מודה אני
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: ר' משה וויינטרויב | מילים: ר' מנחם הארטמאן | מיין קינד, טרעף מיך (תשס"ט)
אין הייליגן פרייטאג צונאכטס,
טאטי קומט פון בית המדרש אהיים,
פון דרויסן ער קוקט,
זיין שטוב ער באטראכט,
מיט די מלאכים, וברוכים הם.
די טיש אזוי הערליך באפוצט,
מיט שיינע לעכט חלות און וויין,
די מאמע ווי א מלכה מיט נחת זי זיצט,
מיט ליבשאפט איר געזיכט פול מיט שיין.
די שמחה פון שבת אויף יעדנס פנים איז,
א שמייכל א זיסער ביי די בנים ובנות,
די שבת לעכט גלאנצן און צאנקען,
אוי מנוחה ושמחה די הארץ אזוי בארירט,
א ווארימקייט מ'שפירט,
ס'עפנט זיך זיינע געדאנקען.
באשעפער דיין גוטסקייט,
זע איך קלאר און איך ווייס,
עַל נִפְלְאוֹתֶיךָ שֶׁבְּכָל עֵת,
נִשְׁמַת כָּל חַי תְּבָרֵךְ.
ס'פעלט מיר גארנישט,
פון אלעם איך האב, מכל טוב וטיב,
זיס מִנוֹפֶת צוּף,
משפחה און שֻׁלְחָן הֶעָרוּךְ.
אוי הייליג באשעפער וויפיל חסדים טוסטו מיט אונז, ס'איז אריבער א וואך מיט נחת און מיט סיעתא דשמיא, לאמיר זינגען אלע צוזאמען.
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ הַשֵׁם אֱלֹקַי וֶאֱלֹקַי אֲבוֹתַי, אוֹי עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָדִי וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִי וְעִם כָּל בְּנֵי בֵּיתִי.
