Download PDF

א גוטע וואך

יונתן שווארץ

Original Track

א גוטע וואךיונתן שווארץ4:38

א גוטע וואך אידן, מיר דארפן זיין צופרידן,
עס קומט א פרישע וואך, און א גוטע וואך.
ממש א מחיה, אז די וואך די נייע,
וועט ברענגען צו הצלחה, און מזל נאך און נאך.

ביי יעדן איז באשטימט, ווען מוצאי שבת קומט,
טוט דאך יעדער איינער, פארשידענע פעולות.
מ'בעט אויף הצלחה, פאר די משפחה,
און ס'איז פארהאן דערצו, גאר אסאך סגולות.

א גוטע וואך אידן,
מיר דארפן זיין צופרידן,
מיר האפן אלע נאך און נאך,
אז ס'קומט א גוטע וואך,
די וואך וועט מען הערן,
שמחות וועט זיך מערן,
מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה.

מה טוב ומה נעים, גאט פון אברהם,
טאטעס מאמעס, קליינע קינדער, אלע אידן זאגן.
פון בארדיטשובער א סגולה, אויף הצלחה פילע
אז דער וואס זאגט עס, וועט דאך אלעס גוטס פארמאגן.

א גוטע וואך אידן,
מיר דארפן זיין צופרידן,
מיר האפן אלע נאך און נאך,
אז ס'קומט א גוטע וואך,
די וואך וועט מען הערן,
שמחות וועט זיך מערן,
מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה.

מ'גיסט אביסל וויין, ס'זאל א ברכה זיין,
לנו ולכל, ישראל אמן.
די אויגן אפוואשן, און אנפילן די טאשן,
געזונט פרנסה נחת, זאל קומען צו גיין.

ס'איז זייער גוט ידוע, א סגולה פאר א רפואה,
חמין במוצאי שבת, ווארעמע זאכן.
נישט פארגעסן איבער אלעס, צוזאמלייגן די טלית,
די אלע שלעכטע קליפות, טוט עס דאך אפשוואכן.

א גוטע וואך אידן,
מיר דארפן זיין צופרידן,
מיר האפן אלע נאך און נאך,
אז ס'קומט א גוטע וואך,
די וואך וועט מען הערן,
שמחות וועט זיך מערן,
מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה.

נאך א סגולה איז פארהאנען,
מוצאי שבת צו דערמאנען,
אליהו הנביא זכור לטוב.
ער איז דאך דער שליח, צו ברענגען משיח,
אויפבויען דעם בית המקדש, דעם הייליג הויז.

א גוטע וואך אידן,
מיר דארפן זיין צופרידן,
מיר האפן אלע נאך און נאך,
אז עס קומט א גוטע וואך.
די וואך וועט מען הערן,
שמחות וועט זיך מערן,
מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה.

אויך זאגט מען דא, ויתן לך,
מ'בעט ער זאל אונז געבן, פון אלעם גוטן.
זיך קענען פירן גביר'יש, רוֹב דָגִים וְתִירוֹשׁ,
סייעתא דשמיא אין אלע טריטן.

מלוה מלכה גרייטן, דעם שבת צו באגלייטן,
א סעודה כהלכה, מיט אלע דקדוקים.
פון בעל שם מיט די תלמידים, און זיינע חסידים,
טוט מען דערציילן, סיפורי צדיקים.

א גוטע וואך אידן,
מיר דארפן זיין צופרידן,
מיר האפן אלע נאך און נאך,
אז ס'קומט א גוטע וואך,
די וואך וועט מען הערן,
שמחות וועט זיך מערן,
מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה.

אז איינער פארט ארויס, ווייט פון זיין הויז,
א חזקת סכנה, זענען דאך אלע דרכים.
צו א הצלחה'דיגע וועג, אין די קומענדיגע טעג,
זאגט ער וישלח יעקב מלאכים.

א גוטע וואך אידן,
מיר דארפן זיין צופרידן,
מיר האפן אלע נאך און נאך,
אז ס'קומט א גוטע וואך,
די וואך וועט מען הערן,
שמחות וועט זיך מערן,
מיט גרויס מזל און ברכה און הצלחה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection