Download PDF

איש חסיד

יונתן שווארץ

Original Track

איש חסידיונתן שווארץ6:22

לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך (תשנ"ב)

די מעשה איז געשען, א חסיד איז געווען,
א תלמיד חכם, א למדן א גרויסער.
געלעבט אין א נויט, נישט געהאט קיין שטיקל ברויט,
נאר געוועזן בְּעֵירוּם וּבְחוֹסֶר.

ער איז געווען א שניידער, פארראכטן קליידער,
ס'איז אבער קיינמאל נישט געוועזן גענוג.
האט געהאט א אשה צנועה, א חֲכָמָה יְדוּעָה,
און קליינע קינדער, גאר פינף שטיק.

דִבְּרָה לוֹ, זי זאגט אים אזוי,
אז יעדער איד און יעדער טאטע,
טוט זיך אנשטרענגען, פרנסה צו ברענגען,
אבער אונז, מַה נֹאכַל מֵעַתָּה.

מיין עצה איז גראד, גיי ארויס אין שטאט,
אפשר איז דיר באשערט א גליק.
רְצוֹן יְרֵאָיו יַעֲשֶׂה, לְהָעוֹסְקִים בְּאוֹרַיְיתָא,
הֲלֹא תֵצֵא לַשׁוּק.

דער חסיד בלית ברירה, זאגט די אִשָׁה כְּשֵׁרָה,
זייער קלוג, יָעַצְתְּ בְּדַעַת.
אבער נישט יעדער דארף וויסן,
אז מיינע קליידער איז צעריסן,
איך וועל דאך בלייבן אויף שפאס.

דו זעסט דאך אליין, וויאזוי קען איך ארויסגיין,
זוכן א פרנסה א גוטע.
איך וועל בלייבן צו שאנד,
ווייל איך האב נישט אין דער האנט,
אֲפִילוּ שָׁוֶה פְּרוּטָה.

זי טראכט נישט קיין מינוט, מיט איין גרויסן טריט,
לויפט זי ארויס צו איינעם.
זי פארציילט אירע זארגן, זי בעט מ'זאל איר בארגן,
מִיהֲרָה וְשָׁאֲלָה מִשְׁכֵנִים.

מַלְבּוּשִׁים נָאִים מְתוּקָנִים, ווי די שיינע מחותנים,
האט זי געברענגט אין שטוב.
מיט די קליידער פון שכן,
איז ער ארויס מיט בטחון,
אויפן אויבערשטן וואס האט אים אזוי ליב.

ער דרייט זיך ארום אויף די וועגן,
זוכנדיג דֵי פַּרְנָסָתוֹ,
פלוצלינג עס קומט אים אנטקעגן,
אליהו הנביא לקראתו.

אליהו זאגט אים גלייך, דו וועסט ווערן רייך,
אין דעם היינטיגן טאג.
געלט אן א שיעור, ווי א גרויסער גביר,
עס איז שוין אן עק צו דיין פלאג.

איך געב דיר פיל רעכט, זאג אז איך בין דיין קנעכט,
וועסט קריגן א מטבע א גרויסע.
זאל קומען צו לויפן, ווער עס וויל קויפן,
עבד אין כמותו.

דער חסיד האט א טענה, רָחַשׁ אֵיךְ יְשַׁנֶה,
צו פארקויפן א הער איז א טעות.
אליהו איז קלוג, און ער ענטפערט אים צוריק,
דאסמאל, ביסטו דער באלעבאס.

א סוחר קומט צו גיין, אליהו איז נושא חן,
ער גיט שְׁמוֹנָה מֵאוֹת אֶלֶף זְהוּבִים.
באצאלט אויפן פלאץ, דער גאנצער שאץ,
ער איז געווארן פון די גבירים חשובים.

ער זאגט, איך וועל דיך פארטרויען,
א פאלאץ צו בויען,
ענדיג עס איינס צוויי.
איך גיב דיר א הבטחה, ווען ס'פארטיג די מלאכה,
אַתָּה בֶּן חוֹרִין, ווערסטו פריי.

דעם ערשטן טאג, מיט גרויס פלאג,
אליהו ארבעט זייער שווער.
מיט ארבייטער אסאך, וואס קענען די פאך,
אבער ער האלט שוין נישט אויס מער.

אינמיטן נאכט נעמט ער זיך שרייען,
ס'איז דאך אזא שווערע עבודה.
איך האב זיך פארקויפט נאר פאר כבוד שמים,
לִכְבוֹדְךָ וְלֹא לִכְבוֹדִי.

באשעפער, גרויסער העלד,
ווי דו האסט באשאפן די וועלט,
בורא עולם בקנין.
האב אויף מיר רחמנות, איך מיין גוטע כוונות,
השלם זה הבנין.

מלאכים פליען, זיי קענען נישט איינרוען,
נישט קיין פּוֹעֲלִים עֲצֵלִים.
א גרופ נאך א גרופ, קומען אראפ,
מען העלפט אים מיט די ריכטיגע כלים.

זיי ארבעטן געטריי, ווי מאשינען איינס צוויי,
ס'איז ממש צו מאכן א ברכה.
אלעס געמאלן געשניצט,
אלעס גלאנצט אויסגעפוצט,
וַתִּשְׁלֵם כָּל הַמְלָאכָה.

ווי דער סוחר האט דערזען, וואס איז געשען,
ער האט נישט געגלייבט וואס ער זעט פאר די אויגן.
ער האט מקיים געווען די רייד, אליהו'ן באפרייט,
וּפָרַח לוֹ, און ער איז אוועקגעפלויגן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection