כל מקדש שביעי
אידיש קלאסיקס
Original Track
דער בורא האט אלעס צוגעשטעלט,
אין זעקס טעג באשאפן זיין וועלט,
די זיבעטע טאג גערוט,
און דעם יום מנוחה געגעבן פארן איד,
וואויל איז דער וואס שבת ער היט.
שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲשֶׂה מְלַאכְתֶּךָ,
אבער נישט בַּיוֹם הַשְׁבִיעִי,
ווייל יוֹם הַשְׁבִיעִי לֵאלׂקֶיךָ,
א מתנה פון קודשא בריך הוא.
נאך א גאנצע וואך פון ארבעטן שווער,
איז שבת ממש א תענוג.
דעם שבת קודש זיך אפרוען, באפוילן האט ער,
דורך משה רבינו אונזער מנהיג.
יעדער איינער, כל מקדש שביעי,
דער גאנצע שטוב, מ'גרייט זיך צוזאמען,
עס הייבט זיך שוין אן דארטן פרייטאג אינדערפרי,
פון קליינע קינדער ביז טאטע-מאמען.
אין געשעפטן לויפן,
פאר שבת איינצוקויפן,
שַׁבָּת כַּדָת מֵחַלְלוֹ.
גארנישט פארגעסן,
נישט קארגן אויף עסן,
ווייל שכרו הרבה על פי פעלו.
שבת קודש פרייען זיך אלע,
מיטן שבת מלכתא.
לכה דודי לקראת כלה,
פני שבת נקבלה.
יוֹם שַׁבָּתוֹן אֵין לִשְׁכֹּחַ,
יעדער איינער פועל'ט וואס ער וויל,
ווען א איד בעט זיך אויס מיטן גאנצן כח,
געט אים דער בורא בלי גבול.
אוי, שבת ווערט א איד מחוזק,
א תפילה צום בורא בעט מען אזוי.
שַׁבָּת קוֹדֶשׁ הִיא מִלִזְעוֹק,
וּרְפוּאָה שְׁלֵמָה קְרוֹבָה לָבוֹא.
יוֹם שַׁבָּת אִם תִּשְׁמֹרוּ,
אויב דעם שבת ערליך מ'היט,
פון קיין שום שלעכטס דארף מען האבן מורא,
ווייל נאר גוט וועט זיין פאר דעם איד.
דער זון גייט אונטער, די נאכט טוט פאלן,
מען הערט פייפן די סיגנאלן,
אין גאסן מען רופט אויס אזוי,
ס'קומט שוין דער שבת יוֹם חֶמְדָתוֹ,
אִישׁ עַל מַחֲנֵהוּ וְאִישׁ עַל דִגְלוֹ.
די מאמע ביי די ליכטעלעך איבערגעבויגן,
געצונדן ליכט מיטן שיינעם צינדער,
זי וויינט ביי די תחינה, טרערן גיסט פון די אויגן,
איך זאל האבן ערליכע קינדער.
די קינדער אין א זייט, זיי שטייען מיט מורא,
און קוקן אויף דעם מאמענ'ס פנים,
און זאגן צו, מאמע, מיר וועלן שטייגן אין תורה,
דו וועסט זוכה זיין צו בנים ובני בנים.
אוי שבת קודש בא מנוחה,
ממש א טעם, מעין עולם הבא,
דער טאטע ווי א מלך, ער פירט די מלוכה,
במשנה לחם וקידוש רבה.
די שבת'דיגע סעודה,
ווי שיין די חבורה איז,
בְּרֹב מַטְעַמִים וְרוּחַ נְדִיבָה,
יִזְכּוּ לְרַב טוּב, בעט מען ביי די זמירות,
לחיי העולם הבא.
