שבת שבת קודש
יום טוב עהרליך
Original Track
שבת שבת קודשיום טוב עהרליך1:28
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ז) | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער (תשמ"ב)
שבת שבת קודש,
קומט דאך אויף דער וועלט.
שבת שבת קודש,
אלץ ווערט אפגעשטעלט.
שבת אויפן וואסער, שבת אויפן פעלד,
שבת אינדרויסן, שבת אין געצעלט.
שבת שבת קודש,
באלד זעקס טויזנט יאר.
קומט דער ליבער שבת קודש,
פונקט גענוי און קלאר.
שבת שבת קודש,
דער ליבלינג פון דעם איד,
ער ליבט דעם שבת און ער שעצט אים,
ווי דאס אויג ער היט.
שבת קודש גייט מיט אונז צוזאמען,
אויף אלע וועגן,
אויף אלע שטעגן,
איבער אלע ימים.
אין דעם גרויסן גלות קלעם,
אין פחד און אין שרעק,
גייט מען אויף קידוש השם,
פון שבת נישט אוועק.
געשעפטן גרויסע מיט פארדינסט,
לאזט מען אפ מיט שרעק.
ווי דער שבת קומט צו גיין,
ווארפט מען אלץ אוועק.
