Download PDF

לכבוד שבת

מיכאל שניצלער

Original Track

לכבוד שבתמיכאל שניצלער4:49

ערב שבת שוין צופרי, איי איי איי,
דער שבת קודש גרייט מען צו, איי איי איי.
מיט נייע קרעפטן, לויפט אין געשעפטן,
מען יאגט אן קוים צום זמן.

קינדער, לאמיר שיין אנגרייטן, איי איי איי,
פאר שבת אלע דריי מאלצייטן, איי איי איי.
ווי שיין איך בעט דיך, קום שניידט די רעטעך,
קומט שבת וועט מען פרייליך זיין.

שבת, איי איי איי שבת,
עס שיינט א פייער אין נשמה אריין.
אין וואכן, פון דעם שבת,
טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם.

די טאטע מאכט א יושקע,
די מאמע מאכט א קושקע,
גרייט א בשמים פושקע – שבת.
שבתון אין לשכוח,
אין קאך עס גייט א רויעך,
מען לייגט צו קאפ און מוח,
די שבת ברענגט אונז הויעך – שבת.

איינער ביים שבת זייגער,
איינער ביים טאפ מיט נייגער,
א קוגל ווי דער שטייגער – שבת.
מען טוט אן שבת שליסלעך,
מען שיילט אפ די ניסלעך,
מען וואשט אויס אלע שיסלעך,
און אלץ ווערט גרייט צוביסלעך – שבת.

שבת, איי איי איי שבת,
עס שיינט א פייער אין נשמה אריין,
אין וואכן, פון דעם שבת,
טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם.

א לעכטיג דירה פרייטאג נאכט, איי איי איי,
מלאכים אורחים מיטגעבראכט, איי איי איי.
מען ברענט די זמירות,
מען זינגט די שירות,
קידוש יעדער מאכט.

און זיך וואשן טוען אלע, איי איי איי,
מען טונקט חריף מיט חלה, איי איי איי.
די זכר באנדלעך,
געפרעגלט האנדלעך,
יעדנ'ס פנים לייכט.

שבת, איי איי איי שבת,
עס שיינט א פייער אין נשמה אריין.
אין וואכן, פון דעם שבת,
טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם.

דער עולם שוין איז מידע,
דאך אזא שיינע סעודה,
אויך צייט פאר א רקידה – שבת.
עס האט דאך אלע טעמים,
מען האלט זיך אין די ראמען,
פארברענגט מיט זיי צוזאמען,
די קינדער, טאטע מאמען – שבת.

נאך אזא וואך באמיען,
די סעודה לאנג נישט ציען,
מען דארף זיך גוט אויסרוען – שבת.
דער קליינער וועט נישט שטערן,
דער ברודער ביים פארהערן,
מען טוט אים גוט אויסהערן,
די נחת וועט זיך מערן – שבת.

שבת, איי איי שבת,
עס שיינט א פייער אין נשמה אריין.
אין וואכן, פון דעם שבת,
טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם.

אין שול מען זיצט ווי ברידערס,
און מען פארשפרייט חסידות,
א שיינע שלש סעודות – שבת.
עס שיינט א לעכטיג אורה,
דער עולם קוקט מיט מורא,
דער רב גייט זאגן תורה,
די קשיא איז שווער לכאורה,
א תירוץ א מסורה – שבת.

דער גבאי פון דעם שטיבל,
ער שניידט די הערינג צוויבל,
פונקט ווי עס איז מקובל – שבת.
דער שבת שוין פאראיבער,
פאר מוצאי לאזט מען איבער,
עס קומט דער גאנצער ציבור,
מען הערט א מגיד'ס דיבור,
פארציילט א גאנצע חיבור – שבת.

שבת, איי איי איי שבת,
עס שיינט א פייער אין נשמה אריין.
אין וואכן, פון דעם שבת,
טוט דאך פארבלייבן די נשמה פלאם.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection