Download PDF

די שבת'דיגע לעכט

משה גאלדמאן

Original Track

די שבת'דיגע לעכטמשה גאלדמאן5:31

אוי די שבתדיגע לעכט,
זכרונות טוען זיי דערמאנען.
די ווארעמע שבת לעכט,
וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען.

אט איז זי דא פאר מיינע אויגן,
מיט איר שיין לויטער געזיכט.
שטייענדיג אביסל איבערגעבויגן,
איבער די שבת קודשדיגע ליכט.

אירע ריינע הענט אין די הייך,
נעמט ארום די לעכט עטליכע מאל.
די לייכטער אויף דעם טיש, אויף דעם מזבח,
א דערהויבנקייט ווי ביי דעם ערשטן מאל.

וויינט און פארגיסט טייכן טרערן,
און יעדן איינעם האט זי אינזין.
ווער עס דארף נאר געהאלפן ווערן,
אין געבעט דערמאנט זי דערפון.

ווען זי מאכט אויף די אויגן ביי דעם לייכטער,
א יעדער שטייט ארום און זעט.
אויפן הארץ איז איר געווארן לייכטער,
ווייל אנגענומען איז איר געבעט.

אוי די שבתדיגע לעכט,
זכרונות טוען זיי דערמאנען.
די ווארעמע שבת לעכט,
וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען.

באלד ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול,
די פנים שיינט אים ווי א מנורה.
שלום עליכם און מאכט קידוש מיט געפיל,
און ביי דעם טיש זאגט ער תורה.

שמועסט אדורך די סדרה פון די וואך,
מעשיות צדיקים טוט ער דערציילן.
ארום דעם טיש אסאך געסט עסן דאך,
פון אלעם גוטן מוז מען זיך טיילן.

אוי ווי דאס הארץ טוט בענקען,
ווי מיר האבן געזונגען אלע צוזאם.
אפילו די שכנים טוען נאך געדענקען,
אוי איז דאס געווען מלא טעם.

שבת קודש, הייליגער שבת,
זמירות ביז שפעט אין די נאכט.
לעבעדיג און דערהויבן, גיי באשרייב עס,
וואס דאס מיינט א שבת א פראכט.

אוי די שבתדיגע לעכט,
זכרונות טוען זיי דערמאנען.
די ווארעמע שבת לעכט,
וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection