וויאזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט פרעגט אייך נאכאנאנד וואס ליגט ביי מיר אין האנט דער בעסטער מוסר ספראיז דער לוח אויף דער וואנט

קץ הפלאות

משה גאלדמאן

s0209 קץ הפלאות משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | קץ הפלאות קץ הפלאות משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | קץ הפלאות חשבון קץ ראשון לאב המון נכתר זמן קץ שני לירמיהו נפתר קץ השלישי לדניאל נעטר וקץ הרביעי מכל עין נסתר ישוטט כל דורש ויחסום כל תר ונעלם החזון ונעדרו המראות ה' עד מתי קץ הפלאות רבונו של עולם דו זעסט דאך וואס דיינע קינדערלעך גייען אדורך מ'שלאגט און מ'פלאגט איין בראך נאך א בראך עד מתי ווי לאנג נאך? רבונו של עולם מיר האלטן מער נישט אויס נעם אונז פון ביטערן גלות ארויס באדריי שוין דיין פלאן זיי מקרב דעם זמן לאמיר שוין פרייליך זיין השתא הכא יעצט זענען מיר נאך דא אבער מיר בעטן דיר אז לשנה הבאה זאלסטו אויפלייכטן דעם אור חדש בארץ זבת חלב ודבש יעדער וועט ווייזן זה השם קוינו לו צוזאמען משיח'ן אקעגן גיין נגילה ונשמחה בישועתו ונאמר ונאמר אמן

רבונו של עולם

משה גאלדמאן

s0194 רבונו של עולם משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: הרה"ק בעל העבודת פנים זצ"ל | זכור מי האיש רבונו של עולם משה גאלדמאן לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: הרה"ק בעל העבודת פנים זצ"ל | זכור מי האיש רבונו של עולם איך בעט דיר זייער העלף אלע אידן און אויך מיר איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם נאר אין דיר איך האף נישט צו קיינעם נאר צו דיר מיין הילף איז נישט פון קיינעם נאר פון דיר אן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין די שוועל פון טיר אן דיין כח קען מען זיך נישט געבן קען מען זיך נישט געבן א ריר איך פארלאז מיר נישט אויף קיינעם נאר אויף דיר דיין רחמנות און דיינע חסדים זענען אן א שיעור רבונו של עולם מען דארף אנקומען צו דיר יעדע רגע און יעדע מינוט אויף יעדן טריט און יעדן שריט סיי ווען ס'איז חס ושלום שלעכט און סיי ווען ס'איז גוט רבונו של עולם איך בעט דיר זייער רבונו של עולם איך בעט דיר זייער אוי העלף מיר העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן און מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן און מיין הארץ מיין הארץ זאל זיין פאר דיר געבויגן און אלע מיינע מעשים זאלן זיין כראוי וכהוגן

שלום שלום

משה גאלדמאן

s0174 שלום שלום משה גאלדמאן לחן ומילים: ר' משה גאלדמאן | כנשר שלום שלום משה גאלדמאן לחן ומילים: ר' משה גאלדמאן | כנשר אמר רבי שמעון בן חלפתא לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום שלום שלום צווישן אידן שלום ושלוה און זיין צופרידן שלום אין יעדן אידישן געצעלט שלום שלום אויף דער גאנצער וועלט אוי אוי אוי שנאמר השם עוז לעמו יתן השם יברך את עמו בשלום שלום שלום צווישן אידן שלום ושלוה און זיין צופרידן שלום אין יעדן אידישן געצעלט שלום שלום אויף דער גאנצער וועלט

מה אשיב

משה דוד ווייסמאנדל

s0258 מה אשיב משה דוד ווייסמאנדל לחן: ר' יהודה גילדן ז"ל | לחיים מיט משה דוד מה אשיב משה דוד ווייסמאנדל לחן: ר' יהודה גילדן ז"ל | לחיים מיט משה דוד מיין הארץ פלאקערט און ברענט ווען איך וואלט ווען געקענט עפעס נעמען פון מיר און צוריקגעבן פאר דיר מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי

מתי תמלוך

משה דוד ווייסמאנדל

s0240 מתי תמלוך משה דוד ווייסמאנדל לחן: פינקי וועבער | בקול נעים מתי תמלוך משה דוד ווייסמאנדל לחן: פינקי וועבער | בקול נעים טאטע לעבן איך וויל דיר פיר קושיות פרעגן די ערשטע קושיא איז - מתי תנחמינו די צווייטע קושיא איז - מתי תרחמינו די דריטע קושיא איז - מתי יגאלנו אבער די פערטע קושיא איז - מתי תמלוך בציון טאטע לעבן ענטפער מיר א תירוץ - בקרוב בימינו

בתפארתו

משולם גרינבערגער

s0429 בתפארתו משולם גרינבערגער לחן: משולם גרינבערגער | בתפארתו בתפארתו משולם גרינבערגער לחן: משולם גרינבערגער | בתפארתו ונזכה לראות בנין בית המקדש בתפארתו במהרה בימינו מיר זאלן זוכה זיין צו זען מיט די אויגן משיח צדקינו בית המקדש בתפארתו במהרה בימינו

ישראל המחכים

משולם גרינבערגער

s0280 ישראל המחכים משולם גרינבערגער לחן ומילים: ר' משולם גרינבערגער | אותך אבקש ישראל המחכים משולם גרינבערגער לחן ומילים: ר' משולם גרינבערגער | אותך אבקש דער קעניג שרייבט פון ווייטן מיין טייער קינד אפאר ווערטער פון דיין טאטן איך שרייב צו דיר דו ביסט אזוי טייער ביי מיר איך וויל דיר געבן וואס דו ווילסט איעדע זאך איך שיק דיר אוצרות פיל פנינים יקרים מבית המלוכה אן א גבול גאלד און געלט אלעס וואס דיר געפעלט בעט נאר וואס דו ווילסט באקומסטו גלייך ענטפערט דאס קינד אין לנו חפץ טוב בעולם אלא אתה נאר צו דיר מיר בענקען טאטע מיט ליבשאפט בכל שעתא ושעתא דערנענטער זיך שוין צו אונז מעתה נאר צו דיר מיר בענקען טאטע שרייען מיר פון וועג די ווייטע ווייל אין לנו חפץ טוב אלא אתה ישראל המחכים לישועת הקדוש ברוך הואבכל יום ואומרים אין לנו חפץ טוב בעולם אלא אתה נאר צו דיר מיר בענקען טאטע שרייען מיר פון וועג די ווייטע ווייל אין לנו חפץ טוב אלא אתה משכני אחריך נרוצה הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך

הייליגער שבת

ניגוני ווערצבערגער

s0011 הייליגער שבת ניגוני ווערצבערגער מעין עולם הבא הייליגער שבת ניגוני ווערצבערגער מעין עולם הבא אין די זעקס טעג פון דער וואך דער איד איז פאריאגט און פארפלאגט אונטער דעם שווערן פרנסה יאך ווי ווארט ער שוין אויף דעם טאג שבת הייליגער שבת דער אידישער גליק און טרייסט מ'ווערט דערהויבן טאקע פון אויבן מיט א העכערן גייסט שבת שבת קודש מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר בואי כלה מיר ווארטן דיך אלע מיט בענקשאפט אן א שיעור אין דעם גלות דעם גרויסן דער איד אזויפיל ער ליידט אין אלע ווינקלעך פארשטויסן מנוחה האט ער קיינמאל נישט געהאט יום שכולו שבת גאולה שלימה מען ווארט מיר זאלן געהאלפן ווערן שופר של משיח הערן וואס דערויף מען האפט און מען גאפט יום שכולו שבת מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר עיר ציון תמלא מיר ווארטן דיך אלע מיט בענקשאפט אן א שיעור שבת שבת קודש מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר בואי כלה מיר ווארטן דיך אלע מיט בענקשאפט אן א שיעור יום שכולו שבת מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר עיר ציון תמלא מיר ווארטן דיך אלע מיט בענקשאפט אן א שיעור

טרייסט מיין פאלק

סקולען

s0202 טרייסט מיין פאלק סקולען מחבר: הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל | נועם 2 טרייסט מיין פאלק סקולען מחבר: הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל | נועם 2 טרייסט מיין פאלק זאגט דער ליבער גאט טרייסט מיין פאלק זאגט דער ליבער גאט גענוג געווייטאגט און געבלוטיגט האט ירושלים מיין הייליג שטאט אין דער מדבר שרייט א שטימע שפאלט די פינסטערניש פון נאכט פארשוואונדן זאלט איר בערג און טאלן פאר גאט'ס מאיעסטעט און פראכט גייט דער הערשער פון די וועלטן צו ישראל זיין טייער קינד ברענגט אים חסד ברענגט אים רחמים ברענגט אים מחילה אויף זיינע זינד טרייסט מיין פאלק טרייסט מיין פאלק האט געזאגט דער ליבער גאט איך וועל באגיסן מיט גליק און פרייד ירושלים מיין הייליג שטאט

ניגון ביכורים

סקולען

s0090 ניגון ביכורים סקולען מחבר: כ"ק אדמו"ר מסקולען זי"ע | מילים: ר' צבי יוסף מיסקי ז"ל | סקולען מיט אידיש נחת ניגון ביכורים סקולען מחבר: כ"ק אדמו"ר מסקולען זי"ע | מילים: ר' צבי יוסף מיסקי ז"ל | סקולען מיט אידיש נחת אצינד שטיי איך פאר דיר ליבער גאט אין בית המקדש דאס הייליג ארט און ברענג פאר דיר מיין ערשטע גאב און זאג פאר דיר מיין לויבונגס ווארט נעם זשע אן מיט ליב און ווילן מיין קרבן מיין געשאנק הער זשע אויס מיט ליב און ווילן מיין געבעט און מיין געזאנג בענטש די פרוכט פון אונזער ארבעט בענטש דאס פאלק בענטש דאס לאנד זאל דאס פאלק שוין לעבן גליקליךאון נישט וויסן פון קיין שאנד זאל דאס פאלק שוין אייביג לעבןאין זיין לאנד און אויף זיין ארט זאל דאס פאלק מיט גליק ערפילן דיין געבאט און דיין הייליג ווארט

שבת ליד

סקולען

s0052 שבת ליד סקולען מחבר: כ"ק אדמו"ר בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל שבת ליד סקולען מחבר: כ"ק אדמו"ר בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל דער שבת קודש קומט ער איז דאך פון גאט באשטימט צו קומען אין דיין הארץ אין דיין נשמה דיר צו ברענגען א גאנצע נחמה נעם אים אויף פאר דעם חשוב'סטן גאסט מיט אלעמען וואס דו האסט רו אין אים און פארשוועך אים נישטמיט געשעפט און מלאכה וועט דיר דערפאר גאט בענטשן מיט פיל ברכה געדענק דעם שבת צו הייליגן מיט אים דיין נשמה צו פאראייביגן שטיי אויס דעם נסיון דעם שבת צו היטן וועט דיר דערפאר גאט בענטשן מיט אלעם גוטן דער זכות פון שבת קודש איז זייער גרויס ער לאזט זיך דאך אייביג נישט אויס און אז דו וועסט דעם שבת רוען וועסטו דאך א גאנצע וואך אויפבליען געבענטשט וועסטו ווערן ממקור הברכה מיט שפע ברכה והצלחה עס וועט דיר תמיד זיין גוט און וואויל אז דו וועסט נישט מאכן פון דעם שבת חול צו אלע וואונדן איז דער שבת א רפואה צו אלע צרות א ישועה אוועק אלע פינסטערנישן פאר דעם שבת ליכט פאר זיין הייליגן געזיכט נעם דעם שבת אין הארץ אריין וועט דיר ליכטיג און פרייליך זיין וועסט דערלעבן די ישועה פון כלל ישראל ובא לציון גואל

אב הרחמים

עתיק

s0175 אב הרחמים עתיק מחבר: ר' יחזקאל ראטענבערג ע"ה הי"ד אב הרחמים עתיק מחבר: ר' יחזקאל ראטענבערג ע"ה הי"ד אב הרחמים השקיפה ממרום קוק דיך נאר אום זע ווי מיר זענען צווישן בלויז משחיתים אב הרחמים זע ווי מען יאגט אונז נאר ארום זאל אונז שוין ביישטיין אלע מיני זכותים הוא ירחם עם וקבצנו יחד צוזאם הוא ירחם עם עמוסים ויזכור ברית פון אונזערע אבות דער זכות בגלל אבות תושיע בנים מיר זענען דאך זייערע קינדער באווייז אונז דיינע גרויסע ווינדער ויזכור ברית איתנים ויציל ויציל ויציל מלך פודה ומציל כי גדול אתה ועושה נפלאות כביכול איז א משנה עיתים ער זאל איבערדרייען די צייטן צום גוטן ויציל נפשותינו מן השעות הרעות ויגער ביצר הרע דער מלך זקן דער נער וואס ער וויל מכשיל זיין אלע מיני ברואים ויגער ביצר אנשרייען אונז פון זיינע הענט צו באפרייען ויגער ביצר הרע מן הנשואים ויחון דערבארעם דיך שוין כי אנחנו עמך וצאן השקיפה ממעון אויף די אידישע טייערע קרוין ויחון ויחון ויחון אמת ויציב ונכון מיר האפן מיט גרויס בטחון אז די ישועה וועט קומען בקרב הימים כאטש אז יעדער איד פארשטייט עס אז אביסל פאמעלעך גייט עס ויחון אותנו לפליטת ויחון אותנו לפליטת עולמים וימלא וימלא מען זאל געהאלפן ווערן אלע וימלא משאלותינו במדה קיין איד זאל נישט וויסן פון קיין בידה במידה טובה מיט א ישועה קרובה מען זאל נישט דארפן זיין קיין לוה עס זאל זיין ואכלתם לחמכם לשובע רשעים דוחו ולא יוכלו קום אבער מיר אידעלעך וואס זענען גוט און פרום זאלן געהאלפן ווערן בכל משאלותינו ארום און ארום במדה טובה ישועה ורחמים

אייזן באן

עתיק

s0380 אייזן באן עתיק מיוחס להרה"צ ר' ישראל סלנטר זצ"ל אייזן באן עתיק מיוחס להרה"צ ר' ישראל סלנטר זצ"ל א גאנצע וועלט מיט אייזן באנען איז אין די צייט געווארן וועלכע זיי פירן פאסאזשירן סיי ארעם און סיי רייך לויפט זען דעם חידוש נאר האלט גוט ביים זכרון אז דאס איז א משל פונקט אנטקעגן אייך מיר זיצן דא אין די וואגאנען דער לאקאמאטיוו איז די צייט ער פירט מיט זיך מענטשן מיליאנען און ער לויפט ווי די קוילן אין שטרייט יעדער רעלעסע איז איינע סעקונדע יעדער פשיסדקע איז איין יאר יעדער סטאציאן איז איינע שטונדע און אפאיאזד איז א גאנצער דור און דעם בילעט וואס דו האלטסט אין טאש דאס איז דיין מזל דיין רייזע פלאן וויפיל צו פארן און אין וואספארא קלאס אזוי ווי עס איז באשטימט פון גאט דער דירעקטער פון די באן די קאנדאקטארן זיי באקוקן די בילעטן און זיי באזעצן די פאסאזשירן יעדער לויט זיין קלאס וועמען אין ערשטן אין דיוואנעס געבעטן און וועמען אין פערטן וואו ענג און וואו נאס די קאנדאקטארן זיי זענען די שליחים פון דער השגחה געשיקט וועמען צו געבן גליק מיט רווחים און ווער ער זאל נעבעך זיין געדריקט וועמען געזונט עשירות און אלעס און קינדער ווי עפל פון בוים און וועמען עלנד קראנקהייט און דלות און דערנאך צו זיין פארוואגלט פון דער היים נאר אויף די קאנדאקטארןאיז נישט דא קיין אומרעכט די וועלט פירט זיך נישט אן א פלאן מ'זעצט יעדער'ן לויט זיין בילעט אזוי ווי ס'איז באשטימט פון גאט דער דירעקטער פון די באן אין די וואקזאלן מ'קלינגט מיט א גלעקל די קאנדאקטארן זיי שפרינגען אראפ עס לויפן פאסאזשירן יעדער מיט זיין פעקל פיל קומען צו און פיל קומען אפ די סטאנציעס זענען אונזערע יארן ראש השנה שרייבט מען אונז אן וועמענס בילעט איז אויף ווייטער צו פארן און ווער עס זאל גיין פון וואגאן אונזערע קאסירער איז דער בית דין של מעלה ער פארקויפט דעם בילעט לויט דעם דין ווער ס'האט צו פארן לאנג און ווער אויף א וויילע און ווער עס פארזוימט די מאשין און אז מ'הייסט אראפ טאדינג זיך נישט כאטש דו ביסט נאך נישט קיין אלטער מאן ווארים דיין בילעט איז אויס און דו וויינסט אומזיסט ווייל אזוי איז באשטימט פון גאט דער דירעקטער פון די באן אז צוויי פאיאזדן זאלן זיך נישט וויסטרעשן דאס איז אנבאלאנגט אין טעלעגראפיסט חלילה אז נישט קענען זיך קאלעטשן און וואגאנען מיט מענטשן ווערן צו וויסט אונזערע טעלעגראפיסטן זענעןדי לערער פון די קינדער דאס זענען זייערע פעדאגאגן אויף צוויי דעות קאנטראסטן באזונדער טוט דעם קינד'ס מח נישט צו שלאגן דער אלטער דור לויפט און פירט די אמונה און דער פרישער שרייט שטיי לאז נישט לערער צוויי קאנטראסטןאויף דער טריבונע געוואלד האט רחמנות אויף זיי מיט איין שלעכט ווארט פארדולט מען זיין קאפ ער פארלירט די אמונה און ווערט א טיראן און שפרינגט א ווילדער פון די רעלסן אראפ געגן דעם ווילן פון גאט דער דירעקטער פון די באן דער מאשיניסט שטייט אויף די פיקעטן און קוקט אויף דעם צילענדער וויפיל היץ און וויפיל זשאר זיין איין פארזען קען פון וועג אראפפירן און וואגאנען מיט מענטשן זענען אין געפאר אונזערע מאשיניסט איז דער שכל די גהירין וועלכע זענען אונזערע פירער ביים לעבן נאר דער שכל אליין קען צייטנווייז פארפירן האט מען אים א צילענדער געגעבן דא האסטו א צילענדער א תורה פון אויבן ווי ענג עס איז דיר גיב נאר א פרעג אמונה מיט שכל חקירה מיט גלויבן וועסטו גיין בשלום דיין וועג ווילסטו אבער פירן מיט א דולן קאפ דו לאכסט פון צילענדער פון גאנצן פלאן פאלסטו א צובראכענער פון די רעלסן אראפ געגן דעם ווילן פון גאט דער דירעקטער פון די באן ווי גרויס איז דער טימל ביי די וואקזאלן ווען איין פאיאזד גייט אוועקאון דער צווייטער קומט אן צו זען פון דארט די מענטשן וויל זיך זיין א בעל'ן פארשווינדט אבער דער פאיאזד ווי א לופט באלאן די באן איז די צייט אין וועלכע מיר לעבן די פאיאזדן לויפן א שרעק איין דור נאך א דור טוהן פליען און שוועבן איין דור קומט אן און דער צווייטער גייט אוועק איך וואלט געוואלט מיט מיין קינד כאטש א צוויי ווערטער רעדן אבער פלוצלינג פייפט דער גוויזדאך מיר שרייען האלט! אבער מ'לאכט אויס אונז ביידן דו הערסט דאך דער טויט קלינגט דער גלאק די מינוט איז טייער עס איז נישט דא קיין צייט זי ווערט געוואויגן לויטן גראם און דער אלטער פאטער אומזיסט גאר שרייט ווייל אזוי איז באשטימט פון גאט דער דירעקטער פון די באן

לעבעדיג לוסטיג פריילעך

עתיק

s0138 לעבעדיג לוסטיג פריילעך עתיק מחבר: הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע | אידיש קלעסיקס 2 לעבעדיג לוסטיג פריילעך עתיק מחבר: הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע | אידיש קלעסיקס 2 לעבעדיג לוסטיג פריילעך אן א צאל תמיד ביסטו הייליג פאלק ישראל מיט זיינע שמערצן מיט דיין געוויין תמיד מוזטו פריילעך זיין כאטש מ'יאגט מ'פלאגט און מ'שלאגט לעבעדיג לוסטיג פריילעך אן א צאל תמיד ביסטו הייליג פאלק ישראל פייער צינגען שלונגען דיך טייכן טרערן פארגיסן זיך דיין נשמה הויכסטו אויס מיט פרייד כאטש אין גלות וואנדערסטו שוין יארן דיין אמונה האסטו נישט פארלוירן ווייל טלית און תפילין איז דאך דיין לעבנס פאנצער עס קלאמערט דיך אין דיין ליבער גאט קיינמאל האסטו זיך נישט געבויגן אפילו מ'האט דיך אויף די מזבח אויסגעצויגן ווייל תמיד דו שרייסט נאר תמיד דו זינגסט נאר שמע ישראל ה' אחד

ענני

פינחס מרדכי וועבער

s0607 ענני פינחס מרדכי וועבער ענני פינחס מרדכי וועבער עננו אלקי אברהם עננו עננו פחד יצחק עננו עננו אביר יעקב עננו עננו העונה בעת רצון עננו עננו העונה בעת צרה עננו עננו העונה בעת רחמים עננו אבער בעטס ענני ענני אוי אלקי אברהם ענני ענני ענני בעטס פחד יצחק ענני ענני ענני קומה והושיענו ענני ענני ענני אוי ענני ענני ענני אוי אלקי אברהם ענני ענני ענני אידן גייען דורך שווערע גייען דורך שווערע רגעים ענני אוי ענני ענני וויפיל צרות נעבעך לא עלינו ענני ענני ענני ענני העונה בעת צרה ענני א טאטע גייט ארויף אויף א באס שוין מער נישטא ענני וויפיל קליינע יתגדל ויתקדש שמיה רבה? אוי ענני! אוי ענני! אוי ענני! ענני העונה בעת רצון ענני אוי אומשולדיגע שעפעלעך שלום הצאן הצאן ענני ווען וועסטו שוין טאטע זאגן גענוג שוין! ענני ענני! ענני! ענני! אוי ענני ענני ענטפער דו ענני וויפיל טאטעס מאמעס דערצו בעטן אוי ענני אוי ענני ענני וויפיל בעטן זיך רפאינו אוי ענני! אוי ענני! ענני! ענני העונה בעת צרה ענני ס'איז דא אין יעדע שטוב א זעקה מרה ענני ענני ס'איז אין בית אשר אין שם צרה ענני אוי ענני! אוי ענני! אוי ענני! ענני העונה בעת רצון ענני וויפיל בעטן איך וויל שוין מאכן א קידוש איך וויל שוין א שמחה שוין ענני טאטע ווען וועסטו מיר צוריק אנטאן אויפ'ן קאפ דיין קרוין ענני ענני! ענני! ענני! הייליגער טאטע חתן כלה בעטן זיך ביי דיר די שכינה זאל אריינקומען מיט וואוינען אין זייער קוואטיר איש ואשה שזכו שכינה שרוי' אוי געב זיי די זכי' ענני טייערער חתן אין אזעלכע צייטן בעט געזונט פאר דיין מאמע און דיין טאטן ענני העונה בעת רחמים אוי ענני ענני! ענני! ענני! און מיינע ווערטער וויל געבן אן ענדיג עטס זאלטס האבן שמחות שטענדיג און אלע ענקערע בקשות זאלן ווערן נתמלא ויהא רעוא מן קדמא ס'זאל זיין א קשר של קיימא לכה חתן לקראת כלה

אהיים

פיני איינהארן

s0651 אהיים פיני איינהארן לחן ומילים: איצי ברי \ אלבום: פיני אהיים פיני איינהארן לחן ומילים: איצי ברי \ אלבום: פיני הנה זה עומד אחר כתלינו עס קומט שוין עס קומט שוין א ישועה עס קומט שוין די גאולה קרובה ישועה גדולה במהרה בימינו אהיים אהיים אהיים אהיים מ'גייט שוין אהיים אהיים במהרה בימינו אהיים אהיים אהיים אהיים מ'גייט שוין אהיים אהיים מיט משיח צדקינו

אנא ה' הושיעה נא

פיני איינהארן

s0707 אנא ה' הושיעה נא פיני איינהארן לחן ומילים: אלי קליין \ אלבום: סינגל אנא ה' הושיעה נא פיני איינהארן לחן ומילים: אלי קליין \ אלבום: סינגל הושיעה נא ממידות רעותהצליחה נא במידות טובותהושיעה נא מלשון הרעהצליחה נא בתלמוד תורה הושיעה נא ממעשים רעיםהצליחה נא במעשים טוביםהושיעה נא בעולם הזההצליחה נא לעולם הבא אנא ה' הושיעה נאאנא ה' הצליחה נאאנא ה' הושיעה נא נא נאאנא ה' הצליחה נא לישועתך קיויתי ה'קיויתי ה' לישועתךה' לישועתך קיויתיקיויתי ה' אנא ה' הושיעה נאאנא ה' הצליחה נאאנא ה' הושיעה נא נא נאאנא ה' הצליחה נא

פרוק

פיני איינהארן

s0626 פרוק פיני איינהארן לחן: איצי ברי \ אלבום: במסתרים פרוק פיני איינהארן לחן: איצי ברי \ אלבום: במסתרים אלקא דיליה יקר ורבותא פרוק ית ענך מפום אריותא כלל ישראל פלאגן שוין אזויפיל יארן געוואלד ואפיק ית עמך כלל ישראל פלאגן שוין אזויפיל יארן געוואלד מגו גלותא אוי עמך עמך די בחרת עמך די בחרת מכל אומיא מיר זענען עמך עמך די בחרת עמך די בחרת מכל אומיא

כולם אהובים

פיני איינהארן, מענדי גולדברג

s0364 כולם אהובים פיני איינהארן מענדי גולדברג לחן: עממי | מילים: מענדי גולדברג פיני איינהורן כולם אהובים פיני איינהארן מענדי גולדברג לחן: עממי | מילים: מענדי גולדברג פיני איינהורן כולם אהובים כולם ברורים כולם גבורים כולם קדושים ווי וואויל איז יעדער איד געשמאק צו זיין א איד כולם אהובים כולם ברורים כולם גבורים כולם קדושים געשמאק צו זיין א איד ווי וואויל צו זיין א איד

ולא נבוש

צאלי גאלד

s0133 ולא נבוש צאלי גאלד לחן: ר' משולם גרינבערגער | אהבה רבה ולא נבוש צאלי גאלד לחן: ר' משולם גרינבערגער | אהבה רבה ועל חסדך הגדול באמת ובתמים נשעננו ולא נבוש כי בך בטחנו טאטע מיר פארלאזן זיך נאר אויף דיר טאטע זיסער נאר אויף דיר אן א שיעור בעטן מיר יהמו נא יהמו נא רחמיך השם אלקינו ולא נבוש כי בך בטחנו כי בך כי בך בטחנו

א היימלאזער פאסטוך

קאלוב

s0599 א היימלאזער פאסטוך קאלוב מחבר: הרה"ק מקאלוב זצ"ל א היימלאזער פאסטוך קאלוב מחבר: הרה"ק מקאלוב זצ"ל היימלאזער פאסטוך דו ארימער היימלאזער אויף די וועלט נא דיר דא די פולע בערזל מיט געלט און איך קויף פון דיר אפ דיין גאנצע ארעמקייט גראד אבער דיין ליבע תורה גיב מיר אוועק אנשטאט און איך קויף פון דיר אפ דיין גאנצע ארעמקייט גראד אבער דיין ליבע תורה גיב מיר אוועק אנשטאט ענטפערט דער ארימאן אויב די געלט וואלט געווען נאר אן איינגאבע און טויזנט מאל אזויפיל וואלט נאר געווען א צוגאבע און אפילו די גאנצע וועלט וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן וואלט איך די תורה הקדושהפאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן און אפילו די גאנצע וועלט וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן וואלט איך די תורה הקדושהפאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן ווייל די געלט וועט נאך אויסגעניצט ווערן אמאל און דעמאלטס וועל איך פארבלייבן אן געלט און אן די אמונה באלקי ישראל אוי ערשט דאן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין א היימלאזער פאסטוך א היימלאזער ארעמאן אוי ערשט דאן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין א היימלאזער פאסטוך א היימלאזער ארעמאן

הומים צועקים

קאלוב

s0598 הומים צועקים קאלוב מחבר: הרה"ק מקאלוב זצ"ל / מילים: רבי ישכר בעריש אייכענשטיין מזידיטשוב זצ"ל הומים צועקים קאלוב מחבר: הרה"ק מקאלוב זצ"ל / מילים: רבי ישכר בעריש אייכענשטיין מזידיטשוב זצ"ל שירנאק רינאק אה באראנאק פאנאס קאדנאק אה יהאסנאק עי דע מאנדיא מעג אה גאזדה יאנהאק אדיאן סענאט איאנהאק הומים צועקים צאן קדשים תחן עורכים לרועיהם יאמר נא לאדונהו יתן מספוא לצאנהו עס וויינען און שריייען די שעפעלעך זייער צו דעם פאסטוך אן אן אויפהער צו דעם פאסטוך אן אן אויפהער אוי ער זאל זאגן פארן הער ער זאל געבן צו עסן פאר די שעפעלעך מער ער זאל געבן צו עסן פאר די שעפעלעך מער דע אה גאזדא אסט פעלעלי וואן אה באקאר באן קיסעדהעטי דע אה יאהאז אסט פעלעלי הא אה נאיאט איד טעלעלי יעווע נארארא מעג שעם פעי אבל אדון משיבהו יש עוד צמח בשרשהו אבל רועה משיבהו אם כה יהיה מאכל צאנהו לקיץ הבא בל יחליבהו אבער דער הער ענטפערט אים מיט צארן אז אין שייער איז נאך דא קארן אז אין שייער איז נאך דא קארן אוי אבער דער פאסטאך ענטפערט אים אויף דעם אז ער וועט אין ווינטער פאר די שעפעלעך נישט צו עסן געהן וועט ער אין זומער זייערע מילך נישט זען וועט ער אין זומער זייערע מילך נישט זען וואן קעט העט וואד עש האראם האד אה סאמאדא מאט אידעי וואראם דע אה מאטיען אה סאמאר האטאן טאלאן אז לעס אקיט וואראם יש עוד שבוע או שתים אשר אחכה למספר הצאן בכליון עינים אך שם בא רוכב על החמור אולי זה יהיה גואל הדור עס איז דא איינס אדער צוויי וואכן פארלאפן וואס אויף אונזער אויסלייזער טוען מיר האפן וואס אויף אונזער אויסלייזער טוען מיר האפן אוי דארט קומט ער אויפ'ן אייזל'ס רוקן אפשר איז דאס דער אויף וועמעןמיר טוען ארויסקוקן אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויסקוקן יאנאפאט יאנאפאט עידעשקעד וועש קישוואוי טאראם יאהא אימבאן וואן עי קארהאם דע אה יאהאס אסט פעלעלי מיג ען לעסעג אה קענדבוי טאריא יאהא נעם לעס קאריא שלום עליך רועי נאמני ספר נא לי משלום צאני אבל רועה משיבהו עד שאני אהי' רועהו בל יחסר מצאנהו פרידן צו דיר מיין טייערער פאסטוך זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך אוי אבער דער פאסטוך ענטפערט עס אן א קלער ווי לאנג איך בין דער פאסטוך פונעם הער וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין מעלער וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין מעלער

סעיגען לעגעין – א היימלאזער פאסטוך

קאלוב

s0730 סעיגען לעגעין – א היימלאזער פאסטוך קאלוב מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע סעיגען לעגעין – א היימלאזער פאסטוך קאלוב מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע היימלאזער פאסטוך דו ארימער היימלאזער אויף די וועלט נא דיר דא די פולע בערזל מיט געלט און איך קויף פון דיר אפ דיין גאנצע ארעמקייט גראד אבער דיין ליבע תורה גיב מיר אוועק אנשטאט און איך קויף פון דיר אפ דיין גאנצע ארעמקייט גראד אבער דיין ליבע תורה גיב מיר אוועק אנשטאט ענטפערט דער ארימאן אויב די געלט וואלט געווען נאר אן איינגאבע און טויזענט מאל אזויפיל וואלט נאר געווען א צוגאבע און אפילו די גאנצע וועלט וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן און אפילו די גאנצע וועלט וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן ווייל די געלט וועט נאך אויסגעניצט ווערן אמאל און דעמאלטס וועל איך פארבלייבן אן געלט און אן די אמונה באלקי ישראל אוי ערשט דאן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין א היימלאזער פאסטוך א היימלאזער ארעמאן אוי ערשט דאן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין א היימלאזער פאסטוך א היימלאזער ארעמאן

שירנהק רינהק,(הומים צועקים)

קאלוב

s0249 שירנהק רינהק קאלוב לחן: הרה"ק מקאלוב זי"עמילים באידיש: רבי ישכר בעריש אייכענשטיין זצ"ל מזידיטשוב שירנהק רינהק קאלוב לחן: הרה"ק מקאלוב זי"עמילים באידיש: רבי ישכר בעריש אייכענשטיין זצ"ל מזידיטשוב שירנאק רינאק אה באראניאק פאנאס-קודנאק אה יוהאסנאק עי דע מאנדיא מעג אה גאזדאיאנאק אדיאן סעינאט אה יוהאנאק הומים צועקים צאן קדשים תחן עורכים לרועיהם יאמר נא לאדונהו יתן מספוא לצאנהו עס וויינען און שרייען די שעפעלעך זייער צו דעם פאסטעך אן אן אויפהער צו דעם פאסטעך אן אן אויפהער אוי ער זאל זאגן פארן הער ער זאל געבן צו עסן פאר די שעפעלעך מער ער זאל געבן צו עסן פאר די שעפעלעך מער דע אה גאזדא אסט פעלעלי וואן אה באקארבאן קיסעדהעטי דע אה יאהאז אסט פעלעלי הא אה נאיאט איד טעלעלי יעווע ניארארא מעג שעם פעי אבל אדון משיבהו יש עוד צמח בשרשהו אבל רועה משיבהו אם כה יהיה מאכל צאנהו לקיץ הבא בל יחליבהו אבער דער הער ענטפערט אים מיט צארן אז אין שייער איז נאך דא קארן אז אין שייער איז נאך דא קארן אוי אבער דער פאסטעך ענטפערט אים אויף דעם אז ער וועט אין ווינטער פאר די שעפעלעך נישט צו עסן געהן וועט ער אין זומער זייערע מילך נישט זעהן וועט ער אין זומער זייערע מילך נישט זעהן וואן קעט העט וואד עש האראם האד אה סאמאדא מאט אידעי וואראם דע אה מאטיען אה סאמאר האטאן טאלאן אז לעס אקיט וואראם יש עוד שבוע או שתים אשר אחכה למספר הצאן בכליון עינים אך שם בא רוכב על החמור אולי זה יהיה גואל הדור עס איז דא איינס אדער צוויי וואכן פארלאפן וואס אויף אונזער אויסלייזער טוען מיר האפן וואס אויף אונזער אויסלייזער טוען מיר האפן אוי דארט קומט ער אויפ'ן אייזל'ס רוקן אפשר איז דאס דער אויף וועמעןמיר טוען ארויסקוקן אפשר איז דאס דער אויף וועמעןמיר טוען ארויסקוקן יאנאפאט יאנאפאט עידעש קעד וועש קישוואוי טאראם יאהא אימבאן וואן עי קארהאם דע אה יאהאס אסט פעלעלי מיג ען לעסעג אה קענדבוי טאריא יאהא נעם לעס קאריא שלום עליך רועי נאמניספר נא לי משלום צאני אבל רועה משיבהו עד שאני אהיה רועהו בל יחסר מצאנהו פרידן צו דיר מיין טייערער פאסטעך זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך אוי אבער דער פאסטעך ענטפערט עס אן א קלער ווילאנג איך בין דער פאסטעך פונעם הער וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין פעלער וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין פעלער

א שמייכל

קינדער קלאנגען

s0473 א שמייכל קינדער קלאנגען א שמייכל קינדער קלאנגען ווייסטו וואס איך האב אין מיין טאש?נישט קיין פעני אויך נישט קיין נאש אופס ס'איז א שמייכל איך האב עס אזוי ליב איך טו עס אן אין די גאס און אין די שטוב הוי מקבל את כל האדם בשמחה

איינס צוויי אויפשטיין

קינדער קלאנגען

s0472 איינס צוויי אויפשטיין קינדער קלאנגען איינס צוויי אויפשטיין קינדער קלאנגען איינס צוויי אויפשטיין אין שוהל גיין איינס צוויי אויפשטיין אין חדר אריין דאנקען און לויבן דעם גרויסן טאטע אלוקי נשמה שנתת יעדן אינדערפרי טהורה היא אויף דעם זאגט מען מודה אני ווי א לייב זיך געבן א הייב לעבודת הבורא דאווענען און לערנען די הייליגע תורה

איך בין שוין גרויס

קינדער קלאנגען

s0471 איך בין שוין גרויס קינדער קלאנגען איך בין שוין גרויס קינדער קלאנגען איך בין שוין גרויס איך בין נישט קליין איך קען שוין גיין אין חדר אריין דאס אלף בית לערן איך פיין א תלמיד חכם וועל איך זיין איך בין שוין גרויס איך בין נישט קליין א מצוה יונגעלע וועל איך זיין איך פאלג טאטי מאמי אין מיין הויז קוק מיך אן איך בין שוין גרויס

בארג סיני

קינדער קלאנגען

s0474 בארג סיני קינדער קלאנגען בארג סיני קינדער קלאנגען ביים בארג סיני דעם קליינעם זענען מיר אידעלעך געשטאנען אינאיינעם ווען דער הייליגער בורא האט פאר די אידן געגעבן די תורה

דער קליינער שלמה'לע

קינדער קלאנגען

s0475 דער קליינער שלמה'לע קינדער קלאנגען דער קליינער שלמה'לע קינדער קלאנגען דער קליינער שלמהלע'ס קעפעלע ליגט שיין אין זיין בעטעלע שלמה'לע טוט געדענקען די תורה וואס מ'האט אים געשענקען דאס איז די בעסטע סחורה שלמה'לע האט ליב צו לערנען תורה ספרים וועט ער שרייבן א צדיק'ל וועט ער בלייבן א ירא שמים וועט ער אלעמאל זיין א ירא שמים וועט ער אלעמאל זיין

דריידל דריידל

קינדער קלאנגען

s0476 דריידל דריידל קינדער קלאנגען דריידל דריידל קינדער קלאנגען מיין זיידע און מיין באבי האבן מיך געגעבן חנוכה געלט האב איך געקויפט א דריידל די שענסטע אויף דער וועלט אוי דריידל דריידל דריידל דריי זיך שנעל ארום דריידל דריידל דריידל פאל שוין אויף דעם נון

ואהבת לרעך כמוך

קינדער קלאנגען

s0478 ואהבת לרעך כמוך קינדער קלאנגען ואהבת לרעך כמוך קינדער קלאנגען אמר רבי עקיבא ואהבת לרעך כמוךוואס איז מיינס איז דיינס וואס איז דיינס איז דיינס ווייל אזוי שטייט אין די הייליגע תורה דאס איז א גרויסע כלל אין די תורה צו ליב האבן יענע ווי זיך אליין

כיבוד אב ואם

קינדער קלאנגען

s0479 כיבוד אב ואם קינדער קלאנגען כיבוד אב ואם קינדער קלאנגען כיבוד אב ואםדאס איז דאך זייער שיין דער וואס פאלגט א טאטי מאמידער איז מלא חן ווען א טאטי מאמי קומט צו גיין שטעלט מען זיך שנעל אויף און מען ברענגט א בענקעלעזיי זעצן זיך ארויף אלע מיינע קינדערלעך מאכט נישט קיין גערידער ווען א טאטי מאמי שלאפט זינגט מען נישט קיין לידער

נעשה ונשמע

קינדער קלאנגען

s0484 נעשה ונשמע קינדער קלאנגען נעשה ונשמע קינדער קלאנגען ארום דעם בארג סיני פון גרויס ביז קליין שטייען מיר אלע אידן די תורה מקבל זיין נעשה ונשמע זייער זייער גערן קודם וועלן מיר טוןאון נאכדעם וועלן מיר הערן

על נטילת לולב

קינדער קלאנגען

s0487 על נטילת לולב קינדער קלאנגען על נטילת לולב קינדער קלאנגען מען נעמט דעם לולב אין די רעכטע האנט מען נעמט דעם אתרוג אין די לינקע האנט מען מאכט א ברכה הויך און שיין על נטילת לולב אמן און יעדער זאל ענטפערן אמן!

קליינע לעכטעלעך

קינדער קלאנגען

s0489 קליינע לעכטעלעך קינדער קלאנגען קליינע לעכטעלעך קינדער קלאנגען איין קליינע צוויי קליינע דריי קליינע לעכטעלעך פיר קליינע פינף קליינע זעקס קליינע לעכטעלעך זיבען קליינע אכט קליינע חנוכה לעכטעלעך און דער שמש אויך

תורה אונזער תורה

קינדער קלאנגען

s0492 תורה אונזער תורה קינדער קלאנגען תורה אונזער תורה קינדער קלאנגען תורה אונזער תורהא מתנה פון דעם בורא תורה אונזער תורהא מתנה פון דעם בורא מיר זענען גרייט אונזער לעבןפאר דיר אוועק צו געבן

קול ברמה נשמע

ר' יוסף בנימין וועבער

s0245 קול ברמה נשמע ר' יוסף בנימין וועבער לחן: ר' יוסף בנימין וועבער קול ברמה נשמע ר' יוסף בנימין וועבער לחן: ר' יוסף בנימין וועבער קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה הערט מיך צו וואס איך וויל שמועסן איך וויל אביסל מיין הארץ אויסגיסן וויאזוי קען איך מיר זעצן עסן און פון ירושלים עיר הקודש אינגאנצן פארגעסן קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה לאמיר זיך דערמאנען דעם גרויסן חורבן מיליאנען אידן זענען דורך די רשעים געשטארבן און נאכדעם אלעם מיט די בלוטיגע הענט אונזער הייליגן בית המקדש פארברענט קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה דער הייליגער בארג הר ציון ווי די שכינה הקדושה פלעגט צו רוען חרוב ונחרב אומעטום פוקסן גייען דארט ארום קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה אמאל איז געווען ליכטיג א יעדעס ווינקל און פלוצלינג איז געווארן אלעס טונקל אויסגעלאשן אלע לעכט אויף דעם דארף מען וויינען טעג און נעכט קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה דער איד וואס האט אמונה דער גלייבט דאך אין גלות השכינה קלני מראשי טוט זי זאגן מלאכים אין הימל וויינען און קלאגן קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה אוי מיין הארץ איז זייער צובראכן און בפרט אין די דריי וואכן עס איז שוין באלד צוויי טויזנט יארן וואס מיר האבן אונזער היים פארלארן קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה און די אידן וואס זענען געבליבן האט מען אלע אין גלות פארטריבן מ'האט זיי געשלאגן אן רחמנות איבערגעלאזט יתומים ואלמנות קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה בזמן ווען איך טו קלאגן אויף די חרבנות וויל איך מיך דערמאנען די אומשולדיגע קרבנות וואס זענען געווארן דערשטיקט און פארברענט מיט געשוואלענע פיס און געפרוירענע הענט קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה יללות געשרייען פון זעקס מיליאנען וואס זענען דעפארטירט געווארן אין פארשלאסענע וואגאנען ממזרח וממערב מצפון ומדרום זאל זיך הערן אין הימל פון די מאסן קברים קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה בשנת חמשת אלפים תרצ"ג האט דער דייטשער ימח שמו אנגעהויבן דעם געטומל געפייניגט און גע'הרג'ט ביז תש"ה געבליבן פון א משפחה איינס אדער צוויי קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה איה אבותינו ואמותינו היקרים מיר קענען זיך נישט משתטח זיין אויף זייערע קברים אבער די הייליגע נשמות זאלן גיין פאר'ן כסא הכבוד און בעטן רחמים אויף ביאת משיח בן דוד קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה אידישע קינדער שפארט נישט מיט טרערן ביז דער באשעפער וועט ענק צוהערן און מיר וועלן זיך אלע קיין ירושלים אומקערן און דאס בית המקדש וועט אויפגעבויט ווערן קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה בדרכי אבותינו לאמיר זיך פירן אז מיר זאלן נישט חלילה עולם הבא פארלירן די פארדארבענע וועלט לאמיר נישט נאכגיין וועט די זכות פון די קדושים אויף אונז מגין זיין קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה רחל אונזער מאמע פארגיסט ביטערע טרערן אויף אירע קינדער וויינט זי אן אויפהערן ביז דער הייליגער באשעפער וועט זי צו הערן און דאס בית המקדש וועט אויפגעבויט ווערן קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה נא אב הרחמן תשוב לציון עין בעין נראה בבנין אפריון והבית הזה יהיה עליון ואז גאולים יפצחו צהלה והבית הזה יהיה עליון ואז גאולים יפצחו צהלה קול ברמה נשמע ביללה קול נהי מציון המהללה

טאטע - רבי

ר' שלמה טויסיג

s0459 טאטע - רבי ר' שלמה טויסיג לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מכאן ואילך טאטע - רבי ר' שלמה טויסיג לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | מכאן ואילך די נשמה יעצט רייסט און עס וויינט איך ווייס שוין ליידער גוט וואס בענקשאפט מיינט איך בענק נאך מיין טאטן די לעכטיגע צייטן וואס האט מיך מיין לעבן באשיינט זיין צדקות זיין עבדות השם וואס איך האב אלע יארן געזען אינדערהיים אבער ליידער שקעה חמה איבערגעלאזט די מאמע און די גאנצע משפחה פאר’יתומ’ט און פארקלעמט א נחמה פון וואו מען נעמט דיין דאווענען דיין תורה די אלטע מסורה צו יעדע מצוה מיט אלע הידורים דיין חכמה ובינה געלעבט מיט אמונה אפילו מיט די שווערסטע יסורים טאטע טאטע וואו ביסטו וואו טאטע טאטע וואו ביסטו וואו די נשמה טהורה היא טאטע טאטע וואו ביסטו וואו טאטע טאטע וואו ביסטו וואו זכותו יגן עלינו זכותו יגן עלינו די נר נשמה פלאקערט און ברענט אין בית המדרש עס וויינען די ווענט דער גאנצער ציבור טראגט עס נישט איבער אזוי פילט יעדער וואס האט דיך געקענט דיין שמייכל דיין צורה דיין שיין פאר’ן אייבערשטן אזוי זיך מקדש צו זיין אין בית המדרש נישט שמועסן האסטו וועלטן איינגעריסן א אמן א קדיש א ברכה דיינע שיעורי תורה והלכה דיין חריפות דיין גאונות געבענטשט מיט כשרונות פאר אידנס וועגן געטון אן אויפהער דיין הארץ דיין נחמה פאר יעדע אידישע נשמה אזוינס וואס מען זעט שוין נישט מער יעדער וויינט:רבי רבי וואו ביסטו וואו רבי רבי וואו ביסטו וואו דו ביסט דאך געווען דער נר לרגלי טאטע טאטע וואו ביסטו וואו רבי רבי וואו ביסטו וואו זכותו יגן עלינו זכותו יגן עלינו

מאי דהוה

ר' שלמה טויסיג

s0585 מאי דהוה ר' שלמה טויסיג לחן: ר' משולם גרינבערגער | סינגל מאי דהוה ר' שלמה טויסיג לחן: ר' משולם גרינבערגער | סינגל מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא וואס איז געווען איז געווען פון יעצט וועל איך זיין גוט נאר לטובה אויסנוצן יעדע מינוט מאי מאי מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא

אוי ווי גוט

שבת'דיג

s0002 אוי ווי גוט שבת'דיג לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' הערשל דייטש | שבת'דיג אוי ווי גוט שבת'דיג לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' הערשל דייטש | שבת'דיג אין אמעריקע פאר די שווערע מלחמה אידישע קינדער האבן געארבעט זייער שווער יעדע וואך געזוכט א פרישע נחמה ווער ס'ארבעט נישט שבת האט נישט קיין ארבעט מער ערב שבת קוים באקומען די מאגערע געהאלט דער באלעבאס שרייט דא וועסטו ארבעטן ווי א קנעכט מארגן שבת קומען דו מוזט מיט געוואלד אבער ווי קען דען דער הייליגער שבת ווערן פארשוועכט יעדע פרייטאג פון ניי די קינדער קוקן זיך איין ער וויינט מיט טרערן פאר זיי אוי וואס וועט דא זיין אין זיין שווערע נויט נישט דא קיין פרנסה מער וואו וועט מען האבן א שטיקעלע ברויט היטן שבת איז דאך אזוי שווער ס'איז פרייטאג צונאכטס ער קומט אהיים פון דאווענען און ער וויינט און ער רעדט צו די קינדערלעך וואס דאס מיינט אוי ווי שווער איז צו זיין א איד דעם שבת קודש אויב מ'היט אויב מ'היט פארלירן די פרנסה מ'טוט אוי ווי שווער איז צו זיין א איד דעם שבת קודש אויב מ'היט אויב מ'היט פארלירן די פרנסה מ'טוט זיין שכן קומט אבער אהיים מיט א שמייכעלע און ער זינגט זמירות שבת מיט א שמחה אין זיין היכל'ע אוי ווי גוט צו זיין א איד דעם שבת קודש אויב מ'היט צו זיין א איד עס איז דאך אזוי גוט אוי ווי גוט צו זיין א איד דעם שבת קודש אויב מ'היט אויב מ'היט עס איז דאך אזוי גוט צוואנציג יאר דערויף זיינע קינדער וואקסן אויף אבער ליידער זיי ווערן כסדר נאר שוואכער און שוואכער פארוואס גייען זיי נישט אויף דעם וועג דעם גלייכער ער פרעגט פון זיין רב וואס גייט פאר מיט מיינע שאף פאר שמירת שבת אונזערע זיידעס און באבעס זיך מוסר נפש געווען און פארוואס אזעלכע דורות טו איך יעצט זען ווייל דו האסט געזאגט אוי ווי שווער איז צו זיין א איד דעם שבת קודש אויב מ'היט אויב מען היט פארלירן מ'טוט אוי ווי גוט צו זיין א איד דעם שבת קודש אויב מ'היט פיל השפעות פון הימל מ'גיט אוי ווי גוט צו זיין א איד דעם שבת קודש אויב מ'היט אויב מ'היט איז דאך אזוי גוט עטס הערטס די מעשה?געב נאר א קלער זאג קיינמאל נישט אז ס'איז שווער מיט א שמייכל געוויס ווייל שבת איז זיס ברענגט אריין א גוטן טעם ס'ברענגט נחת אן אן אויסנאם אוי ווי גוט איז צו זיין א איד

אנא מלך

שבת'דיג

s0004 אנא מלך שבת'דיג לחן ומילים: ר' ישעי' גראס הערשי וויינבערגער | שבת'דיג אנא מלך שבת'דיג לחן ומילים: ר' ישעי' גראס הערשי וויינבערגער | שבת'דיג אנא מלך מלכי המלכים צוה למלאכיך שיפקדוני ברחמים ויברכוני ברחמים טאטע זיסער געב אונז נאר מיט רחמים אנא מלך מלכי המלכים שיפקדוני מיט רחמנות ויברכוני מיט מתנות אנא בעט איך אנא

די מטבע

שבת'דיג

s0007 די מטבע שבת'דיג לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | שבת'דיג די מטבע שבת'דיג לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | שבת'דיג זאג נאר קינד מיינס ביסטו געווען אין מאה שערים טאטע ניין איך האב קיינמאל געזען מאה שערים א הייליג זיסקייט זעט זיך אן אויף א יעדע שטיין ווייסע קאפלעך קאפטענעס ירושלמי חן אין דעם שכונה אין געגנט פון מאה שערים וואוינט א איד דארט ר' נחום א מוכר ספרים מיט ארעמקייט געלעבט האט ער דארט א גאנצע צייט פרנסה נישט געהאט די הונגער אין די שטוב דערקענט זיך אויפן העכסטן גראד קיינמאל געווען זאט קוים אויף שפעזן פאר די קינדער קיינמאל דא גענוג א לעבן כולו רוחני א העכערע בליק ווי הונדערט יאר צוריק א קינד א קינד א קליינע זיסע קינד יצחק'ל דאס פנים אויסגעדארט דער קינד דער קינד א תמימות פון אים רינט אויף א בעסער מארגן אלץ געווארט דער קינד דער קינד ציכטיג ריין פון זינד קוים א שטיקל ברויט ער געפינט פון בעסערס נישט געוואוסט צו א מאלצייט ער גלוסט בעט ביים טאטן דער קליינער זיסער קינד קינד מיינס דו ווילסט הערן וואס איז ווייטער געשען?אודאי וויל איך הערן איין וואך פאסירט יצחק'ל שפאצירט צו שלוש סעודות אין ראחמיסטריווקא שול אויפן ערד ער קוקט א מטבע דארטן ליגט מיט דעם קען איך זיך שפייזן וואכן פיל ס'איז שבת טראכט צו זיך ער לייגט ארויף זיין שיך איך וועל ווארטן ביזן זמן דא לאנג ער טרעט אויף דעם ארויף איך הייב עס נישט אויף עס קלינגט אים אין זיין מח דעם געזאנג אז ביני ובין בני ישראל אות הוא אות הוא לעולם ביני ובין בני ישראל אות הוא אות הוא לעולם ביני ובין בני ישראל צווישן אונז א הייליגע בינד איך האב אין שבת אויך א טייל יא אפילו איך בין א קינד פלוצלינג אן אראבער גייט פארביי דו קליינטשיג קינד פון דאנעט גיי אוועק וואס שטייסטו דא גיבט ער א געשריי וואס באהאלטסטו דארט פאר מיר אנטפלעק דער אראבער גיט יצחק'ל א שטופ אנטלויפט מיט די מטבע בייזוויליג און קאלט אזא פארלוסט אזויפיל געלט ס'גיט א ציפ אבער דער לידעלע קומט אים ארויף באלד אז ביני ובין בני ישראל פון יצחק'לס אויגן רינט א טרער ס'איז שבת פאר בני ישראל אבער היטן שבת קען זיין אמאל שווער ביני ובין בני ישראל אפילו מיין חלום דא צערינט איך בין אויך פון בני ישראל יא אפילו איך בין א קינד דארט אין ווינקל ווערט טונקל אין מאה שערים ר' נחום דער פאטער פון זיין הייזעלע אין מאה שערים מיט שנעלע טריט ער איילט זיך צו פראווען שלוש סעודות שוין יארן לאנג בתמידות בני היכלא מיטן עולם באחדות וידידות הערן תורה וחסידות א קינד א קינד טרערן פון אים רינט דער טאטע זעט יצחק'ל פארוויינט שעפעלע מיינס ווער האט געטון אזאנס יצחק'ל דערציילט וואס דאס מיינט איך גיי אויס פאר הונגער געמיינט ס'וועט ווערן גרינגער ווער קען פארשטיין מיין געפיל דער טאטע טרערן ווישט דער קינד נאכאלץ צעמישט גייען זיי צוזאמען יעצט אין שול די מטבע איז שוין נישט דא אבער זיי זינגען נאך ווייטער צוזאמען ביני ובין בני ישראל אות הוא אות הוא לעולם ביני ובין בני ישראל אות הוא אות הוא לעולם ביני ובין בני ישראל אפילו דיין האפענונג גייט צוגרינד דער אויבערשטער ווערט פון דיר נתפעל יא אפילו דו ביסט א קינד ביי שלוש סעודות דער צדיק קוקט א קינד מיט טרערעלעך שטיין אין דער זייט דעם גבאי'ן רופן יצחק'ל ער שיקט קום צו מיר נאך מעריב אריין פריוואט דער רבי הערט די סיפור יעדעס ווארט ער זאגט יצחק'ל איך שפיר דיין צער דא האסטו א מטבע די זעלבע סארט און פון די מצוה פארקויף מיר דעם שכר טאטע יצחק'ל האט אוועקגעגעבןדי שכר פון די מצוה?נעעע הער וואס ער ענטפערט ביני ובין בני ישראל דער בורא מיט שבת באגליקט זיי איך געב עס נישט אוועק קיינמאל מיט שטאלץ נישט אנגערירט קיין מוקצה ביני ובין בני ישראל די שכר איז מיינס פון היינט אצינד ביני ובין בני ישראל יא אפילו דו ביסט א קינד

הדלקת הנרות

שבת'דיג

s0009 הדלקת הנרות שבת'דיג לחן: מאטי אילאוויטש | מילים: מ ישראלי | שבת'דיג הדלקת הנרות שבת'דיג לחן: מאטי אילאוויטש | מילים: מ ישראלי | שבת'דיג שבת איז געקומען אויף דער וועלט באלייכטן יעדע אידישע געצעלט אין א לייכטער שפיגלדיג ניי ברענען די לעכטעלעך צוויי א בית נאמן ווערט דא אויפגעשטעלט ביים חופה האט זי געבעטן מיט געוויין גע'חלומ'ט פון א לעבן אזוי שיין און ענדליך שטייט זי דא אין א מזל'דיגע שעה זי צינדט שוין לעכט אין איר אייגן היים יהי רצון שתזכני רבונו של עולם ענני איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה יהי רצון שתזכני דורות ערליכע שיינע זאל רוען צווישן אונז די הייליגע שכינה בנים ובני בנים בעט איך פון דיר אצינד זוכה זיין צו נחת פון א יעדע קינד אזוי האבן מאמעס געדאוונט אין אלע יארן פארביי דאס איז מיין בקשה פונקט אזוי ווי זיי בנים ובני בנים אוהבי השם וואס דינען דעם באשעפער מיט א ליבשאפט מיט א ברען בנים ובני בנים יראי אלוקים זרע קודש בה' דבקים יהי רצון שתזכני רבונו של עולם ענני איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה יהי רצון שתזכני דורות ערליכע שיינע זאל רוען צווישן אונז די הייליגע שכינה די יארן לויפן די צייט עס בלייבט נישט שטיין די משפחה איז געוואקסן הערליך און שיין שוין צוגעלייגט לעכט אסאך אבער זי בעט נאכאלץ די זעלבע זאך יעדע שבת ביי די לעכט מיט א געוויין די קינדער ארום איר פון גרויס ביז קליין די לעכטעלעך צינדט זי אן איין ביי איין מיט יעדע ליכט א טרער אויף יעדע קינד א קלער אויף יעדע זון און טאכטער א באגער יהי רצון שתזכני רבונו של עולם ענני דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות יהי רצון שתזכני געב זיי די שכל די ריינע ריכטיג צו קלויבן נישט צו מאכן קיין טעות בנים ובני בנים בעט איך פון דיר אצינד שענק מיר די הבנה ווי זיך צו פירן מיט יעדע קינד מחנך זיין על פי דרכו העלף מיר צו פארשטיין ווען צו זאגן יא און ווען צו זאגן ניין בנים ובני בנים אוהבי השם וואס דינען דעם באשעפער מיט א ליבשאפט מיט א ברען בנים ובני בנים יראי אלוקים זרע קודש בה' דבקים יהי רצון שתזכני רבונו של עולם ענני דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות יהי רצון שתזכני געב זיי די שכל די ריינע ריכטיג צו קלויבן נישט צו מאכן קיין טעות זי האט קיין-עין-הרע שוין אייניקלעך אסאך די קייטל האט זיך ווייטער געצויגן מיט פראכט און פונקט אזוי ווי איר די טאכטער און די שנור זאגן די תחינה יעדע פרייטאג צונאכט און אזוי אין די גאנצע וועלט אידישע דורות אויפגעשטעלט בזכות די תחינה יעדער פרייטאג צונאכט

הודו לה'

שבת'דיג

s0010 הודו לה' שבת'דיג לחן: ר' וואלף ליכטנשטיין | מילים: מאטי אילאוויטש | שבת'דיג הודו לה' שבת'דיג לחן: ר' וואלף ליכטנשטיין | מילים: מאטי אילאוויטש | שבת'דיג שקיעה בין השמשות די זמן פון שבת קלאנגען קינדערלעך לאמיר גיין אין שול א פנים חדשות דעם טאטן טוט אנטפאנגען עס כאפט אים אן א הארציגן געפיל הודו לה' כי טוב נישט אלעמאל דאנקען דיר איז גרינג דא א קלאפ דא א שטער דא א ווייטאג און דא א חוב איך ווייס אבער אז דו פירסט אלצדינג הודו לה' כי טוב מיט דעם דעם שבת קודש נעם איך אויף אין בית המדרש אריין מיט די קינדערלעך איך לויף דיר דאנקען און לויבן קומט מיר גלייך ארויף ש'כח באשעפער פאר די נחת אין מיין הויף קומט א שבת דערקענט זיך עס אזוי עס צעפלאמט זיך מיין הארץ אוי הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו

זמירות

שבת'דיג

s0017 זמירות שבת'דיג לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שבת'דיג זמירות שבת'דיג לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שבת'דיג פון איין שטאט צום אנדערן טוט ער ארומוואנדערן דער אור החיים הקדוש ער אליין פארציילט מען אים א מעשה'לע ווייזט אן אויף א גאסעלע ביי דעם ארעמאן קען מען איינשטיין אין דעם שטוב באמערקט ער א קדושה א פארשטערקטער ער זעט א הייליגע אור וואס שיינט און לייכט דער אידעלע פאר שמחה שפרינגט ער מיט התלהבות זינגט ער מיט זיינע קינדערלעך פרייטאג צונאכט זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך דער צדיק הדור פרעגט די מקור פון דעם אור וואס איך האב געזען ענטפערט ער דאך אז פאריגע וואך א רייכע גאסט ביי מיר געווען די זמירות ער הערט ס׳האט אים געשטערט זינגטס נישט הויך וויל ער ער גיבט געלט און גאלד נאר איין זאך געוואלט מיר זאלן זינגען שטילער מיר האבן קעגנגעשטעלט נעם צוריק דיין געלט די ברען וועט זיך נישט אפשטילן די גרעסטע עשירות זינגען זמירות פארן בורא מיט געפילן און ביים שבת טיש יעדע וואך פריש ווי הערליך און ווי וואונדערליך מיט א אידישע טעם זינג איך צוזאם מיט די לעכטיגע קינדערלעך זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך יא ענדליך ענדליך די אור איז מיר שוין פארשטענדליך זאגט דער אור החיים פאר דעם איד דער שטן האט זיך פארשטעלט געוואלט דיר געבן געלט צו שטערן די כח פון א שבת ליד זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך אידעלע זינג טאנץ און שפרינג בשמחה וברינה לויב מיט שבחים די מלאכים קוקן אראפ מיט קנאה אוי ווי רייך די שענסטע זאך ס'קען אלעס באזיגן גאר הויך די כח פון א שבת ניגון נאך א זמר און נאך א זמר פון אידישע שטיבער הערט מען לעכטיגער באקוועמער העכער און העכער ווערט מען אזמרה זינגטס פאר אים פארן יוצר כל יצור איז קינדערלעך וועגן דעם זינגטס אלע מיט מיט מיר זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות זמירות פאר השם יתברך

מזמור שיר

שבת'דיג

s0036 מזמור שיר שבת'דיג לחן: ר' חיים באנעט | מילים: הערשי וויינבערגער | שבת'דיג מזמור שיר שבת'דיג לחן: ר' חיים באנעט | מילים: הערשי וויינבערגער | שבת'דיג ווען מ'זיצט צוזאמען מען פארברענגט ברודערלעך מיט ענק ס'איז שבת אויף דער וועלט די נשמה מיט א העכערקייט עס לעבט א רואיגקייט עס שוועבט אזויפיל תענוג מ'קוועלט נאר א איד קען פארשטיין וויאזוי ס'שפירט אלע דאגות מ'פארלירט מ'ווארט אזוי מ'דארשט נאך עס אויף א גאנצע וואך עס בלייבט איינגעקריצט ווי צוזאמען שבת מ'זיצט און מ'זינגט שירות ותשבחות איך זינג מיט דיר און דו זינגסט מיט מיר שירות ותשבחות אן א שיעור מזמור שיר שיר ליום השבת די לעכטעלעך צאנקט מיט מיט די געזאנג מ'זינגט צום באשעפער מ'לויבט און מ'דאנקט מזמור שיר אוי שיר ליום השבת שלום עליכם מלאכי השלום כל מקדש שביעי כראוי לו י-ה אכסף נעם שבת מנוחה ושמחה אור לבי ובשרי ירננו אל ק-ל חי מה ידידות מנוחתך את שבת מזמור שיר ליום השבת טוב להדות לה' ולזמר לשמך עליון להגיד בבקר חסדך ואמונתך בלילות עלי עשור ועלי נבל עלי הגיון בכנור אוי שבת איך זינג מיט דיר און דו זינגסט מיט מיר שירות ותשבחות אן א שיעור מזמור שיר שיר ליום השבת די לעכטעלעך צאנקט מיט מיט די געזאנג מ'זינגט צום באשעפער מ'לויבט און מ'דאנקט מזמור שיר אוי שיר ליום השבת

נשמה יתירה

שבת'דיג

s0041 נשמה יתירה שבת'דיג לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שבת'דיג נשמה יתירה שבת'דיג לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שבת'דיג מיין טאטע פלעגט זאגן מיר קינד מיין ס׳קומט שבת אזא נחמה א מתנה באקומט איעדער איד דאן א הייליגע נייע נשמה טאטע אוי טאטע אויב פרעגן איך מעג איך וויל פארשטיין דיינע רייד א איד א נשמה האט דאך אלע טעג מיט וואס ווערט מען שבת באנייט א נשמה יתירה - אזא טייערע אוי וויל זי שיינען באלייכטן די וועלט א נשמה יתירה - אזא טייערע באלייכט דו אויך מיין געצעלט נשמה נשמה׳לע קינד מיינס פארשטיי נאר מיט הבנה די מתנה אזא ליכטיגער א שיינער אריינגעקריצט אין הארץ ביי מיר אוי נשמה די נשמה מיט קדושה זיך אנזאפן א געשעעניש אים איך זע נישט איך קען דיר נישט דערטאפן אבער ווי דערהויבן נשמה'לע איך שפיר א נשמה יתירה - אזא טייערע אוי וויל זי שיינען באלייכטן די וועלט א נשמה יתירה - אזא טייערע באלייכט דו אויך מיין געצעלט טאטע דער הייליגער שבת גייט אוועק די נשמה יתירה פארלאזט אונז וואס וועט דא זיין?קינד מיינס נעקסטע וואך קומט נאכאמאל שבת די נשמה קומט צוריק די נשמה יתירה היום יום רביעי בשבת אוי שבת שבו אומרים לכו נרננה לכו צום שבת גרייט מען שוין אזוי מיטן רצון דעם זעלבן שוין ארום לויפט מען פארן שבת אפילו געלט וועט מען לייען אין די געשעפטן און געוועלבן אויף שבת קויפט מען די הייליגע נשמה צו דערפרייען א נשמה יתירה - אזא טייערע אוי וויל זי שיינען באלייכטן די וועלט א נשמה יתירה - אזא טייערע באלייכט דו אויך מיין געצעלט נשמה נשמה'לע אין דעם גלות דעם קאלטן נשמה נשמה טוסט דעם אידעלע דערהאלטן און נאנט געברענגט צום בורא זי האט די נשמה נשמה לויטער און ריין נשמה נשמה'לע דאס ווייסט נאר דו אליין די שענסטע מתנה פון גאט א נשמה יתירה - אזא טייערע אוי וויל זי שיינען באלייכטן די וועלט א נשמה יתירה - אזא טייערע באלייכט דו אויך מיין געצעלט

נשמת

שבת'דיג

s0042 נשמת שבת'דיג לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | שבת'דיג נשמת שבת'דיג לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | שבת'דיג נשמת כל חי תברך את שמך השם ורוח כל בשר תפאר ותרומם טאטע איך שריי צו דיר נשמת טאטע איך לויב פאר דיר נשמת ווייל דו האסט מיר געגעבן די מתנה פון לעבן זינג איך פאר דיר נשמת כל חי

צפת

שבת'דיג

s0045 צפת שבת'דיג לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: הערשי וויינבערגער שרגי ליכטער | שבת'דיג צפת שבת'דיג לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: הערשי וויינבערגער שרגי ליכטער | שבת'דיג אין א זייטיגער גאס א שול'כל אין צפת דער רב פון שטעטל ביי זיין ברעטל געבט זיין דרשה געהויבענע עניינים די לחם הפנים ערקלערט ער פאר יעדן צוגלייך אז דער בורא היינט בענקט צו וואס מען האט דאן געברענגט די ברויטעלעך אזא נחת רוח דארטן ביים שיעור שטייט א אידעלע ביים טיר אזא התפעלות פון די חלות א טיפער הרגשה קיין סאך נישט געוואוסט און פלוצלינג זיך פארגלוסט דעם בורא א נחת רוח טאן מיט קליינטשיגע השגות צום באשעפער איך טראג עס דעם לחם הפנים ברענגען פון היינט אן דער גאנצער פלאן יעדעס ווארט גענוי גיבט ער איבער צו זיין פרוי חלות צוויי מיט א שיין געבוי באקן יעדע וואך פרייטאג ער גייט צו מיט געפיל אויסצופירן שוין זיין ציל די קויליטשלעך ער ברענגט אין שול א הימלישע גערוך אזויפיל תמימות אזויפיל נעימות אין ארון הקודש ער שטעלט זיי אריין א געבעט א שטילע שעפשעט א תפילה פארן בורא א קרבן זאל זיין פרייטאג אינדערפרי גרייט דער שמש צו ער זוימט זיך נישט ער וואשט און ווישט דער שול פאר שבת פרישט ביי זיך אין געצעלט איז ממש עק וועלט צו שבת מאכן איז נישט דא קיין געלט צום ארון הקודש טרעט ביים באשעפער ער בעט און אט ער גלייבט נישט וואס ער זעט איך בין גאר שאקירט איך גלייב נישט וואס דא פאסירט פון הימל באגליקט מיר געשיקט חלות אזוי שיין מיין געבעט אנגענומען אן ענטפער באקומען יעצט קען איך רואיג אהיימגיין פון דעמאלטס יעדע וואך א הימלישע גערוך דער איד ברענגט חלות דער שמש נעמט אהיים יעדער שבת דער אידל קוקט ביים ארון הקודש ער שטייט אנטציקט זיין קרבן איז באוויליגט די חלות פליט ארויף פול מיט שמחה זיין הארץ צעגייט דעם בורא אויבן האב איך דערפרייט דעם לחם הפנים צוריק באנייט אין הימל מען עסט עס אויף דער רב שטייט נישט ווייט ער זעט פון די זייט די מעשה טוט אים נישט געפעלן ער גלייכט נישט דעם געדאנק עס טוט אים גאר באנג די בזיון מוז מען אפשטעלן ר' איד איי ר' איד נאר דיר נישט אזוי דו ברענגסט דעם לחם הפנים צום קל חי דיין ברויט פליט נישט ארויף נאר ווער דען עסט עס אויף עס איז דער שמש וועם דו ביסט מחי' דער איד ווערט געלעמט אינגאנצן פארשעמט מיין כוונה איז דאך לויטער ריין איך האב מיר אנגעשטרענגט די קרבן געברענגט געמיינט נאר דעם אויבערשטן אליין באלד נאך שבת א בריוו ערשיינט די ציינער קלאפן דער רב ער ליינט די הענט עס ציטערט קלאגט און וויינט דער אר"י הקדוש שרייבט ווי נאר אין הימל מען האט געהערט די נחת רוח האסטו צעשטערט א גזר דין אויף דיר באשערט פאר'חתמ'עט און פארקלאפט ווייל ווער קען דען שאצן די גרויסע ווערד די תמימות דארט אין הימל מען דערהערט דער באשעפער זאגט איך נעם עס ווען מען מיינט עס מיט אן אמת ווי א קרבן עס ווערט באוויליגט אזא תמימות אזא נעימות אן קיין פניות לויטער און ריין אזא הייליגקייט אמת און ריינקייט ס'ווערט אנגענומען ס'איז דאך אזוי שיין אזא תמימות אזא נעימות ס'ווערט אנגענומען ס'איז דאך אזוי שיין

קה אכסוף

שבת'דיג

s0021 קה אכסוף שבת'דיג מחבר: הרה"ק רבי אהרן מקארלין זצ"ל | מילים: נ בינעטה | שבת'דיג קה אכסוף שבת'דיג מחבר: הרה"ק רבי אהרן מקארלין זצ"ל | מילים: נ בינעטה | שבת'דיג קה אכסוף נועם שבת אוי אוי אוי צו שפירן די זיסקייט פון דיין שבת איך בענק און גלוסט אזוי מיר זענען אויף אייביג פארבינדן פאראייניגט דער שבת מיט דער איד דער נאמען פון בורא אנערקענען אינאיינעם וואס ער באשאפט און פירט דער זיסער חן איך גלוסט פון יראת הרוממות שענק פאר אונז דיין פאלק מבקשי רצונך די ליכטיג הייליג אור פון שבת און תורה עפן אויף פאר אונז דיינע טויערן ברייט צו שפירן דיין רצון - דיין ליבשאפט און נאנטקייט אוי קה אכסוף איך גלוסט אזוי די זיסקייט פון שבת זאל מיין נשמה אנפילן וואס זי איז פאראייניגט מיט דיין עם סגולה היה הוה שמור שומרי היט אויף דיינע קינדער וואס ווארטן אויף שבת א גאנצע וואך כאיל תערוג ביים וואסער דארשט אויך אונז דיין פאלק ישראל ס'איז אונזער ווילן אונזער דארשט צו שטילן אוי אוי אוי מיט די קדושה און די זיסקייט פון שבת וואס זי איז פאראייניגט בשם קדשך היט אויף די וואס היטן מיט פרייד און ווילן נישט שיידן פון שבת קודש זיי זאלן געניסן ס'זאל פליסן השפעות טובות פון איר הייליגע קוואל ברכות מעל א גאנצע וואך נאך און נאך רייניג מיין הארץ מיט לויטערקייט דיר צו דינען מיט אמת און גלויביגקייט אוי קה אכסוף איך גלוסט אזוי די זיסקייט פון שבת זאל מיין נשמה אנפילן וואס זי איז פאראייניגט מיט דיין עם סגולה ויהיו רחמיך מתגוללים על עם קדשך דיין רחמנות זאל איבערפליסן אויף דיין הייליג פאלק ישראל אנצוטרינקען די וואס דארשטן און בעטן פאר דיינע חסדים ווי אויך צו שענקען פאר אלע וואס בענקען פאר קירבת אלקים ס'זאל איבערפליסן גלייך פון גן עדנ'ס טייך צו באלוינען און באקרוינען מיט שיינקייט דיין פאלק ישראל וואס היט דעם הייליגן שבת באגיס זיי א גאנצע וואך מיט ברכות פיל מיט נחלת יעקב - א שפע אן קיין גבול אוי קה אכסוף איך גלוסט אזוי די זיסקייט פון שבת זאל מיין נשמה אנפילן וואס זי איז פאראייניגט מיט דיין עם סגולה השבת נועם הנשמות קיין גרעסערע תענוג אויפן וועלט נישט פארהאנען א שבת פארברענגען מיטן בורא צוזאמען אזא דערהויבן פרייד א ליכטיגקייט ווייל אין שבת קודש די תשוקה איז אזוי גרויס צו קומען נאנט צו דיר מיין הארץ גייט אויס ווייל נפשי חולת אהבתך אויף שבת קודש מיין נשמה טוט ציען אונטער די ליבליך שוץ פון דיינע פליגלען רוען אוי קה אכסוף איך גלוסט אזוי די זיסקייט פון שבת זאל מיין נשמה אנפילן וואס זי איז פאראייניגט מיט דיין עם סגולה

שבת נאכן דאווענען

שבת'דיג

s0685 שבת נאכן דאווענען שבת'דיג לחן: ר' נפתלי משה שניצלער | מילים: שרגי ליכטער | שבת'דיג שבת נאכן דאווענען שבת'דיג לחן: ר' נפתלי משה שניצלער | מילים: שרגי ליכטער | שבת'דיג שבת נאכן דאווענען א קידוש טוט מען פראווענען יעדער זיין אויפגאבע טוט א קידושא רבה מיט טעם אינעם טלית איינגעהילט די בעכער איז שוין אנגעפילט בקול רם מ'מאכט קידוש הויך מיט א אידיש פלאם אוי אנעים זמירות מי ימלל גבורות שבת אויף דער וועלט שיינע קידוש צוגעשטעלט כל מיני מטעמים דאנקען און לויבן גאט פון די פעלקער אונז ער האט בחר מכל העמים על כן ברך ה׳ את יום השבת ויקדשהו שבת נאכן דאווענען א קידוש טוט מען פראווענען א ליבשאפט יעדעם נעמט ארום מ'זיצט בשבת אחים גם שכנים פריינט באגריסן זיך גלעזלעך משקה גיסן זיך דער למדן יעדעמ'ס מח שארפט חידושים אויפן סדרה ווארפט צאם אחים ורעים אידעלעך לחיים זינגטס איי דיי יאדידיי על כן ברך השם את יום השבת ויקדשהו אוי שבת נאכן דאווענען א קידוש טוט מען פראווענען געמיטער גאר געהויבענער באשעפער פון אויבן ער זעט ער זעט ווי זיינע קינדערלעך פירן זיך גאר וואונדערליך מתי מתי טאטע ווען מ'דאנקט און אויף ווייטער מען בעט דער בורא אונזער מנהיג שעפט נחת און תענוג און ער זאגט ווער ס'איז מענג דעם שבת קודש נותנים לו נחלה בלי מצרים השפעות אן א צאל שיק איך פאר מיין פאלק ישראל פון אויבן דא במרום על כן ברך השם את יום השבת ויקדשהו

אורים

שימי ענגעל

s0796 אורים שימי ענגעל לחן: הערשי וויינבערגער - שנית אורים שימי ענגעל לחן: הערשי וויינבערגער - שנית ונתת אל חושן המשפט את האורים ואת התומים והיו על לב אהרן בבאו לפני ה' וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען אזויפיל צרות דאגות און פראבלעמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען

גיי אן ווייטער

שימי ענגעל

s0299 גיי אן ווייטער שימי ענגעל לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | כלל גיי אן ווייטער שימי ענגעל לחן ומילים: מאטי אילאוויטש | כלל איך האב אין לעבן פארשידנס אדורכגעמאכט זכרונות וואס פארגעסן איז נישט לייכט שווערע טעג’ן ווען איך פלעג פרעגן פארוואס פונקט ביי מיר איך קען נישט ווייטער מער אלעס האט א שיעור ווייטאג וואס כ’האב קיינעם געקענט פארציילן יסורים וואס כ’האב נישט געקענט אליין אויסהיילן אז איך וויל האב איך פיל תירוצים גערעכטע פארוואס צו זיין פארביטערט אדער אויף וועגן שלעכטע איך האב אבער פארשטאנען עס איז אלס נסיונות פארהאנען עס וויל דעם מענטש אפשוואכן מען זאל נישט צו הויך דערגרייכן עס טוט וויי עס שטעכט ווי נעגלעך אנצוגיין קוקט אויס אוממעגליך אבער ווען אויפגעבן האט איך געפלאנט האב איך זיך גלייך דערמאנט איך קען נאר שטייגן העכער טאמער ווייס איך זעכער אז יעדע נסיון טוט מיר כוחות געבן ס’טוט וויי יא ביסט גערעכט איך וויין ווייל ס’שטעכט אבער דאך מוז איך אנגיין מיט מיין לעבן איך קוק נישט וואס ס’איז געווען נאר אויף פאראויס דארף מען זען ווייל אויב מ’קוקט נישט ווי מען גייט צוקלאפט מען זיך שטארק די פארגאנגענהייט לאז אפ אלטע פעקלעך ווארף אראפ וועסטו זען דו וועסט אנקומען ביזן שפיץ בארג ביסט אויפגעוואקסן מיט שווערע יארן יונגע פארלוירן צובראכן מצבים נישט קיין גרינגע אינדערהיים ליידער צו אין חדר אין ישיבה א שווערע זמן און האסט באשלאסן אז פון דיר וועט שוין גארנישט זיין די יאוש איז גרויס אבער לאז זיך נישט פארכאפן דער עבר קען נישט דיין גאנצן עתיד צוקלאפן דו מוזט גלייבן דו קענסט דיך הייבן אפילו נאך שוועריגקייטן און דו קענסט מצליח זיין גאר מער ווי א צווייטן דו מוזט דיך נאר דערמאנען עס איז אלץ נסיונות פארהאנען עס וויל דעם מענטש אפשוואכן ער זאל נישט צו הויך דערגרייכן ס’טוט וויי ס’שטעכט ווי נעגלעך אנצוגיין איז דאך אבער מעגליך און אויב אויפגעבן האסטו געפלאנט מוזטו ווערן דערמאנט אז דו קענסט נאר שטייגן העכער טאמער ווייסטו זעכער אז יעדע נסיון טוט דיר כוחות געבן ס’טוט וויי יא ביסט גערעכט דו וויינסט ווייל ס’שטעכט אבער דאך מוזטו אנגיין מיט דיין לעבן קוק נישט וואס ס’איז געווען נאר אויף פאראויס דארף מען זען ווייל אויב מ’קוקט נישט וואו מען גייטצוקלאפט מען זיך שטארק די פארגאנגענהייט לאז אפ אלטע פעקלעך ווארף אראפ וועסטו זען דו וועסט אנקומען ביזן שפיץ בארג

אמר רבי יוחנן

שלום לעממער

s0275 אמר רבי יוחנן שלום לעממער לחן: הערשי וויינבערגער | קידוש השם אמר רבי יוחנן שלום לעממער לחן: הערשי וויינבערגער | קידוש השם אמר רבי יוחנן בכל מקום שאתה מוצא גדולתו של הקדוש ברוך הוא שם אתה מוצא ענוותנותו של הקדוש ברוך הוא פאר די וועלט פאר די גאנצע וועלט ביסטו א מלך א מלך א מלך אליין און פאר מיר אבער פאר מיר ביסטו א טאטע א טאטע א טאטעניו מיין

טאנץ

שלום לעממער

s0624 טאנץ שלום לעממער לחן: אפרים מארקאוויטש \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: קידוש השם טאנץ שלום לעממער לחן: אפרים מארקאוויטש \ מילים: מאטי אילאוויטש \ אלבום: קידוש השם פאריאגט און פארפלאגט מיין הארץ אבער זאגט ווער פטור פון אלע קלעמען אלס אפגעשטעלט פארגעס פון די וועלט עס וועט אלעס שלעכטס אוועקנעמען די ברירה איז דיינס צו כאפן א טאנץ די הענט און די פיס אויפצוהייבן העלפן עס וועט לעולם ועד ממש דו וועסט עס נישט גלייבן זענט עטס גרייט גוט שבת גוט שבת כאפ אן דעם רינג טאנצן און שפרינג פארגעס פון די צרות אינגאנצן שמחה און פרייד פון הימל מ'שרייט פיין געטאנצן וואויל געטאנצן א טענצל לעבט אויף הייבט אויף ארויף עס איז אלע צרות מבזה פון אלעס גוטס פועל טאנץ פיין און וואויל פארגעס פונעם עולם הזה קיין חילוק די ביעט וועלכע ליד א פירער אדער א דרייער הארא מיט ראק אלס איז געשמאק טאנץ נאר און צינד אן דעם פייער זענט עטס גרייט גוט שבת גוט שבת כאפ אן דעם רינג טאנצן און שפרינג פארגעס פון די צרות אינגאנצן שמחה און פרייד פון הימל מ'שרייט פיין געטאנצן וואויל געטאנצן

כל זמן

שלום לעממער

s0578 כל זמן שלום לעממער לחן: הערשי ראטענבערג | קידוש השם כל זמן שלום לעממער לחן: הערשי ראטענבערג | קידוש השם א נשמה דו האסט מיר געגעבן גאר א ריינע ס'וועט נאך קומען א טאג דו וועסט איר צוריקנעמען זי איז דאך דיינע אבער איין זאך איך זאג דיר צו איר האלטן ריין איך פראביר און ביז דו וועסט איר נעמען פון מיר בלייבן וועל איך זינגען פאר דיר כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני זמן שהנשמה בקרבי כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני זמן שהנשמה בקרבי אהההה אזא הייליגע נשמה אהההה האסטו געגעבן פאר מיר אהההה און מיט מיין הייליגע נשמה'לע אהההה וועל איך זינגען פאר דיר

קידוש השם

שלום לעממער

s0623 קידוש השם שלום לעממער לחן ומילים: ליפא שמעלצער \ אלבום: קידוש השם קידוש השם שלום לעממער לחן ומילים: ליפא שמעלצער \ אלבום: קידוש השם א איד ער טוט שטאלצירן די פאלק וואס טוט זיך פירן מיט מידות אין א יעדע סביבה נאר צו טון וואס ריכטיג אייביג ריין און ליכטיג ווי עס פאסט א גוטער איד מען רעדט מיט יעדן איינעם און ארבעט צו מיט שכנים און כולל שוהל אויך און ישיבה פון רב ביז מילך מעלקער און ארבעט צווישן פעלקער מען זעט גלייך אז דער שכינה רוהט מאך א קידוש השם איי איי איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי איי איי א קידוש השם איי איי איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי איי א קידוש השם ווער קען זיין משער ווי גרינג דאך איז עס טייער יעדע סעקונדע קען מען שיינען להגדיל ולהאדירה זעט מען אויף די צורה דאס שיינקייט אז דא קומט א איד ביים שליסן פרישע הויפן ביים האנדלען און איינקויפן פארן פליגערס באסעס באנען מיט דעם שמייכעלע דעם זיסן פארגעסט קיינמאל צו גריסן דעם ביטע יישר כח אלס אפהיט מאך א קידוש השם איי איי איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי איי א קידוש השם פון ווי אזוי מען פירט זיך ביז ווי אזוי מען פארלירט זיך האלט אן דיין הנהגה אייזן אפילו צווישן אידן מיט ליבשאפט און צופרידן אויף נאך א איד מ'וועט ווייזן טי רא רא רא ראם באם גיב א קוק אין רמב״ם מקבל איז מען די מסורה ווער עס איז א נאמן דארף די מצוה נעמען עס איז דאך ממש מן התורה מאך א קידוש השם איי איי איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי איי איי א קידוש השם איי איי איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי איי דער קעניג האט ליב דאס קינד מיר זענען דערוועלטע פון איין הויז געזינד גאר שטאלץ האלט מען דעם פאן איך קוק מיר ארום און פון הארץ הייב איך אן מאך א קידוש השם איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי מאך א קידוש השם איי איי איי מאכטס א קידוש השם איי איי איי איי א קידוש השם

שמחינו

שלום לעממער

s0335 שמחינו שלום לעממער לחן: הערשי וויינבערגער | קידוש השם שמחינו שלום לעממער לחן: הערשי וויינבערגער | קידוש השם שמחנו כימות עניתנו שנות ראינו רעה טאטע געב מיר געזונט און לאנגע יארן געזונט און לאנגע יארן פול מיט פרייד טאטע געב מיר געזונט און לאנגע יארן זאל עס כאטש זיין אזוי פיל ווי די שוועריגקייט

תנועה'לע

שלום לעממער

s0466 תנועה'לע שלום לעממער לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | שלום תנועה'לע שלום לעממער לחן ומילים: הערשי ראטענבערג | שלום אויפן וועג אהיים צוזאמען ביים רבי׳ן פארברענגט אויפן וועג אהיים השפעות אונז געשענקט יעצט בין איך איינער אליין אוי מיין הארץ עס בענקט יעצט בין איך איינער אליין אבער דעם תנועה איך געדענק אה אה אה שלום ס’קומט א שווערע צייט פון באשעפער אזוי ווייט ס’קומט א שווערע צייט נסיונות פון יעדע זייט ביים עמוד איינער אליין זע איך מיין רבי שטיין ביים עמוד איינער אליין זינגט זיך דעם תנועה מלא חן אה אה אה שלום איי איי איי דעם תנועה׳לע אפילו ווען איך בין ווייט איי איי איי דעם תנועה׳לע עס ווארעמט אן מיין הארץ אה אה אה שלום

מנחה

שלומי גערטנער

s0560 מנחה שלומי גערטנער לחן ומילים: ר' מענדל ראטה | מנחה מנחה שלומי גערטנער לחן ומילים: ר' מענדל ראטה | מנחה דער הייליגער בעל שם האט אמאל געזאגט א קרעכץ פון א איד אינמיטן מארק שוין שפעט צו מנחה דאס קרעכץ אליין שפאלט אלע הימלען ביז ווילאנג קען מען דאווענען מנחה ביז ווילאנג קען מען דאווענען מנחה ביז ווילאנג קען מען דאווענען מנחה אוי מנחה מיין אידעלע געדענק די צייט איז שוין זייער ענג דער בורא שטייט און ווארט די טויער איז נאכנישט פארשפארט ניין מיין קינד קום דאווענען מנחה ויצא יצחק לשוח בשדה ויצא יצחק לשוח בשדה ויצא ויצא ויצא שוין שפעט צו מנחה ויצא יצחק לשוח בשדה ויצא ויצא ויצא קום דאווענען מנחה

נשמה

שלומי גערטנער

s0588 נשמה שלומי גערטנער לחן ומילים: ר' שמשון ניימאן | מנחה נשמה שלומי גערטנער לחן ומילים: ר' שמשון ניימאן | מנחה השיבנו השם אליך ונשובה חדש ימינו כקדם נשמה וואו ביסטו נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר נשמה קום צו מיר אוי נשמה נשמה וואו ביסטו פארבלאנדזשעט ווער ווייסט וואו נשמה קום צו מיר אוי נשמה יעדער איד ווען ער שפירט אז ער איז מיד זינגט דעם ליד די וואלקענעס וויינען מיט מיר איר טונקלקייט שפיגלט מיין הארץ דער מקום המקדש אזוי ליידיג אזוי וויסט די הייליג פלאץ באשעפער למענך עשה די אלטע טעג ווי ניי חדש ימינו ימינו כקדם

עם השם

שלומי גערטנער

s0330 עם השם שלומי גערטנער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | אלבום imagine עם השם שלומי גערטנער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | אלבום imagine עם השם עם השם משיח איז שוין באלד דא קוק נאר ארויף די זון שיינט שוין אויף חזקו ונתחזקה ס'וועט זיין גוט אין נאך א מינוט מיין ליבער איד חזקו ס'וועט זיין גוט אין נאך א מינוט מיין ליבער איד ונתחזקה

קלי קלי למה עזבתני

שלומי גערטנער

s0664 קלי קלי למה עזבתני שלומי גערטנער לחן: דודי קאליש | מילים: ר' חיים אלטער פאנעט | imagine קלי קלי למה עזבתני שלומי גערטנער לחן: דודי קאליש | מילים: ר' חיים אלטער פאנעט | imagine קלי קלי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי אל תרחק רבונו של עולם מיין געטרייער טאטע אפילו איך זינד בין איך דיין קינד פארוואס האסט זיך דערווייטערט אזוי ווייט פון מיין ישועה איז מיין ביטער געוויין טאטע לאז מיר נישט איבער אליין אידעלעך ברידערלעך קום בעטן צוזאמען אונזער גאט האט א געבאט נישט מואס זיין בתפילת רבים לאמיר איינרייסן הימלען מיט א ביטער געוויין זיכער וועט ער אונז נישט לאזן אליין

רבון העולמים

שלומי גערטנער

s0414 רבון העולמים שלומי גערטנער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | והתקין רבון העולמים שלומי גערטנער לחן ומילים: ליפא שמעלצער | והתקין רבון העולמים אוהבי השם אהבת תמים דער אייבערשטער האט ליב א איד וואס לעבט בתמימות אלע זיינע יארן און אן תערומות נאר בתמימות נישט אויפגעבן קיינמאל נישט פארפארן אוי רבון העולמים היינט באחרית הימים רבון העולמים ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים אבער דער אויבערשטער האט ליב א איד וואס לעבט בתמימות אלע זיינע יארן און אן תרעומות נאר בתמימות נישט אויפגעבן קיינמאל נישט פארפארן וועל איך אן תרעומות נאר בתמימות נישט אויפגעבן קיינמאל נישט פארפארן

א אידענע

שלומי דאסקאל

s0341 א אידענע שלומי דאסקאל לחן: אייזיק האניג | מילים: ר' יונתן שווארץ | שבת חזק א אידענע שלומי דאסקאל לחן: אייזיק האניג | מילים: ר' יונתן שווארץ | שבת חזק שטייט זיך א אידענע ערב שבת פארנאכט אזוי פארטיפט אזוי פארטראכט וואו זענען די זעקס טעג פון וואך פארביי נאר מיט די קינדערלעך פארבראכט אוי וויי געוואלד לעכטעלעך צינדן גיי איך באלד רבוש"ע הער אויס מיין געשריי איי אידענע איי אידענע שטארק זיך אידענע אגאנצע וואך אזוי פאריאגט אגאנצע וואך אזוי פארפלאגט ווי א אידישע מאמע איך קוק גארנישט אויף מיר אלעס פאר מיינע קינדער יעדע מינוט באזונדער מיט מי און פלאג אן א שיעור ווי א געטרייער פאסטוך צו זיינע שאף איך געב אוועק מיין ברויט און אויך מיין שלאף ווער קען דען באשרייבן דעם גרויסן כח נאר מיט סייעתא דשמיא פון דער הויך יעצט גיי איך צינדן לעכטעלעך מיט גרויס געוויין איך טרעט צו מיט ציטער און מורא אן עת רצון וואס נאר א מאמע'ס הארץקען דאס פארשטיין געקניפט און געבינדן צו דיר גרויסער בורא צוויי לעכטעלעך פאר דיר באשעפער איך צינד און נאך א לעכטל פאר יעדן איינציג קינד הייליגער באשעפער איך בעט מיט הייסע טרערן קיין איין לעכטל זאל נישט אויסגעלאשן ווערן אוי געדענק געדענק מיינע קינדער אזוי שיין מיט מצוות מלא חן באשעפער איך בעט דיך היט יעדער זאל בלייבן אן ערליכער איד אויפן אמאליגן וועג זיך האלטן מיינע תפילות זאלן הימלען שפאלטן ווייל זיי זענען בני מלכים דו רופסט זיי אן מיין קינד באשעפער באשעפער מיט הכנעה צו דיר געבויגן איך דעק צו מיינע אויגן ווען איך צינד לעכט יעדעס מאל און ווען איך זאג שמע ישראל איך קען נישט זען און איך קען נישט פארשטיין איך גלייב נאר אין דיר אליין איז באשעפער האב רחמנות און הער צו מיין געוויין איי אידענע איי אידענע שטארק זיך אידענע אידישע מאמע איך האב געהערטדיין געבעט און דיין געוויין דיינע טרערן לאז איך נישט פארלוירן גיין איך באהאלט דיינע טרערן און דיינע הייסע דמעות צוזאמען מיט די תפילות פון די הייליגע אמהות מיט שרה רבקה רחל ולאה צוזאמען מיט די תפילות פון די מאמעסוואס זענען געגאנגען אין פלאמען יעדע אידישע תפילה איך זע און איך הער ביי מיין כסא הכבוד באהאלט איך יעדן טרער אוי איך געדענק איך געדענק דיין הארעוואניע און דיין פלאג וואס דו טוסט פאר דיינע קינדער יעדן טאג ווי טייער איז יעדעס מאל ווען דו לערנסט אויס דיין קינד שמע ישראל אידענע איך טו דיך לויבן א חינוך אזוי דערהויבן דו גיסט אריין די אמונה אין באשעפער צו גלויבן אידענע אידענע די שערי שמים מאכסטו אויף דיין קרעכץ גייט ארויף ווי חשוב און ווי טייער ווען דו זאגסט דעם להדליק נר אידענע בעט און בעט אין הימל ווארט מען דיין תפילה בזכות נשים צדקניות וועל איך ברענגען די גאולה איי אידענע איי אידענע שטארק זיך אידענע

ברודער

שלומי דאסקאל

s0160 ברודער שלומי דאסקאל לחן: אברמי ווייס | מילים: ליפא שמעלצער | כדי ברודער שלומי דאסקאל לחן: אברמי ווייס | מילים: ליפא שמעלצער | כדי דער עולם טוט שוין פאטשן העכער און פארוואס איר ווייסט דאך זיכער ברידער ווייל עס קומען יעצט אינאיינעם ביי א שמחה גאר א שיינעם ברידער ווען די ברידער זענען נאנט די אחדות קען מען גלייך דערקענען און דער בורא האט הנאה ווען די אידן נאנט מיר זענען לאמיר זיין באחדות אלע כלל ישראל עם אחד ווי ברידער אן אויסגעמוטשעטער א מידער אבער ווען ער טרעפט זיין ברודער ברודער הייבטס זיך אויף מיט נייע קרעפטן ביידע הענט מ’טוט באהעפטן ברודער א שמייכעלע פון אויער צו אויער מ’פרעגט דעם ברודער זאג וואס טוט זיך און דער ברודער ענטפערט אלעס פיין און ברכות שיין מ’גיט זיך הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד ברודער איי איי איי הנה מה טוב ומה נעים - ברודער שבת אחים גם גם יחד - ברודער הנה מה טוב ומה נעים - ברודער שבת אחים גם גם יחד - ברודער מיין ברודער א משפחה פונדערווייטנס קומען פון דעם זעלבן טאטן ברידער פארן וועט מען ווייטע וועגן זיך צו געבן א באגעגן ברודער פון מאנטריאל מ’איז זיך מייגע א נסיעה א געשמאקע אין אנטווערפן אין שיקאגא לעיקוואד מאנרא בני ברק’ע כולנו בני איש אחד יא מיר זענען אלע אידן ברידער דער באשעפער אונזער פאטער פול מיט ליבשאפט אונז באראט ער ברידער אז מ’זאל זיך האלטן אייניג סיי פונדרויסן און פון אינעווייניג ברידער ווען צוזאמען שיין מ’האלט זיך אחדות אזא כח האט צו פארשטארקן עם ישראל זאל פארבלייבן עם אחד הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד ברידער איי איי איי הנה מה טוב ומה נעים - ברודער שבת אחים גם גם יחד - ברודער הנה מה טוב ומה נעים - ברודער שבת אחים גם גם יחד - ברודער מיין ברודער

מאמע רחל

שלומי דאסקאל

s0497 מאמע רחל שלומי דאסקאל לחן: אבי ראטענבערג | מילים: ליפא שמעלצער | מיט א אידישען טעם מאמע רחל שלומי דאסקאל לחן: אבי ראטענבערג | מילים: ליפא שמעלצער | מיט א אידישען טעם די זון לייכט און שיינט אין איר חופה טאג זי קוקט צום הימל דאס מאל אזא חתן יעקב איך פארמאג מיט אים גיי איך בויען כלל ישראל ווען די נאכט איז דא האט זיך אלעס פארדרייט די אנדערע כלה מען באגלייט נישט געקוקט איר זייט איר צעשטערטע פרייד נאר נישט לאזן איר שוועסטער פארשעמטערהייט מאמע רחל וויין נאכאמאל טרערן זאלסטו גיסן אן א צאל בעטן פון באשעפער אין הימל בקול רם מאמע רחל וויין נאכאמאל טרערן זאלסטו גיסן פאר ישראל בזכות דעם ושבו בנים לגבולם אויף א זייטיג וועג אין בית לחם דארט אויף אייביג עלנד אליין ווייל איר צער און פיין פון א יעדן סארט וועלן אידן צו איר קבר גיין מיט געבעט געוויין רייסט זי איין ביז היינט כ'האב אויף לאה רחמנות געהאט האב דו אויך געפיל און הער שוין די שריי פון מיינע קינדערלעך אין די שווערע צייט מאמע רחל וויין נאכאמאל טרערן זאלסטו גיסן אן א צאל בעטן פון באשעפער פאר אונז בקול רם מאמע רחל וויין נאכאמאל טרערן זאלסטו גיסן פאר ישראל בזכות דעם ושבו בנים לגבולם דער קול איז שטיל אויך אין צער אין קלעם מנעי קולך מבכי ווייל דו ווייסט אז עס איז די רצון השם דאך בעטן מיר דיר פאר אונז טו דיין דערשראקן קינד גיסט א טרער נאך א טרער נאר אמונה האלט אונז צוזאמען מען האפט מען גלייבט מען שרייט מאמע הער ווער נאך פארשטייט ווי א מאמע מאמע רחל וויין נאכאמאל טרערן זאלסטו גיסן אן א צאל בעטן פון באשעפער פאר אונז בקול רם מאמע רחל וויין נאכאמאל טרערן זאלסטו גיסן פאר ישראל בזכות דעם ושבו בנים לגבולם

ווייל א איד קיינמאל פאלט

שלמה יעקב וועבער

s0310 ווייל א איד קיינמאל פאלט שלמה יעקב וועבער סינגל ווייל א איד קיינמאל פאלט שלמה יעקב וועבער סינגל ווייל א איד קיינמאל פאלט זיין אמונה נישט באהאלט און א איד געט קיינמאל קיינמאל נישט אויף אין די שווערסטע מינוט זאגט ער אויך אז ס׳איז גוט זיין אמונה הייבט אים נאר אויף ארויף ווייל א איד אלץ פארשטייט אז ס׳איז איין לאנגע קייט וואס דער אייבערשטער פאר אים אויפנייט זיין טאטע האט אים ליב און אים ער באגלייט

זאל שוין זיין

שלמה קארליבאך

s0434 זאל שוין זיין שלמה קארליבאך לחן: ר' אליהו הארטמאן | טאנץ מיט שלומי דאסקאל זאל שוין זיין שלמה קארליבאך לחן: ר' אליהו הארטמאן | טאנץ מיט שלומי דאסקאל זאל שוין זיין זאל שוין זיין זאל שוין זיין די גאולה און משיח משיח משיח וועט שוין קומען

בנים

שמואלי אונגאר

s0179 בנים שמואלי אונגאר לחן ומילים: ר' נפתלי משה שניצלער | מדריגות בנים שמואלי אונגאר לחן ומילים: ר' נפתלי משה שניצלער | מדריגות ותאמר אל יעקב הבה לי בנים איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערלעך איך בעט דיר געב מיר וואוילע קינדערלעך איך זאל קענען שטאלצירן און זיי אונטערפירן אוצר׳ל נשמה׳לע מיין קינד

יוסף מוקיר שבת

שמואלי אונגאר

s0023 יוסף מוקיר שבת שמואלי אונגאר לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | מדריגות יוסף מוקיר שבת שמואלי אונגאר לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | מדריגות געווען אמאל א אידעלע וואס געהייסן האט ער אזוי יוסף און געוואוינט נעבן אים האט זייער א רייכע גוי אינעם גאנצן שטעטל האט מען אים געקענט אלס יוסף מוקיר שבת מיט מסירות נפש אן א שיעור א יעדע איינציג וואך איז ער ארויס אין מארק כאטש קיין געלט האט ער אבער דאך מוז ער איינקויפן די שענסטע און די בעסטע פאר אים אן עונג שבת יעצט דער גוי דער שכן הערטפון זיינע שטערן-זעער יעדן טאג אז דיין גאנץ עשירות געלט און כבוד וועט פאר יעדע פרייז אנקומען צום אידעלע דער זיס בא'חנ'טער יוסף מוקיר שבת אה מאכט ער צו זיך א פלאן און טוט אויף דעם שנעל איינגיין פארקויפט זיין גאנץ פארמעגן און מיטדעם געקויפט א טייער שטיין אין זיין היטל נייט עס צו - אבינישט פאר יוסף מוקיר שבת און א יעדע וואך ביי זיך אין קאך יוסף פרעגט איז דא אפשר דאך וואס נאך קען מען איינקויפן פאר שבת אן ארעמאן קיין געלט פארהאן די שענסטע בעסטע דארף אבער זיין געבט ער אוועק אלעס פון זיך פאר שבת איין פרייטאג דער גוי ער גייט אויפן שמאלן בריק ער שטייט עס בלאזט א ווינט א שווערן די שטורעם עס לאזט נישט אפ זיין היטל פליט אראפ דאס שטיין טוט זיך איבערקערן אינעם גרויסן ים אריינגעפאלן פארשווימען מיט די רוישיגע וואלן ס׳קומט א פיש און די דיאמאנט שטיין שלינגט ער איין מיט קולות שרייט דער גוי מיין גאנץ פארמעגן - אוי!געבליבן אן גארנישט א פיש-כאפער ביים אנדער עק זיצט זיך באקוועם ביים ברעג און געכאפט האט ער אט די פיש צום מארק ער שלעפט זיך מיט די נעצן ביי זיין טישל טוט זיך אוועקזעצן ביז דערווייל ווערט נאר נענטעראון שפעטער צום זמן לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש אין מארק עס לויפט ארום א איד וואס ווארט נאך האפט נאך און נישט רוט ער זוכט די בעסטע פעטסטעפיש אין מארק וואס פאר איםוועט זיין גוט איך פרעג אייך ווער - אויב נישט ער דאס קען נאר זיין יוסףמוקיר שבת פונדערווייטנס זעט ער אט דערהויכער פיש-כאפער אונזער סוחר ער געט א וואונק זאג נאר זאג דו ביסט דער מוכר? מיט זיין פישל גייט זיך - און פארשטייט זיך אז מ'גרייט זיך צו צום גרויסן שבת יום השישי עדות זאגט די גאנצע בריאה יוספ׳ס פנים לייכט נאכאמאל געהאט די זכיה מכבד זיין מהדר זיין אוועקגעגעבן אלעס פארן שבת שלו ודגים אריינבראכט ער מכל טוב ביים שבת טיש׳קע א שמחה דעם פיש אויפמאכט ער פלוצלינג זעט מען עפעס בליטשקעט אויגן אפן כ׳האב געטראפן א בריליאנט!אלץ אין זכות פון שבת און א יעדע וואך ביי זיך אין קאך נאכאלץ ער פרעגט אפשר דאך וואס נאך קען מען איינקויפן פאר שבת? שוין א רייכער מאן פיל געלט פארהאן די שענסטע בעסטע מוז אבער אייביג זיין געבט ער אוועק פון זיך אלעס פאר שבת מיין ברודער טראכט אריין דערין און ווען דו זאלסט נאר וויסן פוןדי גרויסע שפע וואס מ'האט מיט שבת ווען דו געסט זיך אפ ברכות דו ברענגסט אראפ מתנות פון אונזער גרויסן ג-ט די וואכן טעג טוט דאך אנשטרענגען ווי שיין אבער קענען מיר פארברענגען די משפחה די קינדערלעך ביי דיין שבת טיש ארום לעכטיג מאך דיין געצעלט שפאר נישט צייט קיין כח געלט יותר מכפי יכלתו פאר שבת א תענוג ווייל כל המענג את השבת נותנים לו געב זיך מיט איר אפ כראוי די זיסקייט די שיינקייט די הנאה מ׳קען דאס נישט באצאלן אפילו פארן גרעסטן סכום לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש מיין נאמען איז נישט יוסף אבער איך בין א מוקיר שבת

ירא שמים

שמואלי אונגאר

s0401 שמואלי אונגאר שמואלי אונגאר לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | מדרגות שמואלי אונגאר לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | מדרגות לעולם יהא אדם ירא שמים טאטע טאטע טאטע איך וויל זיין יא איך וויל זיין א ירא שמים טאטע טאטע טאטע איך וויל זיין יא איך וויל זיין א ירא שמים

כולנו

שמואלי אונגאר

s0632 כולנו שמואלי אונגאר לחן: ישראל באדאנסקי \ אלבום: פינגערפרינט כולנו שמואלי אונגאר לחן: ישראל באדאנסקי \ אלבום: פינגערפרינט כולנו - נישט קיין חילוק ווער נישט קיין חילוק וועם נישט קיין חילוק ווען מיר זענען אלס - כולנו נישט קיין חילוק ווער נישט קיין חילוק וועם זינגט׳ס אלע מיט א ברען שים שלום טובה וברכה חיים חן וחסד ורחמים עלינו ועל כל ישראל שים שים שלום - גיב אונז פרידן שים שים טובה - גוט פאר אידן חיים חיים חן וחסד ורחמים עלינו ועל כל ישראל

לך

שמואלי אונגאר

s0078 לך שמואלי אונגאר לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | מדריגות לך שמואלי אונגאר לחן ומילים: הערשי וויינבערגער | מדריגות אדיר במלוכה בחור כהלכה גדודיו יאמרו לו לך ולך לך ולך לך כי לך לך אף לך לך השם הממלכה כי לו נאה כי לו יאה כתר מלוכה דו טאקע דו הוא רק הוא הקדוש ברוך הוא דו ביסט אייביג דא מיר ווארטן דאך שוין זאלסט אנטון דיין קרוין כתר מלוכה לך

לכבוד שבת

שמואלי אונגאר

s0032 לכבוד שבת שמואלי אונגאר לחן: פינקי וועבער | מאך א ברכה לכבוד שבת שמואלי אונגאר לחן: פינקי וועבער | מאך א ברכה וביום השבת שבת קודש שישו ושמחו שישו ושמחו כמקבלי מתן נחליאל לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת לאמיר שרייען שבת לאמיר שרייען שבת וביום השבת שבת קודש שישו ושמחו אלץ לכבוד שבת אוי שבת לאמיר זינגען לאמיר שפרינגען לאמיר שרייען און זיך פרייען שבת לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש לכבוד שבת

ס'בענקט

שמואלי אונגאר

s0444 ס'בענקט שמואלי אונגאר לחן: ר' משה לויפער | מילים: וועלוול פעלדמאן | שמואלי 2 ס'בענקט שמואלי אונגאר לחן: ר' משה לויפער | מילים: וועלוול פעלדמאן | שמואלי 2 מיטן סידור’ל געבויגן טרערן גיסן גאס נאך גאס פון הייליגן צדיק’ס אויגן קלאגט דעם תיקון חצות פון שלאף ער דערוועקט זיך א קול פון געוויין עס קומט פון וואו דער בעל אכסניא שרעקט זיך צום צדיק גלייך גייט ער צו מיין געטליכע גאסט איך שטיי דא און וואונדער וואס זענען די טרערן קוים האלב נאכט אזוי פארטראכט ביי מיר אין הויז מיין קינד איך וויין ווייל אונז וויל מירקיין ירושלים זיך אומקערן ווען גיימיר שוין פון דעם גלות ארויס רבי טייערע אזא גזירה ווער וויל אונז פארטרייבן צו מיינע שאף אזוי צוגעבונדן רבי איך האף דו פארשטייסט א גוטע היימעלע מיט מיינע קינדערלעך מיר ווילן דא פארבלייבן אין ירושלים וואס וועט זיין ווער ווייסט דער צדיק הייבט אויף די אויגן מיין קינד זאגט ער צו אים פארקלעמט דא צווישן די גוים אזוי פאר’צער’ט ס’זעט דיר אויס ביי דיר אין פעלדל ביסטו אזוי באקוועם דער בורא אין גלות מיט אונז פארשפארט אוי ווי גוט וועט זיין מיט משיח אין ירושלים יעדער איד אונטער זיין ביימעלע אן אמת’ע רו נישט אקערן מיט שווערע עבודות נישט דארפן זייען פרידן פאר אלע אידן אן קיין מי דעמאלטס וועט זיין מנוחה דעמאלטס וועט זיין שמחה אוי מנוחה איי ושמחה אור ליהודים דעמאלטס וועט זיין מנוחה דעמאלטס וועט זיין שמחה אוי מנוחה איי ושמחה אור ליהודים ירושלים אמאל ברינה אידן געווען אויסדערוועלט געזעסן מיט די שכינה מ’ווייסט גארנישט וואס ס’פעלט איש על מחנהו אנעם עול פון דעם גוי מיר ווארטן שוין ונראהו בשוב השם ציון ווי א מאמע צו קינדערלעך אין בית המקדש אונטערן פארטוך ווי איין משפחה בעיר מלוכה קרתא דירושלים פון גוטע זכרונות זיך צו דערמאנען יעדער ווארט דאך נאך אזויפיל יאר פארגעסט זיך דער אלטער היים אוי טאטע הבט משמים אויף דיינע קינדער קוק שוין מיט תיקון חצות אזויפיל נעכט נאך אלץ זעמיר דא אין אזא מנוחה ווער קען רוען באשעפער אוי גענוג שוין ווילאנג וועט מען נאך זאגן לשנה הבא לשנה הבא נאך די יאר בארעא דישראל זען דעם אור הגנוז דעם אויבערשטנ’ס קרוין והשיב לב אבות על בנים אלע אויפאמאל אין ירושלים אונזער אמת’ע וואוין דעמאלטס וועט זיין מנוחה דעמאלטס וועט זיין שמחה אוי מנוחה אוי ושמחה אור ליהודים דעמאלטס וועט זיין מנוחה דעמאלטס וועט זיין שמחה אוי מנוחה איי ושמחה אור ליהודים

פייער

שמואלי אונגאר

s0387 פייער שמואלי אונגאר לחן: דוד קויפמאן | שלום עליכם פייער שמואלי אונגאר לחן: דוד קויפמאן | שלום עליכם אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה לא תכבה האש הזה לעולם לא תכבה א פייער ברענט גאר הייליג און גוט א פייער ברענט אין הארץ פון א איד וואו נאר מיר זענען עס בלייבט אייביג ברענען א פייער ברענט אין הארץ פון א איד

שול

שמואלי אונגאר

s0677 שול שמואלי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | מאך א ברכה שול שמואלי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | מאך א ברכה א שחרית’ל א מעריב’ל מ’דאוונט אין שול א געבעטל דארט ביים ברעטל בעט מען אין שול א מקוה טונק א קאווע טרינק ביידע אין שול א אידיש ציל מיט געפיל די הייליגע שול דער פארדינגט געטראפן פונקט הענגט דארט אין שול משולחים און נצרכים זאמלען אין שול קום דא נענטער נו א צענטער מ’דארף דיך אין שול א אידיש ציל מיט געפיל די הייליגע שול טוישן טשעקלעך טרעפן פעקלעך אויכעט אין שול וויאזוי די ראוד פאר וועם מ’וואוט שמועסט מען אין שול גאנצע קופקעס קרעמעלעך דערציילן דאס פאר וועם וועל איך אלעס דרייט זיך וואס מ’רעדט אין שול געזוכט א ניר צי האט איר פרעגט מען אין שול סידיס עניינים אויף חינוך הבנים ביים שענקל אין שול מ’בארגט ווי גרויסע סוחרים באקומסט עס אין א וואך ארום איך ברענג דיר צו ס’געלט דא אין שול שטייט זיך תמיד ביי דעם עמוד דער משורר מיט א תפילה די קהילה איז ער מעורר ברוך אתה השם מגן אברהם דאס אידיש לעבן טוט זיך וועבן ארום דעם שול א חברותא והגית לערנט אין שול איינער שרייט איך זוך א רייד אויכעט פון שול א אידיש ציל מיט געפיל די הייליגע שול מען פארברענגט ס’איז אנגעשטרענגט לויפט מען אין שול די קינדער א פייט דער טאטע גייט צו מנחה אין שול נעבעך א צרה משה בן שרה נא להתפלל אוי א אידיש ציל מיט געפיל די הייליגע שול דער פעדלער אויך א דאלער ברויך זיצט ער ביים שול זייפן טאבלעטן ראולס באגעטן א מאשין שטייט אין שול וועש פון אלע פירמעס נאך א רעגן פול מיט שירעמעס נאך דרייסיג טעג ווערט הפקר אלץ פון שול א שמחה איך מאך וואס די שפראך גייט זיין אין שול ביים מופן איך האלט א קשיא באלד נעבן וועלכע שול א שידוך קען מען שליסן נאר אויב יעדער איד וועט שמועסן מיין מחותן איז א מזרח איד אין שול הם משכימים געלטער סכומים דברים בטלים דער באשעפער זעט דער איד ער בעט בזכות דעם איך טייל אים ברוך אתה השם שומע תפילה פאריאגט פארפלאגט דאך ער זאגט מה טובו אין שול פון אלעם פארגעסט ער צום טאטן דער גרעסטער רעדט ער אין שול אין אזא תוהו בוהו ווייסט ער אז השם רועי ער בעט קום דריי מאל אין שול ווען איך שטיי דע לפני וויי הייליג די שול א חבר באליבט אין פאון ער ביפט כ'בין דאך אין שול נעם אן מיין אפאלעדזשי איך לעש אויס מיין טעקנאלעדזשי שששש מ’דאוונט אין שול מ’פרובירט דער טאטע שפירט דער קה רבון עלם בענטשט ער זיי א שפע משמי ברוב עוז ושלום ברוך אתה השם המברך את עמו ישראל בשלום

שלום עליכם

שמואלי אונגאר

s0060 שלום עליכם שמואלי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער | שלום עליכם שלום עליכם שמואלי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער | שלום עליכם טארארא שבת שלום ומבורך טארארא שבת שלום ומבורך פרייטאג אויף דער נאכט דער איד פון שול אהיים ער גייט צוויי מלאכים אין דער זייט באגלייט מיט די קינדערלעך צוזאם ביים שבת טיש ער שטייט און הייבט אן זינגען מיט א ווארעמקייט שלום עליכם מלאכי מלאכי השלום מלאכי השרת מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא הקדוש ברוך הוא בואכם לשלום מלאכי השלום מלאכי השרת אוי אוי אוי מלאכי עליון ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא

תפילתי

שמואלי אונגאר

s0565 תפילתי שמואלי אונגאר לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מדרגות תפילתי שמואלי אונגאר לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מדרגות ואני תפילתי לך השם עת רצון אלוקים ברב חסדך ענני באמת ישעך טיף אין הארץ דארט עס ליגט פיל בקשות וואס דריקט אבער זאגן דיר איז אמאל שווער אויסצודריקן א יעדע באגער טיף אין הארץ דארט עס ליגט פיל תפילות וואס דריקט פארשריבן אויף מיין הערצעלע איר איז ליין עס ארויס דארט פון מיר

א זכי'

שמילי אונגאר

s0700 א זכי' שמילי אונגאר לחן: מענדי מאנדעל \ אלבום: שלום עליכם א זכי' שמילי אונגאר לחן: מענדי מאנדעל \ אלבום: שלום עליכם די מחשבה פון א איד די מחשבה פון א איד די נפש פון א איד די נפש פון א איד דער רצון פון א איד די רצון פון א איד דאס הארץ פונעם איד דאס הארץ פונעם איד ווי נאר דו ביסט וואס נאר דו טוסט דיין כח איז אזוי גרויס שריי אויס בקול רם בחר בנו מכל עם א זכיה צו זיין א איד

ויתן לך

שמילי אונגאר

s0621 ויתן לך שמילי אונגאר לחן: שלומי בערנשטיין \ אלבום: שלום עליכם ויתן לך שמילי אונגאר לחן: שלומי בערנשטיין \ אלבום: שלום עליכם ויתן לך אלקים מטל השמים משמני הארץ ורוב דגן ותירוש גאט איך וויל זיין זעכער אז דו פילסט יעצט אן מיין בעכער און ס'גיסט זיך איבער העכער אויף מיין וואך און אויב מיין גלאז איז ליידיג וועל איך פון דעם נישט ווערן באליידיגט ווייל איך ווייס אז דו זארגסט מיר דאך פון אויבן דארט קומט אראפ אלעס מאכט א חילוק מיין השתדלות נישט קיין חילוק ווי גרויס איז מיין פלאש ויתן לך אלקים מטל פון אויבן טוט עס אראפ פאלן ביז ס'קומט אן צו דיר אין טאש דער מלך ועד סלה האט וועגן ספעציעלע פעיפעל אדער זעלע אויך ביטקוין קעש אדער א טשעקל יעדער פאר זיין צוועקל א קוויק-פעי צו א שקל טאטע געב בנקל אבער שוין

תתחדש

שמילי אונגאר

s0641 תתחדש שמילי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער \ אלבום: תתחדש תתחדש שמילי אונגאר לחן: הערשי וויינבערגער \ אלבום: תתחדש תתחדש מ׳זאגט א נייע הייזל די מענטש ער האפט פון יעצט אן גוטע מזל ס'שטייט דאך קלאר אט איז דער באווייזל משנה מקום משנה מזל חדשים ארבעט כח מ׳טוט געבן א נייע ארט איז א נייע לעבן ס'קומט אן די טאג נו געגאנגען און פון יעצט אן די מזל וועט אנפאנגען ווייל משנה מקום משנה מזל משנה מקום משנה מזל משנה מקום משנה מזל משנה מקום משנה מזל די פלאץ געבייט שוין די צייט פארגייט שוין דער איד אבער זעט נישט קיין שינוי ווערן נישט געטראפן וואס ער טוט האפן נו וואס איז פשט לאמיר אייך ערקלערן משנה מקום מיינט נישט טוישן ערטער משנה מקום הערט דעם רשב"א'ס הייליגע ווערטער משנה מקום אט אזוי ערקלערט ער א מאל אין מוח א מחשבה א פארשווערטער משנה מקום טויש דיין בליק אויף זאכן פון יעדע קלייניקייט טו די בעסטע מאכן משנה מקום ס'ליגט אין דיין בחירה צו טוישן דיין בליק און דיין קוק אויף די גאנצע יצירה משנה מקום משנה מזל אלעס געבייט שוין יעצט פארשטייט שוין א גרויסע שינוי עס טוט שוין ווערן דאס גליק געטראפן וואס מ׳טוט האפן די טויש אין מחשבה טוט אלעס ערקלערן משנה מקום משנה טויש די בליק דיינע ס'וועט דיר זיין מהנה פון היינט און ווייטער טראכט נאר שענער משנה מקום משנה אנדערש אויף יעדע זאך נאר קוק ס'וועט דיר ברענגען זיסע גליק גוט און פיינער זיסער שענער משנה מקום משנה מזל משנה מקום משנה מזל ער פארשטייט שוין געפרייט שוין געבייט שוין די מזל משנה מקום משנה מזל משנה מקום משנה מזל

אורים ותומים

שמעי ענגעל

s0663 אורים ותומים שמעי ענגעל לחן: הערשי וויינבערגער | שנית אורים ותומים שמעי ענגעל לחן: הערשי וויינבערגער | שנית ונתת אל חשן המשפט את האורים ואת התומים והיו על לב אהרן בבואו לפני השם וועמען זאל מען פרעגן וועמען?אזוי פיל צרות דאגות און פראבלעמען וועמען זאל מען פרעגן וועמען?

עלה קטן - אידיש

שמעי ענגעל

s0329 עלה קטן - אידיש שמעי ענגעל לחן: ישי לפידות | מילים: מאטי אילאוויטש | סינגל עלה קטן - אידיש שמעי ענגעל לחן: ישי לפידות | מילים: מאטי אילאוויטש | סינגל איך בין דער בוים שוין זייער אלט בין איך אצינד געזען גאר פיל שטורעמעס און שטארקע ווינט דו ביסט א בלעטל קליין קוים דו רירסט דיך אלעס קוקט אויס שיין גוט דו שפירסט דיך נעם מיט דיר צידה לדרך גלייב מיין ווארט הער דיך צו בלעטל ווייל איך קום פון דארט ס'דא פיל טעג וואס אלעס שיינט און לייכט אבער פארהאן פיל טעג ווען ס'איז טונקל ווי נאכט האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין נישט אייביג איז וויאזוי מען וויל ס'זאל זיין בייזע ווינטן קומען אלץ אפיר געדענק אלעמאל איך בין מיט דיר האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטעלע מיין נישט אלעמאל גייט עס פונקט ווי געפלאנט אונז ווייס מיר נישט ווייל גארנישט ליגט אין אונזער האנט יעצט איז אלעס גוט אן א זארגן אבער וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מארגן איך געב פאר דיר צידה לדרך נעם מיין ווארט אין יעדן זמן אפילו ס'איז שוואך שטארק דיך פארט און אויב קוקט אויס אז די זון פארגייט געדענק אז מארגן קומט א נייע ליכטיגקייט האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטעלע מיין נישט אייביג איז וויאזוי מען וויל ס'זאל זיין בייזע ווינטן קומען אלץ אפיר געדענק אלעמאל איך בין מיט דיר האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטעלע מיין

נחמה

שמשון ניימאן

s0442 נחמה שמשון ניימאן לחן: ר' שמשון ניימאן | נחמה נחמה שמשון ניימאן לחן: ר' שמשון ניימאן | נחמה אוי אוי לך השם חכינו לך אוי אוי לך השם קוינו לך לך השם נייחל חכינו קוינו נייחל ברענג שוין מיין נחמה ברענג שוין דיין נחמה ברענג שוין די גרויסע נחמה נחמת ישראל נחמה נחמה נחמת ישראל

גאלדענע ברעקעלעך

שרגי געשטעטנער

s0552 גאלדענע ברעקעלעך שרגי געשטעטנער לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יואל ברוך ווייס | אמן ואמן גאלדענע ברעקעלעך שרגי געשטעטנער לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יואל ברוך ווייס | אמן ואמן אינמיטן וועג אויף א שטיין אויסגעמוטשעט זיצט ר' יענקל אליין ער וואנדערט שוין יארן ארום זוכן פרנסה אומעטום אין ווייטע שטעט און לענדער אזויפיל צייט שוין פארברענגט נאך זיינע קינדערלעך זיין הארץ בענקט אן קיין פרוטה זעט ער זיך צום ענדע ער קוקט אויפן ערד און זעט איבעראל שיינע שטיינער וואלגערן זיך אן א צאל עס קומט אים אויפן געדאנק די קינדערלעך א שיין געשאנק כאטש עפעס ברענגען פונעם וועג אפאר שטיינער קלויבט ער אויס און לאזט זיך אויפן וועג ארויס ער שלעפט זיך אהיים וואכן און טעג אינמיטן וועג ער פאלט אראפ אן מאכט אויסגעהונגערט אזוי אפגעשוואכט פלוצלינג זעט ער איינעם מיט עסן אנקומען אבער יענער בעט דערפאר בלויז מזומן איך האב נישט קיין פרוטה איך בין ממש לער נאר אפאר שטיינדעלעך און נישט מער זע מיין מצב ווי שמאל איז ראטעווע מיר וויינט ער מיט יללות איך האב נישט קיין געלט איך בין ממש לער נאר אפאר שטיינדעלעך און גארנישט מער האב רחמנות אויף מיר זע מיין נויט נעם עס און געב מיר אביסל ברויט ענדליך אפאר וואכן שפעטער זיין שטעטעלע זיין היים אט אט זעט ער די קינדערלעך פונדערווייטן לויפן שנעל צום טאטן די שמחה איז דארט זייער זייער גרויס טאטע געב אונז ברויט און וואסער ס'איז אבער ליידיג די קאסע ס'איז געווארן פינסטער אין הויז זיי וויינען טאטע וואס האסטו דארט געטון צו וואס דען ביסטו געפארן אהין פלוצלינג איין קינד באמערקט אין די זעק א קליינע שטיינדעלע דארט פארשטעקט צום סוחר ער לויפט שנעל צו ווייזן דער סוחר ווערט אינגאנצן פארגאפט די שטיינדעלע איז ווערד א הון רב לאנגע יארן קען עס ענק שפייזן די קינדערלעך זיי אלע טאנצן מיט פרייד אבער דער טאטע אין א ווינקעלע ער שטייט טרערן גיסן פון די אויגן אן א שיעור הלואי וואלט איך געוואוסט פון פריער איך וואלט ווען געקליבן אסאך אסאך מער היינט וואלט איך געוועזן א גרויסער מיליאנער אבער יעצט קען איך נישט צוריקגיין אהין חבל חבל על דאבדין פאר אביסעלע ברויט וויאזוי האב איך געקענט ארויסלאזן אזא פארמעגן פון מיינע הענט אוי א שאד וואס האב איך דא געטון חבל חבל על דאבדין רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא דער מלך שוכן עד שיקט אראפ די נשמה ווייט פונעם בורא אליין מכסא נחצבה לגור בארץ ערבה זי פארט אויף ווייטע וועגן איינצוהאנדלען א גרויס פארמעגן אוי מצוה'לעך קונה זיין כל כל זמן שהנשמה בקרבי אנגעלאדנט אויפן פלייצע די שווערע מלחמת היצר מיט פרנסה דאגה'ט מען שטענדיג פארנומען פארגעסט אויף וואס זי איז געקומען יארן לויפן פארביי זי געט זיך קוים א דריי ואתה עתיד עס קומט שוין די מינוט ליטלה ממני די צייט קומט מ'פרעגט נישט קיין שאלה ער שטייט שוין פארן בית דין של מעלה די מלאכי חבלה מיט א בהלה ברענגען עבירות פולע זעק זיינע אלע חטאים עוונות ופשעים אויפן וואגשאל שטעלט מען אוועק אין די זייט די מלאכי רחמים ברענגען אפיר זיינע זכותים אזוי ווייניג אין צאל אויפן וואגשאל זיי שטייען נאך אויבן למעלה די בושה איז גרויס ער האלט עס נישט אויס פארברענגט זיינע יארן אלע שטייענדיג פארציטערט אויפן פסק זעט ער מ'שלעפט נאך א זאק צו די מצוות מ'לייגט עס צו עס געט זיך שוין א ריר ס'גייט שוין מטה מטה זיינע אלע אמנ'ס יהא שמיה רבא זכותים פארן עולם הבא די מצוות האבן שוין כמעט איבערגעוואויגן די שלעכטע צד אבער ס'איז נישט דא מער מ'קען נישט גיין ווייטער אוי אוי אוי וויינט ער בדמעות פארברענגט מיינע טעג מיינע שעות וויפיל אמנ'ס געוואלגערט אויף דער ערד כ'האב נישט פארשטאנען זייער ווערד ווען איך זאל ווען פארשטיין די מעלה פון אמן וואלט איך גלייך אין גן עדן אריין לאמיר שרייען פארן מאזין שועה אוי אמן יהא שמיה רבה כל העונה אמן יהא שמיה א איד געט הויך א געשריי פותחין לו שערי שערי גן עדן

קח סניגור

שרגי געשטעטנער

s0561 קח סניגור שרגי געשטעטנער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יואל ברוך ווייס | אמן ואמן קח סניגור שרגי געשטעטנער לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יואל ברוך ווייס | אמן ואמן דאס שטעטל פארט אויף רעדער ס'איז שוין פארזאמלט איעדער מ'פרייט זיך מ'גרייט זיך ווי עס פאסט אויפצונעמען אזא חשוב'ע גאסט די שפילערס מיט הויכע טענער די קינדערלעך מיט פענער צוזאמען אלע בצהלה פון גרויס ביז קליין מ'ווארט אויפן מלך אליין אט אט זעט מען שוין דעם גאלדענעם קרוין פונדערווייטן מיט סאלדאטן ארומגענומען דער קעניג איז שוין ענדליך אנגעקומען יעדער צוזאמען מיט פרייד יחי המלך מ'שרייט מ'זינגט דארט מ'קלינגט דארט מיט די גלעקלעך ווען פלוצלינג האט פאסירט עפעס שרעקליך א שטיינדעלע א קליינע געווארפן האט מען אויפן מלך אין כעס ער ווערט אלעס צעשטערט די מצב איז דארט גאר געפערליך באפעלט אינגיכן אויפצוזוכן אלע גאסן מי הוא זה די מיליטער מיט געווער זוכן אהין און אהער ווען ענדליך טרעפט מען ווער א יונגעלע א זיסע מ'וויל אים דן זיין למיתה מ'ווארפט אים אין תפיסה די סאלדאטן מ'כאפט אים מ'פייניגט אים מ'צעקלאפט אים דאס בלוט מ'צאפט אים נאך עטליכע וואכן אויסגעדארט און צעבראכן פארן משפט מ'טראגט אים דער קעניג ער זאגט אים א מורד במלכות אחת דתו להמית ווען מיטאמאל גיט איינער א זאג איך האב געהערט יענע טאג דאס יונגעלע געשטאנען נעבן מיר מיט יעדעם צוזאמען הויך געשריגן מיט די גאנצע כח יחי המלך יחי אוי קעניג טייערע זיי מבטל די גזירה דו זעסט דאך מיט רעכט ער איז פאר דיר א געטרייע קנעכט ס'איז נישט געווען קיין געוואלדעס נאר א נארישע מעשה ילדות פארדעם האט ער ביז אהער שוין אזויפיל יסורים געקאסט און ער האט אים פריי געלאזט על דעת המקום ועל דעת הקהל בישיבה של מעלה קומט א נשמה של מטה בבושת פנים מן העבריינים אפגעטון עבירות געלעבט מיט הפקירות דער קטיגור שרייט חי וקיים א מורד במלכות שמים מ'דארף אים נעמען אין גיהנום מ'וויל אים שוין טראגן פון דאנעט קומט דער סניגור און טענה'ט דער מענטש איז א בן עולם הבא איך האב אויף דעם קלארע ראיות איעדן טאג אין שול מיט חיות געשריגן אמן יהא שמיה רבא א כוונה איז דאך דא ליחדא שמא שמא דקודשא בריך הוא און אלע עבירות דאס איז ווייל נכנס בו רוח שטות אנא עבדא דקודשא בריך הוא די יסורים די ריטן א גאנצע לעבן אפגעליטן שוין גענוג איז אויף די עוונות אין גן עדן קומט זיך אים א שטול און די טענות האבן אלעאנגענומען ביים בית דין של מעלה די סניגור איז דאס אליין יתגדל ויתקדש שמיה רבא אמן

איך

שרולי גרין

s0749 איך שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך איך שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך איך בין דער וואס שטייט אויף צופריאיך גיס אפ נעגל וואסעראיך וואק אריין אין די קיטשעןאיך מאך מיין קאפי וויאזוי ס׳גוט פאר מיר איך בין דער וואס קוקט מיר יעצט אן פון שפיגלאיך בין דער וואס זעהט מיר ארויס גיין פון מיין דירה איך בין דער וואס גייט אריין אין מיין קאר און איך דרייוו עסאון איך פאר אוועק צי וואו איך מאך מיר אפ אז איך וויל גיין איך בין דער וואס מאכט יעצט אפוועלכע מוזיק איך גיי הערןאדער וועל איך רופען קול מבשראיך בין אין די מאד און דואי אי אי אי אי אי אי אי אי אי אי איאיך ווייס אזדו דו דו דו דו דו דו דו דו דו דו דו דו באשעפערדו ביזט העכער פון דיאי אי אי אי אי אי אי אי אי אי אי אי איךווייס אז די די די די די די די די די די די דיבאשעפער דו ביזט העכערפון דו איך איך בין דער וואס איז גוט משוגע און איך בין אויך משוגע גוט איך בין צוגעבינדן צו די תורהוועגן דעם בין איך פארנומען טון מצוותאיך בין זייער ביזי איך בין דאון צו לערנען א שטיקל גמרא איך בין דער וואס זאגט צו מיר אלייןאיך בין א גוטע מענטש כ'בין א גוטע מענטש בין א גוטע מענטש איך בין דער וואס זוכט די ריכטיגע וועגאיך וויל אהיים גיין כ'בין זייער צעבראכן איך בעט באשעפער נעם מיר ארום איך בין דער וואס בעט און דאווענטמשיח זאל שוין קומען איך בין דער וואס קישט די מזוזהאיך זאג באשעפער א גוטע נאכט און דואיך איך איך איך בין דער וואס שטייט דא ביים מייקאון איך זינג אריין א ניגוןאיך טראכט צו מיר אז מענטשן זאגןאיך סאונד ווי ליפאאבער דאס בין איך טארארא איך בין דער וואס שטייט דא צומישטאון איך טריי צו שרייבען נייע ווערטעראון סגייט מיר נישט איך קען נישטצוקומען צו ווארט איך בין דער

אליין

שרולי גרין

s0744 אליין שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז אליין שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז ס'איז שווער פאר מירצו זיין אלייןקשה לי להיות לבדit’s hard for me to be aloneאיך וויל נישט זיין אליין mmmmmthat’s why i invite hasheminto my homewhen i live with youi’m always goodnever alone אני לא לבדכי יש לי אלוקיםכי יש אלוקיםאני לא לבדכי יש לי אלוקיםכי יש לי אלוקיםi’m not alonehashem is in my homehashem is in my homei’m not alonei’m not alone

אלע די טעג

שרולי גרין

s0751 אלע די טעג שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך אלע די טעג שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך איך פרעג דיך יעצט מיין חבר זאג וואס הערט זיך ביי דיר אפשר כאפן מיר א מוזיקאלישן שפאציר ווייל טאקע ס'איז א חלום וואס באגלייט מיך שוין לאנג מיר דיר צו מאכן עפעס א ספעציעלע געזאנג צוויי קולות דא צוזאמען זיס און קלאר דאס איז א ניגון וואס דער הארץ גיבט ארויס מיט די געפילן וואס נאר מוזיק פארשטייט די חלומות און דער ווייטאג און פרייד אלע די נעכט אלע די טעג א שירה חדשה איז דא אויפן וועג יעדער וואס קומט שמייכלט און ברימט ער שפירט אז דעם ניגון פאר אים איז באשטימט אלע די טעג אלע די נעכט א ליד וואס בארואיגט און טרייסט און פאררעכט מיר זינגען נישט סתם יעדע ווארט יעדע גראם האט א כח וואס היילטוואו ס'דרוקט און ס'שטעכט ס'איז נישט דער ערשטער ניגון וואס מיר זינגען צוזאם ס'איז דאך טובים השנייםס'האט אן עקסטערן טעם מיר זינגען אומעטוםמיר ווערן קיין מאל נישט מיד מיר טרייען משמח זייןדערפרייען א איד צוויי קולות דא צוזאמען זיס און קלאר דאס איז א ניגון וואס דער הארץ גיבט ארויס מיט די געפילן וואס נאר מוזיק פארשטייט די חלומות און דער וויטאג און פרייד אלע די נעכט אלע די טעג א שירה חדשה איז דא אויפן וועג יעדער וואס קומט שמייכלט און ברימט ער שפירט אז דעם ניגון פאר אים איז באשטימט אלע די טעג אלע די נעכט א ליד וואס בארואיגט און טרייסט און פאררעכט מיר זינגען נישט סתם יעדע ווארט יעדע גראם האט א כח וואס היילט וואו ס'דרוקט און ס'שטעכט אלע די נעכט אלע די טעג א שירה חדשה איז דא אויפן וועג יעדער וואס קומט שמייכלט און ברימט ער שפירט אז דעם ניגון פאר אים איז באשטימט אלע די טעג אלע די נעכט א ליד וואס בארואיגט און טרייסט און פאררעכט מיר זינגען נישט סתם יעדע ווארט יעדע גראם האט א כח וואס היילטוואו ס'דרוקט און ס'שטעכט ס׳דרוקט און סשטעכטס׳דרוקט און ס׳שטעכטס׳דרוקט און ס׳שטעכט מער נישט

אן דיר

שרולי גרין

s0747 אן דיר שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך אן דיר שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך י"ז שבטהאט מיין טאטע מאמע געהאטא יונגעלע א זיסע יונגעלעא קליינעם יונגעלעא בא'חנ'טע יונגעלע יענע טאג האטדי באשעפער געזאגטדי וועלט קען נישט ווייטער אן גייןאן דיר יעצט אינעם היינטיגן טאגצו דיר באשעפער איך זאגאיך ווייס איך קען נישט ווייטער אן גיין אן דיר איך דארף דירדו דארפסט מיר יארן צוריק אין די צייטהאט דיין טאטע מאמע געהאטא מיידעלע א זיסע מיידעלעא קליינעם מיידעלע יארן צוריק אין די צייטהאט דיין טאטע מאמע געהאטא יונגעלע א זיסעא שיינעקליינעיונגעלע א בא'חנ'טע יונגעלע ס'גייט נישט אן דיראיך קען נישט אן דירטאטע איך דארף דיר

ארום א פייער

שרולי גרין

s0750 ארום א פייער שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך ארום א פייער שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך איז דען דא עפעס בעסערווי זינגען אינמיטן נאכט נעבן א פייערוואס דער באשעפער אלייןהאט געמאכט איז דען דא עפעס בעסערווי זינגען אינמיטן נאכט ארום א פייערמיט חבריםוואס דער באשעפער האט געמאכט זינגען מיט מענטשןוואס די באשעפער האט געמאכט ארום א פייערצווישן ביימערוואס דער באשעפער האט געמאכט אלעס וואס איך פיל דא אלעס וואס איך זעה דאהאט די באשעפער געמאכט פארדעם איז עס אזוי שייןהערליך בא'חנ'טווייל אלעס האט דער באשעפער געמאכט אוי אוי אוי די ביימער די פייער חברים משפחה די הימל די ערד אויכט מיר אלייןהאסטו געמאכטמיינע פריעדיגע יארןמיינע קומענדיגע יארןאלעס האט די באשעפער געמאכט

בלילות

שרולי גרין

s0695 בלילות שרולי גרין לחן: ????? \ אלבום: איך בלילות שרולי גרין לחן: ????? \ אלבום: איך טוב להודות להשם ולזמר לשמך עליון ווען ס'איז ביי דיר ליכטיג איז דורכזיכטיג די באשעפער'ס חסד איז דאך אזוי גרויס ווען דו קענסט נישט דערהייבן זאלסטו נאר גלייבן ואמונתך בלילות

בעט

שרולי גרין

s0738 בעט שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז בעט שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז ס'איז סאך גרינגערצו בלייבן אין בעטאבער איך גיי ארויס it’s much easier to stay inbed but i’m getting out אבער איךגיי ארויס פון בעט getting out from bed

בעקיטשע

שרולי גרין

s0745 בעקיטשע שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז בעקיטשע שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז כ'בין געקומען צום רבי'ן דאווענעןכ'וויל אריינגיין צום רבי'ן פראווענעןס'געווען א לאנגע וועגגענומען וואכן טעגאוי כ'האב פארגעסן מיין בעקיטשע כ'ווייס נישט וואס צו טוןוואס מאך איך מיט מירפארוואס קענסטו נישט זייןנארמאל אזוי ווי אלעמעןקוק ארום דיין מצבקום נישט מיט קיין טענותאין עונשין אלאזאג נישט כ'האב נישט געזאגט איך שעם זיך מיט מיראיך קלאפ צו די טיראיך גיי נישט קיין ערגעץ מיט מייןאלטע בע בעא שלימזל וואס איך בין איךגיי אראפ פון זינען איך האב פארלוירן מייןפרישע בעקיטשעi don’t need your bekitchathe only thing i need is you גיי מיט דיין הארץדיין אייגענע וועגיברכך מיין ברודער וישמרךער זעט נישט דיין לבושער זעט א לב-אישרחמנא ליבא בעי i don’t need your bekitchathe only thing i need is youi don’t need your bekitchaדער עיקר וואס איך דארף איז דיין הארץ איך דארף נישט דיין בעקיטשעדער עיקר וואס איך דארף איז דיראיך דארף נישט דיין בעקיטשעברויך איך נישט דיין בעקיטשעדער עיקר וואס איך דארף איז דיר

בשבילי

שרולי גרין

s0748 בשבילי שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך בשבילי שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך הייליגע באשעפעראמת האסט באשאפןדי וועלט וועגן מיר הייליגע באשעפעראיך פיהל מיר אזוי גוטדו האסט באשאפןדי וועלט וועגן מיר דו האסט באשאפןדי וועלט וועגן מירבשבילי נברא העולם האסט באשאפןדי וועלט וועגן מירהאסט מיר באשאפן וועגן דיר

געב נישט אויף

שרולי גרין

s0743 געב נישט אויף שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז געב נישט אויף שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז שוין אזוי לאנג דו ווארטסט פאר א רפואהשוין אזוי לאנג וואס דו ווארטסט פאר א ישועהא רפואה א ישועהא גוטע ידיעהשוין אזוי לאנג דו ווארטסט פאר א ישועהשוין אזוי לאנג וואס דו ווארטסט פאר א רפואהשוין אזוי לאנגשוין אזוי לאנגשוין אזוי לאנגשוין אזוי לאנג וואס די ווארטסטכ'בעט דיר געב נישט אויף דער באשעפער געבט נישט אויף אויף דירדו געב נישט אויף זיךדו געב נישט אויףגעב נישט אויףווען דו מיינסט ער געבט שוין אויף אויף דירער עפנט אויף א טירער געבט נישט אויף אויף דירער געבט נישט אויף דער באשעפער געט נישט אויף דירגעב נישט אויף זיךגעב נישט אויףגעב נישט אויףגעב נישט אויףדער באשעפער געט נישט אויף דירגעב נישט אויף כ'בעט דיר געב נישט אויף זיך געב נישט אויףגעב נישט אויף זיךאיך בעט דיר דו זאלסט נישט אויפגעבןזאלסט נישט ענדיגן דיין לעבןדער באשעפער וועט נאך געבןפאר דיר וואס דו דארפסט די טויערן זענען אפןהער נישט אויף צו האפןקוק ווי ווייט דו ביזט געקראכןהאלט דיך שטארק טאטע כ'געב נישט אויף אויף מירווייל דו געבסט נישט אויף מיראיך געב נישט אויףכ'געב נישט אויףווען איך פיל ווי איך געב אויף אויף מירטאטע געדענק איך דירדו געבסט נישט אויף אויף מיר דו געבסט נישט אויף טאטע כ'געב נישט אויף אויף מירווייל דו געבסט נישט אויף מיראיך געב נישט אויףכ'געב נישט אויףווען איך פיל ווי איך געב אויף אויף מירטאטע געדענק איך דירדו געבסט נישט אויף אויף מיר

הייליגע מאמע

שרולי גרין

s0733 הייליגע מאמע שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך הייליגע מאמע שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך הייליגע מאמע אידישע מאמע הייליגע מאמע אידישע מאמע בעט ביים אויבערשטן הייליגע מאמע אידישע מאמע הייליגע מאמע אידישע מאמע בעט ביים אויבערשטן פאר גאנץ כלל ישראל בעט ביים אויבערשטן מאמע ווען דו צינדסט די לעכט ביי די לייכטער די לייכטער מאכסטו מיר לייכטער לייכטער מיין לעבן דו מאכסט מיר גרינגער מיין לעבן

ווארעמער

שרולי גרין

s0694 ווארעמער שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין \ אלבום: איך ווארעמער שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין \ אלבום: איך איך בין זייער צובראכן ווי בין איך פארקראכן איך פיל לעצטנס זייער קאלט ווי פארלוירן טיף אינמיטן וואלד טאטע טאטע טאטע זיי נישט צובראכן ביסט גארנישט פארקראכן פיהלסט נאר אביסל קאלט ס'איז גארנישט דא איז ווי דו האלסט שריי טאטע טאטע טאטע טאטע באשעפער נעם מיך ארום האלט מיך אהן נעם מיך ארום באשעפער נעם מיך ארום האלט מיר אהן ווארעם איך זאל קענען זיין ווארעמער צו דיר באשעפער נעם מיך ארום האלט מיר אהן איך בין דאך דיין קינד באשעפער נעם מיך ארום האלט מיר אהן ווארעם איך זאל קענען זיין ווארעמער צו דיר

מ'טשעקט אריין

שרולי גרין

s0737 מ'טשעקט אריין שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז מ'טשעקט אריין שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז פרייטאג נאכמיטאג ס׳קומט די זמןאיך טשעק אריין פאר שבתאיך טשעק אריין פאר שבתטשעק איך ארויס איך טשעק ארויס פון אלע נארישקייטןאיך טשעק ארויס פון אלע שוועריקייטןאיך טשעק ארויסאיך טשעק אריין פאר שבת i’m checking out from all negativity checking out from all stupiditychecking outi’m checking in for shabbos i’m checking out from all negativitychecking out from all stupiditychecking outi’m checking in for shabbos איך טשעק ארויס פון די מחשבה זרותאיך טשעק ארויס פון אלע מיינע צרותאיך טשעק ארויסאיך טשעק אריין פאר שבת אוי אוי אוי שבתאוי אוי אוי שבתאוי אוי אוי שבת קודשאוי אוי אוי שבתאוי אוי אוי שבתאוי די ווארעמע שבת קודש מ׳טשעקט ארייןאיך טשעק אריין

נויז

שרולי גרין

s0736 נויז שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז נויז שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז וויאזוי קען איך זאגןוואס איך ווילווען די נויז אין מיין קאפאיז קיינמאל נישט שטיל ס'טוט זיך דארטןגעשרייעןטענה'רייעןרודערייעןקריגערייען אלע נויז אין מיין קאפוואס ווילן זיי פון מירזיי שטערן מירזיי מאכן מיר שווערעראנצוקומען צו דיראוי מיט אן אמת'קייט

ס'גייט אריבער

שרולי גרין

s0742 ס'גייט אריבער שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז ס'גייט אריבער שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז ס'גייט אריבער נאך א שווערע טאגס'גייט אריבער נאך א שווערע טאגס'גייט אריבערס'גייט אריבערס'גייט אריבערא יעדע שווערע טאג ווילאנג נאךאוי אוי אוי יאםאיי איי איי איי ייםווילאנג נאךווילאנג נאךווילאנג נאךאוי אוי אויווילאנג נאךאוי אוי אוי אוי אוי אויאוי אוי אוי אוי אוי אויווילאנג ווילאנג נאךאוי אוי אוי אוי שוין טויזענטער יארפון דעם חורבן הביתבאשעפער כ'וויל שוין הערןווילאנג ווילאנג נאך די גוטע נייעס אוי אוי אויאוי ווילאנג נאךווילאנג נאךווילאנג נאךווילאנג נאךאויאוי אוי אוי אוי אוי ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך ווילאנג נאך

עולם הבא

שרולי גרין

s0739 עולם הבא שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז עולם הבא שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז אייבערשטעראיך קוק ארויס אויף עולם הבאאייבערשטערדאך וויל איך נישט פארקוקן עולם הזה אייבערשטעראיך קוק ארויס אויף עולם הבאאייבערשטערדאך וויל איך נישט פארקוקן עולם הזה האסט אונז דא צוגעשטעלט א שיינע וועלטדאך גלייב איך אז ס׳נאר א פינטלצו וואס ס׳קומט האסט אונז צוגעשטעלטא שיינע וועלטדאך גלייב איז אז ס׳קומט נישט צוצו וואס ס׳קומט

קל מסתתר

שרולי גרין

s0734 קל מסתתר שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך קל מסתתר שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך קל מסתתר איך קען מער נישט ווייטער איך וויל דיר זען באווייז דיין פנים קום ארויס פון באהעלטעניש איך וויל דיר זען איך קען מער נישט קל מסתתר און אפילו ס'איז זייער שווער חוץ פון א תפילה איך קען נישט מער קל מסתתר און איך גלייב אז דו טוסט מיר הערן און איך גלייב אז דו זעסט מיין טרערן קל מסתתר

קלאפן

שרולי גרין

s0735 קלאפן שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך קלאפן שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | איך איך קען זיין צעשאסן און צעקלאפט אבי מיין הארץ קלאפט מוז שוין נישט אלעס קלאפן איך דאנק דיר מיין הארץ קלאפט איך קען זיין צעפליקט און צעקלאפט אבי מיין הארץ קלאפט מוז שוין נישט אלעס קלאפן ברוך השם מיין הארץ קלאפט אז איך קען וויסן אז זאכן טוען נישט קלאפן מיינט אז מיין הארץ טוט קלאפן טאטע הייליגע באשעפער יא מיין הארץ קלאפט יא טאטע ס'איז מיר איך קלאפ אויף דיין טיר איך קלאפ איך וויל גארנישט בעטן איך וויל נאר זאגן איך דאנק דיר מיין הארץ קלאפט

שטיל

שרולי גרין

s0746 שטיל שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז שטיל שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז זיי שטיל זיי שטיל כ'וויל קענען הערן א פליג פליען איך וויל הערן א פליג פליען אוי אוי אוי

שיינע וועלט

שרולי גרין

s0740 שיינע וועלט שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז שיינע וועלט שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז אוי אוי אוי באשעפער ס'איז אזוי שייןצו פארן אין דיין וועלטצו וואקן אין דיין וועלטטאנצן אין דיין וועלטלויפן אין דיין וועלטשפילן אין דיין וועלטזינגען אין דיין וועלטפארברענגען אין דיין וועלט אוי אוי אוי

תמיד בשמחה

שרולי גרין

s0741 תמיד בשמחה שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז תמיד בשמחה שרולי גרין לחן ומילים: שרולי גרין | נויז אנשטאט זיין צעבראכןמיט וואס איך האב נישטוועל איך קוקן אויף וואס איך האב יא תמיד בשמחהis on mei decide to beshtendig besimchashtendig besimchaשטענדיג בשמחה

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection