מנן ומאן
אברהם מרדכי שווארץ
Original Track
תְּמֵהִין וְשַׁיְילִין לֵיהּ,
די פעלקער פון די וועלט, אלע פון זיי,
פרעגן די אידעלע, צי דען איז דיר כדאי,
איז דען דיר ווערד צו בלייבן געטריי.
מען וואונדערט זיך אויף דיר, איד, פארגאפטערהייט,
ווי לאנג איז ענקער גלות,
וואס איז דער באדייט.
ווען גייט מען ענק אויסלייזן,
ווען ווערט עטס באפרייט,
שוין יארן זאגט עטס, אט-אט מ'גייט.
מְנָן וּמָאן הוּא רְחִימָךְ,
ווער איז דיין ליבהאבער, ווער,
אֲרוּם אֲרוּם בְּגִינֵה סָפִית,
צו ליידן ביטער און שווער.
ווער איז דער וואס האט דיך ליב,
דו שיינער, זיסער איד,
וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען,
מְדוֹר אַרְיְוָתָא, אין לייבן-גרוב.
בְּחָכְמְתָא מְתִיבְתָּא לְהוֹן,
מיט קלוגשאפט ענטפערט מען צוריק
דעם נארישן גוי.
דיין גרויסקייט קעגן מיינע,
וואס איז עס דען שוין,
עס ווארט, עס ווארט מיר אפ א באלוין.
ירושלים, איר גרויסקייט אנטדעקט,
וועט ווערן אנגעפילט מיט אידן פון יעדן עק.
אויף ענק גייט אנפאלן,
א פחד און א שרעק,
יְקָרֵהּ כַּד אִתְגְלֵי,
וועט דאן ווערן אנטפלעקט.
בְּמֵיתֵי לִי נְהוֹרָא, א לעכטיגקייט,
די כלים פון בית המקדש,
צוריקזען מיט פרייד.
א שיינקייט, מ'קען נישט מסביר זיין,
וואס ס'גייט דעמאלטס געשען,
עפעס וואס קיין איין נביא האט נישט פאראויסגעזען.
מְנָן וּמָאן הוּא רְחִימָךְ,
ווער איז דיין ליבהאבער, ווער,
אֲרוּם אֲרוּם בְּגִינֵה סָפִית,
צו ליידן ביטער און שווער.
ווער איז דער וואס האט דיך ליב,
דו שיינער, זיסער איד,
וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען,
מְדוֹר אַרְיְוָתָא, אין לייבן-גרוב.
לְפוּמֵיהּ דַעֲבִידְתָּא, עֲבִידָן מְטַלַלְתָּא,
לויט דיינע מעשים, כי אתה פעלתו.
ווי שווערער ס'איז דיר אנגעקומען אייביג,
אויף די וועלט דא,
וועט דיין חופה זיין שענער בעולם הבא.
עֲלֵה רַמְזֵי דֵין הוּא, דֵין הוּא,
דאס איז אונזער, אונזער גאט.
שַׂבַּרְנָא לֵיהּ בְּשִׁבְיָן אין גלות,
אין געפענגעניש פאר דיר געהאפט.
נאר מיט אמונה קלאר און שטארק,
זיך געהאלטן פעלזן-פעסט.
און יעצט באצאלן טוסטו אונז,
א גרויסער שכר פאר דעם דו געסט.
