איש חסיד
משה גאלדמאן
Original Track
ארעם און אפגעריסן,
איז א איד א פרומער געווען.
קיין קליידער און גאר קיין ביסן,
פינף קינדער ביי אים.
געט זיין אשת חיל אן עצה,
צייט איינצובייגן די פלייצע,
גיי אינעם מארק, זוך דארטן שטארק,
אהיימצוברענגען א רעפטעלע ברויט.
בטחון נעם מיט, ווייל דו ווייסט דאך גוט,
נאר דאס העלפט דעם מענטש אין זיין נויט.
זאגט ער, דער עולם וועט שפאסן,
אן קליידער וואו קען מען גיין.
אויב וויל מען האנדלען אין די גאסן,
מוז מען צו לייטן זיין.
איז זי ארויס צו די שכנים,
פארשאפט אים אן אנצוג א שיינעם.
ער איז ארויס, מיט א קרעכץ פון זיין הויז,
די גמרא פארמאכט מיט א קוש.
ווען אין טאש ער האט, בטחון אין גאט,
אין בייטל אבער קיין געלט נישט.
און אלע קינדער צוזאמען,
מתפלל געווען מיט די מאמען.
געבעטן האבן זיי מיט געוויין,
הונגעריג און קאלט מער נישט צו זיין.
ביים שוועל האט געמוטיגט דער מוטער,
אין הימל איז א פאטער א גוטער.
מידארף דאך נישט מער, ווי אן אמת’ע טרער,
ווען אויפן הארצן איז ביטער.
וויבאלד נאר ער גייט אויף די וועגן,
אנטפאנגט אים אליהו פון אקעגן.
און זאגט אים שלום, ליבער פריינט,
דו וועסט געהאלפן ווערן היינט.
איך האב דיר א שליחות פון אויבן,
דו וועסט מיר אלס א קנעכט פארקויפן.
איך קען יעדע פאך, טויג צו יעדע זאך,
לויט מיין באזונדערן אופן.
דער חסיד האלט אין איין קלעמען,
ווי קען מען פארקויפן א רבי’ן.
איש חסיד טראגט אים דערפאר,
אונטערן ארעם ווי א האר.
שרייען האט ער זיך געשטעלט,
איך האב א קנעכט איינס אין דער וועלט.
וואס נאר איר וועט ווילן,
וועט ער אייך ערפילן,
אליהו התשבי שטייט און קוועלט.
א שר באטראכט אליהו,
מיט’ן ברייטן גארטל דארט.
א מבין געווען אויפן נביא,
אן אוצר באצאלט אויפן ארט.
דער הער, ער פרעגט קיין שאלות,
איך ווייס אז דו קענסט אלעס.
בוי פאר מיר אויס, א הערליכע הויז,
גלייך דערנאך ביסטו פריי.
אליהו זאגט פיין, איך קען באשטיין,
איך וועל דיר דינען געטריי.
אליהו מיט ארבעטערס אינאיינעם,
געארבעט ביז זייער שפעט.
הגלעדי געבליבן איז אן קיינעם,
האט ער זיך געשטעלט מיט געבעט.
איך בין דא פאר דיין ערע געקומען,
דער שר האט מיר אלס קנעכט גענומען.
שיק דא אפיר, מלאכים פאר מיר,
זיי זאלן מיר העלפן שוין.
צו ווערן באפרייט, פון די מענטשהייט,
און צוריק אויבן דארט וואו איך וואוין.
געקומען אויף די ערדישע גאסן,
מלאכים פון הימל אין מאסן.
אינאיינעם האבן זיי געמאכט,
א פאלאץ א שיינקייט א פראכט.
צופרי איז דער האר אויפגעשטאנען,
געזען וואס ביי אים איז פארהאנען,
האט ער געגלייבט קוים,
געמיינט ס’איז א טרוים,
נישט געוואוסט דאס פאלאץ פון וואנען.
אליהו האט געבעטן מיט רעכט,
ער וויל מער נישט זיין קיין קנעכט.
און פאר אלע אין די אויגן,
איז ער ארויף געפלויגן.
און ווי א העל ווייסע רויך,
שוועבט דארט דער נביא אין דער הויך.
דער געטליכער מאן,
מיט דעם הימלישן פלאן,
אליהו הנביא.
ווען א נייע וואך האלט ביים קומען,
און די זארגן שרייען און ברומען.
עפן אויף א זמירותל א סידור,
צו זינגען איש חסיד ווידער.
די מלאכים וועלן קומען צו רייטן,
אויפן מארק וועלן זיי דיר באגלייטן.
ווייל מדארף דאך נישט מער,
ווי בטחון מיט א טרער,
צו לעבן אין גליק און אין פריידן.
