Download PDF

ליכטיגער שבת

מרדכי ווערדיגער

Original Track

ליכטיגער שבתמרדכי ווערדיגער3:38

Cover Tracks

S0029 - ליכטיגער שבת - מרדכי בן דוד3:19

דער קאפ פול מיט זארגן,
פון נעכטן ביז מארגן,
די קינדערלעך וואקסן דאך גאר אזוי גיך.
די יארן אנטלויפן דאך,
דאס לעבן פארקויפט מען דאך,
קיינמאל קיין צייט נישט צו קוקן אויף זיך.

ווי גליקליך איז דער,
וואס דער שבת היט ער,
געגעבן פון הימל, פאר מיר אידעלעך אליין.
ס’איז געווארן געשטעלט,
צו פארגעסן פון דער וועלט.
א רו און א ליכטיגקייט,
וואס נאר מיר פארשטיין.

די זון גייט שוין אונטער,
דער שבת ווערט נענטער,
די חלות, די וויין, אויפן טיש שוין געשטעלט.
די הערצער דערפרייען זיך,
נשמות באנייען זיך,
די ליכטעלעך ברענען, באלייכטן די וועלט.

ווי גליקליך איז דער,
וואס דער שבת היט ער,
געגעבן פון הימל, פאר מיר אידעלעך אליין.
ס’איז געווארן געשטעלט,
צו פארגעסן פון דער וועלט.
א רו און א ליכטיגקייט,
וואס נאר מיר פארשטיין.

א טעם עולם הבא,
פילט מען אין שבת,
מיט די מלאכים ביים הייליגן טיש.
מיר זינגען צוזאמען,
עס האט אלע טעמים,
דאס עסן און טרונקען עס שמעקט אזוי פריש.

ווי גליקליך איז דער,
וואס דער שבת היט ער,
געגעבן פון הימל, פאר מיר אידעלעך אליין.
ס’איז געווארן געשטעלט,
צו פארגעסן פון דער וועלט.
א רו און א ליכטיגקייט,
וואס נאר מיר פארשטיין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection