Download PDF

אל תירא עבדי יעקב

יונתן שווארץ

Original Track

אל תירא עבדי יעקביונתן שווארץ7:09

לחן: ר׳ בעריש ווישעווער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע וואך (תשנ"ב)

לאמיר זינגען שירה, לכבוד די בשורה,
אָמַר הַשֵׁם לְיַעֲקֹב.
געזאגט האט דער בורא,
האטס נישט קיין מורא,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

א הייליגע מתנה, אתה בחרתנו,
בָּחַר הַשֵׁם בְּיַעֲקֹב.
דאס איז געשריבן,
מיר זענען אויסגעקליבן,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

ס'וועט ווערן מקוים, מ'וועט מאכן פדיון שבויים,
גָאַל הַשֵׁם אֶת יַעֲקֹב.
פון גלות אוועק,
האטס נישט קיין שרעק,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

ס'קומט שוין אקעגן, די מזל וועט שטייגן,
דָרַךְ כּוֹכָב מִיַעֲקֹב.
מיט ניסים אן א צאל,
וְקָם שֵׁבֶט מִיִשְׂרָאֵל,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

די שורש וועט בליען,
ס'וועט זיך ווייטער ציען,
הַבָּאִים יַשְׁרֵשׁ יַעֲקֹב.
פון אלע גזירות,
וועט וואקסן גוטע פירות,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

ס'קומט שוין צו גיין, משיח אליין,
וְיֵרְדְ מִיַעֲקֹב.
אויף די וועלט וועט זיין מנוחה,
כי להשם המלוכה,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

טו נאר געדענקען, ברכות צו שענקען,
זְכוֹר זֹאת לְיַעֲקֹב.
וואו מ'וועט זיך געפינען, האט ער אונז אינזינען,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

עס קומט שוין די פרייד, ווי אין פסוק שטייט,
חֶדְוַת יְשׁוּעוֹת יַעֲקֹב.
נהנה זיין מזיו השכינה, בָּא יָבוֹא בְּרִינָה,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

ס'קלינגט אין אלע וועלטן, די שטיבלעך און די געצעלטן,
מַה טוֹבוּ אֹהָלֶיךָ יַעֲקֹב.
מה טובו מ'זיצט, דורכדעם ווערט מען געשיצט,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

איבעראל רבנים, מורי צדק און דיינים,
יוֹרוּ מִשְׁפָּטֶיךָ לְיַעֲקֹב.
די תורה לייכט און שיינט,
עס שטייט אונז צו די רעכטע האנט,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

אין קיין שום אידיש ישוב, איז נישטא קיין כישוף,
כִּי לֹא נַחַשׁ בְּיַעֲקֹב.
פון אלע באנדיטן, טוט ער אונז אפהיטן,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

ער פארגיבט די זינד, פון יעדן אידיש קינד,
לֹא הִבִּיט אָוֶן בְּיַעֲקֹב.
די עבירות אויסמעקן, ווערן ריין פון אלע פלעקן,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

אונז זענען פארמערט, ווי שטויב פון די ערד,
מִי מָנָה עֲפַר יַעֲקֹב.
עין הרע וועט נישט שאטן, אין קיין שום צייטן,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

עס קלינגט דאך אין די אויערן,
וואס דו האסט אונז געשוואוירן,
נִשְׁבַּע הַשֵׁם לְיַעֲקֹב.
וואס עס וועט נאר פאסירן,
מוזן אידן עקזיסטירן,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

אונזערע עֲווֹנוֹת, איז שְׁגָגוֹת וְאוֹנֶס,
סְלַח נָא לַעֲוֹן יַעֲקֹב.
ענטפער פון די הייך, מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

אז מ'געבט זיך א דערמאן, אַכַּתִּי עַבְדִי אֲנַן,
עַתָּה הָשֵׁב שְׁבוּת יַעֲקֹב.
מ'וועט אונז קערן צוריק, צום ריכטיגן בליק,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

מ'דארף אונז באפרייען, זען ניסים ווי מצרים,
פָּדָה הַשֵׁם אֶת יַעֲקֹב.
אזויווי יענע שעות, אַרְאֶנוּ נִפְלָאוֹת,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

באפעל פאר א שליח, אונז אויסלייזן גיך,
צַוֵה יְשׁוּעוֹת יַעֲקֹב.
מ'וועט האבן די זכי', בקרוב א ישועה,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

העלף אונז געשווינדער,
אין זכות פון קליינע קינדער,
קוֹל קוֹל יַעֲקֹב.
די זכותים וועלן בלייבן,
בִּזְכוּת תִִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

ימים טובים בישראל, וואס איז געווען אמאל,
רָנִי וְשִׂמְחִי לְיַעֲקֹב.
הייבטס אן צו טאנצן,
די ישועה קומט אינגאנצן,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

טו אונז צוריקקערן, ווי דו האסט געלאזט הערן,
שָׁב הַשֵׁם אֶת שְׁבוּת יַעֲקֹב.
משפיע זיין קדושה, לִבְנוֹת בַּיִת הַשְׁלִישִׁי,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

די הייליגע הויז, וואו די אמת קומט ארויס,
תִּתֶּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב.
מיט משיח צדקינו, במהרה בימינו,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב.

אָמַר הַשֵׁם לְיַעֲקֹב, יא טאטע יא, יא פאטער יא,
אַל תִּירָא עַבְדִי יַעֲקֹב, ניין טאטע ניין, ניין פאטער ניין.
מיר האבן פאר קיינעם מורא נישט,
נאר פאר דיר אליין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection