קה אכסוף
חיים יצחק האכהייזער
Original Track
Cover Tracks
מחבר: הרה"ק רבי אהרן מקארלין זצ"ל | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | סינגל (תש"פ)
קה אכסוף נועם שבת,
גלוסט איך מיר אזוי.
מיר זענען פאראייניגט מיט די שבת,
דער איד, און נישט דער גוי.
צו א זיסקייט פון דיין מורא,
פאר דיין הייליג פאלק,
וואס זוכן צו טון, דעם רצון הבורא,
אלעס מיט ערפאלג.
הייליג זיי בהתלהבות,
מיט קדושת השבת,
וואס זי איז פאראייניגט צוזאמען.
די שבת מיט די תורה,
פון וואו זיי שטאמען.
עפן פאר זיי זיסקייט מיט ווילן,
עס זאל זיך עפענען די טויערן,
אין די הימלען.
אוי באשעפער, גרויס דו ביסט,
ווי שטארק איך גלוסט,
א שבת צו פירן, און זיסקייט שפירן,
אינאיינעם מיט די שבת,
טו איך מיר שטאלצירן.
הָיָה הֹוֶה,
דו ביסט פון אלץ דא געווען,
און דו ביסט דא יעצט.
שמור, באהיט און שוץ,
פאר די וואס ווארטן,
אויף שבת קודש.
א גאנצע צייט,
ווי אן אינד גלוסט פאר וואסער און שרייט,
אזוי אויך די נפש ישראל,
גלוסט אן א צאל,
די זיסקייט פון שבת אנצונעמען,
וואס זי איז פאראייניגט,
מיט דיין הייליגן נאמען.
טו באשיצן און ראטעווען,
ווער עס פארלענגערט, רַעְוָא דְרַעְוִין,
ס’זאל נישט זיין פארשפארט,
זייער אפווארט,
פון די השפעות,
פונעם שבת באקומען.
די זעקס טעג פון וואך,
זאלן ווערן מיט דעם ארומגענומען,
מיט אן אמת’דיגע הארץ און ריינקייט,
דיך קענען דינען מיט א באגלייבטקייט.
אוי באשעפער, גרויס דו ביסט,
ווי שטארק איך גלוסט,
א שבת צו פירן, און זיסקייט שפירן,
אינאיינעם מיט די שבת,
טו איך מיר שטאלצירן.
וְיִהְיוּ רַחֲמֶיךָ, מִתְגוֹלְלִים,
אויף דיין פאלק וואס איז הייליג,
און א רפואה שלימה אויף אלע חולים,
ענטפער אונז נישט ליידיג.
ס’זאל זיך ארויפדרייען דיין רחמנות,
מיט פילע מתנות,
פאר אלע וואס דארשטן אנצוטרינקען,
אין דיין חסד זיך טונקען.
פון גן עדנ’ס טייך,
וואס קומט ארויס גלייך,
צו באקרוינען די אידן מיט שיינקייט,
וואס זיי טוען דיך בארימען דורכן שבת.
דיין הייליגקייט,
אויף אלע זעקס טעג,
השפעות טו גיסן,
פונעם נחלת יעקב,
אן קיין גרעניץ געניסן.
אוי באשעפער, גרויס דו ביסט,
ווי שטארק איך גלוסט,
א שבת צו פירן, און זיסקייט שפירן,
אינאיינעם מיט די שבת,
טו איך מיר שטאלצירן.
השבת נועם הנשמות,
זי לייכט דאך אזוי אין אלע עולמות,
און די זיבעטע טאג,
פארגעניגן צום רוח עס טראגט,
און א זיסקייט פאר די זעלן,
טוט אריינגיין,
דאס ברענגט אונז נענטער צו דיר אריין,
צו אהבת השם, מיט א יראה פארנעם.
אוי הייליגער שבת,
מיין זעל גייט אויס פאר דיר,
מער פון אלע אהבות.
שבת קודש, אלע אידן,
אונטער דיינע פליגלעך באשיצן,
און פון דיינע אוצרות זעטיגן צופרידן.
אוי באשעפער, גרויס דו ביסט,
ווי שטארק איך גלוסט,
א שבת צו פירן, און זיסקייט שפירן,
אינאיינעם מיט די שבת,
טו איך מיר שטאלצירן.
