ר' יעקב'ס פאלאץ
מיכאל שניצלער
Original Track
Cover Tracks
לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' אלי' שווייצער | אידן פארציילן (תש"ס)
נעבן א דערפל א פראכטום הויז שטייט,
מ'קומט דארט צו פארן פון די גאנצע וועלט.
א סעודה, א בעט, פאר יעדן איז גרייט,
און אויך א פעקעלע מיט געלט.
ארעמע, קראנקע, אין מצבים גאר שווער,
יעדער איינער לייגט פאר פראבלעמען אויפן טיש.
מיט צדקה וחסד וועט העלפן וואס מער,
דער צדיק'ל ר' יענקעלע פיש.
ווען ס'קומט שבת קודש אין ר' יעקב'ס פאלאץ,
ר' יעקב'ס געזיכט טוט פלאמען.
יעדער גאסט ווערט סערווירט אויף א גאלדענעם טאץ,
ממש מ'שפירט אלע טעמים.
שבת פון בית המדרש נישט אהיימגעגאנגען,
ביז ער האט געטראפן אן אורח.
אנע געסט האט מען זמירות נישט אנגעפאנגען,
זינגען שבת שלום ומבורך.
איין ערב שבת, אינדרויסן א פראסט,
א שניי האט זיך אראפגעלאזט.
עס בלאזט דארט א שרעקליכער שטורעם ווינט,
קיין נברא אין גאס מען געפינט.
מיטן מאנטל און שטיוול לויפט ר' יעקב ארויס,
א גאסט אינעם דערפל צו זוכן.
ענדליך נאך צוויי שעה, דארט נעבן זיין הויז,
צוויי מענטשן אין די שנייען קריכן.
ביי מיר בלייבט אויף שבת, האט ר' יעקב פארלאנגט,
טוט זיך אויף מיר דערבארעמען.
די צוויי פארשוינען געקומען און געדאנקט,
און באקומען א מאלצייט א ווארעמען.
געטרונקען און געהוליעט, האבן די צוויי,
אבער א ברכה הערט מען נישט פון זיי.
די מאדנע פארשוינען, זענען אים נישט געפאלן,
און געווארט אז אוועקגיין זיי זאלן.
מוצאי שבת קודש מאכט ר' יעקב הבדלה,
די מאדנע פארשוינען באפאלן אים ווילד.
מיט שווערדן און ביקסן, ס'איז א גרויסער בהלה,
פאר אים ווערט א שרעקליכער בילד.
מיר זענען וואלד-רויבער, גייט ארויס א געשריי,
דיין גאנצן פארמעגן, שוין זאלסטו אונז געבן.
נאך איידער דו קענסט מעלדן די פאליציי,
וועסטו שוין מער נישט לעבן.
בעט זיי ר' יעקב, און זיי האבן אים געלאזט,
סעודת מלוה מלכה צו פראווענען.
דו זשיד, נאך איין האלבע שעה דו האסט,
אויב ווילסטו צו דיין גאט דאווענען.
פון די בעסטע מאכלים געטון צוגרייטן,
ער הייבט אן מלוה מלכה צו פירן.
דעם הייליגן שבת מיט כבוד באגלייטן,
בטחון אין באשעפער נישט פארלירן.
אַדִיר אָיוֹם וְנוֹרָא, בעט ער זיך ביים הייליגן בורא.
מִיַד עֵשָׁיו הַצִילֵנִי נָא, בְּצַר לִי לְךָ אֶקְרָא.
אינדרויסן מוזיקאנטן, מ'פויקט און מ'קלאפט,
הארציגע זמירות זיי זינגען.
פלוצלינג האט די רויבער א שרעק אנגעכאפט,
און פון די פענסטער ארויסגעשפרונגען.
ר' יעקב פארשטייט נישט וואס דא האט פאסירט,
אזוי א נס האט געמוזט דא געשען.
ער גייט צו צום פענסטער, ווערט אינגאנצן שאקירט,
קיין שום מענטש איז דארט נישט געווען.
פדה בשלום פון די רשעים די בייזע,
צום רבי'ן מאכט ער א רייזע.
א שבח והודיה פארן בורא אפגעבן,
און דערציילן פארן רבי'ן זאל לעבן.
ווען דער צדיק ר' יעקב איז קיין קאליב אנגעקומען,
ר' אייזיק'ל שרייט אים ברוך הבא.
ער ווערט דארט ביים רבי'ן אזוי ווארעם אויפגענומען,
נאך יארן לאנג געווען דארט דער גבאי.
נאך איידער ר' יעקב האט ארויסגעזאגט א ווארט,
באקומט ער א תירוץ אויף זיין שאלה.
אז דוד המלך איז געווען ביי אים דארט,
מיט די גאנצע פַּמַלְיָא שֶׁל מַעְלָה.
בזכות סעודת דוד מלכא משיחא,
ביסטו זוכה לְחַיֵי אֲרִיכָא.
א שבח פארן אויבערשטן, דארפסטו אפגעבן,
דיך געראטעוועט צוריק צום לעבן.
