Download PDF

שבת שלום

דוב האפמאן

Original Track

שבת שלוםדוב האפמאן4:47

אוי שבת שבת קודש אוי אוי אוי אוי אוי אוי,
או שבת שבת קודש שלום ומבורך.

פרייליך אידן, זייט צופרידן,
דער שבת קומט צו גיין.
וואו אידן זענען, ליכטעלעך ברענען,
ס’איז דאך אזוי שיין.
אלס איז גרייט, צו די צייט,
די שבת מאכלים.
פרישע חלות, וויין און אלעס,
לכבוד שבת שלום.

יעדער איד, וואס שבת היט,
באקומט עפעס דערפאר.
בני חיי, סייעתא דשמיא,
אוי ווי גרויס איז דער שכר.
לאמיר לויבן, דעם פון אויבן, אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא.
מִזְמוֹר שִׁיר לְיוֹם הַשַׁבָּת, שַׁבָּת יְקָרָא.

פרייליך אידן, זייט צופרידן,
בא שבת בא מנוחה.
אויסגערוט, איז יעדער איד,
מעין עולם הבא.
זינגט מיט הויך, מיטן גאנצן כח,
בואי בשלום.
בואי כלה, בואי כלה,
לכבוד שבת שלום.

א ליכטיגקייט, א פרייליכקייט,
ביי יעדן לויט זיין בחינה.
ווי ער גרייט זיך, ווי ער פרייט זיך,
רוט אויף אים די שכינה.
לאמיר לויבן, דעם פון אויבן, אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא.
מִזְמוֹר שִׁיר לְיוֹם הַשַׁבָּת, שַׁבָּת יְקָרָא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection