א טאנץ אין מירון
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: ר' שרגא פייוול קליין | דער טאטע הערט (תשס"א)
מיט שמחה און מיט געפיל, בְּאֵימָה וּבְּחִיל,
אין די שטאט צפת, ביים ארי הקדוש’ס שול.
הלואי ווען די ווענט, דערציילן וואלטן געקענט,
פון די גרויסע הייליגע אידן, פון יענעם מאמענט.
וִישַׁבְּחוּ וִיפָאֲרוּ, דער הייליגער ארי,
געוואוסט יעדער אז ער, איז דער וועג-ווייזער.
געשטעלט נייע יסודות, די הייליגע עבודות,
לְשַׁבֵּחַ וּלְהוֹדוֹת, מיט זייער טיפע סודות.
דער בית יוסף איז געוועזן,
דער רב פון שול און אב-בית-דין,
דער אלשיך הקדוש, דער מגיד הקהילה.
דאווענען וואס עטס פראוועטס,
מיט רבי שלמה אֶלְקַבֵּץ,
דער צדיקל ר’ שלמהלע,
איז דארט געווען בעל תפילה.
לקראת שבת לכו ונלכה, מיט געמיטער פרייליכע,
אין פעלד ארויסגיין זיי פלעגן, דעם שבת גיין אקעגן.
עס האט געהאט אן עליה, די גאנצע בריאה,
הימל און ערד, בלעטלעך און גראזן,
ווען דער שבת האט אריינגעבלאזן.
די ביימער זענען מיטגעשפרונגען,
פייגעלעך האבן מיטגעזונגען,
לכה דודי לקראת כלה,
בואי בשלום עטרת בעלה.
טרערן גיסט זיך, ביים שיינעם נוסח,
א הייסע תפילה, אויף די גאולה.
בוי שוין אויף עִיר עַל תִּילָה,
ונשמחה ונגילה.
בּוֹאִי בְּשָׁלוֹם עֲטֶרֶת בַּעֲלָה,
גַם בְּרִינָה בְּשִׂמְחָה וּבְצָהֳלָה,
תּוֹךְ אֱמוּנֵי עַם סְגוּלָה,
בּוֹאִי כַלָה בּוֹאִי כַלָה,
בּוֹאִי כַּלָה שַׁבָּת מַלְכְּתָא.
דער געטרייער שמש אלעזר,
אין שול אייביג דא איז ער.
ער רוימט די שול און ער וואשט עס,
ער פירט זיך גאר בפשטות.
זיינע מדריגות זענען באהאלטן,
וועמען אין חלום פאלט איין,
אז א צדיק נסתר ממש,
איז ר’ אלעזר דער משמש.
א מנהג האבן זיי ערליך,
קיין מירון צו פארן יערליך,
פראווענען ל”ג בעומר,
מיט שמחה און מתיקות.
די חבריא, די צפת’ע,
חסידים ואנשי מעשה,
היו מרקדין לפניהם,
אין די האנט די אבוקות.
מיט גאר הייסע געפילן,
איז מען שטארק אדורכגענומען,
ווען די הייליגע צדיקים, טאנצן זיי קומען.
שיינע ברכות טוט מען שטימען,
א גוטן מזל, א גוטן סימן,
זינגען ואמרתם כה לחי רבי שמעון.
אינמיטן טאנצן אינדערמיט,
האט זיך באוויזן אן אלטער איד,
יעדער שטייט און באטראכט אים,
ווי דאס פנים לייכט אים.
א הדרת פנים אן אויסטערלישע,
די אויגן שיינען פון קדושה.
עס כאפט א פחד ויראה,
בלויז צו זען זיין צורה.
צו ר’ אלעזר דעם שמש צוגעגאנגען,
טאנצן מיט אים אנגעפאנגען,
זינגען הייליגע געזאנגען,
ישבעו ויתענגו.
מ’קוקט נאר ווי אינטערעסאנט,
דער ארי הקדוש האט צוגעשפאנט,
ער כאפט זיי אן ביי די האנט,
און טאנצט מיט זיי ווי א גוטער פריינט.
אוי הייליגער רבי, אויב מיר מעגן,
א קשיא ווילן מיר אייך פרעגן.
ווי פאסט דאס מיט דעם שמש פונקט,
דער רבי טאנצט און זינגט.
איך וועל ענק ענטפערן אויף די שאלה,
צי ווייסט עטס ווער איז געווען דאהי,
דער תַּנָא אֱלוֹקַי אוֹר מוּפְלָא,
רבי שמעון בר יוחאי.
אויב פאר דעם גרויסן גאסט,
מיטן שמש טאנצן האט געפאסט,
איז אויך לפי כבודי,
כולי עלמא מודה.
זיין נאמען פון א צדיק נסתר,
געווארן גאר א באוואוסטער,
דער בעל חרדים געווארן באקאנט,
מיט זיין נאמען ביז היינט.
בַּר יוֹחָאִי נִמְשַׁחְתָּ אַשְׁרֶיךָ, שֶׁמֶן שָׂשׂוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ.
