Download PDF

והיא שעמדה

ליפא שמעלצער

Original Track

והיא שעמדהליפא שמעלצער6:09

מחבר: הרה״ק הקדושת ציון מבאבוב זצ״ל | מילים: ליפא שמעלצער | שמע (תש"ס)

אידן, דערמאנט אייך פון די קרייצן-צוג,
אין צייטן פון רש"י געפרואווט זייער זיג.
דער גלח הייסט הרג'ענען, שיקט א שליחות,
די קריסטן איבער אידן מיט רציחות.

אין שפאניע א גירוש, די אידן פארטריבן,
אזויפיל אנוסים באהאלטן געבליבן.
מיט שרעק און געפילן,
אין קעלער לייגן תפילין,
דברי תורה דארט געשריבן.

די פעלקער מיט בלוט געוואשן זייער הענט,
אנוסים זיי האבן אין פייער געברענט.
באשעפער, די נשמות נאנט צו דיר נעם.
ביזן לעצטן מינוט, מיטן גאנצן כח,
פאר דיין נאמען ארויף אין רויך.
מ'האט זיי גע'הרג'עט אויף קידוש השם.

הקדוש ברוך הוא העלפט אלעמאל,
א שארית הפליטה בלייבט פון כלל ישראל.
מ'שטעלט אויף דורות מיט זיינע חסדים,
מצילנו מידם.

אידישע שטיבער אזוי צעהאקן,
גזירות תַּ"ח וְתַּ"תּ, די קאזאקן.
אויסגע'הרג'עט אידן, לאנד נאך לאנד,
אזעלכע גזירות פארגעסט מען נישט ביז היינט.

פאר קאנטאניסטן נעמען אידן, דינען מיליטער,
און קאמוניסטן לאזן נישט רעליגיע פירן מער.
דערמאנט אייך נאר די באלשעוויקן,
וואו מ'קען א איד דערשטיקן.
אזויפיל צרות, געוועזן אזוי שווער.

אין דייטשלאנד דער רשע געשטאנען ביי זיין אמט,
גע'הרג'עט יעדן איינעם, אויב פון איד ער שטאמט.
קְהִלוֹת הֲקוֹדֶשׁ שֶׁמָסְרוּ נַפְשָׁם.
צו לאגער און געטא געפירט מיט וואגאנען,
פון אונז אוועקגענומען, אידן זעקס מיליאנען.
געדענק די נשמות לזכרון עולם.

הקדוש ברוך הוא העלפט אלעמאל,
א שארית הפליטה בלייבט פון כלל ישראל.
מ'שטעלט אויף דורות מיט זיינע חסדים,
מצילנו מידם.

תמחה את זכר עמלק,
אין יעדן דור שטייט אן אנדערער אין וועג.
מיר ווארטן שוין קוים אויף בִּיאַת מְשִׁיחָא,
ווייל מיר האבן נישט קיין מנוחה.

אין יעדן דור, א רשע וואס געבט ארויס א פסק,
אמאל אין איראן און אמאל אין איראק.
זיי האבן קיינמאל איינגערוט,
פון עמלק נאך עס ציט,
וואו מ'קען א איד אריינכאפן אין זאק.

ס'וועט קומען א צייט פון רֶוַח וְהַצָלָה,
רשעים וועלן האבן א מיאוס'ע מפלה.
קאזאקן, רוסן, קריסטן, אך און וויי דער דייטש.
אראבער וועלן צאלן א פרייז אזוי טייער,
אין שפאניע די רשעים וועלן טאנצן אין פייער.
זיי וועלן זיך שלאגן מיטן אייגענעם בייטש.

הקדוש ברוך הוא העלפט אלעמאל,
א שארית הפליטה בלייבט פון כלל ישראל,
מ'שטעלט אויף דורות מיט זיינע חסדים,
מצילנו מידם.

והיא שעמדה לאבותינו,
א שבח והודאה לאלוקינו.
דו האסט אונז געהאלפן, אראפגעשיקט אן אור,
ווען מ'האט געליטן שבכל דור ודור.

שלא אחד אחד בלבד עמד עלינו,
דו האסט אונז געראטעוועט מכל צרותינו.
אלץ געפייניגט אונז מ'האט,
שלא אחד אחד בלבד,
עמד עלינו לכלותינו.

אלא שבכל דוד ודור,
עומדים עלינו לכלותינו,
והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection