חד גדיא
יונתן שווארץ
Original Track
Cover Tracks
מחבר: מיוחס להרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זצ"ל
מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע שעה (תשנ"ו)
א טאטע האט אמאל געזען,
א קליין ציגעלע לויפן,
גלייך פאר צוויי גילדן, טוט ער עס אפקויפן.
דער טאטע מיינט מען אבינו מלכנו,
וואס היט אונז אפ אלעמאל.
און דאס שעפסעלע די קליינע, מיינט מען כלל ישראל.
ס'איז נישט קיין סוד, דער טאטע האט,
אמאל געטראפן, ארומגעלאפן,
א ציג א קליינע, גאר א שיינע,
חַד גַדְיָא.
עס שפרינגט און לויפט, דער טאטע קויפט,
דעם ציג דעם ווילדן, פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
פלוצלינג איז א קאץ געקומען,
אויפן ציג שפרינגט ארויף,
און דאס ציגעלע צוגענומען,
און זי עסט אים אויף.
די קאץ איז נְבוּכַדְנֶאצַר הָרָשָׁע,
אזוי שטייט געשריבן.
פון ירושלים בְּיַד קָשָׁה,
אידעלעך פארטריבן.
אויפן פלאץ, קומט א קאץ,
און מאכט א קריץ,
צערייסט דעם ציג,
דעם ציג די קליינע,
גאר א שיינע,
חַד גַדְיָא.
עס שפרינגט און לויפט, דער טאטע קויפט,
דעם ציג דעם ווילדן, פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
און אויפאמאל קומט צו גיין,
פון איינע פון די גאסן,
א גרויסער הונט מיט שארפע ציין,
ער טוט דעם קאץ צעבייסן.
וְאָתָא כַּלְבָּא, און עס קומט כורש,
טוט צעברעכן בבל'ס מיליטער.
בַּלְשֶׁאצְר, נְבוּכַדְנֶאצַרְ'ס יורש,
גע'הרג'עט אן קיין קלער.
פלוצלינג קומט,
א גרויסער הונט,
די קאץ געביסן,
וואס האט צעריסן,
די ציג די קליינע,
גאר א שיינע,
חַד גַדְיָא.
עס שפרינגט און לויפט, דער טאטע קויפט,
דעם ציג דעם ווילדן, פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
דעם בעל בית טוט נישט שמעקן,
ווען ער זעט וואס דאס הינטל טוט.
ער כאפט אן א געזונטן שטעקן,
באקלאפט דעם הינטל גוט.
אלכסנדר מוקדון, דער גרויסער העלד,
פרס ומדי האט ער אונטערדריקט,
איינגענומען די גאנצע וועלט,
און דָרְיָוֶשׁ'ן באזיגט.
א שטעקן שמייסט,
דעם הינט וואס בייסט,
ווייל די קאץ געביסן,
ווייל צעריסן,
די ציג די קליינע, גאר א שיינע,
חַד גַדְיָא.
עס שפרינגט און לויפט, דער טאטע קויפט,
דעם ציג דעם ווילדן, פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
פלוצלינג זעט מען פייער פלאמען,
כאפט זיך אן אויף אלע ווענט.
ס'טוט פארברענען אלץ צוזאמען,
דאס שטעקן ווערט פארברענט.
דער גרויסער פייער, די גרויסע גבורה,
וואס ס'איז דאן געקומען.
מַלְכוּת רוֹמִי הָאֲרוּרָה,
די יוונים איינגענומען.
פייער פלאמען,
פארברענען צוזאמען,
דעם שטעקן וואס שמייסט,
דעם הונט וואס בייסט,
ווייל דעם קאץ געביסן,
ווייל צעריסן,
חַד גַדְיָא.
עס שפרינגט און לויפט, דער טאטע קויפט,
דעם ציג דעם ווילדן, פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא
עס פארפלייצט זיך דער גרויסער ים,
און טוט אלץ באדעקן.
עס לעשט אויס דעם פייער פלאם,
וואס האט פארברענט דעם שטעקן.
דער וואסער איז ישמעאל'ס מלוכה,
וַתֵּרֶא בְּאֵר מַיִם.
גענומען די וועלט מיט גרויס רציחה,
ביז ירושלים.
וואסער פון ים,
פארלעשט דעם פלאם,
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל באקלאפט,
ווייל דעם קאץ געביסן,
ווייל צעריסן,
חַד גַדְיָא.
עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט,
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
ס'קומט אן אקס, אויפן ארט,
און ער גייט אריין אין הויז.
און דאס גאנצע וואסער דארט,
טרינקט ער תיכף אויס.
גוֹג וּמָגוֹג נעמט נקמה,
און ער טוט וואס אים געפעלט.
מיט ישמעאל האלט ער מלחמה,
און נעמט איין די וועלט.
א אקס געקומען,
א טרונק גענומען,
דעם וואסער פון ים,
ווייל פארלאשן דעם פלאם,
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל באקלאפט,
חַד גַדְיָא.
ווייל דעם קאץ געביסן, ווייל צעריסן,
דעם ציג די קליינע, גאר א שיינע,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
דער שוחט כאפט דעם אקס ביים האלז,
און ער לייגט אים גלייך אראפ.
דעם גרויסן חלף נעמט ער באלד,
און ער שעכט אים אפ.
משיח בן יוסף אליין,
וועט קומען צו די רשעים אן רחמנות.
טְבוֹחַ טֶבַח וְהָכֵן,
און מאכן ביי זיי חורבנות.
דער שוחט איז גערעכט,
דעם אקס ער שעכט,
וְשָׁתָה לְמַיָא,
ווייל פארלאשן די פייער,
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל באקלאפט,
חַד גַדְיָא.
ווייל דעם קאץ געביסן, ווייל צעריסן,
דעם ציג דעם ווילדן, פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
דער מלאך המות גיבט א פלי,
מיט זיין גרויסן שארפן שווערד,
און דעם שוחט נעמט ער צו,
ער לייגט אים אויף דער ערד.
אזוי שטייט אין חז"ל קלאר,
דער מלאך המות וועט געבן א נעם,
משיח בן יוסף דעם קדוש וטהור,
אויף קידוש השם.
דער מלאך דער שלעכטער,
דעם שוחט שעכט ער,
דְשָׁחַט לְתּוֹרָא, אן קיין מורא,
דְשָׁתָא לְמַיָא, ווייל פארלאשן די פייער,
חַד גַדְיָא.
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל באקלאפט,
ווייל דעם קאץ געביסן, ווייל צעריסן,
דעם ציג די קליינע,
גאר א שיינע,
חַד גַדְיָא.
אוי וויי וְאָתָא הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא,
דער רוֹכֵב בָּעֲרָבוֹת,
לעתיד לבוא וועט ער שעכטן,
דעם מלאך המות.
די גאולה שלימה וועט קומען אוודאי,
ווי דערלעבט מען שוין דערצו.
וְנִשְׂגָב הַשֵׁם לְבַדוֹ,
בַּיוֹם הַהוּא.
דער רוֹכֵב בָּעֲרָבוֹת,
שעכט דעם מלאך המות,
ווייל דער מלאך דער שלעכטער,
דעם שוחט שעכט ער,
וְשָׁחַט לְתּוֹרָא, אן קיין מורא,
חַד גַדְיָא.
דְשָׁתָא לְמַיָא,
ווייל פארלאשן די פייער,
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל באקלאפט,
ווייל דעם קאץ געביסן,
ווייל צעריסן,
חַד גַדְיָא.
ס'איז נישט קיין סוד, דער טאטע האט,
אמאל געטראפן, ארומגעלאפן,
א ציג א קליינע, גאר א שיינע,
חַד גַדְיָא.
עס שפרינגט און לויפט, דער טאטע קויפט,
דעם ציג דעם ווילדן, פאר צוויי גילדן,
דְזַבִּין אַבָּא בִּתְּרֵי זוּזֵי חַד גַדְיָא.
