צפת
שבת'דיג
Original Track
Cover Tracks
לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: הערשי וויינבערגער, שרגי ליכטער | שבת'דיג (תש"פ)
אין א זייטיגער גאס, א שול'כל אין צפת,
דער רב פון שטעטל, ביי זיין ברעטל,
געבט זיין דרשה.
געהויבענע עניינים, די לחם הפנים,
ערקלערט ער פאר יעדן צוגלייך.
אז דער בורא היינט בענקט,
צו וואס מען האט דאן געברענגט,
די ברויטעלעך, אזא נחת רוח.
דארטן ביים שיעור,
שטייט א אידעלע ביים טיר,
אזא התפעלות, פון די חלות,
א טיפער הרגשה.
קיין סאך נישט געוואוסט,
און פלוצלינג זיך פארגלוסט,
דעם בורא א נחת רוח טאן.
מיט קליינטשיגע השגות,
צום באשעפער איך טראג עס.
דעם לחם הפנים,
ברענגען פון היינט אן.
דער גאנצער פלאן יעדעס ווארט גענוי,
גיבט ער איבער צו זיין פרוי.
חלות צוויי מיט א שיין געבוי,
באקן יעדע וואך.
פרייטאג ער גייט צו מיט געפיל,
אויסצופירן שוין זיין ציל.
די קויליטשלעך ער ברענגט אין שול,
א הימלישע גערוך.
אזויפיל תמימות, אזויפיל נעימות,
אין ארון הקודש ער שטעלט זיי אריין.
א געבעט א שטילע, שעפשעט א תפילה,
פארן בורא א קרבן זאל זיין.
פרייטאג אינדערפרי, גרייט דער שמש צו,
ער זוימט זיך נישט, ער וואשט און ווישט,
דער שול פאר שבת פרישט.
ביי זיך אין געצעלט, איז ממש עק וועלט,
צו שבת מאכן איז נישט דא קיין געלט.
צום ארון הקודש טרעט,
ביים באשעפער ער בעט,
און אט ער גלייבט נישט וואס ער זעט.
איך בין גאר שאקירט,
איך גלייב נישט וואס דא פאסירט.
פון הימל באגליקט, מיר געשיקט,
חלות אזוי שיין.
מיין געבעט אנגענומען,
אן ענטפער באקומען,
יעצט קען איך רואיג אהיימגיין.
פון דעמאלטס יעדע וואך,
א הימלישע גערוך.
דער איד ברענגט חלות,
דער שמש נעמט אהיים.
יעדער שבת דער אידל קוקט,
ביים ארון הקודש ער שטייט אנטציקט.
זיין קרבן איז באוויליגט,
די חלות פליט ארויף.
פול מיט שמחה זיין הארץ צעגייט,
דעם בורא אויבן האב איך דערפרייט,
דעם לחם הפנים צוריק באנייט,
אין הימל מען עסט עס אויף.
דער רב שטייט נישט ווייט,
ער זעט פון די זייט,
די מעשה טוט אים נישט געפעלן.
ער גלייכט נישט דעם געדאנק,
עס טוט אים גאר באנג,
די בזיון מוז מען אפשטעלן.
ר' איד, איי ר' איד,
נאַר דיר נישט אזוי,
דו ברענגסט דעם לחם הפנים צום קל חי.
דיין ברויט פליט נישט ארויף,
נאר ווער דען עסט עס אויף,
עס איז דער שמש וועם דו ביסט מחי'.
דער איד ווערט געלעמט,
אינגאנצן פארשעמט,
מיין כוונה איז דאך לויטער ריין.
איך האב מיר אנגעשטרענגט,
די קרבן געברענגט,
געמיינט נאר דעם אויבערשטן אליין.
באלד נאך שבת א בריוו ערשיינט,
די ציינער קלאפן, דער רב ער ליינט.
די הענט עס ציטערט, קלאגט און וויינט,
דער אר"י הקדוש שרייבט.
ווי נאר אין הימל מען האט געהערט,
די נחת רוח האסטו צעשטערט,
א גזר דין אויף דיר באשערט,
פאר'חתמ'עט און פארקלאפט.
ווייל ווער קען דען שאצן די גרויסע ווערד,
די תמימות דארט אין הימל מען דערהערט.
דער באשעפער זאגט, איך נעם עס,
ווען מען מיינט עס מיט אן אמת,
ווי א קרבן עס ווערט באוויליגט.
אזא תמימות, אזא נעימות,
אן קיין פניות, לויטער און ריין,
אזא הייליגקייט, אמת און ריינקייט,
ס'ווערט אנגענומען, ס'איז דאך אזוי שיין.
אזא תמימות, אזא נעימות,
ס'ווערט אנגענומען, ס'איז דאך אזוי שיין.
