Download PDF

חסידישע פיש

מיכאל שניצלער

Original Track

חסידישע פישמיכאל שניצלער5:05

ערב שבת בראשית,
פיינע פיש און פלייש איז,
אנגעגרייט אין הייליג געצעלט.
ביים צדיק דעם אנפירער,
ר’ יחזקאלע קאזמירער,
עס קומט דאך שבת אויף דער וועלט.

א מתנה פארן מנהיג,
לִשְׂמֹחַ בּוֹ בְּתַעֲנוּג,
אלע ברענגען, אלע געבן.
איינער ברענגט א זעקעלע,
איינער מיט זיין בעקעלע,
א מתנה פארן רבין.

משמח זיין לכבוד שבת,
משבח זיין לכבוד שבת.
מיט א הינדל, מיט א ציגעלע,
מיט א קינדל, מיט א קוגעלע,
ר זונדל, מיט זיין קריגעלע.

יעדער איינער גרייט זיך, גוט שבת,
יעדער איינער פרייט זיך מיט שבת.
בואי בשלום עטרת בעלה,
פרייליך זענען דאך אלע,
בואי כלה, בואי כלה.

לקראת שבת לכו לכו ונלכה,
כי היא, כי היא מקור הברכה,
כי היא, כי היא מקור הברכה.

נישט קיין יונגערמאנטשל,
דער אלטער ר אנשיל,
א הויכער מיט א שיך אן ענגן.
אוי הַמֵבִיא דוֹרָן,
ארעם און פארלוירן,
וואס קען איך שוין דעם רבין ברענגען.

עפּעס א גוט מאכל,
ער לויפט שנעל צום טייכל,
געכאפט האט ער א גרויסן פיש.
פון מַחְרוֹזֶת דָגִים,
צום רבי’ן גלייך איך טראג אים,
א לאנגער וועג, ווי האלט מען דאס פריש.

א געדאנק גאר פאלט אים,
דעם פיש אין וואסער האלטן,
מיט מיין גארטל בינדן לאז מיר.
שלעפן וועל איך דארטן,
דעם גאנצן וועג ביים בארטן,
ארויסנעמען ערשט אין קאזמיר.

ווינטן מיט כוואליעס,
ביטער ווי א גאל איז,
אנשיל איז אינגאנצן א נאסער.
דער גארטל איבעררייסט זיך,
דער פיש שוין נישט באווייזט זיך,
פארשוואונדן ווי א פיש אין וואסער.

אוי געוואלד לכבוד שבת,
א טרער גייט לכבוד שבת,
ער טוט קלאגן, קרעכצן ברומען,
פארן רבי’ן טראגן, עפעס מוז מען,
וואס וועל איך זאגן, מיט וואס וועל איך קומען, אוי.

יעדער איינער גרייט זיך, גוט שבת,
יעדער איינער פרייט זיך מיט שבת,
בואי בשלום עטרת בעלה,
פרייליך זענען דאך אלע,
בואי כלה, בואי כלה.

לקראת שבת לכו לכו ונלכה,
כי היא, כי היא מקור הברכה,
כי היא, כי היא מקור הברכה.

אין שטוב א גרויסן טרעסקעלע,
דער צדיק ר’ יחזקאלע,
געבויגן מיט דביקות ביים טישל.
מיט אסאך מענטשן נאך ארום,
פלוצלינג קומען סוחרים,
מיט א גרויסן מאדנעם פישל.

רבי, טרעפן טוען מיר,
א פיש מיטן גארטל ארום איר,
ארויסגעשפרונגען פונעם טייכל.
די חסידים קוקן מיט וואונדער,
א גארטל, ווער איז די בינדער,
דעם רבי’ן קאסט דאס גאר א שמייכל.

עס ווערט שפעט דער פרייטאג,
ביי א טירל זייטיג,
ר’ אנשיל בעט ביים גבאין ידידיהן.
אריין צום רבינ'ס הויז,
מיט געוויין ברעכט ער אויס,
לייגט אראפ דעם קוויטל דעם פדיון.

ער פארציילט די גאנצע מעשה,
וואס האט זיך אפגעשפילט ביים וואסער,
דער רבי שמייכלט, ברוך הבא.
שוין לאנג דא אין מיין קווארטל,
דיין פדיון מיט דיין גארטל,
עס ווארט שוין אויף דיר דא אפאר שעה.

ווייל וואס א איד גרייט זיך צום שבת,
די שכינה היט און פרייט זיך מיט שבת.
מי שטרח, מיט זיין כחל,
זיכער אז בשבת יאכל,
ווייל ביז צום הימל גייט א רויכ'ל, אוי.

ליום שכולו שבת, שבת,
זיך גרייטן מיט התלהבות, שבת.
בואי בשלום עטרת בעלה,
די שכינה הקדושה מיט אונז אלע,
בואי כלה, בואי כלה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection