שבת היא
בערי וועבער
Original Track
לחן: ר' אהרן יוסף שפילמאן | מילים: מאטי אילאוויטש | בעזרת השם יתברך (תשפ"ב)
די זון פארגייט, עס פאלט די נאכט,
ביים קראנקן בעט פון קינד איך שטיי פארטראכט.
דער שבת שיקט אירע שטראלן,
הייסע טרערעלעך עס פאלן.
מיין צער עס איז אומדערטרעגליך,
איך האלט נישט אויס, ס׳איז אוממעגליך.
איך וויין פאר א ישועה,
ווען האב איך שוין מיין רפואה.
וויין נישט, טייער קינד,
דו וועסט אם ירצה השם זיין געזונט,
ווייל שַׁבָּת הִיא מִלִזְעוֹק.
זיי נישט צעבראכן מער,
שטארק זיך, שעפעלע, כאטש ס׳איז שווער,
וּרְפוּאָה קְרוֹבָה לָבֹא.
ווייל שבת - שבת היא,
שַׁבָּת הִיא מִלִזְעוֹק,
וּרְפוּאָה קְרוֹבָה לָבֹא.
שבת - שבת היא,
שַׁבָּת הִיא מִלִזְעוֹק,
וּרְפוּאָה קְרוֹבָה לָבֹא.
טאטעניו געטרייער,
דיין קינד מוטשעט זיך זייער,
כלל ישראל אזוי פאר׳צער׳ט,
אויף ישועות מ׳שטייט מ׳ווארט.
נאך יארן פול מיט ווייטאג,
ווארטן מיר אויף דעם איין טאג,
דעם יום שכולו שבת דעם באלוין,
און דיינע קינדער בארואיג שוין.
וויין נישט, טייער קינד,
דו וועסט אי״ה זיין געזונט,
ווייל דער שבת קומט און ישועות מיט זיך ברענגט.
שריי נישט, קלאג נישט מער,
מאך צו דעם שוין אַן אויפהער,
פארגעס פון דעם ווייטאג וואס קרענקט.
ווייל שבת - שבת היא,
שַׁבָּת הִיא מִלִזְעוֹק,
וּרְפוּאָה קְרוֹבָה לָבֹא.
שבת - שבת היא,
שַׁבָּת הִיא מִלִזְעוֹק,
וּרְפוּאָה קְרוֹבָה לָבֹא.
