Download PDF

אונטערן בריק

יונתן שווארץ

Original Track

אונטערן בריקיונתן שווארץ8:09

לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך (תשנ"ב)

צו דערציילן די מעשה איז כדאי,
ביי מלוה מלכה יעדע וואך.
אפילו מ'קען עס סיי-ווי-סיי,
אידן, דערציילט עס דאך.

ר' שלום קאמינקער זכרונו לברכה,
פלעגט צו זאגן, ס'איז א סגולה אויף אלעס,
בפרט אויף פרנסה און הצלחה,
ווער ס'זאגט עס פארן בענטשן, פאר שיר המעלות.

זיצט זיך ר' מענדל אין שטוב,
מיט א צעבראכענע גוף און נשמה.
ער פילט אז ער ליגט אין א גרוב,
ער זעט נישט קיין טרייסט, קיין נחמה.

נאך פרנסה האלט ער אינאיין קריכן,
און קינדערלעך איינער נאכן צווייטן,
מען דארף שוין באלד שידוכים צו זוכן,
עס ווערן שווערער און שווערער די צייטן.

די פרוי זאגט אים, ס'איז דאך א שרעק,
צו אונזער פלאג און קלעם.
איך בעט דיך, פאר שוין אוועק,
צום רבי'ן, צום הייליגן בעל שם.

קיין מעזשיבוזש פארט ער גלייך אהין,
דעם רבי'ן דערציילט ער די זארגן.
רבי, קוים א פרוטה איך פארדין,
איך קען שוין מער נישט לייען און בארגן.

דער בעל שם הקדוש ענטפערט אים גראד,
מיינע ווערטער האב גוט אינזינען.
פאר אונטערן בריק אין יענעם שטאט,
דו וועסט דארט אן אוצר געפינען.

ר' מענדל פארט גלייך דארט,
ער דרייט זיך ארום און ארום.
ער טרעפט עס נישט אין קיין שום ארט,
ער האט שוין געזוכט אומעטום.

פלוצלינג עס קומט פון דער ווייט,
דער שניידער ר' יעקב אנטקעגן.
וואס זוכסטו דא אזא לאנגע צייט,
אפשר דארפסטו הילף, טוט ער אים פרעגן.

ר' מענדל דערציילט אים די צרה,
ביים בעל שם הקדוש בין איך געווען,
ער האט מיר געזאגט מיט ווערטער קלארע,
אז אן אוצר וועל איך דא דערזען.

דער שניידער ער הייבט אן צו לאכן,
ער זאגט, דאס איז שטותים והבלים.
גלייב נישט אזעלכע זאכן,
איך האב אויך געהאט א חלום.

אין חלום, א וואך צוריק,
אן אלטער איד איז געקומען צו מיר.
ער זאגט, ס'איז מיר באשערט א גליק,
איך וועל וואקסן א גרויסער גביר.

אן אוצר וועל איך האבן,
כ'וועל עס נאר קענען באקומען,
קיין מעזריטש זאל איך פארן און גראבן,
אונטערן אויוון פון מענדל בן שמעון.

ערשטוינט איז ער געבליבן שטיין,
דאס איז מיין נאמען, דאס איז מיין שטאט.
ער נעמט זיך שנעל אהיימגיין,
אויף יעדע מינוט איז א שאד.

זייער שטיל, אינמיטן די נאכט,
אונטערן אויוון גראבט ער א לאך.
פלוצלינג עס שיינט און לייכט,
בריליאנטן און שטיינער נאך און נאך.

ער נעמט זיך טראכטן אין יענעם מאמענט,
ס'איז נישט מער ווי יושר און גלייך,
דעם שניידער צו געבן פופציג פראצענט,
ער האט דאך מיר דערציילט די גאנצע זאך.

צום שניידער הייבט ער אן צו גיין,
ער לאזט זיך ארויס אויף די וועגן.
ווי גליקליך וועט דער שניידער זיין,
צו באקומען העלפט פונעם פארמעגן.

אינמיטן וועג שטיין טוט ער בלייבן,
זיך אפצורוען, ס'איז דאך שוין שפעט.
פלוצלינג שפרינגט ער אויף,
ער קען עס נישט גלייבן,
ר' יעקב דעם שניידער ער זעט.

ר' מענדל זאגט אים גלייך שלום,
ער דערציילט אים, איך פאָר דאך צו דיר.
ס'איז מקויים געווארן דיין חלום,
און איך קום דיר געבן חָצִי שיעור.

דער שניידער זאגט אים זייער אפן,
ניין, עס קומט נישט אין באטראכט.
ווען דו ביסט פון בריק אנטלאפן,
האב איך ביי מיר געטראכט.

אפשר קען עס יא זיין,
אז אן אוצר ליגט אונטערן בריק.
איך בין דאך אזא ארעמאן,
לאמיר פראבירן מיין גליק.

איך האב אנגעהויבן צו זוכן אויפן ארט,
זיך געדרייט אהער און אהין,
און געטראפן אן אוצר דארט,
און איך קום דיר געבן העלפט דערפון.

ר' מענדל זאגט, ניין ניין,
איך בעט דיך, נעם פון מיינע.
דער שניידער זאגט, עס קען אזוי נישט גיין,
פון מיין פופציג פראצענט איז דיינע.

איינער שרייט צום צווייטן, נעם,
זיי זענען געבליבן מיט ווערטער קלארע,
מען וועט פארן צום הייליגן בעל שם,
און ער וועט מאכן א פשרה.

צום בעל שם הקדוש פארן זיי אהין,
דער בעל שם הקדוש שפרינגט גלייך אויף.
ר' יעקב, האסט א טאכטער;
ר' מענדל, האסט א זון,
זייטס ענק משדך, מזל טוב.

דאס געלט זאלט עטס זיי אוועקגעבן,
און איך ווינטש ענק נחת לרוב,
שמחות און נחת צו דערלעבן,
מזל טוב! מזל טוב!

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection