Download PDF

הייליגער שבת

ניגוני ווערצבערגער

Original Track

הייליגער שבתניגוני ווערצבערגער6:42

אין די זעקס טעג פון דער וואך,
דער איד איז פאריאגט און פארפלאגט.
אונטער דעם שווערן פרנסה יאך,
ווי ווארט ער שוין אויף דעם טאג.

שבת, הייליגער שבת,
דער אידישער גליק און טרייסט.
מ'ווערט דערהויבן, טאקע פון אויבן,
מיט א העכערן גייסט.

שבת, שבת קודש,
מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר.
בואי כלה, מיר ווארטן דיך אלע,
מיט בענקשאפט אן א שיעור.

אין דעם גלות דעם גרויסן,
דער איד, אזויפיל ער ליידט.
אין אלע ווינקלעך פארשטויסן,
מנוחה האט ער קיינמאל נישט געהאט.

יום שכולו שבת,
גאולה שלימה מען ווארט,
מיר זאלן געהאלפן ווערן, שופר של משיח הערן,
וואס דערויף מען האפט און מען גאפט.

יום שכולו שבת,
מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר.
עיר ציון תמלא, מיר ווארטן דיך אלע,
מיט בענקשאפט אן א שיעור.

שבת, שבת קודש,
מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר.
בואי כלה, מיר ווארטן דיך אלע,
מיט בענקשאפט אן א שיעור.

יום שכולו שבת,
מיר ווארטן שוין שווער אויף דיר.
עיר ציון תמלא, מיר ווארטן דיך אלע,
מיט בענקשאפט אן א שיעור.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection