לכבוד שבת קודש
ליפא שמעלצער
Original Track
א גביר, א בעל עבירה,
האט געהערט חסידים רעדן,
זיי האבן געהאט די ברירה,
פארברענגט ביי זייער רבי'ן.
ער קוקט זיך צו און טראכט זיך,
כ'האב נישט געהאט די געפיל,
הלואי, פאר מיר עס מאכט זיך,
א וועג צום צדיק'ס שול.
אידעלעך, איך פרעג,
צו אייער רבי'ן וויל איך קומען.
אויב איך צאל דעם וועג,
צי וואלט איר מיר גענומען.
אויך זאגט דער גביר,
אויב אייער רבי, מיר נישט געפעלט,
ווארן איך אייך פון פריער,
איך דארף צוריק מיין געלט.
ער איז מיט זיי געפארן,
ביים צדיק, א זכיה.
דער צדיק וועט נישט שפארן,
אויף אים צו זיין משפיע.
שבת קודש איז,
אין דעם רבינ'ס געצעלט,
פאר זיי א גרויסער זכות,
ס'איז העכערס פון די וועלט.
ס'איז פרייטאג ביינאכט,
ביי רבי אהרן טשערנאבלער זייער מנהיג.
דער בעל עבירה לאכט,
אויך מיר א תענוג.
איך וויל פון דא אפטראגן,
איך זע נישט דא די גרויסע גליק.
אידן, איך מוז אייך זאגן,
איך דארף מיין געלט צוריק.
זונטאג אינדערפרי,
דער שבת שוין פארגאנגען,
מיט געלט זיי גייען צו,
צום גביר, זיין געלט דערלאנגען.
זאגט דער גביר צו זיי,
איך בלייב דא א גאנצע וואך,
פון געלט זענט איר שוין פריי,
און איך געב אייך צו נאך.
די אידעלעך, זיי פרעגן,
איין חסיד פון דער צווייטן,
זעסטו דעם רבינ'ס וועגן,
שטענדיג אונז באגלייטן.
צום רבי'ן זיי גייען,
רבי, מיר ווילן פשט הערן,
דער רבי זאל אונז דערפרייען,
פשט פון דעם ערקלערן.
הערט מיך אויס, טייערע אידן, הייליגע ברידערלעך,
ווען איר זענט געקומען,
און מיטגעברענגט דעם איד אהער,
האב איך געזען אויף זיין נשמה,
מצוות און מעשים טובים גארנישט האט ער.
ביז איך האב געפונען איין קלייניגקייט,
מער דארף איך נישט.
יעצט וועט ער ווערן א בעל תשובה.
הערט נאר דעם זכות,
אויף דעם האט איר זיך קיינמאל גערישט.
דער איד איז אמאל געזעסן,
איבער א הייסע טעלער יויך.
א געשמאקע טשאלנט האט ער געגעסן,
און צו דעם א שטיקל קוגל אויך.
געווענליך אינמיטן עסן,
האט ער אינזין נאר תאוות,
דאסמאל צו זאגן האט ער נישט פארגעסן,
אזא טשאלנט, אה! לכבוד שבת.
לכבוד שבת, לכבוד שבת...
אידעלעך געדענקט און זאגט אלץ לכבוד שבת,
נאר גוטס דאס ברענגט, ווען מען זאגט לכבוד שבת.
