אודה לקל
Original Track
מחבר: ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד הי"ד, שו"ב בטשעבין | זמירות ישראל באידיש (תש"ל)
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
נעם דיר נאר גוט אין אכט,
אז די נשמה, די שיינע פראכט,
זי זאל נישט קומען צו קיין שאנד,
ווייל זי איז דיאמאנט און בריליאנט.
דו מוזט דאך וויסן דערפון,
אז זי שיינט ווי די זון,
זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין.
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
איר שטאם איז לויטער און ריין,
פון כסא הכבוד אליין,
און מיט איר גרויסן ווערד,
פלאנטערט זי אויף דער ערד.
דארף מען היטן זי,
ווי פון א פייער און ווי פון א ברי,
זי זאל שיינען און לייכטן יעדן מארגן-פרי.
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
וואך פון שלאף אויף,
און נעם דיר נאר גוט אין באטראכט,
אז די נשמה גייט ארויף,
אין הימל יעדע נאכט.
דין וחשבון יעדן טאג,
מוז זי געבן מיט איר זאג,
פאר דעם יוצר וואס האט באשאפן נאכט און טאג.
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
אוי איז דאס נישט גוט,
ווי שלעכט איז די מינוט,
ווען זי ווערט פארגעפירט,
באדעקט מיט זינד און פארשמירט.
א פנים האט זי רעכט,
ווי א שפחה און ווי א קנעכט,
ווען און וואו, יעדן אינדערפרי.
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
דער מענטש שפירט דעמאלטס דאס גליק,
ווען ער טוט דעם באשעפער'ס ווילן.
קומט די נשמה צוריק,
באקרוינט מיט טלית און תפילין.
באצירט און באשיינט איז זי,
ווי א כלה כְּמוֹת שֶׁהִיא,
שטענדיג אלעמאל אינדערפרי.
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
באגלייבט איז דער באשעפער און קראנט,
מיט דעם משכון אין דער האנט,
זי צוריקצושטעלן ריין,
ווי דער מענטש וויל אליין.
ער שטייט אויף פריש און געזונט,
ער שטארבט נישט פון זיינע זינד,
ווידער א נאכט, ווידער א טאג אויך אצינד.
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
טוטס זיך טראכטן און קלערן,
וויאזוי די נשמה צו ערנערן,
די נשמה, די איינע, די שיינע, די ריינע.
ווייל דער וואס געבט זיך נישט די מי,
וויאזוי צו שוינען און צו היטן זי,
ווי וועט ער זוכה זיין צו דער ליכט פון דער פרי.
געלויבט ביסטו, קודשא בריך הוא,
דו ווייסט וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג,
צוזאמען מיט אלע מארגן-שטערן.
