Download PDF

נשמה יתירה

שבת'דיג

Original Track

נשמה יתירהשבת'דיג6:35

מיין טאטע פלעגט זאגן מיר, קינד מיין,
ס׳קומט שבת אזא נחמה,
א מתנה באקומט איעדער איד דאן,
א הייליגע נייע נשמה.

טאטע, אוי טאטע, אויב פרעגן איך מעג,
איך וויל פארשטיין דיינע רייד.
א איד א נשמה האט דאך אלע טעג,
מיט וואס ווערט מען שבת באנייט.

א נשמה יתירה - אזא טייערע,
אוי וויל זי שיינען, באלייכטן די וועלט.
א נשמה יתירה - אזא טייערע,
באלייכט דו אויך מיין געצעלט.

נשמה, נשמה׳לע, קינד מיינס, פארשטיי נאר,
מיט הבנה, די מתנה, אזא ליכטיגער, א שיינער,
אריינגעקריצט אין הארץ ביי מיר.

אוי נשמה, די נשמה, מיט קדושה זיך אנזאפן,
א געשעעניש, אים איך זע נישט,
איך קען דיר נישט דערטאפן,
אבער ווי דערהויבן, נשמה'לע, איך שפיר.

א נשמה יתירה - אזא טייערע,
אוי וויל זי שיינען, באלייכטן די וועלט.
א נשמה יתירה - אזא טייערע,
באלייכט דו אויך מיין געצעלט.

טאטע, דער הייליגער שבת גייט אוועק,
די נשמה יתירה פארלאזט אונז, וואס וועט דא זיין?
קינד מיינס, נעקסטע וואך קומט נאכאמאל שבת. די נשמה קומט צוריק, די נשמה יתירה...

היום יום רביעי,
בשבת, אוי שבת שבו,
אומרים לכו נרננה לכו,
צום שבת גרייט מען שוין אזוי.

מיטן רצון דעם זעלבן,
שוין ארום לויפט מען,
פארן שבת, אפילו געלט וועט מען לייען,
אין די געשעפטן און געוועלבן,
אויף שבת קויפט מען,
די הייליגע נשמה צו דערפרייען.

א נשמה יתירה - אזא טייערע,
אוי וויל זי שיינען, באלייכטן די וועלט.
א נשמה יתירה - אזא טייערע,
באלייכט דו אויך מיין געצעלט.

נשמה, נשמה'לע,
אין דעם גלות דעם קאלטן,
נשמה, נשמה,
טוסט דעם אידעלע דערהאלטן,
און נאנט געברענגט צום בורא זי האט.

די נשמה, נשמה, לויטער און ריין,
נשמה, נשמה'לע,
דאס ווייסט נאר דו אליין,
די שענסטע מתנה פון גאט.

א נשמה יתירה - אזא טייערע,
אוי וויל זי שיינען, באלייכטן די וועלט.
א נשמה יתירה - אזא טייערע,
באלייכט דו אויך מיין געצעלט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection