Download PDF

זמירות

שבת'דיג

Original Track

זמירותשבת'דיג5:37

פון איין שטאט צום אנדערן,
טוט ער ארומוואנדערן,
דער אור החיים הקדוש, ער אליין.
פארציילט מען אים א מעשה'לע,
ווייזט אן אויף א גאסעלע,
ביי דעם ארעמאן קען מען איינשטיין.

אין דעם שטוב באמערקט ער,
א קדושה א פארשטערקטער,
ער זעט א הייליגע אור וואס שיינט און לייכט.
דער אידעלע פאר שמחה שפרינגט ער,
מיט התלהבות זינגט ער,
מיט זיינע קינדערלעך פרייטאג צונאכט.

זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.
זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.

דער צדיק הדור, פרעגט די מקור,
פון דעם אור, וואס איך האב געזען.
ענטפערט ער דאך, אז פאריגע וואך,
א רייכע גאסט ביי מיר געווען.

די זמירות ער הערט,
ס׳האט אים געשטערט,
זינגטס נישט הויך, וויל ער.
ער גיבט געלט און גאלד,
נאר איין זאך געוואלט,
מיר זאלן זינגען שטילער.

מיר האבן קעגנגעשטעלט,
נעם צוריק דיין געלט,
די ברען וועט זיך נישט אפשטילן.
די גרעסטע עשירות,
זינגען זמירות,
פארן בורא מיט געפילן.

און ביים שבת טיש,
יעדע וואך פריש,
ווי הערליך און ווי וואונדערליך.
מיט א אידישע טעם,
זינג איך צוזאם,
מיט די לעכטיגע קינדערלעך.

זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.
זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.

יא, ענדליך ענדליך,
די אור איז מיר שוין פארשטענדליך,
זאגט דער אור החיים פאר דעם איד.
דער שטן האט זיך פארשטעלט,
געוואלט דיר געבן געלט,
צו שטערן די כח פון א שבת ליד.

זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.
זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.

אידעלע זינג, טאנץ און שפרינג,
בשמחה וברינה.
לויב מיט שבחים, די מלאכים,
קוקן אראפ מיט קנאה.

אוי ווי רייך, די שענסטע זאך,
ס'קען אלעס באזיגן.
גאר הויך, די כח,
פון א שבת ניגון.

נאך א זמר, און נאך א זמר,
פון אידישע שטיבער הערט מען.
לעכטיגער, באקוועמער,
העכער און העכער ווערט מען.

אֲזַמְרָה, זינגטס פאר אים,
פארן יוֹצֵר כָּל יְצוּר.
איז קינדערלעך וועגן דעם,
זינגטס אלע מיט מיט מיר.

זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.
זמירות זמירות, לאמיר זינגען זמירות,
זמירות פאר השם יתברך.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection