Download PDF

אוי ווי גוט

שבת'דיג

Original Track

אוי ווי גוטשבת'דיג6:42

לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' הערשל דייטש | שבת'דיג (תש"פ)

אין אמעריקע פאר די שווערע מלחמה,
אידישע קינדער האבן געארבעט זייער שווער,
יעדע וואך געזוכט א פרישע נחמה,
ווער ס'ארבעט נישט שבת,
האט נישט קיין ארבעט מער.

ערב שבת קוים באקומען די מאגערע געהאלט,
דער באלעבאס שרייט,
דא וועסטו ארבעטן ווי א קנעכט,
מארגן שבת קומען דו מוזט מיט געוואלד,
אבער ווי קען דען דער הייליגער שבת ווערן פארשוועכט.

יעדע פרייטאג פון ניי,
די קינדער קוקן זיך איין,
ער וויינט מיט טרערן פאר זיי,
אוי, וואס וועט דא זיין.

אין זיין שווערע נויט,
נישט דא קיין פרנסה מער,
וואו וועט מען האבן א שטיקעלע ברויט,
היטן שבת איז דאך אזוי שווער.

ס'איז פרייטאג צונאכטס,
ער קומט אהיים פון דאווענען און ער וויינט,
און ער רעדט צו די קינדערלעך וואס דאס מיינט.

אוי ווי שווער איז צו זיין א איד,
דעם שבת קודש אויב מ'היט,
אויב מ'היט, פארלירן די פרנסה מ'טוט.
אוי ווי שווער איז צו זיין א איד,
דעם שבת קודש אויב מ'היט,
אויב מ'היט, פארלירן די פרנסה מ'טוט.

זיין שכן קומט אבער אהיים מיט א שמייכעלע,
און ער זינגט זמירות שבת,
מיט א שמחה אין זיין היכל'ע.

אוי ווי גוט צו זיין א איד,
דעם שבת קודש אויב מ'היט,
צו זיין א איד, עס איז דאך אזוי גוט.
אוי ווי גוט צו זיין א איד,
דעם שבת קודש אויב מ'היט,
אויב מ'היט, עס איז דאך אזוי גוט.

צוואנציג יאר דערויף,
זיינע קינדער וואקסן אויף,
אבער ליידער, זיי ווערן כסדר,
נאר שוואכער און שוואכער,
פארוואס גייען זיי נישט,
אויף דעם וועג דעם גלייכער.

ער פרעגט פון זיין רב,
וואס גייט פאר מיט מיינע שאף.
פאר שמירת שבת,
אונזערע זיידעס און באבעס,
זיך מוסר נפש געווען.
און פארוואס אזעלכע דורות,
טו איך יעצט זען.

ווייל דו האסט געזאגט,
אוי ווי שווער איז צו זיין א איד,
דעם שבת קודש אויב מ'היט,
אויב מען היט, פארלירן מ'טוט.

אוי ווי גוט צו זיין א איד,
דעם שבת קודש אויב מ'היט,
פיל השפעות פון הימל מ'גיט.

אוי ווי גוט צו זיין א איד,
דעם שבת קודש אויב מ'היט,
אויב מ'היט, איז דאך אזוי גוט.

עטס הערטס די מעשה?
געב נאר א קלער,
זאג קיינמאל נישט אז ס'איז שווער.
מיט א שמייכל געוויס,
ווייל שבת איז זיס.
ברענגט אריין א גוטן טעם,
ס'ברענגט נחת אָן אַן אויסנאם.

אוי ווי גוט איז צו זיין א איד...

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection