הודו לה'
שבת'דיג
Original Track
הודו לה'שבת'דיג2:43
Cover Tracks
S0010 - הודו לה' - שבת'דיג2:19
לחן: ר' וואלף ליכטנשטיין | מילים: מאטי אילאוויטש | שבת'דיג (תש"פ)
שקיעה, בין השמשות,
די זמן פון שבת קלאנגען,
קינדערלעך, לאמיר גיין אין שול.
א פנים חדשות,
דעם טאטן טוט אנטפאנגען,
עס כאפט אים אן א הארציגן געפיל.
הודו לה' כי טוב,
נישט אלעמאל דאנקען דיר איז גרינג.
דא א קלאפ, דא א שטער,
דא א ווייטאג און דא א חוב.
איך ווייס אבער אז דו פירסט אלצדינג.
הודו לה' כי טוב,
מיט דעם, דעם שבת קודש נעם איך אויף.
אין בית המדרש אריין, מיט די קינדערלעך איך לויף,
דיר דאנקען און לויבן, קומט מיר גלייך ארויף.
ש'כח באשעפער, פאר די נחת אין מיין הויף,
קומט א שבת דערקענט זיך עס אזוי,
עס צעפלאמט זיך מיין הארץ,
אוי הודו לה' כי טוב, כי לעולם חסדו.
