שאלת חלום
הערשי ראטענבערג
Original Track
שאלת חלוםהערשי ראטענבערג5:30
איך גיס אן דעם פערטן כוס, כוס רביעי,
ווען פלוצלינג איך זע אים דארט, ביים אפענע טיר.
שלום עליכם, אליהו,
שלום שלום, ענטפערט ער מיר.
מורי ורבי, אויב א שאלה מעג איך פרעגן פאר דיר,
מתי, ווען, זאג מיר נאר ווען, יָבוֹא הַגוֹאֵל לִגְאָלֵינוּ.
און טרערן פון מיין אויגן גיסט,
ווען מיט אליהו איך שמועס.
איך וועק זיך אויף, אוי, ער איז שוין נישט דא,
ס’שפעט, ס’לאנג נאך חצות,
ס'גיסט זיך שוין איבער מיין כוס,
צי וועל איך שוין דארפן ווארטן לשנה הבאה.
