Download PDF

ר' שמעונ'ס קלאמקע

מיכאל שניצלער

Original Track

ר' שמעונ'ס קלאמקעמיכאל שניצלער5:54

לחן ומילים: ר' משה יחזקי' ווייס | לעבעדיגע ספרי תורה (תשפ"א)

א נסיעה צו רבי שמעון,
נאך א ישועה זענען מיר געקומען,
דאס הארץ פאר דיר, דאס הארץ פאר דיר, אויסגיסן.

אויף די קלאמקע פון רבי שמעון,
פילע זאכן זיך אונטערגענומען,
א טרער מִמַעֲמַקֵי טוט פליסן.

מיר וועלן א נאמען געבן שמעון,
מיט א בן זכר צוריקקומען,
א טויערל אין הימל דא אויפשליסן.

געהאלפן געווארן מיט א שמעון,
און דאס יאר אים אויך מיטגענומען,
אונזער שעפעלע, אונזער שמעולע דעם זיסן.

כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

בערג פון אידישע תפילות,
רבי שמעון און די הייליגע סגולות,
וואו א איד גייט ווען עס טוט אים וויי.

מירון, מירון, וואו אידן וויינען,
מ’וויינט, מ’טאנצט, אלץ אינאיינעם,
מיט געגועים צום תנא אלוקי.

כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

א חאלאקע ביי ר’ שמעון,
אויף די אקסלען אים גענומען,
אין א טענצעלע אין מערה זיך אנשליסן.

אויבן זיצט דער קליינער שמעון,
אינגאנצן איבערגענומען,
מיט א מזל טוב טוט מען אים באגריסן.

כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק,
יכול לפטור העולם, אדונינו בר יוחאי.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection