Download PDF

שבת אין פעלד

יום טוב עהרליך

Original Track

שבת אין פעלדיום טוב עהרליך4:57

Cover Tracks

S0049 - שבת אין פעלד (2)4:14

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ז) | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער (תשמ"ב)

הערט אויס ליבע אידן,
וואס איך וועל אייך דערציילן,
און איר וועט זיין צופרידן,
זייער שטארק פון דעם.

די מעשה האט געטראפן,
איך וועל אייך זאגן אפן,
מען זאגט אז ביים אריז"ל,
מען זאגט אז ביים בעל שם.

זכרונם לברכה,
מיר ווייסן להלכה,
אז אט די מלאכה,
האבן ביידע גוט געקענט.

שטיינער מאכן זינגען,
וואסער מאכן קלינגען,
ביימער זאלן שפרינגען,
און פאטשן מיט די הענט.

פרייליך אידן,
מיר דארפן זיין צופרידן,
פון אונזער בורא, מיט זיין תורה,
גליקליך זיין אסאך.
און מיר גלויבן, אז דער פון אויבן,
האט געגעבן כח אט פאר די צדיקימ'לאך.

אוי אוי, דער צדיק איז אמאל,
געגאנגען בארג און טאל,
מיט חסידים מיט תלמידים, א באשטימטע צאל.
אוי אוי, עס קומט שבת אויף דער וועלט,
און אינמיטן פעלד,
מקבל זיין דעם ליבן שבת, האט ער זיך געשטעלט.

בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע,
נישט דא קיין שול, נישט דא קיין עמוד,
קיין זאך איז נישט דא.
קום קום כלה, עס ווארטן אויף דיר אלע,
שעפסעלעך מיט בהמה'לעך,
פני שבת נקבלה.

דער צדיק זינגט א ניגון,
עס איז א פארגעניגן,
עס קומען צו די ציגן,
זיי האבן נישט קיין רו.
די קעלבעלעך, די קליינע,
די שעפסעלעך, די שיינע,
איינע גלייך נאך איינע,
רוקן זיי זיך צו.

געקומען זענען אלע,
מען הערט עפעס א כלה,
מען זעט דעם צדיק טאנצן,
מען הערט אויס זיין געזאנג.

עפעס נעמט זיי ציען,
עפעס נעמט זיי בריען,
עפעס נעמט זיי גליען,
אין קעפל א געדאנק.

בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע.
די שעפסעלעך די ציגעלעך,
מען קומט פון אומעטום.
און זיי בליקן, און זיי קוקן,
און פון גרויסן פארגעניגן, רינגלט מען ארום.

אוי אוי, עפעס האט דערשפירט,
דער ווערעמל וואס קריכט,
די פייגעלעך, די הייזעלעך,
די הערצעלעך גערירט.

אוי אוי, א טומל א געלויף,
די קעפלעך אויף ארויף,
און צוביסלעך, אויף די פיסלעך,
הייבן זיי זיך אויף.

טאנצט טאנצט ציגן, א פארגעניגן,
אויף די פיס די הינטערשטע, אזוי שיין עס איז צו זען.
שאף און רינדער, ווי די קינדער,
אלע זינגען, אלע שפרינגען, יעדער ווי ער קען.

אוי אוי, קוק נאר אין דער הויך,
די שטערן קומען אויך,
און זיי גלאנצן, און זיי טאנצן,
אויף א ווייסן רויך.

אוי אוי, זעט נאר ווער עס פליט,
די פליגלען אויסגעציט,
מלאכים קומען צו דעם צדיק,
טאנצן מיט אים מיט.

קום קום כלה, דער שבת איז פאר אלע.
ווער עס גלייבט אין שבת,
איז דער שבת פאר אים דא.
קום קום כלה, מיר ווארטן אויף דיר אלע,
בואי כלה, בואי נא, פני שבת נקבלה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection