הדלקת הנרות
שבת'דיג
Original Track
Cover Tracks
שבת איז געקומען אויף דער וועלט,
באלייכטן יעדע אידישע געצעלט.
אין א לייכטער שפיגלדיג ניי,
ברענען די לעכטעלעך צוויי,
א בית נאמן ווערט דא אויפגעשטעלט.
ביים חופה האט זי געבעטן מיט געוויין,
גע'חלומ'ט פון א לעבן אזוי שיין,
און ענדליך שטייט זי דא,
אין א מזל'דיגע שעה,
זי צינדט שוין לעכט אין איר אייגן היים.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם עֲנֵנִי,
איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי, דורות ערליכע שיינע,
זאל רוען צווישן אונז די הייליגע שכינה.
בנים ובני בנים, בעט איך פון דיר אצינד,
זוכה זיין צו נחת פון א יעדע קינד,
אזוי האבן מאמעס געדאוונט אין אלע יארן פארביי,
דאס איז מיין בקשה, פונקט אזוי ווי זיי.
בָּנִים וּבְנֵי בָּנִים אוֹהֲבֵי הַשֵׁם,
וואס דינען דעם באשעפער,
מיט א ליבשאפט, מיט א ברען.
בָּנִים וּבְנֵי בָּנִים יִרְאֵי אֱלוֹקִים,
זֶרַע קוֹדֶשׁ בַּה' דְבֵקִים.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם עֲנֵנִי,
איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי,
דורות ערליכע שיינע,
זאל רוען צווישן אונז די הייליגע שכינה.
די יארן לויפן, די צייט עס בלייבט נישט שטיין,
די משפחה איז געוואקסן הערליך און שיין,
שוין צוגעלייגט לעכט אסאך,
אבער זי בעט נאכאלץ די זעלבע זאך,
יעדע שבת ביי די לעכט מיט א געוויין.
די קינדער ארום איר פון גרויס ביז קליין,
די לעכטעלעך צינדט זי אן, איין ביי איין,
מיט יעדע ליכט א טרער,
אויף יעדע קינד א קלער,
אויף יעדע זון און טאכטער א באגער.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם עֲנֵנִי,
דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי, געב זיי די שכל די ריינע,
ריכטיג צו קלויבן, נישט צו מאכן קיין טעות.
בנים ובני בנים, בעט איך פון דיר אצינד,
שענק מיר די הבנה,
ווי זיך צו פירן מיט יעדע קינד,
מחנך זיין עַל פִּי דַרְכּוֹ.
העלף מיר צו פארשטיין,
ווען צו זאגן יא, און ווען צו זאגן ניין.
בָּנִים וּבְנֵי בָּנִים אוֹהֲבֵי הַשֵׁם,
וואס דינען דעם באשעפער,
מיט א ליבשאפט, מיט א ברען.
בָּנִים וּבְנֵי בָּנִים יִרְאֵי אֱלוֹקִים,
זֶרַע קוֹדֶשׁ בַּה' דְבֵקִים.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם עֲנֵנִי,
דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות.
יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּזַכֵּנִי, געב זיי די שכל די ריינע,
ריכטיג צו קלויבן, נישט צו מאכן קיין טעות.
זי האט קיין-עין-הרע שוין אייניקלעך אסאך,
די קייטל האט זיך ווייטער געצויגן מיט פראכט.
און פונקט אזוי ווי איר,
די טאכטער און די שנור,
זאגן די תחינה יעדע פרייטאג צונאכט.
און אזוי אין די גאנצע וועלט,
אידישע דורות אויפגעשטעלט,
בזכות די תחינה יעדער פרייטאג צונאכט.
