די מטבע
שבת'דיג
Original Track
לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | שבת'דיג (תש"פ)
זאג נאר קינד מיינס, ביסטו געווען אין מאה שערים.
טאטע, ניין, איך האב קיינמאל געזען מאה שערים.
א הייליג זיסקייט זעט זיך אן, אויף א יעדע שטיין,
ווייסע קאפלעך, קאפטענעס, ירושלמי חן.
אין דעם שכונה, אין געגנט פון מאה שערים,
וואוינט א איד דארט, ר' נחום א מוכר ספרים.
מיט ארעמקייט געלעבט האט ער,
דארט א גאנצע צייט,
פרנסה נישט געהאט,
די הונגער אין די שטוב דערקענט זיך,
אויפן העכסטן גראד,
קיינמאל געווען זאט.
קוים אויף שפעזן פאר די קינדער, קיינמאל דא גענוג,
א לעבן כולו רוחני, א העכערע בליק,
ווי הונדערט יאר צוריק.
א קינד, א קינד, א קליינע זיסע קינד,
יצחק'ל דאס פנים אויסגעדארט.
דער קינד, דער קינד, א תמימות פון אים רינט,
אויף א בעסער מארגן אלץ געווארט.
דער קינד, דער קינד, ציכטיג ריין פון זינד,
קוים א שטיקל ברויט ער געפינט.
פון בעסערס נישט געוואוסט,
צו א מאלצייט ער גלוסט,
בעט ביים טאטן, דער קליינער זיסער קינד.
קינד מיינס, דו ווילסט הערן וואס איז ווייטער געשען?
אודאי וויל איך הערן.
איין וואך פאסירט, יצחק'ל שפאצירט,
צו שלוש סעודות אין ראחמיסטריווקא שול.
אויפן ערד ער קוקט, א מטבע דארטן ליגט,
מיט דעם קען איך זיך שפייזן וואכן פיל.
ס'איז שבת, טראכט צו זיך,
ער לייגט ארויף זיין שיך,
איך וועל ווארטן ביזן זמן דא לאנג.
ער טרעט אויף דעם ארויף,
איך הייב עס נישט אויף,
עס קלינגט אים אין זיין מח דעם געזאנג.
אז, בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, אוֹת הִוא אוֹת הִוא לְעוֹלָם,
בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, אוֹת הִוא אוֹת הִוא לְעוֹלָם.
ביני ובין בני ישראל,
צווישן אונז א הייליגע בינד,
איך האב אין שבת אויך א טייל,
יא, אפילו איך בין א קינד.
פלוצלינג אן אראבער גייט פארביי,
דו קליינטשיג קינד, פון דאנעט גיי אוועק.
וואס שטייסטו דא, גיבט ער א געשריי.
וואס באהאלטסטו דארט, פאר מיר אנטפלעק.
דער אראבער גיט יצחק'ל א שטופ,
אנטלויפט מיט די מטבע בייזוויליג און קאלט.
אזא פארלוסט אזויפיל געלט, ס'גיט א ציפ,
אבער דער לידעלע קומט אים ארויף באלד.
אז ביני ובין בני ישראל,
פון יצחק'לס אויגן רינט א טרער.
ס'איז שבת פאר בני ישראל,
אבער היטן שבת קען זיין אמאל שווער.
ביני ובין בני ישראל,
אפילו מיין חלום דא צערינט,
איך בין אויך פון בני ישראל,
יא, אפילו איך בין א קינד.
דארט אין ווינקל, ווערט טונקל, אין מאה שערים,
ר' נחום, דער פאטער,
פון זיין הייזעלע אין מאה שערים,
מיט שנעלע טריט ער איילט זיך צו,
פראווען שלוש סעודות.
שוין יארן לאנג בתמידות,
בְּנֵי הֵיכָלָא מיטן עולם בְּאַחְדוּת וִיְדִידוּת,
הערן תורה וחסידות.
א קינד, א קינד,
טרערן פון אים רינט,
דער טאטע זעט יצחק'ל פארוויינט.
שעפעלע מיינס,
ווער האט געטון אזאנס,
יצחק'ל דערציילט וואס דאס מיינט.
איך גיי אויס פאר הונגער,
געמיינט ס'וועט ווערן גרינגער,
ווער קען פארשטיין מיין געפיל.
דער טאטע טרערן ווישט,
דער קינד נאכאלץ צעמישט,
גייען זיי צוזאמען יעצט אין שול.
די מטבע איז שוין נישט דא,
אבער זיי זינגען נאך ווייטער צוזאמען.
בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, אוֹת הִוא אוֹת הִוא לְעוֹלָם,
בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, אוֹת הִוא אוֹת הִוא לְעוֹלָם.
ביני ובין בני ישראל,
אפילו דיין האפענונג גייט צוגרינד,
דער אויבערשטער ווערט פון דיר נתפעל,
יא, אפילו דו ביסט א קינד.
ביי שלוש סעודות דער צדיק קוקט,
א קינד מיט טרערעלעך שטיין אין דער זייט.
דעם גבאי'ן רופן יצחק'ל ער שיקט,
קום צו מיר נאך מעריב אריין פריוואט.
דער רבי הערט די סיפור יעדעס ווארט,
ער זאגט, יצחק'ל, איך שפיר דיין צער,
דא האסטו א מטבע, די זעלבע סארט,
און פון די מצוה פארקויף מיר דעם שכר.
טאטע, יצחק'ל האט אוועקגעגעבן
די שכר פון די מצוה?
נעעע, הער וואס ער ענטפערט.
ביני ובין בני ישראל,
דער בורא מיט שבת באגליקט זיי,
איך געב עס נישט אוועק קיינמאל,
מיט שטאלץ, נישט אנגערירט קיין מוקצה.
ביני ובין בני ישראל,
די שכר איז מיינס פון היינט אצינד,
ביני ובין בני ישראל,
יא, אפילו דו ביסט א קינד.
