יוסף מוקיר שבת
יום טוב עהרליך
Original Track
Cover Tracks
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ז) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)
הערט א מעשה, ליבע אידן,
אין גמרא שטייט געשריבן,
און געוויס איר אלע אידן פון דעם ווייסן.
געווען א איד וואס האט געליטן,
א אידענע מיט קינדער זיבן,
יוסף מוקיר שבת האט ער געהייסן.
א גרויסער ארעמאן,
די הייזל ווי א שפאן,
הארט ביי דעם ים,
צוליב ארעמקייט מן הסתם.
א גאנצע וואך אין יאך כסדר,
א פארשמירטער און א נאסער,
און נישט אויסגעגעבן קיין איין גראשן.
געטראגן האט ער אלטע קליידער,
און געגעסן ברויט מיט וואסער,
און די געלט האט ער איבערגעלאזן.
די קינדערלעך, די פרוי,
צופרידן געווען אזוי.
אין הויז איז טאקע פוסט,
אבער אלע האבן שוין געוואוסט.
אז דאנערשטאג פארטאג,
פלעגט ער געבן צו די אידענע א זאג,
שנעלער בעל הבית'טע קרוין,
נעם דעם קוישל שוין.
נאדיר די גאנצע געלט,
קויף אלץ וואס דיר געפעלט.
די בעסטע פיש,
זאל זיין גרויס און פעט און פריש.
די בעסטע פלייש און וויין,
ווי טייער ס'זאל נישט זיין.
און פרוכטן זייער פיל,
זאל זיין אלץ וואס מען וויל.
און די אידענע איז אוועק,
גענומען ברענגען גאנצע פעק.
א גאנצע נאכט,
קיין אויג נישט צוגעמאכט.
און געבאקט און געקאכט,
א גרויסן לעקעך, א גרויסן טארט.
און געקאכט און געבאקט,
ס'האט אין אויוון אזש געקנאקט.
און פרייטאג פארנאכט,
דריי אורחים האט ר' יוסף געבראכט.
אין הויז איז ליכטיג און שיין,
ווי אין גן עדן אליין.
און פון אויבנאן,
ווי א קעניג אויף זיין טראן,
זיצט ר' יוסף אליין,
און זינגט זיך זמירות מלא חן,
אשת חיל מי ימצא,
אזוינס ווי דער שבת איז נישט דא.
און אביסל ווייטער דארטן,
פונקט אקעגן יוספ'ס הייזל,
געשטאנען איז א פאלאץ א פארמאכטער.
און ארום א שיינער גארטן,
און א צוים פון שטאל און אייזן,
און א טויער שטענדיג א פארשפארטער.
געוואוינט האט דארט א הער,
א גרויסער מיליאנער.
א גרויסער באנדיט,
האט פיינט געהאט א איד.
פיל געלט ער האט געטון פארמאגן,
האט ער אויך פארמאגט פיל יארן,
אפשר שוין די אכציג און אריבער.
די פרוי די קינדער, פלעגט ער זאגן,
זענען וואו אוועקגעפארן,
און אליינס געלאזט האט מען אים איבער.
און קארג איז ער געווען,
קיין ארעמאן נישט געוואלט זען.
געלעבט אלץ אליין,
פונקט אזוי ווי א שטיין.
געדויערט נישט לאנג,
און דער גוי ווערט זייער קראנק.
און אינמיטן די נאכט,
א דאקטער האט מען געבראכט,
וואס אויף די שטערן זעט,
און ווייסט אלץ וואס זיין וועט.
און ער האט אים געזאגט,
אז אלץ וואס ער פארמאגט,
וועט ירש'ענען אט דער איד,
וואס דעם שבת היט.
דער גוי האט עס דערהערט,
איז אים געווארן זייער שלעכט.
ער האט א קונה געבראכט,
און אלץ פארקויפט אינמיטן נאכט.
און געקויפט פאר די געלט,
א בריליאנט, פון די גרעסטע אין דער וועלט.
זיין הוט איבערגעדרייט,
און דעם בריליאנט אריינגענייט.
האט דער גוי אזוי געשפאנט,
אויף בערג און טאל, ארויף אראפ,
און ער איז פון מענטשן אנטלאפן.
ער האט זיין הוט מיט דעם בריליאנט,
קיינמאל נישט אויסגעטון פון קאפ,
און איז מיט דעם אפילו געשלאפן.
איינמאל איז ער אוועק,
געקומען צו א פרעמדן ברעג,
אן אייזערנע בריק,
מען קען שוין נישט גיין צוריק.
און ווי ער איז ארויפגעגאנגען,
אויפן בריק ארויפגעקראכן,
גענומען האט א רעגן צו גיסן.
עס האט פלוצלינג אנגעפאנגען,
און א שטורעם אויסגעבראכן,
די הוט פון קאפ אראפגעריסן.
געכאפט האט עס דער ווינט,
אין ים אריינגעשמיצט געשווינד,
און דער גוי איז פון קלעם,
אריינגעשפרונגען כאפן אים.
געקומען איז א פיש,
געגעבן דעם וואסער א מיש.
פארשלונגען דעם הוט אין בויך,
און ארויפגעשוואומען אין דער הויך.
פישער האבן איר דערטאפט,
און אין נעץ אריינגעכאפט.
און פרייטאג פארנאכט,
האט מען דעם פיש אויפן ברעג געבראכט.
מען זוכט ארום דארט און דא,
קיין קונה איז נישטא.
הייסט מען זיי צו גיין,
צו יוסף מוקיר שבת אליין.
זאגט ר' יוסף, א שאד,
מיין אידענע קיין כח שוין נישט האט.
זאגט די אידענע, זאג נישט אפ,
איך האב נאך א ליידיגן טאפ.
ער האט צעשניטן די בויך,
און זי האט גענומען שרייען הויך,
א בריליאנט, א בריליאנט,
עס גייט נישט אריין אין האנט.
א בריליאנט, א בריליאנט,
ר' יוסף גיט א בליק,
א בריליאנט, א בריליאנט,
אבער צום שבת קומט עס נישט.
האט געזאגט א איד,
אז די גאנצע מעשה איז קיין חידוש ניט,
וואס אויף שבת מען פארווענט,
קריגט מען צוריק מיט פראצענט.
