ישמח משה
Original Track
ישמח משה5:25
Cover Tracks
S0024 - ישמח משה2:20
S0024 - ישמח משה (2)
S0024 - ישמח משה (3)3:34
מילים: ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד הי"ד שו"ב בטשעבין | אידיש קלאסיקס 2 (תש"ע)
יִשְׂמַח מֹשֶׁה בְּמַתְּנַת חֶלְקוֹ, כִּי עֶבֶד נֶאֱמָן קָרָאתָ לוֹ.
דעם שבת האט דער בורא געגעבן,
נאר פאר אונז אידעלעך אליין,
אזוי ווי אין די תורה שטייט געשריבן,
אז שבת דארף מען פרייליך זיין.
עסן דאס שענסטע און דאס בעסטע,
לויט ווי איינער פארמאגט,
קליידער אנצוטון די שענסטע,
ווייל אזוי האט אונז די תורה אנגעזאגט.
יִשְׂמַח מֹשֶׁה בְּמַתְּנַת חֶלְקוֹ, כִּי עֶבֶד נֶאֱמָן קָרָאתָ לוֹ.
דאס אידעלע איז נעבעך אין גלות,
ליידן ליידט ער צרות אן א שיעור,
שבת פארגעסט ער אין אלעם,
ער לעבט זיך ווי א גביר.
אין שבת געפינט א נחמה,
זיין אויסגעמאטערטע נשמה,
נפש כי נאנחה, בא שבת בא מנוחה.
יִשְׂמַח מֹשֶׁה בְּמַתְּנַת חֶלְקוֹ, כִּי עֶבֶד נֶאֱמָן קָרָאתָ לוֹ.
