בר יוחאי - אידיש
חיים יצחק האכהייזער
Original Track
לחן: עתיק | מילים: ר' חיים יצחק האכהייזער | האטס גע'פועל'ט (תשע"ז)
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, געשמירט מיט הייליג שמן,
ווער ס’האט דיך געזען,
נישט קיין חילוק וועמען,
א הרהור תשובה אויפן פלאץ באקומען,
אזויווי ווען די ציץ איז געווען ארומגענומען.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, פון די רומאים ביסטו אנטלאפן,
צווישן פעלזן און שטיינער, א הייל אנגעטראפן.
געלערנט דארט סודות התורה,
און געדינט דעם הייליגן בורא.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, דו האסט אויפגעשטעלט תלמידים,
זיי זענען אויסגעוואקסן גרויסע מתמידים.
געלערנט מיט געשמאק, ווי א ברענעדיגע פייער,
ס’האט זיך דערקענט אז תורה ביי זיי איז טייער.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, האט אין הימל געלערנט תורה,
אלע סודות מיט די ריכטיגע מסורה.
אזוי געשמאק, ווי א גערוך פון בשמים,
מיט אלע מעלות ביסטו געווען א תמים.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, אין די גאסן האסטו געשריגן,
די הייליגע תורה דארף אין יעדנס הארץ ליגן.
פאלגן אלעס וואס די תורה הייסט,
מיט דעם זכות ווערן מיר אויסגעלייזט.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, גרויסע סודות האסטו דערגרייכט,
נישט פאר יעדער, איז נסתר אזוי לייכט.
דו האסט דאך מיט דעם אויפגעשיינט די וועלט,
מיט די זוהר הקדוש וואס דו האסט צוגעשטעלט.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, דאס איז דאך זיין פראכט,
ביז דו ביסט געקומען,
זענען די סודות געווען פארמאכט.
אזוי ווי די תפילין אויף דעם מענטש טוט מען קניפן,
איז געווען געבינדן די סודות אויף דיין ליפן.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, ביסט באשאנקען מיט קלוגשאפט,
האסט אריינגעלייגט אין חכמה, א שטארקן קראפט.
צוויי און דרייסיג וועגן פון חכמה געוואוסט,
נאר הייליגע זאכן האט דיין הארץ געגלוסט.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, חלילה זיך נישט גרויס געהאלטן,
יעדע מינוט געגלייבט אין השם.
ידע, ער האט געוואוסט אז ער זעט אין אלע שפאלטן,
מורא שמים מיט די גרעסטע פארנעם.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
בר יוחאי, יעדער לויבט דיינע עלטערן,
צו דעם באשעפער האסטו געטון דערנענטערן.
חכמים ונבונים וואס לערנען פון דיר,
קדושה ביי זיי עס הערשט אן א שיעור.
בר יוחאי, הייליגער רבי שמעון,
א טייערע נשמה אראפגעקומען,
די קרוין פון דיינע חברים ביסטו געווען,
וואויל איז דער מענטש,
וואס האט דיך נאר געזען.
