ויכולו השמים
יום טוב עהרליך
Original Track
Cover Tracks
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ז) | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער (תשמ"ב)
ויכולו, ס’האבן זיך געענדיגט דער הימל און די ערד,
און אלץ וואס צו זיי געהערט.
ויכל, ער האט באשאפן אלץ וואס ער האט געטראכט,
דעם זיבעטן טאג א רו טאג געמאכט.
ס’איז פלוצלינג געווארן שטיל מיטאמאל,
אין וואלד, אויפן בארג און אין טאל.
דער ברומען פון חיות, דער פויגל געשריי,
דער דונער, דער שטורעם, דער שניי.
אלע באשעפענישן קליין און גרויס,
ציען צום הימל זיך אויס.
מ’עפנט די אויגן, די קאפ הייבט מען אויף,
און קוקן צום הימל ארויף.
אדם הראשון שטייט איינער אליין,
ער קוקט און ער קען נישט פארשטיין.
א הייליגע לעכטיגקייט האט ער דערזען,
ער ווייסט נישט וואס דא איז געשען.
ער זעט די נשמות זיי פליען ארויף,
די וועלטן זיי הייבן זיך אויף.
ער פילט ווי די וועלט אונטער אים הייבט זיך אויך,
און טראגט אים ביז אויבן ארויף.
און די גאנצע בריאה פארט מיט אים מיט,
אלעס צום הימל געציט.
די וועלדער, די פעלדער, די בערג אינדערמיט,
אלע הייבן זיך אויף און מ’פליט.
די ריזיגע פיש ווי די בערג אזוי גרויס,
קוקן פון וואסער ארויס.
די בהמות זיי שטייען אויף אלע פיר פיס,
און קוקן צום הימל זיך זיס.
פלוצלינג דערהערט ער א הערליכן קלאנג,
אזא זיסער מלאכים געזאנג.
מ’געט דעם באשעפער א לויב און א דאנק,
פארן שבת דעם ליבן געשאנק.
און אדם הראשון דערהערט אין געדאנק,
ער ווייסט שוין די שמחה פארוואס.
ער הייבט אויך אן זינגען דעם ערשטן געזאנג,
מזמור שיר ליום השבת.
