Download PDF

שבת איז טייער

Original Track

שבת איז טייער16:30

דעם שבת ווער עס הייליגט,
דער ווערט גערייניגט, פון א יעדע עבירה.
ווער עס פארשטייט די כוונה,
דעם איז עס א מתנה,
דער באקומט א נשמה יתירה.

שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בזה ובבא.

אין אלע הייליגע ספרים געפינען מיר שטיין,
דעם טעם פארוואס שבת הייסט אות,
געבן זיי צו פארשטיין.
ווייל פון שבת זעט איעדער לויטער און ריין,
אז דער עם סגולה איז היינט אויך נאר דאס אידעלע אליין.

ווייל כאטש דאס אידעלע איז שוין
צוויי טויזנט יאר אין גלות פארשפרייט,
און א גאנצע וואך פון דאגות און פון צרות פארדרייט.
עס קומט אבער פרייטאג צונאכט,
נישט גערישט און נישט געגרייט,
ווערט ער פול מיט נחת און מיט פרייד.

דאס קענען דאך אנדערע גארנישט משיג זיין,
וויאזוי די שמחה איז געווארן אזוי גרויס
און די דאגה אזוי קליין.
נאר אז דאס איז דער אור פון שבת
וואס לייכט אין אידישן הארץ אריין,
מן השמים, פון באשעפער אליין.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בָּזֶה וּבְּבָּא.

ווען דאס אידעלע קומט פרייטאג צונאכט,
פונעם שול אהיים,
באגלייטן אים צוויי מלאכים ביז אין שטוב אריין.
דער מלאך טוב ווינטשט אים אן לְשַׁבָּת הַבָּא כֵּן,
און דער מלאך רע מוז בעל כרחו זאגן אמן.

דאס אידעלע נעמט זיך זאגן אזוי ווי מ’ברויך,
פייערדיג מיט גרויס כוונה שבת שלום ומבורך.
דערנאך באגריסט ער זיינע געסט, די מלאכי מרום,
שלום עליכם מלאכי השלום.

ער פארגעסט פון אלע זאכן פון א גאנצע וואך,
פון געשעפטן שמועסט ער גארנישט,
ער דענקט נאך זיי נישט נאך.
אזוי ווי די חכמים דרש’ענען וביום השביעי,
יְהֵא בְּעֵינֶיךָ כְּאִלוּ כָּל מְלַאכְתְּךָ עֲשׂוּיָה.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בזה ובבא.

ווי שיין איז דאס צוצוקוקן
ווי דאס אידעלע זאגט זיך פרום,
פייערדיג מיט גרויס כוונה, רבון כל העולמים.
דאס בני בית זיצט מיט דרך ארץ און הערט צו שטיל,
זינגען דעם זמר אשת חיל.

קידוש צו מאכן מיט גרויס כוונה נעמט ער זיך דערצו,
און זאגט ויהי ערב ויהי בוקר יום הששי.
ויכולו השמים והארץ וכל צבאם,
הוּא יְצָרָם וְהוּא בְּרָאָם.

די קדושה הערשט אין שטיבעלע,
עס לייכטן זיך די לעכט,
אויפן טיש ליגט לחם משנה מיט א שיין געפלעכט.
די צוויי מלאכים בענטשן אים און זאגן דעם פסוק פאר,
וְסָר עֲוֹנֶךָ וְחַטָאתְךָ תְּכֻפָּר.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בזה ובבא.

מוואשט זיך צום לחם משנה
און מ’זעצט זיך צום טיש,
מ’דערלאנגט אים באלד א פארציע מיט פיש.
ער זינגט אַתְקִינוּ סְעוּדָתָא און וִיהֵא רַעְוָא דערנאך,
מ’דערלאנגט אים באלד א פרישן טעלער יויך.

פלייש און צושפייז פעלט אויך נישט,
עס איז פון אלעם דא,
אפילו פירות ברענגט מען אויך צו דער שבת סעודה.
ביים ארעמאן איז אויך אנגעגרייט בַּכֹּל מִכֹּל כֹּל,
אזוי ווי אין פסוק שטייט, לֹא נִכַּר שׁוֹעַ לִפְנֵי דָל.

דאס אידעלע איז גוט געלוינט
און זינגט זיך פרייליך אזוי,
כל מקדש שביעי כראוי לו.
לעכטיגקייט און פרייליכקייט
איז ביים אידעלע אומעטום,
ווען ער זינגט מנוחה ושמחה אור ליהודים.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בזה ובבא.

ווי שיין איז דאס צוצוקוקן און ווי זיס,
ווי דאס אידעלע פאר’מחט זיך ביי מה ידידות.
עס איז דאך גארנישט צו שילדערן
וויאזוי דאס איז באטעמ’ט,
ווען ער זינגט מַה יָפִית וּמַה נָעַמְתְּ.

און אויך אזוי ביי דעם זמר צור משלו,
אשרי העם שככה לו.
מ’שטעלט זיך אויף און
מ’מאכט א רעדל ארום און ארום,
מ’זינגט דעם זמר רננו צדיקים.

רבונו של עולם,
קוק שוין אראפ פון הימל אויף אונז אמאל,
און זע שוין אז מי כעמך ישראל.
דו מעגסט דיך מיט זיי אלע בארימען,
אֲפִלוּ רֵיקָנִים שֶׁבָּהֶם מְלֵאִים מִצְווֹת כְּרִמוֹן.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בזה ובבא.

איי סאיז דא נעבעך אידעלעך
וואס היטן דעם שבת נישט,
איז אויך נאר ווייל אונז זעמיר
פארטריבן פון דיין הייליגן טיש.
ווייל אונז זעמיר שוין צוויי טויזנט יאר נְתוּנִים בַּצָרָה,
פארגעסן זיי פון שבת קודש הַנְתוּנָה בְּמָרָה.

טו אונז נאר פון דעם גלות ארויסציען,
וועסטו זען אז זיי אלע וועלן אויך רוען.
בינד שוין אויף פון אונזערע הענט
די שטריק די גרויסע,
וועסטו זען שוין אז כָּל עֲדַת יִשְׂרָאֵל יַעֲשׂוּ אֹתוֹ.

רבונו של עולם,
ווי לאנג וועלן מיר נאך אין גלות שרייען,
לשנה הבאה בירושלים.
העלף אונז שוין און לייז אונז
שוין אויס בזכות די תפילה,
וואס דאס אידעלע בעט זיך שבת קודש אויף די גאולה.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בזה ובבא.

ער שרייט מיט א יאמערליך קול, טאטע זיסע,
אֱלָקָא דִילֵיה יְקָר וּרְבוּתָא.
פְּרוֹק יַת עָנָךְ מִפּוּם־אַרְיָוָתָא,
וְאַפֵּיק עַמָךְ מִגוֹ גָלוּתָא.

שׁוֹמֵעַ צַעֲקַת דַל וּמַאֲזִין תְּחִנָה,
דו ווייסט דאך אז די גאנצע כוונה
איז נאר וועגן גלות השכינה.
ס’זאל שוין מקודש ווערן שִׁמְךָ הַמְחֻלָל בַּגוֹיִם,
עַל אֵלֶה אֲנִי בוֹכִיָה, עֵינִי יָרְדָה מָיִם.

רבונו של עולם, נעם דיך שוין אן פאר דיין כבוד,
און שיק אונז גיך און באלד משיח בן דוד.
ס’זאל מקוים ווערן דער פסוק, וְהָיְתָה לַה' הַמְלוּכָה,
תַּנְחִילֵנוּ לְיוֹם שֶׁכּוּלוֹ שַׁבָּת וּמְנוּחָה.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך אידיש פירן,
וואויל איז אים בזה ובבא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection