Download PDF

יוסף מוקיר שבת

שמואלי אונגאר

Original Track

יוסף מוקיר שבתשמואלי אונגאר5:29

Cover Tracks

S0023 - יוסף מוקיר שבת - שמואלי אונגאר5:23
S0023 - יוסף מוקיר שבת - שמואלי אונגאר (2)5:35

געווען אמאל א אידעלע וואס געהייסן האט ער אזוי,
יוסף, און געוואוינט נעבן אים האט זייער א רייכע גוי,
אינעם גאנצן שטעטל האט מען אים געקענט אלס יוסף מוקיר שבת.

מיט מסירות נפש אן א שיעור,
א יעדע איינציג וואך איז ער,
ארויס אין מארק, כאטש קיין געלט האט ער,
אבער דאך מוז ער,
איינקויפן די שענסטע און די בעסטע, פאר אים אן עונג שבת.

יעצט, דער גוי דער שכן הערט
פון זיינע שטערן-זעער יעדן טאג אז,
דיין גאנץ עשירות, געלט און כבוד,
וועט פאר יעדע פרייז,
אנקומען צום אידעלע דער זיס בא'חנ'טער יוסף מוקיר שבת.

אה, מאכט ער צו זיך א פלאן און טוט,
אויף דעם שנעל איינגיין,
פארקויפט זיין גאנץ פארמעגן און מיט
דעם געקויפט א טייער שטיין,
אין זיין היטל נייט עס צו - אבי
נישט פאר יוסף מוקיר שבת.

און א יעדע וואך, ביי זיך אין קאך,
יוסף פרעגט, איז דא אפשר דאך,
וואס נאך קען מען איינקויפן פאר שבת.

אן ארעמאן, קיין געלט פארהאן,
די שענסטע בעסטע דארף אבער זיין,
געבט ער אוועק אלעס פון זיך פאר שבת.

איין פרייטאג, דער גוי ער גייט,
אויפן שמאלן בריק ער שטייט,
עס בלאזט א ווינט א שווערן,
די שטורעם עס לאזט נישט אפ,
זיין היטל פליט אראפ,
דאס שטיין טוט זיך איבערקערן.

אינעם גרויסן ים אריינגעפאלן,
פארשווימען מיט די רוישיגע וואלן,
ס׳קומט א פיש און די דיאמאנט שטיין,
שלינגט ער איין.

מיט קולות שרייט דער גוי,
מיין גאנץ פארמעגן - אוי!
געבליבן אן גארנישט.
א פיש-כאפער ביים אנדער עק,
זיצט זיך באקוועם ביים ברעג,
און געכאפט האט ער,
אט די פיש.

צום מארק ער שלעפט זיך מיט די נעצן,
ביי זיין טישל טוט זיך אוועקזעצן,
ביז דערווייל ווערט נאר נענטער
און שפעטער צום זמן.

לכבוד שבת קודש, לכבוד שבת קודש,
לכבוד שבת קודש, לכבוד שבת קודש.

אין מארק עס לויפט ארום א איד,
וואס ווארט נאך, האפט נאך,
און נישט רוט,
ער זוכט די בעסטע, פעטסטע
פיש אין מארק וואס פאר אים
וועט זיין גוט.

איך פרעג אייך ווער - אויב נישט ער,
דאס קען נאר זיין יוסף
מוקיר שבת.

פונדערווייטנס זעט ער, אט דער
הויכער פיש-כאפער, אונזער סוחר,
ער געט א וואונק, זאג נאר זאג,
דו ביסט דער מוכר? (ניין ניין ער...)
מיט זיין פישל גייט זיך - און,
פארשטייט זיך, אז מ'גרייט זיך,
צו צום גרויסן שבת.

יום השישי,
עדות זאגט די גאנצע בריאה,
יוספ׳ס פנים לייכט נאכאמאל,
געהאט די זכיה,
מכבד זיין, מהדר זיין,
אוועקגעגעבן אלעס פארן שבת.

שְׂלָו וְדָגִים אריינבראכט ער,
מכל טוב ביים שבת טיש׳קע,
א שמחה דעם פיש אויפמאכט ער,
פלוצלינג זעט מען,
עפעס בליטשקעט.
אויגן אפן, כ׳האב געטראפן,
א בריליאנט!
אלץ אין זכות פון שבת.

און א יעדע וואך, ביי זיך אין קאך,
נאכאלץ ער פרעגט, אפשר דאך,
וואס נאך קען מען איינקויפן פאר שבת?

שוין א רייכער מאן, פיל געלט פארהאן,
די שענסטע, בעסטע, מוז אבער אייביג זיין,
געבט ער אוועק פון זיך, אלעס פאר שבת.

מיין ברודער, טראכט אריין דערין,
און ווען דו זאלסט נאר וויסן פון
די גרויסע שפע וואס מ'האט.
מיט שבת ווען דו געסט זיך אפ,
ברכות דו ברענגסט אראפ,
מתנות פון אונזער גרויסן ג-ט.

די וואכן טעג טוט דאך אנשטרענגען,
ווי שיין אבער קענען מיר פארברענגען,
די משפחה די קינדערלעך,
ביי דיין שבת טיש ארום.

לעכטיג מאך דיין געצעלט,
שפאר נישט צייט, קיין כח, געלט,
יוֹתֵר מִכְּפִי יְכָלְתּוֹ.
פאר שבת א תענוג,
ווייל כָּל הַמְעַנֵג,
אֶת הַשַׁבָּת נוֹתְנִים לוֹ.

געב זיך מיט איר אפ כראוי,
די זיסקייט, די שיינקייט, די הנאה,
מ׳קען דאס נישט באצאלן,
אפילו פארן גרעסטן סכום.

לכבוד שבת קודש, לכבוד שבת קודש,
לכבוד שבת קודש, לכבוד שבת קודש.

מיין נאמען איז נישט יוסף,
אבער איך בין א מוקיר שבת.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection