נאך איין שבת
ליפא שמעלצער
Original Track
Cover Tracks
דער שבת אלץ איז גרייט,
אין שטוב שוין אלעס קלאפט,
דער טאטע לויפט אין שול, א מקוהלע געכאפט.
דער חזן איז שוין דא, לכו נרננה,
ביים דאווענען, יעדער ביי זיין טיש.
באלד נאכן דאווענען אהיים זיך יעדער גייט,
זאגט נאך א תורהלע, פון מלאכים ווערט באגלייט.
ווי שיין עס לייכט די גאס, זאקן שווארץ און ווייס,
שטיוולעך, ספאדיקס, שטריימלעך, יעדער זיין לבוש.
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין,
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים,
ווייל די גמרא באשטימט,
אז משיח שוין קומט,
ווען מ’היט נאר אפ איין שבת קודש ערליך ווי עס דארף צו זיין.
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין,
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים,
ווייל די גמרא באשטימט,
אז משיח שוין קומט,
אִילוּ יִשְׂרָאֵל מְשַׁמְרִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ.
א סעודה עסן מיר, יעדער זייערע מנהגים,
לכבוד שבת פיל, בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים.
נאכן סעודה א געלויף,
אין שול, אין רבינ'ס הויף,
איינער לערנט, איינער זינגט קה אכסוף נועם.
ביים שחרית דאווענען, קל אדון זינגט דער קהל,
נאך מוסף שרייט דער שמש, א קידוש ביי מיכאל,
נאכן סעודה א שפאציר,
דערנאך ער לויפט אין שול צום שיעור,
און ביי שלש סעודות פון תענוג רוחני טועם.
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין,
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים,
ווייל די גמרא באשטימט,
אז משיח שוין קומט,
ווען מ’היט נאר אפ איין שבת קודש ערליך ווי עס דארף צו זיין.
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין,
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים,
ווייל די גמרא באשטימט,
אז משיח שוין קומט,
אִילוּ יִשְׂרָאֵל מְשַׁמְרִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ.
דער שבת גייט פארביי צוריק די ימי חול,
ער מאכט הבדלה שוין, צוריק צום שווערן עול.
די ביזנעס אין די שטאט,
דער אידל זאגט א שאד,
א שיינעם שבת האב איך דאך געהאט.
זארג זיך נישט אידעלע, בעט מיט התלהבות,
זאל קומען שוין דער טאג ליום שכולו שבת,
אזויפיל אפגעליטן,
דאך יעדע שבת געהיטן,
אט אט דערלעבט מען שוין משיחס צייט.
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין,
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים,
ווייל די גמרא באשטימט,
אז משיח שוין קומט,
ווען מ’היט נאר אפ איין שבת קודש ערליך ווי עס דארף צו זיין.
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין,
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים,
ווייל די גמרא באשטימט,
אז משיח שוין קומט,
אִילוּ יִשְׂרָאֵל מְשַׁמְרִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ.
שבת, שבת קודש, נאך איין שבת, מִיָד נִגְאָלִין.
