Download PDF

אשריכם

יוסף משה כהנא

Original Track

אשריכםיוסף משה כהנא6:06

לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ (תשס"ז)

מירון, מירון, דער פלאץ וואו אלע קומען,
מירון, מירון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען.
טויזנטער תפילות, ווערן דארטן אנגענומען,
אין מירון, ביים תנא רבי שמעון.

מירון, מירון, דא אהער בין איך געקומען,
מירון, מירון, מיין תפילה זאל ווערן אנגענומען.
הייליגער תנא, איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען,
אז וְיִקָרֵא שמו שמעון.

אזויפיל יארן זיך געמוטשעט און דורכגעלאפן,
אזויפיל בקשות שוין פראבירט און געטון האפן,
אזויפיל וועגן און א ישועה נאכאלץ נישט געטראפן,
נישט געטראפן, נישט געטראפן.

בליקן פון רחמנות פון יעדע פעטער און קרוב,
תמימות'דיגע עצות וואס מאכט דאס הארץ חרוב,
ביי יעדע שמחה מען ווינטשט מיר,
אם ירצה השם ביי דיר בקרוב,
בקרוב, בקרוב, בקרוב.

רבי שמעון, רבי שמעון,
דער פלאץ וואו אלע קומען.
רבי שמעון, רבי שמעון,
דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען.
טויזנטער תפילות, ווערן דארטן אנגענומען,
אין מירון, ביים תנא רבי שמעון.

רבי שמעון, רבי שמעון,
דא אהער בין איך געקומען.
רבי שמעון, רבי שמעון,
מיין תפילה זאל ווערן אנגענומען.
הייליגער תנא, איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען,
אז וְיִקָרֵא שמו שמעון.

פיר יאר שפעטער,
מען פארט קיין מירון מיט פרייד ארומגענומען,
טאטע, מאמע, און אויף זייער אקסל,
דאס שעפעלע שמעון.
צו מאכן א חאלאקע אים אפשערן,
דארט צוריקגעקומען,
צום תנא רבי שמעון.

צווישן אלע געהאלפענע ער טאנצט און דאנקט,
און אין זיין הארץ א שטילע תפילה,
ער בעט און פארלאנגט,
פאר די אלע וואס שטייען און בעטן ביים ציון,
און ווארטן אזוי לאנג,
אז בקרוב, אויך ביי זיי בקרוב.

רבי שמעון, רבי שמעון,
דער פלאץ וואו אלע קומען.
רבי שמעון, רבי שמעון,
דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען.
טויזנטער תפילות, ווערן דארטן אנגענומען,
אין מירון, ביים תנא רבי שמעון.

רבי שמעון, רבי שמעון,
דא אהער בין איך געקומען.
רבי שמעון, רבי שמעון,
מיין תפילה זאל ווערן אנגענומען.
הייליגער תנא, איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען,
אז וְיִקָרֵא שמו שמעון.

אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל, אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection