לא לנו
Original Track
לָמָה יֹאמְרוּ הַגוֹיִם, אַיֵה נָא אֱלוֹקֵיהֶם.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
עֲצַבֵּיהֶם, געטשקעלעך האבן זיי,
(יא, געטשקעס, ווי תרח, פון זילבער, פון גאלד,)
מַעֲשֵׂה יְדֵי אָדָם, דורך מענטשליכע הענט.
אוי וויי איז פאר זיי, א יאַצמעך בּאַטשי האבן זיי.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
פֶּה לָהֶם, א מויל האבן זיי, די לאָציס בּאַטשיס,
וְלֹא יְדַבֵּרוּ, קענען נישט רעדן.
אוי וויי איז פאר זיי, 'א שטומער יאַצמעך' האבן זיי.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
עֵינַיִם לָהֶם, אויגעלעך האבן זיי,
וְלֹא יִרְאוּ, זיי קענען נישט זען.
אוי וויי איז פאר זיי, א בלינדער יאַצמעך האבן זיי.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
און וואס טייטש אָזְנַיִם? אויערלעך האבן זיי,
וְלֹא יִשְׁמָעוּ, זיי קענען נישט הערן, טויב.
אוי וויי איז פאר זיי, א טויבער יאַצמעך האבן זיי.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
אַף לָהֶם, א נאזעלע האבן זיי, א נאָניע,
וְלֹא יְרִיחוּן, זיי קענען נישט שמעקן.
אוי וויי איז פאר זיי, א פארשמעקטער יאַצמעך האבן זיי.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
יְדֵיהֶם, מאכן זיך אזעלכע הענטעלעך,
וְלֹא יְמִישׁוּן, קענען נישט טאפן.
אוי וויי איז פאר זיי, א יאַצמעך בּאַטשי האבן זיי.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
רַגְלֵיהֶם, פיסעלעך האבן זיי,
וְלֹא יְהַלֵכוּ, קענען נישט גיין.
אוי וויי איז פאר זיי, א הינקעדיגער יאַצמעך האבן זיי.
וֵאלֹקֵינוּ בַּשָׁמָיִם, אבער אונזער גאט אין הימל,
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה, וואס ער וויל, טוט ער,
וועמען ער וויל, גיט ער, ווייל ער איז א גוטער.
לֹא יֶהְגוּ בִּגְרוֹנָם, (וואס?),
דאס גערגל ארבעט נישט, (איך הער נישט?),
כְּמוֹהֶם יִהְיוּ עֹשֵׂיהֶם,
אזוי ווי זיי זאלן זיין די וואס האבן זיי געמאכט,
כֹּל אֲשֶׁר בֹּטֵחַ בָּהֶם,
און די אלע וואס פארזיכערן זיך אין זיי.