מי שטרח
יונתן שווארץ
Original Track
איי גוט שבת אלע אידן,
מנוחה ושמחה אור ליהודים.
מי שטרח בערב שבת,
יאכל, יאכל בשבת.
צום שבת קודש גרייטן מיר זיך אלע,
לכה דודי לקראת כלה.
ערב שבת איז יעדער פארנומען,
א חשוב גאסט גייט קומען.
ערב שבת פרייטאג פאר חצות,
אויפן ביזנעס לייגט מען ארויף א גרויסן שלאס.
יעדער טוט זיך יאגן און לויפן,
לכבוד שבת איינצוקויפן.
און וואס מער קויפן דארף מען זיין מַרְבֶּה,
יְצִיאַת הַשַׁבָּת שְׁתַּיִם שֶׁהֵם אַרְבַּע.
אז מ'געט אויס צוויי באקומט מען פיר,
דער אייבערשטער באצאלט א גרויסן שיעור.
איי גוט שבת אלע אידן,
מנוחה ושמחה אור ליהודים.
מי שטרח בערב שבת,
יאכל, יאכל בשבת.
יעדער נוצט אויס ריכטיג דעם זמן,
ר' מיכל גייט מעביר סדרה זיין.
אידן קוקן אריין אין די ספרים,
שיינע תורה'ס, אויף די סדרה מאמרים.
ר' וועלוול טוט אויף גאר גרויסע צוועקן,
ער גרייט אן די טאביק צו שמעקן.
אז ס'איז נישטא קיין עירוב לויפט מען אין די שולן,
עלטערע אידן טראגן דארט די ברילן.
יעדער איינער איז זיך מטריח,
מ'שניידט די נעגל און מ'פוצט די שיך.
מ'גרייט אן די שבת'דיגע קליידער,
מ'מאכט די שטוב א שיינע סדר.
איי גוט שבת אלע אידן,
מנוחה ושמחה אור ליהודים.
מי שטרח בערב שבת,
יאכל בשבת.
א וואו מ'גייט אין אלע עקן,
אזא גוטן ריח טוט שמעקן.
ווייל די גמרא זאגט דאך אזוי,
תַּבְלִין יֵשׁ וְשַׁבָּת שְׁמוֹ.
מ'זיצט ביים טיש די גאנצע משפחה,
מ'איז מקיים טוֹעֲמֶיהָ חַיִים זָכוּ.
מ'עסט מיט א מאס און מיט א מידה,
מ'איז אבער נישט קוֹבֵעַ סעודה.
די מאמע די חלות זי פלעכט,
דער טאטע גרייט אן די שבת לעכט.
מ'לויפט אין בית המרחץ זיך וואשן,
מ'איז בודק פון מוקצה די טאשן.
איי גוט שבת אלע אידן,
מנוחה ושמחה אור ליהודים.
מי שטרח בערב שבת,
יאכל בשבת.
ס'זעט שוין אלעס אויס גוט,
מ'דערמאנט זיך נאך די לעצטע מינוט.
אין יעדער שטוב איז אזוי די שטייגער,
מ'גרייט אן די שבת זייגער.
די באלעבאסטע לויפט אין די קעך,
ארויפלייגן די שבת בלעך.
מ'הערט שוין דעם פייף פון דעם זמן,
מ'צינדט די לעכט, דעם שיינעם שיין.
און ווי שיין איז דער קלאנג,
דער טאטע זאגט שיר השירים מיט געזאנג.
ווי הערליך שיין איז די סצענע,
ווי די באלעבאסטע זאגט די צאינה וראינה.
איי גוט שבת אלע אידן,
מנוחה ושמחה אור ליהודים.
מי שטרח בערב שבת,
יאכל בשבת.
