קרב יום
Original Track
Cover Tracks
לחן ומילים: האדמו"ר ר' מיכל טווערסקי ממילוואקי | קרב יום (תש"ל)
קָרֵב יוֹם, אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם,
אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לָיְלָה.
שוין צוויי טויזנט יאר געווארט,
א ביטערן גלות מיטגעמאכט,
אוי ווי לאנג קענען מיר דאס אויסהאלטן,
ווי לאנג מוז געדויערן די נאכט,
אוי, דערנענטער דעם טאג פון משיחן,
ברענג עס נאנט ווי גיך און געשווינד.
דאס איז פסח נאכט אונזער תפילה,
און דאס בעטן מיר אצינד.
קָרֵב יוֹם, אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם,
אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לָיְלָה.
די פעלקער זיי זאגן, פארפאלן,
זיי מאכן אונז צו שאנד און צו שפאט,
פארקויפט זענט איר חלילה אויף אייביג,
אט דער נאכט קען נישט ענדיגן אויך אייער ג-ט.
אוי באשעפער, דו וועסט זיי דאך אבער באווייזן,
אז דו הערשט איבער אלע, גרויס און קליין.
וועסט זיי צייגן, בְּנִי בְּכוֹרִי יִשְׂרָאֵל,
כִּי לְךָ הַיוֹם אַף הַלַיְלָה גַם כֵּן.
רָם הוֹדַע, כִּי לְךָ הַיוֹם, אַף לְךָ הַלַיְלָה.
שוין צוויי מאל דאס שטעטל געפאלן,
שוין צוויי מאל א חורבן געזען,
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק קיין ירושלים,
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק אינדערהיים.
אוי גאטעניו, שטעל אן די שומרים זאלן היטן,
בכל רגע ובכל שעה ובכל עת,
און אינעם שטעטל קער אונז אום אויף אייביג,
דיין בית שלישי, בית של אש.
שׁוֹמְרִים הַפְקֵד, הַפְקֵד לְעִירְךָ, כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַיְלָה.
בראשית ברא, צום אנפאנג האסטו באשאפן,
א ליכט גאר אן אויסנאם און פיין.
נישט געוואלט אז די רשעים זאלן עס נוצן,
פון ערליכע אידן אויך צוגענומען דאס שיין.
אוי קוק זיך צו צו דעם טיף פינסטער גלות נאכט,
און מיט יענעם ליכט דעם אידן דערקוויק,
און פארטרייב אויף אייביג דאס פינסטערניש,
אוי באשעפער, דאס ליכט קער אונז צוריק.
תָּאִיר תָּאִיר, תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם, חֶשְׁכַת לַיְלָה.
קָרֵב יוֹם, אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם,
אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לָיְלָה.
רָם הוֹדַע, כִּי לְךָ הַיוֹם, אַף לְךָ הַלַיְלָה.
שׁוֹמְרִים הַפְקֵד, הַפְקֵד לְעִירְךָ,
כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַיְלָה.
תָּאִיר תָּאִיר, תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם, חֶשְׁכַת לַיְלָה.
