Download PDF

שבת קודש

יום טוב עהרליך

Original Track

שבת קודשיום טוב עהרליך3:20

מילים: ר' יום טוב עהרליך (תש"מ) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)

שבת קודש, שבת קודש,
גרייטן זיך אידן, צום שבת קודש.
שטארק צופרידן, מיט שבת קודש.
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש.

די תנאים, די אמוראים, הנה מה טוב ומה נעים,
עפעס טאן פארן שבת קודש,
וואס מען קאן, פארן שבת קודש,
דער גאנצער כח, דער גאנצער מח, שבת, שבת.

רב הונא צינדט ליכט, לכבוד שבת.
רבא זאלצט פיש, לכבוד שבת.
רב חסדא באקט קרויט,
רבי זירא מאכט פייער,
רב נחמן טראגט וואסער,
לכבוד שבת.
רב ספרא מאכט ריין א קאפ פון א בהמה,
אלץ לכבוד שבת.
און מיט אהבה, און מיט אימה,
אלץ לכבוד שבת.

שבת קודש, שבת קודש,
גרייטן זיך אידן, צום שבת קודש.
שטארק צופרידן, מיט שבת קודש.
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש.
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש.

א גרויסע זכיה, אן עליה,
יעדער איד מיט זיין יגיעה,
עפעס טאן, פארן שבת קודש,
וואס מען קאן, פארן שבת קודש.
וואס מער לויפן, וואס מער קויפן, שבת, שבת.

ליכט אנגרייטן, לכבוד שבת,
פוצן קנויטן, לכבוד שבת.
אוי אלץ באדארפן, די שפינוועבס ווארפן,
די מעסערס שארפן, לכבוד שבת.
נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן, אלץ לכבוד שבת.
נישט שטיין די באלעבאסטע פאר די אויגן, אלץ לכבוד שבת.

א גרויסע זכיה, אן עליה,
יעדע באלעבאסטע מיט איר יגיעה,
עפעס טאן פארן שבת קודש,
וואס מען קאן פארן שבת קודש.
וואס מער מיען, וואס מער ציען, שבת, שבת.

באקן חלות, לכבוד שבת,
עסן אלעס, לכבוד שבת,
אליין געבראטן, אליין געקנאטן,
איז פיל מער געראטן, לכבוד שבת.
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection