Download PDF

דער שבת גייט אוועק

יום טוב עהרליך

Original Track

דער שבת גייט אוועקיום טוב עהרליך1:51

די זון פאנגט צוביסלעך אן צו פארגיין,
די וועלט לאזט זי איבער אליין.
דער הייליגער שבת געזעגנט זיך אפ,
און אלעס גייט צוריק אויף אראפ.

דאס הארץ איז פארווייטאגט, די קאפ פול מיט שרעק,
דער שבת ער גייט שוין אוועק.
און מיר בלייבן איבער צוריק מיט דער וואך,
מיט פרעמדקייט פון גלות און יאך.

שבת, שבת קודש, גייט פון אונז אוועק,
שבת, שבת קודש, לאזט אונז אפ מיט שרעק.
שבת, שבת קודש, איז שוין באלד נישטא,
אבער דער באשעפער, בלייבט דאך מיט אונז דא.

און ער וועט אונז געבן נאכאמאל דאס גליק,
און דער ליבער שבת קודש וועט קומען באלד צוריק.
שבת, שבת קודש, גייט פון אונז אוועק,
אבער מיר דערמאנען שטענדיג, און מען ציילט די טעג.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection