Download PDF

א גוטע וואך

אברהם פריד

Original Track

א גוטע וואךאברהם פריד4:26

לחן: ר׳ אשר׳ל רימנובער בן האמרי נועם זי"ע
מילים: ר' יום טוב עהרליך, אברהם פריד | מלוה מלכה (תשנ"ב)

א גוטע וואך מיט ברכה הצלחה,
ישועות רפואות און נחת און חן.
פרייליך לאמיר דעם שבת באגלייטן,
אנגרייטן א סעודה גאר שיין.
מען זיצט מיט די מלכה, ס'איז גאר א פראכט,
ביז שפעט אינדערנאכט.
א לחיים מען מאכט,
מיט א ניגון גאר צופרידן,
עס ווערט דארט די נאכט פארבראכט.

פרייטאג צונאכטס, גייענדיג אהיים פון שול,
זענען מלאכים געקומען אונז זען.
שבת מיט תורה ותפילה,
אביסעלע נענטער צום בורא געווען.
יעצט קומט די וואך, א נייעם יאך,
צוריק צו די געלט,
צוריק צו דער וועלט.
מען דארף האבן כח,
בייקומען אלץ וואס אויף געטליכקייט פארשטעלט.

אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב,
מיר וועלן אלע האבן א שבוע טוב.
די וואך איז דערפאר,
געבן אונז שכר,
אויף מאכן הייליג,
אלץ וואס איז ליידיג.
צו מאכן פון דעם קליינעם וועלט,
א דירה לו יתברך, א הייליג געצעלט.
דער שבת זי גייט,
נאר מיר שטייען גרייט,
טאן וואס מען דארף, און פרייליכערהייט.

ווען דער שבת קומט צו גיין,
א נייע לעבן.
אלע פוצן זיך אויס שיין,
סיי גרויס און סיי קליין.
די קאפ עס ווערט ביי יעדן ריין,
א נייע שטרעבן.
א נייע נשמה עס קומט צו גיין.

די וואך איז דאך פול מיט פארדרוס,
קומט שבת קודש, ביסטו בעל-הבית.
ווי א מלך אזוי, און א מלכה די פרוי,
מיט הויכע געפילן, קאן מען דאן פילן.

דעם חילוק פון איד מיטן גוי,
מען האט צייט אצינד, זען יעדן קינד.
די שיינקייט פון דעם, די חכמה פון אים,
אויך דער באשעפער פרייט זיך מיט דעם.

דערפאר ווען דער שבת גייט אוועק,
לאזט מען נישט אפ, מען פארשטעלט איר די וועג.
מען בעט, זיי נאך דא, עטליכע שעה,
מען מאכט איר א סעודה, מאכלים גאר גוטע.

אין זכות פון דער מלוה מלכה,
וועט קומען צו גיין דוד משיחא.
קול צהלה, עס קומט שוין די שעה,
אליהו וועט אונז זאגן משיח איז דא.

און טאקע ווען משיח וועט זיין,
וועט די גאנצע וואך זיין, שבת'דיג פיין.
גיסט מיר אריין, אביסעלע וויין,
לחיים, א גוטע וואך זאל אונז זיין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection