קבלת התורה
Original Track
Cover Tracks
מחבר: מיוחס להרה"ק ר' ארון לייב מפרעמישלאן | זמירות ישראל באידיש (תש"ל)
אמאל, און אמאל, און אמאל, איז איין מלך געוועזן,
דער מלך, דער מלך,
האט געהאט א טאכטער ארויסצוגעבן.
עס איז געקומען די צייט, זי זאל איין מאן ערקענען,
און קיינער האט זי נישט געוואלט נעמען.
דער מלך, דער מלך,
איז מיט זיין טאכטער ארומגעלאפן,
אזוי לאנג, אזוי לאנג,
ביז ער האט א פויער אנגעטראפן.
פויער פויער, נעם מיין טאכטער,
זי וועט דיר זיין צו איין קרוין.
ניין, מלך, ניין,
מיט א מלך'ס א טאכטער,
ווייס איך נישט וויאזוי אומצוגיין.
דער מלך, דער מלך,
איז מיט זיין טאכטער ווייטער ארומגעלאפן,
אזוי לאנג, אזוי לאנג,
ביז ער האט א פריץ אנגעטראפן.
פריץ פריץ, נעם מיין טאכטער,
זי וועט דיר זיין צו איין קרוין.
ניין, מלך, ניין,
מיט א מלך'ס א טאכטער,
ווייס איך אויך נישט וויאזוי אומצוגיין.
דער מלך, דער מלך,
האט זיך נישט פיל מיישב געוועזן,
און ער האט, און ער האט,
זיין טאכטער אין דער משפחה אריינגעגעבן.
ער האט פאר איר געטראכט,
ער האט זי חתונה געמאכט,
און מכבד געווען די מחותנים,
מיט אונטער-פירערשאפט.
אזוי לאנג, אזוי לאנג,
מאן און ווייב האבן געהאט א גוט לעבן,
האט ער זיי, האט ער זיי קעסט ביי זיין טיש געגעבן,
אלע סודות פארטרויט, אין זיין הויז אריינגענומען,
און אויך א שיינעם פאלאץ פאר זיי אויפגעבויט.
אבער אזוי באלד, אזוי באלד,
מאן און ווייב האבן אנגעהויבן שלעכט צו לעבן,
האט ער זיי, האט ער זיי,
מער קיין קאסט ביי זיין טיש געגעבן.
מער קיין סודות פארטרויט, פון זיין הויז פארטריבן,
און אויך זייער שיינעם פאלאץ אויפגעריבן.
דאס משל, דאס משל,
איז דאך דומה לנמשל.
דער מלך, דער מלך,
דאס מיינט מען דעם הייליגן בורא.
די טאכטער, די טאכטער,
דאס מיינט מען די הייליגע תורה,
ס'איז געקומען די צייט מען זאל זי מקבל זיין,
און קיינער האט זי נישט געוואלט נעמען.
השם יתברך, השם יתברך,
איז מיט דער תורה ארומגעלאפן,
אזוי לאנג, אזוי לאנג, ביז ער האט עשו'ן אנגעטראפן.
עשיו, עשיו, נעם מיין תורה,
זי וועט דיר זיין צו איין קרוין.
ניין, השם יתברך, ניין,
אין דיין תורה שטייט לא תרצח ולא תגנוב,
און אן די צוויי זאכן קען איך נישט באגיין.
השם יתברך, השם יתברך,
איז מיט די תורה ווייטער ארומגעלאפן,
אזוי לאנג, אזוי לאנג,
ביז ער האט ישמעאל'ן אנגעטראפן.
ישמעאל, ישמעאל, נעם מיין תורה,
זי וועט דיר זיין צו איין קרוין.
ניין, השם יתברך, ניין,
אין דיין תורה שטייט לא תנאף ולא תגנוב,
און אן די צוויי זאכן קען איך נישט באגיין.
השם יתברך, השם יתברך,
האט זיך נישט פיל מיישב געווען,
און ער האט, און ער האט,
די תורה די אידעלעך געגעבן.
ער האט פאר איר געטראכט,
ער האט זיי חתונה געמאכט,
און מכבד געווען משה ואהרן דוד ושלמה, מיט אונטער-פירערשאפט.
אזוי לאנג, אזוי לאנג,
די אידן מיט דער תורה האבן געהאט א גוט לעבן,
האט ער זיי, האט ער זיי,
מן אין דער מדבר געגעבן.
אלע סודות פארטרויט,
אין זיין לאנד אריינגענומען,
און אויך דאס הייליגע בית המקדש פאר זיי אויפגעבויט.
אבער אזוי באלד, אזוי באלד,
די אידן מיט דער תורה,
האבן אנגעהויבן שלעכט צו לעבן,
האט ער זיי, האט ער זיי מער,
קיין קאסט פון זיין טיש געגעבן.
מער קיין סודות פארטרויט,
אין גלות אוועקגעטריבן,
און אויך דאס הייליגע בית המקדש אויפגעריבן.
אבער אזוי באלד, אזוי באלד,
די אידן מיט די תורה,
וועלן ווייטער אנהויבן גוט צו לעבן,
וועט ער זיי, וועט ער זיי ווייטער,
קאסט פון זיין טיש געבן,
אלע סודות פארטרויען,
אין זיין לאנד צוריק ארייננעמען,
און אויך דאס הייליגע בית המקדש במהרה בימינו אויפבויען, אמן.
