אמר רבי עקיבא
חיים יצחק האכהייזער
Original Track
לחן: עתיק | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | האטס גע'פועל'ט (תשע"ז)
רבי עקיבא האט געזאגט, שטאלץ איר טראגט,
וואויל איז אייך, אידעלעך.
באחדות צוזאם, מלא טעם,
וואויל איז אייך, ברידערלעך.
איר דינט דעם בורא, איר פאלגט די תורה,
וואויל איז אייך, אידעלעך.
נאר אמונה, נישט מיט קנאה,
וואויל איז אייך, ברידערלעך.
וואויל איז אייך, אידעלעך,
וואויל איז אייך, ברידערלעך.
צו וועמען ריין, דארף מען זיין,
און ווער טוט אייך רייניגן.
צו וועמען ריין, דארף מען זיין,
און ווער טוט אייך הייליגן.
אביכם טאטעניו, אונזער מלך מַלְכַיָא.
זאגט רבי עקיבא, ווען מיר טוען תשובה,
לעכטיג טוען מיר גלאנצן.
מיר נעמען זיך פאר, אפן און קלאר,
אוועק פון עבירות אינגאנצן.
אזוי ווי וואסער, טוט רייניגן א טמא,
רייניגט דער באשעפער א אידישע נשמה.
אזוי ווי וואסער, טוט רייניגן א טמא,
רייניגט דער באשעפער א אידישע נשמה.
